☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16037
בלאט: 1 2 3 4 5

יין שרף » דינסטאג אפריל 4, 2023 6:36 am

· #520662
שבת איז דא א איסור עשיית מלאכה, וואס דעס מיינט יעדע אויפטו/ארבייט וואס איז נכלל אין די ל"ט מלאכות, און דאס איז א זכר אז די אייבישטער האט גערוהט אויפן זיבעטן טאג פון בריאת העולם, דהיינו נישט געטון/באשאפן א נייע מלאכה. און דאס מיינט אונזער מנוחה אויף שבת, נישט טוהן קיין שום מלאכה.

די כוונה פון אונזער מנוחה איז לאו דווקא צו זיין באקוועם, נאר געווענליך איז דאס א פועל יוצא פון נישט ארבייטן.

פנחסבןאלעזר » דינסטאג אפריל 4, 2023 8:43 am

· #520670
שמן למאור
האסט אינגאנצן נישט פארשטאנען די שאלה. די שאלה איז אויב מען האט פארגעסן אנצוצינדן די לייט ערב שבת, און יעצט האט מען נישט קיין מנוחה אין די טינקל, מעג מען אנצינדן די לייט אויף שבת? לויט ווי דו שרייבסט אז די רצון התורה מיט שבת איז אז עס זאל זיין מנוחה, און כלשונך "עס איז א דבר פשוט אז זיך אויפירן אין שבת אויף א מהלך וואס איז דער היפוך פון מנוחה איז אסור מדאורייתא" לויט ווי דו לייגסט עס אראפ שיינט עס צו זיין גאר א הארבע זאך, זאגער אן איסור דאורייתא! לפי זה וואלט לכאורה געווען א חיוב אנצוצינדן די לייט, ובפרט מיט די היינטיגע LED לייטס. נישט אזוי??
פין ווי נעמסטו דער רצון התורה איז מנוחה דורך טוהן? פארקערט, טוהן זאלסטו פאר שבת זאלסט האבן מנוחה אין שבת. און דו פארשטייסט.

שמן למאור » דינסטאג אפריל 4, 2023 1:40 pm

· #520703
פנחסבןאלעזר

דו ביסט געווען דער מחדש דא אז סיי וואס עס שטערט פון מנוחה איז אסור צו טון, אפילו ס'נישט אסור מדינא. מיט דעם האסטו געוואלט אסר'ן א פאון, אפילו אן די פאקטישע הלכה'דיגע איסורים. האסט זיך אויסגעדריקט אז מנוחה אויף שבת איז ממש א דאורייתא. נו, ווער זאגט דיר אז דאס זאגט מען נאר אויף 'נישט' צו טון זאכן וואס שטערן מנוחה, אפשר קומט דאס אויך צו 'מחייב' זיין זאכן וואס ברענגען מנוחה? אז מען ניצט ממילא דא אייגענע בויך סברות, דאן וואס איז מיט מיין בויך סברות?

אגב אז מען רעדט שוין, פון וואו האסט גענומען אז די טעם פון מוקצה איז וועגן מנוחה? לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ איז דא אנדערע טעמים, דאס געדענק איך עפעס נישט.

פנחסבןאלעזר » דינסטאג אפריל 4, 2023 7:33 pm

· #520746
שנאמר: ודבר דבר, קל וחומר שלא יהיה טלטול בשבת כטלטול בחול, כדי שלא יהיה כיום חול בעיניו ויבוא להגביה ולתקן כלים מפינה לפינה או מבית לבית או להצניע אבנים וכיוצא בהן, שהרי הוא בטל ויושב בביתו ויבקש דבר שיתעסק בו, ונמצא שלא שבת ובטל הטעם שנאמר בתורה (דברים ה): למען ינוח
לשון הרמב"ם

דיין טענה אז מנוחה ווערט א חיוב בקום ועשה אפילו צו טוהן א מלאכה, איז אקסימאראן. כאילו איינער וויל נישט גנב'נען, טענה'ט ער, איך קען מקיים זיין דער לא תגנוב, נאר אויב איך גנב'ע לכל הפחות וויפיל איך דארף צום לעבן. חסידים גראדע, האבן מתיר געוועהן קלאטשען אין שבת, ווייל שמחה איז א גרעסערע הכרח, אבער דאך איז שמחה א חיוב כללי, נישט דוקא שבת, ממילא נישט אזא דירעקטע סתירה. קאנסערוועטיוו האבן מתיר געוועהן פארן מיט דער קאר אין טעמפל שבת, כדי מען זאל היטען שבת, איז טאקע א סתירה מיניה וביה. חב"ד לאזט אויך קומען מיט דער קאר אין חב"ד הויז שבת. פונקט אזא סתירה. עס דערמאנט פין עבירה לשמה, פין בני יששכר, וואס איז פונקט ווי דער מנחת חינוך פרעגט, וויאזוי קען איינער עובר זיין בל תוסיף לשמה, עס איז דאך נישט קיין מצוה. אפשר ווען ער וואלט געוועהן א חסיד וואלט ער פארשטאנען.

עכ"פ, אפילו אויב דיין מנוחה מיינט נאר ווען דו טוסט מלאכות, איז עס נישט דער גדר פין מנוחה וואס דער תורה האט אראפגעלייגט, לא תעשה מלאכה, נישטא כמעט קיין עשה פין שבת חוץ תשבות, רוהן.

קהל'ס נער » דינסטאג אפריל 4, 2023 8:16 pm

· #520750
תשבות טייטשט "צושטערן", נישט רוהען, נישטא קיין מצווה צי רוען שבת נאר צו צושטערן די ארבעט.
וואס מיינט ארבעט? האבן די חכמים שוין מגדיר געוועהן אז די ל"ט מלאכות מיינט ארבעט, אלעס אנדערש איז מותר.

פשט אין פסוק איז אזוי, וביום השביעי תשבות = זאלסטו צושטערן די מלאכה, למען ינוח שורך וחמורך, כדי די בהמה זאל רוען, אויף א מענטש איז נישטא קיין חיוב צו רוען.

ואדרבה, פון למען ינוח זעהט מען אז מנוחה של צער איז קיין מנוחה ניט, אזוי ווי רש"י אויפן פלאץ שרייבט
למען ינוח שורך וחמורך - תן לו נייח להתיר, שיהא תולש ואוכל עשבים מן הקרקע; או אינו אלא יחבשנו בתוך הבית? אמרת: אין זה נייח אלא צער.
ממילא אויב פאר איינעם איז א צער נישט צו נוצן קיין פאון אין שבת הייסט דאס נישט קיין מנוחה לויט רש"י.

פנחסבןאלעזר » דינסטאג אפריל 4, 2023 11:31 pm

· #520769
קהל'ס נער

קענסט זעהן דא אן אריכות וועגן דער טייטש פין ווארט תשבות. עס מיינט דירעקט יא רוהן, און אפילו אויב דו זאלסט יא זיין גערעכט מיט דער טייטש, איז דיין פשט'ל נישט גערעכט, ווייל עס איז פשוט אז מען דארף רוהען אין שבת, צו עס זאל זיין פין תשבות אדער וינפש, אדער אנדערע מקומות, ווי פריער געברענגט פין רמב"ם, און אזוי זאגען אלע ראשונים און אחרונים.

דער אמת איז, אז איך בין אביסל סאפרייזד אויף דער טענה'ריי דא, איז דאס קאווע שטיבל, ווי מען וואנעט זיך טענות של הבל צו מען "מעג" נוצן א פאון שבת? איז באמת דא אזעלכע וואס ווילען נוצן א פאון שבת און פארלאזן זיך אויף די נארישע תירוצים? לבי אומר לי, אז עס איז נישט מער ווי א געים.

שמן למאור » דינסטאג אפריל 4, 2023 11:36 pm

· #520772
פנחסבןאלעזר
שנאמר: ודבר דבר, קל וחומר שלא יהיה טלטול בשבת כטלטול בחול, כדי שלא יהיה כיום חול בעיניו ויבוא להגביה ולתקן כלים מפינה לפינה או מבית לבית או להצניע אבנים וכיוצא בהן, שהרי הוא בטל ויושב בביתו ויבקש דבר שיתעסק בו, ונמצא שלא שבת ובטל הטעם שנאמר בתורה (דברים ה): למען ינוח
לשון הרמב"ם

דיין טענה אז מנוחה ווערט א חיוב בקום ועשה אפילו צו טוהן א מלאכה, איז אקסימאראן. כאילו איינער וויל נישט גנב'נען, טענה'ט ער, איך קען מקיים זיין דער לא תגנוב, נאר אויב איך גנב'ע לכל הפחות וויפיל איך דארף צום לעבן. חסידים גראדע, האבן מתיר געוועהן קלאטשען אין שבת, ווייל שמחה איז א גרעסערע הכרח, אבער דאך איז שמחה א חיוב כללי, נישט דוקא שבת, ממילא נישט אזא דירעקטע סתירה. קאנסערוועטיוו האבן מתיר געוועהן פארן מיט דער קאר אין טעמפל שבת, כדי מען זאל היטען שבת, איז טאקע א סתירה מיניה וביה. חב"ד לאזט אויך קומען מיט דער קאר אין חב"ד הויז שבת. פונקט אזא סתירה. עס דערמאנט פין עבירה לשמה, פין בני יששכר, וואס איז פונקט ווי דער מנחת חינוך פרעגט, וויאזוי קען איינער עובר זיין בל תוסיף לשמה, עס איז דאך נישט קיין מצוה. אפשר ווען ער וואלט געוועהן א חסיד וואלט ער פארשטאנען.

עכ"פ, אפילו אויב דיין מנוחה מיינט נאר ווען דו טוסט מלאכות, איז עס נישט דער גדר פין מנוחה וואס דער תורה האט אראפגעלייגט, לא תעשה מלאכה, נישטא כמעט קיין עשה פין שבת חוץ תשבות, רוהן.
שכח פארן ברענגען די רמב"ם. מיר איז געלעגן אין קאפ די טעם פונעם רמב"ם אזוי ווי ער הייבט אן, עפעס א קל וחומר פון ודבר דבר, איך זע אז ער ענדיגט טאקע צו וועגן מנוחה.

בנוגע וואס דו שטעלסט עס צו צו איינער וואס גנב'עט נאר אביסל און ס'איז כאילו עפעס א סתירה מיניה וביה, האב איך נישט קיין אנונג וואס דו רעדסט. גנב'ענען איז אסור אביסל פונקט ווי אסאך, משא"כ א LED לייט איז בכלל נישט אסור. און אדרבה מען וואלט עס מעגליך געדארפט אנצינדן צו שאפן דעם מנוחה פון שפעטער.

איך קען גראדע הערן אז ס'נישטא קיין חיוב בקום ועשה צו שאפן מנוחה, אבער לויט דיין אפשאצונג אז א פאון איז אסור ווייל עס שטערט מנוחה, וואלט אויך געווען אסור פאר איינער וואס האט נישט קיין מנוחה פון די לאנגע שבת'דיגע דאווענען, צו גיין אין שול. עס וואלט געווען פונקט אזא איסור צו טון סיי וועלכע זאך וואס שטערט מנוחה. כ'מיין אבער אז עס גייט נישט אזוי, וואס די הלכה זאגט אז ס'איז אסור, נאר דאס איז אסור, און אלעס אנדערש איז מותר, אפילו עס שטערט מנוחה. דאס איז געווען מיין עיקר פוינט, די שו"ע איז מגדיר מנוחה, נישט יעדעם לויט זיין אייגענע נערוון. אויב א פאון איז נישט אסור מדינא, דאן קענסטו עס נישט אסר'ן מיט בויך סברות אז דו טראכסט אז עס הייסט נישט קיין מנוחה.

אגב דער קאנסארוואטיוו קומט נישט אין שול מיטן קאר כדי צו היטן שבת, ער קומט אין שול כדי צו דאווענען, און היות דאווענען איז א חיוב כללי איז עס נישט אזא דירעקטע סתירה. אזא עבירה לשמה, פונקט ווי די קלאטשן פונעם חסיד.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג אפריל 4, 2023 11:38 pm

· #520774
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
גיין אין א הייסע מקווה איז בפרהסיה און נוצן די פאון אינטערן דאכענע איז נישט בפרהסיה.

(נישט דורעכגעליינט אלע תגובות דא, קען זיין איינער האט דאס שוין דערמאנט.)

פנחסבןאלעזר » דינסטאג אפריל 4, 2023 11:59 pm

· #520777
כדי צו פארשטיין על מה אנו דנין.
דער אשכול הייבט איר אהן וועגן א פאון.
א פאון האט אין זיך אסאך זאכען וואס קענען זיין אסור מדינא. עלעקטריק, א לייט, עובדא דחול, און נאך.
ווען דו זאגסט על עי די איז גארנישט, מיינסטו אלעס? אפילו דיין לייט אין דיינונג רום? און עלעקטריק איז אויך גארנישט? און עובדא דחול אויך גארנישט (חתם סופר האט עס נישט אנגעהויבן, באבע מעשיות).
אויב די אלע זאכן זענען גארנישט, וויל איך זעהן לענגערע הסברים אדער לכל הפחות לינקען ווי עס שטייט און פארוואס דו האלסט אזוי.
מיין הסבר מיט מנוחה, איז צו געבען א רצון נישט צו וועלען ניצען א פאון שבת, ווייל דער עסענס פין שבת איז מנוחה, און דאס איז קעגען מנוחה.
דו זאגסט אז דו הלכות זענען קובע, נישט "בויך" סברות וועגן מנוחה. און דיינע הלכה'דיגע סברות זענען נישט "בויך" סברות? ווען ווערט דער בויך א פראבלעם, ווען דער בויך איז מיינס?
עלעקטריק איז נישט געוועהן אסור פין דער ערשטע מינוט, אבער ווען מיט דער צייט האט מען איינגעזעהן אז עס איז מבטל דו גאנצע זאך פין שבת, האט מען פין זיך אליין פארשטאנען אז עס דארף זיין אסור.
און ווי פריער דערמאנט בשם ר' אשר ווייס, עס איז דבר פשוט אז א זאך וואס צושטערט א מצוה איז א חלק פין דער מצוה, קען מען זיצען אין סוכה אהן בויען א סוכה? שטייט אין דער תורה אז מען דארף בויען א סוכה? עס איז פשוט. און אזוי איז מיט אלעס. און ביי א פאון אין שבת, אפילו אהן עלעקטריק אהן עובדא דחול וכו', ניץ א פאון אין שבת, און קענסט זאגען גוד ביי פאר שבת.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 5, 2023 12:30 am

· #520780
אויסצוקלארן, דעם אשכול האב איך געעפנט - ווי כ'האב קלאר געשריבן, ווייל איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די מימרות וואס ווערן אזוי אפט געזאגט, ווי למשל אז LED איז נישט קיין פראבלעם, אדער אז עלעקטריק מוטשעט מען זיך צו אסר'ן וכדומה. איך האב טאקע געוואלט אז אנדערע וואס קענען עס גוט זאלן עס אדורכטון. אז איך וואלט געווען אויסגעקאכט דערין וואלט איך געשריבן א תשובה להלכה, נישט געקומען מיט א שאלה.

דו ביסט געקומען אסר'ן, און נישט וועגן דו האסט אויפגעוויזן פארוואס LED איז למעשה יא א פראבלעם, און אויך נישט ווייל דו האסט אויפגעבויט א מהלך פארוואס עלעקטריק איז יא בונה, און אויך נישט ווייל דו האסט מגדיר געווען א גוטע הגדרה איבער וואס עס גייט אריין אינעם גדר פון עובדין דחול, נאר ביסט געגאנגען גראד צו בויך סברות, ס'נישט קיין מנוחה!
אז דו קומסט מיט בויך סברות דאן קען איך אויך קומען מיט בויך סברות, דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט.

אונז זענען כמובן דן איבער איינער וואס האט יא א רצון צו נוצן זיין פאון. אז דו וועסט אים איבערצייגן אז ס'איז טאקע אסור, וועט ער עס נישט טון, אבער אז דו וועסט אים פלעין זאגן אז לדעתך הייסט עס נישט קיין מנוחה, וועט ער דיר זאגן, "אנטשולדיגט, אבער פאר מיר ברענגט עס יא מנוחה". איך נעם ארויס מיין פאון, און איך ליין א שיינע קאווע שטיבל ארטיקל, אין לך מנוחה גדולה מזו. צודען וועסטו אסר'ן צו גיין אין שול פאר איינעם וואס גיין אין ביהמ"ד שטערט אים מנוחה? אוודאי נישט, סאו ס'איז אלעס בלאסע בויך סברות. ער וויל דינען גאט, נישט דיך מיט דיינע בויך סברות.

אויב איז עלעקטריק נישט געווען אסור פון די ערשטע מינוט, דאן וועלכע 'גאנצע זאך פון שבת' איז עס מבטל? שבת איז געבויט אויף הלכות פון וואס איז מותר און וואס איז אסור. אויב איז עס נישט אסור דאן פארוואס איז עס מבטל 'שבת'? עס איז סך הכל מבטל דיין 'פילינג' איבער וואס שבת 'דארף לדעתך צו זיין'. סארי אבער נישט יעדער רעכנט זיך מיט דיין דעת און געפיל.

שערי יושר » מיטוואך אפריל 5, 2023 2:22 am

· #520786
איך בין א פרישע מעמבער דא אין שטיבל, איך בין ערשטוינט און באגייסטערט פון די ניקס דא אין שטיבל איך פיל ווי איך בין נישט ווערד אריינצורעדן מיט מיין באגרעניצטע ידיעות און ארעמע פעדער, אבער איך האב געוואלט מיטיילן א באמערקונג וואס איך האב געמאכט פון מיינע אבוועראציעס דא פונעם פארום.

עס איז נישט קיין סוד אז קאווע שטיבל ווערט פאררעכנט אלס א משכיל'ישע/אפיקורס'ישע וועבזייטל וואס אז מ'שפאצירט אביסל ארום זעהט מען אז יש דברים בגו.

דעי אשכול האט געכאפט מיין אויג אלס א ביישפיל.
דער פותח האשכול קומט מיט א תמימות'דיגע שאלה וואס בפשטות איז עס א גוטע שאלה, עס לאזט זיך פרעגן אז היתכן אז זיך מקוה'נען שבת אין הייסע וואסער איז א גרעסערע פראבלעם וואו ניצן א פאון,

אבער אז מ'טראכט טיפער אריין באמערקט מען די שעדליכע גיפט וואס ליגט אונטער דעם, די ציהל דא איז נישט מברר זיין א שאלה אין הלכות שבת, די תגובה'ס ציל איז צו מאכן אומזיכער דעם ליינער ער זאל באקומען ספיקות אין זיין גאנצע אידענטיטעט, ווערן אומזיכער און צעמישט אין אלעס וואס איז ביי אים הייליג און אנגענומען, די ספיקות ווערעמל קריכט אריין אין קאפ און שאקלט אים אויף, ווייל אויב קען גאר זיין אז דאס וואס איך טוה אלס א פרומקייט פון גיין אין א הייסע מקוה שבת איז מער חילול שבת ווי נוצן א פאון וואס איך באטראכט ממש פון די ל"ט מלאכות, נו אפשר אלעס וואס איך נעם אן אלס הייליג איז גאר די פארקערטע.

און דאס איז די מהלך פון די ליצנים דא אין שטיבל. זיי שרייבן נישט אפענע כפירה ווייל דאס ווערט דאך גלייך אויסגעשפיגן, זיי אטאקירן נישט די פעסטונג מיט פיילן ווייל דאס גייט נישט דורך, אונז האבן באקומען גענוג א גוטע חינוך אז גראב אפן לייקענען אין וואס מיר גלייבן וועט נישט אריינגיין, זיי גראבן לעכער שטילערהייט טיף אונטער די פעסטונג און מאכן וואקעלדיג די פונדאמענט, און נאכדעם צעפאלט ער פון זיין אייגענע וואקלענישן און וואג.

די שאלה איז נאך אפילו נישט פארענטפערט, קיינער איז נאכנישט געקומען מיט א הלכה'דיגע תשובה, אבער די דעמעדזש איז שוין געמאכט געווארן טיף טיף אינעם הינטערשטן חלק פונעם מח.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 5, 2023 3:04 am

· #520789
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר. דא געפינען זיך אידן וואס ערלויבן זיך צו ניצן די אייגענע שכל, און טראכטן אנדערש ווי דער המון עם עמך איד. אז טראכטן מאכט דיר שאדן, דאן קענסטו גיין קיין אייוועלט, טאקע פארדעם איז דא דארטן אזא שטארקע צענזור.

קיין כפירה ווערט נישט דערמאנט אין דעם אשכול. סך הכל קענסטו באקומען ספיקות אין קאפ אויף די אויסגעהאלטנקייט פון די 'חרדישע' מהלך החיים, און דאס איז טאקע די ציל. איינער וואס האט נאר צוויי אויגן אין קאפ און יש לו מוח בקדקדו, זעט גלייך אז אונזער גאנצע סיסטעם איז טיף קארופטירט. באשעפער און תורה איז פיל מאל בלויז א קרדום לחפור בו צו ערפילן די אגענדעס און תאוות פון די ראשי העדה. אז דו האלסט זיך געטריי צום פעור, דאן ליין טאקע נישט דא, גיי צוריק צום הייליגן רבינס טיש, גיי עס געפילטע פיש מיט דזשורמס, און שעפ הויפענעס יראת שמים. אולי וועט קוקן אויף די הייליגע צורה פונעם רבין, אויסמעקן דיינע טמא'נע מחשבות וואס דו האסט באקומען פון ליינען די אשכול...

ווי האט מיר נאר איינער געזאגט.. די פראבלעם מיט די משכילים איז געווען אז זיי זענען נאך געווען גערעכט אויך! מען האט זיי נישט געקענט געהעריג אפווענדן. פארשטייסטו מיר, דו ווילסט זיין גערעכט אדער דו ווילסט זיין א חלק פון די 'חסידישע עולם'.

סתם לידיעה בעלמא, כמעט אלע פון די קאווע שטיבל שרייבערס זענען ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות, זיי זענען נאר זעלבסטשטענדיגע טראכטער און פראבירן אסאך מאל צו זען וואס די תורה און באשעפער זאגט ווי איידער וואס דו סיסטעם מיט זייער פירערס האבן ארויסצוגרעבסן.

שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 5, 2023 3:23 am

· #520790
איך האב שוין גראדע אדורכגעטון די נושא נאך פאר איך האב געהאט די נסיון צו נוצן מיין פאון אום שבת... נאך אין די טעג וואס איך בין געזעסן און געפילעווט אין הלכות שבת ווען איך האב געהערט ר ש.י.ר. שרייען אין בית מדרש "עס זענען דא יונגעלייט וואס זענען מחללי שבת זיי ניצן זייער פאון אים שבת..."

איך בין נישט קיין פוסק הדור, אבער באזירט אויף שעות פון מברר זיין און נאכקוקן אלע מפרשים ארום די נושא איז עס קיין דאורייתא זיכער נישט (א חוץ אז דו וועסט אננעמען בונה פון חזון איש וואס מיר פסק'ענען נישט ווי אים, און אויך וועסטו מוזען זאגן אז ער וואלט אויך אזוי געהאלטן ביי בעטערי געטריבענע זאכן).

די טענה פון אש איז נישטא ביי רוב היינטיגע כלים חוץ פון ווי די ווייערס ווערן געניצט הייס עס זאל זיך דערקענען א פונק.
די טענה פון כתיבה איז בפשטות אויך אנגענומען אז עס איז נישט שייך ווייל עס ווערט נישט געשריבן נאר אין ביינערי קויד וואס דאס אליין איז אויך נאר מיליאנען מיקרא סוויטשעס.

לגבי עובדא דחול אדער מוקצה ווערט שוין א טיפערע קשיא ויש צדדים לכאן ולכאן, און יעדער זאל זיך ציען זייער אייגענע מיינונגען.

שערי יושר » מיטוואך אפריל 5, 2023 3:40 am

· #520792
שמן למאור
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר.
מיין פלאץ איז יא דא, כאב נאר געוואלט אביסל אויסשמועסן די ציהל פון דיין אשכול.

פנחסבןאלעזר » מיטוואך אפריל 5, 2023 7:42 am

· #520795
שמן למאור
אויסצוקלארן, דעם אשכול האב איך געעפנט - ווי כ'האב קלאר געשריבן, ווייל איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די מימרות וואס ווערן אזוי אפט געזאגט, ווי למשל אז LED איז נישט קיין פראבלעם, אדער אז עלעקטריק מוטשעט מען זיך צו אסר'ן וכדומה. איך האב טאקע געוואלט אז אנדערע וואס קענען עס גוט זאלן עס אדורכטון. אז איך וואלט געווען אויסגעקאכט דערין וואלט איך געשריבן א תשובה להלכה, נישט געקומען מיט א שאלה.

דו ביסט געקומען אסר'ן, און נישט וועגן דו האסט אויפגעוויזן פארוואס LED איז למעשה יא א פראבלעם, און אויך נישט ווייל דו האסט אויפגעבויט א מהלך פארוואס עלעקטריק איז יא בונה, און אויך נישט ווייל דו האסט מגדיר געווען א גוטע הגדרה איבער וואס עס גייט אריין אינעם גדר פון עובדין דחול, נאר ביסט געגאנגען גראד צו בויך סברות, ס'נישט קיין מנוחה!
אז דו קומסט מיט בויך סברות דאן קען איך אויך קומען מיט בויך סברות, דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט.

אונז זענען כמובן דן איבער איינער וואס האט יא א רצון צו נוצן זיין פאון. אז דו וועסט אים איבערצייגן אז ס'איז טאקע אסור, וועט ער עס נישט טון, אבער אז דו וועסט אים פלעין זאגן אז לדעתך הייסט עס נישט קיין מנוחה, וועט ער דיר זאגן, "אנטשולדיגט, אבער פאר מיר ברענגט עס יא מנוחה". איך נעם ארויס מיין פאון, און איך ליין א שיינע קאווע שטיבל ארטיקל, אין לך מנוחה גדולה מזו. צודען וועסטו אסר'ן צו גיין אין שול פאר איינעם וואס גיין אין ביהמ"ד שטערט אים מנוחה? אוודאי נישט, סאו ס'איז אלעס בלאסע בויך סברות. ער וויל דינען גאט, נישט דיך מיט דיינע בויך סברות.

אויב איז עלעקטריק נישט געווען אסור פון די ערשטע מינוט, דאן וועלכע 'גאנצע זאך פון שבת' איז עס מבטל? שבת איז געבויט אויף הלכות פון וואס איז מותר און וואס איז אסור. אויב איז עס נישט אסור דאן פארוואס איז עס מבטל 'שבת'? עס איז סך הכל מבטל דיין 'פילינג' איבער וואס שבת 'דארף לדעתך צו זיין'. סארי אבער נישט יעדער רעכנט זיך מיט דיין דעת און געפיל.
בקיצור, די קענסט נישט די הלכות גענוג צו זאגען א דעה, אבער דו ווייסט צו זאגען אז א פאון איז אקעי. און, אז וואס איך זאג איז א בויך סברא. און ממילא מעגסטו אויך זאגען בויך סברות!!! עלובה עיסה וכו'. עכ"פ וואס דו זאגסט איז זיכער אפילו לדבריך בויך סברות.
לדעתי האב איך גוט מסביר געוועהן וואס איך זאג, דיר איז עס א פראבלעם, ווייל דיין סוף פסוק מוז זיין אז א פאון איז אקעי, אזוי אפשר וועט עס קאלט מאכען ביי נאך א איד שבת קודש.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 5, 2023 8:49 am

· #520797
איך האב ערגעץ דא מתיר געווען א פאון אום שבת?? וואס האקסטו א קאפ?? וואס רייכערסטו מיין פריינט?? די גאנצע אשכול איז געשריבן געווארן טאקע ווייל איך ווייס נישט! דערווייל לויט ווי שיף די 'אוסרים' קומען אריין זעט עס טאקע נישט אויס צו זיין צו הארב, אבער ווידער.. האב איך שוין ערגעץ אפגע'פסק'נט?

נישט נאר לדעתך האסטו גוט מסביר געווען וואס דו זאגסט, נאר אויך לדעתי. האסט טאקע זייער גוט מסביר געווען 'וואס דו זאגסט', די גרויסע פראבלעם איז אז דו האסט גערעדט געשוואלענע טיפשות, בויך וויי סברות.

ווען איך רעד בויך סברות (צו קאונטערן 'יענעמס' בויך סברות) ווייס איך כאטש דערפון. איך האב זייער גוט מסביר געווען אויבן פארוואס ס'איז א פשוטע בויך סברה געבויט אויף גארנישט, אויף הלכה זיכער נישט.

אז דו ווילסט מיר, אדער סיי וועמען דא איבערצייגן אז א פאון איז אסור, דאן רעד הלכה, נישט גארבידזש. דא איז נישט קיין כולל אברכים, ווי דער ראש כולל קען קרימען מיטן נאז און קרעכצן "עהה עס פאסט נישט... ס'מאכט קאלט דעם שבת.." און אלע לעמעלעך שאקלען מיטן קאפ אין א קענטיגע התפעלות. סארי

פנחסבןאלעזר » מיטוואך אפריל 5, 2023 4:31 pm

· #520838
גיב ארויס דיינע קאלירען, באהאלט גארנישט מיין פריינד. א שאד א שאד.
ווען דיין פתיחה וואלט געוועהן אין שמייכעל וואלט עס אפשר אויך געווען גוט אויף שושן פורים. דו מיינסט עס נעבעך נאך ערענסט אויך. רחמנות.

פנחסבןאלעזר » מיטוואך אפריל 5, 2023 5:32 pm

· #520842
אפשר אז דער רמב"ם איז נישט גענוג, אפשר פין טשעט גפ"ט איז עס בעסער. א חידוש אז דער גפ"ט האט דער זעלבע בויך סברות ווי מיר.
📎 Screenshot_20230405_172819_Chrome.jpg

קהל'ס נער » מיטוואך אפריל 5, 2023 6:25 pm

· #520846
ס'בכלל נישט אינטעריסאנט צי זיך טענה'ן מיט דיר, ווייל די האסט שוין אפגעמאכט וואס די האלטסט נאך פארן אויסהערן צדדים.
קיינער דא (אחוץ דו) שרייט נישט "קבלו דעתי", סה"כ ברעינגט מען ארויס נאך א צד אלץ א נקודה למחשבה, קומסטו און שרייסט שייגעץ, אמת'ע קאלירן, וכו'
איז לאמיר קלאר מאכן די מעיגסט האלטן וואס די ווילסט און קיינער צווינגט נישט ארויף קיין מיינונגען, אדרבא די מטרה דא איז אז יעדער זאל אליין טראכטן און ציען אייגענע מסקנא'ס, אבער טאמער ווילסטו דעבאטירן, און מען זאל דיר האלטן פאר א לעג'יט ניק און נישט פאר קיין טראול, מיזטו ענטפערען צום זאך, און אויפהערן ווארפן טענטראמ'ס, ווען איינער זאגט עפעס וואס איז אנדערש ווי די ביסט ציגעוואוינט.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 5, 2023 6:56 pm

· #520847
פנחסבןאלעזר
גיב ארויס דיינע קאלירען, באהאלט גארנישט מיין פריינד. א שאד א שאד.
ווען דיין פתיחה וואלט געוועהן אין שמייכעל וואלט עס אפשר אויך געווען גוט אויף שושן פורים. דו מיינסט עס נעבעך נאך ערענסט אויך. רחמנות.
בידי איז דיר צו פארמעקן מיט מיינע שריפטשטעלער רעכטן, אבער כ'בין זייער קעגן סעסנסערשיפ, און איך וויל אויך אז דער עולם זאל זען אז ביי דעם ביסטו געבליבן, מיט קינדערגארטן שפעטערייען. אזא פנים האבן די 'אוסרים', נעריש און ערפינדלעך אן קיין לעגאטימע ארגומענטן, און סך הכל קענסטו שרייען בויך סברות און האקן קאפ אין וואנט. כ'האף אז אויב איז עס אסור, קענען די אוסרים טון א בעסערע דזשאב ווי דיר. ביי מיר האסטו נאר קעלטער געמאכט דעם איסור פון ניצן א פאון אום שבת.

כ'האף נאר אז ווען דיינע קינדער וועלן דיר פרעגן אזעלכע קשיות, וועסטו זיי נישט ענטפערן אזעלכע תירוצים, ווייל אויב יא וועסטו האבן קינדער מחללי שבתות, אחוץ טאמער וועסט האבן קינדער וואס זענען פונקט אזוי איגנערענט ווי דיר.

שמן למאור » מיטוואך אפריל 5, 2023 7:08 pm

· #520848
פנחסבןאלעזר
אפשר אז דער רמב"ם איז נישט גענוג, אפשר פין טשעט גפ"ט איז עס בעסער. א חידוש אז דער גפ"ט האט דער זעלבע בויך סברות ווי מיר.
פלוצלונג האסטע פארגעסן וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, דער גרויסע 'תלמוד חכם' דארף צוקומען צו טשעט גפ"ט...

דער רמב"ם -ווי שוין אויבן געשריבן, קענסטו נישט ניצן, ווייל אויף יעדע זאך קענסטו זיך טענה'ן צו ס'איז מנוחה אדער נישט, ולאו כל האצבעות שוות. כ'האב עס שוין אויבן געשריבן אבער 'הוא בשלו'.. כאילו נישט צו דיר רעדט מען. כ'האף אז דיין חברותא אין כולל הערסטו יא אויס.

און לגופו של דבר, חכם איינער, האסט אריינגעטייפט א שאלה 'פארוואס ארטאדאקסן טוען עס'.. האט ער דיר געגעבן די אנגעגעבענע סיבות.. דאס ווייסן מיר אויך. די אלע זאכן האבן מיר און אנדערע שוין ארויפגעברענגט, די שאלה איז צו די אלע סברות זענען טאקע לעגאטים, צו אונז נעמען טאקע אן אז עלעקטריק איז בונה, צו ס'איז טאקע א כתיבה, וכדומה.

אבער עס זעט בכלל נישט אויס אז ס'נאך דא מיט וועמען צו רעדן דא. דיין רעפוטאציע פון א נארמאלן ניק וואס זיכט צו פירן א נארמאלן דוסקוסיע און צוקומען מיט א אפנקייט צו א מסקנה, האסטו שוין פארלוירן. ס'איז א שאד צו שטיין אין ווארט מיט דיר.

אז דו ווילסט ווייטער פירן א נארמאלן שמועס, נעם דיר צייט איבער יום טוב, לערן אביסל די סוגיות, און קום מיט א נארמאלן בירור הלכה, אז נישט איז א שאד מיין צייט און דיין צייט צוגלייך.

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 8, 2023 9:20 pm

· #520851
הרב שמן אפשר געסטו מיר דיין נאמבער, איך האב אסאך שאלות דיר צו פרעגן, אויך האבן מיינע קינדער אסאך שאלות און איך ווייס זיי נישט וואס צו ענטפערן,
אבער איין זאך טו מיר צוליב, ווען איך פרעג דיר די שאלות וויל איך נישט אז קהל'ס נער זאל שטיין אין געגנווארג, ס'איז פריוואטע שאלות

שערי יושר » מוצ"ש אפריל 8, 2023 9:24 pm

· #520852
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איר דארפט פאררעכטן די קעפל צו "פאונס אין שבת להלכה" איך פארשטיי נישט וואו מקוה קומט אריין אין בילד?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

שמן למאור » מוצ"ש אפריל 8, 2023 10:17 pm

· #520855
שעפטאל
הרב שמן אפשר געסטו מיר דיין נאמבער, איך האב אסאך שאלות דיר צו פרעגן, אויך האבן מיינע קינדער אסאך שאלות און איך ווייס זיי נישט וואס צו ענטפערן,
אבער איין זאך טו מיר צוליב, ווען איך פרעג דיר די שאלות וויל איך נישט אז קהל'ס נער זאל שטיין אין געגנווארג, ס'איז פריוואטע שאלות
מיין אישי איז אפן.

הקטן » מוצ"ש אפריל 8, 2023 10:24 pm

· #520856
געדאנקן
איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא ניצט טאקע די פאון אום שבת.
איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא איז מקפיד נישט צו ניצען א הייסע מקווה אום שבת

יעקב מעקסוועל » זונטאג אפריל 9, 2023 1:25 am

· #520868
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
הקטן
געדאנקן
איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא ניצט טאקע די פאון אום שבת.
איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא איז מקפיד נישט צו ניצען א הייסע מקווה אום שבת
איך נוץ לפחות איין פון די צוויי אין שבת...

דובעלע » זונטאג אפריל 9, 2023 7:07 pm

· #520932
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
ר׳ שמן, דיין שאלה איז נישט לגבי מותר און אסור, סאיז א פאנדעמענטאל שאלה
דער אייבערשטער האט געגעבן א תורה מיט אביסל מצות און עבירות און זייט דעמאלטס האט עס עוואלווד, דע תורה שטייט לא תבערו אש, האט מען צוגעלייגט יארן שפעיטער לט מלאכות, נאכדעים האט מען צוגעלייגט תולדות און תולדות דתולדות….

וואס דער באשעפער האט אונז געהייסן און וואס אונז טומער היינט האט נישט צו שטארק צוטוען איינס מיטן צווייטע, לדוגמה דער תורה זאגט קאכטס נישט א ציגעלע און זיין מאמעס מילך (וועיגן אכזריות), איז ארויסגעדרינגן אז מען דארף ווארטן זעקס שעה פון ווען מען עסט טשיקן צו מילכיגס, צו איז דער באשעפער געוועין הייזעריג צו שרייבן דעיס?! ער האט נישט געהאט גענוג אינק?! ער האט געקענט שרייבן דער פסוק דריי מאל און די תורה.. נאר וואס דען יעדע פאר דורות לייגט מען צו איסורים מיט הלכות און מען בלעימט עפעס א פריעדיגע איסור וואס מען קען כמעט עס צוגלייכן צו דע זאך וואס מען וויל אסרן..

צוריק צו דיין שאלה, א פאן איז נישט בונה… דער באשעפער איז גענוג מעכטיג און איז נישט לימעטעד צו רופן ניצן א פאן שבת בונה, בונה מיינט בונה. נאר וואס דען, און די ענוואלוומענט פון די תורה/ יודישקייט איז עס אסור, במילא איז נישט נוגע קיין שום הסבר אדער דרש…

שמן למאור » זונטאג אפריל 9, 2023 7:42 pm

· #520935
דובעלע

דו שרייבסט דא ריין כפירה, כ'ווייס נישט צו באונס צו ברצון, זאלסט נאר וויסן וואס דו שרייבסט דא. אוודאי האבן די חכמים אין יעדן דור ציגעלייגט געוויסע זאכן, אבער דו לייקנסט דא אין עצם תורה שבעל פה.

ל"ט מלאכות, און בשר (בהמה) בחלב איז טאקע נישט קיין אפענע פסוקים, אבער ס'איז א חלק פון תורה שבעל פה וואס מיר דארפן גלייבן אז דאס איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני צוזאמען מיט די תורה שבכתב, און די אידן האבן זיך שוין אזוי געפירט א טאג נאך מעמד הר סיני.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג אפריל 9, 2023 9:13 pm

· #520938
ווער ס׳וויל עס מברר זיין לעומקה של הלכה אשרי לו (און נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט דו שטייסט דא אינעם געפילדער, פארגעס נישט אז ׳תורה הוא, וללמוד אני צריך׳...)

נאר אפילו, לאמיר זאגן אז ס׳שטעלט זיך ארויס להיתר, ווילעך נאר מעורר זיין אז די געדאנק פון ׳הלכה ואין מורין כן׳ איז נישט קיין נייע זאך, ואולי האבן די גדולי אחרונים האוסרים נאך געהאט דעם אחריות אויפן דור אוועקצושטעלן דעם טאָן וויאזוי צו באהאנדלן עלעקטריק בשבת.

און ס׳איז אונזער פליכט מיטציגיין מיט די הוראות וואס איז אנגענומען געווארן... ופוק חזי מאי עמא דבר.

דובעלע » זונטאג אפריל 9, 2023 9:19 pm

· #520940
שמן למאור
דו שרייבסט דא ריין כפירה, כ'ווייס נישט צו באונס צו ברצון, זאלסט נאר וויסן וואס דו שרייבסט דא. אוודאי האבן די חכמים אין יעדן דור צוגעלייגט געוויסע זאכן, אבער דו לייקנסט דא אין עצם תורה שבעל פה.

ל"ט מלאכות, און בשר (בהמה) בחלב איז טאקע נישט קיין אפענע פסוקים, אבער ס'איז א חלק פון תורה שבעל פה וואס מיר דארפן גלייבן אז דאס איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני צוזאמען מיט די תורה שבכתב, און די אידן האבן זיך שוין אזוי געפירט א טאג נאך מעמד הר סיני.
און ווי ענדיקט זיך תורה שבעל פה? ביז ניצן א טעלעפאן שבת?
תורה שבעל פה האלט זיך אינמיטן עוואלווען.

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 9, 2023 9:50 pm

· #520943
תורה שבע"פ איז געגעבן געווארען אויפן הר סיני, וואס איז נישט געזאגט געווארן דארט איז נישט תורה שבעל פה, נאר ס'גייט אריין אין איסור בל תוסיף.
בשעת די בית המקדש איז געשטאנען האבן די בית דין צוגעלייגט גזירות צו די תורה, ומשנחרב בית המקדש ובטלה הבית דין קען מער נישט צולייגן קיין גזירות צו די תורה.
עד כאן מוסכם לכולי עלמא. קיין איין תנא, אמורא, ראשון אדער אחרון האט נאך נישט צוגעלייגט קיין גזירות צו די תורה ווייל מען קען נישט.

ממילא אז מען וויל מאכן נייע הלכות מיט א תורה'דיגע וועג קען מען מאכן:
1. תקנות, דהיינו א רב האט א כח צו לייגן תקנות אויף זיין אייגן שטאט, און ס'דארף נישט זיין באגרינדעוועט אויף גארנישט.
2. דערשרעקן, דהיינו "צוואת ר' יהודה החסיד" און "חרם דרבינו גרשום", וואס כאטשיג הלכה'דיג האבן זיי נישט קיין האפט האבן זיי אפגעשראקן די עולם, אדער היינטיגע צייטן מען ווארפט ארויס די קינדער פון מוסד.
3. אריינקוועטשען, דהיינו מען באשאפט א נייע הלכה דערנאך גייט מען זוכען א מקור דערפאר, און מען וועט אריינקוועטשען די נייע הלכה אין די אלטע מקור מיט א שיך לעפל מען וועט שטיפן און שטיפן ביז ער איז אין די מקור, דאס האט זיך אנגעהויבן ביים חתם סופר און זייט דעמאלטס איז עס געווארען א פאפולערע מהלך הלימוד צו ערשט אויפקומען מיט א הלכה און דערנאך טרעפן א מקור.

עד כאן פאקטן וואס קיינער קריגט נישט דערויף, אפילו חרידיזם אליין איז מודה אז "די גרויסקייט פון חתם סופר איז אז ער האט געקענט אריינלערנען" דהיינו אריינלערנען א נייע הלכה אין א מקור.

יעצט הכר נא למי החותמת, אין וועלכע פון די גייט אריין אז א פאון איז אסור שבת צוליב בונה, און צי אזא מקור הייסט תורה שבעל פה אדער אויפגעמאכט א הלכה און אריינגעשטופט אין א מקור.

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 9, 2023 10:07 pm

· #520946
סאיז גראדע אינטערסאנט פארוואס מען האט נישט גאסר'ט שרייבן אויפן פאן חול המועד אלטס איסור פון כתיבה הייסט די רבנים זענען מודה אז סהייסט נישט געשריבן....

שעפטאל » זונטאג אפריל 9, 2023 10:38 pm

· #520948
שערי יושר
שמן למאור
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר.
מיין פלאץ איז יא דא, כאב נאר געוואלט אביסל אויסשמועסן די ציהל פון דיין אשכול.
האב נישט מורא פון די פאר בעלי גאוה'ת, זאג וואס דו האסט צו זאגן און שרייב וואס דו האסט צו שרייבן, און ווען איינער וואס האט אסאך ידיעות באפאלט דיר מיינט דאס נאך נישט אז ער איז גערעכט, אפילו ווען אפאר אנדערע נארנים לייגן צו זייערע גאונות

הקטן » זונטאג אפריל 9, 2023 10:47 pm

· #520951
שעפטאל
האב נישט מורא פון די פאר בעלי גאוה'ת, זאג וואס דו האסט צו זאגן און שרייב וואס דו האסט צו שרייבן, און ווען איינער וואס האט אסאך ידיעות באפאלט דיר מיינט דאס נאך נישט אז ער איז גערעכט, אפילו ווען אפאר אנדערע נארנים לייגן צו זייערע גאונות
לדעתי איז "דיין פלאץ איז נישט דא", "קענסט גיין קיין אייוועלט" מער צענזור און מער בעביש וואו די אייוועלט מעקעריי

הקטן » זונטאג אפריל 9, 2023 10:55 pm

· #520954
דובעלע
ר׳ שמן, דיין שאלה איז נישט לגבי מותר און אסור, סאיז א פאנדעמענטאל שאלה
דער אייבערשטער האט געגעבן א תורה מיט אביסל מצות און עבירות און זייט דעמאלטס האט עס עוואלווד, דע תורה שטייט לא תבערו אש, האט מען צוגעלייגט יארן שפעיטער לט מלאכות, נאכדעים האט מען צוגעלייגט תולדות און תולדות דתולדות….
נישט ממש א יעדער שטימט מיט מיט דיינע פאקטן, ס'דא וואס קען זיין האבן אזוי געהאלטן

שמן למאור » זונטאג אפריל 9, 2023 10:56 pm

· #520955
בְּתוֹךְ עַמִּי
ווער ס׳וויל עס מברר זיין לעומקה של הלכה אשרי לו (און נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט דו שטייסט דא אינעם געפילדער, פארגעס נישט אז ׳תורה הוא, וללמוד אני צריך׳...)

נאר אפילו, לאמיר זאגן אז ס׳שטעלט זיך ארויס להיתר, ווילעך נאר מעורר זיין אז די געדאנק פון ׳הלכה ואין מורין כן׳ איז נישט קיין נייע זאך, ואולי האבן די גדולי אחרונים האוסרים נאך געהאט דעם אחריות אויפן דור אוועקצושטעלן דעם טאָן וויאזוי צו באהאנדלן עלעקטריק בשבת.

און ס׳איז אונזער פליכט מיטציגיין מיט די הוראות וואס איז אנגענומען געווארן... ופוק חזי מאי עמא דבר.
כ'האב געוואלט לייקן דיין תגובה, כיון שהגעתי צום לעצטן פעראגראף דיינע, האב איך נישט געקענט לייקן.

שמן למאור » זונטאג אפריל 9, 2023 11:11 pm

· #520956
הקטן
שעפטאל
שערי יושר
שמן למאור
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר.
מיין פלאץ איז יא דא, כאב נאר געוואלט אביסל אויסשמועסן די ציהל פון דיין אשכול.
האב נישט מורא פון די פאר בעלי גאוה'ת, זאג וואס דו האסט צו זאגן און שרייב וואס דו האסט צו שרייבן, און ווען איינער וואס האט אסאך ידיעות באפאלט דיר מיינט דאס נאך נישט אז ער איז גערעכט, אפילו ווען אפאר אנדערע נארנים לייגן צו זייערע גאונות
לדעתי איז "דיין פלאץ איז נישט דא", "קענסט גיין קיין אייוועלט" מער זענזאר און מער בעביש וואו די אייוועלט מעקעריי
מעקן איז נישט זענזאר (איינער ווייסט וואס דאס מיינט??) אדער בעביש (און וואס די העק איז דאס??, אפשר האסטו געמיינט צו שרייבן צענזור און בעיבי'איש? אז דו שרייבסט אזא קורצע תגובה מעגסטו כאטש זיכער מאכן אז ס'איז גוט געספעלט און מען קען פארשטיין וואס דו זאגסט. אזוי פיל דרך ארץ און נימוס מעגסטו נאך האבן מיט די מענטשן וואס דו פירסט דא א שמועס מיט זיי).

מעקעריי איז א סכנה פאר די סערווייוועל פון די בעסערע וואוילזיין פון די מענטשהייט. נאר מיט צענזור און מעקעריי א.ד.ג. קען אנגיין א נאורט קארעא, א פוטין רעזשים, און א פארקריפלטע חסידים סעסייעטי. ווערטער און וויסנשאפט איז די גרעסטע שונא פון סיי וועלכע פארמאכטע קולט, דיקטאטורשאפט, מלוכה א.א.וו. און טאקע וועגן דעם איז עס ביי זיי אזוי וויכטיג צו קאנטראלירן. בעיבי'אישקייט גייט מיר אן א רעטיך, צענזור און מעקן איז וואס איך פארכט מיר ווי פונעם טויט.

אז איינער לעבט אין נארט קארעא און קען נישט פארנעמען די פרעמדע וויסנשאפט וואס דרינגען אריין פונדרויסן וואס לאזן אים וויסן אז קים יאנג אן איז א בלוטדארשטיגע מערדער, דאן זאל ער טאקע אפשר אויפהערן צו ליינען די מערב וועלט פראפעגאנדע. ער וועט האבן א בעסערע לעבן גלייבנדיג אז קים איז א לייטזעליגן גאט.

שוין, כ'האב גענוג גערעדט, והמבין יבין.

דובעלע » זונטאג אפריל 9, 2023 11:15 pm

· #520957
שמן למאור
דו שרייבסט דא ריין כפירה, כ'ווייס נישט צו באונס צו ברצון, זאלסט נאר וויסן וואס דו שרייבסט דא. אוודאי האבן די חכמים אין יעדן דור ציגעלייגט געוויסע זאכן, אבער דו לייקנסט דא אין עצם תורה שבעל פה.

ל"ט מלאכות, און בשר (בהמה) בחלב איז טאקע נישט קיין אפענע פסוקים, אבער ס'איז א חלק פון תורה שבעל פה וואס מיר דארפן גלייבן אז דאס איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני צוזאמען מיט די תורה שבכתב, און די אידן האבן זיך שוין אזוי געפירט א טאג נאך מעמד הר סיני.
כ'פארשטיי נישט...
אויב ווי דו זאגסט, קומט אויס אז בשעת מתן תורה האט דער באשעפער געזאגט סיי וועגן גדי בחלב אמו און סיי וועגן בשר וחלב, יא?

אויב אזוי פארוואס נישט שרייבן קלאר אין די תורה "לא תאכלו בשר וחלב"? פארוואס פעלט אויס צו שרייבן דריי מאל לא תבשל גדי און ארויסדרינגען פון דעם בשר וחלב?

דובעלע » זונטאג אפריל 9, 2023 11:22 pm

· #520959
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
שריי נישט יעצט אז סגרעיניץ זיך מיט כפירה.. במילא בין איך אפגעפרעגט און מען טאר נישט טראכטן…

אונז זעמער עדאלטס און מען מעיג מאכן סענס פון זאכן… א חוץ אויב סענס איז כפירה

שערי יושר » זונטאג אפריל 9, 2023 11:24 pm

· #520960
דובעלע
שריי נישט יעצט אז סגרעיניץ זיך מיט כפירה.. במילא בין איך אפגעפרעגט און מען טאר נישט טראכטן…

אונז זעמער עדאלטס און מען מעג מאכן סענס פון זאכן… א חוץ אויב סענס איז כפירה
דאס איז די אלטע אזיאטישע וועג מען געט א שריי כפירה און יענער ווערט אפגעפרעגט.

שערי יושר » זונטאג אפריל 9, 2023 11:32 pm

· #520964
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
.

קהל'ס נער » מאנטאג אפריל 10, 2023 12:01 am

· #520967
דובעלע
כ'פארשטיי נישט...
אויב ווי דו זאגסט, קומט אויס אז בשעת מתן תורה האט דער באשעפער געזאגט סיי וועגן גדי בחלב אמו און סיי וועגן בשר וחלב, יא?

אויב אזוי פארוואס נישט שרייבן קלאר און די תורה לא תאכלו בשר וחלב? פארוואס פעלט אויס דריי מאל צו שרייבן לא תבשל גדי און ארויסדרינגען פון דעם בשר וחלב?
זייער א גוטע קושיא דאס.
און טאקע פאר די סיבה האבן צדוק און ביתוס געלייקנט אין תורה שבעל פה, אבער אונז פרושים (יהודים רבניים) האלטן אז די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהם איז נמסר לנו מסיני, מילא די דרשות זענען פונקט אזא דאורייתא, איי פארוואס קען דער אייבערשטער נישט רעדן נארמאל לא תאכל בשר בחלב, קשיא.

שעפטאל » מאנטאג אפריל 10, 2023 12:08 am

· #520968
הקטן
שעפטאל
שערי יושר
שמן למאור
שעפעלע טייערע, לויט ווי עס זעט מיר אויס, איז דאס פלאץ נישט געמאכט פאר דיר.
מיין פלאץ איז יא דא, כאב נאר געוואלט אביסל אויסשמועסן די ציהל פון דיין אשכול.
האב נישט מורא פון די פאר בעלי גאוה'ת, זאג וואס דו האסט צו זאגן און שרייב וואס דו האסט צו שרייבן, און ווען איינער וואס האט אסאך ידיעות באפאלט דיר מיינט דאס נאך נישט אז ער איז גערעכט, אפילו ווען אפאר אנדערע נארנים לייגן צו זייערע גאונות
לדעתי איז "דיין פלאץ איז נישט דא", "קענסט גיין קיין אייוועלט" מער זענזאר און מער בעביש וואו די אייוועלט מעקעריי
רבי לעבן, בארואיג דיר הכול בסדר,
(מען זעט אויף דיין שרייבן אז איך האב דיר ארויסגענומען פון די כלים)

שמן למאור » מאנטאג אפריל 10, 2023 12:59 am

· #520977
דובעלע
שריי נישט יעצט אז סגרעיניץ זיך מיט כפירה.. במילא בין איך אפגעפרעגט און מען טאר נישט טראכטן…

אונז זעמער עדאלטס און מען מעיג מאכן סענס פון זאכן… א חוץ אויב סענס איז כפירה
מעגסט זיין א כופר, זאלסט זיך נאר נישט נער'ן אז דו פארסט דא מיט א מהלך וואס איז על פי תורה -אזוי ווי ס'האט אויסגעזען פון דיינע רייד.

שפילער » מאנטאג אפריל 10, 2023 1:23 am

· #521000
שעפטאל

רבי לעבן, בארואיג דיר הכול בסדר,
(מען זעט אויף דיין שרייבן אז איך האב דיר ארויסגענומען פון די כלים)
איך מיין איר זענט צומישט , איר האט נישט פארשטאנען פארקערט @הקטן האט זיך אנגענימען פאר דיר נישט פארקערט

יעקב מעקסוועל » מאנטאג אפריל 10, 2023 1:44 am

· #521003
דובעלע
שריי נישט יעצט אז סגרעיניץ זיך מיט כפירה.. במילא בין איך אפגעפרעגט און מען טאר נישט טראכטן…

אונז זעמער עדאלטס און מען מעיג מאכן סענס פון זאכן… א חוץ אויב סענס איז כפירה
די נקודה איז נישט צו דו ביסט יא אדער נישט קיין כופר. די גאנצע שמועס דא איז איבער איסורים און היתרים לויט די פארשפרייטע ארטאדאקסישע אידישקייט.

אויב דו ווילסט רעדן אויב די פארשפרייטע אידישקייט איז גוט, אדער די היסטאריע איבער דעם, עפן אויף א נייעס אשכול. (איך מיין עס גייט זיין גאר אינטערסאנט).

town1 » מאנטאג אפריל 10, 2023 3:40 am

· #521007
טייערע אידן אין אמעריקא היט שבת וועט אייך גוט זיין.

https://www.youtube.com/watch?v=U8_mSKc3YfY

שערי יושר » מאנטאג אפריל 10, 2023 4:07 am

· #521008
town1
טייערע אידן אין אמעריקא היט שבת וועט אייך גוט זיין.

https://www.youtube.com/watch?v=U8_mSKc3YfY
שמן-למאור דעס מעגסטו אויסמעקן, סתם אריינגעוואפן א לינק שלא מן הענין

פנחסבןאלעזר » מאנטאג אפריל 10, 2023 2:31 pm

· #521032
אבער עס זעט בכלל נישט אויס אז ס'נאך דא מיט וועמען צו רעדן דא. דיין רעפוטאציע פון א נארמאלן ניק וואס זיכט צו פירן א נארמאלן דוסקוסיע און צוקומען מיט א אפנקייט צו א מסקנה, האסטו שוין פארלוירן. ס'איז א שאד צו שטיין אין ווארט מיט דיר.
איך וואלט אפשר גענומען צייט צו שרייבען א קלארע בירור, דו סטראשעסט אבער מיט שריפטשטעלער רעכטען, איז פארוואס דער יגיעה?
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אויף דיר קיין דברי זלזול, אבער דו הערסט נישט אויף צו ניצען דער אלטע טאקטיק פין קאראקטער אסאסינעישען, און אין דער פאל, ניק אסאסינעישען.
האסט גוט געוויזן וואס פאר א סארט ניק דו ביסט, פירסט נישט קיין דיסקוסיעס, די שעלסט און שטויסט ווי א מועד. פארוואס טאקע?
און וואס איז אזוי שלעכט צו ברענגען א ראי' פין גפ"ט אז דער טעם פין אסרן א פאון אין שבת איז אויך וועגן מנוחה? שרייבסט אויף דעם און נאר מיט דברי זלזול וגנאי.
ר' שמן'דל, לא זו הדרך, ווילסט איינער זאל דיר נעמען ערענסט (חוץ דיינע שלל פין ניקס), ענטפער אפ מיט דברים של טעם. נישט מיט דברי זלזול וגנאי.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג אפריל 10, 2023 3:11 pm

· #521033
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
פנחסבןאלעזר
איך וואלט אפשר גענומען צייט צו שרייבען א קלארע בירור, דו סטראשעסט אבער מיט שריפטשטעלער רעכטען, איז פארוואס דער ידיעה?
אונז אלע ווארטן פאר דיין בירור, ביטע נעם דיין צייט. אויב וועסטו שרייבן א קלארע בירור, וועט שמן רעאגירן מיט רעספעקט, עלי ועל צווארי. איך קען אים שוין גענוג לאנג.
בלאט: 1 2 3 4 5