איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16037
איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
שמועס איך מיר אזוי דעם שבת מיט מיינס א חבר נאך פון די ישיבה יארן, וואס איז שוין ווייט נישט דער זעלבער סארט ווי ווען אונז פלעגמער אויפשטיין יעדן ליל שישי, פעדערנדיג די הינער פון שטייג, אריינהאקנדיג שווערע שעות רציפות. זיין געלעזער האט זיך שוין געטוישט צו מער א היינטיגער סארט, זיין פיאות איז פיל ליפטיגער, זיין בארד מילד געפאטשקעט, און זיין בעקיטשע בליטשקעדיג באבלימט. ער איז שוין היינט ווינציגער אריינגעטון אין אביי ורבא און מער אינטערסירט אין די ביזנעס וועלט. ער זיכט צו לעזן א גרינעם דאלער ווי אימער און אין די איבריגע צייט איז ער פארנומען אויפן כלי נישט לצורך פרנסה, אבער פארט א תלמוד חכם איז ער הפנים געבליבן.
אונז האבן געהאט א לענגערע שמועס איבער דאס און יענץ. ער האלט גראדע אז טראמפ זאל מען אריינשליידערן אין חד גדיא אריין און דיסענטיס זאל גאר איבערנעמען די קאנסארוועטיווע לייצעס. הכלל, די שמועס איז פארקירעוועט געווארן צו ווי 'ערליך' ער איז, און ווי 'ערנסט' ער נעמט אידישקייט. ער געבט אזא ווארף אריין מסיח לפי תומו אז ער ניצט זיין סמארטפאון געהעריג שבת. פארשטייט זיך אז אפענערהייט נישט! זיין ווייב וועט אים שחט'ן לעבעדיגערהייט, אבער באהאלטענעהייט ניצט ער עס נאו פראבלעם!
איך בין געווען אין א שטיקל שאק, עד כדי כך האב איך מיך נישט געראכטן. "סאו הייסט עס אז דו ביסט א געהעריגע מחלל שבת"?? פרעג איך אים מיט אזא ערנסטע מינע אויפן געזיכט. "נעע! וואס עפעס"?! זאגט ער מיר מיט אזא ביטל. ניצן א פאון שבת איז ממש נישט אסור, די אחרונים מוטשענען זיך ממש דאס צו אסר'ן! און מיין נישט אז איך בין די איינציגסטער, וועסט נישט גלייבן וויפיל היימישע אינגעלייט ניצן זייער פאון שבת! מען קען עס מיטהאלטן לייוו, מען קען זען פונקטליך ווער ס'איז יעצט אנליין, און מען קען אויך קוקן ווען יעדער איז געווען ס'לעצטע מאל אנליין!
דא בין איך שוין געווארן אביסל פארלוירן און כ'האב מיך אנגעהויבן צו טענה'ן כדרכי. "אבער איז עס דען נישט קיין עובדא דחול"? און וואס איז מיט די פייער וואס ברענט אינעווייניג? לא תבערו אש!! "נעע, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט" זאגט ער מיר, די היינטיגע פאונס ארבעטן נישט מיט קיין פייער, די היינטיגע לייטס ארבעטן מיט LED וואס איז בכלל נישט קיין פראבלעם. עובדא דחול זיידזשע מיר מוחל איז אבי אן אויסגעטראכטע איסור, אז מען ניצט עס יא איז עס אויס עובדא דחול! ווער איז מחליט וואס גייט אריין אינעם גדר פון עובדא דחול? אפשר דארף מען קוקן וואס די רופארמער טוען און אזוי מחליט זיין וואס עובדא דחול מיינט. און דא האט ער געווארפן זיין באמבע:
און וואס איז מיט דיר!??!?! דו ביסט יא אזא מורא'דיגע שומר שבת? דו גייסט אין א הייסע מקווה שבת וואס איז א פשוטע געהעריגע איסור!! נישטא קיין שום היתר!! נו אז דו ביסט נישט מקפיד אויף דעם, קום מיר נישט דרייען א קאפ וועגן מיין פאון. נישט הלכה גייט דיר אן, סך הכל גייט דיר אן די קאלטור, און ביי די סיסטעם איז א פאון אפגעפרעגט און גיין אין מקוה נישט!! סארי, איך דין נישט דער סיסטעם!!
איך בין געבליבן אזוי אנע לשון. בעיקר ווייל ער האט צאמגעווארפן זאכן וואס איך בין נישט געווען אזוי באהאוונט אין זיי. איך קען נישט די מציאות'ן פון די היינטיגע פאונס, כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין עובדא דחול, און הלכות רחיצה בשבת האב איך אויך נאכנישט אדרוכגעטון. הקיצור, די שמועס איז ווייטער געפארן צו אנדערע זאכן, אבער די שאלה איז מיר געבליבן שטעקן אין קאפ. צודען איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
האב איך מחליט געווען ארויפצוברענגען די שאלה דא צו די חשובע תלמודי חכמים. אפשר קען עס דער עולם צונעמען לעומקו של הלכה.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
ער באהאלט עס פון זיין ווייב און ס'איז נישט קיין עובדא דחול. כהער.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
דער האט נישט קיין קשיות נאר תירוצים, די עצם שאלה וואס איז הארבער האט נישט קיין אמתע ענטפער ווייל די ריכטיקע שאלה איז וואס האלט ער? אויב דערקלערט ער זיך אלץ מחלל שבת אדער נישט, די פאקט איז איינער וואס גייט אין א הייסע מקוה שבת פילט נישט ווי ער איז פורק עול מה שאין כן דער אינגערמאן האט זיכער געפילט ווי ער טוט עפעס וואס ער טאר נישט, לפחות די ערשטע פאר מאל
עס איז דא מער מענטשן וואס ניצן זייער פאון שבת ווי וואס דרייוון איינע פון די פשוטסטע סיבות איז ווייל עס איז גרינג צו באהאלטן אין אויך עדיקטיוו אוודאי ווען איינער איז מחלל שבת אבער איז נישט פורק עול איז געווענדליך פרובירט צו אויפקומען מיט סברות, אפילו אויב די סברה לייגט זיך אויפן שכל מיינט נאך נישט אז עס ליגט עפעס דערין
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
די LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
כרם זיתער באהאלט עס פון זיין ווייב און ס'איז נישט קיין עובדא דחול. כהער.
דאס האט מיט וויאזוי אונזער סיסטעם איז געווייערט. זיין ווייב וואלט מסתמה אויך משוגה געווארן ווען זי זעט ווי ער עסט פליישיג גלייך נאך מילכיג אן ווארטן קיין האלבע שעה. (אפילו מיט קינוח והדחה)
דיכטערדי LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
ניצן ווייפיי איז דאך אן איסור דאורייתא אינדערוואכן אויך.. סיידן מען האט א גוטע פילטער..
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
איך בין נישט קיין ת"ח, אבער די מחשבות זענען מיר שוין אסאך מאל איינגעפאלן אינמיטן א לאנגווייליגן שבת..
דיכטערדי LED פאנעל אינעם סקרין איז טאקע נישט קיין פראבלעם אבער נוצן wifi דאס גרעניצט זיך שוין מיט א דאורייתא.
אזוי אויך דער קאמארא טאמער ווייסט מען נישט וויאזוי עס צו נוצן שבת קען מען ח"ו זייער גרינג נכשל ווערן מיט דאורייתא'ס, וועגן דעם טאקע זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון נוצן דעם קאמארא שבת.
אויך איז דא דער פראבלעם מיט דער פלאשלייט, און טאמער דער APN איז אנגעשטעלט אויף Roaming דאן קענען זיין דערביי ערענסטע חששות...
(פאר די וואס האבן נאכנישט געכאפט ביז אהער, ס'געשריבן געווארן בדרך צחות פשוט ווייל איך בין ליידער נישט פון די תלמידי חכמים וואס @שמן למאור האט דערמאנט אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר...)
😂
איך בין פון דעי וואס האבן נישט געכאפט...
די נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
מתבודדדי נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
די זעלבע איז מיטן שבת עלעוועיטאר וואס די רבנים האבן געזוכט איסורים פון אונטער די ערד צו אסר'ן.
די זעלבע איז אויך מיט חסידישע לבוש, כותל, בילדער פון פרויען, און לעצטנס אינטערנעט, סמארטפאון, א.א.וו.
מתבודדדי נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן ווער דער 'גדול' איז געווען, און וואס זיין הסבר איז דערויף. פארוואס איז א פאקטישער מחלל שבת, 'נישט' קיין מחלל שבת, אבער איינער וואס איז נישט קיין מחלל שבת איז 'יא' א מחלל שבת.
וויאזוי איז מען דאס מסביר? הייסט אז די תורה איז נאר א געים זיך צו קענען שפילן מיט וואס אונזער געפילן דיקטירן?
מתבודד
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
למאי נ"מ?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב... 🙂
נו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
שמן למאור מתבודד
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
למאי נ"מ?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב... 🙂
וועלכע זייט רעכענסטו אלץ דער יצר הרע און וועלכע זייט איז דער יצר טוב?
צוזאמגעדרייט שמן למאור מתבודד
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
למאי נ"מ?
אבער אז דו ווילסט דווקא וויסן. די שמועס איז פארגעקומען שבת נאכמיטאג צווישן מיין יצר הרע מיט מיין יצר טוב... 🙂
וועלכע זייט רעכענסטו אלץ דער יצר הרע און וועלכע זייט איז דער יצר טוב?
כ'בין אליינס נישט זיכער..
לאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
(תיקון טעות: עובדא דחול שטייט שוין אין גמ', אז א זאך וואס איז טעכניש נישט קיין מלאכה אבער איז ארבעט למשל שלעפן שווערע באקסעס איז אסור אלץ עובדא דחול, די חתם סופר איז מחדש אז יעדע זאך וואס שמעקט וואכנדיג איז אסור אלץ עובדא דחול למשל פארן אויף א באן, וואס אין גמ' איז נישטא קיין איסור צו פארן אויף א שיף אלץ עובדא דחול נאר פאר אנדערע סיבות, שקויעך @שמן למאור פארן מאיר זיין)
א הייסע מקווה אין שבת איז דא א איסור דרבנן רחיצה וואס דאס איז א קלארע גמרא (שבת מ:) אז מ'איז חושש אז ער וועט גיין אנהייצן די מקווה אין שבת, די ראשונים האבן אזוי מקפיד געוועהן אויף דעם איסור עד כדי כך אז די מהרי"ל האט גע'אסרט רחיצה אפילו מיט קאלטע וואסער.
און די נודע ביהודה (וואס אויף עים באזירן אינז דין נדה בזמן הזה) האט טאקע געהאלטן אז בשום אופן טאר מען נישט גיין אין א הייסע מקווה, און די חכם צבי לייגט נאך צי אז אזא איינער מעיג מען באשייגעצען אלץ אן עבריין גאר.
די סדרי טהרה איז מיקל אז א קאלטע מקווה איז א צער און במקום צער לא גזרו, די אבני נזר ווידער איז מיקל אז במקום מצווה לא גזרו, (איי מען קען דאך טין די מצווה בצונן? זעיט אויס אז כיוון שהותרה הותרה), צאנז'ער רב איז מתיר כיון שנהגו היתר הנח להם לישראל וכו'
די משנה ברורה פסק'נט טאקע אז מען טאר זיך נישט טובל'ן און א הייסע בור און אזוי אויך ווערט געברענגט אין אגרות משה.
לעניינינו, איסור רחיצה איז זיכער א הארבערע איסור פון ניצען א פאון (בהנחה אז א פאון איז טאקע א איסור) מילא קען מען זיכער עפלייען די אלע היתרים פון מקווה חמה צו א פאון, און לאמיר גיין איינס איינס ובכן,
די סדרי טהרה וואס איז מתיר אלץ צער, נישט ניצן די פאון איז אויך א צער.
די נודע ביהורה וואס איז מתיר אלץ מקום מצווה וכיון שהותרה בצונן הותרה בחמין, איז אויף א פאון קען מען דאך לערנען איז דאך עס א מקום מצווה וכיון שהותרה צו לערנען הותרה אויף אנדערע זאכן אויך.
די צאנזער רב וואס איז מתיר אלץ כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל, קען מען דא אויך זאגן כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל וויבאלד רוב יודן ניצן זייערע פאונ'ס אין שבת.
יין שרףנו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
שמן למאור יין שרףנו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
נו, ער'ט געוואלט אסר'ן פאטעטאס אויך, מילא..?
קהל'ס נערלאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
עובדין דחול ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא, ווייסעך נישט פארוואס דו זאגסט אז די חת"ס האט עס אויסגעטראפן. די שאלה איז נאר ווער איז מחליט וואס גייט אריין אין דעם גדר. אפשר איז עסן פרענקפוטערס עובדין דחול?
יין שרף שמן למאור יין שרףנו, די קרבן נתנאל שרייבט דאך שוין אז גזירת בלנין איז בכלל נישט געווען אויף א מקוה טהרה נאר אויף אן אמבטי..
די חיי אדם האט אבער יא געהאלטן אז ס'גייט אריין אינעם איסור רחיצה.
ובפרט אויב מען פארזוימט זיך מער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר טבילה.
נו, ער'ט געוואלט אסר'ן פאטעטאס אויך, מילא..?
די משנה ברורה נעמט אן אזוי ווי אים. ביי פאטעיטעס האבן זיך אלע געקריגט אויף אים, מען האט אנגענומען אז אויף פסח איז 'חיי אדם' יא צו עסן פאטעיטעס.
וואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
יין שרףוואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
"בזמנינו לא נהגו להיזהר בזה"
שמן למאור מתבודדדי נקודה איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך איינער פון די פריערדיגע גדולים, געדענק איך נישט ווער, אז איינער וואס זיצט צו לאנג אין א הייסן בור שב"ק איז שטארק מעגליך א דאורייתא, ווס. איינער וואס פארט מיט א באן שבת וואס איז גאנץ מעגליך ניטאמאל קיין דרבנן. אבער עכ"ז וועט דער ערשטער נישט ווערן מיט דעם קיין מחלל שבת און דער צווייטער יא...
@שמן למאור די מעשה מיט דיין חבר איז א אילוסטראציע אדער האט ווירקליך פאסירט?
עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן ווער דער 'גדול' איז געווען, און וואס זיין הסבר איז דערויף. פארוואס איז א פאקטישער מחלל שבת, 'נישט' קיין מחלל שבת, אבער איינער וואס איז נישט קיין מחלל שבת איז 'יא' א מחלל שבת.
וויאזוי איז מען דאס מסביר? הייסט אז די תורה איז נאר א געים זיך צו קענען שפילן מיט וואס אונזער געפילן דיקטירן?
איך וועל בל"נ אויסגעפינען, ביידע - ווער די גדול איז געווען און וואס זיין חשבון איז געווען...
יין שרףוואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
כתיבה איז עס נישט, כתיבה איז ווען מען נעמט א פעדער, פינטל.
שפילער יין שרףוואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
כתיבה איז עס נישט, כתיבה איז ווען מען נעמט א פעדער, פינטל.
ווען די שטעלסט צוזאם צוויי ווערטער אויף א פאזל גייט עס אויך אריין אין כתיבה
שפילער יין שרףוואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
נולד?
בונה להחזו"א?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?
כתיבה איז עס נישט, כתיבה איז ווען מען נעמט א פעדער, פינטל.
רבי לעבן, זעצט אייך לערנען הלכות שבת. דאכט זיך סימן ש''מ.
שמן למאור קהל'ס נערלאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
עובדין דחול ווערט שוין דערמאנט אין די גמרא, ווייסעך נישט פארוואס דו זאגסט אז די חת"ס האט עס אויסגעטראפן. די שאלה איז נאר ווער איז מחליט וואס גייט אריין אין דעם גדר. אפשר איז עסן פרענקפוטערס עובדין דחול?
גערעכט טעיתי, דאס עצם עובדא דחול שטייט שוין אין גמ'
די חידוש פון חת"ס איז כדלהלן ס'דא א איסור דרבנן צו פארן אויף א שיף אין שבת צוליב אפאר טעמים, וואס איך געדענק שוין נישט (נישט צוליב עובדא דחול), זאגט די חתם סופר אז כאטשיג ביי א באן זענען קיין איינע פון די טעמים פון גמ' נישט שייך מילא וואלט עס געדארפט זיין מותר, דאך איז עס אסור ווייל די חתם סופר איז מחדש אז מען זאגט עובדא דחול ביי א באן, ולאפוקי פון די גמ' וואס האט נישט געהאט קיין פראבלעים פון עובדא דחול ביי א שיף.
יין שרףוואס איז מיט כתיבה (שאינה יכולה להתקיים שהוא דרבנן)?
ס'הייסט נישט קיין כתיבה אפילו לויט די היינטיגע סופער מחמירים, ווייל ס'נישט קיין כתיבה "שאינה יכולה להתקיים" נאר ס'איז בכלל קיין כתיבה ניט
נולד? וואס איז מען מולד?
בונה להחזו"א?במציאות איז עס נישט קיין בונה, די חזון איש כבודו במקומו מונח האט נישט געקענט די מציאות
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?זאג ר' אשר ווייס זאל לערנען אביסל גמ' פאר ער פסק'נט ווייל ער מאכט זיך שווערע בושות, ווי קימט מכה בפטיש אריין דא? וועלכע חפץ איז יעצט געווארען?
מכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?זאג ר' אשר ווייס זאל לערנען אביסל גמ' פאר ער פסק'נט ווייל ער מאכט זיך שווערע בושות, ווי קימט מכה בפטיש אריין דא? וועלכע חפץ איז יעצט געווארען?
טאמער איינער מאכט זיך בושות איז עס דיר אליין. ר' אשר ווייס קען ש"ס.
דער יסוד הדברים איז, אז א איד וואס
וויל היטען שבת, דארף עס טוהן לויט די גיידליינס וואס זענען אנגענומען היינט. פארוואס? ווייל אויב נישט וועסטו נישט היטען שבת, פינטל. דער קען מעיד זיין פין היינט ביז מארגן אז איינער היט שבת אבער ניצט זיין פאון, לא היה ולא יהיה. איינער וואס טוט זאכן אנדערש ווי דער חברה, אפילו אויב איז אמת אז היינט היט ער שבת, וועט ער מיט דער צייט טוהן נאך און נאך. איינער וואס פעלט אים רצון צו היטען שבת, זאל זיך אריין טוהן אין דער זאך פין שבת צו באקומען אין דעם א טעם, און היטען שבת ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן און פראבירן צו פארגעסען פין דער שנאה וואס ער האט צום כלל וואס האט אים אפשר אריין געלייגט א שנאה צו קבלת עול.
דער יסוד פין שבת איז מנוחה, דאס טייטשט דער ווארט, און דאס איז דער תכלית. אויב מען טוט שבת וואס מען טוט א גאנצע וואך איז עס נישט שבת. אויב איינער איז קאנסערוועטיוו וואס ניצט דער פאון שבת אויף עניני קדושה דוקא, שיהיה לו, אבער דאך האט ער דער יסודות פין שבת לויט זיין חברה וואס וועט אים האלטן אין שפאן. ווילסט זיין דא ביי די חרדים, און ניצען חריידישע תורות מתיר צו זיין א פאון, טוסטו גארנישט אויף נאר זיך שיסען אליין אין די פיס.
חוץ מכל אלה, איז אנצינדן א לעמפל אין שבת א איסור דאורייתא, און אנרירן א פאון וואס האט לעמפלעך דערויף איז צום ווייניגסטנס מוקצה, און אפילו על סי די סקרין איז דאך א לעמפל, לאז זיין אז דער כתיבה איז נישט מתקיים ווייל די אותיות זענען נאר דורך אויסשטעלן דער ליקוויד. און בכלל באניצט זיך עס דורך עלעקטריק וואס דער חזון איש האלט בונה און רשז"א האלט אש. און דער בית יצחק לערנט פין מוליד וואס איז א דאורייתא לויט דער סוגיא אין ביצה.
אבער עס איז שאד דער טענה'ריי אין די דקדוקים פין דער איסור. ווייל דער יסוד הדברים איז דאס וואס איז נוגע, ווילסט נישט היטען שבת? זאג אזוי!. מיט די היתירים אויף טוהן זאכען פארקערט פין דער חברה, היט מען נישט שבת פאר לאנג.
מען הערט אסאך די טענה אז נוצן די פאון אין שבת איז א סתירה מיט מנוחה, וואס דאס איז די טעם פון שמירת שבת. מעולם איז מיר שווער געווען, וועלכע חלק איז א סתירה מיט מנוחה? מילא אונז פיר מיר זיך אז מען רעדט נישט קיין דבר חול בשבת ניחא, למעשה עמא דבר צו אויסנוצן דעם שבת צו פאברענגען און שמועסן. אויב די פאון איז היינט די פלאץ ווי מ’פאברענגט און מ’שמועסט וואס איז שלעכט עס צו נוצן אין שבת. אויב דו לערנסט אין א ספר, מעגסטו לערנען אין א פאון. דאס אז דו קענסט עס אויך נוצן פאר ביזנעס, מאכט עס נישט אסור צו נוצן אין שבת. פונקט ווי די מעגסט נוצן דיין מויל צו שמועסן אפילו דו קענסט נוצן דיין מויל פאר ביזנעס, ה”ה לגבי די פאון.
לגבי דיין צווייטע טענה אז עס איז אסור ווייל אזוי ביזטו א חלק פון דיין פלאץ און עס האלט דיך אין שעיפ פון היטן שבת, דאס איז דאך די שפיץ וואס ”שמן למאור” וויל ארויסברענגען. דו ברענגסט פשוט שטערקער ארויס די נקודה. אונז ווילן היטן/היט מיר שבת און אונז נוצן אלע די יעצטיגע גיידליינס צו וויסן וואס איז אסור אדער מותר. דו ברענגסט איסורים וואס מען האט שוין מסביר געווען אז עס איז נישטא היינט. פונקט פארקערט, זיך טובל’ן אין א מקוה ברענגט יעדע וואך אידן צו עובר זיין איסורי דאורייתא’ס לויט די גיידליינס ואין פוצה פה ומצפצף. משא”כ נוצן א פאון דארף מען זוכן איסורים. חוץ מזה וואס עס קען גאר זיין א הידור אין עונג שבת.
איך וויל נאר ארויסברענגען א נקודה וואס איז נאכנישט ארויפגעברענגט געווארן, איך האב גראדע אויך א חבר אן אנגעקלערטער וואס פלעגט אויך אמאל זיין פארנומען מיט אזעלכע סארטן היתרים, ער איז ממש א מעסטער דערין, ער קען דיך מטהר זיין א שרץ בק"ן טעמים, וואס שרץ, די שלש חמורות קען ער דיך מתיר זיין, נישט נאר די פונעם ויואל משה נאר אפילו פון די גמרא. פלעגט ער טאקע טוהן ממש וואס ער האט געוואלט, יעדעס מאל מיט א פרישן היתר, אבער ער האט אלץ געפילט ווי עפעס פעלט, כאילו מיט'ן נוצן דעם פאון שבת צו וואטעווער פילט ער נאכאלץ ווי א פארקוועטשטע סטוטשינע שלאך, ביז איין טאג האט ער זיך געכאפט וואס גייט פאר. פארשטייסטו - זאגט ער מיר - מילא די פוסקים וואס קומען אויף מיט די אלע מאדנע פילפולים וואס זענען אין מערסטנסטייל מזויף מתוכו
איז א גרויסע ספק וויפיל זיי גלייבן טאקע דערין, 99% דערפון איז זיכער סתם צו בארואיגן דעם המון עם אז זיי זאלן נישט מיינען אז ס'איז א הפקר וועלט. מילא די המון פאלגט ווי לעמעלעך ווייל זיי שעפן א געוויסע חיות פון שוואנצונען נאכ'ן רמ"א, פיין, זאל זיי דאס גליק באטרעפן. אבער איך צולייגער שוואנצון דאך נישט, איך טוה דאך יא וואס איך וויל, אונטערטאנען וועם איך דארף פארזיכערן אז ס'נישט קיין הפקר וועלט האב איך אויך נישט, איז פארוואס דאן מאך איך זיך צוטוהן פון די אלע פלפולים? פארוואס גיב איך עס נאך וואלידעישן? איז ער געקומען צום מסקנא אז דיעס וועלידעישן וואס ער גיבט פאר די זאך איז וואס צוקוועטשט איהם.
מה עשה הקב"ה, דעם פאריגן שבת איז ער איינגעשטאנען אין א האטעל ערגעצוואו וואו מ'דארף נוצן א קארטל צו עפענען דעם טיר, און די עירקאנדישן און לייטס לעשן זיך אויס ווען די קארטל איז אינדרויסן פונעם ציממער. זאגט ער מיר אז ווען ער האט זיך איינגעשריבן אינעם האטעל ערב שבת און געכאפט דעם מצב איז דער יצר הרע געקומען צו איהם צולויפן מיט א זאק פון היתרים צו נוצן דעם קארטל געהעריג און עס טראגן אין רשות הרבים וכו', אבער ער האט געזאגט א גרויסע ניין, איך וויל נישט הערן פון קיין היתרים, איך גיי נוצן די קארטל ווי א נארמאלער מענטש פשוט כי בא לי און ס'נישט דא קיין שום סיבה פארוואס נישט, און איך דארף מיך פאר קיינעם נישט פארענטפערן נאר פאר גאט אליין! וכך הווה, ער איז געקומען און געגאנגען ווי א נארמאלע מענטש אן קיין באגאזש פון פילפולים מיט חרוסת און געגעסן די שבת סעודות אינעם לאקאלן בית חב"ד מיט'ן קארטל אין טאש. צו זיין מזל האט ער אויך פארגעסן צו בוקן זיין ציממער פאר מוצ"ש און ביז ער האט זיך געכאפט איז שוין זיין ציממער געוועהן פארכאפט האט ער געדארפט שלעפן זיין געפעק בעצם יום השבת צום האטעל קעגנאיבער... צו זיין מזל איז נישט געוועהן קיין איין איד וואס זאל עס באמערקן, און אזוי איז ער פטור געווארן פונעם סטוטשינע צוקוועטשקייט...
פנחסבןאלעזרמכה בפטיש להג"ר אשר ווייס?זאג ר' אשר ווייס זאל לערנען אביסל גמ' פאר ער פסק'נט ווייל ער מאכט זיך שווערע בושות, ווי קימט מכה בפטיש אריין דא? וועלכע חפץ איז יעצט געווארען?
טאמער איינער מאכט זיך בושות איז עס דיר אליין. ר' אשר ווייס קען ש"ס.
דער יסוד הדברים איז, אז א איד וואס
וויל היטען שבת, דארף עס טוהן לויט די גיידליינס וואס זענען אנגענומען היינט. פארוואס? ווייל אויב נישט וועסטו נישט היטען שבת, פינטל. דער קען מעיד זיין פין היינט ביז מארגן אז איינער היט שבת אבער ניצט זיין פאון, לא היה ולא יהיה. איינער וואס טוט זאכן אנדערש ווי דער חברה, אפילו אויב איז אמת אז היינט היט ער שבת, וועט ער מיט דער צייט טוהן נאך און נאך. איינער וואס פעלט אים רצון צו היטען שבת, זאל זיך אריין טוהן אין דער זאך פין שבת צו באקומען אין דעם א טעם, און היטען שבת ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן און פראבירן צו פארגעסען פין דער שנאה וואס ער האט צום כלל וואס האט אים אפשר אריין געלייגט א שנאה צו קבלת עול.
דער יסוד פין שבת איז מנוחה, דאס טייטשט דער ווארט, און דאס איז דער תכלית. אויב מען טוט שבת וואס מען טוט א גאנצע וואך איז עס נישט שבת. אויב איינער איז קאנסערוועטיוו וואס ניצט דער פאון שבת אויף עניני קדושה דוקא, שיהיה לו, אבער דאך האט ער דער יסודות פין שבת לויט זיין חברה וואס וועט אים האלטן אין שפאן. ווילסט זיין דא ביי די חרדים, און ניצען חריידישע תורות מתיר צו זיין א פאון, טוסטו גארנישט אויף נאר זיך שיסען אליין אין די פיס.
חוץ מכל אלה, איז אנצינדן א לעמפל אין שבת א איסור דאורייתא, און אנרירן א פאון וואס האט לעמפלעך דערויף איז צום ווייניגסטנס מוקצה, און אפילו על סי די סקרין איז דאך א לעמפל, לאז זיין אז דער כתיבה איז נישט מתקיים ווייל די אותיות זענען נאר דורך אויסשטעלן דער ליקוויד. און בכלל באניצט זיך עס דורך עלעקטריק וואס דער חזון איש האלט בונה און רשז"א האלט אש. און דער בית יצחק לערנט פין מוליד וואס איז א דאורייתא לויט דער סוגיא אין ביצה.
אבער עס איז שאד דער טענה'ריי אין די דקדוקים פין דער איסור. ווייל דער יסוד הדברים איז דאס וואס איז נוגע, ווילסט נישט היטען שבת? זאג אזוי!. מיט די היתירים אויף טוהן זאכען פארקערט פין דער חברה, היט מען נישט שבת פאר לאנג.
זייער גיט מגדיר געוועהן דעם סיסטעם, "זאל דער אייבערשטער נישט קימען מיט זיינע הלכות און אינז איינטיילן וואס מיינט שבת"
פנחסבןאלעזר
דער יסוד הדברים איז, אז א איד וואס וויל היטען שבת, דארף עס טוהן לויט די גיידליינס וואס זענען אנגענומען היינט. פארוואס? ווייל אויב נישט וועסטו נישט היטען שבת, פינטל. דער קען מעיד זיין פין היינט ביז מארגן אז איינער היט שבת אבער ניצט זיין פאון, לא היה ולא יהיה. איינער וואס טוט זאכן אנדערש ווי דער חברה, אפילו אויב איז אמת אז היינט היט ער שבת, וועט ער מיט דער צייט טוהן נאך און נאך. איינער וואס פעלט אים רצון צו היטען שבת, זאל זיך אריין טוהן אין דער זאך פין שבת צו באקומען אין דעם א טעם, און היטען שבת ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן און פראבירן צו פארגעסען פין דער שנאה וואס ער האט צום כלל וואס האט אים אפשר אריין געלייגט א שנאה צו קבלת עול.
דער יסוד פין שבת איז מנוחה, דאס טייטשט דער ווארט, און דאס איז דער תכלית. אויב מען טוט שבת וואס מען טוט א גאנצע וואך איז עס נישט שבת. אויב איינער איז קאנסערוועטיוו וואס ניצט דער פאון שבת אויף עניני קדושה דוקא, שיהיה לו, אבער דאך האט ער דער יסודות פין שבת לויט זיין חברה וואס וועט אים האלטן אין שפאן. ווילסט זיין דא ביי די חרדים, און ניצען חריידישע תורות מתיר צו זיין א פאון, טוסטו גארנישט אויף נאר זיך שיסען אליין אין די פיס.
חוץ מכל אלה, איז אנצינדן א לעמפל אין שבת א איסור דאורייתא, און אנרירן א פאון וואס האט לעמפלעך דערויף איז צום ווייניגסטנס מוקצה, און אפילו על סי די סקרין איז דאך א לעמפל, לאז זיין אז דער כתיבה איז נישט מתקיים ווייל די אותיות זענען נאר דורך אויסשטעלן דער ליקוויד. און בכלל באניצט זיך עס דורך עלעקטריק וואס דער חזון איש האלט בונה און רשז"א האלט אש. און דער בית יצחק לערנט פין מוליד וואס איז א דאורייתא לויט דער סוגיא אין ביצה.
אבער עס איז שאד דער טענה'ריי אין די דקדוקים פין דער איסור. ווייל דער יסוד הדברים איז דאס וואס איז נוגע, ווילסט נישט היטען שבת? זאג אזוי!. מיט די היתירים אויף טוהן זאכען פארקערט פין דער חברה, היט מען נישט שבת פאר לאנג.
די יסוד הדבר איז, אז ס'דא מענטשן וואס קוקן אן די באשעפער, תורה ומצוות, און אידישקייט אנדערש ווי דיר.
כ'דערמאן זיך א מעשה. כ'בין געווען אמאל אין ראדני ביהמ"ד, קומט אריין עפעס א אויפגעקלערטער תלמוד חכם, ער נעמט ארויס א קאמפיוטער און הייבט אן צו טייפן און קוקן חידושי תורה. פארשטייט זיך ס'נישט דורך קיין צוויי מינוט און א ראדני זיצער איז געקומען דרייען א קאפ. "נו, אינטערנעט אין ביהמ"ד"!! דער איד ענטפערט מיט א רואיגקייט, "די קאמפיוטער איז גענצליך געבלאקט, ס'האט בכלל נישט קיין בראוזער!! ס'איז אינטערנעט פריי!!
דער קוועטשער לאזט נישט נאך.. "כ'ווייס נישט.. ס'זעט נישט אויס גוט"...; האט זיך דער אידל גענומען צו מאכן קולות וברקים, "דאס איז ענקער פראבלעם!!! דא שטעקט ענקער טעות!! אידישקייט דארף נישט
אויסקוקן גוט, עס דארף
זיין גוט!!!
לענינינו, נישט יעדעמס אידישקייט איז געבויט אויף די 'קיום היהדות', די greater good. ס'דא וואס קוקן וואס עס שטייט אין די תורה, זיי טשעקן וואס גאט וויל און דאס טוט מען. אז ס'דא חשבונות פארוואס אזא איינער וויל עפעס טון, דארף ער נישט גיין צו א רב וואס זאל אים אדער יא אדער נישט מאכן א היתר אויסגעבויט פון א פרישן פלפול, געוואנדן ווי גוט עס וועט 'אויסזען' למעשה. ער קען עס טון אליינס, ניצנדיג די זעלבע טולס וואס די רבנים נוצן. די רבנים זענען אויב עפעס מער משעובד פאר די 'אויסזען' ווי פאר די פאקטישע ווילן פון גאט, קומט דער איד און זאגט, סארי, מיר אינטערסירט נישט נאר גאט.
און.. כ'האב פאר דיר נייעס.. ס'שוין דא גאנצעטע 'חרדי'שע חברות' וואס פירן זיך אזוי.. ער דארף ניטאמאל זיין אנדערש פון 'די חברה' ער איז פשוט אנדערש פון 'דיין' חברה.
סתם אזוי איז די אבסעסיע איבער קיום היהדות זייער אינטערסאנט, נעמליך, מיינסט טאקע אז השי"ת'ס גאנצע פלאן ווענדט זיך אין דיינע הענט? איז מעגליך אז ער וועט פשוט באנקראפטירן אן דיר?
אויסער אויב מ'נעמט אן אז ס'איז דא א דין זיך צו זארגן פאר קיום היהדות.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
קהל'ס נערלאמיר אביסל צינעמען די הלכות, א פאון איז במציאות נישט קיין אש און ס'נישטא קיין שום צד איסור אפילו מדרבנן, די איינציגסטע צד לאסור איז "עובדא דחול" וואס די חתם סופר האט מחדש געוועהן (וואס גראדע פינקט ער האט געפילעוועט אין חדש אסור מן התורה......)
א הייסע מקווה אין שבת איז דא א איסור דרבנן רחיצה וואס דאס איז א קלארע גמרא (שבת מ:) אז מ'איז חושש אז ער וועט גיין אנהייצן די מקווה אין שבת, די ראשונים האבן אזוי מקפיד געוועהן אויף דעם איסור עד כדי כך אז די מהרי"ל האט גע'אסרט רחיצה אפילו מיט קאלטע וואסער.
און די נודע ביהודה (וואס אויף עים באזירן אינז דין נדה בזמן הזה) האט טאקע געהאלטן אז בשום אופן טאר מען נישט גיין אין א הייסע מקווה, און די חכם צבי לייגט נאך צי אז אזא איינער מעיג מען באשייגעצען אלץ אן עבריין גאר.
די סדרי טהרה איז מיקל אז א קאלטע מקווה איז א צער און במקום צער לא גזרו, די אבני נזר ווידער איז מיקל אז במקום מצווה לא גזרו, (איי מען קען דאך טין די מצווה בצונן? זעיט אויס אז כיוון שהותרה הותרה), צאנז'ער רב איז מתיר כיון שנהגו היתר הנח להם לישראל וכו'
די משנה ברורה פסק'נט טאקע אז מען טאר זיך נישט טובל'ן און א הייסע בור און אזוי אויך ווערט געברענגט אין אגרות משה.
לעניינינו, איסור רחיצה איז זיכער א הארבערע איסור פון ניצען א פאון (בהנחה אז א פאון איז טאקע א איסור) מילא קען מען זיכער עפלייען די אלע היתרים פון מקווה חמה צו א פאון, און לאמיר גיין איינס איינס ובכן,
די סדרי טהרה וואס איז מתיר אלץ צער, נישט ניצן די פאון איז אויך א צער.
די נודע ביהורה וואס איז מתיר אלץ מקום מצווה וכיון שהותרה בצונן הותרה בחמין, איז אויף א פאון קען מען דאך לערנען איז דאך עס א מקום מצווה וכיון שהותרה צו לערנען הותרה אויף אנדערע זאכן אויך.
די צאנזער רב וואס איז מתיר אלץ כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל, קען מען דא אויך זאגן כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל וויבאלד רוב יודן ניצן זייערע פאונ'ס אין שבת.
דו ווייסט זיכער וואס דו רעדסט? ווייל איך גיי מיך אנהייבן פארלאזן אויף דיך...
איך זאג נישט גארנישט, איך ברענג נאר נאך די מקורות. לערן עס אליין און קום צו דיין אייגענע מסקנא.
איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא ניצט טאקע די פאון אום שבת.
געדאנקןאיך בין נייגעריג אויב דער עולם דא ניצט טאקע די פאון אום שבת.
נישט אום שבת גערעדט...
מען הערט אסאך די טענה אז נוצן די פאון אין שבת איז א סתירה מיט מנוחה, וואס דאס איז די טעם פון שמירת שבת. מעולם איז מיר שווער געווען, וועלכע חלק איז א סתירה מיט מנוחה? מילא אונז פיר מיר זיך אז מען רעדט נישט קיין דבר חול בשבת ניחא, למעשה עמא דבר צו אויסנוצן דעם שבת צו פאברענגען און שמועסן. אויב די פאון איז היינט די פלאץ ווי מ’פאברענגט און מ’שמועסט וואס איז שלעכט עס צו נוצן אין שבת. אויב דו לערנסט אין א ספר, מעגסטו לערנען אין א פאון. דאס אז דו קענסט עס אויך נוצן פאר ביזנעס, מאכט עס נישט אסור צו נוצן אין שבת. פונקט ווי די מעגסט נוצן דיין מויל צו שמועסן אפילו דו קענסט נוצן דיין מויל פאר ביזנעס, ה”ה לגבי די פאון
באמת? אפשר א קאמפיוטער איז שייך צו נוצען נאר אויף לערנען, אפילו דארט, אימעיל קומט אריין און מען ניצט עס אסאך פאר אנדערע זאכן, א פאון איז זיכער דער העפוך פין מנוחה, מיט אלערטס און קאלס וואס האלטען אין איין אריין קומען.
און בכלל, אויב ביי ארטאדאקסן ניצט מען נישט עלעקטריק בכלל, קענען די חילוקים נישט ארבעטען. אדרבה, זאל איינער אויסגעפינען אויב ביי די קאנסערוועטיוון ארבייטען די חילוקים, און אפילו אויב יא, ווען מען ווערט אויפגעצויגן דערמיט קען עס אפשר ארבעטען, ווען מען מאכט אליין חילוקים, האט עס נישט קיין קיום.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
רעליגיע אין א זייט, מיין איך אז אוועקלייגן דער פאון איין טאג אין וואך איז זייער געזונט פאר דעם מענטש, זיין משפחה און זיין געזעלשאפט.
דער איידיע פון שבת איז דאך טאקע דאס: זיך אפצורייסן פון אלע טרדות און דאגות פון א גאנצע וואך און לייגן די פאקוס אין זיך אליין.
טאמער וואלט דער תורה געגעבן געווארן יעצט למשל, וואלט לכאורה נישט געשטאנען לא תבערו אש בכל מושבותיכם נאר ס'וואלט געשטאנען אנשטאט דעם, לא תדליקו חשמל בכל מושבותיכם (כאפ מיך נישט אויפן לשון...). אבער אזויווי אונז זענען נישט קיין רעפארמער, קענען מיר נישט אליין טוישן קיין פסוקים ממילא קען גאר זיין אז נוצן עלעקטריק איז ארטאדאקסיש אויסגעהאלטן אבער דאך איז דאס נישט וואס שבת האט געזאלט מיינען.
(קלארשטעלנוג: דאס איז נאר מיין קליינקעפיגע מיינונג)
פנחסבןאלעזרמען הערט אסאך די טענה אז נוצן די פאון אין שבת איז א סתירה מיט מנוחה, וואס דאס איז די טעם פון שמירת שבת. מעולם איז מיר שווער געווען, וועלכע חלק איז א סתירה מיט מנוחה? מילא אונז פיר מיר זיך אז מען רעדט נישט קיין דבר חול בשבת ניחא, למעשה עמא דבר צו אויסנוצן דעם שבת צו פאברענגען און שמועסן. אויב די פאון איז היינט די פלאץ ווי מ’פאברענגט און מ’שמועסט וואס איז שלעכט עס צו נוצן אין שבת. אויב דו לערנסט אין א ספר, מעגסטו לערנען אין א פאון. דאס אז דו קענסט עס אויך נוצן פאר ביזנעס, מאכט עס נישט אסור צו נוצן אין שבת. פונקט ווי די מעגסט נוצן דיין מויל צו שמועסן אפילו דו קענסט נוצן דיין מויל פאר ביזנעס, ה”ה לגבי די פאון
באמת? אפשר א קאמפיוטער איז שייך צו נוצען נאר אויף לערנען, אפילו דארט, אימעיל קומט אריין און מען ניצט עס אסאך פאר אנדערע זאכן, א פאון איז זיכער דער העפוך פין מנוחה, מיט אלערטס און קאלס וואס האלטען אין איין אריין קומען.
און בכלל, אויב ביי ארטאדאקסן ניצט מען נישט עלעקטריק בכלל, קענען די חילוקים נישט ארבעטען. אדרבה, זאל איינער אויסגעפינען אויב ביי די קאנסערוועטיוון ארבייטען די חילוקים, און אפילו אויב יא, ווען מען ווערט אויפגעצויגן דערמיט קען עס אפשר ארבעטען, ווען מען מאכט אליין חילוקים, האט עס נישט קיין קיום.
און זיצן אין ביהמ”ד מיט אלערטס און מענטשן וואס האלטן אין איין צוקומען? און זיין נערוועז וואס מיין קינד מאכט אין שפיטאל און איך קען נישט קאלן?
נאר וואס א רב זאגט האט א קיום? בכלל וואס מיינט א קיום, א קיום אויף וואס? אויף א זאך וואס איז מותר?
פנחסבןאלעזרמען הערט אסאך די טענה אז נוצן די פאון אין שבת איז א סתירה מיט מנוחה, וואס דאס איז די טעם פון שמירת שבת. מעולם איז מיר שווער געווען, וועלכע חלק איז א סתירה מיט מנוחה? מילא אונז פיר מיר זיך אז מען רעדט נישט קיין דבר חול בשבת ניחא, למעשה עמא דבר צו אויסנוצן דעם שבת צו פאברענגען און שמועסן. אויב די פאון איז היינט די פלאץ ווי מ’פאברענגט און מ’שמועסט וואס איז שלעכט עס צו נוצן אין שבת. אויב דו לערנסט אין א ספר, מעגסטו לערנען אין א פאון. דאס אז דו קענסט עס אויך נוצן פאר ביזנעס, מאכט עס נישט אסור צו נוצן אין שבת. פונקט ווי די מעגסט נוצן דיין מויל צו שמועסן אפילו דו קענסט נוצן דיין מויל פאר ביזנעס, ה”ה לגבי די פאון
באמת? אפשר א קאמפיוטער איז שייך צו נוצען נאר אויף לערנען, אפילו דארט, אימעיל קומט אריין און מען ניצט עס אסאך פאר אנדערע זאכן, א פאון איז זיכער דער העפוך פין מנוחה, מיט אלערטס און קאלס וואס האלטען אין איין אריין קומען.
און בכלל, אויב ביי ארטאדאקסן ניצט מען נישט עלעקטריק בכלל, קענען די חילוקים נישט ארבעטען. אדרבה, זאל איינער אויסגעפינען אויב ביי די קאנסערוועטיוון ארבייטען די חילוקים, און אפילו אויב יא, ווען מען ווערט אויפגעצויגן דערמיט קען עס אפשר ארבעטען, ווען מען מאכט אליין חילוקים, האט עס נישט קיין קיום.
און אויב דו דארפסט וויכטיג אנקומען ערגעץ שבת, און דיין ווייב דרייווט נישט חלילה, און דו קענסט נישט קאלן דאס הייסט מנוחה?
נישט קענען מאכן די פאות געהעריג הייסט מנוחה?
וואקן 20 מינוט אין די זומער און דו פילסט ווי די ווילסט צוריקוואקן אויף פיר,....הייסט מנוחה?
זיך רייסן אינדערהיים פרייטאג איז מנוחה?
3 טאג יום טוב, איז 3 טעג מנוחה?
זיך אנפאקן 1 אזייגער נאכמיטאג מיט טשוילענט און ווארטן און משוגע ווערן ביז די זמן קומט איז מנוחה?
זייט נישט גערעגט.
מיינסטו אוודאי צו זאגן א גזירה שוה, אז פונקט ווי דיינע דוגמאות זענען מותר אפילו זיי זענען נישט מנוחה, ממילא איז א פאון אויך מותר.
טאמער וואלסטו געלערנט אין ישיבה, וואלסטו געוויסט דער שו"ע הרב וואס ברענגט ארויס פון ראשונים אז מוקצה איז כמעט א דאורייתא צוליב מנוחה. שבת איז דער יסוד צוליב מנוחה, און עס איז א דבר פשוט אז זיך אויפפירן אין שבת אויף א מהלך וואס איז דער היפוך פין מנוחה איז אסור מדאורייתא ווייל עס איז פארקערט פון דער רצון התורה מיט שבת. ר' אשר ווייס רעדט וועגן דער נקודה אסאך. די תורה הייסט עסן מצות, איז א דבר פשוט אז מען דארף זיך צוגרייטן מצות. א דאורייתא ווערט נאר א דרבנן ווען די חכמים זאגן אז דער זאך שטערט צו היטען דער דאורייתא, אבער זאכן וואס זענען פשוט פאר יעדעם אז עס איז פארקערט פון דעם רצון התורה, דארף קיינער נישט זאגן אדער שרייבען אז עס איז אסור. עס איז מובן מאליו.
און בנוגע דיינע דוגמאות, אױב דו האלסט אז עסן טשולענט איז דער היפוך פון מנוחה פאר דיר, עס טאקע נישט קיין טשולענט.
פנחסבןאלעזראון בנוגע דיינע דוגמאות, אױב דו האלסט אז עסן טשולענט איז דער היפוך פון מנוחה פאר דיר, עס טאקע נישט קיין טשולענט.
כבין צעמישט, סאו אויב הייסט ביי מיר נישט קיין מנוחה צו זיצן אין די טינקל פרייטאג צונאכטס, מעג איך אנצינדן די לייט?
קהל'ס נער
די צאנזער רב וואס איז מתיר אלץ כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל, קען מען דא אויך זאגן כיון דנהגו היתר והנח להם לישראל וויבאלד רוב יודן ניצן זייערע פאונ'ס אין שבת.
"רוב אידן" מיינסטו רוב חר'דישע אידן, אדער גאר רוב פון כלל ישראל, פרומע און פרייע צוגלייך?
אויב יא, איז עס א היתר פאר אלע ל"ט מלאכות
אפשר גאר א היתר אויף גאנץ אידישקייט 😉
רוב יודן ניצן זייער פאון שבת איז א פאקט (אנלעס דו האלטסט אז פרייע זענען נישט קיין יודן)
ווידער די היתר איז נישט מיינע, ס'איז פון צאנזע רב, עני טענות אויפן היתר קענסטו דיך ווענדן צי אים.
שמן למאור פנחסבןאלעזראון בנוגע דיינע דוגמאות, אױב דו האלסט אז עסן טשולענט איז דער היפוך פון מנוחה פאר דיר, עס טאקע נישט קיין טשולענט.
כבין צעמישט, סאו אויב הייסט ביי מיר נישט קיין מנוחה צו זיצן אין די טינקל פרייטאג צונאכטס, מעג איך אנצינדן די לייט?
אל תענה כסיל. פין דיינע אנדערע תגובות זעהט אויס אז איר ווייסט גאנץ גוט דער תירוץ, נאר ווילט פרעגן לקנטר. שיהיה לך.
אבער דאך, טאמער איז דא אנדערע וואס מיינען אז אפשר פרעגט איר צו דער זאך. ניין דו טארסט נישט אנצינדען דעם לייט. מען דארף עס טוהן פאר שבת, כדי מען זאל שבת נישט ברויכן טוהן קיין מלאכה וואס זאל שטערן די מנוחה.
האסט אינגאנצן נישט פארשטאנען די שאלה. די שאלה איז אויב מען האט פארגעסן אנצוצינדן די לייט ערב שבת, און יעצט האט מען נישט קיין מנוחה אין די טינקל, מעג מען אנצינדן די לייט אויף שבת? לויט ווי דו שרייבסט אז די רצון התורה מיט שבת איז אז עס זאל זיין מנוחה, און כלשונך "עס איז א דבר פשוט אז זיך אויפירן אין שבת אויף א מהלך וואס איז דער היפוך פון מנוחה איז אסור מדאורייתא" לויט ווי דו לייגסט עס אראפ שיינט עס צו זיין גאר א הארבע זאך, זאגער אן איסור דאורייתא! לפי זה וואלט לכאורה געווען א חיוב אנצוצינדן די לייט, ובפרט מיט די היינטיגע LED לייטס. נישט אזוי??
פנחסבןאלעזרמען הערט אסאך די טענה אז נוצן די פאון אין שבת איז א סתירה מיט מנוחה, וואס דאס איז די טעם פון שמירת שבת. מעולם איז מיר שווער געווען, וועלכע חלק איז א סתירה מיט מנוחה? מילא אונז פיר מיר זיך אז מען רעדט נישט קיין דבר חול בשבת ניחא, למעשה עמא דבר צו אויסנוצן דעם שבת צו פאברענגען און שמועסן. אויב די פאון איז היינט די פלאץ ווי מ’פאברענגט און מ’שמועסט וואס איז שלעכט עס צו נוצן אין שבת. אויב דו לערנסט אין א ספר, מעגסטו לערנען אין א פאון. דאס אז דו קענסט עס אויך נוצן פאר ביזנעס, מאכט עס נישט אסור צו נוצן אין שבת. פונקט ווי די מעגסט נוצן דיין מויל צו שמועסן אפילו דו קענסט נוצן דיין מויל פאר ביזנעס, ה”ה לגבי די פאון
באמת? אפשר א קאמפיוטער איז שייך צו נוצען נאר אויף לערנען, אפילו דארט, אימעיל קומט אריין און מען ניצט עס אסאך פאר אנדערע זאכן, א פאון איז זיכער דער העפוך פין מנוחה, מיט אלערטס און קאלס וואס האלטען אין איין אריין קומען.
אויב דיין פראבלעם איז די אלערטס, קויף דיר א עקסטערע פאון פאר שבת (א ווייסע).