☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לייקס פון עולם העליון

לייקס פון עולם העליון

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13836

מי אני » מאנטאג מאי 18, 2020 9:07 am

· #448854
לייקס פון עולם העליון
ס׳קומט זיך דיר ערליך (און צו זאגן די אמת בין איך דיר מקנה מיט דעם אליין אויך...).

איך האב אויך געפיהלט די זעלבע ווען @געפילטע פיש, @פארוואס?, @מאראנצןזאפט און אנדערע האבן געלייקט זאכן וואס כ׳האב געשריבן.

במדבר » מאנטאג מאי 18, 2020 9:11 am

· #448855
וואי! איך בין געווען דערשראקן אז אויף יענע וועלט קען מען נאר ליינען איי-וועלט 😂

יין שרף » מאנטאג מאי 18, 2020 10:19 am

· #448862
במדבר
וואי! איך בין געווען דערשראקן אז אויף יענע וועלט קען מען נאר ליינען איי-וועלט 😂

ווענד זיך וואו, אין גן עדן אדער..

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2020 2:42 pm

· #448884
במדבר: ייש"כ. איך האב נאר מורא געהאט פאר איין זאך. אז אין גן עדן וועלל איך (ח"ו) בליבן נאר מיט איי-וועלט. און די הנהלה וועט מעקן 99% פון מיינע תגובות. און מיך אליינס וועללן זיי ארויס ווארפן ווען זיי וועללן אויסגעפונען אז איך בין אן אהרוני און א ציוני...לאל...! אויך. ס'וועט זיין זייער באורינג צו זיצן מיט די שרייבערס און עדיטארס פונ'ם איד...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2020 2:47 pm

· #448885
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ערשטנס. פון וואו ווייסטו אז יידל איז נישט חי וקיים בתוכנו. ער איז אפשר מגולגל געווארן אין איינע פון די נייע צענדליגע ניקס...! צווייטנס. אונז האמיר ב"ה אריינבאקומען א סטאק פון עטליכע שפאגל נייע גאר אינטעליגענטע און געשמאקע ניקס. וואס ס'דערמאנט אונז א ביסל מעין פון די אלטע גוטע צייטן פון קאווע שטיבל...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2020 2:54 pm

· #448886
מי אני
ס׳קומט זיך דיר ערליך (און צו זאגן די אמת בין איך דיר מקנה מיט דעם אליין אויך...).

איך האב אויך געפיהלט די זעלבע ווען @געפילטע פיש, @פארוואס?, @מאראנצןזאפט און אנדערע האבן געלייקט זאכן וואס כ׳האב געשריבן.

מי אני: איכ'ל נאר קאמענטירן אויף דיין חתימה. זיכער ווייסטו נישט אויב יאיר, אדער גאר דו זעלבסט עקזיסטיר'ט. ווייל דו האסט צופיהל געליינט ניטשע.( ז"ל). ווייל ניטשע האט צוערשט נישט געוואוסט צי ער עקזיסטירט אלס איד. שפעטער האט ער שוין נישט געוואוסט אויב ער עקזיסטירט, בכלל. אזוי ווי דער חכם מכל האדם שלמה המלך ע"ה האט געזאגט אין קוהלת..."יוסיף דעת, יוסיף מכאוב"...!

כוכב » מאנטאג מאי 18, 2020 4:28 pm

· #448901
[ציטאט אראפגענומען]


יא, כ'האב אויך באמערקט די געוואלדיגע מאורע, און כ'האב אפילו גערעכנט צו עפענען אן אשכול דערוועגן, מיין קעפל וואלט געווען ווייניגער רחמנות'דיג, כ'וואלט גערופן דעם אשכול "יידל האט זיך מרחם געווען".
יעדן כאפט אמאל א הרהור תשובה און אין א גוטער מינוט פארגינט יידל צוצואווארפן א לייקל אדער צוויי. זאל עס אים גערעכנט ווערן ווי א מצוה.

ישעיה » מאנטאג מאי 18, 2020 10:11 pm

· #448924
יידל איז ווארשיינליך איינע פון די לאנדא שטודירטע קינדער, ובזה מיושב פון וואו זי קען אזוי סאך.

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 18, 2020 11:07 pm

· #448927
ישעיה
יידל איז ווארשיינליך איינע פון די לאנדא שטודירטע קינדער, ובזה מיושב פון וואו זי קען אזוי סאך.

פאני וואס דו זאגסט אבער ס'שטימט נישט מיט די עידז...

פארוואס? » מאנטאג מאי 18, 2020 11:45 pm

· #448929
מי אני
ס׳קומט זיך דיר ערליך (און צו זאגן די אמת בין איך דיר מקנה מיט דעם אליין אויך...).

איך האב אויך געפיהלט די זעלבע ווען @געפילטע פיש, @פארוואס?, @מאראנצןזאפט און אנדערע האבן געלייקט זאכן וואס כ׳האב געשריבן.


עוֹדֶנִּי חַי עִמָּכֶם הַיּוֹם.

מי אני » דינסטאג מאי 19, 2020 12:17 am

· #448931
Re: לייקס פון עולם העליון
ב״ה ולאורך ימים בע״ה (כ׳רעד אפילו אויך דא אין שטיבל). @געפילטע פיש איז אויך אביסל דא נאך.

איך רעד מער אין די תקופה ווען איך האב אנגעהויבן פּאָסטן.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2020 12:55 am

· #448935
במדבר
וואי! איך בין געווען דערשראקן אז אויף יענע וועלט קען מען נאר ליינען איי-וועלט 😂

יושבי חושך?...

זבולון » דינסטאג מאי 19, 2020 1:28 am

· #448936
.

כוכב » דינסטאג מאי 19, 2020 3:19 pm

· #448994
דא האט @ישראל קאפקע זיך געלאזט גריסן פון א הויכן היכל.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג מאי 19, 2020 9:40 pm

· #449042
[ציטאט אראפגענומען]
זעה איך אז @יידל איז נתרצה געווארן צו דיינע ווארעמע רייד, און אריינגעווארפן א תגובה

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:39 am

· #505806
אאאאאהה!!! א לייק פון @געפילטע פיש!!! וואס טו איך מיט זיך...?!?

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:41 pm

· #534048
כ'האב היינט באמערקט ווי @רויטע וואנצעס איז דא אראפגעקומען פונעם עולם העליון, לייקן די תגובה פון @קהל'ס ווי ער נעמט זיך אן פאר פאפא רבי. אפשר איז רויטע גאר א פאפאנער?!

שעפטאל » פרייטאג אוגוסט 25, 2023 3:00 am

· #534264
@אנאנים הייסט עולם העליון?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=534110#p534110

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:47 pm

· #550766
Re: לייקס פון עולם העליון
ס'איז מיר געווען א כבוד צו באקומען א לייק פונעם חשוב'ן @ראש הישיבה אויף מיין אשכול איבער דוד אין בת שבע.

https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16888