☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » קאמענטארן

קאמענטארן

405 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

פריינדליך » זונטאג יולי 15, 2012 3:19 pm

· #24266
זר זהב
משה געציל
נולד מאוחר
ווי אזוי רעאגירט מען אויף א תגובה אין אפאר שטיקלעך,
אויב איך וויל ציטערן (Quote) א שורה אין רעאגירען quote נאך א שורה אין רעאגירן?

ציטיר דעם גאנצען תגובה, קאפי דער quote וואס איז פון סוף פון דער תגובה פעיסט עס ביים סוף ווי דו ווילסט קאמענטירען, דערנאך קאפי די quote וואס איז אנפאנג תגובה, פעיסט עס פאר די קינמענדיגע ווערטער וואס דו ווילסט קאמענטירען, און ביים סוף קאפי נאכמאל די quote וואס באלאנגט סוף פון די תגובה פעיסט עס ביים סוף פון די ווערטער אויף וואסט דו ווילסט פריש רעאגירען וכו׳.

וויפיל באקומט איך באצאלט פאר אזא ארבעט ?


עס איז דא אסאך א גרינגערע וועג, אינטן קאפי די שורה וואס די ווילסט קוואטען דערנאך דריק ציטיר

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 1:45 pm

· #27972
קענען די מנהלים לייענען די "פריוואטע הודעות"?

גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 2:03 pm

· #27979
למען הפונקטליכקייט,
מיט אביסל דעטעבעיס ידיעות קענען זיי זעהן אלע רויע סחורה אין די בעק-ענד mysql (חוץ אינקריפטעד סחורה, וואס דאס איז געווענליך נאר פעסווארדס,)

אבער דאס איז אזאך וואס מ'דארף זיך ארומשפילן, האבן צייט, און וויסן וואס מ'זוכט

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 3:02 pm

· #28007
אויך וויל איך וויסן אויב די גרינע און אראנדזשע הנהלה שרייבן קיינמאל גארנישט עפעס אנדערש נאר וואס אנבאלאנגט די הנהלה'שאפט? צי זיי האבן אויך אנדערע ניקס מיט וואס זיי שרייבן אנדערע ענינים אויכעט?

מוזט נישט ענטפערן אויב ס'איז שווער. כ'האף ס'איז נישט גילוי. מוזט דאך נישט ענטפערן וועלכע ניק דו נוצט, אויב בכלל......

גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 3:04 pm

· #28008
למאי נפק"מ?

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 3:13 pm

· #28014
שמעקעדיג
אויך וויל איך וויסן אויב די גרינע און אראנדזשע הנהלה שרייבן קיינמאל גארנישט עפעס אנדערש נאר וואס אנבאלאנגט די הנהלה'שאפט? צי זיי האבן אויך אנדערע ניקס מיט וואס זיי שרייבן אנדערע ענינים אויכעט?

מוזט נישט ענטפערן אויב ס'איז שווער. כ'האף ס'איז נישט גילוי. מוזט דאך נישט ענטפערן וועלכע ניק דו נוצט, אויב בכלל......

איך האב דאס גראדע געקלערט, און דאס איז איינע פון די קאווע שטיבל מעלות אז די הנהלה דא נוצט זיכער אנדערע ניקים פאר מילי דעלמא, אנדערש ווי ביי אייוועלט ווי זיי נוצן עס אייביג און מיט דעם רעדן זיי זיך איין אז וואס זיי שרייבן טראגט א העכערן געוויכט אמער איך בין דאך רויט! און איך האב דאס געשריבן מוז עס זיין מער וואליד! אויש, פליז דאונט געט מי סטארטעט אגעין...

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 27, 2012 1:09 pm

· #29290
ס'מאכט מיך נערוועז די "ציטירן". עטליכע ניקס ציטירן אפט ריזיגע שטיקער, ציטוט בתוך ציטוט בתוך ציטוט, לאנגע דרשות, וואס מאכט מיך סקראלן נאך 7 מאל מיין מייזל ביז איך קום אן צו די קוים-איין-שורה-תגובה וואס דער שרייבער האט מוסיף צו זיין.

את אחי אנכי מבקש. ביטע נישט ציטירן אבי געזונט. אפילו מיט איין תגובה, פעלט נישט אויס צו ציטירן די גאנצע.
לאזט נאר איבער די ווערטער אויף וועלכע איר ווילט זיך באציען, און די איבריגע מעקט אויס. עס מאכט גרינגער פאר אלע לייענער. מען פארשטייט בעסער וואס איר ווילט, וואס אייך קוועטשט, וכדו'.

מיט פולע דאנקע!

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 7:54 pm

· #29974
עס באדערט מיר אסאך מאל ווען איך וויל אריינשיקן איין הודעה נאכן צווייטן, קומט מיר ארויף א שטרענגע הודעה מיט רויטע דיקע ווערטער:

איר קענט נישט שיקן נאך אן הודעה אין אזא קורצע צייט נאכן שיקן אן הודעה..

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 8:03 pm

· #29979
שמעקעדיג
עס באדערט מיר אסאך מאל ווען איך וויל אריינשיקן איין הודעה נאכן צווייטן, קומט מיר ארויף א שטרענגע הודעה מיט רויטע דיקע ווערטער:

איר קענט נישט שיקן נאך אן הודעה אין אזא קורצע צייט נאכן שיקן אן הודעה..

דאס איז דאך די ציל...

א איד » מאנטאג יולי 30, 2012 10:46 pm

· #30052
די ציל צו וואס?

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 10:51 pm

· #30056
א איד
די ציל צו וואס?

צו מאכן טראכטן בעפאר מען שיקט נאך אן הודעה.

א איד » מאנטאג יולי 30, 2012 11:28 pm

· #30080
איך האב זיך געכאפט אז איך וויל עפעס צושרייבן צו מיין פאריגע הודעה, געב איך עס א לייג אריין און די קומענדיגע.

אבער אופס



שמעקעדיג


איר קענט נישט שיקן נאך אן הודעה אין אזא קורצע צייט נאכן שיקן אן הודעה..


ווען וויל ער איך זאל טראכטן פארן צווייטן הודעה?

ער וואלט עס געדארפט לייגן פארן ערשטן!

א איד » מאנטאג יולי 30, 2012 11:35 pm

· #30087
משא"כ ווען איך ווארט צו א צוויי סעקונדעס, קען ער יא באשטיין אז איך זאל פירקלען.

אויב וויל ער נישט איך זאל פירקלען, וואלט די סיסטעם געדארפט ארבעטן, אז נאך איין הודעה קען מען נישט שרייבן נאך איינס פאר עטליעסט פינף מינוט.

אברעמעל » דינסטאג יולי 31, 2012 12:36 am

· #30105
בעל בית האט טאקע א גוטע סיסטעם פאר דעם.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 8:48 am

· #30174
אברעמעל
בעל בית האט טאקע א גוטע סיסטעם פאר דעם.

וואס איז בעלעבאס' סיסטעם?

אברעמעל » דינסטאג יולי 31, 2012 9:49 am

· #30192
אויב שרייבסט איין תגובה נאכן צווייטן נישט קיין חילוק ווי לאנג אפגעריקט אין צייט (זוי מיינעך) ווערט עס אוטומאטיש צוזאמגעשטעלט מיט די פריערדיגע נאר מיט א ליין אינמיטן מ'זאל וויסן אז ס'איז א צווייטע תגובה.

נפתלי » דינסטאג יולי 31, 2012 9:54 am

· #30195
און איך מיין אז נישט...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 9:57 am

· #30197
נפתלי, אברעמל שרייבט אמת. עס איז יא אחילוק אין צייט, כ'מיין א טאג אדער בערך 12 שעה, ביז דאן, אויב קיינער האט נישט צוגעשריבן צו דעם אשכול און דו אליינס לייגסט עפעס צו, גייט עס מיט דיין פריערדיגע תגובה, נאר מיט א שטריך אפגעטיילט.

נפתלי » דינסטאג יולי 31, 2012 10:03 am

· #30198
לדוגמא דא איז נישט אזוי און נאך צענדליגער פלעצער וואו דו קענסט עס זעהן

די תגובות וואס דו זעהסט א ליין אינמיטן איז לכאורה אליינס צוגעלייגט געווארן דורכן בעל התגובה

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 10:47 am

· #30214
נפתלי
לדוגמא דא איז נישט אזוי און נאך צענדליגער פלעצער וואו דו קענסט עס זעהן

די תגובות וואס דו זעהסט א ליין אינמיטן איז לכאורה אליינס צוגעלייגט געווארן דורכן בעל התגובה

נפתלי, די מדובר איז פון "בעל הבית" פארומס, נישט קאווע שטיבל.

נפתלי » דינסטאג יולי 31, 2012 10:54 am

· #30219
יידל
נפתלי
לדוגמא דא איז נישט אזוי און נאך צענדליגער פלעצער וואו דו קענסט עס זעהן

די תגובות וואס דו זעהסט א ליין אינמיטן איז לכאורה אליינס צוגעלייגט געווארן דורכן בעל התגובה

נפתלי, די מדובר איז פון "בעל הבית" פארומס, נישט קאווע שטיבל.

גערעכט, איך האב געליינט אברעמל'ס תגובה א שעה נאך דיין קשיא אינצווישן האב איך שוין עטליכע מאל פארגעסן אז מ'רעדט פון בעל הבית פארום

סליחה

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:29 am

· #33634
קען מיך אפשר איינער מסביר זיין וואס מיינט פארמעק אלע קוקיס? וואס געשעיט ווען איך דריק עס? עס שטייט אינטען פין די פעידש נעבען אונזער שטאב

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:32 am

· #33635
לעמיל
קען מיך אפשר איינער מסביר זיין וואס מיינט פארמעק אלע קוקיס? וואס געשעיט ווען איך דריק עס? עס שטייט אינטען פין די פעידש נעבען אונזער שטאב

[quote="אפט געפרעגטע שאלות"]“פארמעק אלע קוקיס” פארמעקט אלע קוכן (קוקיס) וועלכע ווערן באשאפן דורכן סיסטעם, און פאראורזאכט אז איר זאלט מער נישט ווערן איינגעשריבן אויטאמאטיש.צו מאל, אויב איר האט פראבלעמען זיך אריינצושרייבן אדער ארויסשרייבן, קען אויסמעקן די קוקיס העלפן.[/quote]

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:36 am

· #33637
[quote="יידל"]
לעמיל
קען מיך אפשר איינער מסביר זיין וואס מיינט פארמעק אלע קוקיס? וואס געשעיט ווען איך דריק עס? עס שטייט אינטען פין די פעידש נעבען אונזער שטאב

[quote="אפט געפרעגטע שאלות"]“פארמעק אלע קוקיס” פארמעקט אלע קוכן (קוקיס) וועלכע ווערן באשאפן דורכן סיסטעם, און פאראורזאכט אז איר זאלט מער נישט ווערן איינגעשריבן אויטאמאטיש.צו מאל, אויב איר האט פראבלעמען זיך אריינצושרייבן אדער ארויסשרייבן, קען אויסמעקן די קוקיס העלפן.[/quote][/quote]
יישר כח

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:45 pm

· #33783
קען מען טאקע נישט האבן מער פון 200 הודעות אינעם מעיל באקס? איך דארף כסדר מעקן און מעקן צו קענען זעהן פרישע הודעות.

פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:44 pm

· #34861
אנדערליין אונטער א לינק
פארוואס נישט
אגב אפשר וואלט כדאי געווען אז ביי א טינקעלערע Theme זאל מען צירוקשטעלן דעם אנדערליין אונטערן לינק.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:22 pm

· #35632
ס'איז דא פאראן פארשידענע סימבאלן ביי יעדן אשכול.
אבער אזא סארט ווי ביי ר' הערשעלע ספינקא'ערס פטירה האב איך נאך נישט אנגעטראפן.
וואס מיינט עס?
📎 Symbol.jpg

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:24 pm

· #35633
איך ווייס דאך נישט וואס קיין איין סימבאל מיינט

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:24 pm

· #35634
אויך אז איך מעג פרעגן, ווער האט אויסגעטראפן די מאדנע ברוינע "לייק" סימבאל? 👍 👍
עס דערמאנט מיר פון די אלטע קאמפיוטער געימס, קינ-דריעמס (איינער געדענקט נאך?)

די "גרינע" אויף אייוועלט איז געשמאקער אין מיינע אייגעלעך.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:27 pm

· #35636
שמעקעדיג; די סימבאל באדייט אז די אשכול איז מחובר צו איר ארט, און ווערט קיינמאל נישט אראפגעריקט אדער ארויפגעריקט, ביז מ'קלעבט איר צוריק אויף.

ניו יארק » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:01 pm

· #35896
און וואס מיינען די אלע אנדערע סימבעלס? איז דא ווי איך קען דאס זעהן?

שמואל שלום שלמה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:07 pm

· #35906
- Announcement
- Sticky thread
- Read topic
- Unread topic
- Read topic that you have posted in
- Unread topic that you have posted in
- Hot topic
- Locked thread
- Moved thread
- Forum with subforums (which have been read)
- Forum with subforums (which are unread)
- Link forum
- Attachment
- Go to last post in the thread
- Go to last unread post in the thread
- Subforum read
- Subforum unread

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:10 pm

· #35907
א דאנק אייך שלום שלמה שמואל

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:52 pm

· #35997
יישר כחכם!
(שוין לאנג נישט געזעהן דא!)

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:55 am

· #37158
ווי אזוי לינק איך צי א געוויסע תגובה ? סהייסט אז ווען איינער קליקט אופן מיין לינק זאל זיך די פעדזש עפענען ממש ביי יענע תגובה?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:06 am

· #37159
נולד מאוחר
ווי אזוי לינק איך צי א געוויסע תגובה ? סהייסט אז ווען איינער קליקט אופן מיין לינק זאל זיך די פעדזש עפענען ממש ביי יענע תגובה?

אויף די אויבערשטע רעכטע זייט פון יעדע תגובה איז דא אזא קליינע אייקאן פון א פאפיר, קליקט אויף דעם וועט עס אויפמישן די פעידזש צו יענע תגובה, דערנאך קענט איר עס קאפיען פון די אדרעס באר.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:16 pm

· #37466
געפילטע פיש
נולד מאוחר
ווי אזוי לינק איך צי א געוויסע תגובה ? סהייסט אז ווען איינער קליקט אופן מיין לינק זאל זיך די פעדזש עפענען ממש ביי יענע תגובה?

אויף די אויבערשטע רעכטע זייט פון יעדע תגובה איז דא אזא קליינע אייקאן פון א פאפיר, קליקט אויף דעם וועט עס אויפמישן די פעידזש צו יענע תגובה, דערנאך קענט איר עס קאפיען פון די אדרעס באר.

שכוח.

qwerty » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:53 pm

· #39785
דער צוועק פין דעם אשכול "נאר צוויי ווערטער"
וואס איז דער צוועק פין דעם אשכול "נאר צוויי ווערטער"?

די אלע וואס שרייבן דארטן, זעהט אויס אז זיי האבען נישט "אסאך" וואס צו זאגן, אדער בעסער געזאגט, זיי האבן ממש גארנישט וואס צו זאגן.

אויב עס איז נאר סתם אין דער וועלט אריין, בלויז אזא מין סארט "פאן", קען מען דאך מאכן אן אשכול פון "נאר איין ווארט" אויך?

נאר איך האב געקלערט, אז אפשר לויט די חוקים פון קאווע שטיבל, צי די הודעות אין דעם אשכול פין "נאר צוויי ווערטער" צי עס קען נצטרף ווערען צו דעם שיעור פון די צאל הודעות וואס מען דארף משלים זיין איידער מ'באקומט די זכי' אריינצוגיין לפני ולפנים, אינם מאחורי הפרגוד?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:54 pm

· #39786
אומזאכליכע תגובות זענען זיך נישט מצרף.

(דער אשכול איז בלויז זיך צו אויסלופטערן, און איז א ירושה פון ענליכע סייטס ווי קאווע שטיבל...)

qwerty » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:09 pm

· #39790
שמעקעדיג
אומזאכליכע תגובות זענען זיך נישט מצרף.



אבער לויט דעם גאון, חכם הרזים, אלבערט איינשטיין, אין זיין "רעלאטיוועטי טיאריע" איז דאך לכאורה יעדער זאך "רעלאטיוו".

ד.ה.אזוי, למשל:

ווען איינער טרעפט א צווייטען אין ער זאגט צוויי ווערטער "שלום אליכם" איז עס די גרעסטע מדרגה פין א "זאכלעכע" זאך וואס ער קען נאר זאגען און אעכו"כ ווען דער צווייטער ענטפערט עם "אליכם שלום" איז עס דאך זעכער "גערעדט צי דער זאך". 😂

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:19 pm

· #39793
דא אין שטיבל גייט עס אין רעלאטיוו צום מנהל'ס שכל הישר....

qwerty » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:39 pm

· #39797
שמעקעדיג
דא אין שטיבל גייט עס אין רעלאטיוו צום מנהל'ס שכל הישר....



האסט מיר אלץ זייער גיט מסביר געווען. ישר כח!

אבער איך בין נאך נייגעריק, פארווס טאקע שרייבען אזוי פיל מענטשען אן שיעור תגובות פין "נאר צוויי ווערטער", בפרט איז מיר האבען שוין גע'פסק'נט אז עס איז איז נישט קיין "זאכלעכע תגובה".

נו, ווען עס וואלט נאר געווען עטלעכע געציילטע.... נו נו ...

אבער סאיז דאך דארט א גרעסערע צאל תגובות, מער פון אלע אשכולות, איז וואס איז פשט פינעם אינטערעס פין אזויפיל מענטשען צי שרייבען די גרעסטע צאל תגובות ללא שום תוכן, וללא שום תועלת? 😕

איך קריטיקיר נישט ח"ו קיינעם.

איך בין נאר נייגעריק צי פסיכאלאגיש פארשטיין דעם מאטיוו פון די שרייבער 🙄

משה רוקח » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:12 pm

· #39804
דאס איז ווייל זיי פראבירן ארויסצוהעלפן קאווע שטיבל.
זיי ווילן קענען שרייבן נאכדעם אז קאווע שטיבל האט שוין פינף הונדערט טויזנט תגובות.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:22 pm

· #39806
qwerty
שמעקעדיג
דא אין שטיבל גייט עס אין רעלאטיוו צום מנהל'ס שכל הישר....




אבער סאיז דאך דארט א גרעסערע צאל תגובות, מער פון אלע אשכולות, איז וואס איז פשט פינעם אינטערעס פין אזויפיל מענטשען צי שרייבען די גרעסטע צאל תגובות ללא שום תוכן, וללא שום תועלת? 😕

איך קריטיקיר נישט ח"ו קיינעם.

איך בין נאר נייגעריק צי פסיכאלאגיש פארשטיין דעם מאטיוו פון די שרייבער 🙄

דאס אז געוויסע ניקס זענען די מערסטע אקטיוו אין צימעס, ווי מען טוט דורך זאכן ללא שום תועלת ותוכן פארשטייסטו יא? פרעגסט מיר, איז די צוויי ווערטער אשכול אסאך אינטערעסאנטער, מען איז באגרעניצט אריין צו קוועטשען די בויך וויי אין צוויי ווערטער, משא״כ צימעס וואו מען קען שרייבן צוויי בלעטער געהאקטע נארישקייטן.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 2:00 am

· #43450
ס'איז דא א "פיין ליין" צווישן געוויסע אשכולים וואו פונקטליך זיי באלאנגען. און אסאך מאל איז שווער צו זאגן צי ס'באלאנגט אינעם קאווע שטובל וואו מ'דיסקאסט און אנאלאזירט וואס אימער, אדער אין געזעלשאפט פארום וואו מ'רעדט פון די חרדישע קולטור.

קאלעגע "שמייכל" האט געעפנט אן אשכול אינעם קאווע אפטיילונג וואס לפע"ד באלאנגט עס אינעם געזעלשאפט אפטיילונג. -- אבער פארוואס טאקע נישט אין קאווע אפטיילונג ווי דער לאגא גייט: "ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן" ?? מ'קען נישט זאגן אז יענער אשכול געפינט נישט דאס פלאץ דארט.

איז וואו דראוט מען די ליין?

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:29 am

· #43853
אויב וויל איך לינקען צי א וועב פעדזש וואס האט א לאנגע דרשה, איז מעגליך אז די לינק זאל זיך עפענען ביי א געוויסע שירה אויף יענע בלעטעל?
איך רעד נישט א קאווע שטיבעל פעדזש. לאמיר זאגן איך לינקען צי איין ליין אויף א וויקיפידיע פעדזש?

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:51 am

· #43858
ס'ווענדט זיך נישט אין קאווע שטיבל, ס'ווענדט זיך אויב יענע פעידזש האט anchors כזה אין די HTML קאוד, אין וויקיפידיע איז געווענליך יעדע פרק אן עקסטערע אנקער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:46 pm

· #44175
אודה ו(לא) אבוש, אז פון צייט צו צייט באזוך איך מיינע "לייקס" הודעות, ס'טייטש איך קליק אויף די מספר ה"לייקס" וועלכע איך האב באקומען, כדי צו זעהן וועלכע הודעות האט דער עולם געגליכן פון מיר.
חוץ מזה וואס עס גיט א שטופ צו שרייבן נאך, גיט עס א בליק פון וועלכע סארט תגובות דער עולם האט הנאה, און מען לערנט זיך דאדורך וואס - און ווי אזוי - צו שרייבן.

ברם דא עקא - אסאך מאל זעה איך אז כ'האב צובאקומען 10 לייקס פון נעכטן (נאר א משל), און ווען איך קוק אריין צו זעהן די פרטים, זעה איך נאר 2 נייע הודעות וואס איז געלייקט געווארן (פון לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט). 8 לייקס איז געגאנגען פאר פריערדיגע תגובות.
מיין שאלה איז, ווי אזוי ווערט די ליסטע געסארטעד (SORTED)? ס'קוקט אויס אויפן סדר פון דעם דאטום פון ווען איך האב געשריבן מיינע הודעות, נישט דער דאטום ווען עס איז געלייקט געווארן (וואס איז נישט ריכטיג לכאורה).

בקיצור - אז איך וויל זעהן די לעצטע 10 לייקס, איז פאראן א גרינגע וועג ווי אזוי דאס צו טאן? אדער איז עס אוממעגליך?

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:16 pm

· #44201
ווי אזוי קען עס דרייט זיך איינער מיט היפש וויניגער 75 תגובות אין מ. פרגד?

מידת הדין » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:59 pm

· #44220
נולד מאוחר
ווי אזוי קען עס דרייט זיך איינער מיט היפש וויניגער 75 תגובות אין מ. פרגד?

מ'קען האבן נאך א ניק ספעציעל פאר מאחורי הפרגוד.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9