☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » קאמענטארן

קאמענטארן

405 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

שטויבעלעך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:45 pm

· #384527
פארוואס באקום איך נישט א 'פריוואטע הודעה', ווען איינער ציטירט מיין הודעה?
(נאר ווען איינער לייקט מיין הודעה, באקום איך).

יין שרף » מאנטאג יאנואר 13, 2020 10:10 pm

· #441434
האב איך באקומען א לייק, קליק איך צו זעהן וועלכע הודעה מען האט געלייקט (בין איך דער איינציגסטער וואס טשעקט נאך יעדע לייק פאר וועלכע הודעה עס איז...?), קומט ארויף "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום". פארטריבן מיין הודעה קיין מאחורי??

יין שרף » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:03 pm

· #441437
וועט מען בלית ברירה דארפן עפלייען פאר א וויזע אהין...

יין שרף » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:13 pm

· #441442
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין עד היום הזה נישט געקומען פאר 3 סיבות.

1) די קאמיטמענט פון דארפן שרייבן/זיין אקטיוו דארט, איז מיר נישט צום הארצן. איך בין דא זיך צו אויסלופטערן, נישט צו זיך צובינדן.

2) איך וויל אויסדרוקליך נישט מיין קאפ זאל ליגן דארט. עקפיריענס (ביי מיר) ווייזט אז אויב איך וועל אנפאנגן דארט וועל איך מיר נישט קענען אוועקרייסן דערפון, עכ"פ ביז איך ענדיג לייענען יעדע אשכול דארט. (אפשר ווען איך וועל האבן צוויי וואכן וועקעשען איז עס גוט..).

3) *** *** *** * ****, ****** ****.

סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 12, 2022 6:30 pm

· #499965
דיסקלעימער: קען זיין ס'וועט זיך הערן אביסל אנגעזעצט, זייט וויסן א געשריבענע זאך האט נישט קיין געפילן, און איך בין נישט אויפגערעגט ווען איך שרייב, ס'איז בלויז קאנטרוקטיווע תגובה וואס האט אין זיך אביסל פרוסטירירונ. נעם עס מיט א זאלץ מעסטל...

1. אויב וואלט געווען שייך צו העכערן די סכום ווי גרויס א געשיקטע פייל קען זיין וואלט געווען א שיינע זאך, וואס איך האלט יעדער וואלט זיך באלעקט. א מאקסימום פון 1 mb פער פייל אין 2022 איז ממש א לצנות. בפרט מיט היינטיגע סמארטפאון קעמרעס, א נארישע בילד געכאפט פון א ספר צו פון א וועקער בלעטל קען זיין 2-3 mb גרינג. אמאל לייג איך סקרינשאטס וואס קען זיין אפי' מער (ניין איך גיי נישט ביליגער מאכן די קוואליטי יעדעס מאל ס'זאל פיטן) צופיל מאל ווען כ'וויל עפעס שיקן און אופ... כ'באקום א רויטן error קובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 1000 KiB.

2. איך בין נישט די גרויסע עקספערט און פארשטייער אין developing אבער פאר מיר פשוטע אקטיווע קאנטריביוטער מדי חודש בחדשו גייט מיר אויף די געהירן אויג אז מ'קען נישט מעקן א זאך איינמאל ס'איז שוין אפגעשיקט געווארן. פארוואס פאר א גוט יאר דארף איך אלעס שיקן צו א מנהל פאר א קרייץ אונטערזוכונג? נאך פרעג איך, פארוואס דארף יענער שטיין און זיך מטפל זיין מיט אזא מינדערוויכטיגע זאך ווען ער האט גענוג ארבעט אן דעם? איך קען מיך נאך ב"ה אליינס מגיה זיין, איך עפן אשכולות אליין און כ'לאז מיר הערן, און אמאל רעד איך איבעריג און כ'פיל נישט ווי כ'דארף איינעם געבן דין וחשבון ווען כ'וויל נישט יעדע בויך קרעמף זאל ווערן דא פאראייביגט לנצח נצחים, אדער ווען כ'האב בטעות געטייפט בבץץב! און עס ארויפגעשיקט. זייט אזוי גוט און שטעלט צו א דיליט קנעפל. זאל יעדער זיך מאכן שבת פאר זיך. יא... ס'איז אייביג דא א פחד פון אביוז אויב זאכן לויפן צו אן עקסטרעם, (פאר די קליינע צאל ניקים וועלכע שרייבן נאך יא דא ערליך פון זיי האט מען מורא אז זיי וועלן זיך נעמען מעקן חומר רעכטס און לינקס וואס? ווען ס'איז א לאקערער וואס רעדט קיינמאל נישט, שוין פארשטיי איך) איך בין גרייט פאר א מיטל וועג, אזוי ווי רעדאגירן, איך פערזענליך וואלט עס לכאורה אויפגעסעט אביסל לענגער ווי רעדאגירן, געב כאטש א חודש, א מענטש מעג זיך טוישן א מיינונג, לערנען נייע זאכן אינצווישן, אדער סתם דורכגיין א טשעינדש אף הארט.

3. די אישי'ס איז אויך אביסל אינקאנווינענט, איך נוץ עס נישט צופיל (מעגליך צוליב די סיבה) כ'פארשטיי נישט פארוואס איך ברןיך האבן 88 באזונדערע threads פון די זעלבע conversation מיט די זעלבע ניק? אריין ארויס.. ווי האלט איך? ציטירן ארויף ציטירן אראפ... איך בין איינפאך, א פשוט'ער סווייפ צו ריפלייען וואלט מיר געווען פונקט גענוג ?Anyone with me on this כ'פארשטיי זאגן זאגט זיך גרינג, טייפן טייפט זיך נאך גרינגער, פארדעם זאג איך נאכאמאל כ'בין נישט די דעוועלאפער און נישט די בויער אבער אויב ס'איז מעגליך צו אינטערגרעיטן אביסל א שענערע אינטערפעיס, א בעסיק טשעט רום ווי מ'קען פירן די זעלבע קאנווערסעישן פאר יארן נאכאנאנד וואלט אסאך פארבעסערט דאס קאמיוניקירן אין מיין ארימע מיינונג. סך הכל אז איינער קומט אריין פריוואט פון א נייע אשכול וואס מ'האט נאכנישט געשמועסט ביז איצט, זאל ווייטער זיין א לינק פון ווי יענער האט ריפלייט, וואס וועט אריינהאקן אינעם טשעט (בערך אזוי ווי ווען עמיצער קומט אריין אין אישי פון א גרופ און מ'קען קליקן און צוריקגיין צו יענע דיסקוסיע)

4. די יוטוב אינליין איז אויך אביסל נישט פויגל'דיג, אויב ביזטו אויף mobile version פון ק"ש קען נישט קוקן אין פול סקרין האריזאנטעלי . א געוואלדיגע פיטשער וואס דארף פשוט א מיינער טאטש אפ.

מסתם דא נאך זאכן, אבער דאס איז וואס ליגט מיר אויפן געדאנק. שכח פאר די הנהלה און פאר אלע וואס העלפן פארשענערן דאס פלאץ.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 12, 2022 7:31 pm

· #499969
א רעדאגירן קנעפל איז דאך שוין דא

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 12, 2022 8:00 pm

· #499973
פאר דיין פראבלעם מיט אישי, ניץ איך טעלעגראם, ס'ארבעט אויף יוזערנעים, מאך אבער זיכער אז דיין טעלעפאון נאמבער איז באהאלטען.

סאנטיאגא » פרייטאג מאי 13, 2022 6:39 pm

· #500014
קהל'ס נער
פאר דיין פראבלעם מיט אישי, ניץ איך טעלעגראם, ס'ארבעט אויף יוזערנעים, מאך אבער זיכער אז דיין טעלעפאון נאמבער איז באהאלטען.
דאס איז ווי זאגן פאר אומבאקוועמליכקייטן מיט אימעיל, נוץ פעקס... איך רעד דאך פון דיזן פלאטפארמע...
כ'ווייס אויך אז טעלעגראם איז א געשמאקע עפפ צו נוצן אבער אריבערפירן קאנווערסאציעס ערגעצאנדערשוואו איז יענע שלעפ, און נישט יעדער האט עס.
דו שטייסט און שיקסט יעדעם דיין נאמען צו רעדן דארט? כ'הער

סאנטיאגא » זונטאג מאי 15, 2022 7:42 pm

· #500122
סאנטיאגא
4. די יוטוב אינליין איז אויך אביסל נישט פויגל'דיג, אויב ביזטו אויף mobile version פון ק"ש קען נישט קוקן אין פול סקרין האריזאנטעלי . א געוואלדיגע פיטשער וואס דארף פשוט א מיינער טאטש אפ.
יעצט געלייגט א ווידיא אין אן אנדערן אשכול (פון מיין desktop) און איך קען עס ניטאמאל טרעפן, נישט ס'שפילט נישט. ס'קומט אויס א ליידיגע תגובה. כ'האב פרובירט סיי Chrome און סיי Microsoft edge נאך איינער האט די פראבלעם?

תרמב » מיטוואך יולי 6, 2022 9:12 pm

· #503760
אז מ'טוישט שוין איז דא אסאך זאכן וואס קענען געטוישט ווערן אבער ס'וועט נישט ברענגען מער קאסטומערס אז די סייט וועט זיין מער אויפגעארבעט, אז איינער שרייבט א גוטע ארטיקל קומט עס ממילא אן געגנבעט'ערהייט אויף יעדנס וואטסעפפ גרופעס....

בנוגע די חלק פון מעקן איז א מוראדיגע פראבלעם ווען איינער שרייבט א תגובה וואס זייעט אן א סאמאטוכע און די עולם בלייבט נישט גלייכגילטיג, און שפעטער קומט דער בעל התגובה און מעקט אויס די אריגינעלע תגובה, שפעטער קומען די חברה אן און קענען נישט פארשטיין על מה יצא כל הרעש, ס'איז געווען אמאל א ניק אביגדור אויף קאווע שטיבל וואס איז ארומגעגאנגען און אויסגעמעקט ארום דרייצן הונדערט תגובות אויפן סייט, ער האט אנגעמאכט א חורבן אין צענדליגע אשכולות, ס'קוקט אויס אז ער האט גוט געשריבן לויטן סכום לייקס וואס ער האט באקומען אויף זיינע מעסעזשעס, אינטערסאנט אז ער האט עס געקענט טון, מסתם איז עס געווען א אינסייד זשאב, יענער זעהט אויס איז אנגעקומען צו די מידל עיזש קרייסיס און ער האט זיך צוריקגעזעצט צוריק אין בית מדרש אין די עכטע קאווע שטיבל, און אונז זענען אלע געבליבן לעקיש...

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 6, 2022 9:18 pm

· #503761
תרמב

לאו דווקא א אינסייד ג'אב.
קאווע שטיעבעל איז נישט קיין סעקיורד זייטל, עכ"פ נישט צי שטארק, און יעדע אביגדור בשוק וואס פארשטייט אביסל אין קאמפיוטער קען עס טיען.

סבא דבהתא » מיטוואך יולי 6, 2022 10:48 pm

· #503767
ווער זענען די אלע כסדרדיגע באטס וואס קריכן איבעראל ארום דא?
AhrefsBot [Bot], Bing [Bot], Google [Bot], Google Adsense [Bot], SEMrush [Bot], Trendictionbot [Bot]

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 7, 2022 2:21 am

· #503779
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב פארשטאנען אז די אלע ניקס וואס באהאלטן זיך אז מען זאל זיי נישט קענען זעהן, (זיי וועלן אויס די אפציע ביים זיך איינשרייבן,) קומען ארויף אלטס באטס.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 7, 2022 6:36 am

· #503781
[ציטאט אראפגענומען]
כהאב גארנישט געוואוסט דערפון. זענען געווען תגובות פון מיר אויך צווישן דיע? מסתמא נישט, ווער זאל מיך שוין וועלן מעקן? נאר עפעס איינער וואס איז נאך סטאק מיט די יש אם למקרא אדער יש אם למסורה פאליטיקס. בכל אופן, האט מען די פארמעקטע תגובות רעקאווערט?

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:47 pm

· #509531
הילף/סופארט
איך גיי שוין אהין און צוריק מיט @אנאנים ער פארשטייט נישט מיין אישאו. איך בין געווארן ארויסגעשפארט ווייל די סיסטעם האט גע'טענה'ט אז איך קאלעך און געדענק נישט מיין ריכטיגע פעסווארד, האבן זיי מיר געגעבן א צייטווייליגע, קודם האב איך געטראכט, שוין זאל זיין אזוי. אבער נאך אפאר טעג בין איך ווידער געווארן אויסגעשפארט, יעדע פאר טעג דארף איך נאכאמאל אריינלייגן די נארישע פעסווארד זיך איינצושרייבן.

מיין ארגינעלע פעסווארד האט נישט אזוי פארפירט, איך קען נישט קיין עברית, און נאכן זיך ברעכן קאפ מיט די באנוצער קאנטראל צימער פראמפטס און אלעס אליינס געטראנסלעיטעוועט, האלט ער נישט ביים אקצעפטירן מיין געטוישטע פעסווארד. פארוואס אין די וועלט איז עס נישט אויף מאמע לשון??

בקיצור.

די סייט זאגט אז אויב די ריסעטן מאכט פראבלעמען זאל מען אימעילן די הנהלה. איך ווארט שוין מער ווי א חודש...
אויב איינער קען זיך אויס וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דעם צומישטן פלאנטער וואלט געווען א טובה. ווייל איך פיל ווי די שטן אין בצרה...

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:52 pm

· #509532
דריק דעם קנעפל ביים זיך אריינסיינען אז די זאלסט זיך אייביג אטאמאטיש אריינסיינען. אזוי דארפסטו נישט לייגן יעדע מאל די פעסווארד.

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:54 pm

· #509533
ארבעט נישט. איך זעה זיך עס דריקן יעדעס מאל. די מנהל טענה'ט אז ס'איז מיין בראוזער.

און יא איך האב געמאכט אפערקעיס, לאוערקעיס, און נומערן. כ'ווייס וואס א פעסווארד איז..

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 1:04 am

· #512505
לעצטנס לאודט זיך יעדע פעידזש זייער שטייט. נאך איינער האט דאס? שוין פרובירט סיי אויפן קאמפיוטער און סיי אויפן טעלעפאן.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 1:43 am

· #512701
שמן למאור
דריק דעם קנעפל ביים זיך אריינסיינען אז די זאלסט זיך אייביג אטאמאטיש אריינסיינען. אזוי דארפסטו נישט לייגן יעדע מאל די פעסווארד.
שמן למאור: דרוקן דעם קנעפל זיך אויטאמאטיש אריינצוסיינען העלפט נישט אייביג. א סאך מאל קומט פון זיך אליין ארויף דער סענטענס.."דו האסט דיך סוקסעספול ארויסגעסיינט"...אפילו איך טו גארנישט. נאר די סייט לאגט מיך ארויס אויטאמאטיש.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 1:55 am

· #512763
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
📎 security_certificate.jpg

שמן למאור » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:04 am

· #512764
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ביי מיר איז אויך ארויפגעקומען אזא מעלדונג אז עס איז נישט סעקיור.
@אנאנים וואס איז פשט?

נעקסט לעוועל » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 1:38 pm

· #512787
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
אויך געהאט נעכטן, כהאשוין געמיינט אז אייוועלט האט געהעקט ק"ש און ליכט פון א נדרים פלוס מיסיע לטהרת העולם ....(מקען דאך דורך די אומשולדיגע נדרים פלוס אנקומען צו קאווע שטיבל ... שומו שמים!)

און ביי מיין אלטע קאמפיוטער האט עס אויך געמאכט פראבלעמען יעדע שני ושישי, אבער דארטן איז עס געווען די פילטער וואס געהאלטן אז ק"ש באלאנגט אויפן שווארצע ליסטע...

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:16 pm

· #512790
"שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל"

איז דאס אן אויטאמאטישע פיעטשור? עס מאכט צומאל זייער נערוועז...

לעצטנס האט מיר איינער באשייגעצט אין אישי און יעדע קללה קומט ארויף "שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל"... בשעת יענער האט מיר געשיקט די אישי האב איך נאך געקענט ליינען יעדע ווארט, אבער יעצט איז למפרע אלעס געווארן גע'כשר'ט אומגעבעטן...

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 4:20 pm

· #512797
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.

נעקסט לעוועל » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 4:21 pm

· #512798
שמעקעדיג
שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל

איז דאס אן אויטאמאטישע פיעטשור? עס מאכט צומאל זייער נערוועז...

לעצטנס האט מיר איינער באשייגעצט אין אישי און יעדע קללה קומט ארויף "שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל"... בשעת יענער האט מיר געשיקט די אישי האב איך נאך געקענט ליינען יעדע ווארט, אבער יעצט איז למפרע אלעס געווארן גע'כשר'ט אומגעבעטן...
אייגעס א 40 פלו ארויפצוברענגען קאווע שטיבל אויף די רעלסן...

חמלה גדולה » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:05 pm

· #512804
שמעקעדיג
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.
still have same problem

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:53 pm

· #512811
פארוואס דארף מען דער סערט? עס איז גוט אזוי. ווען זיי זאלען וויסען וואס מען קען אלץ וויסען ווייל זיי האבען נישט קיין סערט.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 6:05 pm

· #512815
חמלה גדולה
שמעקעדיג
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.
still have same problem
ביי מיר איז עס אויך צוריקגעקומען....
אוי איז דאס ענאויאינג.

נעקסט לעוועל » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 6:09 pm

· #512817
Re: קאמענטארן
שמעקעדיג
חמלה גדולה
שמעקעדיג
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.
still have same problem
ביי מיר איז עס אויך צוריקגעקומען....
אוי איז דאס ענאויאינג.
דערווייל ניץ איך טעפטעלק אויף מיין אייפאון עד יעבור זעם
אבער טעפטעלק איז אויך פראבלעמאטיש(סהאלט און אייין פריזן)

שמן למאור » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 9:10 pm

· #512831
שמעקעדיג
שמעקעדיג
וואס גייט פאר מיט די סעקיוריטי סערטיפיקעט פון ק"ש?
ייש"כ פאר די מנהלים פאר'ן פאררעכטן.
ביי מיר קומט נאך ארויף דעם ווארענונג.

נעקסט לעוועל » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 9:05 am

· #512861
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
יעדע מאל ביים אריינסיינען און ביי יעדע ריפרעש

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:44 pm

· #512941
נאך אלץ געפערליך. זאת ועוד, יעצט קומט נישט ארויף קיין בילדער.

מנהל, ביטע טוטס וואס מען קען ווי אמשנעלסטן. עס איז זייער נערווירנד. א דאנק.

ששון ושמחה » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 8:46 am

· #512963
אינטערסאנט איך האב בכלל נישט די פראבלעם

חמלה גדולה » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:36 pm

· #512992
שמעקעדיג
נאך אלץ געפערליך. זאת ועוד, יעצט קומט נישט ארויף קיין בילדער.

מנהל, ביטע טוטס וואס מען קען ווי אמשנעלסטן. עס איז זייער נערווירנד. א דאנק.
this is a disaster
maybe its only in chrome?

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:45 pm

· #512994
Re: קאמענטארן
חמלה גדולה
שמעקעדיג
נאך אלץ געפערליך. זאת ועוד, יעצט קומט נישט ארויף קיין בילדער.

מנהל, ביטע טוטס וואס מען קען ווי אמשנעלסטן. עס איז זייער נערווירנד. א דאנק.
this is a disaster
maybe its only in chrome?
It’s also in brave and safari

מרדכי מרדכי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 5:05 pm

· #513002
איך האב עס געהאט אויף דעם פעידזש וואס איז געסעיווט אויף מיין סקרין און עטליכע טעג האב איך געמיינט אז קאווע שטיבל ארבעטן נישט ביז איך האב געמאכט א נייע סוירטש אויף גוגל און איך האב געסעיווט די נייע

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 5:08 pm

· #513003
Re: קאמענטארן
מרדכי מרדכי
איך האב עס געהאט אויף דעם פעידזש וואס איז געסעיווט אויף מיין סקרין און עטליכע טעג האב איך געמיינט אז קאווע שטיבל ארבעטן נישט ביז איך האב געמאכט א נייע סוירטש אויף גוגל און איך האב געסעיווט די נייע
יעצט פרובירט
העלפן נישט ביי מיר

חמלה גדולה » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:24 pm

· #513008
מרדכי מרדכי
איך האב עס געהאט אויף דעם פעידזש וואס איז געסעיווט אויף מיין סקרין און עטליכע טעג האב איך געמיינט אז קאווע שטיבל ארבעטן נישט ביז איך האב געמאכט א נייע סוירטש אויף גוגל און איך האב געסעיווט די נייע
works so far

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 8:43 pm

· #513021
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221130/533cdebb7f04b11b2de697bd67c8e555.jpg
בין איך די איינציגסטע וואס האט עס נאך ?

מצפצף » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:10 pm

· #513026
[ציטאט אראפגענומען]
האלט נאך אן.

גבור חיל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:19 am

· #513035
[ציטאט אראפגענומען]
ביי מיר איז די פראבלעם טאקע נעלם געווארן. א דאנק!

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 4:07 am

· #513040
Re: קאמענטארן

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 7:39 am

· #513042
נעקסט לעוועל
יעצט פרובירט נאכאמאל (נאכן אראפנעמען די פין פון ק"ש)

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 4:54 pm

· #513075
גבור חיל
[ציטאט אראפגענומען]
ביי מיר איז די פראבלעם טאקע נעלם געווארן. א דאנק!
Same here. Thanks

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 7:06 pm

· #513085
מיט גראב שמחה און גלארייכע פרייד (עקזיסטירט בכלל ? ניין)
קאווע שטיבל איז בעק אנליין !!
נאך אינטערסיווע ארבעט וואס די קאנסיפראציע טעאריקער האבן אריינגעווארפן צי בויען אז די אייער-ווארפער און באלאן באסטער חברה אדער גאר די קדושי אייוועלט שטייען אונטער די מאסיווע סייבער אטאקע אויף די קהילה הנאמנה ק"ש, האט זעך אויסגעלאזט א זייפן-בלעזל....

עניוועיס, נעווער מיינד, א דשאמבא יישר כוח פאר די מנהלים פארן פאריכטן די פראבלעם, און בכלל פארן שטיין על המשמר און ווישן די טינופות און ***** פון יעדע צווייטע תגובה, כה לחי

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:41 pm

· #513227
היסטאריע
פארוואס דארף מען דער סערט? עס איז גוט אזוי. ווען זיי זאלען וויסען וואס מען קען אלץ וויסען ווייל זיי האבען נישט קיין סערט.
היסטאריע: איך האב מורא אז דו קענסט נישט קיין קרי (וויאזוי דו ווילסט. מיט א סגול אדער א שוו"א) נישט נאר קיין כתיב. ווייל איך האב נישט געשריבן..."שריפטשטעלער"...! ביטע ליין גוט איבער מיין תגובה.

דרך אגב. יישר כח פאר דעם קאמפלימענט...!

איש יהודי » דאנערשטאג יולי 13, 2023 10:33 am

· #531389
ארויפלייגן אפאר בילדער אויפאמאל
שלום עליכם רבותי! עכט דארף איך מיר קודם פארשטעלן אין די אשכול,
אבער איך וויל מיר קודם אויסקענען אין דעים סייט, סא איך הייב אן מיט די טעקניקעלס,

1) איז דא א וועג ארויפצילייגן אפאר בילדער אויפאמאל?

כספי » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 6:44 am

· #533532
.

כספי » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:41 am

· #533613
איז דא א וועג צו באקומען א נאטיפיקעישאן ווען איינער ציטירט מיר?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 20, 2023 1:50 am

· #533859
שמעקעדיג
לעצטנס לאודט זיך יעדע פעידזש זייער שטייט. נאך איינער האט דאס? שוין פרובירט סיי אויפן קאמפיוטער און סיי אויפן טעלעפאן.
ועדיין לא נושענו!
ווען איך וויל צב"ש שיקן א הודעה נאכ'ן שרייבן, נעמט עס צווישן 7-10 סעקונדעס זיך צו לאודן.
נאך איינער ליידט דערפון?
קען מען עפעס טון דערצו?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9