קאמענטארן
405 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
אהא.
אוי געוואלד... מדת הדין האט זיך אנגערוקט פונקט פאר ר"ה
😢
שמעקעדיגגעסארטעד (SORTED)?
סארטירט
היינט צופרי האבעך געזיכט די אשכול ״דער שפאקטיוו״ מדי חודש בחדשו און סע נישט ארויפגעקומען. פארוואס?
יעצט זיך איך ״דער בליץ״ מדי חודש בחדשו און סע קומט ארויף אז סע נישטא קיין רעזולטאטען.
זייער אסאך ווערטער וואס מ'וויל זוכן דא אין שטיבל ביי פארגעשריטענע זוך, קומט ארויף א מעסעדזש אז ס'איז נישט אריינגערעכענט אין די זוכעניש ווייל ס'איז צו שטארק באנוצט, איז שייך צו פארגרעסערען די צאל פון ווען ס'הייסט א צופיל באנוצטע ווארט?
אין מיי עקספיריענס איז די גרינגסטע צו זוכן דורך גוגל, אין די גוגל סוירטש באקס לייגט אריין site:kaveshtiebel.com און דערנאך לייגט אריין די ווארט\ווערטער וואס איר זוכט.
א גוטע עצה, יישר כחכם.
געדענק נאר אז גוגל קען נאר זען די אשכולות וואס זענען אפען צום פאבליק.
זר זהבקען מען טאקע נישט האבן מער פון 200 הודעות אינעם מעיל באקס? איך דארף כסדר מעקן און מעקן צו קענען זעהן פרישע הודעות.
גם אני מצטרף!
איך באקום היבש אביסל הודעות אין אישי, רוב דערפון וויל איך סעיוון אויף שפעטער, ווייל זיי האבן נוצבארע ידיעות וואס איך קען וועלן שפעטער איבערזעהן.
איך האב שוין געמוזט מעקן עטליכע מאל, און פארלוירן איין וויכטיגע אישית וואס איך האב געזוכט.
וואס טוט איר דערמיט?
קודם כל קענסטו דאונלאודען די מעסעדזשעס צו א פייל, אויך קענסטו פארמעקן אסאך הודעות אן פארלירן גארנישט, למשל האסט געהאט א שמיעס מיט איינעם צען הודעות אהין און צוריק, קענסטו פארמעקן די ערשטע ניין און נאר לאזן די לעצטע, וועסטו זען די גאנצע סטרינג פון הודעות אין די לעצטע מעסעדזש.
אבער גם אני מצטרף, היינטיגע צייטן ווען מ'איז צוגעוואונט צו ג'י-מעיל, ווי מ'דארף קיינמאל נישט מעקן, אז אויב ס'איז נישט צו שווער, און מ'דארף נישט צוצאלן פאר נאך ספעיס, אויב מ'קען העכערן דעם לימיט פון הודעות.
וואו!!! אין מילים.
די הנהלה פארפעלט נישט קיין אפערטיוניטי אונז צו איבערראשן מיט זייער איבערגעגעבנקייט, זאל דער אייבישטער זיי העלפן בכל מילי דמיטב, מיט א כתיבה וחתימה טובה, שנה שיתברכו מעשי ידיהם, שנה שיפוצו מעיינתם ושטיבל'תם חוצה.
מיי פלעשאר זאגטס נאר וואס עינק ווילען און מ'וועט פראבורען עס צו צשטעלען
געפילטע פיש
היינטיגע צייטן ווען מ'איז צוגעוואונט צו ג'י-מעיל, ווי מ'דארף קיינמאל נישט מעקן,
אין דזשימעיל דארף מען יא מעקן
נפתליגעפילטע פיש
היינטיגע צייטן ווען מ'איז צוגעוואונט צו ג'י-מעיל, ווי מ'דארף קיינמאל נישט מעקן,
אין דזשימעיל דארף מען יא מעקן
נישט יעדע וואך
יאנקל איך שיק דיר שוין 20 הודעות ס'איבריגע וועט זיין נאך יו"ט
אנאנים, נעם עס אן ווי א קאמפלימענט. בבחי' כי לא מחשבותי מחשבותיכם.
דיינע אויסערגעווענליכע וויסנשאפטליכע ארטיקלען, הויכע וואקאבולאר, און ידיעות אין היסטאריע, בוכער, מחברי ספרים, סייענס, און נאך פארשידענס איז מיט א שטאפל העכער ווי רוב לייענערס דא, און טרעפן דעריבער נישט קיין געמיינזאמע שפראך מיט דיר......
שמעקעדיג דיין מהלך פון טראכטען געפעלט מיך אייביג טראכסטו אויף די גיטע זייט
איז מאחורי ספעשל געמאכט מ'זאל נישט קענען אריינלייגען א בילד, אדער דער פראבלעם איז מיט מיין בילד?
ס'האט א פילטער וואס לאזט נישט אריינלייגן מקומות המכוסים... 😉
הא הא 😛
ווערט נישט עקסייטעד ס'איז סתם טעקסט.
כבאב געמאכט א בילד פונעם דיסקלעמער אויף די ענוועלאפ פינעם עת לאהוב.
יעצט זע איך סהאט גארנישט מיט מאחורי. עס גייט נישט דא אויך נישט. עס געט מיר דעם מעסעדזש ''דאס בילד קען מין נישט צילייגן''
וואס פשט?
אפשר איז די פייל צו גרויס, טריי
טייני-פיק.
געפילטע פישאפשר איז די פייל צו גרויס, טריי
טייני-פיק.
שכוח.
איך שלאג פאר אז מען זאל מאכען א מסכים קנעפל אדער שטימען קנעפיל נעבן די לייק הענטעל ווייל אסאך מאל שטימט מען נישט צי צו יענעמס פוינט אבער עס איז זייער שיין אראפגעשריבען, און צומאל קען זיין די מעשה פארקערט...
אויך א WTG קנעפל (What The Gegenom), און א Rolling eyes קנעפל אויך, ס'זאל שוין זיין.
אויב עס שטערט דער נישט טו א גמ"ח און זיי מסביר וואס דיינע פארגשלאגענע קנעפליך מיינען
WTHen.wikipedia.org/wiki/List_of_gesturesEye-rolling, performed by rotating the eyes upward and back down, can indicate incredulity, contempt, boredom, frustration, or exasperation. The gesture can be unconscious or can be performed consciously. The gesture occurs in many countries of the world, and is especially common among adolescents.
פאר די אלע אויסדרוקן זענען דא די פילע סימבאלן וועלכע מ'קען אריינשטעלן אין הודעות.
שכויך
I was being sarcastic, that he wants a button for every emotion and response, to that I meant to say, if you have something to say, whether you agree or disagree, .sit down, and write a comment
:נישטמסכים: ניין איך בין נישט מסכים צו דעס וואס דו זאגסט.. ערנסט גערעדט איך וויל עפעס פארשלאגען איז נישט די פלאץ פאר וויצען ווילסט זאגען עפעס זאג ארויס וואס דו ווילסט
כ׳ווייס נישט צי איינער האט באמערקט, אבער עס איז געווען פראבלעמן מיט די סייט די לעצטע פאר מינוט.
שפיר איך אז מען מוז עס ארויסברענגען ברבים, און אויסשרייען א הילכיגן ישר כח, פאר די חשובע מנהלים- אחראים, וואס געבן זיך אזוי געטריי אוועק אפילו אינמיטן ארבעט, און עס האט נישט גענומען מער ווי פופצן מינוט און די פראבלעם איז געווען געסאלווד בה!
אשריך! גרויס איז ענקער זכות וואס ענק שטעלן צי, אז אידישע קינדער האבן א כשר׳ן פלאץ ווי זיך אויסצוליפטערן!!
אופס, ראנג אשכול ביטע רוקן.
ווי אזוי קען איך ארויף לייגען א בילד וואס איך האב אויף מיין פאן? דו img קנעפעל?
לדעתי איז די גרינגסטע אז דו לייגסט צו א פייל (אונטער דעם פלאץ פון שיק הודעה, זעה בילד)
און ווען דו מאכסט בראוז, גיי צו די לייברערי פון דיין פאונ'ס בילדער, און סעלעקט דעם בילד וועלכע דו ווילסט אהערלייגן.
📎 Image_Attach.jpg
ווען איך בראביר דאס באקום איך א מעסעדזש '' דעם בילד קען מען נישט ביילייגן''
איך שוין געטרייט מיט אסאך בילדער אלץ באקום איך די מעסעדזש.
איז עס גרעסער ווי 256 ק״ב?
736 kb
נו, די גרעסטע וואס דער שטיבל פארנעמט איז 256 ק״ב.
דארפסט ריסייזן דיין בילד. מאך ווייניגער מעגאפיקסלס.
שמעקעדיגנו, די גרעסטע וואס דער שטיבל פארנעמט איז 256 ק״ב.
דארפסט ריסייזן דיין בילד. מאך ווייניגער מעגאפיקסלס.
וויל איך וויסען וען די מאכסט א סנעפשאט מיט דיין פאן דארפסטו אויך דורך גיין די גאנצע פראסעס פין רסייזען, אדער די קענסט עס גלייך ארויפלייגען?
איך וויל וויסן אויב קען מען שיקן בילדער אין אישית איינער פארן צווייטן?
שמעקעדיגאיך וויל וויסן אויב קען מען שיקן בילדער אין אישית איינער פארן צווייטן?
טריי עס אויס ( קענסט מיך שיקען)
כ'האב געטרייט. כ'זעה נישט אזא אפציע.
האסט געמיינט איך פרעג בעפארן פרובירן?
שמעקעדיגאיך וויל וויסן אויב קען מען שיקן בילדער אין אישית איינער פארן צווייטן?
יא מ'קען, אבער נאר א בילד וואס איז שוין דא ערגעץ אויפן וועב, דורך דרוקן אויפן אימעדזש קנעפל.
אטעטשן א בילד פון קאמפיוטער קען מען נישט.
מ'קען אבער אפלאודן די בילד צו דראפבאקס וכדו', און שיקן די לינק אין אישית.
יישר כח רבי שמואל.
שטענדיג ביסטו גרייט צו ענטפערן לכל השואלים.
נעמט קאווע שטיבל שוין אן אדדווערטייזמענטס?
lulevנעמט קאווע שטיבל שוין אן אדדווערטייזמענטס?
דו ווילסט אן אדדווערטייזען אדער ביסט סתם נייגעריג??
לעמיל דו ווילסט טאקע באמת וויסן צי ער וויל, אדער ביסט סתם נייגעריג אויב ער איז נייגעריג?
שמעק דו ווילסט טאקע באמת וויסען אויב איך וויל וויסען אדער ביסט סתם נייגעריג צו וויסען צו איך בין נייגעריג
Lol
געפילטע פישאויך א WTG קנעפל (What The Gegenom), און א Rolling eyes קנעפל אויך, ס'זאל שוין זיין.
בחדא מחתא, קען מען שוין אויך מאכן א "thanks for stating the obvious" קנעפל, איך שטויס מיך אן דערין זייער אפט לעצטענס, איך וויל אבער נישט זיין rude.