קאמענטארן
405 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
קאמענטארן
עס איז מיר א פרייד צו זען אז אידיש האט צובאקומען נאך א ווינקל אוואו מען ווען קענען געשמאק פארברענגען.
איך בין נישט ניי אין שרייבן, און איך שרייב אין נאך מקומות אויפן וועב, און איך גלייך צו זיין מיטן זעלבן נאמען/ניק ווען מעגליך...
איך וועל בעזר ה׳ אויך דא זיך לאזן הערן, און עטליכע הגהות צום אנהויב.
ערשטנס, ווי פריער ערווענט, נוץ איך דעם זעלבן ניק אין אנדערע פלעצער. פארשטייט זיך אז ס׳פון די גרינגע זאכן צו עפענען א נייעם ניק, אבער איך קלער אז ס׳וויכטיג צו האבן עפעס א וועג צו מאכן זיכער אז קיינער גנב׳עט ניט דעם חבר׳ס ניק.
צווייטנס, וויל איך געבן אן עצה אז כדי דער אדער סיי וועלכע פורום זאל האבן א שאנס צו הצלחה, מוז מען אין אנהייב אריינלייגן גרויסע כוחות אז עס זאל כסדר זיין פרישע סחורה אז עס זאל זיין אינטערעסאנט אהערצוקומען בכלל. שפעטער, וועט עס קענען גיין אויף די אייגענע פיס, האפנטליך.
מיט פיל הצלחה.
Re: קאמענטארן
אךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.
Re: קאמענטארן
איך ווייס נישט צי עס איז דוקא א ליסטע, צי א שמועסעריי אויף מעסענדזשער, צי א באהאלטענע פארום ווי דו זאגסט, נאר ווי עס איז מיר אמאל צוריקגעקומען פון א חבר, וואס האט געהערט פון א בלאגער, וואס האט געהערט פון א שוואגער, וואס האט פונקט געהערט פון א קאזין, אז "יא, ענדליך זענען מיר דערגאנגען אז דו ביסט דאס דער יעניגער." זעט אויס צוויי חבירים האבן געטרעיד אינפא.
טעסטונג טעסטונג
איך עפן די אשכול צו טעסטן וואס מ'וויל טעסטן.
קודם כל זעה איך ס'איז נישט דא קיין אנקעטע אפשען.
צווייטענס אז מ'קען נאר קוואטן 4 מאל.
Re: טעסטונג טעסטונג
אין אנדערע פארומס איז אויך דא א לימיט אויף ציטירען. די סיבה איז ווייל ווען תגובות ווערן צו לאנג מיט ציטוטים, ווערט שווער מיצוהאלטן די שמועס.
Re: טעסטונג טעסטונג
קאוועאיך עפן די אשכול צו טעסטן וואס מ'וויל טעסטן.
מיר האבן דעם אשכול אריין געריקט אין קאמענטארן, ווייל דאס איז וואס עס איז.
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין היבש פארנומען די טעג. און צו נעמען שרייבן און האקן אשכולות לויט ווי ס'פעלט זיך אויס פאר א נייעם פלאץ כדי צוצוען קונים דארף מען האבן די בריאה וואס הייסט "צייט" (נאך א נושא...) ובפרט פאר אזא מקום וואס זעט זיך אויס אז ס'האנדעלט זיך פון די אינטעליגענטע צווישן אונז. און נישט אז איך צו זיך ארויס דערפון, נאר ביי מיר איז אמאל דא גאר אסאך צייט און אמאל א תקופה וואס איך קען בדוחק שרייבן קוים א תגובה'לע אדער צוויי. אבער מיר וועלן זיך בלי"נ אנשטרענגען.
שרגאאךשמח
איך וויל גראדע נישט ניצן דעם זעלבן נאמען ווי אין אנדערן פארום, ווייל כ'וויל נישט אז די יעניגע וואס האבן דארט די ליסטע אויף יעדן ניק מיט אלע דעטאלן, זאלן קענען דא אויך נאכשפיאנירן.
עס זענען דא מענטשן וואס זוכן נאכצוגיין און צו דערשמעקן יעדן ניק ווער דאס קען זיין און וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם שלייער, און דווקא דערפאר האב אפגעמאכט יא צו נעמען דעם זעלבן ניק וואס עס זענען אפילו דא וואס קענען מיר, און וואס איך שרייב דערמיט איז וואס איך האלט און מיין מיינונג איז תמיד דער זעלבער און זאל יענער מיר אויך דא נאכקוקן. הו קעירס?? איך גלייב נישט אז די מנהלים דארט (וואס א טייל פון זיי זענען מיינע נאנטע ידידים) וועלן מיר, צוליב דעם חטא פון שרייבן דא, אוועקנעמען מיין רשות כתיבה ביי זייער פורום, וואס דאס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן, און אויב איז טאקע דאס וואס זיי וועלן טון איז אויך נישט דאס ערגסטע, ווייל איך גלייב אז איך האב דארט פיל מער געגעבן ווי גענומען...
אגב, בעת איך וויל שרייבן איבער א נושא איז מיר איצט שווער אפצומאכן אויב זאל איך עס שרייבן דארט וואס למעשה איז יעצט דא דארט מער מענטשן וואס וועלן קענען צולייגן און קאמענטירן דערויף אדער דא.. איך וועל יעצט איינמאל לייגן א נושא סיי דא און סיי דארט, און זען ווי עס וועט בעסער אויסמאכן. אגב, ביי מיר איז אן אשכול וואס האט א מיליאן תגובות אנגעפילט מיט נארישע ווערטער גארנישט ווערד קעגן אן אשכול מיט געציילטע אבער זאכליכע ענטפערס.
איצט עטליכע הגהות אויף דעם פורום בכלליות.
אויפן דף הראשי זע איך אט דאס:
ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס • ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן • ווייז נייע הודעות • זע אקטיווע אשכולות
אויב קען מען דאס פארקערצערן וואס געווען א גוטע זאך, ווייל עס איז זייער לאנג און פעלט נישט אויס.
"ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס" קען געטוישט ווערן צו "אומגעענטפערטע אשכולות" אדער אוועקנעמען דעם "ווייז".
"ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן" קען מען טוישן צו "אומגעליינטע אשכולות".
"ווייז נייע הודעות" קען מען אראפנעמען דעם "ווייז".
"זע אקטיווע אשכולות" וואס פעלט אויס דעם "זע"?
ביי די אשכולות ווערט שנעל א נייער דף, דער צענטער תגובה ווערט שוין א צווייטע דף, עס דארף פארלענגערט ווערן.
אקעי איך שטעל זיך פאר אז מען ארבעט אויף די זאכן, וועל איך זיך אפשטעלן דערווייל.
Re: קאמענטארן
אך איך אגרי צו כמעט יעדעס ווארט
Re: קאמענטארן
איך קען נישט מעקן מיינע הודעות אין אלע אפטיילונגען,
Re: קאמענטארן
גדעוןאיך קען נישט מעקן מיינע הודעות אין אלע אפטיילונגען,
דארט ווי איינער האט שוין קאמענטירט אויף אייערע ווערטער קענט איר (קיינער) מער נישט מעקן.
Re: קאמענטארן
באריסטא טייערער, קענסטי מיר אפשר זאגן, וואס איז די ציעל מיט די פארים, וועמען'ס איטערעסין'ס דיענט דאס ? איז דאס פין איין קהילה ?(בעלז? אפשר אזוי האב איך באמערקט פון אפאר תגובות??)
איך פרעג פאר נייגעריקייט איינער האט מיר גראדע שוין אויך געפרעגט די זעלבע פראגע אין אישי, וועמען'ס אינטערעסע,
עס ווערט נישט אויסגעשמיעסט וויאזוי דאס האט זיך געגרינדעט?
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
איך מיין אז די סיבה פארוואס דער עולם פארשטייט נישט איז וויל דער עולם איז נישט צוגעוואוינט צו אזא מציאות פון "אומאפהענגיק". אז ס'איז דא א פארום מיינט מען ס'דיענט עפעס איינעמ'ס אינטערעסען. מנהלים, איך מיין איר זאלט טוישן די מאטא פון "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" צו "א רואיג
אומאפהענגיק ווינקל צו שמועסן און פארברענגן".
הצעה: א "לייק" קנעפל
איך האלט פערזענליך אז ס'בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל אז די מעמבערס זאלן האבן חשק צו שרייבן און תגובה'נען איז ווי פולע האבן שוין באטאנט און ערווענט אומצאליגע מאלן סיי דא. און סיי אין דאס אנדער קרעטשעמע. - א 'לייק' קנעפל. און די אורזאך איז א פשוט'ע. נעמליך יעדעס לייק פון סיי וועם אימער עס איז נאר גיט אומגעהויערע חיזוק און מוטיגונג פארן שרייבער.
נאך א געדאנק וואלט געווען יעדן גוטן לענגערן ארטיקל ארויפצוקלעבן און ארויפנאגלען אויפ'ן הויפט זייט פאר א שיין צייט-אפשניט כדי דער ציבור וואס דרייען זיך דא דורך אין די תקופה זאלן זיך אלע אנשטויסן דערין און האבן די מעגליכקייט אדורכצולייענען און גלייכצייטיג אפדאנקען דעם יעניגער וואס האט דעם ארטיקל מחבר געווען. ווי פארשטענדליך גיט דאס אסאך חיות פארן שרייבער. און ער שעפט נחת. שניידט זיינע פרוכטן זעהענדיג ווי אנדערע האבן הנאה. און אזוי אויך ווי ער האט געשאפן א קורת רוח פאר אנדערע.
Re: קאמענטארן
איין קאמענט וואס איך האב, איז דאס מגיב זיין אויף א צווייטנס תגובה דורך די אדמיניסטראטארן, אן דעם רשות פונעם בעל התגובה.
איך רעד פון דער תגובה: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/957">viewtopic.php?p=957#p957</a><!-- l -->
שלמה_דייןאיך בין מוחה אויף דעם דעגראדירנדיקן אויסדרוק "נקיבה" פאר א פרוי. איך פארשטיי אז די טעמע דא איז אויסדרוקליך אן הלכה'דיקע - אבער איך זע נישט א סיבה פארוואס מ'זאל נישט שרייבן מיט מינימאלע כבוד הבריות "מעג מען זיך פארשטעלן פורים ווי א פרוי?"
איך האב עס פארראכטן. קומענדיגן מאל ביטע מאכט אויפמערקזאם דורך דרוקן דעם "!" קנעפל און שרייבט אריין אייער פראבלעם. א דאנק.
מילא ווען די רעדע איז ניוול אדער אן אטאקע אויף איינעם א.ד.ג. פארשטיי איך אז מען איז מגיב אן יענעם'ס רשות. אבער סתם ווייל איינעם שמעקט נישט א געוויסן אויסדרוק, איז מען שוין מגיב, יענעם צופרידנצושטעלן? וועט מען מיינע תגובות קענען מאדיפיצירן בלויז ווייל איינעם וועט נישט שמעקן א געוויסן טערמין וואס איך וועל מעגליך ניצן (פארשטייט זיך אין אנקלאנג מיט די תקנות)?
מיט'ן פולסטן רעספעקט פאר די פירער דא, וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן די איינצעלהייטן פון דעם פאליסי, בעפאר איך ווער דא אקטיוו.
(פיצי ווערטער: איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער דעם ספעציפישן נושא וואס כ'האב געברענגט. איך נוץ דאס בלויז אלס א ביישפיל)Re: קאמענטארן
יישר כח פאר'ן ערקלערונג.
Re: קאמענטארן
אנקעטעס קען מען נישט נעמען?
Re: קאמענטארן
כ'מיין אז נאר די הנהלה קען. די ווילסט נעמען אן אנקעטע פון עפעס?
Re: קאמענטארן
יא, איך וואלט ווען געוואלט אן אנקעטע וויפיל אינגעלייט פון דא וואטשן מאוויס אדער שאוי'ס.
אין א שמועס מיט איינעם שבת האט זיך יענער ארויסגעכאפט אז פיפציג פארצענט היימישע יונגעלייט וואטשן שאוס. איז דאס אמת?
Re: קאמענטארן
וואזוי ארבעטן די זייגערס דא ? ס'הערשט א צעמישעניש ביי די תגובות, כ'קען נישט מיטהאלטן וואו ס'דא א פרישע פאוסט ווייל די צייט איז זייער דיפפרענט פון איינעם צום צווייטן. פארשטייט איינער מאן ("מיין" בלע"ז) פראבלעם ?
Re: קאמענטארן
אקעי ישר כח פארן פארשטיין געבן.
Re: קאמענטארן
אךשמח
איצט עטליכע הגהות אויף דעם פורום בכלליות.
אויפן דף הראשי זע איך אט דאס:
ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס • ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן • ווייז נייע הודעות • זע אקטיווע אשכולות
אויב קען מען דאס פארקערצערן וואס געווען א גוטע זאך, ווייל עס איז זייער לאנג און פעלט נישט אויס.
געטון.
"ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס" קען געטוישט ווערן צו "אומגעענטפערטע אשכולות" אדער אוועקנעמען דעם "ווייז".
געטון.
"ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן" קען מען טוישן צו "אומגעליינטע אשכולות".
געטון.
"ווייז נייע הודעות" קען מען אראפנעמען דעם "ווייז".
געטון.
"זע אקטיווע אשכולות" וואס פעלט אויס דעם "זע"?
געטון.
ביי די אשכולות ווערט שנעל א נייער דף, דער צענטער תגובה ווערט שוין א צווייטע דף, עס דארף פארלענגערט ווערן.
געטון. (25 פער בלאט.)
Re: קאמענטארן
צופעליג בין איך אנגעקומען צו דעם פארום, און ס'איז מיר גוט געווארן, שוין לאנג וואס איך האב געהאפט אז ענדליך וועט זיך עפענען א פארום אין אונזער מאמע לשון די אידישע שפראך וואס מיט דעם זענען מיר אויפגעוואקסן, און דער פארום וועט זען אן קיין צענזור ווי ס'הערשט אין אנדערע מקומות, וואס ווען מ'שרייבט נאר עפעס וואס ס'שמעקט איינעם נישט גלייך צעזורירט מען און מ'ווארפט יענעם ארויס.
איך האף אז דא וועט זיין א פרייהייט פון אויסדרוק וואס איז דאך אזוי וויכטיג אין די היינטיגע דעמאקראטישע וועלט, און איך וועל מיך דא טרעפן מיין ארט.
Re: קאמענטארן
א דאנק ר' זשאווא!! א פארגענוגען צו זען אז מען הערט אויס די ליינער.
און וועלקאם ר' קול גדול! לאמיר הערן וואס דיין גרויסער קול קען באווייזן!
Re: קאמענטארן
וואס איז פשט אז דער סימבאל אויף די זייט פון געוויסע אשכולות פליט ארויף און אראפ און אנדערע אשכולות געשעהט עס נישט? ס'מאכט מיר זייער נערוועז.
Re: קאמענטארן
פארוואס ביי אזוי ווייניג הודעות? מאך אז עס זאל זיך ערשט אנהייבן צו רוקן ביי - לאמיר זאגן - פינף טויזנט אדער צעהן טויזנטן הודעות.
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
איז עס אלעמאל אזוי ? איך זעה למשל ביים "מידיע ווינקעל" אפטיילונג ביי די אשכול "דער איד גייט א טריט ווייטער" איז שוין נישטא קיין נייע תגובה אנדערהאלבן וואך אבער דער סימבאל אין דער זייט פליט ארויף און אראפ.
Re: קאמענטארן
וואס מיינט הודעות ? מיינבט אפשר 'צפיות' ? 5000 קאממענטס איז טו מאטש.
Re: קאמענטארן
ייש"כ פאר די מנהלים און אחראים פארן אויסהערן וואס מיר פשוט'ע מעמבערס האבן מעיר צו זיין.
אויב וואלט איך געמאגט צולייגן איין הערה'לע ביים אריינסיינען איז א בעסערע לשון עס זאל שטיין "אריינסיינען - ארויססיינען", און נישט "איינשרייבן - ארויסשרייבן", וייש"כ למפרע.
Re: קאמענטארן
אין פארשידענע אשכולות איז דא דער 'תגובה מהירה' קנעפל אין צוגאב צום געווענליכן 'שלח תגובה' קנעפל.
פארוואס איז עס נישט אין אלע אשכולות?
עס מאכט פיל גרינגער ווען מען וויל קענען צוריקבליקן אויף די פריערדיגע תגובות בעת מען שרייבט צו א הגה.
א דאנק.
Re: קאמענטארן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/2575">viewtopic.php?f=12&t=6&p=2575#p2575</a><!-- l -->
Re: הצעה: א "לייק" קנעפל
טאמבל סאסאיך האלט פערזענליך אז ס'בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל אז די מעמבערס זאלן האבן חשק צו שרייבן און תגובה'נען איז ווי פולע האבן שוין באטאנט און ערווענט אומצאליגע מאלן סיי דא. און סיי אין דאס אנדער קרעטשעמע. - א 'לייק' קנעפל. און די אורזאך איז א פשוט'ע. נעמליך יעדעס לייק פון סיי וועם אימער עס איז נאר גיט אומגעהויערע חיזוק און מוטיגונג פארן שרייבער.
גם אני מצטרף בקול רעש גדול.
Re: קאמענטארן
טאמבל סאס און לאדיך אפ - מיר ארבייטן העפטיג אויף דעם לייק קנעפל. עס איז דא פיל טעכנישע איינצעלהייטן וועלכע דארפן ווערן אויסגעארבייט, און היות אלע קאוועשטיבל איינגעשטעלטע ארבייטן אלץ וואלונטירן נעמט עס צייט ווי לאנג אלעס ווערט ערלעדיגט. מיר האפן אבער אז דער לייק קנעפל וועט זיין אפ ענד ראנינג בקרוב ממש אי"ה.
Re: קאמענטארן
דאס איז נישט א לייק עמאטיקאן
👍
?
Re: קאמענטארן
וואס איז די Hide וואס איז צוגעקומען אינדרויסן פון די אשכול?
Re: קאמענטארן
אברעמעלוואס איז די Hide וואס איז צוגעקומען אינדרויסן פון די אשכול?
עס האט מיט די נייע לייק קנעפל וועלכע מיר האבן צוגעלייגט. מיר האפן דאס מסדר צו זיין ווי אמשנעלסטן.
Re: קאמענטארן
ידעןדאס איז נישט א לייק עמאטיקאן
👍
?
בעצם זענט איר גערעכט, אבער דער לייק קנעפל האט נאך פיל פיטשורס וועלכע מיר האפן בקרוב ברייט אויסצושמועסן אין א באזונדערן אשכול. לדוגמא, אויבן (דארט ווי עס איז דא די לינקס אריינצוסיינען/ארויסצוסיינען, באנוצער ליסטע און אפט-געפרעגטע שאלות) וועט איז זען צוויי נייע לינקס, "לייקס ליסטע" און "לייק ראנגען".
Re: קאמענטארן
ווי בין איך דא??
ס'טוט זיך א געלעקעריי, איך מיין א גע'לייק'עריי, דא אין שטיבל...
Re: קאמענטארן
איך לויף ארום ווי א הונט אויפן יאגד און איך זיך תגובות וועלכע צו לייקן. ס'דרוקן זיך פינגערס-אויף-ארויף פון רעכטס און פון לינקס. אזוי לויפנדיג פארסאפעטערהייט פון איין תגובה צום צווייטען, הייבט מיר אן איינפאלען אלע מינע קריטיקס אויפן נייעם לייק קנעפל. קודם, דורכלויפנדיג אפאר תגובות וועלכע ברענגן ארויס מיין בייז בלוט און וואלטן לענית דעתי געדארפט טרעפען מנוחתם כבוד אונעם מיסט קאסטן, זיך איך א טאמבס דאון קנעפל, עפעס אן אופן וויאזוי אויסצודרוקן מיין דיסלייק. אבער... ואיננו! די באהערדע דא לאזט נאר ווייזן דעם אגודל צום הימל! אוי, איך וויל שוין לויפן אריינגעבן פאר די הנהלה אין באבענס באבען אריין, טאקע דא אין קאמענטארן אשכול, ווען איך כאפ מיך אז - וואס?! מ'גייט מיר דא ראנגירן (מלשון ראנגען) לויט וויפיל תגובות איך באקום?! געוואלד און געשריגן! ווי וועל איך קענען זיך באהאלטן מרוב בושה, ווען אין דערזייט פון יעדע איינציגער תגובה מיינע, פיגורירט א גרויסע רינדיגע באלי וואס אנאנסירט פאר יעדעם בקול גדול: באקומען לייקס: זערא! אוי וויי, מ'דארף שוין שיקן אן אישית'ל צו באריסטא ער זאל אפשאפן דעם מקור הבושה, רייט אוועי! איך געב א קליק אויף באריסטא'ס נאמען אים צו שיקן אן אישית, אזוי ביילייפיג קוק איך מיך שוין ארום אין זיין פראפיל און ס'ווערט מיר נאך מער קאלמוטנע אויפן הארץ. עס איז דא דארט א פונקטליכע רעפארט ווער ס'האט געלייקט וועלכע הודעה און וועמענס הודעה ווער ס'האט געלייקט. איך ווער אינגאנצן אנידערגעשלאגן. וואט נאו? צו וואו ווענד איך מיך יעצט? איך באשלוס אז, געענדיגט, איך סיין ארויס און פטור אן עסק. ס'וויל זיך מיר קליקן "ארויסשרייבן" באמערק איך צוויי נייע לינקס "לייקס ראנגען" און "לייקס ליסטע"! איר הערט? ביזן טיר לויפט מען מיר נאך מיט די לייקס! וואספארא מין בייזע אנשיקעניש?!
*נ.ב. ביטע, דערפרייט מיין צובראכענע נשמה, און לייקט דעם תגובה. אפשר אזוי, אז די תגובה וועט באקומען אסאך לייקס, וועט די הנהלה איינזען זייער קאלאסאלער טעות מיט דעם לייק קנעפל.
Re: קאמענטארן
איך וואלט דיר גערן געלייקט, אבער ביי מיר זעה איך דערווייל נאך נישט די אפציע.
Re: קאמענטארן
שמואל הלויאיך וואלט דיר גערן געלייקט, אבער ביי מיר זעה איך דערווייל נאך נישט די אפציע.
האסט שוין פרובירט פארמעקן דיין קוקיס און cache?
Re: קאמענטארן
ערב פסח איז טאקע א ענין מבער צו זיין די קוקיס, אבער ווי איינער האט שוין געשריבן כיון שניתן רשות למשחית לחבל וכו', איך וויל נישט פארמעקן מיינע באליבטע קיכעלעך.
איז דא אפשר א אנדערע עצה?
Re: קאמענטארן
שמואל הלויערב פסח איז טאקע א ענין מבער צו זיין די קוקיס, אבער ווי איינער האט שוין געשריבן כיון שניתן רשות למשחית לחבל וכו', איך וויל נישט פארמעקן מיינע באליבטע קיכעלעך.
איז דא אפשר א אנדערע עצה?
ווי געפילטע פיש איז
דא מסביר, איז דא אופן ווי דו קענסט פארמעקן נאר די קאווע שטיבל קוקיס. אויב האסטו אן אנדערע בראוזער ווי קראום, פארבינד זיך מיט מיר אין אישית.
Re: קאמענטארן
דאס האב איך שוין געטון, אבער עדיין לא נושענו.
תיכף ביים פריש אריינשרייבן נאכן פארניכטן די קעכלעך פון קאווע סייט, זעה איך יא אויבן פונעם פעידזש די בילדער מיט די הענטלעך פון די לייקס (דארט ווי ס'שטייט די ראנג ליסטע), אבער ווען די פעידזש לוידט זיך גענצליך ווערט ער צוריק נעלם.
Re: קאמענטארן
שמואל הלוידאס האב איך שוין געטון, אבער עדיין לא נושענו.
תיכף ביים פריש אריינשרייבן נאכן פארניכטן די קעכלעך פון קאווע סייט, זעה איך יא אויבן פונעם פעידזש די בילדער מיט די הענטלעך פון די לייקס (דארט ווי ס'שטייט די ראנג ליסטע), אבער ווען די פעידזש לוידט זיך גענצליך ווערט ער צוריק נעלם.
דעם cache האסטו אויך פארמעקט?
Re: קאמענטארן
יע... יע... יע...
ויבא, ער איז אנגעקומען!!! 👍
איך האב עס נאכאמאל איבערגעטוהן די אויבנדערמאנטע, און דאס מאל האט ער יא געארבעט.
Re: קאמענטארן
לאדיך אפאיך לויף ארום ווי א הונט אויפן יאגד און איך זיך תגובות וועלכע צו לייקן. ס'דרוקן זיך פינגערס-אויף-ארויף פון רעכטס און פון לינקס. אזוי לויפנדיג פארסאפעטערהייט פון איין תגובה צום צווייטען, הייבט מיר אן איינפאלען אלע מינע קריטיקס אויפן נייעם לייק קנעפל. קודם, דורכלויפנדיג אפאר תגובות וועלכע ברענגן ארויס מיין בייז בלוט און וואלטן לענית דעתי געדארפט טרעפען מנוחתם כבוד אונעם מיסט קאסטן, זיך איך א טאמבס דאון קנעפל, עפעס אן אופן וויאזוי אויסצודרוקן מיין דיסלייק. אבער... ואיננו! די באהערדע דא לאזט נאר ווייזן דעם אגודל צום הימל! אוי, איך וויל שוין לויפן אריינגעבן פאר די הנהלה אין באבענס באבען אריין, טאקע דא אין קאמענטארן אשכול, ווען איך כאפ מיך אז - וואס?! מ'גייט מיר דא ראנגירן (מלשון ראנגען) לויט וויפיל תגובות איך באקום?! געוואלד און געשריגן! ווי וועל איך קענען זיך באהאלטן מרוב בושה, ווען אין דערזייט פון יעדע איינציגער תגובה מיינע, פיגורירט א גרויסע רינדיגע באלי וואס אנאנסירט פאר יעדעם בקול גדול: באקומען לייקס: זערא! אוי וויי, מ'דארף שוין שיקן אן אישית'ל צו באריסטא ער זאל אפשאפן דעם מקור הבושה, רייט אוועי! איך געב א קליק אויף באריסטא'ס נאמען אים צו שיקן אן אישית, אזוי ביילייפיג קוק איך מיך שוין ארום אין זיין פראפיל און ס'ווערט מיר נאך מער קאלמוטנע אויפן הארץ. עס איז דא דארט א פונקטליכע רעפארט ווער ס'האט געלייקט וועלכע הודעה און וועמענס הודעה ווער ס'האט געלייקט. איך ווער אינגאנצן אנידערגעשלאגן. וואט נאו? צו וואו ווענד איך מיך יעצט? איך באשלוס אז, געענדיגט, איך סיין ארויס און פטור אן עסק. ס'וויל זיך מיר קליקן "ארויסשרייבן" באמערק איך צוויי נייע לינקס "לייקס ראנגען" און "לייקס ליסטע"! איר הערט? ביזן טיר לויפט מען מיר נאך מיט די לייקס! וואספארא מין בייזע אנשיקעניש?!
*נ.ב. ביטע, דערפרייט מיין צובראכענע נשמה, און לייקט דעם תגובה. אפשר אזוי, אז די תגובה וועט באקומען אסאך לייקס, וועט די הנהלה איינזען זייער קאלאסאלער טעות מיט דעם לייק קנעפל.
שמואל הלויאיך וואלט דיר גערן געלייקט, אבער ביי מיר זעה איך דערווייל נאך נישט די אפציע.
יעצט קען איך שוין ב"ה, האסט זוכה געווען צו באקומען א לייק פון מיר.
Re: קאמענטארן
שמואל הלוייע... יע... יע...
ויבא, ער איז אנגעקומען!!! 👍
איך האב עס נאכאמאל איבערגעטוהן די אויבנדערמאנטע, און דאס מאל האט ער יא געארבעט.
געוואלדיג. יעצט נעמט אייך לייקן וויפיל ס'גייט...
Re: קאמענטארן
דאס טוה איך יעצט, כאשר עיניכם תחזינה מישרים.
Re: קאמענטארן
לאדיך אפ איך האב געלייקט דיין תגובה אבער נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, ווייל איך האב עס יא זייער ליב, נאר ווייל דו שרייבסט גוט.
דאנק פאר די גוטע ״לייק״ קנעפל. ilike
Re: קאמענטארן
כ'האב עס יעצט געטעסט אויף מיין ארבעט קאמפיוטער, זעט אויס אז מ'דארף נאר אויסמעקן די קעש, די קיכלעך פעלט נישט אויס מבער צו זיין.