☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » קאמענטארן

קאמענטארן

405 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:33 pm

· #169593
אממממ.. אויב כ'מעג בעהטן נאכאמאל... פשוט איך שפיר ווי אזויפיל פון מיין טייערע צייט גייט לאיבוד.
די קנעפל "נייע הודעות" זאל זיין נישט נאר אויף די הויפט זייט, אזויווי דא:
📎 1.JPG
נאר אויך דא:
📎 2.JPG

איין באשעפער ווייסט וויפיל מער צייט איך וואלט פארדינט פון נישט דארפען צוריק גיין צום הויפט זייט צו זעהן די נייע הודעות.

sefish » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:58 pm

· #169604
איז אמאל געווען וואלן און ליידער האט דער צד אז ס'זאל נאר זיין א לינק צו אקטיווע אשכולות געווינען

sefish » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:32 pm

· #171414
#אינטערעסאנט

sefish » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:34 pm

· #171415
האט עס נאך איינער געוויסט. אז מ'לייגט א העשטעג און מ'שרייבט א ווארט ווערט עס א לינק צו א זוכעניש דא אין ק"ש. קוקטס מיין פריערדיגע תגובה. איך האב עס באמערקט ביי עקסידענט.

#פשט דערפון?

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:39 pm

· #171417
ס'איז חדש אסור, קיינמאל נישט אזוי געווען מימות קאווע.

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:38 pm

· #171470
#test

לעמיל » מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:05 pm

· #183283
וואס איז פשט אז @בירגער איז שוין נישט קיין אחראי? וואס איז די פאלטיק?

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:37 pm

· #183407
שמעקעדיג
ביי אימעיל איז פאראן א אפציע אנצוצייכענען "מארק עז אנ-ריעד" - דהיינו עס זאל אויסקוקן כאילו איך האב עס נישט געלייענט.
טייל אימעיל פראגראמען האבן א SNOOZE אפציע, אין קעיס איך וויל איבערלייענען א אימעיל מעסעדזש שפעטער.

איך וואלט געוואלט האבן אזא זאך אין קאווע שטיבל.
אסאך מאל גיי איך אריין אין א אשכול וואס כ'האב נאך נישט געלייענט, אבער איך זעה אז די תגובה איז ריזיג לאנג און כ'האב נישט יעצט קיין צייט עס אדורכצולייענען.
אדער צב"ש א יוטוב קליפ וואס אדער האב איך נישט קיין עקסעס דערצו (אין די ארבעט) אדער בין איך צווישן מענטשן און כ'קען עס נישט וואטשן. וכדומה.
ווי אזוי קען איך מאכן אז נעקסטע מאל איך קום צוריק צום שטיבל זאל איך עס נאכאמאל טרעפן צווישן 'אקטיווע אשכולות' אדער ביי 'אומגעלייענטע הודעות'?

שוין דריי חדשים שפעט, אבער כ'האב יעצט ערשט געזען דיין פראבלעם. אויף אזא פאל לאז איך דעם טעב אפען, אזוי קען איך גיין פון יעדע קראום בראוזער וואו איך בין אריינגעסיינט (היים, ארבעט, פאון, טעבלעט) און עפענען טעבס פון די אנדערע דיווייסעס. אויב וויל איך צומאכן די טעב פעיסט איך אריין א לינק אין Google Keep, אויפן פאון איז עס נאך גרינגער מיט די share קנעפל.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 11:06 pm

· #183410
וק"ש לעולם עומדת

מצטמק ויפה » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:25 pm

· #183909
איינער ווייסט וואס איז די חילוק צווישן ארויסגייענדע פאסט, ביז געשיקטע פאסט? ביי פריוואטע הודעות.

אפטעמיסט » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:35 pm

· #183912
ווען עפעס ליגט אין "ארויסגייענדע פאסט" מיינט אז יענער האט עס נאכנישט געליינט, משא"כ "געשיקטע פאסט".

מצטמק ויפה » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:40 pm

· #183913
אפטעמיסט
ווען עפעס ליגט אין "ארויסגייענדע פאסט" מיינט אז יענער האט עס נאכנישט געליינט, משא"כ "געשיקטע פאסט".

א דאנק, אבער עס איז זיכער נישט מיין פראבלעם אז עס ליגט אין ארויסגייענדע?
ווייל ביי gmail איז ארויסגייענדע מעיל, אז עס האלט זיך אינמיטען שיקען.

אפטעמיסט » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:43 pm

· #183914
ארויסגייענדע פאסט אין ק"ש מיינט אז יענער האט עס נישט געליינט. ביי gmail מיינט עס טאקע אז ס'האלט זיך אינמיטען שיקן. ס'איז נישט דיין פראבלעם.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:15 am

· #189793
sefish
האט עס נאך איינער געוויסט. אז מ'לייגט א העשטעג און מ'שרייבט א ווארט ווערט עס א לינק צו א זוכעניש דא אין ק"ש. קוקטס מיין פריערדיגע תגובה. איך האב עס באמערקט ביי עקסידענט.
#פשט דערפון?

וכאשר בא כן הלך
#אשאד

מצטמק ויפה » זונטאג אפריל 27, 2014 1:57 am

· #197332
וויאזוי מאכט מען א ארטיקל זאל זיין שיין גראד אזוי ווי דא

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 27, 2014 2:00 am

· #197333
מען דרוקט justify אויבן

יין שרף » פרייטאג מאי 16, 2014 12:57 am

· #200772
א היכי תמצא! מיין אייגענע תגובה קומט ארויף אלס אומגעליינטע תגובה....
(די רויטע קעסטל אויבן)
Capture.JPG

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 1:01 am

· #200774
וויבאלד דער אשכול איז געווארן אפגעטיילט צו א נייע אשכול, ווערן אלע הודעות אויטאמאטיש ווי אומגעלייענט.

קליגער אינגערמאן » פרייטאג מאי 16, 2014 1:08 am

· #200776
איך האב א אנדערע קשיא @יין שרף וויאזוי האסטו ערלעדיגט אזא גרויסן אימעדזש? ביי מיר האב איך יוזיעלי געפערליכע פראבלעמען מיט אביסל גרעסערע בילדער

יין שרף » פרייטאג מאי 16, 2014 1:24 am

· #200780
שמעקעדיג
ויבאלד דער אשכול איז געווארן אפגעטיילט צו א נייע אשכול, ווערן אלע הודעות אויטאמאטיש ווי אומגעלייענט.

ידעתי בני ידעתי...

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 1:30 am

· #200782
יין שרף
ידעתי בני ידעתי...



אמת א טאטע ווייסט אלעס... 🙂

יין שרף » פרייטאג מאי 16, 2014 1:34 am

· #200783
קליגער אינגערמאן
איך האב א אנדערע קשיא @יין שרף וויאזוי האסטו ערלעדיגט אזא גרויסן אימעדזש ? ביי מיר האב איך יאסיאלי געפירליכע פראבלעמען מיט אביסל גרעסערע בילדער

ווענד זיך וויפיל ק"ב די בילד פארמאגט. צו אפלאודען א בילד אויף "קאווע שטיבל" קען עס זיין ביז 256 KB.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 27, 2014 10:28 pm

· #203089
איז שייך צו שטעלן דעם "לייק קנעפל" אונטן פונעם תגובה? עס איז פרוסטרירונג צו לייקן ביי לאנגע הודעות און נאך לענגערע פאעזיעס, ארויפצוסקראולן ביז אויבן צו טרעפן דעם אגודל אויף ארויף און א קוועטש טאן דערויף. ענליך ווי עמעזאן האט צום סוף פון יעדן רעוויאו צי עס איז געווען הילפבאר?

קליגער אינגערמאן » דינסטאג מאי 27, 2014 10:38 pm

· #203093
אין @אנאנים העט מיזן טוישן דעם חתימה ? כ'מיין וויזוי?
געב א דריק.... יא, די קליינע הענטעלע דארט אינטען.....

ס'קען ברענגען הרהורים.... ניין?

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:26 pm

· #244728
אויב איך לייג איינעם אויף מיין נודניק ליסטע קומט זיין הודעה בכלל נישט ארויף? אדער קומט זיין אוואטאר יא ארויף?

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 11:06 am

· #267027
ס'איז שוין העכטס צייט פאר א "געזונטהייט אפטיילונג". איך בין זעכער @פליקער איז מסכים. איך האב לאקשן (האלל וויט לאקשן אוודאי) צו פארקויפן. דאנקע שיינע.

@אנאנים

פליקער » פרייטאג אפריל 17, 2015 11:27 am

· #267036
רויטע וואנצעס
ס'איז שוין העכטס צייט פאר א "געזונטהייט אפטיילונג". איך בין זעכער @פליקער איז מסכים. איך האב לאקשן (האלל וויט לאקשן אוודאי) צו פארקויפן. דאנקע שיינע.

גא פאר א געזינטהייט אשכול

האלוויט לאקשן ברויך מען דורך שמיסן, איך האף ס'יז גאבאקן נאך פסח פש'טייצעך
#רייזמאן'ס

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:13 pm

· #302155
וואס האט פאסירט מיט ארויפשטעלן בילדער? עס קומט אויס קליין, און ווען מען קליקט דערויף ווערט עס ענלארדזשד אין גרויס (אזוי ווי אין אייוועלט).
גראדע האט דער מהלך אסאך מעלות, בעיקר פאר די וואס לייגן ארויף ריזיגע בילדער און די גאנצע פעידזש ווערט צופארן.
ברם דא קאקא אז די מספר וויפיל מאל דער בילד איז שוין געזען געווארן איז אויך פארשוואונדן געווארן! ועל דא קא בכינא.

@אנאנים
@סארווירער
@סדרן

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:51 am

· #303381
האט נאך איינער באמערקט אז לעצטנס זענען די MARGINS פון ק"ש פארשוואונדן, דער פעידזש לייענט זיך פון עק סקרין צו עק סקרין??

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:23 pm

· #303392
כ'מיין ס'איז פארבינדן מיט'ן עט הדר בעננער.

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:25 pm

· #303412
יא, באמערקט.

ירח בן יומו » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:25 pm

· #303413
געפרוואט היינט ארופלייגן א יוטוב קליפ אבער ס'גייט נישט

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 10:29 pm

· #304354
איך זעה אז מען האט געהעכערט די סכום הודעות אין אישי פון 800 צו 1000.
יישר כח מנהלים!

Root » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:53 pm

· #304726
שמעקעדיג
האט נאך איינער באמערקט אז לעצטנס זענען די MARGINS פון ק"ש פארשוואונדן, דער פעידזש לייענט זיך פון עק סקרין צו עק סקרין??

א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן, פארראכטן.

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:18 pm

· #304739
Re: קאמענטארן
וואס איז געשען מיט די גבאות ? סאיז שוין די דריטע חדש וואס סזענען נישט געשטעלט געווארן קיין גבאים .

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:37 am

· #306185
די "שנעלע הודעה" פונקציע איז לעצטנס פארשוואנדן געווארן.
ת"ר משנסתלקו השנעלע הודעות נתרבו הציטירן להבל ולריק.

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 5:15 pm

· #307708
זר זהב
וואזוי ארבעטן די זייגערס דא ? ס'הערשט א צעמישעניש ביי די תגובות, כ'קען נישט מיטהאלטן וואו ס'דא א פרישע פאוסט ווייל די צייט איז זייער דיפפרענט פון איינעם צום צווייטן. פארשטייט איינער מאן ("מיין" בלע"ז) פראבלעם ?


איך זעה אז די זייגער איז נאך אלס נישט גערוקט.

שטאפענע קאפעליטש » מיטוואך יוני 8, 2016 12:51 pm

· #337185
איינגעפאלן א געדאנק: טאמער ניצט איר נישט אייער ניק פאר 6 חדשים זענט איר אוטומאטיש פארשפארט פונעם שטיבעל.
כ'האב געזעהן טעלעגראם האט די זעלבע סיסטעם.
איי וואס גייט מיר אן טאמער ס'איז דא מיליאן ניקס? קשיא

קל וחומר » מיטוואך יוני 8, 2016 1:38 pm

· #337209
Re: קאמענטארן
ביסט כמעט אויסגעשפארט געווארן...

ס'קען אפשר שטופן די אלטע לייבן אריינצוקומען כאטש פעמיים בשנה. אויך עפעס.

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:47 pm

· #342082
וויאזוי ציטירט מען אן הודעה פון א צווייטער אשכול\פארום, חוץ קאנטראל קאפי?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:13 pm

· #342089
נישטא קיין חוץ

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 14, 2016 4:06 pm

· #342130
Re: קאמענטארן
אויף טעפאטאק איז דא אן עצה.
דו ציטירסט און גייסט ארויס און דרוקסט סעיוו פאוסט, דערנאך גייסטו צום אשכול וואו דו ווילסט שרייבן, און ווען דו הייבסט אן, אפערירן זיי דיר אריינצילייגן די געסעיווטע פאוסט.

נאטירליך » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 12:56 pm

· #354854
וויאזוי ארבעט די דרעפט option ביי שרייבן א תגובה

פליקער » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:04 pm

· #354856
ווי אזוי ווארף איך אוועק א דרעפט? איך וויל עס דיליטן און איך זעי נישט קיין אפציע

ועוד ווע אזוי זעי איך תגובות מיט מער ווי 5 בילדער און ביי מיר איז דא א 5 לימיט, כאטש זאל זיין עפעס זיגות

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 4:21 pm

· #354869
נאטירליך
וויאזוי ארבעט די דרעפט option ביי שרייבן א תגובה


אז נעקסטע מאל ביים שרייבן א תגובה וועסטו האבן א אפשן פון ״לאדן דעם דרעפט״.

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 4:28 pm

· #354870
פליקער
ווי אזוי ווארף איך אוועק א דרעפט? איך וויל עס דיליטן און איך זעי נישט קיין אפציע

ועוד ווע אזוי זעי איך תגובות מיט מער ווי 5 בילדער און ביי מיר איז דא א 5 לימיט, כאטש זאל זיין עפעס זיגות


קענסט דעליטן ביי די באנוצער קאנטראל פענל,

די תגובות מיט מערערע בילדער ווערט געלייגט לכאורה מיט די הילף פון די הנהלה וואס האט נישט די לימיט.

נאטירליך » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:24 pm

· #354896
געוואלדיג
נאטירליך
וויאזוי ארבעט די דרעפט option ביי שרייבן א תגובה


אז נעקסטע מאל ביים שרייבן א תגובה וועסטו האבן א אפשן פון ״לאדן דעם דרעפט״.


עס ארבעט נאר נעקסע מאל? איך זעה נישט די option

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 12:46 am

· #354928
מן הסתם האסטו געוואלט עפענען א נייע אשכול, קענסט אלס טרעפן דיינע דרעפטס אין די באנוצער קאנטראל פענל און לאדענען פון דארט.

יודישע שרייבער » פרייטאג אפריל 7, 2017 7:00 am

· #368332
רויטע וואנצעס
ס'איז שוין העכטס צייט פאר א "געזונטהייט אפטיילונג". איך בין זעכער @פליקער איז מסכים. איך האב לאקשן (האלל וויט לאקשן אוודאי) צו פארקויפן. דאנקע שיינע.

@אנאנים

נו, אפשר טאקע?
(און אויך צולייגן בילד ביים חינוך אפטיילונג)

פליקער » פרייטאג אפריל 7, 2017 11:23 am

· #368342
יודישע שרייבער
רויטע וואנצעס
ס'איז שוין העכטס צייט פאר א "געזונטהייט אפטיילונג". איך בין זעכער @פליקער איז מסכים. איך האב לאקשן (האלל וויט לאקשן אוודאי) צו פארקויפן. דאנקע שיינע.

@אנאנים

נו, אפשר טאקע?
(און אויך צולייגן בילד ביים חינוך אפטיילונג)

איך האב שוין כמה פעמים געבעטן דערויף
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9