א נארמאלער מענטש אדער א Cool Guy?
איך בין אלעמאל מסופק געווען איבער דאס וואס מ׳קען אפט הערן די חילוק וויאזוי פארשידענע מענטשן טוען באטיטלען די מין כאראקטער פון ׳א צוזאמענגעקליבענער נארמאלער מענטש׳ וואס אין די זעלבע צייט וועלן אים אנדערע אנרופן ׳א Cool guy' - ממה נפשך, איז ער סתם א מענטש וואס נעמט בלויז קעיר פון זיך, און גייט אלץ אנגעטוהן זויבער און מסודר דאן פארוואס רופסטו אים קאההל? איי וועסטו אפשר טענה׳ן אז ער גייט אנגעטוהן ׳צו שיין׳ איז די שאלה וואס דען? צושלאכעט? - וועסטו דאך אוודאי ענטפערן אז ס׳מוז אבער נישט זיין די ׳שענסטע׳ שיך אויפן מארקעט, וועל איך דיר אבער צוריקענטפערן אז יעדער מעג האבן זיין טעיסט, און נישט יעדער וואס גייט אנגעטוהן צוזאמענגענומען מיינט צו זאגן אז ער וויל זיך געפעלן פאר אנדערע.
און אזוי קען זיך ציען די שמועס אהין און צוריק, די ליינער וועלן שוין מסתמא יעצט צושאקלען מיטן קאפ זיך דערמאנענדיג פון פארשידענע שמועסן וואס מען האט שוין געהאט אינעם עבר מיט מענטשן פון אלע סארטן, ׳דער צודרייטער... ער מיינט אז מ׳מוז שטינקען משבת לשבת צו הייסן א חסיד׳ישער יוד... אוי האבעך זיך גע׳ראנגלט מיט דעם יוסף ברוך׳ן... איז דאס א גראדער מעכל...׳ וכדומה.
עס איז זעלטן צו טרעפן א צוזאמענגענומענער מענטש וואס זאל זיין אויסגעהאלטן אין אלעמענס אויגן, וואס זאגט האלט איר טייערע ליינער?
ווילאנג יענער גייט נישט מיט קיין קאפלינגס און מיט די לעיטעסט סטייל סעלעבערטי גלעזער אדער מיט גאר אויפפאלענדע שיך איז ער OK. פון זיין צאמגענומען ביז זיין קיהל איז א מהלך וואס יעדער בר דעת קען פונאדערשיידן.
יעדער מאכט אפ לויט זיין באקס אין וואו ער איז
זר, ס'דא וואס מוזן טראגן קאפלינקס אלס אל תטוש, א לבוש וואס א טאטע טראגט מעג א זון טוישן?
געפילטע פישזר, ס'דא וואס מוזן טראגן קאפלינקס אלס אל תטוש, א לבוש וואס א טאטע טראגט מעג א זון טוישן?
איך רעד נישט פון יענע. קאם אן... אין לעיקוואוד גייען די שלאכיאנס אויך מיט קאפלינגס.
ס'ווענד זיך וואו דער חמור שטייט איין.
זר זהבווילאנג יענער גייט נישט מיט קיין קאפלינגס און מיט די לעיטעסט סטייל סעלעבערטי גלעזער אדער מיט גאר אויפפאלענדע שיך איז ער OK. פון זיין צאמגענומען ביז זיין קיהל איז א מהלך וואס יעדער בר דעת קען פונאדערשיידן.
גיין מיט קאפלינגס איז נישט ok..
אבער גיין מיט א גאלדענע קרוין דאס איז נארמאל?
א קרוין איז אידישע מלכות'דיגע זאך.
סא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
פויערסא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
ווילסט דערקענען א מענטש פון אינעווייניג? קוק וויאזוי זיין קאר קוקט אויס פון אינעוויניג...
בדוק ומנוסה 😂
ווער האט אים צוזאמען געקליבען ??
זר זהבגעפילטע פישזר, ס'דא וואס מוזן טראגן קאפלינקס אלס אל תטוש, א לבוש וואס א טאטע טראגט מעג א זון טוישן?
איך רעד נישט פון יענע. קאם אן... אין לעיקוואוד גייען די שלאכיאנס אויך מיט קאפלינגס.
ס'ווענד זיך וואו דער חמור שטייט איין.
אז מען רעדט שוין יא, איך האב געזען אמאל צוויי אידן איינער טוישט נישט די העמד משבת לשבת אבער ער איז מקפיד צו גיין מיט א נעקטיי אפילו ס'איז פארשמאלציגט. דער צווייטער, א חסידיש'ער יונגערמאן וואס נעמט א שויער און טוט אן א פרישן העמד א יעדן טאג. ער גייט מיט א רעכטס אויף לינקס געקנעפלט העמד. אבער, פארשטייט זיך, אן א נעקטיי. וועלכער איז דער שלאך??
קלינטאן האט נעכטען געזאגט ביי זיי קאנווענשען רעדע אויף אבאמא
""ער זעט אויס ווי א cool guy פינדערויסען אבער ער ברענט אינעווייניג פארן לאנד""
ענטפער צו פויער
פויערסא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
ס'איז א גמרא. ר' יוחנן קרא למאני' מכבדותי'. ר' יוחנן האט גערופן זיינע קליידער "די וואס ברענגען מיר כבוד. (רעספעקט(.
ענטפער צו זר זהב
זר זהבנו זאג דו אליינס
ס'איז א "רעטארישע" שאלה. ווייל ס'איז דא מענטשן אין געוויסע קרייזן וואס טוען "דזשענעראלייזן" "חסידים זענען שלאכעס".
ענטפער צו שמייכל
שמייכלפויערסא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
ווילסט דערקענען א מענטש פון אינעווייניג? קוק וויאזוי זיין קאר קוקט אויס פון אינעוויניג...
בדוק ומנוסה 😂
פליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
berlbalagulehשמייכלפליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
יעצט איז שוין דערנאך, כ׳האב שוין אלעס געזעהן, יא אפילו די צוקוועטשטע לאלי אונטער די קארפעט האבעך אויך באמערקט
ענטפער צו שמייכל
שמייכלberlbalagulehשמייכלפליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
יעצט איז שוין דערנאך, כ׳האב שוין אלעס געזעהן, יא אפילו די צוקוועטשטע לאלי אונטער די קארפעט האבעך אויך באמערקט
און די צוויי באטלס סעלצער און די סענדוויטש ראעפפער?
berlbalagulehשמייכלberlbalagulehשמייכלפליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
יעצט איז שוין דערנאך, כ׳האב שוין אלעס געזעהן, יא אפילו די צוקוועטשטע לאלי אונטער די קארפעט האבעך אויך באמערקט
און די צוויי באטלס סעלצער און די סענדוויטש ראעפפער?
קענסט צולייגן די שנאר בריוולעך פין בדיקת חמץ ביז יעצט
ענטפער צו העי נאו
און א האלב צוריסענער דינער זשורנאל פון די ישיבה/ת"ת וואס איך "לייק":
און גראדע האלט איך אז ס׳איז דא נאך א זאך וואס ווייזט א שטיקל בילד וויאזוי ס׳קוקט אויס די פנימיות פון א מענטש
זיין ד׳ מינים סעט - דוק ותשכח ותמצא נחת...
שמייכלאון גראדע האלט איך אז ס׳איז דא נאך א זאך וואס ווייזט א שטיקל בילד וויאזוי ס׳קוקט אויס די פנימיות פון א מענטש
זיין ד׳ מינים סעט - דוק ותשכח ותמצא נחת...
דהיינו? זיי ביטע מסביר...
די אינסייד פון א מענטשנ'ס קאר ווייזט גארנישט מער ווי וויפול קינדער אונטער די 12 ער האט... און לגבי נארמאלקייט? וואס מיינט דאס "נארמאל"? קען אפשר איינער אנווייזן ווי מ'קויפט דאס דער מעסטער דערפאר? א "קיהלער" מענטש ווערט דא ארויסגעברענגט היבש נעגאטיוו, אבער דאס מיינט לכוירע אזוין טיפ וואס ווערט נישט איבערגענומען פון וואס אנדערע זאגן! אידאס נישט אן אידיאל אויף וואס מיר אלע שטרעבן? צו לעבן פאר זיך און טון וואס מיר האלטן ס'איז בעסער פאר זיך אליין (ווילאנג מ'טוט נישט וויי א צווייטן)?
נעה, מ'רעדט פון די קאאל גייז וואס שעפן חיות ווען דו בליקסט אויף זייער שווארצע ברילן מיט דיקע הענטלעך אדער אויף זייער רעש'דיגע אומבעטעמטע טיש בעקישע דעזיין (גאש! זיי האבן נישט קיין טעיסט!)
זייער איי קיו איז אונטער 40, שוין נאך א פיש אויל קאפסעל!