קאמענטארן
405 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14
Re: קאמענטארן
ידעןלאדיך אפ איך האב געלייקט דיין תגובה אבער נישט ווייל איך בין מסכים צו דיר, ווייל איך האב עס יא זייער ליב, נאר ווייל דו שרייבסט גוט.
דאנק פאר די גוטע ״לייק״ קנעפל. ilike
איצטער האב איך שוין נאך א קריטיק צוצולייגען צו מיין הויפן: ווען מ'לייקט, ווייסט מען דאך נישט פארוואס מ'לייקט, צו פארן תוכן ,צו פארן שרייבער, אדער אפשר גאר פארן וועג פון שרייבן. שטעלט אייך פאר איינער וועט שרייבן ווי די נאציס האבן געשחטן אידן אין לאגער, אין איך על עס לייקן... מ'וועט נאך מיינען איך לייק חלילה די נאצ...
אבער כ'על דיר זאגן דעם אמת. איך לייק דעם לייק קנעפל גאר שטארק. נאר וואסזשע דען? אין מזרזין אלא למזורזין, מ'זעט אזא באהערדע וועלכע שטעלט זיך אזוי שיין צו, נו, איז דאך גילטיג דער כלל "יש לו מנה רוצה מאתים", האב איך גלייך מקיים פסק געווען און פארלאנגט וואס קומט מיר.
Re: קאמענטארן
סתם פאר אינטערסאנטקייט פרעג איך וואס איז דער פשט פין די מיסט קאסטן אשכול?
ממה נפשך אויב נעמט מען עס אראפ ווייל סע באלאנגט נישט דא פארוואס לייגט מען עס צוריק? אויב מעג עס יא דא זיין פארוואס לאזט מען עס נישט אויפן פלאץ?
Re: קאמענטארן
וואס איז דאס <<<<<Hide לעבן די נאמען פון דער וואס האט געשריבן די לעצטע תגובה ביי א אשכול?
Re: קאמענטארן
מאך א שטיקל זיך אקציע וועסטו זעהן אז מען רעדט שוין דערוועגן, ס'האט צו טוהן מיט די לייק סיסטעם, און ס'איז נאך אונטער קאנסטראקשן.
Re: קאמענטארן
אין די פרופיל ביי סטטיסטיקת המשתמש שטייט "מעסעדזשעס בסך הכל", לכאורה דארף צו שטיין "הודעות בסך הכל" אדער "תגובות בסך הכל".
Re: קאמענטארן
עס איז גוט אז מען זאל קענען זען ווער עס האט מיר געלייקט.
ווען איך קליק דעם נומער נאך 'באקומען לייקס: _ מאל' דארף איך קריכן פון איין סקרין צום צווייטן ביז איך קום אן צו זען ווער עס האט מיר געלייקט.
------
דער ווארט לייק זעט מיר נישט אויס שלעכט. אין אידיש מיין איך איז דער ווארט 'גלייך' דער איבערטייטש פון לייק, און זאגט זיך נישט אזוי געשמאק ווי לייק לע"ד.
Re: קאמענטארן
אךשמחעס איז גוט אז מען זאל קענען זען ווער עס האט מיר געלייקט.
ווען איך קליק דעם נומער נאך 'באקומען לייקס: _ מאל' דארף איך קריכן פון איין סקרין צום צווייטן ביז איך קום אן צו זען ווער עס האט מיר געלייקט.
און די פראפייל, אונטן איז דא די ליסטע פון די לייקס, קליק אריין אין "זעה/פארמאך ליסטע" וועט ארויפקומען די נעמען מיט א לינק צו די תגובה.
Re: קאמענטארן
amechiyaאין די פרופיל ביי סטטיסטיקת המשתמש שטייט "מעסעדזשעס בסך הכל", לכאורה דארף צו שטיין "הודעות בסך הכל" אדער "תגובות בסך הכל".
מיר האבן שוין געטוישט.
Re: קאמענטארן
אךשמחעס איז גוט אז מען זאל קענען זען ווער עס האט מיר געלייקט.
ווען איך קליק דעם נומער נאך 'באקומען לייקס: _ מאל' דארף איך קריכן פון איין סקרין צום צווייטן ביז איך קום אן צו זען ווער עס האט מיר געלייקט.
אין באניצער קאנטראל צימער קענסטו אנשטעלן אז דו זאלסט באקומען א פרייוואטע הודעה אדער אימעיל יעדעס מאל איינער לייקט דיינס א תגובה, ס'וועט דארט שטיין פונקטליך ווער און וואו ס'האט געלייקט.
Re: קאמענטארן
Javaאברעמעלוואס איז די Hide וואס איז צוגעקומען אינדרויסן פון די אשכול?
עס האט מיט די נייע לייק קנעפל וועלכע מיר האבן צוגעלייגט. מיר האפן דאס מסדר צו זיין ווי אמשנעלסטן.
ווען?
Re: קאמענטארן
שמואל הלויJavaאברעמעלוואס איז די Hide וואס איז צוגעקומען אינדרויסן פון די אשכול?
עס האט מיט די נייע לייק קנעפל וועלכע מיר האבן צוגעלייגט. מיר האפן דאס מסדר צו זיין ווי אמשנעלסטן.
ווען?
די שנעלסטע וואס ס'שייך. קיינער ארבעט נישט אויף קיין געהאלט, און עס זענען דא זאכן וואס קומען פריער (ווי איבערזעצן אויף אידיש).
Re: קאמענטארן
גערעכט אידיש איז וויכטיגער. וואס שטערט די הייד קנעפל?
Re: קאמענטארן
א גוטע איידיע די נייע קאלאר, אבער פליז טויש צו א שענערע קאלאר.
געל מיט בלוי האקט זיך נישט גוט צוזאמען.
אקעי איכ׳ל ווארטן.. מסתם נאכנישט פיינעלייזד,.
Re: קאמענטארן
אה יעצט זע איך. מע האט פשוט נישט ג׳ענדיגט פעינטן...
Re: קאמענטארן
ידעןא גוטע איידיע די נייע קאלאר, אבער פליז טויש צו א שענערע קאלאר.
געל מיט בלוי האקט זיך נישט גוט צוזאמען.
אקעי איכ׳ל ווארטן.. מסתם נאכנישט פיינעלייזד,.
אביסעלע געדולד...
Re: קאמענטארן
איך שפרינג פון עקסייטמענט.
סארי פאר מיין ווילדקייט.
און ישר כח פאר די ארבעט וואס עטץ לייגסט אריין.
Re: קאמענטארן
ידעןאיך שפרינג פון עקסייטמענט.
סארי פאר מיין ווילדקייט.
און ישר כח פאר די ארבעט וואס עטץ לייגסט אריין.
Re: קאמענטארן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/9267">viewtopic.php?p=9267#p9267</a><!-- l -->
Re: קאמענטארן
איך זעה א גאנצער אשכול איז נעלם געווארן, איך רעד פון "נייעס וואס איר וועט נישט ליינען אין די היימישע צייטונגען" אשכול. עני איידיע ?
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
א שיינע זאך געווען אז מיר האט מען פערזענלעך געשיק א msg פארוואס מע לייגט עס צוזאמען, ווייל די מנהלים האבן אנדערש געטראכט ווי מיר אז סע פעלט נישט אויס צו מאכן א עקסטערע אשכול פאר דעם.
קען זיין אז זיי זענען גערעכט ווייל ווען כאב געלייגט די נייעס, האב איך קודם געטראכט צו עס לייגען טאקע דארט ביי די קורצע נייעס, און נאכדעםם וואס כאב געהאט אביסל צייט און געטראכט אס סע גוט צו מאכן אביסל לעבעדיג, האב איך עס געלייגט עקסטער.
Re: קאמענטארן
בעפאר איך קאמפלעין וויל איך באדאנקען די אלע אויבעהארן וועלכע פירן אן און לייגן אריין כח אינעם שטיבעל אז ס'זאל זיין אן אינטערעסאנטע פלאץ וואו צו לייענען, קאמיוניקירין אויף א רעספעקטפולען אופן. כה לחי.
וואסערע קריטיק האב איך ? כ'האב לעצטענס אנגעהויבן באמערקן אזא קאפ דרייעניש און א אויגן שווינדלעריי נעמט מיר ארום נאכ'ן זיך דרייען דא אין קאווע שטיבל, דאס איז עפעס אזאך וואס פאסירט נישט ביי מיר נאכן לייענען אייוועלט.
איך האב געטרייעט אויסצופיגערען וואס די חילוק איז פון די צוויי סייט'ס. איך ווייס נישט אויף זיכער צי איך האב געכאפט דעם טוטער, ס'קען אבער זיין אז יא. איין מיינער MINOR זאך וואס האט גלייך געכאפט מיין אויג איז: אויף די אייוועלט מעין (אינדעקס) פעידזש דארט וואו מ'זעט אלע אפטיילונגען איז דא א ברייטע ספעיס צווישן איין אפטיילונג אינעם צווייטן, ס'געט אזא רחבות'דיגע בליק אויף די גאנצע זאך. ביי אונז דא איז עס זייער צאמגעדריקט און ס'מאכט מיר אויגן ווייטאג (לאך נישט, כ'מיין עס ערענסט!)
נאך עפעס וואס מאכט א צומישעניש איז: אז מ'ווייסט נישט וואו פונקטליך צו קוקן פאר איטליכן ארטיקלען. פארוואס איז די "כינוס כלל ישראל" אשכול אין די קאווע שטיבעל אפטיילונג נישט אין די נייעס אפטיילונג ? וואס זוכט "לערנען מיט פרויען" אין קאווע שטיבל ווען ס'באלאנגט לכאורה אין די תורה ודעת סעקשען ?!
און אחרון חביב פארוואס ווערן געוויסע אשכולים גע'לאק'ט פאר חדשים לאנג צום אויבן-אן און ווען אימער איך זעה אז ס'דא ערגעץ א נייע תגובה דארף איך אויפזיכען וואו ס'איז, ווייל די ערשטע אשכולים דארפן פאר סאם ריזען זיצן אויפן אויבן אן... ס'וואלט געווען א נחת ווען די אשכול מיט די פרישסטע תגובה (אחוץ אויב סיז ממש דא עפעס א ברעיקינג סטארי אדער א גאר אקטיווער אשכול) איז אלץ אייביג אויפן אן!! ס'פארשפארט קאפ וויי!!
און נאכאמאל, ס'מוז ווערן מער סטריקט וואו מ'לייגט וועלכ'ן ארטיקל. די קאווע שטיבל אפטיילונג איז א אנלויפעניש פון אלעס און אלעם, אין א קאווע שטיבל קען מען דאך אויך רעדן נייעס און דברי תורה, ניין ? נו דעמאלטס קענמען צושפארן די נייעס און די תורה אפטיילונג ?! איך וואלט רעסטריקטעט די קאווע סעקשען צו זאכן וואס וואלטן ממש נישט אריינגעפיט אין קיין איינע פון די אנדערע אפטיילונגען.
א ישר כח איך זוך נאר די טובה פונעם קאווע שטיבל!!
Re: קאמענטארן
זר זהב
וועגן דעם איז דאך די בעסטע צו זעהן אלעס ביי די ״אלע אקטיווע אשכולות״ וואס דארט זעט מען אלעס און די נייעסטע אשכול איז וואס סע געווארן אפדעיטעד די לעצטע.
Re: קאמענטארן
ביזט גערעכט! איך בין אבער נישט געוואוינט דערצו, איך האב ליעב צו וויסן אין וועלכע אפטיילונג איך דריי זיך.
Re: קאמענטארן
נאך פאר דו עפנסט די אשכול קענסטו זען אין וועלעכע אפטיילונג סע איז.
Re: קאמענטארן
ער טענה'ט דאך אבער אז ס'שווינדלט אים די אויגן דא אין שטיבל, אלזא אפשר קען ער נישט גוט זעהן וועלכע אפטיילונג ס'איז 😐
Re: קאמענטארן
יעצט זעה איך טאקע, אם כן מא אהני לן די ארגינעלע אינדעקס פעידזש ?
Re: קאמענטארן
זר זהביעצט זעה איך טאקע, אם כן מא אהני לן די ארגינעלע אינדעקס פעידזש ?
אויב מע וויל גיין דוקא אין דעם סארט אפטיילונג, למשל איינער וויל גיין צו די ספרים אפטיילונג..
Re: קאמענטארן
און אויב וויל ער גיין צו די תורה און מחשבה אפטיילונג, פארוואס זאל ער נישט זעהן דארט די "לערנען תורה מיט פרויען" אשכול ?
אלנספאלס א שקויעך, איך האב שוין געטוישט און געבוקטמארקט צו די 'אלע אקטיווע אשכולות'. א דאנק.
Re: קאמענטארן
זר זהבאויף די אייוועלט מעין (אינדעקס) פעידזש דארט וואו מ'זעט אלע אפטיילונגען איז דא א ברייטע ספעיס צווישן איין אפטיילונג אינעם צווייטן, ס'געט אזא רחבות'דיגע בליק אויף די גאנצע זאך. ביי אונז דא איז עס זייער צאמגעדריקט און ס'מאכט מיר אויגן ווייטאג (לאך נישט, כ'מיין עס ערענסט!)
איך האב געקוקט און אייוועלט און צוריק דא און איך זע אז דו ביזט גערעכט. די סיבה איז, ווייל אייוועלט האט נאך א שורה פאר יעדע פארום, ווי די אחראים ווערן אויסגערעכנט. קען זיין קאווע שטיבל דארף אויך שטעלן אחראים/גבאים/מנהלים אויף יעדע פארום... 😉
זר זהב
נאך עפעס וואס מאכט א צומישעניש איז: אז מ'ווייסט נישט וואו פונקטליך צו קוקן פאר איטליכן ארטיקלען. פארוואס איז די "כינוס כלל ישראל" אשכול אין די קאווע שטיבעל אפטיילונג נישט אין די נייעס אפטיילונג ? וואס זוכט "לערנען מיט פרויען" אין קאווע שטיבל ווען ס'באלאנגט לכאורה אין די תורה ודעת סעקשען ?!
גראדע די ספעציפישע אשכול באלאנגט לכאורה אין א שמייכל סעקשאן, ווייל עס בארירט בכלל נישט די תורה'דיגע אספעקט פון די נושא. אבער בעצם ביזטו גערעכט. מ'דארף ווען מאכן א קלארער צעטיילונג צווישן וואס באלאנגט וואו.
Re: קאמענטארן
זר זהבאון אויב וויל ער גיין צו די תורה און מחשבה אפטיילונג, פארוואס זאל ער נישט זעהן דארט די "לערנען תורה מיט פרויען" אשכול ?
אלנספאלס א שקויעך, איך האב שוין געטוישט און געבוקטמארקט צו די 'אלע אקטיווע אשכולות'. א דאנק.
די "לערנען תורה מיט פרויען" אשכול איז לכתחילה געעפענט געווארן בתורת ארטיקל.
Re: קאמענטארן
יידלזר זהבאויף די אייוועלט מעין (אינדעקס) פעידזש דארט וואו מ'זעט אלע אפטיילונגען איז דא א ברייטע ספעיס צווישן איין אפטיילונג אינעם צווייטן, ס'געט אזא רחבות'דיגע בליק אויף די גאנצע זאך. ביי אונז דא איז עס זייער צאמגעדריקט און ס'מאכט מיר אויגן ווייטאג (לאך נישט, כ'מיין עס ערענסט!)
איך האב געקוקט און אייוועלט און צוריק דא און איך זע אז דו ביזט גערעכט. די סיבה איז, ווייל אייוועלט האט נאך א שורה פאר יעדע פארום, ווי די אחראים ווערן אויסגערעכנט. קען זיין קאווע שטיבל דארף אויך שטעלן אחראים/גבאים/מנהלים אויף יעדע פארום... 😉
זר זהב
נאך עפעס וואס מאכט א צומישעניש איז: אז מ'ווייסט נישט וואו פונקטליך צו קוקן פאר איטליכן ארטיקלען. פארוואס איז די "כינוס כלל ישראל" אשכול אין די קאווע שטיבעל אפטיילונג נישט אין די נייעס אפטיילונג ? וואס זוכט "לערנען מיט פרויען" אין קאווע שטיבל ווען ס'באלאנגט לכאורה אין די תורה ודעת סעקשען ?!
גראדע די ספעציפישע אשכול באלאנגט לכאורה אין א שמייכל סעקשאן, ווייל עס בארירט בכלל נישט די תורה'דיגע אספעקט פון די נושא. אבער בעצם ביזטו גערעכט. מ'דארף ווען מאכן א קלארער צעטיילונג צווישן וואס באלאנגט וואו.
שקויעך יידל, האסטע אויך באמערקט אז סיז געשמאקער פאר די אויגן ? אפשר זאל מען סתם אזוי לאזן אביסל ספעיס.
לגבי די תורה מיט פרויען אשכול, כ'בין ניטאמאל אריין דערין, כ'האב געמיינט אז סיז אן הלכה נושא.
Re: קאמענטארן
שמואל הלויזר זהבאון אויב וויל ער גיין צו די תורה און מחשבה אפטיילונג, פארוואס זאל ער נישט זעהן דארט די "לערנען תורה מיט פרויען" אשכול ?
אלנספאלס א שקויעך, איך האב שוין געטוישט און געבוקטמארקט צו די 'אלע אקטיווע אשכולות'. א דאנק.
די "לערנען תורה מיט פרויען" אשכול איז לכתחילה געעפענט געווארן בתורת ארטיקל.
איך טראכט יעצט אז די פראבלעם וואס זר זהב זאגט איז מער א פראבלעם פון "וויאזוי א נאמען צו געבן א אשכול", ווי "ווי צו עפענען אן אשכול". דער נאמען "לערנען תורה מיט פרויען" איז אביסל פארפירעריש ווייל מען מיינט אז עס רעדט ארום די נושא פון לערנען תורה מיט פרויען. למעשה איז עס נאר א הומאריסטישע בליק אויפן נושא און ס'וואלט געדארפט האבן א מער הומאריסטישע קעפל. ואת הנלע"ד כתבתי.
---
זר זהב האקט. יא אפשר דארף עס אביסל מער ספעיס. די אמת איז אבער אז על פי רוב נוץ איך די אקטיווע אשכולות לינק, סאו ס'איז מער אן אסטעטישער פראבלעם ווי א פאקטישע פראבלעם.
Re: קאמענטארן
זר זהבאחרון חביב פארוואס ווערן געוויסע אשכולים גע'לאק'ט פאר חדשים לאנג צום אויבן-אן און ווען אימער איך זעה אז ס'דא ערגעץ א נייע תגובה דארף איך אויפזיכען וואו ס'איז, ווייל די ערשטע אשכולים דארפן פאר סאם ריזען זיצן אויפן אויבן אן... ס'וואלט געווען א נחת ווען די אשכול מיט די פרישסטע תגובה (אחוץ אויב סיז ממש דא עפעס א ברעיקינג סטארי אדער א גאר אקטיווער אשכול) איז אלץ אייביג אויפן אן!! ס'פארשפארט קאפ וויי!!
Re: קאמענטארן
יידלאיך טראכט יעצט אז די פראבלעם וואס זר זהב זאגט איז מער א פראבלעם פון "וויאזוי א נאמען צו געבן א אשכול", ווי "ווי צו עפענען אן אשכול". דער נאמען "לערנען תורה מיט פרויען" איז אביסל פארפירעריש ווייל מען מיינט אז עס רעדט ארום די נושא פון לערנען תורה מיט פרויען. למעשה איז עס נאר א הומאריסטישע בליק אויפן נושא און ס'וואלט געדארפט האבן א מער הומאריסטישע קעפל. ואת הנלע"ד כתבתי.
ווען די אשכול הייסט ווען אזוי ווי "זר זהב" שרייבט דאן ביסטו גערעכט, אבער גראדע פארמאגט די אשכול אביסל א אנדערע נאמען.
Re: קאמענטארן
למעשה אימיר שווער צוציגעוואוינען צום "אלע אקטיווער אשכולות" . איי וויש מ'וועט מאכן עפעס שינוים צו פארבעסערן פון די מעין אינדעקס אא"וו. שקויעך.
Re: קאמענטארן
לא איש דברים אנכי אבער אפשר וואלט כדאי געווען צו באשטימען א ווינקל דא אין שטיבל פאר שירים און פאעזיע וואו היימישע אנשים ונשים קענען מפרסם זיין זייערע חידושים מיטן הארץ שפראך. געווען א תקופה ווען שירה האט פארנומען א הויך ארט ביי אידן נאר דערמאנען ר' יהודא הלוי איז גענוג. ס'איז עפעס אינטערגעגאנגען ווען ראבאטיזם האט איבערגענומען אידישקייט אפשר איז טאקט דא דאס ארט להחזיר עטרה ליושנה.
Re: קאמענטארן
בן תמליוןלא איש דברים אנכי אבער אפשר וואלט כדאי געווען צו באשטימען א ווינקל דא אין שטיבל פאר שירים און פאעזיע וואו היימישע אנשים ונשים קענען מפרסם זיין זייערע חידושיםאויפן הארץ שפראך. געווען א תקופה ווען שירה האט פארנומען א הויך ארט ביי אידן נאר דערמאנען ר' יהודא הלוי איז גענוג. ס'איז עפעס אינטערגעגאנגען ווען ראבאטיזם האט איבערגענומען אידישקייט אפשר איז טאקט דא דאס ארט להחזיר עטרה ליושנה.
איפך, בן תמליון. הלוא איש דברים אתה. גייזשע פתיחה. כידוע איז דאס גיין פתיחה א סגולה פאר האבן גרינג וואס מען טראגט אין בויך ...
Re: קאמענטארן
זר זהבאיי וויש מ'וועט מאכן עפעס שינוים צו פארבעסערן פון די מעין אינדעקס אא"וו. שקויעך.
מיר האבן פרובירט צו לייגן אביסל מער פלאץ צווישן איין פארום און צוויטען.
בן תמליוןאפשר וואלט כדאי געווען צו באשטימען א ווינקל דא אין שטיבל פאר שירים און פאעזיע
מיר וועלן נעמען אייער הצעה אין באטראכט. דערווייל איז די
שפראך און גראמאטיק פארום דער געאייגענטער פלאץ דערפאר.
Re: קאמענטארן
זר זהבלמעשה אימיר שווער צוציגעוואוינען צום "אלע אקטיווער אשכולות" . איי וויש מ'וועט מאכן עפעס שינוים צו פארבעסערן פון די מעין אינדעקס אא"וו. שקויעך.
וועסטיך צוגעוואוינען וועט דיר זיין געשמאקער. איך רעד פון experience .
סע דא מענטשן וואס יעדע נייע זאך איז זיי שווער זיך אריינצולייגן.
די עלטערע מענטשן האבן פיינט די נייע סעלפאןס, איי סע בעסער? נו מע דארף דאך זיך לערנען נייע זאכן..
Try צו זאגן א ווילי מענטש אז מאנסי איז בעסער, ער וויל נישט הערן פון דעם, ער איז צוגעוואוינט צו זיין אלטע פלאץ און קען נישט זעהן נייע זאכן. אזוי איז nature
Re: קאמענטארן
ידען, געב א קוק יעצט אויף די מעין אינעקס פעידזש, אינישט בעסער מיט די ברייטע ספעיס ? סאמעחייע, טענקס מנהלים/JAVA
Re: קאמענטארן
זייער שיין, מיר געפעלט די בילדער אין די זייט, אבער מיין קאווע שטיבל בוקמארק איז נאר די אלע אקטיווע אשכולות ווייל איך האב ליב צו זעהן אלע אשכולות אויף אמאל און זעהן וואס איז יעצט אויף די נייעס אנשטאט זיין ביזי אריינגיין פון איין פורום צום צווייטן.
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
א גאר גוטער געדאנק לעניות דעתי.
Re: קאמענטארן
ידען, פרעג א ניו יארק טיימס לייענער אויב ער וואלט געוואלט די טיימס זאל אויפהערן מיט אלע אפטיילונגען און צוזאממישען ריעל עסטיעט, פיינענס, ארט, פוד, אלעס אין איין געמויזעכטס לויטן סדר פון וועלכע ס'איז וויכטיגער ?... ער וועט דיר זאגן א גרויסן "ניין".
ס'דא וואס האבן דייקא ליב "סעקשאן'ס". איך האב ליעב אריינצוגיין אין א אפטיילונג, ספיהלט זיך מער מסודר.
Re: קאמענטארן
וועגן דעם איז דא א הויפט בלאט מיט אלע אפטיילונגען.
Re: קאמענטארן
זר זהבידען, פרעג א ניו יארק טיימס לייענער אויב ער וואלט געוואלט די טיימס זאל אויפהערן מיט אלע אפטיילונגען און צוזאממישען ריעל עסטיעט, פיינענס, ארט, פוד, אלעס אין איין געמויזעכטס לויטן סדר פון וועלכע ס'איז וויכטיגער ?... ער וועט דיר זאגן א גרויסן "ניין".
ס'דא וואס האבן דייקא ליב "סעקשאן'ס". איך האב ליעב אריינצוגיין אין א אפטיילונג, ספיהלט זיך מער מסודר.
כ'האב אים געפרעגט. (כ'האף ידען וועט נישט ברוגז זיין פארן אים אויסכאפן.) ער האט געזאגט א "ניין", הגם נישט אזוי גרויסן ווי דערווארטעט. ער האט אבער צום "ניין" צוגעלייגט א ווארט: "אז איך צאל פאר א טיימס, וויל איך באקומען סערוויס!" 😮
Re: קאמענטארן
גוט גוט. אבער זייט וויסן אז ס'קאסט נישט קיין פעני מער פאר א צייטונג צו מאכן אפטיילונגען.
Re: קאמענטארן
ידעןוועגן דעם איז דא א הויפט בלאט מיט אלע אפטיילונגען.
נו איז וועגן דעים האב איך געבעטן אז מ'זאל מאכן מער ספעיס אינעם הויפט בלאט (און מ'האט שוין געמאכט, א ריזיגן דאנק!) און ווי אויך אז מ'זאל לייגן יעדע ארטיקל וואו ס'קומט. "כינוס כלל ישראל" קומט אינעם נייעס אפטיילונג נישט אינעם קאווע שטיבל. אא"וו
Re: קאמענטארן
בן תמליון[ציטאט אראפגענומען]
א גאר גוטער געדאנק לעניות דעתי.
יא, טאקע א גוטע געדאנק. שוין דא א שיינע פאר אשכולות וועלכע קענען אריינגיין דארט. אזוי ווי די 3d גראפיטי <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/107">viewtopic.php?f=4&t=107</a><!-- l -->, פאטאגראפי <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/70">viewtopic.php?f=4&t=70</a><!-- l -->, פעדער'ס און שמואל הלוי'ס פאעמעס, און די אשכולות אויף נייע אידיש טעיפס (יודא גרין, לחיים טיש וכו') ועוד
Re: קאמענטארן
[ציטאט אראפגענומען]
גוטע פארשלאג, אבער מיט די נאמען "קונסט" בין איך אביסל מחולק... אויב האסטו נאך גוטע נעמען קענסטו עס שרייבן, ויישר כחכם מעיקרא.
Re: קאמענטארן
טעיפס באלאנגט אין א מוזיק פארום.
איך מיין מ'זאל אויך עפענען א "דברים של מה בכך" פארום. ס'וועט אביסעלע גרינגער מאכן פאר'ן קאווע פארום.