☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי מאיר שילער נ"י

רבי מאיר שילער נ"י

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1278

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 1:04 pm

· #29802
רבי מאיר שילער נ"י
ס'נאר איין וואך אדורך זינט איך האב זיך באקענט מיט מיין נייעם "הירא" ר' מאיר שילער.

{ס'האט שוין איינער געלינקט דא צו די פילם "לייף אפארט: חסידיזים אין אמעריקע",דער פילם איז ארויס אין 1997, 'סארא דזשעסיקע פארקער' איז איינע פון די וואס רעדן די "נערעטיוו", ס'לויפט 90 מינוט, אויף יו טוב קען מען זעהן די גאנצע צוטיילט אין 9 חלקים.}

אינעם ערשט'ן חלק ביי די צייט 4:20 זעהט מען ר' מאיר שילער א סקווירא חסיד, און ער רעדט א זאפטיגן ענגליש נאך בעסער ווי דעם גוי... ס'האט מיר געוואונדערט.
ס'מיר גלייך פארענטפערט געווארן. אביסל ווייטער אינעם זעלבן קליפ ווערט מען געוואויר אז ער איז געבוירן צו נישט רעליגיעזע עלטערן אין ברוקלין/קווינס. שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגן קיין ראקלענד קאונטי, נישט ווייט פון מאנסי..... -- ביי 9 מינוט אינעם זעלבן קליפ נעמט זיין מאמע איבער דאס ווארט און דערציילט וויאזוי איר זון מאיר איז איין טאג נאך בעפאר זיין בר מצווה געגאנגען שפאצירן מיט 2 חבירים אריין קיין ניו סקווירא, א שפאציר וואס גייט טוישן זיין לעבן... ער האט געזען דעם סקווירא'ן רבי'ן זצ"ל און ס'האט אים איבערגענומען.
זיין מאמע האט נישט געמיינד אז ער טוישט לייף סטייל, זי האט אים נאר געבעטן נישט צו איפלוענסן די אנדערע קינדער אין שטוב.

ר' מאיר איז געבוירן אין 1951-- פון וויקיפידיע: He teaches advanced Talmud at Marsha Stern Talmudical Academy of Yeshiva University,[4] where he has been a teacher since 1987. Prior to that, from 1977–1981, Rabbi Schiller taught at YHSQ and from 1981-1987 he taught at Mesivta Ohr Torah (both in Queens, NY). From 1979 to 1981, he served as the first hockey coach at the Ramaz School and later in the same capacity at MTA from 1985–1988 and again from 1990–1995. In his final 6 years as coach his teams won 6 consecutive championships

ס'אינטערעסאנט צו זעהן אויפ'ן 9'טן קליפ (אנהייב)וויאזוי א חסידישער אויסזעענדער מענטש ווי אונזער ר' מאיר פירט אן זיין סטודענטן ביי זייערע באלל געימס, און זיי האבן פאר אים אזא רעספעקט!

דא אינעם 6'סטן חלק רעדט ער נאך אביסל, אנגעהויבן פון 2:05

אזעלעכע אידן ווי מאיר שילער מאכן מיר שטארק אין מיין אידישקייט. פארוואס זאל איך מעורר ווערן פון ר' זלמן לייב פילעפף/ר' טודרוס זילבער/פאפא רבי/ ווען זיי האבן נאך קיינמאל נישט טועם געווען עולם הזה? (אקעי, פאפא רבי אפשר יא) -- אפשר וואלטן זיי געבליבן אין עולם הזה ווען איינער לייגט זיי וועין אריין דארט אין זייערע יוגנט יארן?!?
---------
איך האב געזען חברה וואס שרייבן אז ר' מאיר איז א ווייסער סופרעמיסיסט.
דא אין דעי איין מינוטיגן קליפ מאכט ער טאקע א ראסיסטישער וויץ. (אזוי מיינאיך)
-----------------
דא רעדט ער ארום אויף טי ווי איבער אלעס און אלעמען.

איינער ווייסט מער איבער אים? אויך געזען ערגעץ אז ער וואוינט שוין נישט אין סקווירא היינט.
אלעסנפאל, קודאס צו מיין נייע רבי! רבי מאיר שילער שליט"א. און א ישר כח.

Schiller.jpg

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 1:11 pm

· #29808
קוקוטס אויך ביי 7:00 פונעם ערשטן קליפ, מיט זיינע סטודענס ביים באל שפילן.

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 1:16 pm

· #29811
נאר דרך אגב... דא זעהט מען ר' נטע קויפמאן זאגן: "וואס פארשטייט דען דער גוי"....

הדד בן בדד » דינסטאג יולי 31, 2012 12:46 am

· #30109
זר, פון דיין שרייבן קוקט מיר אויס אז דו האסט אים נאך קיינמאל נישט געזעהן, וויאזוי דעמאלס איז ער דיין נייער הירא אז דו האסט אים נאך נישט געזעהן אפילו?

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 12:47 am

· #30110
סקראול ארויף דעים פעידזש העסטו עם זעהן.

וואס ווילסטע זאגן?

הדד בן בדד » דינסטאג יולי 31, 2012 12:56 am

· #30112
איך רעד נישט פון זעהן אנליין, אזוי האב איך אים אויך געזעהן. איך מיין זעהן און קענען פערזענליך.

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 12:58 am

· #30113
גערעכט. נו וואס ווילסטע זאגן? אז איך גלייך אים באמת נישט? קען זיין. איך רעד פון וואס איך הער פון אים און ליין איבער אים.

הדד בן בדד » דינסטאג יולי 31, 2012 1:02 am

· #30116
חס ושלום, איך גלייב אז דו האסט אים ליב, איך האב סתם געווואלט קלאר מאכן. אדרבה, איך האב הנאה אז דו האסט געטראפן איינעם וועלכער גיט דיר חשק צו זיין א איד.

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 1:05 am

· #30118
האסט מיר צומישט... האסט אנגעהויבן אז פון מיינע ווערטער זעהט אויס אז איך האב אים קיינמאל נישט געזען, כאילו אויב וואלט איך אים געקענט פון די נאנט וואלט איך אנדערש געהאלטן...

הדד בן בדד » דינסטאג יולי 31, 2012 2:51 am

· #30154
אנטשולדיג מיר ר' זר פארן דיך צומישן, חס ושלום, איך האב דאס קיינמאל נישט געמיינט, איך האב סתם געואלט וויסן צו ער איז געווארן דיין הירא נאכן זיך באקענען מיט אים פערזענליך, אדער נאר פון די לינקס. איך האב זיך אביסל גע'חידוש'ט אז דו האסט אים געקרוינט אלס דיין הירא נאר פון קליפס. אבער נישט אז איך האלט אנדערש, פון די קליפס דוקא קוקט עס אויס בעסער ווי גוט.

בן תמליון » דינסטאג יולי 31, 2012 8:36 am

· #30166
זר זהב
נאר דרך אגב... דא זעהט מען ר' נטע קויפמאן זאגן: "וואס פארשטייט דען דער גוי"....


זאג שוין דעם גאנצן פסוק ער זאגט אזוי:
איינער וואס איז נישט קיין איד מיינט צו זיין א איד איז א שווערע זאך ווי מ'זאגט ס'איז שווער צו זיין א איד, איך זאג פונקט פארקערט ס'איז שווער צו זיין א גוי, קומט אהער היינט אויף דערנאכט טרינקען א גוטן לחיים מ'וועט זינגען זיך פרייליך מאכן וועלכער גוי האט אזא טעם אין זיין לעבן? עס קען נישט זיין! א איד ווי מיר וואס זיצט שבת ביי מיין טיש מיט מיינע קינדער איך פיר אזא טיש איך גלייב נישט אז דער גרעסטער פרעזידענט האט אז הנאה רוחנית ווי איך האב!

נא דאס זאגט שוין א פשוטער פלייש האקער מה נענה אנן אבתריה.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 8:41 am

· #30170
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אים לעצטנס געהערט ביי א שמחה ווי ער האט גערעדט מטעם די סקווירא מוסדות לכבודו פון איינע פון די מחותנים. איך האלט אז ער איז אין א שטיקל מצב פון קאגנעטיווע דיסאנעסענס.

שרגא » דינסטאג יולי 31, 2012 8:41 pm

· #30440
יידל
איך האב אים לעצטנס געהערט ביי א שמחה ווי ער האט גערעדט מטעם די סקווירא מוסדות לכבודו פון איינע פון די מחותנים. איך האלט אז ער איז אין א שטיקל מצב פון קאגנעטיווע דיסאנעסענס.

וואד יו מיינד טו עלעבארעיט? עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן. און אפשר למשל קען ער פשוט נישט אלץ זאגן הויך וואס ער טראכט.

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 9:18 pm

· #30454
שרגא
יידל
איך האב אים לעצטנס געהערט ביי א שמחה ווי ער האט גערעדט מטעם די סקווירא מוסדות לכבודו פון איינע פון די מחותנים. איך האלט אז ער איז אין א שטיקל מצב פון קאגנעטיווע דיסאנעסענס.

וואד יו מיינד טו עלעבארעיט? עס איז מיר אינטערעסאנט צו הערן. און אפשר למשל קען ער פשוט נישט אלץ זאגן הויך וואס ער טראכט.

פון איין זייט האט ער אפאר מאל איבערגע'חזר'ט וואו ווייט סקווירא עקזעמפלארירט חסידות במיטיבה און וואו ווייט דער סקווירא רבי שליט"א עקזעמפלארירט דעם צדיק הדור אין וועמען ס'איז א זכיה צו זיין מקושר, אבער פון צווייטן זייט, ווען ער איז אריין מער באריכות מסביר זיין וואס איז דאס חסידות, און וואס איז געווען די חידוש פון בעש"ט האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון ציען פאראלעלן קיין סקווירא און ס'איז געווען זייער אויפפאלנד.

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:31 pm

· #30674
כ'וויל נישט פארקריכן פון דעם סובדזשעקט, נאר דרך אגב, כ'גלייך זייער דעם פילם, עפעס ברענגט דאס מיר צוריק צו אמאל, צו Old Williamsburg א.א.וו. כאבעס איבערגעוואטשט סך מאל.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:32 pm

· #30676
קווארטין
כאבעס איבערגעוואטשט סך מאל.

ME TOO

זר זהב » זונטאג מערץ 17, 2013 3:46 am

· #97559
איינער האט אפגעשריבן א אידישע וויקיפידע אויף שילער'ן, גאנץ אינטערעסאנטע דעטאלן. לייג איך עס ארויף דא א לינק.

<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%90%D7%99%D7%A8_%D7%A9%D7%99%D7%9C%D7%A2%D7%A8">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%A2%D7%A8</a>

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 17, 2013 9:22 pm

· #97932
הדד בן בדד
אנטשולדיג מיר ר' זר פארן דיך צומישן, חס ושלום, איך האב דאס קיינמאל נישט געמיינט, איך האב סתם געואלט וויסן צו ער איז געווארן דיין הירא נאכן זיך באקענען מיט אים פערזענליך, אדער נאר פון די לינקס. איך האב זיך אביסל גע'חידוש'ט אז דו האסט אים געקרוינט אלס דיין הירא נאר פון קליפס. אבער נישט אז איך האלט אנדערש, פון די קליפס דוקא קוקט עס אויס בעסער ווי גוט.

נו, איז הדרא קושי' לדוכתי' (לשיטתך). והשנית. איך קען איהם פערזענליך. צוויי מאל געזען "לייוו" אינמיטן זיין ארבעט פון קאוטשינג. און ביי א שבע ברכות פון אינעם פון זיינע תלמידים..

ימים ידברו » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 6:19 pm

· #384134
רבי מאיר שילער איז זייער א אינטערסאנטע צוזאמשטעל אין קורצען איז אזוי ער איז א חסיד ווי סדארף צו זיין מיט אלע חסדישע ענינים, א ספארטלער מיט יעדע דיטאל א רעדנער ווי איינס און די וועלט א ידען נפלא וואס ווייסט אלעס וויפול א מענטש קען נאר צוזאמנעמען,
ער האט א מיינוג און זייער פיל שטחים און א אינטערסאנטע מיינוג, איבער פאליטיק איבער חינוך איבער השקפת יהדות ווי נישט

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 6:53 pm

· #384136

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2017 10:56 pm

· #384147
ימים ידברו
רבי מאיר שילער איז זייער א אינטערסאנטע צוזאמשטעל אין קורצען איז אזוי ער איז א חסיד ווי סדארף צו זיין מיט אלע חסדישע ענינים, א ספארטלער מיט יעדע דיטאל א רעדנער ווי איינס און די וועלט א ידען נפלא וואס ווייסט אלעס וויפול א מענטש קען נאר צוזאמנעמען,
ער האט א מיינוג און זייער פיל שטחים און א אינטערסאנטע מיינוג, איבער פאליטיק איבער חינוך איבער השקפת יהדות ווי נישט

ימים ידברו: ר' מאיר שיללער'ס בקיאות אין ספארט נעמט זיך פון דעם פאקט אז דאס איז זיין בעקגראונד. ער איז אויפגעוואקסן מיט דעם. אט פארדעם האט מען איהם אויפגענומען פאר א ספארטס קאוטש אין ישיבה יוניווערסיטי. נאר ער איז א סאך מער פון דעם. ר'איז א איד א ת"ח און א חסיד'ישער איד א בעל השקפה און משפיע אין זיין באגרעניצטע אומגעגנט...!

וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2017 3:15 am

· #384152
לעצטענס געשמועסט מיט עם זייער א ברייטע מענטש כידוע בכל הענינים זייער אן אפענער און עקסעפטינג מענטש און די זעלבע צייט אויך שטארק קלאר מיט זיין שיטות.

נאך מער נתפעל געווארן פון זיין באנעמונג מיט מענטשען און זיין וועג ווי ער קאמיוניקעיט סיי ער הערט גוט וואס מ'רעדט צו עם און סיי ער ענטפערט און שמועסט אויס מיט א קלארקייט.

נקודת-אמת » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:44 pm

· #398034
איינער האט שוין צוגעלייגט צום אידישן וויקיפעדיע איבער הנ"ל א וועבלינק איבער'ן אינטערוויו

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 12:46 pm

· #398035
ימים ידברו
רבי מאיר שילער איז זייער א אינטערסאנטע צוזאמשטעל אין קורצען איז אזוי ער איז א חסיד ווי סדארף צו זיין מיט אלע חסדישע ענינים, א ספארטלער מיט יעדע דיטאל א רעדנער ווי איינס און די וועלט א ידען נפלא וואס ווייסט אלעס וויפול א מענטש קען נאר צוזאמנעמען,
ער האט א מיינוג און זייער פיל שטחים און א אינטערסאנטע מיינוג, איבער פאליטיק איבער חינוך איבער השקפת יהדות ווי נישט

ימים ידברו: זיינע ידיעות אין די פעלד פון ספארט נעמט זיך פון דעם פאקט וואס ער איז אויפגעוואקסן אלס א ..."טראדיציאנעל"... אידיש יונגל ביי עלטערן וועלכע זענען טאקע נאר געווען ..."טראדיציאנעל"...זיי האבן געפייערט אלע ..."ימים טובים"... ווי. חנוכה. מיט עסן לאטקעס. און פורים. מיט עסן המן טאשן...! און ער איז געווען א פאבליק סקול סטודענט. נאכדעם וואס זיינע עלטערן האבן געמופט קיין ראקלענד קאונטי. אין א שטעטל נישט ווייט פון סקווירא. און ער איז אמאל געווען אויף א שבת אין סקווירא ביים פריער'דיגן סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל. און מ'האט איהם דארט שטארק מקרב געווען... און די רעסט איז היסטארי...!

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:06 pm

· #398070
יעצט גערעדט מיט א סקווערער ידען.
זיין אוועקמופן פון סקווירא איז געשען, ווען ער האט געפאבלישט א ביכל מיט זיינע מחשבות און חידושים - נישט קלאר צו ס'האט געהאט א קאנטראסט צום היימישער דרך - אבער חיים בערגער ע'''ה האט עהם דאן געהייסן פאקן פעק און גיין. אויב איינער האט א מקור דערויף וואלט איך מיר געפריידט

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 4:21 pm

· #398073
און בערגער איז צום סוף געשטארבן ווי א כלב אין חד גדיא ווי ער איז געזעצן בשליחות האדמו''ר מסקווירא. (די פרשה און אלס ארום איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך).

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 8:03 pm

· #398118
איך אויך
און בערגער איז צום סוף געשטארבן ווי א כלב אין חד גדיא ווי ער איז געזעצן בשליחות האדמו''ר מסקווירא. (די פרשה און אלס ארום איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך).

איך אויך: סאו. ס'איז נישט נאר געווען די ראטנבערג-שפיצער מעשה. ס'זענען געווען מערערע אזעלכע מעשיות. נאר מ'האט אונטערדריקט די נייעס כדי צו פראטעקטן דעם (העיליגן) רעבי'ן...!

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 10:50 pm

· #398139
מיר וואונדערט, פארוואס דערציילט נישט מאיר אליינס דעם סטארי, ער שעמט זיך מיט'ן ביכל?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 25, 2018 1:49 pm

· #398340
[ציטאט אראפגענומען]

😛 😛

ימים ידברו » מאנטאג אפריל 9, 2018 1:11 pm

· #399187
כהאב געפרעגט ר' מאיר'ס זון וואס וואינט אין וועסלי ר' מושי בנוגע די זריקה פון סקווירא ער טענהט להדם מהאט נישט געווארפען אדרבה הרב חיים בערגער איז געבליבען עד יומו אחרון א גיטע פריינד פר רבי מאיר שטותים והבלים

שבת אחים » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:01 am

· #399280
בקהלם אל תחד כבודי!- די עקסטרעימער מאיר שיללער
אזויוו מ׳גרייט זיך צו עפענען בקרוב א נייע רויטע (וואנצעס) אויפגעקלערטע ״חרדישע-סטייל שטעטל״ בנישאות הרב מאיר שיללער די רב הראשי פון אלע חרדישע ״ווייסע סופרעמיסטן״ וואס אין אט די שטעטל וועט מען קענען טרעפן די ״אמתקייט״ פון אידישקייט ווייל מיר גיין פיינט האבן אלע טונקלע הויטיגע און מינארטיס וויל איך מודיע זיין בשער בת רבים אז אויב דאס איז ״אויפגעקלערטע אידישקייט״ מיט ״אפענקייט״ און ״חכמה״ איז ליידער נפתלי (ניק) מאוסטער גאנץ גוט גערעכט... איר האט נישט באקומען די מינדעסטע עדזשיוקעישאן. איר האט נישט קיין טראפ מענטשליכקייט. איר זענט אלע היפקראטן. און פארגעסט חלילה נישט ווען א פאליסמאן אדער אינספעקטער וויל איך געבן א טיקעט זאלט איר שרייען בקול רם איז ער איז א ״וויסטע אנטיסמיט״ און שטייצעך אז פיינט האבן א איד טאר מען נישט (פרעגטס דעם רב הראשי, א איד פיינט האבן?! חס מלהזכיר) אבער די נידריגע גוים די שחורים די טמנע ספאנישע איז א מצוה זיי צו רודפן מלכתחילה (פרעגטס דעם סטאביל-דזשיניס טראמפ).

איך האב לעצטענס גערעדט מיט אט״ד וואס האט אפגעלאזט אידשקייט פאר 20 יאהר צוריק און האט ליידער נישט כמעט קיין שייכות מיט אידשקייט. זאגט ער אז זיין גרעסטע פאראיבל איז אז ער האט נאכגעבן זיין עקס אז זיינע קינדער זאלן בלייבן אין א חסידישע מוסדות. פרעג איך אים וואס גייט דיך אזוי שטארק אן? די עדזשיוקעישאן? קוקט ער מיר אזוי אן און רופט זיך אן צו מיר ״וואס הייסט? מיינע קינדער זענען אויפגעוואקסן וויסטע ראסיסטן״ דאס באדערט מיך זייער שטארק.

איך שבת אחים האב אנגעזאגט מיינע קינדער, יונגלעך און מיידלעך. ענק זאלן קיינמאל נישט זיין חלילה קיין מחוצפים צו ענקערע לערערס און מלמדים. אפילו אויב איר האלט אנדערש פון זיי. אבער איין פלאץ זענט איר מחוייב זיך צו קעגן שטעלן קעגן די מלמדים, מנהלים און אפילו אויף דער רשכבה״ג אליינס. ווער אימער איינער רעדט א ווארט קעגן עני אנדערע פאלק זאלט איר זיך אנרופן הויך אין קלאס ״עס איז נישט אויסגעהאלטן אזוי צורעדן״ און אפילו זיין א מחוצף פארן טיטשער אויב זיי רעדן קעגן שווארצע וכדומה. און איך האב זיי מסביר געוועהן וואס סמיינט פיינט האבן א צווייטן בעיסט אויף זייער ראסע אדער זייער שבט. און די גרויסע פרייז וואס די מענשטהייט האט באצאלט פארן אומזיסט פיינט האבן אנדערע פאר טויזנטער יאהרן.

און טאקע ווען סאיז געקומען צו געוויסע היסטאריע קלאסן ווען מיין טאכטער האט נאך געלערנט אין די פאנאטישע וויזניצער סקול אין ב״פ האט זי זיך אסאך געטנהט און געדינגן מיט די טישטער און די מיידלעך וואס האבן אפען ארויסגעוויזן ״ראסיזם״ און ״ביגעטרי״ קעגן מינארטיס.
מיין טאכטער פלעגט מיר דעמאלט זאגן ״טאטי איך בין די איינציגסטער אין מיין קלאס וואס איז נישט קיין ראסיסט״.

איך בין לעצטענס אביסל צוריקגעקומען צו חרדישקייט. איך האב געהאלטן שבתים און ימים טובים. איך בין אפילו געגעאנגען מיט א שטריימל און בעקיטשע אין שול די גאנצע יו״ט. איך בין געגאנגען צו די נייע וויזנזיצער רביס צו זייערע טישן. און איך מוז זאגן איך האב באמת הנאה געהאט פון די ניגונים און פון די ווארימקייט און אמתקייט.

אבער אויב דאס איז ״חרדזים״ אפילו שוין ״די אויפגעקלערטע״ זייטס מיר אלע געזונט! איך בין נישטא. איך וואלט נישט געזיצן מיט קיין נאציס צוזאמען און איך וויל נישט זיצן מיט ענק אויך נישט. איר זענט אלע ״צוריקגעשטאנע ראסיסטן״ איך עקעל מיך פון ענקער רעטאריק און פון ענקער ביגאטרי.

לאזט מיך ארויס פון דאנעט. בקהלם אל תחד כבודי!

און צו הרב שיללער אליינס דו האסט מיך נאכאמאל פארעקעלט פון חרדים און חסידישע אידן. ביסט א טיפיקל רעכטע ראסיסט אן קיין טראפ ״אפענקייט״ קיין טראפ ״חכמה״. לכתחילה האב איך געטראכט דיך צו קאנטעקטן און צו דעבאטירן מיט דיר איבער די נושא. נאכדעם האב איך געטראכט, וואס בין איך משוגע? איך גיי לערנען אלף בית מיט א וויסטע ראסיסט? איך קען מיך שוין פאר די זעלבע געלט קיין טענהן מיט דעיווד דואק פון די KKK.
אבער וויסן זאלט איר, אויב גייט איר שרייבן נאך איין ארטיקל וואו איר גייט פארשפרייטן אייער זינלאזע תורות האס און רשעות זאלט איר זיין געראכטן אז איך גיי שרייבן א קאונטער-ארטיקל קעגן דיר און דיינע רשעותדיגע סקווירער חברים און דיך אטאקירן אז איר וועט נישט וויסן וואס פאר שווארץ יאהר ס׳האט אייך באטראפן! דו גייסט נישט פראומאטן קיין האס צווישן אונז- און יעדער וועט שווייגן. איך גיי דיר שטיל מאכן איינמאל פאר אלעמעאל. פראוביר מיך אויס. וועסט געוואר ווערן ווי דו וואוינסט....

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:48 am

· #399281
Re: בקהלם אל תחד כבודי!- די עקסטרעימער מאיר שיללער
צוויי עקסטרימיסטן רייסן זיך ביים קעפ [emoji40]

שבת אחים » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:53 am

· #399282
נעגעל וואסער
צוויי עקסטרימיסטן רייסן זיך ביים קעפ [emoji40]


די חילוק איז אז איינער האט נאר ליב זיין מין און דער אנדערער פרובירט אז יעדער אויף די וועלט זאל זיך לעבן בשלום.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 10, 2018 8:16 am

· #399285
נעגעל וואסער
צוויי עקסטרימיסטן רייסן זיך ביים קעפ [emoji40]


דו ביסט נאך א חסיד שוטה וואס פארשטייט נישט די עוולה פון פיינט האבן א צווייטן (נאר דיך זאל מען נישט פיינט האבן)
ווייל ווען דו וואלסט פארשטאנען וואס דא טוט זיך וואלסטו נישט געשריבן ״צוויי עקסטרעימיסן״.

קענסט דע זעלבע זאך זאגן אויף די קעגענער פון די נאציס אז ״ביידע״ סיי די נאציס און סיי זייערע קעגענער זענען געוועהן עקסטרימסטן!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 10, 2018 8:55 am

· #399290
Re: רבי מאיר שילער נ"י
לכאורה האסטו זיך אליינס אפגעפרעגט. שיללער האט אן עדיוקעישען, און אפילו אזוי איז ער א מעמבער פון די ווייסע סופרעמאסיסטען סאסייעטי.

מ׳דארף אבער וויסען צו ער איז נאכאלס אין די מיינונג. די ארטיקלען זיינער זענען נישט פון נעכטען געשריבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג אפריל 10, 2018 9:36 am

· #399295
ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה האסטו זיך אליינס אפגעפרעגט. שיללער האט אן עדיוקעישען, און אפילו אזוי איז ער א מעמבער פון די ווייסע סופרעמאסיסטען סאסייעטי.

מ׳דארף אבער וויסען צו ער איז נאכאלס אין די מיינונג. די ארטיקלען זיינער זענען נישט פון נעכטען געשריבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ער האט א דעגרי פון ר׳ משה בטלן אדער ר׳ משה גרין? 🙂

צווייטענס איך קלעים דען אז "אלע״ מענטשען וואס זענען עדיוקירט זענען עפעס פלוצלינג צדיקים. גיי ארויס אויפן גאס קען מען ליידער טרעפן גענוג און נאך ראסיסטן מיט א דעגרי, די שנאה צו מינארטיס איז ביי זיי אנגעבאקן פאר דורי דורות. אבער אזאנס ווי חסידים אז אזויפיל מענטשען-א בלאוק פון הונדרעטער טויזענטער מענטשען וואס וואקסן אויף ״סיסטעמאטיש״ ראסיסטיש-געשטימט און קיינער כאפט אפילו נישט די גרויסע עבירה דערינען אז לדעתי א דירעקטע תוצאה פון זייער דורכגעפוילטע חינוך־סיסטעם.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:24 am

· #399305
שבת אחים

קענסט דע זעלבע זאך זאגן אויף די קעגענער פון די נאציס אז ״ביידע״ סיי די נאציס און סיי זייערע קעגענער זענען געוועהן עקסטרימסטן!

לדעתי, זענען די קעגנער פוון די נאציס געווען עקסטרעמיסטן. איך פארשטיי טאקע אז דו ביזט א גרויסע קאמוניסט, אבער איך האלט אז די קאמוניסטן זענען עקסטרעמיסטן.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:34 am

· #399309
רביה''ק זי''ע
שבת אחים

קענסט דע זעלבע זאך זאגן אויף די קעגענער פון די נאציס אז ״ביידע״ סיי די נאציס און סיי זייערע קעגענער זענען געוועהן עקסטרימסטן!

לדעתי, זענען די קעגנער פוון די נאציס געווען עקסטרעמיסטן. איך פארשטיי טאקע אז דו ביזט א גרויסע קאמוניסט, אבער איך האלט אז די קאמוניסטן זענען עקסטרעמיסטן.

צום מיליאנסטער מאל איך בין נישט קיין קאמיוניסט! זיכער נישט קיין ״גרויסע קאמוניסט״ איך בין א ״דעמקראטישע סאושליסט״/ "פראגרעסיוו" אויב פארשטייסטו נישט די דיפערענצן פרעג גוגל און וויקיפידיע אויב האלסטו אז דעס איז אויך עקסטריעם זיי ביטע מסביר וויאזוי די היינטיגע דעמקראטישע סאושליסטן א שטייגער ווי קאנאדא, שוועדן און נאך זענען עקסטרים. גראדע זענען די מענטשען אין יענע לענדער אסאך מעהר צופרידן וואו אין אמעריקע.

אבי געהאקט. כדאי מיך צו אטאקירן.

בן אדם » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:18 pm

· #399355
שבת אחים

אבער וויסן זאלט איר, אויב גייט איר שרייבן נאך איין ארטיקל וואו איר גייט פארשפרייטן אייער זינלאזע תורות האס און רשעות זאלט איר זיין געראכטן אז איך גיי שרייבן א קאונטער-ארטיקל קעגן דיר און דיינע רשעותדיגע סקווירער חברים און דיך אטאקירן אז איר וועט נישט וויסן וואס פאר שווארץ יאהר ס׳האט אייך באטראפן! דו גייסט נישט פראומאטן קיין האס צווישן אונז- און יעדער וועט שווייגן. איך גיי דיר שטיל מאכן איינמאל פאר אלעמעאל. פראוביר מיך אויס. וועסט געוואר ווערן ווי דו וואוינסט....

אדרבה, דארפסט נישט ווארטן ביז ער שרייבט נאכאמאל. קענסט שוין יעצט שרייבן.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 11, 2018 4:04 am

· #399436
בן אדם
שבת אחים

אבער וויסן זאלט איר, אויב גייט איר שרייבן נאך איין ארטיקל וואו איר גייט פארשפרייטן אייער זינלאזע תורות האס און רשעות זאלט איר זיין געראכטן אז איך גיי שרייבן א קאונטער-ארטיקל קעגן דיר און דיינע רשעותדיגע סקווירער חברים און דיך אטאקירן אז איר וועט נישט וויסן וואס פאר שווארץ יאהר ס׳האט אייך באטראפן! דו גייסט נישט פראומאטן קיין האס צווישן אונז- און יעדער וועט שווייגן. איך גיי דיר שטיל מאכן איינמאל פאר אלעמעאל. פראוביר מיך אויס. וועסט געוואר ווערן ווי דו וואוינסט....

אדרבה, דארפסט נישט ווארטן ביז ער שרייבט נאכאמאל. קענסט שוין יעצט שרייבן.


איך דארף קודם גוט דורכליינען וואס ער האט געשריבן, און דערנאך אפקלאצן אפאר שמונה-עשרה׳ס דערויף און אפקאכן א קאשע.

דערנאך דארף מען זעהן ווען ער האט עס געשריבן און צי ער איז נאך אלץ ביים זעלבע מיינונג היינטיגע טעג.

אויב האט ער שוין יאהרן לאנג גארנישט געשריבן וועגן די נושא און ער שרייבט מעהר נישט איז נישטא קיין סיבה יעצט צו עפענען א קען פון ווערימלעך.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איז דער גאנצער רעש. ווייל לויט זיין אינטערוויו אין ״די וועקער״ קוקט אויס ווי ער איז נאך אלץ ביי די זעלבע מיינונג. ענק קענען אלע זאגן וואס ענק ווילן. זיך באלעקט די פינגער. עונג יו״ט, סארי ערב יו״ט, וואטעווער. איך האב עס געליינט און כהאב מיך דערמאנט פון יעדע רעדנעק וואס כהאב נאר באגעגענט אין מיין לעבן. און קיין געלערנטע אינטעלעקטיול רעדנעקס וועסטו כמעט נישט טרעפן. זיי זענען אזעלכע נידריגע ״ווייסע פויערן״ זיי זענען ביזי מיט ספארטס (פונקט ווי שיללער) און רעדן אויף די ״ניגראוס״ וואס נעמען נעבעך צו זייערע טעקסעס. און זענען פארנומען אפצוחוזקן פון די גימל״ך אידן און שווארצע. די אלע געמויזאכץ ווארפט דער שיללער אריין אין די אינטערוויו. קוק וואס ער שרייבט וועגן גאוורמענט פראגראמען. סאיז אקעי אז מענטש מוז אנקומען צו די גאווערמענט אמאל פאר א קורצע צייט, אבער זיצן אויף קעסט ביים פעטער איז דאך ״וועלפעריזים״. אבער אז די רייכע [זיינע קאנסערוועטיווע פריינד] דרייען מיט די גאווערמענט און באצאלן נישט קיין טעקסעס און האבן אלע פאליטשאונס אין זייער בעיק טאש און זאגן וויפל זיי ווילן צאלן פאר די מינימיום-וועידזש פאר זייערע ארבעטארער (שקלאפן) און לעבן א חיים טובים אויפן חשבן פון אראפדרוקן די ארימע- דעס דערמאנט ער נישט קיין ווארט אין זיין אינטערוויו. ער באוויינט אז אמעריקע האט פארלוירן זייער ״מיטעל קלאס״ בשעת יעדער אין כתה ג׳ ווייסט אז זיינע רעכטע זענען שולדיג אין דעם אז אמעריקע איז נישטא קיין פראספערטי נאר פאר די קליינע איינס ביז צעהן פראצענט רייכע עליטע. ר׳ שיללער פארט צו יעדע לינקע/סאושליסטישע לאנד אויף די וועלט און זאגט מיר צו זיי האבן נישט קיין ״מיטעל קלאס״. רעכטע היפקאריט וואס איר זענט!

ער איז שטארק פארנומען אז די קינדער אין פובליק סקול שאקלן נישט קיין לולב. די גאווערמענט איז פארכאפט געווארן דורך סעקיולריסטן!? הא! הרב שיללער אפשר ווען מ׳גייט אריין אין פאסט אפיס זאל זיך יעדער דארפן ביקן צו א צלם? וואס עפעס זאל מען דאווענען אין פובליק סקול? וואו קומט רעליגע אריין דא? ווילסט דאווענען גיי אין קירכע אדער גיי אין שול אריין. בערך 30 פראצענט פון אמעריקע באלאנגען נישט צו קיין איין רעליגע. 30 פראצענט פון אמעריקע! ער ווייסט וויפל מיליאנען מענטשען דאס איז? פארוואס זאל מען אין א ״פובליק״ שולע צווינגען מיליאנען מענטשען אין א ״פרייע לאנד״ זיך צו באטייליגן אין א רעליגעזע צערעמאניע? ווער ס׳וויל זיין רעליגעיז, געזונטערהייט, מ׳לאזט דיך, קענסט שיקן דיינע קינדער אין
א רעליגעזע שולע, אדער דאווענען אינדערהיים, אבער צווינגן פרייע צו דאווענען? וואס עפעס? און פארוואס זאל אים אזא נערישקייט דרוקן? אויב דאס איז זיינע פאליטיקס קען מען גלייך כאפן ווער ער איז...

אבער די אלע זאכן איז נישט די הויפט סיבה פון מיין אטאקע. אויף די אלע זאכן איז ער טאקע נישט גערעכט אבער מקען זיך דינגען אויף דעם. אבער פאר ״אפענע ראסיזים״ איז דא ״זעראו טאלארנץ״ אין היינטיגע נארמאלע סאסייעטי און פאר גאר א גיטע סיבה. און אויב ער איז א ראסיסט וואלט די וועקער אים נישט געדארפט פראומאטן אדער לכה״פ לאזן די ליינער וויסן דערוועגן.