רביה''ק זי''ע"וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת עֹמֶר הַתְּנוּפָה, שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה. עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם."
וואס טייטשט שבת? האבן מיר צוויי טייטשן: די ערשטע שבת פון "מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" מיינט יום טוב, די צווייטע און די דריטע פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת" און "הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת" מיינט א וואך. די פראבלעם מיט דעם פשט איז אז ס'איז אביסעלע מאדנע צו נוצן דעם זעלבן ווארט אינעם זעלבן קאנטעקסט יעדעס מאל מיט א צווייטן טייטש. און לויט'ן פשט פון די קראים אז שבת מיינט דעם זיבעטן טאג פונעם וואך איז פונקט אזוי שווער, ווייל על כרחך וועט די צווייטע שבת פון "שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת" מוזן מיינען וואכן.
נאך אן הערה: לויט ביידע פשטים איז שווער פון וואו ווייסט מען צו וועלכן שבת/יום טוב די תורה באציעט זיך? אפילו אויב מ'זאגט אז שבת מיינט יום טוב ווייסט מען ווייטער נישט צו ס'מיינט דעם ערשטן טאג פסח צו דעם זיבעטן.
האב איך געטראכט א פשט וואס פארענטפערט ביידע שוועריקייטן, שבת אין די דאזיגע פסוקים מיינט א וואך, אדער מער ספעציפיש, א גרופע פון זיבן טעג. יעצט אין די פריערדיגע פסוקים שטייט: "וּבַחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַזֶּה חַג הַמַּצּוֹת... וְהִקְרַבְתֶּם אִשֶּׁה לַהשם שִׁבְעַת יָמִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי מִקְרָא קֹדֶשׁ", איז נאכדעם וואס די תורה פארציילט אונז איבער דעם "וואך" פון יום טוב פסח איז זייער פארשטענדליך אז ווען די תורה זאגט ווייטער מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת יְנִיפֶנּוּ הַכֹּהֵן... וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת" באציעט מען זיך צו דעם וואך, און די תורה זאגט אונז אז מ'פאנגט אן צו ציילן צומארגנס פונעם וואך פונעם יום טוב פסח (אסרו חג), זיבן גאנצע וואכן זאלן זיי זיין, און ביז צומארגנס פונעם זיבטען וואך זאל מען ציילן.
(וועם ס'געפעלט נישט מיין פשט זאל אריינקוקן אין רשב"ם אויף שמות קאפיטל י"ג פסוק ט', עיין שם ותמצא "מרגוע" לנפשך הקנאית.)
אינטערסאנטע חידוש. אבער מ'געפונט נישט אז שבת זאל מיינען א וואך נאר אין לשון חז"ל וואס האבן עס אנגעהויבן נוצן בהשפעת זייערע אריינטייטשונג אין פסוק. די ווארט שבת מיינט א רוה צייט, עס ווערט גענוצט סיי לגבי דעם זיבעטן טאג פון די וואך און סיי לגבי די זיבעטע יאר פונעם שמיטה צייקל. ווען די תורה וויל אנריפן דעם רוה-טאג צייקל אדער דעם רוה-יאר צייקל דאן ריפט עס די תורה שבת . ביי שמיטה געפונען מיר די אנזאג פון די תורה אז מ'זאל מאכן יובל נאך זיבן שמיטה צייקלן וואס מיר זעהן קלאר אז א צייקל הייבט זיך אן פון ערשטן טאג אדער יאר וואס איז נישט קיין רוה צייט און ענדיגט זיך אלס א צייקל ביים זיבעטן טאג אדער יאר וואס איז א רוה צייט. ממילא אויב איך זאל טייטשן שבת בראשית וועט עס זייער גוט שטימען ווייל די שבע שבתות תמימות מיינט אויך א שבת צייקל און דאס וועט אויך זיין אייניג ווי די אפטייטש און געדאנק ווי ביי שמיטה.