לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
395 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9749
שבת אחיםבן אדםגעוואלדיג
ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת
ווען א גוי רוהט, איז עס נישט א גוטע סימן, ווייל ווער ווייסט וואסארא פלענער ער גרייט זיך אן דעמאלטס... און פארדעם איז ער חייב מיתה, שלא יוכל להוציא אל הפועל זממו הרע אשר חישב לעשות.
כ׳ווייס נישט צי מ׳דארף דא לאכן אדער וויינען...
מ'דארף נישט לאכן און נישט וויינען, דא דארף מען זיך גוט איבערטראכטן צו מ'גייט נישט אויך אריין אין די כלל.
אז אין מס' דרך ארץ שטייט יא שבעה דברים בגולם.
ונבנתה העיראז אין מס' דרך ארץ שטייט יא שבעה דברים בגולם.
אמת, אבער ס'איז נאר די דריי ווערטער. ווייל ווייטער אין מס' ד"א רעכענט ער נאר אויס די ז' בחכם און איז אויך מסיים וחילופיהן בגולם פונקט ווי אין אבות.
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
אין מדרש שה"ש איז פארהאנען א מחלוקת אויף די פסוק ׳לססתי ברכבי פרעה דמיתיך רעיתי, ר׳ פפיוס זאגט אז כלל ישראל האבען אויסגעקוקט צו די מצרים (אדער זייער פערדען, עיי"ש במפרשים) ווי פערדען פון די פרויערישע געשלעכט, און די מצרים (אדער זייער פערדען) זענען זיי נאכגעלאפען פאר שמוציגע סבות. רע"ק זאגט אז די כוואליעס פון דער ים האבען אויסגעקוקט ווי די פריערדערמאנטע באשעפעניש׳ן און דערפאר האבען זיי נאכגעלאפען.
די גאנצע נס אז די מצרים זענען ווידער נאכגעלאפען די אידען, אפילו אז זיי ווייסען אז עס איז נישט קיין גוטע עצה. מענטשען טוהן נערישע שריטען ביי די אומשטענדען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט
די גאנצע נס אז די מצרים זענען ווידער נאכגעלאפען די אידען, אפילו אז זיי ווייסען אז עס איז נישט קיין גוטע עצה. מענטשען טוהן נערישע שריטען ביי די אומשטענדען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אזוי לערנען טאקע די ליצני הדור פשט אונ'ם קשה זיווגן כקריאת ים סוף, זעהסט דאך אז יענער איז אריינגעפאלען וואס טוסטו עם נאך?..
אויף איין פלאץ שטייט, כל הרודף אחר הכבוד, הכבוד בורח ממנו...
און אויף אן אנדערער פלאף שטייט, כל הבורח מן הכבוד, הכבוד רודף אחריו...
איז שווער, וואס איז די חילוק, זיי ביידע האבען דאך נישט קיין כבוד, דער נאךלויפער האלט אין איין נאך לויפען און דערגרייכט עס קיינמאהל נישט, און דער אוועקלויפער האלט אין איין אוועקלויפען און די כבוד קומט קיינמאהל נישט אן צו איהם?
האט געזאגט אמאהל א קלוגע איד, די חילוק איז ווען מען האט מער נישט קיין כח צו לויפען, יעצט, דער נאךלויפער האט מער נישט קיין כח צו לויפען, לופט דער כבוד טאקע אוועק פון איהם, אבער דער אוועק לויפער וועלעכע האט מער נישט קיין כח צו לויפען, קומט צום סוף דער כבוד אן צו איהם.
און מיין עניות הדעת זאגט אז עס איז בעסער נישט צו האבן קיין כבוד דורך אוועק לויפן פין כבוד, ווי נישט צו האבן כבוד דורך נאכלויפן כבוד, דעמאלטס ווערט עס שוין בזיונות.
די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.
קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
רביה''ק זי''עדי ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.
קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.
יא יא אין אייער ספר ויואל משה, שטעלט איר טאקע אויך צוזאם מינים מיט כופרים אויף די ציונים, און אלע וואס ווילן נישט אנערקענן, אדער קריגן זיך מיט די שיטה הקדושה. און ס'האט מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס מינים האט מיט ציונות, מילא כופרים, אידאך פשוט ווייל זיי לייקענען אין אייער שיטה הקדושה אבער מינים?? פארוואס עפעס
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
מין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי
.
א אידמין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי
רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?
רביה''ק זי''עדי ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.
קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.
רבינו הק' זי"ע: ווען איינער איז א כופר בה' אלוקי ישראל איז ער אויטאמאטיש אן עובד עבודה זרה. וואס איז א נפקא מינה צו ער דינט די כנענ'נישע עבודה זרה'ס אדער די גריכישע אדער די קאמוניסטישע...!
מ'קען אפשר פארשטיין פשט אין דעם פסוק .."עשה שפטים בהם ובאלוהיהם"...ווען דאס קאמוניזם האט געהערשט אין רוסלאנד איז דאס גאנצע לאנד געווען פול מיט פסלים/סטאטוען פון זייערע עבודה זרה'ס ווי לענין און סטאלין. און ווען בחסדי השי"ת דאס קאמוניזם האטציך אונטערגעבראכן האט מען פארניכטעט און צובראכן אלע טויזנטער עבודה זרה'ס, און פסלים...!
רביה''ק זי''עא אידמין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי
רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?
כך פירוש רש"י. (או במסכת סוטה, סנהדרין או ע"ז)
יין שרףרביה''ק זי''עא אידמין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי
רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?
כך פירוש רש"י. (או במסכת סוטה, סנהדרין או ע"ז)
די מהרש"א ברענגט עס בשם רש"י אבער למעשה איז נישטא אזא רש"י. ווארשיינדליך איז עס פארמעקט געווארן צוליב די צענזור.
berlbalagulehרביה''ק זי''עדי ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.
קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.
רבינו הק' זי"ע: ווען איינער איז א כופר בה' אלוקי ישראל איז ער אויטאמאטיש אן עובד עבודה זרה. וואס איז א נפקא מינה צו ער דינט די כנענ'נישע עבודה זרה'ס אדער די גריכישע אדער די קאמוניסטישע...!
מ'קען אפשר פארשטיין פשט אין דעם פסוק .."עשה שפטים בהם ובאלוהיהם"...ווען דאס קאמוניזם האט געהערשט אין רוסלאנד איז דאס גאנצע לאנד געווען פול מיט פסלים/סטאטוען פון זייערע עבודה זרה'ס ווי לענין און סטאלין. און ווען בחסדי השי"ת דאס קאמוניזם האטציך אונטערגעבראכן האט מען פארניכטעט און צובראכן אלע טויזנטער עבודה זרה'ס, און פסלים...!
וואס האט קאמיוניזם מיט עבודה זרה? האט איינער געגלייבט אז קאמיוניזם האט באשאפן די וועלט אדער אז קאמיוניזם האט עפעס א כח? בסה"כ האט קאמיוניזם געפאדערט געטריישאפט צום מוטערלאנד און גיבן כבוד פאר זייערע פירער
שעמון וואלף: אז דו וועסט דיך נאכפרעגן (גוגל וכדומה) וועסטו אויסגעפונען אז אין רוסלאנד ביי די קאנוניסטן האבן מענטשן געהאלטן זייערע הויפט פיהרערס לענין און סטאלין, ווי אפגעטער...אדרבה. פרעג דיך נאך ביי עלטערע רוסישע אידן...אינגאנצן אנדערש ווי אין אמעריקע אדער סיי וועלכע פרייע מדינה...!
יין שרףרביה''ק זי''עא אידמין איז די ר"ת פון מ'אמיני י'שו נ'וצרי
רש"י און תוספות זאגן אז ס'מיינט עבודה זרה, פון וואו נעמסטו דיין פשט?
כך פירוש רש"י. (או במסכת סוטה, סנהדרין או ע"ז)
באמת איז נישט קיין גרויסע חילוק וואס פונקטליך ס'מיינט, ווייל פון די סוגיות וואס איך האב געלערנט איז קלאר אז די גאנצע פראבלעם פון מינות איז עבודה זרה. קען זיין אז ווייל רוב עכו"ם מיט וואס אידן האבן געהאט צוטון זענען געווען קריסטן, האט מען גענוצט די נאמען אויך פאר עכו"ם בכלליות.
berlbalaguleh
רבינו הק' זי"ע: ווען איינער איז א כופר בה' אלוקי ישראל איז ער אויטאמאטיש אן עובד עבודה זרה. וואס איז א נפקא מינה צו ער דינט די כנענ'נישע עבודה זרה'ס אדער די גריכישע אדער די קאמוניסטישע...!
מ'קען אפשר פארשטיין פשט אין דעם פסוק .."עשה שפטים בהם ובאלוהיהם"...ווען דאס קאמוניזם האט געהערשט אין רוסלאנד איז דאס גאנצע לאנד געווען פול מיט פסלים/סטאטוען פון זייערע עבודה זרה'ס ווי לענין און סטאלין. און ווען בחסדי השי"ת דאס קאמוניזם האטציך אונטערגעבראכן האט מען פארניכטעט און צובראכן אלע טויזנטער עבודה זרה'ס, און פסלים...!
סתם געהאקט אין קאפ. אן atheist איז נישט קיין עובד עבודה זרה, און בזמן שיצרא דעבודה זרה היה קיים זענען געווען אידן וואס האבן געגלייבט אין אלוק ישראל און זיי האבן געדינט עבודה זרה. די צוויי זאכן האבן קיין שייכות נישט.
בד"ו סתם גלייבן אין עפעס איז נישט קיין עבודה זרה, נאר אויב מ'דינט עס.
כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען "לערנענדיג" האב איך אויפגעפאסט, אבער אז די משנה אין ברכות זאגט בנוגע קרי"ש הרי זה כקורא בתורה קען מען עס דאך שרייבן...
די הייליגע תורה זאגט "ונתתי עשב בשדך" ווייסט עטס יודישע קינדער פארוואס דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקען מיט "יאמי גראז"??? הערטס גוט צו, אלס איז נאר, כדי "ואכלת ושבעת" אז צום סוף קומט אזעלעכע גוטע "מאנטשיס" או מיי גאש!!!
וואלווידי הייליגע תורה זאגט "ונתתי עשב בשדך" ווייסט עטס יודישע קינדער פארוואס דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקען מיט "יאמי גראז"??? הערטס גוט צו, אלס איז נאר, כדי "ואכלת ושבעת" אז צום סוף קומט אזעלעכע גוטע "מאנטשיס" או מיי גאש!!!
רש"י זאגט אויף די לעצטע פסוק פון ספר יונה, אז 'בהמה' קען מיינען א מענטש וואס האט שכל ווי א בהמה. קען זיין אז דאס איז פשט דא אין פסוק.
יא יא, ס'דא אזא טייטש אין פסוק, צדקתך כהררי קל, די צדיקים פארן אויף בערג, משפטיך תהום רבה, די דיינים ביים ים, אדם ובהמה, איך און מיין ווייב, תושיע ה'...
וואלווי: יא. ס'איז דא א וועלט'ס קשיא. אונז ווייסן דאך אז די גמ' זאגט אז א מענטש חלומ'ט ביינאכט פן וואס ער טראכט בייטאג. נו, וויאזוי האט פרעה געחלומ'ט אז ער שטייט ביים ברעג ים. און ס'קומען ארויף די קוען פון וואסער...?! אום פ' מקץ איז דאך שוין רוב יארן דא שניי...! און די קוען פאשען ניש אינדרויסן און עסן גראז...! נאר דער תירוץ איז, אז פרעה האטציך אפגעלערנט פון די רעבעס. אום פ' מקץ איז ער נישט געווען אין ניו יארק אדער וואשינגטאן. נאר אין מיאמי ביים ברעג ים...!
אבער די תורה אליינס איז שוי אלד פעשיאנ'ד. ווייל היינט פארן די רעבעס מער נישט קיין מיאמי. זיי אלע פארן קיין פאלם ספרינגס...! אין מדבר. מקבל צו זיין די תורה...!
יא יא, אזוי שטייט דאך און פסוק ע"ש העתיד, לא מעבר ליום הוא...
וואלווייא יא, ס'דא אזא טייטש אין פסוק, צדקתך כהררי קל, די צדיקים פארן אויף בערג, משפטיך תהום רבה, די דיינים ביים ים, אדם ובהמה, איך און מיין ווייב, תושיע ה'...
בשם הרב יצחק מנחם וויינברג הנקרא אדמו"ר מטאלנא.
[ציטאט אראפגענומען]
יא כ׳האב אויך געלערנט די רמב״ם, אן מן הסתם פון דעם איז געקומען מיין טעות. למעשה האב איך געזען א ווען די גמרא רעדט פון ווי ווייט מ׳דארף זיך דערווייטערן פון מינות רעדט די גמרא פון עבודה זרה. כ׳האב עס ערווענט אביסל אין די תגובה וואס דו האסט געקוואוט!
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
כ'האב אמאל געהערט א פשט אויף די ווארט 'מין' אז ס'מיינט יעדער וואס גלייבט נישט אין אידישקייט. ס'הייסט ער איז אן אנדערן מין.
לפי"ז קען עס מיינען אלע סארטן.
ווענד זיך וואו די חמר שטייט איין.
רבי זירא אשכח לרב יהודה דהוה קאי אפיתחא דבי חמוה וחזייה דהוה בדיחא דעתיה (שבת ע"ז ע"ב)
זעט אויס אז רב יהודה דער בן ישיבה פאר'ן אריינגיין צום שווער און דארפ'ן נאכזאגען א שטיקל תורה האט געדארפט מקיים זיין די מילתא בדיחותא פאר'ן לערנען...
וואלווי: אדער קענמען לערנען פשט אז ער האט געוואוסט אז ער גייט קענען ביים פארהער. נאר מיין קשיא איז וואו איז דער שווער געווען פאר מ'האט געטון דעם שידוך...?!
איך האב געהערט א טיעף ווארט...
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ה' עמוד ב'
רבי אלעזר חלש... ר' אלעזר איז קראנק געווארען. על לגביה רבי יוחנן... איז געגאנגען צו איהם (מבקר חולה זיין) ר' יוחנן. חזא דהוה קא גני בבית אפל... האט ער (ר' יוחנן) געזעהן אז ער (ר' אלעזר) האט געוואוינט אין א טונקאלע הייזקאלע. גלייה לדרעיה ונפל נהורא.. האט ער (ר' יוחנן) אויפגעדעקט זיין ארבעל און עס איז געוורען ליכטיג.
איז שווער... די גמרא זאגט אז ר' יוחנן איז געוועהן אזוי שיין אז עס האט געשיינט פון איהם, פארוואס האט ער געדארפט אויפגעקען זיין ארבעל, זיין פנים איז דאך נישט געוועהן צוגעדעקט, זיין פנים וואלט דאך געדארפט שיינען?
האט געזאגט הרב שך זצ"ל... וואו מענטשען קוקען שיינט נישט!
בזמננו איז די קללה "ימח שמו" די ערגסטע וואס איז שייך און דאס איז רעזערווערט פאר אזעלכע ווי היטלער און מענגעלע
ימ"ש וכדומה.
ס'מיר געווען מאדנע למשל ווי די מנח"א פלעגט זאגן ציוניסטן מיזרחיסטן אגודיסטן ימח שמם, היתכן?
האב איך געזעהן היינט אין יערות דבש ווי ער איז זיך מתמרמר אויפ'ן מצב הדור און ער שרייבט אז ווען איינער איז מזלזל בכבוד פון די רב אדער ראה"ק וועט מען אים רודפ'ן עד חרמה אבער ווען מ'טוט עפעס נגד התורה וועט מען גארנישט טון העכסטענס וועט מען זאגן "ימח שמו". קוקט אויס אז דאס איז געווען פון די גאר שוואכע אויסדריקן
📎 20180423_225654-1.jpg
לג בעומר
פארוואס זאגט מען לג בעומר און נישט לג לעומר? ווען מען ציילט ספירה זאגט מען דאך לעומר
איז מיר איינגעפאלען אז לג בעומר איז די יאהרצייט פון די רמ"א און ער האט געהאלטען אז מען זאגט בעומר
א-שופר-איז-א-שופרלג בעומר
פארוואס זאגט מען לג בעומר און נישט לג לעומר? ווען מען ציילט ספירה זאגט מען דאך לעומר
איז מיר איינגעפאלען אז לג בעומר איז די יאהרצייט פון די רמ"א און ער האט געהאלטען אז מען זאגט בעומר
<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=355600#p355600">https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=355600#p355600</a>
ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
ונבנתה העירול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
מען ציילט פון די עומר נישט צום עומר

שיין צו זעהן אן אמת ווארט אן פשעטלעך.
כעי"ז איז דא אן אמת ווארט אויף די גמ' אין מס' שבת ביי די סוגיא פון חנוכה "לשנה הבאה קבעום" וואס ס'איז דא אלע מיני תורה'לעך פארוואס מ'האט געווארט ביז'ן קומענדיגען יאהר. אבער די אמת איז אז עפ"י דיקדוק האט מען בכלל נישט געווארט, ווייל לשנה מיט א "ל" איז טייטש יעצט האט מען קובע געווען בנוגע די קומענדיגע יאר. ס'שטייט נישט בשנה הבא מיט א "ב", וואס דעמאלטס וואלט עס געמיינט אין די קומענדיגע יאר האט מען זיך דערמאנט.
שמעון וואלףונבנתה העירול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
מען ציילט פון די עומר נישט צום עומר
די שימוש פון אות ל' גייט ביידע וועגען, פון און צו, מלעיל ומלרע, למעלה ולמטה.
די גמרא זאגט אין סנהדרין דף מ: אז ווען עדים קומען מחייב זיין א מענטש מיתה, פרעגט מען זיי צווישן אנדערע "קיבל עליו התראה?", "התיר עצמו למיתה?". און רש"י איז מסביר אז 'קיבל עליו התראה' מיינט אז ווען די עדים האבן געזאגט די התראה האט ער זיי געענטפערט "יא איך ווייס אז מ'טאר נישט". און 'התיר עצמו למיתה' מיינט, אז ער האט אויך געזאגט "איך ווייס אז מ'גייט מיך 'הרג'נען און פאר דעם טו איך די עבירה". ווייל אויב ער האט נישט געזאגט די זאכן הרגעט מען איהם נישט.
וואס מיינסטו צ'י זאגען
דאס וואס איך האב געזאגט.
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
א תשובה פון הרב שלמה קלוגער זי"ע (היינט נאכט, ל׳ סיון, די יארצייט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וועלכע ספר?
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
ערגעץ אין טוב טעם ודעת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרקי אבות פרק ה' משנה י"ט
מה בין תלמידיו של אברהם אבינו, לתלמידיו של בלעם הרשע...
איז שווער, פארוואס פרעגט נישט די משנה, מה בין אברהם אבינו לבלעם הרשע? פארוואס פרעגט די משנה אויף די תלמידים?
האט געזאגט דער ראפשיצער רב, ז''ל... ווייל בלעם האט אוסעזעהן ווי א רבי, פונקט ווי אברהם אבינו, ער איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל, בעקיטשע, ווייסע זאקען, זילבערנע שטעקן מיט א גרויסען פעלץ, אז מען האב איהם אנגעקוקט האט מען געמיינט אז מען קוקט אויפ'ן צדיק הדור... מען דארף קוקען אויף די תלמידים צו זעהן און אויסגעפונען ווער "באמת" דער רבי איז
מסתמא ווייל אברהם האט געהאט שוואנצאנים און בלעם באטשיס....
אברהם אבינו האט געהאט א שטריימל
און איך האב געמיינט אז בלעם האט ערפינדען סמארטפאון'ס
📎 IMG-20180701-WA0012.jpg
די באשעפר האט געמאכט יעדע זאך
אז הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם איז מל' 'בקנאו את קנאתי' בתוכם און נישט דזשעלעסי ווי אונזערע מלמדים האבן געטייטשט.
איך טייטש שוין פונלאנג אזוי בדרך צחות, אבער כ'האב נישט געוואוסט אז דאס איז טאקע די ריכטיגע טייטש.