☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...

395 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9749
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 8:52 pm

· #343369
מפוזרי: ס'איז שוין גארנישט קיין צואת השור. ווייל ר'איז געווען א גרויסער ידען. ווי קליין זיין פיזישע סטאטור איז געווען...! אזוי האט דער עולם געשמועסט. ווייל ער האט אפילו לויט געוויסע שמועות נישט גענומען קיין געהאלט פון די קהילה. ר'האט געהאט אינוועסטמענטס/שותפות...!
ס'קען זיין דו שפירסט נאכאלץ א גערוך פון צואת השור. באקוק דיינע שיך. אפשר האטציך עפעס אנגעקלעבט ווען דו ביסט לעצטנס געווען אין שטאל... 😂 🙄

מפוזרי » זונטאג יולי 24, 2016 8:55 pm

· #343370
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
ר׳ בערל, וואו קום איך אריין?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 9:07 pm

· #343373
מפוזרי
ר׳ בערל, וואו קום איך אריין?

מפוזרי: קוק נאך אויף גוגל מעפס. אדער נוץ וועיז. כ'האף אז דיין פילטער לאזט עס אדורך.... 😂

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2016 12:19 am

· #343387
אין ספר כל בו סוף סי' קכ"ב דיני גמטריאות ונוטריקון שרייבט ער וז"ל:

לדעת האדם חשבון בנפשו נקוט האי כללא בידך, ג"ע הכ"א זט"ו, פי' על כל היתר משלישיות תמנה ע' ועל כל היתר מחמישיות תוסיף כ"א ועל היתר משביעיות תוסיף ט"ו ומכל החשבון תקח ק"ה והנותר הוא המחושב.

(ליתר דיוק ווען די כל בו שרייבט "ומכל החשבון תקח ק"ה" איז דאס ק"ה און נישט ק"ח ווי געדרוקט אין אונזער כל בו ווייל ק"ח איז קלאר א טעות דפוס.)

איינער האט א ביאור אין דעם?

איך קען נישט זאגען ווי דער קעפל זאגט "לערנענדיג האב איך אויף געפאסט" אויפ'ן כל בו ווייל איך לערן נישט כל בו על הסדר...
אבער גענומען האב איך עס פון דא:
📎 כל בו.pdf

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2016 2:18 pm

· #343439
זייער גוט גענפערט.

[ציטאט אראפגענומען]

נאכ'ן זיך מוטשענען האב איך ווייטער געבלעטערט אין וילקט יוסף א שטיקל צייט שפעטער סי' קס"ח און געזען דעם פתרון און אויך די באמערקונג וועגען די ק"ח

מ'דארף וויסען אז ווען מ'נעמט אראפ די 105 קען עס זיין אז מ'דארף דאס דאפעלען אויב די סך הכל איז מער ווי 210 אדער 3 מאל אראפ נעמען אויב די סך הכל איז מער ווי 315.
אויך דארף מען נעמען אין באטראכט נעגעטיוו נאמבערס למשל אויב יענער האט געטראכט 6 דעמעלטס ווען מ'דיווייד ביי 7 איז עס 1- דארף מען ניצען 15- אין די קאלקיולעשען

ס'דא א logic אין דעם ווייל 3, 5, 7, איז די יסוד פון 70, 21, 15, אין אויך 105, ממילא די remainder איז די תירוץ. אפשר ארבעט עס מיט אנדערע נאמבערס ווי 4,6, 8, וכדומה.

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2016 3:25 pm

· #343456
3 מאל 5 איז 15, און 3 מאל 7 איז 21 דאס איז פשוט. 70 איז א צוזאמשטעל פון 5 און 7 ווייל 70/5 איז 14 וואס איז אליינס אויך 7.

איך מיין צו זאגען א בעיקר צי זאגען אז 3 מאל 5 מאל 7 איז 105 און ווען מ'נעמט אראפ די נאמבערס וואס איז יא אריין גאנצערהייט בלייבט מען מיט די רעשט וואס אריגענעל אויך געווען multiplied ביי 70, 21 , 15.

איש חזון » מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm

· #343474
א איד
איזה רבנים?

ער שרייבט דאך הרב וואזנער.

איש חזון » מאנטאג יולי 25, 2016 4:39 pm

· #343476
איך אויך
יע דער קיטשי פאפא רב זצ''ל איז געווען א גאון אין לערנען ווי אין פשטות. ואגב ,זיין ספר הזכרונות איז א זעלטענהייט פון א דרייסטקייט צו שרייבן אפען ללא כחל וסרק (כאטשיק למעשה זה נדפס רק אחרי פטירתו) ספעציעל די פרקים ווי ער לייגט אראפ די טעראר מאינשי דלא מעלי אזש ביז א סכנה פאר זיין לעבן כפשוטו.

געוויסע ניקס דא וואלטן הנאה געהאט צו ליינען וואס ער שרייבט איבער די בעלזער יושבים. למשל אז א געוויסע יושב האט בשום אופן נישט מסכים געווען אריינצוטרעטן אין ישיבת חכמי לובלין, ווייל ס'איז דאך דא דארט סענטרעל היטינג...

אגב, מה ענין צואת השור?

(בנוגע די טעראר וכו' וואס דו דערמאנסט, איך האב פונקט דעי וואך שבת געהערט אז ער האט בשעתו געזאגט אז פארוואס זאגט די משנה תלמידיו של אברהם אבינו וכו' און נישט אברהם ובלעם, נאר לעולם איז נישט געווען צו דערקענען א חילוק צווישן אברהם מיט בלעם, נאר ביי זייערע תלמידים האט זיך דערקענט די חילוק, און ס'איז געווארן א טומל אין שטאט...)

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:49 pm

· #343480
איש חזון

איש חזון: איך בין א קאנדידאט פאר ביידע...כ'קען נאך איינעם א חשוב'ן איד. איך פערזענליך האב גארנישט אקעיגן די יושבים. כ'האב נאר ליעב צו קוקן די מציאות אין פנים אריין. אמת. אמאל קענמען כאפן א גוטן פראסק. אבער ס'לוינט זיך. לגבי די..."צואת השור"...וואס מפוזרי האט מיר מרמז געווען. ס'זעהט אויס אז דו ביסט נישט קיין אמעריקאנער. דאהי אין אמעריקע איז דא אזא מין אויס דרוק, ווען איינער פארציילט א גוזמא אדער א נישט אמת'דיגע מעשה, זאגט מען אז דאס איז ..."צואת השור"...בלשון אנגלי...נישט אז איך פארשטיי וואס דער קשר איז...!

געוואלדיג » זונטאג יולי 31, 2016 3:56 pm

· #344019
110
ב"י או"ח סי' נ"א

יזהר לומר מי כּמוך נאדר בקודש בכ"ף דגושה שאם לא כן נמצא מחרף כאומר ה' מיכה ומיכה הוא האיש שגנב השם ועשה העגל

געוואלדיג » זונטאג יולי 31, 2016 3:58 pm

· #344020
איך בעהט אלס פותח האשכול אז ווען מען שרייבט א תגובה בענינים זאכן וואס מען האט אויפגעפאסט זאל מען צולייגן א נאמבער, א דאנק

געוואלדיג » זונטאג יולי 31, 2016 4:00 pm

· #344021
111
אין ספר נועם מגדים עם פירוש תדרש נועם, האט ער אין סוף א חיבור אויפן סאטמאר רבי'ן אוטן ער שרייבט דארט מיט א פשטות

אז נבחר רבינו זי"ע לקראלי וכו' והאנשים האלו היו שלימים עם רבינו זי"ע והי' לו שם קצת מנוחה, ודאג שמה לכל עניני העיר.

א מחלוקת? געווען ווער עס האט נישט געוואלט? ווער איז בכלל ר' אביש'ל קראלער???!!

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 4:25 pm

· #344026
מפוזרי
ר׳ בערל, וואו קום איך אריין?

מפוזרי: אתיתי לחננך בלב קרוע ומורתח...(כ'האף כ'האב עס גוט געספעללט... 😂 ) היינט,זונטיג פ' מטות, לערנענדיג מיין טעגליכן שיעור (שטייצעך, חוץ שבת ויו"ט) אויף קאווע שטיבל האב איך אויפגעפאסט מיין טעות. איך האב אפילו נישט געכאפט דיין שאלה...וואו דו קומסט דא אריין...?!
נאר די נארישע שאלה פון .."איך אויך" האט מיך אזוי שטארק געשאקט אז כ'האב אויסגעטוישט די נעמען...!
דו פרעגסט די זעלבע שאלה ווי די גמ' אין מסכת מכות ברענגט..."טוביה חטא וזיגוד מונגד...?!
מיין רבי אין חדר וואלט שוין געזאגט אויף דעם...אויב ס'קומט דיר נישט פאר יעצט קומט דיר פאר א צווייט מאל.דאס איז געווען בימים ההם, ווען די רעבעס זענען אייביג גערעכט געווען און אזא זאך ווי אנטשולדיגן זיך אויף אן עוולה וועלכע איז געטון געווארן בטעות, איז נישט געווען. אויב מ'האט געפרעגט קשיות, האט מען געכאפט נאך א פארציע... 😂 נאכאמאל סלח לנו, מחל לנו כפר לנו...!
#112

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 4:30 pm

· #344028
געוואלדיג
אין ספר נועם מגדים עם פירוש תדרש נועם, האט ער אין סוף א חיבור אויפן סאטמאר רבי'ן אוטן ער שרייבט דארט מיט א פשטות

אז נבחר רבינו זי"ע לקראלי וכו' והאנשים האלו היו שלימים עם רבינו זי"ע והי' לו שם קצת מנוחה, ודאג שמה לכל עניני העיר.

א מחלוקת? געווען ווער עס האט נישט געוואלט? ווער איז בכלל ר' אביש'ל קראלער???!!

געוואלדיג: דאס איז פונקט אזוי ווי אז איינער זאלל פארציילן א ווינדער פון די טבע, אז די זון האט היינט אויפגעשיינט אין מערב און אונטערגעגאנגען אין מזרח... 😂 🙄
#113

מודיעין » זונטאג יולי 31, 2016 5:09 pm

· #344035
די מחלוקת איז געווארן ערשט נאכדעם וואס די סאטמאר רב איז אוועק געגאנגען פון דארט, און געווארן רב אין סאטמאר.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 5:11 pm

· #344036
מודיעין
די מחלוקת איז געווארן ערשט נאכדעם וואס די סאטמאר רב איז אוועק געגאנגען פון דארט, און געווארן רב אין סאטמאר.

😂 🙄 😂 🙄 😂

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:32 am

· #344167
112

געוואלדיג
ב"י או"ח סי' נ"א

יזהר לומר מי כּמוך נאדר בקודש בכ"ף דגושה שאם לא כן נמצא מחרף כאומר ה' מיכה ומיכה הוא האיש שגנב השם ועשה העגל

שמעתי פעם אז ווען מ'ענפערט ברוך הוא וברוך שמו זאל מען מקפיד זיין ארויס צוזאגען דעם אות "ו" פאר וברוך שמו ווייל ברוך הוא ברוך שמו אן די "ו' איז עולה כמנין שם ש"ץ.

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:28 am

· #344225
געוואלדיג, במחכ"ת ווייסט די נישט די היסטאריע פון די מחלוקה אין קראלי. בשעת סאטמאר רב איז געווען רב אין קראלי איז נישט געווען דארט קיין שום מחלוקת, די גאנצע מחלוקת האט זיך אנגעפאנגען ווען ער איז אוועקגעגאנגען און סאטמאר רב האט געשטיצט רבי שמואל גראס צו ווערן רב, און רבי אביש הורוויץ איז געווען די צווייטע קאנדידאט צו ווערן רב, און איבער דעים האט אויסגעבראכן די מחלוקה

א איד » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 3:39 pm

· #344275
געוואלדיג
ב"י או"ח סי' נ"א

יזהר לומר מי כּמוך נאדר בקודש בכ"ף דגושה שאם לא כן נמצא מחרף כאומר ה' מיכה ומיכה הוא האיש שגנב השם ועשה העגל

ווען איך האב דאס געלערנט איז מיר אלץ שווער געווען, פארוואס ביי נשמת דארף מען נישט זאגן מיט א כ"ף דגושה, דארט שטייט אויך די זעלבע זאך???????????????

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:15 am

· #344355
אינטערסאנטער
געוואלדיג, במחכ"ת ווייסט די נישט די היסטאריע פון די מחלוקה אין קראלי. בשעת סאטמאר רב איז געווען רב אין קראלי איז נישט געווען דארט קיין שום מחלוקת, די גאנצע מחלוקת האט זיך אנגעפאנגען ווען ער איז אוועקגעגאנגען און סאטמאר רב האט געשטיצט רבי שמואל גראס צו ווערן רב, און רבי אביש הורוויץ איז געווען די צווייטע קאנדידאט צו ווערן רב, און איבער דעים האט אויסגעבראכן די מחלוקה

און ווען האט מען פארשפארט ר' אביש'ל אין מקוה און פארקלאפט די טיר מיט טשוועקעס...און ווען האט מען אויסגעהאקט די באלבס פון לעמפעלעך וואס ר' אביש'ל'ס תלמידים וחסידים האבן אויפגעהאנגען לכבוד די שבת שבע ברכות פון זיין טאכטער'ס חתונה....?! ומעשה שהיה כך היה. אליין געהערט פון א ספינקער חסיד פון דערהעים. ר' אביש'ס חסידים האבן אויסגעצויגן א פאר לעמפעלעך לכבוד די שבת שבע ברכות. זענען געגאנגען א פאר וואוילע אידן פונ'ם צד שכנגד. און זיי האבן געדינגען א גוי אז ער זאלל קומען נאכ'ן זמן פון כניסת שבת קודש און ער זאל אויסהאקן אלע לעמפלעך (די באלבס). כדי מ'זאלל עס נישט קענען פאררעכטן... 🙄 ס'איז דא נאך א סאך וואס צו פארציילן. אבער מיר וועלן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט...!

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:27 am

· #344356
ווי די טראנסילוואניע אידישער צייטונג (ספינקא געשטומט) שרייבט ערגעץ אז "די טייטלבוים'ישע האבן עם אזוי אן געמאקעלט אז זיי האבן ארלעדיגט אז יענער זאל קיין קינדער שוין מער נישט קענען האבן..."

אפילו די מחלוקת צייטונגען האבן אמאל געהאט א חן

יעקב מענטש » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 4:35 pm

· #344439
berlbalaguleh

און דאס דארף צו זיין עפעס א אנדייטונג אויף א געוויסע דאטום ווען די מחלוקת האט אויסגעבראכן ?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:16 pm

· #344465
וואלווי
ווי די טראנסילוואניע אידישער צייטונג (ספינקא געשטומט) שרייבט ערגעץ אז "די טייטלבוים'ישע האבן עם אזוי אן געמאקעלט אז זיי האבן ארלעדיגט אז יענער זאל קיין קינדער שוין מער נישט קענען האבן..."

אפילו די מחלוקת צייטונגען האבן אמאל געהאט א חן

באקאנט אז ר' זריעל פלעגט זיך בארימען אז ער האט נאך אין קראלי געטיילט מכות רצח.

שלום על ישראל » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:29 pm

· #344468
נישט מיטגעהאלטן די שמועס פון אנפאנג, אבער כ'האב הנאה ווי דער עולם האט ארויס די סאטמארע חזר'יי, אויפגעפאסענדיג עס ביים לערנען...

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 9:49 pm

· #344484
שלום על ישראל
נישט מיטגעהאלטן די שמועס פון אנפאנג, אבער כ'האב הנאה ווי דער עולם האט ארויס די סאטמארע חזר'יי, אויפגעפאסענדיג עס ביים לערנען...

הגם איך ווייס נישט צו ווען די מדובר איז אויף אן אנדערן חסידות, (כדוגמת לויבאוויטש) וואלסטו עס אויך געזאגט, אבער למעשה בין איך איינשטומיג, און אפשר איז כדי אוועקצורוקען די תגובות צו אן אנדערע אשכול כדי אנצוהאלטן אן איידעלע תורה'דיגע שטימונג אין דעם 'תורה ודעת' פארום כמו שכתוב בתקנות הפארום.

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:32 pm

· #349463
113
ב״ח או״ח תקפ״ג

ויש מפרשים רוביא כדי שירבו ישראל וכרתי כדי שיכרתו שונאי ישראל, וקשה א״כ יאכל כל דבר, אם הוא טוב הוא יהיה כנגד ישראל ואם רעה הוא יהפוך כנגד שונאי ישראל, אלא יש לתרץ רוביא וכרתי שניהם גדלים מהר וסימן טוב הם עכ"ל

אטענטשן @שמעקעדיג

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:04 pm

· #349469
ייש"כ פארן פארענטפערן מיין שאלה (הגם נאך נישט אינגאנצן)
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/44967">viewtopic.php?p=44967#p44967</a><!-- l -->

איך זעה אז כ'האב דארטן צוגעצייכענט א מטה אפרים וואס ענטפערט ענליך
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/47042">viewtopic.php?p=47042#p47042</a><!-- l -->

שלום על ישראל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 6:58 pm

· #350455
כ'ווייס נישט אויב עס איז פארהאן א דעזיגנירטע אשכול פאר קשיות אויף די פרשה, אויב יא ביטע אריינפירן.

בין איך צומישט אדער קומט רוב רש"י'ס פון די צווייטע פסוק ביי פסוק ט'?

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:58 pm

· #351274
דאס איז שוין א חידוש נפלא זאגן אז די הלכה איז ווי איינעם כדי צו אויסלויבן זיין סברא כאטש די הלכה איז נישט אזוי
לא אמרה ר״ע להאי הלכה כאותו תלמיד אלא לחדד התלמידים שישימו ליבם לתורה ויאמרו פלפול מלבם

וואלווי » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 3:07 pm

· #351483
געוואלדיג
דאס איז שוין א חידוש נפלא זאגן אז די הלכה איז ווי איינעם כדי צו אויסלויבן זיין סברא כאטש די הלכה איז נישט אזוי
לא אמרה ר״ע להאי הלכה כאותו תלמיד אלא לחדד התלמידים שישימו ליבם לתורה ויאמרו פלפול מלבם

וואס איז די מראה מקום פון די מימרא?

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:59 pm

· #351499
רש״י עירובין י״ג.

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:24 am

· #352217
אין אור לשמים, ספעציעל יעצט לכבוד י

אין אור לשמים, ספעציעל יעצט לכבוד יquote] אין נאך א געוואלדיגע חידוש האב איך זיך היינט אנגעטראפן אין אור לשמים, ספעציעל יעצט לכבוד יוהכ״פ

ולי נראה כך הפי׳ בגמ׳ כי הנה זה לשון הגמ׳, ורמינהו דהא אמר ר״ל זדונות נעשו כזכויות והאיך אמרת זדונות נעשו כשגגות ופריק הגמ׳ כאן מאהבה וכאן מיראה,

ונראה לי הפי׳ הוא כך, כי הנה הצדיק כשהוא במדריגהגדולה כשעובד הק׳ מאהבה עילאה יש לו כח יותר לפסוק טוב על בני ישראל ולהשפיע להם חסדים גדולים וכט״ס לא כן כשהוא במדריגה קטנה כשעובד מיראה,

והנה ר״ל היה בעל תשובה כידוע, וז״פ הגמ׳ כאן מאהבה כאן מיראה וקאי על ר״ל כשהיה עובד ה׳רק מיראה אמר זדונות נעשו כשגגות, אבל כשהגיע להעבדות מאהבה פסק זדונות נעשו כזכיות הגם שהתשובה הוא רק מיראה,

וזה כאן מאהבה כאן וכו׳ כשריש לקיש עבד ה׳ מאהבה וצדיק גוזר והקב״ה מקיים
,
וכך הלכה הגם ששב מיראה זדונות נעשו כזכיות [/quote]

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:32 am

· #352219
116
דרכי משה או״ח סי׳ תרו
אין יוהכ״פ ולא החטאת ולא האשם הכפרים אלא על השבים המאמינים בכפרתן וכו׳ אבל המבעט ביוהכ״פ אין יוהכ״פ מכפר לו.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 13, 2017 8:55 pm

· #362729
117
גוי ששבת חייב מיתה האט גארנישט מיט שבת דווקא
עכו״ם ששבת חייב מיתה, פירש״י ששבת ממלאכתו יום שלם, שנאמר יום ולילה לא ישבותו, אמר רבינא אפילו שני בשבת.

ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת

סנהדרין נח:

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:20 pm

· #362735
געוואלדיג: און וויאזוי איז דער דין וועגן א ישראל ששבת, יום שלם ואינו עושה מלאכה, בשני בשבת, ואפילו בשלישי וברביעי בשבת...?!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:31 pm

· #362738
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
רמב"ם פרק י׳ מהל׳ מלכים ומלחמותיהם

 עכו''ם שעסק בתורה חייב מיתה. לא יעסוק אלא בשבע מצות שלהן בלבד. וכן עכו''ם ששבת אפילו ביום מימות החול. אם עשאהו לעצמו כמו שבת חייב מיתה. ואין צריך לומר אם עשה מועד לעצמו. כללו של דבר אין מניחין אותן לחדש דת ולעשות מצות לעצמן מדעתן. אלא או יהיה גר צדק ויקבל כל המצות. או יעמוד בתורתו ולא יוסיף ולא יגרע. ואם עסק בתורה. או שבת. או חדש דבר. מכין אותו ועונשין אותו. ומודיעין אותו שהוא חייב מיתה על זה אבל אינו נהרג: 

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:09 pm

· #362748
berlbalaguleh
געוואלדיג: און וויאזוי איז דער דין וועגן א ישראל ששבת, יום שלם ואינו עושה מלאכה, בשני בשבת, ואפילו בשלישי וברביעי בשבת...?!

אויב ער מאכט א היתר מכירה איז מותר. למשל ער פארקויפט פרנס היום אדער אברך לחודש פאר א בעל שמחה...

בן אדם » דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:28 pm

· #362809
געוואלדיג

ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת

ווען א גוי רוהט, איז עס נישט א גוטע סימן, ווייל ווער ווייסט וואסארא פלענער ער גרייט זיך אן דעמאלטס... און פארדעם איז ער חייב מיתה, שלא יוכל להוציא אל הפועל זממו הרע אשר חישב לעשות.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:43 pm

· #362813
בן אדם
געוואלדיג

ער טאר נישט רוהען קיין טאג לאו דווקא שבת

ווען א גוי רוהט, איז עס נישט א גוטע סימן, ווייל ווער ווייסט וואסארא פלענער ער גרייט זיך אן דעמאלטס... און פארדעם איז ער חייב מיתה, שלא יוכל להוציא אל הפועל זממו הרע אשר חישב לעשות.

כ׳ווייס נישט צי מ׳דארף דא לאכן אדער וויינען...

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:08 am

· #362865
ס'דא א יש אומרים אז לפי ההלכות וואס מ'האט דא אראפגעברענגט מוז די התאחדות הגזלנים אונטער די פירערשאפט פון איצא שייגעץ ארויס גיין אין א גרויסע מחאה אקעיגן די אלע טרעוועל עידזשענסיעס און קרוז שיפן קאמפעניס. ווייל זיי זענען מכשיל די גויים מיט הארבע איסורים און ברענגען זיי צו זיין חייבי מיתות וכריתות.

אזוי האט מיין חבר געזאגט. האביך איהם געענטפערט. אז אויב איצא שייגעץ וועט איינזעהן אז מ'קען מאכן געלט אין ארגאניזירן די מחאות, וועט ער שוין אהערשטעללן פראטעסטן אויף דעם גרעסטן פארנעם. נאך גרעסער ווי די מחאות אקעיגן ביבי נתן יהוא..."דער ראש הכופרים פון מדינת ישראל"...! אדער קעיגן הרב אהרן יודא לייב שטיינמאן שליט"א...!

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 3, 2017 8:36 am

· #367999
118
אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״

ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:40 pm

· #392252
119
אל נא תקברני במצרים, פארוואס?
דער ר''ת קומט מיט א אינטרעסאנטע חידוש
שהיה ירא שלא ינצלו מצרים מעשר מכות בעבורו אם יקבר במצרים, שהרי נקרא ישראל שה פזורה ומצרים נקראים חמורים שנאמר אשר בשר חמורים בשרם, וכתיב ופטר חמור תפדה בשה

...

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:44 pm

· #392253
120
יעדער מפרש מוטשעט זיך מיטן מ' פון מאשר שמנה לחמו, אסאך ראשונים שרייבן א שיינע געדאנק, אז עס איז א המשך פון ברכת גד
גד גדוד יגודנו. וא''ת כיון שיהיו לו חיילות במה יפרנסם שהרי צריך עושר גדול, על כן כתיב אחריו מאשר שמנה לחמו,
שיהיה עשיר יותר מאשר ויוכל להספיק מזון לכל חילותיו.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 12:20 am

· #392256
געוואלדיג: נאר מוסיף צו זיין צו דיין ווארט. ס'איז אויך מעין א שותפות צווישן גד און אשר. אזוי ווי די שותפות פון יששכר און זבולון.

דאס קען אויך זיין א לימוד פאר היינטיגע צייטן. אז די עשירים און ביזנעסלייט זאללן אויסהאלטן אקאדעמיע. מיט די פראפעסארן און אוניווערזיטעטן. און די רווחים פון די (אויל) אינדוסטרי זאללן אויסהאלטן די קאסטן פון מיליטער...!

נאר היינט אין אמעריקע און אנדערע מדינות אין די וועלט איז פארקערט. אז די אינדוסטרי איז נהנה און ווערט אויסגעהאלן פון די געברויכן פון מיליטער. וואס קומט פון די שטייער צאלערס..! אפילו אין די צייטן פו די רוסישע צארס איז אזוי געווען. אז ס'זענען געווען עטליכע אידן, גרויסע עשירים וועלכע האבן צוגעשטעלט די געברויכן פן די ארמיי. ווי קליידונג, און עסן און געווער...!
ואין מקרא יוצא מידי פשוטו...מ'אשר שמנה לחמו. אז אין חלק פון אשר אין ארץ ישראל וואקסט א סאך איילבירטן פאר שמן. אן צחו באשמירן די ברויט. ווי די מנהג פון די אלטע טשאלמערס איז געווען אז מ'האט געגעסן ברויט מיט זייטונעס...!

ויבוא ה--- ויאמר ש--- ---!

ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 9:46 pm

· #392407
יעקב מענטש
קל וחומר
אין צוואת הריב"ש שטייט וז"ל: התפלה הוא זיווג עם השכינה וכמו שבתחילת הזיווג ניענוע כן צריך לנענע עצמו בתפילה בתחילה. ואחר כך יכול לעמוד כך בלי ניענוע ויהיה דבוק להשכינה בדבקות גדול.

זאל א היינטיגע רבי זיך ווייגן צו זאגן אזאנס ביים טיש...

דער ריב"ש האט עס דאך אויך נאר געזאגט אין זיין צוואה (בפשטות סמוך למיתתו) ווייל אם לא עכשיו אימתי... איז דאך געדרינגן אז ס'באלאנגט נישט ביים טיש!

די בעש"ט האט נישט געשריבן קיין צוואה, די צוואת הריב"ש איז צאמגעקליבענע תורות וואס א תלמיד, ר' ישעיה יאנובער, האט צאמגעשטעלט, און ער האט עס געגעבן אזא נאמען.
קוק אין תניא, אגרת הקדש כ"ה.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 1:44 am

· #392431
געוואלדיג
אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״

ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...

געוואלדיג:מ'זעהט עס ביי א סאך צדיקים. זיי האבן געגעבן ברכות לרוב פאר די גאנצע וועלט פאר מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער. און זיי אליין האבן אדער נישט געהאט קיין קינדער, אדער געהאט נאר אן איינציג קינד. א בן יחיד אדער בת יחידה. ווי דער מנחת אלעזר מ'מונקאטש. אדער דער סאטמאר'ע רבי ר' יואל טייטלבוים זצ"ל וועלכער האט פארלוירן אלע זיינע קינדער בחייו אויך זיין רביצין. און בזיווג שני האט ער נישט געהאט קיין קינדער...אדער דער ריבניצער רבי זצ"ל...!

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:28 am

· #392439
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
קל וחומר
ווי ווייט איך ווייס, איז צוואת הריב"ש נישט קיין צוואה, נאר פשוטע צוויים והנהגות וואס ער פלעג זאגן.
@ברוך,
כבר קדמנוך.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 9:57 am

· #392444
קל וחומר
קל וחומר
ווי ווייט איך ווייס, איז צוואת הריב"ש נישט קיין צוואה, נאר פשוטע צוויים והנהגות וואס ער פלעג זאגן.
@ברוך,
כבר קדמנוך.

טאקע נישט באמערקט.

chosen people » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 10:29 am

· #392445
געוואלדיג
אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״

ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...

עס איז א מחלוקות פון אמוראים אין ברכות דף י''ז ע''ב.
°שמעו אלי אבירי לב הרחוקים מצדקה רב ושמואל ואמרי לה רבי יוחנן ורבי אלעזר חד אמר כל העולם כולו נזונין בצדקה והם נזונין בזרוע וחד אמר כל העולם כולו נזונין בזכותם והם אפילו בזכות עצמן אין נזונין כדרב יהודה אמר רב דאמר רב יהודה אמר רב בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת כל העולם כולו נזונין בשביל חנינא בני וחנינא בני די לו בקב חרובין מערב שבת לערב שבת

chosen people » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 11:12 am

· #392449
berlbalaguleh
געוואלדיג
אונז ווייסן מיר אלע די גמ׳ אז חנינא בני די לו בקב חרובין מע״ש לע״ש, פשוט פשט ער באגענוגט זיך מיט דעם.
אבער די גמ׳ )חולין פו.( זאגט אונז אז פשט איז פונקט קאפויער.
״כי מהניא זכותייהו אעלמא, אדידהו לא, כדרב יהודה אמר רב כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני ןחנינא בני די לו וכו׳״

ממש פארקערט זיינע זכותים קלעקן פאר די גטנצע וועלט אויזער איהם...

געוואלדיג:מ'זעהט עס ביי א סאך צדיקים. זיי האבן געגעבן ברכות לרוב פאר די גאנצע וועלט פאר מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער. און זיי אליין האבן אדער נישט געהאט קיין קינדער, אדער געהאט נאר אן איינציג קינד. א בן יחיד אדער בת יחידה. ווי דער מנחת אלעזר מ'מונקאטש. אדער דער סאטמאר'ע רבי ר' יואל טייטלבוים זצ"ל וועלכער האט פארלוירן אלע זיינע קינדער בחייו אויך זיין רביצין. און בזיווג שני האט ער נישט געהאט קיין קינדער...אדער דער ריבניצער רבי זצ"ל...!

די מקור איז א גמרא אין ברכות דף ה' ע''ב.

רבי חייא בר אבא חלש על לגביה ר' יוחנן א"ל חביבין עליך יסורין א"ל לא הן ולא שכרן א"ל הב לי ידך יהב ליה ידיה ואוקמיה. ר' יוחנן חלש על לגביה ר' חנינא א"ל חביבין עליך יסורין א"ל לא הן ולא שכרן א"ל הב לי ידך יהב ליה ידיה ואוקמיה אמאי לוקים ר' יוחנן לנפשיה אמרי אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8