דער קרוין פרינץ פון אידישע אויסגאבעס, "דער שטערן" איז אויך נישט ריין פון פראבלעמען. אין די פארגאנגענהייט האב איך שוין קריטיקירט ה. מארש פונעם שטערן און אים באשולדיגט מיט פלאגיאריזם, און יאנקל האט אויך דאן מעורר געווען איבער אמעראצעס אין זיין ארטיקל איבער דעם כתר ארם צובא. דעם חודש (שבט תשע"ג) האב איך געליינט און הנאה געהאט פונעם שטערן און די ארטיקלן אבער עס האט מיר שטארק געשטערט די טעותים אין ה. מארש'ס ארטיקל.
די מדובר איז דער ארטיקל מיטן קעפל "די אינטערעסאנטסטע און וויכטיגסטע דערפינדונגען פון 012'". גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל, וואס באשרייבט - צווישן אנדערע - דערפינדונגען וועלכע זענען שוין דערמאנט געווארן בין כותלי שטיבלנו, ווי ליקוויגלייד און די LED באלב וועלכע מ'קען קאנטראלירן פון א סמארטפאון. איינס פון די דערפינדוגען איז "מענטשן-געמאכטע וואלקנעס אינעווייניג". די רעדע זענען "אינדאור וואלקנעס", די דערפינדונג פון אן ארטיסט אין האלאנד מיטן נאמען בערנדנאט סמילדע. מארש שרייבט ווי פאלגנד:
[quote="ה. מארש, דער שטערן שבט תשע"ג"]
מענטשן-געמאכטע וואלקנעס אינעווייניג
גוט, איר האט מיר געכאפט, די דאזיגע דערפינדונג איז לכאורה נישט קיין ספעציעלע טובה פאר דער מענטשהייט, חוץ אויב איר זענט אן ארטיסט אדער עמיצער וואס דירעקט פורים-פארשטעלונגען, אבער דאך איז עס צו אן אינטערעסאנטער דערפינדונג אז מיר זאלן עס אזוי מיר-נישט-דיר-נישט איגנארירן.
...
סמילדע האט אויסגעטראפן א פאטענט וויאזוי צו ערצייגן וואלקנעס , כאטש ס'פארלאנגט זיך אסאך ארבעט דאס צו צושטאנד ברענגן. סמילדע מוז צוערשט פארזיכטיג קאנטראלירן די פייכקייט און אטמאספערע אינעם צימער, כדי צו פארזיכערען אז דער געמאכטער-רויך, וואס ווערט ארויסגעלאזט דורך א ספעציעלער מאשין, בלייבט הענגן אזוי עלעגאנט אינמיטן צימער אויסקוקענדיג זייער עכט, און ווערט נישט פארשוואונדן. ספעציעלע לעמפ פראדוצירן אזא סארט שאטן, וואס געבט דעם געפיל כאילו ס'איז פארוואלקנט פאר א שווערן רעגן.
[/quote]
די באשרייבונג קומט באגלייט מיטן פאלגענדעם בילד:
די באשרייבונג איבער סמילדע'ס דערפינדונג איז כמעט אינגאנצן אמת, חוץ איין קליינע פרט. אין די פראבלעם איז אז אין דעם קליינעם פרט איז תלוי די גאנצע "דערפינדונג". עס איז אמת אז סמילדע טוט פארזיכטיג קאנטראלירן דעם צימער כדי די געמאכטע רויך זאל אויסקוקן רעאליסטיש. עס איז אויך אמת אז ער ניצט א ספעציעלער מאשין (באקאנט אלס א רויך-מאשין, אדער נעפל-מאשין וועלכע איר קענט קויפן פאר בלויז $29.99 אויף אמאזאן). די לעמפ וועלכע סמילדע נוצט צו פראדוצירן דעם ספעציעלען שאטן איז אויך ריכטיג. די איינציגסטע נישט אמת'ע איינצעלהייט פונעם דעסקריפציע איז אז די וואלקן ווערט נישט פארשוואונדען. און די פראבלעם איז אז אין דעם איז תלוי די גאנצע "דערפינדונג". די אמת איז אז סמילדע האט גארנישט דערפינדן. סמילדע איז אן ארטיסט, נישט קיין אינווענטאר. סמילדע נוצט רעגולארע כלים ווי די רויך-מאשין, לייטס און א קאנטראלירטער אטמאספערע צו פראדוצירן דעם וואלקן. די וואלקן עקזעסטירט אינגאנצן א מינוט צוויי, גענוג אויף צו כאפן א בילד. נישט קיין דערפינדונג ליגט דא נאר די וואונדערליכע ווערק פון אן ארטיסט. טאקע זייער אינטערעסאנט, אבער כ'זע נישט וואס עס זיכט אין דעם ארטיקל. אבער לא על ה. מארש תלונתי. מארש נעמט דאך עס פון ערגעץ, נישט אזוי? די שולדיגע זענען טיים מאגאזין וועלכע האבן געפיטשורט סמילדע'ס וואלקן אלס איינע פון 25 אינטערעסאנטסטע אינווענשאנס פון יאר 2012. אבער נעמענדיג אין באטראכט אז טיים מאגאזין האט אויך געפיטשורט די קוריאסיטי ראווער אויף מארס אלץ דערפינדונג און די היגס באסאן פארטיקל אלס קאנדידאט פאר "מענטש פון יאר" (Person of the Year) קען מען זיי אפשר מוחל זיין פארן פיטשורן אן אינטערעסאנטען קונסט אויסשטעל אלס "דערפינדונג". (און אזוי ווי איר טראכט מסתמא, ערשיינען אין די טיימס ליסטע אויך א גרויסע טייל פון די אנדערע דערפינדונגען וועלכע ווערן באשריבן אין דער שטערן, ווי ליקוויגלייד, די הענטשיך וואס וועט אייך מאכן פארשטיין האנט לשון, די זעלבסט-אויפבלאזענדע רעדלעך און דער ראבאט בעקסטער. לשבחו פונעם שטערן ייאמר, אז די באשרייבונגען זענען נישט בלויזע איבערזעצונגען פון די טיימס דעסקריפציע נאר אליינס אויסגעארבעט און צוגעלייגט אסאך אינפארמאציע.)
אבער דעם ארטיקל'ס פראבלעמען ענדיגן זיך נישטא. בתוך דבריו שרייבט מארש אזוי:
[quote="ה. מארש, דער שטערן שבט, תשע"ג"]
סמילדע האט פרעזענטירט זיין וואלקן פאר די מאסן אין א צימער וואס פארמאגט בלויע (וואלקנעס) [צ"ל: ווענט] מיט א רויטן פלאר, די בלויע ווענט האבן געזאלט געבן די איינדרוק כאילו די וואלקענעס זענען געשטראנדעט אין א פארמאכטן הימל, און דער שארפן קאנטראסט פון דעם רויטן פלאר פארזיכערט אז זייער הימלישע ספערע איז פרעזערווירט. (כ'פארשטיי נישט עכט וואס כ'האב דא געשריבן. כ'האב פשוט איבערגעזאגט הוידל-בוידל וואס סמילדע האט ערקלערט פאר זשורנאליסטן בשעת מעשה און רוב רעפארטערס האבן פארשטייט זיך צוגעשאקלט מיט'ן קאפ כאילו זיי פארשטייען גענוי וואס ער רעדט, ווען באמת האט סמילדע אליינס נישט געוואוסט וואס ער רעדט נאר אזויווי רוב ארטיסטן ארויסגעלאזט א זאפאס מיט ווערטער, מיט דער האפענונג אז עפעס א זאץ וועט זיך פארמירן דערפון.)
[/quote]
גוט, כ'וועל מודה זיין אז ס'גאנץ גוט חוזק געמאכט פון ארטיסטן, דער פראבלעם איז אבער אז סמילדע האט קיינמאל נישט געזאגט דעם הסבר. די ערקלערונג פאר די רויטע פלאר מיט די בלויע ווענט קומט פון איינעם ברייען נעלסאן וועלכע האט באשריבן סמילדע'ס וואלקן אין "מוטער נאטור נעטווארק". און די פאקט איז גראדע אז מארש האט שלעכט איבערגעזעצט דעם זאץ. די אריגינעלע זאץ איז אזוי:
אין אידיש: די בלויע ווענט פראדוצירן א "סוריעל"[1] אויסזען אז די וואלקענעס זענען פארכאפט אין אן ארומנעמנדער הימל. זייער "עטהעריעל"[2] פלאץ איז אבער פרעזערווירט דורך די שארפע קאנטראסט פונעם רויטן פלאר. אין אנדערע, און מער פשוט'ערע, ווערטער: די בלויע ווענט געבן דעם איינדרוק כאילו די וואלקן איז אן עכטע וואלקן וואס שוועבט אין אן עכטן הימל. אבער די קאנטראסט מיטן רויטן פלאר מאכט זיכער צו דערמאנען דעם מענטש אז די וואלקן איז אין א צימער, א פלאץ ווי וואלקענעס געפינען זיך נישט געווענליך. סמילדע'ס אייגענעם הסבר איז גראדע אויך היבש הוידל-בוידל און די וויץ וואלט אויך געקענט שטימען אויף זיינע ווערטער, אבער משום איזה סיבה שהוא האט מארש געטון א סלאפי דזשאב און גענוצט דעם שרייבער'ס ווערטער אנשטאט סמילדע'ס.
אט איז סמילדע'ס וועבזייטל אויב זענט איר אינטערעסירט און נאך בילדער פון וואלקנס אינעווייניג.
[1] סוריעל - פירוש: עפעס וואס זעט אויס עכט אבער מ'ווייסט אז עס נישט עכט אזוי ווי א חלום וואס זעט אויס ממש עכט.
[2] עטהעריעל - פירוש: עפעס וואס איז נישט קיין ריכטיגע מציאות , ענליך צו אן אילוזיע

ברייען נעלסאן
The blue walls produce the surreal impression that the clouds are trapped within an enclosed sky. Their ethereal space is preserved, however, by the sharp contrast with the red floor.