☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער שטערן" מדי חודש בחודשו

"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

376 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #931
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:14 pm

· #28975
דעם דעקל האב איך אויך געזען דארט

randy_couture » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:41 pm

· #29071
און וועלכע סטאר איך קען עס נישט טרעפן.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:52 pm

· #29082
וואו וואוינסטע?

וועלט׳ס פארזארגער » פרייטאג יולי 27, 2012 11:07 am

· #29216
זר זהב
אקארשט געזען אין געשעפט פון חודש אב.

קענסט פליז לייגן א פיקטשער פון די דעקל?

יידל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:57 am

· #29243
דער ארטיקל פון הרב אשר לעווין איז מיר קענטליך. האט ער עס שוין אמאל געשריבן און יעצט נאר איבערגעשריבן צוליב הרב אלישיב'ס פטירה? א שטיקל ראיה האב איך אז דאס איז אן אלטע ארטיקל איז ווייל ער שרייבט "יבדלחט"א" צווישן ר' שמואל שפירא זצ"ל און הרב אלישיב זצ"ל.

זר זהב » פרייטאג יולי 27, 2012 12:20 pm

· #29259
וועלט׳ס פארזארגער
זר זהב
אקארשט געזען אין געשעפט פון חודש אב.

קענסט פליז לייגן א פיקטשער פון די דעקל?

איך האב נישט א קאמארא אין מיין טאש סארי

לאדיך אפ » פרייטאג יולי 27, 2012 12:56 pm

· #29284
יידל
דער ארטיקל פון הרב אשר לעווין איז מיר קענטליך. האט ער עס שוין אמאל געשריבן און יעצט נאר איבערגעשריבן צוליב הרב אלישיב'ס פטירה? א שטיקל ראיה האב איך אז דאס איז אן אלטע ארטיקל איז ווייל ער שרייבט "יבדלחט"א" צווישן ר' שמואל שפירא זצ"ל און הרב אלישיב זצ"ל.

יידל ס'דיר קענטליך פון נפשי יצאה בדברו פעידזש 124. די ארטיקל איז בעיסקלי גענומען פון דארט. אפשר שטייט יבדלחא"ט ווייל ער האט געשריבן די ארטיקל נאך פאר ר' אלישיב איז אוועק און ער האט פארגעסן אויסצומעקן די יבדלחא"ט.

קרעקער » פרייטאג יולי 27, 2012 2:29 pm

· #29321
אלע זענען שטיל?? קיינער שרייט נישט???
לאמיר שרייען הויעך
אראפ מיטן שטערען!!!!

נפתלי » מאנטאג יולי 30, 2012 11:59 am

· #29756
זר זהב
וועלט׳ס פארזארגער
זר זהב
אקארשט געזען אין געשעפט פון חודש אב.

קענסט פליז לייגן א פיקטשער פון די דעקל?

איך האב נישט א קאמארא אין מיין טאש סארי

אינטערעסאנט, וואספארא סעלפאון פארמאגסטו?

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 12:01 pm

· #29757
א סעניא פליפ-פאון, ס'האט א שטיקל קעמערע, איך קען אבער גארנישט טוהן מיט'ן בילד.

עס עפעס » מאנטאג יולי 30, 2012 12:15 pm

· #29763
כהאב דעם קאווער קלאר, אבער ווען כוויל עס לייגן קומט ארויף דער מעסעדזש:
\
סליחה אך מכסת הקבצים המצורפים של המערכת התמלאה.

Java » מאנטאג יולי 30, 2012 12:33 pm

· #29774
עס עפעס
כהאב דעם קאווער קלאר, אבער ווען כוויל עס לייגן קומט ארויף דער מעסעדזש:
\
סליחה אך מכסת הקבצים המצורפים של המערכת התמלאה.

מיר אנטשולדיגן זיך פאר די אומאנגענעמליכקייט. די פאלדער וועלכע האלט די בייגעלייגטע פיילס האט זיך אנגעפילט און מען האט עס געדארפט פארברייטערן. איר קענט יעצט ארויפלייגן דעם פייל.

עס עפעס » מאנטאג יולי 30, 2012 12:34 pm

· #29776
אט איז דער קאווער
📎 shtern cover.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 1:09 pm

· #29805
געליינט דעם שטערן. גאר אינטערעסאנט, ווי שטענדיג!

די ארטיקל פון די שלענג אין אמעריקע האט מיר אריינגעצויגן אין א פחד. איך האס שלענג ווי דעם טויט.
יעצט קומען זיי אינוואדירן אמעריקע?...
אקעי, נאך נישט ניו יארק, אבער ס'הייבט זיך אן אין פלארידע און אין אנדערע דרום סטעיטס, און זיי שפרייטן זיך דערנאך אויס ווי די אראבער.

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 1:26 pm

· #29820
איז דער שלענג ארטיקל אן עניני דיומי'דיגע זאך? איך האב אריינגעבליקט נעכטן אין שו"ע הל' ט' באב שטייט דארט אז ווער ס'עסט פלייש אין די פלעצער וואו מ'פירט זיך נישט צו עסן אין די 9 טעג "ינשכנו נחש"...
און אויב מיינסטע אז ס'קען נישט זיין, ס'נאר אן אפשרעקונג מיטל. איז געקומען דער שטערן און זאגט נאו נאו, ער מיינט עס זייער ערנסט.

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 6:35 pm

· #29927
שמעקעדיג
געליינט דעם שטערן. גאר אינטערעסאנט, ווי שטענדיג!

די ארטיקל פון די שלענג אין אמעריקע האט מיר אריינגעצויגן אין א פחד. איך האס שלענג ווי דעם טויט.
יעצט קומען זיי אינוואדירן אמעריקע?...
אקעי, נאך נישט ניו יארק, אבער ס'הייבט זיך אן אין פלארידע און אין אנדערע דרום סטעיטס, און זיי שפרייטן זיך דערנאך אויס ווי די אראבער.

דו אויך?? ווייל שלענג איז ביי מיר די ערגסטע נייט מער!!
פון די קריכעדיגע האב איך אויך א שונא וואס איך האס שרעקליך,ווער ווייסט וואס?

טאמבל סאס » מאנטאג יולי 30, 2012 10:06 pm

· #30037
כדי בעסער צו פארשטיין דעם אינטרעסאנטן ארטיקל די חודש ברענג איך צו 'שמואל הלוי'ס שרעקעדיגע לינק.

town1 » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:20 pm

· #32633
No Shpaktiv this month, due to unforeseen technical problems. Der Shtern in the stores next week iy"h.

פריינדליך » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 8:06 am

· #33307
די סיבה איז מן הסתם די נייע אויסגבע עברית וואס האט אראפגעציפט צייט עס צי באגלייטען און זיכער מאכען אז עס טויגט און דער גראפיקער האט עס לכאורה אויך מער אנגעשטרענגט,

קאנצעפט » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 8:41 am

· #33310
פריינדליך
די סיבה איז מן הסתם די נייע אויסגבע עברית וואס האט אראפגעציפט צייט עס צי באגלייטען און זיכער מאכען אז עס טויגט און דער גראפיקער האט עס לכאורה אויך מער אנגעשטרענגט,


ס'זעט אויס ווי עכט איזראעלישע גראפיקס, האלטס/ווייסט אז זיי מאכן עס דאהי?

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:32 pm

· #33431
קאנצעפט
פריינדליך
די סיבה איז מן הסתם די נייע אויסגבע עברית וואס האט אראפגעציפט צייט עס צי באגלייטען און זיכער מאכען אז עס טויגט און דער גראפיקער האט עס לכאורה אויך מער אנגעשטרענגט,


ס'זעט אויס ווי עכט איזראעלישע גראפיקס, האלטס/ווייסט אז זיי מאכן עס דאהי?

איך גלייב נישט אז ער פרינט עס דא עס איז סאך ביליגער צו פרינטען דארט ווי דא פרינטען אין עס אהין שיקען

נפתלי » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:33 pm

· #33432
לעמיל
קאנצעפט
פריינדליך
די סיבה איז מן הסתם די נייע אויסגבע עברית וואס האט אראפגעציפט צייט עס צי באגלייטען און זיכער מאכען אז עס טויגט און דער גראפיקער האט עס לכאורה אויך מער אנגעשטרענגט,


ס'זעט אויס ווי עכט איזראעלישע גראפיקס, האלטס/ווייסט אז זיי מאכן עס דאהי?

איך גלייב נישט אז ער פרינט עס דא עס איז סאך ביליגער צו פרינטען דארט ווי דא פרינטען אין עס אהין שיקען

מ'רעדט פון גרעפיקס נישט פון פרינטן

town1 » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 5:47 pm

· #33491
עס פלעגט שטיין אויפן דעקל אז דיזיין ענד פרינט פון קרית יואל מאכט עס

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:05 pm

· #36617
יעצט באקומען, איינער האט שוין געזעין די קאווער?
@ShimonRol: Do you want to have an oineg Shabbos? Go to your local supermarket or gas station and buy #DerShtern. A freilechn in lechtign Shabbos

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:16 pm

· #36624
יאפס, שוין געזעהן און געקויפט און אביסעלע געליינט.
בפרט "די גוטזאגערס זאגן", און די שפאנענדע היידזשעקינג פארזעצונג (ציט אן די נערוון!)

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:21 pm

· #36626
וואס איז אויף די קאווער?

וועלט׳ס פארזארגער » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:01 pm

· #36703
קען איינער פליז ארויף לייגן די קאווער?

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:10 pm

· #36915
"עס עפעס" האט שוין באריכטעט אז די קאנטראווערסיע איבער די "כתר ארם צובא" איז שוין געווען באשריבן אין די העברעאישער און ענגלישער משפחה, אין די אוצר ביילאגע פונעם בלאט, און אינעם ניו יארק טיימס.
איצטער איז עס געקומען צום שטערן. כ'באשולדיג נישט דעם שרייבער ה. מארש אין פלאגיאריזם, בפרט אז דער ארטיקל האט א ברייטע שמועס איבער דעם כתר, פיל ברייטער ווי עס איז געווען אין משפחה (דעם בלאט האב איך נישט געזען). אבער לענ"ד הקלושה עס איז אביסל צו שפעט זיך צו דערמאנען וועגן דעם קאנטראווערסיע, יעצט אז עס איז שוין באשריבן געווארן דורך גרויסע אידישע צייטונגען אין דריי שפראכן.

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:13 pm

· #36917
אגב, מען קען זען ריזיגע חלקים פונעם כתר אנליין דא.

יידל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:57 pm

· #39810
עס טוט זיך א גאנצער סאמאטוכע איבער דער שטערן פון די חודש, און טאקע צוליב די קאווער סטארי איבער די קאנספיראציע ארום די כתר ארם צובא.

אינעם ארטיקל ווערט געשריבן אז זיי האבן זיך פארבינדען מיט שלמה מוסאיוף (זיין נאמען ווערט אומריכטיג אויסגעלייגט "מוסייעף" אנשטאט מוסאַיאָף) און ער האט זיי פארציילט אז אין די מיטעלער 1980 יארן האט א גרויסער אנטיק סוחר און זאמלער חיים שנעעבאלג אים אנגעטראגן צו קויפן די גע'גנב'טע חלקים פונעם כתר. דאס פאסט זיך זייער אריין מיט פרידמן'ס קאנספיראציע טעאריע אז די פירער פונעם בן-צבי אינסטיטוציע האבן גע'גנב'ט דעם כתר, ווייל שנעעבאלג איז געווען א נאענטער חבר מיט מאיר בניהו, דער דירעקטאר פון מכון בן צבי אין די יארן ווען די כתר איז פארשוואונדען געווארן. מוסאיוף האט למעשה נישט אפגעקויפט דעם כתר און עס איז שפעטער פארקויפט געווארן פאר א צווייטן דורך שנעעבאלג. שנעעבאלג איז גע'הרג'ט געווארן אינטער מיסטעריעזע אומשטנעדן אין זומער פון תשמ"ח אין א האטעל צימער אין ירושלים. לויטן שטערן איז שנעעבאלג געמארדעט געווארן דורך די וואס האבן מורא געהאט אז ער וועט ארויסגעבן אינפארמאציע איבער די גניבה פונעם כתר און פאר וועם עס איז פארקויפט געווארן.

די שטיקל איז פלאגיאזירט געווארן כמעט ווארט ביי ווארט דירעקט פון די ניו יארק טיימס ארטיקל איבער פרידמן'ס בוך. דער שטערן שרייבט"כדי צו ענטפערן אויף די פראגע ווענדען מיר זיך צו שלמה מוסייעף", א זאץ וועלכע איז פאלש. דער שטערן האט זיךקיינמאל נישט פארבינדן מיט מוסאיוף, און אלעס וואס ווערט ציטירט פון מוסאיוף קומט פון די נ.י. טיימס וועלכע פאראפראזירט מתי פרידמן'ס בוך "תעלמות הכתר", וואס ציטירט פון א טעלעוויזע אינטערוויו און א צייטונג אינטערוויו מיט מוסאיוף. דער אמת איז אז די גאנצע ארטיקל איז באזירט בלויז אויף פרידמן'ס בוך און עס איז א וואונדער אז נישט דער מחבר און נישט זיין בוך ווערן דערמאנט אינעם שטערן'ס ארטיקל.

אבער נישט איבער די פלאגיאריזם איז די סאמעטוכע. זשורנאליזם אין אידיש האלט נאך נישט ביי אזא שטאפל אז פלאגיאריזם זאל זיין אן עולה. די איבערקערעניש איז איבער שנעעבאלג. ווען דער שטערן האט געשריבן איבער שנעעבאלג אין זיין חלק אין די קאנספיראציע האבן זיי זיך ווארשיינליך פארגעשטעלט אז דא רעדט מען פון א פרייער איד אדער אין בעסטן פאל, א מאדערנער, נישט "אן אונזעריגער". עס שטעלט זיך אבער ארויס אז שנעעבאלג איז גאר א היימישער איד, א ברודער פון הרב מנחם מנדל שנעעבאלג, רב דמחזיקי הדת אין מאנשטעסטער. די שנעעבאלגס זענען וויזשניצע חסידים, און ווי דער שטערן שרייבט האט שנעעבאלג טאקע פארקויפט די גע'גנב'טע חלק כתר צו א היימישער איד פון לאנדאן.

שנעעבאלג'ס משפחה איז אויפגעברויזט אז די אנגעבליכע חטאים און מארד פון חיים ווערט אזוי זאפטיג באשריבן אין א היימישע אויסגאבע (כאטשיג עס איז בכלל נישט דער שטערן'ס שולד ווייל זיי האבן דאך עס פלאגיאירט פונעם טיימס...), און זיי האבן זיך געוואנדן צו די ארויסגעבער פון דער שטערן אז זיי זאלן עפעס טון דערוועגן. ווי איך הער האבן די ארויסגעבער פאררופן א ריקאל אויף דער שטערן פון די חודש, אלזא, לויפט און קויפט בעפאר עס ווערט פארשוואונדען פון די שעלווס...

לאדיך אפ » זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:35 pm

· #39818
אויבן האסטו געשריבן אז דו באשולדיגסט נישט ה. מארש אין פלאגיריזם, יעצט צוסטו צוריק... ס'איז יא פלאגיזירט אדער נישט? איך האב געליינט די ארטיקל סיי אין די טיימס און סיי אין די שטערן און די שטערן שרייבט נאך ווארט ביי ווארט גאנצעטע שטיקער פון די טיימס.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:52 pm

· #39823
נעוואדע איז ר' חיים שנעעבאלג ע"ע געווען א היימיש חסידיש איד במלא מובן המילה, אז מרעדט שוין דערמאן איך מיר א זיס מעשה'לה פונעם אמרי חיים, ר' חיים פלעגט שטיין אינטער דעם אמרי חיים'ס בענקל, בשעת די זינגן האט ער כמנהג הזינגערס געלייגט די האנט אויף זיין לינקע אויער והנה ר' חיים האט געהאט א קראצעדיגע קול ומפורסם דעם אמרי חיים'ס סענסיטיוויקייט צו א פאלשע תנועה, איינמאל דרייט זיך דער רבי אויס און זאגט עם (מיט די ווישניצע קנעיטש) חיים אפשר לייגסטו די האנט אויף מיין אויער?

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:04 pm

· #39827
יידל כ'האב הנאה יעצט האסטו טאקע אראפגעלייגט א פעסטע שטיקל ארבעט. כאטש יעדן איינציגן תגובה דיינעם לייען איך מיט דורשט, איז דאס נאך פון מסלתך ומשמנך.

ברוין » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:17 am

· #39900
איך שאקל צו צום טאמבעל סאס. מ'זעהט די ארבעט וואס דו האסט אריין געלייגט אין דיין תגובה. גיימיר ליינען די שטערן מיט מער אינטערעסע

שרגא » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:54 pm

· #42545
[ציטאט אראפגענומען]


גערעכט. ווי איז דען בכלל דא אזא זאך היינט אין היימישע צייטונגען צו שרייבן איבער א וועלטליכע טעמע און נישט נאכשרייבן פון א פרעמדע מקור? אפילו פאליטישע אנאליזן מיין איך זענען רובו ככולו פשוט נאכגעשריבן (און אלבערט'ס "וואס אנדערע זאגן" איז היינט א חידוש, סיי אז ער שרייבט ארויס דעם מקור און סיי אז עס איז נאכנישט געווען קיין מחאה...), שוין אפגערעדט פון נייעס אדער היסטאריע. היינט איז שוין אונזער געבעט בלויז אז מען זאל כאטש יענעם גוט נאכשרייבן...
דאס וואס יידל שרייבט אז "דער שטערן" גיט אן אז ער האט פערזענליך גערעדט צו שלמה מוסאיאף, איז נישט אזוי פשוט. דער לשון אין דעם "שטערן" איז: "כדי צו ענטפערן די פראגע ווענדן מיר זיך צו שלמה מוסייעף, א מולטי-מיליאנער און צירונג-סוחר פון לאנדאן, און איינער פון די גרעסטע זאמלערס פון אידישע אנטיקן אין דער וועלט. מוסייעף האט איבערגעגעבן פאר עזרא קאסין, דער פירער פון דעם כאלב אידנטום אין ארץ ישראל, אז..." אין בין מודה אז מען קען האבן דעם איינדרוק אז "דער שטערן" האט פערזענליך גערעדט צו מוסאיאף, און פילייכט האט עס דער שרייבער דווקא אזוי געשריבן... אבער שרייבן "ווענדן מיר זיך", מוז נישט מיינען אז מ'ווענדט זיך ממש צו יענעם, נאר עס איז ווי א שרייבער זאל שרייבן, "כדי דאס צו פארשטיין לאמיר זיך אריבערכאפן קיין אפריקע און צוקוקן צו דעם לעבן פון די ווילדע שטירן." דאס מיינט נישט אז דער שרייבער איז געפארן קיין אפריקע, נאר אז ער נעמט די לייענער אויף א ליטערארישער רייזע דארט אהין. דאס זעלבע דא, דער שרייבער ווענדט זיך צו מוסאיאף צוזאמען מיט די לייענער צו הערן וואס ער האט צו זאגן. און מיר זעען טאקע אז דער ציטאט פון מוסאיאף איז נישט צו דעם שרייבער, נאר צו עזרא קאסין.

איך האב נישט געזען דעם ארטיקל אינעווייניג, אבער לויט דעם שטיקל וואס דו האסט דא געברענגט וואלט איך געזאגט אז עס איז נישט מסתבר אז ער האט אפילו געוואלט עס זאל געבן דעם איינדרוק ווי זיי האבן פערזענליך גערעדט צו אים, ווייל ער שרייבט דאך תיכף דערנאך אז מוסייעף האט איבערגעגעבן פאר א עזרא קאסין, און נישט פאר אים. אויב איז "ווענדן מיר זיך" די איינציגע מאל וואו עס דארף צו משמע זיין אז זיי האבן אליין גערעדט, איז עס ניטאמאל פארפירעריש און מיינט קלאר וויאזוי דו האסט געזאגט. קאנטעקסט איז עווריטינג.

דער טעות אין דעם "שטערן" איז אבער נאך גרעסער. נישט נאר איז דער כתר ווארשיינליך נישט געשריבן געווארן אין רעאקציע צו די קראים, נאר לויט געוויסע חוקרים איז דער שרייבער פון דעם כתר, בן-אשר, דווקא אליין געווען א קראי קעגן וועמען רב סעדיה גאון האט געשריבן א פולמוס! עס איז טאקע נישט זיכער צי מען רעדט פון דעם זעלבן בן-אשר, אבער דאס איז זיכער אז דאס אז דער כתר איז געשריבן געווארן אין רעאקציע צו די קראים האט נישט קיין שום האפט.

אויב אלע האבן אלץ געוואוסט אז דער כתר איז די מערסטע מוסמך און דער רמב"ם און אנדערע דערמאנען אויך דעם נאמען פון בן אשר צו ארויסברענגען ווי פארלעסליך דאס איז וויבאלד ער האט איז עס איבערגעאנגען אסאך מאל, איז מסתבר אז זיי האבן געוואוסט איבער זיין אידענטיטעט. וואלט ער נישט געהערט (אדער געקעירט) איבער די קראי רומער?

יידל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 7:19 pm

· #42803
שרגא

דאס וואס יידל שרייבט אז "דער שטערן" גיט אן אז ער האט פערזענליך גערעדט צו שלמה מוסאיאף, איז נישט אזוי פשוט. דער לשון אין דעם "שטערן" איז: "כדי צו ענטפערן די פראגע ווענדן מיר זיך צו שלמה מוסייעף, א מולטי-מיליאנער און צירונג-סוחר פון לאנדאן, און איינער פון די גרעסטע זאמלערס פון אידישע אנטיקן אין דער וועלט. מוסייעף האט איבערגעגעבן פאר עזרא קאסין, דער פירער פון דעם כאלב אידנטום אין ארץ ישראל, אז..." אין בין מודה אז מען קען האבן דעם איינדרוק אז "דער שטערן" האט פערזענליך גערעדט צו מוסאיאף, און פילייכט האט עס דער שרייבער דווקא אזוי געשריבן... אבער שרייבן "ווענדן מיר זיך", מוז נישט מיינען אז מ'ווענדט זיך ממש צו יענעם, נאר עס איז ווי א שרייבער זאל שרייבן, "כדי דאס צו פארשטיין לאמיר זיך אריבערכאפן קיין אפריקע און צוקוקן צו דעם לעבן פון די ווילדע שטירן." דאס מיינט נישט אז דער שרייבער איז געפארן קיין אפריקע, נאר אז ער נעמט די לייענער אויף א ליטערארישער רייזע דארט אהין. דאס זעלבע דא, דער שרייבער ווענדט זיך צו מוסאיאף צוזאמען מיט די לייענער צו הערן וואס ער האט צו זאגן. און מיר זעען טאקע אז דער ציטאט פון מוסאיאף איז נישט צו דעם שרייבער, נאר צו עזרא קאסין.

איך האב נישט געזען דעם ארטיקל אינעווייניג, אבער לויט דעם שטיקל וואס דו האסט דא געברענגט וואלט איך געזאגט אז עס איז נישט מסתבר אז ער האט אפילו געוואלט עס זאל געבן דעם איינדרוק ווי זיי האבן פערזענליך גערעדט צו אים, ווייל ער שרייבט דאך תיכף דערנאך אז מוסייעף האט איבערגעגעבן פאר א עזרא קאסין, און נישט פאר אים. אויב איז "ווענדן מיר זיך" די איינציגע מאל וואו עס דארף צו משמע זיין אז זיי האבן אליין גערעדט, איז עס ניטאמאל פארפירעריש און מיינט קלאר וויאזוי דו האסט געזאגט. קאנטעקסט איז עווריטינג.

אויב אזוי איז רבו עלי חברי, צו איך אודאי צוריק פון מיין באשולדיגונג.
שרגא
[ציטאט אראפגענומען]

אויב אלע האבן אלץ געוואוסט אז דער כתר איז די מערסטע מוסמך און דער רמב"ם און אנדערע דערמאנען אויך דעם נאמען פון בן אשר צו ארויסברענגען ווי פארלעסליך דאס איז וויבאלד ער האט איז עס איבערגעאנגען אסאך מאל, איז מסתבר אז זיי האבן געוואוסט איבער זיין אידענטיטעט. וואלט ער נישט געהערט (אדער געקעירט) איבער די קראי רומער?

דאס איז טאקע איינע פון די טענות פון די וואס האלטן אז בן אשר איז נישט געווען קיין קראי.

נאך א טעות וואס דער שטערן שרייבער מאכט איז אז ער שרייבט אז די כתר ארם צובא איז די עלטסטע תנ"ך. דאס איז א טעות, ווייל דער לענינגראדער קאדעקס איז זיכער עלטער פון דעם כתר ארם צובא. און דאס איז אויב די כוונה פונעם שרייבער איז צו א "גאנצע" תנ"ך. אויב רעדט מען אבער פונעם תנ"ך בכלליות, איז דאך די די מגילות ים המלח ווי עס זענען געפונען געווארן חלקים פון יעדן איינציגסטען ספר פון די כ"ד ספרים (חוץ מגילת אסתר).

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:21 am

· #43851
[ציטאט אראפגענומען]

עפעס איז דא א חיליק מיט די סימנים "מתוך דרך הניקוד שלו הם מסיקים כי השקפתו של אהרן בן אשר היא השקפה הנעוצה בהלכה הקראית[דרושה הבהרה]" דא
איך נישט וואס עס מיינט אבער נישט דאס שטטיט דא?

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:25 am

· #43852
מיין גראסערי זאגט מיר די שטערן איז אראפ פין שעלף. מען האט עס אויפגעפיקט.
איז עס אזא ערענסטער טעות אז מען דארף עס ריקאלען?
וואלט נישט געווען געניג נעקסטע חודש צי שרייבן א תיקן טעות?

אוי טאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:07 pm

· #44086
נולד מאוחר
מיין גראסערי זאגט מיר די שטערן איז אראפ פין שעלף. מען האט עס אויפגעפיקט.
איז עס אזא ערענסטער טעות אז מען דארף עס ריקאלען?
וואלט נישט געווען געניג נעקסטע חודש צי שרייבן א תיקן טעות?


קוקט אויס זיי זוכן זיך נישט נאך צרות, ממילא יעדע מינדעסטע פראבלעם טוען זיי אלעס צו פארעכטן.

אוי טאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:08 pm

· #44087
אדער האט זייער השגחה דאס געהייסן טין.

לאדיך אפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 6:05 pm

· #44161
נולד מאוחר
מיין גראסערי זאגט מיר די שטערן איז אראפ פין שעלף. מען האט עס אויפגעפיקט.
איז עס אזא ערענסטער טעות אז מען דארף עס ריקאלען?
וואלט נישט געווען געניג נעקסטע חודש צי שרייבן א תיקן טעות?

ס'איז נישט אראפ פון שעלף וועגן די טעות, נאר וועגן די מעשה מיט שנעבאלג.

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:57 pm

· #47272
די שטערן פון תשרי איז שוין ארויסגעקומען.

הדד בן בדד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:29 am

· #47331
נו, וואס זעהט מען דארט? אינטערעסאנט, איך האב עס פריער, מיט א שעה צוויי צוריק געזוכט אין געשעפט און עס איז נאך נישט געווען.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:56 am

· #47791
תשרי תשע"ג
📎 Shtern_73.jpg

ונבנתה העיר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:01 pm

· #47886
זייער שיין - ווי אלעמאהל.

אזוי ווי איך פארשטיי אז זיי פראבירן צו שרייבן מיט זעלבסט רעספעקט און מיט וואס ווייניגער אגענדעס [גירסא דינקותא איז שווער אויסצורייסן], וויל איך נאר מעיר זיין אויף צוויי זאכן וואס איך האב באמערקט דורכבלעטערנדיג:

1) ווען מען שרייבט איבער אייכמאן ימ"ש, זיין ראלע אינעם קריג, וואו ער האט זיך באהאלטן, ווי אזוי מען האט איהם געכאפט, זיין משפט וכו', דארפן די פאר ווערטער אויפן דעקל נישט זיין איבער די אשכזי'שע ציונים וואס איז נישט אנגעגאנגען אויב איין תימן'ער וועט שטארבן.

2) אויף ר' שלמה קלוגער שרייבט מען נישט: חסיד: הרה"ק רבי ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע.

פעדער » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:08 pm

· #47960
א טעות אין דער שטערן.
עטליכע מאל געשריבן "דירת ארעי" אנשטאט "דירת עראי".
כ'פארשטיי מיר נישט. א שטיקל סוכה גמ' געדענקט ער נישט?

שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:15 pm

· #47963
פאראן מערערע טעותים דעם חודש. חוץ וואס די אויבערשטרעכלעך די לעצטע 2 חדשים סאקט.

פעדער » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:26 pm

· #47969
כ'האב מיך לעצטנס גענומען לייענען דער זמן, און ס'איז אסאך בעסער ווי דער שטערן, מ'קען זען ווי שמעון לאזט אויס אסאך אינטרעסאנטע דעטאלן כסדר ווייל אדער פאסט עס נישט פאר די אידישע אויסגאבע אדער וועט עס צולאנג זיין.

למעשה אבער איז דער זמן פיהל בעסער. צום ביישפיל. איך האב געלייענט דעם ארטיקל פון די פארדאנס, און דער אלקאטרעז אנטלויף, ביידע אסאך בעסער ווי אין, דער שטערן. און ס'איז פשוט אזוי וויבאלד דאס איז דאך דער מקור פון וואנעט שמעון נעמט עס. כ'זאג נישט! ס'פעלט טאקע שמעון'ס הומאר צווישן די שורות, נו וועט מען מוזן ביידע קויפן.

טראכט » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:42 pm

· #47971
ליינענדיג אין דער שטערן איבער דער תמנ'ער איד וואס האט געהאנגען אייכמאן ימ"ש, וואונדערט מיר פארוואס דער שטערן האט ספעציעל געדארפט אראפ פארן אום צו אינטערוויואירן, ווען זיי וואלטן געקענט נעמען די עקאראט די גאנצע געשיכטע מיט די בילדער פון די אינטערוויא וואס איז לעצטענס ערשינען אויפן אינטערנעט

לאדיך אפ » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:20 pm

· #48003
טראכט לינק פליז.
די מעשה מיט די הענגמען פון אייכמן איז שוין געווען אין משפחה, בקהילה און שעה טובה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8