"דער שטערן" מדי חודש בחודשו
376 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #931
יאפ, געקויפט געליינט און שטארק הנאה געהאט, אויך האבן זיי די חודש א רייכע קאווער סטארי איבער עמיצן עריק עריקסאן וואס האט פיין מסדר געווען די נאציס און אדאנק אים האבן די אליאירטע באמבאדירט אלע סינטעטישע אויל איינריכטונגען וואס דאס האט עווענטועל געמאכט די נאציס פארלירן די קריג (טייערע ר' שמעון איך גלייב אז די ליינסט די אשכול דא, ווענדן מיר זיך דא צו אייך, ביטע שרייבן יעדע חודש כאטשאיין ארטיקל פון די האלאקאוסט, עס איז דא א גאנצע נייע דור וואס דורשט צו ליינען אין וויסן דערוועגן, און בעצם איז א חוב פאר שרייבער צו שרייבן דערוועגן פשוט ס'זאל נישט פארגעסן ווערן די שרעקליכע רשעות וואס איז געטון געווארן צו אינזער פאלק.
תודה למפרע)
ער שרייבט אסאך דערוועגן. בפרט אין די גרעבערע ימים טובים אויסגאבעס. איך האב יעדן מאל באזונדער הנאה.
zurichקען עס איינער פליעז ארויפלייגן?
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21083">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21083</a>
אה, נתחדש ימינו כקדם!
איך האב זיך דערקוויקט דעם חודש מיט די שטערן, מיט גאר געשמאקע אינפארמאטיווע ארטיקלען, אבער בעיקר האב איך הנאה געהאט - איך ענזשוי דאס פון די מערסטע - ווי אזוי מען לייזט מיסטעריעזע געשיכטעס, ווי יעדער טאפט אין די פינצטער, און איין געניטער דעטעקטיוו נעמט זיך צו דער עבודה, גייט אדורך יעדן דעטאל, און זאכן הייבן זיך אן אויסצוקלארן.
הלואי זאל יעדע חודש זיין א אפטיילונג פאר אזעלכע געשיכטעס.
איך האב אויך שטארק הנאה געהאט פון דעם אינטערוויאו מיט טאם קאמינסקי, פון וועמען מיר הערן טאג-טעגליך די טרעפיק רעפארטס אויף 880 WCBS.
כה לחי!
טאם קאמינסקי טאקע וויכטיג אז אונזערע קינדער זאלן וויסן פון עם און פון ראדיא בכלל. כפארשטיי נישט פארוואס געוויסע רשעים האבן עס געאסערט
קאשוי רב זצ''ל איז געווען א שטארקע תמים נישט קיין רייש שיען עיין.
דער רב פון קאשוי האט ניש גע'אסר'ט דעם שטערן שפאקטיוו מאגאזין
גערעכט דארט איז מסתמא יא דא רשעים. כהאב געמיינט אז ער רעדט פומעם איסור אויף ראדיא.
דער (פינטעל) אידטאם קאמינסקי טאקע וויכטיג אז אונזערע קינדער זאלן וויסן פון עם און פון ראדיא בכלל. כפארשטיי נישט פארוואס געוויסע רשעים האבן עס געאסערט
הגם איך גלייך די ארטיקל וועיגן טאם קאמינצקי, און איך האב אים געהערט אויפן ראדיא ביז גוגל איז ארויסגעקימען מיט טרעפיק אויף גוגל מעפס, אבער דאך האב איך פארשטאנען אז עס איז נישט וויכטיג געוועין אז זיי זאלן אים באשרייבן, איז שוין טאקע מער נישט דא וואס צי שרייבן, און מען האלט שוין ביי א טרעפיק רעפארטער פון א העליקאפטער וואס האט געזעין א חופה פון א רבי, מיי גאש, פארוואס האבן זיי נישט קיין באשרייבונג פון דזשארזש עס פעטאן, אדער דאגלעס מעקארטאר, אדער אנדערע מלחמה העלדן, אדער עיב ליקאלן און אנדערע פרעזידענטן, עס פעילט וואס צי שרייבן, סיז א שאנדע, אבער איך גלייך זייער איך זאג נאר קאנסטראקטיוו קריטיק.
זעהסט דאך אז פאר מיר איז עס געווען גאר אינטרעסאנט און איך האב עס געליינט מיט שפאנונג.
איך האב עס אויך געליינט מיט שפאנינג, אבער ליידער איז דא פיל זאכן וואס איך האב שטארק הנאה צי ליינען אבער קינדער מיט קליינע מוחות זענען נאך נישט געניג רייף מבחין צי זיין, זה הכלל פאר א קינד וואס מען האקט אריין אז ער זאל נישט הערן קיין ראדיא, ברויך מען נישט געיבן צי ליינען קיין ארטיקלעך וואס עס הייבט ארויס ראדיא פיגורן, און איך כאשר אבדתי.
ווי נעמט מען נאך לייקס דיר צו לייקן פרישער פאר דיינע אויפריכטיגע ווערטער
פרישעראיך האב עס אויך געליינט מיט שפאנינג, אבער ליידער איז דא פיל זאכן וואס איך האב שטארק הנאה צי ליינען אבער קינדער מיט קליינע מוחות זענען נאך נישט געניג רייף מבחין צי זיין, זה הכלל פאר א קינד וואס מען האקט אריין אז ער זאל נישט הערן קיין ראדיא, ברויך מען נישט געיבן צי ליינען קיין ארטיקלעך וואס עס הייבט ארויס ראדיא פיגורן, און איך כאשר אבדתי.
וואספארא ראדיא רעדט מען דא? וואסעפעס האקט מען דאס אריין און קונדער? מהאט שוין נישט וואס ציטאן און האקן מיט די קונדער?
בשלמא קודם נחום האט מען נאך מורא געבאט אז די קינדער ווכלן וויסען אז סאיז דא אזא זאך ווי רעיפ. יעצט אבער לערנענט מען דאס לכתחלה מיט די קינדער.
אה מאוחר איז מאוחר, קיק איבער פון פריער וועסטו וויסן
ווער האקט אריין מיט די קינדער אז מען טאר נישט הערן קיין ראדיא? בפרט אז רוב טאטעס הערן עס - כסדר, - אדער צומאל - אין די קאר? און וואס האט באשרייבן א פיגור מיט אינדערסירן די פערזענליכקייט / אויסלערנען קינדער אים נאכצוטאן? פרעזידענט ווילסטו יא דיין קינד זאל זיין?
עס קוקט אויס אז פרישער פילט זיך א שרעקליכער "באם" מיטן הערן ראדיא, (אפשר אזוי האסטו אנגעהויבן דיין באמישע קאריערע אין ישיבה קטנה, מיט א טריפה'נע גע'אסר'טע טעיפ רעקארדער וואס האט געהאט ראדיא 🙂 ) און וויל פארהיטן זיינע קינדער פאר יעדן פרייז זיי זאלן אים נישט נאכטון, הגם אויף זיך האט ער שוין אויף געגעבן, כאשר אבדתי אבדתי...
דעת תורה , לאמיר דיר פרעגן קום צוריק 30 יאר ס'איז תשמ"ד און ס'קומט ארויס א אידישע היימישע קאלירטע מאגאזין און אלע געשעפטן אויפן פארנט שטייט "א אינטערווי מיט טאם קאמינסקי פון טשאפער 880" און זיכער אויך בילדער פון עם. וויאזוי וואלט דאס דורך געגאגנגען און פארוואס ?
קענסט עס אויך מאכן בלויז 20 יאר צוריק צו תשנ"ד
איך שפיר זיך זייער נידריג ווען איך הער רעדיא, עפסע פריקן לאטלי, יא די היינטיגע עדווערטייזמענט איז כמעט עקסקלוסייולי פאר ערעקטייל דיספאנקטשן, מיטן באוויסטן ניגון העוו מאר פאן אין...
ווען מען באשרייבט א פרעזידענט אדער א גענעראל, האט עס א היסטארישן פארטייטש, עס איז וויכטיג אז אינזערע קינדער זאלן וויסן אביסל היסטאריע, עס איז נישט טייטש אז ער ברויך איצט צילן צי אויסשטייגן א פרעזידענט, נאר גאר נערישע קינדער און טאטע'ס וועלן אזוי טראכטן, אבער טאם קאמינצקי, האט נישט קיין היסטארישער וויכטיקייט, נאר אז ער איז געוועין א גאר וויכטיגער טרעפיק אגענט, וואס אן אים וואלט אינזער לעיבן געוועין שטארק פארביטערט, און מיר קימען אים א גרויסן ישר כוח, אבער פארוואס איז עס וויכטיג פאר מיין צעין יעריגער אינגעל, ער זאל וויסן אלע איינצעלהייטען פון דעים בארימטן קאמינצקי פון טשאפער 880, ספאנסערד ביי מעקדאנעלד.
איך האב הנאה געהאט פון די איידיע דעם חודש צו באשרייבן אן אינטערעסאנטע מעשה וואס איז פארלאפן דאס יאר מיט איינעם וואס איז געבליבן לעבן נאכן זיין 60 שעה אונטערן וואסער. צו וואס טאר מען נאר באשרייבן אלטע מעשיות, נייע זאכן קענען אויך זיין אינטערעסאנט.
אגב באמערק איך אין די לעצטע חדשים אז די אינהאלט וואס שטייט פון אנפאנג איז עפעס זייער גרייזיג ווער ס'האט געשריבן וואס. למשל "מיין קוק ווינקל" שטייט ש. ראלניצקי, אין די צייט וואס ער האט עס שוין לאנג נישט געשריבן. די אונטער די וואסער מעשה און די פארזעצונג שטייט אויך אנדערע נעמען ביים מפתח ווי אינעווייניג.
איך וואלט קודם געליינט ה. מארש וואס שרייבט מער פליסיגער ווי ר.ש. כהן, וכדומה.
ברסלבעראיך וואלט קודם געליינט ה. מארש וואס שרייבט מער פליסיגער ווי ר.ש. כהן, וכדומה.
ביי מיר איז גראדע פארקערט, מארש איז דער איינציגער שרייבער וואס מאכט מיר נערוועז, סיי מיט זיין שפראך און בעיקר וואס 'ער' איז כסדר אינעם ארטיקל, מיט זיינע הרגשים און ווערטלעך וואס זענען אסאך מאל, במח”כ, קארני.
די אנדערע שטעלן ארויס די עצם ענין, עס קלאפט נישט יעדע מינוט אין פנים אז א בשר ודם איז געזיצן א וואך צוריק אין אפיס און מחדש געווען די צירופי אותיות.
דזשאסט מיי האמבל אפיניען.
.
ואס איז דע משוגעת פון זיך געבן צודרייטע פסעעוועדינם נעמען. אפשר מיינט זי מארס
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז שוין א חידוש. קומט אויס אז שמעון שרייבט די גאנצע שטערן מהחל ועד כלה (אויסער הרב לעווין)?
פארוואס זעה איך א חילוק אין די ארטיקלען פון די צוויי פענע-נעמען?
רבקין שרייבט נישט יעדע חודש, און מען קען זעהן קלאר אויף די ספעלינג אז עס איז א צווייטער.
אבער ווי עס האט מיר אויסגעזעהן איז דא א חילוק פון מארש ביז כהן. מארש'ס ארטיקלען זענען איין לאנגע המשך, געקניפט און געבינדען פונעם אנהויב ביזן אויסלאז. און כהנ'ס ארטיקלען זענען געווענליך געשטיקלט, יעדער שטיקל איז א ענין פאר זיך. זעהט אויס כ'האב געהאט א טעות.
בלייבט מיר צוויי ברירות, אדער איז ער בייפאולער אדער איך א בעל דמיון, און די ערשטע געפעלט מיר עפעס בעסער...
מען דארפן גרינדן שטודיעס אין ביקורת הכוכב.
לאך לאך, מיר וועלן נאך שטעלן די אקאדעמיקער צו שאנדע...
לקיים מה שנאמר פ'ניהם א'ל ק'לון...
ס'איז אזוי ווי מ'געט צוויי מיני סאודעס צו טרינקען פון קאוק און פון באר מים, ווען מען נישט וויסען קיין חילוק, נאר אז מ'זאגט אים פון פריער אז ס'איז צוויי וועט ער זיך מאכען פאר א מומחה.
דו זעלבע זאך דא מיט דו שרייבער'ס, צו יענער איז בעסער צו דער, ספעלינג אזוי צו אזוי, ליהוי ידוע, רבקין, מארש, ר. ש כהן. איז אלעס איין מענטש שמעון ראלינצקי, פון אנהייב ביזן סוף.
חוץ פון צומאל הרה"צ ר' יואל אשר לאבין שליט"א, און דעיס וואס ר' יואל אשר שרייבט איז ראלינצקי אויך דער מגיה, ממילא זאל מען זיך נישט איינרעדן דארט איז ספעלינג אזוי, און דארט שוואך, צו דער שרייבער איז בעסער, ס'איז א יון מען בענד דו גאנצע מעשה מיט איין מגיה, חוץ דעס וואס הרב יואל אשר שיחי' שרייבט. און ווארפט אוועק אלע אייערע שפעקילאציעס.
יאך פארשטיי נישט די מערכה קעגן דען שטערן
מיט אסר'ן אלעס קומט מען אן קיין הנעלאלא
דער איד שרייבט די זעלבע סחורה, אבער דאס איז מותר ווייל...
דאס איז ווייל דער שטערן שניידט אין די סעילס פון כל העולם כולו.
כל העולם כולו תחת כוכב אחד הוא יושב...
בערל_פרוכטבייסעריאך פארשטיי נישט די מערכה קעגן דען שטערן
מיט אסר'ן אלעס קומט מען אן קיין הנעלאלא
דער איד שרייבט די זעלבע סחורה, אבער דאס איז מותר ווייל...
ווייל ערשטענס שרייבן זיי נישט ממש דאס זעלבע, און צווייטענס דאס וואס זיי שרייבן יא איז א צענטעל פון זייער חומר און ס'ווערט בטל, אביסל צימעס קען מען פארדייען. ווער-עז דער שטערן באשטייט פון נאר און בלויז דאס. דער נפק"מ איז גאר פארשטענדליך.
בערל_פרוכטבייסעריאך פארשטיי נישט די מערכה קעגן דען שטערן
כבר הלכו בו הנמושות.
<a class="postlink" href="/post/339">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=339</a>
ענטפער צום זאך!
זיי שרייבען די זעלבע!
לגבי די פוינט פון שרייבן א צענטל פון דיסחורה, איז אזוי: איז די "סארט סחורה" אסור?; אויב יא, דעמאלט'ס איז אביסל און אפילו א טראפ דערפון אויך אסור!
אויב איז די "סארט סחורה" נישט אסור דעמאלטס מעג מען ליינען דערפון א סאך אויך!
(לויט דיינע ווערטער האב איך א שאלה: אויב לאמיר זאגן איינער האט 6 נומערן פון "דער איד" אינדערהיים, איז עס אסור לכאורה, ווייל צווישן די פאר נומערן, קען מען ליינען א סאך פון די סחורה.....
אדער אפשר איז נישט אסור ווייל אין איסור חל על איסור)
איז צוקער נישט געזונט? אויב יא איז אפילו א טיי לעפל צוקער אין קאווע אויך נישט גוט!
אויב איז צוקער יא געזונט מעג איך עסן א גאלאן צוקער יעדע צוויי שעה!
(לויט דיינע ווערטער האב איך א שאלה: אויב לאמיר זאגן איינער האט 6 גלעזלעך קאווע אינדערהיים, איז עס לכאורה נישט געזונט ווייל צווישן די פאר קאוועס קען מען טרונקן אסאך טיי לעפלעך צוקער...
אדער אפשר איז נישט אסור ווייל אין איסור חל על התאחדות הכשר)
ישמעאל. ווי ביסטו מדמה די צוויי זאכען?
דא, האנדעל'ט זיך עס פון א איסור אין א דבר רוחני. למשל לשון הרע איז אסור אפילו א טראפ, אזוי אויך ווען די גנב'עסט אפילו א פעני ביסטו עובר די זעלבע איסור ווי איינער וואס גנב'עט א מיליאן דאללער, און די קענסט דערויף מגולגול ווערן נאכאמאהל
משא"כ א זאך וואס איז נוגע דעם גוף-גשמיות איז אינגאנצען אנדערש.
והיבין מבין, וד"ל, דו"ק ותשכ"ח ועוד..
דו ביזט גאנץ א שוואכע וד"ל'ער. קיינער זאגט נישט אז מ'רעדט דא פון א איסור דומה צו לשון הרע. וד"ל
האט נאך איינער באמערקט אז דער שטערן האט געמאכט בודזשעט קאטס? אנשטאט די געווענטליכע פיר ארטיקלען פלוס דער פארזעצונג, האט ער דעם חודש נאר דריי ארטיקלען מיט דער פארזעצונג.
זאל ער כאטש שניידן א פיפטל פונעם פרייז. דאס טוט ער נישט.
ישמעאל הכהןדו ביזט גאנץ א שוואכע וד"ל'ער. קיינער זאגט נישט אז מ'רעדט דא פון א איסור דומה צו לשון הרע. וד"ל
בקיצור המעשה ואריכות העבודא.
האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבען! דער עיקר פוינט איז נישטגעוועהן די לשון אדער די גנב'ענען, דאס האב סתם גענוצט אלטס משלים, די פונט איז אז אן איסור, איז אייביג אסור, אפילו אטראפ, אויב אין שטערן שטייט א זאך וואס איז אסור (וויילמען איז מחשיב גויים, וויי די רע-בנים שרייבן), טאר מען נישט האבן דערפון א טראפ אויך נישט, ממילא טאר "דער איד" אויך נישט שרייבען אזעלכע זאכן!
איז אויב "דער איד" מעג אביסל, מעג "דער שטערן" אויך אסאך.
פוינט, בלענק, פינטל, שפיץ, נקודה!
(אויסער אז די וועסט מיר זאגן אז דאס גייט אויך אריין אינ'עם כלל פון הא לן והא להו)
ישמעאל הכהןבערל_פרוכטבייסעריאך פארשטיי נישט די מערכה קעגן דען שטערן
מיט אסר'ן אלעס קומט מען אן קיין הנעלאלא
דער איד שרייבט די זעלבע סחורה, אבער דאס איז מותר ווייל...
ווייל ערשטענס שרייבן זיי נישט ממש דאס זעלבע, און צווייטענס דאס וואס זיי שרייבן יא איז א צענטעל פון זייער חומר און ס'ווערט בטל, אביסל צימעס קען מען פארדייען. ווער-עז דער שטערן באשטייט פון נאר און בלויז דאס. דער נפק"מ איז גאר פארשטענדליך.
און יעדער וואס ליינט ביידע פארשטייט דאס אן א וד"ל. א קליינער חכם פארשטייט דאס אויך. סיי שרייבן זיי נישט ממש "דאס" זעלבע, סיי "וויאזוי" ס'ווערט געשריבן.
אליצפןהאט נאך איינער באמערקט אז דער שטערן האט געמאכט בודזשעט קאטס? אנשטאט די געווענטליכע פיר ארטיקלען פלוס דער פארזעצונג, האט ער דעם חודש נאר דריי ארטיקלען מיט דער פארזעצונג.
זאל ער כאטש שניידן א פיפטל פונעם פרייז. דאס טוט ער נישט.
וואלט עס דאך נישט געווען א באדזשעט קאט.
עס איז נישט אמת, ביידע שרייבן די זעלבע וועג, ביידע פרובירן צו דראמאט'יזירן די ארטיקלען, און ביידע זענען פונקט אזוי מחשיב דעם גוי, סאו קאט אאוט דע בי. עס.
זייער ברוגז די חודש
איך פלעג קויפען כמעט יעדע חודש די שטערן
איך האלט אז די קינדער מעגען וויסען וואס טיט זיך אויסער די ד' אמות
כאטש זיי האבען מיר שוין אויפגערעגט כמה וכמה פעמים, אבער וואס האבען מיר עפעס בעסערס? דער בלאט און דער איד? די צייטונג? רעגען מיר אויף אסאך מער מיט זייער נערישקייטען, די מעלות איז סתם קאשוי'דיג פארגרעבט, דער בליץ איז סתם א פראבע פון א קאפי פון דער שטערן, היוצא לנו, נישטא עפעס בעסערס.
אבער די חודש האט ער איבערגעטריבען מיטען שרייבען די טראמא באשרייבינג פון "סקאנדאליעזע אפעראציעס וואס דאס מיליטער האט דורכגפירט אויף וועטעראנען"
איך האלט אז קינדער קענען האבען שרעקליכע קאשמארען פון אזא סארט באשרייבינג זייער איבערגעטריבען
איך האלט אז עס איז געקימען די צייט אז שמעון ראלינקצי זאל זיין אביסעלע מער פארזיכטיג וואס ער שרייבט חכמים הזהרו בדבריכם
און עס איז שוין צייט פאר א אויסגאבע וואס איז נישט סאטמאר געשטימט און נישט אזוי "קעגען די סיסטעם" געשטימט
עפעס נארמייל רוהיג און תוכנ'דיג
דער שטערן די חודש האט היפש אסאך גרייזן
גראדע האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן שרייבן אזעלכע בארבארישע דעטאלן אין די ארטיקל פון די וועטעראנען. מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס.
אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
ברסלבערגראדע האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן שרייבן אזעלכע בארבארישע דעטאלן אין די ארטיקל פון די וועטעראנען. מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס.
אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
מיר ערקוואקסענע יונגעלייט האבען די קאווע שטיבעל און פאר די יחידי סגולה איז דא די מאחורי סא ממש א שאד אויף די געלט און הארעוואניע פון ראביי לאבין-ראלינצקי
פאר א טשעינדש איז ער די חודש ארויסגעקומען אין צייט, כל הכבוד
פיקטשערס פון בלוטיגע קערפער
אפילו פאר טאטעס איז עס טו מאטש
דו האסט דאך א נגיעה
כ'האב געזען אין געשעפט דעם ארטיקל איבער נאטורליכע מיסטעריעס. כ'האב עס נישט געליינט, אבער אזעלכע ארטיקלן קענען אפט זיין גאר גרייזיג כדי לרבות התמוה. כ'בין נייגעריג צו דא איז אויך אזוי, איינער האט געליינט און קען קאמענטירן?
ברסלבערמיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס.
אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
ועוד, מען דארף קענען דעם שונא.
יידלכ'האב געזען אין געשעפט דעם ארטיקל איבער נאטורליכע מיסטעריעס. כ'האב עס נישט געליינט, אבער אזעלכע ארטיקלן קענען אפט זיין גאר גרייזיג כדי לרבות התמוה. כ'בין נייגעריג צו דא איז אויך אזוי, איינער האט געליינט און קען קאמענטירן?
גראדע פון דעם ארטיקל האב איך הנאה געהאט, ס'איז זייער אינטערעסאנט