☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער שטערן" מדי חודש בחודשו

"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

376 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #931
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

אבי גערעדט » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:37 am

· #3417
"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

גדעון » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:48 am

· #3422
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
הייסט עס אז דער קול קורא האט יא געארבייט, דער ניסן -שטערן זעהט אויס ווי דער גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צום סדר - פיינע אידישע ארטיקלען, איך האף נור אז אינעווייניג איז אויך אזוי אידישלאך אוואו אינדערויסן

איך בין זיכער אז אויב די שטערן וועט ווייטער באשרייבן אזאלעכע אידן ווי ר יואל קאהן אנשטאט קריס גארדנער, וועלן די רבנים אראפנעמען דער איסור,

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:55 am

· #3423
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
גדעון
הייסט עס אז דער קול קורא האט יא געארבייט, דער ניסן -שטערן זעהט אויס ווי דער גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צום סדר - פיינע אידישע ארטיקלען, איך האף נור אז אינעווייניג איז אויך אזוי אידישלאך אוואו אינדערויסן

יא, סעפטעמבער 11 האט אויך געארבעט, קוק ווי TSA קוקט דורך אלע פאסאז'ירן אין עירפארט.

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:11 am

· #3429
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
ווער סקען דו טעראריסטען זאל נישט זיין סופרייסד אז זיי וועלען ארויסריקען א הכחשה/מחאה/צוריקציען פון הרב קאהן
אויב ער וועט נישט וועלען וועלען זיי עס ארויסגעבען אליינס אין זיין נאמען

סטעי טונד

איך האף נאר אז דע רוצחים מנובלים וועלען שנעל איינזעהן אז זייער מערכה איז מיס דורכגעפאלען אין אויפגעבען דעם קאמף

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:16 pm

· #3461
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
קרעקער
ווער סקען דו טעראריסטען זאל נישט זיין סופרייסד אז זיי וועלען ארויסריקען א הכחשה/מחאה/צוריקציען פון הרב קאהן
אויב ער וועט נישט וועלען וועלען זיי עס ארויסגעבען אליינס אין זיין נאמען

סטעי טונד

איך האף נאר אז דע רוצחים מנובלים וועלען שנעל איינזעהן אז זייער מערכה איז מיס דורכגעפאלען אין אויפגעבען דעם קאמף

רוצחים? מנובלים? פון ווי קומט דער שפראך? מילא דו רופסט זיי שקצים, גנבים, טעראריסטן וכדו' נו, פארשטיי איך, דו האלטסט אז וואס זיי טוען איז נישט אויסגעהאלטן. אבער רוצחים מנובלים?! וועם האבן זיי גערצחט? פארוואס זענען זיי מנובלים? רעב איד, איר דארט אביסל נידערן אייער אינפלעמעטארי שפראך.

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:03 pm

· #3481
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
אינעם נייעם שטערן האבן זיי די חודש אריינגעלייגט א נייעם קאלום מיטן נאמען "א בליק איבער תורה ריזן", געשריבן דורכן באקאנטען טאלאנטפולער שרייבער הרב אשר לעווין. אין די אריינפיר שרייבט ער כהאי לישנא "מיר האבן - בעצתם ובהוראתם פון די גדולי ההוראה שליט"א וועלכע האלטן אן עינא פקיחא איבער "דער שטערן" - געעפנט אט דעם קאלום". די חודש ווערט באשריבען דער ראגאטשאווער גאון. א גאוואלדיגער ארבייט, ס'האט זיך געלוינט צו קויפן דעם שטערן נאר פאר דעם אליין.

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:21 pm

· #3493
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
ווואס? איי דאנט בעליוו איט.
די שטערן האט אנגעהויבן א סיפורי צדיקים קאלום?
זיי ווערן אזוי ווי עונג שבת - אידישע ליכט
סאו האבן די רבנים יא געפויעלט

אבי גערעדט » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:27 pm

· #3510
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
דער שטערן חודש ניסן א פראכט פון א מאגאזין, 180 זייטן פיל מיט רייכע אינטערעסאנטע ארטיקלען

לאדיך אפ » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:42 pm

· #3511
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
אדווערטייזמענט אין בלאט פאר דער שטערן:

הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 9:26 pm

· #3517
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
עסן עסט'זיך
ווואס? איי דאנט בעליוו איט.
די שטערן האט אנגעהויבן א סיפורי צדיקים קאלום?
זיי ווערן אזוי ווי עונג שבת - אידישע ליכט
סאו האבן די רבנים יא געפויעלט

ווער? די רבנים האבן גע'פועל'ט? א פייג, די בעלי בתים האבן גע'פועל'ט. דער שטערן האט שוין פיל מאל געשריבן אויף אירע בלעטער אז זיי זענען גרייט צו הערן דעם דעת תורה פון סיי וועלכען תורה אויטאריטעט, כאטש זיי האבן אייגענע רבנים. אבער די פאלשע רבנים האבן נישט געוואלט זאגן וואס צו טוישן, ווייל עס איז מער צו שפילן גדול הדור און הענגען אויף איסורים אין די גאסן. דאס האבן די בעלי בתים אליינס געטאן, און די קרעדיט קומט זיך אינגאנצן פאר זיי, אזוי ווי פאר אלע אנדערע שיינע זאכן וואס זיי האבן געטון במשך די יארן.

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:22 pm

· #3525
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
טאקע א פלא וואו חייקל אלצווייסער איז פארשוואונדען. דער חייקל איז דאך ריזיג! דער מלך פון אידישע טריווי, מלפניו לא היה כמוהו. על פי רוב איז עס דער ערשטער קאלום וואס כ'ליין און דאס איז איינע פון די ארטיקלן וועלכע מאכט מיך קויפן די שטערן יעדער חודש. אויב איז טאקע חייקל אוועק וועגן די רבנים איז דאס א געפערליכן פראסק פאר די שטערן.

לגבי די תורה ריזן רובריק - ווי קופערניקוס האט שוין געשריבן - דאס איז נישט סתם סיפורי צדיקים בעלמא און צו פארגלייכן דאס צו עונג שבת איז לעכערליך. ווער ס'קען אשר לעווין דארך וויסן צו ערווארטן גוטס. דאס איז א מייסטערהאפטיג שטיקל וועלכע כ'האב געליינט די ערשטע (גלייך נאכן זען אז חייקל'ס קאלום איז נישטא...) ס'איז ממש מעז יצא מתוק אז אינז האבן זוכה געווען צו אזא אינהאלטסרייכפולע קאלום בזכות די סאמעטוכע.

שרגא » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:30 pm

· #3531
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
יעצט געקויפט. קוקט אויס א הערליכע ארבעט.
זיי האבן עפעס א מודעה אז געוויסע אנשי בלי שם פירן א העפטיגן טעראר קאמפיין און זיי בעטן די קונדן זאלן קלאר מאכן פאר די גראסעריס אז מען מאכט די פסח ארדער טאקע וויבאלד זיי פארקויפן יא דעם שטערן.
קען עס איינער אריינסקענען? קוקט אויס ווי עס זענען יא דא גראסעריס וואס נעמען עס נישט אריין.

מוראדיג » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:36 pm

· #3533
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב

איך האלט נישט פון קיינעם אוועקמאכן, אבער קוקט דעם חילוק צווישן איינעם וואס קומט מיט אויסגעדראשענע סחורה וואס יעדע איינציגע אויסגאבע האט שוין געהאט, און דאס נאך לכבוד דעם שטערקסטן אישו פון יאר, פסח, קעגן דעם דיקן שטערן מיט אריגינעלע סחורה. אט פארשטייט איר שוין יעצט דעם טעם האיסור... "נישט גוט; ס'צו אינטערעסאנט צו ליינען."

אךשמח » פרייטאג מערץ 30, 2012 1:22 am

· #3551
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
חייקל איז נאר דעם מאנאט ארויסגעבליבן. ער איז פארנומען מיטן אריינברענגען דעם פסח, און נאך יו"ט איז ער דא צוריק מיטן גאנצן לבוש.

שמואל הלוי » פרייטאג מערץ 30, 2012 8:47 am

· #3565
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
[ציטאט אראפגענומען]

אולי איז 'אך שמח' חייקל'ס ברודער'ס ברודער, ודו"ק כי קצרתי.

שרגא » פרייטאג מערץ 30, 2012 11:19 am

· #3578
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג, אין א פסח אישו וואלט דער הערליכער און אינפארמאטיווער חייקל קאלום געדארפט זיין צוויי מאל אזוי לאנג (כ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס פסח מיט די פיר קשיות איז דאך זיין אושפיזא, "חייקל לעבן, כ'וויל דיך פיר קשיות פרעגן").

אךשמח » פרייטאג מערץ 30, 2012 11:23 am

· #3579
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
איך האב אנגערופן ר' שמעונ'ן אליינס זיך אינטערעסירן פארוואס דער אלעמען באליבטער חייקל איז נעלם געווארן, האט ער מיר געזאגט אז 'קיינער' האט נישט קיין פראבלעם מיט אים, נאר ער איז פשוט אנגעקומען פארסאפעטערהייט און ס'געווען א מאנגל אין פלאץ, און חייקל איז בטבע א ווייכער און זיך נישט אריינגעשטיפט און וועט זיין די ערשטע ביים קומענדיגן וואגאן. ער האט צוגעלייגט אז ער האט געכאפט איבערן קאפ פארן איבערלאזן אזא טייערע איד, און וועט זיכער מאכן אים צו געבן דעם ריכטיגן כבוד וואס אים קומט.

שמואל, איך האב נישט געוואוסט אז חייקל האט א ברודער... אפשר לייגט מען אים אריין אינעם שטערן'ס צווילינג, דער שפאקטיוו?

דארפסט נישט מקצר זיין...

יידל » פרייטאג מערץ 30, 2012 11:34 am

· #3584
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
אדער אפשר גאר קען חייקל'ס ברודער קומען צו אונז אין שטיבל, מיר וועלן זיכער האבן נוצן פון אים...

קול גדול » פרייטאג מערץ 30, 2012 9:02 pm

· #3632
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
ס'איז אלץ די זעלבע מעשיות יאר נאך יאר, אלעס איז שוין געשריבן געווארן, וועגן די שטארקע צענזור וואס הערשט אויף די אלע צייטשריפטן איז נישטא גענוג וואס צו שרייבן, דערפאר מוזן זיי מאכן חזרה און .איבערשרייבן אלטע ארטיקלען צומאל אביסעל געטוישט.

הניק שלי » מוצ"ש מערץ 31, 2012 11:01 pm

· #3650
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
דוכגעליינט דעם שטערן. זעהט אויס ער האט געמאכט א פיינד ענד ריפלעיס אין דעם ארטיקל איבער לעא פראנק אויף דעם ווארט לייב צו לייבל.
ס'שטייט איבעראל דארט 'גלייבל' אנשטאט 'גלייב'. 'געגלייבלט' וכו'.. ס'האט מיר זייער נערוועז געמאכט. ווי אויך איז דא גאנץ אסאך מיסטעיקס דארט דעם חודש.

דעינעש » זונטאג אפריל 1, 2012 12:35 am

· #3654
מוראדיג
איך האלט נישט פון קיינעם אוועקמאכן, אבער קוקט דעם חילוק צווישן איינעם וואס קומט מיט אויסגעדראשענע סחורה וואס יעדע איינציגע אויסגאבע האט שוין געהאט, און דאס נאך לכבוד דעם שטערקסטן אישו פון יאר, פסח, קעגן דעם דיקן שטערן מיט אריגינעלע סחורה. אט פארשטייט איר שוין יעצט דעם טעם האיסור... "נישט גוט; ס'צו אינטערעסאנט צו ליינען."

הניק שלי
דוכגעליינט דעם שטערן. זעהט אויס ער האט געמאכט א פיינד ענד ריפלעיס אין דעם ארטיקל איבער לעא פראנק אויף דעם ווארט לייב צו לייבל.
ס'שטייט איבעראל דארט 'גלייבל' אנשטאט 'גלייב'. 'געגלייבלט' וכו'.. ס'האט מיר זייער נערוועז געמאכט. ווי אויך איז דא גאנץ אסאך מיסטעיקס דארט דעם חודש.

וואס פארשטייט איר נישט, דער איז ביזי יענעם אריינצודרייען און זיך ארויסצודרייען, וחוזר חלילה...

אךשמח » זונטאג אפריל 1, 2012 3:13 am

· #3672
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
פארוואס האלט מען נישט די זעלבע נושא אין איין אשכול?

פארוואס געבן איבריג ארבעט פאר די מנהלים?

אז איינער האט דא ארויפגעשטעלט אן אשכול איבער דעם חודשליכן שטערן, פארוואס זאל מען צוריקקריכן צום אזוי אויסגעדראשענעם דעבאטע וואס מען האט די זעלבע שוין דעבאטירט אין יענעם אשכול?

עסן עסט'זיך » זונטאג אפריל 1, 2012 9:34 pm

· #3718
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
יא דער שטערן איז גאר גילונגען, איינס ביי איינס יעדע ארטיקל איז א מעסטער פיס. די ארטיקל איבער די ראגאטשאבער איז מעסיוו, אודה ולו אבוש כהאב ניטש פארשטאנען גרינטליך אלעס, הרב לעווין פרויבירט מסביר צו זיין פאר עמך אידן הויעכע מושגים און דרך הלימוד'ס, אבער איך האב רוב דערפון זייער הנאה געהאט.
אפשר זאלן די רבנים אסרן אויך די איד און בלאט וועט אנהייבן קומען דארטן עפעס לייטישע ארטיקלעך פאר א טשעינדזש

אוהב דעת » דינסטאג אפריל 3, 2012 11:17 am

· #3888
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
יידל
אינעם נייעם שטערן האבן זיי די חודש אריינגעלייגט א נייעם קאלום מיטן נאמען "א בליק איבער תורה ריזן", געשריבן דורכן באקאנטען טאלאנטפולער שרייבער הרב אשר לעווין. אין די אריינפיר שרייבט ער כהאי לישנא "מיר האבן - בעצתם ובהוראתם פון די גדולי ההוראה שליט"א וועלכע האלטן אן עינא פקיחא איבער "דער שטערן" - געעפנט אט דעם קאלום". די חודש ווערט באשריבען דער ראגאטשאווער גאון. א גאוואלדיגער ארבייט, ס'האט זיך געלוינט צו קויפן דעם שטערן נאר פאר דעם אליין.

איז עס נישט פין אישים ושיטת פין ש. י. זון?

ידען » דינסטאג אפריל 3, 2012 12:02 pm

· #3892
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
אוהב דעת

וואס?

אוהב דעת » דינסטאג אפריל 3, 2012 12:10 pm

· #3894
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
ידען

ממש די גשנצע ארטיקל וואס הרב לעווין האט געשריבען וועגן די ראגאטשאווער ?

יידל » דינסטאג אפריל 3, 2012 12:15 pm

· #3895

איך בין זיכער אז זוין איז געווען א מקור חשוב פאר דעם ארטיקל, ער האט אבער אינפארמאציע דארט וועלכע שטייט נישט אין זוין.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 3, 2012 3:39 pm

· #3916
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
ער דערמאנט איך דאך דארט אין דעם ארטיקל, ער זאגט נאך זאכן בשמו.

יידל » דינסטאג אפריל 3, 2012 11:00 pm

· #3963
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב גראדע נישט באמערקט אז הרב לעווין זאל זיין דערקעגן. איך זע נישט ווי איר לערנט אריין אין "הגאון רבי שלמה יוסף זעווין מגדולי חסידי חב"ד" - "א דיפלאמאטישע טיטול פאר א מזרחיסטישער רב און עורך אין מוסד רב קוק". איך זע דערין א כבוד הראוי, א נארמאלע טיטעל וואס קומט זיך נאך פאר הרב זעווין, אפגעזען פון זיינע פאליטישע אנשויאינגען. אזוי אויך, די חידוש פון שומע כעונה קומט דוכט זיך פון אישים ושיטות. אזוי צו אזוי, ווי געזאגטף פארמאגט דער ארטיקל אסאך חומר וואס איז נישט פארהאן אין אישים ושיטות, און איז א געלונגען שטיקל (נאר איין זאל וואס ס'מיר נישט געפאלן - ס'דא צופיל סופערלאטיוון אינעם ארטיקל, ואכמ"ל).

שרגא » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:45 am

· #3991

יידל, ברענג מיר איין היינטיגע ארטיקל געשריבן אין אידיש אן קיין סופערלאטיוון... עס איז פשוט געווארן א משוגעת (אפשר ווייל אסאך קענען זיך קוים אויסדרוקן און ארויסברענגען זייערע געדאנקען מיט אריגינעלע געדאנקען און קלארע ווערטער, וואס למעשה איז דאך אונזער היימישע ווערטער-אוצר היפש א מאגערע און באגרעניצטע, דעריבער שטופט מען כאטש אריין ווי נאר מעגליך די "אבנארמאלסטע" ווערטער און גיזי-גוזמאות (ניין, ס'נישט קיין ווארט...) כדי דער ליינער זאל גענוג באגרייפן ווי ווייט ערנסט און שטארק ער וואלט דא געוואלט ארויסברענגען דעם געדאנק.
נאר אגב מוז איך מודה זיין אז דער לעווין איז גראדע ממש פון די איינציגע נישט אין דעם קאטעגאריע און ער האט א פליסיגן און שעפערישן פעדער וואס איז פשוט נישט בנמצא צווישן היינטיגע אידישע שרייבער.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 10:03 am

· #4082
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
עפעס האב איך געהערט אמאל דערציילן, לויטעט עס אזוי - איינשטיין וואס זיינע האר להבדיל לויפן אויך אויף א ענדליכן סטייל ווי דעם גאון וק', האט געהערט פון דעם ראגעטשאווער האט ער אויסגעדריקט חשק זיך צו טרעפן מיט אים . און אזוי איז טאקע געווען, זאגט מען אז דער ראגעטשאווער האט נאך זיין באזוך געזאגט פאר זיינע מקורבים אז ער - זיך זעלבסט, איז עפעס 26 מאל גרעסער ווי דעם פרייען סייענטיסט-פראפ. עמיצער ווייסט דערפון.? און וואס איך בין נייגעריג איז וואס דער איינשטיין האט געזאגט איבער אים. ווייל דאס אז די ראגעטשאווער פאקט אים איין 2 מאל 13 אין זיין בעק-פאקעט, איז מיר נישט קיין חידוש, און דאס אז דער ראגעטשאווער האט עס אויף זיך געזאגט איז אויך פארשטענדליך וועלענדיג ווייזן פאר אלע די כח התורה וואס שלינגט איין דעם געצנדינער מיט'ן ולא נודע.....אבער וואס דער פארריסענער צושטרויבלטער איינשטיין האט ארויסגעבאמבלט , ווארשיינליך מיט הכנעה צום ראגעטשאווער . דאס ציהט מיר צו וויסן

אבי גערעדט » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:26 am

· #7921
דער שטערן אייר תשע"ב
דער שטערן פון חודש אייר וועט זיין היינט אווענט אין די געשעפטן, כמעשהו בחודש ניסן, כך באייר, א הערליכע רייכע אויסגאבע וואס האט זיך באמת נישט פון וועם צו שעמען, איך לייג ארויף די אנאנס אין דער בלאט, ווער עס האט די אריגינעלע איז מכובד עס ארויפצולייגן
📎 IMAG0524-1.jpg

ל.רוזן » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:35 am

· #7923
Re: דער שטערן אייר תשע"ב
ב"ה i cant wait to buy it

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 8:24 pm

· #8128
Re: דער שטערן אייר תשע"ב
נו איינער האט שוין אן אפדיעט אוף די נייע שטערן? זאל איינר שרייבן אז מען זאל וויסן וואס די נייע שטערן איז און אויך אז גדעון און אנדערע לוחמים מלחמת הק ' קעגן די שטערן זאלן נישט דארפן ניכשל ווערן און דאך וויסן וואס שטייט דארט

ברוין » זונטאג אפריל 29, 2012 12:16 am

· #8362
Re: דער שטערן אייר תשע"ב
די מערכה האט אזויפיל אויפגעטון אז קיין סך טאיז נישטא צו ליינען דארט. יעצט איז ער צווישן האמער און נאגל נישט אידיש און נישט גוי'איש.

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 1:48 am

· #8391
Re: דער שטערן אייר תשע"ב
זייער גוט ארויסגעברענגט. To the point

אויף עמעזאן געבן זיי בעסערע deals?

Time קען מען באקומען אסאך מאל פאר משוגענע ביליגע פרייזן.

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 2:08 am

· #8401
Re: דער שטערן אייר תשע"ב
Time is a weekly mag

Ng is monthly

אךשמח » מיטוואך מאי 23, 2012 11:17 pm

· #14671
דער שטערן - סיון תשע"ב
קוים איז דער שפאקטיוו ערשינען אויף די פאליצעס און מען האט נאכנישט געהעריג עספיעט איר צו ליינען, און שוין איז דער שטערן דא מיט איר פראכט.

אי"ה מארגן דאנערשטאג וועט דער נייער שטערן פון חודש סיון ערשיינען בהדרו.

די געטרייע ליינער האבן שוין באמערקט אז דער חשובער עורך איז צוריק אין די 'פעדערן' און האט געגעבן פיינע סחורה אינעם פאריגן אויסגאבע. עס איז צו ערווארטן די זעלבע און נאך מער ביים נייעם שטערן.

ליידער איז מיר די צייט געווען זייער אנגעשטרענגט און טראצדעם וואס איך האב אייך צוגעזאגט אראפצוגעבן אן אנאליז אויפן שפאקטיוו, בין איך נישט אנגעקומען דערצו, דעריבער נעם איך זיך מער נישט אונטער.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:35 am

· #14711
א פיקטשער פין די דעקיל האט איינער?

זר זהב » מיטוואך יוני 6, 2012 11:45 pm

· #16526
אינעם שפאקטיוו פון סיון איז דא באשרייבונג פון קאנסענטרעשן קעמפס אין אמעריקע וואו מ'האט געהאלטן יאפאנעז'ן

איך דענק כמעט זיכער אז ס'איז שוין געווען באשריבן אין די לעצע 10 יאר אינעם שטערן.

גדעון » מיטוואך יוני 6, 2012 11:58 pm

· #16530
עונג שבת - בהעלותך תשע"ב
און אנדערע נייעס איז שוין ענדליך נאכן הויעך-שטאפעלנדע ערווארטונגען ערשינען דעם אינהאלטסרייכע "עונג שבת" מיטן גאנצן פראכט,
קוים געענדיגט פארפראווענען די רעסעפי פון די פארגאנגענע וואך, און שוין איז דא אין די פאסט קעסטלעך דער פרישע עונג שבת מיט רייכע פארזעצונגען און דעם אלעמען באליבטע אפטיילונג "עס קען אייך צוניץ קומען"

איבער דעם עונג שבת פונעם קומענדיגע וואך ליינט אין א באזינדערע אשכול דעם קומענדיגע וואך.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 7, 2012 12:08 am

· #16533
איך קויפ נישט דעם שפאקטיוו, נאר עס געזען אין געשעפט די קאווער

אךשמח » זונטאג יוני 24, 2012 1:40 am

· #19455
דער שטערן - תמוז תשע"ב
דער שטערן איז שוין דא אין די געשעפטן און ווי תמיד איז עס פול מיט גאר געשמאקע און אינטערעסאנטע ארטיקלען.

דעם דעקל האף איך וועט באלד ווערן ארויפגעלייגט דא.

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 1:44 am

· #19457
אךשמח
דער שטערן איז שוין דא אין די געשעפטן און ווי תמיד איז עס פול מיט גאר געשמאקע און אינטערעסאנטע ארטיקלען.

דעם דעקל האף איך וועט באלד ווערן ארויפגעלייגט דא.

אך, ס'זעהט מיר אויס ווי דו ביזט גאר אן איינגעשטעלטער אינעם שטערן, נו אויב אזוי אפשר שרייבסטע עפעס וואס דו ווייסט דא
.....

טאמבל סאס » זונטאג יוני 24, 2012 2:26 am

· #19465
זר זהב
אךשמח
דער שטערן איז שוין דא אין די געשעפטן און ווי תמיד איז עס פול מיט גאר געשמאקע און אינטערעסאנטע ארטיקלען.

דעם דעקל האף איך וועט באלד ווערן ארויפגעלייגט דא.

אך, ס'זעהט מיר אויס ווי דו ביזט גאר אן איינגעשטעלטער אינעם שטערן, נו אויב אזוי אפשר שרייבסטע עפעס וואס דו ווייסט דא
.....

אךשמח » זונטאג יוני 24, 2012 11:53 am

· #19513
וואס מאכט דיר טראכטן איך בין איינגעשטעלט דארט?

זאג, אויב דו גייסט יעצט נעמען מיין אינפא און עס ארויפלייגן ערגעץ אנדערש, ווערסטו מיט דעם אן איינגעשטעלטער?

town1 » מאנטאג יוני 25, 2012 6:05 pm

· #19900
דער שטערן חודש תמוז
📎 der shteren1.jpg

אבי גערעדט » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:16 am

· #28794
אויס שטערן?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:58 pm

· #28960
אקארשט געזען אין געשעפט פון חודש אב.

ידען » דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:11 pm

· #28972
זר זהב
אקארשט געזען אין געשעפט פון חודש אב.

דעקל?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8