ווי אויך דער עדיטאריעל פון הרב לעווין איז א הערליך שטיקל ארבעט ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים, ער ווייטאגט דאס שטאל מענטעליטעט ווען יעדער טאנצט נאך דעם ערשטן קו אין דער רייע גלייך צום שלאכט הויז, און ווי פארשטענדליך פארשלייערט ער דאס אויף אראמיש אז די מקטריגים זאלן נישט פארשטיין, און ער באציעט זיך צו די טייערע חתונה שטייגער. א וואונדערליכע ארטיקל וואס וועט אייך פארשאפן אן עונג יום טוב, און אפשר אויב ברסלבער האט פראטעקציע, אולי קען ער שאפן דעם טעקסט.
דער ניר ארטיקל איז כלל נישט דער געווענליכער זשורנאליסטישער סארט, עס איז כל כולו חידוש ווי הרב לעווין עפנט אויך די פארבארגנסטע אינטמישע קעמערליך פון זיין הארץ, מלא רגש און געפיל און גיסט איבער פאר זיינע ליינער שטיקער נשמה.
איך בין ארויס פון התפעלות פון דעם "קולט" ארטיקל דעם חודש. עס איז ווערד אלע געלטער! קיינמאל נישט געוואוסט אז היימישע אידן העלפן ארויס פארכאפטע אידישע קינדער. איף בין שוין חושד אז @פליקער ארבעט אין די ארגאניזאציע, דער סוף פונעם 'שטערן' ארטיקל ענדלט גאר שטארק צו דעם אשכול פון פליקער'ן
איך בין ארויס פון התפעלות פון דעם "קולט" ארטיקל דעם חודש. עס איז ווערד אלע געלטער! קיינמאל נישט געוואוסט אז היימישע אידן העלפן ארויס פארכאפטע אידישע קינדער. איף בין שוין חושד אז @פליקער ארבעט אין די ארגאניזאציע, דער סוף פונעם 'שטערן' ארטיקל ענדלט גאר שטארק צו דעם אשכול פון פליקער'ן
זייער א שיינע זאך אז זיי האבען אימאפיציעל גיט געהאקט אויף "טמא בראנץ" זייער קליג מדמה געווען טמא-בראנץ צי א קולט, ווייזענדיג שווארץ אויף ווייס אז "טמא בראנץ" גייט אין די זעלבע פיס טריט ווי יעדע אנדערע קולט אבער די חלק אז דער איד'ל מיטען רויטען קאפעלע ראביי העכט זאל זיין אזא הירא דאס גלייב איך נישט, זעט אויס א "תהלים כולל" ארטיקעל צי שנארען געלט פאר ליפט ביזנעס לדעתי איין שטיק פון דמיון אבער פאר די שטערן געב איך פיל קרעדיט פארען נעמען די שטארקייט און אזוי שיין ארויסברענגען די קאלירען פון דעם "טמא בראנץ"
כוכב, די גאנצע ארטיקל איז געשטעלט אויף שטודיעס של מה בכך, און לכאורה ביסטו גערעכט אז די שטודיע איז געווען איבער וואס מענטשן מיינען, עס איז אבער עיקר חסר מן השטערן, צו א פונט בליי איז שווערער ווי א פונט פעדערן איז א סטעיטמענט וואס קלעבט נישט מיני' ובי'.
אין מיין קאפיע פון דער שטערן זעה איך עס נישט פארקערט ער רעדט כסדר בלשון הווה אז איך בין זיכער געווען ער דינט נאך אין אמט ביז כ'האב עס נאכגעקוקט אויף וויקי <a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Norman_L._Eisen">https://en.wikipedia.org/wiki/Norman_L._Eisen</a>
פאליציי האט זיך אנטשולדיגט נאך וואס זיי האבן בטעות געוואלט ארעסטירן דעם שטערן אייגענטומער ווען עטליכע פאלשע טיפס האבן געצייגט אז ער זאל האבן א יד אין די אנטלויף פון די צוויי מערדערס פונעם מאקסימום זיכערהייט טורמע אין אפסטעט ניו יארק, אלעס אויף צו האבן א זאפטיגן ארטיקל פאר זיין מאגאזין.
אבער לויט ווי מ'הערט טוט זיך אין די שטערן ביוראען א גאשעריי פון פרייד פון וואס מ'קען נישט צו זיך געקומען. עדות דערציילן אז שוין די לעצטע פאר נעכט זענען די לייטס נישט פארמאכט געווארן.
דעם חודש האט דער שטערן באשריבן דעם "מי כעמך ישראל", ווען אידן מאכן א קידוש ה' און עס ווערט פארשפרייט אין די מידיא, וראו כל עמי הארץ. עס איז הערליך! פאר סאם ריעזאן ווער איך גערירט יעדעס מאל וואס איך לייען די זאכן.