ער מעג בעטן א גאנצע ביליאן דאלער אויך ווי לאנג ער שרייבט קלאר ארויס דעם פרייז, ער צווינגט דיר נישט צו קויפן.
"דער שטערן" מדי חודש בחודשו
376 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #931
רויטע וואנצעסארויסגעקומען אויף תשרי?
דער שטערן (שוין נישט מדי חודש בחדשו) האט לעצטנס א אינטרעסאנטע צופאל, איך בין נייגעריג אויב נאך איינער האט עס באמערקט.
זייער אסאך ווערטער וועלכע הייבן זיך אן מיט אן ע', לייגט ער צו א ד' בעפאר, ווי צב"ש ערפארונג/דערפארונג, ערשטוינט/דערשטוינט, ערשיטערט/דערשיטערט, און נאך אסאך ווערטער.
עס פלעגט נישט זיין אמאל אזוי, איך באמערק עס נאר די לעצטע פאר חדשים.
מאדנע.

שמעקעדיג: דו דארפסט נישט זיין סורפרייזט. דער סטייל פון שרייבן איז געמאכט צו געפעללן פאר דעם יונגן דור. ער ווילל אז זיי זאללן פיהל אז ער רעדט זייער שפראך. למשל אין די היינטצייטיגע שפראך זאגט מען..."איך זאג דיך"...נישט איך זאג פאר דיר...!
דעם אמאליגן סטייל פון שרייבן אידיש איז אוועק צוזאמען מיט ר' סענדער דייטש ע"ה. היינט האמיר א הרב ש.ב. מרגליות. (שמואל שלמה טעללער), וועלכער שרייבט כאילו ער רעדט צו א קלאס פון 5 יעריגע יונגלעך...!

שמעקעדיגדער שטערן (שוין נישט מדי חודש בחדשו) האט לעצטנס א אינטרעסאנטע צופאל, איך בין נייגעריג אויב נאך איינער האט עס באמערקט.
זייער אסאך ווערטער וועלכע הייבן זיך אן מיט אן ע', לייגט ער צו א ד' בעפאר, ווי צב"ש ערפארונג/דערפארונג, ערשטוינט/דערשטוינט, ערשיטערט/דערשיטערט, און נאך אסאך ווערטער.
עס פלעגט נישט זיין אמאל אזוי, איך באמערק עס נאר די לעצטע פאר חדשים.
מאדנע.
פלעגט אלץ זיין אזעלכע מאדנע טעותים, שוין פון יארן קען איך עס... ער טוישט אויף ענליכע ווערטער אבער מיט א קביעות...
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נישט צו פרדרייען די שמועס, אבער די שטערן איז יעצט מער ווייניגער א חודשליכער אויסגאבע, די שפאקטיוו איז אן היסטארישע אויסגאבע.
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
דער שטערן האט געהויבן די פרייז צו 9 טאלער!

אזויווי די וועקער...
מיט 'מאמע לשון' זעמיר אויפגעוואקסן, אידיש האט מען גערעדט, אידיש האט מען געליינט, אידיש האט מען געהערט. מ'איז אבער עלטער געווארן און געזעהן האט מען אז אויב וויל מען סטימולירן די שכל אביסל דארף מען זיך איינהאנדלן נאך א שפראך אדער צוויי, ביי איינעם ענגליש ביי א צווייטן עברית און ביי א דריטן פראנצויזיש גאר, אדער זאגאר אלע ביידע, נו, ההכרח לא יגונה ולא ישובח.
פארט וויל זיך אמאל דווקא ליינען אן ארטיקל צו וואס אינעם וויגלען-שפראך, צומאל פרייטאג-צו-נאכט מיט א גלעזעלע ביר און שאקאלאדע (פארעווע פארשטייט זיך) אדער נאכ'ן טשולנט ווען דאס קאפ שווינדלט שוין, גלוסט זיך צו ליינען אין אידיש דווקא, ג'יי פארשטיי...
וואב טוט לייבל? כאטש וואס קיין מענטשליכע לייען-מאטעריאל איז אין אידיש נישט דא צופיל [חוץ די וועקער!], איז אבער 'דער שטערן' און 'דער שפאקטיוו' אלץ געשטאנען העכער און צוגעשטעלט לייען-מאטעריאל פון גאנץ א פיינעם קאליבער, יא אמת, רוב ארטיקלען איז לייבל'ען נישט דווקא געווען אינטרעסאנט (אין די לעצטערע יארן) אבער לייבל חייש למיעוטא און מיט אן ערליכקייט געקויפט יעדן חודש.
לעצטענס אבער איז ראלניצקי אריינגעפאלן אין א טיפן ווינטער שלאף, קוים מיט צרות רוקט ער ארויס איינס אין א קווארטל, [שפאקטיוו איז שוין אינגאנצען אווער זעהט אויס].
מי לד' אלי, לאמיר צוזאמען שרייען:
הרב שמעון וועקט אייך אויף!!!

האנדעלט אייך איין דער בליץ גאר געשמאק
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
דער בליץ איז פון אזא שוואכער קאליבער אין שפראך און גראמאטיק אז ס'איז א שרעק!
דאס איז חוץ זייער עקסטרעמיסטישע טיפשות, און אומציענדע ארטיקלען, יא אויך ווען זיי באשרייבן סייענס אן פארשטיין וואס ער שרייבט.

פאליטיקאנטדער בליץ איז פון אזא שוואכער קאליבער אין שפראך און גראמאטיק אז ס'איז א שרעק!
דאס איז חוץ זייער עקסטרעמיסטישע טיפשות, און אומציענדע ארטיקלען, יא אויך ווען זיי באשרייבן סייענס אן פארשטיין וואס ער שרייבט.
דאס איז שיינע פראפאגאנדע וואס איך הער שוין יארן אבער די פאקט איז אז די שטערן די לעצטע פאר יאר איז גאר שוואך און דער בליץ שטעלט צו אינטערסאנטע ווארע
ס'איז נישט קיין סתירה, דער בליץ איז טאקע געפערליך אין די חלק ה'שרייבן' אבער ארטיקלען האבען זיי גוטע געווענליך, ווידער די שטערן באשרייבט אפט גאר לאנגווייליגע טעמעס אבער ס'איז געשריבן ווי עס ברויך צו זיין.
ראלניצקי האט אן אלטער חוש פון באשריבן דעם ריסייקלינג פראצעדור אדער א יאפאנער קאנסטראקשען פירמע די זעלבע דראמאטיש ווי די ציווילע קריג. רוב מענטשן גלייכן עס, איך גראדע נישט.
שמעון איז זייער א גוטער און טאלאנטפולער שרייבער, אבער דער שטערן הינקעט אונטער. ס'איז זייער נישט קאנסיסטענט, קומט נישט ארויס ערליך, און בכלל איז לעצטענס פארהאן נייע שרייבער, אויף וועמענס ארבעט ס'דערקענט זיך אז ס'נישט שמעונ'ס.
אויב גייט עס ווייטער אויף דעם וועג איז עס א געפערליכע קלאפ פאר אידישע לייען-מאטעריאל פאר אלגעמיינע נושאים, און מיר גייען עס באוויינען.
די שאלה איז נאר, פארוואס טאקע? איז דען נישט דא קיין קונים? נאר די נארישע מאמענט/וואך/בליק קען מצליח זיין? וואס גייט פאר?

קאצקע ציקערהאנדעלט אייך איין דער בליץ גאר געשמאק
די בליץ איז פון די שוואכסטע לייען מאטריאל אויפן מארקעט. אפגערעדט פון דעם אז ער האט נאך קיינמאהל גארנישט מחדש געווען. נאר אלע זיינע ווערק זענען טרעזעלעיטעד ווארט ביי ווארט פון וויקי. שוין צענדליגע מאהל וואס ער האט געשריבן די זעלבע מעשה ווי שמעון, נאר עס אפגעשאכטן ווי דאס הינדעל ערב יו"כ פארטאגס אהן קיין שום טעם.
חוץ פון דעם איז ער ממש א מומחה בפני עצמו ווען עס קומט צו ריסייקלען, די גרעסטע עוויירעמענט'עליסטן האבן נאכנישט ריסייקעלט א ארטיקל אזוי סאך מאהל ווי אים. קודם פאנגט די אידיש פארטייטשטע וויקי אהן איר לעבען אין דער בליץ. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א וועכענטליכע מעגאזין וואס פלעגט הייסן טריביון, ווי אלע ארטיקלעך זענען געווען געפעיסט פון די בליץ. דערנאך לייגט ער עס אריין אין זיין קינדערליך. ווען עס פארטיגט די אלע גילגולים ווערט עס אריינגעריקט אין א בוק לזכרון עולם.
דאס איז שיינע פראפאגאנדע וואס איך הער שוין יארן אבער די פאקט איז אז די שטערן די לעצטע פאר יאר איז גאר שוואך און דער בליץ שטעלט צו אינטערסאנטע ווארע[/quote]
פאר געוויסע ליינער באדערט נישט אז סאיז נישט געשריבען אויסגעהאלטען לויט די כללים פון שרייבעריי, אדער אז סאיז נישט געשריבן אזוי דראמאטיש און ציענד ווי דער שטערן, זיי קוקן מער אויף די ארטיקלען עס זאל זיין אינטערעסאנטע טעמעס, יא, טרענסעלעיטעד פון וויקיפידיע און יוטוב, און דאס טרעפען זיי אין די בליץ, וואס רובא דרובא איז זייער אינטערסאנטע נושאים, אין די צייט וואס אסאך ארטיקלען פון די שטערן זענען אומציענד און אומאינטערעסאנט
געוויסע ליינער ווערן אבער נערוועז אויב סאיז נישט געשריבן אויסגעהאלטן לויט די כללים פון שרייבן, זיי ליינען בלויז די שטערן
און די טשערי אויפען פיי איז די פרייז, שטערן קאסט 10 ווערסעס בליץ קאסט 7

קא משמע לןקאצקע ציקערהאנדעלט אייך איין דער בליץ גאר געשמאק
די בליץ איז פון די שוואכסטע לייען מאטריאל אויפן מארקעט. אפגערעדט פון דעם אז ער האט נאך קיינמאהל גארנישט מחדש געווען. נאר אלע זיינע ווערק זענען טרעזעלעיטעד ווארט ביי ווארט פון וויקי. שוין צענדליגע מאהל וואס ער האט געשריבן די זעלבע מעשה ווי שמעון, נאר עס אפגעשאכטן ווי דאס הינדעל ערב יו"כ פארטאגס אהן קיין שום טעם.
חוץ פון דעם איז ער ממש א מומחה בפני עצמו ווען עס קומט צו ריסייקלען, די גרעסטע עוויירעמענט'עליסטן האבן נאכנישט ריסייקעלט א ארטיקל אזוי סאך מאהל ווי אים. קודם פאנגט די אידיש פארטייטשטע וויקי אהן איר לעבען אין דער בליץ. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א וועכענטליכע מעגאזין וואס פלעגט הייסן טריביון, ווי אלע ארטיקלעך זענען געווען געפעיסט פון די בליץ. דערנאך לייגט ער עס אריין אין זיין קינדערליך. ווען עס פארטיגט די אלע גילגולים ווערט עס אריינגעריקט אין א בוק לזכרון עולם.
וועגן דעם פירן זיך מאנכע (וואס ליינען נישט אלעס אויף וויקי) צו קויפן נאר די בליץ, און נישט די טריביון און קינדערלעך אדער די גלגול בוך, אזוי ארום ליידסטו נישט פון די רעסייקלינג פראצעדור...
קרעקערדאס איז שיינע פראפאגאנדע וואס איך הער שוין יארן אבער די פאקט איז אז די שטערן די לעצטע פאר יאר איז גאר שוואך און דער בליץ שטעלט צו אינטערסאנטע ווארע
פאר געוויסע ליינער באדערט נישט אז סאיז נישט געשריבען אויסגעהאלטען לויט די כללים פון שרייבעריי, אדער אז סאיז נישט געשריבן אזוי דראמאטיש און ציענד ווי דער שטערן, זיי קוקן מער אויף די ארטיקלען עס זאל זיין אינטערעסאנטע טעמעס, יא, טרענסעלעיטעד פון וויקיפידיע און יוטוב, און דאס טרעפען זיי אין די בליץ, וואס רובא דרובא איז זייער אינטערסאנטע נושאים, אין די צייט וואס אסאך ארטיקלען פון די שטערן זענען אומציענד און אומאינטערעסאנט
געוויסע ליינער ווערן אבער נערוועז אויב סאיז נישט געשריבן אויסגעהאלטן לויט די כללים פון שרייבן, זיי ליינען בלויז די שטערן
און די טשערי אויפען פיי איז די פרייז, שטערן קאסט 10 ווערסעס בליץ קאסט 7[/quote]
Excetly!!
און קיק ווי אינטערסאנט פראפאגאנדע ארבעט איך האב נאר געזאגט א קרום ווארט און אביסל דערהויבן די בליץ און געזאגט פאקטן זענען פיר ניקים ארויסגעקימען מיט א געשריי! כאילו דער שטערן איז מורהדיג , די שטערן פלעיגט אפשר זיין גיט אבער היינט נישט . דער בליץ שטעלט ארויס אינטערסאנטע זאכן פארפאלן ער איז א גיטע שנאפער . לעצטענס האבן זיי געשריבן א אינטערסאנטע ארטיקל פון א באנק רויבער וואס איז געווען עדיקטעד צו רויבן בענק... און געווען גאר סוקסעספול אין עס גאר אינטערסאנט
Re: "דער שטערן" מדי חודש בחודשו
איך הייב נישט ארויס דער שטערן, און קיין פראפאגאנדע איז נישט דא.
אפגערעדט פון דער שטערן, איז די בליץ זייער אויף א נידעריגע סטאנדארט, עס קען זיין אז זיי באשרייבן נושאים וועלכע דארפן זיין אינטערעסאנט, אבער למעשה וויאזוי ער שרייבט עס - נאך פאר גראמאטיק און דשורנאליזם כללים - איז עס געפערליך אומציענד / אומאינטערעסאנט.
אדרבה שלעפט ארויס א לעצטיגע בליץ און ציילט וויפיל מאל איר טרעפט די ווארט 'ווארום" אין אן ארטיקל.....
ער נוצט כמו אלטע אידישע ווערטער פאר גארנישט (אסאך מאל שטימט עס נישט מיט'ן זאץ).

פאליטיקאנטאיך הייב נישט ארויס דער שטערן, און קיין פראפאגאנדע איז נישט דא.
אפגערעדט פון דער שטערן, איז די בליץ זייער אויף א נידעריגע סטאנדארט, עס קען זיין אז זיי באשרייבן נושאים וועלכע דארפן זיין אינטערעסאנט, אבער למעשה וויאזוי ער שרייבט עס - נאך פאר גראמאטיק און דשורנאליזם כללים - איז עס געפערליך אומציענד / אומאינטערעסאנט.
אדרבה שלעפט ארויס א לעצטיגע בליץ און ציילט וויפיל מאל איר טרעפט די ווארט 'ווארום" אין אן ארטיקל.....
ער נוצט כמו אלטע אידישע ווערטער פאר גארנישט (אסאך מאל שטימט עס נישט מיט'ן זאץ).
לאל שלעפ ארויס א שטערן און ציילט וויפל מאל ער זאגט עווענטועל און דאן!
קאצקע ציקער: פאליטיקאנט איז גערעכט. ס'איז נישט איין קליינער פרט. נאר די אוועראלל סטענדערט פון נוצן א פליסיגע שפראך וואס מאכט דעם חילוק פון שטערן און בליץ. דער בליץ, כאטשיג ער האט טאקע אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס וואס ער באהאנדלט. איז די שפראך זייער ..."קראצעדיג"... און אפילו קינדעריש. דאס לעצטע מאל איך האב געליינט דעם בליץ האביך מיך אנגעשטרענגט אדורכצוליינען די גאנצע ארטיקל ווייל ס'איז געווען גאר אינטרעסאנט.
ס'איז מעגליך אז ער (דער בליץ) דארף א גוטן עדיטאר וואס זאלל ארויס נעמען די אלע גרייזן אין ספעללינג. אויך משפר זיין דאס לשון...!

זאגסט דאך גוט, ר' בערל.
אפשר טאקע זאלסטו זיין דער עדיטאר, דו פארמאגסט דאך א גוטן שפראך.

שמעקעדיג: ייש"כ פאר די רעקאמענדאציע. די גמ' זאגט דאך..."קריינא (נישט אוקריינא) דאיגרתא איהו להוי פרוונקא"... לויט דיינע מאמרים וואס דו האסט געשריבן איבער גרייזן אין אידישע אויסגאבעס, זעה איך אז דו וואלסט געווען גאנץ א גוטער עדיטאר. (כבר עלה במחשבה כמה פעמים)...!
why did their stoped to send around the world