☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער שטערן" מדי חודש בחודשו

"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

376 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #931
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 4:54 pm

· #116491
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער איך גלייב אז דו זאגסט עפעס גוט

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:05 pm

· #116499
good news


No, but I hate those who say we came to other nations or we Ntarveno with other nations. We are to ourselves, we had and now we exist.

בלאנדע האר איז לאו דוקא צוליב נתערבנו, כאטשיג א גרויס טייל אדער אפשר אפילו רוב אנטראפאלאגן האלטן אז יא. עס זענען אבער דא פיל אנטראפאלאגן וואס האלטן אז בלאנדע האר און בלויע אויגן ביי אידן קומען פון די קלימאט וועלכע האט געהאט אן השפעה אויף די די ען עי פון די אידן און אייראפע. אפילו לויט די אנטראפאלאגן, איז קלאר אז די אידן אין מיטל מזרח האבן קיינמאל נישט געהאט - זיכער נישט בימי הבית - בלאנדער האר אדער בלויע אויגן.

און, רק להעיר, דאס וואס איר האט פיינט מאכט עס נאך נישט יא אדער נישט אמת. איך האב פיינט היטלער, דאך איז היטלער געווען א מציאות.

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:09 pm

· #116501
ועוד נקודה: אפילו די וואס האלטן אז מ'האט זיך אויסגעמישט, איז עס לאו דוקא במובן של נישואי תערובת. עס קען זיין צוויי צו דריי גירים וועלכע האבן געקענט אריינברענגן די דזשינס פון בלאנדע האר און בלויע אויגן צו די אייראפעאישע "gene pool".

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 5:11 pm

· #116503
איך האב א זון וואס האט בלויע אויגן. קיינער אנדערש אין מיין משפחה אדער מיין ווייב'ס משפחה האט בלויע אויגן.

newkave » דינסטאג מאי 21, 2013 5:13 pm

· #116507
הדד בן בדד
איך האב א זון וואס האט בלויע אויגן. קיינער אנדערש אין מיין משפחה אדער מיין ווייב'ס משפחה האט בלויע אויגן.


זאג עס נישט הויך...

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 21, 2013 5:15 pm

· #116509
ער האט עס געשריבן שטיל.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 5:16 pm

· #116512
דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין... 😉

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:17 pm

· #116513
הדד בן בדד
איך האב א זון וואס האט בלויע אויגן. קיינער אנדערש אין מיין משפחה אדער מיין ווייב'ס משפחה האט בלויע אויגן.

די סיבה איז לכאורה ווייל (ווי ערקעלערט אין די ען עי אשכול) האט איעדער מענטש צוויי קאפיעס פון דזשינס, איינס פון זיין מאמען און איינס פון זיין טאטען. אבער בלויז איין דזשין וועט האבן דאס לעצטע ווארט. די דזשין וואס האט דאס לעצטע ווארט הייסט א דאמינענט דזשין, און די דזשין וואס בלייבט פארשוויגן הייסט א רעסיסעוו דזשין. בלוי איז א רעסעסיוו דזשין, און דערפאר וועט ברוין אייביג איבערשטייגן. אין דיין זון'ס פאל האט ער במקרה מאת ה' באקומען א בלויע דזשין סיי פון דיין ווייב'ס זייט און סיי פון דיין זייט און דערפאר האט ער בלויע אויגן.

אדער קען זיין אז דיין זון האט גאר וואונדערליך דעוועלאפט א מיוטעשאן אינעם דזשין וואס פאראורזאכט אויגן קאליר, כאטש דאס איז גאר שטארק נישט מסתבר.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 21, 2013 11:06 pm

· #116638
פרישער
בפארגעס נישט אז שחורים זענען דורעך אויס די יארען געוועין עבדים

אין זיי זענען געשענדעט געווארן אויף א גאר אינטערדרינקענען אויפן

די מושג אז די שווארצע זענען (געווען) עבדים איז גאנץ ניי, נישט מער ווי 500 יאר אלט. די שווארצע זענען קיינמאל נישט געווען מער אונטערדרוקט ווי סיי וועלכע אנדערע פאלק, פארקערט, אויב עפעס זענען די אידן זענען געווען סאך מער אונטערדרוקט.

פרישער » דינסטאג מאי 21, 2013 11:28 pm

· #116644
די שווארצע זענען דורך אויס די היסטאריע אלע מאל געוועין עבדים, פינעם ערשטען וועלט בארימטען שחור, אין געהייסען האט ער חם

מה שנוגע אינז אידען איז אנדערש, עס איז טאקע פינקט פארקערט ווי די דרך הטבע האט געלוטעט

על פי דרך הטבע וואלט שוין נישט געדארפט זיין גארניש משונאיהם של ישראל

דעיס איז ווייל מיר זענען למעלה מדרך הטבע, מיר זענען נצח ישראל לא ישקר, מיר זענען נצחי

אפילו די שטערקסטע פעלקער וואס האבען שולט געוועין מסוף העולם עד סופו האבען מיר איבער געלעיבט

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 11:48 pm

· #116657
חם איז געווען אן עבד? פון וואנעט נעסטו דאס?

פרישער » מיטוואך מאי 22, 2013 12:12 am

· #116667
פסוק כה אין פרשת נח ויאמר ארור כנען עבד עבדים יהיה לאחיו

פסוק כו ויאמר בריך ה' אלקי שם ויהי כנען עבד למו

פסוק כז יפת אלקים ליפת ... ויהי כנען עבד למו

רש"י הקדוש ויהי כנען אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען

רש"י הקדוש מסכת קידושין כב: כל עבדים נקראים על שם כנען דכתיב ביה עבד עבדים

אבן עזרא פסוק כה כי הכושים הם עבדים בעבור שקילל נח את חם.

יידל » מיטוואך מאי 22, 2013 12:26 am

· #116673
כנען און חם זענען די זעלבע?

לעיקוואד » מיטוואך מאי 22, 2013 12:33 am

· #116678
פרישער
די שווארצע זענען דורך אויס די היסטאריע אלע מאל געוועין עבדים


אפשר ברענגסטו מקורות איבער די היסטאריע (פאר מהאט אנגעהויבען פאנגען קנעכט פון אפריקע פאר אפאר הונדרעט יאר צוריק)?

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 22, 2013 12:41 am

· #116681
פרישער, איך וואלט דיר מייעץ געווען זאלסט אביסל נאכפארשן היסטאריע פאר דו זאגסט זאכן מיט אזא זיכערקייט, בנוגע די פסוקים און די אבן עזרא, אוודאי איז געווען שווארצע קנעכט, אבער זענען דען די אידן נישט געווען קיין קנעכט? האבן די רוימער און די גריכן דען נישט געהאט מער ווייסע ווי שווארצע קנעכט? די גאנצע מאסן פארקויפעריי פון שווארצע קנעכט האט זיך אנגעהויבן אין די זעכטסענסטע יארהונדערט.

בדחן » מאנטאג יוני 17, 2013 1:06 am

· #125408
דער שטערן די חודש האט א שטארק מערקבארע טעות ביי די קאלום פון נייעס וואס איר האט מעגליך פארפאסט.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 17, 2013 8:14 am

· #125424
דו מיינסט דער טעות איבערן בעל המאמר "פון מיין קוק ווינקל"?

בדחן » מאנטאג יוני 17, 2013 8:21 am

· #125425
ניין, ביי א פיקטשער ביי ״נייעס וואס איר האט מעגליך פארפאסט״ האבן זיי געלייגט א ראנג טייטל דערויף, די ריכטיגע פיקטשער איז בכלל נישט דארט.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 10:50 am

· #125440
צום ערשטן מאל, פעלט דער קאלום "גוטזאגערס זאגן".
א שאד, איך מיס עס.

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 23, 2013 12:52 am

· #127182
אויפן דעקל איז דא א ווייטאגליכער טעות, 'אי-יו: איסלאמיק יוניאן'.

יידל » זונטאג יוני 23, 2013 9:50 am

· #127238
ר' ונבנתה, וואס איז דער טעות?

עס עפעס » זונטאג יוני 23, 2013 11:59 am

· #127260
ונבנתה העיר
אויפן דעקל איז דא א ווייטאגליכער טעות, 'אי-יו: איסלאמיק יוניאן'.


אזוי זעהט מען אויס ווען מ'ליינט נאר דעם דעקל און נישט דעם ארטיקל.

דו קלערסט ערנסט אז עס איז א טעות? דער ארטיקל ברענגט דאך טאקע דאס ארויס אז איסלאמיזם שטייגט איבער אייראפע.

נעקסטיים קוק אינסייד בעפאר דו שפרינגסט צו א מסקנא.

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 23, 2013 2:16 pm

· #127291
'איסלאמיק' שרייבט זיך מיט א I, נישט א E.

עס עפעס » זונטאג יוני 23, 2013 2:32 pm

· #127299
ונבנתה העיר
'איסלאמיק' שרייבט זיך מיט א I, נישט א E.


אקעי, לאמיר אנהייבן צושטאטליך: ס'איז דא אזא זאך ווי די "אייראפעאישע יוניאן", דאס איז באקאנט אלס די E.U.

דער שטערן ארטיקל ברענגט ארויס איבער די איסלאמישע פארברייטערונג אין די "אי. יו." לענדער.

דער שרייבער פונעם קעפל אויפ'ן דעקל פונעם שטערן, באנוצט זיך מיט א פענאמענאן וועלכע איז באקאנט אלס pun, דאס הייסט אז מען פארדרייט א ווארט, אפילו אויב ס'שטימט נישט מיט גראמאטיק און ספעלינג, און עס קומט ארויס אן אנדערע באדייט, מיט סארקאזם וכדומה, עין ב'ניו יארק פאוסט יעדן אינדערפרי.

קאפיש?

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 2:35 pm

· #127304
קאפיש'ע רב איז קעגן די שטערן בד"וו

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 2:39 pm

· #127307
עס עפעס


דער שרייבער פונעם קעפל אויפ'ן דעקל פונעם שטערן, באנוצט זיך מיט א פענאמענאן וועלכע איז באקאנט אלס pun, דאס הייסט אז מען פארדרייט א ווארט

ניין, pun מיינט נישט פארדרייען א ספעללינג, pun מיינט א ווארט וואס קען האבן 2 באדייטן ווען ס'ווערט צופעליג גענוצט אין א געוויסע סענטענס. אבער דער ווארט ווערט געספעלט קארעקטלי

עס עפעס » זונטאג יוני 23, 2013 2:52 pm

· #127311
זר זהב
עס עפעס


דער שרייבער פונעם קעפל אויפ'ן דעקל פונעם שטערן, באנוצט זיך מיט א פענאמענאן וועלכע איז באקאנט אלס pun, דאס הייסט אז מען פארדרייט א ווארט

ניין, pun מיינט נישט פארדרייען א ספעללינג, pun מיינט א ווארט וואס קען האבן 2 באדייטן ווען ס'ווערט צופעליג גענוצט אין א געוויסע סענטענס. אבער דער ווארט ווערט געספעלט קארעקטלי


קודם כ'האב נישט געגעבן קיין שיעור פונקטליך איבער הלכות פּאָן".

צווייטנס, ביזט נישט גערעכט. פּאָנס קען זייער אסאך מאל באדייטן פארדרייטע ספעלינג אין ווערטער, ו'ניו יארק פאוסט יוכיח

זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 3:08 pm

· #127317
כ'זעה אז דאס ווערט אנגערופן האמאופאונס

א גוטע משל ברענגט ער דארט atheism is a non-prophet institution

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 23, 2013 3:22 pm

· #127321
עס עפעס, ידעתי בני ידעתי.

ומה אעשה אז מיין גאט פיהלינג זאגט (וואס איז? נאר שפינאזא'ס גאט מעג עפעס זאגן?...) אז פונקט ווי ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט עס נישט געכאפט, און פונקט ווי החכם הכולל הקריטיק ר' יידל האט עס נישט געכאפט, אזוי האט עס דער שרייבער נישט געכאפט, ובפרט אז ער שרייבט עס אויף ענגליש, 'איסלאמיק'.

ואל תחשידני בשנאת השטערן, אדרבה, איך בין שוין א געטרייע 'כופר' פון די ערשטע אויסגאבע.

שרגא » דאנערשטאג יולי 11, 2013 5:21 pm

· #132757
געהאט עטליכע קריטיק אויפ'ן לעצטן אישו וואס כ'האב געליינט, אבער צו מזל געדענק איך נאר איינס.
ביי דעם ארטיקל פון "בעליוו איט אר נאט", וואס איז גאנץ אינטערעסאנט געווען, איז געווען מאדנע צו זען ווי נאכ'ן ברענגען איינע פון די מאדנע געשיכטעלעך ערקלערט דער שרייבער אז עס מוז עכט נישט זיין אמת די מעשה און דער ליינער מוז עס נישט אננעמען אלס אמת, ווייל ריפלי אליין האט עס טאקע גערופן "בעליוו איט אר נאט", און ער געט א הסבר אז דער "אר נאט" מיינט טאקע דאס אז עס מוז נישט זיין אמת און עס מיינט אזוי ווי מען זאגט אין אידיש "אדער יא אדער נישט".
אבער איך מיין דאס איז א פיינער שטות צו זאגן. "בעליוו איט אר נאט" מיינט ענדערש צו זאגן "צי דו גלייבסט אדער נישט", איז אבער דאס למעשה דער מציאות. כך נראה בעיני.

יידל » דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:54 pm

· #132798
שרגא, דיין פשט אין בעליוו איט אר נאט איז די ריכטיגע, דאך איז מעגליך אז דער שטערן שרייבער האט א נקודה, לאור דעם פאקט אז ווען מ'שיקט צו ריפלי'ס א בריוו אנפרעגנדיג די ווירקליכקייט פון זייער'ס א פאקט, שיקן זיי צוריק א בריוול וואס דערין שטייט: "בעליוו איט אר נאט!". ווארשיינליך לרמז, ס'איז דיין ברירה, גלייב יא אדער נישט... (מקור)

שרגא » פרייטאג יולי 12, 2013 12:09 pm

· #133004
האסט א פוינט, יידל. אפילו זיי ניצן עס לכאורה נאר אלס א מליצה.
נאר יעצט האב איך ארויסגענומען דעם שטערן צו קוקן זיין לשון, זע איך אז דער לימוד זכות איז אביסל בדוחק. קוק וואס ער שרייבט אין דעם צווייטן שטיקל אין ארטיקל, נאכדעם ואוס ער ברעגט עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן:
"די דאזיגע פאנטאסטישע פאקטן זענען מעגליך אמת און מעגליך נישט (פאר א סיבה זענען זיי אין דער קאטעגאריע פון צי איר גלייבט "צי נישט" פאקטן.) אבער די סיבה פארוואס מיר ווייסן פון זיי איז צוליב א מענשט מיט'ן נאמען ראבערט ריפלי, דער ערפינדער פון דער פראזע "צי איר גלייבט אדער נישט." (אין ענגליש זאגט מען דאס "בעליוו איט אר נאט" וואס האט אביסל אן אנדערע משמעות: "גלייבט עס אדער נישט"; אין אנדערע ווערטער, איר זענט עס נישט מחוייב צו גלייבן, אבער ס'איז אמת.").
און קוקנדיג דערמאן איך זיך אז איך מעג זיי אויך זאגן א קאמפלימענט, אז איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטע ארטיקל (אין אידיש, פארשטייט זיך...) ווי "מיר זענען אונטער'ן איינפלוס". אינטערעסאנט און א דיפרענט סטייל.
אויך הרב לעווין שרייבט זיס, כדרכו, וועגן מחלוקת און וויכוחים. די צייטונגען וואלטן עס געמעגט איבערדרוקן.

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 10:35 pm

· #147208
לעצטנס לייד איך פון דעזשא וואו ביים ליינען דער שטערן.
אונטער'ן קעפל קינדער אין די נייעס שילדערט ער דראמאטיש איבער א מעשה מיט א פירלינג וואס די עלטערן דערקענען נישט א חילוק פון איינעם ביז'ן צווייטן.
א געשיכטע וואס מיר האבן שוין געליינט אדר תשע"ג אינעם ארטיקל איבער צווילינגען. אזוי איז מען מקיים דעם הפוך בה און מ'איז מעלה גירה אלטע און נייע סחורה צו דער צופרידנהייט פון די קונדן.
איך בין נישט חושד ס'איז א מזידות. אדער האט דער שכחה גובר געווען אדער פעלט צוזאמענארבעט פון עטליכע שרייבער. אדער יא, ווער וייסט.

kliger » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:08 pm

· #147221
last month they wrote about a woman that sees everything upside down.
and they write that there is no explanation about it

they don't mention that the eye sees everything upside down
babys see everything upside down only later the brain realizes to turn it over

kliger » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:34 pm

· #147229
.
📎 IMG_0867.JPG

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:39 pm

· #147231
מי ראה אלו וכו'

I'm back » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:45 pm

· #147233
'די' דארפסט 'נישט' אריינקומען צו מיר נאכדעם.
You're good to go... 😉 😉

אליצפן » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:36 pm

· #150648
איך האלט אז דער שטערן מאכט איין גרויסע סטראטעגישע טעות מדי חודש בחדשו, ונראה אויב דער עולם עגריד מיט מיר.
ער שרייבט יעדן חודש נאר פיר -געווענליך גאר לאנגע- ארטיקלעך, און לדעתי איז דאס נישט קיין קלוגע זאך פאר כמה סיבות, ערשטנס האט געווענטליך א מענטש נישט צייט צו ליינען אזא לאנגע ארטיקל - וואס קען צומאל נעמען איבער א שעה צו ליינען- אין איין שאס, , און קיינער האט נישט ליב אפצוהאקן אינמיטן אן ארטיקל.

ועוד פון א ביזנעס שטאנדפונקט איז עס זייער נישט קיין קלוגע מהלך, ווייל אז ער האט נאר פיר ארטיקלעך מיינט עס אז א מענטש וועט נישט האבן דעם שטערן אינעם האנט מער ווי פיר מאל, איינמאל פאר יעדן ארטיקל וזהו, משא''כ אן אויסגאבע וואס האט אכט, ניין גוטע רעלאטיוולי קורצע ארטיקלעך, האט פיל א לענגער שעלף לייף ביי מענטשן.
אינטרעסאנט איז אז ביי די ענגלישע און העברעאישע 'זמן' מאגאזין זעה אז זיי פאקן יא אריין זיבן אכט ארטיקלעך אין איין אויסגאבע, אויב אזוי מה נשתנה די יודישע? למה נגרע?

I'm back » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:48 pm

· #150655
ווייל אין אידיש געבן זיי ארויס צוויי מאל א חודש (די שטערן און די שפאקטיוו), משא'כ די זמן קומט בלויז ארויס איינמאל א חודש.

אליצפן » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:58 pm

· #150789
I'm back
ווייל אין אידיש געבן זיי ארויס צוויי מאל א חודש (די שטערן און די שפאקטיוו), משא'כ די זמן קומט בלויז ארויס איינמאל א חודש.

לויט דיין חשבון איז פשוט נישט קיין יושר אז אונז דארפן צאלן צוועלף דאללאר פאר די זעלבע מאס סחורה וואס די ענגליש רעדענדע באקומען פאר זעקס.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:22 pm

· #150793
אליצפן
איך האלט אז דער שטערן מאכט איין גרויסע סטראטעגישע טעות מדי חודש בחדשו, ונראה אויב דער עולם עגריד מיט מיר.
ער שרייבט יעדן חודש נאר פיר -געווענליך גאר לאנגע- ארטיקלעך, און לדעתי איז דאס נישט קיין קלוגע זאך פאר כמה סיבות, ערשטנס האט געווענטליך א מענטש נישט צייט צו ליינען אזא לאנגע ארטיקל - וואס קען צומאל נעמען איבער א שעה צו ליינען- אין איין שאס, , און קיינער האט נישט ליב אפצוהאקן אינמיטן אן ארטיקל.

ועוד פון א ביזנעס שטאנדפונקט איז עס זייער נישט קיין קלוגע מהלך, ווייל אז ער האט נאר פיר ארטיקלעך מיינט עס אז א מענטש וועט נישט האבן דעם שטערן אינעם האנט מער ווי פיר מאל, איינמאל פאר יעדן ארטיקל וזהו, משא''כ אן אויסגאבע וואס האט אכט, ניין גוטע רעלאטיוולי קורצע ארטיקלעך, האט פיל א לענגער שעלף לייף ביי מענטשן.
אינטרעסאנט איז אז ביי די ענגלישע און העברעאישע 'זמן' מאגאזין זעה אז זיי פאקן יא אריין זיבן אכט ארטיקלעך אין איין אויסגאבע, אויב אזוי מה נשתנה די יודישע? למה נגרע?

סא דו באדערט אז ס'איז לאנגע ארטיקלעך אדער "ווייניג" ארטיקלעך?
פארוואס פרעיג איך דיר ווייל איך ענדזוי יא לאנגע ארטיקלעך איך האב ליב ווען ער דעקט א נושא אינגאנצן נישט סתם אבי געזינט

אליצפן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:11 am

· #150809
בעצם באדערן מיך ביידע נקודות, סיי דאס אז ער שרייבט אזעלכע לאנגע אויסגעצויגענע ארטיקלען, און סיי דער פאקט אז ער האט נאר פיר ארטיקלעך בזמן וואס אפילו די וועכנטליכע מאגאזינען האבן מער ווי דעם.

סאו וואט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:49 am

· #150831
סארי צפון-דיסעגרי.
ער נעמט א נושא לייגט ער עס אראפ מיט א פיטשיפקיס צום זאך.
ווער דארף קליינע ארטיקלען, געווענליך א קליין ארטיקעל איז דו מעשה נישט אזוי מורא'דיג אדער אונטרעסאנט.

לדוגמא: ווען זיין קאמפאטישען דער בליץ האט דער זעלבע נושא ווי דער שטערן, איז דער בליץ אזוי ווי דו מראי מקומות אדער מפתחות פאר דער שטערן.
אדער וועט עס דער בליץ צוטיילן און כמה חדשים (אזוי ווי טשערנאבליער נוקאלער ארטיקעל), וואס איז נאך סאך מער ערגער.

און גראדע עפי"ר האט ער יא איין גאר לאנגע ארטיקעל, צוויי פלעין לאנגע ארטיקעל

הדד בן בדד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:55 am

· #150838
דאס איז דאך דער גאנצער אייגענארטיגקייט פון דעם שטערן, אז ער האט לענגערע ארטיקלען וועלכע דעקן א נושא מער יסודות'דיג.

אליצפן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 3:17 am

· #150841
נישט אמת, דאס איז א לעצטגער מנהג זיינע. קוק אריין אין אלטע שטערן'ס פון דריי ביז צען יאר צוריק וועסטו זעהן ער פלעגט אלעמאל שרייבן אסאך מער ארטיקלען, און נישט אזוי אויסציען די קישקעס.
מסתמא איז די ריכטיגע סיבה טאקע ווי I'm back האט געזאגט אז אין יודיש קומט ער ארויס מיט צוויי א חודש דעריבער מוז ער צוטיילן זיין סחורה אין צוויי.

פרישער » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:12 am

· #154543
איך קיק זיי אלע אן ווי מראי מקומות, ווען ער ברעינגט דו מעשה מיט טשערנאבל, אין עס איז אינטערעסאנט, נעמט מען אפיר רעבע גוגל, און מען דריקט דו נויטיגע קנעפ, און מען ווערט געוואויער אלעס איבער טשערנאבל, אדער אויב שרייבן זיי וועיגן א מין באמבע וואס האט אויפגעריסן דאמבע'ס, ווענדט מען זיך צים גוי וואס האט פראדאצירט א שיינע פילם דערפין, מסתמה ווען זיי האבן געזעין דעים באשרייבינג.

ברסלבער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:38 am

· #157903
איינער האט געליינט הרב אשר לעווין דעם חודש?
ער האט צושפרייט זיין פעדער איבער פיר זייטן, וואו ער בארוהיגט די עלטערן פון קינדער וואס גייען אוועק פון אידישן וועג, קודם איז ער מקדים אז ער רעדט נישט פון די פארשאלטענע "פיער פרעשור", נאר פון אמת'ע שולד-געפילן וואס עלטערן טראכטן וואס זיי האבן נישט גוט געטוהן אז זייער קינד האט זיך אוועק געגליטשט.
זאגט ער דריי נקודות.
1. נחת איז א מתנה פון באשעפער, און ווי לאנג מען האט געטוהן וואס מען האט צו טוהן צו מחנך זיין דאס קינד, אפילו ווען מען זעהט נישט קיין נחת נאכדעם איז דאס נישט די עלטערנס שולד.
2. ער ברענגט פון אמרי אמת אז דאס עפל פאלט נישט ווייט פונעם בוים נאר אונטער נארמאלע אומשטענדן, אבער ווען עס בלאזן שטארקע שטורעם ווינטען פאלט דאס עפל יא ווייט, און דאס איז נישט די עלטערנס שולד.
3. בחירה - יעדער מענטש האט א בחירה צו בוחר זיין בטוב או ברע, און אויב דאס קינד האט בוחר געווען ברע זענען די עלטערן נישט שולדיג דערויף.
ער זאגט אז אין די קומענדיגע אויסגאבע וועט ער ווייטער שרייבן איבער די נושא.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:52 am

· #157921
יא! כ'האב עס געלייענט, און שטארק הנאה געהאט, און געפלאנט צו שרייבן דערוועגן.

ברסלבער
זאגט ער דריי נקודות.
1. נחת איז א מתנה פון באשעפער, און ווי לאנג מען האט געטוהן וואס מען האט צו טוהן צו מחנך זיין דאס קינד, אפילו ווען מען זעהט נישט קיין נחת נאכדעם איז דאס נישט די עלטערנס שולד.

ער איז מסביר אז פונקט ווי יעדער ארבעט א גאנצע וואך און נישט יעדער מאכט די זעלבע געלט, די פרנסה קומט פון הימל, און מיר דארפן בלויז טון אונזער השתדלות, און קיינער באשולדיגט זיך נישט אליינס אז ער איז א לא יוצלח ווייל ער פארדינט נישט וואס דער עושר פארדינט; כן הדבר הזה, דער מענטש דארף טון זיינס, חינוך איז א מצוה וואס יעדער דארף טון לויט זיינע כוחות, און די נחת דאס קומט שוין פון הימל, אפגעזעהן פון די אינוועסטמענט.

zurich » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:30 pm

· #157934
קען עס איינער פליעז ארויפלייגן?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:41 pm

· #157936
וואס עפעס? מעגסט עס קויפן...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8