קורצע פאעזיע/קונסט ווינקל.
מאכט זיך אמאל, און עס זאל זיך טאקע מאכען אפט, עס פאלט אריין אין קאפ, אין הארץ,עפעס א פאעטישער געדאנק, א קורץ פאעטישע יצירה, א קונסט ווערק. און עפענען אן אשכול באזונדער פאר דעם, איז עפעס אזוי לאכעדיג. אדער ערגעץ ווי אין א פארשטופטען אשכול, שטעלט דער יעניגער ארויס א קורצע דוכטעניש, א קורצע פאעזיע אויף די נושא וואס ווערט פאקטיש דארט באהאנדעלט. אבער יענס אשכול האט נישט קיין פאעטישער מאטיוו. עפן איך א ווינקעל, ווי חברים און גוטע פריינד [ און ווער ווייסט אפשר גאר ברודער און שכנים... ] זאלען עס קענען מיטטיילען. און טאקע יא אויף אן פאעטישער פלאטפארמע. זאל עס באהאנדעלט ווערן מיט איר פארדינטען רעספעקט.
זאל עס זיין א געדאנק וואס קומט אריין בתוך הדברים פון א לאנגער ארטיקל. זאל עס זיין א פאעזיע וואס קומט אריין און א וואלד גרויסער אשכול. סייוואס וואס איז פאעטיש געשטימט. זאל ער, קען ער. עס דא מיטטיילען.
זאל עס זיין א געדאנק וואס קומט אריין בתוך הדברים פון א לאנגער ארטיקל. זאל עס זיין א פאעזיע וואס קומט אריין און א וואלד גרויסער אשכול. סייוואס וואס איז פאעטיש געשטימט. זאל ער, קען ער. עס דא מיטטיילען.