☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8491

אשכול אן א טיטל #8491

111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8491
בלאט: 1 2 3

— » מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:26 pm

· #260297

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

נופת צופים » מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:40 pm

· #260298
השם ישמרנו!

הוגה » מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:43 pm

· #260299
איך בין אויפגעשוידערט, איך געדענק נישט אזא שרעקליכע טראגעדיא. עס קומט מיר טרערן אין די אויגן טראכטנדיג פון די פיינפולע סצענע. נישט דא קיין ווערטער.

אפטעמיסט » מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:57 pm

· #260300
גאט אין הימל

ביבער » מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:58 pm

· #260301
בד"ה,
לויט די פייער דעפארטמענט איז נישט געווען קיין ארבעטענדע סמאוק דעטעקטארס בשעת די פייער, זאל יעדער וואס וויל עפעס טהון לטובת די 7 אינגע אוועגעריסענע נשמות גיין היינט נאכט טשעקן די סמאוק דעטעקטאר'ס ביי זיך אינדערהיים און זאגן לעילו נשמת די 7 ששון קינדער.

ברעט מענינג » מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:59 pm

· #260302
א שרעק!
image.jpg

ברעט מענינג » מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:06 pm

· #260305
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי באקומען אויף וואטס עפפ

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:10 pm

· #260307
איך טראג עס נישט אריבער. ווי נעמט מען די כוחות צו הערן אזא טראגעדיע.
מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות כלפי מעלה, אבער ווען אימער עס פאסירן אומגליקן רילעיטעד צו תורה ומצוות - וואס מיר האבן א פארזיכערונג פון פסוק שומר מצוה לא ידע דבר רע, און חז"ל זאגן אונז שלוחי מצוה אינן ניזוקין - רייסט זיך ארויס פון מיין הארץ א וויי געשריי, למה ה' יחרה אפך בעמך, צי איז עס א פייער דורך חנוכה ליכט, שבת'דיגע בלעך/האט פלעיט, שבת ליכט, וכו'. די אלע זאכן טוט מען דאך נאר צוליב דעם ציווי ה', נישט פאר אונזער אייגענע הנאה! מען דארף זיך מחזק זיין מיט פעלזן פעסטע אמונה צו קענען אננעמען די גזירה.

רבש"ע עד מתי? 7 אומשולדיגע קרבנות פסח? תינוקות של בית רבן שלא חטאו? ווי אזוי דאדף דער טאטע זיצן 2 וואכן ארום פסח ביינאכט ביים סדר און פארציילן דיינע נסים??

איי שומר ישראל שמור שארית ישראל ווייל מיר קענען שוין מער נישט פארנעמען. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

גאנצל » מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:15 pm

· #260309
נעבעך נעבעך א טראגעדיע פאר גאנץ כלל ישראל אונז זען מיר אלע א חלק פון די זיבן נשמהלעך ס'לאט זיך נישט אפי' חלומען די שרעדיגע מינוטן וואס האט זיך אפגעטאן דארט אלע קולות זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט די פייערצאנגען די וואך פון ויקרא יבא טהורים אוי באשעפער

זאל השם העלפן אז ס'זאל זיין יאירו שבעת הנרות די זיבן לעכטעלעך זאלן לייכטען פארן רבון העולמים און אונז זאל מיר זיך קענען שטארקן מיט אמונה אין אזא זמן אמן

shem-tov » מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:13 pm

· #260321
פלגי מים ירדו עיני. רבש"ע פארוואס. פארוואס. דער שפרינג דערמאנט פון חנה ושבעה בניה זי האט שוין זיכער געזעהן די בראך פארן שפרינגן זאל איר דער אויבערשטער געבן כוחות עס אדורכצוטראגן. און דער טאטע איי איי איי דאס הארץ צוגייט פאר אים

איינער האט אפשר פרטים וועגן די הימל שפאלטענדיגע לוי

smart » מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:13 pm

· #260322
איך טראג נישט איבער די מעשה, איך וויל נישט מיך מצייר זיין וואוזוי די מאמע האט געפילט בשעתן פריבור'ן צו ראטעווען אירע 7 שעפעלעך אין נישט געקענט זיי ראטעווען.

וואו באגרייפט מען די צער איך קען נישט קומען צו זיך.

אוי רבנו של עולם ווי לאנג נאך?!

נופת צופים » מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:57 pm

· #260329
FDNY & NYRRT will distribute free Smoke alarms, 9V Batteries and Fire Safety info. tomorrow 11-3 at Bedford/Ave M, East 16/Ave M, East 16 / Ave J and Ave L / Nostrand

סענט פראם מיי קאושער פאון

דער שכן » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:21 pm

· #260339
...

ישמעאל הכהן » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:23 pm

· #260340
?Atheist Rabbi
Its like saying Dairy chulent. No pun intended

דער שכן » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:32 pm

· #260343
ישמעאל הכהן
?Atheist Rabbi
Its like saying Dairy chulent. No pun intended


א טיטול אהנע מיטל..

דער שכן » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:33 pm

· #260344
ישמעאל הכהן
?Atheist Rabbi
Its like saying Dairy chulent. No pun intended


Chulent instead of meat it has cheese and milk.

דער שכן » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:34 pm

· #260345
דער שכן
ישמעאל הכהן
?Atheist Rabbi
Its like saying Dairy chulent. No pun intended


Chulent instead of meat it has cheese and milk.



.. And it's kosher....

קאסטנער » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:51 pm

· #260354
שמעקעדיג

מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות כלפי מעלה, אבער ווען אימער עס פאסירן אומגליקן רילעיטעד צו תורה ומצוות - וואס מיר האבן א פארזיכערונג פון פסוק שומר מצוה לא ידע דבר רע, און חז"ל זאגן אונז שלוחי מצוה אינן ניזוקין - רייסט זיך ארויס פון מיין הארץ א וויי געשריי, למה ה' יחרה אפך בעמך, צי איז עס א פייער דורך חנוכה ליכט, שבת'דיגע בלעך/האט פלעיט, שבת ליכט, וכו'. די אלע זאכן טוט מען דאך נאר צוליב דעם ציווי ה', נישט פאר אונזער אייגענע הנאה!


קיין שום חידוש נישט, א האט פלעיט צי א חנוכה מנורה וואס ברענט אין א הויז ווי עס דרייען זיך פינף קליינע קינדער אינטער די פיס אינדערצייט וואס די מנורה טישל שאקלט זיך, צי א לייכטער וואס ליגט אויף א טיש אין א סוכה ווי ווינטן בלאזן אין די משפחה זיצט ווי סארדינען דאכנעס נעמען איבער די מסובים נאכן סעודה אין ליגן גראד לעבן די ליכט, די אלע זאכן זענען פשוטע דרך הטבע אויסגעשטעלטע סכנות,

קאצקע ציקער » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:55 pm

· #260355
What's your point??

קאסטנער » זונטאג מערץ 22, 2015 12:14 am

· #260365
[ציטאט אראפגענומען]


ווער כאפט די לעצטע פייער עקסטיגניטשער?

קאסטנער » זונטאג מערץ 22, 2015 2:02 am

· #260385
[ציטאט אראפגענומען]


איך זעה דא זיבן, ווי די אכטער?

סמבטיון » זונטאג מערץ 22, 2015 2:38 am

· #260389
אוי באשעפער!!!, איך קען נישט איישלאפן. איך מיין חיי לייף ליין זאל אויך רעדן צום המון עם וויאזוי אויפצינעמען אזא בשורה.. איך קען עס נישט דארך טראגן, אויב איינער קען ארויף שטעלן עפעס דברי חיזוק, וואלט איך שטארק הנאה געהאט.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 22, 2015 9:09 am

· #260407
קאסטנער
שמעקעדיג

מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות כלפי מעלה, אבער ווען אימער עס פאסירן אומגליקן רילעיטעד צו תורה ומצוות - וואס מיר האבן א פארזיכערונג פון פסוק שומר מצוה לא ידע דבר רע, און חז"ל זאגן אונז שלוחי מצוה אינן ניזוקין - רייסט זיך ארויס פון מיין הארץ א וויי געשריי, למה ה' יחרה אפך בעמך, צי איז עס א פייער דורך חנוכה ליכט, שבת'דיגע בלעך/האט פלעיט, שבת ליכט, וכו'. די אלע זאכן טוט מען דאך נאר צוליב דעם ציווי ה', נישט פאר אונזער אייגענע הנאה!


קיין שום חידוש נישט, א האט פלעיט צי א חנוכה מנורה וואס ברענט אין א הויז ווי עס דרייען זיך פינף קליינע קינדער אינטער די פיס אינדערצייט וואס די מנורה טישל שאקלט זיך, צי א לייכטער וואס ליגט אויף א טיש אין א סוכה ווי ווינטן בלאזן אין די משפחה זיצט ווי סארדינען דאכנעס נעמען איבער די מסובים נאכן סעודה אין ליגן גראד לעבן די ליכט, די אלע זאכן זענען פשוטע דרך הטבע אויסגעשטעלטע סכנות,


דערפאר האבן מיר דאך דעם גאראנטי אז שלוחי מצוה אינן ניזקין! צו זיצן אין דיינונג רום אויפן פאטעל דארף מען נישט זיין קיין שליח מצוה אז ס'זאל נישט פאסירן קיין אומגליק! צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין.. די פארזיכערונג פון אינן ניזוקין איז אין פאל ווען עס איז אויפן וועג, ים, מדבר, וכו', וואס השטן מקטרג בשעת הסכנה!

שלמה המלך » זונטאג מערץ 22, 2015 12:17 pm

· #260434
איך האב נאר 8 ווערטער אויף די זיבען אומשילדיגע נפשות "ברוך אתה השם אלוקינו מלך העולם דיין האמת"
2) די הארץ פארנעמט בשום אופן נישט קיקען אויף די פעמעלי פיקשער!!
3) קכן איינער מסביר זיין קלארער וואס מיינט די ווארט "עטיעסט ראביי"? ער איז געוועהן א ראביי און געווארען אן עטיעסט? אדער ער איז א ראביי וואס פראקטיצירט עטיוזעם ר"ל? ווער עס ווייסט זאל מסביר זיין ביטע
אלענספאל עס איז נישט נוגע דאס וועט מיר גארנישט ברענגען ווען איך וועל שוין וויסען - די הארץ איז סייווי ציריסען אויף שטיקלעך..........

בן תמליון » זונטאג מערץ 22, 2015 12:25 pm

· #260436
איך קלער צו אנמערקן עס איז נישטא קיין סיבה צו פאניקן איבערן באניץ פון א האט פלעיט וואס איז אן עלעקטריקעל דיווייס פונקט ווי א פריזשידער צו סיי וואס אין שטוב. אויב איז עס נישט צובראכן איז עס סעיף. איין וויכטיקע זאך מיין איך דארף מען שטארק מעורר זיין דעם ציבור איבער א האט פלעיט, צומאל בלא יודעים אדער ווען מען יאגט זיך ערב שבת וועט זיך דער ווייער ארויפרוקן אויפן אייזערנעם פלעיט וואס קאכט און עווענטועל צולאזן דעם פלאסטיק ארומ'ן ווייער און דאן קען ווערן א שארט און א פייער. בדידי הוה עובדא כ'האב געכאפט דעם ווייער כמעט צולאזט. אפשר קענען די אידישע פירמעס אין ישראל וואס פראדוצירן האט פלעיטס אויפקומען מיט א סאלוציע פאר די ווייערס.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 1:03 pm

· #260448
בן תמליון: און אויך. מזאל זעהן אז די האט-פלעיטס זאללן האבן יו.על. סערטיפיקאציע.

נאך א וויכטיגע נקודה. מ'זאלל קיינמאל נישט אראפלייגן א האט פלעיט אויף א קיטשען קאונטער. אייביג נאר אויף די געז רענטש. און אונטער דעם א שבת בלעך. ווייל די האט פלעיט געט ארויס א שטארקע היץ. כמובן...! וה' ישמור את עמו ישראל מעתה ועד עולם...!

משבק » זונטאג מערץ 22, 2015 1:28 pm

· #260456
זאל איך גיין צו דער לוויה אדער נישט
וואס איז דער פראגע זיכער בנערינו ובזקינינו נלך כמיין וואס דען .נאך א שלאפלאזע נאכט וויל איך ממש גארנישט נאר שטיין אוונטערן פרייען הימל מיט טויזענטער אידן און פשוט וויינען . דארפסט מיר ניטאמאל ברענגן מספידים איך זאג צו אז ווי נאר כוועל זעהן די מראה פון 7 ארונות און ניטאמאל א טאטע? אדער מאמע ביי די זייט זיי צו באווינען וועלן אלע הימלען זיך עפענען און כוועל אויסברעכן און א אומבהערשנדן געוויין . אבער פון די אנדערע זייט קלער איך אזוי אפשר איז אט די פרעוויליגיע פון זיך אזוי אויסוויינען און די שטיקל רעליף וואס שפירט זיך נאכדעם רעזערווירט פאר די בני משפחה\נאנטע \שכינים פונעם טראגעדיע .אפשר איז נישט פאסיג צו גיין צו א פרעמדע לוויה סתם אזוי ווייל עס ווילט זיך מיר אויסגעבן מיינע עמאוטינס? נב נאכן שרייבן די יעצטיגע תגובה זע איך אז מורינו לעיקוואוד האקט עפעס איבער יענטישקייט איך האב עס נאכנישט דורכגעליינט אבער איך האב עפעס אן הרגשה אז ער איז פושט מיין שאלה

גאלד » זונטאג מערץ 22, 2015 1:50 pm

· #260459
יא זאלסט גיין, עס האט גארנישט מיט יענטישקייט, ווען אזא טראגעידע פאסירט איז יעדער א מיני-אבל, האסט אלע רעכטן צו באוויינען דיין אייגן צער, וכן אני נוהג, טראץ וואס איך בין א אויסגעשפראכענער אנטי-יענטע כידוע

שלמה המלך » זונטאג מערץ 22, 2015 1:55 pm

· #260462
איך בין געגאנגען צי לייבי קלעצקי'ס ע"ה לויה, איך בין אהיימגעקומען אויסגעוויינט און לייכטער אופ'ן הארץ.....
מ'דארף גיין! בתוך עמי אנכי יושבת - עמו אנכי בצרה...

שלמה המלך » זונטאג מערץ 22, 2015 2:24 pm

· #260469
[ציטאט אראפגענומען]

פחדים נוראים!!!

קרעקער » זונטאג מערץ 22, 2015 3:06 pm

· #260478
די בלורי קינדער זענען זייערע קאזינס און זענען נישט געוועהן פארמישט אין די פייער

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 22, 2015 3:30 pm

· #260486
דער טאטע
📎 rps20150322_153013.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 22, 2015 3:32 pm

· #260487
📎 IMG-20150322-WA0058.jpg

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 22, 2015 3:35 pm

· #260488
זעט נישט אויס ווי קיין אטאיסט צו מיר

איך אויך » זונטאג מערץ 22, 2015 3:35 pm

· #260489
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס דארף דאס ארומגיין פאר די עווריטש דשאו צו הערן?? וועם גייט עס העלפן איין ביט חוץ פון די נפש הבהמות נייגעריקייט?
שלמה המלך

פחדים נוראים!!! ווי אלע ארץישראל'דיגע איבלן כאפן זיך צוביסלעך אריבער.

ברוך שאמר » זונטאג מערץ 22, 2015 3:38 pm

· #260491
u tube ??

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 22, 2015 3:42 pm

· #260493
אפטעמיסט
זעט נישט אויס ווי קיין אטאיסט צו מיר

Maybe the guy who wrote that, meant to say that he is in danger of become an atheist now
היה לא תהיה

קינד_אן_קייט » זונטאג מערץ 22, 2015 3:44 pm

· #260494
How to Talk to Children About the Flatbush Fire Tragedy

ברוך שאמר » זונטאג מערץ 22, 2015 3:48 pm

· #260495
u tube ????

קאך_לעפל » זונטאג מערץ 22, 2015 4:49 pm

· #260507
מען פארציילט נאך, אז דער הייליגער דברי חיים זי''ע איז אמאהל ציריק געקומען פון די לויה פון קינד, און ער איז געווען זייער צובראכן ער האט געזוכט מיט וואס זיך מחזק צו זיין, האט ער געזאגט, אז מען כאפט א זשאכע אויף די פלייצע און מען דרייט זיך אויס און מען זעהט אז עס איז פון א גוטע פריינד, טוהט דאס נישט אזוי וויי, אזוי האט זיך דער הייליגער רב זי''ע מחזק געווען.

זיין אייניקל הרב הגאון רבי משה האלבערשטאם ז''ל האט אמאהל פארלוירן 2 אייניקליך אין יו''ט שביעות, האט ער פארציילט דער דאזיגער מעשה מיטן דברי חיים, ער האט אבער אויסגעפירט מיט א געוויין, יא יא ווען מען כאפט א דשאכע נאר אויף פלייצע, אבער אצינד האבן מיר געכאפט א הילכיגער פראסק אין פנים, אין מיטן הייליגען יו''ט האט אזאנס פאסירט, אוי האט ער דאן געוויינט.......

די זעלבע קענען מען היינט זאגן רבותי דער אלמעכטיגער האט אונז דערלאנגט א פראסק אין פנים, אין שבת קודש, אין ראש חודש, און ר''ח ניסן החודש אשר ישיעות בו מקיפות, א חודש פון רחמים וחסדים, א חודש וואס אידן לאזן קאסטן בגוף ובממון צו טוען א נחת רוח פאר אים, א חודש וואס איז מלא אהבה אין געגעין צום הייליגער באשעפער, און דאס האט פאסירט? ער שיקט אראפ דעם שר האש אוועק צורייסען 7 קליינע קינדער? אהא השם.... וואס פאר א מעסעטש איז דאס? או.... עס טוהט אזוי וויי.......

נאר וואס דען? דער הייליגער באשעפער איז קל רחום וחנון..... ער איז דער מקור הטוב.... עס איז נישט פארהאן קיין גרעסערער בעל הרחמים פון אים..... ער לאזט זיך שטענדיג שפייען פון אינז אין די קאשע... לאמיר זיך מצייר זיין ווען א מלך בשר ודם גיבט ארויס גזירה אז מען זאל נישט טאן א געוויסע זאך, און פאר זיין נאז גייט עפעס א מה יעשהניק, און ער פייפט אריין אינעם קייזער און ער איז עובר אויפן זיין באפעל? וואס וואלט ווען דער קייזער געטאן מיט אים? ער וואלט אים געווארפן פאר די הינט לעבעדיגערהייט.......

דער באשעפער איז מלא כל הארץ כבודו.... לית אתר פנו מניה...... און מיר זענען כסדר עובר אויף זיינע באפעלן....... און וואס טוהט ער? ער שווייגט!!! ער גיבט נאך פרנסה, געזינט, לעבן, אד''ג ווי איז דען פארהאן א גרעסערע בעל הרחמים פון אים? נאר וואס דען? ער וויל מיר זאלן רעדן צו אים, ער וויל זיין נאנט מיט אינז, ער וויל מיר זאלן בעטן פון אים..... רבותי לאמיר אים נישט לאזן ווארטען.... לאמיר זיך צורייסן די הערצער...... לאמיר זיך גוט אויסוויינען צום הייליגן באשעפער...... באשעפער ביטע טוה דאס נישט נאכאמאהל....... די ווילסט מיר זאלן רעדן פון דיר? די ווילסט אז מיר זאלן זיין וואוילע קינדער? אקעי..... מעסיזטש רעסיווד..... מיר גייען שוין זיין וואויל...... זיי אינז מוחל......... אבער מיר בעטן דיר דערמאן אינז אויף א שיינעם וועג... נישט מיט קיין בלוטיגע פאסיק...... ביטע הייליגע באשעפער.........הייליגער בעל הרחמים.......

שלמה המלך » זונטאג מערץ 22, 2015 5:33 pm

· #260515
שרעקליכע עוון פלילי צי זאגען אויפן פאטער א עטויוסט!
איך ווייס נישט וואס טיט זיך אין זיין הארץ אבער רעדען ביי 7 קונדערס לויה אויף איינמאל פון אמונה! דאס קען נאר א מאמין בן מאמין מאמינים בני מאמינים!!!
מי כעמך ישראל!! גאט אין הימעל די האסט נישט נאך אזא פאלק!!!! קענסט זיין פראויד מיט אונז...
און מיר בעטען דיך זייער פרוביר אונז נישט נאכאמאל....

משבק » זונטאג מערץ 22, 2015 7:56 pm

· #260543
ווער איז די פרוי וואס יאמערט אזוי

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 22, 2015 8:03 pm

· #260544
די באבע

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 22, 2015 8:24 pm

· #260551
God is my witness that I'm still amongst the living only by miracle. In my childhood, I went to sleep every night especially Friday night with extreme fear of all the Shabbes and Riminiver-Neshume candles that were lit all around the house. Indeed, we had many fires throughout the years. I know many family relatives of mine who had too. All of them related to נרות או שמירת - שבת ויו"ט in one way or another. I once put out a fire in my house with my bear hands, suffering as a result of painful long lasting burns. We're all lucky to be alive today and not have been burnt at the stake על קידוש השבת.

shem-tov » זונטאג מערץ 22, 2015 8:59 pm

· #260558
אומשילדיגע שעפעלעך נעבעך טאטע טאטע טאטע איך בעט דיך

קאלטס און ווארעמס » זונטאג מערץ 22, 2015 10:43 pm

· #260587
איך ווייס נישט ווער ס'יז ארויפגעקומען מיט די עטיסט ב"ש... ס'קוקט אויס ווי איינער האט פראבירט אויסצינוצן די טראגעדיע צו זעהן ווי אונז בהמות קאפיען עס און דיסקאסן עס...

shem-tov » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:06 am

· #260641
ראש סגייט נישט

outspoken » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:31 am

· #260692
יעדר זאל דאס טון

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/03/blog-post_8336.html">http://bshch.blogspot.com/2015/03/blog-post_8336.html</a>

שלמה המלך » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:12 pm

· #260719
ביטע זאפארט אויפהערען לייגען בילדער פון די קינדער! די הארץ איז נישט געמאכט פון ראבער.......

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:10 pm

· #260752
איינער ווייסט די מצב פון די מאמע מיט די עלטערע טאכטער?
בלאט: 1 2 3