אשכול אן א טיטל #4581
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4581
לעיקוואד[/quote]
פאלגענד איז דער נוסח :
[quote]ריבונו של עולם, העושה שלום במרומיו,
אף שלא הוסמכנו לתקן תפילות – אין אנו יכולים עוד להביט אל הטבח הנעשה בעולמך ולא להתפלל על כך; אף שאנו יודעים כי שני הצדדים במלחמה הם שופכי דמים פראיים – אין אנו מסוגלים לשתוק בשעה שנפגעים רבים רבים שהם מחוץ למעגל הלחימה.
אנו פונים אליך בתפילה כי תעורר ברוצחים את האנושיות הפשוטה ואת מידת הרחמים, את ההכרה כי כולנו נבראנו בצלם א-לוהים וכי גם למידת האכזריות יש גבולות, ותופיע בעולם את מה שכתבת בתורתך "שופך דם האדם באדם דמו יישפך, כי בצלם א-לוהים עשה את האדם".
שלח בנו גם את התבונה לדעת מה לעשות בשעה הקשה הזו, בו שוב מתגלה הצד האפל שביצרם הרע של בני אדם, ואין אנו יודעים מה מוטל עלינו מול מציאות מרה זו; שלח בנו את היכולת לפעול ככל יכולתנו כדי למנוע שפיכות שמים בעולם, ובמיוחד בארץ הקדושה והרחבה, עליה כתבת בתורתך "וְלֹא תַחֲנִיפוּ אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתֶּם בָּהּ כִּי הַדָּם הוּא יַחֲנִיף אֶת הָאָרֶץ, וְלָאָרֶץ לֹא יְכֻפַּר לַדָּם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ בָּהּ כִּי אִם בְּדַם שֹׁפְכוֹ".
עושה שלום במרומיו, הוא יעשה שלום עלינו, ועל כל ישראל, ואמרו אמן.
קבל את האמת ממי שאמרו, די דאזיגע תפילה איז זייער הארציג, עניוות'דיג און צום פינטל, לאמיר עס איבערשרייבן אין אידיש אז מי שלבו נקפו קען עס זאגן מיט זיין ווייב און קינדער:
ריבונו של עולם, העושה שלום במרומיו,
טראץ וואס מיר זענען נישט אויטאריזירט צו מתקן זיין תפלות, אבער ווי קענען מיר צוקוקן צו די שחיטות וואס גייט פאר אויף דיין וועלט, מיר מוזן מתפלל זיין. טראץ וואס מיר ווייסן אז מיר האבן נישט קיין שטעלונג, ביידע זייטן זענען ווילדע בלוט פארגיסער, אבער מיר קענען נישט שווייגן ווען אזויפיל אומשולדיגע ארומיגע פאלן קרבנות.
מיר בעטן דיר רבונו של עולם, וועק אויף אין די הערצער פון די רוצחים זייער נאטורליכע מענטשליכקייט און מדת הרחמים, שענק זיי די וויסנשאפט אז מיר זענען אלע באשאפן מיט א צלם אלקים, און אנטפלעק אויף די וועלט וואס די האסט געשריבן אין די תורה "שופך דם האדם באדם דמו יישפך, כי בצלם א-לוהים עשה את האדם".
שענק אונז די פארשטאנד צו פארשטיין וויאזוי צו באהאנדלען די שווערע צייט ווען די שרעקליכע פינסטערע זייט פון די יצר הרע פון מענטשן קומט ארויס, און מיר ווייסן נישט וויאזוי מיר מוזן רעאגירן, שיק אונז מעגליכקייט צו קענען טון אלעס וואס מיר קענען צו אפהאלטן שפיכות דמים אויף די וועלט, און אמערסטנס אויף דיין הייליג לאנד איבער וועלכע די האסט געשריבן אין דיין תורה "וְלֹא תַחֲנִיפוּ אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתֶּם בָּהּ כִּי הַדָּם הוּא יַחֲנִיף אֶת הָאָרֶץ, וְלָאָרֶץ לֹא יְכֻפַּר לַדָּם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ בָּהּ כִּי אִם בְּדַם שֹׁפְכוֹ".
עושה שלום במרומיו, הוא יעשה שלום עלינו, ועל כל ישראל, ואמרו אמן
פארשטייט זיך אז תהלים איז אונזער שטארקע מיטל, די תפלה איז פשוט ארויסגעברענגט די מחשבות הויך. יא, מיר האבן א מדת הרחמים, לאמיר זי לאזן טון דאס זייניגע!
<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/international/kerry_has_evidence_sarin_gas_was_CWRyWupTWyw3ZKpHPoOGUN?utm_medium=rss&utm_content=%20%20%20%20%20%20%20%20International">http://www.nypost.com/p/news/internatio ... ernational</a>
לא עליך המלאכה לגמור וכו'
איך ברענג ארויף דעם אשכול, צוליב א שטיקל טויש אין דעם האלעקאסט; אדער בעסער געזאגט: צוליב א קאנטער-האלעקאסט. אייסיס, פירט דורך מאסן שחיטות מיט א שרעקליכן בארבאריזם; מאנכע, הויפטזעכליך רוסלאנד, האבן שוין געשריגן בעפאר, אז ס'איז נישט אסאד, אויף וועמען די וועלט זאל עפענען א געיעג צו באקעמפן, נאר בוחר זיין הרע במיעוטו, און דערפאר, דערלאזן זיינע שונאים - - ליבערשט פיינט פאר דער אינטערנאצינאלער געמיינדע - - צו זיין די וועלכע פאלן ערשט אונטער דער שווערד, און דערנאך צילן די פיילן קעגן דעם דאמאסטישן סאדיסט.
דאס אוודאי, טוט נישט מינימוזירן די שענדליכע רציחה פון דעם אסאד רב הטבחים. אבער טוט דעמאנסטרירן, דאס אז סענטימענטן קענען נישט זיין די שליסלען, מיט וואס צו דרייען די קליאמקע פון א גלאבאלער מלחמה. ס'געפינען זיך דארט אוודאי סעקולערע מענטשן, און זיי לעכצן נאך דעמאקראטיע. פאר מענטשן פון דער מערב וועלט, ברויך באנג טאן די פיין און ענגשאפט, וואס דיקטאטארישקייט ברענגט פאר פילע הומאן-ביאינגס ארום דער גארער וועלט. אין א געוויסן זין, איז בכלל נישט עטיש, און אפילו אומגערעכט, צו פאסן מיינונגען, איבער אנגעלעגנהייטן בנוגע דעמאקראטיע, וועלכע אפעקטירט זיי, און בלויז זיי.
למעשה אבער, אויב וויל מען רעדן פון אינטערנאצינאלער הילף, אין פארעם פון מיליטערישע אונטערנעמונגען, ברויך מען דן זיין, ווער ס'איז the better of the two evils, און ארבעטן מיט מח, צו דערשטיקן דאס געפיל. געפיל, וואס קען עווענטועל פירן צו זיך איינשאפן בלויז מער, און שטערקערע געפיל, און שלאגן כפרות מיט די אייגענע געוויסן.
קיין חילוק וויאזוי, איז נישט פארהאן סיי וואספארא בארעכטיגונג צו פארגאזן קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא. מ'רעדט אבער כלפי דער אונטערנעמונג פון "שריט".
דער אמת איז: וועלכער נארמאלער מענטש זאל נישט זיין צעמישט. ס'שפילט זיך אפ מער ווי איין האלעקאסט. און אונטער דעם מעסער פון יעדער טייוולאנישער אידעלאגיע, סוב-איש על דגלו, באותות לבית אבותם, זענען שוין צענדליגער אומשולדיגע מענטשן הינריכטעט געווארן, דורך גרויליגע מיתות משונות ואכזריות. און אלץ אין נאמען פון רעליגיע, וועלכע ראנגלט מיט טיראניע, איבער דעם קאנטראל אויף דער בלוט-באד.
איך, בתוך פילע אנדערע, ווייסט נישט גענוי וועלכע סטראטעגיע די וועלט פירער זאלן אונטערנעמען. איך ווייס נישט, און איך דארף נישט צו וויסן. אבער ווי פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש, בלוטיגט מיר אין הארצן, צו זען אין וואספארא סיטואציע א דור, וואס טוט אנגעבליך סימבאליזירן פרידן, גלייכבארעכטיגקייט און ציוויליזאציע, האט זיך דערקייקלט. ס'איז אוממעגליך פאר דעם מענטשליכן פארשטאנד, גענצליך צו איגנארירן דאס געפיל. אבער א חכם הרואה את הנולד, ברויך ארבעטן מיט שכל, און זיכער מאכן אז טיראניע, טעראר און גענאציד, פון בימים ההם, ווערן נישט פראקטיצירט אין דער ווירקליכקייט, בזמן הזה. ווער איז אבער שלעכט, און ווער ערגער, דאס דארפן קלוגערע מענטשן מחליט זיין, און לאמיר האפן אז זיי וועלן.
איך צי נישט מסקנות, קוים וואס איך טו מיך דערגרינטעווען צו די ה"א. אבער ווען אזויפיל געשענישן האבן זיך שוין געדרייט ארום סיריע, זינט דער עפענונג פון דעם אשכול, איז כדאי אויפצופרישן דאס געמיט, וואס האט פונקט א יאר צוריק פון יעצט דא געהערשט, און אדרבה, ישמע חכם ויוסיף לקח.

אין אנדערע ווערטער, מען האט זיך געזאלט לערנען א לקח פון סאדאם כוסעין.
עס איז א פחד און א ווייטאג צוריקקוקנדיג אויף די היסטאריע וויפיל פעלקער אמעריקע האט שוין געהאלפן, פאר זיי דעליווערד - און טרענירט צו נוצן - די סאמע בעסטע וואפענס אקעגן זייערע שעדליכע פיינט; און שפעטער האבן די רוצחים אויסגעדרייעט די זעלביגע וואפן צו אמעריקע זעלבסט, און געביסן די האנט וואס האט זיי געפיטערט.
א בחינה פון אוי לי מיצרי ואוי לי מיוצרי.

איך זעה יעצט אז אנהייב אשכול האט בדחן (ע"ה) געענטפערט בטוב טעם ודעת זייער ענליך, וז"ל:
בדחןווייל די פייטער אין סיריע זענענן על קיידע און אנדערע דשיהאד'ניקעס,
מען קען נישט מיט איין האנט הרג'נן אמעריקאנער און די אנדערע האנט אויסשטרעקן פאר הילף פון זיי דעם וועם זיי האבן נעכטען געהרגט, עס ארבייט נישט אזוי.
זיי האבן געהרגט אומשולדיגע אמעריקאנער ביים אראפ ברענגן די טווין טאוערס, זיי האבן געהרגט אומשודליגע מענטשן און דיריע, איראק, תימן, אמעריקע, פראנקרייך, רוסלאנד, און נאך פלעצער איבער די וועלט, יעצט עסן זיי די זעלבע זאך וואס זיי האבן אונז געגעבן צו עסן..... זטלען זיי עס עסן מיט אפעטיט.. און ביידע זייטען זאלען האבן הצלחה.
זאלען זיי אנצינען די טעיפ פון די מוזיק וואס האט געשפילט ווען דריי טויזענט אומשולדיגע מענטשן זענענן געהרגט געווארען אין די טווין טאוערס,
רויטע וואנצעס
נארוואס געזען דעם ווידיאו און ס'האט מיר אויפגעשאקעלט ביזן דם התמצית! איככה אוכל וראיתי בקרבנות שר הטבחים, היכן היינו בשעת טביחת ילדים חפים מפשע? איך נעלים את חרפתינו בראותינו שואה עובר על עם נדכא ונשפל ואנחנו יושבים איש תחת גפנו ותאינתו? וויאזוי קענען מיר צוקוקען צום בלוט פארגיסונג און גארנישט טוהן? שוין, מארגן גייט מען שוין פארגעסן, דאס לעבן גייט ווייטער אן, און גארנישט...
אז בהלוכי, דרכי אושביץ הארורה
חטאת אנוש, ראת עיני בדומיה
דיבר בליבי, קול דממה דקה
האם עזבו, את דרכם השובבה
עוד באבלי, על עמי האבודה
מתאבל אני, על עוד שואה
חטאת אנוש, ראת עיני בדומיה
דיבר בליבי, קול דממה דקה
האם עזבו, את דרכם השובבה
עוד באבלי, על עמי האבודה
מתאבל אני, על עוד שואה
אחד העםאז בהלוכי, דרכי אושביץ הארורה
חטאת אנוש, ראת עיני בדומיה
דיבר בליבי, קול דממה דקה
האם עזבו, את דרכם השובבה
עוד באבלי, על עמי האבודה
מתאבל אני, על עוד שואה
אתה מחבר פיוטים ושירים יפים לאורי
בדיוק כמו אחד העם המקורי
אבל, תעשה טובה לעם היושב בציון בלי מורא
אל תדבר על עוד שואה שתוצואותיה איום ונורא.
😕 😎 😂 🙄 🙄 🙄 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😞 😢 😉 😮