☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » יום השואה - כ"ז ניסן

יום השואה - כ"ז ניסן

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6314
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 27, 2014 3:49 pm

· #197491
יום השואה - כ"ז ניסן
אין וויקיפעדיע/יידיש שטייט ווי פאלגענד:

יום השואה איז א יידישע אנדענק טאג וואס ווערט געפייערט אין מדינת ישראל יעדעס יאר אום כ"ז ניסן.
אין דער טאג פאראייניגן זיי זיך מיט די 6 מיליאן אומגעקומענע יידן וואס זיינען געמארדעט געווארן ביי דעם חורבן דורך די נאצים מיט זייער פירער היטלער אין אייראפע.
ביי די פרומע פייערט מען נישט אויף כ"ז ניסן, אין ישראל ווערט עס געפייערט, דורך א מינוט פון שטילקייט ווי ביי די גויים, די פרומע האבן בעיקר גערעדט פון תשעה באב, און עטליכע רבנים האבן געשריבן א קינה, וואס אין עטליכע פלעצער איז איינגעפירט צו זאגן, מיט די קינות

לדעתי איז א קינה פון עטליכע רבנים, און א דרשה תשעה באב נאכמיטאג צווישען מנחה און מעריב נישט גענוג. ע"כ עפען איך דעם אשכול לכבוד דעם היינטיגען "יום השואה".
בייגעלייט איז א תפילה לכבוד דעם טאג, פארפאסט דורך ראביי זאקס.

Today, on Yom HaShoah, we remember the victims of the greatest crime of man against man – the young, the old, the innocent, the million and a half children, starved, shot, given lethal injections, gassed, burned and turned to ash, because they were deemed guilty of the crime of being different.
We remember what happens when hate takes hold of the human heart and turns it to stone; what happens when victims cry for help and there is no one listening; what happens when humanity fails to recognise that those who are not in our image are none the less in God’s image.
We remember and pay tribute to the survivors, who bore witness to what happened, and to the victims, so that robbed of their lives, they would not be robbed also of their deaths.
We remember and give thanks for the righteous of the nations who saved lives, often at risk of their own, teaching us how in the darkest night we can light a candle of hope.
Today, on Yom HaShoah, we call on You, Almighty God, to help us hear Your voice that says in every generation:
Do not murder.
Do not stand idly by the blood of your neighbour.
Do not oppress the stranger.
We know that whilst we do not have the ability to change the past, we can change the future.

און א טעלע-קאנפערענס היינט פון ראביי זאקס דורך NCSY האט הרב שיין ארויסגעברענגט אז דער ענין פון יום "הזכרון", געדענקן איז נישט לתועלת צו לעבן אן עבר'דיגן לעבן, וועלן זיין ווי אמאל, נאר אדרבה, נוצען דעם עבר אויף א לימוד להבא. אין ספר בראשית - איז הרב ממשיך - שטייט דריי מאל "ויזכור אלוקים", ויזכור אלוקים את נח... ויזכור אלוקים את אברהם... ויזכור אלוקים את רחל... אלע דריי מאל האט די "זכירה" געדינט אלץ א "עתיד" (ארויסנעמען נח פונעם תיבה, ראטווען לוט, און פרוכטבארן רחל'ן), מ'קוקט אויף צוריק כדי צו קענען גיין פאראויס!

עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 3:55 pm

· #197493
צום היי יעריגער יום הזכרון האט זיך אויכעט צוגעשטעלט דער פירער אבאס פון פאלעסטיין וואס האט צום ערשטן מאל אויסגעדריקט א שארפע פארדאמונג קעגן דעם האלאקאוסט,
דער איזראעלי פירער ה'ביב הידוע טוט נישט אנעמען דעם טרויער זיינער נאר טענה'ט אז אבאס האט געמאכט היינט צוטאגס א יד אחת מיט'ן גרעסטן האלאקאוסט בזמנינו דער כאמאס טעראר באנדע.

לאליפאפ » זונטאג אפריל 27, 2014 8:39 pm

· #197560
און דער ביב הידוע איז אזוי גערעכט!

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:23 am

· #197686
לאליפאפ
און דער ביב הידוע איז אזוי גערעכט!

דעי גערעכטיגקייט האט שוין נעבעך אפגעקאסט א פרישער האלאוקאוסט פאר'ן כלל ישראל, א חוץ דער ערשטער וואס זיי האבען במו ידיהם געשטיפט פאראויס צו קענען תובע זיין די וועלט א ממשלה צו האבען אין באזיס א מאכט צו פארניכטען דעם געדענקעניש פון אידנטום.
ווען איר קוקט איבער די אלע טרויעריג בארימטע קליפס ווי פילע מתי ישראל ווערן געשלעפט נעבעך צו די מאסען קברים, נאך די סאדיסטישע און בארבארישע רציחות פון די דייטשען ימ''ש,
געדענקט און פארגעסט נישט איבער די אחראים און שולדיגע וואס האבען אריינגעשלעפט דעם כלל ישראל צו די ביטערע נאצישע רוצחישע חיות נעגל.

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:36 am

· #197690
shut up

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:47 am

· #197692
אצינד וועל איך מסביר זיין מיין קורצע תגובה,
קודם כל דו פארדינסט נישט קיין ענטפער אויף דיין נארישע רשעות'דיגע פראוואקאטיווע און אומטאלעראנטע תגובה.
צווייטנס אז לאמיר זאגן אז דו נעמסט אן די אראבישע איראנע נעראטיוו אז די מדינה איז א תוצאה פון די האלאקאוסט, מיינט דאס נאך אלס נישט אז זיי האבן גאר גורם געווען די קריג.
און לאמיר זאגן אז די נעמסט אן די נטורי קרטא/סאטמאר אידעאלאגיע אז די ציונים האבן גורם געווען די קריג, איז דאס נאר אין רוחניות'דיגע הימל חשבונות.
דו קומסט מיט עפעס גאר א נייע תורה אז די ציונים האבן גאר פאקטיש אנגעדרייט די קריג, און דאס איז געווען א געפלאנטע מזימה צו האבן א מדינה [כדי צו קענען האבן אלע אידן אויף איין פלאץ צו אויסהרגנען - פשיהא גג על דאך] דאס איז א חידוש נפלא לא עלה על לבם אפילו פון אחמדינדשאד און משה בער בעק.
דעריבער ביטע shut up

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:50 am

· #197695
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/275193">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/275193</a>
א לינק מיטצוהאלטן לייוו די מארטש אוו די ליווינג

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:55 am

· #197697
איש עברי

און לאמיר זאגן אז די נעמסט אן די נטורי קרטא/סאטמאר אידעאלאגיע אז די ציונים האבן גורם געווען די קריג, איז דאס נאר אין רוחניות'דיגע הימל חשבונות.
דו קומסט מיט עפעס גאר א נייע תורה אז די ציונים האבן גאר פאקטיש אנגעדרייט די קריג,


דעי תורה האבען גרויסע לייט אין כלל ישראל געזאגט, און אז די ביסט אומצופרידען מיט זיי רעכן זיי אויס ביי די נעמען און שעלט זיי וואס ווילסטו פון אן אומשילדיג עפל?
ב.ד.וו. האב איך געהערט מ'עד ראיי' הרב פ.וו. וואס איז געוועזען דערביי ווען אין שטאט קלויזענבורג האבען די ראשי הציונים מעניש געווען גאר שטארק און געהאלפען שטיל מאכען די אלע וואס האבען פרובירט מגלה זיין דעם ביטערן אמת וואס מען טוט נעבעך פאר אינזערע זיידעס אין אוישוויץ,
יעצט ביטע זיי ממשיך




דעריבער ביטע shut up

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:58 am

· #197698
איש עברי
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/275193
א לינק מיטצוהאלטן לייוו די מארטש אוו די ליווינג

עס איז א שעים מיטצוהאלטען אזא סצענע ווי די וואס זענען פארשמירט מיט די בלוט פון אינזערע זיידעס קומען היינט נעמען קרעדיט.

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:03 am

· #197700
עפל סיידער

ב.ד.וו. האב איך געהערט מ'עד ראיי' הרב פ.וו. וואס איז געוועזען דערביי ווען אין שטאט קלויזענבורג האבען די ראשי הציונים מעניש געווען גאר שטארק און געהאלפען שטיל מאכען די אלע וואס האבען פרובירט מגלה זיין דעם ביטערן אמת וואס מען טוט נעבעך פאר אינזערע זיידעס אין אוישוויץ,
יעצט ביטע זיי ממשיך
[/quote]
געהערט פון א עד שמועה איבער אידן וואס האבן געוואלט פארלאזן אייראפע קיין ארץ ישראל זיך צו ראטעווען און א געוויסע אדמו"ר מראשי הלוחמים נגד הציונים האט זיי נישט געלאזט און זיי זענען נעבעך אומגעקומען

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:07 am

· #197702
@איש עברי אז דיין אגענדע איז דא בלויז ווייל די ביסט אומבאקוועם מיט א געוויסע אדמו''ר דאן נעם דיר איבער אים,
וואס ברויכסטו עס טון דא ווי מען דערמאנט די בארבארישע רציחות פון די דייטשען ימ''ש מיט זייערע צוהעלפער.
ביטע נישט פארקירעווען אן היסטאריע אשכול צו געוויסע אנשי שם.
ייש''כ.

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:11 am

· #197704
דער עיקר אז דו האסט שווארץ געמאכט עטליכע ווערטער כמבואר אין דיין חתימה

שרייבער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:17 am

· #197705
איש עברי
די ציונים האבן נישט נאר גורם געווען די קריג מיט רוחניות'דיגע הימלישע חשבונות, נאר בפועל ידם, ווי האט דער רשע געזאגט, איין קו אין פאלעסטינא איז מער ווערט ווי די אלע אלטע אייראפע'אישע אידן עפ"ל
געב א קוק וואס ר' מיכאל בער שרייבט אין מן המיצר, ועוד ועוד וואס ער האט נישט עספיעט צו שרייבן
יא און נאכאמאל יא, זיי האבן בידים גורם געווען די מלחמה מיטן פראוואקירן דעם רשע, און זיי האבן בידים אפגעהאלטן די הצלה פון הונדערטער טויזענטער אידן ובתוכם אויך דיינע זיידעס הי"ד

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:23 am

· #197710
שרייבער
איש עברי
בתוכם אויך דיינע זיידעס הי"ד

פון וואנעט ווייסטו?

מאטי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:24 am

· #197712
איש עברי
דער עיקר אז דו האסט רויט געמאכט עטליכע ווערטער כמבואר אין דיין חתימה

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:34 am

· #197714
סאיז נאריש איבערצוקייען און אפענטפערען די אלע רשעות'דיגע זינלאזע אגיטאציעס, קיינער לייקנט נישט אז די ציונים האבן געקענט טוהן מער צו ראטעווען די אידן ביים קריג, אזוי ווי די אמעריקאנע אידן האבן געקענט טוהן מער, אבער אנלייגן די שולד אויף די ציונים איז נאריש, באזיסלאז, גרונדלאז, און גרעניצט זיך מיט רשעות.

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:41 am

· #197718
איש עברי
און אפענטפערען די אלע רשעות'דיגע זינלאזע אגיטאציעס.

פארוואס עפעס רשעות'דיגע? אפילו אין דיין באליבטע מדנ''י געריכט איז אויכעט פארגעקומען א לענגערע דיון ביים משפט קאסטנער ווי פילע פון דיינע געריפענע רשעות'דיגע אנקלאגעס זענען היבש ברייט געדעקט געווארען, און די ציונים זעלבסט האבען זיך דערפון נישט געקענט ארויסדרייען,

איך האב געהערט אן אינטערסאנטע עובדא פון א תלמיד חביב פון הגה''צ רבי מיכאל בער זצ''ל, אז דאן ווען די משפט קאסטנער האט זיך אנגעפאנגען זענען געקומען פילע משלחת'ן פון גדו''י אז ער זאל אהינגיין און אויפטרעטן און מעיד זיין קבל תבל ומלואו איבער די רציחות פון די דייטשען וואס האט געהאט די פולסטע קאפאראציע פון די ציונסטישע מושלים,
האט דאן רבי מיכאל בער בחכמתו גענטפערט די ציונים האבען שוין גענוג יודישע קרבנות רח''ל אומגעברענגט פאר זייער מדינה, איך ברויך נישט זיין א פרישער קרבן, און ער איז למעשה נישט געפארען.

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:42 am

· #197719
יואל בראנד איז געווען א העעראישע עסקן וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו ראטעווען אידן!

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:42 am

· #197720
מיין דאקטאר לאזט מיך נישט ליינען עפל סיידער'ס תגובות

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:45 am

· #197721
איש עברי
מיין דאקטאר לאזט מיך נישט ליינען עפל סיידער'ס תגובות

נאך אכט מאל מגיב זיין, דערמאנט ער זיך דעם לחש, נישטום שבת גערעדט

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:57 am

· #197731
שרייבער איך זעה אז דו ביזט אין די עניינים, דו קענסט היסטאריע, אפשר זאגסטו וועלכע רשע האט דאס געזאגט?

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:33 pm

· #197740
איש עברי
און וואס איז מיט זייער באקאנטע סלאגאן פון כי רק בדם תהיה לנו הארץ

גאלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:51 pm

· #197765
דאס אמאל זיכער אז די מדינה האט קעפיטילייזד פון די בלוט פון מיינע זיידעס און באבעס הי"ד,
ווען נישט די האלאקאסט וואלט זייער מעגליך קיין מדינה נישט געווען,
די מייסדי המדינה האבן מאחורי הפרגוד זיך געריבן די בייכער פון די צרות אייראפע, מ'האט געקענט זיין די גלאנץ אין זייערע אויגן,
פארדעם אליין קען איך זיי נישט סובל זיין, ווי זיי רייטן נאך עד היום אויף מיינע זיידעס בלוט,
איך רעד נישט דוקא פון א פרומען שטאנדפונקט,
בנוסף צו דעם פאקט טאקע וואס זיי ניצן עס צו טרייבן זייער פארשימעלטע באוועגונג פון עקירת הדת,
איך האב גארנישט מיט זייער יום השואה,
מיין יום השואה איז גראדע אויך בימי הספירה און דאס איז ה' אייר,
איך בין ענטייטלד צו האלטן מיין יום השואה ווען מיר שמעקט,
איך בין פונקט אזא אפטרופס אויף די קדושי אייראפע ווי הערצל וחבריו

שרייבער » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:54 pm

· #197766
איש עברי
שרייבער איך זעה אז דו ביזט אין די עניינים, דו קענסט היסטאריע, אפשר זאגסטו וועלכע רשע האט דאס געזאגט?

אויב איך האב נישט קיין טעות האט ער געהייסן גרינבוים אויפן לעצטן נאמען, איך געדענק נישט מאמענטאל די ערשטע

דו ביסט טאקע דום אדער דו מאכסט דיך, די זאכן זענען באשריבן, סיי אין מן המיצר, און דאכט זיך ר' סענדר דייטש האט אויך באשריבן דערפון אין זיינע ביכער פון די מלחמה דאכט זיך "חורבן אונגארן" הייסט עס

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:04 pm

· #197769
שרייבער
איש עברי
שרייבער איך זעה אז דו ביזט אין די עניינים, דו קענסט היסטאריע, אפשר זאגסטו וועלכע רשע האט דאס געזאגט?



דו ביסט טאקע דום אדער דו מאכסט דיך, די זאכן זענען באשריבן, סיי אין מן המיצר, און דאכט זיך ר' סענדר דייטש האט אויך באשריבן דערפון אין זיינע ביכער פון די מלחמה דאכט זיך "חורבן אונגארן" הייסט עס

און ווי קען מען פאגעסן פון הערשל פריעדמאן (די באקאנטע 3 9 פון די מעין מעניו) וואס באשרייבט עס באריכות און מאפילה לאור גדול (חלק א')

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:06 pm

· #197770
אגב דער גרינבוים האט שפעטער געהאט פרומע אייניקלעך
איינער פון זיי האט געלערנט אין ישיבת סלובדקא וואס האט אפילו נישט געוויסט וואספארא יחסן ער איז...

יתרו » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:19 pm

· #197772
שרייבער

יא און נאכאמאל יא, זיי האבן בידים גורם געווען די מלחמה מיטן פראוואקירן דעם רשע, און זיי האבן בידים אפגעהאלטן די הצלה פון הונדערטער טויזענטער אידן ובתוכם אויך דיינע זיידעס הי"ד

כדענק נישט וואו אבער כהאב ערגעץ געלעזט אז ווען היטלער האט אמאל געזעהן א איד מיט בארד און פאות אין דייטשלאנד, שוין נאכן זיין אין אמט, האט ער זיך געווארפען אויף דער ערד ווי א וואנזינגער און געשוואוירען ביי אלעס הייליג אז ער וועט פארניכטן דאס פארפלוכטע פאלק, ויבא המלנקקים וילנקו. עכ"פ לפי זה נמצינו למידין וכו'
רבותי אראפ מיט די בערד און פאות!

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:23 pm

· #197773
שרייבער דוכט זיך אהער און אהין
סך הכל קיינער האט נישט געטוהן גענוג ביים קריג, עס זענען געווען חרדישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, און אזוי אויך ציוניסטישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, ווייסמאנדל איז נישט קיין היסטארישע מקור און אוודאי נישט סענדר דייטש.
דער גרינבערג וואס האט אנגעבליך געזאגט דאס איז יצחק גרינבערג, איינער פון די גרעסטע עסקנים למען הקמת המדינה, וואס האט געהאט גאר א פרעכע און שארפע שפראך, אבער ער האט עס געמיינט נאר צו דראמאטיזירן די וויכטיגקייט פון א אייגן לאנד ווי אידן וועלו ענדגילטיג באפרייט ווערן פון שמדות והריגות, פארשטייט זיך אז דעמאלטס האט מען נאכנישט תופס געווען די שרעקליכקייט פון די חורבן, מען דארף עס נעמען אין קאנטעסט אזוי ווי למשל סאטמאר רב'ס צוגלייכן עברית צו זיך ביקן 7 מאל צום ציילעם, אזא צולאזעניש.
דער גרינבערג אליין האט אסאך געטוהן פאר די פוילישע אידן און איז געשטאנען אין שפיץ פון די ועד הצלה פון די סוכנות, און לאמיר נישט פארגעסן אז די ציונים האבן אונז גורם געווען דעם יום טוב כ"א כסליו.

יתרו » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:32 pm

· #197775
[ציטאט אראפגענומען]

מ'ברויך ווען עפענן א באזונדערע אשכול איבער דעם, אבער אין קורצן וועל איך מעורר זיין אז אל אף וואס יעדער בחור'ל ווייסט צו זאגן איבער קאסטנער, יואל בראנד, און וואספארא רשעים די ציונים זענען געווען פארן נישט געבן געלט פאר ר' מיכאל בער, איז די זאך ווייט נישט אזוי פשוט. ווי די חוקרי העתים והזמנים געבן איבער האט יעדער דוללער אויסגעפעלט דארט פאר זייער שוץ און הגנה אנטקעגן די אראבער און בריטער, זיי האבן פיין געוויסט אז יעדער ליאדע מינוט קענען זיך די ענגלישער אפטראגן פון דארט און זיי וועלן זיך דארפן ספראווען מיט ארבער צמאי דם ווי דער פאקט האט שפעטער איבערגעוויזן און אדאנק זייער אנברייטן זיך זענען זיי געווען וועל פריפערד.
קינדערלך זייטס נישט משוגע, נישט יעדער פירער פון די ציונים בימים ההם איז געווען א קאלאבראטער מיט די דייטשן. די קשיא איז אסאך שטארקער אויף די אמעריקאנער אידענטום.

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:43 pm

· #197776
אזוי ווי פילע פרעגן אהן, ווי עס האט זיך אנגעהויבען די שידוך פון די ציוניסטישע פירערשאפט מיט די דייטשע רעזשים, וויאזוי זיי האבען גורם געווען און אנגעדרייט די נאצישע טיגער צו אויסשעכטן מיט זיינע רוצחישע נעגל טויזענטער אידישע קינדער הי''ד,
וועלן מיר אנהייבען קודם מיט עטליכע קורצע שאלות און הערות איבער די נושא, און דערנאך צוקומען צו די ענדגיליטיגע טרויעריגע פאקטען וואס האט זיך ליידער אפגעשפילט וויאזוי אנשים מזרע ישראל האבען געהאט א יד און א דירעקטער חלק אינעם מאסען מארד אויפען אידישען פאלק, ווען דער כלל ישראל איז שרעקליך פאר'יתומ'ט געווארען פארלירענדיג אירע שטארקסטע כוחות , און תורה ריזען,


(א) צום אלעם ערשט ברויך מען פארשטיין א פלא'דיגע זאך, ווער אין די וועלט האט פאר'ן מטורף וצורר היהודים היטלער ימ''ש אריינגעזעצט אין קאפ דאס אז די אידישע ראסע איז דער וואס דיקטירט אין פירט די וועלט?
ווי באקאנט האט דער מטורף ורוצח געהאט פאר זיך א וויזיע אז דאס דייטשע ראסע זאל דאמינירען און פירען די וועלט און דערפאר האט ער ערקלערט א וועלט קריג צו שולט זיין מיט די ריינע ראסע איבער די וועלט, נו? שטעלט זיך די פראגע ווי אין דער וועלט איז דא אריינגעקומען די רציחה'שע פלאן פון ליקווידירען דער וועלט'ס אידנטום, צו וואס זאל דעם דייטשער רשע זיין נוטיג ווען ער ברויך איינעמען אלע אומות זיכער מאכען אז עס בלייבט נישט קיין זכר פינעם אידישען פאלק, אויף א פארנעם וואס האט נישט איר גלייכען אינעם היסטאריע?

המשך יבוא...

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:46 pm

· #197777
איין טאג אינמיטן די נאכט זענען געקומען ציונים און אריינגערוימט פאר היטלער אין די אויער ער זאל אויסהרגנ'ען אלע אידן און צוגעזאגט עשרת אלפים ככר כסף און די רעשט איז היסטארי

עפל סיידער » מאנטאג אפריל 28, 2014 3:52 pm

· #197779
איש עברי
איין טאג אינמיטן די נאכט זענען געקומען ציונים און אריינגערוימט פאר היטלער אין די אויער ער זאל אויסהרגנ'ען אלע אידן און צוגעזאגט עשרת אלפים ככר כסף
קענסט ליצנות מאכען און קאפענען, היסטאריע קען מען נישט פארדרייען

און די רעשט איז היסטארי

שרייבער » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:01 pm

· #197782
יתרו
שרייבער

יא און נאכאמאל יא, זיי האבן בידים גורם געווען די מלחמה מיטן פראוואקירן דעם רשע, און זיי האבן בידים אפגעהאלטן די הצלה פון הונדערטער טויזענטער אידן ובתוכם אויך דיינע זיידעס הי"ד

כדענק נישט וואו אבער כהאב ערגעץ געלעזט אז ווען היטלער האט אמאל געזעהן א איד מיט בארד און פאות אין דייטשלאנד, שוין נאכן זיין אין אמט, האט ער זיך געווארפען אויף דער ערד ווי א וואנזינגער און געשוואוירען ביי אלעס הייליג אז ער וועט פארניכטן דאס פארפלוכטע פאלק, ויבא המלנקקים וילנקו. עכ"פ לפי זה נמצינו למידין וכו'
רבותי אראפ מיט די בערד און פאות!

איך האב אויך געלעזט דיזע מעשה, נאר א טראפ אנדערש, דער רשע האט געהאט אזא ביהעווער ווען די ציונים האבן אויסגערופן א באקיאט קעגן דייטשלאנד

שרייבער » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:02 pm

· #197783
איש עברי
שרייבער דוכט זיך אהער און אהין
סך הכל קיינער האט נישט געטוהן גענוג ביים קריג, עס זענען געווען חרדישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, און אזוי אויך ציוניסטישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, ווייסמאנדל איז נישט קיין היסטארישע מקור און אוודאי נישט סענדר דייטש.
דער גרינבערג וואס האט אנגעבליך געזאגט דאס איז יצחק גרינבערג, איינער פון די גרעסטע עסקנים למען הקמת המדינה, וואס האט געהאט גאר א פרעכע און שארפע שפראך, אבער ער האט עס געמיינט נאר צו דראמאטיזירן די וויכטיגקייט פון א אייגן לאנד ווי אידן וועלו ענדגילטיג באפרייט ווערן פון שמדות והריגות, פארשטייט זיך אז דעמאלטס האט מען נאכנישט תופס געווען די שרעקליכקייט פון די חורבן, מען דארף עס נעמען אין קאנטעסט אזוי ווי למשל סאטמאר רב'ס צוגלייכן עברית צו זיך ביקן 7 מאל צום ציילעם, אזא צולאזעניש.
דער גרינבערג אליין האט אסאך געטוהן פאר די פוילישע אידן און איז געשטאנען אין שפיץ פון די ועד הצלה פון די סוכנות, און לאמיר נישט פארגעסן אז די ציונים האבן אונז גורם געווען דעם יום טוב כ"א כסליו.

אפשר ווייזטו מיר נאך א לאנד ווי אזויפיל אידן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין די לעצטע פופציג יאר פון הריגות

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:53 pm

· #197795
@שרייבער דו דערמאנסט מיך פון די פייערלעשער משל...
איר שטייט אויף א זייט, איר העלפט נישט די מדינה בגוף ובממון, ניטאמאל בתפילה, און איר נוצט אירע דורכפעלער אלץ א נעגאטיווע באווייז!
קום קרא! לייג צו א האנט! און זייט נהנה פון די די גרעסטע מתנה וואס גאט האט אלץ געגעבן פאר זיין פאלק זינט חורבן שני בתי מקדשות.

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:11 pm

· #197806
@קאווע טרינקער דו דערמאנסט מיך פון די פייערלעשער משל
ווען קיינער זעט נישט האט ער אנגעצונדען דעם הערליכען פאלאץ, און לויפט ארויס שרייען ס'ברענט און לויפט מיט יעדעם איינעם גיסען עמערס וואסער אויסצילעשען דעם גרויסן שריפה, און פארלאנגט נאך מ'זאל אים באצאלן
(בשם אמרו. על הגאולה ועל התמורה)

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 29, 2014 7:40 am

· #197904
יתרו
[ציטאט אראפגענומען]

מ'ברויך ווען עפענן א באזונדערע אשכול איבער קאסטנער, יואל בראנד, און וואספארא רשעים די ציונים זענען געווען פארן נישט געבן געלט פאר ר' מיכאל בער,

די זאך איז ווייט נישט אזוי פשוט.

ווי די חוקרי העתים והזמנים געבן איבער האט יעדער דוללער אויסגעפעלט דארט פאר זייער שוץ און הגנה אנטקעגן די אראבער און בריטער, זיי האבן פיין געוויסט אז יעדער ליאדע מינוט קענען זיך די ענגלישער אפטראגן פון דארט און זיי וועלן זיך דארפן ספראווען מיט ארבער צמאי דם ווי דער פאקט האט שפעטער איבערגעוויזן און אדאנק זייער אנברייטן זיך זענען זיי געווען וועל פריפערד.

עס איז אומפארשטענדליך פארוואס די ברויכסט צוקומען צו עפעס ווייסעך וואספארא ''חוקרי העיתים און זמנים'' עס האט נישט מיט קיין
-עתים- און נישט מיט -זמנים- די פירער פון די ציונים האבענדג אין באזיס שווערע מיליאנען האבען זייער ''קלאר געזאגט'' אז מיר ברויכען א זכות תביעה פון די אומות, וואס דאס איז אך ורק מיט לאזען רח''ל אויסבליטיגען אונזערע זיידעס, דערנאך הערשט קומט אריין דיין ווערסיע איבער א געברויך פון געלט צו קעמפן און פארטיידיגען די צוקניפטיגע שטערער פאר א מדינה
אבער דאס אפהאלטען דאס געלט נישט צו ראטעווען, האבען זיי בעצם געדארפט דערמיט צו שאפען די תביעה פון די אומות פאר א אידישע מדינה

.


אין המשך צום פריערדיגער תגובה.....
(ב) נאך א ווינדערליכער מאדנע פאסירונג אנבאלאנגט צו די בעפארברייטונג צום ענדגילטיגער הכרזה פון דער בלוט דארשטיגער צורר היהודים צו פארניכטען ר''ל יעדן שפור פינעם אידישער אפשטאם,
אין יענע יארען ווען דער צר הצורר האט אנגעהויבען ענג מאכען פאר די אידישע איינוואוינער האט א געוויסער פארשוין וואס האט זיך פארופען א אידישער אמעריקאנער פארטרעטער מיטן שם הכינוי ראביי, פארופען מיט גרויס פקחות א ראלי פארענט פינעם דייטשער עמבעסי אין אמעריקא, און אויסגעריפען אין די נאמען פון אידען א מלחמה קעגן דעם נאצישער רשע,
דער געקרוינטער פארטרעטער פון די אידישע פאלק האט גערעדט דברי נביאות אז ער זעהט פאראויס אז דער היטלער וועט נאך איינעמען א מיאוסע מפלה,
דער מעסעדזש פינעם ראלי האט נישט לאנג געדויערט צו דערגרייכען צו די אויערן פינעם צורר היהודים און האט דעמאלטס געלאזט הערן זיין באוויסטער אנטווארט צום אידישען פאלק קאפענדיג מיט זיינע הענט און פיס כדרכו ''איך וועל זיי נאך ענטפערן'' ''איך וועל זיי נאך ענטפערן''
און עס פעלט נישט אויס ליידער צופיל הסבר וואס און וויאזוי זיין ענטפער האט אויסגעקוקט,
די ווינדער איז נאר וואס און ווי איז דער אידישער א.ג. פארטרעטער אזוי משוגע געווארען און פארופען אזא ראלי וואס זאל אזוי ביטער אפעקטן אויף זיינע אייגענע ברודער?
האט דער גערופענער ווארטזאגער פינעם אידישער פאלק טאקע נישט געהאט קיין בעסערע סארט השתדלות לטובת די אייראפעאישער אידנטום, נאר מיטן ארגענאזירען העצערישע צוזאמקומען מיט רעדעס ביים קאנסולאט פון דייטשלאנד?

Big Boy » פרייטאג מאי 2, 2014 8:16 am

· #198643
The New York Public Library in Manhattan on 5th Avenue and 42nd St. now has an exhibit that shows items from the Warsaw Ghetto until May 7

. <a class="postlink" href="http://www.nypl.org/press/press-release/april-23-2014/new-york-public-library-honors-holocaust-remembrance-day">http://www.nypl.org/press/press-release ... brance-day</a>

מאטי » פרייטאג מאי 2, 2014 10:11 am

· #198657
איז דא א מקור אז מ'מוז גלייבן באמונה שלימה אז יעדן בילבול וואס מ'האט ארויפגעווארפן אויף די ציונים איז אמת ויציב? כ'מיין ס'איז דא גענוג אמת'ע מעשיות קעגן זיי, פאר דער וואס וויל זיי אראפרייסן פארוואס דארף מען צולייגן פאלשע?
מאיר כהנא דער לעצטער מענטש צו זיין נחשד אויף קנאות, האט זיך נישט אפגעהאלטן צו קריטיקירן די לינקע פירער וועגן די שערוריה פון "ילדי תימן,אדער דאס וואס די נייע ספרדישע עולים זענען אריינגעצווינגען געווארן אין פרייע קיבוצים. אבער האט קיינמאל קיינמאל נישט געוואגט ארויפצושמירן חורבן אייראפע אויף די גרינדער פון די מדינה.
גאלד, האלט נישט אויס אז זיי נוצן דעם חורבן צו זייער בענעפיט. מיר באדערט אז דער קלויזענבורגער נוצט דאס צו פארברענן חמץ נאכן זמן שריפה! אדער אז נפתלי משה אינדיג שרייט ווי א מטורף ביי א פובליק פרעסס קאנפערענץ אז די פאוסט איז אזוי ווי דער שטורמער ....
אויף ציונים מעג מען שרייען נאציס צו עדווענסן קנאות, אבער ווען ציונים טון דאס אליינס, גערעכט צו אומגערעכט זענען זיי דל גאה'דיגע רשעים.

#"פון דא און דארט" לאוזינגען ארבייט מער נישט אין די וואטסעפפ עפאכע.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 6, 2014 9:45 am

· #199159
עס איז אפשר זייער א ווייטאגליכע פאקט צו שרייבען איבער דעם דאזיגען נושא, אבער דער אמת מוז געזאגט ווערן.

דער ערשטער ואס האט געשריגען אז די ציונים זענען געווען די וואס האבן צוגעברענגט דעם טראגישען אומגליק אויף די אייראפישע אידענטום, באקאנט מיטן נאמען דער שואה, איז געווען הגה''צ ר' מיכאל בער זי''ע, ער האט דאס מפרסם געווען אין דער פארעם פון א אפענע בריוו ואס ער האט אפגעשריבן שנת תש''ח הארט פאר דעם אויפקום פון די מדינה, דער קעפל פונעם בריוו איז געווען "מי נתן למשיסה יעקב" וואס דארט באשולדיגט ער די ציונים מיט קלארע פאקטען אז זיי האבן צוגעברענגט דעם חורבן אייראפע.

דערנאך ביי דעם קאסטנער פראצעס אין ארץ ישראל, האט דער אדוואקאט שמואל תמיר אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס פארן שופט הלוי, אז די ציוניסטישע שישקעס האבן נישט בלויז געשטערט די הצלה פון שווערע טויזענטער אידן, נאר זיי האבן בידים קאלאבארירט מיט די דייטשע מערדער, און צוגעהאלפן מיט די פארניכטונג פון די מיליאנען קדושים, און דער ציוניסטישע שופט האט דאן ארויסגעגעבן זיין פסק אז קאסטנער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן, קורץ דערויף האבן די ציוניסטישע כוליגאנעס אפגערוימט קאסטנער'ן פון וועג, צוליב דעם פחד אז ער וועט רעדן וואס מען טאר נישט!

דערנאך ביי די נשא תורות וואס איז געזאגט געווארן דורך רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע, האט דער רבי זי''ע אויך קלאר באשטעטיגט אז די ציונים ימ''ש האבן געברענגט דעם שואה.

ביי די משפט פונעם צר הצורר אדאלף אייכמאן ימ''ש איז ווייטער אויפגעוויזען געווארן אז דער פירער אדאלף היטלער ימ''ש האט באשלאסן אדורכצופירן דעם ענדגילטיגען לעזונג נאר צוליב דעם וואס דער רשע חיים ווייצמאן ימ''ש, האט ערקלערט זיין נארישן באיקאט קעגן דייטשלאנד!

היינט ווען אלע דאקומענטן פון יענע טרויעריגע תקופה זענען פארעפנטליכט געווארן פאר די ברייטע מאסען, שטעלט זיך קלאר ארויס אז די רשעים חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים דער פארזיצער פונעם סוכנות היהדות, נתן שוואלב, סאלי מייער, ד''ר סטיוון ווייס, און נאך, האבן בפועל צוגעברענגט דעם גרעסטן אומגליק אויפן יודישען פאלק זינט חורבן בית מקדשינו, ווער עס וויל נאר וויסן דעם אמת ווייסט דאס, די אלע וואס לייקענען דאס זענען נאר די דאזיגע וואס זענען נהנה פונעם ציוניסטישען שיסעל, און פרעסן פון די מדינה קאסע, וואס ווילן דערשטיקן זייערע געפילן און בושה, וואו אזוי זיי שעמען זיך נישט צו זיין פאניע בראט מיט די מערדער פון זייערע עלטערן!

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 6, 2014 10:01 am

· #199165
[ציטאט אראפגענומען]

יא וואס שטימט נישט??? זיי האבן געטוהן צוויי זאכן אונטער גערייצט און נאכדעם מוסיף גיוועהן חטא על פשע!!!

שרייבער » דינסטאג מאי 6, 2014 11:08 am

· #199190
מאטי
איז דא א מקור אז מ'מוז גלייבן באמונה שלימה אז יעדן בילבול וואס מ'האט ארויפגעווארפן אויף די ציונים איז אמת ויציב? כ'מיין ס'איז דא גענוג אמת'ע מעשיות קעגן זיי, פאר דער וואס וויל זיי אראפרייסן פארוואס דארף מען צולייגן פאלשע?
מאיר כהנא דער לעצטער מענטש צו זיין נחשד אויף קנאות, האט זיך נישט אפגעהאלטן צו קריטיקירן די לינקע פירער וועגן די שערוריה פון "ילדי תימן,אדער דאס וואס די נייע ספרדישע עולים זענען אריינגעצווינגען געווארן אין פרייע קיבוצים. אבער האט קיינמאל קיינמאל נישט געוואגט ארויפצושמירן חורבן אייראפע אויף די גרינדער פון די מדינה.


איך האב לעצטענס געהערט א גוט ווארט, וואס איך מיין ס'איז גילטיג דא אויך
פארוואס זעט מען כסדר אז מען פרובירן צו לייקענען היסטאריע, דער פרובירט צו לייקענען יציאת מצרים, אנדערע פרובירן צו לייקענען די האלקאוסט וכו' וכו'
ווידער למשל אלכסנדר מוקדון, טרעפט מען נישט אז איינער זאל לייקענען אז ער האט עקזעסטירט, מען רעדט פון אים אויך אין די גויאישע היסטאריע ביכער
וואס איז די חילוק?
די חילוק איז, יציאת מצרים איז דיך מחייב אמונה אין בוכ"ע, האלאקאוסט (פארן גוי) איז דיר מחייב גילט פילינגס, ווי אזוי האט די וועלט געקענט זיין שטיל, ממילא פרובירט מען צו לייקענען
ווידער אלכסנדר מוקדון'ס עקזיסטענץ איז גארנישט מחייב, ממילא פארוואס לייקענען

לענינינו, מאיר כהנא האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו קריטיקירן די לינקע וועגן די עולים, ווייל דאס האט נישט אפגעפרעגט די עקזיסטענץ פון זיין פארטיי, אין אנדערע ווערטער ס'האט אים גארנישט מחייב געווען, ס'איז געווען ביי אים פונקט ווי די דעמאקראטישע פארטיי קריטיקירט די רעפאבליקאנע פארטיי, א מדינה ווי אלע מדינות
אויב אבער זאל ער ארויפברענגן אויף די ליפן די חלק וואס די ציונים האבן אינעם חורבן, איז אים דאס אסאך מחייב, די גאנצע יסוד און טענה וואס זיי האבן כלפי אוה"ע וועגן האבן א מדינה צופאלט, די שרייסט דו ווילסט האבן א מדינה ווייל מען האט דיך גע'הרג'ט, ווער האט גורם געווען מען זאל דיך הרג'נען? ווער האט נישט געלאזט ראטעווען ווען מען האט געקענט און מען האט געהאט די מעגליכקייט?
נו אוודאי האט ער נישט גערעדט דערפון, דאס איז אים מחייב, און ס'איז אים אינגאנצן נישט בא'טעמ'ט.


אגב @מאטי, איך בין נייגעריג, דיין אהבת הציונים פון נישט גלייבן יעדן בלבול אויף די ציונים קומט מכח דיין לאנג יעריגע חקרנות אין היסטאריע, אדער ביסטו פשוט א אפרוח, האסט עס קיינמאל נישט געהערט, ממילא ווילסט עס נישט אננעמען

עפל סיידער » מיטוואך מאי 7, 2014 9:10 am

· #199365
המשך 'מי נתן למשיסה יעקב'
(דריי) המשך פון פריער
ווי באקאנט האט דער סלאוואקישער פירערשאפט אנגעפירט דורך די קאטוילישע גלויביגע, געמאכט א יד אחת מיט די נאצישע פירערשאפט, און אינאיינעם פארגעברייט די פלאן פינעם בעפארברייטען די מאסשטאבליכע רציחות אויסצו רצח'ענען דורך די גאז קאמערן דעם כלל ישראל, די התחלה האט זיך אנגעהויבען מיטן פארשיקען קרוב צו דרייסיג טויזענט אידען פון אינטער פינעף און צוואנציג יאר פון סלאוואקיע,

דאס האט זיך אנגעהויבען אינעם זומער תש''ב ווי עס איז סיסטאמאטיש יעדע וואך דינסטיג און פרייטיג דעפאטירט געווארען קרוב צו דריי טויזענט אידען ביי יעדן באזינדערע טראנספארט, אהן דעם וואס די ציבור זאל בכלל וויסען וואס דאס מיינט די גאנצע דעפארטירונג, און ווי אהין רח''ל מען טראגט די זעקס טויזענט יידען וועכענטליך,

לאור די געפערליכע מסוכנדיגע צושטאנד וואס איז צוביסלעך ארויסגערינען ביי די פירער פון די אידישע קהילות איז דאן פארגעקומען אן אסיפה, מיט אלע קהילה פירער און אנשי המעש, וכידוע האבען דאן די יידענראט שוין געהאט א גרויסע ווארט דארטען אין סלאוואקיי, און ביי די ענדגיליטיגע מסקנא איז די החלטה אנגענימען געווארען גאר מאדנע, אז אנשטאט ארויסגעבן א כרוז פון בקשה מיט הכנעה ונתינת שוחד, צום סלאוואקישער רעגירונג זיך איינבעטן אל נפש הילד צו זיך מרחם זיין אויפען יידישען פאלק

האבען די חברה דארט ארויסגעגעבן א שארפע פעטיטציע מיט וואלגארישע העצע קעגן די פירער אויף זייערע מעשים,
וועמענ'ס קאפ און נארישע החלטה איז דאס געווען??


המשך.........
==============

@מאטי איך האב אמאל געהערט א ווערטל,
ווילסטו זיין אן אוהב איזראעל דאן ברויכסטו פארלייקענען אלע שפירען ווער עס זענען די אחראים פון די פארגאסענע אידיש בלוט פון ווי מיר שטאמען, און אויף וועמענ'ס אחריות אינזערע אור עלטערן זענען געבליבען יתומים בלי אב,

ווילסטו ווערן אנגערופען אנטיסעמיט באגנוג דיר בלויז מיט'ן פארלייקענען די שטעקן וואס האט געשלאגען.

עפל סיידער » דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:25 am

· #199539
איך האב געהאט בדיעה צו ממשיך זיין מיטען שרייבען אבער ס'ממש א שאד מיין שווערע ארבעט ווען דא האט איר דאס גאנצע
<a class="postlink" href="https://www.copy.com/s/sFRFR4eQ4JQ4UqqA/Hebrewbooks_org_35333.pdf">https://www.copy.com/s/sFRFR4eQ4JQ4UqqA ... _35333.pdf</a>

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 8, 2014 12:47 pm

· #199578
גאלד
דאס אמאל זיכער אז די מדינה האט קעפיטילייזד פון די בלוט פון מיינע זיידעס און באבעס הי"ד,
ווען נישט די האלאקאסט וואלט זייער מעגליך קיין מדינה נישט געווען,
די מייסדי המדינה האבן מאחורי הפרגוד זיך געריבן די בייכער פון די צרות אייראפע, מ'האט געקענט זיין די גלאנץ אין זייערע אויגן,
פארדעם אליין קען איך זיי נישט סובל זיין, ווי זיי רייטן נאך עד היום אויף מיינע זיידעס בלוט


נישט נאר די מייסדי המדינה האבען זיך גאר שטארק מיט געפרייט,
נאר אויך ווי מ'זעהט ביים ערשטן יום העצמאות ה' אייר פייערונג אין בית הכנסת הגדול אין תל אביב,
האבען די דריי גרויסע גרויסע ערליכע ציוניסטישע חסידישע רבי'ס נישט געהאט ערגעץ אנדערש ווי צו פייערן דעם גרויסע שמחה נאר אינאיינעם מיטן ראש הממשלה דוד בן גוריון. מזעהט איהם שטיין אין צענטער מיטן צילינדער.
די דריי רבי'ס אינעם בילד זענען:
א) סאדיגורא-פשעמישעל בעל כנסת מרדכי,
ב) דער סאדיגורא רבי בעל אביר יעקב
ג) דער טשארטקוב'ער רבי
סדיגורא.jpg ה' אייר יום העצמות.jpg

פלעין יודיש » דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:47 pm

· #199593
די ריזשענער רבי'ס זענען געווען לכתחילה זייער שטארק פאר די מדינה,
מיט די יארן האט זיך עס אפגעקילט

עפל סיידער » דאנערשטאג מאי 8, 2014 5:15 pm

· #199641
דולה ומשקה
גאלד
דאס אמאל זיכער אז די מדינה האט קעפיטילייזד פון די בלוט פון מיינע זיידעס און באבעס הי"ד,
ווען נישט די האלאקאסט וואלט זייער מעגליך קיין מדינה נישט געווען,
די מייסדי המדינה האבן מאחורי הפרגוד זיך געריבן די בייכער פון די צרות אייראפע, מ'האט געקענט זיין די גלאנץ אין זייערע אויגן,
פארדעם אליין קען איך זיי נישט סובל זיין, ווי זיי רייטן נאך עד היום אויף מיינע זיידעס בלוט


נישט נאר די מייסדי המדינה האבען זיך גאר שטארק מיט געפרייט,
נאר אויך ווי מ'זעהט ביים ערשטן יום העצמאות ה' אייר פייערונג אין בית הכנסת הגדול אין תל אביב,
האבען די דריי גרויסע גרויסע ערליכע ציוניסטישע חסידישע רבי'ס נישט געהאט ערגעץ אנדערש ווי צו פייערן דעם גרויסע שמחה נאר אינאיינעם מיטן ראש הממשלה דוד בן גוריון. מזעהט איהם שטיין אין צענטער מיטן צילינדער.
די דריי רבי'ס אינעם בילד זענען:
א) סאדיגורא-פשעמישעל בעל כנסת מרדכי,
ב) דער סאדיגורא רבי בעל אביר יעקב
ג) דער טשארטקוב'ער רבי


עס שטאמט נאך פון פריער אין די גזע וואס האט שטארק געגלויבט אז דאס התיישבות אין די מדינה און די גרויסע שטיקער קרקע וואס יודען באזיסען איז סימנים פון גאולה, פילע האבען נאך דאן געזעהן עפעס אנדערש וואס האט זיך למעשה אויסגעלאזט פון דעם גאנצער עסק.

מאטי » דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:55 pm

· #199691
ווי אזוי האט זיך דאס געדארפט אויסלאזן, אז דיין טענה זאל אוועקפאלן?

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:40 am

· #266597
והנה נער בוכה
לזכר המאורע האיום והנורא, גאר א קליינטשיגער אנעקדאט וואס דרוקט אויס ממש א געוואלד פונעם טיפקייט פונעם חורבן:

לאחר השואה סיפר אבא קובנר, מגיבורי מחתרת גטו קובנא, על ילדה קטנה ששאלה לפי תומה את אמה, בתום השואה, לאחר שיצאה מן המחבוא בו הסתתרה:
אמא, כבר מותר לבכות?

איום ונורא!

עיני עיני, ירדה מים. הי״ד.

(אינספארירט דורך: דעם בילד פון @ונבנתה העיר).

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:40 pm

· #266752
באבא סאלי בקום המדינה

וואס מיינט די ווערטער, ווען?
בלאט: 1 2