☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מעלאנכאלישע מוזיק

מעלאנכאלישע מוזיק

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8456
בלאט: 1 2

יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 10:17 pm

· #259397
מעלאנכאלישע מוזיק
מאכט זיך אמאל, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אז מען פאלט אריין אין נפילת המוחין, און מען זוכט צו אויסדרוקן די מרה שחורה אויף עפעס א וועג. מעלאנכאלישע מוזיק, כידוע, איז ממתיק די דינים און גיבט א געלעגנהייט אויפצולאזן אביסל פון די פארהארטעוועטע מאסקעס וועלכן מיר טוען במשך דעם טאג, (און לאו דוקא אין פארעם פון א ניק). איך וויל דא ווידמען אן ארט פאר א קאלעקציע פון אזעלכע סארט ניגונים וואס קומען פון דעם היכל העצבות, און זאל מען דערמיט געבן א כזית פאר די סטרא אחרא און אויסרייסן דעם דעפרעסיע און מרה שחורה ווי א שורש פורה ראש ולענה.
איך וועל אנהייבן מיט דעם באקאנטן זעלבסטמארד ליד וואס איז שוין געברענגט געווארן אין דעם אשכול קלאסישע מוזיק דורך ידידנו נהורא נפישא. איך וועל מעתיק זיין דעם נוסח וואס איז מקובל פון הצדיקת מרת שרה'לע בירמינגהאם'ער, וועלכע האט עס געהערט פון אן אונגארישן פאסטוך און איבערגעטייטשט אויף א היימישער שפראך.

Sunday is gloomy
My hours are slumberless
Dearest the shadows
I live with are numberless
Little white flowers
Will never awaken you
Not where the black coach
Of sorrow has taken you
Angels have no thought
Of ever returning you
Would they be angry
If I thought of joining you
Gloomy Sunday

Sunday is gloomy
With shadows I spend it all
My heart and I have decided
To end it all
Soon there'll be flowers and prayers
That are said I know
But let them not weep
Let them know
That I'm glad to go
Death is no dream
For in death I'm caressing you
With the last breath of my soul
I'll be blessing you
Gloomy Sunday


Dreaming
I was only dreaming
I wake and I find you asleep
In the deep of my heart dear
Darling I hope
That my dream never haunted you
My heart is telling you
How much I wanted you
Gloomy Sunday
Gloomy Sunday

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:31 pm

· #259424
א מורא'דיגע ניגון. Wow

פרייוויליג » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:37 pm

· #259429
אפשר טיילסטו מיט מיר אביסל אינפארמאציע פארוואס מעלאנכאלישער מוזיק קען דערהייבן א מענטש און בכלל קוק איך עס אן פאר אבסורד און זינלאז. הסברא איפכא, שיינע מוזיק, זיסע מוזיק קען דערמינטערן א מענטש.

יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:42 pm

· #259434
דער ניגון וואס איז מיוחס צו הרה"ק רבי נחמן מברסלב אויף די ווערטער מעין עולם הבא איז א טיפער מעלאנכאלישער ניגון וואס דרוקט אויס א טיפע בענקעניש און טרויער (קרעדיט: @ברסלבער).
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=oRGQ5Ptd9_A">https://www.youtube.com/watch?v=oRGQ5Ptd9_A</a>
(ר' נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אהערברענגען דעם קליפ וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית)

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:44 pm

· #259436
און דער סקולענ'ער רבי זאגט אז עס איז א טיקעט צום שאול תחתית...

יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:51 pm

· #259438
אוווא מאריא פון דעם הימלישן באך האט אויך טיפע בענקעדיגע תנועות.
(דא איז עס מיין ווארט קעגן סקולענער רבי'נס ווארט)

קינד_אן_קייט » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:52 pm

· #259439
@פרייוויליג, כבר התבטא בזה הפייטן הנפלא:

Melancholy is the happiness of being sad
Victor Hugo

שלמה המלך » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:54 pm

· #259441
איז דאס נישט 'קול באשה' וואס איז אן ערוה?

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:56 pm

· #259442
ר' עובדיה האט דאך מתיר געווען, ואין לנו רשות להרהר.

יאיר » דינסטאג מערץ 17, 2015 11:57 pm

· #259443
אווא מאריא איז נישט קול באשה.
אבער שלמה טייערער, דו אליין האסט דאך געהאט שרים ושרות אין דיין פאלאץ.

יאיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:08 am

· #259449
טרויעריגער פידל

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:12 am

· #259451
נישט געוואוסט אז מאריא איז פון באך, איך קען עס פונעם גרויסן פאוואראטי ז"ל.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:16 am

· #259455
יאיר
דער ניגון וואס איז מיוחס צו הרה"ק רבי נחמן מברסלב אויף די ווערטער מעין עולם הבא איז א טיפער מעלאנכאלישער ניגון וואס דרוקט אויס א טיפע בענקעניש און טרויער (קרעדיט: @ברסלבער).
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=oRGQ5Ptd9_A">https://www.youtube.com/watch?v=oRGQ5Ptd9_A</a>
(ר' נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אהערברענגען דעם קליפ וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית)

אינטרעסאנט, כ'האב אמאל געהערט אז ר' נתן האט נישט געלאזט זינגען דער ניגון ליל שבת, ער האט געהאלטן מען דארף זיין ליל שבת מער פריילאך, נאר ביי שלש סעודות האט ער געלאזט..

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:18 am

· #259459
לעיקוואד
יאיר
דער ניגון וואס איז מיוחס צו הרה"ק רבי נחמן מברסלב אויף די ווערטער מעין עולם הבא איז א טיפער מעלאנכאלישער ניגון וואס דרוקט אויס א טיפע בענקעניש און טרויער (קרעדיט: @ברסלבער).
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=oRGQ5Ptd9_A">https://www.youtube.com/watch?v=oRGQ5Ptd9_A</a>
(ר' נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אהערברענגען דעם קליפ וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית)

אינטרעסאנט, כ'האב אמאל געהערט אז ר' נתן האט נישט געלאזט זינגען דער ניגון ליל שבת, ער האט געהאלטן מען דארף זיין ליל שבת מער פריילאך, נאר ביי שלש סעודות האט ער געלאזט..

נו, ביי של"ס האמיר דאך שוין יצוה...

שלמה המלך » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:19 am

· #259460
יאיר
אבער שלמה טייערער, דו אליין האסט דאך געהאט שרים ושרות אין דיין פאלאץ.

😃 יא יא די שרים האבען געזינגען אין די שרות האבען דאס בלויז קאמפויזט!
ערך: MBD מיט ריבניצער רביצין לרפו"ש)

אחד העם » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:21 am

· #259461
דער אבוטבול, און די קליפ זיין וועג פון קוקען אזוי זייטוועגס אינעם חלל אריין, איז ממחיש אביסעל די תנועות פינעם ניגון, קוקט אויס ווי דער קאפ איז ערגעץ געפלויגען בין תנור לכיריים בין שמים וארץ.
יאיר, די טרויעריג פידל איז געוואלדיג, עמוק.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:34 am

· #259463
איך מוז זאגען אז איך בין נישט משיג דער מעלאנכאלי פון דער א"ג סאיסייד ניגון המובא לפה, ווי אויך זעה איך נישט וויאזוי אזא דערהויבענע אווא מאריע רופט מען דא טרויעריג.

עכ"פ, וועל איך מציין זיין עטליכע ניגונים פון מיין טרויעריגע ניגונים פלעיליסט.

"לבכות לך", פון אביב גפן. דאס האט ער פארפאסט אויף די פטירה פון א חבר זיינע, און איז געווארען אן אומאפיציעלער נאציאנאלער טרויער ניגון אין ישראל נאך די הריגה פון יצחק רבין ז"ל.



"איכה" פון שולי רנד, גענוג אן עצבות'דיגער ניגון פון טרויער שוועריקייט און בענקעניש פאר זיך, דער פערפארמענס פון דער מיידל (וואס האט זיך אויך גענומען דאס לעבן) גיט דאס ארויס לענ"ד בעסער פון דער רבי אליינס.



דער גאונישער מעלאנכאלי פון לענארד כהן וואלט געמעגט דא זיין א גאנצע ליסט, מיר געפעלט די מערסטע די לעצטיגע "נעווערמיינד"

יאיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:35 am

· #259465
"א מענטשנ'ס חלום" איז פון די טיפסטע מוזיקאלישע תנועות וואס איך האב נאר אמאל געהערט. מען הערט באשיינפערליך דעם שניידנדן ווייטאג פון א חלום וואס איז נישט פארווירקליכט געווארן. (איך מיין אז דאס האט מען שוין אויך ארויפגעשטעלט אין דעם קלאסישן מוזיק אשכול)

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:43 am

· #259471
אחד העם
דער אבוטבול, און די קליפ זיין וועג פון קוקען אזוי זייטוועגס אינעם חלל אריין, איז ממחיש אביסעל די תנועות פינעם ניגון, קוקט אויס ווי דער קאפ איז ערגעץ געפלויגען בין תנור לכיריים בין שמים וארץ.
יאיר, די טרויעריג פידל איז געוואלדיג, עמוק.

וואלט איר אריין אמאל אין אן אלטער ברעסלבער שטיבל און זיך מתבונן געווען ווי אידן זיצן מיטן פארקנייטשטע שטערן מיט די צופלאשעטע פאות אזוי שבת בשעה שאינו לא יום ולא לילה און ברימן זיך דער ניגון, מיט אזא מעלאנכאלי אהבה בתענוגים, וואלט דער קליפ אייך אויסגעזעהן כקוף בפני אדם.

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:54 am

· #259475
ביי מיר אויפן אויבנאהן געפונט זיך יאסעלע'ס אלי אלי למה עזבתני.

קארוסאו האט אמאהל געהערט ווי יאסעלע זינגט עס, נאכ'ן הערן דעם שמע ישראל ביים סוף עמד ונשקו על מצחו.

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:57 am

· #259476
יצחק פערלמאנס באקאנטע שינדלערס ליסט ניגון.

אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:06 am

· #259478
אוי באשעפער, שוין לאנג נישט געווען אזא מורא'דיגן אשכול. די ניגונים און פאעזיע שניידן רויע שטיקער. געוואלד געשריגן.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:08 am

· #259479
אפטעמיסט
ר' עובדיה האט דאך מתיר געווען, ואין לנו רשות להרהר.

👍

אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:14 am

· #259481
ווי קען מען אויסלאזן "דם יהודי" פון עמיר בניון, פארפאסט נאכ'ן שוידערליכע שחיטה אין הר נוף. די ניגון, ווי אסאך פון זיינע אנדערע, שניידט שטיקער און שרייט און וויינט מיט ביטערניש, מעלאנכאלאגיע און צעבראכענקייט.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/yX5pRvVMMas">http://youtu.be/yX5pRvVMMas</a>

אחד העם » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:15 am

· #259482
לעיקוואד
אחד העם
דער אבוטבול, און די קליפ זיין וועג פון קוקען אזוי זייטוועגס אינעם חלל אריין, איז ממחיש אביסעל די תנועות פינעם ניגון, קוקט אויס ווי דער קאפ איז ערגעץ געפלויגען בין תנור לכיריים בין שמים וארץ.
יאיר, די טרויעריג פידל איז געוואלדיג, עמוק.

וואלט איר אריין אמאל אין אן אלטער ברעסלבער שטיבל און זיך מתבונן געווען ווי אידן זיצן מיטן פארקנייטשטע שטערן מיט די צופלאשעטע פאות אזוי שבת בשעה שאינו לא יום ולא לילה און ברימן זיך דער ניגון, מיט אזא מעלאנכאלי אהבה בתענוגים, וואלט דער קליפ אייך אויסגעזעהן כקוף בפני אדם.

נא, מי ייתן לי אבר כיונה ואעופה שם, בין בתי אונגרין לבתי וורשה, בין יום ובין לילה, אעוף איתם, הזקנים והפיאות, למקום בין שמים והארץ, בין שמחה ובין עצבות, בין אהבה ושנאה, בין ההתענוגים ובין מעלאנכאלי.

אחד העם » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:57 am

· #259486
דער תנועה אויפן פיוט 'ציון הלא תשאלי'
רעדענדיג פון מעלאנכאלישע מוזיק, דערמאנט זיך מיר פון מיין יוגענט, ווי צובראכענע יידן, זיצען אויף דער ערד, און א צובראכענעם בית המדרש, אויף צובראכענע שבעה בענקלעך, און דעם צובראכענעם טאג תשעה באב, און זיי זינגען דעם פיוט פון המשורר רבי יהודה הלוי, ציון הלא תשאלי, אבער דער ניגון מיט וואס זיי זינגען דאס, ברענגט ארויס די טיפסטע רגש פון שברון וגעגועים, שוין אלס יונג קינד, ווען די אלטע האבען פון אונטער זייערע דיקע פארטרערטע וואנצעס, ארויסגעברימט דעם מעלאנכאלישער תנועה, בין איך פארלוירען געווארן ערגעץ וואס איך ווייס נאך עד היום נישט ווי, דאס יונגער נפש פון דעם קליינעם אחד'ל איז פארשוועמט געווארן און דעם ים פון רגשות וואס דער תנועה ברענגט מיט זיך...
די ניגון דאכט זיך מיר זינגט מען און נייטרא אויף די פיוט ציון הלא תשאלי, אויב איינער קען ארויפברענגען דעם ניגון וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין, כמיין אז נאך חברים דא וואלטען הנאה געהאט פון דעם ליד.

קינד_אן_קייט » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:08 am

· #259487
״פאפיראסן״, אן אלטער אידישער טרויעריגער ליד וואס דרוקט אויס דעם ביטער׳ן שיקזאל פונעם יתום, דער ארימאן און דער פארקנעכטעטער ארבייטער.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 18, 2015 10:07 am

· #259511
וואס איז מיט אלי ציון ועריה?

אחד העם » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:20 pm

· #259556
א דאנק אייך רבי מיכל פאר די רעקעדירונג פון דעם גאון רבי מרדכי, טאקע אויך עפעס. אבער מיין כוונה איז געווען טאקע אויף עפעס מער אהער געשטעלט ווי דעם.
די ווייסט אפשר דעם מקור פון דער תנועה, פון ווי קומט דאס, ווער האט דאס געמאכט וכו וכדו?

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:32 pm

· #259559
מי יתן און איינער זאל דא ארויפלייגן א רעקארדינג פון די תנועה אויף די פיוטים וואס מען זאגט אין מונקאטש ועוד מקומות בין פסח לעצרת מיט אזא טיפע און בענקעדיגע תנועה החודר כליות ולב

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:05 pm

· #259567
קינד_אן_קייט
@פרייוויליג, כבר התבטא בזה הפייטן הנפלא:

Melancholy is the happiness of being sad
Victor Hugo

איך פארשטיי דאס נאכאלס נישט. מען קען פארשטיין אז א ווארעמע אדער אפשר היציגע ליד זאל לינדערן מעלאנכאליע. אבער א מעלאנכאליע ליד זאל היילן מעלאנכאליע דאס זעט אויס צו זיין ווי א וואקסין קעגן א וויירוס וואס איז פון די זעלבע מין. קען מיר איינער געבן פארשטאנד?

הוגה » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:14 pm

· #259570
It's not the melancholy that's healing the melancholy, it's the enjoyment of melancholy that's healing it. You understand the difference? Z

ברסלבער » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:15 pm

· #259572
א דאנק @יאיר פאר דעם אשכול, זייער שיין און הארציג.

לעיקוואד
אינטרעסאנט, כ'האב אמאל געהערט אז ר' נתן האט נישט געלאזט זינגען דער ניגון ליל שבת, ער האט געהאלטן מען דארף זיין ליל שבת מער פריילאך, נאר ביי שלש סעודות האט ער געלאזט..

אויסצוקלארן אביסל, נישט אז ער האט נישט געלאזט, נאר ער האט געזאגט אז אים פערזענליך איז דער ניגון גאר שטארק מעורר און עס מאכט אים טרויעריג, און דעריבער האט ער עס נאר געזינגען ככלות השבת.

אגב, א שטיקל שיחות הר"ן (קנה) איבער דעם ענין:
שייך לסימן י"ז ב"לקוטי תנינא" המתחיל: צריך לזהר מאד להיות בשמחה בשבת וכו', כל זה אמר בליל שבת קדש (שיט). ובתחלה שאל אותי: האתה שמח בשבת? השבתי: אני לפעמים נתעורר עלי איזה יראה בשבת שקורין (פרום). ואמרתי לו בזו הלשון: איך בין אמאל פרום. והשיב: לא כך הוא, העקר הוא שמחה:

ואז הוכיח אותי הרבה להיות בשמחה דיקא בשבת. ואז אמר כל הענין הנדפס ב"לקוטי תנינא" סימן י"ז הנזכר לעיל מענין מעלת השמחה בשבת. ונכלל שם שגם היראה עקר עליתה על ידי השמחה של שבת דיקא, הינו שעקר הוא רק השמחה בשבת. ואז דיקא עולה היראה שהוא בחינת מה שקורין פרום. והאריך הרבה בשיחה הקדושה הזאת והוכיח אותנו ואותי ביותר להתגבר להיות שמח וטוב לב בשבת ולהרבות בתענוגי שבת וכו' כנדפס שם. ואמר: הלא כל הוצאותיו של אדם קצובין חוץ מהוצאות שבתות ויום טוב וכו' (שכ). ואמר: הלא גם בעל הבית פשוט הוא שמח בשבת בהדגים והז'ופיצא שלו:

ואחר כך אמר לי: עתה יהא לך ממה להיות במרה שחורה. כונתו, כי מאחר שהוכיח אותי הרבה להיות בשמחה בשבת יכול להיות שאהיה חס ושלום במרה שחורה ביותר מזה בעצמו, מחמת שצריכין להיות בשמחה בשבת ואיני זוכה לזה. (ובאמת כון מאד למחשבתי בזה כי תכף בעת אמירתו כל הנזכר לעיל התחיל לעלות על מחשבתי דאגות איך זוכין לשמחה בשבת). ובזה שאמר דבוריו הקדושים האלו "עתה יהיה לך" וכו'. בזה נחם וחזק אותי הרבה שעל כל פנים לא יהיה לי מרה שחורה מזה בעצמו שאני מחויב לשמח בשבת וכנ"ל:

גם בעת שהיה מרבה להוכיח אותי על זה להיות שמח בשבת אז עניתי ואמרתי אני חפץ ורוצה מאד להיות בשמחה בשבת (וכונתי היה אם איני זוכה לשמחה בשבת על כל פנים אני רוצה מאד להיות בשמחה. וכבר שמעתי הרבה ממנו מגדל מעלת הרצון והכסופין וכו') (שכא) ענה ואמר להעולם: השמעתם מה שהוא אומר? היטב אשר דבר!

בר דעת » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:05 pm

· #259592
א

בר דעת » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:06 pm

· #259593

בר דעת » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:34 pm

· #259596
[א גאר טרויעריגע ליד, "עס ברענט, דאס שטעטעלע ברענט" וואס מרדכי גבירטיג, א אידישער זינגער און פאעט פון קראקא האט געמאכט אין די ביטערע צייטן, עס רעדט איבער די אידישע וועלט וואס האלט אינמיטן ווערן חרוב. דאס איז געווען די טרויעריגע הימנע פון די חורבן טעג.

בר דעת » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:37 pm

· #259597


הוי רב חובל. א הארצרייסנדע ליד. געשריבן ארגינעל דורכן אמעריקאנער פאעט וואלט ווייטמאן ווען מען האט געהרגעט אבראהאם לינקאלן. די לעגענדארע נעמי שמר האט טראנסלערירט די ניגון און געמאכט די גאר הארציגע מעלאנכאלישע ליד ווען מען האט געשאסן יצחק ראבין. דא זינגט עס מיטל טרבלסי אין א הימלישע הייליגע טרויער ליד, ביי די זייט זעהט מען די ראבין אלמנה און די יתומה יצחק ראבין'ס טאכטער, הערן צו דעם ניגון מיט טרויעריגע אויגן. איינס פון די טרויעריגסטע ניגונים וואס איך האב אמאל געהרגעט

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:39 pm

· #259598
הוגה
It's not the melancholy that's healing the melancholy, it's the enjoyment of melancholy that's healing it. You understand the difference? Z

Please come again, why should There be any enjoyment of a melancholy song?

בר דעת » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:46 pm

· #259599


שולי רנד מיט זיין פשוטע אבער הארציגע שטימע שילדערט א וויכוח מיט זיין פריינד דער קאמפאזיטאר און זינגער חנוך לוין, א פרייער איד וואס האט זיך אסאך מתווכח געווען מיטן פאפולערן בעל תשובה, יעצט ליגט חנוך לווין אויף זיין טויטן בעטל, ער שטארבט יונגערהייט און שולי ראנד האט מיט אים דעם לעצטן וויכוח

הוגה » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:47 pm

· #259600
Some people get enjoyment from singing such songs. It makes them feel good and maybe even happy. It's not the same happiness than when you laugh at a good comedian till your stomach hurts, but it's in the vicinity. I personally get great pleasure from watching or even reading raw emotions. The more the better. And if I read or saw something that was so touching that it made me cry, it gives me great pleasure and make new feel good.

בר דעת » מיטוואך מערץ 18, 2015 4:48 pm

· #259601
אדוני המשורר מלוא כל העיר כבודך,
אתה זוכר איך נפגשנו בלב הבריכה,
שחיתי לאט, שחית מהר חזה מתוח,
כיאה למשורר.

עצרנו לפוש, גלגלנו דיבור
על טמא וטהור, על מותר ועל אסור
תענוג לדבר איתך רב מג של מילים,
מה כבר אמרתי ששברת את הכלים.

זאת הייתה דעתי לא הייתה לי
ברירה, בינינו לפתע תהום נפערה,
אני הצבעתי לשמיים, אתה צללת
במים, ואמרת לא, אני אמרתי כן,
ואם אמרתי יש, אתה צחקת אין.

אתה בטח זוכר אותו בוקר אומלל,
שנינו צנחנו על אותו הספסל,
טחנתי סיגריות, קילפת אגס,
כל אחד מאיתנו בעלבונו מכונס.

איך שוב נקלענו לאותה השיחה,
על מותר האדם ואם יש השגחה
אתה רב מג של מילים, לא היינו כוחות,
הפעם זה כמעט נגמר במכות.

זאת הייתה דעתי לא הייתה לי
ברירה, בעיניך ראיתי פתאום אש זרה,
אתה גיכחת לשמיים, אני לא הרמתי
ידיים, כשאמרת לא, צעקתי כן,
בטח שיש, אתה צעקת אין.

הלילה ההוא בבית החולים, אתה
היית מלופף צינורות מבהילים, על
קצה הכיסא ישבתי בלאט, נשמת
כבד דיברנו מעט.

בינינו אימה בחדר צללים, היו לי
תחושות לא היו לי מילים, עיניך
תלויות בי גדולות ורכות, שנינו
ביחד התחלנו לבכות.

שנינו ראינו אותה התמונה
מעל לראשך מוטלת שכינה
ופחד נורא ואיום כשאתה נרעדת פתאום
והתחננתי לא, אתה ידעת כן,
סע לשלום, אתה ענית אמן.

שחר פרץ לבית החולים,
בעצב כזה לא היו לי כלים,
ידידי המשורר זכרונך לברכה,
נוח בשלום תהה שלמה מיתתך.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 18, 2015 8:25 pm

· #259629
די ניגון קען איך נישט הערן, אבער די ווערטער רייסן ביי די נשמה

אחד העם » מיטוואך מערץ 18, 2015 8:48 pm

· #259635
איך וועל נאכאמאל אפעלירן מיין ארימער בקשה:
ביטע אויב איינער האט עפעס ידע אויף דעם מעלאנכאלישע תנועה וואס מען זינגט און נייטרא אויף ציון הלא תשאלי, פון ווי, פון וועם עס קומט, וועל איך אים מכיר טובה זיין פארן עס מיטיילען מיט מיר.
א דאנק

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 18, 2015 9:23 pm

· #259642
הוגה
Some people get enjoyment from singing such songs. It makes them feel good and maybe even happy. It's not the same happiness than when you laugh at a good comedian till your stomach hurts, but it's in the vicinity. I personally get great pleasure from watching or even reading raw emotions. The more the better. And if I read or saw something that was so touching that it made me cry, it gives me great pleasure and make new feel good.

אינטערסאנט.

יאיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 9:40 pm

· #259649
א גרויסן דאנק פאר אלע וואס האבן זיך באטייליגט אין דעם אשכול, צוברענגנדיג אזויפיל תוכנ'דיגע און טיפע ניגונים. איין זאך וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן אין די אידישע ניגונים א געוויסע סארט גלייכגילטיגקייט צו די צרות. איך מיין אז אין די אנדערע ניגונים וואס רעדן זיך פון שווערע מצבים הערט מען א פיל טיפערע ווייטאג ווי אין די אידישע וואס רעדן זיך פון די שרעקליכסטע צרות. פילייכט איז היינו הך, וויבאלד מען מאכט מיט אזויפיל פארלירט מען דעם הרגש.
מען טאר נישט אויסלאזן די אמעריקאנער זינגערין לאנא דעל רעי, די מלכת המעלאנכאליע, וועלכע איז לעצטנס געווארן גאר פאפולער. איר מוזיק איז עפעס שלא מעלמא הדין, ווי פון קבר ארויס.

יאיר » מיטוואך מערץ 18, 2015 9:54 pm

· #259650
הצדיק ר' שלמה'לע קרליבך האט אסאך ניגוני התעוררות, אבער דער, רעלאטיוו אומבאקאנטער ניגון, מיט די הקדמה אין דער אלטער קארליבאנער נוסח איז עפעס אויסערגעווענליך.

יואליש » מיטוואך מערץ 18, 2015 10:59 pm

· #259675
ווי שוין ערווענט איז לענארד קאהן די רבי פון מעלאנכאלי. רעדענדיג פון די "זעלבסטמארד ליד", ברויך מען דערמאנען זיין ווערסיע. ער שילדערט זעלבסטמארד (עפעס וואס ער לאיו"ש האט זיך היבש געראנגעלט מיט) און די גראפיק שילדערונג ס'גריזשעט אזש כ'קען עס נישט הערן. דאס איז נישט מיין סארט מעלאנכאלישע ליד. כ'גלייך נישט דוקא ווען די תוכן נאר די מוזיק זעלבסט איז טרויעריג, ווען די נאטן קיצלען די לינקע זייט פונעם מוח ווי א ציצית בענדל אין די נאז.

פונקט ווי איך באך'ס צייטן האט מען די שענסטע מוזיק געטראפן אין קירכע אדער אין די פאלאצן פון די אדעל לייט, ווייל דארט האבן קאמפאזיטארן געקענט מאכן א חיים של פרנסה, איז היינטצוטאגס טרעפט מען - אין מיין מיינונג - די פילסטע מוזיק אין האליוואוד. כ'האב אן עקסערסייס צו טרעפן אויף יואטוב די טרויריגסטע "מאווי סקאר". הערענדיג די מוזיק ציט זיך אויס א טיפע', טיפע הנאה און רואיגקייט וואס קיין שום ביעט קען נישט געבן.

כ'האב נישט קיין ספעציעלע אויסגעריפענע שטיקל, אבער כ'וועל געבן א דוגמא פון האנס זימער, א דייטשער קאמפאזער פאר האליוואוד:

אינסטרעמענטול:

דאס איז פון די מאווי "גלאדיעטור" און די תנועה איז די מאטיף באהאלטן אין פיל אנדערע קאמפאזיציעס דורכאוס די מאווי.





וואקעלס :

פון בלעק האוק דאון (אכטונג קול אנדרוגינוס, ואין אפוטרופוס לעריות)

יואליש » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:15 pm

· #259676
Song to the Siren
טים באקלי איז א הערליכע דיפרעסטע נשמה, געשטארבן פריצייטיג ביי די 26 פון א העראין אווערדאוז. זיין זוהן זשעף באקלי איז אויך א געלונגענע מוזיקאנט (ער האט רעקארדירט די שענסטע רענדיציע פון קאהן'ס הללויה).

נאדיר טיפע בענקענישן און אנטוישונג פון ר' טים איבער אומדערגרייכבארע ליבע.



Long afloat on shipless oceans
I did all my best to smile
'Til your singing eyes and fingers
Drew me loving to your isle
And you sang
Sail to me
Sail to me
Let me enfold you
Here I am
Here I am
Waiting to hold you

Did I dream you dreamed about me?
Were you hare when I was fox?
Now my foolish boat is leaning
Broken lovelorn on your rocks,
For you sing, "Touch me not, touch me not, come back tomorrow:
O my heart, O my heart shies from the sorrow"

I am puzzled as the newborn child
I am troubled at the tide:
Should I stand amid the breakers?
Should I lie with Death my bride?
Hear me sing, "Swim to me, Swim to me, Let me enfold you:
Here I am, Here I am, Waiting to hold you"

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:20 pm

· #259677
יאיר
איין זאך וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן אין די אידישע ניגונים א געוויסע סארט גלייכגילטיגקייט צו די צרות. איך מיין אז אין די אנדערע ניגונים וואס רעדן זיך פון שווערע מצבים הערט מען א פיל טיפערע ווייטאג ווי אין די אידישע וואס רעדן זיך פון די שרעקליכסטע צרות. פילייכט איז היינו הך, וויבאלד מען מאכט מיט אזויפיל פארלירט מען דעם הרגש.

איך האב דאס אויך באמערקט איך קלער א שטיקל אן אנדערע פשט. א מעלאנכאלי ליד, ווי אויך יעדער אנדערע ריכטיגע ארט-ווערק, גיט ארויס די טיפקייט פון טרויער און הרגש דייקא ווען ער באציט זיך נישט צו א ספעציפישע מענטש אדער אינצידענט. דער קונץ פון א גוטער זינגער איז אפילו ווען ער זינגט אויף זיין צער גיט ער ארויס מיט דעם דער אלגעמיינער וועלטליכער צער פון דער קיום. ביז אז זיין מעשה איז נאר א משל א דוגמא א וועג ווי ער קומט צו צו די טיפעניש. לענ"ד, די אידישע ניגונים וואס מען האט דא געברענגט, טראגען נישט די תכונה, זיי קלאגען, וויינען, באשולדיגען, קרעכצן, איבער אידישע צרות. נו, ווייסט מען דאך. זיי קומען אבער נישט דורך דעם צו צו אן עומק פון דער עצם הרגש פון טרויער אדער בענקשאפט. שטייצעך דאס איז מיין סוביעקטיבער התרשמות. קען זיין איך בין שוין נישט סענסיטיוו נאכן זאגען יעדעס יאר קינות..

יואליש » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:43 pm

· #259686
די "תליה" ניגון פון די "הונגער שפילן"
בלאט: 1 2