☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #4581

אשכול אן א טיטל #4581

112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4581
בלאט: 1 2 3

— » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:40 pm

· #144612

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:26 pm

· #144636
ווייל די פייטער אין סיריע זענענן על קיידע און אנדערע דשיהאד'ניקעס,

מען קען נישט מיט איין האנט הרגנן אמעריקאנער און די אנדערע האנט אויסשטרעקן פאר הילף פון זיי דעם וועם זיי האבן נעכטען געהרגט, עס ארבייט נישט אזוי.
זיי האבן געהרגט אומשולדיגע אמעריקאנער ביים אראפ ברענגן די טווין טאוערס, זיי האבן געהרגט אומשודליגע מענטשן און דיריע, איראק, תימן, אמעריקע, פראנקרייך, רוסלאנד, און נאך פלעצער איבער די וועלט, יעצט עסן זיי די זעלבע זאך וואס זיי האבן אונז געגעבן צו עסן..... זטלען זיי עס עסן מיט אפעטיט.. און ביידע זייטען זאלען האבן הצלחה.

זאלען זיי אנצינען די טעיפ פון די מוזיק וואס האט געשפילט ווען דריי טויזענט אומשולדיגע מענטשן זענענן געהרגט געווארען אין די טווין טאוערס,

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:08 pm

· #144648
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.

אפשר ווען זיי וועלן קימען צום טעם און זען ווי אזוי עס שפירט זיך ווען מען באגראבט אייגענע קינדער.... וועלן זיי אפלאזען א צווייטענס קינדער, אריינגערעכט יודישע קינדער אין אר"י.

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:50 pm

· #144661
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז א שרעקליכע בילד ווי א קינד גייט אויס פאר הונגער און די פייגעל ווארט ער זאל שטארבען ער זאל עם קענען אויפעסען
image.jpg

ידען » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:53 pm

· #144663
די פייגעל ווייסט אז ער גייט שטארבען?

א קינד האט זיך אראפ געבויגען און א פייגעל איז געוועהן אביסעל לעבען איהם און מע מאכט שוין א מעשה.

ידען » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:55 pm

· #144665
די וועלט גייט נישט גיין מיט א מלחמה קעגען סיריע ווייל זיי הארגענען זייערע קינדער.

ביי דייטשלאנד איז מען שוין געוועהן אין א מלחמה און זיי האבען נישט געוואלט שיקען באמבעס צו אוישוויץ און נישט געוואלט נעמען אידען פון דארטען.

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:57 pm

· #144666
דא איז די מקור פון די בילד און ווער עס האט געכאפט די בילד

@Picswithastory: A vulture waiting for a starving boy to die, to eat him. Taken by Kevin Carter, who later committed suicide. 1993 <a class="postlink" href="http://t.co/o5nYoVoFOo">http://t.co/o5nYoVoFOo</a>

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:13 pm

· #144670
הייסט עס, דאס איז פון 1993

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:16 pm

· #144671
איך האלט מיט חכם קופער טויזנט פראצענט. ווי קען מען זיצן דא על סיר הבשר ווען טויזנטער אנשים נשים וטף ווערן אויסגעקוילעט טעגליך וויל א סאדיסטישער בוטשער וויל נישט אויפגעבן זיין בענקל. יא עס איז באקוועמער פאר אמעריקע און אבאמא צו זיצן פוילערהייט און זאגן איך קען מיר נישט אריינמישן און דערווייל שטארבן טויזנטער קינדער. און עס איז נישט ווי ביים האלאקאסט וואס מען האט געמוזט גלייבן האלבע שמועות. גייט קיין יוטוב זעט ווי א טאטע וויינט איבער זיינע צוויי פארגאזטע קינדער און הונדערטער אנדערע ווידיאוס וואס זייט די נאציס האט מען עס נישט געזען. יא לעדי גאגא האט ריליעסד א נייע סינגל און הו גיווס א שיט אבאוט סיריע. אזוי איז געווען די עטיטוד ביים האלאקאסט אויך. עס וואלט געווען די גרעסטע קידוש השם ווען א מחנה חרדים מיט שמוציקע היטן זאלן גיין שרייען פארן יו ען סטאפט די קינדער הריגות.

יאיר » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:23 pm

· #144675
בדחן
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

געוואלד, וואס האט פאסירט מיט די עם רחמנים בני רחמנים?? דו האסט שוין פארגעסן פון דעם פסוק לא יומתו אבות על בנים? שוין פארגעסן פון דעם פסוק וואס מיר האבן אקארשט געליינט, על פי שניים עדים יקום דבר??

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:27 pm

· #144676
יאיר א שאד צו טענה'ן מיט בדחן. ער איז א דעמעזש וואס שפילט אונטער א פרומען מאסקע. איך וואלט איהם נישט געטראסט מיט פינף סענט.

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:28 pm

· #144677
שמעקעדיג
הייסט עס, דאס איז פון 1993

היינט איז בעסער געווארען די מצב אדער ערגער?

פארוואס האט דער וואס האט גענומען די בילד זיך גענומען דאס לעבען איינער האט מער אינפא איבער איהם?

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:39 pm

· #144681
יאיר
בדחן
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

געוואלד, וואס האט פאסירט מיט די עם רחמנים בני רחמנים?? דו האסט שוין פארגעסן פון דעם פסוק לא יומתו אבות על בנים? שוין פארגעסן פון דעם פסוק וואס מיר האבן אקארשט געליינט, על פי שניים עדים יקום דבר??


@יאיר עס זעט אויס ווי איר זעט נישט פינקטליך באהאווענט מיט די פרטים,
דאס איז נישט קיין צייט ווען מען טיילט עונשים, דאס איז א ציט פון מלחמה ווען על קיידע האט אהערגעברענט זייערע קינדער צו פייטען די סיריע גאווערמענט, איך האב אזויפיל רחמות אויף די קינדער וויפיל רחמנות זייערע עלטערן האבן געהאט ווען זיי האבן געמאכט די שחיטה אין אר"י אינעם האטעל יענעם פסח ביינאכט.....

אגב, אין די תורה טרעפט מען עטליכע מאל א מושג אז מען הרגט א מענטש על שם סופו, די קינדער פון על קיידע וואס זענענן דערהרגט געווארען וואלטן גרויסערהייט געהרגט צענליגער אנדערע...

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:40 pm

· #144682
בדחן
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.

אפשר ווען זיי וועלן קימען צום טעם און זען ווי אזוי עס שפירט זיך ווען מען באגראבט אייגענע קינדער.... וועלן זיי אפלאזען א צווייטענס קינדער, אריינגערעכט יודישע קינדער אין אר"י.


וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים (די שואה האבן זיי אויספלארנירט)?

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:41 pm

· #144683
קאווע טרינקער

וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים {די שואה האבן זיי אויספלארנירט}?

די פרעגסט צו זיי האבן אויספלאנירט די שואה??

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:46 pm

· #144685
ניין, דאס איז דאך זיכער, כמבואר בויואל משה ועוד, די "?" גייט ארויף אויף די גאנצע סענטענץ.

לאמיר פראבירן נאכאמאל, איך פרעג אייך, אויב קינדער אין סיריע זאלן פגר'ן ווייל זייערע עלטערן זענען רוצחים, וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך אויך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים.

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:49 pm

· #144686
קאווע טרינקער
לאמיר פראבירן נאכאמאל, איך פרעג אייך, אויב קינדער אין סיריע זאלן פגר'ן ווייל זייערע עלטערן זענען רוצחים, וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך אויך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים.


איי עים סארי. נייס טריי, אבער עס איז שפעט פרייטאג נאכמיטעג אנציהייבען דיין געים, לאמיר עס אוועק לייגען פאר זינטאג פארמיטאג און פאל עס וועט זיין א שיינע וועטער, מסכים? ייש"כ!

{יש"כ פאר מסביר זיין די פראגע, כאילו עס איז געווען א ספק די ערשטע מאל וועלכע דירעקשען די גייסט}

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:55 pm

· #144687
סאשי פיש
שמעקעדיג
הייסט עס, דאס איז פון 1993

היינט איז בעסער געווארען די מצב אדער ערגער?

פארוואס האט דער וואס האט גענומען די בילד זיך גענומען דאס לעבען איינער האט מער אינפא איבער איהם?


<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=351290#p351290">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 90#p351290</a>

נצבד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:19 pm

· #144695
דאכט זיך-טאמער געדענק איך גוט- אז דער פיקטשער מיט די וואלטשער האט געווינען א פוליצער,און די סיבה פאר דעם פאטאגרעפיריערס זעלסטמארד איז געווען ווייל ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין,אז אנשטאט ארויסהעלפען דאס קינד (וואס איז טאקע געשטארבען) איז עם וויכטיגער געווען צו כאפען א בילד דערפון

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:21 pm

· #144696
דו מאכסט א דזשאוק!

האלעקאסט? - דו ווייסט וואס מען האט געטאן מיט אונזערע זיידע'ס? - איך מאך נישט אוועק די רציחות וואס גייט פאר אין סוריע, אוודאי דארף די וועלט שרייען, אוודאי זאלן אידן זיך אננעמען פאר זיי, און יא, טראצדעם וואס זייערע עלטערן זענען אל-קאידא'ניקעס און גאנץ זיכער וואלטן די דאזיגע פארגאזטע קינדער אויך אזוי אויפגעוואקסן, פארט האבן זיי גארנישט געטאן לעת עתה און מען דארף טון פאר זיי. אבער דו פארגלייכסט עס מיט וואס מען האט געטאן מיט אונזערע זיידעס? - כל מיני עינויים קשים מרים ואכזריים, אויסגע'הרג'עט צוביסלעך, אויסגעהונגערט, געמאכט שווער ארבעטן, געטריבן שפאס פון זיי פאר די גאס. איז אין סוריע אפילו ענדליך צו דעם?

אגב; דער ריפארטער וואס האט גענומען דעם בילד פון די יונגל מיטן פייגל, איז א קאלטער סאדיסט און רשע.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:45 pm

· #144701
מורינו הרב
דו מאכסט א דזשאוק!

האלעקאסט? -

איז אין סוריע אפילו ענדליך צו דעם?

100% גערעכט.
ס'איז קיין דמיון, אבער די תביעה איז עומד וקיים. פארוואס טוט מען גארנישט?

---
כ'בין נישט אזוי באקאנט דארט. וואס איז די מצב בנוגע אנטלויפען? איז דאס א מעגליכקייט?

נצבד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:59 pm

· #144706
קאווע
יו מיסד די פוינט,

דארט און סיריע איז א "מלחמה" דער וואס וויל געווינען וועט "מיזען" גענוג שטארק וויי טאן זיין קעגנער,אז ער זאל אויפגעבען,
און ביי מלחמה איז דאס ממש א לכתחילה געווען דאס אינפליקטען ווי מער ציווילע קרבנות (עיין ערך דרעזדען,ווי די אליאירטע האבען באמבאדירט א ציווילע שטאדט,און אויסגעהרגעט ארום הינדערט טויזענט "מכלומרשטע ציווילע"דייטשען און איין נאכט. ועיין עוד ערך היראשימא,נאגאסאקי) נאר זינט די לעיזער גיידעד באמבעס זענען ערפינדען געווארען,איז ארויס פון סטייל דאס טארגעטען לכתחילה ציווילע בירגער.
און דאס גייט פאר און סיריע,די גאווערמענט טארגעט די ציווילע ביי די רעבעלען,און די רעבעלען טארגעטען די ציווילע ביי די שטעדט ווי סאיז פרא גאווערמענט(און אפילו ביז ביירוט זענען זיי אנגעקומען),

אבער די האלאקאוסט איז געווען רציחה לשם רציחה,אפציווישען א ראסע פון דעם פלאנעט, ימ"ש.

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:06 pm

· #144707
נצבד
דאכט זיך-טאמער געדענק איך גוט- אז דער פיקטשער מיט די וואלטשער האט געווינען א פוליצער,און די סיבה פאר דעם פאטאגרעפיריערס זעלסטמארד איז געווען ווייל ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין,אז אנשטאט ארויסהעלפען דאס קינד (וואס איז טאקע געשטארבען) איז עם וויכטיגער געווען צו כאפען א בילד דערפון


ישא אומרים אז דאס קינד איז נישט געשטארבען, קליק אויף די טוויטער הענדעל פון די פיקטשער.

נצבד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:13 pm

· #144709
און לגבי די עצם סיריע קאנפליקט:
מי לנו גדול ווי דער דשיפער,וואס האט פארשטאנען אז די מוסלמענער "מוזען" שטענדיג זיין ביזי מיט רציחה און טעראר,איז ווי איידער זיי זאלען זיין ביזי מיט די מערב וועלט,האט ער זיי געמאכט ביזי צווישען זיך...אפען טיש געשטיצט סאדאס כוסעין,און אונטערען טיש געשיקט וואפען אין געלט פאר די אייאטאליס און איראן,אזוי האט ער אונאיינוועגעס נישט נאר געהאט א חלק און פטר'ן די וועלט פון היבש ביסעל טעראר קרבנות,נאר אויך באפרייט די וועלט פון ארום א מיליאן פאטענציעלע באמבע וועסטלעך באניצער...

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:25 pm

· #144712
[ציטאט אראפגענומען]

די לעצטע חתימה
Dear President.
YES YOU CAN.
בין איך.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:27 pm

· #144714
בן תמליון
איך האלט מיט חכם קופער טויזנט פראצענט. ווי קען מען זיצן דא על סיר הבשר ווען טויזנטער אנשים נשים וטף ווערן אויסגעקוילעט טעגליך וויל א סאדיסטישער בוטשער וויל נישט אויפגעבן זיין בענקל. יא עס איז באקוועמער פאר אמעריקע און אבאמא צו זיצן פוילערהייט און זאגן איך קען מיר נישט אריינמישן און דערווייל שטארבן טויזנטער קינדער. און עס איז נישט ווי ביים האלאקאסט וואס מען האט געמוזט גלייבן האלבע שמועות. גייט קיין יוטוב זעט ווי א טאטע וויינט איבער זיינע צוויי פארגאזטע קינדער און הונדערטער אנדערע ווידיאוס וואס זייט די נאציס האט מען עס נישט געזען. יא לעדי גאגא האט ריליעסד א נייע סינגל און הו גיווס א שיט אבאוט סיריע. אזוי איז געווען די עטיטוד ביים האלאקאסט אויך. עס וואלט געווען די גרעסטע קידוש השם ווען א מחנה חרדים מיט שמוציקע היטן זאלן גיין שרייען פארן יו ען סטאפט די קינדער הריגות.

אני הקטן בעל העגלה ובזמן קריב האלט מיט ביידע. קופערניקוס און בדחן, און מיט בן תמליון, אז חסידיש'ע אידן מיט שמוציגע היטן דארפן אראפגיין צו די יו-ען און מאכן א ויצעקו אז די הריגות און פארגאזונגען פון ציווילע מענטשן זאל זיך אויפהערן. אבער אין די זעלבע צייט דארפן מיר געדענקען אז די פייטערס אין סיריע זענען אל-קעידא'ניקעס וועלכע זענען אליינס גרויסע רוצחים. איך וויל אויכעט נישט פארדרייען דעם נושא פונ'ם אשכול. אבער לאמיר געיבן א בליק אויף די היפאקריטישע יו-ען. ווען מדינת ישראל פירט דורך א באמבארדירונג אויף אן אפארטמענט בילדינג וואו א פאלעסטינער טעראריסט באהאלט זיך, און ס'פייגער'ן אויס עטליכע זייטיגע רוצחים, שרייט מען (און נאך א פאר נארישע אידעלעך אויכעט) אז די ציונים האבן געהרג'ט "סיוויליענס". כאילו אין ארץ ישראל וואווינען נישט קיין סיוויליענס. און דא פארגאזט מען און מ'הארגעט סתם אזוי איבער הונדערט-טויזנט "סיוויליענס". ואין פוצה פה ומצפצף. 😳 🙄

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:33 pm

· #144715
בדחן
יאיר
בדחן
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

געוואלד, וואס האט פאסירט מיט די עם רחמנים בני רחמנים?? דו האסט שוין פארגעסן פון דעם פסוק לא יומתו אבות על בנים? שוין פארגעסן פון דעם פסוק וואס מיר האבן אקארשט געליינט, על פי שניים עדים יקום דבר??


@יאיר עס זעט אויס ווי איר זעט נישט פינקטליך באהאווענט מיט די פרטים,
דאס איז נישט קיין צייט ווען מען טיילט עונשים, דאס איז א ציט פון מלחמה ווען על קיידע האט אהערגעברענט זייערע קינדער צו פייטען די סיריע גאווערמענט, איך האב אזויפיל רחמות אויף די קינדער וויפיל רחמנות זייערע עלטערן האבן געהאט ווען זיי האבן געמאכט די שחיטה אין אר"י אינעם האטעל יענעם פסח ביינאכט.....

אגב, אין די תורה טרעפט מען עטליכע מאל א מושג אז מען הרגט א מענטש על שם סופו, די קינדער פון על קיידע וואס זענענן דערהרגט געווארען וואלטן גרויסערהייט געהרגט צענליגער אנדערע...

נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:37 pm

· #144716
קאווע טרינקער
בדחן
מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.

אפשר ווען זיי וועלן קימען צום טעם און זען ווי אזוי עס שפירט זיך ווען מען באגראבט אייגענע קינדער.... וועלן זיי אפלאזען א צווייטענס קינדער, אריינגערעכט יודישע קינדער אין אר"י.


וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים (די שואה האבן זיי אויספלארנירט)?

הוא אשר דיברתי. ס'איז דא נארישע אידעלעך וועלכע האבן זיך נאכנישט אויסגעטשוכעט פון די פראפאגאנדא וואס ר' סענדער דייטש זכותו יגון עליו האט פארקויפט אין "דער איד", פאר וועלכן ער האט באקומען גוט באצאלט.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:46 pm

· #144719
נצבד
קאווע
יו מיסד די פוינט,

דארט און סיריע איז א "מלחמה" דער וואס וויל געווינען וועט "מיזען" גענוג שטארק וויי טאן זיין קעגנער,אז ער זאל אויפגעבען,
און ביי מלחמה איז דאס ממש א לכתחילה געווען דאס אינפליקטען ווי מער ציווילע קרבנות (עיין ערך דרעזדען,ווי די אליאירטע האבען באמבאדירט א ציווילע שטאדט,און אויסגעהרגעט ארום הינדערט טויזענט "מכלומרשטע ציווילע"דייטשען און איין נאכט. ועיין עוד ערך היראשימא,נאגאסאקי) נאר זינט די לעיזער גיידעד באמבעס זענען ערפינדען געווארען,איז ארויס פון סטייל דאס טארגעטען לכתחילה ציווילע בירגער.
און דאס גייט פאר און סיריע,די גאווערמענט טארגעט די ציווילע ביי די רעבעלען,און די רעבעלען טארגעטען די ציווילע ביי די שטעדט ווי סאיז פרא גאווערמענט(און אפילו ביז ביירוט זענען זיי אנגעקומען),

אבער די האלאקאוסט איז געווען רציחה לשם רציחה,אפציווישען א ראסע פון דעם פלאנעט, ימ"ש.

נצבד: דו ביסט טיילווייז גערעכט. די אמעריקאנער באמבארדירונגען אין דרעזדען און די נוקלעארע באמבעס וועלכע זענען געווארפן געווארן אויף היראשימא און נאגאסאקי זענען געוון א "לית ברירה" אפציע , נישט א "לכתחילה".

הוגה » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:48 pm

· #144720
@אנאנים, זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש און קאלטבלוטיג. אונז מוזן געדענקן אז מיר ציווילע בירגער האבן ניטאמאל א פראקציע פון די אינפארמאציע וואס די רעגירונג און די אינטעליגענט קאמיוניטי פארמאגט. מיר זעהן נישט אפילו א האלבע בילד. עס איז מעגליך אז אבאמא ווייסט אז אויב ער וועט וועט לאזן זיינע רחמנות געפילן דיקטעיטען זיין פאליסי און ער וועט העלפן די רעבעלן וועט עס קאסטן מער אומשולדיגע לעבנס, אזוי ווי עס איז געשעהן עטוואס אין יוגעסלאוויע און אין אנדערע ערטער. און די זעלבע איז מיט סודאן. אין אזעלכע פעלער איז שייך די בוחר את הרע במיעוטו. מען טאר נישט מאכן קיין rash decisions ביי אזעלכע זאכן, ווייל די רחמנות קען ברענגן ערגערע קאנצעקווענצן.

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:11 pm

· #144728
הוגה
@אנאנים, זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש .


אויב עס איז מעגליך מסביר צו זיין פארוואס עס איז נעריש, ביטע.

ידען » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:15 pm

· #144729
[ציטאט אראפגענומען]

פון שרייבען ענאנימעס אויף א בלאג וואס ווייניג מענטשען וועלען ארויס קומען אפען מיט די נאמען וועט נישט זיין א פראטעסט.

אויזער אז יעצט וועט עס זיין צו די ערשטע מאל..

איך בין רעדי.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:01 pm

· #144742
בדחן
הוגה
@אנאנים, זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש .


אויב עס איז מעגליך מסביר צו זיין פארוואס עס איז נעריש, ביטע.


קארעקשאן, נעריש און קאלטבלוטיג!

ווער ביסטו מפקיר צו זיין דאס לעבן פון אומשולדיגע פרויען און קינדער אדער אפילו מענער, ווייל זייער טאטע, מאן, פעטער וכו' האט זיי מפקיר געווען? אויב קענסטו עפעס טון זיי צו ראטעווען ביסטו מחויב זיי צו העלפן מצד מאראל, יומעניטי און מעגליך מצד אידישקייט. איי אפשר וועט דאס קינד אויפוואקסן א טעראריסט? עס איז נישט דיין דעפארטמענט צו מאכן חשבונות, אז א קינד ווערט אומגעברענגט דארפסטו טון וואס דו קענסט אים צו ראטעווען.

בן סורר נידון על סופו? להד"ם! עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך! נעווער! עס איז fiction, די תורה האט עס נאר געזאגט אז מ'זאל ארויסלערנען זאכן דערפון.

berlbalaguleh

נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.


מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.

בדחן » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:11 pm

· #144744
בקיצור @הוגה איך פארשטיי אז די האסט נישט קיין ענטפער נאר אביסל דעמעגאגיע, מסכים.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:16 pm

· #144748
בדחן
בקיצור @הוגה איך פארשטיי אז די האסט נישט קיין ענטפער נאר אביסל דעמעגאגיע, מסכים.


אפגעפרעגט... 😳

נצבד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:22 pm

· #144750
אין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלק,האט נישט עקספייערט און טא טויזענט ענד טוירטין

kliger » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:33 pm

· #144752
הוגה
בדחן
הוגה
@אנאנים,.

בן סורר נידון על סופו? להד"ם! עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך! נעווער! עס איז fiction, די תורה האט עס נאר געזאגט אז מ'זאל ארויסלערנען זאכן דערפון.

berlbalaguleh

.


סנהדרין עא א
אמר ר' יונתן אני ראיתיו וישבתי על קברו

קינות גירושין » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 4:47 pm

· #144756
סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 9:17 pm

· #144758
איך מיין אז חסידישע אידן מיט קלינע היטן וועט מער אויפטון ביי די יו ען!

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:08 pm

· #144761
נצבד
אין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלק,האט נישט עקספייערט און טא טויזענט ענד טוירטין

די שאלה איז נאר וועלכע פאלק איז מזרעו של עמלק. א סאך דיעות האלטן אז דייטשלאנד.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:15 pm

· #144763
קינות גירושין
סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!

רבותי עטץ האט געזעהן די "טיים ליין" פון דעם פאוסט: שבת קודש 4:47 נאכמיטאג . ❓ ❓ ❓ ❗

הוגה » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:25 pm

· #144765
kliger

סנהדרין עא א
אמר ר' יונתן אני ראיתיו וישבתי על קברו


אודה ולא אבוש, כ'האב קיינמאל געזעהן די גמרא בפנים, כ'האב נאר אלעמאל געהערט פון מיינע רביס אז די גמרא זאגט אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין בן סורר. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין קענען מיר נישט ארויסלערנען פון דעם אז מען מעג לאזן אנדערע קינדער ברוטאל אומגעברענגט ווערן.

בן תמליון » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:37 pm

· #144770
berlbalaguleh
קינות גירושין
סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!

רבותי עטץ האט געזעהן די "טיים ליין" פון דעם פאוסט: שבת קודש 4:47 נאכמיטאג . ❓ ❓ ❓ ❗


פארוואס טראכט איר ער געפינט זיך אין אמעריקע?

בן תמליון » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:42 pm

· #144774
קינות גירושין
סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!


געווען אונזער חבר גאלד. ער האט מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו דורך די ווענט פון אונזער שטיבל דעמאלטס. הלואי איינער זאל ארגאנאזירן דא א ראלי קעגן הרגענען קינדער. לאזן מיר ווייזן די וועלט איז נישט אינגאנצן באנקראט.

קאווע טרינקער » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:50 pm

· #144775
berlbalaguleh
קינות גירושין
סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!

רבותי עטץ האט געזעהן די "טיים ליין" פון דעם פאוסט: שבת קודש 4:47 נאכמיטאג . ❓ ❓ ❓ ❗

יא, כ'האב גלייך באמערקט.
און גלייך דן געווען אז ער איז נישט אין אמריקה. וכך הוה.

קאווע טרינקער » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 10:56 pm

· #144778
לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס.
וואס וועט זיין. קען מען רעדן פון א פארזאמלוג אין מאנהעטען?

בן תמליון » מוצ"ש אוגוסט 24, 2013 11:50 pm

· #144788
קאווע טרינקער
לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס.
וואס וועט זיין. קען מען רעדן פון א פארזאמלוג אין מאנהעטען?


יא. ווער איז אין? איך מיין מיר זאלן זיך פארזאמלען קומענדן במוצאי מנוחה סליחות נאכט, אויסשרייען די וויי געשריי פון אידן רחמנים בני רחמנים קעגן די גרויזאמע רציחות פון אומשלדיקע מאמעס מיט קינדער, מכריז זיין קבל תבל ומלואו אז אין צוויי טויזנט אין דרייצן וועט קיין האלאקאוסט נישט דורכגיין גלאטיק. מיר וועלן בלאזן שופר און זאגן י"ג מידות של רחמים צו מסיר זיין דעם חרון אף. חכם קופערניקעס וועט אויפטרעטן מיט א דרשה אין ענגליש מיט דברים של טעם.

וואס האלט דער עולם ווי זאלן מיר זיך פארזאמלען? איך קלער אז טיימס סקווער איז דער בעסטער פלאץ צו מאכן אימפאקט, אבער אז דער עולם זאגט ענדערש די יו ען אדער די סורישע צו גאר אמעריקאנער קאנסולאטן איז בטלה דעתי.

כולנו למערכה! מי לשם אלי!

בדחן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:06 am

· #144791
@הוגה איך האב מיר איבערגעקלערט נאכאמאל צו איך בין גערעכט מיט מיין שטעלנוג, און טראכענדיג ווי א יוד האב איך געזיכט ווי מען זעט אין די תורה א ענליכע מציאות עס צוצישטעלן צום היינטיגען מציאות, און איך האב געטראפן און די תורה א מעשה וואס איז ממש דומה צו אינזער נושא דא.

די מדרש דערציילט אז ווען אידן זענענן געווען אין מצרים איז געווען איינע פון פרעה גזירות אריינציבויען אידישע קינדער און די ווענט אויב די אידן מען האבן נישט גענדיגט די ארבייט, פאר משה רבינו האט זייער געבאדערט די גזירה און ער האט זיך אויסגעטנה׳ט מיט השי״ת דערוועגן, דערציילט ווייטער די מדרש אז השי״ת האט אים גענעפערט אז ער זאל זיך נישט אריינמישען און אז די אלע קינדער אלמלא זיי בלייבען ווען לעבן וועט נישט טויגען, דערציילט די מדרש אז משה רבינו האט נישט נאך געלאזט און השי״ת האט נאכגעגעבן אויף איינצעלע קינדער אז ער מעג זיי ארויסנעמען און צים סויף האט זיך עס זייער נישט גוט אויסגעלאזט מיט זיי.

די זעלבע זאך דא אויך, על קיידע איז באוויסט מיט בארבאריזעם און רציחה ווי זיי שעכטען און הרגנ׳ן אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער, איבער די גאנצע וועלט האט מען שוין געליטען - און מען ליידט ווייטער פון זיי, עס איז זייער גוט באוויסט אז קינדער פון על קיידע ווען זיי ווערן גרויס גייען זיי נאכגיין אין די די עלטערן פוס טריט און ווייטער הרגנ׳ן אומשולדיגע מענטשן, השי״ת האט זיי יעצט געשיקט קעמפן אין סיריע קעגן אסאד וואס דער לעצטער קען זייער שפראך און טוט מיט זיי דאס וואס זיי האבן געטיען מיט אנדערע, שכל זאגט און מיר האבן א ראיה דערצו פון די תורה, אז בגון דא דארפן מען שטיין און די זייט שטיל, מיר הייסען נישט הרגנ׳ן מיר אינדערסען נישט די רציחות אבער מיר זענענן אויך נישט מוחה, מיר נעמען זיך נישט אן פאר די וואס לערנען אויס זייערע קינדער אז זיי זאלען זיין מארטירער ווען זיי וועלן זיין גרויס, מיר ווייסען קיינמאל נישט וועלכער גרויסען רוצח מיר גייען יעצט ראטווען מיט אונזער מחאה, לאמיר זיך אפלערנען פון די תורה, און לאזן השי״ת פירען זיין וועלטעל ווי אזוי ער פארשטייט.

בדחן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:16 am

· #144794
הוגה
berlbalaguleh
@הוגה נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.

מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]


וועלכע מפרשי התורה האסטע געזען אז זיי זיכען הסבר דערויף? ווי האסטע געזען א שמיעס דערוועגן זיכענדיג הסברים?

אויב מעגליך גיב אפאר מראי מקומות.

בדחן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:21 am

· #144797
קופערניקעס. ביטע, איך רעדט דא מיט די וואס פארשטייען אז עס איז נישט און די אינטערעסן פון יודען זיך אנצינעמען פאר על קיידע און רוצחים, און איך פראביר אפשטעלן די וואס ווילען גורם זיין שנאת ישראל.
בלאט: 1 2 3