☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » יסודות פון אמונה 1 כוזרי

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:57 pm

· #257674
הוגה
איז לאמיר דיר פרעגן אזוי, @געוואלדיג, אבער ענטפער מיט אן אמת. אויב קען איך מטיל ספק זיין אין דיין כוזרי'שע קייט, און צייגן למשל אז עס איז געווען א צוויי הונדערט יאר וואס מ'האט נישט געדענקט איבער מתן תורה, דאן וועסטו אנהייבן האבן א ספק אין די ווארהייט פון יהדות, אדער וועסטו ווייטער גלייבן דערין?

יהדות איז אוודאי נישט געבויעט נאר אויף די הוכחות אבער וועסט א ודאי צוברעכן די יסוד פון מיינע הוכחות ביז אהער,
אין די אשכול וואס איז אינמיטן מאכן ווערט געברענגט נאך אסאך שיינע זאכליכע הוכחות

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 6:37 pm

· #257679
געפילטע פיש
שבת אחים, די דעבאטע צו די זוהר איז געשריבן געווארן דורך רשב"י צו נישט איז אומרעלעוואנט אהער, די פוינט איז אז גאנץ כלל ישראל, אדער עכ"פ רוב כלל ישראל, האט אנגענומען אז רשב"י האט עס געשריבן, ווען ס'איז געווען אומבאוויסט ביז דעמאלס, בלויז ווייל שפעטערע מקובלים, דער אר"י הקדוש והחבריא האבן געזאגט אזוי. די זעלבע וועג וואלט מען אויך געקענט זאגן פארן עולם אז ס'איז אמאל געווען א מתן תורה, און זאגן אז ס'איז " אנגענומען ביי אונז ווייל דער (אר"י הק') [חז"ל] ועוד גדולי עולם האבן געאלטן פון דעם".

דאס איז פּונקטליך וואס איך האב געזאגט אויב משה דילאן האט עס געשריבן איז עס נישט אויטענטיש! , און פּונקט ווי מ׳פּרעיגעלט אריין אין יעדע חדר יונגל אז די זוהר איז הייליג און רשב״י האט עס געשריבן בשעת ווען מ׳זאגט אונז נישט דעם אמת אז יש חולקים און די זעלבע קען זיין מיט די תורה און מעמד הר סיני

וואס זאג איך אנדערש פון דיר ?

פלאוויוס » מאנטאג מערץ 9, 2015 7:04 pm

· #257681
איך פארשטיי אז דער שמועס איבער'ן זוהר מעג אפגעטיילט ווערן צו א באזונדערן אשכול. נישט אזוי?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 8:22 pm

· #257685
פלאוויוס
איך פארשטיי אז דער שמועס איבער'ן זוהר מעג אפגעטיילט ווערן צו א באזונדערן אשכול. נישט אזוי?

ביסט גערעכט ס׳וואלט טאקע געדארפט זיין א באזונדערן אשכול וועגן דעם , אבער איך פארשטיי נישט פארוואס מע׳מאַכט דעס אזוי אומרעלעוואנט צו דעי שמועס ,לענ״ד איז דעס א פּערפעקט עקסעימפּעל ווי מ׳זעט אז כמעט גאנץ כלל ישראל אשכנזים און ספרדים צוגלייך האט אָנגענומען אז די זוהר איז א הייליג ספר און ס׳איז געשריבן געווארן דורכ׳ן הייליגע תניא רשב״י און דערווייל קען מען זיך גאנץ גרינג איבערצייגן (פאר ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת ) אז רשב״י האט עס קיינמאל נישט געשריבן און ס׳איז גאר געשריבן געווארן דורך א ספּאנישער לץ פאר 500 יאהר צוריק וואס האט געקלעימט אז רשב״י האט זיך באוויזען צו אים אינמיטן די נאכט... מיט דעם אלעמען נעמט די גאנצע היינטיגע אידישע וועלט אָן אז דאס איז די ווערק פון רשב״י און ס׳איז אויטענטיש און רוב היימישע אידן ווייסן ניטאַמאָל פון אזא ספר ווי מתפחת ספרים פון ר׳ יעקב עמדין ז״ל וואס איבערצייגט אז די זוהר איז נישט אויטענטיש און אויך נישט וועגן אנדערע צענדליגע אחרונים ווי למשל דער חתם סופר וואס האט אויך אזוי געהאלטן

ווען איך בין געוואָר געווארן פון דעם בין איך שוין געוועהן אין מיינע דרייסיגער יאהרן און איך בין דערציטערט געווארן און ס׳האט געשטעלט מיין גאנצע אמונה אין פראגע צייכן

פונקט ווי דעס איז קלאר נישט אמת און כ׳האב קיינמאל נישט געוואוסט קען דאך זיין אז אלעס איז א ליגענט , ניין ?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 8:37 pm

· #257688
[ציטאט אראפגענומען]

כבין מיך מחולק אויף דיר
נאכאמאל, פּונקט ווי מ׳זעט אז גאנץ כלל ישראל נעמט אָן די ליגענט פונעם זוהר איז עס א ראי׳ פון דא אז אסאך מענטשען (אין די אידישע וועלט) קענען אנעמען א זאך וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן אלץ א אמת

די זוהר איז נישט סתם א ספר ס׳איז אסאך מעהר ווי דעם אסאך זאכן וואס אונז טוהן היינט איז געבויט אויף דעם !

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 8:43 pm

· #257690
[ציטאט אראפגענומען]

מעכעלע, איך פארשטיי באמת נישט דיין קשיא
זייער פשוט !, ווייל דעס האב איך אייביג געוואוסט אז ס׳איז נישט אמת און אזוי האט מען מיך אריינגעהאקט פון קינדווייז אן, משא״כ די זוהר איז געוועהן ביי מיר פארהייליגט ווייל אזוי האבן מיר מיינע עלטערין געזאגט און אזוי בין איך מחנך געווארן

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 9:02 pm

· #257692
[ציטאט אראפגענומען]

זיי קלעימען אז סאיז געוועהן עדות ! פונקט אזוי ווי עס איז געווהן עדות אז יאשקע האט געמאכט וויין פאר וואסער און ער האט געמאכט בלינדע זעהעדיג און פונקט אזוי ווי אלע אנדערע רעליגיעס קלעימען זייערע זאכן , אבער פונקט אזוי ווי מ׳זעט אז זיי האבן געמאכט א טעות מיטן זוהר קען זיין אז אלעס איז נישט אויטענטיש

מעכעלע מ׳קען אזוי אנגיין א גאנצע נאכט, מעגסט האלטן אנדערש אבער איך זעה יא א שטארקע רעלעווענס צו די
שמועס , עכ״פּ כן נראה לי לענ״ד

הקטן » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:51 am

· #257729
אויב עפעס, איז די גאנצע זוהר פרשה א שטארקע באווייז אויף דו כוזרי!

דאס אז א @שבת אחים האט נישט געקענט קיין היסטערי ביז נאך די 30 איז וואס?
מיין חבר האט געמיינט אז בעביס קויפט מען אין שפיטאל.

אין די דור וואס די זוהר איז נתגלה געווארן האבן קינד אין קייט געשמיסט אז מען האט אייביג געוויסט פין די זוהר???

די התגלות איז קלאר. מיט א קלארע דאטאם ווען דאס איז געווארן מפורסם לרבים. יעצט בלייבט איבער צי דיבעטען אויב די ווילסט גלייבן הרב די לאון אדער נישט.
און די דיבעט איז טאקע דא.

די חתם סופר איז נישט געווארן ווייניגער מאמין נאך וואס ער האט געהאלטן אז ס'דא עפעס שבושים אין זוהר.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:09 pm

· #257737
הקטן
אויב עפעס, איז די גאנצע זוהר פרשה א שטארקע באווייז אויף דו כוזרי!

דאס אז א @שבת אחים האט נישט געקענט קיין היסטערי (אין איז נאך אלץ צימישט) ביז נאך די 30 איז וואס?
מיין חבר האט געמיינט אז בעביס קויפט מען אין שפיטאל.

אין די דור וואס די זוהר איז נתגלה געווארן האבן קינד אין קייט געשמיסט אז מען האט אייביג געוויסט פין די זוהר???

די התגלות איז קלאר. מיט א קלארע דאטאם ווען דאס איז געווארן מפורסם לרבים. יעצט בלייבט איבער צי דיבעטען אויב די ווילסט גלייבן הרב די לאון אדער נישט.
און די דיבעט איז טאקע דא.

די חתם סופר איז נישט געווארן ווייניגער מאמין נאך וואס ער האט געהאלטן אז ס'דא עפעס שבושים אין זוהר.

אנטשולדיגט מיר זייער אויב האלטסטו ביים רעדן ווי נארמאלע אינטעליגענטע ערוואקסנע מענטשן קען מען אנהייבן נאכאמאל א נארמאלע ראוהיגע שמועס אָן נערישע קינדערישע טשעפּערייען , אויב אבער גייסטו רעדן ווי א קינד וועל איך דיך אינגאנצן איגנאָרירן

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 3:15 pm

· #257764
@הקטן זאגט דאך גוט איך פארשטיי נישט וואס וויל @שבת אחים, ער איז מסביר דאס וואס איך פראביר שוין אפאר מאל צו מסביר זיין,
קיינער האט קיינמאל נישט גע'טענה'עט אז עס איז אייביג געווען ידוע לכל פון דעם זוהר, די שאלה איז נאר צו עס איז געווען א נייע זאך, אדער א אלטע זאך און די יחידי סגולה האבן יא געוואוסט דערפון, משא"כ מתן תורה וואס אונז קלעימען אז 3 מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן, וואס איז דא דא נישט צו פארשטיין און וואס איז די צוגלייך

ווארט זאגער » דינסטאג מערץ 10, 2015 3:24 pm

· #257766
מאטי
כ'האב א בעסערע טענה. אויב וואלט דאס געווען אזא שטארקע הוכחה דאן פארוואס האט דאס נישט משכנע געווען הוגה פון ק"ש. אלא מאי איז א סימן אז אפילו מ'הערט דעם כוזרי'ס הוכחה איז נאך אלץ זיך שייך צו דינגן דערויף.

געוואלדיג האט געשריבן:

ריכטיג, אבער קראנט מיינט נישט אז מען קען מוכיח זיין פאר איינער וואס זיין מסקנא איז פון פארדעם אז מען קען דאס ניטש מוכיח זיין און פאר איינער וואס זיין שכל הישר ארבעט נישט

ווארט זאגער » דינסטאג מערץ 10, 2015 3:41 pm

· #257769
שבת אחים

נישט צו לאנג צוריק, ווענדט זיך אין וועלכע לאַנד אדער קאַנטינענט דו רעדסט פון,
דרך אַגב מ׳דארף נישט צוריק גיין אזוי ווייט ס׳איז נאָך דא אסאך פלעצער היינטיגע טעג אין אפריקע און אין אינדיע ווי רוב מענטשען פונעם שטאָט זענען מורא׳דיג צוריק־געשטאַנען און זיי קענען נישט ליינען און שרייבן און מ׳קען זיי פארקויפן די ברוקלין בריטש עני דעי פון די וואָך
דו דינגסט זיך אויף דעם ?

די תנ"ך איז שוין געשריבן לכו"ע 3000 יאר און משניות 2000 טויזנט יוסיפין איז שוין אויך מער פון 2000 יאר ס'נאך יעצט דא ארכעלאגישע מצרישע כתבים אויסגעשריבן אויף שטיין פון די צייט פון יציאת מצרים

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:37 pm

· #257799
שבת אחים
געפילטע פיש
שבת אחים, די דעבאטע צו די זוהר איז געשריבן געווארן דורך רשב"י צו נישט איז אומרעלעוואנט אהער, די פוינט איז אז גאנץ כלל ישראל, אדער עכ"פ רוב כלל ישראל, האט אנגענומען אז רשב"י האט עס געשריבן, ווען ס'איז געווען אומבאוויסט ביז דעמאלס, בלויז ווייל שפעטערע מקובלים, דער אר"י הקדוש והחבריא האבן געזאגט אזוי. די זעלבע וועג וואלט מען אויך געקענט זאגן פארן עולם אז ס'איז אמאל געווען א מתן תורה, און זאגן אז ס'איז " אנגענומען ביי אונז ווייל דער (אר"י הק') [חז"ל] ועוד גדולי עולם האבן געאלטן פון דעם".

דאס איז פּונקטליך וואס איך האב געזאגט אויב משה דילאן האט עס געשריבן איז עס נישט אויטענטיש! , און פּונקט ווי מ׳פּרעיגעלט אריין אין יעדע חדר יונגל אז די זוהר איז הייליג און רשב״י האט עס געשריבן בשעת ווען מ׳זאגט אונז נישט דעם אמת אז יש חולקים און די זעלבע קען זיין מיט די תורה און מעמד הר סיני

וואס זאג איך אנדערש פון דיר ?

זאגסט נישט אנדערש, נאר האסט דיך אנגעהויבן טענה'ן מיטן עולם דא אויב די זוהר איז באמת געשריבן געווארן דורך רשב"י צו נישט, און דער חלק איז אומרעלעוואנט צו אונזער שמועס. די עיקר איז אז דאס קדמות הזוהר איז אן אמונה, אמת צו נישט, וואס האט זיך אריינגעכאפט ביי רוב מענטשען, וואס גלייבן אז פונקט ווי מיר ווייסן אז דער יד החזקה איז געשריבן געווארן דורכן רמב"ם, איז דער זוהר געשריבן געווארן דורך רשב"י, וויבאלד מיר האבן דאס אלעמאל געוויסט, אן קיין הפסק פון דורי דורות פון אומוויסענדקייט.

ראיות און הוכחות צו קדמות הזוהר לכאן ולכאן איז נישט שייך אהער, ס'דא אן אלטן אשכול פאר דעם דא.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:40 pm

· #257802
הקטן
אויב עפעס, איז די גאנצע זוהר פרשה א שטארקע באווייז אויף דו כוזרי!

דאס אז א @שבת אחים האט נישט געקענט קיין היסטערי ביז נאך די 30 איז וואס?
מיין חבר האט געמיינט אז בעביס קויפט מען אין שפיטאל.

אין די דור וואס די זוהר איז נתגלה געווארן האבן קינד אין קייט געשמיסט אז מען האט אייביג געוויסט פין די זוהר???

די התגלות איז קלאר. מיט א קלארע דאטאם ווען דאס איז געווארן מפורסם לרבים. יעצט בלייבט איבער צי דיבעטען אויב די ווילסט גלייבן הרב די לאון אדער נישט.
און די דיבעט איז טאקע דא.

די חתם סופר איז נישט געווארן ווייניגער מאמין נאך וואס ער האט געהאלטן אז ס'דא עפעס שבושים אין זוהר.

נו, הא גופא זאג איך דיר, דו זעסט אז אינעם דור פון די ליאון האט קיינער נישט געמיינט אז מיר האבן א מסורה איש מפי איש אז דער זוהר איז געשריבן געווארן דורך רשב"י, אבער מיט די צייט האט זיך די אמונה איינגעגעסן, און היינט קענסטו פרעגן יעדע עוורידזש מענטש וואס איז נישט קיין גרויסע ידען וועט ער דיר זאגן אז דער זוהר איז אלעמאל געווען בנמצא זינט תקופת הרשב"י. דאס אליינס ווייזט דיר אז דאס אז א גאנצע פאלק גלייבט אז יעדער ווייסט א געוויסע היסטארישע פאקט מיינט נישט גארנישט.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:41 pm

· #257803
ווארט זאגער
שבת אחים

נישט צו לאנג צוריק, ווענדט זיך אין וועלכע לאַנד אדער קאַנטינענט דו רעדסט פון,
דרך אַגב מ׳דארף נישט צוריק גיין אזוי ווייט ס׳איז נאָך דא אסאך פלעצער היינטיגע טעג אין אפריקע און אין אינדיע ווי רוב מענטשען פונעם שטאָט זענען מורא׳דיג צוריק־געשטאַנען און זיי קענען נישט ליינען און שרייבן און מ׳קען זיי פארקויפן די ברוקלין בריטש עני דעי פון די וואָך
דו דינגסט זיך אויף דעם ?

די תנ"ך איז שוין געשריבן לכו"ע 3000 יאר און משניות 2000 טויזנט יוסיפין איז שוין אויך מער פון 2000 יאר ס'נאך יעצט דא ארכעלאגישע מצרישע כתבים אויסגעשריבן אויף שטיין פון די צייט פון יציאת מצרים

דאס מיינט אז די עליטע האבן געקענט שרייבן און ליינען, די מאסן האבן אבער נישט. ווי מ'זעט סאך שפעטער אין די זמן הגמרא והגאונים ווען מ'האט מתקן געווען חזרת הש"ץ.

ימי קדם » דינסטאג מערץ 10, 2015 7:17 pm

· #257819
אומאויסגעהאלטענע תגובה ע"פ תקנות המקום.

ימי קדם » דינסטאג מערץ 10, 2015 7:35 pm

· #257820
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז דא, א שיינע פאר.

נעם א מעשה וואס האט פאסירט נישט מער ווי 50 יאר צוריק, וואו אפאר הונדערט טויזענט מענטשען האבן זיך געשוואוירען אז זיי האבן געזעהן ישו מאמע. און די וואטיקאן האט עס באשטעטיגט...
http://en.wikipedia.org/wiki/Our_Lady_of_Zeitoun

און דא האסטו א לאנגע רשימה פון רעליגיעס וואס טענה'ן ענליכע זאכן:

די טענה אז נאר אידישקייט זאגט דאס, איז פשוט פאלש. נישטא אפילו וואס זיך צו טענה'ן.

בודהיזם:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%96%D7%9D
אשת הבאפלו:
http://en.wikipedia.org/wiki/White_Buffalo_Calf_Woman
http://www.hanksville.net/arvol/buffpipe.html
צ'יף אינדיאני מספר על אגדת שבט הבאפלו:
http://www.youtube.com/watch?v=ezNKgRbnVPY

שבט הsioux:
http://en.wikipedia.org/wiki/Sioux

שירת היואטה:
http://en.wikipedia.org/wiki/The_Song_of_Hiawatha
http://etext.lib.virginia.edu/etcbin/to ... ision=div1

האצטקים:
http://www.angelfire.com/ca/Indian/RoadtoAnahuac.html

ארוול סוס מביט:
http://www.manataka.org/page108.html

שבט הפומו:
http://books.google.co.il/books?id=3-BJ ... aw&f=false
http://publishing.cdlib.org/ucpresseboo ... nd=ucpress

הינדואיזם:
http://en.wikipedia.org/wiki/Hinduism#History
וישנו:
http://en.wikipedia.org/wiki/Hinduism#History
http://en.wikipedia.org/wiki/Parashurama

מיתולוגיה יוונית:
http://www.infidels.org/library/modern/ ... sinai.html
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7% ... 7%95%D7%A1

יאיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 8:14 pm

· #257823
ליינענדיג דעם אשכול טראכט איך צו מיר אז דער כוזרי'ס ראיה איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, ווייל עס בויט זיך אויפ'ן המון עם, און רוב המון עם ווייסט אפילו נישט פון דעם כוזרי'ס ראיה צו זאגן. זיי גלייבן ווייל... זיי גלייבן. בסך הכל איז פארהאן אן ענגע גרופע פון מענטשן וואס האבן שטארק ליב לאגיק, וואס זיי זוכן צו באשטעטיגן זייער רעליגיע דורכ'ן מייחס זיין א הויכע מאס סקעפטיציזם אין המון עם, מה שלא עלתה על לבם. אידישע קינדער גלייבן ווייל זיי האבן אמונה פשוטה און שוין.
אפילו ביי די וואס האבן יא אדאפטירט דעם כזורי'ס ראיה וויל איך פרעגן, לו יצוייר משום איזה סיבה שיהיה ווערט דעם כוזרי'ס ראיה אפגעפרעגט, וועסטו נאך אלס גלייבן אין אידישקייט? איך בין זיכער אז לכה"פ 90 פראצענט וועלן ענטפערן אז יא, און זיי וועלן עס ווייטער מוריש זיין פאר זייערע קינדער. קיינער לויפט נישט נאכזוכן אין כוזרי איידער ער לערנט אויס פאר זיין קינד בראשית ברא אלקים. אויב אזוי איז דעם כוזרי'ס ראיה גארנישט ווערד.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 9:32 pm

· #257831
יאיר
קיינער לויפט נישט נאכזוכן אין כוזרי איידער ער לערנט אויס פאר זיין קינד בראשית ברא אלקים. אויב אזוי איז דעם כוזרי'ס ראיה גארנישט ווערד.

אוודאי ווייל ער ווייסט דאס דאך פון זיין טאטן און ער ווייסט אז נאך מיליאנען אידן ווייסן דאס פון זייער טאטן

יאיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 9:43 pm

· #257835
געוואלדיג
יאיר
קיינער לויפט נישט נאכזוכן אין כוזרי איידער ער לערנט אויס פאר זיין קינד בראשית ברא אלקים. אויב אזוי איז דעם כוזרי'ס ראיה גארנישט ווערד.

אוודאי ווייל ער ווייסט דאס דאך פון זיין טאטן און ער ווייסט אז נאך מיליאנען אידן ווייסן דאס פון זייער טאטן

דו טענה'סט אז יעדער איד ווייסט אינטואיטיוולי די ראיה פון דעם כוזרי. איך בין בכלל נישט איבערצייגט דערין. אדרבה, ביי אונז ההאט מען געוואוסט אז חקירה איז טריף און מען דארף גלייבן אין אמונה פשוטה (הגע בעצמך, די אמונה אין בעל שם טוב און אין זוהר איז דאך זיכער נישט באזירט אויפ'ן כוזרי'ס ראיה, און כמעט יעדער חסידישער איד גלייבט דערין באמונה שלמה).
אבער לשיטתך, זאג מיר דעם אמת, טאמער דו ווערסט מארגן געוואויר אז נאך עפעס א רעליגיע אין די אנדערע עק וועלט האט אויך מקובל א התגלות פון מיליאנען מענטשן, וועסטו אפלאזן דיין אמונה און זאגן פאר דיינע קינדער אז מען דארף מער נישט היטן שבת?

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 9:49 pm

· #257837
שוין דא געענפערט אז עס איז נישט נאר געבעיסט אויף דעם

יאיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 9:53 pm

· #257839
נו, אויב דו אליין האסט אנדערע סיבות צו גלייבן אין אידישקייט האסטו דאך שוין אפגעפרעגט דעם כוזרי'ס ראיה.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:15 pm

· #257847
נישט אנדערע נאר נאך אנדערע

יאיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 11:06 pm

· #257877
בקיצור, וואלטן די אנדערע סיבות אליין געווען גענוג דיר צו קאנווינסן אז מעמד הר סיני האט פאסירט?
אויב יא, פאלט צוזאם דעם כוזרי'ס ראיה, ווייל אפשר די אלע מיליאנען מענטשן וואס גלייבן היינט צוטאגס אין מעמד הר סיני גלייבן אויך נאר צוליב די אנדערע סיבות און נישט ווייל עס האט ווירקליך א מקור מוסמך.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:23 pm

· #258026
ווי ר' יו"ט נערליך זאגט אינאיינעם אריין

הקטן » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:14 pm

· #258110
יאיר
בקיצור, וואלטן די אנדערע סיבות אליין געווען גענוג דיר צו קאנווינסן אז מעמד הר סיני האט פאסירט?
אויב יא, פאלט צוזאם דעם כוזרי'ס ראיה, ווייל אפשר די אלע מיליאנען מענטשן וואס גלייבן היינט צוטאגס אין מעמד הר סיני גלייבן אויך נאר צוליב די אנדערע סיבות און נישט ווייל עס האט ווירקליך א מקור מוסמך.

יאיר
הגע בעצמך, די אמונה אין בעל שם טוב און אין זוהר איז דאך זיכער נישט באזירט אויפ'ן כוזרי'ס ראיה, און כמעט יעדער חסידישער איד גלייבט דערין באמונה שלמה.

יאיר
נו, אויב דו אליין האסט אנדערע סיבות צו גלייבן אין אידישקייט האסטו דאך שוין אפגעפרעגט דעם כוזרי'ס ראיה.

ווען די ראיה פין די כוזרי וואלט געווען -מיליאנען מענטשן גלייבן אזוי מיז דאס זיין אמת, און האבן א מקור מוסמך- וואלט איך פארשטאנען וואס דיר קוועטשט.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:24 pm

· #258114
נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן, און זייערע עלטערן פון זייערע עלטערן וכו'. דאס איז מייחס א שטארקע מאס פון סקעפטיציזם צום המון עם, אז ווען איינער גייט אפיר קומען מיט א פארגעלטן ספר וואס דארט שטייט מפורש יוצא אז זייערע עלטער עלטער עלטער זיידעס האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד אבער משום איזה סיבה איז עס פארגעסן געווארן, וועלן זיי עס נישט אננעמען.
יעצט, דאס שטימט נאר אויב די אלע מענטשן וואס גלויבן היינט צוטאגס אין דעם פארגעלטן ספר נוצן דעם ליטמוס טעסט, און דאס איז ווירקליך די איינציגע סיבה פארוואס זיי גלייבן. אבער אויב זיי האבן אנדערע סיבות צו גלייבן, ווי למשל ווייל אזויפיל נבואות פון דעם פארגעלטן ספר איז מקויים געווארן, דעמאלט פאלט דאך צונויף דער גאנצער ראיה, ווייל אפשר האבן די וואונדערליכע נבואות איבערצייגט די מענטשן אז דער ספר איז אמת, און נישט ווייל זיי האבן עס טאקע געהערט איש מפי איש.
(דאס איז כמובן אויסער דעם וואס מיר זעען קלאר, איינמאל און נאכאמאל, אז מענטשן קומען כסדר אפיר מיט "פארגעסענע" ספרים און עובדות וואס האבן פאסירט אין דער ווייטער פארגאנגענהייט און עולם גולם קויפט עס אפ. מיין פראבלעם איז אז דער ראיה הייבט זיך בכלל נישט אן ווייל עס איז געבויט אויף א יסוד וואס מען האט קיינמאל נישט בודק געווען).

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:33 pm

· #258117
א) כוזרי נוצט נאך ראיות.
ב) מענטשן וועלן גלייבן אבער נישט אז זיי האבן עס געהערט פון זייערע עלטערן נאר אז איינער איז אויפגעקומען מיט דעם עיין ערך ירושלמי קדשים

הקטן » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:43 pm

· #258118
יאיר
נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן

ניין!
די ראיה פון דעם כוזרי איז אז טויזנענטע מענטשן וועלן נישט זאגן אז זיי האבן געהערט פין זייער עלטערן, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן.

יאיר
דאס איז מייחס א שטארקע מאס פון סקעפטיציזם צום המון עם

די נידון איז נישט וואס די המון עם וועט גלייבן - די נידון איז וואס די המון עם וועט טון
אין אדם מוריש שקר נישט אין אדם יוריש שקר

וועט א יעדער מיט האלטען מיט די קאנספיראטציע און פארקויפן לאקשען וואס זיין ווייסן קלאר איז ליפט? - און איז מחייב ימול בשר ערלתו און האלטן שמיטה און מות ימית.
אדער איז לא ימלט אז עס וועלן זיין אזאלעכע וואס זייער געוויסן וועט זיי נישט לאזן מוריש זיין שקר לבניו.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:00 pm

· #258123
איך קלער מען זאל אפשר עפענען דער ספר הכוזרי און זעהן וואס ער זאגט און וואס ער זאגט נישט. אין צען בלעטער האב איך זיך נישט אנגעשטויסען אפילו מיט איין ציטאט פון דער ספר. מען קען אוודאי דן זיין אויף ראיות סברות און חקירות אזוי אויך, אבער אז מען פאררופט זיך כסדר אויף דער ספר וואלט געפאסט מען זאל פראבירען פארשטיין לכל הפחות וואס ער זאגט און וואס ער זאגט נישט. מיין פילינג איז אז ער זאגט נישט די אלע זאכען וואס מען זאגט דא איבער בשמו.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:07 pm

· #258129
וואס א חילוק ווער עס זאגט די ראיה? דאס איז נישט קיין דיון אין ספר הכוזרי, סאיז א דיון אין הוכחות צו אידישקייט.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:07 pm

· #258130
הקטן
איר דארפט מסביר זיין פארוואס פונקט דער שקר אדער אקט פון דערציילען אז זיי האבען געהערט פון די עלטערן איז עפעס א שווערערע שקר מפרסם זיין ווי דער שקר אז עס איז געשעהן.

סתם אזוי, איך פון מיין טאטע האב קיינמאל מקבל געווען די מסורה. פון מיין טאטע האב איך מקבל געווען נישט עסן פיש פסח, נישט בראקען, און פארקויפען די חמץ פאאר'ן רב ערב פסח. אויך פלעגט ער מיט מיר לערנען א געוויסע ספר אין דעם שטייט די מעשה פון יציאת מצרים מתן תורה וכו'. אבער אלעס וואס ער האט געוואוסט וועגן דעם איז געקומען פון דער ספר נישט פון א מסורת.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:08 pm

· #258131
יאיר
וואס א חילוק ווער עס זאגט די ראיה? דאס איז נישט קיין דיון אין ספר הכוזרי, סאיז א דיון אין הוכחות צו אידישקייט.

סאיז נישט קיין חילוק, עס וואלט אבער אינטרעסאנט געווען טאמער וואלט מען מגלה געווען אז דער כוזרי איז נישט איינגעפאלען די אלע הוכחות. אפשר וואס ער זאגט יא איז יא אינטרעסאנט.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:11 pm

· #258134
פלאוויוס האט אויבן געשריבן א תגובה באריכות דערוועגן.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:14 pm

· #258136
אה, עס צונעמט אבער נישט די נקודה פון דער א"ג הוכחה.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:18 pm

· #258137
שוין, אז לעיקוואוד בעט וועל איך אים צוליב טון.
[quote="דער כוזרי (מאמר א' אות כ"ה)"]וְכֵן פָּתַחְתִּי לְךָ מֶלֶךְ הַכּוּזָר כַּאֲשֶׁר שְׁאִלְתַּנִי עַל אֱמוּנָתִי, הֲשִׁיבוֹתִיךָ מַה שֶּׁאֲנִי חַיָּב בּוֹ וְחַיָּבִין בּוֹ כָל קְהַל יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר הִתְבָּרֵר אֶצְלָם הַמַּעֲמָד הַהוֹא בִּרְאוּת עֵינֵיהֶם וְאַחַר כֵּן הַקַּבָּלָה הַנִּמְשֶׁכֶת שֶׁהִיא כְמַרְאֵה הָעָיִן:[/quote]
ער איז נאכנישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי הקטן, פארשטייט זיך, אבער דאס איז דער קערנדל פון דעם רעיון, און אייגנטליך טרעפט מען דעם געדאנק אין אנדערע ראשונים און עס איז זיכער נישט דעם אויסטרעף פון דעם כוזרי.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:20 pm

· #258138
דער שורה שטייט אבער נישט די גאנצע תורה, נאר אז קבלה איז כמראה עין, לכאורה דארף מען לערנען לענגערע שטיקלאך פון מאמר א ווי ער רעדט ארום די נקודה.
ווער האט דאס אויסגעטראפען?

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:22 pm

· #258139
הקטן
יאיר
נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן

ניין!
די ראיה פון דעם כוזרי איז אז טויזנענטע מענטשן וועלן נישט זאגן אז זיי האבן געהערט פין זייער עלטערן, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן.

די היינטיגע טויזנטער מענטשן האבן עס טאקע געהערט פון זייערע עלטערן. די שאלה איז אבער פון וועמען די ערשטע עלטערן האבן דאס געהערט. האבן זיי עס געהערט פון די בעלי העובדה אדער פון איינעם וואס האט זיי דערציילט אז אזא מעשה האט פאסירט צו זייערע אור עלטערן?

הקטן » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:24 pm

· #258140
לעיקוואד
הקטן
איר דארפט מסביר זיין פארוואס פונקט דער שקר אדער אקט פון דערציילען אז זיי האבען געהערט פון די עלטערן איז עפעס א שווערערע שקר מפרסם זיין ווי דער שקר אז עס איז געשעהן.

סתם אזוי, איך פון מיין טאטע האב קיינמאל מקבל געווען די מסורה. פון מיין טאטע האב איך מקבל געווען נישט עסן פיש פסח, נישט בראקען, און פארקויפען די חמץ פאאר'ן רב ערב פסח. אויך פלעגט ער מיט מיר לערנען א געוויסע ספר אין דעם שטייט די מעשה פון יציאת מצרים מתן תורה וכו'. אבער אלעס וואס ער האט געוואוסט וועגן דעם איז געקומען פון דער ספר נישט פון א מסורת.

טויזענטער מענטשן קענען לעבן אין א טעות - למשל אז אינז האמער דעם זוהר זייט רשב"י - מען מיז דאך נישט וויסען אלס, ווער עס גייט נאך דער ווייסט.
אזוי קענען גיין באבקעס מיט באבקעס נאך דערצו אויב די ידיעה איז גארנישט משנה אדער מחייב.

אבער טויזענטע מענטשען בלי יוצא מן הכלל גייען נישט זאגן א פרעכע ליגענט
ביי די דור פין מיינע עלטערן איז דער ליגענט אז זיי מאכן א סדר ווייל זייער טאטע האט געמאכט א סדר. (מיין טאטע האט מיר יא געזאגט)
ביי די דור וואס זאל האבן אויסגעטראכט אז אייער נעכטן זענען זיי געווען אין מיצרים איז דאס די גראבע ליגענט.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:27 pm

· #258143
פיגערטס אליינס אויס.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:30 pm

· #258144
הקטן, דו כאפסט אז דו מאכסט דא א קאריקאטור פון די אידישע אמונה? אנשטאט צו זאגן אז דער יסוד פון אידישקייט איז צו גלייבן אין מעמד הר סיני, ווי איך האב אלעמאל געוואוסט, זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

הקטן » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:39 pm

· #258146
יאיר
הקטן, דו כאפסט אז דו מאכסט דא א קאריקאטור פון די אידישע אמונה? אנשטאט צו זאגן אז דער יסוד פון אידישקייט איז צו גלייבן אין מעמד הר סיני, ווי איך האב אלעמאל געוואוסט, זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

דער כוזרי (מאמר א' אות כ"ה)
וְכֵן פָּתַחְתִּי לְךָ מֶלֶךְ הַכּוּזָר כַּאֲשֶׁר שְׁאִלְתַּנִי עַל אֱמוּנָתִי, הֲשִׁיבוֹתִיךָ מַה שֶּׁאֲנִי חַיָּב בּוֹ וְחַיָּבִין בּוֹ כָל קְהַל יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר הִתְבָּרֵר אֶצְלָם הַמַּעֲמָד הַהוֹא בִּרְאוּת עֵינֵיהֶם וְאַחַר כֵּן הַקַּבָּלָה הַנִּמְשֶׁכֶת שֶׁהִיא כְמַרְאֵה הָעָיִן:

הקטן » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:52 pm

· #258155
יאיר
זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.

איך זאג דאס נישט!
די כוזרי זאגט אז דער שכל הישר זאגט אזוי.
איך ווייס אז עברעם לינקלאן האט עקזעסטירט און איך ווייס אז ס'איז געווען א האליקאסט
און איך ווייס אז מיין טאטע האט דאס געהערט פין זיין טאטע
אין זיין טאטע פין זיין טאטע

און אזוי ארויף - ביז ביז... די מעמד פין אנכי הויה אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מיצרים - אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים - למען תספר באזני בנך

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:16 pm

· #258168

אז דו ווייסט איז זיכער גוט. איך, און נאך פילע הונדערטער טויזנטער אידן, באגנונגן זיך מיט'ן גלייבן. דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

הקטן » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:29 pm

· #258170
יאיר
דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

מאטי » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:34 pm

· #258171
@הקטן, ווער זאגט דיר אז אפילו ביים סאמען ערשטער דור האבן אלע מיליאנען טאקע מסכים געווען אז ס'איז געווען א מעמד? אפשר זענען גאר געווען אזעלכע אויבער-חכמים וואס האבן דאן געזאגט לא היו ולא נברא, אבער די זעלעטס האבן פארמירט א קראפט און אויסגעהארגט די אלע סקעפטיקער למען ישמעו..(עיין תשא אחר שני) די איבריגע המון עם האבן זיך געביסן די ליפן און בע"כ אנגעהויבן קומען צום טיש יעדען פרייטאג צונאכטס, אונטער געשריבן אז זיי האבן א פילטער, און ווייטער איבערגעגעבן די מסורה פאר די קינדער עד היום הזה.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:41 pm

· #258173
הקטן
יאיר
דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.

אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?

ער זאגט אז דאס האט מען נישט געשריבען תיכף דערנאך 😂

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 pm

· #258175
און די אלע זעלעטס האבן נישט געקענט פאר א גוט יאר ארויסרייסן פון די אויסגעטראפענע חומש וואס משה דער פאעט האט געגעבן אלע זייערע עבירות ווי מרגלים און שיטים ועוד ועוד?

מאטי » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:45 pm

· #258176
ניין, ווייל זיי האבן געוואוסט אז אזעלכע געוואלדיגס פון די דורות העתידים וועלן דאס נוצן אלס באווייז, און זיי האבן דאס נישט געוואלט אוועקנעמן פון זיי.

בד"ו איך האב ליב דיין אונטערשריפט.

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:48 pm

· #258177
געוואלדיג
און די אלע זעלעטס האבן נישט געקענט פאר א גוט יאר ארויסרייסן פון די אויסגעטראפענע חומש וואס משה דער פאעט האט געגעבן אלע זייערע עבירות ווי מרגלים און שיטים ועוד ועוד?

חכם, דאס האבן דאך די זעלאטס אריינגעשריבן! ביי איין מגיפה זענען צוואנציג טויזנט סקעפטיקער געשטארבן, ביי אן אנדער פאל האבן די סקעפטיקער געמאכט אן עגל און גאט האט זיי געהייסן אויסהרגענען וכו'
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8