☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » יסודות פון אמונה 1 כוזרי

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

ווארט זאגער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 7:02 pm

· #255013
יסודות פון אמונה 1 כוזרי
בס"ד
איך וועל זיך מתנדב זיין אנצופאנגען א אשכול אין די נושא פון אמונה דער עולם ווערט געבעטען צוצוהעלפן אבער כדרכה של תורה אפצולערנען די סוגיא ריכטיג צו פארשטיין. די תכלית פון די אשכול איז נישט טענה'ריי לכאן ולכאן נאר צו ארויס האבען די יסודות האמונה וואס די ראשונים האבן אראפגעשטעלט.
אין די ראשונים האב איך נישט געטראפען מ'זאל זיך ספראווענען בכלל מיט פאלנע אפיקורסים וואס זענען מכחיש אין מציאות הבורא. דאס מיינט אז כנראה איז נאך נישט געווען אזא מציאות אין יענע צייט! די גאנצע וואס זיי ברענגען איז אריסטו וואס האט אוודאי געגלייבט אין מציאות ה' ווייל ס'איז דאך פשוט אז ס'מוז זיין א בורא צו די בריאה ווי ווייטער ערקלערט, נאר וואס דען? אים האט געשטערט א קשי' אז וויאזוי קען מען זאגען אז דער אייבערשטער וואס איז בלי גבול האט א שייכות צו די בריאה וואס איז א מוגבל. און וועגן די קשיא האט ער געקענט באשטיין אנצונעמען דוחקי דוחקים אז עולם קדמון (וואס היינט אין סייענס איז עס שוין לאנג אפגעפרעגט) אבי צו פארענטפערן די קשיא.
קודם וועל איך אראפברענגען די יסודות האמונה. און נאר נאכדעם וועל איך ברענגען וויאזוי וואס די ראשונים שרייבען וועגן די קשיא פון אריסטו.
עס איז דא צוויי מהלכים אין די ראשונים וויאזוי צוצוגיין צו די נושא. דער מהלך פונם כוזרי, און דער מהלך פון חובת הלבבות והרמב"ם ועוד. דער מהלך פון כוזרי איז בעצם דער יודישער מהלך וואס איז געבויעט אויף די פסוקי התורה, און אויך איז עס פשוט פארשטענדליך פאר יעדעם איינעם אן קיין טיפע חקירה, נאר פשוט מצד היסטאריע. דער אנדערער מהלך איז געבויעט אויף שכל הישר אז ס'מוז זיין אז יש מנהיג לבירה והעולם מחודש. לאמיר אנפאנגען פון די מהלך פונם כוזרי ווייל ס'איז מער פשוט.
דער מהלך פון כוזרי איז אז וויבאלד עס איז קלאר אז דער אייבערשטער האט זיך באוויזען פאר כלל ישראל און געגעבן די תורה אויב אזוי איז קלאר אז ס'איז דא א מנהיג לבירה און וויבאלד דער אייבערשטער האט געזאגט אז ער האט באשאפען די וועלט אויב אזוי איז דאך קלאר אז העולם מחודש. און נישט קיין חילוק וועלכע קשיא מ'גייט האבען אז וויאזוי קען זיין אז דער אייבערשטער זאל האבען רצונות וואס ער וויל פונקטליך און אויך וויאזוי קען ער רעדן צו א מענטש אויב ער איז בלי גבול אבער ס'איז א מציאות אונז האבען עס געזעהן. איז איינמאל מ'האט הוכחות אז די תורה איז געגעבן געווארען פאר אונז אויפן בארג סיני איז קלאר פאר אונז די יסודות האמונה. און דאס איז בעצם די פשוטע צוגאנג פון אמונה וואס איז געבויעט די פסוקי התורה ווי משה רבינו זאגט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל 'אתם ראיתם כי מן השמיים דיברתי עמכם' (שמות כ, יט). 'אתם ראיתם את כל אשר עשה ד' לעיניכם' (דברים טז, ט). 'אתם ניצבים היום כולכם' 'ה' אלוקינו כרת עימנו ברית בחורב, לא את אבותינו כרת ה' את הברית הזאת כי איתנו אנחנו אלה פה היום כולנו חיים, 'פנים בפנים דיבר ה' עימכם בהר מתוך האש'. אז וועגן דעם האט דער אייבערשטער געמאכט די אלע ניסים וגלויים נאר כדי עס זאל זיין קלאר פאר כלל ישראל אז דער אייבערשטער האט אונז ארויס געצויגען פון מצרים אונז געמאכט פאר זיין עם סגולה וגוי קדוש און געגעבן פאר אונז די תורה.
דער כוזרי שרייבט אויף אריסטו (געבויעט אויפן רמב"ם) אז בעצם איז סאך גרינגער צו ברענגען ראיות אויף חידוש העולם ווי אויף קדמות העולם, נאר וויבאלד אריסטו האט נישט געהאט קיין אמונה'דיגע בעגראונד, ווייל עס איז נישט געווען קיין חכמים אין יון פאר די צייטן פון די פילוסופים. ווייל בעצם איז נישט געגעבען געווארען די חכמה פאר די בני יפת נאר פאר די בני שם, נאר נאך כיבוש פרס ומדי האבען זיי געטראפען דארט די חכמים און די ספרי חכמה און זיי האבען זיך אנגעפאנגען אויסצולערנען די דברי חכמה. איז וועגען דעם האט ער אנגעפאנגען אלעס פון אנפאנג וואס זיין קאפ זאגט אים! און זיין קאפ האט פארשטאנען אז ענדערש זאל שטימען די חוקי הבורא כביכול, דהיינו אז וויבאלד דער אייבערשטער איז בלי גבול קען ער נישט האבען קיין שייכות צו די בריאה, און וועגען דעם וועט מען זיך דוחק זיין און אנעמען קדמות, ווי איידער גיין פארקערט אז ווען מ'קוקט אויף די בריאה מוז מען זאגען אז ס'דא א בורא, איי דער בורא איז בלי גבול, אבער מיר פארשטייען נישט חוקות הבורא כמאמר החכם 'אילו ידעתיו הייתיו', און מיר וועלן דארט זיך דוחק זיין און זאגען אז נברא פארשטייט נישט צו בורא, אבער צו בריאה פארשטייט מען יא און מצד בריאה מוז מען זאגען אז יש בורא לבריאה.
דאס איז דער רמב"ם וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון אריסטו, אבער די אנדערע ראשונים זענען זייער שארף אויף אריסטו און רופען אים אן רשע! ווייל ווי איז דאס געהערט געווארען? קומסט דיך אן און פאנגסט אן צו זאגען סברות אפשר גייסטו מאכען ריסערטש! הער וואס חכמים פאר דיר האבען געהאט צו זאגען! פארוואס האט ער נישט געהערט וואס שמעון הצדיק האט צו זאגען?
לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'קומט אן היינט א וויסענשפטלער און ער זאגט אז ער וויל וויסען דעם אמת וואס איז פאר געגאנגען אין די געטאס און אין די לאגערן, פון איין זייט זאגען די יודען אז מ'האט געהרגעט מיליאנען יודען, אבער פון דער אנדערער זייט זאגט אכמעדינידזשאד אז ס'איז שטותים! ממילא גייט ער קודם אריין טראכטען מסברה קען עס זיין אז א פארגעשריטענע פאלק זאל זיך אזוי אויף פירען אינם 19'טן יאר הונדערט אדער נישט, און נאכדעם וועט ער גיין מאכען פארשונגען אויב די היינטיגע אוישוויץ איז אמת אזוי געווען ביי די מלחמה אדער ס'איז געבויעט געווארען נאך די מלחמה אלס טוריסטען אטראקציע וכו'. יעצט אזא מענטש איז לכו"ע אדער א שוטה אדער האט ער נגיעות צו לייקענען ווייל נישט אזוי פארשט מען אויס א היסטארישער פאקט געבויעט אויף עדות פון טויזענטער מענטשן, און די נאציס אליינס האבען מודה געווען דערין אין משפט אין נירנבורג. די זעלבע זאך קומט זיך אן אריסטו און ער פאנגט אן צו זאגען סברות?! נישט דאס איז דער צוגאנג אויסצופארשען אזאך וואס איז אנגענומען אין היסטאריע בלי שום חולק!.
די ערשטע זאך לאמיר זעהן פארוואס קען מען נישט זאגען אז משה רבינו האט אליינס געמאכט די תורה הקדושה. און נאכדעם לאמיר זעהן פארוואס קען נישט זיין אז די תורה איז אנגעקומען ערגעץ אינמיטען די היסטאריע.
ווען א מענטש קומט דערציילען א מעשה וואס איז געשעהן מיט אים און ער האט נישט קיין שום ראי' אדער עדות אז ס'איז אמת אזא זאך וועט נישט ווערן אנגענומען אלס א פאקט אין היסטאריע ביי קיין שום נארמאלע מענטש. אזאך וואס איז דא עטליכע עדות אויף דעם קען מען שוין נעמען אין אכט, אבער ס'איז נאך אלס נישט קיין אנגענומענע פאקט אויף 100 פראצענט זיכער ווייל אפשר זענען זיי א באנדע שווינדלערס, אבער ווען טויזנטער מענטשן אדער גאר מיליאנען מענטשן זאגען עדות די זעלבע זאך ממש, דעמאלס איז זיכער אז ס'איז אמת ווייל ס'נישט מעגליך אז אזויפיל מענטשן זאלען אלע זיין שווינדלערס און זיי זאלען זיך נישט סותר זיין. אויב דערציילען מיליאנען מענטשן א זאך וואס האט פאסירט נישט איינמאל נאר במשך אסאך יארען דעמאלס מוז זיין אז ס'איז אמת ווייל אויב ס'איז נישט אמת וועט זיין זייער גרינג עס אפצופרעגן.
למשל וויאזוי ווייסען מיר אז קלומבוס האט אויסגעטראפען אמעריקע? ווייל אין יענע צייט איז עס געווען א דבר מוסכם ביי יעדעם איינעם. וויאזוי ווייסען מיר אז ס'איז געווען די ערשטע וועלט מלחמה ווייל מיליאנען מענטשן זאגען עדות אויף דעם. און די זעלבע זאך ביי אלע היסטארישע פאקטן.
אויב אזוי אויב גאנץ כלל ישראל זאגט עדות יעדער איינער דור אחר דור מכל קצוי תבל אז ס'איז אמת די תורה אויב אזוי קען מען דאך עס נישט אפפרעגען. ווייל ווען משה רבינו האט איבער געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און ער זיי געזאגט ענק זענען אליינס עדות אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוען מיט ענק און ענק האבען געזעהן מעמד הר סיני, יעצט אויב איז עס נישט אמת וואלטען זיי אלע געזאגט שטותים! נאכמער וועגען דעם דארף מען נאך האלטען א שווערע תורה! וואס מיום דעתי אתכם ממרים הייתם ס'איז קיינמאל נישט גרינג געווען צו היטען די תורה אויף וואס איז עס געבויעט אויף דעם וואס איך כלומפשט האט געזעהן? אויב ס'נישט אמת וואלטן יודען קיינמאל נישט מקבל געווען די תורה.
ס'שטייט אין די תורה פונקטליכע יארען אין א פונקטליכע תולדות הדורות מאב לבן אויב וואלט עס נישט געווען אמת אין יענע צייטען וואלטען די יודען געקענט זייער גרינג אפרעגן די גאנצע זאך! אויב ביי יודען זענען נאך געווען דעמאלס מענטשן וואס האבען געדענקט יעקב (סרח בת אשר) און יוסף (בני מכיר בן מנשה) וואס יעקב האט נאך געדענקט אברהם און עבר וואס האבען נאך געדענקט שם בן נח, איז נאך געווען דעמאלס אויך ביי די גוים פון מצרים און כנען וואס האבן נאך געדענקט חם, וכו' ס'איז געווען זייער גרינג צוריק צו גיין היסטאריע זעהן אויב ס'אמת.
ס'שטייט אין די תורה אז די שפראכען זענען געווארען ביי דור הפלגה נישט מער ווי 500 יאר פריער, אויב וואלט עס נישט געווען אמת וואלט געווען זייער גרינג צו טרעפן ספרים פון פאר 500 יאר צו זעהן וועלכע שפראך איז עס געווען, אזוי ווי היינט טרעפט מען נאך פון כתב חרטומים און מצרים.
בכלל איז דא אין די מעשיות פון די תורה פרטים ופרטי פרטים אויב וואלט עס געווען א שווינדל וואלט ער זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין אזויפיל פרטים אז ס'זאל זיין אזוי גרינג אים צו כאפען מיט א ליגענט נאר וויבאלד עס אמת שטייט פונקטליך די פרטים וואס איז געווען.
מ'קען נישט זאגען אז איינמאל איז אנגעקומען א שווינדלער און אריין געברענגט די תורה אין די יודישע היסטאריע. ווייל קודם כל ווען איז עס געשעהן? יודען האבען א פונקטליכע היסטאריע לפרטי פרטים, און קיינער ווייסט נישט פון אזא זאך. נאכמער מ'קען נישט לייקענען א היסטאריע פון טויזנט יאר וואס איז באמת די היסטאריע פון יודען פון ווי קומען זיי, מקען נישט דערציילען א בוידעם אז א גאנצע פאלק איז געווען אין מצרים און ארויס און מלחמה געהאלטען מיט די כנענים וכו' פרטי פרטים פאר מער פון טויזנט יאר און קיינער פון די היסטאריקער האט עס נישט אפגעפרעגט במשך טויזענטער יארען, נישט די נוצרים און נישט איסלאם האבען עס אפגעפרעגט און זיי האבען נאך געמוזט בויען אויף דעם! נאכמער אויב ס'וואלט געווען מעגליך צו מאכן אזא זאך פארוואס האבן נישט די נוצרים געקענט נאכמאכען די זעלבע פארוואס האבן זיי געמוזט דערציילען אז איין יחיד האט באקומען א נבואה צו טוישן רעליגיע אלא מאי מ'קען נישט דערציילען אז מיליאנען מענטשן האבן געזעהן א זאך ווען ס'נישט אמת.
אויב ס'וואלט געווען א שווינדלער ווען יענער שווינדלער איז אנגעקומען צו כלל ישראל און דערציילט היסטאריע כלומרשט און וועגען דעם מחייב זיין כלל ישראל מיט אסאך שווערע מצוות וואס אסאך פון דעם פארשטייט מען ניטעמאל. פארוואס האבען יודען דעמאלס נישט געפרעגט זייער עלטערן און געוואיער געווארן אז ס'איז שטותים קיינער ווייסט נישט פון די אלע מעשיות וואס איז כלומר'שט געשעהן צו זייערע עלטערן.
די חגי ישראל זענען א ראי' ווייל עס לזכר יציאת מצרים, ס'נישט מעגליך אנצופאנגען א זכר ליום וואס מ'געדענקט נישט פארוואס מ'מאכט א זכר. למשל יעצט וועט אנקומען איינער און מאכן א פורים יוצאי אונגארען ווייל טויזנט יאר צוריק איז געווען א נס פאר די יודען וואס האבן געוואינט אין אונגארען.. ס'גייט נישט אזוי עס דארף זיין באותו זמן, קיימו וקבלו עליהם ועל זרעם להיות עושים.. (הרב אמנון יצחק)
היינטיגע מחזירי בתשובה האבן נאך הוכחות פון נבואות שהתגשמו, דהיינו נביאות וואס מען קען נישט זאגען אז מ'האט פאראויס געזעהן אז ס'גייט זיין ווייל זיי האבן נישט קיין גלייכן אין היסטאריע און ס'איז מקויים געווארען. וועגן דעם אין אן אנדערע אשכול.

פליקער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 7:50 pm

· #255018
ציקער זיסע שפרייך

ברוכים הבאים

ידען » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:16 pm

· #255022
פליקער
ציקער זיסע שפרייך

ברוכים הבאים

ווארט זאגער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:58 pm

· #255046
יישר כח פליקער ידען און ש"מ פאר די חיזוק!
יישר כח שיטה מקובצת פאר די לינק ס'איז זייער שיין דיין אשכול דארט
כ'האב טאקע מוסיף געווען אויפן כוזרי אבער ס'איז אויפן מהלך פון כוזרי אז מתן תורה איז א היסטארישער פאקט

הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:20 am

· #255091
בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?

למדן » זונטאג פעברואר 22, 2015 2:16 am

· #255102
כ' בין נישט דער גרויסער היסטאריקער,
אבער פארוואס איז אזוי שווער צו זאגן אז ערגעץ בערך דריי טויזנט יאהר צוריק האט זיך עס אנגעהויבן פארעמען און צוביסלעך באקומען א לאנגע בארד ביז עס איז צוגעקומען לידי גמר, און צוביסלעך האט עס אנגעהויבן שלאגן ווארצלען, מהיכי תיתי אז ס' געווען אזוי פלוצלינג, אולי איז עס געגאנגען מער אויף א שטאטערע טראנספארמעישאן, יודישקייט ווערט ווערט דאך אלס מער און מער גיעדיטעט און ווערט נאך אלס גיעדיטעט (לטוב או למוטב קומט נישט אריין דא) און כ' בין אויך נישט באקאנט מיט די פאקטן פון ווען עס איז דא געשריבענע פאפיר און אנדערע סארט געשרייבאכטס אז מ' זאל וויסן אין יענע צייט גאר אלטע היסטאריע

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:09 pm

· #255195
הוגה און למדן ביטע זייטס אייך בעסער מסביר וואס סאיז אייך שווער. כ'מיין אז כ'האב זייער שיין מסביר געווען פארוואס ס'קען נישט זיין אז תנ"ך איז אריין געקומען אינמיטען די היסטאריע. און איינמאל תנ"ך איז אמת איז דאך פשוט אז יש מנהיג לבריאה.

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:14 pm

· #255197
אמנון יצחק זאגט עס איבער מיט אזא געשמאק פאר די ישראלים מיט די טשופס און ס'ארבייט הערליך פיין. אבער ס'איז שוין א גאנצע צווייטע מעשה אז די ברענגסט אראפ דא אין העמק דבר. קודם ווי הוגה און למדן פרעגען שוין, מ'זעעט צענדליגע לעגענדעס וואס עולם גולם גלייבט און די און איך ווייסען אז ס'איז נישט געשטויגען. און די שכניתדיגע אשכל פון @שיטה מקבוצת האט ער שוין צולייגט די טאלקינג פוינט לארכה ולרחבה. אבער למעשה ווייסען אונז אלע פון בעל שמסקע מופתים און די לעצטע צוויי הונדרעדט יאר וואס איז לויט די לעגענדע געשען בפני כל עם ועדה. א בראך אויף מיר אז די תורה הענגט אויף אויף אזא פשטל. ברענגסט סרח בת אשר מיט די דור הפלגה פון די תורה צו ווייזען א ראיה אויף די תורה?
די משל פון נירנבערג איז א גוטע משל אויף פארקערט. אוודאי די האלאקאסט איז דאקיומענטעד מילא אונטעליגענטע מענטשען דארפען נישט קיין ראיות. אבער נאך אלץ וועסטו זעען מיליאנע מענטשען פון הודו ביז כוש גלייבען אז עס נישט געשען למחצה לשליש ולרביע. און פרס ומדי ווייסט מען אז ס'איז א ציוניסטישע קאנספיראציע. <a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Holocaust_denial">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Holocaust_denial</a>

א מזל ס'איז דא עווידענס. אבער ס'העלפט א מכה! שטעלט דיך פאר ס'נישט דא שווארץ אויף ווייס בילדער. מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס וואס זיי ווילען גלייבען. יא, טאקע ווי די זאגסט; אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים.

מ'קען נישט ברענגען קיין יסוד אמונה פון דאס וואס אסאך היסטארישע דעטאלען פון תנ"ך איז קלאר אמת. א ראיה האסטו אז אונזערע מסורה האט פארפאסט הונדרעדט זעקס און זעכציג יאר פון זמן בית שני. א שווארצע בלעקאוט. ווי תחכמוני און זיינע וואונדערליכע אויספירלעכע וויסאנשאפטליכע אשכול, דא ביי אונז און שטיבעל, האט שוין באשריבען מיט אלע דעטאלען.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3222">viewtopic.php?f=47&t=3222&start=125</a><!-- l -->

די אקסי מאראן פון חזקה שאין אדם מוריש שקר לבנו איז  אליינס א שקר וואס מאנכע זענען מוריש זייערע קינדער. די לעצטע עס צו באשרייבען איז בתיה אנגאר
<a class="postlink" href="http://aeon.co/magazine/culture/the-double-life-of-hasidic-atheists/?utm_source=Aeon+newsletter&utm_campaign=ead1cd0db2-Daily_newsletter_February_11_20152_11_2015&utm_medium=email&utm_term=0_411a82e59d-ead1cd0db2-68602233">http://aeon.co/magazine/culture/the-dou ... 2-68602233</a>

לאמיר נישט פארגעסען פון מלכים ב' און נחמיה ווי אונז זעע מיר קלאר אז די יידישע מסורה האט ריזיגע געפ"ס און היסטארי. ווי די יידן האבן אפשר געוויסט חלקי התורה אבער זיכער נישט מיט די מסורה מדור דור. ענליך צו די התגלת פון די זוהר דורך החכם משה די ליאון אן ערך פון פופצען הונדרעדט יאר נאך די פטירה פון ר' שמעון. מ'דריידט מיט די פינגער און ס'איז דא אינטערעסאנטע גוטע און אויך שוואכע הסברים. אבער איינמאל די קוקסט אריין אין די דאזיגע פאקטען זענען דיינע לאגישע רייד זענען ווייט פון וואס איך וויל הערן אלץ יסודי אמונה.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:47 pm

· #255213
איין רגע ר' יוסל דו קענט מיר ברענגען איין זאך אין די היסטאריע וואס האט מיליאנען עדות און ס'איז קלאר אז ס'איז פיקשען? און נאך אזאך ווען איז געשען די אויסטרעף פון תורה אויף זוהר ווייסען מיר ווען ס'איז אנגעקומען אויף משניות גמרא אלעס ווייסען מיר פארוואס ווייסען מיר נישט ווען תנ"ך איז אנגעקומען?

הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:00 pm

· #255218
איין רגע דו קענט מיר ברענגען איין זאך אין די היסטאריע וואס האט מיליאנען עדות און ס'איז קלאר אז ס'איז נישט פיקשען?

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:36 pm

· #255226
מלחמת עולם השנייה

מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:41 pm

· #255227
הוגה
בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?

אז עס איז דא א בורא - ווייל עס איז דא א נברא, און ס'מאכט נישט קיין סענץ אז פון זיך אליין זענען געווארן: אויגן, פרוכט, חיות און מענטשען, כח הנגינה און כח התאווה, כח הדמיון און כח המחשבה. ועוד כהנה וכהנה למליוניהם ולביליוניהם.
אס עס איז דא א מנהיג - וויל עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס אלעס איז באשאפן געווארן פאר סתם, עס איז זיכער דא א געוויסע תכלית, און איינער וואס נעמט קער אז די תכלית זאל מקויים ווערן.

הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:57 pm

· #255230
לית דין בר נש
מלחמת עולם השנייה

אז ס'דא א ציבור מענטשן וואס זאגן א מעשה שהיה, קען מען אננעמען אז עפעס גרויס איז געשעהן. אבער עס איז נישט קיין ראיה אז ס'געשעהן אזוי ווי מען פארציילט עס. אדרבא עס איז לא ימלט אז מ'האט צוגעלייגט זאלץ און פעפער, טאקע אזוי ווי מ'זעמיר ביי די האלעקאוסט פארציילונגען. וכ"ש ביי א היסטערישע מעמד איז נישט מער ווי נאטירליך אז מ'זאל דמיונ'ען אז מ'האט געזעהן גרויסע זאכן.

דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשעהן, אבער קיין הוכחות איז עס נישט.

.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 22, 2015 5:29 pm

· #255242
יישר כח@ווארט זאגער זאגסט גוט, איך האב שוין אויך געשריבן דערוועגן בקוצר אמרים, און איך פארשטיי נישט די וואס פארשטייען נישט דיינע ווערטער,
השי"ת זאגט פאר זיינע אידישע קינדער (דברים ד' ל"ב) כי שאל נא לימים ראשנים אשר היו לפניך למן היום אשר ברא אלהים אדם על הארץ ולמקצה השמים ועד קצה השמים הנהיה כדבר הגדול הזה או הנשמע כמהו השמע עם קול אלוהים מדבר מתוך-האש, כאשר-שמעת אתה--ויחי. צוויי זאכן ווערן דא געברענגט
א) דו אליין האסט געזעהן און געהערט מעמד הר סיני,
ב) קיין איין רעליגיע וואגט זיך נישט צו פארקויפן אזא מעשה אז מער פון איין מענטש האט געזעהן זייער גילוי,
דער מאמר החכם זאגט: איך קען דיר איינרעדן אז דו האסט געטוהן עפעס וואס איך האב נישט געטוהן אזוי אויך אז אנדערע האבן געטוהן עפעס וואס זיי האבן נישט געטוהן, אבער איך קען דיר נישט איינרעדן אז דו האסט געטוהן עפעס וואס האסט נישט און טאקע צוליב דעם וועט קיין איין ריליגיע נישט טענה'ן אזוי,

חוץ פון די אידישע.

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:00 pm

· #255249
שכוח ווארטזאגער זייער א געשמאקער נושא.
מען בעט אז דער וואס האבן שוין די תשובות פאר די שאלות זאלן זיי מוחל ארוסגיין פונעם אשכול שכוח

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:16 pm

· #255253
מרקד אתלת
הוגה
בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?

אז עס איז דא א בורא - ווייל עס איז דא א נברא, און ס'מאכט נישט קיין סענץ אז פון זיך אליין זענען געווארן: אויגן, פרוכט, חיות און מענטשען, כח הנגינה און כח התאווה, כח הדמיון און כח המחשבה. ועוד כהנה וכהנה למליוניהם ולביליוניהם.
אס עס איז דא א מנהיג - וויל עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס אלעס איז באשאפן געווארן פאר סתם, עס איז זיכער דא א געוויסע תכלית, און איינער וואס נעמט קער אז די תכלית זאל מקויים ווערן.

פונקט ווי דו פארשטייסט אז כח הנגינה וכו' איז באשאפן געווארן, און פארדעם איז דאס נישט געווען, אזוי אויך, איז דאס, אז זאכן דארפן מאכן סענץ אויך באשאפן געווארן, און איידער ס'איז באשאפן געווארן האבן זאכן טאקע נישט געמאכט סענץ.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:21 pm

· #255258
הוגה

אז ס'דא א ציבור מענטשן וואס זאגן א מעשה שהיה, קען מען אננעמען אז עפעס גרויס איז געשעהן. אבער עס איז נישט קיין ראיה אז ס'געשעהן אזוי ווי מען פארציילט עס. אדרבא עס איז לא ימלט אז מ'האט צוגעלייגט זאלץ און פעפער, טאקע אזוי ווי מ'זעמיר ביי די האלעקאוסט פארציילונגען. וכ"ש ביי א היסטערישע מעמד איז נישט מער ווי נאטירליך אז מ'זאל דמיונ'ען אז מ'האט געזעהן גרויסע זאכן.

דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשעהן, אבער קיין הוכחות איז עס נישט.

.

ביי די זאכן וואס מ'טרעפט סתירות צווישן די מעשיות פון מענטשן נעמט מען נישט אן פאר אן אמת אבער זאכן וואס יעדער זאגט פונקטליך די זעלבע איז קראנט אז ס'איז אמת. נישט יעדע מעשה וואס מ'דערציילט פון אוישוויץ דארף מען גלייבן אבער די פשוטע מציאות ווי די שלאפן אין באראקען אפעל וכדומה וואס יעדער דערציילט דאס איז בוודאי אמת. די זעלבע זאך מעמד הר סיני וואס ס'נישט דא נאך נוסחאות נאר גי איינע און דאס פון מיליאנען יודען איז בודאי אמת.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:25 pm

· #255261
מאטי
[
פונקט ווי כח הנגינה וכו' איז באשאפן געווארן, און פארדעם איז דאס נישט געווען, אזוי אויך, איז דאס, אז זאכן דארפן מאכן סענץ אויך באשאפן געווארן, און איידער ס'איז באשאפן געווארן האבן זאכן טאקע נישט געמאכט סענץ.

נו איז וואס איז? דאס אויך א ראי' אז דאס האט דער אייבערשטער באשאפן די עצם מציאות אז זאכן דארפען מאכן סענץ! אויב מ'זעהט אז אלעס אין די בריאה מאכט סענץ איז דאס א ראי' אז איינער האט באשאפן די וועלט און ער האט געמאכט אזא מושג ווי מאכן סענץ און די גאנצע בריאה מאכט טאקע סענץ.

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:34 pm

· #255263
ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:41 pm

· #255265
ווארט זאגער
איין רגע ר' יוסל דו קענט מיר ברענגען איין זאך אין די היסטאריע וואס האט מיליאנען עדות און ס'איז קלאר אז ס'איז פיקשען? און נאך אזאך ווען איז געשען די אויסטרעף פון תורה אויף זוהר ווייסען מיר ווען ס'איז אנגעקומען אויף משניות גמרא אלעס ווייסען מיר פארוואס ווייסען מיר נישט ווען תנ"ך איז אנגעקומען?

היסטאריע איז פיל מיט אזוינע עקזעמפלערן.

אבער לאמיר קודם מקדים זיין אז ס'איז נישטא קיין מיליאן עדות. ס'איז דא א תורה וואס זאגט אז ס'איז געווען א מיליאן עדות.

ס'איז דא הונדרעדט מיליאן מענטשען וואס האבן שוין געזען אמאל א יו.עף.או.
<a class="postlink" href="http://www.answers.com/Q/How_many_people_have_seen_a_UFO">http://www.answers.com/Q/How_many_peopl ... seen_a_UFO</a>

פון די אנדערע זייט איז דא הונדרעדט מיליאן מענטשען וואס האבן געזען א עסטרענאט לאנדען אויף די לבנה און איין רבי וואס האט זיך געהאלטען שטארק אז ס'איז א אחיזת עניים און ס'איז קיינמאל נישט געשען.

מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס אדער וואס זיי ווילען גלייבען. יא, טאקע ווי די זאגסט; אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים.

ווי מ'האט שוין אויסגעשמועסט און די שכניתדיגע אשכול @געוואלדיג איז דא כמה עדות פון יושקע'ס מופתים אדער רעליגיעזע גריכישע מיטאלאגיע. להבדיל אלף אלפי הבדלות די מעשה פון די ר' מאיר בעל אקדמות מיט די גלח און די מעשה מיט רבי אלחנן וואסערמאן'ס דיבוק האבן אויך געהאט די גאנצע שטאט ביי די מופת.

@אנאנים איז ברייט באקאנט מיט די ווערק פון יוסיפון ווי ער האט שוין כמה פעמים געוויזען און שטיבעל. און ער צייכענט דא צו זיינע ווערטער
" מיר האבן דאך דעם ספר יוסיפון וואס איז געשריבן געווארן נאך צוויי טויזענט יאהר צוריק. און דארטן זעען מיר קלאר אז גאנץ כלל ישראל האט געגלייבט אין מתן תורה. די תורה איז געגעבן געווארן אין יאהר 2448. ספר יוסיפון איז געשריבן געווארן בערך אין יאהר 4713 – וואס דאס איז 2265 יאהר נאך מתן תורה. יוסיפון שרייבט דאך די היסטאריע פון זמן בית שני וואס איז געוועהן גלייך נאך בית ראשון וכו'. בית ראשון איז געבויט געווארן אין יאהר 2928 – ווייניגער פון 500 יאהר נאך מתן תורה"
אבער ער פארגעסט אז בו בזמן וואס ער ברענגט פון אים א ראיה דארף ער געדענקען יוסיפון האט א אנדערע פאקטען ווי ס'איז אין תנ"ך און אין חז"ל אויף אזוינע ימים טובים ווי נס חנוכה און פורים. די ערשטע וואס איז ממש געווען בימיו און די לעצטע א מעשה וואס מיליאנע מענטשען האבן מיטגעהאלטען און די פאקטען האבן זיך נאך געטוישט דורך אים. דאס איז טייטש פארשידענע ווערסיעס האבן זיך געדרייט. וואס דאס איז דאך מהפך קערה על פיו פאר די  לאגיק פון @ווארט זאגער

איך זעע נישט דא די יסוד האמונה! ווי @הוגה זאגט דא און דארט <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5274">viewtopic.php?f=47&t=5274</a><!-- l --> ס'איז בכלל נישט לא ימלט אז א Epic פאום איז אנטוויקעלט געווארן במשך טויזענטע יארן. פון א לעגענדע צו א מעשה וואס מענטשען און א גענצליך אומציוועלעזירטע וועלט האבן אנגענומען אלץ א פאקט. און איז פארשריבען געווארן דורך p און א דאקיומענט וואס איז פארלוירן געווארן פאר לאנגע שטרעקעס און געטראפן געווארן דורך די יארן דורך אזעלכע ווי חלקיהו הכהן און עזרא הסופר. און איז שפעטער איבער געטייטשט געווארן פון כתב עברי צו אשורית פאר א פאלק וואס איז גענצליך נישט באקאנט געווען מיט איר אינהאלט, כמבואר בכתבי קודש. אזוי צו זאגן, פארשטייט זיך, למען הארגיומענט.

לאמיר מסיים זיין מעין דבריך; מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס אדער וואס זיי ווילען גלייבען. אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים. קיין ראיות פון די עצם פאקט אז די לעגענדע איז געווען מיט א מיליאן מענטשען מילא איז א לא יאומן ליגענט מילא מיז עס זיין אמת. דאס איז ווייט פון יסודי אמונה געבויט אויף לאגיק ווייל ווי פסוקים זאגט פאר שטימט נישט די לאגיק. און ווי פארשידענע האבן אויפגעוויסן מיט לאגיק און סייענס זענען דא שווערע פראבלעמען מיט די טעקסט.

ווילסט דיך האלטען א ייד. לייג לאגיק און מיסט.

לאמיר זיך האלטען צו אמונה פשוטה.

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 6:57 pm

· #255268
יוסל ביסט נאך פרום?

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:01 pm

· #255269
מאטי
ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?

chusid » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:13 pm

· #255272
אלץ היסטארי קען מען נישט מוכיח זיין ווייל עס איז אפילו נישט קלאר וועלעכע טאג מתן תורה איז געווען..ס'איז א מחלוקה אין גמרא... אדרבה אז דו ווייסט די היסטארישע פאקטן אפשר פאקציילסטו אביסל דיטעילס פונעם מעמד חוץ וואס ס'איז געשריבן אין די טעקסט בוקס..

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:24 pm

· #255273
ווארט זאגער
מאטי
ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?

איך האב נישט געזאגט אז בריאים זענען א ראיה אויף א בורא, דאס האסטו געזאגט. איך נוץ דאס נאר דיך אפצופרעגן. דאס זענען דו און איך מודה, אז נבראים זענען קודם נישט געווען. די שאלה איז, ווי אזוי זענען זיי צושטאנד געקומען, דו זאגסט אז לאגיק זאגט א בורא, אויף דעם פרעג איך מהיכי תיתי אז לאגיק האט דאמינירט איידער די בריאה.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:27 pm

· #255275
יאסל ראקאווער

היסטאריע איז פיל מיט אזוינע עקזעמפלערן.
דו ברענגסט נאר איינס!

אבער לאמיר קודם מקדים זיין אז ס'איז נישטא קיין מיליאן עדות. ס'איז דא א תורה וואס זאגט אז ס'איז געווען א מיליאן עדות.
אבער אויב כלל ישראל זאגט אלע דורות אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן א מציאות פון מעמד הר סיני. (ווייל אויב נישט ווען איז עס אריין געקומען אין היסטאריע וואס ע"ז אנו דנין יעצט) איז עס יא מיליאן עדות.

ס'איז דא הונדרעדט מיליאן מענטשען וואס האבן שוין געזען אמאל א יו.עף.או.
<a class="postlink" href="http://www.answers.com/Q/How_many_people_have_seen_a_UFO">http://www.answers.com/Q/How_many_peopl ... seen_a_UFO</a>
זיי האבן נישט געזעהן א "מעמד" יו עף או יעדער האט עס געזעהן עקסטער במשך אסאך יארען און ס'איז א פשוטע חילוק צווידען די צוויי.

פון די אנדערע זייט איז דא הונדרעדט מיליאן מענטשען וואס האבן געזען א עסטרענאט לאנדען אויף די לבנה און איין רבי וואס האט זיך געהאלטען שטארק אז ס'איז א אחיזת עניים און ס'איז קיינמאל נישט געשען.
קודם אמונת צדיקים איז נאך א סוגיא! צווייטנס מ'האט עס נישט געזעהן ליי"וו נאר אויך די TV וואס לדעת פונם רבין איז עס געפעלשט אזויווי סדא אסאך וואס האלטען אזוי ווייל זיי זאגן אז זיי זעהן אויפן סקרין אז די פאן שאקעלט זיך מיט די ווינט

מענטשען גלייבען לעגענדעס און ליגענטס אדער וואס זיי ווילען גלייבען. יא, טאקע ווי די זאגסט; אדער ווייל זיי האבן נגיעות אדער ווייל זיי זענען שוטים.
כ'רעד פון פאקטן נישט פון לעגענדעס

ווי מ'האט שוין אויסגעשמועסט און די שכניתדיגע אשכול @געוואלדיג איז דא כמה עדות פון יושקע'ס מופתים אדער רעליגיעזע גריכישע מיטאלאגיע.
ס'נאר דא 12 תלמידים פון יושקע וואס פארקויפען מעשיות וואס נאר זיי האבן געזעהן! אקעגן יהדות וואס דערציילט אז מיליאנען האבן געזעהן. מכאן ראי' לדברי וכמש"כ.
להבדיל אלף אלפי הבדלות די מעשה פון די ר' מאיר בעל אקדמות מיט די גלח און די מעשה מיט רבי אלחנן וואסערמאן'ס דיבוק האבן אויך געהאט די גאנצע שטאט ביי די מופת.
א גוטע קשיא! ס'נישט געווען קיין מעמד הר סיני דארט. ס'דא א רבי וואס פלעגט נישט גלייבן קיין מעשיות

@אנאנים איז ברייט באקאנט מיט די ווערק פון יוסיפון ווי ער האט שוין כמה פעמים געוויזען און שטיבעל. און ער צייכענט דא צו זיינע ווערטער
" מיר האבן דאך דעם ספר יוסיפון וואס איז געשריבן געווארן נאך צוויי טויזענט יאהר צוריק. און דארטן זעען מיר קלאר אז גאנץ כלל ישראל האט געגלייבט אין מתן תורה. די תורה איז געגעבן געווארן אין יאהר 2448. ספר יוסיפון איז געשריבן געווארן בערך אין יאהר 4713 – וואס דאס איז 2265 יאהר נאך מתן תורה. יוסיפון שרייבט דאך די היסטאריע פון זמן בית שני וואס איז געוועהן גלייך נאך בית ראשון וכו'. בית ראשון איז געבויט געווארן אין יאהר 2928 – ווייניגער פון 500 יאהר נאך מתן תורה"
אבער ער פארגעסט אז בו בזמן וואס ער ברענגט פון אים א ראיה דארף ער געדענקען יוסיפון האט א אנדערע פאקטען ווי ס'איז אין תנ"ך און אין חז"ל אויף אזוינע ימים טובים ווי נס חנוכה און פורים. די ערשטע וואס איז ממש געווען בימיו און די לעצטע א מעשה וואס מיליאנע מענטשען האבן מיטגעהאלטען און די פאקטען האבן זיך נאך געטוישט דורך אים. דאס איז טייטש פארשידענע ווערסיעס האבן זיך געדרייט. וואס דאס איז דאך מהפך קערה על פיו פאר די  לאגיק פון @ווארט זאגער
אויב מעגליך ביטע ברענג עס אראפ בשלימות די חילוקים פון יוסיפין צו חז"ל א דאנק

איך זעע נישט דא די יסוד האמונה! ווי @הוגה זאגט דא און דארט <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5274">viewtopic.php?f=47&t=5274</a><!-- l --> ס'איז בכלל נישט לא ימלט אז א Epic פאום איז אנטוויקעלט געווארן במשך טויזענטע יארן. פון א לעגענדע צו א מעשה וואס מענטשען און א גענצליך אומציוועלעזירטע וועלט האבן אנגענומען אלץ א פאקט. און איז פארשריבען געווארן דורך p און א דאקיומענט וואס איז פארלוירן געווארן פאר לאנגע שטרעקעס און געטראפן געווארן דורך די יארן דורך אזעלכע ווי חלקיהו הכהן און עזרא הסופר. און איז שפעטער איבער געטייטשט געווארן פון כתב עברי צו אשורית פאר א פאלק וואס איז גענצליך נישט באקאנט געווען מיט איר אינהאלט, כמבואר בכתבי קודש. אזוי צו זאגן, פארשטייט זיך, למען הארגיומענט.
איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט נישט קיין חילוק אויב זיי האבן נישט געקענט קיין אשורית ער איז געקומען דערציילען פאקטען וואס זיי האבן געדארפט האבען מקבל געווען פון זייערע עלטערען און מכח דעם זיי געהייסען זיך אפשיידען פון זייערע גויאישע ווייבער און קינדער, און זיי האבען געגלייבט? דו האסט 'עפעס' א ראי' אויף דיין טעאריע? ווען איך זאל דיר קומען דערציילען אז קרייץ ציגלער איז קיינמאל נישט געווען נאר ס'איז א לעגענדע דערציילט דורך אזוי גערופענע היסטאריקער נאך די צייטען פון די פינסטערע מיטל אלטער וועסטו מיך גלייבען?

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:29 pm

· #255276
מאטי

איך האב נישט געזאגט אז בריאים זענען א ראיה אויף א בורא, דאס האסטו געזאגט. איך נוץ דאס נאר דיך אפצופרעגן. דאס זענען דו און איך מודה, אז נבראים זענען קודם נישט געווען. די שאלה איז, ווי אזוי זענען זיי צושטאנד געקומען, דו זאגסט אז לאגיק זאגט א בורא, אויף דעם פרעג איך מהיכי תיתי אז לאגיק האט דאמינירט איידער די בריאה.

איך האב געזאגט אז לויט מיר וואס איך נוץ עס יא אלס ראי' האסטו מיר נישט אפגעפרעגט בכלל וכמבואר לעיל.

הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:33 pm

· #255277
יאסל ראקאווער
ווילסט דיך האלטען א ייד. לייג לאגיק און מיסט. לאמיר זיך האלטען צו אמונה פשוטה.

קאצקע ציקער
יוסל ביסט נאך פרום?

הער אויף צו סיקירען דאס מענטשהייט. אז ס'געפעלט דיר נישט וואס איינער שרייבט האסטו די בחירה צו גיין ליינען אן אנדערע אשכול.

.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:35 pm

· #255278
chusid
אלץ היסטארי קען מען נישט מוכיח זיין ווייל עס איז אפילו נישט קלאר וועלעכע טאג מתן תורה איז געווען..ס'איז א מחלוקה אין גמרא...
סאיז נישט קיין קשיא ווייל מיט די תורה שבכתב איז געגעבן געווארען תושבע"פ צו דרשנען די פסוקים לויט די כללים וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר משה רבינו, אבער אויף די עצם הפסוקים איז אוודאי קלאר אנגענומען אסל היסטארישער פאקט.
אדרבה אז דו ווייסט די היסטארישע פאקטן אפשר פאקציילסטו אביסל דיטעילס פונעם מעמד חוץ וואס ס'איז געשריבן אין די טעקסט בוקס..

גאנץ היסטאריע איז געבויעט אויף טעקסט בוקס! כל זמן עס איז געווען אנגענומען בשעת ס'איז געשען די מעשה אלס קראנט איז עס אזוי ווי ס'שטייט דארט. אויב די יודען האבן נישט מכחיש געווען די תורה מייט עס אז זיי זאגען עדות אויף דעם וכמבואר לעיל באריכות

מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:36 pm

· #255280
מאטי
מרקד אתלת
הוגה
בין איך די איינציגסטע וואס פארשטייט נישט? לאמיר אנהייבן שטייטליך, איינס ביי איינס. איז דא א בורא ומנהיג? פון וואו ווייסט מען?

אז עס איז דא א בורא - ווייל עס איז דא א נברא, און ס'מאכט נישט קיין סענץ אז פון זיך אליין זענען געווארן: אויגן, פרוכט, חיות און מענטשען, כח הנגינה און כח התאווה, כח הדמיון און כח המחשבה. ועוד כהנה וכהנה למליוניהם ולביליוניהם.
אס עס איז דא א מנהיג - וויל עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס אלעס איז באשאפן געווארן פאר סתם, עס איז זיכער דא א געוויסע תכלית, און איינער וואס נעמט קער אז די תכלית זאל מקויים ווערן.

פונקט ווי דו פארשטייסט אז כח הנגינה וכו' איז באשאפן געווארן, און פארדעם איז דאס נישט געווען, אזוי אויך, איז דאס, אז זאכן דארפן מאכן סענץ אויך באשאפן געווארן, און איידער ס'איז באשאפן געווארן האבן זאכן טאקע נישט געמאכט סענץ.

און יעצט פיר אויס, מיט א דריי מיטן פינגער, ואשר על כן, איז וואס?

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:47 pm

· #255285

איז דיין הוכחה נישט קיין הוכחה און וועלט בלייבט וועלט.

מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:51 pm

· #255286
אבער איינער האט דאך געמיזט באשאפן די זאך אז זאכן דארפן מאכן סענץ

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:55 pm

· #255288
פארוואס האט איינער געמוזט באשאפן, אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס? ס'קען דאך פונקט אזוי זיין אז ס'איז אליינס באשאפן געווארן.

אויב זאכן דארפן מאכן סענס איז טאקע דא נאר איין אפציע, א בורא. אבער אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס דאן איז דא צוויי אפציעס, אדער א בורא און ס'מאכט סענס, אדער פון זיך אליינס און ס'מאכט נישט קיין סענס.

יאיר » זונטאג פעברואר 22, 2015 7:58 pm

· #255290
ברוך הבא ווארטזאגער. יישר כח פארן זיך נעמען די מיה אראפצושרייבן די לענגערע הוכחה פונעם כוזרי בטוב טעם ודעת. איך האב נאר איין הערה: דו הייבסט אן אז דו גייסט מסביר זיין די יסודות פון אמונה, אבער באמת ביסטו מסביר ראיות צו אמונה. איך מיין אז איידער מען גייט אריין אין די ראיות דארף מען קודם זען וואס אמונה איז בכלל.
אויב דיין איינציגע ציל איז אויפצואווייזן אז דער ספר התנך איז א פארלעסליכע היסטאריע בוך, ווייס איך בלויז אז א גרויסער רוחניותדיגער וועזן איינגעהילט אין פייער איז אראפגעקומען אויף א בארג און געזאגט אז מען טאר נישט הרגען און גנבען און אז ער שטראפט אור אייניקלעך אויף די זינד פון זייערע אור עלטערן.
לויט ווי איך פארשטיי איז אידישקייט און אמונה אסאך מער קאמפליצירט ווי סתם א טרוקענע היסטארישע געשעעניש. אפשר וואלט געווען כדאי מער אריינצוגיין וואס גענוי דאס איז אמונה און אידישקייט, און נאכדעם וועט מען זען וואס די ראיות דערצו זענען.

הוגה » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:00 pm

· #255291
אנטשולדיגט מיר אז איך ענטפער נישט געהעריג, אבער כ'האב שוין אזויפיל מאל געשריבן איבער דער נושא עיי"ש ותמצא נחת. ועוד, יאסל ראקאווער מאכט דא שוין א גוטע ארבייט, איך וועל ס"ה קאליע מאכן.

נאר בקיצור דברים, איר דארפט פארשטיין אז די אלע טענות והסברים פון די כוזרי ודומיו קען נישט מוכיח זיין אונזער אמונה בה' ובתורתו. ס"ה קען עס אפשר מוכיח זיין אז אונזער אמונה איז זיכער נישט אפגעפרעגט, און אז עס איז מער עולה על הדעת ווי נוצרות און איסלאם. דו קענסט אבער נישט נוצען די טענות איבערצואווייזן א נישט גלויביגער. עס האט קיינמאל נישט געארבייט. עס איז אולי גוט פאר איינער וואס גלייבט שוין סייווי, און ער דארף חיזוק דורכן זיך איינרעדן אז זיין תורה און זיין רעליגיע איז דאס בעסטע.

אבער מיר גלייבן נישט ווייל עס איז מוכרח. א פאקט דארף מען נישט גלייבן. מיר גלייבן ווייל אונזער טאטע האט געגלייבט און ער האט אונז איינגעבאקן אז מיר זאלן גלייבן. אדער גלייבן מיר ווייל עס איז אונז געשמאק צו גלייבן. אדער גלייבן מיר ווייל אזוי... אן קיין סיבה, סתם עס קומט אונז נאטורליך צו גלייבן. לאזט ענק אפ פון די אלע הוכחות, איר וועט גארנישט האבן דערפון. סייווי גייט איר אריין אינעם חקירה מיט א פערטיגע מסקנה.

יאיר האקט

.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:11 pm

· #255298
יאיר
לויט ווי איך פארשטיי איז אידישקייט און אמונה אסאך מער קאמפליצירט ווי סתם א טרוקענע היסטארישע געשעעניש. אפשר וואלט געווען כדאי מער אריינצוגיין וואס גענוי דאס איז אמונה און אידישקייט, און נאכדעם וועט מען זען וואס די ראיות דערצו זענען.

איך האב אין פלאן אם יהי' ה' בעזרי צו שרייבן אשכולות אויסצושמועסן מיט די הילף פונם עולם די יסודות פון יודישקייט במשך הזמן. (ווי כ'האב געשריבען אין א פריערדיגע אשכול <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8310">viewtopic.php?f=13&t=8310</a><!-- l -->) נאר לדעתי איז נישט מעגליך צו אויסשמועסן יסודות אין אזאך אויב מ'איז נאך ביזי צו ס'איז יא אמת אדער נישט. וועגן דעם האב איך געקלערט צו קודם שרייבן וועגן די צוגאנג צו אמונה פון די ספרי הראשונים אין נאכדעם געהעריג אריין גיין אין די סוגיות פון יהדות מהו.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:16 pm

· #255302
הוגה
אנטשולדיגט מיר אז איך ענטפער נישט געהעריג,וכו' איך וועל ס"ה קאליע מאכען. וכו'

.

די תכלית פונם אשכול איז כעווען צו מסביר זיין דעת הכוזרי וואס האלט אז מ'קען יא אויפווייזען אז מיט שכל אז תנ"ך איז אמת. אין א גרויס חלק פון די איבער מיליאן בעלי תשובות פון די לעצטע 40 יאר זענען א ראי' מוכחת צו זיין שיטה.

מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:17 pm

· #255303
מאטי
פארוואס האט איינער געמוזט באשאפן, אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס? ס'קען דאך פונקט אזוי זיין אז ס'איז אליינס באשאפן געווארן.

אויב זאכן דארפן מאכן סענס איז טאקע דא נאר איין אפציע, א בורא. אבער אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס דאן איז דא צוויי אפציעס, אדער א בורא און ס'מאכט סענס, אדער פון זיך אליינס און ס'מאכט נישט קיין סענס.

צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:21 pm

· #255304
יאיר

לויט ווי איך פארשטיי איז אידישקייט און אמונה אסאך מער קאמפליצירט ווי סתם א טרוקענע היסטארישע געשעעניש. אפשר וואלט געווען כדאי מער אריינצוגיין וואס גענוי דאס איז אמונה און אידישקייט, און נאכדעם וועט מען זען וואס די ראיות דערצו זענען.

איך האב אין פלאן אם יהי' ה' בעזרי צו שרייבן אשכולות אויסצושמועסן מיט די הילף פונם עולם די יסודות פון יודישקייט במשך הזמן. (ווי כ'האב געשריבען אין א פריערדיגע אשכול <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8310">viewtopic.php?f=13&t=8310</a><!-- l -->) נאר לדעתי איז נישט מעגליך צו אויסשמועסן יסודות אין אזאך אויב מ'איז נאך ביזי צו ס'איז יא אמת אדער נישט. וועגן דעם האב איך געקלערט צו קודם שרייבן וועגן די צוגאנג צו אמונה פון די ספרי הראשונים אין נאכדעם געהעריג אריין גיין אין די סוגיות פון יהדות מהו.

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:23 pm

· #255306
מרקד אתלת
מאטי
פארוואס האט איינער געמוזט באשאפן, אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס? ס'קען דאך פונקט אזוי זיין אז ס'איז אליינס באשאפן געווארן.

אויב זאכן דארפן מאכן סענס איז טאקע דא נאר איין אפציע, א בורא. אבער אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס דאן איז דא צוויי אפציעס, אדער א בורא און ס'מאכט סענס, אדער פון זיך אליינס און ס'מאכט נישט קיין סענס.

צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.

אודאי נאכן באשאף פון שכל דארפן זאכן מאכן סענס אבער מ'האלט דאך יעצט איידער די בריאה, ס'איז נישט פארהאן גארנישט!! נישט שכל, נישט לאגיק. פארוואס דארפן מיר אננעמן אז די בריאה איז באשאפן געווארן שכל'דיג?

טאמבל סאס » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:28 pm

· #255308
מרקד אתלת
מאטי
פארוואס האט איינער געמוזט באשאפן, אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס? ס'קען דאך פונקט אזוי זיין אז ס'איז אליינס באשאפן געווארן.

אויב זאכן דארפן מאכן סענס איז טאקע דא נאר איין אפציע, א בורא. אבער אויב זאכן דארפן נישט מאכן סענס דאן איז דא צוויי אפציעס, אדער א בורא און ס'מאכט סענס, אדער פון זיך אליינס און ס'מאכט נישט קיין סענס.

צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.

און די זעלביגע, איכא למימר, צו זאגן אז מענטשן האבן נישט די שכל און די סענס צו גובר זיין אויף תאוות און חיה'שע אינסטינקטן אין געוויסע מצבים דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט זאגט אז א מענטש דארף שטענדיג קענען טראכטן סענספול און ראציאנאל און פארשטיין אלגעברא און קאלקולעס ביי די דריי יאהר.

אין אנדערע ווערטער, איך זע נישט אז דיין לאגיק וואס זאגט דא אז זאכן מוזן מאכן סענס - זאל פאר דיר אין אלע אנדערע הינזיכטן פון דיין לעבן - מאכן פון אלצדינג סענס.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:35 pm

· #255310
טאמבל סאס

א מענטש האט א בחירה מ'רעדט דא פון די מהלך הבריאה

טאמבל סאס » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:48 pm

· #255313

אנטשולדיגט אויב איך האב אייך נישט פארשטאנען געהעריג.

אויב א מענטש האט א בחירה איז א שמועס פאר זיך.

וואס מיינסטו "מ'רעדט דא פון די מהלך הבריאה"? א בריאה אהן א מענטש וואס זאל איר אפלערנען און אפמאכן וואס עס מאכט יא אדער נישט סענס איז קיין בריאה נישט אין דעם רעספעקט וואס דו רעדסט. די בריאה איז געווען דא בעפאר דער מענטש. דער מהלך הבריאה דארף זיך נישט צושטעלן צו אונזער פארשטאנד, מיר דארפן ארבעטן צוצושטעלן אונזער פארשטאנד צום מהלך הבריאה. און דאס למשל אז נאטורליך זאגט אונזער שכל אז זאכן מוזן באשאפן ווערן איז נישט א סימן אז אזוי איז עס. דאס איז נאר א סימן אז אונזער ביאלאגישער נפש הבהמית טוט דאס זייניגע מיט'ן פרובירן צושטעלן דעם מהלך הבריאה צו אונזער פארשטאנד.

דו ווייסט אז עס זענען דא מענטש וואס דוקא ווען עפעס שטימט זיי געוואלדיג זאגט עס זיי אז דא מוז זיין א קאנספיראציע. און די זעלבע, וועל איך מיר וואגן צו זאגן, זענען דא וואס גלייבן אין רעליגיע ווייל עס קען נישט זיין אז זאכן מאכן אזוי גוט סענס. ס'מוז זיין אז דא שפיהלט זיך אפ אן אינטרעסאנטע דראמא, א פאליציי און באהאלטן געים.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 8:57 pm

· #255315
טאמבל סאס

אנטשולדיגט אויב איך האב אייך נישט פארשטאנען געהעריג.

אויב א מענטש האט א בחירה איז א שמועס פאר זיך.

וואס מיינסטו "מ'רעדט דא פון די מהלך הבריאה"? א בריאה אהן א מענטש וואס זאל איר אפלערנען און אפמאכן וואס עס מאכט יא אדער נישט סענס איז קיין בריאה נישט אין דעם רעספעקט וואס דו רעדסט. די בריאה איז געווען דא בעפאר דער מענטש. דער מהלך הבריאה דארף זיך נישט צושטעלן צו אונזער פארשטאנד, מיר דארפן ארבעטן צוצושטעלן אונזער פארשטאנד צום מהלך הבריאה. און דאס למשל אז נאטורליך זאגט אונזער שכל אז זאכן מוזן באשאפן ווערן איז נישט א סימן אז אזוי איז עס. דאס איז נאר א סימן אז אונזער ביאלאגישער נפש הבהמית טוט דאס זייניגע מיט'ן פרובירן צושטעלן דעם מהלך הבריאה צו אונזער פארשטאנד.

דו ווייסט אז עס זענען דא מענטש וואס דוקא ווען עפעס שטימט זיי געוואלדיג זאגט עס זיי אז דא מוז זיין א קאנספיראציע.

איך נעם אן מיט א פשטות אז א מענטש האט א בחירה און די זעלבע מרקד אתלת אויב אזוי איז פשוט א חילוק. ווען מ'זעהט אז למעשה (נישט טעאריעס פון פאר די בריאה) מאכט די וועלט סענץ איז דאס א ראי' אויף בורא און ס'איז בכלל נישט קיין קשיא פון קיין מענטש וואס האט בחירה ממילא מאכט נישט זיינע מעשים סענץ.
ביטע שרייב מיר "דו" נישט אייך (אינם ריעל לייף געסטו מיר נישט קיין דעם!)

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:05 pm

· #255319
מעגסט אזוי אננעמן, און ס'איז אפילו פלואזיבל, אבער מוכרח איז דאס נישט.

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:06 pm

· #255320
מאטי
מעגסט אזוי אננעמן, און ס'איז אפילו פלואזיבל, אבער מוכרח איז דאס נישט.

כ'האב צייט אויף יענע וועלט וועט מען פראקען בגדול!

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:09 pm

· #255321
ווארט זאגער
מאטי
מעגסט אזוי אננעמן, און ס'איז אפילו פלואזיבל, אבער מוכרח איז דאס נישט.

כ'האב צייט אויף יענע וועלט וועט מען פראקען בגדול!

וואו קומט אריין "פראקן" דא?

ווארט זאגער » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:10 pm

· #255322
כ'האב פארשטאנען אז די באציעסט זיך אויף בחירה. אויב ס'דא בחירה פראקט מען

קאסטנער » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:23 pm

· #255325
די טענה אז מענטשן גלייבן אין דעם וואס עס שמעקט זיי: וואס איז די סיבות וואס שטיפט כלל ישראל צי גלייבן? אויב עפעס האט ער איין גרויסע סיבה פין לעבן אן קיין עול אויף נישט צי גלייבן?

למדן » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:27 pm

· #255328
מהיכי תיתי אז מ' גלייבט אין מתן תורה איש מפי איש ביז די וואס געדענקן די התגלות, אפשר (און אזוי איז משמע בכמה מקומות) איז עס א אמונה אין די תורה אז די מיליאנען זענען דארט געווען און ממילא איז די ראיה פון די התגלות קעגן אזויפיהל מענטשן אויפאמאל נישט אזוי גרויס?

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:29 pm

· #255329
ס'איז דא כמה סיבות:

אז "די וועלט" איז א פרוזדור און דער עיקר איז חיי נצחיות.

אז מ'פרעגלט אריין דעם גלויבן אינגערהייט ווען די שכל איז נאכנישט אזוי רייף, און ווען מ'ווערט עלטער איז מען משוחד צו די דיעות וואס מ'ווייסט שוין פון די אינגע יארן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8