☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » יסודות פון אמונה 1 כוזרי

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

ווארט זאגער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:18 pm

· #256028
געוואלדיג

א)(וועגן זייער מסורה עוד חזון).

וועסטו זאגן אפשר זייער תושבע"פ, נו אויף דעם עוד חזון כדלעיל, וכן מצינו בעזרא שהסיר הנשים הנכריות מבין היהודים, איי זיי האלטן נישט פון נ"ך נאך יהושע עוד חזון,

מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף דיין אשכול בעניני שומרונים

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:13 am

· #256042
געוואלדיג
א) דו האסט געברענגט א ראיה פון די פסוקים אז אין נ"ך ווערן זיי אנערקענט אלס אפרים און מנשה (נאך מיין ענטפער וועגן ר"מ) אויף דעם איז געווען מיין ענטפער אז א ראיה איז נישטא (וועגן זייער מסורה עוד חזון).

כ'האב דיר געזאגט צוויי מאל, פרעג נישט אפ מיין דרך אגב און איגנאריר די עיקר פוינט.
געוואלדיג

ב) dna איז נאר פון טאטע צו קינד און בכלל נישט פון די מאמע איז אלע דיבורים בנוגע גויטעס ארויסגעזויגן פון פינגער, (א מאנקי איז 98% דזשינס ווי א מענטש, איך האף אז דו אלטסט נשט אז אונז שטאמען פון מאנקיס).

קיינמאל נישט געהערט אז איינער זאל טענה'ן אז אונז שטאמען פון מאנקיס, אבער דאס אז מיר האבן 98 פראצענט די זעלבע דזשינס איז פשוט, אונז זעמער געמאכט פון די זעלבע סחורה, די זעלבע עור וגידים, באדי טישוס, ביינער הארץ לונגען נירן קישקעס און בעלי באטען, פארוואס זאלן מיר נישט האבן רוב פון די זעלבע דזשינעטיק קאודינג, דזשינעטיקלי ספיקינג זענען מיר נישט אזוי אנדערש ווי אלע מעמעלס. ראטן און חזירים האבן אויך 98 פראצענט פון די זעלבע DNA, דערפאר נוצט מען לעב רעטס אין לאבראטאריעס צו טעסטן דראגס בעפאר מ'פראבירט עס אויס אויף מענטשען. אבער אויב דו גייסט מיר זאגן אז דזשינעטיקס וואס איז א אנגענומענע סייענס היינטיגע צייטן איז "ארויסגעזויגן פון פינגער" קען איך דיר פונקט אזוי זאגן אז דיין מסורה איז ארויסגעזויגן פון פינגער (עפ"ל).
געוואלדיג

ג) דברים ז ג, וועסטו זאגן אז עס רעדט נאר פון ז' עממים תוס' קידושין סח: פארענטפערט וועסטו זאגן נו תושבע"פ וועל איך צוצייכענען צו וואס איך האב שוין געשריבן
הנה כל המעיין בהתורה יראה מיד שמוכרח להיות שעם התורה שבכתב ניתן גם תורה בע"פ פירוש על התורה שבכתב כיון שאי אפשר להיות שאמר נותן התורה לישראל "וזבחת כאשר צויתך" ובכל התורה כולה לא נזכר הלכות שחיטה...
וכן אם אמר נותן התורה פרי עץ הדר ולא כתב מהו בדיוק מוכרח להיות שאמר זאת בע"פ כי אין אפילו אחד שטוען שאין תורתינו (שבכתב חמשה חומשי תורה) אמת,
וכן "לא תעשה כל מלאכה ביום השבת" ולא פירש גדרו של מלאכה וכן "תאכל מצות" ולא פירש מהו מצות
"והיו לטוטפות בין עיניך" ולא פירש מה טיבם של טוטפות אלו וכדו' עד אין מספר


וויאזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? דא האסטו גוט צוגעטראפן, מסתמא גיור איז אויך פון די זאכן וואס זענען מוכרך פון די תורה אז דאס האט מען איבער געגעבן בסוד סודות פאר משה רבנו, און מ'האט געהאלטן די סוד ביז ימי עזרא, ווייל פארדעם האבן אידן חתונה געהאט מיט גויטעס און אידענעס מיט גוים און קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו דערמאנען אז ס'געווען עפעס א פראצעדור פון גיור. פשוט, אזא הארבע עבירה ווי intermarriage, און אזוי זרע לבטלה דארף מען דאס אליינס פארשטיין, ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.
געוואלדיג

וועסטו זאגן אפשר זייער תושבע"פ, נו אויף דעם עוד חזון כדלעיל, וכן מצינו בעזרא שהסיר הנשים הנכריות מבין היהודים, איי זיי האלטן נישט פון נ"ך נאך יהושע עוד חזון,

איך האף מ'וועט נישט דארפן ווארטן ביז שבת חזון, ווייל שבת ליין איך נישט קאווע שטיבל.
געוואלדיג

ד) אוודאי איז די שאלה אויפגעקומען אין לשכת הגזית פון וואו האבן עזרא אוןו נחמיה געוואוסט די הלכה,

אה, סא ווען עזרא האט געוואלט וויסן וואס די הלכה איז איז ער געגאנגען אין לשכת הגזית אנפרעגן, יא? נאר געוואלט זיכער מאכן.
געוואלדיג

ה) משה'ס מאמע איז געווען יוכבד, שמשון'ס מאמע איז געווען צללפונית, רות איז געווען א גיורת, דוד'ס מאמע איז געווען רות א גיורת עפ"י התורה מואבי ולא מואבית ואם לא היתה כשרה לבא בקהל היה דוד נכרי כיון שהולך אחר האם ולכן היתה כל השאלה אם היא מותרת, שלמה'ס מאמע איז געווען בת שבע, אלע פון זיי אידישע קינדער.

אויש! איך רעד דא פון משה'ס ווייב? מיט וועם האט ער חתונה געהאט, מיט א מדינית. שמשון האט קודם חתונה געהאט מיט א פלישתי מיידל פון תמנה, דערנאך מיט א זונה פון עזה, דערנאך האט ער געהאט א גוירלפרענד - שטייט נישט אז ער האט חתונה געהאט מיט איר, אבער אפשר דארף איך אליינס פאשטיין אז ער האט איר מגייר געווען און חתונה געהאט כדת משה וישראל - דלילה האט זי געהייסן, אויך א פלישתית. רות האט חתונה געהאט מיט בועז, וואו זעסטו אז זי איז געווען א גיורת? דוד האט חתונה געהאט מיט מעכה בת תלמי, שלמה מיט בת פרעה, זיין יורש עצר רחבעם איז געווען די זון פון אן עמונית.
געוואלדיג

ו) יא ריכטיג כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש עפ"י כללי המסורה איז געגעבן געווארן מסיני.

א שאד טאקע משה רבנו האט נישט געגעבן פאר די דור דעה אין מדבר אביסל באר מים חיים אדער גאר חובת הלבבות צו לערנען פרייטאג צונאכטס צוזאמען מיטן אור החיים הקדוש, אפשר וואלט עס אפילו געקענט פארמיידן די מתאוננים.
געוואלדיג

ז) לפי השיטה אז עס מיינט כפשוטו זאגט דאך דאס אונזער מסורה אז אזוי גייט ער טוהן.

נו, איז אויב איז מען מקבל ישו אלס משיח זענען שוין די אלע מצוות מעשיות שוין נישט נוגע.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:19 am

· #256044
ווארט זאגער
געפילטע פיש



א) אלע אידישע DNA שטודיעס ווייזן אז אלע אידן, ספרדישע, אשכנזישע, אייראפעישע, תימנער און איטיאפער, האבן ענליכע Y קראמאזאמ'ס וואס מ'ירשנט פון טאטע צו זון, אבער די מוטערליכע גינעטיקס ענדלען מער צום host country, ס'הייסט אז אונז אייראפעישע אידן האבן אויך נאר בעיקר א פאטערליכע יחוס צו די אידן פון צוויי טויזענט יאר צוריק. אבער אונזערע אמהות זענען געווען אייראפעאישע גויטעס, וואס האבן זיך (האפענטליך) מתגייר געווען.

אינטערסאנט אז ס'ווערט נישט געברענגט אין היסטאריע אז אונזערע עלטערן האבן זיך מתבולל געווען.

טאקע אינטרעסאנט.
ווארט זאגער

ג) אין תורה שבכתב זעט מען אז ייחוס איז געגאנגען פון טאטע צו זון, סיי ביי נחלה, ביי שבט, כהונה, די שאלה פון מיהו יהודי איז קיינמאל נישט אויפגעקומען אין לשכת הגזית, אבער אויב וואלט עס יא וואלטן זיי געפסקנט אז א קינד גייט נאכן טאטע. ווי מ'זעט ביי משה, שמשון, רות, דוד, שלמה, און נאך.
דאס איז נאר כלפי שבטים אבער אויב מ'איז א גוי צו א יוד ווענדט זיך לויט די מאמע כמבואר בהלכה חוץ אויב מ'איז זיך מגייר

גוט מארגן, איך ווייס אויך וואס הלכה זאגט, איך זאג דיר אבער אז מ'זעט נישט קיין שום מקור פאר תושבע"פ פאר דעם, ניטאמאל קיין רמז, ווייסט פארוואס? ווייל דיני גיור האבן אויך נישט עקזעסטירט עכ"פ ביז עזרא, און מעגליך אפילו בימי עזרא אויך נישט, ווען יא וואלט ער דאך נישט געדארפט צווינגען האלב כלל ישראל צו פארטרייבן די ווייבער, ער וואלט זיי דאך געקענט מגייר זיין.

ווארט זאגער

ווען משיח גייט קומען, און ער גייט זאגן אז די מצוות מעשיות זענען שוין נישט נוגע וויבאלד זיי זענען אלע נאר לבושים און אמצעים צו התקרבות הבורא, און וויבאלד מלאה הארץ דעה פעלט שוין נישט אויס, וכל המועדים בטלים, וכו' וכו', וועט זיין איין סעקטע אידן וואס וועלן נישט אננעמען משיח'ס פסק, און האלטן אז ער טוישט צו פיל פון זייער מסורה, ממילא מוז זיין אז ער האט נישט די ריכטיגע מסורה.


לשון הרמב"ם הלכות תשובה פ"ט ה"ב: ומפני זה התאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם ימות המלך המשיח כדי שינוחו ממלכות הרשעה שאינה מנחת להן לישראל לעסוק בתורה ומצוות כהוגן וימצאו להן מרגוע וירבו בחכמה כדי שיזכו לחיי העולם הבא. לפי שבאותן הימים תרבה הדעת והחכמה והאמת שנ' כי מלאה הארץ דעה את ה' וכו'

ויש חולקים

קול דודי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:30 am

· #256055
געוואלדיג

ב) dna איז נאר פון טאטע צו קינד און בכלל נישט פון די מאמע איז אלע דיבורים בנוגע גויטעס ארויסגעזויגן פון פינגער, (א מאנקי איז 98% דזשינס ווי א מענטש, איך האף אז דו אלטסט נשט אז אונז שטאמען פון מאנקיס).

געוואלדיג! כ׳האף נאר אז אויף דעם האסטו נישט קיין מסורה מדור דור, ווייל ווי יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט באקומט מען האלב פון די DNA פון די מאמע און האלב פונ׳ם טאטע. חוץ mitochondrial DNA, וואס דאס ירשנ׳ט מען נאר פין די מאמע. אגב: מיר שטאמען פון פיש.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:01 am

· #256058
[quote="געפילטע פיש"]


גוט מארגן, איך ווייס אויך וואס הלכה זאגט, איך זאג דיר אבער אז מ'זעט נישט קיין שום מקור פאר תושבע"פ פאר דעם, ניטאמאל קיין רמז, ווייסט פארוואס? ווייל דיני גיור האבן אויך נישט עקזעסטירט עכ"פ ביז עזרא, און מעגליך אפילו בימי עזרא אויך נישט, ווען יא וואלט ער דאך נישט געדארפט צווינגען האלב כלל ישראל צו פארטרייבן די ווייבער, ער וואלט זיי דאך געקענט מגייר זיין.

די הלכות גיור לערנט מען ארויס פון פאר מתן תורה ווי די גמרא זאגט אין יבמות עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגען אז ס'נאך נישט געווען, איי עזרא קען זיין אז ער האט געוויסט אז זיי וועלן נישט אננעמען יהדות נאר לשם חתונה האבן וואס אין מקבלין גרים באופן כזה

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:21 am

· #256059
געפילטע פיש


ווארט זאגער

ווען משיח גייט קומען, און ער גייט זאגן אז די מצוות מעשיות זענען שוין נישט נוגע וויבאלד זיי זענען אלע נאר לבושים און אמצעים צו התקרבות הבורא, און וויבאלד מלאה הארץ דעה פעלט שוין נישט אויס, וכל המועדים בטלים, וכו' וכו', וועט זיין איין סעקטע אידן וואס וועלן נישט אננעמען משיח'ס פסק, און האלטן אז ער טוישט צו פיל פון זייער מסורה, ממילא מוז זיין אז ער האט נישט די ריכטיגע מסורה.


לשון הרמב"ם הלכות תשובה פ"ט ה"ב: ומפני זה התאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם ימות המלך המשיח כדי שינוחו ממלכות הרשעה שאינה מנחת להן לישראל לעסוק בתורה ומצוות כהוגן וימצאו להן מרגוע וירבו בחכמה כדי שיזכו לחיי העולם הבא. לפי שבאותן הימים תרבה הדעת והחכמה והאמת שנ' כי מלאה הארץ דעה את ה' וכו'

ויש חולקים

ביטע זיי מבאר דיינע ווערטער איך האב נאר געטראפן אז ס'גייט נישט ווערן בטל נאר דער מהר"ל זאגט אז דאס וואס שטייט מצות בטלות לעתיד לבא איז דער רשב"א אויפן פלאץ מסביר אחר התחי'. און דער עקרים הגם ער זאגט אז אין מצוות בטלות געט ער אזאג אינמיטן אז ס'קען זיין אז מועדים וועט בטל ווערם ע"י ציוו ה' אבער זיכער נישט פאר אונז וועלן אליינס הערן מפי ה' אזויווי ביי מתן תורה. אין נועם מגדים לך וכן משמע בפרי הארץ שהל"ת יהי' בטלין כיון שלא יהי' עוד יצה"ר, וממילא לא יעשו לכן לא יהי' שייך ליזהר על דברים כאלו.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:39 am

· #256060
געפילטע פיש




וויאזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? דא האסטו גוט צוגעטראפן, מסתמא גיור איז אויך פון די זאכן וואס זענען מוכרך פון די תורה אז דאס האט מען איבער געגעבן בסוד סודות פאר משה רבנו, און מ'האט געהאלטן די סוד ביז ימי עזרא, ווייל פארדעם האבן אידן חתונה געהאט מיט גויטעס און אידענעס מיט גוים און קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו דערמאנען אז ס'געווען עפעס א פראצעדור פון גיור. פשוט, אזא הארבע עבירה ווי intermarriage, און אזוי זרע לבטלה דארף מען דאס אליינס פארשטיין, ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.[/quote]

פארוואס האט מען געהרגעט זמרי בן סלוא? פארוואס זענען ער ואונן ודור המבול געשטארבן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:39 am

· #256079
ווארט זאגער
געפילטע פיש




וויאזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? דא האסטו גוט צוגעטראפן, מסתמא גיור איז אויך פון די זאכן וואס זענען מוכרך פון די תורה אז דאס האט מען איבער געגעבן בסוד סודות פאר משה רבנו, און מ'האט געהאלטן די סוד ביז ימי עזרא, ווייל פארדעם האבן אידן חתונה געהאט מיט גויטעס און אידענעס מיט גוים און קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו דערמאנען אז ס'געווען עפעס א פראצעדור פון גיור. פשוט, אזא הארבע עבירה ווי intermarriage, און אזוי זרע לבטלה דארף מען דאס אליינס פארשטיין, ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.


פארוואס האט מען געהרגעט זמרי בן סלוא? פארוואס זענען ער ואונן ודור המבול געשטארבן?


וַיֵּשֶׁב יִשְׂרָאֵל בַּשִּׁטִּים וַיָּחֶל הָעָם לִזְנוֹת אֶל בְּנוֹת מוֹאָב. ב וַתִּקְרֶאןָ לָעָם לְזִבְחֵי אֱלֹהֵיהֶן וַיֹּאכַל הָעָם וַיִּשְׁתַּחֲוּוּ לֵאלֹהֵיהֶן. ג וַיִּצָּמֶד יִשְׂרָאֵל לְבַעַל פְּעוֹר וַיִּחַר אַף יְהוָה בְּיִשְׂרָאֵל. ד וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה קַח אֶת כָּל רָאשֵׁי הָעָם וְהוֹקַע אוֹתָם לַיהוָה נֶגֶד הַשָּׁמֶשׁ וְיָשֹׁב חֲרוֹן אַף יְהוָה מִיִּשְׂרָאֵל. ה וַיֹּאמֶר מֹשֶׁה אֶל שֹׁפְטֵי יִשְׂרָאֵל הִרְגוּ אִישׁ אֲנָשָׁיו הַנִּצְמָדִים לְבַעַל פְּעוֹר. ו וְהִנֵּה אִישׁ מִבְּנֵי יִשְׂרָאֵל בָּא וַיַּקְרֵב אֶל אֶחָיו אֶת הַמִּדְיָנִית לְעֵינֵי מֹשֶׁה וּלְעֵינֵי כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְהֵמָּה בֹכִים פֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד. ז וַיַּרְא פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן וַיָּקָם מִתּוֹךְ הָעֵדָה וַיִּקַּח רֹמַח בְּיָדוֹ. ח וַיָּבֹא אַחַר אִישׁ יִשְׂרָאֵל אֶל הַקֻּבָּה וַיִּדְקֹר אֶת שְׁנֵיהֶם אֵת אִישׁ יִשְׂרָאֵל וְאֶת הָאִשָּׁה אֶל קֳבָתָהּ וַתֵּעָצַר הַמַּגֵּפָה מֵעַל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. ט וַיִּהְיוּ הַמֵּתִים בַּמַּגֵּפָה אַרְבָּעָה וְעֶשְׂרִים אָלֶף...

...

... טז וַיְדַבֵּר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר. יז צָרוֹר אֶת הַמִּדְיָנִים וְהִכִּיתֶם אוֹתָם. יח כִּי צֹרְרִים הֵם לָכֶם בְּנִכְלֵיהֶם אֲשֶׁר נִכְּלוּ לָכֶם עַל דְּבַר פְּעוֹר וְעַל דְּבַר כָּזְבִּי בַת נְשִׂיא מִדְיָן אֲחֹתָם הַמֻּכָּה בְיוֹם הַמַּגֵּפָה עַל דְּבַר פְּעוֹר.

ער שטייט נישט וואס ער האט געטוהן, נאר רע בעיני ה', אונן שטייט כי וידע אונן כי לא לו יהיה הזרע והיה אם בא אל אשת אחיו ושחת ארצה לבלתי נתן זרע לאחיו י וירע בעיני ה'.

דור המבול מיין איך ביזט גערעכט, ס'איז געשען וועגן אידן האבן חתונה געהאט מיט גוים... סיריעסלי! א בפירושע פסוק, כי מלאה הארץ חמס.

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:08 pm

· #256108
אפּגעליינט די גאנצע אשכול און איך בין געקומען צו די מסקנה

איינער וואס גלייבט וועט זיך אָנהענגן מיטן רמב״ם און די כוזרי און ער וועט שרייען משה אמת אפילו ס׳איז דא טויזענטער קשיות און סתירות ,

איינער וואס גלייבט נישט וועט נישט העלפן קיין שום פּעשעטלעך און ראשונים וואס די וואַרפסט דא צוזאַם נאר אויב דו וועסט ווירקליך ברענגען פּראָוף און אימפּיריקל עווידענס , און ס׳איז א שאָד די צייט ווייל דערווייל ברענגסטו אראפּ גאָר שוואכע ראיות פאר אמיתות התורה אז א נישט גלייבער זאל זיך צו טוהן מאכן פון דיינע ראיות

איין זייטיגע קשיא האב איך וואס האט מיך נאך געבאַדערט אלץ קינד, אויב זאגסטו אז אונז דארפן אָנעמען אז די תורה איז פון הימל ווייל מיליאנען מענטשען האבן עס געזעהן און ס׳איז מקובל איש מפּי איש וויאזוי קען זיין אז אפּאר טעג שפעטער ווען משה האט זיך נישט באוויזן אפּאר טעג זענען זיי געגאַנגען מאכן א עגל און געזאגט אלה אלוקי וכו׳ ??? ווען איך זעה ווען די אלע ניסים פון די מכות קריעת ים סוף און דערנאך מעמד הר סיני מיט די אלע קולות וואלט איך נישט געמאכט קיין עגל!!!, און נאך די אלע מעשיות וואס מ׳האט קלאר געזעהן אלע ניסים ווי למשל די ענני הכבוד מיט די מָן איז נאכגעקומען קורח ועדתו ????

און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:49 pm

· #256116
שבת אחים

איין זייטיגע קשיא האב איך וואס האט מיך נאך געבאַדערט אלץ קינד, אויב זאגסטו אז אונז דארפן אָנעמען אז די תורה איז פון הימל ווייל מיליאנען מענטשען האבן עס געזעהן און ס׳איז מקובל איש מפּי איש וויאזוי קען זיין אז אפּאר טעג שפעטער ווען משה האט זיך נישט באוויזן אפּאר טעג זענען זיי געגאַנגען מאכן א עגל און געזאגט אלה אלוקי וכו׳ ??? ווען איך זעה ווען די אלע ניסים פון די מכות קריעת ים סוף און דערנאך מעמד הר סיני מיט די אלע קולות וואלט איך נישט געמאכט קיין עגל!!!, און נאך די אלע מעשיות וואס מ׳האט קלאר געזעהן אלע ניסים ווי למשל די ענני הכבוד מיט די מָן איז נאכגעקומען קורח ועדתו ???
די ראשונים זענען מסביר אז די עגל איז געווען פאר אן אמצעי צווישען יודען און אייבערשטן אנשטאט משה רבינו.
און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??

ווען פונקטליך האבן זיך מענטשן אויסגעלערנט צו ליינען און שרייבן?

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:47 pm

· #256127
די הוכחות וואס זענען געבויט אויף די יסודות פון מיליאנער עדות, און חזקה אין אדם מוריש שקר לבניו, איז זייער נישט מתקבל על הדעת פון רוב קלוגע מענטשן בימינו. מען זעהט היינט קלאר ווי מיטאס ווערן נתקבל און צואוואקסן זיך מיט שטארקע אימפעט און ביז גאר א קורצע צייט שווערן זיך מענטשן בדידי הוה עובדא.

מער ווי איינמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי א באקאנטע פארציילט א מעשה שהיה, א מופת חותך וואס זיי האבן אליינס מיטגעהאלטן. איך שטיי אויף די זייט און איך שטוין וויאזוי א מענטש קען אויפבאקן אזא מעשה בשעת וואס איך אליינס בין דארט געווען און איך ווייס אז לא היה ולא נברא. דער עולם גולם שטייט פארגאפט און קויפט אפ די מעשה, איינער אויף די זייט לייגט צו אז זיין פעטער איז אויך געשטאנען דערביי. שוין ע"פ שניים עדים יקום דבר. יעצט גייט דער עולם גולם און זיי פארציילן עס נאך, מאנכע אז זיי האבן עס געהערט פון צוויי יודען וואס זענען געווען דערביי. די אנדערע העלפט פארציילן איבער דער מעשה אזויפיל מאל ביז זיי אליינס גלייבן און פארציילן אז זיי זענען געווען דערביי.

בימי חורפי בין איך געווען א שטיקל אימפולסיוו ליגנער און איך האב אליינס געבאקען מעשיות. איך בין אויך געווען זייער פאפולער, און אז איך האב געזאגט אז איך האב עס געזעהן צוזאמען מיט יענקי, מוישי און זלמי האבן זיי באלד צוגעשאקלט מיט די קאפ. נאך דריי מאל שאקלן מיט די קאפ האבן זיי עס שוין אליינס געגלייבט. יעצט ווילסטו אז איך זאל גלייבן א unbelievable מעשה נאר אויף א סמך פון עדות?

נאך מיין זיידע איז אוועק האט א יעדע פון די קינדער און אייניקלעך אפגעשריבן זייערע זכרונות פון די זיידע און מ'האט ארויסגעגעבן א פראוועזארישע ביכל פאר די משפחה. איז געווען איין לעגענדע איבער די זיידע וואס האט זיך פאר לאנגע יארן געדרייט אין די משפחה. צוויי קינדער, איין שוועגערין און פיר אנדערע אייניקלעך האבן געשריבן ווי עס ליגט זיי אין די ביינער ווען יענע מעשה איז געשעהן און זיי זענען דארט געווען. לויט די זיבן גירסאות איז די מעשה געשעהן ערגעץ צווישן תשי"ט און תשמ"ט, אדער איז עס געווען אין א שניי שטורעם, אדער אין מיטן פון א געפערליכע heat wave, אדער גאר אין די טאג פון בדיקת חמץ. יש אומרים אז די זיידע האט דעמאלטס געדרייווט זיין אלטע ברוינע סטעישאן וואגאן, אדער זיין גרויע קאר אדער איז ער גאר געגאנגען צופיס. ס'מעגליך אז די זיידע האט ארויסגעוויזן דערביי זיין לא תגורו און ער האט געפלעקסט מוסקעלן, אדער קען זיין אז ער איז צוגעגאנגן צום ענין מיט זיין געווענטליכע מתינות והכנעה, ויש אומרים אז ער האט זיך בכלל אויסגעלאכט און זיך נישט ציטון געמאכט. און איך זאג, אילו ואילו דברי אלוהים חיים. דער עיקר איז אז ס'דא לעבעדיגע עדות און מ'פסקנט אז חזקה אין אדם מוריש שקר לבניו.

דאס איז ביי מעשה וואס האט נאר וואס פאסירט, און דו ווילסט רעדן פון א מעשה פון דריי טויזנט יאר צוריק? קאם אן!

ובנוגע דעם אין אדם מוריש שקר לבניו. ווער איז נישט מוריש שקר לבניהם? מ'נעמט די קינדער צום רבינ'ס הקפות ווייל מ'האלט אז עס איז גוט פאר קינדער צו טראכטן אז די רבי איז א צדיק. מ'נערט איין די קינדער אז מ'האט נישט קיין אינטערנעט, און אז מ'גנב'ט נישט פון דער רעגירונג. דארפסט נאך דוגמאות? עס איז א קלארע חזקה אז אדם מוריש שקר לבניו, ביג טיים!

יעצט זיי מסביר נאכאמאל די ראיות ברורות פון די כוזרי, ביטע.


.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:01 pm

· #256130
הוגה, בלויז אינעם קאנטעקסט פון דיין תגובה, ס'איז א שטיקל נפק''מ ווען מ'טראכט אויס א מעשה וואס האט נישט קיין אימפליקאציעס מיטן מציאות, ווי למשל א חלום, א ישועה, וכדומה, ווי אויפטראכטן א מעשה וואס די גאנצע וועלט האט מיט געהאלטן לייוו.

איך קען נישט איינרעדן טויזענטער מענטשן אז די ג'ורג וואשינגטאן בריק איז איינגעפאלן, אבער אז תהילים כולל האט פארשוואנגערט א צוקלאפטע בת ישראל, דאס יא.

וואס איז שייך דעם כוזרי; איך גלייב אז אין זיינע צייטן האבן אלע געגלייבט אין עפעס א רעליגיע, און דאס אז די אידישע האט מיליאנען עדות איז זיכער א פלוס קעגן די איבריגע רעליגיעס.

דער פראבלעם איז אבער, אז היינט מעסט זיך דאס נישט קעגן אנדערע רעליגיעס נאר קעגן אטעאיזם, אמפיריציזם וואס אויף דעם איז דעם כוזרי'ס הוכחות ווערטלאז.

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:04 pm

· #256131
מעכעלע, פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו גלייבסט אין שיטות אדער געוויסע מעשיות וואס דו גלייבסט.

מאטי, איך קען שיינערהייט מסביר זיין וויאזוי אזא עדותשאפט קען גרינגערהייט ווערן concocted, ספעציעל אין די פרימיטיווע וועלט פון יענע צייטן. איך האב אבער נישט די צייט און רצון עס צו שרייבן דא. אויב עס איז דיר גאר וויכטיג עמיר עס אדורך טון איבער א גלעזעלע קאווע איין טאג.


.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:23 pm

· #256133
איך ווייס אז טעארעטיש איז דא א וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן פאלשע היסטאריע, דאס איז אבער נישט מיין נקודה.

כ'וועל דיר געבן א משל; אויב דארף איך צוטרעפן וועלכע אינגל אין חדר האט געווינען דעם לעצטן געשלעג, וואלט איך געפיקט דאס אינגל וועלכע איז דער גרעסטע בעל כח. אבער אויב איז דא ספיקות אויב דאס געשלעג איז בכלל פארגעקומען, דאן איז די דעבאטע ווערטלאז.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:59 pm

· #256148
שפתים ישק גערעכט 100 און פאר דעם אליינס פעלט זיך אויס צו מוכיח זיין אז תורה איז מן השמים און אז צוזאמען מיט דעם איז געגעבן געווארן תושבע"פ וואס אונז האבן במסורה.
איך ארבעט צו מאכן א עקסעטע אשכול אויף א) הוכחה למציאות הבורא, ב) תורה מן השמים, ג) תושבע"פ, ד) עפ"י המסורה בידינו, אי"ה בקרוב

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:05 pm

· #256149
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז מעגליך צו האבן אן אינטואיציה אז א געוויסע איידיע איז אמת הגם פארשידענע פרטים דערפון לייגט זיך נישט אויפן שכל.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:09 pm

· #256150
געוואלדיג
שפתים ישק גערעכט 100 און פאר דעם אליינס פעלט זיך אויס צו מוכיח זיין אז תורה איז מן השמים און אז צוזאמען מיט דעם איז געגעבן געווארן תושבע"פ וואס אונז האבן במסורה.
איך ארבעט צו מאכן א עקסעטע אשכול אויף א) הוכחה למציאות הבורא, ב) תורה מן השמים, ג) תושבע"פ, ד) עפ"י המסורה בידינו, אי"ה בקרוב


דאס איז אמאהל זיכער 100%, אז אויב מ'איז מוכיח א זאך מיט אומקראנטע הוכחות, אז ס'ברענגט נישט קיין געוואונטשענע רעזולטאטן.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:14 pm

· #256153
ריכטיג, אבער קראנט מיינט נישט אז מען קען מוכיח זיין פאר איינער וואס זיין מסקנא איז פון פארדעם אז מען קען דאס ניטש מוכיח זיין און פאר איינער וואס זיין שכל הישר ארבעט נישט

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:16 pm

· #256154
מיטן צווייטן פרעמיס בין איך מסכים, אבער פארוואס זאל דאס נישט ווירקן אויפן ערשטן.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:05 pm

· #256158
הוגה



מאטי, איך קען שיינערהייט מסביר זיין וויאזוי אזא עדותשאפט קען גרינגערהייט ווערן concocted, ספעציעל אין די פרימיטיווע וועלט פון יענע צייטן. איך האב אבער נישט די צייט און רצון עס צו שרייבן דא. אויב עס איז דיר גאר וויכטיג עמיר עס אדורך טון איבער א גלעזעלע קאווע איין טאג.


.

ביטע ביי יענע מעמד זיי אויך מסביר פארוואס איז נישט געווארען נאך אן עדותשאפט אין יענע פרימיטיווע צייטען חוץ פון מעמד הר סיני

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:29 pm

· #256161
ווארט זאגער
הוגה



מאטי, איך קען שיינערהייט מסביר זיין וויאזוי אזא עדותשאפט קען גרינגערהייט ווערן concocted, ספעציעל אין די פרימיטיווע וועלט פון יענע צייטן. איך האב אבער נישט די צייט און רצון עס צו שרייבן דא. אויב עס איז דיר גאר וויכטיג עמיר עס אדורך טון איבער א גלעזעלע קאווע איין טאג.


.

ביטע ביי יענע מעמד זיי אויך מסביר פארוואס איז נישט געווארען נאך אן עדותשאפט אין יענע פרימיטיווע צייטען חוץ פון מעמד הר סיני


מסכים. בעזר השם.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:03 pm

· #256164
פליז פאר מיין נייע אשכול, איך וויל ענטפערן אויף אלעס אין די אשכול וואס ווערט יעצט געמאכט

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:39 pm

· #256170

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 9:05 pm

· #256172
האסט אבער נישט געגעבן א דוגמה פון אזא מין עדותשאפט חוץ פון מתן תורה

הקטן » פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:35 pm

· #256259
שבת אחים

און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??


דו גלחים האבן טאקע געוואלט האלטן די פויערן in the darkאין זיי האבן אויסגעניצט די איגנערענץ פין די באפעלקערונג

ווידער די נותן התורה מיטיגיט אין איז מצווה צי לערנען אין וויסן - ולמדתם אותם את בניכם וכו, כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים

תורה איז אייביג געווען מונחת בקרן זוית און אפען צי די מעסעס
פאר דעם זענען אידען דעם עם הספר

הוגה » זונטאג מערץ 8, 2015 6:46 pm

· #257499
ליינענדיג דעם שבת דער הפטרה פון אליהו בהר הכרמל און די מופת פון די פייער וואס איז אראפגעקומען פון הימל צו צייגן כלל ישראל דעם אמת איבער השי"ת און להבדיל בעל. איך גלייב אז דער הפטורה איז שטארקע באווייז אקעגן צוויי פון די א.ג. שטארקע יסודות באמונה.
1) די כוזרי'ס ראיה איבער די אומגעבראכענע מסורה קייט פון מעמד הר סיני.
2) די רמב"נ'ס געדאנק אין פרשת בא אז גאט טוט נישט באווייזן אותות און מופתים סתם אזוי, נאר אין מצרים און ביי יציאת מצרים איז עס געווען אן איינמאליגע זאך, און צוליב דעם מאכן מיר אזוי פיל זכר ליציאת מצרים.

אויב איז די כוזרי'ס מסורה אזוי שטארק (אזויווי מאנכע שרייבן אין דער אשכול) דאן פארוואס האט אליהו געדארפט מאכן די אלע שטיק מיט די פייער? פארוואס האט ער נישט געקענט אויפווייזען דעם אמת מיט די כוזרי? פארוואס האט ער נישט אויפגעהויבן א חומש אדער א ספר תורה, אויפגעמישט צו פרשת יתרו און זיי געצייגט דעם פסוק פון לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני, דאס האבן ענקערע זיידעס מקבל געווען פארנט פון מיליאנער אנדערע מענטשן ביים בארג סיני, און מיר ווייסן דאס ווייל זיי האבן עס פארציילט פאר זייערע קינדער, אא"וו ביז היינט? איז נישט דער באווייז פון מסורה און אב אינו משקר א ראיה מוכרחת? גיי פרעג ביי עני קירוב וואלונטיר וועט ער דיר עס זאגן. און דאס איז געווען ס"ה געציילטע דורות אפגערוקט פון די מעמד הר סיני.

און בנוגע די מופת פון די פייער, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט? איז נישט געווען גענוג סתם צו דערמאנען דעם עולם איבער די געוואלדיגע אותות ומופתים וואס גאט האט געטון פאר אונזערע זיידעס אין מצרים? זעהט אויס אז נישט. איז דאך דער רמב"ן לכאורה נישט גערעכט.

ק"פ


.

מאטי » זונטאג מערץ 8, 2015 7:06 pm

· #257505
כ'האב א בעסערע טענה. אויב וואלט דאס געווען אזא שטארקע הוכחה דאן פארוואס האט דאס נישט משכנע געווען הוגה פון ק"ש. אלא מאי איז א סימן אז אפילו מ'הערט דעם כוזרי'ס הוכחה איז נאך אלץ זיך שייך צו דינגן דערויף.

פלאוויוס » זונטאג מערץ 8, 2015 8:43 pm

· #257525
געפילטע פיש
פרייוויליג
מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.

איך ווייס נישט ווער ס'פארציילט אזוי, אבער איינער וואס קען דעם רמב"ם פארציילט דאס נישט איבער.


אויפ'ן פלאץ וואו דער רמב"ם באהאנדלט די הוכחות פון בריאת העולם (קדמות קעגן חידוש) ברענגט דער רמב"ם עטליכע הוכחות וואס די "מדברים" (מוכלאמין, אדער חכמי ה'כלאם') האבן פארמולירט. דער רמב"ם ווארפט אפ אלע באווייזן, און צום סוף דרוקט ער אויס לויב-ווערטער אויף איין איסלאמישן דענקער וואס האט געשריבן אז די איינציגע סיבה צו גלייבן אין חידוש העולם איז וויבאלד ס'איז אזוי געשריבן אין די כתבי הקודש (ד.ה. דער קוראן). דאס לשון פונעם רמב"ם איז ווי פאלגנד:

"המדברים חשבו זאת למגונה מאוד ובזו לאומרו. ואילו דעתי היא שמי מהם שאומר זאת הוא בעל דעה נכוחה מאוד, רחוק מלקבל הטעאה. כי כאשר לא שמע מדבריהם דבר שהוא הוכחה מופתית באמת ומצא שנפשו אינה משלימה עם מה שהם טענו שהוא הוכחה מופתית, אמר שאת הדבר הזה מבינים כמקובל מן השמע (מורה נבוכים א, עה)."

וואס דער רמב"ם אליין האט פארשטאנען איז אפן צו ענדלאזע ויכוחים צווישן פרשנים, אבער ווייניגסטנס איז קלאר אז דער רמב"ם האט געשעצט אמונה פשוטה מער פון דעם איפכא-מסתברא'דיגן פלפול'יזם וואס פירט נישט באמת אין ערגעץ. דער עיקר ציל פונעם מורה נבוכים איז געווען צו "ערמעגליכן" אמיתות התורה אין ליכט פון דער גריכיש-באזירטער טעאלאגיע, אבער ס'איז נישט געקומען צו פארוואנדלען אמיתות התורה אין א וויסנשאפטליכער פראגע.

אמונה פשוטה אין יסודות פון רעליגיע, ווען ס'פרובירט ווייניגסטנס צו שטימען מיט די אלגעמיינע לאגישע אינטואיציעס און געפינסן (ד.ה. ס'זאל נישט זיין קיין סתירה צווישן זיי), איז עס לויט'ן רמב"ם אן אויסגעהאלטענער מהלך.

*

פון דער אנדערער זייט איז נישט ריכטיג צו זאגן אז דער כוזרי האט באזירט זיינע הוכחות אויף "מאטעמאטישע" איבערווייזן, ווי ס'ווערט אפגעמאלן אין דעם אשכול. פאקטיש הייבט זיך אן די הקדמה צום כוזרי מיט'ן חלום פונעם מלך וואס האט געהערט פונעם מלאך די קלארע דיבורים "כוונתך רצויה ומעשיך אינם רצויים". דאס הייסט אז די גאנצע דעבאטע פונעם מלך קומט שוין נאך דער הנחה קדומה אז ס'איז דא א פאדערונג צו ריכטיגע מעשים מצד דעם באשעפער פון דער וועלט.

אינעם ערשטן קאפיטל טרעפט זיך דער מלך מיט'ן פילאזאף און יענער זאגט אים אז גאט פאדערט נישט קיין מעשים. דער מלך ווארפט אים אפ אויפ'ן סמך פון זיין פאראורטייל איבער א "גאט וואס איז גוט", און ממילא מוז זיין אז ער זאל האבן עפעס א פאדערונג צום מענטש, אז ער זאל וועלן טון גוטס. אט די הנחה ווערט נישט איבערגעוויזן אינעם כוזרי. דער כוזרי איז נישט דורכגעפאלן דא מיט א לאגישן פלאנטער, נאר ס'איז קלאר ביי אים אז דער יסוד צו רעליגיע מוז זיך אנהייבן אין געפיל – און ערשט נאכדעם קען מען אנאליזירן וועלכע רעליגיע אנצונעמען.

דער פסוק וואס דער כוזרי ניצט איז "טעמו וראו כי טוב ה'". פונקט ווי מ'קען נישט איבערווייזן דעם טעם פון א זאך, אזוי קען מען נישט איבערווייזן אז גאט איז גוט [אין אנדערע ווערטער, אז גאט פאדערט מעשים פונעם מענטש], אבער דער מענטש וואס איז גרייט צו פארמאכן די אויגן אויף א צייט און געבן דעם "שפרונג פון אמונה" צו גאט'ס שויס, איז אים פארזיכערט אז ער וועט דאס אליין פילן.

*

טראצדעם וואס דער רמב"ם קען דערהערן אזא באגריף ווי אמונה פשוטה, איז עס זייער אנדערש פונעם כוזרי'ס אמונה. לויט'ן רמב"ם מוז די אמונה אין גאט זיין א סוספענדירטע ידיעה – ביז ווי לאנג דער מענטש פילאזאפירט גענוג לאנג און ער באקענט דעם העכסטן פילאזאפישן גאט, וואס איז אין תוך תוכו העכער אלע רעליגיעס (לך דומיה תהילה). אבער לויט'ן כוזרי איז נישט שייך צוצוקומען צו דעם פילאזאפישן גאט אויף קיין שום אופן, נאר דער עיקר קשר ווערט געשאפן מיט'ן אברהמ'ישן גאט – דאס איז דער גאט פון נבואה. אט דער קשר ווערט געשאפן נישט דורך סוספענדירטער ידיעה, נאר דורך אן אינטימער איבערלעבונג ("טעמו וראו").

מיטן גאנצן כבוד צום רמב"ם, איז מסתבר אז דער "גאט פון תנ"ך" איז דער גאט וואס דער כוזרי שילדערט, און נישט דער גאט פון אריסטו. אויך די אמונה וואס די תורה פאדערט איז א געוויסע אינטימע איבערלעבונג (ואהבת את ה' אלקיך – נישט "ותאמין בה' אלקיך"). דאס אז מיר האבן י"ג עיקרים אין וועלכע מיר מוזן גלייבן, איז צו פארדאנקען דעם רמב"ם, ווי אויך די השפעה פון דעם קריסטליכן דאגמאטיזם, אבער דעם תנ"ך איז דער גאנצער באגריף פרעמד. דער מענטש באקענט גאט דורכ'ן פארזוכן זיין תורה, און נישט דורך פלפולים.

דאך, דער רמב"מ'ס מהלך איז זייער א שיינער, און פאר יענע מענטשן וואס זענען פארכאפט אין דעם גריכישן דענקערישן וועג, ווערט אויטאמאטיש פארהאקט דער כוזר'ישער וועג פון טראכטן, און דעמאלט בלייבט דער מורה נבוכים אן איינציגער אויסוועג. די מערהייט פון אונז איז פארכאפט בין תנור לכיריים, וויבאלד אונזער וויסנשאפטליכער וועג פון טראכטן שטימט מער מיט'ן רמב"ם ווי מיט'ן כוזרי, און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו אפעלירן אן אנדערן קנה-מידה ווען ס'קומט צו רעליגיע. אויב וויל מען אבער ארויסגיין פונעם צמצום אין וואס דער מערב חינוך האט אונז אריינגעווארפן, קענען מיר צוריק אננעמען דעם אריגינעלן מהלך המחשבה פונעם מזרח, וואס איז באזירט אויף דעם נביאי'שן חוש אין דער מענטשליכער נשמה. און נאר נאכדעם וואס דער נביאי'שער חוש גייט איין אויף דעם יסוד פון רעליגיע, קען מען אונטערזוכן וועלכע רעליגיע זיך אויסצוקלויבן אויפ'ן סמך פון די כוזר'ישע הוכחות (אדער אויפ'ן סמך פון מסורה).

יאיר » זונטאג מערץ 8, 2015 10:00 pm

· #257545
הערליכע נקודות, פלאוויוס, כדרכך. נאר איין הערה: דער רמב"ם באנוצט זיך אויך מיטן כוזריס ראיה לגבי קבלת עול התורה אין הלכות יסודי התורה פ"ח, כאטש די וואס ווילן וועלן אודאי זאגן אז ער מיינט עפעס טיפער ווי דעם.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 1:06 am

· #257570
ווארט זאגער
שבת אחים

איין זייטיגע קשיא האב איך וואס האט מיך נאך געבאַדערט אלץ קינד, אויב זאגסטו אז אונז דארפן אָנעמען אז די תורה איז פון הימל ווייל מיליאנען מענטשען האבן עס געזעהן און ס׳איז מקובל איש מפּי איש וויאזוי קען זיין אז אפּאר טעג שפעטער ווען משה האט זיך נישט באוויזן אפּאר טעג זענען זיי געגאַנגען מאכן א עגל און געזאגט אלה אלוקי וכו׳ ??? ווען איך זעה ווען די אלע ניסים פון די מכות קריעת ים סוף און דערנאך מעמד הר סיני מיט די אלע קולות וואלט איך נישט געמאכט קיין עגל!!!, און נאך די אלע מעשיות וואס מ׳האט קלאר געזעהן אלע ניסים ווי למשל די ענני הכבוד מיט די מָן איז נאכגעקומען קורח ועדתו ???
די ראשונים זענען מסביר אז די עגל איז געווען פאר אן אמצעי צווישען יודען און אייבערשטן אנשטאט משה רבינו.
און בכלל ווי קען מען גלייבן פּרימיטיוו מענטשען ??? ביז אפּאר הונדערט יאר צוריק האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן און מ׳האט זיי געקענט איינרעדן וואס מ׳האט געוואלט , פון דעי מענטשען ברענגסטו א ראי׳??

ווען פונקטליך האבן זיך מענטשן אויסגעלערנט צו ליינען און שרייבן?

נישט צו לאנג צוריק, ווענדט זיך אין וועלכע לאַנד אדער קאַנטינענט דו רעדסט פון,
דרך אַגב מ׳דארף נישט צוריק גיין אזוי ווייט ס׳איז נאָך דא אסאך פלעצער היינטיגע טעג אין אפריקע און אין אינדיע ווי רוב מענטשען פונעם שטאָט זענען מורא׳דיג צוריק־געשטאַנען און זיי קענען נישט ליינען און שרייבן און מ׳קען זיי פארקויפן די ברוקלין בריטש עני דעי פון די וואָך

דו דינגסט זיך אויף דעם ?

הקטן » מאנטאג מערץ 9, 2015 9:17 am

· #257581
הוגה
ליינענדיג דעם שבת דער הפטרה פון אליהו בהר הכרמל און די מופת פון די פייער וואס איז אראפגעקומען פון הימל צו צייגן כלל ישראל דעם אמת איבער השי"ת און להבדיל בעל. איך גלייב אז דער הפטורה איז שטארקע באווייז אקעגן צוויי פון די א.ג. שטארקע יסודות באמונה.
1) די כוזרי'ס ראיה איבער די אומגעבראכענע מסורה קייט פון מעמד הר סיני.
2) די רמב"נ'ס געדאנק אין פרשת בא אז גאט טוט נישט באווייזן אותות און מופתים סתם אזוי, נאר אין מצרים און ביי יציאת מצרים איז עס געווען אן איינמאליגע זאך, און צוליב דעם מאכן מיר אזוי פיל זכר ליציאת מצרים.

אויב איז די כוזרי'ס מסורה אזוי שטארק (אזויווי מאנכע שרייבן אין דער אשכול) דאן פארוואס האט אליהו געדארפט מאכן די אלע שטיק מיט די פייער? פארוואס האט ער נישט געקענט אויפווייזען דעם אמת מיט די כוזרי? פארוואס האט ער נישט אויפגעהויבן א חומש אדער א ספר תורה, אויפגעמישט צו פרשת יתרו און זיי געצייגט דעם פסוק פון לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני, דאס האבן ענקערע זיידעס מקבל געווען פארנט פון מיליאנער אנדערע מענטשן ביים בארג סיני, און מיר ווייסן דאס ווייל זיי האבן עס פארציילט פאר זייערע קינדער, אא"וו ביז היינט? איז נישט דער באווייז פון מסורה און אב אינו משקר א ראיה מוכרחת?
.


זיי האבן קלאר געגלייבט אין גאט אויך - עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים - זייער היסטערי אין א"י איז נישט געווען אזוי לאנג, זיי האבן פשוט געלעבט דעם כוזרי.זיי האבן געוויסט אז דער בעל האט זיי נישט דארט געברענגט.

ווען אליהו רעדט צו אחאב פאריפט ער זיך אויף אלטע היסטערי (און אחאב פארלייקענט נישט די היסטארישע פאקט) ויאמר לא עכרתי את ישראל כי אם אתה ובית אביך בעזבכם את מצות יהוה ותלך אחרי הבעלים


די אידן האבן אויך געוויסט אז גאט האט געזאגט לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני. אליהו האט זיי נישט אנדעקט דא א נייער גאט. זיי האבן געקענט דעם גאט פין די כוזרי
איך ווייס אויך אז מען טאר נישט רעדען קיין לה"ר, אבער ליידער רעדט איך אמאל יא.
איך לויף נאך געלט וואו דאס וואלט געווען גאט איך בין זיך בוטוח דעראויף חאטש איך גלייב אין גאט פין די כוזרי

אותות און מופתים זאגט דער פסוק איז קיין באווייז נישט אין א יעדער נבאי שקר קען דאס אהערשטעלן.
אויב דאס איז געווען זייער ספק וואלט קיין איינמאליגע פייער גארנישט געטוישט. די נביאי הבעל האבן זיך אויך געגרייט צי מאכן א פייער אין אויב זייער שפיצעל איז איינמאל דארך געפאלן וואלטן זיי נישט אויף געגעבן נאר געטרייט נאך אמאל.

(בנוגע די גאנצע פרשה קען זיי דאס איז געווען אזא shock therapy אז זיי זאלן עקפעריענסען גאט אויף אן אימאשענעל וועג און דאס וועט זיי העלפן זיך אפשאקלען פין די בעל - "טעמו וראו כי טוב ה'" )

פלאוויוס » מאנטאג מערץ 9, 2015 9:44 am

· #257585
@אנאנים, האסט פארפעלט א וויכטיגן פונקט פון דעם וואס איך האב געשריבן.

פלאוויוס

נאכדעם וואס דער נביאי'שער חוש גייט איין אויף דעם יסוד פון רעליגיע, קען מען אונטערזוכן וועלכע רעליגיע זיך אויסצוקלויבן אויפ'ן סמך פון די כוזר'ישע הוכחות (אדער אויפ'ן סמך פון מסורה).


דער מענטש מוז פריער ארויסווייזן א גרייטקייט צו דעם באגריף פון רעליגיע, און אט די גרייטקייט קען אים קיין שום הוכחה שבעולם נישט צושטעלן. דאס הייסט נישט אז מ'שאלטעט אויס דעם שכל, נאר דאס הייסט אז מ'לאזט עס איבער פאר דער צווייטער פאזע פון רעליגיעזיטעט. די ערשטע פאזע איז בסך הכל דער וועג צו א גאט וואס איז אינטערעסירט אין דעם וואס מענטשן טוען. (יעדער מאראליש-באוואוסטזיניגער מענטש בארירט די ערשטע פאזע באיזה אופן שהוא, אבער דער אידעאליסט פילט דאס מער בחוש און בויט זיך אויס א רעליגיעזע השקפה וואס איז באזירט אויף דעם. דערנאך קומט דער "חבר/כוזרי" אריין אין בילד כדי אויסצוקלארן וועלכן רעליגיע-סיסטעם אנצונעמען.)

הקטן » מאנטאג מערץ 9, 2015 9:54 am

· #257587
יסוד היסודות ועמוד החכמות, לידע שיש שם מצוי ראשון.


אויב דאס איז נישט דא איז נישט שייך צי גיין ווייטער.
אויף חכמה אין שכל וואס איז אהער געשטעלט געווארן דארך "רענדעם מיאטעשען" וואס איז נאר א צופאל און א עקסידענט קען מען גארנישט בויען. דאס איז קיין יסוד נישט.

די סיבה פארוואס מען קען ניצן שכל, אויף וויפיל מען קען דאס ניצען, איז נאר ווייל דאס איז א נברא פין השם.
און וואו א יעדער נברא האס דאס אויך גבילים.

ואם יעלה על הדעת שהוא אינו מצוי, אין דבר אחר יכול להימצאות.

including שכל און חקירה

== דאס איז דער רמב"ם ==

פלאוויוס » מאנטאג מערץ 9, 2015 11:29 am

· #257594
[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים, קען זיין איך בין נישט גענוג קלאר געווען אין מיין שרייבן, וועל איך פרובירן זיך בעסער אויסצוקלארן:

1) איך האב נישט געשריבן אז אינטימע געפילן אליין שטעלן אוועק דעם גאנצן יסוד צו רעליגיע, נאר אז זיי שטעלן אוועק די גרייטקייט פאר רעליגיע.

2) דאס וואס דו שרייבסט אז א מעסיגער קלוגער מענטש קען נישט אננעמען דעם מהלך וואס באזירט זיך אויף געפיל, איז נאר צוליב דעם וואס מיר זענען שטארק אינדאקטרינירט געווארן אינעם מהלך המחשבה פון דער מערב-וועלט, אז כדי צו דערגרייכן אן אמת'ן מציאות זענען די פינף חושים דער איינציגער וועג. פאקטיש איז אבער מעגליך אז ס'איז פאראן א נישט-פיזישער מיטל צו באגרייפן מעטאפיזישע אמת'ן. אט דער וועג איז נישט די געווענליכע אינטואיציע, נאר ענדערש א מעדיטאציע.

ווען דער פסוק זאגט "ודע את אלקי אביך" האט דער פסוק גערעדט וועגן א באקאנטשאפט מיט די פינף חושים, אדער וועגן אן אינספירירטער איבערלעבונג (אויפ'ן שטייגער ווי "והאדם ידע את חוה אשתו" אדער ווי רש"י טייטשט אויף "כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו")? אין דער העברעאישער שפראך איז דער פעל פון "ידיעה" נישט באגרעניצט צו די פינף חושים, נאר אויך צו עמאציאנעלע איבערלעבונגען וואס באקענען דעם מענטש מיט נייע מציאות'ן. אזא איבערלעבונג קען זיין ליבשאפט, און ס'קען זיין רעליגיע.

ווען מ'רעדט פון באקענען גאט דורך דעם מהלך, איז אייגנטליך פאראן א ספעקטרום פון גאנץ שוואכע באקאנטשאפט ביז גאר שטארקער באקאנטשאפט. די שוואכסטע ענדע פונעם ספעקטרום געפינט זיך אפילו צווישן קאלט-דענקערישע מערב-מענטשן, ווייל דאס איז די עטישע אוניווערסאלע באוואוסטזיניגקייט, און דער עקסטרעם אויף דער אנדערער זייט איז "נבואה", אדער נאנט צו דעם (דער כוזרי האלט אז כדי צו דערגרייכן "נבואה" אליין איז נישט גענוג אז דער מענטש זאל אריבערגיין אן אקטיווע מעדיטאציע, נאר ס'מוז נאך צוקומען דערצו די החלטה פונעם כביכול זיך צו עפענען פאר'ן מענטש. דער רמב"ם האלט אנדערש, אבער זיין בליק אויף נבואה איז סיי ווי נישט דאס זעלבע ווי דער כוזרי).

גילוי דעת: איך האב קיינמאל נישט דורכגעלערנט דעם כוזרי אדער דעם רמב"ם גופא. אלע מיינע ידיעות זענען פון שפעטערע פרשנים, אין צוגאב צו אויסצוגן וואס כ'האב געזען אין די דערמאנטע ספרים. ובכן בין איך נישט אויטאריזירט צו רעדן אין זייער נאמען, נאר איך שרייב וויאזוי איך האב פארשטאנען.

יידל » מאנטאג מערץ 9, 2015 11:52 am

· #257597
דוכט זיך מיר אז די פאלגנדע נקודה איז נאך נישט אויפגעברענגט געווארן.
איך וויל פארשטיין וויאזוי דער סיפור התגלות הזוהר פרעגט נישט אפ דעם כוזרי'ס ראיה (עכ"פ במקצת).

פלאוויוס » מאנטאג מערץ 9, 2015 2:49 pm

· #257618
נאכאמאל, די פראגע איז וואס מ'וויל דערגרייכן מיט דער ראיה פונעם כוזרי. אויב וויל מען אראפשטעלן דעם יסוד צו אנטאלאגישע פראגעס איז עס טאקע אומקאמפעטענט, און דער כוזרי האט בכלל נישט אינזין געהאט דאס. אויב דער ציל איז אבער נאר צו העכערן דעם סטאנדארט פון אננעמען נבואות, אז מ'זאל נישט קענען צוגלייכן דעם מקור פון אידישער רעליגיעזיטעט צו אנדערע נבואות וואס קומען פונדרויסן, איז דער כוזרי גענוג שטארק.

די מאדערנע וויסנשאפט פון רעליגיע נעמט אן מער ווייניגער דעם צוגאנג פונעם כוזרי, בנוגע דעם יסוד צו רעליגיע. אין דער קריסטליכער וועלט האט סט. אויגוסטין געשפאנט אין דער ריכטונג (אנדערש ווי דער אלגעמיינער דאגמאטיזם וואס האט שפעטער איבערגענומען די קירכע), און אין דער תורת החסידות איז עס זיכער א יסוד (נישט בלויז "אמונה פשוטה" נאר א רעליגיעזע עקסטאזע). מארטין בובער, פון די פאטערס פון מאדערנער רעליגיעזיטעט, האט זיך שטארק באזירט אויף דעם מהלך, און האט אויף די יסודות אויפגעבויט זיין I-Thou טעאריע. פון א מאדערנעם בליק איז דער כוזרי, פונקט ווי סט. אויגוסטין, געלאפן אין ריכטונג פון מאדערנער רעליגיעזיטעט, אבער אין זייערע אייגענע אויגן האבן זיי געשפאנט אין די וועגן פונעם תנ"ך.

אויב איך האב נישט קיין טעות באציען זיך ביידע, סיי דער כוזרי און סיי סט. אויגוסטין, צום פסוק פון "טעמו וראו כי טוב ה'", און אז מ'נעמט אין באטראכט דעם פאקט וואס דער גאנצער תנ"ך האט נישט קיין רעפערענץ צו אמונה/חקירה, קען מען נישט צווייפלען אין זייער אויטענטישקייט. ביידע זענען געווען באקאנט אין דער גריכישער פילאזאפיע, אבער זיי האבן געזוכט צו רעסטארירן די אריגינעלע רעליגיעזיטעט. ס'איז א לאנגער שמועס און איך שטעל מיר פאר אז איך קום נישט ארויס גענוג קלאר, אבער איך פרוביר כאטש אראפצושטעלן די ראשי פרקים. אז איך וועל האבן מער צייט וועל איך עס בלי-נדר מער אויסשרייבן.

יידל » מאנטאג מערץ 9, 2015 2:58 pm

· #257620
פלאוויוס, הונדערט פראצענט. אויב איך בין זיך נישט טועה איז דאס (עכ"פ בערך דאס) טאקע געווען די סיבה פארוואס דער גר"א און שד"ל האבן ביידע אוועקגעמאכט דעם רמב"ם'ס צוגאנג און האבן ליבערשט געוואלט נעמען דעם כוזרי אלץ טעאלאגישער וועגווייזער. מיין פראגע איז נאר געווענדט צו די וואס עקש'נען זיך דווקא יא צו נוצן דעם כוזרי אלץ א ראיה.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 3:41 pm

· #257630
דער בעש"ט איז ביי אונז הייליג נישט ווייל ער האט געלערנט פון אחיה השילוני נאר ווייל ער איז ביי אונז הייליג גלייבן מיר אז ער האט געלערנט ביי אחיה השילוני וכן הוא בהזוה"ק ודו"ק כי קצרתי

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 4:38 pm

· #257639
געוואלדיג
דער בעש"ט איז ביי אונז הייליג נישט ווייל ער האט געלערנט פון אחיה השילוני נאר ווייל ער איז ביי אונז הייליג גלייבן מיר אז ער האט געלערנט ביי אחיה השילוני וכן הוא בהזוה"ק ודו"ק כי קצרתי



ר׳ שמעון בר יוחאי האט געשריבן די זוהר אדערמשה דילאן?
אסאך אחרונים אריינגערעכנט ר׳ יעקב עמדין און דער חתם סופר האבן געהאלטן אז רשב״י האט עס נישט געשריבן ,

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 4:40 pm

· #257642
דער זוהר איז אנגענומען ביי אונז ווייל דער אר"י הק' ועוד גדולי עולפם עולם האבן געאלטן פון דעם זה היה תוכן הערתי לעיל

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 9, 2015 4:48 pm

· #257647
געוואלדיג
דער זוהר איז אנגענומען ביי אונז ווייל דער אר"י הק' ועוד גדולי עולפם עולם האבן געאלטן פון דעם זה היה תוכן הערתי לעיל

משא"כ מתן תורה?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 9, 2015 4:49 pm

· #257649
געוואלדיג
דער זוהר איז אנגענומען ביי אונז ווייל דער אר"י הק' ועוד גדולי עולפם עולם האבן געאלטן פון דעם זה היה תוכן הערתי לעיל


אין זוהר ווערט אראפגעברענגט תנאים וואס האבן נישט געלעבט אין די צייטן פון רשב״י נאר אסאך שפּעטער ווי ער איז נסתלק געווארן , וויאזוי געסטו זיך א עצה מיט דעם ??? רוח הקודש?
און וויאזוי לערנסטו אָפּ דעם חתם סופר וואס זאגט קלאָר אז רשב״י האט עס נישט געשריבן ? און וויאזוי קען זיין אז אין קיין שום ספר ווערט נישט דערמאַנט א ווארט וועגן דעם זוהר ביז פאר 500 יאהר צוריק אין די צייטן פון משה דילאן ???

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:16 pm

· #257652
שבת אחים, די דעבאטע צו די זוהר איז געשריבן געווארן דורך רשב"י צו נישט איז אומרעלעוואנט אהער, די פוינט איז אז גאנץ כלל ישראל, אדער עכ"פ רוב כלל ישראל, האט אנגענומען אז רשב"י האט עס געשריבן, ווען ס'איז געווען אומבאוויסט ביז דעמאלס, בלויז ווייל שפעטערע מקובלים, דער אר"י הקדוש והחבריא האבן געזאגט אזוי. די זעלבע וועג וואלט מען אויך געקענט זאגן פארן עולם אז ס'איז אמאל געווען א מתן תורה, און זאגן אז ס'איז " אנגענומען ביי אונז ווייל דער (אר"י הק') [חז"ל] ועוד גדולי עולם האבן געאלטן פון דעם".

יידל » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:19 pm

· #257655
ווי געפילטע זאגט, די שאלה פון זוהר איז אפגעזען צו מ'גלייבט אז רשב"י האט דאס געשריבן. (אדרבא, לויט די וואס גלייבן אז רשב"י האט דאס געשריבן איז נאך שווערער)

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:22 pm

· #257657
איז דען נישט א חילוק צו מען פארקויפט אז דיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע וכו' אז ער איז דארט געשטאנען, ביז אז מען האט געפונען א ספר און גלייב מיר אז פב"פ האט עס געשריבן?

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:24 pm

· #257658
נאר נאך מתן תורה האבן מיר א מעגליכקייט צו האבן גדולים וואס זאלן האלטן פון דעם זוהר און לכבוד דעם וועלן מיר דאס אננעמען, דהיינו מתן תורה איז ברור, ווען עס ווערט ברור פאר אונז אז א געוויסער איד איז א גדול לפי תורתינו הק' און ער נעמט אן די זוה"ק נעמען מיר דאס אויך אן

הוגה » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:33 pm

· #257664
איז לאמיר דיר פרעגן אזוי, @געוואלדיג, אבער ענטפער מיט אן אמת. אויב קען איך מטיל ספק זיין אין דיין כוזרי'שע קייט, און צייגן למשל אז עס איז געווען א צוויי הונדערט יאר וואס מ'האט נישט געדענקט איבער מתן תורה, דאן וועסטו אנהייבן האבן א ספק אין די ווארהייט פון יהדות, אדער וועסטו ווייטער גלייבן דערין?


.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:33 pm

· #257666
ונבנתה העיר
איז דען נישט א חילוק צו מען פארקויפט אז דיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע וכו' אז ער איז דארט געשטאנען, ביז אז מען האט געפונען א ספר און גלייב מיר אז פב"פ האט עס געשריבן?

בעפאר דו ביזט געווארן געווארן וועגן דעם קדמות הזוהר מדובר וואלט איך דיר נישט געקענט זאגן אז מיר האבן דעם זוהר מקובל איז מפי איש ביז רשב"י, און דו וואלסט מיר געפרעגן וואס נאך איז נייעס. ס'איז א דבר פשוט ביי רוב מענטשען בשעת דאס, אז מיר האבן א מסורה איש מפי איש מאב לבן אויף דעם, איז זיכער נישט אמת.

געוואלדיג
נאר נאך מתן תורה האבן מיר א מעגליכקייט צו האבן גדולים וואס זאלן האלטן פון דעם זוהר און לכבוד דעם וועלן מיר דאס אננעמען, דהיינו מתן תורה איז ברור, ווען עס ווערט ברור פאר אונז אז א געוויסער איד איז א גדול לפי תורתינו הק' און ער נעמט אן די זוה"ק נעמען מיר דאס אויך אן

הייסט אז אן מתן תורה וואלסטו נישט געהאט קיינעם אויף ווען דו קוקסט ארויף? אויב איז נישט געווען קיין מתן תורה איז דער רמב"ם אויס רמב"ם?

נאך מער, ס'זעט אויס אביסל ווי סוירקיולאר לאגיק, שטעל איך פאר ביזט א זון פונעם אר"י הקדוש, דו גלייבסט אין קדמות הזוהר ווייל דער אר"י הקדוש האט אזוי געזאגט, דו גלייבסט דעם אר"י ווייל ס'געווען א מתן תורה, און דו גלייבסט אין מתן תורה ווייל דער אר"י הקדוש זאגט דיר אז ס'געווען א מתן תורה, און דו גלייבסט דיין טאטן ווייל ס'געווען א מתן תורה.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:52 pm

· #257671
א שיינע היכא תמצא

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 9, 2015 5:52 pm

· #257672
אן מתן תורה איז יעדער דענקער א שיינער און גוטער דענקער אבער נישט א וועג ווייזער
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8