☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » יסודות פון אמונה 1 כוזרי

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

354 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

למדן » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:32 pm

· #255330
קאסטנער
די טענה אז מענטשן גלייבן אין דעם וואס עס שמעקט זיי: וואס איז די סיבות וואס שטיפט כלל ישראל צי גלייבן? אויב עפעס האט ער איין גרויסע סיבה פין לעבן אן קיין עול אויף נישט צי גלייבן?

למעשה איז זייער שווער צו לעבן מיט די הכרה אז איך מוטשע זיך פאר גארנישט און איך בין דא פאר גארנישט

קאסטנער » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:32 pm

· #255333
מאטי
ס'איז דא כמה סיבות:

אז "די וועלט" איז א פרוזדור און דער עיקר איז חיי נצחיות.

אז מ'פרעגלט אריין דעם גלויבן אינגערהייט ווען די שכל איז נאכנישט אזוי רייף, און ווען מ'ווערט עלטער איז מען משוחד צו די דיעות וואס מ'ווייסט שוין פון די אינגע יארן.

דאס איז אפשר גיט כהיום אבער תיכף נאך מתן תורה צי וואס זענען די אידן דעמאטס געווען משוחד?

מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:50 pm

· #255337
מאטי
אודאי נאכן באשאף פון שכל דארפן זאכן מאכן סענס אבער מ'האלט דאך יעצט איידער די בריאה, ס'איז נישט פארהאן גארנישט!! נישט שכל, נישט לאגיק. פארוואס דארפן מיר אננעמן אז די בריאה איז באשאפן געווארן שכל'דיג?

מיר האלטן יעצט (ליידער...) נאכן באשאף פון שכל, און דאס איז אונזער איינציגע וועג ווי אזוי מיר קענען טראכטן, און פאר אונז יעצט צוטראכטן נישט לאגיק, איז נישט קיין אפציע, פונקט אזוי ווי איך גיי נישט יעצט טראכטן נישט לאגיק און קיין שום אנדערע זאך אין לעבן.
און נאך א נקודה, מאכן סענס איז לאו דווקא פארבינדן מיט שכל און לאגיק נאר א פוינט אז עס איז נישט מסתבר צוזאגן אז עס איז אנדערש, ודו"ק.

מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:55 pm

· #255339
דו זאגסט א גוטע סברה, ס'איז אבער נישט מוכרח.

מרקד אתלת » זונטאג פעברואר 22, 2015 9:57 pm

· #255341
נו, פארדעם הייסט עס דאך אמונה, א זאך וואס איז נישט "מוכרח" נאר האמת יורה דרכו אז דאס איז די אמת...

כוכב » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:06 pm

· #255344
ביים זען ווארט זאגערס תגובה אין שלום עליכם אשכול האב איך שוין פארשטאנען וואס קומט און נאכן ליינען דעם לאנגען אשכול סגר רבינו עיניו וצעק בקול גדול: קאווע שטיבל רעפיעט איטסעלף.
וועלקאם טו קאווע שטיבל ווארט זאגער.

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:37 pm

· #255356
כבוד בעל באשכול, דיין רייד זייינען שיין, אבער דאס ווערט אנגערופן ״חקירה״. חקירה מיינט אז מען איז חוקר מיטן שכל האם יש מנהיג לבירא, מען בויעט שעפערישע געדאנקן געטריבן דורכן ״חקירה קראפט״ אז עס מוז זיין ״ה׳ אלקי ישראל״, און ״משה אמת ותורתו אמת איז א פאקט ווי הימל און ערד. אבער אויב עס איז געבויעט אויף ״חקירה״ איז עס עפעס וואס מען קען אפשאפן מיט די זעלבע וואפן פון וואס דיין אמונה איז געבויעט.

די הוכחה מכח ״הר סיני״, מיליאנען עדות, איז העכסט איבערצייגונג אבער איז נאך אלס אויף ״חקירה״. א קאנטער קשיא שפיגעלט אבער אפ מיניה וביה, אז מהיכי תיתי? אויב ״דאס״ איז דיין הוכחה, מיינט עס אז עס האט געמוזט זיין מעמד הר סיני בלויז צו איבערצייגן אז יש מנהיג לבירה. און וואס וואלט געווען אויב נישט? אויב נעמסטו ארויס ״הר סיני״ פון די פרקי היסטריה, צופאלט אלעס? אלמלא הר סיני קענסטו עס איבערצייגן? לויט ווי דו ערווענסט און ציטירסט איז דאס די ״מעגע הוכחה״ אז יש מנהיג? לפי זה איז עס היבש איינגעשטעלט, ווייל איינמאל דו נעמסט עס ארויס פון פאזעל, ווערט די גאנצע בנין צופאלן. די ספין פון חקירה מוז גיין אסאך העכער ווי מעמד הר סיני. ווייל מה היו אמרו הבריות לפני מתן תורה? אתמהה?. מיט חקירה איז כמעט נישט מעגליך משיג צו זיין דעם באשעפער. ווייל דו וועסט אייביג ווערן טעאריש צוריק געווארפן. ווייל חקירה איז טעאריש. כמעט אלע ספינס פון חקירה איז יש מקום להיפך.

מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.

אלס א סייד נאוט. חברי השטיבעל, האבן אויבן געפרעגט מעין הפתיחה, אז צענדליגער פאלטשע זאכן גייט פאר גאנצע דעקעטס ולמעלה, טא פארוואס זאגן מיר אז כל דבר ששקר בתחילתו סופו אינו להתקיים? דער ענטפער איז, יא! עס גייען טאקע אן שווערע פאנטאזיעס, ריזיגע לעגענדעס דורי דורות, אבער ״סופו אינו להתקיים״, צום סוף ווערן אלעס צורינען, דער עיקר איז די סוף. אלע פערי טעילס ווערן צובלאזן למחצה לשליש ולרביע. דאס נעמט אריין געשיכטעס, היסטארישע עפיזאדן, מען גלייבט עס פאר יארן, ביז איין טאג קראכט עס צוליב א חידה סתימה.

דער שה אחת גייט שוין אן טויזענטער יארן, וויפיל מען האט עס פראבירן צו אויסלעשן מיט געוואלט, מיט סתירות, מיט גזירות, מיט השמדות, מיט השכלה, מיט ליצנות, אבל ״סופו להתקיים״, לאכן לאכט דער לעצטער. און ער איז דער געווינער. הכל ע״י אמונה פשוטה.

Telegram » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:06 pm

· #255359
מר @פרייוויליג אוי זענט איר גערעכט, ווייל אין אמת'ן לויט די רמב"ם האבן די יודן נישט געהערט פון באשעפער אנכי ה' נאר זיי האבן געהערט א "קול" און נאר משה האט געהערט וואס די קול האט געזאגט און עס איבער געטיישט פאר די יודן, אויב אזוי פאלט צוזאם די גאנצע זאך פון מתן תורה אז מען האט אליין געהערט פון באשעפער אנכי ה'

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:19 am

· #255381
ווארט זאגער
מאטי
ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?

מרקד אתלת

צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.

זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.
rationalwiki.org/wiki/First_cause

מרקד אתלת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:22 am

· #255382
דיין קשיא איז א קשיא פאר זיך, עס האט נישט קיין שום שייכות מיט וואס איך האב געשריבן
און די ענטפער איז פשוט, זאכן וואס אונז זעהן און פארשטיין צו דעם קען מען אונז חוקר זיין מיט שכל און זאגן אז על כרחך האט דאס איינער געמאכט
אויף זאכן וואס מיר ווייסן נישט וואס דאס איז האט דאך נישט קיין פשט צו חוקר זיין

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:30 am

· #255384
ווארט זאגער

איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט נישט קיין חילוק אויב זיי האבן נישט געקענט קיין אשורית ער איז געקומען דערציילען פאקטען וואס זיי האבן געדארפט האבען מקבל געווען פון זייערע עלטערען און מכח דעם זיי געהייסען זיך אפשיידען פון זייערע גויאישע ווייבער און קינדער, און זיי האבען געגלייבט? דו האסט 'עפעס' א ראי' אויף דיין טעאריע? ווען איך זאל דיר קומען דערציילען אז קרייץ ציגלער איז קיינמאל נישט געווען נאר ס'איז א לעגענדע דערציילט דורך אזוי גערופענע היסטאריקער נאך די צייטען פון די פינסטערע מיטל אלטער וועסטו מיך גלייבען?

קודם כל ווער זאגט זיי האבן געגלייבט? מ'זעט ווייטער אז די נביאים פון בית שני רעדן זיך אפ אויף די אידן וואס האבן נישט אפגעלאזט די גוישע ווייבער. צווייטענס, די וואס האבן יא געפאלגט, דארפסטו פארשטיין וואס ס'איז דא געשען. ביים חורבן בית ראשון האט מלכות בבל גענומען די עליטע פונעם פאלק, די רייכע, די געלערענטע, די כהנים, וועם זיי האבן נאר געטראכט אז זיי וועלן זיך קענען צאמנעמען און מאכן אן אויפשטאנד האבן זיי גענומען מיט זיך קיין בבל. ווי ס'ווערט געברענגט אין מלכים "הגלה את כל ירושלים ואת כל השרים ואת כל גבורי החיל עשרת אלפים גולה וכל החרש והמסגר, לא נשאר זולת דלת עם הארץ."

ס'מיינט אז אין א"י איז איבערגעבליבן ממש די ארימסטע פרימיטיווסטע חלק פון פאלק, ווי מ'זעט טאקע אז אין די 70 יאר האבן זיי כמעט פארלוירן זייער נאציאנאלע אידענטיטעט, פארגעסן פון תורה ומצוות, און געלעבט געמישט מיט זייער כנענישע שכנים. יעצט ווען די פרסיים האבן איינגענומען בבל, און כורש האט געוואלט צוריק אויפבויען ירושלים האט ער ארויפגעשיקט פונעם בעסטן און שענסטן, עזרא וחבריו, כאריזמאטישע שטארקע מנהיגים, זיי קומען צוריק אין לאנד, זיי געבן פארן אויסגעלאשענע פאלק נאכאמאל א אויפגעבויעטע בית המקדש, עפעס וואס מאכט זיי, די אידן, זיך פילן בעסער פון די גוישע שכנים, א נאציאנאלע שטאלצקייט, אודאי וועלן זיי זיך צוכאפן דערצו, מ'וואלט זיי געקענט פארקויפן פיתום ורעמסס. שטייט טאקע דארט אז מ'האט זיי געדארפט דערמאנען די בעיסיקס, יו"ט פסח, סוכות, וכדו'.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:32 am

· #255385
מרקד אתלת
דיין קשיא איז א קשיא פאר זיך, עס האט נישט קיין שום שייכות מיט וואס איך האב געשריבן
און די ענטפער איז פשוט, זאכן וואס אונז זעהן און פארשטיין צו דעם קען מען אונז חוקר זיין מיט שכל און זאגן אז על כרחך האט דאס איינער געמאכט
אויף זאכן וואס מיר ווייסן נישט וואס דאס איז האט דאך נישט קיין פשט צו חוקר זיין

איך follow נישט פונקטליך די שמועס, אבער כ'מיין אז די נושא איז דא אז די קאמפיצירטע וועלט, א אויג, אן עפל, קען זיך נישט אליינס באשאפן, ס'מאכט נישט קיין סענס, ממילא מוז זיין א בורא, וואס דאס איז פארשטייען מיר נישט, וואס דער אומפארשטענדליכע זאך האט באשאפן די פארשטענדליכע. ועל זה היתה תגובתי.

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:33 am

· #255386
געפילטע פיש
ווארט זאגער
מאטי
ניין, לויט דעם איז מעגליך אז זאכן זענען אליינס באשאפן געווארן, ס'מאכט נישט קיין סענס פרעגסטו? ס'דארף נישט....

נאכאמאל. אויף פארשטייסטו אז די עצם זאך אז יעדע זאך אין בריאה מאכט סענס דאס איז א ראי' אויפן בורא, אויב אזוי איז דאך איינס מיט איינס אז דער בורא האט קודם באשאפען די מושג מאכן סענץ, און אויב אזוי איז די ערשטע בריאה די מושג מאכן סענץ און נאכדעם איז אלעס באשאפן געווארן לויט די כלל. פארוואס זאל איך גיין זאגען אז ס'דא זאכן וואס מאגן נישט קיין סענץ אין די בריאה?

מרקד אתלת

צו זאגן אז זאכן דארפן נישט מאכן סענס, און עס איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן אזא מושג אז זאכן דארפן מאכן סענס
דארף מען האבן אמונה פשוטה ותמימה ביותר. די שכל הישר והפשוט (וואס איך ווייס נישט ווער עס האט דאס באשאפן) זאגט אז די ערשטע אפציא איז ריכטיג.

זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.
rationalwiki.org/wiki/First_cause

וויבאלד דיין מוח איז געשלאסן אין א צמצום אז יעדער זאך מוז האבן א אנהייב און א ענדע, א יוצר ונברא, ממילא פארשטייסטו נישט וואס עס איז געווען פאר בראשית. אלזא, דו קענסט עס נישט פארשטיין, ווייל דיין מוח איז נישט עפליקעבעל צו יצורי היוצר. יא! אודאי איז דא א בורא, א לעכטיגער בורא ומנהיג, וואס געבט דיר יעצט כח צו ליינען מיינע שורות. און אויב פארשטייסטו נישט אז דיין יצור איז אויסגעפארעמט ביי א יד העליון און איז משגיח אויף דיר בפרטיות דאן ביסטו אפגעשניטן פון די מושג וואס הייסט שכל הישר״. אפילו דו וועסט ערלויבן א בהמה צו גענען עקסעס צו די זאך וואס הייסט שכל, און ער וועט נאר באקומען א פרעקשען פון א משהו שכל אפילו פאר א האלבע רגע, וועט ער אויך משיג זיין אז יש מנהיג לבירה.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:35 am

· #255387
פרייוויליג
מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.

איך ווייס נישט ווער ס'פארציילט אזוי, אבער איינער וואס קען דעם רמב"ם פארציילט דאס נישט איבער.

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:37 am

· #255388

אזעלכע מגיבי ק״ש וואס האבן נאך געקענט די רמב״ם פון אינדערהיים ווייסן צו פארציילן אז דאס קען נישט זיין אמת. פשוט צוליב די פאקט אז עס צעווארפט זייער גאנצע בינטעל היי.

בל״נ איך גיי אפיר זיכן די מקור וואו די ״רמב״ם בכבודו ובעצמו שרייבט דאס.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:38 am

· #255390
פרייוויליג

וויבאלד דיין מוח איז געשלאסן אין א צמצום אז יעדער זאך מוז האבן א אנהייב און א ענדע, א יוצר ונברא, ממילא פארשטייסטו נישט וואס עס איז געווען פאר בראשית. אלזא, דו קענסט עס נישט פארשטיין, ווייל דיין מוח איז נישט עפליקעבעל צו יצורי היוצר. יא! אודאי איז דא א בורא, א לעכטיגער בורא ומנהיג, וואס געבט דיר יעצט כח צו ליינען מיינע שורות. און אויב פארשטייסטו נישט אז דיין יצור איז אויסגעפארעמט ביי א יד העליון און איז משגיח אויף דיר בפרטיות דאן ביסטו אפגעשניטן פון די מושג וואס הייסט שכל הישר״. אפילו דו וועסט ערלויבן א בהמה צו גענען עקסעס צו די זאך וואס הייסט שכל, און ער וועט נאר באקומען א פרעקשען פון א משהו שכל אפילו פאר א האלבע רגע, וועט ער אויך משיג זיין אז יש מנהיג לבירה.

אד האמינום, no true scotsman, פערזענליכע אטאקעס, וואס נאך קענסטו אריינפאקן אין איין קורצע תגובה? וואס איז בכלל שלא מן הענין. קיינער לייקענט נישט דא אין מציאת השם, מ'רעדט וועגן ספעציפישע "ראיות" צו זיי זענען ראיות מוכיחות צו נישט.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:39 am

· #255391
פרייוויליג
אזעלכע מגיבי ק״ש וואס האבן נאך געקענט די רמב״ם פון אינדערהיים ווייסן צו פארציילן אז דאס קען נישט זיין אמת. פשוט צוליב די פאקט אז עס צעווארפט זייער גאנצע בינטעל היי.

בל״נ איך גיי אפיר זיכן די מקור וואו די ״רמב״ם בכבודו ובעצמו שרייבט דאס.

מיר ווארטן מיט שפאנונג.

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:42 am

· #255392
איך האב ארויסגעליינט דברים ברורים לעניים וואס דו האסט געשריבן:

זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.

ועל זה הגבתי. מיין תגובה איז געווען א קלארע זאכליכע ענטפער צו דיין שלל פון היי.

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:46 am

· #255394
געפילטע פיש
פרייוויליג
אזעלכע מגיבי ק״ש וואס האבן נאך געקענט די רמב״ם פון אינדערהיים ווייסן צו פארציילן אז דאס קען נישט זיין אמת. פשוט צוליב די פאקט אז עס צעווארפט זייער גאנצע בינטעל היי.

בל״נ איך גיי אפיר זיכן די מקור וואו די ״רמב״ם בכבודו ובעצמו שרייבט דאס.

מיר ווארטן מיט שפאנונג.

איך האב עס לכאורה געזען אין די ריזיגער הקדמה צו שער היוחד, פון איינער פון די פירושים, וואו איינער ציטירט די רמב״ם. איך דארף עס איבערלערנען נאכאמאל. כשיהא פנאי אי״ה.

אבער גייסטו דען דאמאלטס טוישן דיין מיינונג. מה יועיל בזה.

Telegram » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:20 am

· #255408
לויט ווי איך געדענק איז עס נאר געווען ספר דברים. קען זיין איך מאך א מיסטעיק

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:51 am

· #255429
פרייוויליג
כבוד בעל באשכול, דיין רייד זייינען שיין, אבער דאס ווערט אנגערופן ״חקירה״. חקירה מיינט אז מען איז חוקר מיטן שכל האם יש מנהיג לבירא, מען בויעט שעפערישע געדאנקן געטריבן דורכן ״חקירה קראפט״ אז עס מוז זיין ״ה׳ אלקי ישראל״, און ״משה אמת ותורתו אמת איז א פאקט ווי הימל און ערד. אבער אויב עס איז געבויעט אויף ״חקירה״ איז עס עפעס וואס מען קען אפשאפן מיט די זעלבע וואפן פון וואס דיין אמונה איז געבויעט.

די הוכחה מכח ״הר סיני״, מיליאנען עדות, איז העכסט איבערצייגונג אבער איז נאך אלס אויף ״חקירה״. א קאנטער קשיא שפיגעלט אבער אפ מיניה וביה, אז מהיכי תיתי? אויב ״דאס״ איז דיין הוכחה, מיינט עס אז עס האט געמוזט זיין מעמד הר סיני בלויז צו איבערצייגן אז יש מנהיג לבירה. און וואס וואלט געווען אויב נישט? אויב נעמסטו ארויס ״הר סיני״ פון די פרקי היסטריה, צופאלט אלעס? אלמלא הר סיני קענסטו עס איבערצייגן? לויט ווי דו ערווענסט און ציטירסט איז דאס די ״מעגע הוכחה״ אז יש מנהיג? לפי זה איז עס היבש איינגעשטעלט, ווייל איינמאל דו נעמסט עס ארויס פון פאזעל, ווערט די גאנצע בנין צופאלן. די ספין פון חקירה מוז גיין אסאך העכער ווי מעמד הר סיני. ווייל מה היו אמרו הבריות לפני מתן תורה? אתמהה?. מיט חקירה איז כמעט נישט מעגליך משיג צו זיין דעם באשעפער. ווייל דו וועסט אייביג ווערן טעאריש צוריק געווארפן. ווייל חקירה איז טעאריש. כמעט אלע ספינס פון חקירה איז יש מקום להיפך.

מען פארציילט אז דער רמב״ם האט אנגענומען יש מנהיג לבירה מכח אמונה פשוטה!. זיינע גרויסע חיבורים האט ער פארפאסט פאר תועה בינה, זיי צו טשעלענדזשען מיט רייד אויף די אנדערע זייט מטבע. אבער למעשה האט ער אליין אויך געדארפט צו קומען צו אמונה פשוטה. אמונה פשוטה מיינט איך גלייב מיין טאטע, וואס ער האט געגלייבט זיין טאטע, און ער זיין טאטע ביז ארויף לימי הקדמונים. דו קענסט אזא מענטש נישט אפשטויסן, ווייל אמונה פשוטה איז נישט געבויעט טעאריש.

אלס א סייד נאוט. חברי השטיבעל, האבן אויבן געפרעגט מעין הפתיחה, אז צענדליגער פאלטשע זאכן גייט פאר גאנצע דעקעטס ולמעלה, טא פארוואס זאגן מיר אז כל דבר ששקר בתחילתו סופו אינו להתקיים? דער ענטפער איז, יא! עס גייען טאקע אן שווערע פאנטאזיעס, ריזיגע לעגענדעס דורי דורות, אבער ״סופו אינו להתקיים״, צום סוף ווערן אלעס צורינען, דער עיקר איז די סוף. אלע פערי טעילס ווערן צובלאזן למחצה לשליש ולרביע. דאס נעמט אריין געשיכטעס, היסטארישע עפיזאדן, מען גלייבט עס פאר יארן, ביז איין טאג קראכט עס צוליב א חידה סתימה.

דער שה אחת גייט שוין אן טויזענטער יארן, וויפיל מען האט עס פראבירן צו אויסלעשן מיט געוואלט, מיט סתירות, מיט גזירות, מיט השמדות, מיט השכלה, מיט ליצנות, אבל ״סופו להתקיים״, לאכן לאכט דער לעצטער. און ער איז דער געווינער. הכל ע״י אמונה פשוטה.

איך בין געקומען אין דעם אשכול צו מסביר זיין דעם כוזרי'ס שיטה און למעשה האב איך נאך נישט געזעהן דא איין שום טענה וואס קען עס אפרעגן! די קשיא מהיכי תיתי איז נישט קיין שום קשיא אויב ס'האט נישט קיין דעקונג! היסטאריע פון די וועלט נישט נאר פון כלל ישראל האט כללים כ'רעד נישט יעצט פון סקעפטיקער וואס האלטען אז די פענטאגאן האט אראפ געווארפן די טווין טאוערס, היסטאריע פון די וועלט האט א וועג וויאזוי ס'ארבעט און וועלכע קשיות מ'קען פרעגן. די מציאות איז אז כלל ישראל האט א היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה ביז יעצט אן קיין הפסקה, אפילו אויב מ'ווייסט נישט אפשר אמאל געוויסע פרטים במשך הדורות, אבער באופן כללי איז עס פונקטליך געשריבען, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום קשיא מער ווי אויף די פאקט אז אן אטאם האט אויפגעריסען אין היראשימא אדער מער ווי אויף די היסטאריע פון סיי וועלכע פאלק. מ'קען פונקט אזוי פרעגען אפשר איז קיינמאל נישט געווען קיין פילוסופים אין יון? אפשר איז עס א פאבריקאציע אריינגעקומען אין די תקופה פון רענעסאנץ אויפצובויען די מדע?. אבער יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא כללים אין היסטאריע. נישט אומזיסט איז די גאנצע וועלט מודה אין תנ"ך פון כורש ביז די יו ען פאר די הקמת המדינה, יעצט אויב איינער וויל אויסבויען א טעאריע ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די תורה און פארענטפערען אלע קשיות אויף דעם זייער גערן כ'בין גרייט צו הערן, למעשה קענסט זעהן קיינער זאגט דא נישט קיין איין וועג וויאזוי קען זיין אז דאס זאל אריינגעקומען אין די היסטאריע בגניבה און די גאנצע וועלט זאל עס אננעמען אבער קיינער זאל נישט דערמאנען אפילו ברמז דעם מחדש פונם טעאריע.

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:53 am

· #255430
געפילטע פיש

זאגסטו אז ס' מוז זיין א בורא ווייל אן דעם פארשטייט מען נישט וויאזוי די נברא איז צושטאנד געקומען. אויב יעדע זאך מוז האבן א בורא מוז דאך דער בורא אויך האבן א בורא, און אויב וועסטו זאגן אז דער בורא איז א ספעציעלע מין מציאות וואס איז אלעמאל געווען אדער וואס מיר קענען נישט פארשטיין, קענסטו דאך די זעלבע זאגן ווען די בריאה אויך.
rationalwiki.org/wiki/First_cause

קוק א תשובה אויף דיין שאלה אין חובה"ל שער היחוד פ"ה און פ"ו.

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:16 am

· #255433
געפילטע פיש

קודם כל ווער זאגט זיי האבן געגלייבט? מ'זעט ווייטער אז די נביאים פון בית שני רעדן זיך אפ אויף די אידן וואס האבן נישט אפגעלאזט די גוישע ווייבער.
ביטע צייכן אן ווי מ'רעדט זיך אפ אז מ'האט נישט געפאלגט. זעה עזרא י' טז- יז, ונחמי' ט ב' ויבדלו זרע ישראל מכל בני נכר,
צווייטענס, די וואס האבן יא געפאלגט, דארפסטו פארשטיין וואס ס'איז דא געשען. ביים חורבן בית ראשון האט מלכות בבל גענומען די עליטע פונעם פאלק, די רייכע, די געלערענטע, די כהנים, וועם זיי האבן נאר געטראכט אז זיי וועלן זיך קענען צאמנעמען און מאכן אן אויפשטאנד האבן זיי גענומען מיט זיך קיין בבל. ווי ס'ווערט געברענגט אין מלכים "הגלה את כל ירושלים ואת כל השרים ואת כל גבורי החיל עשרת אלפים גולה וכל החרש והמסגר, לא נשאר זולת דלת עם הארץ." ס'מיינט אז אין א"י איז איבערגעבליבן ממש די ארימסטע פרימיטיווסטע חלק פון פאלק, ווי מ'זעט טאקע אז אין די 70 יאר האבן זיי כמעט פארלוירן זייער נאציאנאלע אידענטיטעט, פארגעסן פון תורה ומצוות, און געלעבט געמישט מיט זייער כנענישע שכנים.
ארץ ישראל איז געבליבען גענצליך ליידיג במשך די 70 יאר כמבואר בירמי' אז די איבערגעבליבענע יודען זענען געגאנגען קיין מצרים און דארט געשטארבן
יעצט ווען די פרסיים האבן איינגענומען בבל, און כורש האט געוואלט צוריק אויפבויען ירושלים האט ער ארויפגעשיקט פונעם בעסטן און שענסטן, עזרא וחבריו, כאריזמאטישע שטארקע מנהיגים, זיי קומען צוריק אין לאנד, זיי געבן פארן אויסגעלאשענע פאלק נאכאמאל א אויפגעבויעטע בית המקדש, עפעס וואס מאכט זיי, די אידן, זיך פילן בעסער פון די גוישע שכנים, א נאציאנאלע שטאלצקייט, אודאי וועלן זיי זיך צוכאפן דערצו, מ'וואלט זיי געקענט פארקויפן פיתום ורעמסס. שטייט טאקע דארט אז מ'האט זיי געדארפט דערמאנען די בעיסיקס, יו"ט פסח, סוכות, וכדו'.

דאס אז ס'איז געווען א ביהמ"ק פארן חורבן איז קלאר ווייל כורש האט דאך געהייסען צוריק אויפבויען דעם ביהמ"ק און צוריקגעגעבן די כלי המקדש וואס נבוכדנצר האט צוגענומען. ווען האט מען עס געבויעט? אויף וועמענס באפעל? וועמען האט מען דארט געדינט? פארוואס נאר כהנים? פון ווי שטאמען די הלכות קרבנות? אלעס איז דאך עזרא הסופר'ס פאבריקאציע?!
און יענע צייטען זענען נאר צוריק געקומען א קליינע חלק נאר שפעטער איז יעדער צוריק געקומען פארוואס האט דאס יעדער אנגענומען שפעטער.
פארוואס האבן די אלע גדולי ישראל אנגענומען אזעלכע שטותים פון עזרא למשל נחמי' וואס איז געקומען שפעטער און אלע אנשי כנסת הגדולה וואס נערנים זענען זיי לכו"ע נישט געווען.
די שומרונים האן געטוען אלע מעגליכקייטן צו אפשוואכן יהדות די זעלבע די כותיים פארוואס האבן זיי נישט געקענט אויסלאכן עזרא'ס טעאריע פארוואס האבן זיי געמוזט אננעמען כאטש די תורה שבכתב אויב די גאנצע זאך איז א פאבריקאציע אינגאנצען אפאר יאר אלט ?

Telegram » מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:00 am

· #255439
ווארט זאגער
איך בין געקומען אין דעם אשכול צו מסביר זיין דעם כוזרי'ס שיטה און למעשה האב איך נאך נישט געזעהן דא איין שום טענה וואס קען עס אפרעגן! די קשיא מהיכי תיתי איז נישט קיין שום קשיא אויב ס'האט נישט קיין דעקונג! היסטאריע פון די וועלט נישט נאר פון כלל ישראל האט כללים כ'רעד נישט יעצט פון סקעפטיקער וואס האלטען אז די פענטאגאן האט אראפ געווארפן די טווין טאוערס, היסטאריע פון די וועלט האט א וועג וויאזוי ס'ארבעט און וועלכע קשיות מ'קען פרעגן. די מציאות איז אז כלל ישראל האט א היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה ביז יעצט אן קיין הפסקה, אפילו אויב מ'ווייסט נישט אפשר אמאל געוויסע פרטים במשך הדורות, אבער באופן כללי איז עס פונקטליך געשריבען, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום קשיא מער ווי אויף די פאקט אז אן אטאם האט אויפגעריסען אין היראשימא אדער מער ווי אויף די היסטאריע פון סיי וועלכע פאלק. מ'קען פונקט אזוי פרעגען אפשר איז קיינמאל נישט געווען קיין פילוסופים אין יון? אפשר איז עס א פאבריקאציע אריינגעקומען אין די תקופה פון רענעסאנץ אויפצובויען די מדע?. אבער יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא כללים אין היסטאריע. נישט אומזיסט איז די גאנצע וועלט מודה אין תנ"ך פון כורש ביז די יו ען פאר די הקמת המדינה, יעצט אויב איינער וויל אויסבויען א טעאריע ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די תורה און פארענטפערען אלע קשיות אויף דעם זייער גערן כ'בין גרייט צו הערן, למעשה קענסט זעהן קיינער זאגט דא נישט קיין איין וועג וויאזוי קען זיין אז דאס זאל אריינגעקומען אין די היסטאריע בגניבה און די גאנצע וועלט זאל עס אננעמען אבער קיינער זאל נישט דערמאנען אפילו ברמז דעם מחדש פונם טעאריע.

מען קען עס יא אפרעגן, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן.

עס שטייט אין  דברים ד, יב. וַיְדַבֵּר ה' אֲלֵיכֶם, מִתּוֹךְ הָאֵשׁ:  קוֹל דְּבָרִים אַתֶּם שֹׁמְעִים. זאגט די רמב"ם אז פארוואס שטייט קול דברים און נישט פלעין דברים? ווייל די יודן האבן נישט געהערט קיין ווערטער זיי האבן נאר געהערט א קול, און משה רבינו האט זיי געזאגט וואס די קול האט געזאגט.

אויב אזוי קען איינער קומען זאגן אז עס איז טאקע געווען א מתן תורה, אבער וואס איז שוין געווען דארט? מען האט געהערט א קול? נו, יעדע כישוף מאכער קען טון אזא זאך.

וועגן דעם איז נישט ווערט צו חוקר זיין נאר גיין מיט אמונה פשוטה

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:54 am

· #255448
אויב איז ארץ ישראל געבליבן ליידיג צו וועם האט עזרא גערעדט ווען ער האט געזאגט וְהִבָּדְלוּ מֵעַמֵּי הָאָרֶץ, וּמִן-הַנָּשִׁים הַנָּכְרִיּוֹת?

און דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען? וואו זעסטו אין מיינע ווערטער אז ס'נישט געווען קיין בית ראשון? האב איך געזאגט אז די גאנצע תורה איז דעמאלס אויסגעטראכט געווארן פונדאסניי? הלכות קרבנות? איך ווייס נישט אויב ס'בכלל דא אזא שיטה אז עזרא האט דאס אלעס ארויסגעזויגן פון פינגער. זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער לערן אביסל בעסער אידישע היסטאריע, קענסט אנהויבן מיט נ"ך. די גדולי ישראל האבן אנגענומען עזרא? ער איז געווען די גדול בישראל, ער מיט זיינע חברים נחמיה מיט די אנשי כנסת הגדולה, וואס ער האט אוועקגעשטעלט. די שומרונים האבן געוואלט אפשוואכן? זיי האבן געוואלט פטור ווערן פון די גאנצע אבער בלית ברירה האבן זיי געמוזט אננעמען כאטש תורה שבכתב? פארקערט! די שומרונים האבן זיך געהאלטן כיהודים לכל דבר, אייניקלעך פון שבט מנשה ואפרים, און זיי האבן געהאלטן זיי האבן פונקט אזא רעכט צו זאגן פשט אין די תורה, און פארשטייט זיך אז זיי מוזן נישט אננעמען וואס די אנשי כנסת הגדולה זאגן. ביזן היינטיגן טאג האלטן זיי אזוי, זיי האבן א תורה וואס איז זייער ענליך צו אונזערס, מיט כוהנים און אן עבודה אויף הר גריזים.

ווארט זאגער

ביטע צייכן אן ווי מ'רעדט זיך אפ אז מ'האט נישט געפאלגט. זעה עזרא י' טז- יז, ונחמי' ט ב' ויבדלו זרע ישראל מכל בני נכר,

קוק ווייטער אין נחמיה י"ג ווי די עולם האט נישט געפאלגט, און שפעטער אין מלאכי ב', ווי אויך זעט מען די גרויסע מערכות זיי האבן געדארפט פירן צו reeducate דעם עולם, מ'האט געמוזט פארשפארן די טויערן אום שבת כדי די עולם זאלן נישט קומען מאכן ביזנעס אין מארק שבת, מ'האט געדארפט אויסלערנען פארן עולם די ימים טובים, סוכות שטייט אז מ'האט דעמאלס געמאכט די ערשטע מאל סוכות אין ווייסעך וויפיל יאר.

למדן » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:13 pm

· #255453
ביים צווייטן בית המקדש האט אויס געקוקט אביסל ווי אונז נאכן קריג, כ' ווער ווען געבוירן אביסל פריער קען מען ווען זעהן גרויסע זאכן, פון איין זייט דעם בעש''ט איבער די שטעט און דערפער און פון די צווייטע זייט ר' לייב שרה'ס קראסן דעם ריווער מיט א פאטשיילע דערנאך דעם דברי חיים עסן דעם קרבן פסח מיט די שמאלץ ביי צפון, און היינט וואס איז אונז נעבעך דא געבליבן.

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:37 pm

· #255456
למדן
ביים צווייטן בית המקדש האט אויס געקוקט אביסל ווי אונז נאכן קריג, כ' ווער ווען געבוירן אביסל פריער קען מען ווען זעהן גרויסע זאכן, פון איין זייט דעם בעש''ט איבער די שטעט און דערפער און פון די צווייטע זייט ר' לייב שרה'ס קראסן דעם ריווער מיט א פאטשיילע דערנאך דעם דברי חיים עסן דעם קרבן פסח מיט די שמאלץ ביי צפון, און היינט וואס איז אונז נעבעך דא געבליבן.

מיין שאלה איז וואו זענען געווען די "למדנים" דעמאלס?

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:48 pm

· #255458
געפילטע פיש
אויב איז ארץ ישראל געבליבן ליידיג צו וועם האט עזרא גערעדט ווען ער האט געזאגט וְהִבָּדְלוּ מֵעַמֵּי הָאָרֶץ, וּמִן-הַנָּשִׁים הַנָּכְרִיּוֹת?
צו די יודען וואס זענען ארויף געקומען פון בבל.

און דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען? וואו זעסטו אין מיינע ווערטער אז ס'נישט געווען קיין בית ראשון? האב איך געזאגט אז די גאנצע תורה איז דעמאלס אויסגעטראכט געווארן פונדאסניי? הלכות קרבנות? איך ווייס נישט אויב ס'בכלל דא אזא שיטה אז עזרא האט דאס אלעס ארויסגעזויגן פון פינגער. זאלסט מיר זייער אנשולדיגן, אבער לערן אביסל בעסער אידישע היסטאריע, קענסט אנהויבן מיט נ"ך. די גדולי ישראל האבן אנגענומען עזרא? ער איז געווען די גדול בישראל, ער מיט זיינע חברים נחמיה מיט די אנשי כנסת הגדולה, וואס ער האט אוועקגעשטעלט. די שומרונים האבן געוואלט אפשוואכן? זיי האבן געוואלט פטור ווערן פון די גאנצע אבער בלית ברירה האבן זיי געמוזט אננעמען כאטש תורה שבכתב? פארקערט! די שומרונים האבן זיך געהאלטן כיהודים לכל דבר, אייניקלעך פון שבט מנשה ואפרים, און זיי האבן געהאלטן זיי האבן פונקט אזא רעכט צו זאגן פשט אין די תורה, און פארשטייט זיך אז זיי מוזן נישט אננעמען וואס די אנשי כנסת הגדולה זאגן. ביזן היינטיגן טאג האלטן זיי אזוי, זיי האבן א תורה וואס איז זייער ענליך צו אונזערס, מיט כוהנים און אן עבודה אויף הר גריזים.
נו איז דאך גוט פארוואס קען מען נישט ברענגען היסטאריע פאר אן הוכחה אז מיר האבן שוין די תורה פון מעמד הר סיני?
ווארט זאגער

ביטע צייכן אן ווי מ'רעדט זיך אפ אז מ'האט נישט געפאלגט. זעה עזרא י' טז- יז, ונחמי' ט ב' ויבדלו זרע ישראל מכל בני נכר,

קוק ווייטער אין נחמיה י"ג ווי די עולם האט נישט געפאלגט, און שפעטער אין מלאכי ב', ווי אויך זעט מען די גרויסע מערכות זיי האבן געדארפט פירן צו reeducate דעם עולם, מ'האט געמוזט פארשפארן די טויערן אום שבת כדי די עולם זאלן נישט קומען מאכן ביזנעס אין מארק שבת, מ'האט געדארפט אויסלערנען פארן עולם די ימים טובים, סוכות שטייט אז מ'האט דעמאלס געמאכט די ערשטע מאל סוכות אין ווייסעך וויפיל יאר.

יישר כח פאר די ציטוט אבער בנוגע די גויאישע ווייבער שטייט דארט וטהרתים מכל נכר

למדן » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:09 pm

· #255461
דער עיקר איז אז ווארטזאגערס זענען געווען

יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:10 pm

· #255462
נו, וואס בלייבט איז דא א גאט אדער נישט?

למדן » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:20 pm

· #255465
זיכער אז יא, קענסט רואיג גיין שלאפן

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:34 pm

· #255471
ווארט זאגער

יישר כח פאר די ציטוט אבער בנוגע די גויאישע ווייבער שטייט דארט וטהרתים מכל נכר

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט. נחמיה איז ארויפגעקומען קיין ירושלים יארן שפעטער, נאכדעם וואס עזרא האט שוין פראבירט אפצוטיילן דעם עולם פון די גוישע ווייבער, זאגט ער דארט אז ער האט געארבעט אויף אפצוטיילן די עליטע עולם, די כוהנים, די רייכע שרים, פון זייערע פרעמדע ווייבער, דערנאך איז ער צוריק קיין שושן פאר צוועלף יאר, און ווען ער צוריקגעקומען קיין ירושלים האט ער אודך געדארפט פירן מערכות אויף דעם, ארויסטרייבן כוהנים פון בית המקדש, שלאגן מענטשען וואס האבן געהאט פרעמדע ווייבער און זיי ארויסרייסן די האר, לוחם געווען מ'זאך נישט מאכן ביזנעס שבת, וכו' וכו'.

איך זע נישט וויאזוי דאס זאל מעלה ומוריד זיין דא פאר אונזער שמועס, אבער קענסט נישט זאגן אז ער האט נאר געדארפט "דערמאנען" די תורה פארן עולם און ווי נאר זיי האבן עס געהערט האבן זיי זיך באלד צוגעכאפט דערצו. און אפילו ווען יא איז אויך נישט קיין ראי' אויף גארנישט, אבער דאס איז שוין א דריטע נקודה.

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:32 pm

· #255513

ריכטיג. אונז זענען ביידע אויפן זעלבן, אז זאגען אז עזרא האט צום ערשטן מאל געברענגט די תורה צו כלל ישראל איז אבסורד!

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:39 pm

· #255515
Telegram
ווארט זאגער
איך בין געקומען אין דעם אשכול צו מסביר זיין דעם כוזרי'ס שיטה און למעשה האב איך נאך נישט געזעהן דא איין שום טענה וואס קען עס אפרעגן! די קשיא מהיכי תיתי איז נישט קיין שום קשיא אויב ס'האט נישט קיין דעקונג! היסטאריע פון די וועלט נישט נאר פון כלל ישראל האט כללים כ'רעד נישט יעצט פון סקעפטיקער וואס האלטען אז די פענטאגאן האט אראפ געווארפן די טווין טאוערס, היסטאריע פון די וועלט האט א וועג וויאזוי ס'ארבעט און וועלכע קשיות מ'קען פרעגן. די מציאות איז אז כלל ישראל האט א היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה ביז יעצט אן קיין הפסקה, אפילו אויב מ'ווייסט נישט אפשר אמאל געוויסע פרטים במשך הדורות, אבער באופן כללי איז עס פונקטליך געשריבען, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום קשיא מער ווי אויף די פאקט אז אן אטאם האט אויפגעריסען אין היראשימא אדער מער ווי אויף די היסטאריע פון סיי וועלכע פאלק. מ'קען פונקט אזוי פרעגען אפשר איז קיינמאל נישט געווען קיין פילוסופים אין יון? אפשר איז עס א פאבריקאציע אריינגעקומען אין די תקופה פון רענעסאנץ אויפצובויען די מדע?. אבער יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא כללים אין היסטאריע. נישט אומזיסט איז די גאנצע וועלט מודה אין תנ"ך פון כורש ביז די יו ען פאר די הקמת המדינה, יעצט אויב איינער וויל אויסבויען א טעאריע ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די תורה און פארענטפערען אלע קשיות אויף דעם זייער גערן כ'בין גרייט צו הערן, למעשה קענסט זעהן קיינער זאגט דא נישט קיין איין וועג וויאזוי קען זיין אז דאס זאל אריינגעקומען אין די היסטאריע בגניבה און די גאנצע וועלט זאל עס אננעמען אבער קיינער זאל נישט דערמאנען אפילו ברמז דעם מחדש פונם טעאריע.

מען קען עס יא אפרעגן, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן.

עס שטייט אין  דברים ד, יב. וַיְדַבֵּר ה' אֲלֵיכֶם, מִתּוֹךְ הָאֵשׁ:  קוֹל דְּבָרִים אַתֶּם שֹׁמְעִים. זאגט די רמב"ם אז פארוואס שטייט קול דברים און נישט פלעין דברים? ווייל די יודן האבן נישט געהערט קיין ווערטער זיי האבן נאר געהערט א קול, און משה רבינו האט זיי געזאגט וואס די קול האט געזאגט.

אויב אזוי קען איינער קומען זאגן אז עס איז טאקע געווען א מתן תורה, אבער וואס איז שוין געווען דארט? מען האט געהערט א קול? נו, יעדע כישוף מאכער קען טון אזא זאך.

וועגן דעם איז נישט ווערט צו חוקר זיין נאר גיין מיט אמונה פשוטה

אנטשולדיגט! נישט קיין חילוק ווי וועלכע פשט דו לערנסט אין מורה ח"ב פל"ג איז אבער קלאר לכו"ע אז די מעמד הר סיני איז געווען א מעמד וואס יודען האבן בכח נבואי געהערט (נישט קיין נפק"מ צו זיי האבן יא געהערט חיתוך האותיות צו נישט) אז דער אייבערשטער רעדט צו זיי. דער רמב"ם שרייבט זייער קלאר זיין מיינונג אין יסוה"ת פ"ח משה רבינו לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה כו' ובמה האמינו בו במעמד הר סיני וכו' שנאמר הנה אנוכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמעו העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם. יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז אז דער רמב"ם מיינט זיך נישט סותר צו זיין מיני' ובי' ! די תורה זאגט דאך קלאר אתה הראית לדעת כי ה' היא האלוקים אין עוד מלבדו.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:26 pm

· #255528
ראשית כל וויל איך זיך דא באדאנקען פון טיפען הארצן פאר כבוד הרב @ווארט זאגער וואס איז ממש @געוואלדיג מדברת מתוך גרונו, זאכן וואס איך וויל שוין שרייבן זייט מיין ערשטע טאג אויף ק"ש נאר איך האב נישט צופיל צייט דערצו שרייב ער מיט טעם,
א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,
ב) אסאך מעטשן אויף די וועלט גלייבן שטותים, אבער נישטא א מציאות פון מיליאנען מענטשן וואס גלייבן אז עפעס איז געשען מיט זיי אדער אז זיי האבן אליין געזען עפעס וואס נישט.
ג) די אשכול איז פארפארן צו הוכחה אויף מתן תורה נישט אויף מציאות הבורא אבער ע=ס איז קלאר אז ויב אונזערע עלטערן זענען געוון עדות מתן תורה זענען זיי אויך עדות צו מציאות הבורא.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:48 pm

· #255529
א אינטרעסאנטע טייטש געטראפן אין פנים יפות פון דעם הפלאה
פנים יפות פרשת ואתחנן
ראה למדתי אתכם וגו׳ נראה לפרש ענין סדר הפרשה, עם"י מ"ש לפי׳ הפסוק מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפטיו לישראל לא עשה כן לכל גוי וגו׳ ענינו כי הש״י רוה לזכות את ישראל ולהתחזק באמונה שלימה לסור מהם כל הספקות והקושיות לפי מדריגות השכל האיש הישראלי ואם ימצא חן בעיני הש"י להעלותו בשכל במעלות החכמ׳ ימציאהו קושיות כדי לזכות בחכמ׳ בינה יתירה וידוע כי חק הוא דבר שהאומות משיבין עליהם ומשפט הוא דבר המובן בטעמו היטב וידוע כי יעקב הוא עם ה׳ שלא השיגו מעלת החכמה ושם ישראל הוא מורה על חכמי ישראל והיינו דבריו ליעקב שהוא ל׳ הגדה ויצלהו לבלתי הבין הקושיות שיפלו בו אבל לחכמי׳ מודיע הקושית שהם החוקים שמתוך כך יזכו להתאמץ לחשוב ולעיין בו ויודיעם השכל העליון וז״ש חוקיו ומשפטיו לישראל וזהו באהבת עמו אבל באומות כתיב פן תשא עיניך וגו' אשר חלק ה׳ אלוקיך לכל העמים ואחז"ל כדי להטעותם ע״כ ימציא אותם קושי׳ שהם החוקי׳ אבל המשפטים שהם השכל העליון להבין ולהשכיל ליישב הקושי׳ על מכונו היאמתים בל ידעום והיינו כדי להטעותם:

א נחמה פאר אלע וואס מוטשען זיך מיט קשיות, השי"ת האט ענק ליב און וויל ענק דעהייבן

יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:50 pm

· #255530
אמונה וואס ווערט אויפגעוויזן מיט לאגיק איז אן אקסימאראן.
בכלל כאפ איך נישט די גרויסע גדולה פון אויפווייזן אז די עשרת הדברות זענען געגעבן געווארן דורך גאט. ווי ווייט איך ווייס גלייבן אויך די צדוקים און שומרונים און קריסטן און מוסלעמענער אין די עשרת הדברות. מען דארף דא דעם כוזרי'ס ראיה צו משכנע זיין אז מען טאר נישט עסן באנדלעך אום פסח אדער אז מען דארף ליינען קריאת שמע ביז'ן דריטן שעה אין טאג.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:54 pm

· #255535
עיין דא וועגן תורה שבע"פ, ותמצא נחת

יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:58 pm

· #255538
איך פארשטיי נישט. ערגעץ וואו מוזטו צוקומען אז דער כוזרי'ס ראיה ארבעט נישט און מען מוז זיך פארלאזן אויף א קבלה מדור דור פון איינצלנע מענטשן, נישט אויף א מאסן התגלות. אויב אזוי וואס איז שלעכט מיט די איסלאמישע אדער שומרוני'שע קבלה.

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 6:19 pm

· #255542
יאיר
איך פארשטיי נישט. ערגעץ וואו מוזטו צוקומען אז דער כוזרי'ס ראיה ארבעט נישט און מען מוז זיך פארלאזן אויף א קבלה מדור דור פון איינצלנע מענטשן, נישט אויף א מאסן התגלות. אויב אזוי וואס איז שלעכט מיט די איסלאמישע אדער שומרוני'שע קבלה.

די תושבע"פ איז געבויעט געווארן 1 אויף תושב"כ ווי @געוואלדיג שרייבט דארט אינם אשכול וואס ער האט צוגעצייכנט. 2 אויף קבלת אבות מדור אחר דור הלכה למשה מסיני. אבער די שומרונים האבן נישט קיין מסורה ווייל זיי זענען אנגעקומען ביים סוף בית ראשון און כופר געווען אין תושבע"פ נישט אז זיי האבן מסורת אבות אז פון סיני זענען געווען שבטים וואס האבן נישט אנגענומען תושבע"פ, און איסלאם האט בכלל נישט קיין מסורה עס איז געבויעט אויף 1 מענטש וואס זאגט אז מלאך גבריאל האט זיך באוויזען צו אים און געגעבן א נייע תורה. וואס איז געווארען ארויף געצווינגען מיטן שווערד אויף זייער מאמינים כידוע

יאיר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 6:37 pm

· #255545
איך הער וואס דו זאגסט. דער עיקר איז אז אידישע קינדער האלטן זיך פעסט אין אמונה.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:44 pm

· #255551
יאיר די איך וואס דו זאגסט הערט זיך ווי א הודעה ברוך השם,
אנזער מסורה איז שטארקער פון יעדעם'ס ווייל אונז האבן מיליאנען יחידים וואס זענען מעיד אז זיי האבן געזעהן און מיטגעהאלטן די זעלבע זאך משא"כ די אנדערע וואס האבן א מסורה וואס הייבט זיך אן מיט איינעם

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:49 pm

· #255553
ווארט זאגער דו מאכסט מיר לאכן. די שומרונים האבן נישט קיין מסורה ווייל זיי זענען אנגעקומען סוף בית ראשון און האבן נישט קיין מסורה איז פונקט ווי זאגן אז חסידים זענען אנגעקומען 300 יאר צוריק און האבן נישט קיין מסורה, כאילו חסידים\שומרונים שטאמען פון גרים.

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:55 pm

· #255554
געפילטע פיש
ווארט זאגער דו מאכסט מיר לאכן. די שומרונים האבן נישט קיין מסורה ווייל זיי זענען אנגעקומען סוף בית ראשון און האבן נישט קיין מסורה איז פונקט ווי זאגן אז חסידים זענען אנגעקומען 300 יאר צוריק און האבן נישט קיין מסורה, כאילו חסידים\שומרונים שטאמען פון גרים.

געפילטע זיי מיר מסביר די דזשאוק איך וויל מיטלאכן. אויף די חידושים פון חסידות איז נישט דא קיין מסורה דער בעש"ט האט עס מקבל געווען פון אחי' השילוני און פון אלי' הנביא הגם עס איז אפצולערנען קבלה איז אזויווי דער רמח"ל איז מסביר די נמשל פון קבלה בשם א מגיד פון הימל וואס האט געלערנט מיט אים.

מאטי » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:57 pm

· #255555
נצרות זאגט אויך אז דער זעלבער גאט וואס האט זיך באוויזן צו די מיליאנען אידן און דורכדעם זיך געשאפן א מסורה מדור לדור ביז צו יוזל, האט מחליט געווען פון דאן און ווייטער איבערצוגעבן די לייצעס פאר אים.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 7:58 pm

· #255556
און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה

מאטי » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:07 pm

· #255558
משא"כ דער זוהר הקדוש...

ווארט זאגער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:08 pm

· #255559
דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדות

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:09 pm

· #255560
און איז א נייע ספר נישט א נייע רעליגיע

אפשר » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:11 pm

· #255561
געוואלדיג

א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,

מיין טאטע האט מיר קיינמאל נאך נישט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע אז ער האט געהערט פון זיין טאטע וועגן מתן תורה, סך הכל זאגט ער נאך פון ספר החינוך אז מתן תורה איז מקובל איש מפי איש וכו'.....
בקיצור, איך זע נישט אז עס זאל זיין מקובל איש מפי איש, נאר די ספרים הקדושים זאגן אז דאס איז א זאך וואס גייט אריבער מדור דור
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8