☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?

זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8014
בלאט: 1 2

שמערל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:13 pm

· #243780
האסט נאכנישט מודה געווען אויף קיין איינע פון די שטותים וואס די האסט געשריבן ביז יעצט, וואס אנדערע האבן דיך שוין פראבירט אנצומערקן, עס איז א שאד מיין צייט.
גוגל איז נאכנישט מיד געווארן פון אזעלכע טראלס ווי די, אויב וואולסט באמת וויסן, פרעג אים אן.

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:25 pm

· #243782
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג בהנחה אז תורה איז אמת, און תורה איז כולל תורה שבע"פ( אלע שיטות ?)און תורה שבע"פ איז כולל קבלה ( אלע שיטות? ) דאן איז קבלה אויך אמת, אבער דארפסט קודם אויפווייזן אז תורה איז בהכרח אמת, ס'נישט גענוג אויפצוווייזן אז די תורה איז לאגיש אויסגעהאלטן אויפציווייזן אז קבלה איז לאגיש מוכרח.
שמערל סתירות אין תנ"ך איז דא לרוב נישט נאר אין דברי הימים און איך רעדט פון הונדערטער גראבע אפענע סתירות, שוין אין ערשטען בלאט איז דא סתירות, און קאךלעפל איך ברענג נישט גארנישט מאך דיר אליין דיין האומווארק, די סיבה פארוואס נישט יעדער פון אונז באמערקן די סתירות, איז ווייל מיר לערנען א פסוק חומש און תיכף דערויף רש"י, אז מיר פארלירען דעם רצף, אלזא פונקט אזויווי די פרשנים און חז"ל געבן זיך אפ צו פארענטפערן די סתירות, אזוי להבדיל טוען די קריסטליכע פרשנים מיט זייער סתירות

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:28 pm

· #243784
@אנאנים

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Warranted-Christian-Belief-Alvin-Plantinga/dp/0195131932">http://www.amazon.com/Warranted-Christi ... 0195131932</a>

<a class="postlink" href="http://www.reasonablefaith.org/">http://www.reasonablefaith.org/</a>

קאך_לעפל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:39 pm

· #243785
שמערל
האסט נאכנישט מודה געווען אויף קיין איינע פון די שטותים וואס די האסט געשריבן ביז יעצט, וואס אנדערע האבן דיך שוין פראבירט אנצומערקן, עס איז א שאד מיין צייט.
גוגל איז נאכנישט מיד געווארן פון אזעלכע טראלס ווי די, אויב וואולסט באמת וויסן, פרעג אים אן.

יא יא גרויסע מויל מאכער שיסט שטחיותדיגע תיריצים..... פראזענדליכע פליקעס........ מען בעט אים דעקוננג אויף זיין אפיקורסישע ליגענדע סטעיטמעינט שיק ער צו גוגול........ נישטא ווער ס'זאל לאכן..... און לאמיר דא ענדיגען עס טיט מיר לייד אז מיר האבן אנגעהאנקערט.......

יאיר » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:42 pm

· #243786
ישראל קאפקע
יאיר
וועגן אידישקייט ווענדט זיך פון וועלכע אידישקייט מען רעדט, אבער קאטאליזם איז זייער באזירט אויף לאגישע באווייזן און אז אלעס מוז שטימען פילאזאפיש. פראטעסטאנטיזם איז ווייניגער לאגיש געשטימט און איז מער ביבליש באזירט.

ילמדנו רבינו.
וואס זענען די חילוקים צווישן קאטאליזם און פראטעסטאנטיזם וואס מאכט דעם ערשטן מער ראציאנעל און דעם צווייטן ווייניגער.

איך האב געמיינט צו זאגן אז קאטאליקן לייגן א גרויסע דגוש אויף לאגישע און פילאזאפישע באווייזן אין זייער רעליגיע. מה שאין פראטעסטאנטן גייען מער מיט אמונה פשוטה. אזוי שטייט אין בייבל און פארטיג. לאמיתו של דבר זענען ביידע די זעלבע "ראציאנעל".
מעכעלע, ווען איך זאג אז א רעליגיע איז באזירט אויף לאגיק מיינט נישט דוקא אז די ראיות זענען עפעס מוראדיג גוטע ראיות, נאר אז די חכמים פון יענע רעליגיע האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות צו מסביר זיין ראציאנעל וואס די רעליגיע איז וויאזוי עס שטימט וכו. רוב אידישע ספרי חקירה זענען אויך נישט דוקא פארנומען מיט ברענגען לאגישע ראיות אויף אמיתית התורה, כאטש דאס איז אויך דא, נאר ענדערש צו אויפבויען א ראציאנעלע טעאלאגיע.
חוץ מזה האבן זיי אויך געהעריגע היסטארישע ראיות אז יעזוס איז אויפגעשטאנען תחיית המתים וכו'. אויב סאיז דא מענטשן וואס האבן ראיות אז אמעריקע האט געמאכט ניין עלעווען, פארוואס זאל מען נישט קענען האבן ראיות אז ישו איז גאט.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:06 pm

· #243802
[ציטאט אראפגענומען]

פונקט ווי דו גלייבסט אז מכח מעמד הר סיני ביזטו מחוייב צו גלייבן ווייטער אין אלע נביאים, חז"ל, תושב"פ, הלכה, וכו', ווייל אלעס איז א המשך פון יענעם מעמד, גלייבט דער קריסט אז דו ביזט פארפארן און ער איז די עכטע המשך. ווייל דו האסט מחליט געווען מקבל צו זיין מלאכי און נישט יוחנן, מיכה און נישט לוקאס? ער האט די פולע רעכט זיך צו קריגן מיט דיר.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:15 pm

· #243804
[ציטאט אראפגענומען]

מעג זיין אז אידן זענען נעאיוו, אבער דאס איז נעאיוו מכח אמונה, זאל זיין מאמינים בפשוטה, אבער ווען דו גלייכסט עס צו צו להבדיל דעם קריסט, זענען זיי נעאיוו מתוך טפשות, זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט. איך האב א גויטע וואס ארבעט ביי אונז אין ארבעט, און איך פרעג איר, וואסע פשט פונעם אומשולדיגען קראצמעך בוים? זי האט שנעל מגגל געווען צו וויסן דעם פשט. רוב קשיות וואס איך פרעג זיי פון פירענגען איבער זיי רעליגיע, פרעגן זיי גראד מורינו הגוגל (אפשר איז גוגל ישי הנוצרי!..) זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט, און גלייבן נישט וואס זיי ווייסן. זיי טוען זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, וואס דארספטו מער פון דעם 'זונטאג רוה טאג', איין שטיק ליצנות פון א פופיגער איד..

נישט אלע גוים זענען שוטים, און נישט אלע אידן זענען קלוג. אודאי פון אזויפיל בילוני גויים וועסטו טרעפן מער שוטים, פשוט ווייל אין אלגעמיין איז די אויסוואל גרעסער, מער מענטשן, האסטע מער סארט מענטשן. אבער וואס אמאל זיכער, אז גויים קימערן זיך נישט צופיל איבער טראדיציעס, מנהגים, אדער וואס. מען פרעסט טערקי, פרעג נישט קיין קשיות. זיי לעבן נישט קיין אינטערנעל לעבן. ווען אימער איך פרעג זיי קשיות, איז די ענטפער: אה! נאכנישט געטראכט דערפון, איך ווייס נישט.

סא צו די קשיא? זענען א ביליאן מענטשן שוטים? Certainly

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:35 pm

· #243815
קאך_לעפל
שמערל
קאך לעפל איז שוין לאנג אנטלאפן, (עפעס חדשות אין צימעס?) אבער אויב איינער וויל וויסן, אין ספר דברי הימים איז נאך דא אזעלכע סתירות אין יחוס, נאמבערס, און יארן, ווי אינם ברית חדשה.

שלום אליכל שמערל באטשי איך בין נאך דא!

די ביסט א פלענער פאלנער ליגענער.... ברענג איין סתירה ביטע......

פעלט דען סתירות? האט דער אויבערשטער באשאפן אדם און חוה צוזאמען, (זכר ונקיבה ברא אותם), אדער קודם אדם און דערנאך איינזעענדיג אז לא טוב היות האדם לבדו האט ער גענומען א צלע און געמאכט חוה?
דארף מען היטן שבת וויבאלד דער באשעפער האט געריהט אין זיבעטן טאג, אדער ווייל ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים?
וועמענ'ס זון איז חנוך געווען, ירד? (בראשית ה' י"ח), אדער קין? (בראשית ד' י"ז). למך איז געווען א זון פון מתושאל (ד' י"ח) אדער מתושלח (ה' כ"ה)?
קענען מענטשען לעבן לענגער ווי 120 יאר (אלע דורות פון נח ביז משה) אדער נישט (בראשית ו' ג')?
איז די מבול געווען פערציג טעג, (שם ז' ד': י"ב': י"ז) אדער 150 טעג? (ז' כ"ד: ח' ג')

מ'קען גיין ווייטער ווי לאנג דו ווילסט. נאר מיר מאמינים בה' ובתורותו, אונז זעען נישט די זאכן ווי "סתירות", נאר ווי קושיות, וואס ווערן אויסגעביגעלט אין חז"ל און די ראשונים, אויף אלעס איז דא פיינע תירוצים. און אויב נישט? פון א קושיא שטארבט מען אויך נישט. אבער ביי א צווייטענס רעליגיע זעען אונז די זאכן ווי סתירות, ווען בעצם זענען זיי נאר קושיות, און כ'בין זיכער זיי האבן תירוצים אויף דעם. אנדערש וועט מען דאך מוזן איינזעצן אז די באשעפערס מובחר הבריאה האט איבער א ביליאן געדעמדזשטע קאפיס.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:38 pm

· #243818
פרייוויליג

עה, זיי זענען נאיוו מתוך טיפשות, מיר אבער מחוטב עיציך עד שואב מימיך ווייסן פונקטליך די טעמים פון אלע מנהגים אן גוגלען, דער מקוה איד ווייסט פונקטליך פארוואס מיר שפילן דריידל, דער באס דרייווער ווייסט פארוואס מ'עסט איי מיט צווייבל, און דער טראק דרייווער פארשטייט פונקטליך ווי כל נדרי קומט אריין אין די תפילות פון יום כיפור. גיוו מי עי ברעיק!

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:39 pm

· #243819
פרייוויליג
[ציטאט אראפגענומען]

מעג זיין אז אידן זענען נעאיוו, אבער דאס איז נעאיוו מכח אמונה, זאל זיין מאמינים בפשוטה, אבער ווען דו גלייכסט עס צו צו להבדיל דעם קריסט, זענען זיי נעאיוו מתוך טפשות, זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט. איך האב א גויטע וואס ארבעט ביי אונז אין ארבעט, און איך פרעג איר, וואסע פשט פונעם אומשולדיגען קראצמעך בוים? זי האט שנעל מגגל געווען צו וויסן דעם פשט. רוב קשיות וואס איך פרעג זיי פון פירענגען איבער זיי רעליגיע, פרעגן זיי גראד מורינו הגוגל (אפשר איז גוגל ישי הנוצרי!..) זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט, און גלייבן נישט וואס זיי ווייסן. זיי טוען זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, וואס דארספטו מער פון דעם 'זונטאג רוה טאג', איין שטיק ליצנות פון א פופיגער איד..

נישט אלע גוים זענען שוטים, און נישט אלע אידן זענען קלוג. אודאי פון אזויפיל בילוני גויים וועסטו טרעפן מער שוטים, פשוט ווייל אין אלגעמיין איז די אויסוואל גרעסער, מער מענטשן, האסטע מער סארט מענטשן. אבער וואס אמאל זיכער, אז גויים קימערן זיך נישט צופיל איבער טראדיציעס, מנהגים, אדער וואס. מען פרעסט טערקי, פרעג נישט קיין קשיות. זיי לעבן נישט קיין אינטערנעל לעבן. ווען אימער איך פרעג זיי קשיות, איז די ענטפער: אה! נאכנישט געטראכט דערפון, איך ווייס נישט.

סא צו די קשיא? זענען א ביליאן מענטשן שוטים? Certainly

פרעג נאר א דורכשניטלכע יונגערמאן ביי אונז וואס איז פשט אין אונזערע מנהגים
1)שטריימל
2)בעיקיטשע
3)קאָלפּיק
4)סטראוקעס
5)רעשוואלקעס
6)איי מיט צוויבל
7)חלה דעקל
8)עירוב
9)מקוה
10)נעגל וואסער
11)קלאפן הושענות
12)כפרות שלאגן
13)תשליך
14)מים שלנו
15)ערב פסח מצות
16)מים אחרונים
17)שייטלעך
18)שפיצלעך
19)מכירת חמץ
20)ווייסע זאקן
21)שווארצע זאקן
22)סיעמס
23)רינדיכיגע חלות פאר תשרי
24)שליסעל חלה
25)ר״ת גאטשעס
26)רעכטס אויף לינקס
וכו׳ וכו׳

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:53 pm

· #243823
שבת אחים

האסט אנגערירט א ווייטאגליכע 'חסידישע טעמע' אז חסידים מאכן א קוגל פון מנהגים און הלכות. איך ווייס נישט וויפיל דו אליין ווייסט וואס פון דיין ליסטע איז א מנהג, חומרא, אדער הלכה. ביי חסידים אויב מען ניגלעגט א מנהג שפירט מען זיך שוין א חצי גוי, ער מיינט אז מקוה בל יום שטייט אין שלחון ערוך, אדער רבינו תם גאטשעס, איז יסודתו פון חרם דרבינו גרשם..

על אף כל אלה, גלייב איך אז א מאיריטעט וועט וויסן וואס פון די ליסטע איז א מנהג אדער הלכה, און אפילו ער פעסט די טעסט האלב איז אויך גענוג. אז דו ווייסט אז עס א מנהג, אדער די טעם המנהג איז אויך גענוג. וואס מיר האבן גערעדט אז גויים ווייסן נישט וואס זייערע אייגענע פייערונגען איז all about, האסט פשוט שענער מסביר געווען מיינע רייד. אידן ווייסן בדרך כלל למה יצא המנהג, אדער הלכה על מה זה. לדאבון מאכן חסידים א קוגל פון אלעם און דערפאר זעען מיר אזוי אויס, אויסגעפליקטער וואנצעס מיט א גרויסען דזשי ענד דזשי הויז וואס מיינט אז ריש לקיש איז געגאנגען מיט ווייסע זאקן..

קאך_לעפל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:53 pm

· #243824
שלמה המלך דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי פתי יאמין לכל דבר, וערום יבין לאשרו, דאס הייסט א נער גלייבט אלעס, און א חכם פארשטייט זאכן וואס זענען גראד:

דער אמת איז אז איך בין נישט דער ערשטער זיך אזוי צי ווינדערן ווי אזוי א ביליאן מענטעשן קענען גלייבען אין דעם טיפשות וואס ריפט קריסטנום, כבר הקדימי כומר אחד.

א גלח האט געהאט אקאראט דעם דאזיגער זעלביגער אנפראגע און ער האט עס אנגעפרעגט ביי הרה''ק ר' יונתן אייבישטיץ זי''ע,

זאגט אים רבי יונתן זייט אזוי גוט קיקט ארויף אויפן הימל, דער גלח קיקט ארויף און זאגט פאר רבי יונתן איך ווייס נישט וואס איר ווילט, איך זעה נישט גארנישט, זאגט אים רבי יונתן קיק בעסער.... דער גלח קיקט בעסער, און ער זעהט נאך אלס נישט גארנישט, זאגט אים רבי יונתן די זעסט נישט ווי מלאכים טאנצען ארום אויפן הימל מיט פידלעך? דער גלח קוקט זיך בעסער איין, און יא... ער הייבט ענדליך אן צובאמערקן........און ער זאגט פאר רבי יונתן אז ער זעהט טאקע עפעס טאנצט ארום אויפן הימל מיט פידלעך.....

גייט דירך א גוי און ער זעהט ווי רבי יונתן מיטן גלח קיקן אויפן הימל, נעם ער זיך אויך קיקן אויפן הימל.... און דער גלח פרעגט אים צו ער זעהט די מלאכים מיט די פידלעך... זאגט ער יא.... ער זעהט.... אזוי איז אריבער געגאנגען נאך א גוי און נאך א גוי.... בקיצור דער גאנצער שטאט איז געשטאנען אין מפליא געווען דעם בילד ווי די מלאכים טאנצען מיט די פידלעך......

גיבט זיך רבי יונתן א ריף אן צום גלח די מיינסט אז איך זעה מאלכים טאנצען אויפן הימל מיט פידלעך? א נעכטיגען טאג... איך האב דיר נאר געוואלט ווייזן אז מען קען פירן א גאנצע שטאט קטנען..... די זעלביגע איז אויך מיט ענק יעדער גלייבט ווייל ער רעדט זיך איין אז יענער גלייבט.... און אזוי איז געבויעט די גאנצע קריסטליכע גלויבן.....

אצינד איז אזוי. עס איז נישט דא נאך איין גלויבן וואס איז שוין געווארן אזוי פול מאהל אפגעפרעגט און צושפאט געמאכט ווי דער קריסטליכע גלויבן...... צילוב די פולע זאכן וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל.... און די אפענע קישיות וואס איז דא אויף איר.. דאס איז א מציאות......

צעדליגע וויכיחים זענען שוין אפגעהאלטן געווארן איבער דעם טיפשותדיגע רעליגיע, און אלע מאל האבן די נוצרים ביטער פארלוירן, אנגעהויבן מיטן וויכיח צווישן דער הייליגער רמב''ן מיטן משומד פראי פול, רבינו יחיאל מפאריס מיטן משומד ניקולאן דונין, דער וויכיח צווישען דון שלמה הלוי מיטן פופסט מארקו פלורנטין און נאך און נאך.

און ווען מען ליינט די אלע וויכיחים די דברים של טעם פון די חכמי ישראל מיט די דברי פתי פון די נוצרים, ווערט אלס שווערער און שווערער צו פארשטיין פארוואס די קריסטן פלאגן זיך מיט מסירות נפש ממש צו גלייבן און א רעליגע וואס עס לייגט זיך נישט אויפן שכל און איז מלא שקר ודמיון וסתירות. פארוואס? פארוואס זאלן זיי זיין בבחינת פתי יאמין לכל דבר און נישט בבחינת וערום יבין לאשרו?

די איינציגסטע תיריץ וואס מאנכע דא אינעם שטיבל זאגן איז: אז קליגערע פון מיר האבן דאס שוין דירך געטאן און זיי האבן געזעהן אז עס שטימט, ממלא זאל איך בעסער לערנער דעם נוצרישען גלויבן וועלו מיינע קישות פארענפערט ווערן... דאס איז דאס בעסטע תירץ וואס מען קען אויף קומען?????????????? דאס הייסט א גערעדעכס?

אדער קומען אנדערע און שרייען אז אידישקייט איז אויך פול מיט קישוית......

דעמאלס פארוואס גלייבן די נוצרים און די מיסלמענער בקדישת התורה? עס איז נישטא קיינער וואס גלייבט נישט אין די תורה נאר קאמיסטען און ציוניסטען און פאר קאמפאט נאך א פאר זויערע קאווע שטיבל שרייבער.... יעדער גוי גלייבט אינעם ביבל...... דער נוצרי גלייבט נאר אז ג-ט האט געשיקט מיט ישו א נייע תורה... אבער דאס מיינט נישט אז די אלטע איז נישט אמת.... ווידעראום דער מיסעלמענער שרייט אז מחמד האט געהערט פון ג-ט אז ער האט ח''ו אוועק געווארפן די אידן מיט להבדל די קריסטן און אויסגעקליבען די מיסלמענער מיט זייער לערע..... אבער לויט אלע 3 גרויסע רעליגיעס איז דער הייליגער תורה הייליג אמת........

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:00 pm

· #243826
ציונים גלייבן נישט אין די תורה?

קאך_לעפל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:02 pm

· #243828
פרייוויליג
ציונים גלייבן נישט אין די תורה?

זאג........... די ווילסט עס זאל ווערן פרייליך דא?..... לאז געמאכט לאמיר פראבירן זיך צו האלטן צו דער טעמע......

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:08 pm

· #243829
קאך_לעפל
פרייוויליג
ציונים גלייבן נישט אין די תורה?

זאג........... די ווילסט עס זאל ווערן פרייליך דא?..... לאז געמאכט לאמיר פראבירן זיך צו האלטן צו דער טעמע......

איך עגרי מיט דיין גאנצע תגובה, די נוצרישע רעליגע פארדינט נישט קיין בעסער טיטול ווי פארשטינקענע סארדין פיש, עס איז א ליפטיגער באלאן, לער, הויל, פיסט און וויסט.
אבער ווען דו האסט צוזאם געבינדן ציונים מיט קאמיניסטן האט מיר עס באנג געטאן, אפשר ווייס איך נאכנישט וואס עס מיינט א ציוני, וואס מיינט א ציוני?

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:07 pm

· #243860
פרייוויליג
שבת אחים
פרייוויליג
[ציטאט אראפגענומען]

מעג זיין אז אידן זענען נעאיוו, אבער דאס איז נעאיוו מכח אמונה, זאל זיין מאמינים בפשוטה, אבער ווען דו גלייכסט עס צו צו להבדיל דעם קריסט, זענען זיי נעאיוו מתוך טפשות, זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט. איך האב א גויטע וואס ארבעט ביי אונז אין ארבעט, און איך פרעג איר, וואסע פשט פונעם אומשולדיגען קראצמעך בוים? זי האט שנעל מגגל געווען צו וויסן דעם פשט. רוב קשיות וואס איך פרעג זיי פון פירענגען איבער זיי רעליגיע, פרעגן זיי גראד מורינו הגוגל (אפשר איז גוגל ישי הנוצרי!..) זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט, און גלייבן נישט וואס זיי ווייסן. זיי טוען זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, וואס דארספטו מער פון דעם 'זונטאג רוה טאג', איין שטיק ליצנות פון א פופיגער איד..

נישט אלע גוים זענען שוטים, און נישט אלע אידן זענען קלוג. אודאי פון אזויפיל בילוני גויים וועסטו טרעפן מער שוטים, פשוט ווייל אין אלגעמיין איז די אויסוואל גרעסער, מער מענטשן, האסטע מער סארט מענטשן. אבער וואס אמאל זיכער, אז גויים קימערן זיך נישט צופיל איבער טראדיציעס, מנהגים, אדער וואס. מען פרעסט טערקי, פרעג נישט קיין קשיות. זיי לעבן נישט קיין אינטערנעל לעבן. ווען אימער איך פרעג זיי קשיות, איז די ענטפער: אה! נאכנישט געטראכט דערפון, איך ווייס נישט.

סא צו די קשיא? זענען א ביליאן מענטשן שוטים? Certainly

פרעג נאר א דורכשניטלכע יונגערמאן ביי אונז וואס איז פשט אין אונזערע מנהגים
1)שטריימל
2)בעיקיטשע
3)קאָלפּיק
4)סטראוקעס
5)רעשוואלקעס
6)איי מיט צוויבל
7)חלה דעקל
8)עירוב
9)מקוה
10)נעגל וואסער
11)קלאפן הושענות
12)כפרות שלאגן
13)תשליך
14)מים שלנו
15)ערב פסח מצות
16)מים אחרונים
17)שייטלעך
18)שפיצלעך
19)מכירת חמץ
20)ווייסע זאקן
21)שווארצע זאקן
22)סיעמס
23)רינדיכיגע חלות פאר תשרי
24)שליסעל חלה
25)ר״ת גאטשעס
וכו׳ וכו׳

האסט אנגערירט א ווייטאגליכע 'חסידישע טעמע' אז חסידים מאכן א קוגל פון מנהגים און הלכות. איך ווייס נישט וויפיל דו אליין ווייסט וואס פון דיין ליסטע איז א מנהג, חומרא, אדער הלכה. ביי חסידים אויב מען ניגלעגט א מנהג שפירט מען זיך שוין א חצי גוי, ער מיינט אז מקוה בל יום שטייט אין שלחון ערוך, אדער רבינו תם גאטשעס, איז יסודתו פון חרם דרבינו גרשם..

על אף כל אלה, גלייב איך אז א מאיריטעט וועט וויסן וואס פון די ליסטע איז א מנהג אדער הלכה, און אפילו ער פעסט די טעסט האלב איז אויך גענוג. אז דו ווייסט אז עס א מנהג, אדער די טעם המנהג איז אויך גענוג. וואס מיר האבן גערעדט אז גויים ווייסן נישט וואס זייערע אייגענע פייערונגען איז all about, האסט פשוט שענער מסביר געווען מיינע רייד. אידן ווייסן בדרך כלל למה יצא המנהג, אדער הלכה על מה זה. לדאבון מאכן חסידים א קוגל פון אלעם און דערפאר זעען מיר אזוי אויס, אויסגעפליקטער וואנצעס מיט א גרויסען דזשי ענד דזשי הויז וואס מיינט אז ריש לקיש איז געגאנגען מיט ווייסע זאקן..

איך פארשטיי נישט וויאזוי דו באַרעכטיגטס דיינע/אונזערע מנהגים מיטן נוצען א אויסגעדראשענע פראַז ״אנגערירט א ווייטאגליכע 'חסידישע טעמע' אז חסידים מאכן א קוגל פון מנהגים און הלכות״
וואס פארענטפערט דעס ???
נאכאמאל, דו האסט געשריבן:
אבער ווען דו גלייכסט עס צו צו להבדיל דעם קריסט, זענען זיי נעאיוו מתוך טפשות, זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט. איך האב א גויטע וואס ארבעט ביי אונז אין ארבעט, און איך פרעג איר, וואסע פשט פונעם אומשולדיגען קראצמעך בוים? זי האט שנעל מגגל געווען צו וויסן דעם פשט. רוב קשיות וואס איך פרעג זיי פון פירענגען איבער זיי רעליגיע, פרעגן זיי גראד מורינו הגוגל (אפשר איז גוגל ישי הנוצרי!..) זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט, און גלייבן נישט וואס זיי ווייסן. זיי טוען זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס,

כאילו זיי פארשטייען נישט וואס טוט זיך און זיי זענען א באנדע נערנים אבער ווידער ביינאונז ווייסט יעדער פארוואס מ׳וואשט מים אחרונים און מעסט דוקא חלב ישראל און משלאגט כפרות וכו׳ וכו׳
אלע רעליגיעס האבן משוגעתן און פארצייטישע מנהגים וואס מענטשען טוען עס נאר ווייל אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן און אזוי האבן זיי געזעהן ביי זייערע עלטערין , סאיז נישט מוכרח אז אונזערע טויזענטער מנהגים און הלכות (אפגעזעהן צו עס איז חסידיש, ליטוויש , מאַדערן אָרטאָדאָקסיש , חב״ד, ברסלב) זאלן האבן עפעס א פשט מעהר ווי די קריסטליכע מנהגים ס׳קוקט דיר נאר אויס ווילד פרעמד ווייל דו ביסט אויפגעוואקסן גאר אנדערש , ווען דו זאלסט ווען האבן אויפגעוואקסען און א קריסטליכע שטוב וואלסטו יעצט געלאכט פון כמעט א יעדע זאך וואס איז ביי אונז פארהייליגט

איך ווייס נישט וויפיל דו אליין ווייסט וואס פון דיין ליסטע איז א מנהג, חומרא, אדער הלכה.

ס׳האט גארנישט צוטוהן וואס איך ווייס און איך האב נישט גע׳קלעימט אז איך ווייס און מ׳רעדט בכלל נישט דא פון מיר מ׳רעדט דא פון רוב חרדים אז דו וועסט פרעגן א דורכגעשניטליכע עוורידש יונגערמאן ,אז דו וועסט אים נעמען אין די זייט און אים פרעגן פשט און רוב זאכן וואס אונז טוהן וועט ער בלייבן מיט די צונג אינדערויסן !

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 6:24 pm

· #243870
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין נישט מצדד אין נצרות.. איך ברענג נאר ארויס די מציאות אז פארשידענע נוצרים האבען אוודאי ראיות דערצו און זענען נישט סתם טיפשים פארן דאס גלייבען.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז דער יסוד פון אמונה הנוצרית איז די אמונה אין תנ"ך. איינער וואס האט אמונה אין די כתבי הקודש האט שוין כמעט דער גאנצער יסוד פון אמונה הנוצרית. בסך הכל קען מען מגדיר זיין די נוצרישע אמונה אלץ א געוויסער פירוש פון כתבי הקודש און קיום הנבואות שנאמרו בו. וואס איז טאקע זייער אנדערש פון די אידישע/חזל"שע פירוש, אבער טאמער פארשטייסטו אז די גאנצע פירוש און תושבע"פ וכו' קען מען זעהן אלץ א לאגישער המשך צו מתן תורה וכו' קען מען בערך אזוי זעהן די נוצרישע פירוש.

אגב וואס איז שלעכט מיט די ראיה פונ'עם ליידיגער קבר.. בנוסף לכך אז עטליכע מענטשען זענען מעיד ער איז נתגלה געווארען צו זיי טאקע לאחר התחייה, און די נוצרים זענען זיך סומך אויף זייער עדות. עס איז אפשר נישט אזוי געשמאק ווי שישים רבוא, אבער דארפסט פארשטיין די נוצרים ציען זיך אויך צו די ששים רבוא, די עדות פרטית איז בסך הכל א הוכחה צו א געוויסער נקודה אז ער איז דער משיח המובטח וכו', עס שטייט נישט א תנאי אז יעדער נביא אדער משיח דארף האבען אזא שטארקע ראיה, נאר פארקערט עס איז שוין נסמך אויף דעם.

[עס איז בכלל נישט אזוי מוסכם אז דער נקודה איז אז דער ערשטער ברית איז בטל געווארען, הן לגבי הבחירה בישראל והן לגבי המצוות, ולא זהו הגדרת הענין כנכון מבחינתם ואכמ"ל <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Category:Mosaic_law_in_Christian_theology">http://en.wikipedia.org/wiki/Category:M ... n_theology</a>]

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:24 pm

· #243896
לא בדקתי אבער מיינסט טאקע דער וואס ברענגט די ראיה איז דאס נישט מוכיח? דאס ביסטו גערעכט עס קען זיין איינער האט עם געגנ'בט.. פארדעם טאקע מיין איך אז ממוז אנקומען צו דעם אז ער האט זיך מגלה געווען טאקע.

א וויכוח בנושא
<a class="postlink" href="http://www.reasonablefaith.org/is-there-historical-evidence-for-the-resurrection-of-jesus-the-craig-ehrman">http://www.reasonablefaith.org/is-there ... aig-ehrman</a>

שמערל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:28 pm

· #243900
געפילטע פיש
קאך_לעפל
שמערל
קאך לעפל איז שוין לאנג אנטלאפן, (עפעס חדשות אין צימעס?) אבער אויב איינער וויל וויסן, אין ספר דברי הימים איז נאך דא אזעלכע סתירות אין יחוס, נאמבערס, און יארן, ווי אינם ברית חדשה.

שלום אליכל שמערל באטשי איך בין נאך דא!

די ביסט א פלענער פאלנער ליגענער.... ברענג איין סתירה ביטע......

פעלט דען סתירות? האט דער אויבערשטער באשאפן אדם און חוה צוזאמען, (זכר ונקיבה ברא אותם), אדער קודם אדם און דערנאך איינזעענדיג אז לא טוב היות האדם לבדו האט ער גענומען א צלע און געמאכט חוה?
דארף מען היטן שבת וויבאלד דער באשעפער האט געריהט אין זיבעטן טאג, אדער ווייל ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים?
וועמענ'ס זון איז חנוך געווען, ירד? (בראשית ה' י"ח), אדער קין? (בראשית ד' י"ז). למך איז געווען א זון פון מתושאל (ד' י"ח) אדער מתושלח (ה' כ"ה)?
קענען מענטשען לעבן לענגער ווי 120 יאר (אלע דורות פון נח ביז משה) אדער נישט (בראשית ו' ג')?
איז די מבול געווען פערציג טעג, (שם ז' ד': י"ב': י"ז) אדער 150 טעג? (ז' כ"ד: ח' ג')

מ'קען גיין ווייטער ווי לאנג דו ווילסט. נאר מיר מאמינים בה' ובתורותו, אונז זעען נישט די זאכן ווי "סתירות", נאר ווי קושיות, וואס ווערן אויסגעביגעלט אין חז"ל און די ראשונים, אויף אלעס איז דא פיינע תירוצים. און אויב נישט? פון א קושיא שטארבט מען אויך נישט. אבער ביי א צווייטענס רעליגיע זעען אונז די זאכן ווי סתירות, ווען בעצם זענען זיי נאר קושיות, און כ'בין זיכער זיי האבן תירוצים אויף דעם. אנדערש וועט מען דאך מוזן איינזעצן אז די באשעפערס מובחר הבריאה האט איבער א ביליאן געדעמדזשטע קאפיס.

איך האב זיך דירעקט באצויגן צו די סתירות פון דברי הימים, וואס זענען בעיקר אין יחוס און אין נאמבערס, און אזא איינער ווי דער נודע ביהודה מערקט זיי שוין אן.
משא"כ די סתירות אין בראשית וואס ווי געזאגט ווערן זיי שוין אזוי שיין אויסגעגלעט אין די מדרשים. און נאר אזא שגץ ווי ווילהויזן האט געהאט דערביי קשיות.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:32 pm

· #243902
די קושיות זענען סאך עלטער ווי וועלהויזן, יעדער פלאגט זיך שוין מיט די כראנאלאגיע פונעם מבול, ישמעלים, מדינים, פוטיפר, וכדו'. נאר תירוצים האט ער געהאט אנדערע.

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:30 pm

· #244023
[ציטאט אראפגענומען]

מעכעלע, "ראיות" מיינט נישט דוקא אז דאס איז באמת משכנע א נייטראלער מענטש אז יעזוס איז אויפגעשטאנען תחיית המתים (כאטש איך זע אז לעיקוואוד שפילט דעם שפיל כאילו ס'איז יא דא גוטע ראיות. באלד וועט ארויפקומען אן אמת'ער קריסט וועט לעיקוואוד טענה'ן פונקט פארקערט). דאס מיינט נאר אז די קריסטן לייגן אריין אין א גרויסע עבודה (נאכדעם וואס זיי גלייבן שוין סייווי) אויך אויפצוקומען מיט לאגישע ראיות (וואס איז נישט אזוי שווער, אויב דו טראכסט אריין).
די חילוק צווישן א רעליגיע מיט לאגישע ראיות און א רעליגיע אן לאגישע ראיות איז נאר משנה לגבי דעם רעליגיעזן מענטש, נישט לגבי דעם דרויסנדיגן. פון א דרויסנדיגע סקעפטישע שטאנדפונקט איז יעדע איינציגסטע לאגישע ראי' אויף יעדע איינציגסטע רעליגיע ווערד לצור על פי צלוחיתו. זיי זענען נאר ווערד פאר א מענטש וואס גלייבט שוין סייווי און ער וויל זיך נישט שפירן ווי א שוטה.
בכלל איז די גאנצע מטרה פון דעם אשכול זינלאז. אויב יעדער מענטש וואס גלייבט אין א "נארישע" רעליגיע איז א שוטה, קען ער אסאך גרינגער פרעגן אויף די הינדוס. זיי גלייבן אין ווישנו מיט פיר ארעמס, כאכאכא. אזא שוטה. פארוואס קענסטו נישט גלייבן ווי א נארמאלער מענטש אין די תורה? אזוי דארפסטו נאר אננעמען אז אן אייזל האט גערעדט און אז משה איז ארויפגעפלויגן אין הימל.

יואב » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:35 pm

· #244026
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

מעכעלע, "ראיות" מיינט נישט דוקא אז דאס איז באמת משכנע א נייטראלער מענטש אז יעזוס איז אויפגעשטאנען תחיית המתים (כאטש איך זע אז לעיקוואוד שפילט דעם שפיל כאילו ס'איז יא דא גוטע ראיות. באלד וועט ארויפקומען אן אמת'ער קריסט וועט לעיקוואוד טענה'ן פונקט פארקערט). דאס מיינט נאר אז די קריסטן לייגן אריין אין א גרויסע עבודה (נאכדעם וואס זיי גלייבן שוין סייווי) אויך אויפצוקומען מיט לאגישע ראיות (וואס איז נישט אזוי שווער, אויב דו טראכסט אריין).
די חילוק צווישן א רעליגיע מיט לאגישע ראיות און א רעליגיע אן לאגישע ראיות איז נאר משנה לגבי דעם רעליגיעזן מענטש, נישט לגבי דעם דרויסנדיגן. פון א דרויסנדיגע סקעפטישע שטאנדפונקט איז יעדע איינציגסטע לאגישע ראי' אויף יעדע איינציגסטע רעליגיע ווערד לצור על פי צלוחיתו. זיי זענען נאר ווערד פאר א מענטש וואס גלייבט שוין סייווי און ער וויל זיך נישט שפירן ווי א שוטה.

יאיר, האסט דאס גענאגלט!

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 5:34 pm

· #245108
אף אני אענה חלקי ע"י הירידה ליסוד הדבר:
הנה כדי שיוכל איזה איש יהיה מי שיהיה להאמין באיזה אמונה שרק יהיה, צריך לזה הוכחה מדוע אכן דבר זה אמת הוא כגון אם יקנה אחד איזה חפץ ועליו כתוב שמסוכן הוא לשים ממנו על עורו הרי ישמר מאוד שלא יכשל בזה כיון שמאמין הוא את החברה שמיצרים זאת שלא יזהירו אם אין בזה ממש, וכן הוא באמונת הדתות, ובזה טמון הנ"מ הגדול בין אמונתינו לבין אמונת הגוים ונתחיל בזה באמונת הנוצרים.

הנה אמונתם כולה טבועה בנבואת ישו על עצמו כי אפילו האחד מכתביהם שמזכיר את יוחנן הנביא הוא גם רק אחרי שהוא אמר על עצמו שהוא והא-ל אחד הוא עפ"ל], וכי תאמר אם אכן כל אמונתם עומדת על כרעי תרנגול האיך יש ביניהם כ"כ הרבה חכמים ונבונים אף אני אענה שכהיום הם כולם כבר קבלו מאבותיהם ולא חדשו בו כלום ואדרבא מי מהם שמעמיק בדבר נוכח לראות הטפשות שבו, וכל הרוצה בזה הנה יש ספר אחד ושמו "על פתחה של רומי" שמביא שם מכתבים שהוא עמצו שלח להוואטיקאן ותשובותיהם אליו שאכן כל הסיפור של אמו של ישו ימ"ש הוא רק המצאה כדי למשוך את העובדי אלילים שהיו בזמניהם אל הא-ל החדש ועוד, ואקוה להביא למחר את הכתובת האימעיל שלו כדי שיוכל כל הרוצה לשאול אותו ככל רצונו, אבל היסוד הוא שכל אמונתם תלויה בדיבורו והנוצרים הכניסו אמונתם בכח החרב כידוע והיום הם רק מקיימים מנהג אבותיהם.
וכן הנני להודיע לכל מי שאינו יודע שגם הנוצרים מודים כהיום שהמוקדם מארבעת כתביהם לא נכתב פחות ממאה שנה אחר פגירת אותו האיש ולכן אינם נאמנים כלל, ועוד יותר כיון ששיטתם הוא שהברית החדשה הוא כל תורתם לכן אם נמצא בו אפילו סתירה אחת בטל הוא לגמרי,
והנה קודם שתכעס על קביעתי עיין עוד בדברי ותמצא נחת (אם תרצה).

אבל האמונה היהודית קבועה וקיימה ע"י עדות של לערך שלוש מיליאן אנשים נשים וטף (שש מאות אלף גברים בין עשרים לששים שנה, הוסף הנשים והצעירים מעשרים והזקנים משישים ותגיע לחשבון זה בערך) ולכן אם מאמינים אנו בדברי אבותינו אין אנו נערנים כלל כי יש לנו על מי לסמוך כיון שלמעמד הזה היו כ"כ הרבה עדים ולכן מוכרח שהיה ולדוגמא נציין אם יכול אחד מהקוראים לומר לי מי היה וואשינגטאן?
וודאי יענה כל אחד בדעתו שהוא היה המצביא שהביא החרות לארץ החופש והחרות,
ותשובה זה נכונה היא
אבל אם נשאל מי מאתנו או אבינו או אבי אבינו עד למעלה מאוד ראה אותו?
התשובה תהיה שלילית לגמרי
וא"כ למה מאמינים אנו לזה
וההסבר הוא כיון שהיו הרבה אנשים שכן ראו אותו

כן הוא באמונתינו כיון שהיו הרבה אנשים מאוד יותר מכמות האנשים שראו את וואשינגטאן ונאפאליאן והצר מרוסיה גם יחד, שראו מעמד הר סיני ולכן מוכרח שאכן היה מעמד כזה.

ועל הסתירות שיש כביכול בתורתינו הנה כל המעיין בהתורה יראה מיד שמוכרח להיות שעם התורה שבכתב ניתן גם תורה בע"פ פירוש על התורה שבכתב כיון שאי אפשר להיות שאמר נותן התורה לישראל "וזבחת כאשר צויתך" ובכל התורה כולה לא נזכר הלכות שחיטה...
וכן אם אמר נותן התורה פרי עץ הדר ולא כתב מהו בדיוק מוכרח להיות שאמר זאת בע"פ כי אין אפילו אחד שטוען שאין תורתינו (שבכתב חמשה חומשי תורה) אמת,
וכן "לא תעשה כל מלאכה ביום השבת" ולא פירש גדרו של מלאכה וכן "תאכל מצות" ולא פירש מהו מצות
"והיו לטוטפות בין עיניך" ולא פירש מה טיבם של טוטפות אלו וכדו' עד אין מספר
ולכן כיון שכבר הגענו להכרה זאת שיחד עם התורה שבכתב ניתנה תאומתה התורה שבע"פ צריכים אנו רק לילך אחר השלשלת שהיתה מאז משה רבינו ועד ימינו לדעת מי הם שהיתה בידם התורה שבע"פ
לקינוח בעלמא כיון שישו אמר שלא בא לגרוע שום דבר מהתורה שבכתב ובתורתינו כתוב לאמר שלעולם לא ימאס ה' בעם ישראל ולא ישתנה התורה והמצות לכן אפילו לשיטתו הוא בדאי.

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 2, 2015 8:02 am

· #245271
ענדליך עפעס זאכליך..... יישר כח געוואלדג......שמך נאה לך ואתה נאה לשמיך.......

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 4, 2015 9:24 pm

· #245855
די אימעיל אדרעס פון דעם מחבר פון "על פתחה של רומי" איז <!-- e --><a href="mailto:mbdmbd@gmail.com">mbdmbd@gmail.com</a><!-- e --> פאר ווער עס וויל הערן פון איהם אליין די שקר פון נצרות

לעיקוואד » זונטאג יאנואר 4, 2015 10:15 pm

· #245862
בכלל האט דאך דער פויבסט אליינס איינגעזעהן די שקר ווען ער האט געליינט הרב יעקב עדס'ס קונטרס וואס איז דאס מברר בראיות ברורות און האט פאר דעם רעזיגנירט. ומי לנו גדול מבענדיקטוס עס זאל אונז קלאר זיין שהכל שקר וכזב. א פלא נאר פארוואס ער האט נאר רעזיגנירט און נישט פארציילט פאר זיין ממשיך דער אמת. אפשר טאקע פאר דעם איז פראנציסקוס מער ליבעראל אלץ א חלק פון דער פלאן.

יאיר » זונטאג יאנואר 4, 2015 11:01 pm

· #245877
לעיקוואד
בכלל האט דאך דער פויבסט אליינס איינגעזעהן די שקר ווען ער האט געליינט הרב יעקב עדס'ס קונטרס וואס איז דאס מברר בראיות ברורות און האט פאר דעם רעזיגנירט. ומי לנו גדול מבענדיקטוס עס זאל אונז קלאר זיין שהכל שקר וכזב. א פלא נאר פארוואס ער האט נאר רעזיגנירט און נישט פארציילט פאר זיין ממשיך דער אמת. אפשר טאקע פאר דעם איז פראנציסקוס מער ליבעראל אלץ א חלק פון דער פלאן.

יעצט הער איך אז ר' מנשה פילאף האט אים געשיקט א ויואל משה און על הגאולה איבערגעזעצט אויף לאטייניש און ער האלט עס אינמיטן דורכטון פון זיין באהעלטעניש.

יאיר » זונטאג יאנואר 4, 2015 11:17 pm

· #245879
פאר די אידן וואס זוכן צו באפעסטיגן זייער אמונה מיט ראציאנעלע לאגישע ראיות, דא קענט איר הערן א לענגערער שיעור דערוועגן דורך דעם בעל תשובה הרב לייב קעלעמאן.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=PEg_Oys4NkA">https://www.youtube.com/watch?v=PEg_Oys4NkA</a>
(לדאבוני ארבעט נישט דער יו טוב קנעפל ביי מיר)

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 5:33 pm

· #246062
[ציטאט אראפגענומען]

א. פראביר אזוי איינרעדן פאר 3 מיליאן מענטשן און נישט סתם מענטשן נאר שווערע מענטשן ווי אידן וואס צוויי אידן דריי דעות.
ב. אויב וואלט מעמד הר סיני געווען א איינרעדעניש וואלט משה רבינו נישט איינגעשטעלט זיין קרעדיט צו קענען איינרעדן אזוי פיל טאטאלנטפולע אידן מיט זיי געבן אזוי פיל מאדנע געזעצן ווי כלאים, חזיר, טריפות, פרה אדומה, שבת, ברית מילה, ד' מינים, ציצית, תפילין, ועוד ועוד

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:54 pm

· #246091
יאיר
פאר די אידן וואס זוכן צו באפעסטיגן זייער אמונה מיט ראציאנעלע לאגישע ראיות, דא קענט איר הערן א לענגערער שיעור דערוועגן דורך דעם בעל תשובה הרב לייב קעלעמאן.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=PEg_Oys4NkA">https://www.youtube.com/watch?v=PEg_Oys4NkA</a>
(לדאבוני ארבעט נישט דער יו טוב קנעפל ביי מיר)

כ'האב דאס געהערט א שטיק צייט צוריק, ער מאכט א גאנצע מאטעמאטישע חשבון אז ס'איז מער פראבעבל אז ס'איז יא געווען מעמד הר סיני ווי נישט.

איך בין נישט קיין מאטעמאטיקער, די נומערן שטימען טאקע?

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:15 pm

· #309395
דעס הייסט געדאווענט מיט כוונה... 🙂

מבטיח לכם שדבר כזה לא ראיתם בחיים

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/100002221581628/videos/890023011081743/">https://www.facebook.com/10000222158162 ... 011081743/</a>

מי אני » מיטוואך יולי 17, 2019 5:30 pm

· #433294
Re: זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?
ישראל קאפקע
(אדער דעם טענה אז 'פיל קלוגערע ווי דיר האבן שוין באהאנדלט דיע קושיות, און ווער ביזטו צו פרעגן', וואס כאטש ער נוצט דא א טענה וואס ער אליין האט שוין דיסקארדעד איז עס כאטש נישט קיין טשעפע צום פרעגער דא).

איך מיין אז לעיקוואד האט אויך געהאט א טיפערע כוונה אין דעם. דהיינו, ער האט געוואלט ארויסברענגען אז קאך_לעפעל קען נישט פארשטיין ״וויאזוי א ביליאן מענטשן קענען זיין שוטים״; אין אנדערע ווערטער, ס׳איז אים (אין א וועג) שווער צו פארשטיין די fallacy פונ׳ם Argumentum ad Populum. איז פונקט אזוי דארף אים דעמאלטס שווער זיין צו פארשטיין די fallacy פונ׳ם Argumentum ad Verecundiam.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 17, 2019 10:42 pm

· #433305
שלום עליכם הרב מי אני!

כ'זע איר זענט גאנצע 9 חודשים א מעמבער דא אין שטיבל, און דו מיט דיינע פילצאליגע לייקס האסט מיר געמאכן איבערלייענען מיינע אלטע תגובות. וואס זאל איך ענק זאגן? ס'געפעלט מיר צו זען אז איך פלעג אמאל רעדן צום זאך.

א שטארקע אשכול דא! לייג צו מיט א פלייסיגקייט. שוין, כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, צוריק צו אונזער ביליאן שוטים.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:45 am

· #433308
Re: זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?
כ'זעה דא גוט? איז @געפילטע פיש דא צוריק מיט אינז? צו איז נאך יעצט 2016? נעה מיין בארד איז נישט מעיד אזוי.

דובעלע » זונטאג יולי 21, 2019 10:52 pm

· #433462
Re: זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?
איך בין נייגעריג אויב די מתנגדים האבן געהאט דע זעלבע טענת אויף דער בעש״ט

מי אני » זונטאג אוגוסט 7, 2022 6:25 pm

· #505918
דר. גרעהעם אַפּיִ שרייבט:
After all, before we turn to considerations of evidence that bears on the decision between Naturalism and Theism, we know that there are millions of thoughtful, informed, reflective, intelligent people who occupy each of the views that it is possible to take: there are millions of thoughtful, informed, reflective, intelligent Theists; there are millions of thoughtful, informed, reflective, intelligent Naturalists; and there are millions of thoughtful, informed, reflective, intelligent people who are undecided between these two positions. Given just this data, we can be more or less certain that there is no simple range of considerations that decides between these positions: if there were a simple range of considerations that decisively favoured one of these positions, then it would be an almost inexplicable mystery why thoughtful, informed, intelligent, reflective opinion has not converged on that position. Moreover, given this data, we can be more or less certain that the decision between these positions is a matter for judgment – that is, a matter that cannot be compressed into an algorithmic computation; if the decision between these positions could be compressed into an algorithmic computation, then, again, it would be an almost inexplicable mystery why thoughtful, informed, intelligent, reflective opinion has not converged on that position, particularly given the amount of effort that has been invested in trying to carry out the relevant assessment
בלאט: 1 2