☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

300 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #720
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 15, 2014 10:41 pm

· #212016
דף ד'
א"ר חנינא, חכמים הקילו על הכפרים להיות מקדימין ליום הכניסה [די מאנטאג אדער דאנערשטאג פאר פורים, וואס דאן קומען זיי סיי ווי אריין אין שטאט אויף דיני תורה וואס עזרא האט מתקן געווען אז די בתי דין זאלן זיצן בשני ובחמישי], כדי שיספקו מים ומזון לאחיהם שבכרכין [אזוי אז פורים אליין זאלן זיי האבן צייט צו ברענגן עסן פאר די בני העיר], למימרא דתקנתא דכרכין הוי [אז די תקנה איז לטובת די בני העיר און נישט לטובת די בני הכפרים]? והתנן חל להיות [פורים] בשני, כפרים ועיירות גדולות קורין בו ביום, ואם איתא [אז מען זוכט די טובה פון די בני העיירות] ליקדמו ליום הכניסה [זאלן די בני הכפרים דא אויך דארפן מקדים זיין]? הוו להו עשרה [וועט דאך אויסקומען אז די בני הכפרים ליינען בי' באדר], ועשרה לא תקינו רבנן [ווייל מען האט נאר מתקן געווען צו קענען ליינען פון י"א און ווייטער, כמבואר בדף ב' ע"א].

די גמ' איז דאך מרפסין איגרא, ר' חנינא האט געזאגט אז די סיבה פארוואס די חכמים האבן געזאגט אז די בני הכפרים קענען ליינען בי"א, בי"ב און בי"ג איז געווען לטובת בני העיר, אזוי אז די בני הכפרים זאלן זיין פריי ביום הפורים, פרעגט די גמ' אויב אזוי ווען פורים פאלט אויס מאנטאג זאל מען אויך מקדים זיין אויף דאנערשטאג כדי זיי זאלן זיין פנוי ביום הפורים, ענטפערט די גמ' אז דאנערשטאג איז דאך ערשט י' בחודש און אויף י' האט מען נישט מתקן געווען.

אבער, מרא דאברהם, דאס גופא איז דאך די קשיא אויף ר"ח, אויב זאל ער זיין גערעכט אז מען האט געמיינט די טובת בני העיר וואלט מען בציור כזה אויך געדארפט מתקן זיין? וואס זאגסטו, מען האט נישט מתקן געווען ווייל מען האט נישט מתקן געווען?

עפעס געדענק איך אז עס זענען דא וואס ווילן זאגן אז די אנשי כנה"ג האבן מרמז געווען אין די מגילה אז פון י"א קען מען שוין ליינען [כמבואר בדף ב' ע"א] 'אויב' עס וועט אמאל אויספעהלען, אבער נישט אז בשעתם האט מען שוין בפועל אזוי איינגעפיהרט פאר די בני הכפרים, ממילא ווען די שפעטערע חכמים האבן מקדים געווען די בני הכפרים לטובת בני העיר האבן זיי נישט געקענט צוריקריקן מער ווי י"א וואס די אנשי כנה"ג האבן ערלויבט לעת הצורך.

ויל"ע אויב עס שטימט מיט די יאהרן, ווייל פורים איז דאך געווען בסוף גלות בבל, דהיינו בימי עזרא וואס האט צוריק ארויפגעברענגט די אידן קיין אר"י צום בית שני, און רש"י זאגט אין דף ב' אז עזרא איז געווען דער וואס האט מתקן געווען אז די בתי דין זאלן זיצן אין די שטעט בשני וחמישי וואס אויף דעם איז געבויעט די גאנצע תקנה מקדים צו זיין די בני הכפרים.

-------------------

מגילה בשבת לא קרינן, מאי טעמא, אמר רבה הכל חייבין בקריאת מגילה (ובתקיעת שופר) ואין הכל בקיאין במקרא מגילה, גזירה שמא יטלנה בידו וילך אצל בקי ללמוד, ויעבירנה ארבע אמות ברשות הרבים.

אלע ראשונים מוטשענען זיך פארוואס זאגט ער ויעבירנה ד"א ברשה"ר, די פשוטע מכשול איז לכאורה אז ער וועט עס מוציא זיין מרשה"י לרשה"ר [פון זיין הויז צו די גאס, כדי צו גיין צום בקי].

דער חת"ס (שו"ת או"ח סי' ר"ח) זאגט אז לשיטת הראשונים אז המוציא מרשה"י לרשה"י דרך ד' אמות ברשה"ר [וואס קיין הנחה ברשה"ר האט ער נישט געמאכט] איז מען איהם מחייב אלס מעביר ד"א ברשה"ר, איז גוט, ווייל די פשוטע ציור איז אז ער טראגט עס פון זיין הויז צום הויז פונעם בקי [מרשה"י לרשה"י] דרך ד"א ברשה"ר, ממילא איז טאקע די חיוב אלס מעביר ד"א, נישט אלס המוציא מרשה"י לרשה"ר.

יין שרף » מיטוואך יולי 16, 2014 1:35 am

· #212050
ונבנתה העיר
נא, רבותי, היינט האט מען אנגעהויבן מגילה, עס איז צייט זיך מיטצוכאפן.

פאסט זיך טאקע אנצוהייבן מיט א פורים קשיא, רש"י זאגט אין די משנה אז ווען ט"ו פאלט שבת זענען די מוקפין מקדים אויף פרייטאג ווייל שבת טאר מען נישט ליינען די מגילה גזירה שמא יטלנו בידו ויעבירנו ארבע אמות ברשות הרבים.

שטעלט זיך א קלאץ קושיא: אז די רעדע איז איבער כרכים המוקפין חומה זענען זיי דאך נישט קיין רשות הרבים, איז וואס איז די פראבלעם אויב וועט איינער דארט מטלטל זיין?...

כד הוינא טליא איז מיר טאקע שווער געווען די קושיא אין חדר, און איך האב געפרעגט מיין מג"ש ולא נודע לו...
ביז ער האט געפרעגט א דיין פון אונזער קהילה בנוכחתי, און ער זאגט עס איז טאקע א "באמבע קשיא" אבער מען רעדט אז עס איז מוקף חומה מימות יהושע בן נון...
אוי האבן מיר אויסגעשאסן...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:05 pm

· #212473
דף ה' - דף ו'
דף ה':

אמר רב, מגילה בזמנה קורין אותה אפי' ביחיד, שלא בזמנה - בעשרה, זאגט רש"י: בזמנה. בי"ד, מתוך שהיא חובה בו ביום על כל יחיד ויחיד, קורין אותה אפילו ביחיד, דהכל קורין בו ואיכא פרסום נס, שלא בזמנה. כגון כפרים המקדימין ליום הכניסה, אין קורין אותה אלא בעשרה דבעינן פרסום ניסא.

פרעגט די גמ' רב אליין זאגט דאך אז פורים שחל בשבת לייענט מען די מגילה ער"ש אפי' ביחיד? איז לויט רש"י אז שלא בזמנה בעשרה מיינט מען די בני הכפרים וואס זענען מקדים, ווייל עס איז נישט דא קיין פירסום הנס, איז וואס איז די קשיא פון פורים שחל בשבת וואס דעמאלטס איז יעדער מקדים צו ער"ש?

------------

רבי האט געטוהן א מלאכה פורים, זאגט די גמ' רבי בר חמיסר הוה, וכי נטע בארביסר הוה, דהיינו ווען עס איז נישט געווען פורים ביי איהם, פרעגט די גמ' והא רב חזייה לההוא גברא דהוה קא שדי כיתנא בפוריא, ולטייה, ולא צמח כיתניה, ענטפערט די גמ' התם בר יומא הוה, עס איז געווען פורים ביי איהם אליין, וצל"ע וואס איז געווען די הוי אמינא?

---------

דף ו':

זבת חלב ודבש זאגט רש"י: העזים אוכלין תאנים, והדבש נוטף מהן, והחלב זב מן העזים, ונעשים כמין נחל.

----------

צוויי ווערטער וואס ווערן באנוצט אין ענגליש: 'תראטריות' טעאטערן און 'מטרופולין' א הויפטשטאט.

---------

זו גרממיא של אדום שאלמלי הן יוצאין מחריבין כל העולם כולו, שטייט אין הגהות יעב"ץ: כמדומה ר"ל 'גרמניא', היא אשכנז שלנו.

---------

אמר עולא, איטליא של יון זה כרך גדול של רומי, והויא תלת מאה פרסה על תלת מאה פרסה, ויש בה שס"ה שווקים כמנין ימות החמה, וקטן שבכולם של מוכרי עופות, והויא ששה עשר מיל על ששה עשר מיל, האבן מיר אין א שטח פון 300 סקווער פרסה 365 גאסן וואס די קלענסטע פון זיי איז 16 סקווער מיל.

איך בין נישט קיין מומחה אין מתמטיקה, אבער עפעס שטימט מיר נישט די חשבון דא, וויפיהל מיל גייט אריין אין א פרסה? זאגט פונקט רש"י דא אויף ע"א אז 16 מיל איז 4 פרסאות, און דא האבן מיר דאך 365 גאסן וואס די קלענסטע איז 16 סקווער מיל, 4x365 קומט אויס 1460 פרסה, און דא איז דאך די גאנצע שטאט נישט מער ווי 300 סקווער פרסה?

@פארוואס?
-----------

די גמ' זאגט אז עס איז מסתבר אז אין אן עיבור יאהר זאל מען מתקן זיין צו לייענן באדר א' אלס אין מעבירין על המצות, לכאורה איז עס א שטיקל חידוש, ווייל ווילאנג מען האט נישט מתקן געווען איז נאכנישט דא קיין מצוה, די שאלה איז לכתחילה אויף ווען זאל מען מתקן זיין די מצוה.

אפשר עפ"י החת"ס אז די עצם מאכן א יו"ט פורים איז א דאורייתא, ק"ו פון פסח - ממיתה לחיים לא כ"ש, און א ק"ו איז דאך א דאורייתא, נאר פונקטליך ווי אזוי צו פראווען דעם יו"ט דאס איז שוין א דרבנן, איז אפשר בעסער שייך אין מעבירין וויבאלד דער חיוב מה"ת איז שוין דא.

יין שרף » פרייטאג יולי 18, 2014 2:15 am

· #212502

עיין בפני יהושע שהקשה כך.
ס'איז דא וואס לערנען אז די קשיא איז ווי אזוי קענסטו זאכן אז רב חש ליה לרב אסא אז מ'דארף עשרה בזמנו, ער זאגט דאך אליין אז אפי' שלא בזמנם קורין אותה ביחיד וכ"ש בזמנו.

------------

רבי האט געטוהן א מלאכה פורים, זאגט די גמ' רבי בר חמיסר הוה, וכי נטע בארביסר הוה, דהיינו ווען עס איז נישט געווען פורים ביי איהם, פרעגט די גמ' והא רב חזייה לההוא גברא דהוה קא שדי כיתנא בפוריא, ולטייה, ולא צמח כיתניה, ענטפערט די גמ' התם בר יומא הוה, עס איז געווען פורים ביי איהם אליין, וצל"ע וואס איז געווען די הוי אמינא?

השפ"א תירוץ שאם הוה בר יומיה, היה רב צריך לחשב שזה שעשה מלאכה משום שכרות עשה, ולא הוה ליה לקללו, ומזה שקללו הו"א שלא הוה ביומיה.

די חת"ס ענפערט, ע"פ דברי הר"ן בפסחים, שאין משמתים על איסור תורה אלא על איסור דרבנן. ומזה שלטייה מובן שאינו בן יומו, דאילו הוה בן יומו הוה איסור מדברי קבלה שזהו כעין דאורייתא, ולא מקללים על כך. אבל באמת דברי קבלה לאו כעין דאורייתא אלא כעין דרבנן ומשום הכי קללו. וראה שם תירוץ נוסף

---------

דף ו':

זבת חלב ודבש זאגט רש"י: העזים אוכלין תאנים, והדבש נוטף מהן, והחלב זב מן העזים, ונעשים כמין נחל.
???

----------

צוויי ווערטער וואס ווערן באנוצט אין ענגליש: 'תראטריות' טעאטערן און 'מטרופולין' א הויפטשטאט.

אינטרעסאנט אנצומערקן דברי העץ יוסף בפירושו על זה, שתראטריות הוא מקום ששוחקים בו והקהל יושב מסביב בגובה. אזוי ווי היינטיגע צייטן א "סטעדיום". און די גמרא זאגט אז עתידין שרי יהודה ללמד בהן תורה ברבים. מכאן רמז לאסיפת כינוס כלל ישראל... ודו"ק.

---------

זו גרממיא של אדום שאלמלי הן יוצאין מחריבין כל העולם כולו, שטייט אין הגהות יעב"ץ: כמדומה ר"ל 'גרמניא', היא אשכנז שלנו.

די ערוך זאגט עס אויך, "שיש גורסים גרמניא"

---------

אמר עולא, איטליא של יון זה כרך גדול של רומי, והויא תלת מאה פרסה על תלת מאה פרסה, ויש בה שס"ה שווקים כמנין ימות החמה, וקטן שבכולם של מוכרי עופות, והויא ששה עשר מיל על ששה עשר מיל, האבן מיר אין א שטח פון 300 סקווער פרסה 365 גאסן וואס די קלענסטע פון זיי איז 16 סקווער מיל.

איך בין נישט קיין מומחה אין מתמטיקה, אבער עפעס שטימט מיר נישט די חשבון דא, וויפיהל מיל גייט אריין אין א פרסה? זאגט פונקט רש"י דא אויף ע"א אז 16 מיל איז 4 פרסאות, און דא האבן מיר דאך 365 גאסן וואס די קלענסטע איז 16 סקווער מיל, 4x365 קומט אויס 1460 פרסה, און דא איז דאך די גאנצע שטאט נישט מער ווי 300 סקווער פרסה?

@פארוואס?
-----------

די גמ' זאגט אז עס איז מסתבר אז אין אן עיבור יאהר זאל מען מתקן זיין צו לייענן באדר א' אלס אין מעבירין על המצות, לכאורה איז עס א שטיקל חידוש, ווייל ווילאנג מען האט נישט מתקן געווען איז נאכנישט דא קיין מצוה, די שאלה איז לכתחילה אויף ווען זאל מען מתקן זיין די מצוה.

א] אפשר דמיירי בחיובו דאורייתא של מחיית עמלק, שמקיימו ע"פ הגמרא ע"י קריאת המגילה, הוה כבר מצוה דאורייתא.
ב] השפ"א תירוץ שבלי הפסוק הו"א שאינו שייך כאן העברת המצות, אבל כיון דאיכא לימוד שנה ושנה, דיכול לקראותו כבר באדר הסמוך לשבט, א"כ אין מעבירין על המצות
ג] ע"פ הקדושת לוי שבכל שתא יורד השפעה כמאז, וגם באדר א' בא השפעתו, א"כ הו"א שכבר איכא חיוב לקראותו.
ד] עיין בטורי אבן

אפשר עפ"י החת"ס אז די עצם מאכן א יו"ט פורים איז א דאורייתא, ק"ו פון פסח - ממיתה לחיים לא כ"ש, און א ק"ו איז דאך א דאורייתא, נאר פונקטליך ווי אזוי צו פראווען דעם יו"ט דאס איז שוין א דרבנן, איז אפשר בעסער שייך אין מעבירין וויבאלד דער חיוב מה"ת איז שוין דא.

פארוואס? » פרייטאג יולי 18, 2014 11:00 am

· #212519
ונבנתה העיר

זו גרממיא של אדום שאלמלי הן יוצאין מחריבין כל העולם כולו, שטייט אין הגהות יעב"ץ: כמדומה ר"ל 'גרמניא',

אמר עולא, איטליא של יון זה כרך גדול של רומי, והויא תלת מאה פרסה על תלת מאה פרסה, ויש בה שס"ה שווקים כמנין ימות החמה, וקטן שבכולם של מוכרי עופות, והויא ששה עשר מיל על ששה עשר מיל, האבן מיר אין א שטח פון 300 סקווער פרסה 365 גאסן וואס די קלענסטע פון זיי איז 16 סקווער מיל.

איך בין נישט קיין מומחה אין מתמטיקה, אבער עפעס שטימט מיר נישט די חשבון דא, וויפיהל מיל גייט אריין אין א פרסה? זאגט פונקט רש"י דא אויף ע"א אז 16 מיל איז 4 פרסאות, און דא האבן מיר דאך 365 גאסן וואס די קלענסטע איז 16 סקווער מיל, 4x365 קומט אויס 1460 פרסה, און דא איז דאך די גאנצע שטאט נישט מער ווי 300 סקווער פרסה?

@פארוואס?

איך וואלט דיר געענטפערט אז די אלע שיעורים איז לאו דוקא און זיי זענען נאר גוזמאות, כידוע. אבער פונדעסטוועגן אזעלכע נאראנים זענען חז״ל נישט געווען, זיי האבן נישט געשריבן קיין חשבונות וואס שטימט נישט אויפן פלאץ.

(איך האף אז דו מיינסט נישט צו חוזק מאכן, ווייל) א סקווער פון 300 אויף 300, איז נישט 300 סקווער פרסה. נאר 300*300 סקווער פרסה, (אדער קען מען עס שרייבן אלס 2^300 פרסה), וואס באטרעפט 90,000 סקווער פרסה. (ווען מ׳זאגט אז א געוויסע שטח פארמאגט כך וכך סקווער אמות/פוס/מעטער/פרסה/…, מיינט עס אז אין דעם שטח פיטן אריין כך וכך קליינע סקווערס פון א אמה אויף אמה, אדער א פוס ביי א פוס וכו׳).

עס איז נאך עפעס שווער?

(16 מיל אויף 16 מיל איז 16 סקווער פרסאות (ווייל עס איז 4 פרסה ביי 4 פרסה), יעצט רעכן אויס 90,000 צוטיילן אין 16, וועסטו זעהן ווי קליין די שוק איז ביחס צום גאנצן כרך).

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 18, 2014 12:27 pm

· #212528
זייער שיין, יין שרף.

שכוח, פארוואס?, טעיתי.

(איך האב נישט גערעכענט וויפיהל סקווער פרסה די שטאט איז, באמרי די גאס איז דאך אויך סקווער מיל, ויבוא סקווער וימחה את סקווער).

פארוואס? » פרייטאג יולי 18, 2014 4:55 pm

· #212564
לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער האסטו זיך געמאכט א לאגישע חשבון, אז וויבאלד איך רעד דאך די גאנצע צייט פון א סקווערעד נומער, דאן קען איך זיך ארומשפילן אהן דארפן אריינמישן דעם פארשאלטענעם סקווער אינעם פיקטשער. 
סא, אויב אזוי ווי שטעקט דיין טעות?
דער תירוץ איז, ווען דער יחס פון איין נומער צום צווייטן איז נישט די זעלבע ווי די יחס פון דעם סקווערעד נומער צום צווייטן סקווערעד נומער. אדער אין אנדערע ווערטער ווען איך האב צוויי נומערן איינעם וועל איך רופן (למען הנוחיות) a, און דעם אנדערן וועל איך רופן b. דאן וועט a/b נישט זיין דאס זעלבע ווי a^2/b^2. 
יעצט לאמיר נעמען א דוגמא דערפאר, לאמיר זאגן אז a איז 20, און b איז 5, דאן לאמיר זעהן וויפיל איז 20/5, עס באטרעפט 4. יעצט לאמיר זעהן וויפיל איז סקווערעד 20 צוטיילן אין סקווערד 5, אדער 400/25, עס באטרעפט 16. 
איין מוסר השכל פון די גאנצע זאך, מ׳ברויך זיין זייער פארזיכטיג ביים רעכענען…

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 20, 2014 12:22 am

· #212605
דף ז'
שלחה להם אסתר לחכמים: קבעוני לדורות, שלחו לה: קנאה את מעוררת עלינו לבין האומות, שלחה להם: כבר כתובה אני על דברי הימים למלכי מדי ופרס, זאגט רש"י: קנאה את מעוררת עלינו. שיאמרו האומות שאנו שמחים להזכיר מפלתן, כבר אני כתובה. ושם יהו רואין מה שאירע להם על ידי ישראל.

אויב איז די חשש אז מיטן קובע זיין א יו"ט וועלן זיי זאגן שאנו שמחים להזכיר מפלתן, איז וואס איז די תירוץ פון כבר אני כתובה על דברי הימים און דארט וועלן זיי זעהן? בדרך צחות י"ל אז עס שטערט איהר נישט מעורר צו זיין קנאה ווייל זיי וועלן מורא האבן צו טשעפען די אידן נאכאמאל, וכמדויק מלשון רש"י 'שם יהו רואין מה שאירע להם על ידי ישראל'.

-----------------

ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה, שנאמר ויודע הדבר למרדכי [די פלאן פון בגתן ותרש], זאגט רש"י: ויודע הדבר למרדכי. מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו, וואס איז די ראי' אז די מגילה איז געשריבן געווארן ברוח הקודש ווייל מרדכי האט א איבער א יאהר פריער געוואוסט עפעס ברוה"ק?

------------------

אביי פארציילט ווי ער האט געגעסן א סעודה גדולה און ער האט נאך געוואלט צוקייען די טעלער דערנאך, שרייבט דער מהרש"א: י"ל בדרך בדיחותא שהקערה זאת ג"כ נעשית מדבר הנאכל, כעין שעושין עתה האומנין ע"י בלילות צוקר צורות משונות, ושפיר קאמר למיכס ולאוכלה ממש.

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 20, 2014 1:23 am

· #212614
ונבנתה העיר

ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה, שנאמר ויודע הדבר למרדכי [די פלאן פון בגתן ותרש], זאגט רש"י: ויודע הדבר למרדכי. מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו, וואס איז די ראי' אז די מגילה איז געשריבן געווארן ברוח הקודש ווייל מרדכי האט א איבער א יאהר פריער געוואוסט עפעס ברוה"ק?

די כונה איז אז מ'זעהט פון ויודע אז עס האט גערוהט אויף מרדכי רוח הקודש, ממילא ווען מרדכי האט עס געשריבן, ווי ס'שטייט אין פסוק ויכתב מרדכי, איז עס אויך געווען מיט רוח הקודש. דאס איז לכאורה די כונה פון רש"י.

יין שרף » זונטאג יולי 20, 2014 1:45 am

· #212620
ונבנתה העיר
ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה, שנאמר ויודע הדבר למרדכי [די פלאן פון בגתן ותרש], זאגט רש"י: ויודע הדבר למרדכי. מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו, וואס איז די ראי' אז די מגילה איז געשריבן געווארן ברוח הקודש ווייל מרדכי האט א איבער א יאהר פריער געוואוסט עפעס ברוה"ק?

די יערות דבש (ח"ב דרוש ב') ענפערט אז שאם לא נכתבה ברוה"ק, וואלט מרדכי נישט געשריבן "ויודע הדבר למרדכי", ווייל ער וואלט ניטש געשריבן אויף זיך א לשון וואס איז משמע אז ער האט געהאט רוה"ק, און פון דעם וואס ער שרייבט עס יא מוכרח שכתב ע"פ רוה"ק וכתב כפי שנצטוה.
וכן כתב השפ"א והוסיף שיתכן שאסור לגלות מה שנאמר ברוה"ק, ואם גלה מוכרח שכתב כפי מה שנצטוה.
ועיין בחת"ס ד"ה תניא.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 20, 2014 12:11 pm

· #212659
רויטע וואנצעס
ונבנתה העיר

ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה, שנאמר ויודע הדבר למרדכי [די פלאן פון בגתן ותרש], זאגט רש"י: ויודע הדבר למרדכי. מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו, וואס איז די ראי' אז די מגילה איז געשריבן געווארן ברוח הקודש ווייל מרדכי האט א איבער א יאהר פריער געוואוסט עפעס ברוה"ק?

די כונה איז אז מ'זעהט פון ויודע אז עס האט גערוהט אויף מרדכי רוח הקודש, ממילא ווען מרדכי האט עס געשריבן, ווי ס'שטייט אין פסוק ויכתב מרדכי, איז עס אויך געווען מיט רוח הקודש. דאס איז לכאורה די כונה פון רש"י.

פון דעם וואס די גמ' זאגט אויבן 'למימרא דסבר שמואל אסתר לאו ברוח הקודש נאמרה, והאמר שמואל אסתר ברוח הקודש נאמרה, נאמרה לקרות ולא נאמרה ליכתוב' זעהט אויס אז מען רעדט דא פון א רוה"ק אויף די ספעציפישע כתיבה, נישט נאר אז דער שרייבער איז געווען איינער וואס האט געקענט האבן רוה"ק.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 20, 2014 2:50 pm

· #212696
דף ט'
תלמי המלך האט געהייסן די אידן זיי זאלן איהם איבערטייטשן די תורה אויף גריכיש.

פארציילט די גמ' אז זיי האבן געמאכט א גאנצע ליסטע פון שינויים, איינע פון זיי איז אנשטאט 'ואת הארנבת' (ביי די טמא'נע חיות) האבן זיי געשריבן 'את צעירת הרגליים' די מיט די קורצע פיס, מפני שאשתו של תלמי ארנבת שמה, שלא יאמר שחקו בי היהודים והטילו שם אשתי בתורה.

פארשטיי איך נישט, זיי האבן דאך געשריבן אויף גריכיש, האבן זיי דאך נישט געשריבן 'ארנבת' נאר 'Κουνέλι', איז ווי אזוי האט זיין ווייב געהייסן, האט זי געהייסן ארנבת - האבן זיי דאך דאס נישט געשריבן, האט זי געהייסן די גריכישע איבערטייטש דערפון - איז פארוואס שחקו בי היהודים, ביי די אידן שטייט דאך ארנבת?

אויב איז די שחקו בי היהודים אז זיי רעדן פון די זעלבע חי' נאך וועמען זי הייסט, איז וואס איז בעסער ווען מען שרייבט צעירת הרגליים?

ועיין גליון הש"ס.

יין שרף » זונטאג יולי 20, 2014 2:53 pm

· #212698
ועוד קשה, צעירת רגלים טייטשט קורצע פוס. און רש"י זאגט אז די חיה הייסט אזוי ווייל ידיה קצרות מן רגליה. וואלט עס געדארפט הייסן צעירת ידים?

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 21, 2014 2:28 pm

· #212860
דף י'
די גמ' איז מדייק פון דעם וואס ר' אלעזר בר' יוסי זאגט אשר לוא חומה אע"פ שאין לו עכשיו והי' לו קודם לכן, אז ער האלט קידשה לעתיד לבוא, וצל"ע אפשר רעדט ער פון די שטעט וואס מען האט נאכאמאל מקדש געווען כמבואר בע"א.

----

רש”י טייטשט הודו לה' כי טוב, דאנקט דעם אייבערשטן און עס איז גוט און פאסיג איהם צו דאנקן, בדומה ווי ער טייטשט אין האזינו צדיק וישר הוא.

פארוואס? » מאנטאג יולי 21, 2014 10:46 pm

· #212937
ונבנתה העיר
תלמי המלך האט געהייסן די אידן זיי זאלן איהם איבערטייטשן די תורה אויף גריכיש.

פארציילט די גמ' אז זיי האבן געמאכט א גאנצע ליסטע פון שינויים, איינע פון זיי איז אנשטאט 'ואת הארנבת' (ביי די טמא'נע חיות) האבן זיי געשריבן 'את צעירת הרגליים' די מיט די קורצע פיס, מפני שאשתו של תלמי ארנבת שמה, שלא יאמר שחקו בי היהודים והטילו שם אשתי בתורה.

פארשטיי איך נישט, זיי האבן דאך געשריבן אויף גריכיש, האבן זיי דאך נישט געשריבן 'ארנבת' נאר 'Κουνέλι', איז ווי אזוי האט זיין ווייב געהייסן, האט זי געהייסן ארנבת - האבן זיי דאך דאס נישט געשריבן, האט זי געהייסן די גריכישע איבערטייטש דערפון - איז פארוואס שחקו בי היהודים, ביי די אידן שטייט דאך ארנבת?

אויב איז די שחקו בי היהודים אז זיי רעדן פון די זעלבע חי' נאך וועמען זי הייסט, איז וואס איז בעסער ווען מען שרייבט צעירת הרגליים?

ועיין גליון הש"ס.

סתם בדרך אגב, לעצטנס האב איך געזעהן אין מדרש אז תלמי׳ס מאמע האט געהייסן ״ארנבת״.
קען זיין אז תלמי׳ס עלטערן האבן נישט מקפיד געווען נישט צו נעמען א שנור וואס הייסט אזוי ווי די שוויגער…

יין שרף » מאנטאג יולי 21, 2014 10:50 pm

· #212938
גליון הש"ס ברענגט אז זי האט געהייסן ארנבתא...

פארוואס? » מאנטאג יולי 21, 2014 11:13 pm

· #212942
מענין לענין בקרוב לאותו ענין.
וועל איך ציטירן א שטיקל פון א געוויסע מקור, בזה הלשון:
במספר כתבי-יד של התלמוד, לא מיוחס השם ״ארנבת״ לאשת המלך אלא לאביו. ולאמיתו של דבר אביו של תלמי הראשון, המלך הראשון של מצרים ומייסד השושלת התלמית, היה קרוי ׳לאגוס׳ - כינוי, הזהה למילה היוונית לארנבת, lagos. 
האלטן מיר שוין ביי זיין ווייב, זיין מוטער, און זיין פאטער…

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 21, 2014 11:57 pm

· #212948
ונבנתה העיר
רויטע וואנצעס
ונבנתה העיר

ר"מ אומר אסתר ברוח הקודש נאמרה, שנאמר ויודע הדבר למרדכי [די פלאן פון בגתן ותרש], זאגט רש"י: ויודע הדבר למרדכי. מי גלה לו רוח הקדש שרה עליו, וואס איז די ראי' אז די מגילה איז געשריבן געווארן ברוח הקודש ווייל מרדכי האט א איבער א יאהר פריער געוואוסט עפעס ברוה"ק?

די כונה איז אז מ'זעהט פון ויודע אז עס האט גערוהט אויף מרדכי רוח הקודש, ממילא ווען מרדכי האט עס געשריבן, ווי ס'שטייט אין פסוק ויכתב מרדכי, איז עס אויך געווען מיט רוח הקודש. דאס איז לכאורה די כונה פון רש"י.

פון דעם וואס די גמ' זאגט אויבן 'למימרא דסבר שמואל אסתר לאו ברוח הקודש נאמרה, והאמר שמואל אסתר ברוח הקודש נאמרה, נאמרה לקרות ולא נאמרה ליכתוב' זעהט אויס אז מען רעדט דא פון א רוה"ק אויף די ספעציפישע כתיבה, נישט נאר אז דער שרייבער איז געווען איינער וואס האט געקענט האבן רוה"ק.

רוח הקודש איז א מדריגה נישט דוקא א מצב. רש"י זאגט שרה עליו רוח הקודש, פשט אז ער האט געהאט די מדריגה, ממילא ווען ער האט עס געשריבן איז עס געווען מיט רוח הקודש ווייל ער האט געהאט די מדריגה (פשט, רוח הקודש איז נישט א סוויטש, ס'איז א מדריגה וואס א צדיק לעבט מיט, כמבואר במסילת ישרים ועוד ספרי מוסר)

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 22, 2014 12:35 am

· #212950
אבער פון 'נאמרה לקרות ולא נאמרה ליכתוב' איז משמע אז די נידון איז איבער א ציווי מלמעלה.

kliger » דינסטאג יולי 22, 2014 2:23 am

· #212953
יין שרף
ועוד קשה, צעירת רגלים טייטשט קורצע פוס. און רש"י זאגט אז די חיה הייסט אזוי ווייל ידיה קצרות מן רגליה. וואלט עס געדארפט הייסן צעירת ידים?

א חיה האט נאר פיס
נאר רשי רופט עס אן ידים ביים מסביר זיין

יין שרף » דינסטאג יולי 22, 2014 2:27 pm

· #213051
כבר מצאתי תירוץ על זה. שבשפת יוונית קורין לידים ג"כ רגלים, ומש"כ קראו לו צעירת הרגלים.
ולפ"ז משמע דבכל שפה אחר קורין לשתי רגלים של חיה "ידים" ולא רגלים...

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 23, 2014 7:04 pm

· #213324
דף י"א
מהודו ועד כוש, רב ושמואל, חד אמר הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם, וחד אמר הודו וכוש גבי הדדי הוו קיימי, כשם שמלך על הודו וכוש כך מלך מסוף העולם ועד סופו.

פון די גמ' איז לכאורה משמע אז די וועלט איז נישט רונדיג.

איך מיין אז דער ראגאטשאב'ער לערנט אז לכו"ע זענען הודו און כוש געשטאנען איינס נעבן די אנדערע, און אזוי ווי די וועלט איז טאקע יא רונדיג קען מען עס אנקוקען אז זיי שטייען צוזאמען, אדער קען מען גיין פון די אנדערע זייט הודו און ארומפאהרן די גאנצע וועלט ביז מען קומט צוריק צו כוש, הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם.

נהורא נפישא » מיטוואך יולי 23, 2014 7:40 pm

· #213328
נו דאן וואס איז די מחלוקה ?
כוש איז עטיאפיע, און הודו אינדיע, נישט אינעם זעלבן קאנטינענט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 23, 2014 8:32 pm

· #213334
נהורא נפישא
נו דאן וואס איז די מחלוקה ?
כוש איז עטיאפיע, און הודו אינדיע, נישט אינעם זעלבן קאנטינענט.

אפשר קריגן זיי זיך נישט אין די מציאות, זיי זאגן פשוט פשט אין די ווערטער מהודו ועד כוש.

דיין צווייטע נקודה איז א אינטערעסאנטע וואס כ'האב שוין אפאר מאל געקלערט וועגן. אז מ'קוקט אויף אלטע מאפעס, זעהט מען אז אינדיע איז געווען פיל גרעסער ווי יעצט. ס'האט אריינגענומען אפגאניסטאן און נאך. אבער אפילו אן דעם אויב מ'קוקט אויף א היינטיגע מאפע זעהט מען אז איראן איז אויבן אינדערמיט, און נידריגער איז כוש נאר אפגעשיידט פון הודו דורך וואסער, ס'איז איינס לעבן צווייטן. גראדע לפי דעם קען מען זאגן זייער שיין פשט אין הודו ועד כוש, איראן איז אינדערמיט. זיין מלוכה איז געווען פון הודו אויף 1 זייט פון איראן, ביז כוש אויף די אנדערע זייט פון איראן.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 23, 2014 9:46 pm

· #213343
נהורא נפישא
נו דאן וואס איז די מחלוקה?

ווי וואנצעס, עס איז א מחלוקת אין פשט און מען פארדינט א מחלוקת אין מציאות.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 24, 2014 7:25 pm

· #213636
דף י"ג
כי אין לה אב ואם, ובמות אביה ואמה למה לי, אמר רב אחא, עיברתה מת אביה, ילדתה מתה אמה, זאגט רש"י: בשעה שנתעברה אמה מת אביה, נמצא שלא היה לה אב משעה שנראה להקרות אב, וכשילדתה אמה מתה, ולא נראית לקרות אם.

דער אבני נזר פרעגט פארוואס לגבי די איסור צו שחט'ן אותו ואת בנו אין איין טאג זאגט מען אז עס איז נישט א פראבלעם צו שחט'ן א מעוברת, אפי' ביידע ווערן גע'שחט'ן, און ביי פרה אדומה פסל'ט מען א מעוברת ווייל עס שטייט ושחט אותה - ולא אותה ואת חברתה, קוקט מען זיי אהן ווי איינס אדער ווי צוויי?

ענטפערט דער טשעבינער רב אז ברש"י הנ"ל זעהט מען אז אן אב רופט זיך שוין מזמן העיבור, אבער אן אם איז ערשט משעת לידה, ממילא איז באמת זענען זיי ווי צוויי, אבער מען איז נישט עובר אויף אותו ואת בנו ביי שחיטת פרה מעוברת ווייל זי הייסט נאכנישט א מאמע.

kliger » פרייטאג יולי 25, 2014 2:08 am

· #213700
ונבנתה העיר
מהודו ועד כוש, רב ושמואל, חד אמר הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם, וחד אמר הודו וכוש גבי הדדי הוו קיימי, כשם שמלך על הודו וכוש כך מלך מסוף העולם ועד סופו.

פון די גמ' איז לכאורה משמע אז די וועלט איז נישט רונדיג.

איך מיין אז דער ראגאטשאב'ער לערנט אז לכו"ע זענען הודו און כוש געשטאנען איינס נעבן די אנדערע, און אזוי ווי די וועלט איז טאקע יא רונדיג קען מען עס אנקוקען אז זיי שטייען צוזאמען, אדער קען מען גיין פון די אנדערע זייט הודו און ארומפאהרן די גאנצע וועלט ביז מען קומט צוריק צו כוש, הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם.

געבליבען צענדליגע פלעצער וואו חזל זאגן קלאר אז די וועלט איז נישט רינדיג.

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 25, 2014 11:52 am

· #213735
וואו זענען די ערשטע צעהן פלעצער?

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 27, 2014 3:41 pm

· #213948
דף י"ד
די גמ' זאגט אז מען איז ענדערש געגאנגען פרעגן ביי חולדה הנביאה ווי ביי ירמיהו ווייל נשים רחמניות הן.

זענען דא וואס נעמען ארויס דערפון אז הגם א נביא מוז סיי ווי איבערגעבן די נבואה וואס ער האט באקומען און קען עס נישט משנה זיין - ווי דער מהרש"א פרעגט - אעפ"כ ווערט די נבואה געפילטערט דורך איהר מקבל, און עס איז מער נוטה צו רחמנות אויב איז די כלי דערפאר א פרוי.

---

די גמ' זאגט אז חולדה הנביאה איז געווען אן אייניקל פון יהושע בן נון וועלכער האט חתונה געהאט מיט רחב הזונה, פרעגט די גמ' ומי הוו ליה זרעא ליהושע? עס שטייט דאך ביים סדר היחס נון בנו יהושע בנו און עס גייט נישט ווייטער, ענטפערט די גמ' זוהן האט ער טאקע נישט געהאט, אבער בנתן-טעכטער האט ער יא געהאט, פון וואו האט די גמ' געוואוסט אז ער האט געהאט טעכטער בלשון רבים?

זאגט ר' הערשל'ע האלברשטאט אזוי, די גמ' אין עירובין ס"ג ע"ב זאגט אז יהושע איז נענש געווארן נישט צו האבן קיין זוהן ווייל ער האט מבטל געווען די אידן פון פרי' ורבי', ווערט דאך אבער שווער פארוואס האט מען איהם נישט געגעבן מיט רחב איין זכר, אזוי אז פרי' ורבי' וועט ער נישט האבן ווייל מען איז עס נאר מקיים מיט א זכר ונקבה, פארוואס האט מען איהם געגעבן א טאכטער דוקא?

אלא מאי מוז זיין אז יהושע האט שוין פון פריער געהאט א טאכטער, ממילא אויב וואלט ער באקומען פון רחב א זכר וואלט ער דאך יא געהאט קיום מצות פו"ר, איז ע"כ האט מען איהם געגעבן א טאכטער פון רחב פון וועלכע עס איז שפעטער ארויסגעקומען חולדה, איז דאך גוט אז ער האט געהאט טעכטער בלשון רבים.

יין שרף » זונטאג יולי 27, 2014 7:02 pm

· #213977
ונבנתה העיר
די גמ' זאגט אז מען איז ענדערש געגאנגען פרעגן ביי חולדה הנביאה ווי ביי ירמיהו ווייל נשים רחמניות הן.

זענען דא וואס נעמען ארויס דערפון אז הגם א נביא מוז סיי ווי איבערגעבן די נבואה וואס ער האט באקומען און קען עס נישט משנה זיין - ווי דער מהרש"א פרעגט - אעפ"כ ווערט די נבואה געפילטערט דורך איהר מקבל, און עס איז מער נוטה צו רחמנות אויב איז די כלי דערפאר א פרוי.

די קשיא האב איך שוין געהערט. די פשוטע תירוץ איז אז אין הכי נמי אז די נבואה וועט בלייבן די זעלבע ווי ווען א מאן באקומט עס, אבער די פרוי וועט מתפלל זיין אויפן צרה, ווייל נשים רחמניות ודו"ק.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 27, 2014 7:09 pm

· #213982
אזוי ענטפערט דער מהרש"א.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 27, 2014 11:16 pm

· #214050
דף ט"ז
על העץ אשר הכין לו, זאגט די גמ': תנא, לו הכין, באמת האט ער עס אנגעגרייט פאר זיך אליין.

וואו איז עס משמע אין די ווערטער? איז דא א ווארט [כ'מיין בשם קאצק, אדער בארדיטשוב] אז 'הכנה' איז נאר שייך צו א מצוה, ממילא אז עס שטייט 'הכין' מוז עס זיין לצורך מצוה.

עס איז א חסידיש ווארט, אבער אין לומדות שטימט עס אויך, אז מען רעדט פון הכנה האלט מען דאך נאכנישט ביי די זאך אליין, מען גרייט זיך ערשט דערצו, איז א זאך וואס איז נישט קיין אמת'ע מציאות קען מען זיך דערצו נישט גרייטן, מילא בשעת ער טוהט די עבירה איז עס דעמאלטס א מציאות, אבער פארדעם איז עס נישט דא אז מען זאל קענען מאכן א הכנה צו איהר, משא"כ א מצוה איז בעצם א מציאות, אפי' אויב יעצט איז נישט פונקט די סעקונדע אין וועלכע זי ווערט געטוהן.

וכעין מה שאמרו ביי ספירה און מילה בלילה.

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 28, 2014 7:14 pm

· #214267
דף י"ז
לגבי די ברכה פון ראה נא בענינו שרייבט רש"י: האי גאולה לאו גאולה דגלות היא, אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד.

יין שרף » מאנטאג יולי 28, 2014 7:57 pm

· #214272
אלס חב"ד חסיד ווייסטו דאך גאולה פרטית מיט גאולה כללית...

Big Boy » דינסטאג יולי 29, 2014 12:17 am

· #214316
ונבנתה העיר
לגבי די ברכה פון ראה נא בענינו שרייבט רש"י: האי גאולה לאו גאולה דגלות היא, אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו תמיד.

For Geulah from gules there are other bruches like teka beshoifer

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 29, 2014 12:21 am

· #214318
יא, רש"י שמועסט עס טאקע אויס.

פארוואס? » דינסטאג יולי 29, 2014 10:26 am

· #214342
ונבנתה העיר
כי אין לה אב ואם, ובמות אביה ואמה למה לי, אמר רב אחא, עיברתה מת אביה, ילדתה מתה אמה, זאגט רש"י: בשעה שנתעברה אמה מת אביה, נמצא שלא היה לה אב משעה שנראה להקרות אב, וכשילדתה אמה מתה, ולא נראית לקרות אם.

דער אבני נזר פרעגט פארוואס לגבי די איסור צו שחט'ן אותו ואת בנו אין איין טאג זאגט מען אז עס איז נישט א פראבלעם צו שחט'ן א מעוברת, אפי' ביידע ווערן גע'שחט'ן, און ביי פרה אדומה פסל'ט מען א מעוברת ווייל עס שטייט ושחט אותה - ולא אותה ואת חברתה, קוקט מען זיי אהן ווי איינס אדער ווי צוויי?

ענטפערט דער טשעבינער רב אז ברש"י הנ"ל זעהט מען אז אן אב רופט זיך שוין מזמן העיבור, אבער אן אם איז ערשט משעת לידה, ממילא איז באמת זענען זיי ווי צוויי, אבער מען איז נישט עובר אויף אותו ואת בנו ביי שחיטת פרה מעוברת ווייל זי הייסט נאכנישט א מאמע.

ע״י׳ סנהדרין ס״ט ע״א רש״י ד״ה אלא כי אתא רב דימי, דמבואר שם להדיא דאב העובר מיקרי אב, ועי׳ רעק״א יו״ד סי׳ פ״ז דס״ל דה״ה לגבי אם. ומבואר מדבריו דלא כהגאון מטשעבין, עיי״ש ודו״ק.  

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 29, 2014 2:48 pm

· #214403
דו פרעגסט זייער גוט, פארוואס?.

בדוחק י"ל (וגם להציל רע"א מרש"י דמגילה) אז עס זענען דא צוויי גדרים (דינים...) אין 'אב ואם', עס קען זיין א גדר פון מעגליכע פונקציעס וואס זיי פארקערפערן אין זיך, און עס קען זיין א יחס צווישן זיי און זייערע פראדוקטן.

ביי בשר בחלב (וה"ה ביי א בן סורר ומורה) רעדט נישט דער 'לימוד' פון א פאקטישע קינד, אין פסוק שטייט 'בחלב אמו' לערענט מען ארויס אז נאר חלב פון א בהמה הראוי' להיות אם איז אסור, לאפוקי - למשל - א טויטע בהמה, דהיינו, למעשה רעדט מען נישט פון א מעוברת, נאר די לימוד איז מגלה אז די בהמה מוז האבן 'אם-פונקציעס', טרוקענע פונקציעס זענען 'אב' ער קען גורם זיין א היכר עובר, 'אם' זי קען טראגן אן עובר.

משא"כ ביי אסתר און ביי אותו ואת בנו רעדט זיך טאקע יא איבער פאקטישע קינדער און איבער די יחס פון זייערע עלטערן צו זיי, כי אין לה אב ואם, אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד, דער יחס צו א קינד אז יענער זאל שוין זיין ראוי גערופען צו ווערן אב אדער אם דאס געשעהט ערשט ווען יענער האט גענדיגט זיין חלק אין די פארפארטיגונג פון דעם קינד צו וועם ער וויל זיך מכתיר זיין ווי אן אב אדער אם, ממילא ווערט מען אן אב פון ווען מען האט מעבר געווען די מאמע, און אן אם ווען זי ענדיגט איהר ארבעט און ברענגט ארויס דעם פארטיגן פראדוקט לאויר העולם.

פארוואס? » דינסטאג יולי 29, 2014 6:11 pm

· #214440
א שיינע געדאנק. 
עס שרייט זיך ארויס: ווי להאי שופרא דבלי לארעא. והמבין יבין. 

פארוואס? » מיטוואך יולי 30, 2014 1:40 pm

· #214544
ונבנתה העיר
וואו זענען די ערשטע צעהן פלעצער?

נאך אן אויבערפלעכליכע שנעלע מיש, האב איך באקומען א ליסטע פון צעהן מראי-מקומות, ווי עס איז לכאורה משמע אז די חכמי הגמרא זענען נישט געווען עפעס מער פארגעשריטן ווי די דעמאלטסדיגע חכמי או״ה אין הילוך החמה והמזלות (איך גלייב אז עס איז דא נאך אסאך):
1). עירובין נ״ו ע״א. 
2). פסחים צ״ד ע״א. 
3). פסחים צ״ד ע״ב. 
4). תמיד ל״ב ע״א. 
5). חגיגה י״ב ע״א. 
6). שם י״ב ע״ב.
7). שם
8). חגיגה י״ג ע״א. 
9). ר״ה כ״ד ע״א (עיי״ש ברש״י). 
10). פסחים מ״ב ע״א (עיי״ש ברש״י). 

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 30, 2014 2:37 pm

· #214562
איך זוך די צעהנדליגע פלעצער וואו חז"ל זאגן קלאר אז די וועלט איז נישט רונדיג - נישט איבער הילוך החמה.

ועיין אין יידל'ס הפלא'דיגע מאמר אז בזמן הש"ס האבן שוין רוב מלומדים געהאלטן פון א רונדיגע וועלט, הגם אין רונדיגקייט גופא י"ל צוויי דרגות, דהיינו ווי א האלבע כדור וואס איז פלאך פון אונטן עיין תוס' ע"ז מ"א ע"א ד"ה ככדור, כעין המבואר אצל יאיר.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:01 am

· #214720
דף י"ח
מען איז יוצא אויב מען לייענט די מגילה בסירוגין [קורא מעט ופוסק ושוהה וחוזר ופוסק - רש"י], זאגט די גמ' אף בסירוגין אם שהה כדי לגמור את כולה חוזר לראש ... א"ל אביי לרב יוסף, כדי לגמור את כולה מהיכא דקאי לסיפא, או דלמא מרישא לסיפא?

ווי קען ער האבן א צד אז עס מיינט פון וואו ער האלט ביז'ן סוף, און אויב האלט ער ביי די לעצטע ווארט מעג ער זיך נישט אפשטעלן אפי' פאר א סעקונדע?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:09 am

· #214724
ווי קען זיין א הו"א כדי לגמור את כולו? אויב איז מען מפסיק נאך יעדע פסוק א שעה, קומט אויס אז מ'ענדיגט די מגילה אין שיבתר!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:12 am

· #214725
וואס עפעס נאך יעדע פסוק? ער האט איין צוויי מאהל מפסיק געווען ['פוסק', נישט 'פסוק'].

פארוואס? » דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:37 pm

· #214841
ונבנתה העיר
איך זוך די צעהנדליגע פלעצער וואו חז"ל זאגן קלאר אז די וועלט איז נישט רונדיג - נישט איבער הילוך החמה.

ועיין אין יידל'ס הפלא'דיגע מאמר אז בזמן הש"ס האבן שוין רוב מלומדים געהאלטן פון א רונדיגע וועלט, הגם אין רונדיגקייט גופא י"ל צוויי דרגות, דהיינו ווי א האלבע כדור וואס איז פלאך פון אונטן עיין תוס' ע"ז מ"א ע"א ד"ה ככדור, כעין המבואר אצל יאיר.

ייש"כ פארן צו צייכענען די צוויי באלערנדע מאמרים, כ'על מיר מאכן צייט זיי צו אדורכלייענען גרונטליך.
אבער בנוגע וואס חז"ל האבן געהאלטן, אויב ביסטו אינטרעסירט בין איך גרייט דאס צו אדורכשמועסן מיט דיר מער ברייט, אבער איך גלייב אז מיר וועלן מוזן זוכן אן אנדער אשכול, וואס ס'איז מער פאסיג דערצו.

יין שרף » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:22 pm

· #217920
מו"ק דף ט' ע"א.
גאנץ כלל ישראל מצאו נשיהם בטהרה, וכל אחד ואחד נתעברה אשתו בבן זכר.
וויל איך וויסען אויב 18 יאר שפעטער איז געווען א שידוך קריזיס...?

איך אויך » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:04 am

· #218248
זעהסט דאך אז נישט.

פארוואס? » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:26 pm

· #219389
ונבנתה העיר
מהודו ועד כוש, רב ושמואל, חד אמר הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם, וחד אמר הודו וכוש גבי הדדי הוו קיימי, כשם שמלך על הודו וכוש כך מלך מסוף העולם ועד סופו.

פון די גמ' איז לכאורה משמע אז די וועלט איז נישט רונדיג.

איך מיין אז דער ראגאטשאב'ער לערנט אז לכו"ע זענען הודו און כוש געשטאנען איינס נעבן די אנדערע, און אזוי ווי די וועלט איז טאקע יא רונדיג קען מען עס אנקוקען אז זיי שטייען צוזאמען, אדער קען מען גיין פון די אנדערע זייט הודו און ארומפאהרן די גאנצע וועלט ביז מען קומט צוריק צו כוש, הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם.

פונקט יעצט געטראפן אין וויקיפעדיע:

[quote="רבי יוסף בן נחמיאש (מתלמידי הרא"ש, המאה ה-14), פרשן. הזכיר בשם "החכם רבי ישראל ז"ל""]"הוא אחשורוש המלך מהודו ועד כוש" - ...שהארץ עומדת ככדור, הודו וכוש עומדים בסוף הכדור זו אצל זו. וכוש סוף העולם כשתתחיל מהודו לסבב הכדור עד כוש. והודו סוף העולם כשתתחיל מכוש לסבב הכדור עד הודו.
– פירוש רבי יוסף בן נחמיאש למגילת אסתר, א, א. פאדגורזע תרנ"ט.[/quote]

פארוואס? » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:23 pm

· #219625
@ונבנתה העיר
מיר פאדערן בכל התוקף א באהאנדלונג איבערן היינטיגן דף, בנוגע די מימרא פון ר׳ אילעי ילך למקום שאין מכירין אותו ואל יחלל שם שמים בפרהסיה. 
בעיקר בין איך נייגעריג פאר די וועלכע האבן געלעבט בעפאר ווען רב האי גאון האט פארדרייט די פשוטע פשט אין די מימרא, האבן זיי באקומען א עונש פארן פאלגן בפשטות א מאמר חז״ל?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:51 pm

· #219642
פשוט פשט איז מן הסתם 'אם רואה שיצרו מתגבר עליו', ער האט שוין סייווי פארלוירן אין א געוויסע זאך - באותו מקום, זמן ואשה, זאל ער כאטש גיין למקום שאין מכירין און מונע זיין חילול השם.

אבער די אמת'ע פשט האט מען שוין דא באהאנדלט...
בלאט: 1 2 3 4 5 6