☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

300 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #720
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:54 am

· #37140
שטייט דאך בפירוש אז דארט הערט מען דברים שבין וכו'...

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:01 am

· #37145
ונבנתה העיר
שטייט דאך בפירוש אז דארט הערט מען דברים שבין וכו'...

יא יא, דאס מיין איך טאקע.

משכיל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:12 am

· #37160
ביי דע וועי דעם חסיד איז געווען די ערשטע רעקארדירטע פאל פון אונסייד טרעידינג

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:18 am

· #37161
דאכט זיך אז יעקב מיט לבן'ס שאף איז שוין געווען פריער.

משכיל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:21 am

· #37164
וואס מיינט במחצלת של קנים?י
פארוואס פרעג זי די חבר'טע דריי מאל קום מיט מיר זי האט דאך שוין געזאגט איר אז זי ליגט במחצלת של קנים?י
ונשוט בעולם, ונשמע מאחורי הפרגוד זי וואלט דאך געדארפט זאגען בואי ונשוט לאחורי הפרגוד ?י
פארוואס האט ער דערציילט פאר זיין ווייב יעצט, ער האט זיך שיין איינגעהאלטען צויי יאר?י
אמרו לא היו ימים מועטים, ווער איז דער "אמרו" ?י
דברים שביני ובינך כבר נשמעו בין החיים, סא וואט?י
אמרה לכי ואראך בתך שהיא קבורה במחצלת של קנים, ווי קען זי דאס איר ווייזען ?י

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:44 am

· #37223
פארוואס האט ער דערציילט פאר זיין ווייב יעצט, ער האט זיך שיין איינגעהאלטען צויי יאר?י

ווייל זיין ווייב האט אים געפרעגט.

משכיל, כלך לך אצל הלכה.
אגדתא האט נישט קיין פשוט'ע פשט.
1) חז"ל האבן אים דעם מרמז געווען א גוויסע חלק אין תורה וואס איז נישט כדאי צו גיין פאבליק, ממילא ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
2) אסאך מאל זענען געוויסע אויסדרוקען געווען פארשטענדליך אין יענע צייטען, ודו'ק כי קצרתי

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:23 am

· #37253
דא ברענגט איינער א לשון פון צל"ח:
כידוע, כל זמן שהגוף לא כלה, עדיין שורה עימו הרוח, ואינה יכולה להיפרד ממנו.(עיין שבת קנב:) לכן גם קוברים את המת בעפר, כדי להחיש את רקבון הגוף כדאיתא בסנהדרין (מו) ומן הטעם הזה מלבישים אותו בתכריכי פשתן שנרקבים במהרה. אותה ילדה, בשל עניותם נקברה כשגופה נתון במחצלת של קנים, במקום בפשתן שהיה יקר. וגופה טרם הרקיב לגמרי, מה שמנע מרוחה להתנתק מן הגוף ולשוט בעולם כדוגמת חברתה.
על כן בשנה האחרת שבה חברתה והציעה לה לשוט בעולם, שמא הפעם כבר הרקיב גופה. אולם ילדה זו השיבה לה כי עדיין אינה יכולה, משום שהגוף עדיין לא הרקיב לחלוטין. עכת"ד.

און די ריטב"א זאגט פשוט אז זי האט זיך געשעמט, ווייל א מחתלת של קנים איז ווייל דאס ווייזט אויף עניות, און וואסארא פנים האט דאס ארום צו פליען ארומגעוויקעלט מיט א שמאטעס געמאכט פון גראז.

א צווייטער פרעגט, וואס פאר א מין חסיד איז דאס, אז ער ווייסט די סוד אז ס'קומט א שדפון\רקבון און ער האלט עס פאר א סוד, זאל יעדער אויסגיין פאר הונגער אבער ער וועט מאכן א שיינע אפוטיקי.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:25 am

· #37256
א צווייטער פרעגט, וואס פאר א מין חסיד איז דאס, אז ער ווייסט די סוד אז ס'קומט א שדפון\רקבון און ער האלט עס פאר א סוד, זאל יעדער אויסגיין פאר הונגער אבער ער וועט מאכן א שיינע אפוטיקי.

גוט, שכוח פאר'ן לינק

משכיל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:30 am

· #37262
מען קען אסאך לערנען פון אגדתא און יעדער קען טרעפען זיין השקפה אין דעם

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:34 am

· #37267
משכיל
מען קען אסאך לערנען פון אגדתא און יעדער קען טרעפען זיין השקפה אין דעם

אזוי רעדט א משכיל?

משכיל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:55 am

· #37279
אפשר ווייסטו נישט וואס א משכיל איז

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:12 pm

· #37382
איך האב אטעטשט די סעמפל בחינות פון דרשו, פאר ווער עס וויל זיך אליין פארהערן
📎 Bechina #1 - Brochos.pdf 📎 Bechina #2.pdf 📎 Bechina 388e.pdf

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:21 pm

· #38038
דף כ
רב גידל זאגט די פרויען זעהן אויס אין זיינע אויגן "קאקי חיוורא" - ווייסע קאטשקעס.
האב איך געטראכט אזוי, ווייסע קאטשקעס זענען שיין. רב גידל האט נישט פארלייקענט זייער שיינקייט, נאר געהאלטן אז ס'וועקט אים נישט אויף.

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:33 pm

· #38125
געפילטע פיש
דא ברענגט איינער א לשון פון צל"ח:
כידוע, כל זמן שהגוף לא כלה, עדיין שורה עימו הרוח, ואינה יכולה להיפרד ממנו.(עיין שבת קנב:) לכן גם קוברים את המת בעפר, כדי להחיש את רקבון הגוף כדאיתא בסנהדרין (מו) ומן הטעם הזה מלבישים אותו בתכריכי פשתן שנרקבים במהרה. אותה ילדה, בשל עניותם נקברה כשגופה נתון במחצלת של קנים, במקום בפשתן שהיה יקר. וגופה טרם הרקיב לגמרי, מה שמנע מרוחה להתנתק מן הגוף ולשוט בעולם כדוגמת חברתה.
על כן בשנה האחרת שבה חברתה והציעה לה לשוט בעולם, שמא הפעם כבר הרקיב גופה. אולם ילדה זו השיבה לה כי עדיין אינה יכולה, משום שהגוף עדיין לא הרקיב לחלוטין. עכת"ד.

און די ריטב"א זאגט פשוט אז זי האט זיך געשעמט, ווייל א מחתלת של קנים איז ווייל דאס ווייזט אויף עניות, און וואסארא פנים האט דאס ארום צו פליען ארומגעוויקעלט מיט א שמאטעס געמאכט פון גראז.

א צווייטער פרעגט, וואס פאר א מין חסיד איז דאס, אז ער ווייסט די סוד אז ס'קומט א שדפון\רקבון און ער האלט עס פאר א סוד, זאל יעדער אויסגיין פאר הונגער אבער ער וועט מאכן א שיינע אפוטיקי.

יישר כח פאר ברענגען דער ריטב"א, איך האב אזוי געלערענט בדרך אפשר.

לויט דער צל"ח, וואס איז די מעלה ביי צדיקים אז זיי בלייבן גאנץ?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:16 pm

· #38157
דער וואס ברענגט אראפ די צל"ח פרעגט אליין דעי קושיא.
[quote="עוף_השמים"]ויש להבין לפי"ז את את אותם מקרי מופת של צדיקים שקברם נפתח שנים רבות לאחר פטירתם וגופם נמצא שלם ללא דופי. ולכאורא לפי דברים אלו מה המעליותא בכך, אדרבא, הלא בכך נמנעת מנשמתם האפשרות להגיע למנוחה?

ואולי יש לומר לפי מה שמצינו במסכת ברכות (ח.) שמיתת צדיקים (מיתת נשיקה) דומה לשליפת שערה מחלב, כלומר ללא קושי. ולהבדיל ממיתת אסכרה שמושוית לענפי קוצים הנסבכים בגיזת הצמר. וביאר בספר מכתב מאליהו (חלק ד עמוד 169)
שמיתתם הקלה של הצדיקים מבטאת פרידה קלה מדבר שמעןלם לא היו קשורים יתר על המידה, ולהבדיל מיתת הרשעים מבטאת את ההיפך.

לפי זה ייתכן שלגבי אותם צדיקים, גוף, שמעולם לא היו במיוחד קשורים אליו, אינו מעכב את פרידת הרוח.(ולפי"ז מי שאומר בשבת קנב: "עד שיתעכל הבשר" לא דיבר בצדיקים אלו. או שזה כמ"ד ש"עד שיסתם הגולל")[/quote]

איך האב אמאל געהערט אן אנדערע תירוץ, אז נאר איינער וואס דארף ווערן נרקב איז עס מעכב, אבער איינער וואס דאס גייט קיינמאל ביי עם נישט געשען איז עס נישט מעכב.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:23 am

· #38263
תוס' ברכות כ' ע"ב ד"ה כדאשכחן בסיני זאגט אז מען האט זיך געטובל'ט ביי קבלת התורה איך זיך דעם מקור אויף דעם, אין פסוק שטייט נאר וקדשתם היום ומחר וכבסו שמלותם ?י

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:41 am

· #38265
איבעית אימא קרא, דער אבן עזרא לערנט אז 'וקדשתם' מיינט טבילה, ועיין רמב"ן שם.

ואיבעית אימא סברא, וואס וואלטן זיי געהאט פון פרישה מאשה אהן טבילה?

ועיין שבת דף פ"ו.

משכיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:44 am

· #38267
א דאנק, אבער תוס' זאגט כאילו יעדער איינער ווייסט אין עס איז מיר א פלא אז עס האט נישט קיין קלארען מקור, י

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:25 am

· #38331
דף כ'
רבי יהודה האט נישט קיין פראבעלם מיט א בעל קרי בדברי תורה, ווייל די סמך פון "והודעתם לבניך - יום אשר עמדת", ניצט ער פאר ר' יהושע בן לוי'ס דרש, אז ווען מ'לערנט מיט א קינד תורה, איז עס א מצב פון מעמד קבלת התורה בהר סיני!
אינטערסאנט.

על המחיה » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:28 am

· #38943
גאנץ א פיינע גליון מראי מקומות לעיון בדף היומי

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:06 am

· #38950
ייש"כ "על המחיה".
ברוכים הבאים, כשם שביאתך - בניק זה - בלא חטא, כך יציאתך בלא חטא.

איז דאס עפעס מער ווי הערות אין "המאור" ש"ס.

ס'איז דא א שיינע סייט דף החיים
שיעורים אין ענגליש,
זיי גייען האבן אן APP בקרוב, און אויך א יעדע מסכתא אויף DVD
זיי ארבעטן יעצט צו קענען פרעגן און הערן תשובות וכו'

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:40 am

· #38980
אויף העברעאיש איז דא דאס: <a class="postlink" href="http://hadafhayomi.co.il/">http://hadafhayomi.co.il/</a>

משכיל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:01 pm

· #39010
וואס מיינט ביי ב"ק אינו אלא בקלות ראש וזחות הדעת? און דאס איז אויך באונס

משכיל » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:04 pm

· #39012
איך האב גקלערט אז פארדעם זאגט די משנה ברכות כ: אז ק"ש איז מען מהרהר אבער די ברכות נישט, ווייל עס איז שווערער הרהרור ווי זאגען, דוק ותשכח, און פארדען ברכות וואס איז נישט מדאורייתא האבען די חכמים איהם נישט מחייב געווען די טירחה פון הרהור, אזוי איז משמע אין די לשון פון רש"י

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:08 pm

· #39032
משכיל
וואס מיינט ביי ב"ק אינו אלא בקלות ראש וזחות הדעת? און דאס איז אויך באונס

די טומאה קומט דורך א זאך וואס מ'טוט היפך פון אנגעצוגענקייט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:09 pm

· #39034
משכיל
איך האב גקלערט אז פארדעם זאגט די משנה ברכות כ: אז ק"ש איז מען מהרהר אבער די ברכות נישט, ווייל עס איז שווערער הרהרור ווי זאגען, דוק ותשכח,י

לאו דוקא, ווייל officially דארף מען דאך טראכטן אויך ווען מ'זאגט

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:35 pm

· #41082
פון אייוועלט.
scy4851
ברכות כ"ז

די גמרא ברענגט א מעשה פון א תלמוד ווער עס האט געפרעגט ר' יהושע אויב תפילת ערבית איז רשות אדער חובה. ר יהושע האט אוהם געענטפערט אז עס איז רשות.
דערנאך איז ער געגאנגען צו רבן גמליאל מיט דער זעלבע שאלה און רבן גמליאל האט אוהם געענטפערט אז עס איז א חובה. האט אוהם דער תלמוד געזאגט אז ר' יהושע האט דאך אוהם געזאגט אז עס איז א רשות. האט רבן גמליאל געזאגט פארען תלמוד לאמיר וואטען ביז אלע תלמודים קומען אריין און בית מדרש וכו' עיין שם כל הסיפור וויא מעהאט אראף געזעצט רבן גמליאל פון נשיאות און דערנאך האט מען אוהם צוריק געשטעלט.
צום סוף פון די גאנצע מעשה דארט אויף דף כ"ח זאגט די גמרא
ואותו תלמוד ר' שמעון בר יוחאי הוה

איך האב געהערט פון מיין רבי'ן ר מנשה קליין זצ"ל.

לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס איז געווען וויכטיג פאר די גמרא צו דערמאנען דעם נאמען פון תלמוד ווער עס האט אהנגעדרייט דער גאנצע פרשה.
נאך איז שווער. וויא אזוי האט דער תלמוד געמעגט גיין פרעגען פון א צווייטען חכם א שאלה וואס איין חכם האט אוהם שוין גענטפערט?

האט מיין רבי ז"ל געזאגט אז דער צווייטע קשיא איז פארענטפערט מיטען ערשטע קשיא.

דער הלכה פון נישט פרעגען די זעלבע שאלה פון צוויי חכמים גייט נאר אהן אויב דער שאלה איז הלכה למעשה. אויב אבער איינער פרעגט נאר להתלמד, מעג ער יא פרעגען פון מערערע תלמודי חכמים. אזוי לערענט ער דאך.
די גמרא ברענגט און שבת י"א, איינער ווער איז תורתו אומנתו דארף נישט מפסיק זיין פון לערנען פאר תפילה. און די גמרא זאגט דארט אז ר' שמעון בר יוחאי איז געווען תורתו אומנתו.

ממילא איז שוין זייער גוט די גמרא דא און ברכות
כדי צו באווארענען אז עס זאל נישט זיין שווער וויא אזוי דער תלמוד האט געמעגט פרעגען די זעלבע שאלה פון צוויי תלמודי חכמים האט די גמרא מפרסם געווען אז דער תלמוד איז געווען ר' שמעון בר יוחאי, וואס פאר אוהם איז דער שאלה בכלל נישט געווען להלכה למעשה.

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:37 pm

· #41083
א שיינע פשט 👍

משכיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:38 am

· #41282
לא הבנתי דברי הרב קליין ז"ל שהרי רשב"י שאל מקודם את ר' יהושע ואמר לו שתפלת ערבית רשות, ואין חסרון אם הלך לשאול את ר"ג אם זה אמת שתפלת ערבית רשות, ורק אם היה אומרים לו מקודם שמעריב הוא חובה היה בעיה לשאול ולחפש שמא יאמר אחר שהוא רשות ???י

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:56 am

· #41366
דף כ"ט - א קשיא אויף חסידים (נישט דאס ערשטע)
חסידים פארענטפערן זייער פארשלעפטקייט צו דאווענען מנחה אין די לעצטע מינוט, על סמך וואס די גמרא זאגט ס'איז אן ענין צו דאווענען עם דמדומי חמה.
פיין
אן עמוד פריער האלטן אסאך אמוראים אז נוסח התפילה איז "הבננו" - א מעין שמונה עשרה!
נאר וואס דען? אביי לייט אמאן דמתפלל תפלה קצרה. פיין מ'האט מורא פון א יחיד, אביי! כ'פארשטיי
יעצט גיי צוריק צו עמוד ב',
במערבא לייטו אמאן דמתפלל עם דמדומי חמה. - אלע חכמי ארץ ישראל, אלע! האבן געשאלטן דער וואס דאווענט מנחה שפעט.
נו?
אז מ'האט מורא פון אביי, וויאזוי פארלאזט מען זיך יום יום און מ'האט נישט מורא פון די קללה פון אלע חכמי ארץ ישראל????????????...

שטערן » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:08 pm

· #41385
קאווע טרינקער

דער מלא הרועים שרייבט:
לייט עלה במערבא אמאן דמצלי עם דמדומי חמה. נ"ב יש לומר דוקע במערבא,שארץ ישראל גבוה מכל הארצות ושקיעת החמה מאוחר יותר כמ"ש בשבת פכ"ב יהא חלקי ממוצאי שבת בצפורי.

בארואיגט???????

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:26 pm

· #41448
יא, חסידים האבן אלץ א תירוץ, א וועג ארויס.
עכ"פ מה יענו החסידים שבארץ ישראל, אין סאטמאר יואל למשל?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:39 pm

· #41616
זייט ווען דערשרעקט זיך סאטמער פאר קללות?

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:14 am

· #42029
מקור לספוד בעת מצוה טאנץ
אמרו ליה רבנן לרב המנונא זוטי בהלולא דמר בריה דרבינא לישרי לן מר, אמר להו ווי לן דמיתני... ווי לן דמיתני... (ברכות ל״א.)
באמת קשה להבין דלמה שר דוקא שיר מוזר כזה בעת חתונה?
שמעתי פעם לפרש, דבאמת יש קצת הנאה לאדם במתיתו, דכשילוו אותו יספידו אותו ויאמרו עליו כל מעלותיו דבר שאניו שומע בחייו בדרך כלל. אולם רב המנונא זוטי כשהגיע לחתונה, ושמע להבדחן שמספיד השושבינים בהספדים ארוכים, פרץ בשיר, א״כ דיש אפשרות לספוד את החיים, ווי לן דמיתני... אין שום הנאה עוד בהמיתה מזה שמספידין אותו, דזה אפשר ג״כ אצל מצוה טאנץ... ווי לן דמיתני...
ובזה אפשר לפרש ג״כ מה שטענה רחל ליעקב "הבה לי בנים ואם אין מתה אנוכי" (בראשית ל׳ א׳), דעיקר טענתה היתה דאם אינך מביא לי בנים, לא תהא לי אפשרות לשמוע מעלותי בחיים שלי, כיון שלא יהא לי ילדים לנשוא. וא״כ בכדי לשמוע מעלותי אצטרך למות שאז בוודאי יספידו אותי כראוי...

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:39 pm

· #42338
וא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:45 am

· #42444
משה געציל
וא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?

ארטסקרול איז מסביר "ס'איז געווארן א הפסק"

קורץ און שארף » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:07 pm

· #42485
ברכות לא:
היינט האמיר געלערנט וועגן חנה, ווי זי טענה'ט זיך אויס מיט אייבערשטען ער זאל איר גיבן א קינד.

צווישן די טענות זאגט זיך אז אויב נישט "אלך ואסתתר" און אלס א סוטה וואס איז באמת ריין וועט זי געהאלפן ווערן מיט א קינד.

די פני יהושע פרעגט א פשוטע, און שטארקע, קושיא. וואס טוט זיך מיט איסור יחוד??? האט חנה טאקע געפלאנט עובר צו זיין אויף איסור יחוד?

די מגי"ש האט נאכגעזאגט א הערליכע תירוץ. די תרומת הדשן פסק'נט אז אפי' בעלה בעיר וואס יחוד איז מותר. אויב די מאן ווארנט איר זי זאל נישט גיין, דאן אפילו בעלה בעיר, קען מען איר אנטרינקן. קומט אויס אין אזא פאל קען מען אנטרינקען א פרוי אפילו זי האט נישט עובר געווען איסור יחוד!

און עס איז שטארק מדויק די לשון "אלך ואסתתר בפני אלקנה בעלי" דאס הייסט פאר אים, ווען ער איז אין שטאט.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:08 pm

· #42511
שיין, (אייל דיך צו, ס'איז שוין באלד די סיום)
די תירוץ פון פני יהושע איז אויך שיין, אז זי האט געמיינט צו זאגן אז וואלט איך ווען געווען א פריצה דאן וואלט איך געבענטש געווארן, חוטא נשכר?
און דאס איז בכלל (צוזאמען מיט די דדים) "הטיחה דברים כלפי מעלה" וואס די גמרא זאגט באלד דערנאך

ווער איז דער מגי"ש?

קורץ און שארף » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:20 pm

· #42522
קאווע טרינקער
שיין, (אייל דיך צו, ס'איז שוין באלד די סיום)
די תירוץ פון פני יהושע איז אויך שיין, אז זי האט געמיינט צו זאגן אז וואלט איך ווען געווען א פריצה דאן וואלט איך געבענטש געווארן, חוטא נשכר?
און דאס איז בכלל (צוזאמען מיט די דדים) "הטיחה דברים כלפי מעלה" וואס די גמרא זאגט באלד דערנאך

ווער איז דער מגי"ש?

וואס הייסט צואיילן? מיר זענען סך הכל איין בלאט צוריק.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:21 pm

· #42524
שריייבס "היינט".
דער בלאט פון חנה איז פון שבת.

קורץ און שארף » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:46 pm

· #42539
קאווע טרינקער
שריייבס "היינט".
דער בלאט פון חנה איז פון שבת.

די מגיד שיעור איז א שטיקל סאטמארער, אפשר האלט ער דוקא מיט א בלאט אינטערשטעליג..

(בדרך צחות, איך בין אים נישט חושד דערויף....).

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:45 pm

· #42582
קאווע טרינקער
משה געציל
וא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?

ארטסקרול איז מסביר "ס'איז געווארן א הפסק"

א שיינעם דאנק מתיבתא יר״ה טייטשט אויך אזוי, אבער תמהתי׳ עדיין במקומו עומדת פארוואס טאקע שטייט אזא לשון.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:46 pm

· #42583
בד"וו, אפאר בלאט צוריק שטייט "סנטרו" אין קיינער טייטש נישט וואס דאס איז

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:09 am

· #49958
תם ונשלם. שבח לא-ל בורא עולם!
יזכרו לטובה ולברכה וכו'

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:08 am

· #51021
לויט די נעכטיגע דף קומט מיר אויס אז דווקא די בעקיטשע בעלטס זענען די ריכטיגע גארטלעך אלס "הכון לקראת אלוקיך, ישראל"
אזוי ווי ארטסקרול ברענגט אין די הערות.

משכיל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:07 pm

· #60667
שבת לז ע"א
הגמ' מקשה מתני' מני לא ר' יהודה ולא ר' מאיר, וכו' ומתרץ ותנא דידן סבר לה כר' יהודה בחדא ופליג עליה בחדא, וצריך להבין אם קשה לומר שהוא דעה שלישית, מה מועיל דסבר לה בחדא והלא עדיין יש כאן דיעה שלישית ?י

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 pm

· #60669
משכיל איז דא צוריק?

משכיל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:22 pm

· #60673
עליכם שלום

michel » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 4:52 pm

· #61121
משכיל
הגמ' מקשה מתני' מני לא ר' יהודה ולא ר' מאיר, וכו' ומתרץ ותנא דידן סבר לה כר' יהודה בחדא ופליג עליה בחדא, וצריך להבין אם קשה לומר שהוא דעה שלישית, מה מועיל דסבר לה בחדא והלא עדיין יש כאן דיעה שלישית ?י

everybody agreed that there is a dieh shlishis which is shitas chananyeh but the makshen tought that because the braise brings only 2 shites which say that it's machloikes b"sh and b"h is a rayeh that the mishneh also would go with one of the shites and therfor you must say that "lishois tnan" and the tiritz is that it is not a raye because at the end of the day you could say "lehachzir tnan" and the mishne won't go exactly the same way like the brayseh and it will go like chananye.

חכם מחוכם » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:18 pm

· #61265
michel
משכיל
הגמ' מקשה מתני' מני לא ר' יהודה ולא ר' מאיר, וכו' ומתרץ ותנא דידן סבר לה כר' יהודה בחדא ופליג עליה בחדא, וצריך להבין אם קשה לומר שהוא דעה שלישית, מה מועיל דסבר לה בחדא והלא עדיין יש כאן דיעה שלישית ?י

the makshen tought that because the braise brings only 2 shites is a rayeh that the mishneh also would go with one of the shites and therfor you must say that "lishois tnan" and the tiritz is that it is not a raye because at the end of the day you could say "lehachzir tnan" and the mishne won't go exactly the same way like the brayseh.

די אידישע שפראך איז דאך אזוי שיין, דו שרייבסט דאך נישט קיין שטותים, נאר קלוגע דיבורים, נו פארוואס זאל מען זיך מוטשענען, געב א שרייב אין אידיש, חאטשיק פאר דיר קען זיין איז עס שווער אבער פאר אנדערע העט עס זיין גרינגער, ומכאן הוראה יוצאת פאר אלע ענגלישע שרייבער, שרייבסט אידיש אפילו פאר ענק איז דאס אפשר שווער אבער פאר יעדן איז דאס גרינגער צו ליינען, דרך אגב, אני מעשה וואס מ'קען אפשר צושטעלן, דער הייליגער חפץ חיים ווען ער האט געמאכט זיין ספר משנה ברורה, איז ער געזיצן מיט זיינע קינדער און געמאכט א ליקוט פון אלע פוסקים, עס איז זיי געווען זייער שווער, וואס איז ידוע אז דער משנה ברורה האט גענומען יארן ביז ס'יצא לאור העולם, בקיצור האט איינע פון זיינע קינדער געפרעגט דעם טאטן: זאג מיר טאטע וועט איינער אפילו עפרישיעטן אונזער ארבעט וואס אונז לייגמער אריין??, האט אים דער חפץ חיים גענטפערט אזוי:, ווי יעדער ווייסט ווען מ'מאכט באן שינעס דארף מען מעסטן יעדן איינציגן שינע, ווייל אויב נישט איז א חורבן, דערנאך קומט דער באן און פליהט אלעס דורך כהרף עין, די ארבייטער האבן זיך געמוטשעט שעות ארוכות אז יעדער שינע זאל ליגן איינס גלייך צו די צווייטע, האט דער חפץ חיים אויסגעפיהרט, אונז ארבעט מיר לאנג אז דער עולם זאל קענען גיין שנעל, די זעלבע מעשה, שרייב אין אידיש אז דערוילעם זאל קענען גיין שנעל.

יישר כח, די קאווע שטיבל ליינער
בלאט: 1 2 3 4 5 6