דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים
300 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #720
איך ווייס נישט אויב איך האב קלאר פארשטאנען וואס דו פרעגסט.
אין תמוז איז די זון זורח פון די מזרחית צפונית קארנער, דורכ'ן טאג בייגט ער זיך צו דרום און צו די שקיעה קומט ער צוריק צו צפון און איז שוקע ביי מערבית צפונית, פארדעם איז די טאג אזוי לאנג ווייל ער פארט אזא לאנגע מסלול.
אין טבת איז ער זורח פון מזרחית דרומית, א גאנצן טאג האלט ער זיך ביי דרום און דערנאך איז ער שוקע ביי מערבית דרומית, ממילא איז עס א קורצער טאג.
ממילא אז מען קוקט אויף די זריחה תמוז אדער טבת ווייסט מען פונקטליך וואו דאס איז, אין תמוז קארנער צפון און אין טבת קארנער דרום.
chosen peopleאויב איך מעג פרעגן פון עירובין דף נ''ו ע''א.
די גמרא זיכט א וועג ווי אזוי א מענטש זאל אויסרעכנען ווי אזוי מרבע זיין בריבוע של עולם, ברענגט די גמ' שי' ר' יוסי
רבי יוסי אומר אם אינו יודע לרבעה בריבוע של עולם מרבעה כמין התקופה כיצד חמה יוצאה ביום ארוך ושוקעת ביום ארוך זה הוא פני צפון חמה יוצאה ביום קצר ושוקעת ביום קצר זה הוא פני דרום
וויל איך וויסן פארוואס וואס זאגט נישט די גמרא פשוט, אז מען מאכט א קו עני טאג פון די יאר פון די מקום זריחה ביז די מקום שקיעה, ווייל לכאורה די זון גייט יעדע טאג פון מזרח ביז מערב כמעט א קו ישר, לכאורה נישט מער שיעפ'ער ווי ווען די זמן איז בקצה צפון בתקופת תמוז און איינמאל מען האט שוין א קו ישר קען מען שוין אויס רעכנען די אנדערע דריי זייטן (מיט א L)?
פון אן איינציגער קו ישר ווייסט ער נאכנישט ווי צומאכן דעם גאנצען באקס למשל אויב זיין שטאט איז 2000 אמות אויף 2000 אמות דארף ער מאכן א באקס פון 2000 אויף 2000 יעצט ווען דער זון שיינט אויף אום ניסן למשל וועט דער איינער קו זיינער זיין פונקט אינמיטן דעם באקס דאס הייסט ער וועט האבן טויזענט אמות צו רעכטס און טויזענט צו לינקס אייר וועט שוין זיין 900 אויף איין זייט און 1100 אויף די צווייטע אבער ביים סוף זומער וועט טאקע זיין נאר 2000 צו איין זייט און 0 צו די אנדערע דעריבער איז דו בעסטע דעמאלטס דאס אויסצורעכענען ווייל אינמיטן יאר ווייסט מען נישט פונקטליך ווי נאנט דער זון איז צום סוף באקס אויף רעכטס אדער לינקס.
קודם יישר כח פאר ונבנתה אין מאטי פארן זיך אנריפען.
@ ונבנתה, איך האב פארשטאנען אז לויט ר' יוסי מאכט מען א סימן תקופת תמוז ווי די זון גייט ארויף און סוף טאג ווי די זון גייט אינטער און נאכדעם מאכסטו א קב הישר פון די זריחה ביז שקיעה אזוי האסטו א גראדע קב פון די גאנצע צפון זייט, און די זעלבע זאך טוט מען און תקופת טבת און אזוי האסטו א גראדע קב פון צד דרומי אזוי האסטו די פינקטליכע ריבעו של עולם.
(און רב משרשיא קריגט זיך נאר לגבי די הילוך החמה, אז ביי תקופת תמוז און טבת גייט די זון נישט אזוי קיצוני, אבער אויס צורעכנען די ריבעו של עולם לגבי תחומין קריגט ער זיך נישט).
לויט ווי אזוי איר זענט עס מסביר אז עס גענוג צו וויסן נאר איין עק פאר די ריבעו של עולם, דעמאלטס פארוואס איז נישט גענוג צו וויסן צד מזרח און מעריב.
@מאטי
איך מיין איר זענט נישט גערעכט, די 2000 פאנגט מען אן צו רעכנען פון נאך די עיבור פון די שטאט, די פראבלעם איז נאר ביי א רינדעכדיגע שטאט (אדער לכאורה צו רעכנען יעדע ד' אמות לגבי הל' שבת עי' לעיל דף נ''א), צו וויסן ווי די אלכסונן איז, וויבאלד די הלכה איז אז אויב עס איז נישט מרובע דארף איך עס מרבע זיין בריבוע של עולם.
און כדי צו וויסן די ריבעו של עולם דארף איך וויסן נישט מער ווי איין קב הישר פון איינער פון די ד' רוחות פון די כדור העולם, און נאכדעם קען איך עס שוין אויסרעכנען מיט עני כלי וואס איז שעיפ פון א L.
מען דארף נישט קיין קו.
די חילוק פון תמוז ביז אגאנץ יאהר איז אזוי: אגאנץ יאהר ווען דו זעהסט וואו די זריחה איז געווען קענסטו אנצייכענען א פינטל - ביי די פינטל איז זיכער מזרח, יעצט וועסטו פראבירן צו-צוטשעפן די סקווער פונעם שטאט צו דעם פינטל אזוי אז איין ליין פונעם סקווער זאל אנרירן די פינטל און אזוי וועסטו וויסן אז יענע זייט איז מזרח, וועסטו אבער האבן א פראבלעם, ווייל די קענסט דרייען דעם סקווער רעכטס אדער לינקס ווילאנג די אויבערשטע ליין פונעם סקווער רירט אהן דעם פינטל, אויב אזוי וועסטו קיינמאל נישט וויסן וואו עס זענען דרום און צפון, כזה:
📎 images.jpg
אבער אין תמוז ווען דו זעהסט די זריחה קענסטו אנצייכענען א פונקטליכע קארנער, דארט וואו די זריחה איז דארט איז קארנער מזרחית צפונית, ממילא קענסטו שוין נישט בייגן דעם סקווער רעכטס אדער לינקס.
האסט עס זייער שיין מסביר געווען, אבער מיין קשיא איז זאלסט קוקען א גאנץ יאר סיי אויף די זריחה און סיי אויף די שקיעה און מאך א קו פון די פינטל הזריחה ביז די פינטל השקיעה, און דעמאלטס וועסטו ווי אזוי גראד מאכן די באקס.
אה כ'הער, איך בין נישט זיכער צו אגאנץ יאהר זענען די זריחה און די שקיעה פונקליך איינס קעגן איבער די אנדערע.
וויאזוי? אפילו מיט צוויי פינטעלעך האסטו די אפציע צו מאכן א סקווער דאס הייסט צוויי גראדע ליינס פון דרום צו צפון אדער א דיימענט צווי שיפע ליינס פון דרום צו צפון די נפק״מ וועט זיין ווי די קארנערס וועלן זיך טרעפן דא קומט אריין וואס איך האב אויבן מסביר געווען אז נאר סוף זומער ווייסטו קלאר ווי צו קארנערן דעם באקס דהיינו ווי שטארק דיימענט אדער סקווער דיין באקס זאל זיין
נ.ב. כ׳האב מיר נישט גוט אויסגעדרוקט אויבן ביים מאכן די מציאות פונעם שטאט מ׳רעדט טאקע פון א רינדעכיגע שטאט וואס איז 2k in diameter
יישר כח פאר ביידע פון ענק פארן האבן געדילט מיך מסביר צו זיין, דא האב איך געלייגט א פיקטשער בערך וואס מיין קשיא איז. (עס איז נישט פינטליך נאר כדי מסביר זיין וואס איך מיין).
@ מאטי, אויב איך האב א גראדע קו, און איך הויב א כלי וואס איז א L shape - 90 degree angel, קען עס נישט ווערן א דיימענד שעיפ.
📎 Screenshot_2013-06-05-01-51-21-1.png
ונבנתה העיראה כ'הער, איך בין נישט זיכער צו אגאנץ יאהר זענען די זריחה און די שקיעה פונקליך איינס קעגן איבער די אנדערע.
איך גלייב נישט אז די angle ווי אזוי די זון דרייט זיך פון זריחה צו שקיעה טוישט זיך פון תקופת תמוז ביז ניסן, למשל יעדע screw איז די angle פון די עק פון threads די זעלבע ווי אינמיטן די threads.
לכאורה ווען יא וואלט די צייט ווי לאנג די זון פארט ארום די וועלט זיך אויכט געדארפט טוישן .
די איינציגער וועג וויאזוי דו קענסט פארמיידן ס׳זאל ווערן א דיימענט און זיך האלטן צו סקווער, איז אויב דו האסט צוויי גראדע ליניעס אדער איינס קעגן ס׳אנדערן אדער ווי א על . איך כאפ נישט פון ווי דו נעמסט דעם על נישט פון די זון אבוויעסלי, וויל דו זון איז יעצט נאר געגאנגען ממזרח למעריב. די איינציגע זאך וואס דו קענסט נעמען פון די זון איז איין גראדע ליין פון מזרח צו מעריב, יעצט קענסטו לכאורה מאכן צוויי גראדע ליניעס פון מזרח צו מעריב ביי די צוויי עקן פון שטאט און פונקטליך אנהייבן און ענדיגן ביידע ליניעס ביים זעלבן פונקט איינס קעגן אנדערן דאן האסטו פארמיטן א דיימאנט.
אבער דער פראבלעם איז אז די זון שיינט נישט אויף ביים שטאט ממש אז זאלסט קענען מאכן א פונטליכע ענדע צום ליניע נאר טויזענטער מייל ווייטער דעריבער איז נישט אויסגעשלאסן איז די צפון צו דרום ליניעס זאלן גיין אדער גראד ווי א סקווער אדער ווי א דיימאנט און וועט זיך טאקע נישט ענדיגען ווי א 90 דעגרי על דארט ווי דו האסט געענדיגט די מזרח למעריב ליניע, נאר וועט זיך ווייטער ציען און אנטרעפן דעם מזרח צו מעריב ליניע עטוואס אוועק ווי די מזרח צו מעריב ליניעס ענדיגן זיך..
יישר כח הרב מרדכי, ביסטו טאקע אויף 24 שעה א טאג צו ענטפערן די שאלות וואס קומען אריין?
דף פ''ב ע''ב
ר"ש אומר שתי ידות לככר משלש לקב חצייה לבית המנוגע.
רש''י ד''ה חציה לבית המנוגע.
אע"ג דלר"ש לענין עירובין
הוי בככר ג' סעודות התם הוא דבשיעור העירוב נתכוונו כולן להקל אבל שיעור סעודה קים להו לרבנן הכי ובעינן שישהה בכדי אכילת חצי ככר זו והוא פרס דכוליה הש"ס על שם ששיעורה בפרוסה כלומר בחצי ככר:
לכאורה וואס איז פשט פון שתי ידות לככר פאר שתי סעודות, מען האט לכאורה געמאכט א ככר פאר יעדן טאג עקסטער, און מען האט געגעסן יעדן טאג צוויי סעודות, דעמאלטס פארוואס איז פשט מען האט געמאכט א ברויט אזוי גרויס פאר דריי סעודות און מען האט געגעסן דערפון יעדן טאג נאר צוויי דריטל, וואס האט מען געטוהן מיט די איבריגע דריטל? מען האט עס אוועק געלייגט פאר מארגן? דעמאלטס פארוואס האט מען נישט געמאכט קלענערע ככרות ?
און אויכט וואס איז פשט אז ביי אנדערע זאכן איז ער מקיל אז א ככר איז געווען פאר צוויי סעודות, וואס איז געווען די מציאות פון די ככר?
ואולי יש לומר, ר''מ און ר''י קריגן זיך וועלעכע סעודות מען רעדט צו סעודות של חל אדער של שבת, און ר''ש וריב''ב קריגן זיך ווי גרויס א ככר איז געווען.
ר''ש האלט אז א ככר איז געווען א שליש הקב, און אינדערוואכן האט מען עס צו טיילט און צוויי פאר די צוויי סעודות צופרי אין פאר ביינאכט, וועגן דעם לגבי אלע אנדערע הלכות האלט טאקע אז א חצי ככר פון שליש הקב איז א סעודה, משא''כ לגבי עירוב האלט ער אזוי ווי ר''י אז מען איז מקיל און מען רעכנט אזוי ווי די סעודות שבת, און שבת האט מען גענומען די זעלבע גרויסע ככר נאר מען האט עס צוטיילט אויף דריי, פאר די דריי סעודות אזוי איז אויס געקומען אז מען האט געגעסן ווייניגער יעדע סעודה ( עי' ברש''י ד''ה ככר הלקוח, בסו''ד ור' יהודה סבר כיון דבשבת סועד שלש סעודות אינו אוכל הרבה בכל סעודה) קומט עס לגבי עירובין וואס מען רעכנט לגבי סעודות שבת איז שתי סעודות געווען נאר שתי ידות של ככר.
איך האב מיך זייער געמוטשעט צו פארשטיין וואס רש"י מיינט צו זאגן אז ווייל שבת איז דא דריי סעודות עסט א מענטש ווייניגער פער סעודה. ווייל לכאורה איז דאך די דריי סעודות צוטיילט אין צוויי באזונדערע טעג, איז קומט דאך נישט אויס אז ביום השבת עסט מען מער ווי צוויי סעודות און דאס איז דאך אי עדן טאג?!
עד שמצאתי אז דער תוספות יו"ט אויף דער משנה קריגט זיך שוין אויף רש"י און איז מסביר אז די סיבה פון עסן ווייניגער שבת איז היות של"ש עסט מען פריער ווי מ'עסט געווענדליך דער סעודת הערב!
עי' בשבת דף קי''ז, דארט ווערט אראפ געברענגט די שי' ר' חידקא אז מען דארף עסן פיר סעודות, די גמ' איז מסביר די מח' צו מען רעכנט אריין די פרייטאג צונאכטס סעודה און די שלש סעודות וואס מען לערנות ארויס פון די מן, לויט די גמ' דא ווען ער פרעגט פון לא יכול מן התמחוי איז משמע אז מען האט געגעסן פרייטאג צוויי סעודות אן די פרייטאג צונאכטס סעודה.
למעשה לויט ווי איך האב מסביר געווען איז בכלל נישט שווער, ווייל מען האט געקויפט איין ככר פאר גאנץ שבת און מען האט עס צו טיילט און דריי און מען האט נישט געדארפט מער ברויט ווייל מען האט אין די פיר און צוואנציג שעה אריין געשיקט נאך א גאנצע סעודה.
רש״י איז מסביר (און אזוי איז אויך משמע מגמרא כאן) אז ר״מ וואס האלט מ׳רעכנט סעודת שבת פאר עירובין נעמט אן דער כלל אז ״רווחא לבסימא שכיח״ דהיינו, שבת זענען די מאכלים אסאך באטעם׳ער דעריבער עסט דער מענטש מער. משא״כ ר״י האלט אז וויבאלד מ׳עסט 3 סעודות עסט מען ווייניגער.
למעשה בלייבט די גמרא ביי א קשיא לויט ר׳י וואס וועט ער טון מיט דעם כלל פון רווחא לבסימא שכיח.
יעצט איז אזוי. לויט הרב עם הנבחר ני״ו (המכונה טשאוסען פיפעל) וואס איז משלב די מחלוקת פון ר״מ און ר״י מיט די מחלוקה פון ריב״ב און ר׳ש און טוט אויף א חידוש נכון, אז דער טעם פארוואס ר״ש האלט אז א סעודה איז א שליש ככר, גייט לשיטת ר״י וואס האלט אז שבת איז דא קלענערע סעודות ווייל מ׳האט גלייך צוטיילט די ברויט אין דריי חלקים אבער אינדערוואכן איז דער ככר געווען פאר 2 סעודות און וועגן דעם לעניין טומאה איז א פרס א דבר חשוב.
דאס איז זייער שיין אבער לכאורה איז שווער לויט דעם וואס האלט ר״מ - וואס זאגט אז שבת איז גרעסערע סעודות ווי חול לויטן כלל פון רווחא וכו -? זיכער אז מ׳האט נישט צוטיילט! ווייל מרעדט דא נישט פון א איד וואס לויפט ארויס אינמיטן עסן א סעודה צו נאשן די מארגענדיגע עסן פונעם פרידש ווייל ס׳איז בא׳טעם׳ט.
אויב אזוי קענסטו דאך זאגן א פשוטע תירוץ אויף ר״י פארוואס דער כלל פון רווחא לבסימא שכיח גייט נישט אן לויט ר״י ווייל מ׳האט צוטיילט די ככר אין דריי חלקים. און פארוואס בלייבט די גמרא ביי א קשיא?
ועוד דארף מען דא מאכן א נייער מחלוקת צווישען ר״מ און ר״י צו מ׳האט צוטיילט דעם ככר.
אבער נייגעריגער ברענגט א תוי״ט [און מ׳קען זאגן אז רש״י האלט אויך אזוי און זיי מוזן זיך נישט קריגן] אז מ׳האט נישט צוטיילט די סעודות און דריי. נאר ר״י האלט אז אפילו דאס עסן איז געשמאק דאך וויבאלד דער מענטש ווייסט אז ס׳קומט אן עקסטערע סעודה מארגן איז ער שוין נישט אזוי להוט נאכן עסן אפילו ס׳איז גאר שטארק בא״טעם׳ט. משא״כ ר״מ און די גמרא וואס בלייבט א קשיא לויט ר״י האלטן אז אלעמאל ווען א איד זעט געשמאקע ראפ אגש שבת׳דיגער חלה איז נישט דא קיין מארגן נאר מ׳אכל׳ט אויפן חשבון פונעם נשמה יתירה. כנלע״ד.
ביים כינוס מהרז"ל תקנה לדורות אין קר"י האט דער בעל דרשן טעכנישאן דערמאנט דעם דף היומי, און ס'געווען צו לאכן. קוקט דא אויפגעמישט אינעם קליפ
<a class="postlink" href="http://youtu.be/aXT9wv1AjaI?t=18m15s">http://youtu.be/aXT9wv1AjaI?t=18m15s</a>
עירובין דף ק
א"ר יוחנן כל אשה שתובעת בעלה לדבר מצוה הווין לה בנים שאפילו בדורו של משה לא היו כמותן דאילו בדורו של משה כתיב (דברים א יג) °הבו לכם אנשים חכמים ונבונים וידועים לשבטיכם וכתיב ואקח את ראשי שבטיכם אנשים חכמים וידועים ואילו נבונים לא אשכח ואילו גבי לאה כתיב (בראשית ל טז) °ותצא לאה לקראתו ותאמר אלי תבוא כי שכר שכרתיך וכתיב (דברי הימים א יב לג) °ומבני יששכר יודעי בינה לעתים לדעת מה יעשה ישראל ראשיהם מאתים וכל אחיהם על פיהם.
לכאורה די ראיה וואס די גמרא ברענגט אז מען האט נישט געטראפן קיין נבונים רעדט מען דארט פון די דור המדבר, וואס זענען לכאורה געבוירן געווארן אין מצרים. אויב אזוי רש''י ברענגט אראפ אין פר' ויקהל (לח, ח) במראת הצובאת: א"ל הקב"ה קבל כי אלו חביבין עלי מן הכל שעל ידיהם העמידו הנשים צבאות רבות במצרים כשהיו בעליהם יגעים בעבודת פרך היו הולכות ומוליכות להם מאכל ומשתה ומאכילות אותם ונוטלות המראות וכל אחת רואה עצמה עם בעלה במראה ומשדלתו בדברים לומר אני נאה ממך ומתוך כך מביאות לבעליהן לידי תאוה ונזקקות להם ומתעברות ויולדות שם...
קומט אויס אז זענען אלע געווען קינדער פון מאמע'ס וואס האבן דמרציא ארצויי קמיה, אויב אזוי פארוואס איז נישט געווען דארט קיין נבונים?
ווען הייבט שוין אן מסכת פסחים ?
שבת קודש בעזר השם מיט א פרישקייט
לעמילשבת קודש בעזר השם מיט א פרישקייט
יא יא די יצ"ה איז מסכים. פרישקייט געשמאקייט אלעס אזוי גוט אויסזעהנד.
chosen peopleא"ר יוחנן כל אשה שתובעת בעלה לדבר מצוה הווין לה בנים שאפילו בדורו של משה לא היו כמותן דאילו בדורו של משה כתיב (דברים א יג) °הבו לכם אנשים חכמים ונבונים וידועים לשבטיכם וכתיב ואקח את ראשי שבטיכם אנשים חכמים וידועים ואילו נבונים לא אשכח ואילו גבי לאה כתיב (בראשית ל טז) °ותצא לאה לקראתו ותאמר אלי תבוא כי שכר שכרתיך וכתיב (דברי הימים א יב לג) °ומבני יששכר יודעי בינה לעתים לדעת מה יעשה ישראל ראשיהם מאתים וכל אחיהם על פיהם.
לכאורה די ראיה וואס די גמרא ברענגט אז מען האט נישט געטראפן קיין נבונים רעדט מען דארט פון די דור המדבר, וואס זענען לכאורה געבוירן געווארן אין מצרים. אויב אזוי רש''י ברענגט אראפ אין פר' ויקהל (לח, ח) במראת הצובאת: א"ל הקב"ה קבל כי אלו חביבין עלי מן הכל שעל ידיהם העמידו הנשים צבאות רבות במצרים כשהיו בעליהם יגעים בעבודת פרך היו הולכות ומוליכות להם מאכל ומשתה ומאכילות אותם ונוטלות המראות וכל אחת רואה עצמה עם בעלה במראה ומשדלתו בדברים לומר אני נאה ממך ומתוך כך מביאות לבעליהן לידי תאוה ונזקקות להם ומתעברות ויולדות שם...
קומט אויס אז זענען אלע געווען קינדער פון מאמע'ס וואס האבן דמרציא ארצויי קמיה, אויב אזוי פארוואס איז נישט געווען דארט קיין נבונים?
ויש לחלק, הא בתובעת, והא במשדלת, ועוד, גדול המצווה ועושה לאחר מתן תורה, משאינו מצווה ועושה.
@געפעלטע פיש.
אויב די קענסט זיך קלארער ארויס ברענגן, אויף דיין ערשטע תירוץ, איז נישט משתדלת בדברים (אני נאה ממך) קיין ארצויי ארצי קמיה.
און אויף די צווייטע תירוץ אויב עס האט געהאלפן פאר לאה וואס איז געווען קודם מתן תורה דעמאלטס פארוואס זאל עס נישט העלפן פאר די נשים צדקניות אין מצרים?
chosen people@געפעלטע פיש.
אויב די קענסט זיך קלארער ארויס ברענגן, אויף דיין ערשטע תירוץ, איז נישט משתדלת בדברים (אני נאה ממך) קיין ארצויי ארצי קמיה.
תובעת מיינט ווי לאה האט געזאגט, אלי תבוא. משדלת מיינט זיך שיין מאכן, און זאגן אני נאה. זעהסט נישט קיין חילוק?
chosen peopleאון אויף די צווייטע תירוץ אויב עס האט געהאלפן פאר לאה וואס איז געווען קודם מתן תורה דעמאלטס פארוואס זאל עס נישט העלפן פאר די נשים צדקניות אין מצרים?
גערעכט, נישט געכאפט.
טאקע אינטערעסאנט אז די בני יששכר זענען נאכנישט געווען קיין יודעי בינה אין מדבר, נאר ערשט שפעטער אין דבה"י. וואס איז פשט? לאה האט דאך יא תובע געווען?
לעמילשבת קודש בעזר השם מיט א פרישקייט
ייש"כ. די הערות וועלן קומען צו פליען.
געפילטע פישchosen people@געפעלטע פיש.
אויב די קענסט זיך קלארער ארויס ברענגן, אויף דיין ערשטע תירוץ, איז נישט משתדלת בדברים (אני נאה ממך) קיין ארצויי ארצי קמיה.
תובעת מיינט ווי לאה האט געזאגט, אלי תבוא. משדלת מיינט זיך שיין מאכן, און זאגן אני נאה. זעהסט נישט קיין חילוק?
איך ווייס די חילוק, איך האב געמיינט צו פרעגן די סברה צו עס אזוי מחלק צו זיין, דהיינו נאך וואס די גמ' פרעגט די סתירה פון די ברייתא איינע פון די עשר קללות שנתקללה חוה, דמדה טובה של אשה שתובעת בלבה ולא בפה, דהיינו ארצויי ארצי קמיה, וואלט דיך געוואלט זאלסט מיך מסביר זיין צו וואס איז עס מער ענדליך צו תובעת בלבה, תבא אלי אדער משדלת בדברים?
שטייט דאך אין פסוק אלי תבוא, אז זי האט גערעדט, מפרשים זאגן אז די חילוק איז אז אויב זאגט זי בחזקה "קום מצוה מיך" (מל' וואס די מצוה: יידל) איז עס בני חצופה, אבער זאגן ווי לאה האט געזאגט, אלי תבוא, זי האט נישט געזאגט עמי תשכב, דאס איז די דרך המובחר וואס פון דעם קומט ארויס בני יששכר יודעי בינה.
ר"ן: שמפתה אותו בדברי רצוי ופיוס סלאה שלא אמרה ליעקב אלא לסור באהלה, אבל לא שתהא תובעת בפה.
רא"ש: משדלתו בדברים.
שיט"מ בשם הרא"ם: נוהג עמו עניני חבה כדי לשמחו ומתוך כך בא עליה בשמחה, אבל תובעת בפה להשביע יצרה הויא חצופה, ולאה לטובה נתכוונה.
זעט אויס אז ס'האט צו טוהן מיט די כוונה מער ווי מיט וועלכע ווערטער מ'נוצט.
שיט"מ בשם הרי"ף: שמפייסתו ומסברת לו פנים לתשמיש כגון לאה, אבל תובעת בפה בחזקה ובקלות ראש ועזות פנים ומקפדת בכך, דומה לאשה מנאפת והבנים אינם מהוגנים, אבל מרציא ארצויי שפיר דמי.
ר' אברהם מן ההר: אגל תובעתו בפה בחזקה ובקלות ראש דומה לזונה, ואלי תבא דקאמרה לאה, כלומר בביתי תבא לאכול ולשתות וללון.
אליה רבה: וי״ל כי אלי תבא הוא לשון נקיה כי סובל פירוש, שתבא אלי לחדרי, והראיה שלא אמרה עמי תשכב כמו שנאמר לפני זה בדבר רחל עמה שנאמר לכן ישכב עמך הלילה וגם אחר כך כתיב וישכב עמה בלילה הוא. ומ״ש שחצופה היא שתובעתו בפה, ר״ל שפירשה בדברי תשמיש, והכפיל דבריו בפרישה ולא דמי ללאה שאמרה ליעקב אלי תבא הלילה דלא באתה אלא לגלות אזנו שיטה אהלו זאת היום גבה.
זעט אויס אז נוצן sexual innuendo און double entendre איז די דרך המובחר.
די ספורנו אויפן פסוק אלי תבוא זאגט אן אינטערעסאנטע זאך.
וז"ל: ובזה הסיפור הנראה מגוגה אצל מגלי פנים בתורה, הודיענו אמנם שהי׳ ענין התולדה אצל האבות כמו שהי׳ ענינו אצל אדם ואשתו קודם חטאם. כי לא היתה כונתם בו להנאת עצמם כלל, אבל הי׳ להקים זרע בלבד, לכבוד קונם ולעבודתו.
און ממילא האט לאה געמעגט תובע זיין בפה.
סא צו פראבירן צו פארענטפערן, איז דא דריי דרגות, א' תובעת בפה בחזקה ברחל בתך הקטנה, ב' תובעת בפה בדרך משל ובדברי ריצוי, און ג' קישוט ופנים שוחקות. קומט אויס אז ב' איז די בעסטע, און פון דעם קומט ארויס יודעי בינה.
מיין קושיא בלייבט נאך אבער שווער, אויב לאה האט געטוהן וואס מ'ברויך ביי יששכר, און מ'זעט אז שפעטערע דורות זענען טאקע געווען די בני יששכר די יודעי בינה, וואו זענען זיי געווען ווען מ'האט געזוכט נבונים אין מדבר?
יישר כח פארן מסביר זיין. וועגן דיין קשיא, איך מיין די מהרש''א רעדט וועגן דעם, און זאגט אז אוודאי פון בני יששכר איז געווען, אבער פון די אנדערע שבטים האט ער נישט געטראפן.
מס' פסחים דף ב. די משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקין את החמץ לאור הנר רש"י זאגט אור לארבעה עשר לאור הנר בודקין עס ליגט מיך און קאפ אז די פני יהושע האט א הערליכע פשט דערויף אבער די בית המדרש ווי איך האב עס געלערענט האט נישט געהאט קיין פני יהושע אויף פסחים איז אויב איינער האט א תירוץ אויף די קשיה וועל איך מיך זייער פרייען צו הערען
תירוץ אויף וועלכע קשיא? אין עני קעיס, נאדיר די
פני יהושע.
די משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקין את החמץ לאור הנר רש"י זאגט אור לארבעה עשר לאור הנר בודקין א אנדרע סדר
ווער גייט דורך לערנען די פני יהושע פאר מיך איך האב נישט כח צו זוכען די קשיה
לעמילדי משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקין את החמץ לאור הנר רש"י זאגט אור לארבעה עשר לאור הנר בודקין א אנדרע סדר
ווער גייט דורך לערנען די פני יהושע פאר מיך איך האב נישט כח צו זוכען די קשיה
כ'ווייס נישט וואס די פני יהושע ענטפערט, נאר לפי מושכל ראשון ענטפער איך אזוי, עס איז דא צויי סיבות פארוואס מ'דארף בודק חמץ זיין (עיין בתוס')
א)שלא יבא לאוכלו בפסח,
ב) כדאי נישט עובר צו זיין אויף בעל יראה ובעל ימצא וכן הוא ברש"י, ונפק"מ לפי שני טעמים אלו אם צריך לבדוק היטב ובנר, שאם הסיבה משום לא יבא לאוכלו אז דיו בהילוכו בכל הבית ואם לא ימצא שום חמץ בוודאי לא יבא לאוכלו בפסח, אבל אם הטעם הוא משום בעל יראה אז צריך לנקות היטב ולבדוק בנר בחורים ובסדקים שמא יש שם כזית חמץ, וזה אומר רש"י אור לארבעה עשר לאור הנר בודקין ולמה, משום דהחיוב הוא משום בעל יראה ולכן צריך לבדוק בנר ודו"ק.
לאמיר וויסן אויב ס'גיט.
נ.ב. אנטשולדיגט פארן טוישן אינמיטן צו לשה"ק, ס'איז מיר גרינגער צו שרייבן ד"ת בלשה"ק.
דער עולם האלט מיך די דף אין פסחים? א הערליכע מסכת.
איך באקום יעדן טאג א אימעיל מיט א לינק צו א שיעור אין אידיש, [געלערנט אין א שול אין ב"פ], א דורכשניטליכע דף נעמט נישט מער ווי ארום 20 מינוט.
דא איז די לינק פון די היינטיגע דף, פסחים דף ז'
<a class="postlink" href="http://goo.gl/9gaaV">http://goo.gl/9gaaV</a>
אמת ס'איז א הערליכע מסכת, (עכ"פ אנפאנג ווי כ'געדענק נאך פון חדר...)
ווי קען מען זיך איינשרייבן צו באקומען די לינק?
איך שיק דיר אין אישית. [כוויל נישט לייגן די משלח'ס אימעיל בלי רשות..]
@קורץ און שארף שיק מיך אויך ביטע
OK קיינמאל נישט צו שפעט, כ'הייב יעצט אן..
לאמיר זעהן..
די משנה, אור לארבעה עשר בודקין את החמץ לאור הנר. רש"י: אור לארבעה עשר גרסי'. זעהט אויס אז ס'פארהאנען א גירסא וואס רש"י וויל אויסשליסן, פיין. לאור הנר בגמרא מפרש טעמא, פיין. מסורת הש"ס אות ה', הערת עוז והדר, צריך לומר לאחר ד"ה בודקין, ער מיינט צו זאגן, אז בעצם האב איך נישט גוט אפגעלערנט די פריערדיגע רש"י, ווייל כ'האב אויסגעלאזט די רש"י ד"ה בודקין. וואלטעך ווען קודם געלערנט די רש"י ד"ה בודקין, וואלט איך בעסער פארשטאנען די רש"י "לאור הנר". איך פייף דיר אן! איך גיי בשום אופן נישט טוישן די גירסא, אז פאר רש"י זעלבסט איז גוט געווען אזוי, איז מיר אויך גוט אזוי. לאמיך ווייטער לערנען, פארדריי מיר נישט קיין קאפ.
ווייטער, רש"י, בודקין, שלא יעבור עליו בבל יראה ובבל ימצא, לויט ווי איך פארשטיי, רש"י מיינט צו זאגן אז אויב זוכסטו נישט אפיר דעם חמץ, בעסער געזאגט, אויב נעמסטו נישט ארויס דעם חמץ פון שטוב, דאן וועסטו עובר זיין אויף די לאו פון לא יראה לך חמץ, שאור לא ימצא בבתיכם.
איך זעה עפעס א תוספות דא, בדרך כלל לערן איך נישט קיין תוספות (וואס איז אויף די סוגיא) איידער איך דעק אפאר בלעטער ground, אבער דאהי ווייסעך שוין וואס תוספות באדערט, ער טענה'ט אז כדי נישט עובר צו זיין אויף בל יראה דארף מען נישט קיין בדיקה, ס'גענוג ביטול. פיין, אבער אז מ'מאכט נישט קיין ביטול, איז דאך די בדיקה יא כדי נישט עובר צו זיין בבל יראה, איז דאך רש"י בעצם גערעכט. בלייבט נאר איבער צו קלערן פארוואס רש"י וויל ענדערשט מפרש זיין די משנה מיט א דאורייתא'דיגע בדיקה, און נישט א מדרבנן'דיגע. נו, נישט וויכטיג פאר יעצט.
כל מקום שאין מכניסין בו חמץ, אין צריך בדיקה. - פיין
ובמה אמרו.. במה? וואספארא ווארט איז דאס? אה, "במשנה שבמשניות וברי"ף איתא "ולמה". נו, פארוואס טוישטו נישט צו "ולמה"? ס'איז דאך obvious?
ולמה אמרו שתי שורות במרתף, לכאורה איז די קשיא, אז היות ס'איז דאך א מקום שאין מכניסין, פארוואזשע בודק זיין? - רש"י "ובמה אמרו, לקמן במתניתין", פארשטייט זיך אליין אז רש"י צייכענט פשוט צו פאר די לערנער וואו די הלכה פון שתי שורות במרתף שטייט, אבער אוודאי איז נישט רש"י דא מסביר אז די קשיא איז "ובמה אמרו לקמן במתניתין", אין אידיש "פארוואס (ביי וואס) האט מען געזאגט ווייטער אין די משנה אז מ'דארף בודק זיין צוויי שורות....?" ופשוט.
די קומענדיגע רש"י, בא"ד, אחרי שאמרנו כל מקום שאין ... מ'זעהט קלאר פון רש"י אז די גירסא איז "ולמה אמרו". און צוליב דעם איז רש"י מסביר אז דא טוט זיך אפ עפעס א קשיא, די משנה פרעגט עפעס. על אף, ווען מ'איז מעיין אין דעם תירוץ, לויט ווי רש"י איז מסביר "ומפרש לא אמרו אלא במרתף שמכניסין בו חמץ" שטימט בעסער מיט די גירסא "ובמה", כלומר די משנה איז מסביר, זי לייגט צו אן הלכה, און לאו דוקא אז דא האט זיך אפגעטוהן א קשיא.
אפשר קען מען אויך מדייק זיין פון רש"י, "שהשמש ... ופתו בידו..." אז דאס אליינס אז מ'גייט אריין מיט חמץ, איז מחייב בדיקה. כלומר, אז די חשש איז נישט אז אפשר האט איבערגעלזאט דארט ברויט. שוין, העמיר צו ווארטן פאר די גמרא אויף דעם.
גמרא.
מאי אור? וואס טייטשט "אור"?. אוודאי האט די גמרא געוואוסט אז מ'איז בודק ביינאכט (כ'רעדט דאס אויס אז די שוואכע זאלן אויך מיטהאלטן).
רב הונא אמר נגהי, ורב יהודה אמר לילי.
פאר מ'גייט ווייטער, וויל איך ענק מסביר זיין פארוואס איך האלט אז "מתיבתא-עוז והדר" מאכט מענטשען dumb. דריי קליינע הערה'לעך
א) אויף די ווערטער "נגהי" טייטשען זיי ..... נו, guess...?.... "אור"!!!!! WOW!!!! אויב ס'נישט גענוג מיט דעם, לייגן זיי נאך צו א מראי מקום אז "נגהי" מיינט "אור"... וואו? וואו קען מען טרעפן א מקור, נישט סתם א מקור, נאר א מוסמך'דיג, אז "אור" מיט "נגהי" זענען מחותנים?... אויף איז דא א גאנצע מכון... זיי האבן פשפש און מצא געווען, יא, מיר קענען, די היייליגע .... "ערוך"....!!!! די ערוך (וואס איז אויסגעשטעלט לויט ווערטער, ער טייטש, און מפרש, און צומאל לייגט ער צו הלכות) אין ערך "אור" צייכענט צו צו אט די גמרא אז נגהי מיט אור האבן עטוואס שייכות... די בהמה! די ערוך נעמט עס פון דא.. פון דא, דא, דא טאקע דא וואו דו שטייסט!! גייסטו און דו טייטשט "נגהי" = "אור", און דו ברענגט א "מקור" פון די ערוך פון צייכענט צו דעם שטיקל גמרא?????????????????????
דאס איז שוין חוץ א מעשה, אז דו טייטשט בעצם גארנישט...
איך קען מיך נישט בארוהיגען.
ב) קס"ד מאן דאמר נגהי נגהי ממש, ומאן דאמר לילי, לילי ממש.
דא טוט זיך א צומישעניש, פאר דער וואס לערנט נישט אין ארטסקרול וואס איז אזוי שיין מסביר: "מאן דאמר נגהי (אז אור מיינט לעכטיג) נגהי ממש (אז דאס איז דער זמן בודק צו זיין), דהיינו אז אזוי טייטש מען די משנה, "אור לארבעה עשר, אין די לעכטיגקייט פון יום י"ד, בודקין את החמץ וכו'" אויף דעם פאסט גוט "קא סלקא דעתך" ווייל למסקנא איז נישט אזוי. רב הונא האט דאס נישט געמיינט. פיין, ווייטער. לויט דעם פארשטייט מען די רש"י, אז מ'איז נישט גורס "מאן דאמר לילי לילי ממש", ווייל למעשה בלייבט מען מיט דעם, רב יהודה האט טאקע דאס געמיינט.
אגב, תוספות איז מסביר אין בערך 20 ווערטער, אז ס'איז נישט עק וועלט, מ'קען לאזן די גירסא ווי ס'שטייט אין די גמרא. עוז והדר אין די הערות ברענגט דעם תוספות אין בערך 40-50 ווערטער. אינטערסאנט, אז די "ביאורי התוספות" קענען זיי נישט מסביר זיין דעם תוספות נאר מיט בערך 300 ווערטער! להגדיל הפעיפער ולהרחיבה, צו מאכן א באנד פון יעדע 7 בלאט!!!
ג) איך גיב אזא בליק אין די הערות פון מתיבתא, ער איז מסביר אז רב הונא מיינט באמת נישט צו זאגן אז מ'דארף בודק חמץ זיין ביום י"ד ממש, לא עלתה על דעתו, חלילה. נאר וויבלאד במקומו פלעגט מען רופן "נאכט" = נגהי, טייטשט ער אזוי "אור". פיין. בקיצור, ס'איז נישט קיין מחלוקה, "אור" מיינט לויט יעדעם "נאכט".
פיין.
די קומענדיגע קשיא (קשיות) פון די גמרא איז לכאורה אויף די משנה (נישט אויף די אמוראים), די קשיא איז: פארוואס רופט די משנה דעם נאכט = אור, אז די פסוק זאגט "הבוקר אור"? אבער אויף רב הונא און רב יהודה איז גארנישט שווער, ווייל זיי זענען גארנישט מחדש, זיי טייטשען סך הכל די משנה, יעדער אויף זיין שפראך!
רבונו של עולם! דאס איז דאך פאלטש פשט! מיליאן זאכן שטימען נישט לויט דעם. נאר פאר א דוגמא, שפעטער פרעגט די גמרא "אלמא אור אורתא הוא"?! - נו וואס איז די קשיא? ווער זאגט אז נישט?
די פראבלעם איז אז מתיבתא האט פארגעסן צו צולייגען איין ווארט "לויט די מסקנה........." אבער יעצט אין די הו"א האט די גמרא געמיינט אז מ'קריגט זיך וואס "אור" טייטש. איינער זאגט "טאג" און איינער זאגט "נאכט".
אויב איינער פארשטייט מיינע הערות, וועט ער מיך אוודאי דן זיין לכף זכות פארוואס איך קען נישט ממשיך זיין יעצט. אין בין א מצב פון כעס, די ערגסטע עבירה, ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי.
קאווע איך האלט אנדערש ווי דיך, איך פלעג אויכט האלטן אזוי ווי דיך אז ארטסקרול איז מער א פראפעשניעל ארבעט, און מתיבתא רעדט צו סאך.
למעשה איך האב אנגעפאנגן צו לערנען די דף, פון מס' ברכות, איך האב נאר גענוצט אן ארטסקרול, פאר קיין געלט נישט גענוצט קיין מתיבתא, אבער עס געקומען אין מיטן עירובין, איך האב געהאט צופיל קשיות וואס איז געווען זייער פשוטע קשיות, וואס ארטסקרול וואלט געדארפט רעדן דערפון אין די הערות , אבער פאר קיין געלט האב איך נישט געקענט עס דארט טרעפן, אלע מיינע קשיות האב איך צו געשריבן אינדערזייט אויף מיין גמ', ביז איינמאל האל איך זיך געבראכן, און אפגעמאכט לאמיר זעהן אין די מתיבתא,-דעס איז געווען נאך א חבר האט מיך שוין אפאר מאל געזאגט מעגסט אמאל אריין קוקען אין מתיבתא אבער איך האב זיך קיינמאל נישט צו געהערט - למעשה האב געפענט די מתיבתא, און איך ער האט גערעדט פון מיין קשיא.. און ער פאר ענטפערט עס אזוי שיין, למעשה האב איך אנגעפאנגן צוריק צו קיקען אלטע קשיות (נישט קיין גאונישע קשיות, נאר פשט קשיות) , כמעט אלעס האט ער געהאט אויס געשמיעסט, איך האב זיך גערעגט פארוואס איך האב נישט פארדעם אריין געקוקט, למעשה פון דעמאלטס האב איך אנגעפאנגן צו ניצן ביידע יעדע בלאט לערן איך איין מאל מיט מתיבתא און איינמאל מיט ארטסקרול.
היינט האלט איך אז מתיבתא האט אסאך מעלות, דהיינו 1) ער ברענגט צו אסאך מער תירוצים אינטען אין די הערות וואס איז ווערט שווער פאר איינער וואס לייגט צו אביסל קאפ וואס ער זאגט ארויס פון מויל (צו מאל איז עס אפילו א קשיא פון תוס' אפאר בלאט ארויפציר).
2) ווען עס קומט צו א שווערע גמ' פון חשבון אדער מהלך החמה והמזלות וכדו. ארטסקרול וועט רעדן זייער א הויכע שפראך/עברית משא''כ מתיבתא רעדט א גרינגע לשון הקודש וואס אינז זענען צוגעוואוינט, און מען קען עס סאך גרינגער צו פארשטיין, בדוגמה עי' עירובין דף נו ע''א וע''ב.
3) ווען עס קומט אן אראמישע סלאוגען וועט מתיבתא עס טייטשען אסאך שענער דוגמה עי' עירובין דף צ ע''א וכי מאחר אתאי ונצאי אדער ברכות דף כ''ה ע''ב אמר להו איכו השתא לא אתאי ועוד..
4) אויב רש''י ברענגט צוויי פשטים, וועט ארטסקרול כמעט קיינמאל נישט מסביר מער ווי איין פשט, אין עירובין ברענגט רש''י אסאך מאל צוויי פשטים.
5) מתיבתא האט ביאורי רש''י וואס איז מיך אסאך נוגע, ספעציעל די הערות אינטען.
איך קוק עס מער ווי ארטסקרול איז נאר מסביר די גמרא און מתיבתא איז אויכט מסביר רש''י.
איין זאך איז געפערליך זיי קענען נעמען די זעלבע קשיא/תירוץ פון ריטב''א, מהרש''א וכדו' אין שרייבן איינמאל אינטען אין די הערות נאכאמאל אין ביאורי רש''י און נאכאמאל אין נאך דריי מאל אין די ילקוט ביאורים, וואס דאס איינע פון די סיבות וואס עס איז נאר דא 20 דפים אין איין באנד.
אויכט די כפתור ופרח וכת דיליה איז נישט נוצבאר פאר רוב לומדי מתיבתא.
עם הארצישע טעותים קען מען טרעפן ביי ביידע פון זיי, יעצט ליגט מיר אין קאפ איינס פון ארטסקרול, בברכות דף סב ע''א תניא בן עזאי אומר פעם אחת נכנסתי אחר רבי עקיבא לבית הכסא, לייגן זיי צו ביהודה הוה, זיי נעמען עס ווייל רש''י זאגט עס אויף אפאר שורות ארויפציר אויף די זעלבע מעשה אויף ר''י, רש''י זאגט עס ווייל נאר ר''ע האלט אז אויכט אין חו''ל דארף מען מקפיד זיין אויף וועלכע זייט מען זיצט אין ביה''כ, משא''כ די אנדערע תנאים האלטן אז נאר אין יהודה איז מען מקפיד, משא''כ ביי די צווייטע מעשה מיט ר''ע מיט נישט זיין אז עס איז געווען אין יהודה עס קען זיין אויכט אין חו''ל..
קלי וקלי דברי אלקים חיים ומלך עולם.
ווענד זיך פארוואס מ'ניצט די פירוש, לכתחילה צו גיין לערנען מיט די פירוש (להנוהגים היתר...) איז ארסקרול די בעסטע, דהיינו גוט מסביר און נישט מאריך מיט זייטיגע קשיות, פשוטע זאכן רעדט ער ביי די הערות.
צו לערנען און א געהעריגע גמרא, און ווען מ'פארשטייט נישט עפעס נאכקוקען, טויגט ארסקרול (כמעט) אויף כפרות... און די מתיבתא איז געוואלדיג, ער ברענגט צו אסאך גוטע קשיות.
פשוט צו גיין לערנען סתם אזוי און א מתיבתא איז א וועיסט אף טיים... מ'ווערט משוגע פון אלע זייטיגע הערות און קשיות וואס ער האקט אריין.
וכמובן מאיליו ח"ו לא להורות מזה הלכה למעשה, אלא פטפוטי דברים בעלמא, ק"ו לאחר שתיית יי"ש ודו"ק.
אין אנדערע ווערטער זאגסטו אזוי : וויבאלד ארטסקרול איז אן "ארבעט" האבן זיי גע'picked מה לרחק ומה לקרב, א בחינה פון chosen people... און יתכן טאקע אז א שאלה און שוועריקייט וואס פאלט איין פאר געוויסע, וועט נישט אדרעסירט ווערן.
משא"כ מתיבתא איז א "קובץ מפרשים" קען מען אלעס טרעפן דארט, ומטבעו של קובץ אז אלעס שטייט עטליכע מאל.
בקיצור, צוויי אנדערע סוגים פון ספרים.
איך roll זיך פאר גילעכטער, אין פאריגען מחזור האבן זיי געשריבן, אין מסכת עירובין, אז די מעלה פון זייער פירוש איז אז ס'נישט מער ווי איין עמוד פירוש פאר איין עמוד גמרא.... ביי יעדע מסכת האבן זיי געטוישט פאליסיס... מ'האלט שוין ביים צווייטען מחזור, א באנד פאר א פרק!
סתם אזוי האבן די מתיבתא גמרות (אויך מיר א גמרא) נישט קיין זינען... דער זעלבער מענטש וואס קען נישט קיין שטיקל גמרא אן זייער low level פירוש, דער זעלבער מענטש קען דורכלערנען גאנצטע סוגיות אין "אוצר העיונים"?? אתמהה.
אויב וויל איינער ממשיך זיין אין דעם שמועס, גייט אהער <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1566">viewtopic.php?f=5&t=1566</a><!-- l -->
בד"וו, הרב chosen people, וויאזוי קען מען פאר ענטפערען די הערות אויפן ערשטען עמוד אין פסחים?
chosen peopleלמעשה איך האב אנגעפאנגן צו לערנען די דף, פון מס' ברכות, איך האב נאר גענוצט אן ארטסקרול, פאר קיין געלט נישט גענוצט קיין מתיבתא, אבער עס געקומען אין מיטן עירובין, איך האב געהאט צופיל קשיות וואס איז געווען זייער פשוטע קשיות, וואס ארטסקרול וואלט געדארפט רעדן דערפון אין די הערות , אבער פאר קיין געלט האב איך נישט געקענט עס דארט טרעפן,
עירובין איז געווען פון זייערע ערשטע מסכתות און איז טאקע נישט אזוי גוט ווי די שפעטערע, איך מיין אז זיי האבן יעצט ארויסגעגעבן א איבער-געארבעטע מהדורה.
ונבנתה העירchosen peopleלמעשה איך האב אנגעפאנגן צו לערנען די דף, פון מס' ברכות, איך האב נאר גענוצט אן ארטסקרול, פאר קיין געלט נישט גענוצט קיין מתיבתא, אבער עס געקומען אין מיטן עירובין, איך האב געהאט צופיל קשיות וואס איז געווען זייער פשוטע קשיות, וואס ארטסקרול וואלט געדארפט רעדן דערפון אין די הערות , אבער פאר קיין געלט האב איך נישט געקענט עס דארט טרעפן,
עירובין איז געווען פון זייערע ערשטע מסכתות און איז טאקע נישט אזוי גוט ווי די שפעטערע, איך מיין אז זיי האבן יעצט ארויסגעגעבן א איבער-געארבעטע מהדורה.
איך האב געהאט די נייע מהודרא, טאקע איינע פון די זאכן וואס זיי האבן איבערגעמאכט אין די נייע מהדורא איז די בילדער, וואס לדעתי איז דא אסאך טעותים אפי' אין די נייע בילדער, און אויכט די בילדער אין מתיבתא איז אסאך מער קלארער און מען קען עס בעסער פארשטיין.
@קאווע טרינקעריישר כח הרב קאווע טרינקער, אן איך זאל טרינקן אזוי פיל קאווע'ס ווייס איך נישט אויב איך וועלט געקענט לערנען די דף.
לגבי די הערות פון פסחים וועגן רב הונא, איך האב אריין געקוקט אין מתיבתא אין איך זעה נישט אז זיי זאלן שרייבן אז רב הונא און די הו''א האלט אז מען דארף נישט בודק חמץ זיין צופרי, אדרבה זיי שרייבן גענוי ווי די האסט עס שיין מסביר געווען לפי הארטסקרול, איך האב צוגעלייגט א בילד פון די מתיבתא.
📎 rps20130628_002909.jpg 📎 rps20130628_003051.jpg
קאווע טרינקערOK קיינמאל נישט צו שפעט, כ'הייב יעצט אן..
לאמיר זעהן..
די משנה, אור לארבעה עשר בודקין את החמץ לאור הנר. רש"י: אור לארבעה עשר גרסי'. זעהט אויס אז ס'פארהאנען א גירסא וואס רש"י וויל אויסשליסן, פיין. לאור הנר בגמרא מפרש טעמא, פיין. מסורת הש"ס אות ה', הערת עוז והדר, צריך לומר לאחר ד"ה בודקין, ער מיינט צו זאגן, אז בעצם האב איך נישט גוט אפגעלערנט די פריערדיגע רש"י, ווייל כ'האב אויסגעלאזט די רש"י ד"ה בודקין. וואלטעך ווען קודם געלערנט די רש"י ד"ה בודקין, וואלט איך בעסער פארשטאנען די רש"י "לאור הנר". איך פייף דיר אן! איך גיי בשום אופן נישט טוישן די גירסא, אז פאר רש"י זעלבסט איז גוט געווען אזוי, איז מיר אויך גוט אזוי. לאמיך ווייטער לערנען, פארדריי מיר נישט קיין קאפ.
איך כאפ נישט וואס דיר באדערט, קודם שטייט דאך בודקין און נאכדעם לאור הנר ווילסט זאגן אז רש״י האט געהאט א גירסא קודם ״לאור הנר״ און נאכדעם ״בודקין״ ? ״אור לארבעה עשר לאור הנר בודקין״ נישט אזא געשמאקער לשון, ביסט מודה?
ווייטער, רש"י, בודקין, שלא יעבור עליו בבל יראה ובבל ימצא, לויט ווי איך פארשטיי, רש"י מיינט צו זאגן אז אויב זוכסטו נישט אפיר דעם חמץ, בעסער געזאגט, אויב נעמסטו נישט ארויס דעם חמץ פון שטוב, דאן וועסטו עובר זיין אויף די לאו פון לא יראה לך חמץ, שאור לא ימצא בבתיכם.
איך זעה עפעס א תוספות דא, בדרך כלל לערן איך נישט קיין תוספות (וואס איז אויף די סוגיא) איידער איך דעק אפאר בלעטער ground, אבער דאהי ווייסעך שוין וואס תוספות באדערט, ער טענה'ט אז כדי נישט עובר צו זיין אויף בל יראה דארף מען נישט קיין בדיקה, ס'גענוג ביטול. פיין, אבער אז מ'מאכט נישט קיין ביטול, איז דאך די בדיקה יא כדי נישט עובר צו זיין בבל יראה, איז דאך רש"י בעצם גערעכט. בלייבט נאר איבער צו קלערן פארוואס רש"י וויל ענדערשט מפרש זיין די משנה מיט א דאורייתא'דיגע בדיקה, און נישט א מדרבנן'דיגע. נו, נישט וויכטיג פאר יעצט.
עיין דף ו עמוד א
אלא אמר רבא הא דאמרת קודם שלשים יום אין זקוק לבער לא אמרן אלא שאין דעתו לחזור אבל דעתו לחזור אפילו מראש השנה זקוק לבער ואזדא רבא לטעמיה דאמר רבא העושה ביתו אוצר קודם שלשים יום אין זקוק לבער תוך שלשים יום זקוק לבער וקודם שלשים נמי לא אמרן אלא שאין דעתו לפנותו אבל דעתו לפנותו אפילו קודם שלשים יום נמי זקוק לבער
רש״י תוך שלשים זקוק לבער. דלכתחלה לא זהו ביעורו:
כדי די שוואכע זאלן פארשטיין (ק.ק.ט.) רבא האלט אז אויב גייט מען אוועק פון שטוב בתוך ל יום מוז מען בודק זיין ווייל בתוך ל׳ אז שוין חל חובת ביעור משא״כ קודם ל׳ אויב איז נישט דעתו לחזור.
ואזדא רבה לטעמיה אז עושה ביתו אוצר וואס איז כאילו נפלו עליו מפולת מעיקר הדין איז הייסט דאס אליין א ביעור דאך איז דאס נישט קיין לכתחילה און בתוך ל׳ זאל ער ענדערש מאכן א בדיקה. עכ״פ קען מען אפשר צושטעלן אז אפילו מן התורה העלפט טאקע ביטול דאך איז דאס נישט קיין לכתחילה פונקט ווי מפולת, און דעריבער זאגט רש״י דא אין דער משנה דער טעם פון בדיקה וועגן בל יראה בל ימצא ווייל דאס איז דער לכתחילה׳יגער עצה משא״כ ביטול.
און אזוי שטימט דער צושטעל פון רבא׳ס ערשטע הלכה בדין יוצא לשיירה בתוך ל׳ וואס דארט קען ער זיך ארויסדרייען פון ביעור מיט א בדיעבד׳יגער ביטול, צו מפולת וואס איז אויך א בדיעבד׳יגער.
כל מקום שאין מכניסין בו חמץ, אין צריך בדיקה. - פיין
ובמה אמרו.. במה? וואספארא ווארט איז דאס? אה, "במשנה שבמשניות וברי"ף איתא "ולמה". נו, פארוואס טוישטו נישט צו "ולמה"? ס'איז דאך obvious?
ולמה אמרו שתי שורות במרתף, לכאורה איז די קשיא, אז היות ס'איז דאך א מקום שאין מכניסין, פארוואזשע בודק זיין? - רש"י "ובמה אמרו, לקמן במתניתין", פארשטייט זיך אליין אז רש"י צייכענט פשוט צו פאר די לערנער וואו די הלכה פון שתי שורות במרתף שטייט, אבער אוודאי איז נישט רש"י דא מסביר אז די קשיא איז "ובמה אמרו לקמן במתניתין", אין אידיש "פארוואס (ביי וואס) האט מען געזאגט ווייטער אין די משנה אז מ'דארף בודק זיין צוויי שורות....?" ופשוט.
די קומענדיגע רש"י, בא"ד, אחרי שאמרנו כל מקום שאין ... מ'זעהט קלאר פון רש"י אז די גירסא איז "ולמה אמרו". און צוליב דעם איז רש"י מסביר אז דא טוט זיך אפ עפעס א קשיא, די משנה פרעגט עפעס. על אף, ווען מ'איז מעיין אין דעם תירוץ, לויט ווי רש"י איז מסביר "ומפרש לא אמרו אלא במרתף שמכניסין בו חמץ" שטימט בעסער מיט די גירסא "ובמה", כלומר די משנה איז מסביר, זי לייגט צו אן הלכה, און לאו דוקא אז דא האט זיך אפגעטוהן א קשיא.
איך זע נישט וויאזוי דו זעהסט און רש״י אז ס׳זאל שטימען בעסער גירסת ובמה״ נאך די ווערטער ״ומפרש לא אמרו דאס אז רש״י זאגט נישט דער לשון ומתרץ לא אמרו ? איך הער..
אפשר קען מען אויך מדייק זיין פון רש"י, "שהשמש ... ופתו בידו..." אז דאס אליינס אז מ'גייט אריין מיט חמץ, איז מחייב בדיקה. כלומר, אז די חשש איז נישט אז אפשר האט איבערגעלזאט דארט ברויט. שוין, העמיר צו ווארטן פאר די גמרא אויף דעם.
גמרא.
מאי אור? וואס טייטשט "אור"?. אוודאי האט די גמרא געוואוסט אז מ'איז בודק ביינאכט (כ'רעדט דאס אויס אז די שוואכע זאלן אויך מיטהאלטן).
רב הונא אמר נגהי, ורב יהודה אמר לילי.
פאר מ'גייט ווייטער, וויל איך ענק מסביר זיין פארוואס איך האלט אז "מתיבתא-עוז והדר" מאכט מענטשען dumb. דריי קליינע הערה'לעך
א) אויף די ווערטער "נגהי" טייטשען זיי ..... נו, guess...?.... "אור"!!!!! WOW!!!! אויב ס'נישט גענוג מיט דעם, לייגן זיי נאך צו א מראי מקום אז "נגהי" מיינט "אור"... וואו? וואו קען מען טרעפן א מקור, נישט סתם א מקור, נאר א מוסמך'דיג, אז "אור" מיט "נגהי" זענען מחותנים?... אויף איז דא א גאנצע מכון... זיי האבן פשפש און מצא געווען, יא, מיר קענען, די היייליגע .... "ערוך"....!!!! די ערוך (וואס איז אויסגעשטעלט לויט ווערטער, ער טייטש, און מפרש, און צומאל לייגט ער צו הלכות) אין ערך "אור" צייכענט צו צו אט די גמרא אז נגהי מיט אור האבן עטוואס שייכות... די בהמה! די ערוך נעמט עס פון דא.. פון דא, דא, דא טאקע דא וואו דו שטייסט!! גייסטו און דו טייטשט "נגהי" = "אור", און דו ברענגט א "מקור" פון די ערוך פון צייכענט צו דעם שטיקל גמרא?????????????????????
דאס איז שוין חוץ א מעשה, אז דו טייטשט בעצם גארנישט...
איך קען מיך נישט בארוהיגען.
ב) קס"ד מאן דאמר נגהי נגהי ממש, ומאן דאמר לילי, לילי ממש.
דא טוט זיך א צומישעניש, פאר דער וואס לערנט נישט אין ארטסקרול וואס איז אזוי שיין מסביר: "מאן דאמר נגהי (אז אור מיינט לעכטיג) נגהי ממש (אז דאס איז דער זמן בודק צו זיין), דהיינו אז אזוי טייטש מען די משנה, "אור לארבעה עשר, אין די לעכטיגקייט פון יום י"ד, בודקין את החמץ וכו'" אויף דעם פאסט גוט "קא סלקא דעתך" ווייל למסקנא איז נישט אזוי. רב הונא האט דאס נישט געמיינט. פיין, ווייטער. לויט דעם פארשטייט מען די רש"י, אז מ'איז נישט גורס "מאן דאמר לילי לילי ממש", ווייל למעשה בלייבט מען מיט דעם, רב יהודה האט טאקע דאס געמיינט.
אגב, תוספות איז מסביר אין בערך 20 ווערטער, אז ס'איז נישט עק וועלט, מ'קען לאזן די גירסא ווי ס'שטייט אין די גמרא. עוז והדר אין די הערות ברענגט דעם תוספות אין בערך 40-50 ווערטער. אינטערסאנט, אז די "ביאורי התוספות" קענען זיי נישט מסביר זיין דעם תוספות נאר מיט בערך 300 ווערטער! להגדיל הפעיפער ולהרחיבה, צו מאכן א באנד פון יעדע 7 בלאט!!!
ג) איך גיב אזא בליק אין די הערות פון מתיבתא, ער איז מסביר אז רב הונא מיינט באמת נישט צו זאגן אז מ'דארף בודק חמץ זיין ביום י"ד ממש, לא עלתה על דעתו, חלילה. נאר וויבלאד במקומו פלעגט מען רופן "נאכט" = נגהי, טייטשט ער אזוי "אור". פיין. בקיצור, ס'איז נישט קיין מחלוקה, "אור" מיינט לויט יעדעם "נאכט".
פיין.
די קומענדיגע קשיא (קשיות) פון די גמרא איז לכאורה אויף די משנה (נישט אויף די אמוראים), די קשיא איז: פארוואס רופט די משנה דעם נאכט = אור, אז די פסוק זאגט "הבוקר אור"? אבער אויף רב הונא און רב יהודה איז גארנישט שווער, ווייל זיי זענען גארנישט מחדש, זיי טייטשען סך הכל די משנה, יעדער אויף זיין שפראך!
רבונו של עולם! דאס איז דאך פאלטש פשט! מיליאן זאכן שטימען נישט לויט דעם. נאר פאר א דוגמא, שפעטער פרעגט די גמרא "אלמא אור אורתא הוא"?! - נו וואס איז די קשיא? ווער זאגט אז נישט?
די פראבלעם איז אז מתיבתא האט פארגעסן צו צולייגען איין ווארט "לויט די מסקנה........." אבער יעצט אין די הו"א האט די גמרא געמיינט אז מ'קריגט זיך וואס "אור" טייטש. איינער זאגט "טאג" און איינער זאגט "נאכט".
ווי עם הנבחר האט שוין געשריבן איז לאו דוקא אז מתיבתא האט אפגעלערנט די אמוראים און די הו״א אזוי ווי די גמרא זאגט און מסקנה
אויב איינער פארשטייט מיינע הערות, וועט ער מיך אוודאי דן זיין לכף זכות פארוואס איך קען נישט ממשיך זיין יעצט. אין בין א מצב פון כעס, די ערגסטע עבירה, ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי.
יישר כוח פאר די הערות, פסחים איז דיין עולם הבא מסכת? איך געדענק א שטיק צייט צוריק האב איך געשריבן אן ארטיקל און ס׳איז אריינגעקומען די גמרא פון איננו טהורה לשון מגונה לשון קצרה., און האסט מגיב געווען געווען ווי א פיש און וואסער.
וועגן דער חילוק פון ארטסקרול און מתיבתא, שפה ברורה איז מתיבתא בקיצור, איך לערן נאר אין דעם. דער עיון הפשט ביים סוף איז גאר געשמאק. ארטסקרול איז נישט מיין לשון קודש וואס איך בין געוואוינט, די אויסדרוקן האם, אכן, ללא, תורני, מסורתי, מאכט מיר זייער נערוועז. אויך איז ער היבש מאריך במקום שאפשר לקצר אויבן ביים פירוש. מתיבתא איז א קובץ מפרשים (ק.ק.ט.).
איצטערט באקומען די היינטיגע דף, פסחים דף ח'
<a class="postlink" href="http://goo.gl/M1Lac">http://goo.gl/M1Lac</a>
היינטיגע דף, פסחים דף יג. 26 מינוט
<a class="postlink" href="http://goo.gl/dd0XX">http://goo.gl/dd0XX</a>
עס איז שוין אדורך א קייליכדיגע יאר, זינט מען האט אנגעפאנגן מחזור ה13 של הדף היומי, ברכות דף ב.
מען האט שוין געלערנט כמעט א 1/7 פון ש''ס.
היינט אנגעהויבן פסחים בע"ה.
קאווע טרינקערווייטער, רש"י, בודקין, שלא יעבור עליו בבל יראה ובבל ימצא, לויט ווי איך פארשטיי, רש"י מיינט צו זאגן אז אויב זוכסטו נישט אפיר דעם חמץ, בעסער געזאגט, אויב נעמסטו נישט ארויס דעם חמץ פון שטוב, דאן וועסטו עובר זיין אויף די לאו פון לא יראה לך חמץ, שאור לא ימצא בבתיכם.
איך זעה עפעס א תוספות דא, בדרך כלל לערן איך נישט קיין תוספות (וואס איז אויף די סוגיא) איידער איך דעק אפאר בלעטער ground, אבער דאהי ווייסעך שוין וואס תוספות באדערט, ער טענה'ט אז כדי נישט עובר צו זיין אויף בל יראה דארף מען נישט קיין בדיקה, ס'גענוג ביטול. פיין, אבער אז מ'מאכט נישט קיין ביטול, איז דאך די בדיקה יא כדי נישט עובר צו זיין בבל יראה, איז דאך רש"י בעצם גערעכט.
עס איז נישט דא שייך צו זאגן 'אבער אז מ'מאכט נישט קיין ביטול, איז דאך די בדיקה יא כדי נישט עובר צו זיין בבל יראה', עס איז דא א תקנת חכמים פון בדיקה ליל י"ד לאור הנר און די שאלה איז
פארוואס האבן די חכמים דאס מתקן געווען, זאגט רש"י כדי ער זאל נישט צוקומען עובר צו זיין אויף בל יראה, טענה'עט תוס', עס קען נישט זיין אז דאס איז געווען די כוונת התקנה ווייל הבודק
צריך שיבטל - בדיקה אליין איז נישט גענוג אויף יוצא צו זיין רצון החכמים, וועט ער דאך סיי ווי נישט עובר זיין אויף ב"י ווייל ער מאכט דאך סיי ווי ביטול.
קאווע טרינקערבלייבט נאר איבער צו קלערן פארוואס רש"י וויל ענדערשט מפרש זיין די משנה מיט א דאורייתא'דיגע בדיקה, און נישט א מדרבנן'דיגע. נו, נישט וויכטיג פאר יעצט.
אפי' לויט רש"י איז די בדיקה א דרבנן, מדאורייתא איז נאר דא איין קפידא - פסח זאלסטו נישט האבן קיין חמץ אין שטוב, ווי אזוי דו ערלעדיגסט דאס איז קיין נפק"מ, דו קענסט בודק זיין, דו קענסט עס אויפעסן אדער האסטו א ברירה נישט צו קויפן חמץ אין די פירסט פלעיס.
א בדיקה מיט דינים און זמנים קען נאר זיין א דרבנן, רש"י זאגט נאר פארוואס די חכמים האבן דאס מתקן געווען.
יומא עה א
ביים לערנען נעכטן דעם דף האב איך זיך דערמאנט פון
@קאווע טרינקער'ס
דאגות, איך האף אז עס האט זיך שוין פארבעסערט די מצב ביי אים, אבער יעצט זעה איך אז לויט טייל מפרשים איז ער יא גערעכט.
די גמרא זאגט:
[list]
דְּאָגָה בְּלֶב אִישׁ יַשְׁחֶנָּה, רבי אמי ורבי אסי, חד אמר ישחנה מדעתו, וחד אמר ישיחנה לאחרים.[/list:u]
זאגט רש"י:
[list]ישיחנה לאחרים. שמא ישיאוהו עצה: דאגה. פחד שדואג על הפסד שום דבר פן יבואהו:[/list:u]
אין הגהות הב"ח איז ער מגיה אז די צווייטע רש"י קומט פאר די ערשטע, אבער אסאך זאגן אז רש"י האט דאס דוקא געשריבן אויף דעם סדר, ווייל מען רעדט דא פון צוויי סארט דאגות, און רבי אמי ורבי אסי קריגן זיך נישט. ווען עס איז א דאגה אויף א זאך וואס עס איז שוין געווען נאר מען איז פשוט געבליבן פארביטערט דאן איז די עצה 'ישחנה מדעתו' מען זאל זיך עס ארויסהאקן פון קאפ, און ווען עס האנדלט זיך איבער א דאגה פון א זאך וואס גייט קומען און מען זוכט אן עצה, דאן איז די וועג 'ישיחנה לאחרים', און מען זאל בעטן אן עצה.
אבער אנדערע מפורשים זאגן יא אז אפילו ביי א דאגה וואס עס איז שוין נישט שייך גארנישט צו טוהן איבער דעם, נאך אלץ העלפט דאס זיך אויסרעדן אז עס זאל אראפגיין די שטיין פון הארץ, און אזוי זעהט אויך אויס פון רש"י אין משלי אויף דעם פסוק וואס זאגט: "ודבר שינחמנו חברו ישמח את הדאגה", און אזוי זענען אנדערע אויך מסביר אז פשוט ווען מען רעדט זיך אויס פאר א צווייטן ווערט עס שוין גרינגער. אין באר מים חיים (ויגש) זאגט ער אז מען קען עס זעהן ביי כעס, ווען איינער איז זייער גערעגט אויף א צווייטן און ער שרייט יענעם אן מיט קולי קולות אז ער גייט אים טוהן ווייס איך וואס, ער סטראשעט יענעם מיטן ערגסטן, דאן וועט זיך דער מענטש געווענליך בארוהיגן בלויז מיט די קולות און נאכדעם וועט ער שוין גארנישט טוהן פאר יענעם, ווייל איינמאל מען האט עס ארויסגעזאגט פון מויל האט מען זיך שוין בארוהיגט אביסל. און די זעלבע איז אויך ביי דאגות, איינמאל מען זאגט עס ארויס בארוהיגט מען זיך שוין.
דער אגרא דכלה שרייבט אן אינטערעסאנטע זאך, אזוי ווי מיר ווייסן אז ווען עס קומט א צער אויף א מענטש איז עס זיכער מיט א פונקליכע חשבון פון אויבן וויפיל צער דער מענטש דארף האבן, און נישט נאר פאר דעם מענטש אליין נאר אויך פאר זיינע קרובים און באקאנטע וואס זענען מיצר בצרתו, זייער צער איז אויך פונקטליך באשערט. און דערפאר ווען א מענטש דערציילט זיינע דאגות פאר אנדערע, און עס קומט אן צו איינעם וואס האט מיטלייד און עס איז יענעם נישט באשערט די צער, דאן מוז אוטאמאטיש אוועקגיין די צער. און דאס ליגט אונטער די ישיחנה לאחרים.
---
ווייטער אין די גמרא שטייט די באקאנטע זאך ווי אזוי עס געפאלן די מן פאר די צדיקים, בינונים און רשעים:
[list]הא כיצד? צדיקים ירד על פתח בתיהם, בינונים יצאו ולקטו, רשעים שטו ולקטו.[/list:u]
איז אינטערעסאנט מעתיק צו זיין זייער אן אינטערעסאנטע מדרש וואס ווערט געברענגט אין ילקוט שמעוני (בשלח רנח):
[list]מי שהיה זריז היה יוצא ומלקט מן השדה שנאמר ויצא העם ולקטו, והבינונים היו יוצאין לפתח אהליהם ומלקטים,
והעצלים היו רובצים על מטותיהן ופושטין ידיהן והוא יורד לתוך ידיהן.[/list:u]
וואס מען זעהט פון דא איז אז די פוילע חברה זענען געווען אין א העכערע מדריגה פון די צדיקים. די צדיקים האבן געדארפט גיין ביז די טיר, און די פוילע האבן עס באקומען דעליווערט ביזן בעט אריין...
איך האב א שטיקל הסבר דערויף, אבער נישט יעצט.
מגילה
נא, רבותי, היינט האט מען אנגעהויבן מגילה, עס איז צייט זיך מיטצוכאפן.
פאסט זיך טאקע אנצוהייבן מיט א פורים קשיא, רש"י זאגט אין די משנה אז ווען ט"ו פאלט שבת זענען די מוקפין מקדים אויף פרייטאג ווייל שבת טאר מען נישט ליינען די מגילה גזירה שמא יטלנו בידו ויעבירנו ארבע אמות ברשות הרבים.
שטעלט זיך א קלאץ קושיא: אז די רעדע איז איבער כרכים המוקפין חומה זענען זיי דאך נישט קיין רשות הרבים, איז וואס איז די פראבלעם אויב וועט איינער דארט מטלטל זיין?...
כעין דאורייתא תיקנו...