☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » עקסטרעמע קאנספיראציע גלויביגע - די פלאכע ערד געמיינדע

עקסטרעמע קאנספיראציע גלויביגע - די פלאכע ערד געמיינדע

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2368
בלאט: 1 2

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:44 am

· #61979
עקסטרעמע קאנספיראציע גלויביגע - די פלאכע ערד געמיינדע
נאכ'ן ליינען יידל'ס העכסט מערקווירדיגע אשכול איבער וויאזוי מען איז געקומען צו די מיינונג אז די וועלט איז רינדיג און נישט פלאך, איז מיר געקומען אויפ'ן געדאנק צו שרייבן וועגן די פלאכע ערד געמיינדע.

עס איז שווער צו גלייבן, אבער פאקטיש זענען היינט נאך דא מענטשן וואס גלייבן אין די פלאכע ערד טעאריע. ניין, מיר רעדן נישט פון מענטשן פארשטיפט אין אן אפריקאנער דזשאנגל, אדער אין די אפגעזונדערטע נארט קארעא. דאס זענען מענטשן וועלכע וואוינען אין פארגעשריטענע לענדער ווי אמעריקע און בריטאניע און פארמאגן אפילו אינטערנעט. זיי האבן אן אייגענע וועבזייטל וואו זיי האבן אפילו אפענע פארומס וואו מען קען דעבאטירן די צדדים לכאן ולכאן.

איך וועל פרובירן אין קורצן איבערגעבן זייערע סייענטיפישע שיטות, אבער כאפט אייך גוט אן אויפ'ן בענקל איר זאלט נישט אראפפאלן פון געלעכטער.

די ערד איז א פלאכע רינדעכיגע דיסק און אין צענטער געפינט זיך דאס וואס אלע איינגערעדטע מענטשן רופן די נארט פאול. ארום דעם דיסק איז דא א הויכער הונדערט-און-פופציג פוסיגער צוים פון אייז, וואס די קאנספיראטאר וואס גלייבן אין די אפגעפרעגטע גלאוב שיטה רופן אן אנטארטיקטא. דארט שטייען שומרים וועלכע היטן קיינער זאל זיך נישט דערנענטערן צום אייזיגן צוים און אויסגעפינען דעם שרעקליכן סוד. די שומרים זענען געדינגען דורך א כאפטע רויבערס וואס רופן זיך נאסא, וועלכע רייסן ביליאנען פון די שטייער צאלער פאר זייערע מ'כלומר'שטע סייענטיפישע אויפטוען, בשעת זייערע אזוי גערופענע אסטראנאטן ליגן אויסגעצויגן אויפ'ן בארטן אין פלארידע און מען רעדט איין פאר גאנץ אמעריקע אז זיי געפינען זיך יעצט אויף א סייענטיפישע שטודיע ערגעץ אינ'ם ווייטן ספעיס.

פארשטייט זיך אז די פארעם פון די וועלט איז נישט די איינציגסטע פאנטאזיע וואס די האלץ האקער וואס רופן זיך מיט דעם פענסי נאמען 'סייענטיסטן' האבן אויסגעטראכט כדי צו אונטערשטוצן זייער פאלשער יסוד פון דעם פארעם פון די וועלט. זיי האבן אויסגענארט דעם עולם מיט א טעאריע וואס רופט זיך 'גראוויטעט'. באמת ציט גארנישט אראפ, פארקערט, די ערד פארט כסדר ארויף אין א שנעלקייט פון פונקטליך צוויי און דרייסיג פיס פער סעקונדע דורך א מיסטעריעזע כח וואס רופט זיך 'טונקעלע ענערגיע', אזוי אז עס דאכט אונז אז אלעס ציט אויף אראפ. לעת עתה איז דא א מחלוקת צווישן די גרעסטע דענקער אין די פלאכע ערד געמיינדע אויב איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט קען שטימען מיט א פלאכע ערד וואס פליט אזוי שנעל אבער עס גייט נישט שנעלער ווי די ספיעד אוו לייט, אדער דאס איז אויך א פאנטאזיע. דער אלגעמיינער פלאכע ערד גלויביגע נעמט נישט קיין שטעלונג אין דער נושא, ווייל וואס זענען מיר מענטשעלעך צו פארשטיין איבער וואס די טיפזיניגע מחלוקת האנדלט זיך בכלל?

די לבנה און די זון זענען גרויסע ליכט באלן וואס פראדוצירן ליכט און געפינען זיך דריי טויזנט מייל העכער די ערד, און זיי מאכן כסדר הקפות ארום די וועלט און טיילן איין פאר יעדן איינעם געוויסע שעות פון ליכטיגקייט. עס איז אויך דא אן אומזעבארע אנטי-לבנה, און ווען דאס שטעלט זיך אין פארנט פון די לבנה פארשטעלט עס דאס ליכטיגקייט און עס ווערט געשאפן א ליקוי לבנה.

עס איז נאכנישט קלאר וואס ליגט אונטער די פלאכע ערד, אבער רוב נעמען אן אז דארט געפינט זיך פשוט'ע שטיינער. (אקעי, בעסער ווי א טשוכעפאכע).

עס איז איבריג צו דערמאנען בכלל די געפערליכע שווינדלערייען וואס ליגן אונטער די פאלשע בילדער פון ספעיס, און בכלל ווערן זיי גענומען דורך די נאסא שווינדלער וועלכע זענען נישט באגלייבט אויף קיין כי הוא זה. די פלאכע ערד געמיינדע גיבן אן א פשוט'ע, מאטעמאטישע ראי' אויף די ווארהאפט פון זייערע ווערטער. "לאגיש גערעדט," לויטעט איין שאלה און ענטפער אויף זייער וועבזייטל, "אין די היינטיגע טעכנאלאגיע איז פיל ביליגער צו פראדוצירן פאלשע בילדער ווי צו אויפהאלטן א גאנצע שטאב מיט אסטראנאמער, אויב אזוי, פארוואס זאל נאסא אמת'דיג טון זייער ארבעט בשעת זיי קענען פאר פיל ביליגער מאכן ריוח אויף די רעגירונג'ס חשבון?"

עס הערט זיך ווי א ליצנות אדער ווי א פאראדיע לכבוד פורים, אבער פאקטיש זענען דאס די דרייצן אני מאמין'ס ביי די הונדערטער מיטגלידער פון די פלאכע ערד געמיינדע. אין זייערע בעסטע צייטן זינט איר גרינדונג אין 1956 האבן זיי געהאט צוויי טויזנט מיטגלידער. נאך מערערע ספעיס לאנדונגען, האט זיך די צאל פארקלענערט. היינט האלט עס ביי צוויי הונדערט מיטגלידער וואס האלטן זיך מיט עקשנות צו זייערע מיינונגען. אין א נייעס אויסגאבע שרייבן זיי:

"אונזער ציל איז צו טראכטן פריי, און צו אויפדעקן לאנג פארגעסענע פאקטן, און צו קעגנשטעלן טעארעטישע השערות. מיר ווילן אויפטוישן די סייענס רעליגיע מיט נארמאלקייט. פון היסטארישע באריכטן ווייסן מיר אז קודם איז באשאפן געווארן די וואסער, און אויף דעם די ערד. די ערד איז אמאל געווען פיר עקיג און האט זיך צוטיילט אויף פארשידענע שטיקער. וואס מיר ווייסן קלאר איז אז די ערד איז פשוט פלאך. דאס וואס מיר רופן סייענס איז דאס זעלבע וואס איז אמאל געווען כישוף, אן אויסגעטראכטע, נארישע טעאלאגיע וואס האט נישט קיין שייכות צו די פאקטן."

איך וואלט געקענט נאכשרייבן נאך בערג אזוי גרויס ווי דער אייזיגער צוים פון זייערע שטותים. אבער איך האב מורא אז אויב איך שרייב נאך אביסל וועל איך אליין אנהייבן צו גלייבן. איר קענט באזוכן זייער פלאכע ערד וויקיפידיע וואו זיי האבן זייער אייגענע סייענטיפישע אינפארמאציע, געבויט אויף די ריינע מסורה וואס זיי האבן מקובל איש מפי קוף פון זייערע אור אלטע האמא סעפיאנס.

חז"ל זאגן אונז "איזהו חכם, הלומד מכל אדם". וואס קענען מיר זיך לערנען פון אזעלכע פאנאטיקער?

די פלאכע ערד חברה לערנען אונז איז ווי ווייט פארפירעריש א מענטש קען זיין. זיי זעען אויס צו זיין נארמאלע מענטשן וואס האבן גענוג שכל אריינצוטראכטן, האבן אן אייגענע מיינונג, און צוזאמענשטעלן א וועבזייטל פון טענות ומענות, און זיי ווייסן אפילו צו זאגן פון איינשטיינ'ס טעאריעס. נישט נאר דאס, נאר זיי אקצעפטירן אפילו אזעלכע קאנטראווערסיעלע טעאריעס ווי עוואלוציע און גלאבאלע ווארעמונג, כאטש דאס איז טיילווייז געבויט אויף ראיות פון די נאסא רויבער'ס סאטעליטן. אבער אנשטאט צו נוצן דעם שכל אויף דעם ריכטיגן אופן, נוצן זיי עס פונקט קאפויער צו אויפווייזן אז די גאנצע וועלט איז משוגע בעת זיי זענען נארמאל, אלס צוליב זייער גאוה פון נישט וועלן אנערקענען אז זייער נארישע גלויבן איז נישט ריכטיג. נאכמער, ווי איר זעט, ווייסן זיי פונקטליך אלע פרטים ווי שנעל די וועלט פליט און ווי הויך די לבנה איז, אבער דאס אז די וועלט איז רינדיג, נע! אלעס דמיונות. איך בין זיכער אז זיי חזר'ן כסדר מיט די קינדער אין וואספארא טעות די גאנצע וועלט לעבט, און מסתם פילטערן זיי דעם קאמפיוטער פון אלע פאלשע סייענטיפישע גלויבונגען וואס קענען ר"ל פארדארבן דעם מח און אראפפירן פון גלייכן וועג ביז זיי וועלן אראפפאלן אריבער דעם אייזיגן צוים און זיי וועלן אנקומען דארט וואו אלע נשמות וואס האבן געגלייבט אין די רינדיגע ערד געפינען זיך.

אויב איר ווייסט פון נאך אזעלכע סארט משונה'דיג עקסטרעמע קאנספיראציע טעאריקער זענט איר געלאדנט אונז צו מודיע זיין דערוועגן. איך קלער צו עפענען א ספעציעלע ארגאניזאציע פאר אזעלכע קאנספיראציע גלויביגע וואס זאלן זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן ווי פאלש די וועלט איז און ווי מען קען גארנישט גלייבן, אריינגערעכנט די קאנספיראציע אז די פלאכע ערד געמיינדע לאכט פון אונז ווי מיר קויפן אפ זייערע שטותים און מיר רעדן זיך איין אז זיי גלייבן עס.

אויפן בילד: די פלאכע ערד מאדעל. אינמיטן איז די נארט פאול, און ארום איז די אייזיגע צוים וואס מיר רופן אנטארטיקטא.

ונבנתה העיר » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:58 am

· #61981
ווי איך פארשטיי - און אזוי איז אויך משמע פונעם בילד, איז די ערד נישט ממש פלאך, נאר ווי א האלבע כדור, פלאך פון אונטן און ארומגענומען ביים יסוד מיט'ן אייז וואס מיר רופען אנטארטיקע, ריכטיג?
יאיר
וואס זיי האבן מקובל איש מפי קוף פון זייערע אור אלטע האמא סעפיאנס.

👍

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:10 am

· #61983
ריכטיג, ונבנתה, ווי איר קענט זען אין די מאפע איז דער ערד טיילווייז רינדיג, כדי צו פארענטפערן די פראבלעמען פון די האריזאנט וואס צייגט אויף א רינדיגע וועלט.

חאצקל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:28 am

· #61985
איך הייב שון אן צו טראכטן אז אפשר זענען זיי גערעכט, איך וועל מעגליך זיין דער צוויי הונדערט און איינסטע מיטגליד. יעדנפאלס יאיר, א ישר כח פאר דער העכסט אונטרעסאנטער ארטיקל וואס דו האסט אזוי אונטרעסאנט באשריבן.

איחוד פעלד » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 8:54 am

· #61993
יישר כח.
איינער זאגט מיר לעצטענס וועגען דער נושא, לאך אהער און אהין דער רבי זי"ע האט אויך אזוי געהאלטען.
ווייסט איינער וועגען דעם צוזאגען?
וויאזוי קען זיין אז דער רבי זי"ע דער חכם מחוכם ידען גאון זאל גלייבען אזוי?

לאדיך אפ » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:34 am

· #62000
זענען זיי אלע גלויביגע אדער ס'זענען אויך דא אין זייער גרופע עטעאיסטס?

לעיקוואד » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:36 am

· #62001
שו"ת שבות יעקב חלק ג סימן כ

ואף שחקרתי אצל איזה חכמי רופאים ואמרו שבספריהם ספרי רפואות מבואר דמי שאין לו חוש הריח אין לו הנאת /הנאה/ של כלום מ"מ כיון שעיק' ספריהם הוא מחכמת א"ה =אומות העולם= ארסטו וחביריו אין לסמוך על דבריהם לדינא כמ"ש היפ"מ בברכות פ"ט דף ע"א ע"ב ובתשובת ח"י סי' רי"ט ע"ש שכתבו מה"ט אפי' קדוש החדש אין ללמוד רק חשבון א' י"ב תשצ"ג וכדומה לפי שהרמב"ם עצמו בפרק י"ז מהלכות קדוש החדש מעיד שם שהכל הוא מספרי חכמי יון אבל הספרים מחכמי ישראל לא הגיעו אלינו עכ"ל אף שהרמב"ם ושאר גדולי חקרי לב למדו קדוש החדש ועשאו חיבורים ע"ז מ"מ כמה גדולים שהיו בזמנינו מנעו ולא למדו כלל ושב ואל תעש' עדיף דכתיב כי הוא /היא/ חכמתכם מכלל דאינהו לא ידעו הדבר על בוריו ואיך נלמד מספריהם וכן עיקר דבריהם בנוים שהעולם הוא ככדור נגד משמעות סוגיא דש"ס דידן רפ"ב דחגיגה דקאמר אידי ואידי חד שיעורא הוא וכמבואר בדברי הרא"ם פרשת ואתחנן וביפ"ת בראשית פ"ח דף נ"ב ובדרשות הראנ"ח ריש פ' בראשית ובספר ברית שלום שם ועיין בחדושינו בחגיגה ע"ש לכן נ"ל דמה"ט הכריע הב"י בש"ע דעכ"פ יש לסמוך על דברי פוסקים אלו ולברך אם דעתו להוציא אחר וכן נ"ל הקטן יעקב:

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:46 am

· #62002
יאיר, ייש"כ. זייער אינטערסאנט.
נו, וויאזוי ווייסט מען באמת וואס איז אמת?

התבוננתי בזה - כי עפ"י רוב, אפשר איינצורעדן מענטשען איבער א זאך פון עבר, למשל גלויבינגען וכדומה, אבער מציאות זאכן? - א חידוש. אפשר זאל מען זיי גופא געבן א נסיעה מיט נאסא בחינם?

אז מ'רעדט שוין - לעיקוואד האקט - סאיז דא א גמרא, כמדומה אין מגילה, אז "שלשה מלכו בכיפה" - דהיינו זיי זענען געווען קעניג אויף די "גאנצע וועלט" - אחשורוש, ועוד. פרעגט די גמרא: וואס טוט זיך מיט שלמה המלך? תירוץ: שלמה איז געווען קעניג אויף עליונים און תחתונים - בפשטות מיינט די גמרא צו זאגן אז שלמה איז געווען קעניג אויך אין הימל, אויף די שדים וכדומה.

אבער מו"ר ר' ראובן מרגליות זי"ע, איז מגלה פלאים. ותוכן דבריו, די גמרא באנוצט זיך מיט די לשון "שלשה מלכו בכיפה" - כיפה, א קאפעל, דהיינו אויף די גאנצע "האלבע וועלט" אזוי ווי א "כיפה" וואס איז א האלבע BALL.
און דאס איז פשט פון די תירוץ בנוגע שלמה - שלמה איז געווען קעניג "עליון ותחתון" דהיינו "אויך אויף די אוטערשטע חלק וועלט! די גאנצע BALL - נישט נאר "כיפה".

די הודעה איז אויך נוגע פאר די אשכול פון מו"ר יידל.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:37 pm

· #62124
הפלא ופלא יאיר! א הערליכע ארבעט! באמת האב איך געפלאנט צו שרייבן איבער די סאסייעטי, אבער היות איך האב מיך פארזוימט האבן פעאיגערע פון מיר גענומען די זאך אין די הענט אריין.

לעיקוואד'ס ציטאט פון שבות יעקב בעדארף א דיון בפני עצמו.

לאדיך אפ: די חברה זענען אלע קריסטן פון א געוויסע קריסטליכע דענאמינאציע און אי"ה בהמשך וועל איך שרייבן אין דעם אנדערן אשכול איבער זיי. פארשטייט זיך אז ס'איז אייביג דא אפאר אויבער-חמים וועלכע גלייבן אז די וועלט איז פלאך אפילו זיי זענען נישט קיין גלויביגע, אבער רובא דרובא זענען קריסטן וועלכע גלייבן אז מ'דארף אויסטייטשן דעם ביבל - סיי תנ"ך און סיי די נייע טעסטאמענט - פשוטו כמשמעו ממש. איך האף אויך דן צו זיין אין די אנדערע אשכול איבער זייער מקורות פון תנ"ך אז די וועלט איז פלאך, און וויאזוי מיר אידן זענען זיך מטפל דערמיט.

קאווע טרינקער: וויאזוי מ'קען וויסן דעם אמת? עס איז טאקע נישט מעגליך. פילייכט איז די וועלט פלאך?

איבער ר' ראובן מרגליות' פשט יש להאריך הרבה, אבער בקיצור וועל איך נאר זאגן אז לכאורה האבן טייל - צו אפשר אפילו רוב - פון חז"ל געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג ווי א גלאבוס, אבער האלב פון די גלאבוס איז איינגעטינקען אונטערן וואסער, ואכמ"ל.

משה געציל » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 6:24 pm

· #62140
הערליך שיין אראפגעלייגט יאיר!
חאצקל
איך הייב שון אן צו טראכטן אז אפשר זענען זיי גערעכט,

איך פאנג שוין אן טראכטן אז אונזערע קעפ זענען באמת פלאך...

זעמיל מילכיגער » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:16 pm

· #62167
דאכצימער אז אין ספר תפארת יונתן פון ר׳ יונתן אייבשיץ פרשת נח רעדט ער ארום אז די פלאן פון די דור הפלגה איז געווען אז זיי וועלן בויען א טורעם ביז ווי עס איז דא גרעוויטי אין פון דארט וועלן זיי מאכן א ספינת הברזל ווי מען וועט אנצינדען א פייער פון אינטערדעם אין דארט ציט דאך אלעס אויף ארויף וועלן זיי אזוי אנקומען ביז די לבנה אין אינטרעסאנט ער שרייבט אז מען קען יא וואוינען אויף די לבנה ווייל דארט איז שוין יא דא גרעטיווי אבער עכ״פ זעהט מען אז עס איז זייער שכלדיג אז מען איז יא אנגעקומען אויך די לבנה

יידל » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:35 pm

· #62171
שלום עליכם ר' זעמיל!

אויב געדענק איך ריכטיג רעדט נישט ר' יונתן פון גראוויטי נאר פון "רוחות עבים וגסים", און די טורעם האט געדארפט אנצוקומען העכער פון די רוחות. אבער דאס יא, ער שרייבט אז זיי האבן זיך געוואלט באזעצן אויפן כדור הירח.

ונבנתה העיר » מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:12 pm

· #62180
יידל
שלום עליכם ר' זעמיל!

אויב געדענק איך ריכטיג רעדט נישט ר' יונתן פון גראוויטי נאר פון "רוחות עבים וגסים", און די טורעם האט געדארפט אנצוקומען העכער פון די רוחות. אבער דאס יא, ער שרייבט אז זיי האבן זיך געוואלט באזעצן אויפן כדור הירח.

ער רעדט פון האויר העב והעכור וואס שטיפט אלעס אויף אראפ, דהיינו וואס מיר רופן גראוויטי, און ער שרייבט אז די אינדשענירן בימיו האבן ארויפגעשאסן א כדור מיט שיס פולווער און עס איז נישט צוריק אראפגעפאלן "וכבר חברו בזה חיבורים איך לעשות ספינה כזה לילך לכדור ירחי", עיי"ש באריכות.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:59 am

· #62203
איך דענק אויך דער ר"ר יונתן.
מורא'דיגער רייד.

עפעס איז משמע אז מיט זיין הסבר פארשטייט מען מער פארוואס דער רבש"ע האט כביכול געדארפט אויסמישען די לשונות.
און אני הקטן שטעלט א פראגע,
שטעל דיך פאר דער דור הפלגה אקציע געלונגט און זיי קומען צו העכער די גראוויטי, און בומפס, זיי פליען אין הימעל אריין, וועמען וואלט עס געשטערט?
האט דער אויבערשטער פארדעם געדארפט צושטערען די זאך?
כביכול האט געקענט לאזען די גאנצע אקציע רואיג אנגיין, און קיין גרויסע שאדענס וואלט נישט ארויס געקומען.

נאך מער, אויב איז דאס אזא חשש גדול, פארוואס לאזט דאס דער אויבערשטער היינט יא צו, זיי פליען אין הימעל אריין כסדר, קיין גרויסע חידושים בנוגע די אמונה אין אלקי עולם איז נישטא פין דעם, אונז גלייבען נאך אלץ אזויווי פריערט.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:57 am

· #62276
יידל
בקיצור וועל איך נאר זאגן אז לכאורה האבן טייל - צו אפשר אפילו רוב - פון חז"ל געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג ווי א גלאבוס, אבער האלב פון די גלאבוס איז איינגעטינקען אונטערן וואסער, ואכמ"ל.

please i need to know
that's hot news
אפשר איז דאס געבויט אויף "כל מה שיש ביבשה יש בים"?
כ'בין שרעקליך נייגעריג

יידל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:28 pm

· #62435
ווילסט איך זאל סערווירן די קניידלעך בעפאר די זופ?

יאיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:08 pm

· #62445
א דאנק, חברה, פאר אלע אייערע ווארעמע קאמפלימענטן! איך מיין אז מען דארף לאזן צו וויסן טון די פלאכע ערד געמיינדע אז מיר האבן שוין אנגעגרייט דעם באדן ביי אונז אין קאווע שטיבל, און זיי קענען אנהויבן ארבעטן ביי אונז צו אריינבאקומען נאך מיטגלידער 😂.
קאווע טרינקער

נו, וויאזוי ווייסט מען באמת וואס איז אמת?

התבוננתי בזה - כי עפ"י רוב, אפשר איינצורעדן מענטשען איבער א זאך פון עבר, למשל גלויבינגען וכדומה, אבער מציאות זאכן? - א חידוש. אפשר זאל מען זיי גופא געבן א נסיעה מיט נאסא בחינם?

דו פרעגסט דאך גוט, ווי אזוי ווייסט מען וואס איז אמת. אבער קודם לאמיר פארענטפערן דיין צווייטע שאלה. ווען מען רעדט פון געווענליכע מענטשן, ארבעט עס אזוי. קודם האקט מען אריין אין קאפ א גלויבן, נאכדעם מוז מען שוין צושמעלצן אלע פאקטן זיי זאלן שטימען לויט דעם גלויבן. רוב מענטשן האבן ביי זיך געוויסע גלויבונגען וואס זיי גלייבן, נאכדעם איז דא זאכן וואס זיי האלטן מחמת געפיל, נאכדעם איז דא פשוט לאגיק, שכל, און פאקטן, וואס די זאכן זענען דער באזיס פונ'ם מענטשנ'ס לעבן, און אויף זיי קען קומען די גלויבנ'ס און געפילן. כל זמן די אלע זאכן האבן זיך זייער פלאץ, איז נישט קיין פראבלעם. עס זענען דא זייער נארמאלע און אפילו קלוגע מענטשן וואס האבן גאר מאדנע גלויבונגען, און עס שאט זיי גארנישט. דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען פונדאמענטאליסטן פרובירן צו מאכן א קאשע-קוגל-בארשט פון אלע זיבן זאכן. קודם ווערט דער גלויבן א פשוט'ע פאקט וואס יעדער וואס גלייבט עס נישט איז מחולק מיט אן אפענע מציאות. דערנאך ווערט צוגעלייגט היבש געפיל דערצו, אזוי אז עס בויט זיך אויף פעלזן פעסט הינטערן באוואוסטזיין, דערנאך קען מען שוין נישט קומען מיט לאגישע טענות אדער קלארע פאקטן עס אפפרעגן, ווייל דער גלויבן איז דאך אויך א פאקט! אבער דער מענטש איז דאך לאגיש געבויט, מוז מען צוקומען צו צורודערטע מסקנות פון פלאכע ערד און פליעדיגע טונקעלע ענערגיע. און מען באשולדיגט די סייענטיסטן וואס בויען אויף לאגיק און פאקט, אז זיי זענען גאר די וואס ווערן געטריבן פון אידעאלאגיע און טעאלאגיע!
אלזא, ווי אזוי ווייסט מען וואס איז אמת? מען דארף פשוט אוועקנעמען אויף א מינוט די אייגענע גלויבנס און געפילן, אפשיילן די דיקע לעיערס וואס האבן זיך אנגעזאמלט פון אלע יארן לעבן מיט די פלאכע ערד געמיינדע, און אזוי ווערן די אויגן ליכטיג, און מען הייבט אן זען פשוט'ע פאקטן וואס האבן ביז יעצט נישט געקענט אריינקומען צוליב די נאטורליכע סתירות וואס האבן זיך געשאפן צווישן די צוויי "פאקטן".
און דו קענסט זיין רואיג אז אפילו אויב זיי וועלן פארן אויף ספעיס און זען דעם אמת שפרינגען פאר זייערע אויגן וועלן זיי זיך האלטן ביי זייערס. סוף כל סוף, היפלא מה' דבר, צו קען דען נישט דער כל יכול מאכן אז עס זאל זיך נאר דאכטן אז די וועלט איז רינדיג כדי צו טעסטן אונזער אמונה?
אלזא, הצלחה רבה, און ביטע לאז מיר וויסן וואס דו ביזט מחליט.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:16 pm

· #62447
לאדיך אפ
זענען זיי אלע גלויביגע אדער ס'זענען אויך דא אין זייער גרופע עטעאיסטס?

ווי יידל האט ערקלערט, גלייבן זיי אין א ליטעראלע אפטייטשונג פון די תורה. דערפאר מוזן זיי אויך האלטן אז די ערד איז אמאל געווען איין פיר עקיגע שטיק און האט זיך נאכדעם צוטיילט, כדי צו קענען אפטייטשן מארבע כנפות הארץ פשוטו כמשמעו. (איך בין נייגעריג ווי אזוי זיי טייטשן די פסוקים וואס ווייזן לפי פשוטם אויף התגשמות, ווי תחת רגליו כמעשי לבנת הספיר וכו') עס האט מיר נאר געוואונדערט צו ליינען אז טייל פון זיי גלייבן אין עוואלוציע, וואס איז זיכער אין קעגנזאץ מיט פשטות הכתובים. נאר זעט אויס אז עס זענען פארהאן צווישן זיי סתם קאנספיראטארן וואס ווי נאר זיי וועלן אויספירן זייער ציל און די גאנצע וועלט וועט אנערקענען אז די וועלט איז פלאך, וועלן זיי זאגן, "אבער אפשר איז די וועלט רינדיג?". אלענפאלס, אטעאיסטן זענען זיי זיכער נישט, ווייל קאנספיראציע גלויביגע זענען, ווי פארשטענדליך, גאר גלויביגע מענטשן בטבע.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:19 pm

· #62448
איחוד פעלד
יישר כח.
איינער זאגט מיר לעצטענס וועגען דער נושא, לאך אהער און אהין דער רבי זי"ע האט אויך אזוי געהאלטען.
ווייסט איינער וועגען דעם צוזאגען?
וויאזוי קען זיין אז דער רבי זי"ע דער חכם מחוכם ידען גאון זאל גלייבען אזוי?

ווער איז דיין רבי זי"ע? כפי מיטב ידיעתי איז נישט רעקארדירט אין מיינע ביכער קיין איין רבי זי"ע וואס איז געווען א חכם מחוכם.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:27 pm

· #62450
יידל
ווילסט איך זאל סערווירן די קניידלעך בעפאר די זופ?

אודאי, אזוי וועלן מיר האבן א זכר למקדש כהלל אויף א וועלט וואס שווימט נישט ארום אין וואסער אזוי ווי א קניידל, להוציא מליבן של צדוקים וואס טייטשן אויס די כתובים כפשוטן, שלא כדרך המקובל מאבותינו ורבותינו שאכלו הקאצקא צוקער קודם להקאווע.
ערנסט גערעדט, מוז איך מיר אנטשולדיגן פאר מורינו ורבינו הגר"י פאר'ן אויסכאפן. איך האב שוין געווארט בכליון עינים דו זאלסט ענדיגן סערווירן די זופ און זיך נעמען צו די קניידלעך, ווען איך האב געזען אז דו האסט ווארשיינליך וויכטיגערע באשעפטיגונגען ווי צו סערווירן פליישיגע פעטע זופ צוזאמען מיט הייסע קאווע און עובר זיין אויף לא תבשל גדי בחלב אמו, האב איך מחליט געווען אז במקום שאין איש איז הערינג אויך א קניידל.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:34 pm

· #62451
לעיקוואד
שו"ת שבות יעקב חלק ג סימן כ

ואיך נלמד מספריהם וכן עיקר דבריהם בנוים שהעולם הוא ככדור נגד משמעות סוגיא דש"ס דידן רפ"ב דחגיגה דקאמר אידי ואידי חד שיעורא הוא

איך האב זיך שוין לאנג געוואונדערט אויפ'ן שבות יעקב אז ער ברענגט אפילו נישט צו דעם תוספות בשם הירושלמי אז העולם ככדור, און אז די גמרא אין חגיגה קען רואיג שטימען מיט די שיטה. עמער צואווארטן אויף יידל ער זאל מאכן מטעמים כאשר אהבתי. אגב, איך דענק איך זאל האבן געזען ערגעץ אויפ'ן וועב א פורים'דיגע קול קורא אז מען זאל חלילה נישט ארום פארן די וועלט מיט אן עראפלאן און נישט אריינפאלן אין תהום, און עובר זיין דערמיט אויפ'ן פסק פונ'ם שבות יעקב אז די וועלט איז פלאך. אויב איינער ווייסט איה מקום כבודו בעט איך אים צו מזכה זיין את הרבים.

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:33 pm

· #62475
לעיקוואד
שו"ת שבות יעקב חלק ג סימן כ

כיון שעיק' ספריהם הוא מחכמת א"ה =אומות העולם= ארסטו וחביריו אין לסמוך על דבריהם לדינא כמ"ש היפ"מ בברכות פ"ט דף ע"א ע"ב ובתשובת ח"י סי' רי"ט ע"ש שכתבו מה"ט אפי' קדוש החדש אין ללמוד רק חשבון א' י"ב תשצ"ג וכדומה לפי שהרמב"ם עצמו בפרק י"ז מהלכות קדוש החדש מעיד שם שהכל הוא מספרי חכמי יון אבל הספרים מחכמי ישראל לא הגיעו אלינו עכ"ל

אז מען רעדט פון דעם רמב"ם איז כדאי צוברענגן א וויכטיגער יסוד [און א געשמאקער כאפ - לגירסת פרנקל] וואס דער רמב"ם שרייבט באלד דערנאך, וז"ל:

ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר, בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם גוים, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמיתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו, אלא על הראיה שנתגלתה והטעם שנודע.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 1:26 am

· #62502
אז מרעדט וועגן פשוט פשט אין פסוק דארף מען אוודאי מציין זיין אז נישט א צווייטער ווי דער גר"א שרייט אז דער ערד איז עקעדיג ווייל סשטייט מפורש אין פסוק מארבע כנפו הארץ און די גמרא דרשנ'ט לגבי ציצית כנפות למעוטי עגולה זעהט מען אז ביי א דבר עגול איז נישט שייך זאגען כנפות אלא מאי איז די וועלט פירעקעדיג. איך בין מעתיק וואס איך האב געטראפען די מקור אויף דעם כרגע.
פון דאוע״ע נמי בהגהות ניצוצי זוהר בזוה״ק(שם אות י) שהביא את דברי הגרי״ע בהגהותיו למס׳ שבת(עה ע״א) שכתב בשם הגר״א שהיתה סברתו שאין העולם כדורי מדכתיב ״לאחוז בכנפות הארץ״ ומבואר בספרי פס׳ ״על ארבע כנפות כסותך״ למעט קוץ עגולה שא ץ ל ו כנפות,
הרי דבעיגול לא שייך לומר כנפות, ועי׳ נמי בפירוש הגר״א לתיקוני הזוהר (ה ע״ב), ובביאור בנו הג״ראברהם שם שכ׳ הארץ היא מרובעת, והביא לכתוב(ישעיה יא יב) ״מארבע כנפות הארץ״

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:27 am

· #62862
הייסט אז דער גר"א האט געוואוסט ווי אזוי צו באשאפן א גולם מיט'ן ספר יצירה אבער ווי אזוי די יצירה זעט אויס האט מען אים נישט מגלה געווען. הפלא ופלא.
לאמיר נאר פרעגן, צו האט מען טאקע אין יענע אור אלטע צייטן פון די נביאים געהאלטן אז די ערד איז פיר עקיג?

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:06 am

· #62901
יאיר
הייסט אז דער גר"א האט געוואוסט ווי אזוי צו באשאפן א גולם מיט'ן ספר יצירה אבער ווי אזוי די יצירה זעט אויס האט מען אים נישט מגלה געווען. הפלא ופלא.
לאמיר נאר פרעגן, צו האט מען טאקע אין יענע אור אלטע צייטן פון די נביאים געהאלטן אז די ערד איז פיר עקיג?

באמת הפלא ופלא. און שווער צו גלייבען, אפשר מיינט דער גר"א נישט כפשוטו. איך שיהיה, דארף מען דאס נעמן אין באטראכט נעקסטע מאל מטרעפט זיך מיט דער שארפקייט פון גאון אויפן רמב"ם אז הפילוסופיה הארורה הטעתו..
איך וייס נישט וואס מהאט אמאל געמיינט, גוגל ארום וועסטו זעהן, איך מיין אז סזענען זיכער געווען אזעלכע וואס האבן אזוי געמיינט. יש טוענים שבכל התנ"ך מבואר תמונת העולם שהביאו באשכול האחר על קופרניקוס וכו'. וכן ציינתי למאמר כזה באשכול שהיה על מים העליונים עיי"ש. [בכלל אמאל איז דאך נישט געווען קיין יוניבערסעל מיינונגען אויך אזעלכע זאכן און קען זיין דער האט געטראכט אזוי אבער זיין שכן האט אנדערש געטראכט.]

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 3:41 am

· #64090
יאיר
לאדיך אפ
זענען זיי אלע גלויביגע אדער ס'זענען אויך דא אין זייער גרופע עטעאיסטס?

ווי יידל האט ערקלערט, גלייבן זיי אין א ליטעראלע אפטייטשונג פון די תורה. דערפאר מוזן זיי אויך האלטן אז די ערד איז אמאל געווען איין פיר עקיגע שטיק און האט זיך נאכדעם צוטיילט, כדי צו קענען אפטייטשן מארבע כנפות הארץ פשוטו כמשמעו. (איך בין נייגעריג ווי אזוי זיי טייטשן די פסוקים וואס ווייזן לפי פשוטם אויף התגשמות, ווי תחת רגליו כמעשי לבנת הספיר וכו')

וגם מענין לדעת איך מפרשים הפסוק, ואהבת את השם אלקיך "בכל לבבך", [שכידוע דברה תורה כלשון בני אדם, ואנשים חשבו אז, שהמוח של האדם נמצא בלב],

יידל » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 10:59 am

· #64138
הרב פרנקל בארירט אן אינטערעסאנטע נקודה, נאר ס'איז א שאד אז ס'ווערט דא באגראבן אזוי דרך אגב. עד שאת תוהה אויף די פלאכע-וועלט-ניקעס, קענסטו פרעגן אויף אנ"ש וויאזוי זיי טייטשן אפ בכל לבבך היינט אז מען ווייסט שוין אז די שכל פונעם מענטש איז אין מוח. (אגב דו שרייבסט "שהמוח של האדם נמצא בלב" אבער דו מיינסט אודאי דעם שכל, נישט די מוח וואס איז נאר מושב השכל. דאס דערמאנט מיר דאס וואס כ'האב אמאל געזען א מאדנעם אויסדרוק אין שו"ת שבט הלוי (ח"ד סי' קס"ז) בהאי לשינא:
במקרים רבים הרופאים שבדורות הללו גרועים לענין זה משפחות בימים הקדמונים כאשר מעשים יוכיחו, דאל"כ איך עלה ע"ד מי שקדקדו בראשו להתיר רחיצה במרחץ ע"י שפחות

ודו"ק)

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:45 pm

· #64189
בנימין פרנקל
[שכידוע דברה תורה כלשון בני אדם, ואנשים חשבו אז, שהמוח של האדם נמצא בלב],

לאו דוקא בעבר דברו כך, גם היום ה"לשון בני אדם" היא שאהבה באה מהלב, כמו שאומרים שאהבה אינו צריך להיות הגיוני.

יידל » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:57 pm

· #64194
געפילטע פיש
בנימין פרנקל
[שכידוע דברה תורה כלשון בני אדם, ואנשים חשבו אז, שהמוח של האדם נמצא בלב],

לאו דוקא בעבר דברו כך, גם היום ה"לשון בני אדם" היא שאהבה באה מהלב, כמו שאומרים שאהבה אינו צריך להיות הגיוני.

אמאל האט מען געהאלטן אז די שכל איז אין הארץ. היינט רעפערירט מען נאר צום הארץ ווען מען רעדט פון געפילן, נישט פון מחשבה. ולעבדו בכל לבבכם מיינט מיט גאנצן שכל, נישט מיטן גאנצן געפיל.

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 11:06 pm

· #64277
דאס איז אן ערנסטע הלכה'דיגע שאלה, יידל. עד שאתה שאקל מיט'ן קאפ אויף אלע זיבן זייטן און גארגלסט זיך אויס ביים אחדדד, דארפסטו וויסן וואס צו אינזין האבן ביי בכל לבבך. און אגב, עס איז אסאך גרינגער ליב צו האבן דעם באשעפער מיט'ן גאנצן מח ווי מיט'ן גאנצן הארץ, דוק ותשכח.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:18 pm

· #64547
געפילטע פיש
בנימין פרנקל
[שכידוע דברה תורה כלשון בני אדם, ואנשים חשבו אז, שהמוח של האדם נמצא בלב],

לאו דוקא בעבר דברו כך, גם היום ה"לשון בני אדם" היא שאהבה באה מהלב, כמו שאומרים שאהבה אינו צריך להיות הגיוני.

או כמו שנהגו הניו יורקים לומר:
📎 imgres.jpg

פארוואס? » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:25 pm

· #191131
יידל
הפלא ופלא יאיר! א הערליכע ארבעט! באמת האב איך געפלאנט צו שרייבן איבער די סאסייעטי, אבער היות איך האב מיך פארזוימט האבן פעאיגערע פון מיר גענומען די זאך אין די הענט אריין.

לעיקוואד'ס ציטאט פון שבות יעקב בעדארף א דיון בפני עצמו.

לאדיך אפ: די חברה זענען אלע קריסטן פון א געוויסע קריסטליכע דענאמינאציע און אי"ה בהמשך וועל איך שרייבן אין דעם אנדערן אשכול איבער זיי. פארשטייט זיך אז ס'איז אייביג דא אפאר אויבער-חמים וועלכע גלייבן אז די וועלט איז פלאך אפילו זיי זענען נישט קיין גלויביגע, אבער רובא דרובא זענען קריסטן וועלכע גלייבן אז מ'דארף אויסטייטשן דעם ביבל - סיי תנ"ך און סיי די נייע טעסטאמענט - פשוטו כמשמעו ממש. איך האף אויך דן צו זיין אין די אנדערע אשכול איבער זייער מקורות פון תנ"ך אז די וועלט איז פלאך, און וויאזוי מיר אידן זענען זיך מטפל דערמיט.

קאווע טרינקער: וויאזוי מ'קען וויסן דעם אמת? עס איז טאקע נישט מעגליך. פילייכט איז די וועלט פלאך?

איבער ר' ראובן מרגליות' פשט יש להאריך הרבה, אבער בקיצור וועל איך נאר זאגן אז לכאורה האבן טייל - צו אפשר אפילו רוב - פון חז"ל געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג ווי א גלאבוס, אבער האלב פון די גלאבוס איז איינגעטינקען אונטערן וואסער, ואכמ"ל.

און וואס וועט ר׳ ראובן טוהן מיט די אנדערע מקורות (ווי למשל פסחים צ״ד ע״ב)?
חוץ פונעם זוהר הקדוש (א שמועס פאר זיך).

הציץ ונפגע » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:33 pm

· #191137
אין פסחים רעדט מען נישט פון תנאים, נאר פון אידישער אסטראנאמער. עס איז מיר א וואונדער פארוואס מען דארף זיך פלאגן צו פארענטפערן פארוואס די חכמי ישראל האבן מודה געווען צו חכמי אומות העולם ווען עס איז קלאר אז מ'רעדט פון חכמים בחכמות חיצוניות, נישט חכמי התורה.

פארוואס? » דינסטאג מערץ 18, 2014 4:47 pm

· #191144
@הציץ ונפגע
הציץ ונפגע
אין פסחים רעדט מען נישט פון תנאים, נאר פון אידישער אסטראנאמער. עס איז מיר א וואונדער פארוואס מען דארף זיך פלאגן צו פארענטפערן פארוואס די חכמי ישראל האבן מודה געווען צו חכמי אומות העולם ווען עס איז קלאר אז מ'רעדט פון חכמים בחכמות חיצוניות, נישט חכמי התורה.

כ׳האב דיר נישט פארשטאנען.
ווער זענען אידישע אסטראנאמער, די וועלכע האבן מודה געווען צו די חכמי האומות?
מיינסטו צו זאגן אז די חכמי התורה האבן נישט מודה געווען? (עיי״ש בגליון הש״ס להגאון רעק״א).

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:15 am

· #319285

פארוואס? » מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:59 am

· #319730
פוסט מומלץ על הנושא:
<a class="postlink" href="http://www.gadial.net/2016/01/31/flat_earth_fun/">http://www.gadial.net/2016/01/31/flat_earth_fun/</a>

ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 22, 2018 1:47 pm

· #400425
מו"ר ר' מרדכי שמוטער שרייבט די וואך דערוועגען אין המודיע'ס ענין, ער וואלט געקענט מאכן א בעסערע דזשאב.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 7:56 am

· #513514
[ציטאט אראפגענומען]
אדער ווייזט עס אויף אז די תורה איז נישט ריכטי"ג...
וויאזוי מען וויל עס אנקוקן.

ח"ו.. וואס עס ווייזט באמת איז אז מען קען מיט די תורה טון וואס מען וויל, יעדע רב, מנהיג, און משפיע, דרייט די תורה אז עס זאל דינען זיין אייגענע אינטערעסן, און מען זאל טרעפן דערינען זיינע אייגענע שיטות וואס ער האלט שוין ממילא פון פריער...

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 10:33 am

· #513521
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די פלעט ערטה מאוומענט, וואס ווילן זיי צום אלעם גוטן?
לאמיר זאגן זיי זענען יא אדער נישט גערעכט, וואס האט עס א משמעות למעשה?
וואס גייט מיך אן אז מען פארקויפט מיך ליגנט ווען עס האט נישט קיין פינטל מינינג אין מיין לעבן.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 10:56 am

· #513522
מען זאגט יעדעס טאג מארבע כנפות הארץ, עס איז א בעסערע פילינג צו טראכטען אז מען זאגט עפעס וואס איז אמת, ווי איידער זאגן א הויפן תירוצים.

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 3:15 pm

· #513533
היסטאריע
מען זאגט יעדעס טאג מארבע כנפות הארץ, עס איז א בעסערע פילינג צו טראכטען אז מען זאגט עפעס וואס איז אמת, ווי איידער זאגן א הויפן תירוצים.
ווען מ'רעדט אויף יודיש זאגט מען אויך אזוי, פון יענע עק וועלט, אד"ג. סמיינט נישט דווקא א צורה פון א טלית קטן מיט פיר עקעדיגע זייטן.

קוק אין איוב פרק ל"ח, פסוק י"ג: לאחז בכנפות הארץ וינערו רשעים ממנה. רש"י זאגט דארט, וז"ל, ועוד המימיך צוית לאחוז בכנפי הארץ כאדם שאוחז בכנפי הטלי' ומנערה כן אני עתיד לאחוז בכנפותיה ולנער את הרשעים וכן הוא אומר וה' יטה את ידו וכשל עוזר (ישעיהו לא) כאדם האוחז בידו דבר ומטה ידו והוא נופל.

קומט אויס אז פאר דע מענטש איז עס א euphemism וואס ער האט דיסיידעד דאס צו נעמען אלס face value, ווי איידער זיין טראמעטייזד מיט די עכטע אמת...

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 3:32 pm

· #513534
מען האט אמאהל אזוי געמיינט. מהיכי תיתי מוציא זיין דער פסוק פין דער פשטות?
איך פארשטיי אז מען קען לערנען רעטאריש, און עס איז נישט משנה למעשה. פונקט ווי דער רמבם וועט לערנען יעדעס מאל עס שטייט עפעס הגשמה, און אנדערע, אנדערע זאכן, יעדער מיט זיינע פראבלעמען. אבער איז נישט גלייכער צו לערנען כפשוטו און לאכן פין די וואס זאגן אז דער וועלט איז רינדעכיג?

לפי דבריהם דארף מען טאקע געווארענט זיין, נישט צו זאגן, פין דער אנדערע זייט וועלט, ווייל עס איז נישטא קיין אנדערע זייט, און עס איז א שאלה פין כפירה.

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 5:05 pm

· #513536
ס'דא פארשידענע ספרי נביאים וכתובים וואס איז קלאר נישט געשריבן געווארן אלס א עכטע סיפור למעשה. נעם למשל אין תורה, האזינו השמים, די הימל האט נישט קיין אויערען. די זעלבע איז מיט איוב, רוב ספר איז נישט קיין מעשה, ס'איז נאר געדאנקען, ספעציעל פרק ל"ח און ווייטער. ס'איז אויך קלאר אז ס'איז דא א מושג פון משל ומליצה וואס ווערט כסדר גענוצט אין תנ"ך, אדער אנדערע ליטעראטור במשך הדורות, ס'איז נישט קיין סתירה מיט אמת און מציאות ווייל אזוי גייט די וועג פון שרייבן געדאנקען און געפילן. ס'האט גארנישט מיט חקירה אדער כפירה.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 7:36 pm

· #513540
זאגסטו אז עס זענען דא משלים אין תנ"ך.
אמת.
אבער, דער רעכט צו אפמאכן ווען עס איז א משל און ווען ליטעראל, געהערט צו יעדן איינעם?
מן הסתם נישט.

דו ברויך'סט נישט גיין זוכן ראיות אז עס זענען דא משלים, דער פסוק אליין איז זיכער א משל, ווייל אפילו אויב דער וועלט האט יא פיר עקן, דער דער רבש"ע נישט אנכאפן דער ערד ביים עק, און ארויסשאקלען די רשעים.

אבער מהיכי תיתי צו זאגן אז די פיר עקן זענען א משל?

דער נוסח הברכה קומט ענדרעש פין ישעיהו י"א וּנְפֻצ֤וֹת יְהוּדָה֙ יְקַבֵּ֔ץ מֵאַרְבַּ֖ע כַּנְפ֥וֹת הָאָֽרֶץ.
אינטרעסאנט אז דער תרגום יונתן טוישט טאקע און זאגט וְגָלוּת יְהוּדָה יְקָרֵב מֵאַרְבַּע רוּחֵי אַרְעָא. טוישט ער אויף זייטען, נישט עקען, דארף אויך א ביאור פארוואס עס האט אים אויסגעפעלט, האט ער אויך געוויסט דער סוד אז דער וועלט האט נישט קיין עקען?

דער רד"ק אין שרשים זאגט יא אז עס מיינט קצוות, עקען, און אזוי אויך דער מצודות. ווי דער פשטות.

נאך א נקודה, בנוגע משל, איז דא א מאמר חז"ל אז אין תורה איז נישטא קיין משל, נאר אלץ איז ליטעראל, און מען טאר נישט זאגען אז עפעס איז א משל, נאר אין נ"ך. און געזעהן האב איך אין א געוויסע ספר, אז פשט אין דער מאמר איז, ווייל אין תורה שטייט מצות, און מען טאר נישט זאגען אז די מצות זענען נאר משלים, און מען דארף עס נישט טוהן בפועל. אבער אנדערע ענינים מעג מען יא זאגען אז עס איז א משל.
און עס איז באקאנט דער תשובת הרשב"א וועגען די וואס ווילען זאגען אז די מעשיות פין די תורה, אברהם שרה איז אלץ משלים אויף חומר און צורה. און ער קריגט אויף דעם זעהר שטארק. און נאך אלעמען, איז געבליבען אז מען מעג מפרש זיין אלעס בדרך משל, אזוי לאנג ווי מען האלט דער פשט. זעהט אויס, אז דער נקודה וואס איז אלעמען זעהר פשוט, אז עס איז דא דער פשוט (חז"ל לערנען אויך נישט פשוט פשט אין די מצות, אבער שוין), און דאס בלייבט על אף מען לערנט אפ משלים און חידות אין יעדע ווארט, בלייבט נאך אלץ דער פשוט במקומו, דער נקודה איז נישט געוועהן אזוי פשוט אמאהל.

און צו אונזער שמועס, אפילו מען זאל זאגען אז ארבע כנפות הארץ איז א משל, איז נישט גענוג, נאר מען דארף מסביר זיין וואס ליגט אונטער דעם, און פארוואס דער פסוק ברענגט ארויס כאילו דער וועלט האט ווינקלען.

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 7:43 pm

· #513544
גערעכט. ס'קען יא אדער נישט זיין א משל, און ווענדט זיך ווי אזוי דער לייענער וויל דאס אפליינען. אבער אויב ס'איז תלוי אין די לײענער גייט דאס לכאורה ביידע וועגן, און קיין ראי' אז ס'מיינט פיר עקן קען מען אויך נישט ברענגען. ס'איז די זעלבע מהיכי תיתי.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 7:46 pm

· #513545
וואלווי
גערעכט. ס'קען יא אדער נישט זיין א משל, און ווענדט זיך ווי אזוי דער לייענער וויל דאס אפליינען. אבער אויב ס'איז תלוי אין די לײענער גייט דאס לכאורה ביידע וועגן, און קיין ראי' אז ס'מיינט פיר עקן קען מען אויך נישט ברענגען. ס'איז די זעלבע מהיכי תיתי.
אם סארי, איך האב צוגעלייגט צו מיין תגובה נאך'ן פאוסטען, ווייל איך האב געוואלט מעתיק זיין מכלי לכלי.

צקון לחש » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 8:22 pm

· #513548
מארבע כנפות הארץ קען רוהיג מיינען די פיר עקן פון די וואנט מאפע.
ס'גאנץ מעגליך אז די מתקני הנוסח האבן געוואוסט פון די רונדיכיגע ערד פאקט.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 8:25 pm

· #519516
צקון לחש
מארבע כנפות הארץ קען רוהיג מיינען די פיר עקן פון די וואנט מאפע.
ס'גאנץ מעגליך אז די מתקני הנוסח האבן געוואוסט פון די רונדיכיגע ערד פאקט.
העי, ס'איז אן אינטערסאנטע געדאנק.

קלעראוןשער » פרייטאג מערץ 24, 2023 12:31 pm

· #519581
היסטאריע
זאגסטו אז עס זענען דא משלים אין תנ"ך.
אמת.
אבער, דער רעכט צו אפמאכן ווען עס איז א משל און ווען ליטעראל, געהערט צו יעדן איינעם?
מן הסתם נישט.

דו ברויך'סט נישט גיין זוכן ראיות אז עס זענען דא משלים, דער פסוק אליין איז זיכער א משל, ווייל אפילו אויב דער וועלט האט יא פיר עקן, דער דער רבש"ע נישט אנכאפן דער ערד ביים עק, און ארויסשאקלען די רשעים.

אבער מהיכי תיתי צו זאגן אז די פיר עקן זענען א משל?

דער נוסח הברכה קומט ענדרעש פין ישעיהו י"א וּנְפֻצ֤וֹת יְהוּדָה֙ יְקַבֵּ֔ץ מֵאַרְבַּ֖ע כַּנְפ֥וֹת הָאָֽרֶץ.
אינטרעסאנט אז דער תרגום יונתן טוישט טאקע און זאגט וְגָלוּת יְהוּדָה יְקָרֵב מֵאַרְבַּע רוּחֵי אַרְעָא. טוישט ער אויף זייטען, נישט עקען, דארף אויך א ביאור פארוואס עס האט אים אויסגעפעלט, האט ער אויך געוויסט דער סוד אז דער וועלט האט נישט קיין עקען?

דער רד"ק אין שרשים זאגט יא אז עס מיינט קצוות, עקען, און אזוי אויך דער מצודות. ווי דער פשטות.

נאך א נקודה, בנוגע משל, איז דא א מאמר חז"ל אז אין תורה איז נישטא קיין משל, נאר אלץ איז ליטעראל, און מען טאר נישט זאגען אז עפעס איז א משל, נאר אין נ"ך. און געזעהן האב איך אין א געוויסע ספר, אז פשט אין דער מאמר איז, ווייל אין תורה שטייט מצות, און מען טאר נישט זאגען אז די מצות זענען נאר משלים, און מען דארף עס נישט טוהן בפועל. אבער אנדערע ענינים מעג מען יא זאגען אז עס איז א משל.
און עס איז באקאנט דער תשובת הרשב"א וועגען די וואס ווילען זאגען אז די מעשיות פין די תורה, אברהם שרה איז אלץ משלים אויף חומר און צורה. און ער קריגט אויף דעם זעהר שטארק. און נאך אלעמען, איז געבליבען אז מען מעג מפרש זיין אלעס בדרך משל, אזוי לאנג ווי מען האלט דער פשט. זעהט אויס, אז דער נקודה וואס איז אלעמען זעהר פשוט, אז עס איז דא דער פשוט (חז"ל לערנען אויך נישט פשוט פשט אין די מצות, אבער שוין), און דאס בלייבט על אף מען לערנט אפ משלים און חידות אין יעדע ווארט, בלייבט נאך אלץ דער פשוט במקומו, דער נקודה איז נישט געוועהן אזוי פשוט אמאהל.

און צו אונזער שמועס, אפילו מען זאל זאגען אז ארבע כנפות הארץ איז א משל, איז נישט גענוג, נאר מען דארף מסביר זיין וואס ליגט אונטער דעם, און פארוואס דער פסוק ברענגט ארויס כאילו דער וועלט האט ווינקלען.
מ'קען זאגן אויף נ"ך דיברה תורה כלשון בנין אדם? אויב יא איז דאך לכאורה גוט

קלעראוןשער » פרייטאג מערץ 24, 2023 12:32 pm

· #519582

מ'קען זאגן אויף נ"ך דיברה תורה כלשון בני אדם? אויב יא איז דאך לכאורה גוט.
בלאט: 1 2