thanks for the compliment but i can't write yiddish on my computer
דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים
300 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #720
קאווע טרינקערלויט די נעכטיגע דף קומט מיר אויס אז דווקא די בעקיטשע בעלטס זענען די ריכטיגע גארטלעך אלס "הכון לקראת אלוקיך, ישראל"
אזוי ווי ארטסקרול ברענגט אין די הערות.
לכאורה גרטל איז הכון נאר ווען מגייט נישט מיט קנעפליך. און אויך דאן איז דאס מדת חסידות כמבואר בש"ע ומשנ"ב.
אבער בזמן הזה איז דאס סתם א חסדי'שע מנהג.
דף צה ב מה הקושיה של הסבא לר זירא על עציץ שיש לה שורש דמספקא ליה מעציץ שיש לה נקב שמכשירה מטמאתה?
עס איז אביסל שווער, אבער בערך: דאס אז ווען א כלי האט א נקב וואס איז גענוג גרויס איהם מטהר צו זיין מידי טומאה איז ר' שמעון מודה אז די זרעים אינעווייניג האבן א דין מחובר - איז געבויעט אויף ריין לומדות, ווייל במציאות איז נאך דא א הפסק צווישן די שרשים און די קרקע [למשל אז דער נקב כמוציא זית איז נישט קעגן די שרשים], אעפ"כ האט ר' זירא געזאגט אז ווייל אין גדרי הלכה האט די כלי פארלוירן איהר שם כלי איז ר' שמעון מודה אז עס הייסט כאילו די זרעים אינעווייניג זענען יונק פון דער ערד, און עס האט א דין מחובר.
אויב אזוי איז א כל שכן אז ר' זירא וואלט געדארפט פארשטיין אז ווען דער שורש איז כנגד הנקב ממש, וואס עס איז טאקע במציאות יונק פון קרקע עולם, אז ר' שמעון איז מודה אז עס איז כמחובר, איז ווי קען זיין אז דא איז ער געווען מסופק, און ביי ניקב כמוציא זית האט ער געוואוסט?

אין די תירוץ פון אביי איז טאקע דאס, אז יא ביטול כלי איז א שטארקע זאך אוך קומט נישט צו צו א מציאות פון א לאך קעגען א שורש, ראה ר"ח נדפס על דף צז בדפוס ווילנא
משכיל אם כן למה צריך אביי לאוקמי בדליכא בהכלי בכדי רביעית מזה משמא דסתם נקב בכזית לא מספיק למרות דיש ביטול.
יישר כח ונבנתא הקושיא שלי זה רק לשיטת רש״י דסובר דטעמה דמנוקב כקרקע הוא משום דבטל תורת כלי והתירץ שלך נכון בעיני אבל יש ראשונים דסבירי דהטעם דמנוקב הוא משום דיונק מן הקרקע.ולזה יש כל שכן שכלי מהסבא.

michelthanks for the compliment but i can't write yiddish on my computer
<a class="postlink" href="http://www.lexilogos.com/keyboard/hebrew.htm">http://www.lexilogos.com/keyboard/hebrew.htm</a>
איז דא איינער דא וואס האט מסיים געוועין מס' שבת?
ערב פסח גייט מען אי"ה מסיים זיין דעם לעצטן עמוד.
גייט זיין א פיינע סיום?
.
-
לעמילאיז דא איינער דא וואס האט מסיים געוועין מס' שבת?
יא! מיטן באשעפערס הילף האב'ך עס מסיים געווען בשעטומ"צ 😃
יעצט לאזט מען זיך ארויס ווייטער מיטן באן קיין עירובין!
נייגעריגערלעמילאיז דא איינער דא וואס האט מסיים געוועין מס' שבת?
יא! מיטן באשעפערס הילף האב'ך עס מסיים געווען בשעטומ"צ 😃
יעצט לאזט מען זיך ארויס ווייטער מיטן באן קיין עירובין!
נייגעריגער און טעפל פעטש קומט זיך עינק, עינק ענדיגען א מסכתא און עינק זענען נישט מודיע די חברים דא זיך צו מיט פרייען מיט עינק??? איך וואלט געגעסען נאך א שטיקעל קיגעל שבת ווען איך ווייס ווען
איידער מ'הייבט אן מס' עירובין איז כדאי א תפילה צו טאהן, אז מ'זאל חלילה נישט קאלט ווערען אין די מערכת השבת.
לעמילנייגעריגער און טעפל פעטש קומט זיך עינק, עינק ענדיגען א מסכתא און עינק זענען נישט מודיע די חברים דא זיך צו מיט פרייען מיט עינק??? איך וואלט געגעסען נאך א שטיקעל קיגעל שבת ווען איך ווייס ווען
די פעטש איז נישט קיין פראבלעם, קענסט עס מיר געבן ווען די טרעפסט מיר נעקסטע מאל וואס איך קום באזוכן אין דיין "פארם", אבער די שטיקל קוגל איז טאקע א "מעוות שאינו יכול ליתקן" ווייל ווי סאך קוגל וועסט נאר עסן היינט אדער נעקסטע שבת וואלסטו אייביג געקענט עסן נאך איינס פאריגע וואך שבת וחבל על דאבדין...
לעמילנייגעריגער און טעפל פעטש קומט זיך עינק, עינק ענדיגען א מסכתא און עינק זענען נישט מודיע די חברים דא זיך צו מיט פרייען מיט עינק??? איך וואלט געגעסען נאך א שטיקעל קיגעל שבת ווען איך ווייס ווען
אוי ערעב לעמיל כ'האב מורא געהאט דו גייסט מיר אנשפייען, דך היונה..
עירובין ג' ע"ב
הללו שוחקות והללו עצבות
פארוואס רופט מען ברייטע אמות שוחקות, און מצומצמ'דיגע אמות עצבות?
בפשטות ווייל ווען א מענטש איז פרייליך האט ער א ברייטערע מח, און ווען ער איז טרויעריג איז זיין מח מער מצומצם.

ברסלבר דיין פשט איז נישט קיין פשטות, איך מיין עס שטימט בכלל נישט, ווייל חז"ל רעדן פון א דבר הניכר א מח מצומצם אדער מח מורחב זעט מען נישט במציאות.
נאר וואס דען, די פשוט פשט איז: וויל ווען א מענשט שמייכל'ט איז סיין מויל אביסל אפען, מען זעט די ציין וכדומה, [באמת זענען אלע אברים צושפרייט כמ"ש "בשורה טובה תדשן עצם", אבער דאס דערקענט מען נישט], משא"כ ווען ער איז בעצבות איז אלעס שטארק צוזאמגעצויגען און די מויל איז פארמאכט שטארק.

יא.
נו וואס איז דער תירוץ?
אגב האב איך א שאלה מיט א twist
אנהויב עירובין פרעגט די גמרא פארוואס דא שטייט ימעט און ביי סוכה שטייט פסולה, וואס איז די קשיא ,אז דא זאל שטיין פסולה אדער אין סוכה ימעט?

[ציטאט אראפגענומען]
אפשר מיינט איר מלאכת מחשבת? ביצה י"ג ב'
דף ב' עמוד א'
איך פארשטיי נישט וואס די גמרא וויל מיט די ראיה פון די הלכה פון שלמים ששחטו לפני פתיחת ההיכל, אויב די גאנצע כוונה איז סייווי נאר צוצוקומען אז משכן איקרי מקדש.
דף ג' עמוד א'
וטבעותיו בידו הוא טמא מיד.
קען זיין א רמז, אז איינער (א מאן'ס פערזאן) גייט א רינגל, איז ער טמא. רח"ל.

מאראנצןזאפט,
געוואלדיג!!!! מלאכת מחשבת אסרה תורה ווערט נישט דערמאנט אין שבת, נאר אין ביצה! איר האט גוט צוגעטראפן. איין שאלה נאר, וויאזוי האט איר דאס באמערקט?
קאווע,
די גמרא זוכט פשוט צו טייטשען דאס ביבל'ישע ווארט "פתח", כדי צו apply'ען די ביבל'ישע מאס פון א פתח צו א צורת הפתח פון עירובין.

מאטי,
"פסולה" מיינט אז אזוי איז עס - א דין פסוקה, און כ'געב דיך נישט קיין עצות וויאזוי עס מתקן צו זיין.
"ימעט" איז אן עצה, נישט א דין.
פרעגט די גמרא פארוואס דא אין עירובין זענען די חכמים געווארן עצה געבערס, אבער אין סוכה האלטן זיי זיך צו די ראמען פון פוסקים?

וויאזוי פלעגט נאר אלעזר לאנדא פון סנעפ עהעד זאגן, אז מ'לערנט, קען מען!
[ציטאט אראפגענומען]
זאל ער גלייך ברענגען א ראיה אז משכן און מקדש זענען איינס, רב יהודה מוז דאך אויך אנקומען דערצו.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב די מיינסט מלאכת מחשבת/מתעסק איז דא א גאנצער סוגיא אין כלל גדול עב עג וועגן נתכוון להגביה את התלוש וחתך את המחובר פטור לגבי שבת משא״כ בשאר מצוות תוס׳ ד״ה נתכוון זאגט די לשון מלאכת מחשבת רש״י זאגט אויך יודע שהוא שבת והמלאכה אסורה אבל אינו מתכוין
[ציטאט אראפגענומען]
כ׳פארשטיי די גמרא׳ס קשיא....מיין שאלה איז וואס וויל דער מקשן,אז ביי ביידע זאל שטיין ימעט אדער ביי ביידע פסולה
קאווע טרינקער[ציטאט אראפגענומען]
זאל ער גלייך ברענגען א ראיה אז משכן און מקדש זענען איינס, רב יהודה מוז דאך אויך אנקומען דערצו.
סתם פון פסוק וואלט איך געקענט זאגן אז דער משכן ווערט בעצם אנגערופן מקדש דאס הייסט סהאט 2 נעמען . אבער איך ווייס נאכנישט אז ווען דער פסוק רעדט פון משכן איז דער פסוק כולל דעם בית המקדש אויך.
אבער פון שמואל זעה איך אז ער לערנט ארויס א הלכה אויפן בית המקדש פון א פסוק וואס רעדט פון משכן דאס איז שוין יא א ראיה אז דער פסוק ווען ער זאגט משכן מיינט ער ביידע
דף ד' ע"א
מיסב ואוכל בליפתן
רש"י אין סוכה איז מסביר אז ווען מען עסט אנגעליינט נעמט עס שנעלער.
לויט דעם וואלט די סדר פסח ביינאכט געדארפט נעמען שנעלער ווייל מען עסט דאך אנגעליינט, און נאכדערצו די מענטשן וואס זענען מקפיד צו עסן די גאנצע סעודה אויך אנגעליינט, וואלט עס געדארפט נעמען גאר שנעל, און למעשה יאגט מען קוים אן צום עלות.
זעהט אויס אז ווען מען עסט ווען נישט אנגעליינט וואלט עס נאך לענגער גענומען.

אויב ביסט סארקאסטיק דאן 🙂
אויב ווילסט טאקע וויסען אין יענע צייטן איז דער סדר געווען צו עסן אנגעלאנט איז דאס געווען די comfort zone נישט ווי היינט וואס אנגעלאנט אז אן אפקומעניש

בלויז בדרך צחות.
און אז היינט איז עס נישט די קאמפארט וועג, דארף מען לכאורה נישט אזוי מחמיר זיין צו עסן אלעס אנגעליינט.

אנטשולדיגט מיר אפיקורסים'לעך, אבער אז די תורה זאגט אז דאס איז באקוועם, איז דאס באקוועם, און הערט אויף מיט אייער משכילישע פשעטליך אז די תורה גייט שוין נישט אן, היינט איז אנדערש, נשתנו הביצים (איך בין אויך קיהל...) און נאך אזעלכע תירוצים. ווען די תורה זאגט פרי עץ הדר איז אייך אנגעפאלן צו נעמען א פיינעפל? אדער ווען אין תורה שטייט והנערה יפת תואר וטובת מראה זאגט איר אז ס'מיינט היינטיגע שיינקייט? חלילה, עפרא לפו...!
רש"י זאגט קלאר אז מיסב מיינט די גמרא צו זאגן נישט גייענדיג פון איין פלאץ צום צוייטן, וואס דעמאלטס מאכט זיך ביזי מיט פארשידענע זאכן, ער כאפט אן 'מיסב' נאר ווייל אזוי איז געווען די דרך אכילה, און פארשטייט זיך אז נישט ממעט צו זיין זיצנדיג.
דף ה' ע"א
רב יוסף האלט אז די מינימום שיעור פון א מבוי איז ד' טפחים, פרעגט די גמ' איינע פון די תנאים פון א מבוי איז אז עס מוז האבן פתחים צו צוויי חצרות, די שיעור פון א פתח איז ד' טפחים, וועט דאך אויסקומען אז די ווענט פונעם מבוי זענען אינגאנצן פרוץ.
וכי תימא אז ר"י מימרא פון ד' טפחים רעדט נאר פונעם אורך המבוי, דהיינו די צוויי ווענט פון צפון און דרום, אבער די רוחב [דהיינו די מערב וואנט] איז גענוג ברייט אריינצונעמען אין זיך צוויי פתחים פאר צוויי חצירות, קען נישט זיין, ווייל רב נחמן זאגט אז א מבוי מוז זיין ארכו יתר על רחבו, ממילא אויב איז די אורך [צפון און דרום] פונקט ד' טפחים מוז זיין אז די רוחב [מערב] איז א משהו ווייניגער און עס איז ווייטער נישט דא קיין פלאץ פאר די צוויי פתחי החצר.
פארשטיי איך נישט, פארוואס זאגט נישט די גמ' פונקט פארקערט, אז די מימרא פון ר"י גייט אויפן רוחב, דהיינו אז די מערב וואנט איז פונקט ד' טפחים, אבער די אורך, דהיינו די צפון און דרום ווענט, זענען אסאך לענגער, און דארט לייגט מען אריין די פתחי החצר?
די איינציגסטע מהלך בדוחק וואס איך קען טראכטן איז אז בנוגע שיעורים איז די רוחב א טפל צום אורך [ווי ס'איז משמע פון ר"נ איזהו מבוי וכו' כל שארכו יתר על רחבו], אזוי אז ווען ר"י זאגט א סטעיטמענט אז די שיעור מבוי איז ד"ט קען עס אדער מיינען סיי אורך און סיי רוחב, אדער מיינט ער אורך אליין און די רוחב וועט מען שוין אויסרעכענען מיט'ן כלל פון ר"נ אז ס'מוז זיין א משהו קלענער, אבער צו זאגן אז ר"י באציהט זיך נאר צום רוחב דאס קען מען נישט.
קען עס איינער אויסקלארן?

ער קריגט זיך מיט אביי וואס האלט ד אמות איז דען מסתבר צו זאגן ד אמות ברוחב ?
און דאס וואס דו זאגסט פרעגט די גמרא.... נישט די גמרא פרעגט אביי זיין בר פלוגתא פרעגט די קשיא ער האט זיכער געוואוסט פון וואס ר יוסף רעדט זיך.
דריטענס די ברענגסט א וכי תימא ר יוסף׳ס הלכה פון ארבעה טפחים גייט נאר אן ביי אורך איז נישט ריכטיג די מאכסט דאס אויסקוקן כאילו סאיז דא א מקום צו קלערן ווי ר יוסף זאגט זיין הלכה. דער אמת איז אז וכי תימא גייט ארויף נאר אויף די הלכה אז בתים וחצירות פתוחות לו גייט ארויף אויפן רוחב.

moti107ער קריגט זיך מיט אביי וואס האלט ד אמות איז דען מסתבר צו זאגן ד אמות ברוחב ?
פארוואס נישט?
moti107און דאס וואס דו זאגסט פרעגט די גמרא.... נישט די גמרא פרעגט אביי זיין בר פלוגתא פרעגט די קשיא ער האט זיכער געוואוסט פון וואס ר יוסף רעדט זיך.
נא נא.
moti107דריטענס די ברענגסט א וכי תימא ר יוסף׳ס הלכה פון ארבעה טפחים גייט נאר אן ביי אורך איז נישט ריכטיג די מאכסט דאס אויסקוקן כאילו סאיז דא א מקום צו קלערן ווי ר יוסף זאגט זיין הלכה. דער אמת איז אז וכי תימא גייט ארויף נאר אויף די הלכה אז בתים וחצירות פתוחות לו גייט ארויף אויפן רוחב.
...און ממילא וועט מען מוזן זאגן אז ר"י רעדט נאר פון אורך, ריכטיג?
ווער בין צו זיך אריינצומישן מיין קאפ צווישן די גרויסע לומדים און מעמיקים פונעם שטיבל?!! אבער כ'וועל דא ברענגען א זאך וואס איז לתועלת פאר אנשים כערכי!
והיינו אז "קול הלשון" האט ארויס געשטעלט דאונצולאודן א פאלדער מיט גאר גוטע בילדער ממחיש צו זיין די סוגיות הגמרא דא אין עירובין, מיר האט עס שטארק געהאלפן ברענג איך עס אהער לזיכוי הרבים....
דריקט דא: צו דאונלאודן

ונבנתה העירmoti107ער קריגט זיך מיט אביי וואס האלט ד אמות איז דען מסתבר צו זאגן ד אמות ברוחב ?
פארוואס נישט?
ווייל אויב אביי האט געזאגט זיין שיעור ד אמות ברוחב קומט אויס אז ער האט ארויפגעלייגט א נייע שיעור פתח המבוי ד אמות דאן פארוואס רעדט אביי נאר פון שיעור דופני מבוי? ווען אין איינוועגס האט ער געגעבן א שיעור אויפן פתח אויך
און דאס קען מען זיכער נישט זאגן אז דער פתח אליין איז קלענער ווי ד אמת און מוועט איינזעצן אז די מזרח דופן קומט אריין ווייל אין לך לחי גדול מזהmoti107און דאס וואס דו זאגסט פרעגט די גמרא.... נישט די גמרא פרעגט אביי זיין בר פלוגתא פרעגט די קשיא ער האט זיכער געוואוסט פון וואס ר יוסף רעדט זיך.
נא נא.moti107דריטענס די ברענגסט א וכי תימא ר יוסף׳ס הלכה פון ארבעה טפחים גייט נאר אן ביי אורך איז נישט ריכטיג די מאכסט דאס אויסקוקן כאילו סאיז דא א מקום צו קלערן ווי ר יוסף זאגט זיין הלכה. דער אמת איז אז וכי תימא גייט ארויף נאר אויף די הלכה אז בתים וחצירות פתוחות לו גייט ארויף אויפן רוחב.
...און ממילא וועט מען מוזן זאגן אז ר"י רעדט נאר פון אורך, ריכטיג?
יא ! ריכטיג ....לויט ווי איך האב פארשטאנען פון דיר האסטו אנגעהויבן מסתפק צו זיין וואו ר יוסף זאגט זיין הלכה צו באורך צו ברוחב נאכדעם וואס די גמרא אליין האט א ספק אין דעם ביי די וכי תימא, לויט וויאזוי דו האסט מסביר געווען אבער אויב די וכי תימא גייט נאר אזויווי איך האב געזאגט (עיין רש״י) דאן איז נישטא וואס צו מסתפק זיין און סאיז זיכער די הלכה ביי אורך
נו, דאס איז דאך מיין שאלה, פארוואס האט די גמ' פארשטאנען בפשטות אז ר"י רעדט פון אורך, אפשר רעדט ער פון רוחב והכל על מקומו בא בשלום?
דף י"ג ע"ב
א''ר אחא בר חנינא גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם שאין בדורו של רבי מאיר כמותו, ומפני מה לא קבעו הלכה כמותו? שלא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו, שהוא אומר על טמא טהור ומראה לו פנים, על טהור טמא ומראה לו פנים.
מען קען זאגן פשט, לויט ווי דער מהרש"א זאגט אויף די נעקסטע שטיקל גמרא "אמר רבי האי דמחדדנא מחבראי דחזיתיה לר' מאיר מאחוריה ואילו חזיתיה מקמיה הוה מחדדנא טפי דכתיב והיו עיניך רואות את מוריך" אז ווען מען זעהט דעם רבי'נס פנים פארשטייט מען בעסער וואס ער האט געמיינט צו זאגן, ווייל מען זעהט זיינע תנועות מיט די הענט, פנים, און אויגן.
דאס קען זיין פשט אז רבי מאיר האט געזאגט אמאל על טמא טהור און פארקערט, אבער "ומראה לו פנים" אויף די תנועות פון זיין פנים האט מען געזעהן ווען ער מיינט עס להלכה און ווען נישט. אבער אזוי ווי נישט יעדער האט געזעהן זיין פנים, אזוי ווי רבי האט געזאגט, דערפאר לא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו.

לא כך היה מעשה שהלכו זקני ב''ש וזקני ב''ה לבקר את ר' יוחנן בן החורנית ומצאוהו יושב ראשו ורובו בסוכה ושלחנו בתוך הבית אמרו להן בית שמאי משם ראיה אף הן אמרו לו אם כך היית נוהג לא קיימת מצות סוכה מימיך.
וואס איז פשט פון די לשון "אם כך היית נוהג לא קיימת מצות סוכה מימיך"? פארוואס האבן זיי נישט געזאגט גלייך "דו ביזט נישט מקיים יעצט מצות סוכה"?
האב איך געהערט א פשט אזוי, אז אנפאנג שטייט שהלכו זקני ב''ש וזקני ב''ה "לבקר" את ר' יוחנן בן החורנית, קען זיין אז דאס איז געווען לבקר את החולה, און א חולה איז דאך פטור מן הסוכה, האבן זיי אים געזאגט אז יעצט טאקע ביזטו פטור מן הסוכה, אבער אם כך היית נוהג, אויב דו האסט אייביג אזוי געטוהן, לא קיימת מצות סוכה מימיך.

די צוויי משלים וואס דו ברענגסט ניצט מען אויך אין אידיש, "האסט שוין אמאל געזעהן?", "האסט שוין אמאל געהערט?", אבער ביי אונזער גמרא דא איז עס נישט אין דעם כלל, איך מיין אז די לשון ביי אונזער גמרא טרעפט מען נישט אויף נאך א פלאץ.
דף יג.
ר״מ אומר לכל מטילין קנקנתום חוץ מפרשת סוטה ר יעקב משמו אומר חוץ מפרשת סוטה שבמקדש. רש״י במקדש: מגילת של כל סוטה וסוטה.
פארשטיי איך נישט ר יעקב מגילת סוטה האט מען דירעקט געשריבן נאר אויף צו מוחק זיין נו וואס קומט ער מיר זאגן אז מטאהר נישט אריינלייגען קנקנתום (א כעמיקאל וואס מאכט דעם דיו פאר אן אי מחיקה)? אפילו מען מעג ווען יא אריין לייגן וואס א נוצען האט דער מגילת סוטה אויב סאיז אומאויסמערקבאר?
ואולי איז פשוט דא אן איסור פונעם פסוק וכתב ומחק וואס ר ישמעאל ברענגט פריער..

דרשנים זענען זיך מחי' מיט די משנה אין אבות פ"ה אז ווער עס זאגט שלי שלי ושלך שלך איז י"א אז עס איז מידת סדום, וואס איז דען אזוי שלעכט דערמיט? [געווענטליך איז די תירוץ: יע, אט דאס שטעיט דא...].
האב איך היינט געלערנט אין עירובין מ"ט ע"א אז א געוויסע זאך איז מידת סדום, זאגט רש"י: מדת סדום. דאפילו מידי דלא חסר ביה לא מהני לחבריה, ד.ה. די דין הידוע פון זה נהנה וזה לא חסר, דערנאך זאגט רש"י: מדת סדום. שלי שלי.
איז לויט רש"י זייער געשמאק פשט אין די משנה, שלי שלי מיינט מען איינער וואס וועט נישט פארבארגן זיינס א זאך אפי' ער איז לא חסר, ער זאגט מיינס איז מיינס און דיינס איז דיינס, דאס איז טאקע מידת סדום כמבואר בכל הש"ס.

הערליכע פשט, וכבר קדמך הקהתי...
"האומר: שלי שלי ושלך שלך" - היינו: אינני רוצה להנותך משלי ואל תהנה אותי משלך.
פירוש יפה על משנה זו הוסיף הרב משה אביגדור עמיאל:
"האומר: שלי שלי ושלך שלך - זו מידה בינונית": חברה שיחידיה ("האומר", לשון יחיד) אומרים: "שלי שלי ושלך שלך" - כל אחד יעשה רק לביתו שלו, היא חברה שמידותיה "בינוניות" המה, שכן בחברה טובה כל אדם מוכן לתת משלו גם לאחרים ואינו שומר כל ממונו רק לטובת עצמו.
אבל "יש אומרים" - לשון רבים - כאשר מידה זו של אנוכיות הופכת להיות נחלת הכלל, הרי "זו מידת סדום". חברה כזו אינה יכולה לעמוד ולהתקיים אפילו שעה אחת.

אויב איך מעג פרעגן פון עירובין דף נ''ו ע''א.
די גמרא זיכט א וועג ווי אזוי א מענטש זאל אויסרעכנען ווי אזוי מרבע זיין בריבוע של עולם, ברענגט די גמ' שי' ר' יוסי
וויל איך וויסן פארוואס וואס זאגט נישט די גמרא פשוט, אז מען מאכט א קו עני טאג פון די יאר פון די מקום זריחה ביז די מקום שקיעה, ווייל לכאורה די זון גייט יעדע טאג פון מזרח ביז מערב כמעט א קו ישר, לכאורה נישט מער שיעפ'ער ווי ווען די זמן איז בקצה צפון בתקופת תמוז און איינמאל מען האט שוין א קו ישר קען מען שוין אויס רעכנען די אנדערע דריי זייטן (מיט א L)?

רבי יוסי אומר אם אינו יודע לרבעה בריבוע של עולם מרבעה כמין התקופה כיצד חמה יוצאה ביום ארוך ושוקעת ביום ארוך זה הוא פני צפון חמה יוצאה ביום קצר ושוקעת ביום קצר זה הוא פני דרום