☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים

300 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #720
בלאט: 1 2 3 4 5 6

יידל » מיטוואך מאי 30, 2012 7:45 pm

· #15188
דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים
אן אשכול מיוחד פאר הערות, הארות, קושיות, תירוצים, פלפולים, חדושים ועוד אין תלמוד בבלי אויפן סדר הדף היומי.
📎 תלמוד בבלי.gif

יידל » מיטוואך מאי 30, 2012 7:54 pm

· #15189
נדה ט
אינעם היינטיגען דף, נדה דף ט, דערמאנט די גמרא א מחלוקת צווישן ר' מאיר און ר' יהודה ור' יוסי וואס איז די סיבה פארוואס בעת יניקה איז זי א מסולקת דם. ר"מ האלט אז דם נעכר ונעשה חלב, און ר"י ור' יוסי האלטן אז וויבאלד בשעת לידה אבריה מתפרקין, אין דמיה חוזרין עד כ"ד חדשים. למעשה היינט צו טאגס, וויאזוי לערנט מען פשט אין ר' מאיר?

ידען » מיטוואך מאי 30, 2012 9:44 pm

· #15203
מיינסט צו זאגן אז היינט ווייסט מען אז בלוט ווערט נישט קיין מילעך?

(דיסקלעימער; כאף אז סע הייסט נישט אז איך לערן דף היומי 😂 )

גייט עס אריין אין די אלטע שמועס פון אויב די חכמים האבן בעסער געקענט די מדע פון די געלירענטע אדער נישט.

יידל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 7:49 am

· #15245
ידען
מיינסט צו זאגן אז היינט ווייסט מען אז בלוט ווערט נישט קיין מילעך?

(דיסקלעימער; כאף אז סע הייסט נישט אז איך לערן דף היומי 😂 )

גייט עס אריין אין די אלטע שמועס פון אויב די חכמים האבן בעסער געקענט די מדע פון די געלירענטע אדער נישט.

ריכטיג. אבער אויב מען נעמט אן אז זיי יא געקענט מדע, וויאזוי לערנט מען פשט אין ר' מאיר? אין בכלל, אפילו די וואס נעמען אן אז זיי האבן לאו דוקא געקענט בעסער סייענס מיינט דאס נאכנישט אז זיי האבן געמוזט מאכן טעותים. ס'קען זיין אז ס'דא גוטע פשט וואס שטימט יא.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:24 am

· #15250
דאס זעט מען דאך קלאר אז א פרוי וואס הערט אויף זייגן באקומט גלייך נאכדעם די ווסת, און אזוי אויך די אלע וואס זייגן גוט, זענען געווענדליך קלין פאר מינומים 12 חדשים, אלזא קוקט אויס ווי עפעס א שייכות האט יא די מילך מיט די בלוט.

יואליש » דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:14 am

· #15252
שמואל הלוי
דאס זעט מען דאך קלאר אז א פרוי וואס הערט אויף זייגן באקומט גלייך נאכדעם די ווסת, און אזוי אויך די אלע וואס זייגן גוט, זענען געווענדליך קלין פאר מינומים 12 חדשים, אלזא קוקט אויס ווי עפעס א שייכות האט יא די מילך מיט די בלוט.

זייער גיט מסביר געווען פון ווי די טעות נעמט זיך. ווייל ס'האט אזוי אויסגעקוקט. אבער יידל זיכט א פשט אליבא דאמת.

(די בלויזע פאקט אז ס'איז דא געניג וואס זייגן און האבן יא די ווסת וואלט ווען געברויכט געניג זיין צו צווארפען די טעאריע.)

יידל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:26 am

· #15254
שמואל הלוי האט א נקודה. עס קען זיין אז ר' מאיר'ס ווערטער קענען ווערן אויסגעטייטשט ווי א מליצה אז די מילך איז סוכ"ס דאס וואס האלט צוריק די בלוט, און נישט אז די דם ווערט נעכר און ווערט פארוואנדלט אין בלוט כמשמעו הפשוטה.

יואליש » דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:59 am

· #15257
דרך אגב
מ'זאגט אז די דריי האבסטע עבירות אין סאטמאר איז לערנען דף היומי ביים כותל אויף עיברית.

אבער היי יאר נאכן כינות כלל ישראל און די סיום הש"ס, וועט די נייע דריי הארבסטע סאטמארע עבירות זיין לערנען דף היומי אין ארטסקרול אויפן אייפעד!

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:11 am

· #15259
יידל
שמואל הלוי האט א נקודה. עס קען זיין אז ר' מאיר'ס ווערטער קענען ווערן אויסגעטייטשט ווי א מליצה אז די מילך איז סוכ"ס דאס וואס האלט צוריק די בלוט, און נישט אז די דם ווערט נעכר און ווערט פארוואנדלט אין בלוט כמשמעו הפשוטה.

יא שיינע מליצות אבער קומט מיר נישט ווי א חכם חז"ל האבן פאראויסגעשריבן אלע סייענטיפישע ביכער. הוא הדין וואס חז"ל זאגן דער אב גיט די נעגל מיט ווייסיך וואס די מאמע גיט די אנדערע חלקים. דער מציאות
פונעם 23 קראמאסאם צעל סיסטעם איז יעדער צעל האט אן XY שותפות אויסער דער 23'סטער האט נאר דעם אב'ס Y.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:41 am

· #15263
איך האב פריער געפרעגט די קשיא א ת"ח אין ביהמ"ד, האט ער מיר געענטפערט אז ווען א מענטש עסט ווערט די גוטע חלק בלוט און פלייש, און די שלעכטע חלק גייט ארויס פון גוף, אבער ביי א מינקת ווערט די גאר גוטע חלק פארוואנדעלט אלס מילך אנשטאט בלוט, און די שוואכערע ווערט א חלק בלוט און פלייש, און די נאך שוואכערע (די שלעכטע) גייט ארויס.

יידל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:44 am

· #15265
בן תמליון
יידל
שמואל הלוי האט א נקודה. עס קען זיין אז ר' מאיר'ס ווערטער קענען ווערן אויסגעטייטשט ווי א מליצה אז די מילך איז סוכ"ס דאס וואס האלט צוריק די בלוט, און נישט אז די דם ווערט נעכר און ווערט פארוואנדלט אין בלוט כמשמעו הפשוטה.

יא שיינע מליצות אבער קומט מיר נישט ווי א חכם חז"ל האבן פאראויסגעשריבן אלע סייענטיפישע ביכער. הוא הדין וואס חז"ל זאגן דער אב גיט די נעגל מיט ווייסיך וואס די מאמע גיט די אנדערע חלקים. דער מציאות
פונעם 23 קראמאסאם צעל סיסטעם איז יעדער צעל האט אן XY שותפות אויסער דער 23'סטער האט נאר דעם אב'ס Y.

מה ענין אגדתא אצל הלכה?

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:08 pm

· #15301
איך מיין אז אסאך זאכען האבען זיך היינט געטוישט פין די צייטען פין די גמרא, למשל אין פסחים שטייט אז וואס איז געזונט צו עסן? פלייש געווייקט אין אויל מיט וויין, איך געדענק נישט פונקט וואס נאך. פרעגט היינט א דאקטער וועט ער זאגן דאס איז די ערגסטע זאך צו עסען. דורות טוישן זיך און זאכן טוישן זיך.

בן תמליון » פרייטאג יוני 1, 2012 11:36 am

· #15456
יידל
בן תמליון
יידל
שמואל הלוי האט א נקודה. עס קען זיין אז ר' מאיר'ס ווערטער קענען ווערן אויסגעטייטשט ווי א מליצה אז די מילך איז סוכ"ס דאס וואס האלט צוריק די בלוט, און נישט אז די דם ווערט נעכר און ווערט פארוואנדלט אין בלוט כמשמעו הפשוטה.

יא שיינע מליצות אבער קומט מיר נישט ווי א חכם חז"ל האבן פאראויסגעשריבן אלע סייענטיפישע ביכער. הוא הדין וואס חז"ל זאגן דער אב גיט די נעגל מיט ווייסיך וואס די מאמע גיט די אנדערע חלקים. דער מציאות
פונעם 23 קראמאסאם צעל סיסטעם איז יעדער צעל האט אן XY שותפות אויסער דער 23'סטער האט נאר דעם אב'ס Y.

מה ענין אגדתא אצל הלכה?

און מיט די חמשה מיני דמים וואס טוט זיך? גארנישט קיין אגדתא. היינט ווייסט מען נאר פון איין בלוט. ס'איז דא אפשר פינף בלוט טייפס אבער נישט אינעם זעלבן מענטש. כ'הער אז ר' יונתן שטייף פלעגט דערקענען די חילוקים צווישן די אלע בלוטן און הגר"י רוטה זאגט מען שטילערהייט קען דאס אויך.

יואליש » פרייטאג יוני 1, 2012 11:55 am

· #15460

פארוואס שטילערהייט? פארוואס גייט מען נישט צו איינע פון זיינע חוה"מ סעסיעס ווי מ'קען שטעלן פראגעס בפומבי איבער כל התורה כולה, און מ'זאל אים שטעלן שמאטעס פון בלוט פון א מייז, א שטיפאנזי, און א פרוי מנקת, און דם ווסת. ער זאל עס מבחין זיין בין דם לדם און מ'זאל דאס פילמירן ארויפלייגן אויף יוא טוב. זאלן אלע העמיטילאגען פלאצן און זעהן כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני כל העמים, אין דער צייט וואס זיי צאלן הונדערט טויזענט דאלער פאר א קאלעדזש דעגרי און זיצן געבויגן איבער מייקראסקאפס און מאכן פארשידענע טעסטן געבויט אויף ערפינדעונגן פון דער כעמיסט און יענער ביאלאגיסט, און הערשט ווייסן זיי נישט וואס זיי רעדן!

פארוואס שושקעט מען זיך שטיל אין כולל אינדערצייט וואס ס'איז אפשר לברר. פארוואס הייבט מען אן צו רעדן הויעך דערפון בלויז נאך די פטירה?

יואליש » פרייטאג יוני 1, 2012 12:30 pm

· #15470
כ'האב גערעדט צו א אינגערמאן א העמיטיעלאג און ער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין חילוק אין קאליר פון איין בלוט ביז די אנדערע. אין פאקט, דם נדה "איז" א מכה. צו מחלק זיין צווישן צוויי בלוטן דורך די קאליר איז ערגער פון פרובירן צו מחלק זיין צווישען צוויי גלעזעלעך מים חיים קאלע סאדע.

אין לאברעטארי אונטערן מיקראסקאופ און דורך טעסטינג קען מען אויפכאפן אנדערע חלקים (טישו פון א מכה, אדער ביי אן אינפעקציע די ווייסע צעלען וכדומה) וועלכע האבן זיך אריינגעמישט אין די בלוט וואס קען זאגן פון ווי די בלוט קומט.

ס'איז דא אנדערע פאקטארן וואס טוישן בלוט קאליר, ווי למשל דיאקסעדייזינג (אויב בלוט זיצט אפ א שטיק צייט). אבער נאכאמאל, אלע בלוטן זענען אויסגעשטעלט צום זעלבן טויש אין קאליר, אריינגערעכענט דם נדה.

כך הבנתי פון א שמועס מיט אים.

יואליש » פרייטאג יוני 1, 2012 12:44 pm

· #15471
יידל
שמואל הלוי האט א נקודה. עס קען זיין אז ר' מאיר'ס ווערטער קענען ווערן אויסגעטייטשט ווי א מליצה אז די מילך איז סוכ"ס דאס וואס האלט צוריק די בלוט, און נישט אז די דם ווערט נעכר און ווערט פארוואנדלט אין בלוט כמשמעו הפשוטה.

יידל, דאס איז די בעסטע ענטפער. און לאמיר עס מסביר זיין.

דם נדה איז א דם פון א מכה. דאס היינסט, יעדן חודש בויען די הארמאנען אויף א האטל אינעם רחם ארום און ארום. אויב ס'פאסירט נישט קיין עיבור, צופאלט דאס האטל, און פון די מכה רינט בלוט, גענוי ווי ס'רינט בלוט ווען מ'שינד די הויט. אויב זי ווערט יא מעוברת, דאן פארשטייט זיך אז די האטל בלייבט גאנץ, איז נישט דא קיין מכה, און אז ס'איז נישט דא קיין וואונד איז נישט דא קיין בלוט. ביי א מינקת (געווענליך) איז נישט דא די הארמאנען וועלכע בויען די האטל, ממילא אז ס'איז נישט דא קיין האטל איז נישט דא קיין וואונד איז נישט דא קיין בלוט. פשוט.

די מילך ביי א מינקת ווערט אויך באשאפן און פראדוצירט פון הארמאנען. טייל הארמאנען זענען די זעלבע הארמאנען וואס שאפן די האטעל אינעם רחם.

ממילא קען מען זאגן אז ביי א מינקת דינען די הארמאנען די צוועק פון באשאפן מילך אנשטאט באשאפן א האטל (וואס שאפט בלוט ווען ס'פאלט צוזאם). דאס איז די נענטסטע רילעשענשיפ צווישן דם און חלב.

אבער ס'איז וויכטיג צו קלאר מאכן. 1) עצם בלוט ווערט נישט פארוואנדעלט אין מילעך. קיינמאל. דם נדה קען מאכן מילעך פונקט ווי דם פון די נאז אדער העמעראדען, דהיינו זיי קענען נישט. 2) ס'איז דא געניג פרויען וואס זייגן און בלוטן באנאזאם. קען זיין אז זייער הארמאנישע באלאנס איז נישט געזינט און ס'ארבייט אויף ביידע פראנטן. 3) צום לעצט, די איידיע פון דם נדה זאל ווערן חלב שטאמט נאך פון גריכישע מעדעצין. און געמיינט האבן זיי, יא, בלוט ווערט מילעך, וואס איז נישט אמת. די סיבה פארוואס זיי האבן לכאורה יא אזוי געמיינט איז ווייל זיי האבן אבזערווירט די אנוועזענהיינט פון מילך און די אפוועזענהייט פון דם נדה, און זיי האבן עס פארבינדען פיזיש. נאכאמאל, נישט אמת. די אבזערוואציע איז (געווענליך) יא אמת. די ערקלערונג (הייפאטעסיס) איז נישט אמת.

****

מתוך וויקיפעדיע:

Breastfeeding causes negative feedback to occur on pulse secretion of gonadotropin-releasing hormone (GnRH) and luteinizing hormone (LH). Depending on the strength of the negative feedback, breastfeeding women may experience complete suppression of follicular development, follicular development but no ovulation, or normal menstrual cycles may resume.[63] Suppression of ovulation is more likely when suckling occurs more frequently.[64] The production of prolactin in response to suckling is important to maintaining lactational amenorrhea.[65] On average, women who are fully breastfeeding whose infants suckle frequently experience a return of menstruation at fourteen and a half months postpartum. There is a wide range of response among individual breastfeeding women, however, with some experiencing return of menstruation at two months and others remaining amenorrheic for up to 42 months postpartum.

יואליש » פרייטאג יוני 1, 2012 1:18 pm

· #15475
מיטן אויבענדערמאנטן הסבר ווערט שווער ר' יוסי'ס בשעת לידה אבריה מתפרקין. אבער אז מ'וויל דוקא, אדער אויב אז איינער שפירט ער מיז, פארענטפערן מיט אבי א תירוץ, קען מען ווייטער שפינען אז די חלב וואס קומט נאכן לידה איז מתפרקין די אבריה (הארמאנען). אבער צו אנריפן הארמאנען אבר ווען מ'האט נאכנישט געוויסט אפי' וויאזוי די הארץ ארבייט איז א גרויסע דוחק.

דער אמת און פשטות איז אז ביידע דיעות זענען באזירט אויף גריכישע מעדעצין און אלע פשט'לעך אריינצוקוועטשן היינטיגע ידיעות איז גיט פאר דריידעלך פאר די וואס גלייכן אגדה, אבער ס'איז נישט אליבא דאמת.

פארשטאנד » פרייטאג יוני 1, 2012 6:46 pm

· #15502
בן תמליון
דער מציאות
פונעם 23 קראמאסאם צעל סיסטעם איז יעדער צעל האט אן XY שותפות אויסער דער 23'סטער האט נאר דעם אב'ס Y.

נאר להבהרת הענין, הגם ס'איז נישט די פלאץ דא, די 23'סטע סעט האט א Y פונעם טאטן און א X פון די מאמע.

פארשטאנד » פרייטאג יוני 1, 2012 6:56 pm

· #15504
יואליש
כ'האב גערעדט צו א אינגערמאן א העמיטיעלאג און ער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין חילוק אין קאליר פון איין בלוט ביז די אנדערע. אין פאקט, דם נדה "איז" א מכה.

דם נידה איז נישט קיין מכה, דם נידה איז בלוט וואס ווערט שטייפלעך דורך א געמיש פון (מאלטי פאנקשאנינג) הארמאנס עסטראזשין און פראזשעסטעראן, און ווען די הארמאונס סטאפן זיך ווערט די בלוט צוריק א רינעדיגע פליסיגקייט.

דענקער » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:53 pm

· #15535
וואו קען מען מיטהאלטן א שיינעם דף היומי שיעור אין ןן וויליאמסבורג?

יידל » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:55 pm

· #15537
דענקער
וואו קען מען מיטהאלטן א שיינעם דף היומי שיעור אין ןן וויליאמסבורג?

איך מיין אז ר' אברהם שלמה יאווא (וועלכען מ'הערט אייביג געבן "לייוו" שיעורים אויף קול הלשון...) גיט זיין שיעור אין וויליאמסבורג אין זיין שול, לעמבערג. ער איז נישט צו טיף אבער האט א גוטן חיתוך הדיבור און רעדט געשמאק.

משה געציל » זונטאג יוני 3, 2012 2:32 am

· #15572
נאך א דוגמא ווי מען זעט אז דו גופים זענען נשתנה געווארען איז אין דף ח: די גמרא איז דארטען מסביר אז הכרת העיבור איז נאך דריי חדשים, די פרדס רמונים אין קפ"ד מקשה זהב י' איז מסביר אז דאס נתעבר ווערען איז נישט גורם קיין הפסק אין די וסת, היינטיגע צייטען איז אבער קלאר די מציאות אז ווען מען ווערט מעוברת הערט זיך בדרך הטבע תיכף אויף די דם.

יואליש » זונטאג יוני 3, 2012 4:06 pm

· #15686
משה געציל
נאך א דוגמא ווי מען זעט אז דו גופים זענען נשתנה געווארען איז אין דף ח: די גמרא איז דארטען מסביר אז הכרת העיבור איז נאך דריי חדשים, די פרדס רמונים אין קפ"ד מקשה זהב י' איז מסביר אז דאס נתעבר ווערען איז נישט גורם קיין הפסק אין די וסת, היינטיגע צייטען איז אבער קלאר די מציאות אז ווען מען ווערט מעוברת הערט זיך בדרך הטבע תיכף אויף די דם.

כ'בין נישט זיכער אז ס'איז א אישו פון נשתנו הגופים. אבער אויב יא איז עס גאר א שטארקע ראיה צו חלקים פון די עוועלושען טעאריע, אז אין טויזענט יאר זאל זיך מאכן אזא פונדעמענטאלע טויש אינעם ריפרעדאקטיוו סיסטעם.

אבער קוק דא פאר א מציאות פון האבן א ווסת אנפאנג פרעגנעסי, נישט אין פעלער ווי די עיבור איז אין א פראבלעם.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 4:33 pm

· #15691
יואליש
היינט ווייסן מיר אז ס'איז נישט במציאות צו בלוטן ווען די רחם אנהאלט שוין אן עיבור. ס'איז פונקט ווי מ'קען נישט אטעמען אונטערן וואסער.

האבן א וסת ווען מ'שוואנגערט איז טאקע אוממעגליך, אבער מ'קען שוין איינמאל בלוטן, אימפלאנטאציע קען מאכן בלוטן, א סאב קאריאניק העמארידש, פלאסענטאל אבראפשען, אינפעקציע, נאר פורט צו זיין אפאר.

יואליש » זונטאג יוני 3, 2012 4:44 pm

· #15695
דאס איז גאר עפעס אנדערש. מ'רעדט דאך פון געזינטע פרעגנעסיס. אבער כ'האב געטוישט מיין תגובה נאכן ליינען אז ס'איז יא דא א שמאלע ווינדא ווי דאס קען פאסירן. כ'ווייס נישט ווי מאסגעבענד יענעם ארטיקל איז, אבער איך בין נישט קיין עקספערט בכלל.

יואליש » זונטאג יוני 3, 2012 5:24 pm

· #15711
פארשטאנד
יואליש
כ'האב גערעדט צו א אינגערמאן א העמיטיעלאג און ער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין חילוק אין קאליר פון איין בלוט ביז די אנדערע. אין פאקט, דם נדה "איז" א מכה.

דם נידה איז נישט קיין מכה, דם נידה איז בלוט וואס ווערט שטייפלעך דורך א געמיש פון (מאלטי פאנקשאנינג) הארמאנס עסטראזשין און פראזשעסטעראן, און ווען די הארמאונס סטאפן זיך ווערט די בלוט צוריק א רינעדיגע פליסיגקייט.

אקיי, לאמיר רעדן קלארער.

1) אין די רחם ווערט באשאפן רינגס און ארום א ליינינג וואס ריפט זיך די endometrium.

2) וויאזוי ווערט די endometrium באשאפן? פון הארמאנס. מער ספעציפיש פון די עסטראזשין און פראזשעסטעראן הארמאנס.

3) פון וואס באשטייט די endometrium? גענוי ווי יעדן אבר, פון טישו און בלוט וועסעלס.

3) ווען די הארמאנען שטעלען זיך אפ, צופאלט די endometrium און ס'וואשט זיך ארויס פונעם גוף, א גמויזאכץ פון טישו מיט בלוט.

5) וואס געשעהט ווען א פינגער ווערט צומאלן? האסט טישו (מיט ביינער) מיט בלוט.

6) די בלוט פון א פינגער און די בלוט פון די endometrium (דם נדה) זענען אייניג און די זעלבע.

7) די קאליר פון די בלוט אינעם פינגער און די קאליר פון בלוט פון די endometrium זענען די זעלבע.

8) די בלוט פונעם endometrium ווערט נישט נקרש קיינמאל. נאר די endometrium זעלבסט בויעט זיך אויף און צופאלט.

9) די בלוט פון א צו'מזק'טע פינגער און די בלוט פון א צו'מזק'טע endometrium זענען ביידע ארויסגעקומען צוליב א מכה.

קלארער יעצט?

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 5:44 pm

· #15724
יואליש
דאס איז גאר עפעס אנדערש. מ'רעדט דאך פון געזינטע פרעגנעסיס. אבער כ'האב געטוישט מיין תגובה נאכן ליינען אז ס'איז יא דא א שמאלע ווינדא ווי דאס קען פאסירן. כ'ווייס נישט ווי מאסגעבענד יענעם ארטיקל איז, אבער איך בין נישט קיין עקספערט בכלל.

די העדליין פון יענע ארטיקעל איז מיסלידינג, אימפלאנטאציע בלוט האט גארנישט מיט מענסטראעישען צו טוהן, און אזויווי דו האסט פריער געשריבן, איז אוממעגליך צו האבן א פיריעד אינמיטן פרעגנענסי, ביי א פיריעד שעדט די יוטעראס איר ליינינג, וואס אויב דאס געשעהט איז אוממעגליך אז די עמבריא זאל זיך האלטן, און די יוטעראן ליינינג שעדט זיך נאר אויב און ווען זי האט נישט קיין פערטיליזירטן איי צו ערנורן.

יואליש » זונטאג יוני 3, 2012 5:47 pm

· #15726
געפילטע פיש

איך רעדט פון דעם פאראגראף:

Conception that occurs close to menstruation:

If you have a short menstrual cycle, or you don't ovulate mid cycle, this could mean that you didn't actually conceive until days before your period was to start. For example, if a woman is regularly maintaining a 26 day cycle, chances are she'll ovulate around day 13. If she had unprotected sex on that day, and sperm found egg on that day, it would still take the fertilized egg six to twelve days to reach and implant in the uterine lining. Following this time line, her body wouldn't know to begin producing the hormones that cease menstruation until somewhere between day 20 to 25 of her cycle. That could leave as little as one day between conception and menstruation. If those hormone levels are insufficient, she could have a lighter than usual period, or even one that seems entirely normal and wouldn't miss a period until she was already around six weeks pregnant. It should be noted that even in this case, ovulation would not occur again following that period.

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 3, 2012 5:53 pm

· #15734
קען מען דען ברענגן א ראי' פון די היינטיגע סדר הווסתות צו אמאל ?

דאס אז יעדע נארמאלע ראי' היינט ביי א פרוי איז עטליכע טעג איז יא די סדר הבריאה? אדער עס איז א שוואכקייט אין די גופים? אמאל איז די גאנצע ווסת געקומען אויף איין מאל, היינט איז נחלשו הדורות און עס קומט נישט אויף איין מאל.

והיינו טעמא פארוואס עס איז זייער נישט שכיח א ריכטיגע ווסת קבוע.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 6:06 pm

· #15744
יואליש

איך רעדט פון דעם פאראגראף:

אויב וועסטו ברענגען א מקור חוץ פון voices.yahoo.com קען מען רעדן, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך.
(נישט אז מיין נישט הערן מיינט אז ס'קען נישט זיין, נאר ווייל ווי ווייט איך פארשטיי איז דאס נישט שייך במציאות.
מעיא קליניק רעכנט דא אויס אלע סיבות פארוואס איינער קען בלוטן אינמיטן פרעגנענסי, און דאס רעכענען זיי נישט אויס. (דא פון אמעריקען פרעגנענסי אסאסיעשאן)

משה געציל » זונטאג יוני 3, 2012 7:41 pm

· #15791
יואליש
משה געציל
נאך א דוגמא ווי מען זעט אז דו גופים זענען נשתנה געווארען איז אין דף ח: די גמרא איז דארטען מסביר אז הכרת העיבור איז נאך דריי חדשים, די פרדס רמונים אין קפ"ד מקשה זהב י' איז מסביר אז דאס נתעבר ווערען איז נישט גורם קיין הפסק אין די וסת, היינטיגע צייטען איז אבער קלאר די מציאות אז ווען מען ווערט מעוברת הערט זיך בדרך הטבע תיכף אויף די דם.

כ'בין נישט זיכער אז ס'איז א אישו פון נשתנו הגופים. אבער אויב יא איז עס גאר א שטארקע ראיה צו חלקים פון די עוועלושען טעאריע, אז אין טויזענט יאר זאל זיך מאכן אזא פונדעמענטאלע טויש אינעם ריפרעדאקטיוו סיסטעם.

עי' אגרוות משה יו"ד ח"ג סי נ"ב וואס זאגט קלאר אז דאס איז א השתנות אינעם גוף, ער ברענגט דארטען הלכה למעשהדיג'ע זאכען וואס קומען ארויס צוליב דעם שינוי.

בן תמליון » מאנטאג יוני 4, 2012 9:23 am

· #15909
פארשטאנד
בן תמליון
דער מציאות
פונעם 23 קראמאסאם צעל סיסטעם איז יעדער צעל האט אן XY שותפות אויסער דער 23'סטער האט נאר דעם אב'ס Y.

נאר להבהרת הענין, הגם ס'איז נישט די פלאץ דא, די 23'סטע סעט האט א Y פונעם טאטן און א X פון די מאמע.

ייש"כ פארן מתקן זיין און צו זיין אינגאנצן קלאר דער 23סטער קראמאסאם ביים זכר האט אן XY די נקבה האט טאקע נאר XX ואכ"מ ווי איר זאגט.

משכיל » דינסטאג יוני 12, 2012 3:48 pm

· #17546
וזה מה שכתב שטיינזאלץ על הדף

החלב כמו כל הפרשה של בלוטה בגוף מיוצר כאשר תאי בלוטת החלב משתמשים במרכיבים המסופקים על ידי מערכת הדם כגון סידן, חלבונים, שומנים וסוכר, ואלה מסונטזים לכלל חלב, יש צורך בכמות עצומה של דם שתעבור בתוך השד כדי ליצר ליטר אחד של חלב, הזיקה בין מערכת הדם והחלב היא ההסבר למצב האל-וסתי של המינקת

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:37 pm

· #31772
הערות וחידושים בדף היומי הנלמד על ידינו
ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז מ'זאל לערנען דעם דף אין קאווע שטיבל.
ווי-נישט-ווי מאכט זיך אמאל א קליינע חידוש, אין ס'קען פארגעסען ווערן.
אמאל מאכט זיך א שוועריקייט, וואס ס'ווערט נישט אויסגעשמועסט אפילו אינעם "מעסיווטא/אויס-הדר",
ע"כ וואלט געווען אן עצה, זיך צונויף שמועסן דא, זה בכה וזה בכה.
(כדי צו האלטן סדר, וואלט גוט געווען אז יעדע פרק זאל ווערן א באזונדערע אשכול, אונטער'ן כללית'דיגן אשכול "הערות וחידושים בדף היומי".

------

וזה החלי.

דף ב' עמוד ב'
מאימתי זמן קריאת שמע, משעה שהעני נכנס לאכול פתו בערב וכו'.
לויט די הו"א פון די גמרא אז "עני וכהן חד שיעורא הוא", קומט דאך אויס אז די זמן קריאת שמע איז משעת צאת הכוכבים, איז שווער פארוואס פרעגט נישט די גמרא די זעלבע קשיא וואס ער פרעגט אויף די משנה "ליתני משעת צאת הכוכבים" (אין די תירוץ פון דארט, מילתא אגב אורחא קמ"ל, איז נישט שייך דא. - און לויט די מסקנה אז עני אביסעל פריער/שפעטער פון צאת הכוכבים, איז בכלל נישט שווער, ווייל ער מוז דאך אנוויזען פונקטליך א די זמן התחלת קריאת שמע של ערבית)

קען זיין אזוי.
וויבאלד דער ברייתא האלט דאך אז זמן קריאת שמע איז נמשך נאר עד שהעני עומד ליפטר מסעודתו, איז משום סיפה באנוצט ער זיך מיטן עני בנוגע די התחלה, אע"ג ס'איז טאקע בשעת צאת הכוכבים

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:38 pm

· #31775
אויב מעג איך בעטן די הנהלה צו מאכן א באזונדערע קאליר פאר דיזן אשכול. איך מיין עס זייער ערנסט, איך בין א סאטמערער און איך וויל נישט נכשל ווערן.
א דאנק.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:58 pm

· #31779
זר זהב
אויב מעג איך בעטן די הנהלה צו מאכן א באזונדערע קאליר פאר דיזן אשכול. איך מיין עס זייער ערנסט, איך בין א סאטמערער און איך וויל נישט נכשל ווערן.
א דאנק.

הא הא זר, דו ביסט געפערליך.

ווייסטעך ווי יענער האט געזאגט, די תורה האב איך שוין לאנג פארפאקט (רח"ל), אבער די מנהגים פון מיין חסידות, אויף דעם האבעך מסירות נפש!...

לענינינו, קענסט ליינען דעם אשכול מיט איין טאג שפעטער נאכן אריינלייגן, אזוי וועסטו קענען האבן יוצא געווען ידי שניהם, סיי געלערנט, און סיי זיך געראטעוועט פון דעם עוון המר דף היומי.

לאדיך אפ » זונטאג אוגוסט 5, 2012 1:59 pm

· #31781
סשוין דא א דף היומי אשכול. מ'דארף צאמשטעלן.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 2:15 pm

· #31784
זר זהב
אויב מעג איך בעטן די הנהלה צו מאכן א באזונדערע קאליר פאר דיזן אשכול. איך מיין עס זייער ערנסט, איך בין א סאטמערער און איך וויל נישט נכשל ווערן.
א דאנק.

זר איך בין ממש דזשעלעס פון דיין שטארקייט אין אידישקייט! נישט גרייט נאכצוגעבן אפילו א קיצו של י' ווען עס גרעניצט זיך רח"ל מיט אזאלכע הארבע איסורים, איך גלייב באמונה שלימה אז הגרז"ל פילאפ איז דיר אויך מקנה מיט דעם.

מידת הדין » זונטאג אוגוסט 5, 2012 2:16 pm

· #31785
ביטע אויפפאסן אז דא איז תורה ומחשבה און נישט פארברענגן.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 2:18 pm

· #31786
משה געציל, מ'דארף קענען לייענען אפילו "גאר ערנסטע" תגובות....

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 9:59 am

· #32070
דף ה עמוד א
יסורים של אהבה.
פון וואו נעמט די גמרא אז די צוויי אמוראים וואס דרש'נען די פסוק "אשרי הגבר וגו'", זענען מחולק אויף די פריעדיגע מאן דאמר ?
קען זיין צוליב דעם וואס דער מאן דאמר קודם מוז צוקומען צו די הבטחה אז תורתו מתקיימת, משא"כ לויט זיי, אז ס'שטערט פון תורה איז דאס נישט יסורים של אהבה.

ידען » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 10:20 am

· #32072
קאווע טרינקער

זיי מסביר וואס די גמ׳ רעט דא, אז אויך ווער סע לערענט נישט די דף און אמאל אריינקומען דא , זאל פארשטיין.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 10:54 am

· #32080
אמר רבא .... כל שהקב"ה חפץ בו מדכאו ביסורין שנאמר (ישעיהו נג, י) וה' חפץ דכאו החלי ..... ולא עוד אלא שתלמודו מתקיים בידו שנא' (ישעיהו נג, י) וחפץ ה' בידו יצלח

אויף דעם זאגט די גמרא:

פליגי בה 1) רבי יעקב בר אידי 2) ורבי אחא בר חנינא.
חד אמר אלו הם יסורין של אהבה? כל שאין בהן בטול תורה שנאמר אשרי הגבר אשר תיסרנו יה ומתורתך תלמדנו
וחד אמר אלו הם יסורין של אהבה? כל שאין בהן בטול תפלה שנאמר (תהלים סו, כ) ברוך אלהים אשר לא הסיר תפלתי וחסדו מאתי

דו קשיא איז, וואס איז די מחלוקה, מהיכי תיתי אז רבא קריגט זיך?
נאר וויבאלד רבא דארף צוקומען צו די ברכה פון "תלמודו מתקיים", איז דאך משמע אז די יסורים-של-אהבה זענען גורם ביטול תורה, און דערפאר מוז מען צוקומען צו א ספעציעלע ברכה פון "וחפץ ה' (-די תורה) בידו יצלח". משא"כ רב יעקב בר אידי / רבי אחא בר חנינא, לשיטתם, אויב די יסורים זענען גורם ביטול תורה איז דא א סימן אז ס'איז נישט יסורים של אהבה.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 10:58 am

· #32082
רבי אליעזר חלש על לגביה רבי יוחנן חזא דהוה קא גני בבית אפל גלייה לדרעיה ונפל נהורא.
האב איך געהערט אזא פשט.
רבי יוחנן טרעפט רבי אליעזר שלאפען אין א בית אפל, א טונקעלע נאכגעלאזטע שמוציגע שטוב,
וואס טוט א ערליכע יוד?
גלייה לדרעיה, ער האט זיך ארויפגעדרייט דעם ארבעל, זיך גענומען ארבעטען, גערייניגט און מסדר געווען. ביז -
ונפל נהורא, ס'איז לעכטיג געווארן.
דאס איז מעשה אויף למעשה.

משכיל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 12:05 pm

· #32093
קאווע טרינקער
י)

דו קשיא איז, וואס איז די מחלוקה, מהיכי תיתי אז רבא קריגט זיך?
נאר וויבאלד רבא דארף צוקומען צו די ברכה פון "תלמודו מתקיים", איז דאך משמע אז די יסורים-של-אהבה זענען גורם ביטול תורה, און דערפאר מוז מען צוקומען צו א ספעציעלע ברכה פון "וחפץ ה' (-די תורה) בידו יצלח". משא"כ רב יעקב בר אידי / רבי אחא בר חנינא, לשיטתם, אויב די יסורים זענען גורם ביטול תורה איז דא א סימן אז ס'איז נישט יסורים של אהבה.

איך מיין אז איר מישט אויס תורתו מתקיים מיט ביטול תורה, ביטול תורה מיינט אז מען ווערט געשטערט פון לערנען, תורתו מתקיימת מיינט אז מען פארגעסט נישט וואס מען לערענט . בדרך אולי

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 12:15 pm

· #32096
מיין רבי פלעגט זאגן: אז מ'לערנט נישט קען מען נישט. אז מ'חזר'ט נישט געדענקט מען נישט (דיין רבי אויך? נא, גילוי).
ע"כ א בעל יסורים, וואס לערנט/חזר'ט נישט, מוז האבן א ברכה, ער זאל יא געדענקען וואס ער האט געלערנט.
און לויט רב יעקב וכו', אויב די יסורים זענען מפריע צו לערנען, קען דאס נישט זיין יסורים של אהבה

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:09 pm

· #32145
געהערט א גוט ווארט

די גמרא זאגט דף ח עמוד א על זאת יתפלל כל חסיד אליך לעת מצא, אמר ר' חנינא לעת מצא זו אשה וכו׳ מר זוטרא אמר לעת מצא זה בית הכסא, אמרי במערבא הא דמר זוטרא עדיפא מכלהו

זאגט רש״י ד״ה לעת מצא זה בית הכסא, שיהא דר במקום שיש בית הכסא סמוך לו לפי שהיתה קרקע של בבל מצולת מים ואין יכולין לחפור שם חפירות והיו צריכין לצאת בשדות ולהתרחק מאד

שטעלט זיך א קשיא פארוואס אמרי במערבא וואס דאס איז ארץ ישראל אז הא דמר זוטרא עדיפא מכלהו, לויט רש״י איז דאך די פראבלעם געווען אין בבל, פארוואס האבן זיך די בני אר״י געפרייט?

נאר פון דא זעט מען די אחדות און אהבת ישראל פון כלל ישראל דאן
אידען אין בבל האבן א סוער פראבלעם, די אידן אין אר״י ווייסן דערפון (אן אינטערנעט קול מבשר), ווייטאגן מיט, און פרייען זיך ווען מר זוטרא אדרעסירט עס.
מי כעמך ישראל

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:06 pm

· #32161
גוט.
דו לויפסט פאראויס...

נס קאווע » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:14 pm

· #32165
אנדערע שיעורים (ווי דעם דיין'ס שיעור וואס האט נארוואס אנגעהויבן ש"ס וכדומה) וואלטן זיך אויך געדארפט אויסלופטערן דא, יעדער האט דאך א שיעור, יעדע שיעור וואס האט מערערע באטייליגטע דארף זיך עפענען א אשכול (אדער פארום פאר די וואס ווילן נישט נכשל ווערן)

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:22 pm

· #32169
קאווע טרינקער
גוט.
דו לויפסט פאראויס...

יא
איך וויל ח״ו נישט מיטהאלטן דף היומי

אויב יא גוט, ווי איז די לייק?
בלאט: 1 2 3 4 5 6