דף היומי - הערות והערות, קושיות ותירוצים
300 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #720
קאווע טרינקעראמר רבא .... כל שהקב"ה חפץ בו מדכאו ביסורין שנאמר (ישעיהו נג, י) וה' חפץ דכאו החלי ..... ולא עוד אלא שתלמודו מתקיים בידו שנא' (ישעיהו נג, י) וחפץ ה' בידו יצלח
אויף דעם זאגט די גמרא:
פליגי בה 1) רבי יעקב בר אידי 2) ורבי אחא בר חנינא.
חד אמר אלו הם יסורין של אהבה? כל שאין בהן בטול תורה שנאמר אשרי הגבר אשר תיסרנו יה ומתורתך תלמדנו
וחד אמר אלו הם יסורין של אהבה? כל שאין בהן בטול תפלה שנאמר (תהלים סו, כ) ברוך אלהים אשר לא הסיר תפלתי וחסדו מאתי
דו קשיא איז, וואס איז די מחלוקה, מהיכי תיתי אז רבא קריגט זיך?
נאר וויבאלד רבא דארף צוקומען צו די ברכה פון "תלמודו מתקיים", איז דאך משמע אז די יסורים-של-אהבה זענען גורם ביטול תורה, און דערפאר מוז מען צוקומען צו א ספעציעלע ברכה פון "וחפץ ה' (-די תורה) בידו יצלח". משא"כ רב יעקב בר אידי / רבי אחא בר חנינא, לשיטתם, אויב די יסורים זענען גורם ביטול תורה איז דא א סימן אז ס'איז נישט יסורים של אהבה.
'פליגי בה' גייט בכלל נישט ארויף אויף די מימרא פון רבא - עס איז א נייע מחלוקת צווישן ר' יעקב און ר' אחא וואס זענען יסורים של אהבה, שאין בהם ביטול תורה אדער שאין בהם ביטול תפלה.
[פליגי 'בה' מיינט אינעם ענין פון יסורים של אהבה].
WOW
ייש"כ. באמת.
דף ו עמוד ב'
סביב רשעים יתהלכון, כרום זלות לבני אדם.
סביב רשעים יתהלכון, דרש'נט די גמרא אויף המתפלל מאחורי בית הכנסת, דהיינו, ער שטייט פארקערט פון אלע מתפללים,
כרום זלות לבני אדם, איז דא צוויי פשטים:
1) תפילה איז זייער הויעך (כרום), און ליידער, בני אדם מזלזלין בה (זלות).
2) זלות לבני אדם, א נצרך, אן ארימע מענטש, טוישט זיך זיין פנים קאלירן, אזוי ווי דער עוף "כרום", וואס אירע קאלירן טוישן זיך יעדן אינדערפרי.
די שאלה איז אזוי, בשלמא לויט דעם ערשטן פשט, האט די רישא מיט די סיפא אין common, ביידע רעדן מעניני תפלה. אבער לויט די צווייטע פשט, וואספארא שייכות האט דער ענין פון תפילה מאחורי בית הכנסת, צו עניים מצטרכי לבריות?
און בכלל דארף מען פארשטיין, פארוואס זאל א מענטש דאווענען מאחורי בית הכנסת (און לויט טייל מפרשים מיינט דאס אז ער שטייט אין בית הכנסת, נאר אויסגעדרייט)?
נאר ס'קען זיין אויס - אן קיין "בהקדם" - אז די עניים, וואס האבן מהפך געווען די בית הכנסת פאר א צדקה קאלעקשען פלאץ, זיי דרייען זיך ארום אין שוהל "מאחורי בית הכנסת", און דאס איז א זלזול. והיינו הך.
אויף די היינטיגע דף איז דא א באקאנט שיין ווארט .
די גמרא זאגט דבר זה מתורתך תלמדנו ק"ו משן ועין, מה שן ועין שהן אחד מאבריו של אדם עבד יוצא בהן לחרות, יסורין שממרקין כל גופו של אדם על אחת כמה וכמה, והיינו דרבי שמעון בן לקיש, דאמר רשב"ל נאמר ברית במלח ונאמר ברית ביסורין, נאמר ברית במלח דכתיב ולא תשבית מלח ברית, ונאמר ברית ביסורין דכתיב אלה דברי הברית, מה ברית האמור במלח מלח ממתקת את הבשר, אף ברית האמור ביסורין יסורין ממרקין כל עונותיו של אדם.
וואס איז די נפק"מ צו איך לערן ארויס פון שן ועין צו מלח? שן ועין וואס איז נאר צוויי אברים באפרייט דעם מענטש, איז ווי מער יסורים מ'ליידט ח"ו איז די ק"ו שטערקער, משא"כ זאלץ איז טאקע ממתקת הבשר, אבער אויב לייגט מען צו סאך זאלץ טויג נישט.
דאס האט השי"ת געזאגט פאר משה רבנו ע"ה, וגם אני שמעתי את נאקת בנ"י ואזכור את "בריתי", אידן וועלן טאקע דארפן דורכגיין שעבוד מצרים, אבער עס וועט זיין בבחינת ברית מלח וואס איז נישט בעסער ווי מער, נאר אזויפיל וויפיל עס פארלאנגט זיך
אויף די היינטיגע דף איז דא א באקאנט שיין ווארט .
נעכטיגע דף
גערעכט, איך האלט דאך נישט דארט, איך האב געציילט פינף פון פרייטאג, באמת איז עס נאר פיר ווייל עס הייבט זיך אן פון דף ב
איז דאס די איינציגסטע הערה וואס די האסט?
דף ו' ע"א:
א"ר אבין בר רב אדא א"ר יצחק מנין שהקב"ה מניח תפילין שנאמר נשבע ה' בימינו ובזרוע עוזו בימינו זו תורה שנאמר מימינו אש דת למו ובזרוע עוזו אלו תפילין שנאמר ה' עוז לעמו יתן ומנין שהתפילין עוז הם לישראל דכתי' וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך ותניא ר' אליעזר הגדול אומר אלו תפילין שבראש.
ונתקשיתי פארוואס פעלט אויס די לימוד פון 'ובזרוע עוזו אלו תפילין שנאמר ה' עוז לעמו יתן', וואס וואלט שלעכט געווען ווען ער זאגט גלייך ובזרוע עוזו אלו תפילין ומנין אז תפילין איז עוז דכתיב וראו כל עמי הארץ וגו' ויראו ממך וכו'?
ואולי י"ל אז אזוי ווי 'בזרוע עוזו' רעדט זיך פונעם אייבערשטען איז נישט שייך צו זאגן אז עס איז פאר איהם א עוז פון דעם וואס מ'זעהט אז עס איז א עוז פאר אידן, מוז מען מקדים זיין אז תפילין ווערט גערופן עוז ווייל ה' עוז לעמו יתן און פאר זיי איז עס א עוז, וממילא רופט זיך עס 'עוז' בכל מקום.
והכי נמי מדויק פונעם לשון ומנין שהתפילין עוז הם 'לישראל', דלכאורה הול"ל בסתמא מנין שהתפילין עוז הם, ולהנ"ל יובן.
דף ז עמוד א
די גמרא זאגט, אז מ'קען זיך לערנען צניעות פון די פרסיים, צניעות ביים עסען, ביים ארויסגיין, ביים שלאפן (!).
קומענדיגע שורה זאגט די גמרא אז די פרסיים זענען מוכן ומזומן לגיהנום.
ארטסקרול ברענגט פון עץ יוסף אז די המשך איז, צו ווייזען אז כאטש די פרסיים זענען רשעים, זיי האבן חרוב געמאכט בית המקדש, דאך, אויב זיי האבן א גוטע מנהג, א מידה טובה, קען מען זיך נאך אלץ אפלערנען פון זיי.
א פארקעטע פשט האב איך געהערט, די המשך קומט צו ווייזען אז א מענטש קען זיין פרום אפילו אינדערהיים, והבן, און דאך זיין א בן-גיהנום.
וואס איז פשט ביי דוד המלך אז די דרום ווינט בלאזט ביי חצות?
רש"י ברענגט אז יעדע 6 שעה איז דא אן אנדערע ווינט
איז טאקע דאס די מציאות??
איז דא א ווינט פונקט ביי חצות?
(צ"ל: די מציאות)
ר' יונתן אייבשיץ טענה'ט ס'איז געווען א נס
ישר כח
אבער איך פרעג רש"י ברענגט דאך די 4 ווינטען
דף ו' ע"ב:
אמר רבי חלבו אמר רב הונא היוצא מבית הכנסת אל יפסיע פסיעה גסה אמר אביי לא אמרן אלא למיפק אבל למיעל מצוה למרהט שנא' נרדפה לדעת את ה', זאגט רש"י: נרדפה. לשון מרוצה משמע, שהרודף רץ.
איז משמע פון רש"י [איך האב נאכנישט קיין ניגון אויף דעם...] אז 'רדיפה' בעצם איז נישט טייטש לויפן-נאכלויפן, נאר אזוי ווי א רודף לויפט דאך [כדי אויסצופירן זיין רדיפה נאכן נרדף] ממילא איז מרומז אין דעם אז מען דארף לויפן.
---------
דף ז' ע"א:
וקמ"ל שלא תהא ברכת הדיוט קלה בעיניך.
די רעבעצין פון אדמו"ר מהר"ש מליובאוויטש איז אריין ביום חופתה להתברך פון איהר שווער אדמו"ר הצמח צדק, פאר'ן ארויסגיין האט זי אנגעוואונטשען דעם צמח צדק, דערנאך האט זי געזאגט 'לא יהא ברכת כלה הדיוט בעיניך'...
--------
דף ז' ע"ב:
וא"ר יוחנן משום ר"ש בן יוחי מנין שאין מרצין לו לאדם בשעת כעסו שנאמר פני ילכו והנחותי לך.
אינטערעסאנט אז ר' יוחנן האט אויף ע"א איבערגעזאגט די זעלבע מימרא בשם ר' יוסי.
---------
וא"ר יוחנן משום רבי שמעון בן יוחי קשה תרבות רעה בתוך ביתו של אדם יותר ממלחמת גוג ומגוג שנאמר מזמור לדוד בברחו מפני אבשלום בנו וכתיב בתריה ה' מה רבו צרי רבים קמים עלי ואילו גבי מלחמת גוג ומגוג כתיב למה רגשו גוים ולאומים יהגו ריק ואילו מה רבו צרי לא כתיב.
פונעם לשון הגמ' 'ואילו מה רבו צרי לא כתיב' איז משמע אז פונדעם זעהט מען אז גוג ומגוג איז לייכטער ווייל דארט דריקט ער זיך נישט אויס מיט אזא שארפע לשון 'מה רבו צרי'.
רש"י זאגט אבער פשט אז די משמעות איז פון דעם וואס ביי גוג ומגוג שטייט 'למה רגשו גוים, מה תועלת להם אלמא דבר קל הוא בעיניו'.
--------
מזמור לדוד בברחו מפני אבשלום בנו מזמור לדוד קינה לדוד מיבעי ליה אמר ר' שמעון בן אבישלום משל למה הדבר דומה וכו'.
עס איז א פלא'דיגער ענין אז דער בעל המימרא הייסט ר' שמעון בן 'אבישלום'.
-------
דף ח' ע"א:
רש"י: ים אוקיינוס יש בו מקומות שאינו מקבל ברזל ומחברין לוחי הספינה ע"י חבלים.
עס איז דא וואס ווילן צושטעלן די רש"י צום 'בערמודא טרייענגעל'.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Bermuda_Triangle">http://en.wikipedia.org/wiki/Bermuda_Triangle</a>
------------
ואמר רבי חייא בר אמי משמיה דעולא גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים דאילו גבי ירא שמים כתיב אשרי איש ירא את ה' ואילו גבי נהנה מיגיעו כתיב יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא ולגבי ירא שמים וטוב לך לא כתיב ביה.
אשריך מיינט בעוה"ז און וטוב לך מיינט לעוה"ב, נו איז ביי א ירא שמים וואס עס שטייט נישט וטוב לך, נאר אשרי, וועט עס מיינען נאר עוה"ז און נישט עוה"ב?
ולכאורה צ"ל אז אויב עס שטייט צוויי לשונות גיט מען איינעם פאר עוה"ז און איינעם פאר עוה"ב, אבער אז עס שטייט נאר אשרי וועט איהם געבן לעוה"ב.
------------
ואמר רבי חייא בר אמי משמיה דעולא לעולם ידור אדם במקום רבו שכל זמן ששמעי בן גרא קיים לא נשא שלמה את בת פרעה והתניא אל ידור לא קשיא הא דכייף ליה הא דלא כייף ליה.
אינטערעסאנט, שמעי בן גרא וואס האט געשאלטן דוד קללה נמרצת אין זיינע שווערע צייטן, און ער פארנעמט א חלק אין דוד'ס צוואה צו שלמה אז ער זאל זעהן איהם מוריד צו זיין בדמים שאול, צו איהם איז שלמה געווען כייף און ער האט מורא געהאט חתונה צו האבן מיט בת פרעה.
[א ליטוואק וואלט שוין געמאכט מטעמים מיט אזא גמ'...].
אפיציעל האט ער דאך איבער געבעטען דוד המלך, אבער דוד האט געלאזט צוואה פאר שלמה ער זאל איהם הרג'נען און זייט דאן האט ער פארלוירען רעספקט פאר איהם, דאס זאגט רש"י סמוך למיתת שמעי
אין פסוק שטייט בפירוש אז פון צוואת דוד ביז שלמה האט גע'הרג'עט שמעי איז געווען כאטש דריי יאהר, און ערשט דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט בת פרעה.
דף יא עמוד ב
וואס פשט, רש"י זאגט אז ווער ס'ליינט קרי"ש מיט די כהנים, איז נישט יוצא, ווייל ס'איז נאך פאר די זמן.
אויב ס'איז פאר די זמן, ווי אזוי האבן זיי געקענט זאגן ברכת יוצר, ס'איז דאך מפורש אין גמרא אז ס'איז דא א זמן פון ווען מ'קען שוין זאגן ברכת יוצר?
אויב עס איז געווען פארן זמן האבען זיי נישט געזאגט יוצא אור,י
אבער וואס איז שווער איז אז מען האט נישט געשחט'ן דעם תמיד פאר עס איז געווען האיר השחר איז פארוואס זאגט די גמרא אין יומא לז: אז די וואס האבען געזאגט ק"ש מיט די אנשי המשמר האבען נישט יוצא געווען ווייל זיי האבען געליינט צו פרי, דא ברענגט די גמ' אמר להם הממונה וכו' זאגט דא רש"י ועבודה בשביל העבודה שעשו היו מברכין אחריה אויב מען האט שוין געטועהן די עבודה איז שוין געווען טאג?י
עס קען זיין אז איך כאפ נישט דא עפעס אבער עס איז אביסעל נישט קלאר
משכילאויב עס איז געווען פארן זמן האבען זיי נישט געזאגט יוצא אור,
ס'איז משמע אז האבן יא געזאגט יוצר אור, נאר נישט על הסדר, דהיינו נאך אהבה רבה, אדער נאך עשרת הדברות
משכיל אויב מען האט שוין געטועהן די עבודה איז שוין געווען טאג?
טאג יא, אבער נישט "משיכיר", וואס פעלט אויס צו קענען קרי"ש מטעם "וראיתם אותו"
די גמרא זאגט מפורש אויף דף יב. או דלמא האי דלא אמרי יוצר אור משום דלא מטא זמן יוצר אור וכי מטא זמן יוצר אור הוו אמרי
משכילדי גמרא זאגט מפורש אויף דף יב. או דלמא האי דלא אמרי יוצר אור משום דלא מטא זמן יוצר אור וכי מטא זמן יוצר אור הוו אמרי
כ'פארשיי, אבער לויט די צד אז ברכות אין מעכבות היינו "סדר ברכות"?
ונבנתה העיר
--------
מזמור לדוד בברחו מפני אבשלום בנו מזמור לדוד קינה לדוד מיבעי ליה אמר ר' שמעון בן אבישלום משל למה הדבר דומה וכו'.
עס איז א פלא'דיגער ענין אז דער בעל המימרא הייסט ר' שמעון בן 'אבישלום'.
.
אין מהר"ץ חיות אין ב"מ דף כג (דוכט זיך) שרייבט ער, אז די אמוראים וואס האבן נאר געזאגט איינצעלנע מימרות, זענען גערופן געווארן על שם די מימרות. ווען איך האב געלערנט די גמרא האב איך פארשטאנען אז דער בן אבישלום, איז על שם דער מימרא.
ב"מ כה. לגבי מה שאומר הגמ' שם ר' יצחק מגדלאה והוא שעשוין כמגדלים נ"ב הרבה אמוראים אם לא נזכרו דבריהם בבית המדרש רק בהלכה אחת היו מכנים שמם בביהמ"ד בתואר שם הלכה הזאת
אז משכיל לערנט דעם דף האביך נישט וואס אריינצורעדן....
כה לחי!
משכילב"מ כה. לגבי מה שאומר הגמ' שם ר' יצחק מגדלאה והוא שעשוין כמגדלים נ"ב הרבה אמוראים אם לא נזכרו דבריהם בבית המדרש רק בהלכה אחת היו מכנים שמם בביהמ"ד בתואר שם הלכה הזאת
גערעכט, דאס האב איך געמיינט
שוין יאהרן וואס איך וואונדער זיך אויף דעם מהר"ץ חיות, ר' יצחק מגדלאה ווערט דערמאנט כמה פעמים אין ש"ס [אויב געדענק איך גוט איז איינע פון זיי אין מס' מגילה].
חשבתי על הברכה שמברכין משמר הנכנס את משמר היוצא שישכון שלום ביניהם, שאנשי המשמר היו עובדים יחד שבוע שלימה ובודאי נפגע אחד מהם אישית בעניני הכבוד וכו' לכן תיקנו שאלו הנכנסים יברכו את היוצאים ואגב זה רמז גם להנכנסים שיהיו נזהרים שלא יפגעו אחד בחבירו וכו'
דף י' ע"ב:
א"ר מני גדול הקורא ק"ש בעונתה יותר מהעוסק בתורה מדקתני הקורא מכאן ואילך [נאך זמן קר"ש] לא הפסיד כאדם הקורא בתורה מכלל דקורא בעונתה עדיף.
וואס איז די ראי' אז עס איז מער ווי א עוסק בתורה, אפשר איז א קורא בעונתה עדיף ווייל ער האט ביידע סיי קר"ש בעונתה און סיי אז ער איז א קורא בתורה?
משכילחשבתי על הברכה שמברכין משמר הנכנס את משמר היוצא שישכון שלום ביניהם, שאנשי המשמר היו עובדים יחד שבוע שלימה ובודאי נפגע אחד מהם אישית בעניני הכבוד וכו' לכן תיקנו שאלו הנכנסים יברכו את היוצאים ואגב זה רמז גם להנכנסים שיהיו נזהרים שלא יפגעו אחד בחבירו וכו'
די ברכה האבן די יוצאים געזאגט פאר די נכנסים, אבער די ווארט קען מען נאכאלץ זאגן.
וואס איז די ראי' אז עס איז מער ווי א עוסק בתורה, אפשר איז א קורא בעונתה עדיף ווייל ער האט ביידע סיי קר"ש בעונתה און סיי אז ער איז א קורא בתורה?
טאקע דערפאר איז בעונתה "עדיף" ווייל ער האט ביידע מצות.
משכילחשבתי על הברכה שמברכין משמר הנכנס את משמר היוצא שישכון שלום ביניהם, שאנשי המשמר היו עובדים יחד שבוע שלימה ובודאי נפגע אחד מהם אישית בעניני הכבוד וכו' לכן תיקנו שאלו הנכנסים יברכו את היוצאים ואגב זה רמז גם להנכנסים שיהיו נזהרים שלא יפגעו אחד בחבירו וכו'
בערך אזוי, באקאנט די מעשה אין יומא, שניהם שעלו בכבש. אוודאי אז א פארצוווייגטע משפחה נעמט איבער די הנהגה אין בית המקדש פאר א גאנצע וואך, שטעל דיך פאר וויפיל סייעתא דשמיא זיי דארפען אז ס'זאל זיין שלום ביניהם.
קאווע טרינקערוואס איז די ראי' אז עס איז מער ווי א עוסק בתורה, אפשר איז א קורא בעונתה עדיף ווייל ער האט ביידע סיי קר"ש בעונתה און סיי אז ער איז א קורא בתורה?
טאקע דערפאר איז בעונתה "עדיף" ווייל ער האט ביידע מצות.
די גמרא זאגט דאך אז קורא בעונתה איז עדיף פון קורא בתורה, ווי קען מען זאגן אז ס'איז ווייל ער האט ביידע?
עדיף פון "נאר א עוסק בתורה".
קאווע טרינקערעדיף פון "נאר א עוסק בתורה".
הוא אשר דברנו, די גמרא זאגט דאך נישט "נאר".
היינט האב איך געלערנט די נעכטיגע גמרא, דף יב ע"א. אז מען איז יוצא אויב מען מאכט ברכת הלחם על תמרים. איך האב פארשטאנען אז מען רעדט פון 'המוציא', און אזוי האט דער מגי"ש געזאגט. און איינער ביים שיעור האט אריינגעפרעגט ווי קומט "המוציא לחם" צו תמרים, ווי קען מען עס זאגן אויף טייטלען?
ביים דאווענען האב איך באמערקט אין ארטסקרול ווי ער ברענגט פון די ראשונים אז מען רעדט פון ברכה אחרונה, אז מען האט געזאגט 'הזן' אויף טייטלען, אנשטאט 'על העץ'.
אויב געדענק איך גוט שטייט עס קלאר אין רש"י.
זאג דעם מגי"ש אז מען דארף זיך פארקוקן מיט רש"י.
ונבנתה העיראויב געדענק איך גוט שטייט עס קלאר אין רש"י.
זאג דעם מגי"ש אז מען דארף זיך פארקוקן מיט רש"י.
איך זעה וואסערע רש"י די מיינסט, אבער פון רש"י אליינס איז עס נישט אזוי קלאר.
ברכת התמרים על העץ ועל פרי העץ אינה עולה לברכת הלחם.
וואס איז נישט קלאר?
דף טו עמוד א'. חסידים גלייבן נישט אין רבא?
כ'האב זיך היינט פארלערנט אריין אינעם מארגענדיגען דף, אפאר שורות.
גלייבט מיר איך בין נאך אלץ אויפגעשוידערט
א מורא'דיגע גמרא.
א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כל הנפנה ונוטל ידיו ומניח תפילין וקורא ק"ש ומתפלל מעלה עליו הכתוב כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן דכתיב "ארחץ בנקיון כפי ואסובבה את מזבחך ה'. א"ל לא סבר לה מר כאילו טבל דכתיב ארחץ [בנקיון] ולא כתב ארחיץ [כפי]?
הייסט דאס אז חסידים וואס זענען מאריך מיט הכנות, לייגן תפילין, ליינען קריאת שמע, שמונה-עשרה, און דאך גייען זיי אין מקוה, פארוואס? זיי גלייבען נישט אין די גמרא?
קאווע טרינקערכ'האב זיך היינט פארלערנט אריין אינעם מארגענדיגען דף, אפאר שורות.
גלייבט מיר איך בין נאך אלץ אויפגעשוידערט
א מורא'דיגע גמרא.
א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כל הנפנה ונוטל ידיו ומניח תפילין וקורא ק"ש ומתפלל מעלה עליו הכתוב כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן דכתיב "ארחץ בנקיון כפי ואסובבה את מזבחך ה'. א"ל לא סבר לה מר כאילו טבל דכתיב ארחץ [בנקיון] ולא כתב ארחיץ [כפי]?
הייסט דאס אז חסידים וואס זענען מאריך מיט הכנות, לייגן תפילין, ליינען קריאת שמע, שמונה-עשרה, און דאך גייען זיי אין מקוה, פארוואס? זיי גלייבען נישט אין די גמרא?
ווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.
דף י"ב ע"א
היינט האמיר געלערנט די גמרא ווי אברם איז געווארן אברהם, און יעקב איז געווארן ישראל.
יצחק האט נישט באקומען א נייע נאמען. די איינציגסטע פון די אבות. די הסבר זאגט ר' ניסים גאון [אין די זייט פון די גמרא] ווייל די נאמען יצחק האט דער באשעפער אליינס געגעבן. [און ער רעכנט אויס נאך 3 נעמען וואס דער באשפער האט געגעבן, צווישן זיי 'שלמה'].
ווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.
טהרה? פארוואס זענען די חסידים אזוי טמא, אז ס'פעלט זיי אויס טעגליכע טהרה?
איינער וואס רופט אברהם - אברם, איז עובר בעשה וגם לא תעשה. אבער ווער עס רופט ישראל - יעקב, דאן נישט. ווי מען זעט אז דער באשעפער האט אים אליינס גערופן שפעטער יעקב. [און אזוי דערמאנן מיר זכותו אין תחילת שמו"ע, אלקי יעקב].
פארוואס טאקע נישט? פארוואס אברהם איז די אלטע נאמען אינגאנצן אוועקגעפאלן, אבער יעקב (-כ'מיין ישראל) נישט?
קאווע טרינקערווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.
טהרה? פארוואס זענען די חסידים אזוי טמא, אז ס'פעלט זיי אויס טעגליכע טהרה?
האסט נישט פארשטאנען וואס כ'געזאגט. די סגולה פון כאילו טבל העלפט נאר פאר איינער וואס וואשט זיך לנקיון. פאר איינער וואס וואשט זיך לשם טהרה, פאר אים איז נישט כאילו טבל און דערפאר דארף ער אויך גיין אין מקוה.
קאווע טרינקערווייל חסידים וואשן זיך לשם סגולה (טהרה) נישט לשם נקיון, און אין פסוק שטייט דאך ארחץ בנקיון כפי.
טהרה? פארוואס זענען די חסידים אזוי טמא, אז ס'פעלט זיי אויס טעגליכע טהרה?
פרעגסט פארוואס חסידים גייען יעדען טאג אין מקוה?
די חסידישע ספרים זענען פול דערפון. [אין אנדערע ווערטער: וואס פונקטליך באדערט דיר?]
קורץ און שארףהיינט האמיר געלערנט די גמרא ווי אברם איז געווארן אברהם, און יעקב איז געווארן ישראל.
יצחק האט נישט באקומען א נייע נאמען. די איינציגסטע פון די אבות. די הסבר זאגט ר' ניסים גאון [אין די זייט פון די גמרא] ווייל די נאמען יצחק האט דער באשעפער אליינס געגעבן. [און ער רעכנט אויס נאך 3 נעמען וואס דער באשפער האט געגעבן, צווישן זיי 'שלמה'].
יאגט אייך צו, מיט'ן דף היומי.
עכ"פ, ס'איז א גוטע הערה.
אגב, אויבן זאגט די גמרא אז "ראובן" על שם "ראו מה בין בני וכו'."
מאי שנא פון אלע שבטים וואס די גמרא דרש'נט נישט נאך א טעם אויפן נאמען בנוסף וואס ס'איז מפורש אין פסוק?
איז דא א גר"א: ווייל ביי אלע שבטים שטייט קודם די טעם פון די נאמען, און ערשט נאכדעם דער נאמען זעלבסט. משא"כ ביי ראובן, שטייט קודם "ותקרא שמו ראובן", כי ראה ה' בעניי, ע"כ איז משמע אז ס'איז דא נאך א טעם פאר ראובן'ס נאמען.
פרעגסט פארוואס חסידים גייען יעדען טאג אין מקוה?
די חסידישע ספרים זענען פול דערפון. [אין אנדערע ווערטער: וואס פונקטליך באדערט דיר?]
חסידישע ספרים זענען פול מיט וואס?
מיט ענינים אן קיין סברות?
קורץ און שארףאיינער וואס רופט אברהם - אברם, איז עובר בעשה וגם לא תעשה. אבער ווער עס רופט ישראל - יעקב, דאן נישט. ווי מען זעט אז דער באשעפער האט אים אליינס גערופן שפעטער יעקב. [און אזוי דערמאנן מיר זכותו אין תחילת שמו"ע, אלקי יעקב].
פארוואס טאקע נישט? פארוואס אברהם איז די אלטע נאמען אינגאנצן אוועקגעפאלן, אבער יעקב (-כ'מיין ישראל) נישט?
זייער פשוט, ווייל אז מ'ווערט אב-המון-גוים, איז שוין אב-ארם אין כלל
קאווע טרינקערפרעגסט פארוואס חסידים גייען יעדען טאג אין מקוה?
די חסידישע ספרים זענען פול דערפון. [אין אנדערע ווערטער: וואס פונקטליך באדערט דיר?]
חסידישע ספרים זענען פול מיט וואס?
מיט ענינים אן קיין סברות?
מיט טעמים פארוואס מען זאל גיין אין מקוה יעדען טאג, אפילו מען ברויך עס נישט פאר טבילת עזרא. [האסט טאקע נישט געוואוסט וואס איך מיין?].
איך גיי ברענגען עטליכע מראה מקומות, סאררי איך האב נישט קיין געדולד יעצט מאריך זיין דערין.
ובזה החלי:
אור זרוע מס' ברכות סי' קיב.
חקל יצחק פר' מצורע.
שו"ת תפארת נפתלי (להגה"ק משארמאש) יש לו תשובה בענין זה, שבחורים ילכו בכל יום [שכחתי איזה סימן].
וז"ל השל"ה הק': "ואשרי אדם שמרגיל את עצמו תמיד בטבילת המקוה שאז נטהר מכמה טומאות".
מיט טעמים פארוואס מען זאל גיין אין מקוה יעדען טאג, אפילו מען ברויך עס נישט פאר טבילת עזרא. [האסט טאקע נישט געוואוסט וואס איך מיין?].
איך גיי ברענגען עטליכע מראה מקומות, סאררי איך האב נישט קיין געדולד יעצט מאריך זיין דערין.
ובזה החלי:
אור זרוע מס' ברכות סי' קיב.
חקל יצחק פר' מצורע.
שו"ת תפארת נפתלי (להגה"ק משארמאש) יש לו תשובה בענין זה, שבחורים ילכו בכל יום [שכחתי איזה סימן].
וז"ל השל"ה הק': "ואשרי אדם שמרגיל את עצמו תמיד בטבילת המקוה שאז נטהר מכמה טומאות".
כאילו "תקנת עזרא" איז נאך היינט צו טאגס א חיוב.
אור זרוע, של"ה, שו"ת תפארת נפתלי. זענען נישט קיין חסידישע ספרים.
און פארוואס איז מען געגאנגען אין מקוה פאר די חקל-יצחק תקופה?
לאמיר נישט מאכן דא קיין מקוה-שמועס, זאל יעדער טוהן וואס ער וויל.
צוריק צו דף היומי.
נאר אויסצוקלארן: רש"י זאגט אז 'פרקדן' מיינט ליגן אויפן רוקען.
ס'מיר סתם געווען אינטערעסאנט דעם זאץ אין י"ח ע"ב:
בואי ונשוט בעולם ונשמע מאחורי הפרגוד מה פורענות בא לעולם אמרה לה חברתי הניחני דברים שביני לבינך כבר נשמעו בין החיים.
ווייסט איר שוין וואס גייט פאר מאחורי הרפגוד?