☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

301 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6135
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

בת קול » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:39 pm

· #411117
שמעקעדיג
בת קול
א קינד אינטער 18 קען נישט ליגאל געבן הסכמה פאר א סיבה! זייער מח איז נאכנישט אנטוויקלט גענוג צו קענען זעהן אז עס וועט זיי שאטן, אדער חרטה האבן.

אמת, אבער מערקווירדיג די נייעס פון די וואך:

<a class="postlink" href="https://www.yahoo.com/lifestyle/man-tied-sexually-assaulted-14-153206806.html">https://www.yahoo.com/lifestyle/man-tie ... 06806.html</a>


אויב דו ליינסט מער ווי דעם קעפל, ברענגען זיי ארויס אז דער דשאדזש האט שוין מערערע מאל געפסקנט לטובה פאר סעקס אפענדערס און ס'דא וואס האלטן ער זאל פארלאזן זיין אמט.

זיידי באם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:40 pm

· #411119
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בח
סמבטיון
איך וויל פרעגן אזא שאלה, ווען צוויי בחורים שפילן זיך ארום און עושים מעשה נחום, איינער איז שיעור א' און איינער איז שיעור ב' , דארף עס צו הייסן אז דער עלטערער מאלעסטעד יעצט דעם יונגערן?
אויב איז יענער עלטער הייסט עס אז יא.

קורקלענד » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:32 pm

· #411122
@יין שרף. ער רעדט פון א מיידל. ביי א בחור איז מעגלעך אנדערש. ער איז מדמה א קלייניקייט ווי אויפדעקן אביסל די מיידל'ס קלייד צו א פאל אין די תורה פון בעילה אריסה, ס'נישט קיין שום פארגלייך... די תורה רופט נישט א פאל פון אויפהייבן א מיידל'ס קלייד (אביסל) רציחה. פאר רציחה איז משמע פעלט אויס א בעילה. אויך זאגט ער אז די קאנסעקווענצן זענען צוקונפֿטיגע מעגליכקייטן אז די וויקטים'ס שטיב וועט צופאלן (אין ערגסטן פאל) אדער וועט עס סתם נישט זיין פּערפעקט (וועמענס איז יא?).

לדעתי איז וויכטיג צו פינאנדער שיידן מאלעסטעישן און א פאל פון א בעילה. ס'איז צוויי באזונדערע זאכן וואס טאר נישט ווערן געמישט. לעצטנס האט מען אנגעהויבן רעדן פון מאלעסטעישן כאילו....

אויך זאגט ער אז די ריכטיגע מעטאדע צו היילן איינער וואס איז אזאנס אדורך איז צו רעדן דערפון, אויב אזוי איז אפשר כדאי אז מ'זאל מער רעדן פון די סוביעקט וועט עס נישט אויס קלאפן אזוי שווער אין אונזער געזעלשאפט.

בנוגע ארעסטירן א מאלעסטער רעדט ער פון אזא איינער וואס שטעלט איין די אלגעמיינע המון עם וואס איז אזא איינער וואס גייט ארום כסדר מאלעסטן. למעשה אבער צייגן סטאטיסטיקס אז רוב (כמעט אלע) מענטשן וואס ווערן מאלעסטעד, רעדט זיך עס פון א מאלעסטער וואס האט נישט מאלעסטעד אנדערע. ווי אויך איז עס געווענליך א נאענטער קרוב אדער איינער וואס דרייט זיך צוזאמען מיט די משפּחה אפט. אזא איינער איז בדרך־כלל נישט קיין פראבלעם פאר די אלגעמיינע געזעלשאפט, דעריבער איז עס נישט קיין פארגלייך צו די ביישפיל וואס ער לייגט אראפ. ווען איינער ווערט מאלעסטעד פון אזא איינער וואס מאלעסט רעכטס און לינקס האט עס בדרך־כלל נישט די זעלבע פסיכאלאגישע אפעקט ווי פון די אנדערע סארט.

דער טעראפיסט וועט מען דארפן הערן אן אנדער מאל.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:00 am

· #411127
זיידי באם
יא אוואדאי האסטי געהערט אזאנס דאס איז וואס לייג אוועק א בחור ער פארהרגעט עם זיין לעבן פאר א סיבה איז דא אזא הארבע שטראף דערפאר איך פערסענאל אויב וואלט איך געהערט אז איינער רירט אן א בחור זאל עס זיין די גרעסטע צדיק אויפן וועלט וואלט געלאפן צי די פאליציי זאל זיין פאשקעווילן און אלע גאסן אויף מיר געהערט אזאנס מפרעגט נאך אויב מזל גיין?
א נארמאלע שאלה דאס???
איך בין ערשטירט אז עס איז בכלל א פראגע....

ווען איר הערט אז איינער האט צוגערירט, מיינט נישט אז ס'האט פאסירט, מ'דארף זיין זייער נזהר.

זיידי באם » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 6:39 am

· #411137
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בח
קורקלענד
זיידי באם
יא אוואדאי האסטי געהערט אזאנס דאס איז וואס לייג אוועק א בחור ער פארהרגעט עם זיין לעבן פאר א סיבה איז דא אזא הארבע שטראף דערפאר איך פערסענאל אויב וואלט איך געהערט אז איינער רירט אן א בחור זאל עס זיין די גרעסטע צדיק אויפן וועלט וואלט געלאפן צי די פאליציי זאל זיין פאשקעווילן און אלע גאסן אויף מיר געהערט אזאנס מפרעגט נאך אויב מזל גיין?
א נארמאלע שאלה דאס???
איך בין ערשטירט אז עס איז בכלל א פראגע....

ווען איר הערט אז איינער האט צוגערירט, מיינט נישט אז ס'האט פאסירט, מ'דארף זיין זייער נזהר.
הונדערט פערצענט אבער ער ווערט אפעקטירט אויף א גאנצען אנדערען אופן אויך ווייל ביי עם און קאפ קומען אריין נייע הסגות אום עס שפילט אים און קאפ און ער קען מער קיינמאל קאנסעטרירן ווי עס באדארף צי זיין......

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 12:17 pm

· #411268
שמעקעדיג
בת קול
א קינד אינטער 18 קען נישט ליגאל געבן הסכמה פאר א סיבה! זייער מח איז נאכנישט אנטוויקלט גענוג צו קענען זעהן אז עס וועט זיי שאטן, אדער חרטה האבן.

אמת, אבער מערקווירדיג די נייעס פון די וואך:

<a class="postlink" href="https://www.yahoo.com/lifestyle/man-tied-sexually-assaulted-14-153206806.html">https://www.yahoo.com/lifestyle/man-tie ... 06806.html</a>

סתם פאר אינטערסאנקייט, אויף וואס איז באזירט די מעדזשיק נאמבער 18 וואס א מינוט פארדעם איז ער/זי ממש אן אונס, און א מינוט נאכדעם ווערט שוין זיין מוח גענוג אנטוויקעלט אויף צו געבן קאנסענט.

אסאך ערליכע אידן האבן חתונה געהאט אנדערעידזש (איך האב א חבר וואס האט חתונה געהאט ביי די 16) מען קען זיי אלע ארעסטירן?

בת קול » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:30 pm

· #411280
ווענד זיך אין וועלכע סטעיט.

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:46 pm

· #411281
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בח
בת קול
ווענד זיך אין וועלכע סטעיט.
ווענד זיך אין די מענטש.
ס'דא מענטשן וואס ווערן נישט אנטוויקלט און אפילו ביי די אכטצן טאר מען נישט מיט זיי נישט האבן.
ווידעראום זענען פארהאן יונגע וואס ווערן אנטוויקלט ביי א אינגע עלטער וואס עס וועט זיי נישט אפעקטירן אונטער אכטצן.
די נומער אכטצן איז א גיידליין וואס פסיכאלאגן האבן באשטעטיגט אז דעמאלט זענען אלע נארמאלע מענטשן שוין גענוג אנטוויקלט.

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:43 pm

· #411306
קל וחומר
בת קול
ווענד זיך אין וועלכע סטעיט.
ווענד זיך אין די מענטש.
ס'דא מענטשן וואס ווערן נישט אנטוויקלט און אפילו ביי די אכטצן טאר מען נישט מיט זיי נישט האבן.
ווידעראום זענען פארהאן יונגע וואס ווערן אנטוויקלט ביי א אינגע עלטער וואס עס וועט זיי נישט אפעקטירן אונטער אכטצן.
די נומער אכטצן איז א גיידליין וואס פסיכאלאגן האבן באשטעטיגט אז דעמאלט זענען אלע נארמאלע מענטשן שוין גענוג אנטוויקלט.


אויב ס'איז סייענטיפיש באזירט, וואס איך די פשט אז סטעיטס פארמאגן אנדערע געזעצן.

למשל אין מיסיסיפי קען א מיידל חתונה האבן אין די רשות פון די עלטערן שוין ביי די 15, זענען די פיסכיאלאגן אין מיסיסיפי אנגעקומען צו אן אנדערע מסקנה פון די חברה אין ניו יארק?

אויב זאל מען ביי יעדע פון אזא סארט קעיס, עכט צונעמען דעם בחורל/מיידל און דערגיין צו זיי זענען באמת געווען געצווינגען, אדער זיי האבן למעשה יא געגעבן קאנסענט, נאר די סטעיט רופט דאס 'טעכניש' נישט קיין קאנסענט, וועט אויסקומען אז אסאך קעיסעס ווערט אומיושרדיג פאראורטיילט נאר צוליב די פאקט אז זיי ווילן דאס נישט אנערקענען אלץ קאנסענט.

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:58 pm

· #411311
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בח
יעקב מענטש
קל וחומר
בת קול
ווענד זיך אין וועלכע סטעיט.
ווענד זיך אין די מענטש.
ס'דא מענטשן וואס ווערן נישט אנטוויקלט און אפילו ביי די אכטצן טאר מען נישט מיט זיי נישט האבן.
ווידעראום זענען פארהאן יונגע וואס ווערן אנטוויקלט ביי א אינגע עלטער וואס עס וועט זיי נישט אפעקטירן אונטער אכטצן.
די נומער אכטצן איז א גיידליין וואס פסיכאלאגן האבן באשטעטיגט אז דעמאלט זענען אלע נארמאלע מענטשן שוין גענוג אנטוויקלט.


אויב ס'איז סייענטיפיש באזירט, וואס איך די פשט אז סטעיטס פארמאגן אנדערע געזעצן.

למשל אין מיסיסיפי קען א מיידל חתונה האבן אין די רשות פון די עלטערן שוין ביי די 15, זענען די פיסכיאלאגן אין מיסיסיפי אנגעקומען צו אן אנדערע מסקנה פון די חברה אין ניו יארק?

אויב זאל מען ביי יעדע פון אזא סארט קעיס, עכט צונעמען דעם בחורל/מיידל און דערגיין צו זיי זענען באמת געווען געצווינגען, אדער זיי האבן למעשה יא געגעבן קאנסענט, נאר די סטעיט רופט דאס 'טעכניש' נישט קיין קאנסענט, וועט אויסקומען אז אסאך קעיסעס ווערט אומיושרדיג פאראורטיילט נאר צוליב די פאקט אז זיי ווילן דאס נישט אנערקענען אלץ קאנסענט.
עס האט אויך אסאך צו טוהן מיטן קולטור און די אנגענומענע ווירדן.
אמאליגע צייטן ווען עס איז געווען אפיציעל צו חתונה האבן יונג האט עס נישט געשאדט ווייל מען האט שוין אנגעגרייט די קינדער פון יונגווייז.

וועגן דיין צווייטע פראגע; מעג מען אריבערפארן א רעדלייט צוויי אזייגער ביינאכט ווען ס'נישט דא קיין בריה אויף די גאסן?

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 5:18 pm

· #411313
לגבי די ערשטע בין איך דן צו ס'איז פעסטגעשטעלט סייענטיפיקלי אז אונטער אכצן איז מען נאכנישט גרייט צו די חתונה, און אויב יא איז אינטערסאנט אז סטעיטס זאלן האבן אנדערע געזעצן איבערדעם, ווילסטו זאגן אז אין מיסיסיפי האט דער עולם חתונה פירער, במילא האט די סורוועי וואס האט באאיינפלסט זייער חתונה געזעץ געוויזן א פריערע יארגאנג?

לגבי די צווייטע, אבסאלוטלי אז מ'מוז פאלגן דעם געזעץ, אבער ווען מ'איז דן איינעם אויף אים צו געבן תפיסה, איז נישט גענוג און איז זייער אומיושרדיג צו קוקן אויף די 'טעכנישע' געזעץ, די פראסעקיוטער און ריכטער האבן א פליכט צו זעהן צו יענער איז 'באמת' באגאנגען אן עוולה פון א מאראלישן שטאנדפונקט. ס'איז נישט מיין אייגענע מיינונג, דאס איז דער אנגענומענע כלל אין די געריכט הייזער, וועגן דעם איז מען ווייכער מיט איינעם וואס איז א פוירסט טיים אפענדער וכו'

בית יוסף » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:07 pm

· #411680
וואס איך וויל פארשטיין איז, מילא א מענטש רירט אן א ינגל אקעגן זיין ווילן, אבער אז צוויי אדאלטס ווילן האבן פאן, פארוואס מישט זיך די גאוועמענט אריין?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:28 pm

· #411683
בית יוסף
וואס איך וויל פארשטיין איך מילא א מענטש רירט אן א ינגל קעגן זיין ווילען א בער אז צוויי אדאלט ווילען האבן פאן פארןןאס מישט זיך די גוועמענט א ריין

וואו קומט עס אריין דא? דו פארסט אריין אין די נושא פון classical liberalism/libertarianism.

בית יוסף » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 3:59 pm

· #411686
איך האב עס נישט געהאט ווי צו לייגן.
איך בין זייער נייגעריג וואס איז די פוינט זיי זאלען זיך אריינמישן, נו ברבים פארשטיי איך, אבער א מענטש מיט א צווייטן, וועמען גייט עס אן?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:04 pm

· #411688
איך האלט פונקט ווי דיר אז ס'האט נישט קיין שום פשט, אפשר באלאנגט עס אין די אשכול.

זיידי באם » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 10:34 pm

· #411710
בית יוסף
וואס איך וויל פארשטיין איז, מילא א מענטש רירט אן א ינגל אקעגן זיין ווילן, אבער אז צוויי אדאלטס ווילן האבן פאן, פארוואס מישט זיך די גאוועמענט אריין?

ווייל עס איז דא איינער וואס מיז עס אפשטעלן עס מיז האבן א לימיט עס קען נישט זיין ווי מוויל מיט וועם מוויל אויב איז נישטא קיין ראולס איז נישטא קיין נארמאלקייט אויב גייט מען נישט מאכן באגרעניצן גייט עס געשען און פאבליק מגייט אסאך אסאך מער הערן פון געצווינגען וכו'... וכו'...

עס האט אסאך סייד עפעקטס...

זאפטיג » מיטוואך מערץ 20, 2019 10:34 am

· #426873
יעדער איינער זאגט דא
וואלט עס געוועזן מיין זין וואלט איך...
מען קאן קיין מענטש ניט דן זיין בכלל

געהערט נאכזאגן פון אפאר מענטשן: וואלט עס געווען מיט מיין זין וואלט איך דעם אינגערמאן אראפגעשניטן דער מעשה... נו נו

איך האב בכללות אן אנדערע נקודה דא
דעם אלטע דור איז געווען ציגעוואוינט צי דענידערן און משפיל זיין ווער עס נאר געעוען מעגליך בבחינת גיבור על החלוש
איך זאג היינט מיינע חברה אז א מענשט נישט קיין חיולק אלטע איד אינגערמאן וכו' וויל דיך אויסנוצן ''בחור! גיי מאכמיר א קאווע! בחור מאך צי דאס פענסטער'' וכדו' טיה מאך גיי שטיי נישט דא....
זאלסטו געדענקן און וויסן אז די ביסט גארנישט מחוייב קיינער אין דער וועלט מעג דיך אויסנוצן פאר סיי וואס!! און די קענסט דיך אדער אויסועלן צי מאכן א טובה פאר א איד אדער קענסטו זאגן איידל זייטס מוחל איך האב נישט קיין צייט יעצט אדער איך וויל מיך נישט קריגן מיט אנדערע אידן וואס ווילן די פענסטער אפען אז איר ווילט מאכט דאס אליינס וכו'
סע נישט קיין חוצפה זיך נישט צי לאזן פון יעדער אביוזער
און אטאמאטיש ואידך זיל גמור

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 1:20 am

· #552396
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
איך ווייס נישט צו ס'באלאנגט אין די אשכול.
די וואך שבת איז אין בתי מדרשים אין וויליאמסבורג (ראדני ועוד) נאכאמאל געהאנגן צעטלעך קעגן די מנובל הידוע משה זכרי' (חזרי') ראזנבוים מיט א בילד פון אים, אז מ'זאל אנווארענען די קינדער צו שטיין ווייט פון אים, און אז אויב מ'זעהט אים אין א ביהמ"ד זאל מען שרייען צא טמא וכו'
איך בין נייגעריג צו ס'געווען עפעס פרישע מעשיות מיט אים אדער ס'נאך א המשך פון די אלטע מערכה

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 3, 2024 1:56 am

· #552397
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
ווער איז דער ראזענבוים? בחור, אינגערמאן, עלטערע איד?

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 2:01 am

· #552400
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
קיינמאל געהערט פון אים?
ער איז א אינגערמאן, לכאו' שוין פערציג אדער הויכע דרייסיגער'ס, זיין טאטע האט א ביהמ"ד נאנאש אויף דיוויזשאן עוו.
זיין געוועזענע ווייב האט זיך נעבעך גענומען דאס לעבן ל"ע.

ער האט א אלטע רעקארד פון מאלעסטעישן זייענדיג א סובסיטוט אין סאטמאר חדר,פאפא ביהמ"ד, ועוד. א שיינע פאר יאר צוריק האבן עסקנים געפירט א מערכה מיט אים ער איז דעמאלטס אנטלאפן קיין ארץ ישראל וואו ער האט געעפנט א ביהמ"ד. למעשה האט מען אים דארט אויך געכאפט און איינגעזעצט, איז ער יעצט צוריקגעקומען דא און דרייט זיך אין וויענע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

א פשוטע יוד » זונטאג מערץ 3, 2024 2:06 am

· #552401
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
לויפן צי די פאליס גלייך איז טאקע נישט די עצה אבער פאקטיש זענען דא יונגעלייט אויך עלטערע בחורים וואס סאיז שוין געווען מעשיות און אסאך חשדות און מהאט גארנישט געטוהן פארדעם וואס דעיס מאכט די מגיפה ערגער

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 3, 2024 2:11 am

· #552403
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
צומישט און צוחישט #
קיינמאל געהערט פון אים?
ער איז א אינגערמאן, לכאו' שוין פערציג אדער הויכע דרייסיגער'ס, זיין טאטע האט א ביהמ"ד נאנאש אויף דיוויזשאן עוו.
זיין געוועזענע ווייב האט זיך נעבעך גענומען דאס לעבן ל"ע.

ער האט א אלטע רעקארד פון מאלעסטעישן זייענדיג א סובסיטוט אין סאטמאר חדר,פאפא ביהמ"ד, ועוד. א שיינע פאר יאר צוריק האבן עסקנים געפירט א מערכה מיט אים ער איז דעמאלטס אנטלאפן קיין ארץ ישראל וואו ער האט געעפנט א ביהמ"ד. למעשה האט מען אים דארט אויך געכאפט און איינגעזעצט, איז ער יעצט צוריקגעקומען דא און דרייט זיך אין וויענע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

אוי וויי, נעבעך.
פאר אזא איינעם דארף מען קלאר מאכן אז אין פאל ער ווערט פארפלאנטערט מיט די געזעץ וועט ער באקומען סערט העלפן פון די משפחה און באקאנטע.
פאר זיין אייגענע טובה זאל ער זיך אוועקציען צו א פלאץ וואו ער שטייט נישט אויס גיין נסיונות. אפשר אן אלד עיזש האום.

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 2:14 am

· #552404
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
אויף די צעטל דעם שבת איז געשטאנען נעבעך אונטערגעשריבן:
פון צענדליגע אפגעבריטע עלטערן וואס זיצן יעצט אין טערעפי מיט זייערע קינדער וואס ער האט מטמא געווען

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 2:47 am

· #552407
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
[ציטאט אראפגענומען]
לפי ידיעתי איז ער נאך א גרוש
איך ווינדער זיך אויך אויף וויענע רב וויאזוי ער לאזט אים זיך דרייען דארט

לאכעדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 3:01 am

· #552410
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
נחום ראזענבערג רעדט פון אים כמעט א יעדע וואך
אויף זיין האט ליין.

ער זאגט אז נאך חזירים דרייען זיך אין וויען און דער סיבה דערצו איז ווייל וויען רב מאכט זיך צו די אויגן ווען ס'קומט צו די זאכן.

א פשוטע יוד » זונטאג מערץ 3, 2024 3:05 am

· #552411
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
א פשוטע יוד #
לויפן צי די פאליס גלייך איז טאקע נישט די עצה אבער פאקטיש זענען דא יונגעלייט אויך עלטערע בחורים וואס סאיז שוין געווען מעשיות און אסאך חשדות און מהאט גארנישט געטוהן פארדעם וואס דעיס מאכט די מגיפה ערגער
Mistake

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 3:26 am

· #552413
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
לאכעדיג #
נחום ראזענבערג רעדט פון אים כמעט א יעדע וואך
אויף זיין האט ליין.

ער זאגט אז נאך חזירים דרייען זיך אין וויען און דער סיבה דערצו איז ווייל וויען רב מאכט זיך צו די אויגן ווען ס'קומט צו די זאכן.
נחום איז שוין פארטיג מיט שפיטצער?

לאכעדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 3:39 am

· #552414
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
צומישט און צוחישט #
נחום איז שוין פארטיג מיט שפיטצער?
יא. ווייל די בחור און זיין טאטע ווילן נישט פרעסען קיין טשארזשעס.

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 4:28 am

· #552421
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
איז דאס דער ראזענבוים?

מען איז באקאנט און וואך איבער די שחיטות וואס ער באגייט,
ער איז איינפאך נאך לעבענדיג
און מען לאזט אים זיך ארומדרייען צווישן אונז פראנק און פריי.
בלויז איין דוגמא. רוצחים.
📎 Screenshot_20240303-034343.png

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 6:37 am

· #552426
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
.
📎 Screenshot_20240303-063559.png

נחום הסופר » זונטאג מערץ 3, 2024 9:14 am

· #552427
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
מ'ווייסט שוין י-א-ר-ן פון אים

א דורכפאל פון א קאמיונעטי אז דער מענטש דרייט זיך נאך אלץ ארום פראנק און פריי!

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מערץ 3, 2024 10:10 am

· #552431
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
נחום הסופר #
מ'ווייסט שוין י-א-ר-ן פון אים

א דורכפאל פון א קאמיונעטי אז דער מענטש דרייט זיך נאך אלץ ארום פראנק און פריי!
דער דורכפאל איז ווייל "מ'ווייסט" איז נישט קיין ווארט.
ווער ווייסט?
ווער דארף זעהן אז ער זאל זיך מער נישט ארומדרייען פראנק און פריי?
ווער איז אחראי?
חוץ די פאליציי, זעה איך נישט ווער עס איז שולדיג

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 11:00 am

· #552434
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
ענדליך, מ'רעדט שוין פון איינער וואס עסקנים זענען שוין געווען אין קאורט קעגן אים, ס'הענגט אפציעל צעטלעך אין ראדני מיט זיין פיקטשער, ער קען נישט אריינגיין אין רוב בתי מדרשים אין ווילאמסבורג,וכו'
אבער די סיסטעם-קאמיוניטי איז נאכאלץ שולדיג אין אלעם...
מ'קען טאקע נישט שמועסן דא פון גארנישט אהן באשולדיגן די סיסטעם?!

המאיר לארץ » זונטאג מערץ 3, 2024 11:40 am

· #552437
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
אסטראלאג #
.
ער האט א ברידער וואס זעהט אויס ווי אים?

חקרן » זונטאג מערץ 3, 2024 11:57 am

· #552439
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
יוסף דוד קרויס פון די וועד לייקנט דעם צעטיל, ער זאגט אז די וועד האט דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. לפי דבריו איז דאס איינער וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין אים. עס איז נישט באקאנט קיין מעשיות פון לעצטנס, מסתמא איז דאס איינער וואס האט א חשבון מיט אים פון יארן צוריק (אדער איז דאס יא א לעצטיגע מעשה און יענער האט גענומען די געזעץ אויף די אייגענע האנט, נוצנדיג דעם לוגו פון די וועד).

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 12:21 pm

· #552443
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
המאיר לארץ #
אסטראלאג #
.
ער האט א ברידער וואס זעהט אויס ווי אים?
איך ווייס נישט . נאר געהערט פון אים

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 1:14 pm

· #552455
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
חקרן #
יוסף דוד קרויס פון די וועד לייקנט דעם צעטיל, ער זאגט אז די וועד האט דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. לפי דבריו איז דאס איינער וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין אים. עס איז נישט באקאנט קיין מעשיות פון לעצטנס, מסתמא איז דאס איינער וואס האט א חשבון מיט אים פון יארן צוריק (אדער איז דאס יא א לעצטיגע מעשה און יענער האט גענומען די געזעץ אויף די אייגענע האנט, נוצנדיג דעם לוגו פון די וועד).
ס'האט געהאנגן אין ראדני אין די גלאז ווי נישט יעדער קען הענגן וואס ער וויל, לכאו' איינער מטעם הקהילה האט עס אויפגעהאנגן

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 1:16 pm

· #552456
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
המאיר לארץ #
אסטראלאג #
.
ער האט א ברידער וואס זעהט אויס ווי אים?
יא ער האט א ברודער וואס וואס קוקט אויס היבש אויס ווי אים, יענער איז א מעמבער אין @אסטראלאג'ס כת די הייליגע נטורי קרתא

יענקעל ג » זונטאג מערץ 3, 2024 5:04 pm

· #552544
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
חקרן #
יוסף דוד קרויס פון די וועד לייקנט דעם צעטיל, ער זאגט אז די וועד האט דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. לפי דבריו איז דאס איינער וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין אים. עס איז נישט באקאנט קיין מעשיות פון לעצטנס, מסתמא איז דאס איינער וואס האט א חשבון מיט אים פון יארן צוריק (אדער איז דאס יא א לעצטיגע מעשה און יענער האט גענומען די געזעץ אויף די אייגענע האנט, נוצנדיג דעם לוגו פון די וועד).
איך בין פין די יונגערע דור איז דא א וועד אין ווילאמסברג אזוי אין קרית יואל?
קיינמאל געהערט

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 5:16 pm

· #552545
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
צומישט און צוחישט #
המאיר לארץ #
אסטראלאג #
.
ער האט א ברידער וואס זעהט אויס ווי אים?
יא ער האט א ברודער וואס וואס קוקט אויס היבש אויס ווי אים, יענער איז א מעמבער אין @אסטראלאג'ס כת די הייליגע נטורי קרתא
נישט וואס איך ווייס. א בילד ביטע? אדער מאכסטו ליצנות?

מילך טראק » זונטאג מערץ 3, 2024 5:18 pm

· #552546
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
איש עברי #

מען דארף נעמען אין באטראכט אז די געזעץ וואס לייגט ארויף אזאנע הארבע שטראפן רעדט זיך פון א געמיינדע וואס טאמער איינער איז נישט צופרידן פון זיין ווייב קען ער נעמען א צווייטן, אז סשמעקט אים א זכר קען ער דאס אויך האבן, און עס איז נישט מעגליך אז א יונגער זאל עס ברצון טוהן מיט א ערוואקסענע מענטש
אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים.


דער וואס האט באשאפן די וועלט האט עס באשאפן מיט פראבלעמען און פאר די פראבלעמען האט ער האט א סאלושען.

זענען געקומען מענטשן וואס זיי זענען נישט געווען העפי מיט די סאלושען, האבן זיי עס עלימינירט.

צוויי » זונטאג מערץ 3, 2024 6:21 pm

· #552552
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
אמת.

און מ'דארף וויסן אז דאס איז בעצם אויך א זאך וואס דער אייבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט ס'זאל געשעהן בעיקבתא דמשיחא, ער האט זיינע חשבונות, ער ווארט נאר אז מיר זאלן זיין פעלזן פעסט אז ס'זאל אונז נישט אפעקטירן, און אויב ס'האט יא אפעקטירט, זאל מען זיך שטארקן, זיך אויפהייבן און גיין ווייטער און שטרעבן צום רצון השם.

נחום הסופר » זונטאג מערץ 3, 2024 6:39 pm

· #552554
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
צומישט און צוחישט #
ענדליך, מ'רעדט שוין פון איינער וואס עסקנים זענען שוין געווען אין קאורט קעגן אים, ס'הענגט אפציעל צעטלעך אין ראדני מיט זיין פיקטשער, ער קען נישט אריינגיין אין רוב בתי מדרשים אין ווילאמסבורג,וכו'
אבער די סיסטעם-קאמיוניטי איז נאכאלץ שולדיג אין אלעם...
מ'קען טאקע נישט שמועסן דא פון גארנישט אהן באשולדיגן די סיסטעם?!
אהובי ידידי, ס'האט שוין געהאנגען צעטלעך מיט זיין פיקטשער צען יאר צוריק אדער מער!

שמעון_ברוך » זונטאג מערץ 3, 2024 6:49 pm

· #552558
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
צומישט און צוחישט #
חקרן #
יוסף דוד קרויס פון די וועד לייקנט דעם צעטיל, ער זאגט אז די וועד האט דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. לפי דבריו איז דאס איינער וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין אים. עס איז נישט באקאנט קיין מעשיות פון לעצטנס, מסתמא איז דאס איינער וואס האט א חשבון מיט אים פון יארן צוריק (אדער איז דאס יא א לעצטיגע מעשה און יענער האט גענומען די געזעץ אויף די אייגענע האנט, נוצנדיג דעם לוגו פון די וועד).
ס'האט געהאנגן אין ראדני אין די גלאז ווי נישט יעדער קען הענגן וואס ער וויל, לכאו' איינער מטעם הקהילה האט עס אויפגעהאנגן
אזוי אויך אין די אנדערע סאטמארע בתי מדרשים (צד מהרז"ל) דארט אינעם קעסטל קען מען נאר הענגן אפיצילע מודעות דורך דעם שמש

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 6:51 pm

· #552559
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
אסטראלאג #
צומישט און צוחישט #
יא ער האט א ברודער וואס וואס קוקט אויס היבש אויס ווי אים, יענער איז א מעמבער אין @אסטראלאג'ס כת די הייליגע נטורי קרתא

נישט וואס איך ווייס. א בילד ביטע? אדער מאכסטו ליצנות?

געשיקט די נאמען אין אישי

אפטימיסטיש » זונטאג מערץ 3, 2024 9:03 pm

· #552572
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
צומישט און צוחישט #
חקרן #
יוסף דוד קרויס פון די וועד לייקנט דעם צעטיל, ער זאגט אז די וועד האט דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. לפי דבריו איז דאס איינער וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין אים. עס איז נישט באקאנט קיין מעשיות פון לעצטנס, מסתמא איז דאס איינער וואס האט א חשבון מיט אים פון יארן צוריק (אדער איז דאס יא א לעצטיגע מעשה און יענער האט גענומען די געזעץ אויף די אייגענע האנט, נוצנדיג דעם לוגו פון די וועד).
ס'האט געהאנגן אין ראדני אין די גלאז ווי נישט יעדער קען הענגן וואס ער וויל, לכאו' איינער מטעם הקהילה האט עס אויפגעהאנגן
דו שרייבסט בלשון עבר: "ס'האט געהאנגען" אין ראדני, איז דאך משמע אז אצינד הענגט עס שוין מער נישט. שטעלט זיך א קושיא: ווער האט דאס אראפגעפליקט?, ס'הענגט דאך אינעם גלאז ווי נישט יעדער קען אראפרייסן וואס ער וויל, לכאורה אויכעט איימיצער מטעם הקהילה?!, הוא מותיב לה והוא מפרק לה?

שמעון_ברוך » זונטאג מערץ 3, 2024 9:40 pm

· #552585
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
סאטמאר קליימער הענגט נאך יעצט.

צומישט און צוחישט » זונטאג מערץ 3, 2024 10:54 pm

· #552594
Re: דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
אפטימיסטיש #
צומישט און צוחישט #
חקרן #
יוסף דוד קרויס פון די וועד לייקנט דעם צעטיל, ער זאגט אז די וועד האט דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן. לפי דבריו איז דאס איינער וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין אים. עס איז נישט באקאנט קיין מעשיות פון לעצטנס, מסתמא איז דאס איינער וואס האט א חשבון מיט אים פון יארן צוריק (אדער איז דאס יא א לעצטיגע מעשה און יענער האט גענומען די געזעץ אויף די אייגענע האנט, נוצנדיג דעם לוגו פון די וועד).
ס'האט געהאנגן אין ראדני אין די גלאז ווי נישט יעדער קען הענגן וואס ער וויל, לכאו' איינער מטעם הקהילה האט עס אויפגעהאנגן
דו שרייבסט בלשון עבר: "ס'האט געהאנגען" אין ראדני, איז דאך משמע אז אצינד הענגט עס שוין מער נישט. שטעלט זיך א קושיא: ווער האט דאס אראפגעפליקט?, ס'הענגט דאך אינעם גלאז ווי נישט יעדער קען אראפרייסן וואס ער וויל, לכאורה אויכעט איימיצער מטעם הקהילה?!, הוא מותיב לה והוא מפרק לה?
איך האב עס געזעהן שבת הענגען, היינט האב איך דערווייל נישט באזוכט ראדני צו וויסן אויב ס'נאך דארט.

טינקלקייט » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:22 am

· #559563
Re:
איש עברי #
זיכער אז גארנישט פארענטפערט נישט די עוולה, אבער די שאלה איז ווען מען מעג גיין צו פאליציי לאמיך מיך בעסער מסביר זיין מיט א"ב
א] זיכער אז איינער וואס איז ממש עוסק אין טשעפען יונגע קינדער און בחורים און מען האט פרובירט אים אפצושטעלן דארף מען ארעסטירן אדער מסרס זיין,
ב] מען דארף נעמען אין באטראכט אז ביי אונז ווי מען איז אזוי האקל אויף די נאמען וכדו, איז דאס ארעסטירן אויף אזא זאך בצירוף מיט די בזיונות כמעט ווי טויט שטראף, און אזוי אויך קומט צו ביי אונז א זאך פון בזיון המשפחה וואס איז אבסעלוט א שיקול וואס מען דארף יא נעמען אין באטראכט.

וואס איז טאקע פשט אז מען איז נישט מסרס?

דער אמת איז אז ווען דו גייסט טאקע אריין אינעם מעלעסטערס קאפ און הארץ וועסטו אויך טרעפן זיין זייט פון די מעשה, אדער עביוס אלץ קינד אדער אנדערע זאכן וואס ווען דו גייסט דאס אריבער וואלסטו אויך אזוי אויסגעזען, אדער איז עס סתם א קראנקהייט וואס א מענטש איז געבוירן דערמיט און ער קען זיך נישט העלפן מיט...

איז ער דאך אן אומשולדיגע מענטש, פארוואס סתם פייניגן און איינזעצן אין תפיסה און א גאנצע משפחה זאל אונטערגיין נפשיות'דיג אין טעכניש?

נאר די סיבה איז ווייל ער איז קראנק און אנדערע ליידן פון אים...

דיעקטיוועט די פראבלעם און לאז אים אנגיין מיט זיין לעבן ווי א נארמאלער מענטש...

(געוואלט עפענען א אשכול וועגן די ענין אבער איך קען נאכנישט מיט מיין נייע ניק)
אנטשולדיקט פארן אריינקומען ווי עס קומט ניק אריין אבער איך בין יעצט צום ערשטן מאל אריינגעפאלן אינעם אשכול.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:38 am

· #559571
Re:
איש עברי #
א] זיכער אז איינער וואס איז ממש עוסק אין טשעפען יונגע קינדער און בחורים און מען האט פרובירט אים אפצושטעלן דארף מען ארעסטירן אדער מסרס זיין,
ב] מען דארף נעמען אין באטראכט אז ביי אונז ווי מען איז אזוי האקל אויף די נאמען וכדו, איז דאס ארעסטירן אויף אזא זאך בצירוף מיט די בזיונות כמעט ווי טויט שטראף.
נו איז עס דאך ממש די מות יומת פון ספר ויקרא, ונשלמה פרים שפתינו. סירוס איז אויך א בחינה פון מיתה ווייל איינער וואס האט נישט קיין קינדער איז חשוב כמת.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7