☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

301 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6135
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:25 pm

· #191588
דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
איך וויל זאגן אפאר ווערטער וואס וועט ווארשיינליך אויפרעגן אסאך פון די חכמי השטיבל, און איך זאג נישט קבלו דעתי, אדרבא לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.
עס איז עפעס זייער אין סטייל אז ווי נאר מען הערט פון א מאלעסטער ווערט יעדער העפפי און ס'איז הותר דמו לגמרי, און גלייכצייטיג די בלוט פון די משפחה וכל הנלוים אליו, יעדער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט היציגע רעטאריק איבער די עונשים חמורים וואס מען דארף אים צוטיילן, און ווער עס זאגט נאר א גוט ווארט אויף אים ווערט באטראכט ווי אלטמאדיש און איינער וואס געהערט צום פינסטערע פארגאנגענהייט ווען מען האט מאלעסטערט קינדער תחת כל עץ רענן ואין פוצה פה ומצפצף.
די זעלבע וואס אין אנדערע פעלער וועלן האבן א ליבעראלע חמלה'דיגע צוגאנג ווען א עוולה ווערט באגאנגען ווערן עפעס ביי אזאנע זאכן אינגאנצן צושפילט און ווי נאר עס איז דא א האלבע קלאנג אויף עמיצין [און ווער רעדט נאך א איש מכובד] טאנצט מען גלייך אויף כגבור שש לקרב און מען מאכט א כאראקטער מארד אויף דעם באטרעפנדער, און מען חתמ'ט אים אפ לאלתר למיתה חטופה.
די אנגענומענע תירוץ איז אז היות ביי אונז איז דא א מגיפה פון מאלעסטערס דארף מען אומגיין בחומר הדין און טיילן פעטש רעכטס און לינקס למען ישמעו ויראו, אבער איך האלט נישט אז דאס איז א תירוץ מען דארף דן זיין יעדע אינדעוועדועל לגופו מען קען נישט מקריב זיין קיין קרבנות ציבור ווען ס'שמעקט אונז.
איז קודם לאמיר זעהן איז טאקע דא ביי אונז א איבערפלוס פון מאלעסטערס? איך בין נישט זיכער דערין, עס קען זיין אז ביי אונז איז פשוט דא מער געלעגנהייטן צו טשעפען קינדער ממילא האבן די מאלעסטער'ס א פרייע האנט, די וואס שרייען אז מען דארף ארעסטירן יעדער וואס האט נאר געקוקט הייס אויף א בחור זאל אפשר מאכן א שטורעם אז מען זאל מאכן נארמאלע מקוואות ווי ס... הונגעריג עדאלטס זאלן נישט קענען זעהן בחורים בקישוי אבר [סארי פאר מיין שפראך]
מען דארף נעמען אין באטראכט אז די געזעץ וואס לייגט ארויף אזאנע הארבע שטראפן רעדט זיך פון א געמיינדע וואס טאמער איינער איז נישט צופרידן פון זיין ווייב קען ער נעמען א צווייטן, אז סשמעקט אים א זכר קען ער דאס אויך האבן, און עס איז נישט מעגליך אז א יונגער זאל עס ברצון טוהן מיט א ערוואקסענע מענטש,
און אזוי ווייטער, ביי אונז איז אמאהל דער מאלעסטערער א צובראכענע איד וואס גלייכט נישט זיין אשת נעורים און ער איז נעבעך הונגעריג אויף אביסל בשר תאווה, און טיילמאהל טוען די בחורים אויך זייער חלק און סשמעקט זיי די מעשה [נישט אז ס'איז א תירוץ אבער סגיט אביסל א אנדער בליק]
מען דארף אויך מחלק זיין ווען איינער טוט עס מיט א אומשולדיג אינגל, צו מען טוט עס מיט א בחור וואס איז בנוי לתלפיות, אזוי אויך צו עס האט אים איינמאהל געכאפט א חולשה אויף א געוויסע בחור אדער ער איז א סעריעל מאלעסטערער, און אזוי אויך צו ער רירט נאר צו אדער ער צווינגט אויף מעשים מגונים און אזוי ווייטער
די נקודה איז נישט אז מען זאל אנקוקן מאלעסטערס אלס לעגיטים חס ושלום, יעדער מאלעסטערער דארף מען אפירנעמען און טאמער עס העלפט נישט דארף מען גיין צו פאליציי אבער מען דארף נאך נישט פארדעם קוקן אויף יעדער וואס האט געהאט עפעס א מעשה מיט א בחור אין מקווה ווי א סכנה פאר די מענטשהייט וואס מען דארף הענגן אינמיטן שטאהט, מען דארף נעמען אין באטראכט אז מיר לעבן אין א שווערע סאסייעטי און אמאהל איז דער מאלעסטער אויך א שטיקל קרבן
זיכער אז מיר לעבן אין א לאנד ווי עס איז דא יושר'דיגע חוקים וואס מען דארף מכבד זיין און אז די געזעץ זאגט אז מען דארף באריכטן א מאלעסטערער איז זיכער אז מ'דארף אזוי טוהן, אבער ווי לאנג מיר פארשטייען אז לצורך פודסטעמפס וסקול פראגראמ'ס מעג מען פארקוקן אויף דינא דמלכותא, מעג מען אויך גוט איבערטראכטן פאר מען ארעסטירט א איד אויף א גאנץ לעבן און מען מאכט א כאראקטער מארד אויף אים און אויף זיין פאמיליע.
איך פארשטיי אז מיין שטעלונג איז העכסט אומפאפולער אבער זה דעתי לעת עתה, [עס קען זיך טוישן אין אפאהר מינוט ארום]
די עיקר נקודה איז אז אוודאי איינער וואס איז שוין געווארנט געווארן דארף מען גיין בחומר הדין, אבער איינער וואס איז דורכגעפאלן דארף מען באהאנדלען מיט איידלקייט און שיקן צו העלפ.
אונזער סאסייעטי האט אסאך פראבלעמען אבער דאס וואס מען האלט זיך אפ פון באריכטען פאר די פאליציי איז נישט איינע פון זיי, עס איז זייער נארמאל אז ווילאנג מיר האבן אזא צודרייטע לעבנס-שטייגער זאל אונזער פראבלעמען אויך באהאנדלט ווערן צווישן אונז...
יעצט רבותי נעמטס ענק האקן....

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:34 pm

· #191589
אן אומצופרידענע מעריזש וכו איז ווייט נישט קיין תירוץ און פארגרינגערט נישט די עוולה אבער כבר מילתי אמורה אין א שכינות'דיגן אשכול אז נישט יעדע פאל איז די זעלבע און געוויס איז מען נישט מחויב מיתה פאר א צל של ספק אז איינער האט זיך עפעס געדאכט.

אבער דאס איז קלאר אז מאלעסטעישן איז א גרויסע פראבלעם ביי אונז אפגעזען וואס סאיז די לעזונג

שרייבער » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:47 pm

· #191591
איש עברי
וואס זאל איך טון אז איך קען נישט געבן מער ווי איין לייק, איך וואלט דיר געגעבן צען ווען איך קען
דו האסט גענומען מיינע מחשבות און עס אראפגעשריבן אויפן פאפיר, ס'באדערט מיר שוין א לענגערע צייט, דא האב איך א רחמנות ווען איך הער א אינגערמאן איז נכשל געווארן און ער איז באשמוצט אין אלע גאסן, פון די צווייטע זייט האקט מיר אין קאפ די געדאנק וואס וואלט איך געטון ווען ער טוט עס ח"ו מיט מיינס א קינד, און מען קען זיך נישט מצמצם זיין וואס איז באמת די ריכטיגע וועג
לענ"ד האסטו עס גאר גוט ארויסגעברענגט
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:49 pm

· #191592
זיכער אז גארנישט פארענטפערט נישט די עוולה, אבער די שאלה איז ווען מען מעג גיין צו פאליציי לאמיך מיך בעסער מסביר זיין מיט א"ב
א] זיכער אז איינער וואס איז ממש עוסק אין טשעפען יונגע קינדער און בחורים און מען האט פרובירט אים אפצושטעלן דארף מען ארעסטירן אדער מסרס זיין,
ב] מען דארף נעמען אין באטראכט אז ביי אונז ווי מען איז אזוי האקל אויף די נאמען וכדו, איז דאס ארעסטירן אויף אזא זאך בצירוף מיט די בזיונות כמעט ווי טויט שטראף, און אזוי אויך קומט צו ביי אונז א זאך פון בזיון המשפחה וואס איז אבסעלוט א שיקול וואס מען דארף יא נעמען אין באטראכט.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:52 pm

· #191593
איש איש איש איך רייב מיך די אויגן צו דו האסט דאס געשריבן אדער האט איינער געהעקט דיין ניק??
דאכט זיך דאס איז די ערשטע זאך וואס איך ליין פון דיר וואס מאכט טאטעלי נישט קיין סענס (נעם עס אלס א קאמפלימענט).

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:55 pm

· #191597
מאכט טאטאלי נישט קיין סענס אין דיינע אויגן מיינסטו צו זאגן

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:57 pm

· #191598
ווילסט איך זאל רייבן דיינע אויגן?

גורן האט''ד » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:01 pm

· #191601
לכאורה דארף מען נישט לויפען, עס איז גענוג אז מען וואקט רוהיג, אדער מען קלינגט אויפ'ן טעלעפאן.

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:01 pm

· #191602
אזוי ווי מיר האבן א אייגענע לייפסטייל אויף טריט און אויף שריט, און אלעס איז ביי אונז אנדערש ממילא דארף מען דן זיין לויט אונזערע חוקים כמאמר החכם "here is jewland"
אוודאי ווי גוט וואלט געוועהן ווען מיר זאלן קענען זיין נארמאלע מענטשן און פטור ווערן פון אלע משוגעת'ן וואס פלאגן אונז נעבעך, אבער ווילאנג מיר זענען אזא צוריסענע צופליקטע וואנזיניגע סאסייעטי דארפ'ן מיר באהאנדלען אונזערע חולים אויף א דיסקרעטע וועג.
ווי פלעגט זאגן איחוד פעלד ז"ל "א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז און א מאלעסטער אין תפיסה" און היות ביי אונז איז זייער מטושטש די גבול ווער עס הייסט משוגע, און אסאך משוגעים זענען נישט נאר נישט אין משוגעים הויז נאר זענען מנהיגי ישראל והוגי דעות, דעריבער אין אזא סאסייעטי קען מען דן זיין יעדע זאך לעצמו מען דארף קוקן אויף די גאנצע בילד... ויותר אין בכוחי להאריך

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:03 pm

· #191603
טייער גוט ארויסגעברענגט, עס איז נישט אויסציהאלטען די ווייטאג וואס אזא יונגערמאן גייט דארעך ווייל ער איז אמאל דארעך געפאלען אין א שוואכע מעניט, ווען עס איז א ספוק צי ער האט מער הנאה געהאט פינעם פארטנער. דיין דעה איז זייער אנגענימען אין אמת, מען דארף גוט אדורעך טראכטן יעדע קעיס פאר מעלויפט צי די פאליציי, א יונגערמאן קען האלטן א פאר חדשים נאך זיין חתונה, אין ער איז נאך ווייט פין זיין געסעטעלט, אין דא האט ער ציגערירט ווי מען דארף נישט, קען עס איהם קאסטן דאס גאנץ לעבען אין אויף דורי דורות.. פין דע אנדערע זייט דארף מען גיין בכל חומר הדין, ווען סע קלאר אז דער יונגערמאן איז קראנק.

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:07 pm

· #191605
גוט געזאגט די ציהל דארף זיין צו העלפן די מאלעסטערס, ווייל ווי געזאגט זענען זיי טיילמאהל אונזערע קרבנות,
אבער מען דארף האלטן אפן די אפציע פון גיין צו פאליציי טאמער איינער וויל זיך נישט העלפן אדער אז טעראפי העלפט נישט, דאן דארף ער גיין אין תפיסה.
איך פארשטיי פשוט נישט די שמחה עצומה וואס כאפט אהן דעם עולם יעדע מאהל מ'ארעסטירט איינעם אויף אזאנע זאכן, דאס הארץ דארף אויסגיין בפרט אז מ'נעמט אין חשבון אז דא איז א קראנקע מענטש

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:08 pm

· #191606
חתונה אהער שוואכע מינוט אהין ,איך וויל אייך נאר איין זאך פרעגן וואלסט עם אהינגעגעבן דיין זין אדער טאכטער ער זאל אויסגעבן? אויב נישט פארוואס איז יענעם'ס קינד און בליט ביליגער ווי דיינס?

(חוץ אויב די אשכול איז פשוט נאך א מיטל פאר רבנים/אדמורי''ם בעשינג דאן האב איך גארנישט געזאגט)

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:11 pm

· #191607
ווען ער טוט עס מיט מיין זוהן וואלט איך געגאנגן צו אים אין געזאגט "טייערע יונגערמאן איר זענט קראנק און איר זענט א סכנה פאר די מענטשהייט, דעריבער אויב ווייזטו מיר נישט קיין פאפיר'ן אז דו גייסט אויף העלפ וועל איך ביז דרייסיג טעג גיין צו פאליציי"

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:13 pm

· #191608
סאו פאר דרייסיג טעג האט ער א פרי פעסס און דערנאך קען ער אנהייבן פון פריש אין א אנדערע ביהמ''ד/געגנט ,נאט א בעד דיעל.

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:13 pm

· #191609
איך וואלט גוט אויסגעפרעגט מיין זוהן פינקלעך וואס איז געוועהן, ב"ה מיר האבן גאר א גוטע שפראך, אין איך וואלט געגאנגען הערן דעם אנדערן צד, אין נאך דעם וואלט איך באשלאסן צי איך דארף גיין צי די פאליס, אבער ווען איינער קומט מיר זאגען אז א יונגערמאן קוקט אויף דיין זוהן אין מקוה אין סע סאונד נישט גוט, לויף איך נישט גלייך צים פאליס אין איך פאנג אהן באשמיצען דעם יונגערמאן.

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:15 pm

· #191611
ניין, קיינער האט נישט קיין פרי פעסס, איך זאג נאר אז מעדארף גוט נאכגיין וואס פינקליך סעפאר געגאנגען, ווי איש עברי האט שוין ארויסגעברענגט, איז נישט דער יונגערמאן אייביג דע שילדיגער.

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:16 pm

· #191612
און צו אונזערע טייערע או.טי.די. ברודער ווענד איך מיך מיט א רוף, די פראבלעם פון אונזער סאסייעטי איז נישט אז ס'זענען דא שלעכטע אינדעוועדועלן וואס טשעפענען קינדער, אונזער סאסייעטי איז פארפוילט מן היסוד.
די ענערגיע וואס ענק לייגן אריין צו כאפן עפעס א נעבעכדיגע מלמד וואס האט געזעצט א קינד אויף זיין שויס, לייגט ענדערש אריין אין א מעכטיגע קאמפעין אריינצוברענגען ביי אונז מער עדיוקעישן, מער נארמאלקייט לגבי בחירת בני זוג, מער נארמאלקייט און די שרעקוודיגע חומות וואס מיר נעמען ארום אונזערע קינדער, וועט איר זעהן ווי אויטאמאטיש ווערט געלעזט די פראבלעם פון טשיילד מאלעסטרי.

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:16 pm

· #191613
איש עברי
ווי פלעגט זאגן איחוד פעלד ז"ל "א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז און א מאלעסטער אין תפיסה" און היות ביי אונז איז זייער מטושטש די גבול ווער עס הייסט משוגע, און אסאך משוגעים זענען נישט נאר נישט אין משוגעים הויז נאר זענען מנהיגי ישראל והוגי דעות, דעריבער אין אזא סאסייעטי קען מען דן זיין יעדע זאך לעצמו מען דארף קוקן אויף די גאנצע בילד... ויותר אין בכוחי להאריך

👍 👍 👍

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:20 pm

· #191616
איך אויך
חתונה אהער שוואכע מינוט אהין ,איך וויל אייך נאר איין זאך פרעגן וואלסט עם אהינגעגעבן דיין זין אדער טאכטער ער זאל אויסגעבן? אויב נישט פארוואס איז יענעם'ס קינד און בליט ביליגער ווי דיינס?

און ווען דיין ברודער פאלט דורך מיט א בחור וואלסטו אויך געהייסן גיין גלייך צו פאליציי, ביטע שיס נישט קיין לויזע רעטאריק רעד לגופו של עניין אן אריינמישן געפיל.

גורן האט''ד » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:22 pm

· #191618
איש עברי, לשיטתך יש לומר, מיר זענען א צופידעלטע סאסייעטי, דארף מען זיך פירען אויך מיט מאלעסטערס אויף אן אופן וואס פאסט אין אזא סאסייעטי.
ממילא שלאג איך פאר, אז מען זאל מעניש זיין א מאלעסטער אויף די זעלבער וועג ווי מען פירט זיך ביי אונז מעניש זיין דער וואס דאווענט שבת אין א צווייטער שוהל: מען זאל עם צושטעכען די רעדער, צוברעכען די פענסטער, און שיקען בחורים אינמיטען די נאכט פארברענען זיין הויז.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:23 pm

· #191619
יא בלי שום ספק ,מיין ברידער האט גארנישט מער רעכט צו זיין א רוצח ווי סיי ווער. ווי פלעגט זיין שמעקי'ס לאזונג ז''ל וועיק אפ ענד סמעלל די קאפי.

הוגה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:24 pm

· #191620
איך פארשטיי אז דער אשכול איז געעפענט געווארן אין ליכט וואס איך האב אראפגעברענגט איבער דער קרית יואל׳ער יונגערמאן וואס איז ארעסטירט געווארן מיט די הילף פון די פאבליק סעיפטי. מען האט מיר אנגעפרעגט אין אישי איבער דער ספעציפישע נושא. איך האב שוין געשריבן אסאך אין ק״ש איבער דער נושא הנוגע ללבי, אלעס איז כתוב וחתום, גייטס און ליינטס. אבער בקיצור נמרץ וועל איך שרייבן נאכמאל.

יא, עס איז א פראבלעם אז עס קען זיך מאכן אז איינער זאל אומריכטיג באשולדיגט ווערן אדער צוגעטיילט ווערן א שטראף וואס איז נישט proportional צו די עבירה. (ווען?) יא, די אומשולדיגע משפחה ליידט יסורי הנפש וואס זענען אומבאשרייבליך. עס איז א שטארקע הארץ ווייטאג פאר אלעמען. אבער זיך איינרעדן אז ״דאס״ איז די פראבלעם מיט וואס מיר ספראווען זיך איז די ריכטיגע אפטייטש פון אריינשטעקן די קאפ אין זאמד. דאס איז א סעקאנדערי פראבלעם, אולי!!!

די עיקר פראבלעם איז אז מען האט נאך כמעט גארנישט געטון אין די געביט פון אפשטעלן מאלעסטערס, און צו באשוצן קרבנות. די קאמיוניטי רירט זיך ווי א טשערעפאכע אין דער נושא, און נאר עווערנעס וועט עפעס קענען אויפטון! די פראבלעמען וואס קומען ארויס דורך מאלעסטעישאן זענען ווייט-גרייכנד אפילו אינדערויסן פון די scope פון די וויקטים. ווער עס האט מיטגעהאלטן אמאל די תוצאות פון מאלעסטעישאן פון די נאנט רעדט אינגאנצן אנדערש ווי דער וואס ווייסט נאר מפי השמועה.

די סאלושענס זענען גאר גאר שכלדיג און זייער simple. אבער משום איזה סיבה שהיא טוט מען נישט. א יעדער קען זיך אליינס פארשטעלן די סיבות דערצו. עס וועט נעמען אזא דראסטישע שריט ווי איינזעצען אפאר מנהיגים וואס האבן פראטעקטעד מאלעסטערס (אזוי ווי עס איז געשעהן אין די קאטוילישע קירכע) אז די ריכטיגע שריט זאלן גענומען ווערן און די פראבלעמען זאלן זיך אפשטעלן.

א יעדער פריוואטע מענטש האט א רעכט און א חיוב צו ווייטאגן און קלאגן אויף די חורבן פון די איינגעזעצטע מענטש און זיין פאמיליע. די קאמיונעטי as a whole האט אבער נישט דער רעכט! ווילאנג מען נעמט נישט די נויטיגע גרינגע שריט האבן זיי נישט קיין רעכט צו האבן טענות. נאך דעם קען מען האבן א דיסקוסיע.

איש עברי, ווילאנג די עולם וויינט נישט ווען מען ווארפט ארויס קינדער פון מוסדות ווייל די מאמע שמירט זיך די פנים, ווילאנג א משפחה מעג פארשעמט ווערן און געפייניגט ווערן צוליב דעם וואס איינער אין די משפחה אפילאירט זיך מיט די אנדערע פארטיי, ווילאנג א יונגערמאן מזנה זיין אדער טאנצן אין קלאבס איז ערגער ווי מאלעסטן, זעהן אזעלכע ״רחמנות טרערן״ אויס ווי קראקעדיל טרערן. אב, און נאך איין זאך, ווייל ער האט נישט א הייסע ווייב דארף מען אים פארשטיין אז ער גייט מאלעסטען קינדער? סיריעסלי? אין וועלכע סאסייעטי איז דער טענה אקצעפטבאר? איך קען נישט גלייבן אז דיין קיבארד האט דיר געלאזט טייפן אזא איידיע.

טו א טובה און ליין אדורך וואס איך האב געשריבן אפאר וואכן צוריק, ענטפער דערויף און דערנאך וועט מען ווייטער רעדן.

נאך אמאל מוז דערמאנט ווערן לשבח אז די פאבליק סעיפטי האט אין דער פאל געטון די ריכטיגע שריט און רעפארטעד דעם יונגערמאן. עס זענען שוין דא מענטשן און אפילו רבנים וואס זעהן די נושא מיט לאגישע שכל. די בעלזער רבנים האבן געטון די ריכטיגע זאך ווען זיי האבן געלאזט דער דייטש יונגערמאן פון בארא פארק ווערן ארעסטירט, און נאך א פלי בארגן האט ער באקומען 9 חדשים טורמע און 10 יאר פראבעישאן פארן מאנס זיין א 13 יעריגע בחור, און פרובירן נאך צוויי מאל. איז דאס צו א שווערע עונש? איך גלייב אז די וויקטימס און זייערע משפחות האבן אסאך מער געליטן ווי דעם.




.

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:31 pm

· #191625
דברי פי חכם חן, כ'האב שטארק הנאה פון דיינע נקודות, אבער נאך אלץ דארף יעדע זאך ווערן נידון לגופו, און די כעס דארף טאקע גיין אויף די אזויגערופענע פארזארגערס פון כלל ישראל וואס טוען גארנישט אין דעם עניין,
א חלק פון די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס קען מען נוצן אויף פארקערט אויך ואין בכוחי להאריך כעת, די נקודה איז אז מען דארף זיך אומגיין מיט זיידענע הענטשיך, אבער נישט אז מען זאל פארנאכלעסיגן דעם פראבלעם.
מען קען נישט נעמען א יונגערמאן און מאכן פאר א קרבן ציבור

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:34 pm

· #191628
איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פון די גאנצער מאלעסטעישין חגיגה, מטעמים רבים ושונים שאכמ"ל.
אבער אייער גאנצער הנחה ר' איש עברי פארשטיי איך נישט. ווי עס זעהט אויס בויט איר אלעס אויף עפעס א חילוק וואס איז כלומר'שט דא צווישען אונזער קאמיונעטי און אנדערע, וואס דארף מאכען א נפקא מינה וויאזוי מען זאל באהאנדלען די נושאים, אז א גוי למשל זאל מען געהעריג גיין צו די פאליציי, אבער א חסידישער איד איז עפעס אנדערש די דין. אבער איך פארשטיי בכלל נישט די חילוק.
מיינסט טאקע אז א גוי האט נישט אזא זאך ווי א נאמען? זיין נאמען ווערט עפעס נישט רואנירט ווען מען באשולדיגט עם אין אזא זאך? ער האט עפעס נישט קיין משפחה וואס ליידט? חברים? קינדער? מיט וואס איז דאס מער חמור ביי אונז?
אוודאי איז דא חילוקים צווישע אופנים שונים , און איך שטעל מיך פאר אז ביי פאליציי איז פונקט דא די אלע חילוקים. מען באקומט נישט די זעלבע תפיסה פאר אזא עבירה ווי אזא עבירה, ופשוט. ממילא פארשטיי איך נישט ווי דאס קומט אריין.
ווי אויך דער געדאנק פון טערעפי פארשטיי איך נישט, אויב איז מאלעסטעישין אן עוולה און א פגיעה, איז אפשר טאקע דארפן מיר שטרעבן בעיקר צו רעפארמירען עבריינים און נישט סתם שטראפען, אבער למעשה איז דאס גארנישט אנדערש ווי יעדער אנדערער חטא. איינער וואס גנב'ט קען אויך טערעפי העלפען, אבער אז מען גנב'ט דארף מען צאלען פאר דעם כדת וכדין, דאס וואס מען מעג עם העלפען האט נישט קיין שייכות מיט דעם.
וואס קומט דא אריין די גאנצע קרבן ציבור שטות? פארוואס זאגט א מאלעסטער מער עפעס אויפ'ן ציבור ווי סיי יעדער חטא? וואס האט דאס בכלל א שייכות?

איש עברי » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:40 pm

· #191630
די חילוק איז אז א גוי וואס שטעלט זיך ארויס אז ער איז אומשולדיג ווערט זיין נאמען ריין און ביי אונז נישט
ביי א גוי שטערט נישט די נאמען זיין לעבן, ער קען טרעפן א צווייטע סביבה וכדומה
ביי א גוי אז עס נאר דער אינדעווידועל, ביי אונז איז די גאנצע משפחה אויפ'ן באשולדיגונג באנק [שידוכים]
קרבן ציבור מיין איך צו זאגן אז טיילמאהל ליידט א אינדעוועדועל פשוט ווייל מוויל עוקר זיין די ערשיינונג ביים היימישן ציבור, נישט ווייל ער האט געטוהן אזא געפעהליכע זאך.
אין הכי נמי סאיז א קריים פונקט ווי גניבה, אבער ווען די וועסט זעהן דיין שכן א היימישע איד גנב'נן וועסטו גיין צו פאליציי אדער אריינמישן א רב?

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:49 pm

· #191631
איך פארשטיי אז דו האסט געמאכט ריסירטש און דו ווייסט אז ביי א גוי איז נישטא די אלע זאכען. אוודאי רעדסטו נישט סתם פון דיינע דמיונות. אבער ווי ווייט איך ווייס זענען די אלע חילוקים נישט פארהאנען. און אדרבה, א איד קען אסאך גרינגער גיין אין א נייע קהילה און אלע וועלן עם מכבד זיין כאילו לא היה ווי א גוי, וכבר היה לעולמים. און לויט מיינע מקורות, ביי אונז אפילו עס ווייזט זיך נישט אויס אז מען איז אומשולדיג האט מען נאך די שטיצע פון די קהילה. פונקט קאפויער.

איך בין נישט דער וואס גייט צו די פאליציי פארציילען אויף יענער יעדער זאך,אבער אוודאי די וואס זענען ממונה אויף די סארט זאכען דארפן גיין צו די פאליציי. ס'ארא מין נארישקייט גיין צו א רב. וואס קען ער העלפען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:52 pm

· #191633
לעיקוואד, אפגעזעהן פון ווער עס איז גערעכט דא - וויט אלל דוא רעספעקט פאר דיין חכמה, קען איך נישט משיג זיין ווי די פארשטייסט נישט דאס מינדעסטע חילוק צווישן א איד און א גוי, אין ערגעץ נישט, ביי קיין שום נושא. דו ביסט ממש א עוור לאותו דבר.
אויב מאכסטו יעדן טאג א ברכה שלא עשני גוי, אויף מיין אחריות עס איז א ברכה לבטלה.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:53 pm

· #191634
איך האב איין שאלה:

איז עס באשטימט אויף זיכער אז א פאטענציאלע מאלעסטירער קען זיך מתגבר זיין צוליב פחד פון ארעסטירט ווערן?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:55 pm

· #191635
הוגה

איש עברי, ווילאנג די עולם וויינט נישט ווען מען ווארפט ארויס קינדער פון מוסדות ווייל די מאמע שמירט זיך די פנים, ווילאנג א משפחה מעג פארשעמט ווערן און געפייניגט ווערן צוליב דעם וואס איינער אין די משפחה אפילאירט זיך מיט די אנדערע פארטיי, ווילאנג א יונגערמאן מזנה זיין אדער טאנצן אין קלאבס איז ערגער ווי מאלעסטן, זעהן אזעלכע "רחמנות טרערן" אויס ווי קראקעדיל טרערן.

די עבירות פון רבנים פארענטפערן נישט אונזערע עוולות!
אדרבה, טאקע וועגן דעם, איך און דו האבן יא רחמנות אויף אזא משפחה וואס מען ווארפט ארויס פון די מוסדות וועגן פארטייאישע חשבונות אדער איינגערעדטע אידישקייט, א"כ טאקע היא הנותנת אז מיר זאלן זיין אנדערש ווען עס קומט צו אונזערע הענט צו טרינקען יענעמ'ס בלוט.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:59 pm

· #191638
שמעקי ביסט גערעכט און ווער נאך ווי דיר ווייסט וויפיל מאל איך האב שוין פארשריגן לעקוואדן אלס קריסט ,אבער במחילת כבודך הרמה איז ער גערעכט אין דעם פאל.

געב נאר א קוק סיי וועלכע צייט אפשניט פון די לעצטע 50 יאר וועסטו זעהן אז ווער עס האט זיך פארשמירט דא האט זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין א''י און דארפ פריש אנגעפאנגן ווידער די איזרעילי גארביטש איז אהערגעקומען. די לאנדענע אפפאל איז אנטלאפן קיין בראזיל און די די בראזילאנער קיין אויסטראליע ,די בעלגישע קיין מאנטשעסטער און די מאנטשעסטער קיין מאנטריאל.

עס איז א נאן-סטאפעיבל סייקל אופ אביוז וואס מען מוז איינמאל פאר אלעמאל קאנפראנטן בלי פחד און מורא.

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:01 pm

· #191639
זאג נאר, הוגה! ביזט שוין אמאל געזצען פאר א שעה אין תפיסה, עס ציבאוואסערען אז עס איז גאנץ ווייניג אפגעקימען? די ווייסט וואס דאס מיינט ניין חדשים אין תפיסה? ביזט דאך זייער אויפגעקלערט, גיי ליין אביסעל וואס מענטשען גיעען אדארעך אין תפיסה, אין וויפיהל פראצענט קומען ארויס נארמאל, אין נאכדעם העמיר שמועסן ווער עס האט געליטן מער, אין אגב דער יונגערמאן דייטש האט פארלוירען זיין ווייב אין קינד פאר דעם, סא רעכען אויס ווער עס האט געליטן מער.(נישט אז איך האלט אז עס איז איהם נישט געקימען, איינער וואס קען פוגע זיין אין 3 קינדער אין איין טאג איז טויט קראנק, אבער טראכט פאר די שרייבסט)

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:03 pm

· #191641
שמעקעדיג
לעיקוואד, אפגעזעהן פון ווער עס איז גערעכט דא - וויט אלל דוא רעספעקט פאר דיין חכמה, קען איך נישט משיג זיין ווי די פארשטייסט נישט דאס מינדעסטע חילוק צווישן א איד און א גוי, אין ערגעץ נישט, ביי קיין שום נושא. דו ביסט ממש א עוור לאותו דבר.
אויב מאכסטו יעדן טאג א ברכה שלא עשני גוי, אויף מיין אחריות עס איז א ברכה לבטלה.

קודם ווייס איך נישט בכלל וואס עס קומט דא אריין, דאס האט עפעס צוטוהן מיט שלא עשני גוי? איך האב מסביר געווען דברים פשוטים וידועים אז א גוי האט אויך א נאמען און א משפחה, און אז אידען האבען אויך רחמנות אפילו אויף איינער וואס שמועתו לא טובה און מען איז עם מקרב.

און וואס קומט דא אריין ברכה לבטלה? די ברכה מאכט מען אויף וואס מען זעהט? א ברכה מאכט מען ווייל עס שטייט אין סידור.

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:06 pm

· #191642
איך אויך
אין 5 יאר תפיסה איז נישט גענוג? עס דארף זיין 854 יאר?

sefish » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:07 pm

· #191643
ווער האט א משפחה ביל קלינטאן? אדער די שחורים אין הארלעם וואס ווייסן נישט וואו צו גיין FATHERS DAY ?
זאג לעיקוואד דו פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק אדער דו מאכסט זיך נאר? יא ס'דא פיינע גוים משפחות אין יוטא, מ'רעדט אבער פון גוים בכלליות

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:07 pm

· #191644
5 יאר פאר וועם?

sefish » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:08 pm

· #191645
פאר שמעקי

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:10 pm

· #191646
פאר א מאלעסטער וואס דאווענט אין דיין ביהמ"ד

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:11 pm

· #191647
פאר א רוצח יא ,און נישט נאר דאס נאר ער זאל פארדעם זיצן שבעה נקיים פאר דער מנהיג התפיסה וד''ל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:17 pm

· #191648
איך האב שוין אויך באשריבן מיין שיטה אסאך מאל, און איך וועל עס נישט איברע'חזר'ן באריכות, א שאד די טינט און די צייט.

יעדע זאך אין אידישקייט און מענטשליכקייט האט א מיטל וועג (חוץ פון גאווה). רחמנות איז א וויכטיגע זאך און א אידישע מדה (מער ווי א גוי, סארי לעיקוואד), אבער משפט און יוסטיץ איז אויך וויכטיג, און מען טאר נישט זיין א מרחם על רשעים, און אויכעט איז פאראן אזא זאך ביי אונז אידן (און נישט להבדיל ביים אמעריקאנעם גוי) ווי אין עונשין אא"כ מזהירין.

איש עברי האט געשריבן דברים של טעם, ער מאכט נישט אוועק דאס שטראפן א אמת'ן שולדיגן, אבער די שמחה וואס מאנכע האבן ווען מען כאפט א מאלעסטאר קומט נישט אלץ פון דעם ווייל "מען נעמט ענדליך קעיר ביי אונז", און אויך נישט פון צו שטארקע אהבת ישראל פארן נפגע... אז א איד זינדיגט איז עס א ווייטאג, א בושה פאר יעדן, מען רעדט דערפון ווי ווייניגער, לכה"פ אנטיל פראווען גילטי. גיב יענעם א טשאנס, מיר אלע ווייסן אז עס זענען פאראן אסאך בלבולים פון שונאים. איך רעד נישט פון באקאנטע רשעים וואס טוען דאס כסדר, זיי דארף מען זיכער אפרוימען פון די גאסן, און עס איז אפילו פאראן א דערהער אין די תורה פון "וכל העם ישמעו וייראו ולא יזידון עוד", כאטש מיר קענען נישט פסק'ענען ווי עס גייט אן, אבער האט נישט קיין מורא, אז א איד באקומט צוגעטיילט תפיסה פאר אזא עבירה ווערט עס שוין מפורסם דורך די יעניגע וואס זענען פאסיג דערצו, ומגלגלין זכות וכו',

איך מיש אביסל צאם, מיינע מחשבות זענען צעפלויגן, מען קען נישט און מען טאר נישט אוועקמאכן די ווייטאג פונעם געליטענעם, אבער עס מיינט נישט אז אוןיף דעם חשבון קען מען טון וואס מען וויל,

אויכעט איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי כמה חכמים ונבונים דא זענען נישט משיג דעם חילוק פון מאלעסטעישאן ביז רציחה אדער אפילו גניבה, כאטש אויף יעדע עוולה קען מען זאגן "תאוה", עס ווענדט זיך בעיקר וואו מען קוקט, אויב קוקט מען פון דעם שטאנדפונקט פונעם נפגע איז עס טאקע נישט קיין חילוק, למעשה איז יענער געטשעפעט געווארן, אבער קוקנדיג פון די ברילן פון דעם רודף (און דאס איז שייך אויך ביי געוויסע סארט גניבה) איז עס א זאך וואס קען אפט געהיילט ווערן מיט טעראפי, שטילערהייט, און אז מען קען בוחר זיין הרע במיעוטו, זען אז א מענטש זאל באקומען אפאר געזונטע לעססאנס, מיט א געלט שטראף אז דער נרדף זאל זיך קענען אויסקורירן פון זיינע/אירע קאשמארן, מיט א שטרענגע אזהרה אויף להבא אז מען וועט מפרסם זיין מעשיו המגונים, וועט ע"פ רוב העלפן אפצוהאלטן דעם איד פון טון ווייטער (און אויך זיין מער נוצבאר פאר די געליטענע). און טאמער טאקע עס העלפט נישט, איז מען יא מחוייב צו טון וואס מען דארף צו טון, אויב יענער איז א סכנה פאר די גאס מוז מען אים אראפנעמען. איך האלט נאך אלץ אז הויז ארעסט וואלט געווען די בעסטע אפציע, אבער אז ס'נישט שייך איז נישט. און אפילו בשעת מען באשטראפט א חבר, א פעלאו דזשו, איז אויך דא כללים ווי בוחר הרע במיעוטו, אדער ברור לו מיתה יפה, די תורה און חז"ל האבן נאך נישט געזאגט אז וויבאלד יענער האט געזינדיגט איז זיין בלוט געווארן מותר און מען האט א פרי פעסס צו טון וואס אימער מען וויל מיט יענעם.

תמצית הדברים, מען דארף האבן א שיקול הדעת, מען טאר נישט ווערן איבערגענומען פון געפילן, און אויב האסטו א נגיעה זאלסטו שווייגן שטיל און שטיין אין דער זייט. זיך פרייען און שרייען אז יענער זאל שמאכטן און פוילן כל ימי חייו איז נישט קיין אידישע מדה.

וכל ערום יעשה בדעת.

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:18 pm

· #191649
וואס איך מיין צו זאגן אז אפילו עס איז א נאן-סטאפעיבל סייקל אופ אביוז אבער אויב מיינט דאס אז יעדע וואס עס איז דא אויף אים איין רינון גייט נישט קענען זעהן זיין פופצנטע דור אור אייניקלעך ווייל ער האט נאך 200 יאר געבליבן צו זיצן דארף מען שוקל זיין אויב מען דארף גלייך לויפן צו לעגאלע שריט. אויב האלט מען שוין ביי א סייקל פון אביוז אין פיר אנדערע מדינות ווי די שרייבסט דעמאלס בע"כ יענה אמן אין איך וועל מודה זיין אז מען דארף טוהן וואס די האלטסט אבער נישט ביי איין רינון.

sefish » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:20 pm

· #191650
שמעקי! 👍 👍

ראש הישיבה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:31 pm

· #191656
איך פארשטיי נישט די גאנצע ויכוח!
א טאטע וואס איז זיכער מיט א מעשה מגונה וואס איז געטוהן געווארן מיט זיין זוהן, דארף טוהן וואס איז ריכטיג לויט זיין פארשטאנד אין די מצב. דער טאטע איז געגאנגען צו פאבליק סעפטי. זיי האבן געטוהן וואס איז גוט פאר זיי. זיי מוזען טוהן ווי די געזעץ, איז מוזען זיי איבערגעבן פאר די אינסטאנסן, ווייל אויב נישט קענען זיי ווערן אהנגעלאגט.
בנוגע די נושא כשלעצמו האלט איך פונקט ווי הוגה. אבער דא איז די זאך נישט נוגע, דער טאטע האט געטוהן ווי ער האט פארשטאנען אין זיי האבן געטוהן וואס איז גוט פאר זיי.

פליקער » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:31 pm

· #191657
די פראבלעים איז נישט נאר די מעשה נבלה

צי די מעשה נבלה געוועינטליך קומט צי א גאנצע הויפן סייקעלאדזיקל עביוז

דער מאלעסטירטער ווערט דערנידערט, טערארזירט, חוץ ווערן פארשעימט, הייבט אים אן די קאפ צי פליען

ער הערט אויף קענען און חדר פליצלינג, יעדער זעיט אויף אים א שינוי, ער זאגט שוין פארן מלמד אדער טאטע, ער לאזט אים קודם אראפ עטליכע פרעסק, און בעסטען פאל זאגט אים דער מלמד מען וועט שוין זעין,

דער טאטע לויפט צים רב אדער דיין, ער איז אים מייעץ צי מאכן א שווייג, ביז ווי לאנג מען וועט מברר זיין גופא של עובדא, א חודש צער ויגון גייט דורך, דער קינד איז חרוב ונחרב אינערליך, קיינער טיילט נישט מיט זיין צער, ער זעיט צי ווי דער טאטע גייט ווייטער אן מיטן טאג טעיגליכן, דער מלמד פיצט ווייטער זיין נאז ווי קיין מאל גארנישט, דער רב איז ווייטער ביזי מיט וואס א רב איז אלע מאל ביזי.

אבער דער קינד איז חרוב אינערליך, די ביזיונות בויען זיך און זיין מוח אסאך מער ווי עס איז טאקע, יעדער איינער קיקט אויף אים און שיל, אלע זיינע חברים ווייסן פון זיין פגם.

אויב איז זיין מאלעסטער נאך א שיינער איד אדער א אנגעזעיענער מאן וואס מען רימט אויס יעדען צווייטן טאג איז עס אים פערזעינליכער שווערד ביים הארץ

אויב דרייט זיך דער מאלעסטער אינטער זיינע פיס און קען פון אים נישט לויז ווערן דאן איז פארן קינד עק וועלט.

אויף זיך ארויסצידרייען זאגט אים דער פאטער אקעי נישט אזוי געפערליך מאך זיך נישט משוגע, מען האט שוין געהערט אזאנץ.

ער הייבט אן אויס ציגעפינען אז יא עס איז הפקר וועלט, עליונים למטה ותחתונים בתחתונים, ער ווערט מער העסליך אויפן גאנצן וועלט.

דער רב דרייט זיך כסדר ארויס אז מען טיט דערין, עס איז א שווערער ענין, מיט פארשידענע אנדערע ביליגע תירוצים.

רבותי ווען מיר וואלטן וועין געהאט דין למטה איז טאקע אין דין למעלה, אבער היות אין דין למטה מיזן מיר האבן דין למעלה.

ווי שווער עס איז צי גיין צי די פאליציי ברויך מען אבער אלץ אריין טראכטן ווי שווער עס איז אויב גייט מען נישט צי די פאליציי.

וואס זאל דער טאטע טיען אויב זיין זין קימט אים זאגן אז א טאטע האט מיטנעם געפלאכעט, זאל ער גיין אים שיקן א הזמנה לדין, אדער זיך אפשנאבלען צים גאלאנטער וכדומם, אדער שנעל שיקן א קוויטל צי ר' מיילך אינעם טאג פינעם יארצייט.

קיין אנדערע אויס וועיג איז נישט דא.

און גלייבט מיר אז ווען עטליכע וועלן ווערן אזוי מבוזה וועלן ווייניגער רחמנותדיגע נעבעכדיגע מאלעסטער זיכן צי לאקערן אויף די אמתדיגע קרבנות.

אויך זאלן די רחמנותדיגע נעבעכדיגע מאלעסטערס וויסן אז ער זאל ענדערש זיך אריין זעצען און סקיסע און טיען זיינע געברויכן, ווי איידער צי רירן א אימשילדיגע נשמה ווייל די פרייז וועט אים קאסטן זייער טייער.

sefish » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:33 pm

· #191658
ראש הישיבה
אבער דא איז די זאך נישט נוגע, דער טאטע האט געטוהן ווי ער האט פארשטאנען אין זיי האבן געטוהן וואס איז גוט פאר זיי.

זינט ווען טוט א איד וויאזוי מען ''פארשטייט''?

ראש הישיבה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:39 pm

· #191660
sefish
ראש הישיבה
אבער דא איז די זאך נישט נוגע, דער טאטע האט געטוהן ווי ער האט פארשטאנען אין זיי האבן געטוהן וואס איז גוט פאר זיי.

זינט ווען טוט א איד וויאזוי מען ''פארשטייט''?

ווען דו וועסט זעהן א היימישע אינגערמאן פלינדערן אין דיין הויז אין מיטן די נאכט וועסטו פרעגן א שאלה אדער גיין מארגן אין בי"ד (ווען עס וועט שוין לאנג זיין נאך די גנבה) אדער רופן פאליציי?

sefish » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:40 pm

· #191661
הע הע הע כאפ נישט. מישט אויס צוויי זאכן. מ'רעדט נישט דא ווען איינער האט געזען ווי איינער טשעפט זיין קינד קארעקט? דא רעדט מען ווען ס'לאחר המעשה.
מאך א נייע משל

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:41 pm

· #191662
פליקער
טאקע יעדע אינגל וואס ווערט געטאטשט זעהט מען עס אהן? א פאריעריגע שניי (אדער היי יעריגע שניי) עס איז דא טויזנטע צווישן אונז אין מען זעהט גארנישט אויף זיי, זייי האבן ווייטער מיטגעהאלטן אין קלאס אין וכו' נארמאל חתונה געהאט אין האבן שוין היינט אפאר קינדער.
איך שרייב דאס נאר בנוגע טאטשן, אין רציחהדיגע אביוז קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך ווייס נישט.
מען דארף וויסן עס איז דא לעווילס אין אלעס

ראש הישיבה » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:42 pm

· #191663
sefish
ראש הישיבה
אבער דא איז די זאך נישט נוגע, דער טאטע האט געטוהן ווי ער האט פארשטאנען אין זיי האבן געטוהן וואס איז גוט פאר זיי.

זינט ווען טוט א איד וויאזוי מען ''פארשטייט''?

דו טוסט יעצט ווי דו פארשטייסט, אנדערש פון דעת תורה!

sefish » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:45 pm

· #191664
אוואס? דו רעדסט ראש ישיבה שפראך, איך בין נישט איינע פון דיינע אביוזטע תלמידים. רעד קלארער

טיטאניק » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:48 pm

· #191667
לית דין בר נש
פליקער
טאקע יעדע אינגל וואס ווערט געטאטשט זעהט מען עס אהן? א פאריעריגע שניי (אדער היי יעריגע שניי) עס איז דא טויזנטע צווישן אונז אין מען זעהט גארנישט אויף זיי, זייי האבן ווייטער מיטגעהאלטן אין קלאס אין וכו' נארמאל חתונה געהאט אין האבן שוין היינט אפאר קינדער.
איך שרייב דאס נאר בנוגע טאטשן, אין רציחהדיגע אביוז קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך ווייס נישט.
מען דארף וויסן עס איז דא לעווילס אין אלעס
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7