דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
301 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6135
טיטאניקלית דין בר נשפליקער
טאקע יעדע אינגל וואס ווערט געטאטשט זעהט מען עס אהן? א פאריעריגע שניי (אדער היי יעריגע שניי) עס איז דא טויזנטע צווישן אונז אין מען זעהט גארנישט אויף זיי, זייי האבן ווייטער מיטגעהאלטן אין קלאס אין וכו' נארמאל חתונה געהאט אין האבן שוין היינט אפאר קינדער.
איך שרייב דאס נאר בנוגע טאטשן, אין רציחהדיגע אביוז קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך ווייס נישט.
מען דארף וויסן עס איז דא לעווילס אין אלעס
ווייל דו זעהסט נישט אן מיינט נישט אז זיי ליידן נישט! אסאך אסאך "סאפערן אין סיילענס"
די ענינים וואס דער עולם דיסקאסד איז גענצליך נישט רעלאווענט צום שאלה פון עברי.
עברי האט ארויסגעברענגט אז פיל מאל איז דא איינער וואס איז נישט ״א מאלעסטער״ נאר ער האט זיך פארליבט אויף א בחור׳ל אדער בחור, און עברי לייגט צו אז נישט פשט ער איז מאנס נאר לפעמים איז יענער נאך נהנה אויך, ואכמ״ל.
למעשה אבער ווייס איך נישט ווי מען האט געזען לעצטע מאל אז איינער זאל מסר׳ן אזא איינעם, קודם כל אויב דער קרבן האט גרינג מסכים געווען גייט ער דאך נישט לויפן פארפירן אז מ׳האט אים געטאטשט, און אפילו טאמער רעדט מען פון איינעם מיט נישט אזא שטארקן כאראקטער איז טאמער חזר׳ט זיך עס נישט איבער באקומט דאס קינד נישט קיין טראמא און פילט זיך נישט אוט אוו פלעיס פאר מער ווי געציילטע טעג און נאכדעם זעצט זיך די צער.
היוצא לנו איז אז עמיצער וואס מ׳שמועסט שוין אויפן גאס און ער קומט שוין אין די געריכט הייזער, איז נישט אזא אומשולדיג צובראכענע הערצל וואס איז איינמאל דורכגעפאלן, ווי למשל דעם פאל אין קרית יואל האט ער עס געטון מיט א קינד, א וואלנערעבל מענטש. רשעות. אבער מענטשן וואס שארן זיך צו צו בחורים חד פעמי גייט ליידער אפט דורך שא שטיל. וירחם המרחם.
פישעלע, יענער (!) זאל גיין פאר הילף אלץ מקדים זיין רפואה למכה
איך האלט מהאט יא געדארפט ארעסטירן
אבער זאגען אז מוועקט זיך ענדליך אויף און מטוט צו די זאך דאס איז לדעתי נישט אמת
איך גיי יא אריינמישען פאליטיק
אויב סאיז ווען מאיר ווערטהיימערס זוהן וואלט די פובליק סעיפטי עם אויך ארעסטירט?
פליקער זיסע, שוין ווייטער האסטו אנגעכאפט איין עקסטרעם. פארוואס קען מען נישט טראכטן ערגעץ אינדערמיט?
דו מאכסט גאר אן עקסטרעמע משל, דער טאטע טוט כל מה שביכולתו, אבער קיינער קימערט זיך נישט, אפשר דאן איז טאקע אנדערש דער דין, אבער דאס איז נישט על הכלל כולו יצא.
פליקער דער מלמד פיצט ווייטער זיין נאז ווי קיין מאל גארנישט
😂 😂 😂 😂 😂
דער אשכול איז אלט א קארגע פיהר שעה אין ס'האלט שוין ביי די דריטע בלאט, ס'קומט צו די נושא אין די עולם איז ממש צולאסט
איש עברי ווייסט וואס די עולם האט ליב, און דאס פארשאפט אים אסאך לייקס אויך
איזהו חכם הרואה את הנולד
איך האב געזאגט אנהייב אז איך בין נישט קלאהר אין די גאנצע ענין דעריבער האב איך הנאה אז די אשכול האט געצויגן די אינטערעסע פון די חכמי השטיבל און האבן געלאזט הערן זייער מיינונג, איך מיין אז מען קען אנצייכענען אפאהר נקודות וואס דער עולם איז דערווייל מסכים:
א] מען דארף מבחין זיין צווישן מעשים מגונים ממש און בלויז צורירן במקומות המכוסים
ב] מען דארף מבחין זיין צווישן א מאנס און מפתה און א האלבע מפתה
ג] מען דארף מבחין זיין צווישן א איינמאהליגע זאך און איינער וואס איז דרכו לילך ולהזיק
ד] קליינע קינדער ממש איז אסאך הארבער ווי מיט א טינעידש בחור
פלעין אידיש פארגינסט מיך נישט? נעם דיך אויך צו די ארבעט!
גראדע בין איך געווען זיכער אז איך וועל באקומען אויף דעם אפשר 2 לייקס
אפילו מיין תגיבה שפילט זיך נישט אפ אויף אלע פארבן ווי אזוי איך האב עס ערוועינט, שפילט זיך א חלק יא אפ.
אבער צד השווה דער מאלעסטער אויב באקריגט ער נישט זיין פארדינטע בושה אדער שטראף אדער הילף, איז די פאקט אז ער גייט אן גיין נאך אמאל און נאך אמאל, אזוי ווי די קאטוילישע גלחים, און אלע אנדערע קולט פירער פון היסטאריע, אבער און לויף פון זיין מאלעסטעישן וועט פאסירן וואס איך האב אויסגעשמיסט.
דער מאלעסטער איז א געוויסע קנעיט וואס האט א געוויסע בלאק און זיין מוח פונקט ווי א מערדער, מען ברויך דעיס ציטרעיטן פון אנפאנג פינעם קאריעריע, נישט ווען עס איז שוין דא פילע קרבנות, די זאג אז איינער גיבט אזא איינמאליגע מאלעסטעלע אין א שוואכע מעניט, איז נהאיוו.
און אויך אז אנשטאט לייגן ענערדשי אין כאפן נאך א יחיד און נאך א יחיד זאל מען איינמאהל פאר אלעמאל מאכן א סוף צו די שרש פורה רוש ולענה וואס הייסט מקוה, עס איז סורעאליסטיש אז אין 2014 באדן זיך צוזאמען נאקעטע זכרים זקנים עם נערים, עס איז גרויליג עקלהאפטיג און ברענגט אן אלע צרות און מאלעסטעריי.
לכל הפחות זאל מען איינפירן קורטעינס ביי די שאוערס, חוץ אויב על פי קבלה איז דא א עניין זיך צו זייפן דווקא ווען סאיז פניו אל העם, בבחינת איש אל אחיו.
איש עבריאון אויך אז אנשטאט לייגן ענערדשי אין כאפן נאך א יחיד און נאך א יחיד זאל מען איינמאהל פאר אלעמאל מאכן א סוף צו די שרש פורה רוש ולענה וואס הייסט מקוה, עס איז סורעאליסטיש אז אין 2014 באדן זיך צוזאמען נאקעטע זכרים זקנים עם נערים, עס איז גרויליג עקלהאפטיג און ברענגט אן אלע צרות און מאלעסטעריי.
האלוי, איך ווארן דיך, יעדער וואך ס'קומט א שעה פארן זמן ער''ש די פרעשור אין די היים איז ביזן דאך האב איך א פרי פעסס מיך ארויס צו זעהן פון דארט, די מעז'יק ווארט איז ''מקוה''. אז די נעמסט עס אוועק פון מער בין איך דיך נישט מוחל בזה ובבא
אט איז וואס מו"ר הרב הוגה האט געשריבן עטליכע וואכן צוריק
א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט עטליכע שטודיעס (אינם תח"י כעת) וואס צייגן אז אין שטארק סעגריגעיטעד קאמיוניטיס וואו די אינדיווידואלע sexuality איז שטארק suppressed איז דא א העכערע ציפער פון זעלבע-מין געשליכטונגען. די סיבה איז ווייל עס איז אומנאטירליך צו סופרעסען דאס וואס די גוף פארלאנגט נאטירליך. דאס וועט אטאמאטיש העכערן כאטש אביסל א יעדע אנדערע סארט אומנאטירליכע באציאונג צו דער נושא, אריינגערעכנט פעדאפיליע. איך זאג נישט אז צוליב דעם דארף מען אויפהערן אפצוטיילן די מינים, אדער אז מען דארף ערלויבן דאס וואס די תורה אסר׳ט. מען דארף אבער יא וויסן אז דאס איז די פועל יוצא און ממילא מוז מען מטכס עצה זיין אקעגן די ייצר הרע. מען דארף אויפקומען מיט עצות ע״פ תורה צו באפרידיגן דאס מענטשהייט און אודאי נישט סופרעסן מער ווי עס פעלט אויס. דאס וועט זיין א הצלה פורתא, אבער פארט א הצלה.
ונמצא סמך לדברינו אז די מאלעסטערס זענען אויך [טיילמאהל] וויקטימס פון אונזער קראנקע סאסייעטי
איך בין באקאנט מיט א יונגערמאן פון וויליאמסבורג וואס פלעגט מאלעסטן קינדער רעכטס אויף לינקס אויף א שוידערליכן פארנעם. ווי א גיבור האב איך דאן געזעצט אויפן טיש מזאל דעם רשע ארעסטירן. למעשה איז ער געגאנגען פאר העלפ בצירוף מיט מעדיקאציע און שוין עטליכע יאר וואס ער האלט די הענט ביי זיך.
זיין פרוי איז א שוואכע נאטור און ער איז סיי טאטע און סיי מאמע, ער האט א קינד וואס איז שטארק נישט געזונט און איז אין שפיטאל, איך קוק צוריק, ווען דער יונגערמאן איז יעצט אין תפיסה וואלט עס געווען א גזירת כלי' אויף זעקס קינדעלעך שוין אפגערעדט אויף דעם נישט געזונט קינד. איך וואלט געוואלט באגעגענען דעם גיבור וואס האט די ביעים צו זאגן אז מוואלט אים למעשה יא געדארפט איינזעצן.
מיין פריוואטע תפיסה-לעבן אלץ א וויקטעם!!!!!!!!
איך שרייב נישט דא אפט אבער א שטענדיגע ליינער און יעצט האב איך זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן:
איך בין א וויקטים פון טשיילד מעלעסטעישן
און אז איר זענט נישט, ווער זענט איר צו רעדן??????
יא! איינער וואס ווערט מעלעסטיד ווערט טיילווייז געהארגעט! דאן וואס איז די געזעץ אנדערש פון א מעלעסטער ווי ביי די וואס האט געהארגעט לייבי קלעצקי? פארוואס איז מען אזוי היסטעריש וועגן די מערכה אין גזירת גיוס- ווייל עס קען הרגנען די נשמה פון די יונגע נשמות? וואס איז מעלעסטינג אנדערש?
טענה: נישט יעדער וואס ווערט מעלעסטעד פארט אפ
תשובה: פונקט ווי נישט יעדער וואס האט סיי וועלכע צרה ריעקט אנדערש איינער פאלט דערין און איינער בויעט זיך ווענד זיך אין די שטארקייט און פערזענליכקייט פון א מענטש.
טענה: מען פילט באקוועם צו מסרן
תשובה: און נישט יעדער מסרט! וויפיל פון גאנץ כלל ישראל ווייסטו וואס מען האט גע'מסר'ט 25-50? דאס איז א קליין פראצענט פון יודונטום. וואס מאכט מען עס אויסזעהן ווי יעדער לויפט? אזוי ווי ווען איינער מאכט פסח'דיג יעדע יאר האט ער נישט אזויפיל ארבעט אבער ווען מען רייניגט נישט פאר צעהן יאר וועט זיין פיל מער שמוץ ווען מען נעמט זיך דערצו. די זעלבע דא, עס איז א נייע זאך אז מען רייניגט אויס מעלעסטערס און מען קומט אפיר מיט אלע אלטע מעשיות דערפאר איז דא מער און עס וועט נאכלאזן(הלוואי וואלט מען אלע געמסרט מען קען אבער נישט ווייל ביי זייער אסאך איז עס א משפחה מיטגליד זעלבסט וואס מיטן מסרן באשטראפט ער זיך נאך מער)
טענה: נישט יעדעם שאדט עס
תשובה: נישט יעדעם שאדט עס אין יודישקייט אבער יעדעם שאדט עס. אז איך בין בייגעשטאנען די נסיון פון נישט אפפארן ווייל איך בין בטבע א שטארקע נאטור און איך לעב מיט ג-ט און מיט אמונה אין בטחון. אבער נישט יעדער האט זוכה געווען צו אזא פעסטע חינוך און נאטור. אבער דערפאר מיינט עס אויך נישט איך האב נישט אדורכגעמאכט שווערע יארן אפילו איך בין חתונה געהאט און האב קינדער און קוק אויס ווי א העכסט נארמאלע עקסעפטעד ערליכע מענטש מיינט נישט אז איך האב נישט געסאפערט!
אאאלללעעע מיינע קינדערישע יארן זענען צוגערויבט געווארן מיינע שנה ראשונה יארן זענען צוגערויבט געווארן נעם עס צוזאם איז עס בערך 15יאר!!! מעג נישט יענער זיצן אין תפיסה? ער האט מיר געלייגט אין תפיסה! מען רעדט אין די וועלט אריין! פונקט ווי איר וועט נישט רעדן ווען איינער האט יענע מעשה ביז ווילאנג דו ביסט עס נישט אליין אדורך פארווואס איז דאס אנדערש??? מען ווערט קראנק!!! איך האב אנגעהויבן bedwetting (נישט געקענט גיין אין קעמפ אפילו איך האב געחלשט!!!!) געסאפערט פון panic attacks און שווער געארבעט אלע יארן זיך ארויסצודרייען פון אלע סארט פערפארמענסעס אז קיינער זאל נישט וויסן פארוואס איך וויל נישט רעדן אדער זינגען (ווען איך בין א העכסט טאלאנטפולע מענטש וואס ווען איך בין א גוי וואלט איך געווען א world star singer and dancer) און אלע מיינע יארן זענען צוגערויבט געווארן!!! שטענדיג בין איך געווען ביזי טרעפן תירוצים פארוואס איך וויל נישט דאס און נישט יענץ אבער איך בין געווען אין א תפיסה ווייל באמת האב איך געוואלט נאר מורא געהאט אפשר אינמיטן וועט עפעס געשעהן. קיינמאל אנטייל גענומען אין א קליינע קאנווערסעישן (אלע האבן געזאגט איך בין א איידעלע נשמה) מורא האבענדיג אז ווען אלע ווען קוקען אויף מיר וועל איך באקומען א פעניק אטאק און חלשן ווייל די עצם קוקען און שמעוסן מיט מיר מיינט אז שפעטער קומט עפעס שרעקעדיג דערפאר אפילו נארמאלע זאכן וואס האט גארנישט מיט דעם האב איך מער נישט געקענט דערהייבן ווי א שמעוס מיט נאך דריי מענטשן און נאר איך זאל רעדן.....
נאך א נקודה: ווען איך האב געטראכט אז איך גיי מסרן מיין מעלעסטער האב איך געטראכט פון די זייט וואס וועט מיר אראפמלן אויף אייביג פלעג איך טראכטן אז אויב גיי איך דערציילן מיין מעשה און מסרן פאר איך אפ פון יודישקייט ווייל עס וועט מיר שאטן לדורי עולם (פונקט ווי איש עברי טענהט מיט דעם וואס מען מסרט) אז מען וועט נישט אזוי אראפמלן איינער וואס מסרט וועט עס נישט גורם זיין אפפארן אזוי ווי מען זעהט אסאך וויקיטים וואס קומען אליינס ארויס געווענליך גיבט ער שוין אלעס אויף און עס גייט אים מער נישט אן זיין סטיגמע!
און ניין, איך האב נישט געמסרט! מיינטס נישט אז א יעדער מסרט. מען מוז עס אפשטעלן און אז די רבנים קומען נישט מיט עצות מוזן מער זיך אליינס ספראווען מיט די פראבלעם ווי אזוי מיר פארשטייען. איינער שווייגט און ליידט און צווייטער נעמט עקשען. אבער איך טוה זיי באדאנקן ווייל איך האב נישט די קארעדש! זיי זענען גרעסערע העלדן פון מיר זיי קוקן נישט אויף זיך און זענען נישט סעלפיש זיי טוהן פאר די כלל גייען אין די בלאטע און ווערן שמוציג כדי צו רייניגן פאר אנדערע! כה לחי!!!
די גאנצע ענין פון ארעסטירן איז אויפן אויבערפלאך גאנצע 2-3 יאר אז מען וועט טוהן צו די זאך וועלן אסאך טראכטן צוויי מאל פאר זיי טוען אזא זאך! איין זאך קען איך ענק זאגן וואאאגגגן זאל זיך איינער אנרורן מיין קינד! איך וועל יענעם מסרן אפילו איך האב נישט די קארעדז צו מסרן מיין מעלעסטער!!!!
איין זאך פארשטיי איך בכלל נישט איז דען נישט די עבירה יהרוג ואל יעבור??? אויב אזוי וואס איז אנדערש א מעלעסטער ווי איינער וואס דינט ע"ז? אפילו ערגער עס איז שפיכת דמים און גולוי עריות אינאיינעם!!!!!
איך האף אז מיין שרייבן וועט זיין א לתועלת מען זאל נישט אזוי שנעל דזאזן א מענטש וואס מסרט נאר ענדערש זיך נעמן צו די ביינער פון די מעלעסטערס. איך האב שווערע כוחות און געלט אריינגעלייגט אין זיך צוריק אויפבויען און ב"ה איך האב שוין נישט די פראבלעמן היינט. אבער איין זאך איז מיר געבליבן אויף אייביג, וואס מיין פארטנער אין לייף האף איך וועט קיינמאל נישט וויסן אז ווען עס קומט צו די נושא שווימט די בילד מיר ארויף אין זכרון און כמעט וואס איך קען עס נישט אפטוהן וואס פארשווערט די גאנצע ענין וד"ל!!!
און אז איך קען העלפן מיט נאך שאלות פון א וויקטים פוינט אוו וויאו וועל איך פרובירן לויט מיין עקספיריענס.
מאראנצן, וואלסטו געזאגט די זעלבע ביי א רוצח? אוודאי אז נישט. אויב איינער איז א מערדערער, ספעציעל א סיריעל מערדערער רופט מען פאליציי טראץ דעם וואָס זיין ווייב איז א שוואכע נאטור און זיין קינד איז קראנק.
איך קען איינער וואס לעבט שוין נישט היינט און ער האט איבערגעלאזט א שוואכע נאטור ווייב און א קראנקע קינד. איך קען א שטוב וואס איז צופאלן און די קינדער ווערן נישט קער גענומען. ווען איינער זעצט ווען איין יענע רשע די גורם, זעקס יאר פריער וואלטן אלע געהאלפן געווארן.
שאולי האקט...
.
שרעקליך!!!
דיין מאלעסטער איז נאך אויף די פריי? ער גייט נאך אהן?
שוידערליך שאולי. איך האב טרערן.
אלס א געליטענער לאמיר דיר פרעגן. לייג די נגיעות אין דער זייט א מינוט (כ'ווייס סיז ביטער שווער). וואס וואלזטו פארדינט אז דיין מאלעסטאר זיצט אין תפיסה? עס וואלט דיר בארואיגט? דיינע קינדער יארן וואלטן גרינגער געווען? ווייניגער פאניק אטאקעס?
האלסטו נישט אז דו וואלסט געדארפט באקומען אלע העלפ אויף דער וועלט און דער חזיר זאל עס באצאלן, און דיר קומען איבערבעטן און זיך אנטשולדיגן, דאס וואלט דיר דען נישט געהאלפן פיל מער? (איך רעד באופן אז דו ווייסט קלאר אז יענער גייט פאר הילף און וועט מער נישט טון די מעשים אשר לא יעשו).
טראכט א מינוט בעפאר דו ענטפערסט.
שמעקעדיגשוידערליך שאולי. איך האב טרערן.
אלס א געליטענער לאמיר דיר פרעגן. לייג די נגיעות אין דער זייט א מינוט (כ'ווייס סיז ביטער שווער). וואס וואלזטו פארדינט אז דיין מאלעסטאר זיצט אין תפיסה? עס וואלט דיר בארואיגט? דיינע קינדער יארן וואלטן גרינגער געווען? ווייניגער פאניק אטאקעס?
מיינע קינדער יארען נישט אבער איך בין זיכער אז ער האט פוגע געווען נאך ווייל א מאלעסטאר ווערט נישט זאט פון איין קרבן ער גייט אן ווייטער און ווייטער
שמעקעדיגהאלסטו נישט אז דו וואלסט געדארפט באקומען אלע העלפ אויף דער וועלט און דער חזיר זאל עס באצאלן, און דיר קומען איבערבעטן און זיך אנטשולדיגן, דאס וואלט דיר דען נישט געהאלפן פיל מער? (איך רעד באופן אז דו ווייסט קלאר אז יענער גייט פאר הילף און וועט מער נישט טון די מעשים אשר לא יעשו).
טראכט א מינוט בעפאר דו ענטפערסט.
קלאר אז ער וואלט עס געמעגט צאלען
אבער א רוצח און א מאלעסטאר איז זייער פלאץ אין תפיסה עין תחת עין!
פשוט אלץ שטראף און אלץ זיכערהייט פון די סעסייעטי
הוגה, דער יונגערמאן איז ריין כהיום, פארוואס אין דער וועלט אים איינזעצן? בכל אופן איני אומר קבלו דעתי ווייל איך האב נישט קיין מיינונג און איך פארשטיי זייער גוט דיין צד, סגעפעלט מיר נאר דיין ברייטע אויטאריטעט צו פסקען דיני נפשות, וברוך שמסר עולמו להוגים.
און איך בין זייער גוט באהאוונט מיט דער טראמא א קינד גייט דורך, אני בעצמי האט גענומען א היטש פאריאר און מחמת סיבות שונות האט מיר אנגעהויבן דאכטן איך בין אין פעקל, הענט און פיס האבן מיר געציטערט בלי גוזמא כאטש וואס איך בין געווען שוין א יונגערמאן מיט א סעלפאן ובן בנו של קל וחומר א קינד
און נאך א נקודה, מאלעסטעישן איז א ביטערע עבירה בין אדם למקום ובין אדם לחברו אבער זאגן אז דאס איז ווי דערווערגן א קינד ממש ווי לוי אראן איז הוילע פוסטע דעמאגאגיע און ברענגט נאר אראפ דער חומר העון פון רציחה.
אויב קענסטו זאגן אז מאלעסטעישאן איז נישט צימאל ממש אדער ערגער ווי רציחה דאן האסטו נישט קיין אהנונג א מעין דמעין וואס די וויקטעם און די משפחה מאכן מיט. צוליב דעם האלטסטו וואס דו האלטסט. ביזט פשוט נישט באהאווענט.
אדער ביזטו נישט באהאוונט וואס דער טויט איז. אוועק נעמען א מענטש די מתנה פון לעבן איז די ערגסטע זאך אין דער יצירה און מאלעסטעישן איז אולי בלויז א משל דערצו.
מאראנצן כדרכו רעדט דברים של טעם!
הוגה פארוואס ברענגען משלים פון רציחה? לאמיר רעדן פון מאלעסטערן אליין קיינער קוקט עס נישט אהן פאר א לייכטע זאך, אבער לעומת זה אויב איז דאס א פאל ווי דער מלסטר קען זיך העלפן פארוואס אין די וועלט ארעסטירן?
צו שאולי: איך בין ערשיטערט פון דיין געשיכטע סהאט מיר בארירט ביז די טיפסטע סטרונעס פון מיין הארץ, ווארשיינליך ביזטו א סענסעטיווע נשמה און דער רשע האט דיך צוגרינד געלייגט, הגם ביי רוב פעלער גייט די שאדן נישט אזוי ווייט.
אבער אויב דו קומסט ווען צו מיר נאך די מעשה וואלט איך געסטראשעט דעם רשע אז ער זאל זיך גיין העלפן און טאמער נישט וועל איך גיין צו פאליציי, איך זעה נישט קיין שום רעכט צו ארעסטירן א מענטש בלויז אלס נקמה, אי משום הא קען ער באצאלן א געלט שטראף וכדומה, נאר אויב ער האלט זיך נישט ביים העלפן אדער מ'קען אים נישט העלפן דארף מען אים אוודאי אוועקהאלטן פון פאבליק און לייגן אין תפיסה!
איך האב נישט אריינגערעד ביז יעצט און כ'נעם נישט קיין שטעלונג, פשוט ווייל כ'בין זייער צעמישט. פון איין זייט קען איך א אינגערמאן וואס איז ליידער משוגע לאותו דבר און וואלט גערן מאלעסטערט ווען ער קען ווען, אבער קענען קען איך אים גאר גאר גוט, און ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען מ'האקט אים ווען אמאל אן די ביינער וואלט ער מער נישט געקלערט פון אנרירן איינעם. איינעם ווי אים קומט לכאורה נישט קיין תפיסה ווייל ער איז נישט קיין אמת'ע שעדליכע מענטש, פשוט א בהמה גסה. (און פרעגסט מיך נישט וויאזוי איך ווייס, ווייל איך קען פשוט זיין תכונת הנפש דורך און אדורך און כ'בין זיכער אז אפאר גוטע פעטש (אנדעם וואס זיין ווייב און קינדער זאלן וויסן) וואלט געטאן די ארבעט.
פון די אנדערע זייט האב איך א נאנטע קאזין וואס איז ליידער מאלעסטעט געווארן (נישט אין אמעריקע) אויף א מין שוידערליכע אופן (מיט נאך א גאנצע גרופע בחורים, און כ'האב אזוי געשטימט אין הוגה'ס אנקעטע דאן) און היינט צוטאגס, עטליכע יאר שפעטער, איז דער בחור נאך צעשאסן כחרס הנשבר און דער פוגע דרייט זיך ארום פראנק און פריי בעידוד הרבנים הצדיקים רח"ל.
ממילא, ווען עס קומט צו א מאלעסטעישן קעיס שטיי איך אייביג פארלוירן און ווייס נישט וויאזוי צו טראכטן.
די ווארט איז לכאורה אזוי: א סעריעל מאלעסטער דארף אפשמאכטן אין טורמע פאר די רעשט פון זיין לעבן און ס'איז נישט מעגליך (ליידער) זיך צו רעכענען מיט זיין הויזגעזינד, ווידער איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אונזער סאסייעטי און מיינט מ'לעבט אין "דזאו לענד" און מ'קען טון וואס מען וויל, ס'כאפט אים אמאל א תאוה און ער איז עושה מעשי נחום, דארף כאפן א סעריע מכות עד שיאמר יוצא אני אז ס'זאל אים פארגיין דעם אפעטיט.
ס'איז זיכער אז נישט יעדע איינציגע פאל איז די זעלבע.
אפשר ביזטו מסביר 'הוגה' וואס די משפחה פינעם וויקטעם גייט אדארעך?
הוגהאויב קענסטו זאגן אז מאלעסטעישאן איז נישט צימאל ממש אדער ערגער ווי רציחה דאן האסטו נישט קיין אהנונג א מעין דמעין וואס די וויקטעם און די משפחה מאכן מיט. צוליב דעם האלטסטו וואס דו האלטסט. ביזט פשוט נישט באהאווענט.
איך בין גראדע יא באהאווענט אין דעם געביט, דערפאר פרעג איך. איך רעד נישט ווען מע איז אין געריכט.
מאראנצןזאפטאדער ביזטו נישט באהאוונט וואס דער טויט איז. אוועק נעמען א מענטש די מתנה פון לעבן איז די ערגסטע זאך אין דער יצירה און מאלעסטעישן איז אולי בלויז א משל דערצו.
ביי די אינקוויזיציע און נאך אזעלכע סוטיאציעס אין היסטורי האבן מענטשן ענדערש זיך געלאזט פארברענען די גוף ווי שעדיגן די נפש זעהט אויס אז אין יודישקייט איז רציחות הנפש ערגער ווי רציחת הגוף. ווי אויך וואונטשן זיך וויקטעמס די טויט זייער אסאך מאל, די לעבן ווערט פארמאיסט. איז דערפאר אמאל ענדערש ווי מאלעסטען איז בעסער יענעם אינגאנצען צו הרגענען.
שמעקעדיגשוידערליך שאולי. איך האב טרערן.
אלס א געליטענער לאמיר דיר פרעגן. לייג די נגיעות אין דער זייט א מינוט (כ'ווייס סיז ביטער שווער). וואס וואלזטו פארדינט אז דיין מאלעסטאר זיצט אין תפיסה? עס וואלט דיר בארואיגט? דיינע קינדער יארן וואלטן גרינגער געווען? ווייניגער פאניק אטאקעס?
האלסטו נישט אז דו וואלסט געדארפט באקומען אלע העלפ אויף דער וועלט און דער חזיר זאל עס באצאלן, און דיר קומען איבערבעטן און זיך אנטשולדיגן, דאס וואלט דיר דען נישט געהאלפן פיל מער? (איך רעד באופן אז דו ווייסט קלאר אז יענער גייט פאר הילף און וועט מער נישט טון די מעשים אשר לא יעשו).
טראכט א מינוט בעפאר דו ענטפערסט.
לייען איבער וואס איך האב געשריבן וועסטו זעהן אז איך האב טאקע אזוי געטוהן (נישט געמסרט און געגאנגען פאר העלפ) אבער זעהסטו אז נישט די וועג האט געהאלפן טוישן די מציאות נאר די וועג וואס די אנדערע וואס קומען יא ארויס טאקע דאס האט געברענגט די awareness.
איבער די חלק פון באצאלן קיינער זוכט נישט צו צאלן א פרוטה מער ווי מחיוב די איינציגסטע וועג צו בעטן צו באצאלן איז דורך גיין צו געריכט דאן ווידער קום איך אן צו די זעלבע פוינט וואס די ווילסט נישט הערן.
צווייטנס ווען איך בין נישט געווען וואויל אלס קינד האט מען מיר אויסגעלערנט אז אלעס האט א פרייז איך ווייס נישט וואס מען האט דיר געלערנט. איך ווייס אז ווי גרעסער די עוולה אלץ גרעסער די קאנסיקווענץ, ווי עלטער אלץ קלוגער איז מען צו מאכן די ריכטיגע באשלוס, ווי עלטער אויב מען מאכט די נישט ריכטיגע באשלוס אלס מער די קאנסיקווענסן.
שאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
איש ביסט צו עקסטרעם מיט דיין שיטה! שאולי זאגט דברים של טעם און טאמער ער האלט אזוי איז מסתמא ריכטיג, ווייל א חלק וואס מ'קוקט אויף ביים איינזעצן איז דאך די וויקטים'ס פילינג.
משולם שטיינפעלדשאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
יא אונז זעמיר פארפארן דא צו איש צדיק תמים'ס אשכול. אויב איינער קען עס לינקן מ'זאל קענען ציען יעדן שמועס במקומו אשרי לו.
משולם שטיינפעלדשאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
איך בין יא מחולק, איך האלט איך וואלט געדארפט מסרן מיין מאלעסטער נאר איך האב נישט די קארעדז דערפאר טוה איך רעספעקטירן די וואס האבן יא. ווי אויך ווען עס וואלטן נישט געווען מענטשן ווי איש עברי וואס האקן יעדע מאל וואס מען מסרט אפשר וואלט איך געהאט די קארעדז און די גאס וואלט געווען מער זיכער. אנשטאט צו האקן אויף די וואס מסרן זאל מען האקן אויף די וואס שטעלן זיך ארויס צו זיין די וואס פירן די דור און לאזן אזא גרויסע פראבלעם לויפן און קאווערן אפ!!!
איך פרעג נאכאמאל, ווי זענען די רבנים? אז זיי זענען נישט דא זאל מען נישט האקן אויף נחום און אויף הורוויץ און אלע אנדערע עסקנים אין די געביט וואס אפגערעדט צו זיי מאכן מער קליא ווי זיי טוען אויף אדער צו זיי טוען גורם זיין חילול השם... במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש....
ווי אויך נישט האקן, אויף די וואס טוהן וואס זיי פילן ריכטיג, ווייל די רבנים טוהן נאר וואס זייער נגיעה זאגט אין די געביט!
שטילע אינגערמאןדער אשכול איז אלט א קארגע פיהר שעה אין ס'האלט שוין ביי די דריטע בלאט, ס'קומט צו די נושא אין די עולם איז ממש צולאסט
די כלל איז, דער וואס רעדט ווייסט נישט און דער וואס ווייסט רעדט נישט,
עס קומט צו דעי נושא ווייסט קיינער נישט. מילא יעדער רעדט לויט זיינע בני מעיים,
אנטשולדיגט פארן שרייבן אזויפיל, איך האף איר פארשטייט אז דאס איז א פארווייגטאגטע נושא וואס איך נאך קיינמאל נישט דיסקאסט....
וויפיל מאלעסטערס זיצן למעשה אין תפיסה פאר פילע יארן? נאר די גאר ערגע וואס דאס איז יעדער מודה אז עס קומט זיי! די אנדערע קומען צום סוף ארויס אויף פרויבעישן בלא בלא און גייען ארויף אויף די סעקס אפענדער ליסטע. אויב אזוי האב איך נאכנישט ארויס די פראבלעם מיט מסרן.
בושות? סטיגמע? וואויל פארדינט!!!!!!
קוקנדיג אויף דיין פראפייל כאפ איך נאכנישט די טעיסט...
א
שאולי
סארי אבער דער עולם איז נעבעך גוט אין דער סומאטאכע. קיינער נעמט נישט ערענסט ווען "יענער" ווערט נעבעך מאלעסטערט, מען איז אזוי דום, אז אפילו ווען דער אייגינער קינד ווערט מאלעסטערט טוט מען גארנישט, ווייל מען האט מורא, און מען רעדט איין די טפשות'דיגער עלטערען אז פאר די קינד איז אסאך בעסער גארנישט צו טוהן, ווייל טאמער יא, וועט ער דורך גיין די "טראמא" (וואס לכתחילה טענה'ט מען איז בכלל נישטא) נאכאמאהל.
דער איינציגסטער וואס פילט זיך אויסגעניצט און בעוולה'ט איז דער קינד אליין, און חוץ אים וועלען רוב מענטשען גארנישט פילען, און די וואס וועלען יא האבען מיטלייד וועלען זאגען אוי וויי נעבעך מען האט אים נעבעך מפגם געוועהן, אפילו דער צודרייטער נחום וואס וויפיל ער האט שוין אויף געטוהן אין דער געביט קוקט אויך אהן דער עיקר פראבלעם אז מען האט נעבעך פוגם געוועהן די קדושה פין א אינגעל, וכו', נישט אז מען האט דא האלב וועגס גע'הרג'ט א מענטש, א עולם מלא.
נישטא ווער עס זאל פייטען פאר די דמעת העשוקים, נאר די פאר יחידים. ועל זאת לבנו דוי. אז אפילו נארמאלע מענטשען ווי צ.ב.ש. שמעקעדיג, פרעגט דיך אלץ וויקטים וואס האסטו דערפין אז יענער גייט זיצען.
א מין שאלה דאס? וואס האסטו דערפין? עס ליגט א חוב קדוש אויף יעדער וואס איז געווארען מאלעסטערט זאל מציל זיין אנדערע קינדער פין ווערען מאלעסטערד. און דאס איז נישט אלעס. עס איז דא א געפיל וואס לויפט נאך, וואס לאזט נישט שלאפען, לאזט נישט עסען, ביז מען זעהט נישט אז דער וואס האט געטוהן א עוולה ווערט געפאנישט.
געמיינט האביך אמאהל אז רובא דרובא נארמאלע מענטשען וועלען האלטען ווי מיין חתימה. איך בין באמת ענטוישט, ד.ה. אז ווען אינז חסידישע אידען וואלטען ווען געהאט א אייגינע מדינה וואס וואלט זיך געפירט על פי חוקי התורה, וואלטען אלע עבריינים זיך ארום געדרייט פראנק און פריי, ווייל קיין עדים איז נישטא, און בכלל וואס האסטו דערפין אז יענער ווערט מבוזה?
זו תורה? דאס איז דער דרך וואס איז חכמתכם ובינתכם לעיני העמים?
דער גרעסטער חילול השם וואס קען זיין איז לאזען עבריינים זיך ארום דרייען אהן קיין שום שכר ועונש, און נאך זאגען אז דאס איז דער דרך התורה. דערווייל גייט מען און מען איז מהפך הקערה על פיה, און מען זאגט אז דער דרך התורה איז גאר אז עס ווערט חילול השם ווען איינער איז מגלה אז איינער האט געטוהן אן עבירה.
איך ווייס פון א רב וואס האט זיך געהאט אנגענומען פאר א קרבן און ער האט געגעבן רשות צו איהם מסר'ן, זענען געקומען אפאר רבנים און פאר פירט היתכן עס איז מסירה ער קען גיין צום דאקטער מען קען איהם העלפען. . האט די רב צוריק געפרעגט ווער פון ענק נעמט אן אחריות אז ער גייט גיין צום דאקטער, האט יעדער גענטפערט איך, פרעגט ער צו ער קען האבן א חתימה פון איינע פון ענק אז אויב ער גייט זיך נישט היילען און דורך דעם גייט זיין נאך א קרבן און מען וועט דארפן הוצאת פארן היילען די קינד, צו ענק זענען גרייט צו פאר משכנ'ן ענקער הויז, צו מאכן זעכער עס וועט זיין פון צו באצאהלן? קיינער האט נישט מסכים געווען. האט ער זיי געזאגט גייט לחיים ולשלום..
דעס איז די פראבלעם פון מאלעסטעשין וואס איז דא ביי אינז, נישט די מאלעסטערס, עס איז נישט דא ווער עס נעמט קעיר/אחריות אויף זיי.. אונז האבן ברוך השם המספיק פתח תקוה רעים אר סי סי עס..ארג. פאר אלע מיני חולים חוץ פארדעם..
טיטאניקלית דין בר נשפליקער
טאקע יעדע אינגל וואס ווערט געטאטשט זעהט מען עס אהן? א פאריעריגע שניי (אדער היי יעריגע שניי) עס איז דא טויזנטע צווישן אונז אין מען זעהט גארנישט אויף זיי, זייי האבן ווייטער מיטגעהאלטן אין קלאס אין וכו' נארמאל חתונה געהאט אין האבן שוין היינט אפאר קינדער.
איך שרייב דאס נאר בנוגע טאטשן, אין רציחהדיגע אביוז קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך ווייס נישט.
מען דארף וויסן עס איז דא לעווילס אין אלעס
זאג נאר יעדער וואס ווערט געשאסן ווערט דערהרגט,
זאג נאר יעדער וואס פארט דורך א פלעשינג רויט לייט פון א סקול בוס קלאפט אראפ א קינד,
ווען איינער טיט א עוולה און שעידיגט איינעם אפילו עס פאסירט נישט אלע מאל פארמינערט עס נישט די עוולה, און קיין שום תירוץ איז נישט אז נישט יעדער ווערט אזוי שטארק נפגע.
די עוולה איז נישט א אידישקייט עוולה, די עוולה איז א עוולה קעיגן א באשעפעניש וואס קען זיך נישט קעיגן שטעלן, פאר געוויסע סיבות ווערן קינדער דערפין גאר שטארק געשעידיגט ווי שאולי שרייבט באריכות, בשוב טעם ודעת.
משולם שטיינפעלדשאולי, איך זעה נישט זאלסט זיין מחולק מיטן פותח האשכול.
דער פותח האשכול טענה'ט אז א איינמאליגער געשעהעניש, ווען מען טוט נישט געפערליכע מעשים, נאר א קיצל דארט, (עס איז אויך געפערליך, נאר כפי ערך איז עס נישט אזוי שרעקליך) דארף מען נישט ארעסטירן. מבין השורות זעהט אויס ווי דו ביסט ליידער דורכגעגאנגען אן ערגערע טראומה
וואס טוט איר ווען איינער קומט צו צו אייער זוהן אין בית מדרש און גיבט אים נאר א קליינע שנייד מיט א מעסער? ס' גארנישט עס בלוט אביסל אבער נישט געפערליך.... וואלט איר פארפירט אז ער איז קראנק.... געמאכט זיכער מען איז אים מסדר.... די נמשל איז פארשטענדליך...
נאך א קלייניקייט פאר איך מאך נאכט, איך קען נישט אראפלייגן מיין מעשה צו בפרטיות'דיג אבער מיין קעיס פון אביוז איז געווען גאנץ א מילדע לויט מעשוית וואס איך האב געהערט פון אנדערע וויקטימס און דאך קוק די רעזאלטאטן.... יא אפילו
נאר א קיצל דארט מאכט א וויקטים ווערן א שווערע וויקטים....
און איך וויל נישט אויסזעהן ווי די וואס מאכן אוועק די וויקטימס אויף די פארקערטע אופן אבער איך וואלט נאכגעקוקט אלע וואס פארשטייען נישט א וויקטים אז ער איז א פאטענטיול מאלעסטער!!
זיי מיר מוחל אויף מיין לשון........
בעצם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין אין דער נושא מער ווי איך האב געשריבן אין מערערע ערטער אין קאווע שטיבל, עס איז ספר פתוח לפניכם, ווער עס האט אן אינטערעסע צו הערן נאך א צד, דוק ותשכח. אבער היות איך זעה דא געוויסע תגובות זענען געשריבן געווארן מיט די בלוט פון אומשולדיגע געליטענע אידן און אידענעס, וועל איך שרייבן פשוט זיי צו צייגן אז ס'נאך געבליבן sane מענטשן וואס קימערן זיך מיט זיי. איך קען לכה"פ צוויי וויקטימס, עכטע טייערע געלונגענע פארהייראטע מענטשן, וואס אויב וואלטן זיי געליינט דער אשכל וואלטן זיי געלעגן אין בעט קראנק פאר א וואך און באנעצט די קושן. עס איז מיר א שאק און אויך א טרויער צו זעהן ווי מענטשן וואס זענען קלוג און ברייט אין אנדערע נושאים קענען שרייבן אזעלכע איגנארענט סטעיטמענטס. איך בין אלע דן לכף זכות אז איר ווייסט פשוט נישט, ווייל אויב ווייסט איר יא דאן איז נישט דא קיין שום לימוד זכות.
מאראנצן, געוויסע וויקטימס איז ברור כשמש אז עס איז טוב מותם מחייהם. זיי וואקן ארום ווי טויטע אויסגעלאשענע נשמות טראץ דעם וואס פון אינדערויסן שפילן זיי ווי נארמאלע מענטשן. אדרבא, די פאקט אז זיי שפילן א גאנצע טאג כאילו אלעס איז פיין און וואויל רייסט ביי זיי שטיקער חיות פון אינעווייניג. לאמיך דיר געבן א ווייב וואס קען נישט לעבן קיין געהעריגע חיי אישית אן פילן אז זי דארף ברעכן. זי האט געפערליכע טראסט אישוס. א יעדער שטיק צייט ווערט זי קראנק מיט אנדערע עמאציאנאלע אדער פיזישע מיחושים. גיב אויס איבער פופציג טויזנט דאלער אויף טעראפי וואס העלפט אמאל יא און אמאל נישט. זיי פארנומען קער צו נעמען פון די קינדער ווען דו קענסט און ווען נישט איז א רחמנות אויף זיי. לעב אזוי מיט אזא מענטש פאר פופצן יאר, מיט די פארשטאנד אז זי איז בעצם א וואוילע גוטעטשקע פיינע שיינע ווייבל (פון וועם דו קענסט קיין סאך נהנה זיין), און דערנאך וועל איך זיין די גרויסע צדיק פושט טלפיים, און ארויס ווייזן מיין רחמנות'דיגע הארץ פון פוטער און דיר זאגן אז עס איז נישט אזוי גיפערליך. יענער האט נישט למעשה גערצחט דיין ווייב, ער האט נישט געמיינט אפצוהרגנן דיין שלום בית לעולם ועד. דיינע קינדער ליידן אביסל? נו, ס'נישט קיין שלעכטע זאך. לאחר המעשה טאר מען גאר נישט טון צו אזא מנוול, ווייל אפשר וועט איין טאג אפירקומען עפעס א מאראנצנזאפט וואס קען איין מענטש וואס איז א מאלעסטער און יענער האט אים אליין געזאגט אז ער איז אויסגעהיילט. איך קען מיר אביסל פארשטעלן וואס דיין רעאקציע וואלט געווען.
פאריאר האט א באקאנטע מאלעסטער פון לאנגע יארן חתונה געמאכט. די סיבה פארוואס ער איז קיינמאל איינגעזעצט געווארן איז ווייל ער איז געווען אן אייניקל פון א גרויסע הייליגע רבי וואס האט א ווייכע הארץ און איז א גרויסע בעל רחמנות. צוליב דעם רשע און זיין הייליגע זיידע ליידן צענדליגע משפחות עד אין סוף. ווען ער האט חתונה געמאכט איז א באקאנטע מיינע אריינגעפאלן אין א טיפע דיפרעסיע. עס איז נתברר געווארן אז ער איז געווען א וויקטעם, דער רבישע חזיר האט אים סך הכל געטאטשט דא און דארט אפאר מאל, נישט מער. זעהנדיג די כבוד מלכים ביי די רבישע חתונה זענען די טיפע פארשטופטע וואונדען ארויף געשווימען אויפן אויבערפלאך. יענער האט מיר שפעטער געזאגט אז ער איז געלעגן אין בעט פאר איבער א וואך מיט פיזישע הארץ ווייטאג. נישט געקענט רעדן צו זיין ווייב, קינדער, ביזנעס וכו'. נאר וויינען א גאנצע טאג. פארוואס? פארוואס האט דער יונגערמאן און נאך צענדליגע יונגערלייט געמוזט ליידן? פארוואס דארפן זייערע משפחות דאס מיטמאכן? פארוואס האט מען נישט געקענט אפשטעלן דער מנוול נאך איינס צוויי אדער דריי מעשיות? איר ווילט וויסן פארוואס? וועגן דער אשכול. דער אשכול איז די סיבה פארוואס די רוצחים דרייען זיך ארום פראנק און פריי און די וויקטימס זענען פארשפארט אין זייער אייגענע תפיסה. דער אשכול איז די סיבה פארוואס מאנכע וויקטימס פארלירן טראסט אינעם פרומע געמיינדע, פילן betrayed און פארלאזט בשעת די מאלעסטערס האבן די פולע שטיצע.
איש עברי, איך ליין און איך שטוין. הזאת איש עברי? איש עברי החכם והמשכיל לא ידענו מה היה לו!! איך קען נישט פארשטיין וואס פונקטליך איז אדורך געלאפן דיין קאפ ווען דו האסט געשריבן אזעלכע מאדנע געדאנקן. טאטשן איז נישט געפערליך? ממש אזוי? אפשר זאל מען רופן מ. ט. פון מאנסי און אים זאגן אז פון היינט אין ווייטער זאל ער מער נישט לעקן אבער טאטשן איז אקעי. ווען נ. וו. וואלט געהאט שכל וואלט ער נאר געטאטשט זיינע קרבנות און דאן וואלטן מיר אים נאך געקענט פארשטיין. כ'מיין נאך אלעם איז דאך זיין ווייב נישט די מלכת היופי. ובלית ברירה מוז ער גיין 'טאטשן' פופצן יעריגע מיידלעך. מה כל הרעש? ס'דאך נאר טאטשן. זאג נאר, ווי אזוי פילט עס צו זאגן אזעלכע ווערטער? ס'גייט דיר כאטש אריבער עפעס אן איבל ווען דו זאגסט עס אדער דו עסט ווייטער די קאקאש קעיק בשעת'ן טייפן?
דו שרייבסט אז עס איז פארשטענדליך אז פרומע אידן האבן נישט קיין סעקסואלע אוטלעט און ממילא פלינדערן זיי קינדער. האלו, דארפסט אן אוטלעט, ס'דא גענוג זונות אין מאנהעטן און אין תל אביב, מענער און פרויען. גיי האב אן אוטלעט מיט זיי. וואס ווילסטו פון די אומבאהאלפענע קינדער? אפשר זאל מען אויך אוועק קוקן ווען א פוניביזער ישיבה בחור דערווערגט איינעם צום טויט (עכ"פ די ערשטע מאל זיכער) ווייל זיי האבן נעבעך נישט די אוטלעט וואס די פרייע יונגן האבן פון גיין אין מיליטער? דו ווייסט וואס? אז דו ביזט יא אזא גוטע און פארשטענדיגע מאן האב איך פאר דיר אן עצה. זיי מפרסם אז די אלע בחורים און יונגערלייט וואס פילן זיך סעקסואליש באקריוודעט, צו ווייל זיי באקומען נישט גענוג, צו ווייל זייערע ווייבער זענען נישט גענוג שיין, אז דו פארשטייסט גוט זייער ווייטאג, און זיי קענען האקן מיט דיר. אבער זיי נישט אזא פארשטענדליכע אויפן חשבון פון אומשולדיגע קרבנות.
און יעצט צו דיר מיין טייערע באליבטע שמעקעדיג. איך האב דיר ווירטואליש ליב אהבת נפש. לאמיר אביסל רעדן איבער די "אידישע" מידה פון רחמנות. חז"ל זאגן אונז, "כל המרחם על האכזרים לסוף נעשה אכזר על רחמנים". נאך שטייט, "מפרסמים את החנפים מפני חילול השם". אינטערעסאנט אז עס שטייט נישט דארט א תנאי אויב די פירסום וועט יא אדער נישט אויפטון פיזיש פאר די וויקטים. עס שטייט אויך נישט, הני מילי כשאין לו אשה ובנים ואב ואם ואחים ואחיות וזיידע ובאבע וכו'. עס איז דא א צייט פון טון דאס וואס איז קעגן אונזער רחמנות'דיגע נאטור, דער צייט איז ביי א רודף א מאלעסטער. ווען מען גייט גיין מיט דיין פאליסי וועט מען טאקע איינשפארן אומצאליגע צער ועגמת נפש פאר די משפחה פון די מאלעסטער וואס זענען נעבעך אומשולדיג. אבער געדענק, סופך להתאכזר על הרחמנים. די פיין און די צער וואס דער און אנדערע מנוולים וועלן אפטון צוליב דער ביסעלע רחמנות איז א מעוות לא יוכל ליתקן. יעצט איז די צייט קער צו נעמען. נישט מארגן און נישט נעקסטע וואך.
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט מען געקענט זיך אוועקזעצן און פילאפיזירן, וואס איז די בעסטע וועג צו באהאנדלן דער נושא. שמעקעדיג וואלט אויסגעשטעלט א הויז ארעסט סיסטעם, מאראנצן וואלט אויפגעשטעלט טעראפי קליניקס, און איש עברי וואלט געעפענט מקוואות וואו מען וועט נאר מעגן טאטשען. אבל מה נעשה אז די וועלט איז נישט וועלט, מיר לעבן אין א דור הפקר. מיר זענען אין א צייט וואס גיין אן סיעמס איז א גרעסערע עוולה ווי מאלעסטן. אשר על כן מוזן מיר גיין מיט די איינציגסטע רחמנות וואס איז אונז געבליבן און רעפארטן א יעדע סארט מאלעסטעישאן ביים ערשטע פארלעצונג אזוי ווי מיר זענען מענדעיטעד פון אונזער דינא דמלכותא. ליידער זענען מיר אין גלות און מען מוז זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. און מיר האפן און קוקן ארויס ווען עס וועט שוין צוריק קומען די יושר'דיגע מלכות יהודה בשוב השם שבות ציון במהרה בימינו אמן.
.
איש עברי האט שטארקע טראומא פון וויפיל לייקס זיין אטאקירער באקומט דא...
הוגה 👍
אז מקוקט אויף יעדע קעיס פאר זיך ווערט עס האקל און סענסעטיוו, אבער אז מקוקט בכלליות אויפן גרויסן בילד איז הוגה כשר גערעכט, ווילאנג א מאלעסטער בקרבינו וועט נישט וויסן אז עס דראעט אים תפיסה וועט קיינמאל נישט זיין ארדענונג, ואלמלא מוראו של מלכות איש את רעהו חיים בלהו.
און ****** יעצט קענסטו אראפ נעמען א לייק פון מיין פינקי ארטיקל.
פליקעראבער צד השווה דער מאלעסטער אויב באקריגט ער נישט זיין פארדינטע בושה אדער שטראף אדער הילף, איז די פאקט אז ער גייט אן גיין נאך אמאל און נאך אמאל, אזוי ווי די קאטוילישע גלחים, און אלע אנדערע קולט פירער פון היסטאריע, אבער און לויף פון זיין מאלעסטעישן וועט פאסירן וואס איך האב אויסגעשמיסט.
דער מאלעסטער איז א געוויסע קנעיט וואס האט א געוויסע בלאק און זיין מוח פונקט ווי א מערדער, מען ברויך דעיס ציטרעיטן פון אנפאנג פינעם קאריעריע, נישט ווען עס איז שוין דא פילע קרבנות, די זאג אז איינער גיבט אזא איינמאליגע מאלעסטעלע אין א שוואכע מעניט, איז נהאיוו.
א אינגערמאן (א גאר נאנטער חבר) האט מיר דערציילט, ער איז געווען היבש אבסעסט צו זכרים, איינמאל האט אים ועד הצניעות געכאפט, איינער פון די וועד האט גערעדט צו אים און אים גע'קנס'ט מיט א ריזן סומע געלט, און אים געסטראשעט אז אויב כאפט מען אים נאכאמאל זעצט מען צוזאם די גאנצע ועד און מען וועט דן זיין וואס מ'דארף טון מיט אים, דער אינגערמאן זאגט מיר זייט דעמאלטס האט ער "כמעט" ווי פארלוירן די תאוה צו אנדערע, ער האט די שרעק אז די גאס זאל נישט וויסן, און אפגערעדט די געלט וואס ס'האט אים געקאסט
וואס איך נעם ארויס דערפון, ס'איז א חילוק פון איינעם וואס מ'כאפט איינמאל, צו איינער וואס מען האט שוין געכאפט מערערע מאל (נישט א חילוק פון איינער וואס האט עס געטון איינמאל צו מערערע מאל, ווי לאנג מ'כאפט נישט איינמאל האט ער נישט די מוראה של מלכות)
@שאוליאיך האב יעצט געליינט דיין תגובה (נאכן שרייבן מיין פריערדיגע תגובה) ס'איז באמת שוידערליך, איך וויין מיט מיט דיר, איך האב נאר א שאלה צו דיר, האסט אים נישט גע'מסר'ט, פאר א רוחניות'דיגע אויטאריטעט האסטו יא דערציילט? א שטייגער ווי ועד הצניעות, אויב ביסטו געווען אין חדר פאר דיין מנהל אדער ראש ישיבה? פאר דיינע עלטערן?
==
אגב וויל איך מוסיף זיין צו מיין פריערדיגע תגובה, די מעשה מיט דעם יונגערמאן, שוב התבוננתי, דער אינגערמאן האט מיר עס דערציילט אזוי אויבערפלעכליך אלס גוטער חבר, איך בין אבער נישט אריין אין קיין דיטעילס, ער האט מיר געזאגט "ער איז געווען משוגע נאך זכרים" למעשה ווייס איך נישט צו מען רעדט פון ברצון אדער באונס, קינדער בחורים אדער זיינס גלייכן, איך האב אים נישט געפרעגט דעטאלירט, יתכן ער האט עס געטון מיט אנדערע ברצון, אפשר איז די קרענק שוואכער אז מוראה של מלכות האלט אים אפ, ווידער אויב איז ער מאנס איז עס א שטערקערע מחלה וואס אפילו מוראה של מלכות האלט נישט אפ, איני יודע
אבער עם כל זה לענ"ד, אויב איז די ערשטע מאל וואס מען כאפט מאנס זיין, אפגערעדט וואס זאל זיין, מעג מען אים געבן די שטערקסטע עונש, עד כדי פירסום ברבים ולא עד בכלל, מיט א אזהרה אז נאו אדער טשענס, און נעקסטע מאל איז ער אין תפיסה
ואיני אומר קבלו דעתי
שרייבער אינגערמאן (א גאר נאנטער חבר) האט מיר דערציילט, ער איז געווען היבש אבסעסט צו זכרים, איינמאל האט אים ועד הצניעות געכאפט, איינער פון די וועד האט גערעדט צו אים און אים גע'קנס'ט מיט א ריזן סומע געלט, און אים געסטראשעט אז אויב כאפט מען אים נאכאמאל זעצט מען צוזאם די גאנצע ועד און מען וועט דן זיין וואס מ'דארף טון מיט אים, דער אינגערמאן זאגט מיר זייט דעמאלטס האט ער "כמעט" ווי פארלוירן די תאוה צו אנדערע, ער האט די שרעק אז די גאס זאל נישט וויסן, און אפגערעדט די געלט וואס ס'האט אים געקאסט
וואס איך נעם ארויס דערפון, ס'איז א חילוק פון איינעם וואס מ'כאפט איינמאל, צו איינער וואס מען האט שוין געכאפט מערערע מאל (נישט א חילוק פון איינער וואס האט עס געטון איינמאל צו מערערע מאל, ווי לאנג מ'כאפט נישט איינמאל האט ער נישט די מוראה של מלכות)
די זעלבע פחד פון די גאס זאל נישט וויסן האבן יעצט אלע מאלעסטערס, נאר אנשטאט סזאל קומען נאכן ערשטן קרבן איז עס שוין דא פאר דעם.
ביבערשרייבער אינגערמאן (א גאר נאנטער חבר) האט מיר דערציילט, ער איז געווען היבש אבסעסט צו זכרים, איינמאל האט אים ועד הצניעות געכאפט, איינער פון די וועד האט גערעדט צו אים און אים גע'קנס'ט מיט א ריזן סומע געלט, און אים געסטראשעט אז אויב כאפט מען אים נאכאמאל זעצט מען צוזאם די גאנצע ועד און מען וועט דן זיין וואס מ'דארף טון מיט אים, דער אינגערמאן זאגט מיר זייט דעמאלטס האט ער "כמעט" ווי פארלוירן די תאוה צו אנדערע, ער האט די שרעק אז די גאס זאל נישט וויסן, און אפגערעדט די געלט וואס ס'האט אים געקאסט
וואס איך נעם ארויס דערפון, ס'איז א חילוק פון איינעם וואס מ'כאפט איינמאל, צו איינער וואס מען האט שוין געכאפט מערערע מאל (נישט א חילוק פון איינער וואס האט עס געטון איינמאל צו מערערע מאל, ווי לאנג מ'כאפט נישט איינמאל האט ער נישט די מוראה של מלכות)
די זעלבע פחד פון די גאס זאל נישט וויסן האבן יעצט אלע מאלעסטערס, נאר אנשטאט סזאל קומען נאכן ערשטן קרבן איז עס שוין דא פאר דעם.
קוק מיין נעקסטע תגובה
און איך קלער יעצט שוין יא א חילוק בין רצון לאונס, איינער וואס טוט עס ברצון קען זיין ער האט א פחד פון די גאס, אבער איינער וואס איז מאנס האט לכאורה נישט קיין פחד פון די גאס, ווייל וואס קלערסטו? יענער וויל נישט, צווינגסט אים, און ער גייט פאר קיינעם דערציילן?
לכאורה יש לחלק ואני נבוך כאפטעמיסט כאן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/191710">viewtopic.php?p=191710#p191710</a><!-- l -->
הוגה... קודם wow, אבן מקיר תזעק פון דיין הארצרייסענדע באשרייבונג. און א דאנק פאר דיין אהבה.... נאך א מזל עס איז נאר ווירטואליש, אניש מוז איך לויפן צו נ.ר. תיכף ומיד אן קיין שהיות... 😛
וויצן אין דער זייט. איך אליין קען אויכעט עטליכע נפגעים וואס איז עולם חשך בעדם. איך האב שוין מאריך געווען דערוועגן אין דיין אשכול מאחוה"פ. און איך האב דארט מודה געווען אז זייט איך האב זיך באקאנט געמאכט מיט די געשיכטעס האב איך באקומען א אנדער בליק אויף די גאנצע נושא.
דוק ותשכח אז מיין תגובה איז נישט אזויפיל אנדערש ווי דיינס. איך האב אויך דערמאנט אויבן אז כל המרחם על האכזרים וכו', און איך האב מודה געווען אז אויב קען מען גארנישט טון דארף מען יענעם אפרוימען פון די גאסן (הגם נישט מיט א שמחה און זויפן יענעמס בלוט). איך מיין אז עס בלייבט איבער בלויז אפאר קלייניגקייטן וואס על זה אנו דנים.
איך בין אויך געווארן עטליכע מאל געטשעפעט אלס קינד, און איך בין דאן ווי פארפרוירן געווארן צום טויט, אבער ב"ה עס האט נישט געהאט אזעלכע שוידערליכע נאכווייען און אפעקטן ווי שאולי וחבריו, ה' ירפאם וינחמם במהרה, ממילא איז מעגליך אז צוליב דעם פארשטיי איך נישט די געוויסע פרטים. למשל איך פארשטיי נישט וואס פאסירט אינעם מח פונעם נפגע אויב מען ארעסטירט יענעם, אויסער נקמה. אפילו עין תחת עין האבן אויך חז"ל באשטימט אז די תורה מיינט באצאלן געלט, בושת צער ריפוי נזק א.א.וו., לויט מיין ארימע דעת איז אז דער רשע ברעכט זיך און בעט איבער דעם באטראפענעם און באצאלט אים, פיל א גרעסערע נחמה פאר דעם נרדף ווי סתם ווארפן יענעם אין תפיסה און חרוב מאכן זיין משפחה, פון וואס קיינער האט נישט קיין הנאה. נאכאמאל, שטייצעך נאר באופן אז יענער איז מער נישט קיין סכנה פאר די גאס, אנדערש איז ניטעמאל קיין שאלה.
אין אנדערע ווערטער, מיר זענען דן אויב מען מעג מסור'ן און איינזעצן אויף א עבירה פונעם עבר און איז מער נישט גילטיג, צב"ש א קינד גייט נאך 10 יאר מסר'ן זיין מלמד פון חדר צוליב אזעלכע מעשים. אבער טאמער איז יענער א רודף ווייטער איז כו"ע מודי אז עס איז דאך מותר מן הדין און שכל'דיג אויכעט יענעם אפצורוימען ויפה שעה אחת קודם.
און נאך א זאך וואס איך טענה, אז מען זאל נוצן דעם מיטל וועג. דער לאנגע תגובה פון דיר, הוגה, האט נאכאמאל אראפגעשפילט דעם שרעקליכן עקסטרעם פון געליטענע וואס די לעבן איז זיי חרוב (נישט צו יעדן געטשעפעטן פאסירט דאס), און דער מאלעסטער איז א שיינער איד (נישט אלע זענען, אסאך דרייען זיך ארום צוקלאפט און מלא חרטה), און אשר על כן טאר מען נישט קוקן אויף די תוצאות פון איינזעצן דעם מאלעסטאר, נאר זיך צומאכן די אויגן און הארץ און פארשיקן אין תפיסה, אויף וואס איך טענה אז מען זאל עס יא טון, מאכן א חשבון צי דאס איז די ריכטיגע עצה, אפשר קען מען טון באופן אחר, בצנעא, און נישט פארשעמען די אומשולדיגע משפחה עד סוף כל הדורות. תפיסה איז קלאר א אפציע, אבער ביי מיר איז דאס די לעצטע עצה בדיעבד ווען אלעס אנדערש האט נישט געארבעט, וכדברי שרייבער הנ"ל, נישט לכתחילה ווען מען הערט עפעס זאל מען תיכף לויפן צו די באהערדע.
און צום שלוס, איימסארי פאר די קומענדיגע ווערטער. איך בעט איבער פאר איך שרייב אבער ההכרח לא יגונה. איך וויל פארשטיין פון וואו די אלע "מבינים" דא פארשטייען די געפילן אזוי גוט. מילא שאולי איז א געליטענער. אבער נעם אזא איחוד פעלד, דער גרעסטער עקספערט און שטרענגסטער פוסק אויף דעם געביט. פון וואו פארשטייט ער אזוי פונקטליך דעם מהלך המחשבה פון די געליטענע? איך האב נישט קיין אנדערע וועג ווי צו זאגן אז זיי זענען אליינס געטשעפעט געווארן אויף א מיאוס'ן אופן, און דעריבער פארשטייען זיי וואס אנדערע פארשטייען נישט. און אויב אזוי, האב איך מורא אז מיר גייען זיך קיינמאל נישט פארשטיין 100%, און השי"ת זאל העלפן מען זאל נישט דארפן פארשטיין, ער זאל שוין מער נישט באשאפן אזעלכע קראנקע מענטשן, וחרפת עמו יסיר, אמן.
לאליפאפאיש עברי האט שטארקע טראומא פון וויפיל לייקס זיין אטאקירער באקומט דא...
האסט נאר פארזעהן אז איש עברי איז איינע פון די לייקערס, און אז הוגה איז נישט קיין אטאקירער ער רעדט דברים של טעם און איך קוק עס נאר אהן אביסל אנדערש ווען איך וועל האבן צייט וועל איך מיך נאכאמאהל מסביר זיין
איש עבריפלעין אידיש פארגינסט מיך נישט? נעם דיך אויך צו די ארבעט!
גראדע בין איך געווען זיכער אז איך וועל באקומען אויף דעם אפשר 2 לייקס
מיטן גאנצן הארץ
נעם נאך איינס
קח ולייק
👍
הוגהווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט מען געקענט זיך אוועקזעצן און פילאפיזירן, וואס איז די בעסטע וועג צו באהאנדלן דער נושא. שמעקעדיג וואלט אויסגעשטעלט א הויז ארעסט סיסטעם, מאראנצן וואלט אויפגעשטעלט טעראפי קליניקס, און איש עברי וואלט געעפענט מקוואות וואו מען וועט נאר מעגן טאטשען. אבל מה נעשה אז די וועלט איז נישט וועלט, מיר לעבן אין א דור הפקר. מיר זענען אין א צייט וואס גיין אן סיעמס איז א גרעסערע עוולה ווי מאלעסטן. אשר על כן מוזן מיר גיין מיט די איינציגסטע רחמנות וואס איז אונז געבליבן און רעפארטן א יעדע סארט מאלעסטעישאן ביים ערשטע פארלעצונג אזוי ווי מיר זענען מענדעיטעד פון אונזער דינא דמלכותא. ליידער זענען מיר אין גלות און מען מוז זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. און מיר האפן און קוקן ארויס ווען עס וועט שוין צוריק קומען די יושר'דיגע מלכות יהודה בשוב השם שבות ציון במהרה בימינו אמן.
.
איך בין מסכים מיט הוגה אז ווען מרעדט פון א מזיד און א פושע וואס איז עבר ושנה זאל מען אים ארעסטירן למען ישמעו ויראו, אבער די טענה אז ממוז יעדן ארעסטירן ווייל אזוי לויטעט די געזעץ קען איך נישט אננעמען.
אדרבא מי יתן והיה אז געזעץ זאל זיין געזעץ ביי אונז, מענטשן זאלן רעספעקטירן געזעץ און אהן קיין חכמות זיך פירן בדינא דמלכותא, דאס וואלט שוין אסאך נארמאלער געמאכט אונזער סאסייעטי.
אבער די מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלטל ווי אומלעגאלע טשעק קעשערס זיצן אין בית מדרש, להלכה ולא למעשה איז א לעגעטימע מודעה אויפ'ן וואנט, און די מוסודות גנב'נן פראגראמעם מיט די אקטיווע הילף פון טויזענטער עלטערן ואין פוצה פה ומצפצף, עס האט זיך אנוויקלט א דשולענד מיט א אייגענע קולטור און אייגענע יוסטיץ און מאראלן [אדער אוממאראלן]
מיר זענען א אנארכיסטישע געמיינדע, א געזעצלאזע דשאנגעל, דעריבער קען מען נישט פלוצלינג ביי איין פונקט זיך אנכאפן אז ביי דעם גייט מען זיך נעמען פאלגן חוקי המדינה אנע חכמות, ווייל א גרויס חלק פארוואס מען קען און מען מעג געבן א עונש פאר א מענטש איז וויבאלד א מענטש וואס טוט א זאך ווייסט אז ער קען טראגן קענסעקווענצן, עכ"פ אזוי איז די תורה בליק פון "אין עונשין אלא אם כן מזהירין"
יעצט ווען סקומט לאמיר נעמען א משל א עלטערע אפגעריסענע בחור, א וויקטים פון אונזער אפגעריסענע סאסייעטי, א בעוולט'ער פון די טאג וואס ער איז געבוירען, נישט געקריגן די מינדעסטע בילדונג, ער מעג נישט ארויסגיין מיט מיידלעך זוכן א שידוך נאר דארף זיין אנגעוויזן אויף די רחמים פון זיינע עלטערען, און ער דרייט זיך כאבן שאין לו הופכין, און ער כאפט א דראנג און טשעפעט א בחור'ל.
די עוולה שרייט ביז'ן הימל איך וואלט געלאזט אים אנהאקן די ביינער אויסברעכן די שויבן און לעכערן די רעדער ווי גרן האט"ד האט פארגעשלאגן, אבער גיין מיט דינא דמלכותא אויסדרוקליך נישט, ער איז לפי דעתו אין א דשאנגעל מען האט אים מחנך געווען לפי חוקי הדשאנגעל, און ער איז אליין א קרבן פון די אראגאנץ, רשעות, און אומזין וואס הערשט ביי אונז.