☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)

שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)

142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12161
בלאט: 1 2 3

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 26, 2018 10:48 am

· #396439
שיטות בהנהגת העולם, און וועלכע שטימט מיט די תורה (אפגעטיילט)
אונטער חכם
שבת אחים

מוראדיגע כבוד אז דער סעלפיש בהמה קושנער מיט איוואנקע זענען אראטאדאקסישע אידן... ממש א כבוד פאר די אראטאדאקסן אז זיי זענען די וואס האבן איינגעפעידעמט די גרעסטע ״ראסיסטישע גאווערמענט״ אין מאדערן-טיימס אין אמעריקע. קיינמאל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די ראסיסטישע רעדנעקס און נעא-נאציס ארומגעגעאנגען מיט אזא געהויבנעם קאפ אין אמעריקע ווי יעצט אינטער די טראמפ אדמינסטראציע וואס ווערט געפירט דורך רעכטע ווייסע ראסיסטן.

רבינו רעיגען ז"ל איז דען געווען א קלענערער ראסיסט?
דעמאלס איז עס נאר נאך נישט געווען אזוי אפגעפרעגט צו זיין א סעגרעגעישאניסט וכו'

וואס עפעס? רעיגען און זיין אדמינסטראציע זענען געוועהן טויזנט מאל מעהר נארמאלער. קיינמאל וואלט ער נישט געזאגט ווען נאציס מארשירן אין די עפענטליכקייט מיט אנטיסמיטשיע סלאוגאנס און הארגענען א מענטש אז ביידע זייטן זענען שולדיג... וכו׳ וכו׳. וואס איז די צוגלייך בכלל? אזא צורידערטע אדמינסטראציע ווי טראמפ איז נאך נישט געוועהן אין אמעריקע. יא ער גייט הייערן די בעסטע מענטשען...! ווי למשל סטיוו בענענען? גורקא? דזשעף סעישאונס? בעטסי דיוואס? שאן ספייסער? קעלי? פאפעדאפעלס? מייקל פלין? סקארמאוטשי? עמעראוסאו? פריבאוס? געיטס? פארטער? סטיוו מענאוטשין? ווי זענען די גרויסע מבינים וואס ער גייט הייערן?
האלב פון זיי זענען שוין לאנג נישט דארט די אנדערע האלב מאכן דיעלס מיט ראבערט מוללער???

מוראדיג!

אספקלריה » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:19 am

· #396441
שבת,
איך וויל זיך נישט טעהנען צו טראמפ איז א באזעצענע נארמאלע מענטש.
אבער בנוגע זיין ביידע זייטען קאממענט, צו האלטסטו נישט אז די אנטיסעמיטיזען פון די ליבראראלע אגענדא וואס ברענט און די יונובערסיטיס און פרעידיגען פאר הונדרעטע טויזענטע פון די אמעריקאנע יונגווארג,איז א גרעסערע סכנה וואו א קליינע גרופע ווייסע משוגעים ?
די גרופע משוגעים פרובירען נישט צו אינפארסירען זייער אגענדאס זיי האלטען עס פאר זיך, משא״כ די לינקע אגענדא באהערשען היינט אלע קעמפאסעס און באשרייען יעדער וואס האלט א קעגן זיי, סדאכציך מיר אז זיי ענדלין אסאך מער און די נעא נאציס קאלטישע יונגווארג פארטיי, ווי דיע פאר white trash משוגעים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:27 am

· #396442
עס איז דא א חילוק צווישען וויסענשאפט שטעלערס און לאנדס פיהרערס. אוודאי זענען דא עקסטרעמיסטען אויף אלע זייטען. אבער א סטודענט אין יוניווערסיטטה פארטרעט זיך און זיין\איהר שיכורער חברים. די פראפעסאר איז נאר איינער מיט א מיינונג און וויסענשאפט. די פיהרער'ס פון די לינקע לאגער רעדען נישט די עקסטרעמע שפראך. משא"כ ביי די רעכטע, וואס די שמוציגע פיסקען פון ראש לימבוי און מארק סעוועדזש זענען גארנישט ווייט פון די פאליטיקאנטען און קאבינעט פון טראמפ. די עקסטרעמיסטען זענען אין די מאכט. אבאמא האט נישט געהאט קיין קאבינעט פון עקסטרעמיסטען. פונקט היינט האב איך געהערט אויף די ראדיא די גאווערנער פון קענטאקי ווי ער רעדט פון גאן קאנטראל. ממש א גרוילל! ער זאגט אז יעצט קען מען נישט רעדען, ווייל די הרגשים זענען צו הויך. הייסט'ס מ'דארף ווארטען אויף זעקס מאנאטען וואס קיינער ווערט נישט געשאסען, און דערנאך קען מען רעדען! ווייטער זאגט ער אז אין די לעצטע פופצען יאר איז געווארען ווייניגער ביקסען אין אמעריקא, אבער מער שיסערייען. דאס דארף עפעס אויפווייזען! טפשות מיט שלעכטס אינאיינעם. ער האט נאך מער געזאגט אבער איך קען נישט געדענקען יעדעס ווארט. הער אויס די היינטיגע morning edition אויף נ.פ.ר..

דארט איז דער עיקר חילוק צווישען די צוויי לאגערס.

אספקלריה » מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:58 am

· #396443
לויט דיינע פאקטען ביסטו גערעכט.
סאיז אבער יתכן אז דיינע פאקטען זענען נישט די ריאלעטעט.
די לינקע לאגער פרעידיגען אפענע אנטסמעטיזעם,זיי פארשרייען און דיסקרטמנעיטין אקעיגין יודען.
זיי זענען היינט די שטערקסטע אנטיסמיטישע כח און אמעריקא לכאורה.

אספקלריה » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:01 pm

· #396444
טעות

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:08 pm

· #396445
אספקלריה
לויט דיינע פאקטען ביסטו גערעכט.
סאיז אבער יתכן אז דיינע פאקטען זענען נישט די ריאלעטעט.
די לינקע לאגער פרעידיגען אפענע אנטסמעטיזעם,זיי פארשרייען און דיסקרטמנעיטין אקעיגין יודען.
זיי זענען היינט די שטערקסטע אנטיסמיטישע כח און אמעריקא לכאורה.

וואס הייסט 'די לינקע לאגער'? די פאליטיקאנטען פון די לינקע? וועלכע? איך האב יעצט די בוך פון קעיטה אליסאן און ער פרעדיגט נישט קיין אנטיסעמיטיזם. יא, ביי די נידריגע עלעמענטען איז מעגליך דא אנטיסעמיטיזם, אבער נישט העכער ווי דעם. משא"כ ביי די 'רעכטע לאגער', ווי דער פרעזידענט אליינס האט געקענט זאגען אפענע ראסיזם אין זיין דרשות צו ווערען פרעזידענט. ער האט געקענט אנרופען די אימיגראנטען אלס א באנדע קרימינאלען צוליעב זייער ראסע. דאס איז טעקסט בוך ראסיזם, און ער איז נישט די נידריגע עלעמענט פון די רעכטע. די לינקע אויף די ראדיא רעדען קיינמאל נישט אזוי עקסטרעם ווי די רעכטע אויף די ראדיא. אין יעדער פאראלעל איז די רעכטע מער עקסטרעם.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 26, 2018 8:03 pm

· #396476
קורקלענד
איז ער נישט גענוג א איד אויב עסט ער פון די המן טאשן?

קורקלענד: ס'איז דא א פרוי וואס איז נתקרב געווארן צו אידישקייט דורך עסן און קאכן אידישע מאכלים. זי האט חתונה געהאט מיט א איד. און זי האט א בלאג. מיט אלערליי רעסיפיס פאר אלע צייטן פון יאר. אריינגערעכנט פורים, פסח, שבועות, חלות אויף שבת, קאקאש קעיק, המן טאשן, וכו'...! איהר בלאג הייסט ..."שיקסא בלאג"...וואו זי פארציילט איהר גאנצע היסטאריע. זייער אינטרעסאנט...!

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 26, 2018 8:58 pm

· #396478
שבת
שוין איבערגעקייט מערער מאל ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז אלע אימיגראנטן זענען רעיפיסט. די לינקע זענען ליגנערס אהן קיין בושה. וגם אתה בתוכם.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 27, 2018 2:13 am

· #396495
אספקלריה
שבת,
איך וויל זיך נישט טעהנען צו טראמפ איז א באזעצענע נארמאלע מענטש.
אבער בנוגע זיין ביידע זייטען קאממענט, צו האלטסטו נישט אז די אנטיסעמיטיזען פון די ליבראראלע אגענדא וואס ברענט און די יונובערסיטיס און פרעידיגען פאר הונדרעטע טויזענטע פון די אמעריקאנע יונגווארג,איז א גרעסערע סכנה וואו א קליינע גרופע ווייסע משוגעים ?
די גרופע משוגעים פרובירען נישט צו אינפארסירען זייער אגענדאס זיי האלטען עס פאר זיך, משא״כ די לינקע אגענדא באהערשען היינט אלע קעמפאסעס און באשרייען יעדער וואס האלט א קעגן זיי, סדאכציך מיר אז זיי ענדלין אסאך מער און די נעא נאציס קאלטישע יונגווארג פארטיי, ווי דיע פאר white trash משוגעים.

ניין עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך.
די לינקע האבן נישט פיינט קיין אידן ווייל זיי זענען אידן. זיי האבן בכלל נישט פיינט קיין אידן- זיי זענען ע״פ רוב אידן אליינס. זיי זענען נאר קעגן מדינת ישראל וועגן די אומליגעאלע אקיופאציע. ווען כינע וואלט בלאקירט האנג קאנג די זעלבע וועג ווי די ישראלים בלאקירן די פאלעסטינער פאר אזויפיל יאהר נאכאנאנד וואלטן די זעלבע לינקע פראפעסארס געשריגן אויף כינע די זעלבע וועג ווי זיי שרייען יעצט קעגן מדנ״י. סאיז דא פול מיט ישראלים וואס וואוינען אין מדנ״י און האלטן טאקע איז דאס איז נישט די סלעאושען און דעס איז נישט נארמאל. לויט אינטערנאצינעלע געזעצן האבן זיי נישט קיין רעכט דאס צוטוהן. פראפעסאר עלען דערשרוויץ וואס נעמט זיך אייביג אן פאר די מדינה האלט טאקע אז די ישראלים טארן נישט בלאקן די פאלעסטינער. ער דרייעט עס נאר אהער און אהין, ווי למשל אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה וכו׳. די אלע מיליאנען פאלעסטינער בירגער וואס וואוינען דארט און וואקסן אויף דארט ליידן זייער אסאך פונדעם. עס איז פונקט ווי איינער וואס פארלעצט די געזעץ און ווען מהאלט אים פאר און מגיבט אים א טיקעט שרייעט ער ״אנטיסמיט״. די לינקע זענען קיינמאל נישט געוועהן קיין אנטיסמיטן! זיי האבן אריינגעלאזט די אידן דא אין זייער לאנד אין זייערע שטעט ווען אין די סאוט האט נאך קיין איד זיך נישט געטרויעט זיך צו באזעצן.

א נאצי און א ראסיסט מיינט אויסדרוקליך איינער וואס האט פיינט יענעם בלויז וועגן זייער ״אפשטאם״, צי ווייל יענער איז א איד אדער א שווארצע. די אנדערע זאך וואס דו ברענגסט אראפ איז א אפענע דיבאטע אין א יוניווערסטי וועגן די מיטל-איסט פראבלעם.

פארשטייסט די חילוק צווישן א האליקאוסט און א מלחמה צווישן צוויי לענדער???

צווייטענס, ווען אין ווייסע הויז וואלט מען טאקע גערעדט אזויווי מרעדט אין די יוניווערסטיס, און דאס וואלט געוועהן די אפציעלע רעטאריק פון אמעריקע קעגן מדנ״י וואלט עס מיך אפשר אביסל געבאדערט. אבער למעשה איז עס אין א יוניווערסטי און נישט פון אפציעאלע רעגירונג.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 27, 2018 2:32 am

· #396497
אישתישבי
שבת
שוין איבערגעקייט מערער מאל ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז אלע אימיגראנטן זענען רעיפיסט. די לינקע זענען ליגנערס אהן קיין בושה. וגם אתה בתוכם.

היטלער האט אויך נישט געזאגט אז אלע אידן באצאלן נישט קיין שטייערן.

ער האט זיין גאנצע קאמפיין געשימפט קעגן די מעקסיקאנער ממש על לא דבר... כבעט דיך. און די פרשה אין שארלאטסוויל ווי אלע אידישע גרופעס האבן אים געבעטן צו פארדאמען די נאציס און ער האט נישט געהאלטן דערביי. די KKK פירער האט געמאכט פאון-קאלס פאר די טראמפ קאמפיין, ער האט עס נישט געהריג פארדאמט און זיך אפגעשאקעלט פון אים. וכו׳ וכו׳ כמעט זיין איינציגסטע שווארצע אין זיין אדמינסטראציע עמעראסו זאגט קלאר אז זיי רעדן אפענע ראסיזים אין ווייסן הויז.

סאיז נישטא וואס צורעדן אז סאיז נאך אזאנס נישט פארגעקומען אין אמעריקע די לעצטע 150 יאר זיכער.

אלע ראסיסטן און אנטיסמיטן זענען יעצט מיט א געהויבנע קאפ ליידער.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 27, 2018 6:13 am

· #396498
איך האב אייביג געהאט די דעבאטע צי ס'קען נאך אמאל קומען חלילה "א האלאקאוסט" אין אמעריקע. זינט טראמפ איז מיר פארענטפערט געווארן די קשיא. היינט זענען מעקסיקאנער די קרבן, און אויב קען מען דיוויידן מענטשן לויט זייער אפשטאם און קאליר פון זייער הויט, קען עס ח"ו מארגן זיין אידן ה"י.

נאך אזא שארלאטסוויל מעשה, איז מיר ליידער אלעס פארענטפערט געווארן. פונקט ווי טראמפ קען רעדן אזוי אפן מיט אזא פרעכע חוצפה, ליגענט און ביליגקייט קעגן די ספאנישע, קען מארגן קומען א צווייטער פאפיוליסט און אנפאנגען צו באשמוצן א צווייטע מינאריטעט. אויף די אידן איז דא אסאך אסאך מעהר סחורה ווי אויף די ספאנישע. זיי קאנטראלירן כמעט אלע גרויסע קארפערעישאנס אין אמעריקע, זיי זענען די גרעסטע ביליאנערן, זיי זענען ליידער די גרעסטע שווינדלער, אין רוב גרויסע שווינדלערייען אין אמעריקע זענען אידן געוועהן אינוואלווד (נישט נאר ביי מעידאף נאר ביי כמעט אלע). זיי דרייען זיך ארויס פון באצאלן שטייערן, זיי קאנטראלירן די מידיא, זיי זיצן ביים שיסל. די ארטאדאקסישע אידן נעמען פראצענטואל די מערסטע גאווערמענט הילף פון אלע מינאריטעטן. ס'פעלט וואס צו רעדן אויף אידן אויב וויל מען דוקא???

מ'דארף נאר א קליינע פונק צולייגן צו די פייער און אלע רעדנעקס וועלן שוין זיין גרייט אונז צו פארטיליגן ליידער. קוק אויף די שרעקעדיגע vice news קליפס אין שארלאטסוויל ווי די וויסטע אנטיסמיטן ימ"ש זאגן אז אפילו זיי גלייכן טראמפ און איוואנקע האבן זיי פיינט "דעם זשיד" קושנער... און ביי זיי איז עס פונקט ווי איך האב געשטיצט הילערי קלינטאן נאכדעם וואס בערני איז ארויסגעפאלן פון די פארמעסט ווייל דאס איז די בעסטע ברירה וואס כ'האב געהאט, אזוי שטיצן זיי טראמפ ווייל ער איז די מערסטע ראסיסט פון אלע קאנדידאטן, טראץ דעם וואס ער האט א פלעק פון האבן א אידישע איידעם און א טאכטער, איז עס דאך די בעסטע אפציע פאר זיי.

אונטערשטע שורה: אויב האט אין ווייסן הויז געקענט אנקומען א גאנצע אדמיניסטראציע פון ווייסע ראסיסטן, און מיליאנען אמעריקאנער האבן געוועלט פאר א קאנדידאט וואס האט געפרעדיגט "אפענע ראסיזם", איז ליידער זייער א גרויסע טשענס אז היסטאריע זאל זיך ח"ו איבער'חזר'ן.

און טאקע פאר דעם איז א "חוב קדוש" און א MUST צו אפשטעלן יעדע פאליטישאן וואס האט נאר א שמץ פון ראסיזם אין זיך, פאר די פייער צופלאקערט זיך און ווערט ערגער. אמעריקע איז ליידער אנגעפילט מיט אנטיסעמיטן און ראסיסטן. ס'פעלט נישט פון זיי, און מ'טאר זיי נישט לאזן זיך הייבן די קעפ פאר קיין שום פרייז. ווייל אז יא ווער ווייסט...

אמעריקע איז א לאנד פון אימיגראנטן און נאר אזוי זענען מיר אנגעקומען ווי מיר זענען. און טראמפ און זיינע מענטשן אדער סיי ווער עס דיוויידט מענטשן בלויז ווייל זיי זענען געבוירן אנדערש זאלן אדער פארמאכן זייער ראסיסטישע פיסק אדער אייננעמען א מיתה משונה...

אונטער חכם » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:08 pm

· #396511
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
שבת אחים
אונטער חכם
שבת אחים

מוראדיגע כבוד אז דער סעלפיש בהמה קושנער מיט איוואנקע זענען אראטאדאקסישע אידן... ממש א כבוד פאר די אראטאדאקסן אז זיי זענען די וואס האבן איינגעפעידעמט די גרעסטע ״ראסיסטישע גאווערמענט״ אין מאדערן-טיימס אין אמעריקע. קיינמאל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די ראסיסטישע רעדנעקס און נעא-נאציס ארומגעגעאנגען מיט אזא געהויבנעם קאפ אין אמעריקע ווי יעצט אינטער די טראמפ אדמינסטראציע וואס ווערט געפירט דורך רעכטע ווייסע ראסיסטן.

רבינו רעיגען ז"ל איז דען געווען א קלענערער ראסיסט?
דעמאלס איז עס נאר נאך נישט געווען אזוי אפגעפרעגט צו זיין א סעגרעגעישאניסט וכו'

וואס עפעס? רעיגען און זיין אדמינסטראציע זענען געוועהן טויזנט מאל מעהר נארמאלער. קיינמאל וואלט ער נישט געזאגט ווען נאציס מארשירן אין די עפענטליכקייט מיט אנטיסמיטשיע סלאוגאנס און הארגענען א מענטש אז ביידע זייטן זענען שולדיג... וכו׳ וכו׳. וואס איז די צוגלייך בכלל? אזא צורידערטע אדמינסטראציע ווי טראמפ איז נאך נישט געוועהן אין אמעריקע. יא ער גייט הייערן די בעסטע מענטשען...! ווי למשל סטיוו בענענען? גורקא? דזשעף סעישאונס? בעטסי דיוואס? שאן ספייסער? קעלי? פאפעדאפעלס? מייקל פלין? סקארמאוטשי? עמעראוסאו? פריבאוס? געיטס? פארטער? סטיוו מענאוטשין? ווי זענען די גרויסע מבינים וואס ער גייט הייערן?
האלב פון זיי זענען שוין לאנג נישט דארט די אנדערע האלב מאכן דיעלס מיט ראבערט מוללער???

מוראדיג!

איך האב נישט גערעדט פון זיין צורודערטקייט דו האסט נאר געשריבן אז עס איז די מערסט ראסיסטישע אדמיניסטראציע און איך האלט אז רעגען איז נישט ווייניגער געווען

אונטער חכם » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:11 pm

· #396512
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
ליטוואק פון בודאפעסט
. ער האט געקענט אנרופען די אימיגראנטען אלס א באנדע קרימינאלען צוליעב זייער ראסע. דאס איז טעקסט בוך ראסיזם.

ער האט גערעדט פון אומלעגאלע אימיגראנטן , פארוואס הייסט דאס צוליב זייער ראסע?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:28 pm

· #396515
ווייל די גאנצע זאך וואס איז מאחד די חברה איז דאס אז זיי קומען פון א פרעמדען לאנד. טאמער דאס באדייט אז א מענטש איז א רעיפיסט, איז דאס רעסיזם. גאנץ פשוט.

נקודת-אמת » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:45 pm

· #396516
טראמפ'ס ראסיזם קעגן מעקסיקאנער אימיגראנטן
שבת אחים
היטלער האט אויך נישט געזאגט אז אלע אידן באצאלן נישט קיין שטייערן.
ער האט זיין גאנצע קאמפיין געשימפט קעגן די מעקסיקאנער ממש על לא דבר...

ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל די גאנצע זאך וואס איז מאחד די חברה איז דאס אז זיי קומען פון א פרעמדען לאנד. טאמער דאס באדייט אז א מענטש איז א רעיפיסט, איזמדאס רעסיזם. גאנץ פשוט

אין וויקיציטוט האב איך געטראפן דער נוסח:
"כשמקסיקו שולחת את אנשיה. היא לא שולחת את הטובים שבהם... הם מביאים סמים. הם מביאים פשע. הם אנסים."
~ המועמד לנשיאות ארצות הברית דונלד טראמפ, על המהגרים הבלתי חוקיים, 2016

דאס מיינט אז נישט מעקסיקאנע זענען אזעלכע,
נאר מעקסיקא פארשיקט אירע שלעכטע בירגער (וואס טראמפ איז מודה אז אזעלכע זענען פארהאן אין די u.s.a. אויכעט) קיין אמעריקע.
איך זעה נישט קיין ראסיזם אין אזא זאץ.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:51 pm

· #396517
אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט
. ער האט געקענט אנרופען די אימיגראנטען אלס א באנדע קרימינאלען צוליעב זייער ראסע. דאס איז טעקסט בוך ראסיזם.

ער האט גערעדט פון אומלעגאלע אימיגראנטן , פארוואס הייסט דאס צוליב זייער ראסע?

און אין שארלאטסוויל ווי די נאציס האבן מארשירט און געשריגן אז ״אידן וועלן אונז נישט איבערנעמען״ און זיי האבן געהארגעט א מענטש און פארוואונדערט אפאר מענטשען. האט ער געזאגט אז ״ביידע זייטן״ זענען שולדיג! דעס איז אויך איליגאלע אימגראנטן?

יעדע אידישע גרופע אין אמעריקע האט עס פארדאמט. אבער נישט די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן?!

און ווען די KKK האט אים אינדארסירט. וואס האט ער געטוהן???

טוה מיר א טובה רעיגען וואלט קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך.

ווייז מיר איין קליפ ווי רעיגען רעדט מיט קאנטעמפט וועגן מינארטיס. טראמפ הערט נישט אויף מיט זיין ״ראסיסיטשע רעטאריק״ די וואנט איז ריין ראסיזים. אויב נישט זיי מיר מסביר פארוואס אמעריקע דארף א וואנט?

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:57 pm

· #396520
דא האסטו א ליסט פון די ניו יארק טיימס פון אלע טראמפס ראסיסטישע רימארקס.

אריינגערעכנט זיין נערישע קלעים אז אבאמא איז געבוירן געווארן אין קעניע... פארוואס האט ער אים גערודפט? ווייל ער איז א שווארצער?

Donald Trump’s
Racism: The
Definitive List

Trump treated black employees at his casinos differently from whites, according to multiple sources. A former hotel executive said Trump criticized a black accountant: “Black guys counting my money! I hate it. … I think that the guy is lazy. And it’s probably not his fault, because

In June 2017, Trump said 15,000 recent immigrants from Haiti “all have AIDS” and that 40,000 Nigerians, once seeing the United States, would never “go back to their huts” in Africa.

איך האב אויסגעקליבן די ערשטע צוויי משלים...

<a class="postlink" href="https://www.nytimes.com/interactive/2018/01/15/opinion/leonhardt-trump-racist.html">https://www.nytimes.com/interactive/201 ... acist.html</a>

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 27, 2018 8:20 pm

· #396545
שבת אחים: דו מיט'ן נ.י טיימס זענען די בעסטע קאמבינאציע. מ'האט גארנישט געקענט אויפקומען מיט א בעסערע קאמבינאציע. ווען דו זאגסט אז די לינקע האבן נישט פיינט די אידן אלס אידן. נאר ווייל זיי אקופירן און פייניגן נעבעך די ...."אומשולדיגע"... פאלעסטינער.

ליהוי ידוע לך. אז דו אלס איד קענסט זיין דער גרעסטער ליבעראל און פייטער פאר יושר און צדק פאר די אונטערדריקטע פעלקער. דו בלייבסט אבער נאכאלץ א איד. און זיי האבן דיך פיינס אלס אזאלכן.

אין ארץ ישראל איז דאך ליידער דא א גאר גרויסע גרופ פון כל מיני לינקע ברואים. געיס, שמעיס טרענסדזשענדערס וכל צרוע וכל זב למיניהם. האבן זיי איינמאל געהערט אז ס'גייט זיין א גרויסע פארזאמלונג, א קאנפערענץ פן די אלע פארקריפלטע נשמות און גופים אין די שטאט פראנקפורט אין דייטשלאנד. האבן זייערער פיהרערס מחליט געווען אהינצופארן. זיי זענען דאך מיט ..."מענטשן"... צו גלייך. אזוי ווי די איזראעלישע נשמות ערטילאות בגופים צולעים זענען אריינגעקומען אינ'ם זאל. האבן זיי באקומען א ..."ווארימען"... קבלת פנים. די אנדערע גויים פונ'ם זעלבן מין, האבן זיך גענומען שרייען אויף זיי מיט באנומענע קולות און אפילו זיך געשלאגן מיט הענט און פיס. ביז זיי האבן פארטריבן זייערע קאלעגעס די איזראעליס פונ'ם זאל. און אפשר פון די שטאט אויך. די מעשה איז געשעהן מיט בערך 2 יאר צוריק...!

סאו רעד דיר נישט איין אז די אנטיסעמיטן און רוצחים מיינען נישט דיך. אמער דו ביסט דאך אן עכטער ליבעראל. א סאציאליסט. א קעמפער פאר יושר און צדק פאר די אונטערדריקטע מאסן און פעלקער...יא. אבער דו ביסט א איד אויך. און דאס קענסטו קיינאל ניש פארגעסן. ווייל די אלע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל פארגעסן דאס אויכעט קיינמאל נישט. און אויב דו פארגעסט דאס ביסטו אויפ'ן זעלבן לעוול ווי די מענטשן וועלכע שטייען אונטער די הייליגע ארגאניזאציע..."נטרונא"...זיי מיינען כאטש געלט. זיי שלעפן ארויס גרויסע געלטער פון די נאאיווע סאטמאר'ע גבירים אין אמעריקע און ענגלאנד...!

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:18 am

· #396570
הלוואי וואלט איך פארשטאנען וואס דו רעדסט? רעדט שטייטער! ווער האט פיינט וועמען? ליבעראלע האבן נישט פיינט קיינעם לויט מיין עקספירענס אין מיין וועלט וואס איך האב געזעהן. עולם הפוך ראיתי. אין מיין עקספירענס נעמען די ליבעראלען אן יעדעם איינעם און די רעכטע זענען געווענטליך זייער שטארק גרויסהאלטעריש מיט זייער מין און נעמען נישט אזוי שנעל אריין קיינעם וואס איז טראפ אנדערש ווי זיי. דאס איז טעקסט-בוך א״ב. כאפ א דרייוו אראפ אין די סאוט. די זעלבע עקספירענס האב איך געהאט אין אייראפע. אין די איסט אין פולין (אין רימינוב לעבן די ציון פון ר׳ מענדלע רימינאווער) איז מיר מיט מיין טאטע און ברודערס און נאך אפאר אידן נאכגעלויפן אפאר גוים מיט זייערע הונט און געשריגן אנטיסמישטע סלאוגאנס

אין אונגארין (אין קאלוב) איז אונז א אלטע באביטשקע נאכגעלויפן און געשריגן אז אידן זאלן אפיצן פון דא.

אין אוקריינא (אין סעליש) האב איך ממש געציטערט צוגיין אויף די גאס ביינאכט.

ווידער אין די וועסט ביי די ליבעראלע. אין ענגלאנד, האלאנד, דייטשלאנד, שווייץ, בעלגיע, שוועדן. האב איך נישט עקספירענסט קיין אנטיסמיטיזים.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:10 am

· #396572
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=7VBAEJlR4pk">http://www.youtube.com/watch?v=7VBAEJlR4pk</a>

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=g_a7dQXilCo">https://www.youtube.com/watch?v=g_a7dQXilCo</a>

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=OURy5WFp0zk">www.youtube.com/watch?v=OURy5WFp0zk</a><!-- w -->

איך האף אז דאס איז גענוג צו ענדיגן די נארישע ויכוח.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 28, 2018 2:15 am

· #396573
שבת אחים: איך האב גאנץ א סאך וואס צו זאגן פאר דיר אין דעם עניין. נאר איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם אשכול. אפשר עמיר אויפמאכן אן אנדער'ן אשכול אויף דעם סאבדזשעקט. וועסטו זעהן (אויב דו ביסט נישט ח"ו בלינד.) מיט די זעלבע אינפארמאציע און פאקטן וואס דו האסט דא פארציילט טוסטו באשטעטיגן וואס איך האב פריער געזאגט (און זאג נאכאלץ)...!

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:11 am

· #396578
רביה''ק זי''ע
http://www.youtube.com/watch?v=7VBAEJlR4pk

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=g_a7dQXilCo">https://www.youtube.com/watch?v=g_a7dQXilCo</a>

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=OURy5WFp0zk">http://www.youtube.com/watch?v=OURy5WFp0zk</a>

איך האף אז דאס איז גענוג צו ענדיגן די נארישע ויכוח.

דערווייל זעה איך אז דו ביסט נעריש. ווייל דו נעמסט דיינע פאקטן פון יעדע קאנסערוועטיוו שמאק אויף יו-טוב, און טוסט איגנארירן פשוטע היסטאריע און טרוקענע פאקטן. כהאב נאר אויסגעהערט די ערשטע קליפ ווי ער טענהט אז אפערמיטיוו-עקשאון איז נישט געוועהן לטובת די שווארצע... כ׳ווייס נאך נישט פון ווי ער נעמט עס אבער לאמיר זאגן אז ער איז גערעכט, מיינט נאכנישט אז די קענעדי אדמינסטראציע האט געמיינט שלעכטס. זיי האבן זיכער געמיינט גיטס לטובת די שווארצע מיט דעם. קען זיין אז סהאט זיך טאקע נישט אזוי גוט אויסגעארבעט ווי זיי האבן וועין געוואלט, אבער דאס איז זיין ראי׳ אז דעמקראטן זענען ראסיסטן??? כבעט דיך?!

למעשה זענען רובא דרובא שווארצע און מינארטיס דעמקראטן! פארוואס? זיי ווייסן נישט דעם גרויסען-סוד פון דיינע יוטוב
קליפס??? זיי וועילן אנטקעגן זייערע אינטערעסן?

רביה״ק. ביטע לערן א-ב היסטאריע פון אמעריקע וועלכע שטעט אין אמעריקע האבן געוואלט אנהאלטן ״שקלאפעריי״? וועלכע אדמינסטראציעס האט איינגעפירט די אזויגערופנע ״מלחמה קעגן דראגס״ און אזוי ארום אריינגעשליידערט מיליאנען ארימע שווארצע אין תפיסה פאר קלייניקייטן און זיי גענוצט פאר ״סלעיוו לעיבאר״. ביטע ווער נישט נתפעל פאר יעדער יו-טובער... סאיז דא אלע מיני מענטשען אויף יוטוב מיט פארשידנע מיינוגען און דעס ריפלעקט נישט דעם אמת. סאיז דא מענטשען אויף יוטוב וואס קענען דיך קאנוויסן אז 9/11 איז געוועהן א אינסייד דזשאב ביי די אמעריקאנע גאווערמענט. און אז וואסער איז סם-המות. און אז די וועלט איז פלאך. און אז עליענס דרייען זיך צווישן אונז און פארכאפן מענטשען צו א אנדערע פלאנעט. ביטע מאך פשוטע ריסורדש. און פאר אראפ צו די סאוט פאר אפאר חדשים אזויווי איך האב געטוהן און דריי דיך דארט און הייב אן צורעדן מיט די אומצוויליזרטע-רעדנעקס מיט זייערע הונדערטער גאנס. און קוק וויאזוי זיי רעדן וועגן די שווארצע, אין ניו יארק זעהט מען נישט אזעלכע מענטשע מיט א פארביסנע האס קעגן יעדעם וואס איז נישט פונקט ווי זיי, דעס איז ליידער ליידער אריינגעגעסן אין זייערע קולטור פאר דורי דורות. זיי וואלטן געוואלט צוריקברענגן סלעווערי...

די אמת איז אז די מערסטע ראסיסטן וואוינען אין די סאוט. וואס מעהר רעכט אלץ מעהר ראסיסטיש און אנטיסמיטיש זענען זיי. דאס איז א פשוטע פאקט. איך האב אסאך צייט געשפענט אויף דעם פאר איך האב אפגעמאכט מיין מיינונג דערוועגן. אין ניו יארק, ניו זשערזי, אליניוי, קאליפארניע, וואשינגטאן און מאסעסטשועס וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען קיין עפענטליכע פראטעסטן אקעגן אידן. אבער אין נארט קארליינע, מיסיסיפי, קענזעז, אפילו ווירדשיניע און פענסעלוועניע איז מעגליך אז יא.
זאגן אז די דעמקראטן און די לינקע זענען ראסיסטיש איז סתם געשאסן א לאטקע אן קיין טראפ בעיקינג. און סאיז די ״גרעסטע וויץ״ וואס קען נאר זיין. סאיז א גרעסערע חוזק אין מיינע אויגן ווי זאגן אז די וועלט איז פלאך....
א ראסיסט וועט קיין דעמקראט נישט זיין. א ריפובליקאנער זיכער אז יא. דעס ווייסט יעדע בלינדע און טויבע מענטש אין אמעריקע.

הייב אן צולערנען פשוטע היסטאריע. וואס ניקסאן, רעיגען און בוש אדמינסטראציעס האבן געטוהן פאר די שווארצע.

ר׳ בערל. די נקודה וואס כהאב פריער געוואלט ארויסברענגן איז זייער פשוט אין פולין און אין איסט-אייראפע לעבן נאך אלץ די קריסטן מיט פיינטשאפט אז די אידן האבן געהארגעט זייער יוזל... 🙄 משא״כ אין די נארמאלע ליבעראלע וועלט וועסטו נישט עקספירענסן אזעלכע פרימיטיוו צוריקגעשטאנע ראסיסטן. פונקט ווי ניו יארק ווס מיסיספי. וואס מעהר צוריקגעשטאנען און אומגעלערנט (דארפיש ווס גרויסע שטעט) אלץ מעהר ראסיסטיש זענען זיי-דאס איז א קלארע פאקט! זיי נוצן נישט דעם שכל נאר דעם גאן... זיי לעבן ווי פרימיטוו חיות און זייער ברעין ארבעט ווי א חי׳ פון וואלד- הארגענען אדער ווערן געהארגט...
ווידער די ליבעראלע זענען טויזנט מאל מעהר העפליך, ריספעקטפול, געלערנט און באזעצן ווי די קאנסערוועטיוון און נעמען געווענטליך אריין יעדעם אין זייער סירקולס.

דרך אגב דער יעניגער וואס רעדט אויף די קליפס איז איינע פון די אנפירערס פון א מינארטי גרופע וואס רופט זיך ״שווארצע קאנסערוועטיווס״.

בד״וו פארוואס ווילן די ריפובליקאנער אז מזאל ארויסווארפן די דאק״א אימגראנטן??? וואס שטערט זיי אזוי שטארק? די קינדער זענען דאך דא אויפגעוואקסן, זיי האבן ע״פ רוב נישט געוואוינט אדער געזעהן זייער היימלאנד. רוב אמעריקאנער בירגער ווילן אז מזאל זיי לאזן ווייטער לעבן דא אן קיין שטער. זיי זענען זייער שיין מסודר פרנסה-ווייז. אלזא פארוואס ווילן די ריפובליקאנער זיי ארוישטויסן צוזאמען מיט די מיליאנען ספאנישע אימגראנטן וואס ארבעטן דא שווער און ביטער פאר פיאסטערס? די ריפובליקאנער ווילן זיי דאך דעפאטירן??? פארוואס? פאר אמעריקע איז עס דאך נישט גוט, נישט פאר זייער פי. אר. און נישט פאר זייער כבוד און נישט עקאנאמיש מאכט עס סענס?! וואס ווילן זיי? חוץ פרובירן צומאכן אמעריקע אלץ א ריינע קריסטליכע לאנד. אדרבה לאז מיר הערן א אנדערע נארמאלע תירוץ? דעס וואס טראמפ האט לעצטענס געזאגט אז מזאל אריינברענגן אימגראנטן פון נארוואגיע (לייען: ווייסע) און נישט פון האיטי (שווארצע) און קיינער פון די ריפובליקאנער האבן עס נישט פארדאמט איז קלארע ראסיזים. שטעל דיך פאר אז ער וואלט וועין געזאגט אז מ׳דארף דא אריינברענגן אימגראנטן פון סאדיע אראביע און נישט פון מדנ״י, וויאזוי וואלטן די אידן געפילט אז דאס איז די אפציעאלע רעטאריק פון די אמעריקאנע רעגירונג? שומו שמים!

דא איז איינע פון די פלעצער ווי די קענסט קלאר זעהן די חילוק פון די רעכטע און לינקע...!

דא האסטו ק/פ פון וויקיפידע פון די אריגענס פון אפירמיטוו עקשאון. (סאיז נישטא ווער סזאל לאכן...)

The term "affirmative action" was first used in the United States in "Executive Order No. 10925",[9] signed by President John F. Kennedy on 6 March 1961, which included a provision that government contractors "take affirmative action to ensure that applicants are employed, and employees are treated during employment, without regard to their race, creed, color, or national origin."[10] It was used to promote actions that achieve non-discrimination. In 1965, President Lyndon B. Johnson issued Executive Order 11246 which required government employers to take "affirmative action" to "hire without regard to race, religion and national origin". This prevented employers from discriminating against members of disadvantaged groups. In 1967, gender was added to the anti-discrimination list.[11]

Affirmative action is intended to promote the opportunities of defined minority groups within a society to give them equal access to that of the majority population.[12]

It is often instituted for government and educational settings to ensure that certain designated "minority groups" within a society are able to participate in all provided opportunities including promotional, educational, and training opportunities.[13]

The stated justification for affirmative action by its proponents is that it helps to compensate for past discrimination, persecution or exploitation by the ruling class of a culture,[14] and to address existing discrimination.[15]

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Affirmative_action">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Affirmative_action</a>

רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 28, 2018 12:53 pm

· #396600
היינט למעשה איז טאקע דא ביי די ראפאבליקאנער זייער אסאך אפענע ראסיסטן, אבער קום מיר נישט פארקויפן אז היסטאריש זענען זיי אלץ געווען א ראסיסטישע פארטיי.
דרך אגב, איך זע נישט אז די דעמאקראטן זאלן זיין צופיל בעסער, ווי האט נאר אבאמא געזאגט אויף יענעם איך געדענק נישט ווער, "ער איז נישט א שלעכטע ווייסער מענטש". ראסיזם בתוקפו.

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:03 pm

· #396625
אז מ'רעדט שוין פון ראסיזם און אפירמיטיוו עקשאן.
https://youtu.be/yDVnzQD_FVU ר'

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:42 pm

· #396627
רביה''ק זי''ע
היינט למעשה איז טאקע דא ביי די ראפאבליקאנער זייער אסאך אפענע ראסיסטן, אבער קום מיר נישט פארקויפן אז היסטאריש זענען זיי אלץ געווען א ראסיסטישע פארטיי.
דרך אגב, איך זע נישט אז די דעמאקראטן זאלן זיין צופיל בעסער, ווי האט נאר אבאמא געזאגט אויף יענעם איך געדענק נישט ווער, "ער איז נישט א שלעכטע ווייסער מענטש". ראסיזם בתוקפו.

צוביסלעך! קודם ביסטו שוין מודה אז היינט איז למעשה דא אפענע ראסיזים ביי די ריפובליקאנער. יעצט דארף מען נאר זעהן זאלסט לערנען אביסל פשוטע היסטאריע.

וועגן אבאמא. איז עס לכאורה א פארדרייטע זאץ, אדער א וויץ. ביטע ציטיר מיר די מראה מקום ווי ער האט עס געזאגט. און וואס פונקטליך איז געוועהן די קאנטעקסט פון די שמועס. איך גלייב שווער אז ער האט געמיינט ראסיזים ווייל ער האט זייער א גיטע רעקארד אין זיין 'פאליטיקלי קארעקט'. ער האט נישט געבעיסט זיין פאליטיקס און זיינע פאליסיס אויף ראסיזים ווי ווייט איך ווייס. ווידער טראמפס און די ריפובליקאנער פאליסיס זענען באזירט אויף ראסיזים עיין דאק״א, מעקסיקא, פוד סטעמפס, דראג פאליסיס. וכו׳ אלע פון די זאכן מאכן אז די ארימע שווארצע און ספאנישע זאלן ליידן און זיין סעקאונד קלאס בירגער.

מיט דעם וואס זיי ארעסטירן די שווארצע אין די מאסן ווערט אויטמאטיש לויט אמעריקאנע געזעצן אוועקגענומען די רעכטן פון זיי צו וואוטן (אין אייראפע און אין פראגרעיסיוו מדינות האבן די ארעסטאנטען יא רעכט צו וואוטן) אזוי ארום נעמען זיי אוועק אסאך בלויע-דאמקראטישע וויילער און מאכן דערפון רויטע-ריפובליקאנער שטעט. דעס איז א אלטע פשוטע טריק.

נאכדעם וואס מהאט באפרייט די שווארצע האבן די ריפובליקאנער איינגעזעהן אז דאס איז די בעסטע אפציע צו האלטן די מינארטיס אין די ראמען זענען זיי געגעאנגען און געמאכט זיכער אז יעדער שווארצער פאר יעדע נערישקייט וועט מען זיי צאפן דאס בלוט. זיי האבן דאך נישט געווענטליך קיין געלט און פאוער צו צוריק פייטן אזויווי די רייכע- מיטל קלאס ווייסע. אזוי האלטן די ריפובליקאנער אן א פארום פון סלעווערי עד היום הזה. ספעציעל אין די צייטן פון רעיגען און בוש זיכער.

לייען אביסל וועגן the war on Drugs.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:01 pm

· #396629
קורקלענד
אז מ'רעדט שוין פון ראסיזם און אפירמיטיוו עקשאן.
https://youtu.be/yDVnzQD_FVU ר'

קורקלענד: ייש"כ. פאר ברענגען דעם לינק. א יעדער ווייסט וואס דער מצב איז ליידער היינט אין אמעריקע. (און אפשר איבער די וועלט.) אבער מיין נקודה צו שבת אחים איז א ביסל שטערקער פון דעם. ער, במחילת כבוד תורתו הרמה פארפאסט א הויפט וויכטיגע נקודה...אז ער איז א....איד...! און דאס טוישט, אדער דארף טוישן דעם גאנצן מהלך המחשבה ומעשה וואס ער האט, אלס איד, יא צו טון. און וואס נישט צו טון. ווייל מיר דארפן געדענקען אז ער איז נישט דער ערשטער (נאאיווער) איד וואס קעמפט פאר צדק און יושר פאר אלע אונטערדריקטע פעלקער. אין פוילן, דייטשלאנד און פראנקרייך זענען געווען פאר די צווייטע וועלט מלחמה פארשידענע פארטייען. אנגעהויבן פון קאמוניסטן, אנארכיסטן, בונדיסטן, סאציאליסטן , ועוד. און אידן האבן פארנומען פראמינענטע און אנגעזעענע פלעצער אין אלע פון זיי. אבער ווען ס'איז געקומען דער יום זעם האט נישט געהאלפן פאר די אידן גארנישט און קיינער. קיין איינע פון אט די אלע פארטייען און באוועגונגען האבן נישט אויפגעהויבן א פינגער צו פראטעסטירן וואס מ'טוט צו די אידישע באפעלקערונג. די נאציס , ימ"ש האבן גענימען אין דאכאו קאנצענטרעישן קעמפ אידישע סאציאליסן, קאמוניסטן און קאפיטאליסטן. און אין פוילן האבן די פוילישע אנטיסעמיטן אליין געשאסן די אידן נאך פאר די נאציס זענען אנגעקומען אהין. די זעלבע גורל איז געווען אין ווישי פראנקרייך. די נאצי-געשטימטע רעגירונג האט איבערגעגעבן און דעפארטירט אלע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן (ווי דער איד און דער בלאט האבן ליעב צו זאגן.)

אפילו דא אין דער גררויסער, פרייער אמעריקע. איז דען געווען גרעסערע קעמפערס פאר די ציווילע רעכטן פון די שווארצע באפעלקערונג ווי אידן. מיט מסירת נפש ממש. אזוי ווי די 2 אידישע בחורים (וואס כ'האב אויף די מינוט פארגעסן זייערע נעמען) וועלכע זענען אראפגעפארן צו די סאוט כדי צו באשיצן די רעכטן פון די שווארצע באפעלקערונג צו וואוטן. און די לאקאלע ראסיסטן (מיט די הילף פון די פאליציי) אין מיסיסיפי האבן זיי געהרג'עט. דאס איז נאר איינס פון טויזנטער פעלער ווי אידן האבן געקעמפט בגוף ובנפש פאר די רעכטן פון די שווארצע באפעלקערונג. און היינט....די גרעסטע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל זענען צווישן די שווארצע באפעלקערונג. לאטץ מיך אפ מיט פסיכאלאגישע הסברים...! מ'דארף נאר א ביסעלע מישן אויף די (טמא'נע) אינטערנעט צו זעהן אז די שווארצע זענען אלס יחידים און אלס גרופ היינט די גרעסטע און אויסגעשפראכענסטע שונאי ישראל. נאר איין קליינעם עקזעמפל...ווער האט געהערט פון די שווארצע מכשפה סינטהיא מעק'קינני, ימ"ש. זי פארפעלט נישט קיין געלעגנהייט צו העצן און שימפן אקעיגן אידן. (יא. נארישע אידעלעך פון נטרונא. נישט נאר אקעיגן ציונים און מדינת ישראל. נאר אקעיגן אלע אידן...)...!.

נקודת-אמת » מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:21 pm

· #396631
כבוד הרב שבת אחים שליט"א
במחילת כבוד דעמקראטיותו

האלטן אז געזעצן קעגן ארימע-לייט (ווי פוד-סטעמפס) זענען מעהר נוגע פאר אפרו-אמעריקאנ'ס
און לעומת זה רייכע-מיטל קלאס זענען ווייסע

איז א ריינע ראסיזם

פרעזידענט אבאמא ימ"ש איז טאקע געוועהן זייער שארף קעגן ראסיזם
אבער בלויז קעגן ראסיזם וואס שווארצע דערלייגן פון...
אנקוקן א יעדער ווייסער ווי א ראובער/מערדער איז אקשיולי ראסיזם.
נאר א דעמאקראט מעג זיין א ראסיסט,

פונקט ווי אין סאטמאר דערוואגטמען זיך צו טוהן זאכן וואס בעלזא וואלט געציטערט צו טראכטן.
(גילוי דעת - איך בין ניט קיין בעלזער און ניט קיין סאקמערער, אבער אין די לעצטע שורה איז דא הרבה מן האמת.)

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:22 pm

· #396632
ר׳ בערל ווי קומט דא אריין קאפיטליסטן, סאושליסטן, און נאציס??? פארוואס ביסטו געבליבן שטעקן אין 1940?
די היינטיגע ליבעראלע מדינות ווי אוסטראליע, בעלגיע, קאנאדא, און אין די ליבעראלע שטעט אין אמעריקע וכו׳ טוען עפעס שלעכט פאר אידן? די אידן האבן נאך קיינמאל נישט געלעבט אזוי שיין אין היסטאריע ווי אין די היינטיגע ליבעראלע מדינות!

מרעדט דא אויסדרוקליך פון ריפובליקאנער ווס דעמקראטן.

די היינטיגע דעמקראטן און אפילו די היינטיגע סאושליסטן האבן אסאך געפייט פאר די אידן און פאר זייערע בענעפיטס וואס זיי געניסן פון די גאווערמענט. ווער האט אריינגעלאזט מיליאנען אידן דא אין אמעריקע?

למשל פרעזידענט טרומאן (א דעמקראט און איינע פון די בעסטע פרעזידענטס וואס אמעריקע האט אמאל געזעהן) האט דא אריינגעלאזט די אידן נאך די מלחה. חוץ דעם האט ער געהאלפן ראטעווען בערך טויזנט אידן ביי די וועלט מלחמה. האסט אמאל געהערט די מעשה מיט רות גרובער די אידישע פרוי וואס האט אריינגעברענגט דא אין אמעריקע א שיף מיט 1000 אידן ביי די מלחמה? נאך די מלחמה האט מען זיי געוואלט צוריקשיקן. זיי האבן אבער נישט געוואלט צוריקגיין. האט דעמאלטס רות גרובער געגעאנגען צו טרומאן און ער האט עס גלייך געחתמט.

<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ruth_Gruber">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ruth_Gruber</a>

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 28, 2018 4:59 pm

· #396636
ער זאגט אז אידן זענען דורך אויס היסטאריע אייביג געווען די שטערקסטע קעמפער פאר ציווילע רעכטן. ווי אין די וועלט ס'נאר געווען סיי וועלכע אומרעכט זענען די אידן געווען ראש וראשון מיט א מערכה.

היסטאריע האט אבער געוויזן אז די באפרייטע האבן אייביג צוריקגעשלאגן די אידן. צום ביישפיל. אידן האבן שטארק געארבעט צו באפרייען די בירגער אין דרום אפריקע פון אפארטהייד. אבער זינט זייער באפרייאונג האבן זיי זיך אייביג ארויסגעשטעלט אקעגן אידן. הן אין די יו ען. הן מיט בּי.די.עס. א.א.וו. אייביג מיט א שנאה שלא ביושר.

דאס זעלביגע איז מיט די שחורים. אידן האבן זיך פּלענטי מוסר נפש געווען פאר זיי, מצד שני האבן זיי זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט לטובת די אידן. אויב עפעס נאר אקעגן.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 4:00 am

· #396646
ר׳ בערל, קוקרלענד.
כ׳זעה אז קיינער פון ענק האבן נישט ארויס מיין נקודה. אלזא וועל איך בלנ״ד אפשרייבן א נייע לאנגע תגובה איבער מיין אינדורסענדיגע בליק אויף די וועלט. די מעין פוינט וואס איך פראביר ארויסצוברענגן כאפן ענק נאכנישט. אלזא וועל איך מיך פרובירן מסביר צוזיין קלארער און אין די נעקסטע פאר טעג וועל איך עפענען א נייע אשכול מסביר צוזיין פארוואס איך האלט ראסיזים אפילו א קליינע טראפ איז א גרויסע עבירה און א חרבן פאר די צוקנויפטיגע דורות. און בנוגע די שווארצע זעלבסט, פארוואס זיי זענען אין די מצב ווי זיי זענען היינט. וויאזוי סהאט זיך דערקייקלט צו די מצב. און וויאזוי מיר אידן און אנדערע מינארטיס וואלטן זיך געדארפט אויפפירן כלפי זיי. און צי סאיז אמת אדער וויפל פראצענט סאיז טאקע אמת אז שווארצע זענען שונאי ישראלים.

נאך די באשרייבונג וועט איר קענען פרעגן וויפל קשיות איר ווילט. קודם דארף איר גוט פארשטיין וואס איך טענה און פארוואס איך האלט אזוי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 10:09 pm

· #396680
שבת אחים: אונז אלע ווארטן שוין בכליון עיניים פאר די עפענונג פן דעם נייעם, ספעציפישן אשכול וואס וועט קלארמאכן דיינע שיטות און וועלט אנשויאונגען פון א סאציאליסטישן שטאנדפונקט. אבער, ביטע נישט קיין וויזשניצער חסידות אדער היסטאריע...(נישט אז איך האב עס נישט ליעב. אבער דארט קומט עס בכלל נישט אריין . ווייל די וויזשניצער רעבעס זענען נישט געווען קיין סאציאליסטן...!)

שבת אחים » פרייטאג מערץ 2, 2018 2:11 pm

· #396692
berlbalaguleh
שבת אחים: אונז אלע ווארטן שוין בכליון עיניים פאר די עפענונג פן דעם נייעם, ספעציפישן אשכול וואס וועט קלארמאכן דיינע שיטות און וועלט אנשויאונגען פון א סאציאליסטישן שטאנדפונקט. אבער, ביטע נישט קיין וויזשניצער חסידות אדער היסטאריע...(נישט אז איך האב עס נישט ליעב. אבער דארט קומט עס בכלל נישט אריין . ווייל די וויזשניצער רעבעס זענען נישט געווען קיין סאציאליסטן...!)

וויזניץ קומט יא אריין דארט. איר דארפט נאר פארשטיין וואס עכטע סאציאליסטן מיינט און וואס עכט וויזניץ מיינט. א סאציאליסט מיינט אז איינער איז אנגעקומען צופארשטיין אז מיר לעבן נישט אליינס אויף דער וועלט און מיר דארפן זיך אויך רעכענען מיט יענעם און העלפן יענעם אלזא איז דער אהבת ישראל געוועהן דער גרעסטער סאציאליסט אויף דער וועלט.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 2, 2018 3:26 pm

· #396694
שבת אחים: איז, זאגסטו אז דער הייליגער אהבת ישראל איז געווען ח"ו, הס מלהזכיר, עפרא לפומייהו, היו לא תהיה, השם ישמרנו, רחמנא ליצלן ולישזבן מהאי דעתא. קצתי בחיי, וכו' וכו'... אויף איין דרגא מיט אזעלכע טמא'נע יונגען, רוצחים ועוכרי ישראל כופרים בה' ותורתו...ווי , לענין, טראצקי און בערני סענדערס...שם רשעים ירקב...?! איך וויל נאר הערן אויב איך האב גוט געהערט. און גוט פארשטאנען...!

קורקלענד » פרייטאג מערץ 2, 2018 4:14 pm

· #396696
שבת אחים

וויזניץ קומט יא אריין דארט. איר דארפט נאר פארשטיין וואס עכטע סאציאליסטן מיינט און וואס עכט וויזניץ מיינט. א סאציאליסט מיינט אז איינער איז אנגעקומען צופארשטיין אז מיר לעבן נישט אליינס אויף דער וועלט און מיר דארפן זיך אויך רעכענען מיט יענעם און העלפן יענעם אלזא איז דער אהבת ישראל געוועהן דער גרעסטער סאציאליסט אויף דער וועלט.

די אהבת ישראל האט טאקע אוועקגעגעבן אזויפיל פון זיך פאר אנדערע, טאקע אזויווי די אויסגערופענע סאציאליסטן רעקאמענדירן. מעגליך אז ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געאייגענט אז אנדערע זאלן אויך אזוי טוהן. מאידך גיסא האט ער קיינער קיינמאל נישט געצווינגן אזוי זיך צו פירן, אויך האט ער לכאורה נישט געהאלטן אז ס'איז ריכטיק צו אינפארסירן מ'זאל פון אנדערע קאנפיסקירן זייערע נכסים שלא ברשות לטובת מיספארטשאנעט מענטשן. דעריבער איז דער חילוק צווישן די אהבת ישראל און סאציאליזם ריזיג. ניטאמאל א פארגלייך.

די גרעסטע קאפיטאליסטן וכדו' האבן זיך נאך קיינמאל נישט קעגן געשטעלט קעגן די שיטות און אקטיוויטעטן פונעם אהבת ישראל און זיינס גלייכן. אדרבה ס'איז שטארק אויסגעלויבט געווארן.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 3, 2018 8:37 pm

· #396702
IMO איז דער אהבת ישראל געווען א libertarian.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 4, 2018 4:21 am

· #396715
רביה"ק: במחכת"ה מאכסטו א טעות. די שיטות און הנהגות פון אונזערע הייליגע רעבעס זיכרונם ליברכה קענמען בשום פנים ואופן נישט פארגלייכן צו סיי וועלכע אידעאלאגיע. זאלל דאס זיין ליבעראליזם, סאציאליזם אדער ליבערטאריאניזם.

די אלע אידעאלאגיעס וועלכע זענען געמאכט דורך מענטשן קומען משנה זיין די סדרי הטבע. משא"כ די צדיקים וועלכע זענען מקיים די מצוות התורה קומען דא גארנישט משנה זיין פונדאמענטאל. זיי ווייסן פון דעם פסוק..."ולא יחדל אביון מקרב הארץ"...זיי ווילן נישט מאכן געזעצן אדער תקנות וועלכע זאללן מאכן פון דעם ארימאן אן עושר. אדער פון דעם עושר אן ארימאן...! נאר אז דער עושר און פארמעגליכער זאלל העלפן פאר דעם ארימאן און אומפארמגעליכן באשר הוא שם. מיט וואס ער קען נאר. אין דעם איז דא א סאך מדריגות. אזוי ווי די גמ' זאגט..."ואפילו סוס לרכב עליו"...דאס מיינט אז אן עושר וואס האט ל"ע פארלוירן זיין פארמעגן און ער איז צוגעוואוינט צו א באקוועמען לעבן, זאלל מען איהם נישט געבן א שטיקל טריקן ברויט מיט א ציבעלע. נאר צושטעללן אלעס וואס ער דארף לויט זיין צוגעוואוינטן לעבנס סטאנדארט...."די מחסורו אשר יחסר לו"...אויף דעים זאגט די גמ'..." אפילו סוס לרכוב עליו"...אויב איז ער צוגעוואוינט צו פארן אין א באקוועמע קאר, דארף מען איהם זעהן צו צושטעללן אזא גוטע קאר. דאמאלס האט מען מקיים געווען מצות צדקה בשלימות...!

אונטער חכם » מאנטאג מערץ 5, 2018 11:21 am

· #396818
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
קורקלענד

די אהבת ישראל האט טאקע אוועקגעגעבן אזויפיל פון זיך פאר אנדערע, טאקע אזויווי די אויסגערופענע סאציאליסטן רעקאמענדירן. מעגליך אז ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געאייגענט אז אנדערע זאלן אויך אזוי טוהן. מאידך גיסא האט ער קיינער קיינמאל נישט געצווינגן אזוי זיך צו פירן, אויך האט ער לכאורה נישט געהאלטן אז ס'איז ריכטיק צו אינפארסירן מ'זאל פון אנדערע קאנפיסקירן זייערע נכסים שלא ברשות לטובת מיספארטשאנעט מענטשן. דעריבער איז דער חילוק צווישן די אהבת ישראל און סאציאליזם ריזיג. ניטאמאל א פארגלייך.

די גרעסטע קאפיטאליסטן וכדו' האבן זיך נאך קיינמאל נישט קעגן געשטעלט קעגן די שיטות און אקטיוויטעטן פונעם אהבת ישראל און זיינס גלייכן. אדרבה ס'איז שטארק אויסגעלויבט געווארן.

ווארשיינליך האט ער יא געהאלטן אז מען דארף קאנפיסיקירן די נכסים פון פארמעגליכע מענטשן צו העלפן ארעמע ווייל אזוי איז די הלכה אין שו"ע סי' רמ"ח סעיף א' און איך האב אפילו נישט געטראפן דארט קיין חילוק צו דער עני ארבעט יא אדער ארבעט נישט, זוכט יא ארבעט אדער זוכט נישט ארבעט.

קענסט אפשר פרובירן צו מאכן אנדערע חילוקים צווישן די הלכה און סאציאליזם , (אזויווי ר' בערעלע מאכט) אבער אויף די חלק אז מען דארף צווינגען די רייכע צו געבן פאר די ארעמע זענען ביידע אייניג.

נקודת-אמת » מיטוואך מערץ 7, 2018 11:53 am

· #396976
ועוד להרב @שבת אחים שליט"א
איך האב באמערקט די מעשה פון הרב-חלקת-יעקב-ברייש-זצ"ל וואס איהר האט געברענגט דא

און דאס איז א שטיקל תשובה אויף אייער טענות פון ראסיזם כלפי דער פרעזידענט טראמפ יר"ה.

נישט וועלן אריינ-נעמען די שלעכטע בירגער וואס געבן זיך ניט אן עצה אין דער שכנות מדינה

פון דארט ביז ריינע ראסיזם איז נאך א שטיקל וועג...

און ס'קען זיין אז לויט געוויסע הגדרות איז פרעזידענט טראמפ אויך א ראסיסט, אבער פון דארט איז נישט די ראיה.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 7, 2018 5:35 pm

· #397007
נקודת אמת: דער חשוב'ער און גוטהארציגער סאציאליסט און דעמאקראט הרב שבת אחים שליט"א ווייסט מסתמא נישט די מעשה (איינס פון צענדליגער ) מיט דעם גוי'אישן צדיק פרעזידענט הערי טרומאן...ווען ער איז שוין געווען אויף די עלטער און ריטייערד האט ער מחליט געווען צו (לאזן) שרייבן זיין ביאגראפיע און לעבנס געשיכטע.

ויהי היום. האט ער זיך פארבונדן מיט א וועלט-בארימטן שרייבער (פון אידישן אפשטאם). און זיי האבן אפגעשמועסט זיך צו טרעפן א יעדן אינדערפריה גאנץ פריה ביי דעם געוועזענעם פרעזידענט'ס הויז. והך קאווע. דער שרייבער איז א יעדן אינדערפריה געקומען צו פרעז. טרומאן'ס הויז. און געווארט אויפ'ן פארטש אז דער פרעזידענט זאלל ערשיינען. נאכדעים זענען זיי געגאנגען אויף א שפאציר. און אזוי האט דער גרויסער גוי'אישער צדיק פארציילט זיין לעבנס געשיכטע פאר דעם אידישן שרייבער. איין טאג, ווען ס'איז געווען א גרויסער פראסט און זייער קאלט. און דער שרייבער איז געווארן גאנץ שטארק אדורכגעפרוירן. האט ער געפרעגט דעם חשוב'ן פרעזידענט פארוואס ער מוז אייביג שטיין אינדרויסן אויפ'ן פארטש. אפילו אין די קעלט. האט איהם דער צידקות'דיגער פרעזידענט געענטפערט מיט א שטארקע תמימות...לאמור אזוי צו זאגן..."מיין ווייב איז די בעה"ב ביי מיר אין שטוב. זי מאכט די רולס. און איינס פון איהרע רולס איז, אז א איד טאר נישט איבערטרעטן. און האט נאכנישט איבערגעטרעטן די שוועל פון מיין הויז. און א איד וועט ווייטער נישט איבערטרעטן די שוועל פון מיין הויז...אט דאס האט דער שרייבער אליין פארציילט.

מסתמא ווייסט אונזער גרויסער אוהב הבריות הרב שבת אחים נישט די מעשה...! דארף מען איהם פארציילן...!

גראף » מיטוואך מערץ 7, 2018 6:13 pm

· #397010
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
@berel
<a class="postlink" href="http://new.wymaninstitute.org/2007/07/was-truman-antisemitic-and-does-it-matter/">http://new.wymaninstitute.org/2007/07/w ... it-matter/</a>

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך מערץ 7, 2018 7:14 pm

· #397016
סקען זייער מעגליך זיין אז זיין ווייב איז געוועהן א ראסיסט. אלעס איז מעגליך.

ר׳ בערל. דעס זענען שוין געוועהן די בעסערע פון די באונטש, די דעמקראטן פון יענע צייטן, די ריפובליקאנער זענען נאך געוועהן פול ערגער. דו פארשטייסט נישט וויאזוי אנטיסמיטיש אמעריקע איז געוועהן דעמאלטס, סאיז געוועהן אנדערע צייטן. אבער ס׳פרעגט נישט אפ די דעמקראטישע פאליסיס וואס זענען געוועהן קלאר לטובת מינארטיס און אידן.

אויף טרומאן אליינס. ביטע נעם אפאר מינוט און לייען וואס די אידישע העלד רות גרובער וואס האט געארבעט אין די דעמאלטסדיגע אמעריקאנע ״סטעיט דעפארטמענט״. זי האט גע׳שטדלט און זיך איינגעשטעלט איר לעבן און צוריקגעפארן קיין אייראפע אינמיטן די ברענעדיגע מלחמה און געברענגט דא א שיף מיט טויזנט אידישע פלטים.

זי שרייבט אז ווען זי איז אריין נאך די מלחמה אין די אוועל אפיס האט טרומאן געוואטשעט ווידעא וויאזוי די אליארטע באפרייען די אידישע לאגערן. ער האט געהאט רויטע פארוויינטע אויגן און ער האט גלייך אויסגעדריקט גרייטקייט צוהעלפן די אידן מיט וואס ער קען נאר, און גלייך געשאנקען די אמעריקאנע בירגערשאפט און גאווערמענט בענפיטס פאר די 1000 אידן.

קאצקע ציקער » מיטוואך מערץ 7, 2018 8:14 pm

· #397018
berlbalaguleh
נקודת אמת: דער חשוב'ער און גוטהארציגער סאציאליסט און דעמאקראט הרב שבת אחים שליט"א ווייסט מסתמא נישט די מעשה (איינס פון צענדליגער ) מיט דעם גוי'אישן צדיק פרעזידענט הערי טרומאן...ווען ער איז שוין געווען אויף די עלטער און ריטייערד האט ער מחליט געווען צו (לאזן) שרייבן זיין ביאגראפיע און לעבנס געשיכטע.

ויהי היום. האט ער זיך פארבונדן מיט א וועלט-בארימטן שרייבער (פון אידישן אפשטאם). און זיי האבן אפגעשמועסט זיך צו טרעפן א יעדן אינדערפריה גאנץ פריה ביי דעם געוועזענעם פרעזידענט'ס הויז. והך קאווע. דער שרייבער איז א יעדן אינדערפריה געקומען צו פרעז. טרומאן'ס הויז. און געווארט אויפ'ן פארטש אז דער פרעזידענט זאלל ערשיינען. נאכדעים זענען זיי געגאנגען אויף א שפאציר. און אזוי האט דער גרויסער גוי'אישער צדיק פארציילט זיין לעבנס געשיכטע פאר דעם אידישן שרייבער. איין טאג, ווען ס'איז געווען א גרויסער פראסט און זייער קאלט. און דער שרייבער איז געווארן גאנץ שטארק אדורכגעפרוירן. האט ער געפרעגט דעם חשוב'ן פרעזידענט פארוואס ער מוז אייביג שטיין אינדרויסן אויפ'ן פארטש. אפילו אין די קעלט. האט איהם דער צידקות'דיגער פרעזידענט געענטפערט מיט א שטארקע תמימות...לאמור אזוי צו זאגן..."מיין ווייב איז די בעה"ב ביי מיר אין שטוב. זי מאכט די רולס. און איינס פון איהרע רולס איז, אז א איד טאר נישט איבערטרעטן. און האט נאכנישט איבערגעטרעטן די שוועל פון מיין הויז. און א איד וועט ווייטער נישט איבערטרעטן די שוועל פון מיין הויז...אט דאס האט דער שרייבער אליין פארציילט.

מסתמא ווייסט אונזער גרויסער אוהב הבריות הרב שבת אחים נישט די מעשה...! דארף מען איהם פארציילן...!

אינטערסאנט

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 7, 2018 8:26 pm

· #397020
גראף
@berel
<a class="postlink" href="http://new.wymaninstitute.org/2007/07/was-truman-antisemitic-and-does-it-matter/">http://new.wymaninstitute.org/2007/07/w ... it-matter/</a>

Sent from my XT1096 using Tapatalk

גראף: ייש"כ פאר דעם לינק. מיין תגובה איז פארלוירן געווארן. איך האב נישט קיין נערוון עס איבערצושרייבן. אויב איינער קען עס צוריקברענגען (רי-טריוון.) תבוא עליו ברכה...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 12:03 am

· #397031
אונטער חכם
קורקלענד

די אהבת ישראל האט טאקע אוועקגעגעבן אזויפיל פון זיך פאר אנדערע, טאקע אזויווי די אויסגערופענע סאציאליסטן רעקאמענדירן. מעגליך אז ער האט אויך געהאלטן אז ס'איז געאייגענט אז אנדערע זאלן אויך אזוי טוהן. מאידך גיסא האט ער קיינער קיינמאל נישט געצווינגן אזוי זיך צו פירן, אויך האט ער לכאורה נישט געהאלטן אז ס'איז ריכטיק צו אינפארסירן מ'זאל פון אנדערע קאנפיסקירן זייערע נכסים שלא ברשות לטובת מיספארטשאנעט מענטשן. דעריבער איז דער חילוק צווישן די אהבת ישראל און סאציאליזם ריזיג. ניטאמאל א פארגלייך.

די גרעסטע קאפיטאליסטן וכדו' האבן זיך נאך קיינמאל נישט קעגן געשטעלט קעגן די שיטות און אקטיוויטעטן פונעם אהבת ישראל און זיינס גלייכן. אדרבה ס'איז שטארק אויסגעלויבט געווארן.

ווארשיינליך האט ער יא געהאלטן אז מען דארף קאנפיסיקירן די נכסים פון פארמעגליכע מענטשן צו העלפן ארעמע ווייל אזוי איז די הלכה אין שו"ע סי' רמ"ח סעיף א' און איך האב אפילו נישט געטראפן דארט קיין חילוק צו דער עני ארבעט יא אדער ארבעט נישט, זוכט יא ארבעט אדער זוכט נישט ארבעט.

קענסט אפשר פרובירן צו מאכן אנדערע חילוקים צווישן די הלכה און סאציאליזם , (אזויווי ר' בערעלע מאכט) אבער אויף די חלק אז מען דארף צווינגען די רייכע צו געבן פאר די ארעמע זענען ביידע אייניג.

דער אהבת ישראל האט נאר געהאלטן פון צווינגען אידן צו געבן צדקה, גוים זענען נישט מחויב אין די מצוה פון צדקה.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 12:22 am

· #397033

ס'איז די קאנסעפט אונטער humanism. ס'האט גארנישט צו טוהן מיט יודען גויים אדער ראסע. סך הכל קען מען ברענגען א ראי' אז אין די יודישע תורה און אין זייער תלמוד שטייט אויך אזוי.

אויב מ'וועט קוקען בלויז וואס ס'שטייט אין די תורה וועסטו זען לא תחי' כל נשמה'ס אויך.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 12:29 am

· #397040
הונדערט פארצענט. די שאלה ווערט נאר, פארוואס האסטו אפגעמאכט אז די השקפה פון די תורה איז humanism ווייל ס'שטייט 'כי פתוח תפתח את ידך', איי ס'שטייט 'לא תחיה כל נשמה', נו, מהיכי תיתי. אפשר איז די השקפה פון די תורה אזויווי ISIS, אזויווי ס'שטייט 'לא תחיה כל נשמה' איי ס'שטייט 'כי פתוח תפתח את ידך', נו מהיכי תיתי?

בד"ו, די מצוה פון צדקה גייט נאר אן ביי א איד, אדער א גוי וואס היט די שבע מצוות בני נח, אלע אנדערע מענטשן - זאגט די הייליגע תורה - דארף מען 'הרג'נען.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 12:49 am

· #397041
איך האב מיך נישט אנגענומען פאר די תורה, די תורה וועט זיך אליינס דארפן פארענפערען ווייל איך פארשטיי נישט די מיתות בי"ד בכלל מיט נאך א סאך זאכען, און נישט אלעס דארף איך קענען פארשטיין.

איך האב געטרייט מסביר זיין די אהב"י לשי' שבת. דער אהב"י איז געווען א "מענטש" ווי מ'רופט עס (מ'רעדט נישט פון קדושה וטהרה דא...), און מענטשליכקייט קומט נישט ווייל אזוי שטייט אין שו"ע יו"ד הל' צדקה. אז מ'האט א גוט הארץ איז מען א מענטש, ס'דא היכי תמצא'ס פון "בעלי צדקה" יודען וואס זענען גרעסער אומ'מענטשען ווי נישט נישט "בעלי צדקה" גוים.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:03 am

· #397042
למשל, ס'באקאנט וואס מ'פארציילט אז די אהב"י פלעגט צו צורייסען א סטעמפ ווען ער פלעגט שיקן א בריוו דורך א שליח און נישט מיט געהעריגע פאסט. פארוואס האט ער דאס געטוהן? ווייל ער האט נישט געוואלט אז די רעגירונג זאל שאדן האבן. איי, ער האט זיך בכלל נישט באניצט מיט זיי? דאס איז נישט די פאונט, ווייל ער האט פארשטאנען אז מ'דארף צו שטייער געבן פאר די ריעגירונג אפילו אן א ריטורן, פשוט פאר מענטשליכקייט כלפי אנדערע ברואים וויל זיי דארפן האבן געלט צו אפערירן, און דאס איז ביי גוים גאר!

דאס הייסט הומעניזם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:10 am

· #397043
וואלווי: די תורה דארף נישט אונזער פארענטפערונג. אבער דער פאקט איז אז די ארבע מיתות בית דין זענען אין יענע צייטן באטראכט געווארן ווי די מערסטע היומאניסטישע. (Humane)...פאר ווער ס'איז נתחייב געווארן . אזוי ווי די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין..."ברור לו מיתה יפה"...! אויך דא אין אמעריקע האט מען געמיינט אז די עלעקטריק טשעיר איז די בעסטע וועג (מיט די ווייניגסטע צער) צו געבן טויט שטראף פאר וועם ס'קומט זיך. אבער מ'האט אויסגעפונען אז דאס איז אייינס פון די ערגסטע שטראפן פאר קרימינאלן. און די מערסטע אכזריות'דיג.ביז דער יו.עס. סופרים קאורט האט עס פארבאטן. זענען זיי געגאנגען צו אבער ס'איז ..."געז"...אדער ניעדלס. און צום סוף האבן זיי אויסגעפונען אז דאס איז אויך אכזריות'דיג. און מ'האט אינגאנצן געסטאפט צו געבן טויט שטראף אין אמעריקע אבער ס'איז דא קעיסעס וואו דער מערדער האט זיך אויפגעפיהרט מיט גרויס אכזריות. און מ'קען זיך נישט רעכענען מיט זיינע געפיהלן. למשל. ביי דעם פאל פון דעם אידישן קרימינאל גראסמאן. וועלכער האט דערשאסן א פרוי פון די פארק פאליס. ס'איז נישט דא קיין שום לימוד זכות אויף איהם. ער האטציך גאנץ זיכער פארדינט טויט שטראף...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 1:26 am

· #397044
די אהבת ישראל האט קיינעם נישט געצוואונגען צו צורייסן סטעמפס אדער געבן צדקה, משא"כ די לינקע חברה ווילן צווינגען יעדעם איינעם צו געבן צדקה.
רוף עס וויאזוי דו ווילסט, צווינגען יענעם צו טון וואס דו האלטסט פאר ריכטיג איז אומריכטיג.
בלאט: 1 2 3