וחוזר חלילה... רינג עראונד דע ראוזי, יעדער שרייבט זיך זיין מיינונג און קיינער וועט נישט טוישן קיינעם.
למעשה אלס איינער וואס האט שוין באשריבן זיין אייגענע עקפיריענס, קען איך אזויפיל צולייגן, איך פארשטיי
@שאולי הונדערט פראצענט, טראץ דעם וואס איך האב נישט מיטגעמאכט דערנאך וואס ער האט מיטגעמאכט, איך ח"ו פרעג נישט אפ קיין איין איינציג ווארט וואס ער שרייבט) ס'איז ביי מיר נישט קיין שאלה אז ער איז אדורך טראמא, און נאר איינער וואס איז אדורך די טראמא ווי ער גייט אים פארשטיין, אפילו איינער וואס איז מאלאסטירט געווארן אבער ס'האט אויף אים נישט געהאט דעם אפעקט וועט דאס נישט פארשטיין.
איך דערמאן דא שאולי, ווייל ס'האט מיך צונומען זיין מעשה ביזן גרינד, אן אינאסענט קליינער קינד איז געווארן א טוי פאר אן עלטערן הונגעריגער, אבער ס'דא דא מסתמה צענדליגע וואס זענען עס אדורך, און די גרעסערע חלק שעמט זיך דערמיט אדער האבן פלעין נישט די גאטס עס צו שרייבן.
באוט.... יא באוט.... וואס פונקטליך צו טוהן וועט בלייבן א חידה סתימה און א "תיקו" ביז אליהו וועט טאקע דא זיין.
אודאי איז דא חילוקים פון א מעגא מאלעסטער צו אן איינמאליגע דורכפאלער, קודם איז דאך פשוט, א מעגא מאלעסטער איז שוין געווארענט געווארן, שוין בארעדט געווארן - און ער דא און דארט זעהט ער ווי קליינע בחורים שארן זיך אוועק ווען ער שפאצירט אריין אין מקוה, צו זעהט ווי איינע פון זיינע אנטלאפענע חברה בליקט אזוי מיט א חבר אויף אים ווי איינער זאגט "דאס איז עס, ער האט מיך געוואלט טאטשן", און דאך האלט ער זיך נישט צוריק און האונט ווייטער אן קיין אפשטעל אויף פרישע קרבנות, אפגערעדט אויב ער האט שוין געכאפט פעטש, געצאלט געלט פאר וועד הצניעות וכו' אז מ'דארף אזא איינעם אוועקלייגן אין תפיסה אריין, יעצט ווי לאנג? א פרישע איסתפקתא... אפשר איז אפילו זעקס חדשים אין רייקערס איילענד מיט אפאר געזינטע פראסקעס פון די אכט פיסיגע שחורים און א רעיפ דא און דארט גענוג, אדער אפשר ניין! לייג אים אוועק פאר גוד, ער איז צו אבסעסט אז געב עס א יאר נאכן ארויסקומען און מפטירין כדאתמול. דריטע צד, לייג אים אוועק פאר א יאר און אז ער טוהט עס נאכדעם נאכאמאל זאל ער מער נישט קענען זעהן די זון (און די ווייטאג איז ווידער אז מ'האט זיך געלערנט אויפן הארד וועי און נאך א קרבן'דל געקאסט).
פון די אנדערע זייט, דער ערשטמאליגער, איז אזוי, קודם פון ווי ווייס איך אז ס'איז טאקע זיין ערשטע מאל, אים מילא גלייב איך נישט, דעס אז ס'איז די ערשטע מאל ס'דא א קאמפלעין, איז אויך נישט יוכיח, איז ער אן אויסגערעכענטער און ס'ערשטע מאל אריינגעביסן אין א הארט ניסל.. אבער קיין שאלה אז ס'קומט זיך אים נישט קיין מיתה, יעדער פאלט אדורך (ניין נישט מיט מאלעסטעישאן, אבער יא מיט אנדערע עבירות ותאוות) געב אים א טשאנס קער צו נעמען פון אים, קוק אים נאך מיט הונדערט אויגן, רעסטריקט אים פון געוויסע זאכן ווי גיין אין מקוה, שטיין אויף די פארענטשעס, זיך צופיל דרייען צווישן בחורים און קינדער, ער קען נישט ניצן די ביה"כ אין שוהל נאר איין גאר ביזי אויב ס'דא, און נאך אנדערע זאכן און האפענטליך וועט דאס העלפן, איי כ'שטעל איין אז מ'גייט זיך ווידער לערנען אויפן הארד וועי און ס'קען אפקאסטן נאך א קרבן, דא קומט שוין יא אריין ס'ביסל רחמנות וואס מ'דארף האבן אויף אים (נישט דייקא אים, נאר) משפחה, קינדער און ארימיגע. יעדער מענטש דיזערווט א סעקאנד טשענס!
כ'וועל גיין א טריט ווייטער, ס'האט זיך געקאכט ביי אונז אין שוהל א מעשה פון. אינגערמאן וואס איינער פון אונז האבן אים געזעהן פרובירן צו מאכן קאנטעקט מיט א אינג בחור'ל אין מקוה, דער בחור'ל שרייט חי וקיים אז ס'האט גארנישט פארסירט, דער אינגערמאן וואס האט דאס צוגעזעהן האט טאקע גארנישט געזעהן חוץ צוגעקוקט ווי יענער פארארבייט מעשים ביי זיך אין די שאוערס צו כאפן אן אויג ביים בחור'ל, מפני הפרגוד קען איך נישט צופיל פרטים שרייבן אבער וד"ל, יעצט למעשה האבן זיך צוויי אנדערע מענטשן מיטן רב הביהמ"ד אריינגעלייגט דערין, און האבן געטראפן אז דאס אינגערמאן גייט אדורך זייער שווערע צייטן אינדערהיים, מ'האט אים דערפאר נאכנישט געגעבן קיין פרי פעס, און דאס האט מען בכלל נישט אנגענומען פאר קיין תירוץ, און יא דער רב אונזערע האט געזאגט פארן אינגערמאן בזה"ל "איך וועל דיר ברענגן צוויי דריי אדרעסן פון מקום זונות און דזשאכע דיך דארט אויס! לאז אפ אונזערע קינדער!" דער אינגערמאן האט געכאפט דעם שאק אוו היס לייף אז מ'איז בכלל געוואר געווארן, און זיך אינטערגענומען אלעס וואס מ'האט אים געהייסן, מ'האט דעם אינגערמאן גאר גאר גאר שטארק נאכגעקוקט און מ'האט מער גארנישט געזעהן!
(זייטיגע נאטיץ... פון אזויפיל נאכקוקן האט איינער אפילו געזעהן ווי ער גייט טאקע למקום שאינו מכירו... אבער לפי ידיעתי האט יענער אויפגעהערט נאכדעם וואס א שרעקליכע קידנעפינג איז פארגעקומען..... וד"ל)
בקיצור פון 10 בלעטער גייט יעדער וואס שרייבט לכאן ולכאן איבער חזר'ן וואס איינער האט שוין געשריבן, אפשר נאר בעסער מסביר זיין צו שענערע משלים, אבער די קשיא גייט בלייבן פאר אייביג, און קיין לייזונג דערצו וועט קיינמאל נישט זיין... זייער פשוט, יא הונדערטער צו טויזענטער טאטע'ס זענען גרייט צו נעמען דאס געזעץ אין די הענט, אבער ווילן דאך נישט אז זייערע קינדער זאלן ווערן פאבליק וויקטעם'ס, איי ס'קינד האט גארנישט געטוהן? אבער דאך... (דאך וואס???? כ'ווייס אויך נישט און יענער אויך נישט..). צו מעג מען גיין צו פאליציי? להלכה איז דא אסאך מתירים, אבער אויך אסאך אוסרים... (שריי נישט!), מענטשליכקייט? יענער האט זיך מיט מיר אדער מיין קינד גאנץ ווייניג געקימערט, איך האב אים אקוראט אקעגן איבער ווי ער האט געטאטשט... איז מען מחיוב אים אפצושטעלן? אההה דאס זעכער יא! האלסט אדער קענסט נישט קיין מסר'ן, דאן באשייגעץ אים, אדער כאטש רוף אים אן שיינערהייט פשוט איינמעלדן אז כ'ווייס און סוף כל סוף גיי איך דיר באשמיצן! דאס גייט כאטש אויף אזויפיל העלפן אז ווען דו גייסט אריין אין מקוה קען יענער ניטאמאל בליקן אויף א אינג ביימל. רוף אן זיין רב, זיין בעל הבית, זיין חבר בקיצור איינעם וואס קען אים אפשטעלן. אויב שטעלט דאס נישט אפ דאן נאר מסירה! נאר פאליציי!
כאשוין נישט קיין נערווען צו שרייבן ווייטער. ועוד חזון למועד.... מיט א לאנגע המשך