☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

mevakesh » מיטוואך יוני 8, 2016 1:29 pm

· #337200
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
רבי אריה קפלן און אנדערע זענען מסביר אז די שוהים שעה לפני התפילה איז מעדיטציה

בן אדם » מיטוואך יוני 8, 2016 1:32 pm

· #337204
דאס איז דאך פשוט פשט, ניין?

סמבטיון » מיטוואך יוני 8, 2016 1:37 pm

· #337208
וואס ברויכסטו מער אז דער הייליגע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז די טאטע איז געוועהן א מלאך, נו, קיין ליגענט האט ער זיכער נישט געזאגט.

איש חזון » מיטוואך יוני 8, 2016 1:45 pm

· #337212
שמעון וואלף
אויף מר"א מבעלז דערציילט מען די אלע אויסטערלישע זאכן איבער זיין פרישות און שלא כדרך הטבע'דיגע געפירעכץ אבער אויף זיין טאטע, מרי"ד, הערט מען דאס נישט. מיינט דאס אז ער איז געווען גרעסער פון זיין טאטע?
איך פרעג דאס כסדר און נאכנישט באקומען קיין קלארע ענטפער

קראתי פעם (בערך ווי פאלגנד): הג"ר מאיר אריק האט געבעטן אמאל פון חסידים וואס זענען געפארן צום מהרי"ד, זיי זאלן לאזן גריסן ר' אהרן, צולייגנדיג אז ער איז א וודאי שטארק מכבד דעם מהרי"ד, אבער אזא "אדם השלם" ווי ר' אהרן האט ער נאכנישט געזען. יבאו נא חסידי בעלזא ויעמדו הדברים על דיוקם.

מענין לענין איז אינטערסאנט נאכצוברענגען וואס כ'האב געזעהן אין א בריוו פון א בעלזער חסיד ז"ל (ר' יקר ביגעלאייזן בעל החנות ספרים ביגעלאייזן) ווי ער באשרייבט זיין נסיעה צום מהרי"ד, שרייבט ער דארט אז ער איז געגאנגען באזוכן "בנו ר' אהרן הגדול והנורא". (ער שרייבט אז ווען ער איז געווען ביי ר' אהרן האט ר' אהרן'ס קליינע טאכטער געוויינט אז איר ציין טוט וויי, האט ר' אהרן איבערגעדעקט זיין האנט מיט'ן ארבל און געטאפט איר ציינער און איר געפרעגט ווי טוט דיר וויי.)

אגב, @שמעון וואלף, האסט מורא צו פרעגן דעם שאלה פונעם רב זאל מאריך ימים זיין?

---
פאראכטן ספעלינג

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 8, 2016 3:11 pm

· #337232
מעשה'לך אהער מעשה'לך אהין. איך וויל הערן קלאר, איז מר"א געווען גרעסער ווי מרי"ד אדער נישט?

מיין פאינט איז אז רובא דרובא מענטשן וועלן זאגן אז נישט און דאס ווייזט אז גרויסקייט ווערט נישט געמאסטן מיט מאדנע התנהגות. מ'קען זיין א מענטש צווישן מענטשן און זיין פונקט אזא קדוש ווי איינער וואס איז אויסגעטון פון די וועלט. יעדע צדיק האט זיך זיין וועג אין עבודת השם און מ'זעמיר נישט ביכולת מכריע צו זיין וואס איז גרעסער און חשוב'ער

בן אדם » מיטוואך יוני 8, 2016 5:37 pm

· #337254
שמעון וואלף

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 8, 2016 7:47 pm

· #337282
שמעון וואלף
מעשה'לך אהער מעשה'לך אהין. איך וויל הערן קלאר, איז מר"א געווען גרעסער ווי מרי"ד אדער נישט?


בחייו פון מהרי"ד האבן די בעלזא פראפאגאנדיסטן געפויקט אז זייער רב(י) איז א פירער, א ריכטיגע מנהיג, קען לערנען, ער האלט דער דור זאל בלייבן ביי אידישקייט, וכו' וכו', ביי זיין זוהן מהר"א האט מען בכלל נישט געקענט אויסהילכערן די זעלביגע אויבערדערמאנטער ווערטער, אבער דער באן, דער בעלזא באן מוז דאך ווייטער פארען, זענען שרי החוץ געזעצן ביי א מיטונג ווען ביים הויפט בענקל זיצט דער קאפ מייסטער ר' אהרן יהושע, און זענען אויפגעקומען מיט א נייע סלאגאן, אוועק דער "מנהיג, תורה, וכו'", און מ'איז אוועק פון דעם מיטונג אז "דער רב איז א קדוש מרחם אמו, א מלאך ה' צבאות, אהרן קדוש ה'", מיט נאך אזעלעכע לופט טיטלען, אבער דאס האט געארבעט, עס האט געארבעט טאקע פאר די בעלזא חסידים, אבער דער אינדרויסענדיגער עולם האט עס מאיזה סיבה שהוא נישט אפגעקויפט, ביז ער איז אנגעקומען צו די אונגארישע תמימים און נאכדערצו בימי הזעם, און דאס האט אסאך צוגעהאלפען ביתר שאת וביתר אז אין ארץ ישראל, ודוק כי קצרתי מאד.

בן אדם » מיטוואך יוני 8, 2016 8:06 pm

· #337287
Wow! סאטמאר בתפארתו...

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יוני 8, 2016 9:02 pm

· #337295
דולה ומשקה
תורה ומדע
אין די ליטא און אין בודא פעסט זענען טאקע נישט ערשינען די מאדע צדיקים. וכבודם במקומם עומדת. אבער צווישען די תלמידי בעש"ט האט מען יא געזעהן הנהגות למעלה מן הטבע. ווען מען קוקט אהן דער גאנצע געשטאלט פונעם צדיק קען מען דערקענען אויב די מעשיות זענען איבערגעטריבן אדער נישט. קיינער זאגט נישט אויף ר' מאיר שמחה זצ"ל אדער אויף ר' חיים עוזר זצ"ל אז ער איז געשטאנען בדביקות פאר 17 שעה אין איין פלאץ, אדער נישט טועם געווען פאר 48 שעה וכדו'. ווען א איד דרוקט זיך אויס אןיף זיין אייגענעם קינד וואס איז אומגעקומען עקד"ה במיתת שריפה רח"ל "ב"ה, יעך האב אויך צו שטייער געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטען", רעדט מען דא פון אן אנדער קאליבער איד, בבחינת ויבדל אהרן להקדישו, כידוע מפי זיין ברודער דער בילגרייער רב זצ"ל.


איך ווייס דער ברך משה האט געהאט בלויז איין זוהן, וואס בלויז יענעם האט ער אריינגעשריבן אין זיין צוואה...
מהר"א מבעלזא האט געהאט א ווייב מיט זיבן קינדער(!!!) און איבער פערציג אייניקלעך(!!!) וואס זענען אומגעקומען ביים קריג, הי"ד. דריי פון די זיבן זענען געוועהן זוהן!!!. זעהט אויס דו ביסט אנגעליינט פון דער היינטיגער בעלזער לייען מאנטריאל וועלעכע צוליב סיי וועלעכע סיבה פראפאגאנדירן זיי איבער און איבער דעם ר' משה'לע, ער איז געוועהן א פיינע יונגערמאן, אבער ער איז נישט געוועהן מיט אלעמען... (מילד גערעדט).



איך פראביר נישט דא אריין צו שטעקן מיין נאז צווישן אזעלכע גרויסע לייבן... וואס אמפערן זיך דא ארום בעלזער רבי'ן אהער בעלזער רבי'ן אהין ווער בין איך וואס בין איך...
.. בכלל וואס פארשטיי איך בכלל צו בעלז וואס קער איך מיר אן אין דעם ...

נאר איין נקודה וויל איך דא ארויס ברענגן, דאס איז לגבי דער רבי משה'לע דער בעלזער רב'ס זוהן, אין כלפי דער אנדערע קינדער,
בעצם וואלט איך נישט ארויף געברענגט דאס אבער אז מען האט אנגערירט דער נושא מוז איך דא דערמאנען א שמיעס וואס כ'האב געכאפט מיט א איד וואס כ'האב אסאך געהערט פין איהם.

אין ווילי האט געוואוינט א איד א תלמיד חכם א זיסע יוד אסאך האבן איהם געקענט ער האט געהייסן רבי יאשע שטייכל ווי די בעלזער'ס האבן איהם גערופן ר' יאשע בעלזער [ער איז געבוירן געווארן אין געוואוינט אין שטאט בעלז] ער איז מיר געוועהן א שכן טוב האב איך אסאך פארברענגט מיט איהם אין געהערט שיינע זיסע זאכן פין בעלז אין פין נאך זאכן, האב איך איהם אמאל געפרעגט איבער דער קינדער פין בעלזער רב ז''ל האט ער מיר געזאגט אזוי

אז בעצם זענען זיי אלע געוועהן גרויסע מענטשן הויכע נשמות אין געוואלדיגע מתמידים געלערנט זייער אסאך
יעצט לגבי דער מצב הבריאות איז אזוי אז דער עלטסער זוהן ר' משה'לע איז געוועהן בעצם שלם בגופו, געהערט, געזעהן, גערעדט, נאר איז געוועהן א אדם חלש מאוד, פאר א שטיק צייט האט ער געהאט דער מחלה הנפילה רח''ל אבער טאג אין נאכט האט ער געלערנט געוועהן זייער א דערהויבענע יונגערמאן, אין ס'איז ידוע אז די זיידע רבי ישכר בער'ן פין בעלז האט געזאגט אויף איהם אז מיין אייניקל האט מיין טבע אז ער קען זיצן זעקס זיבן שעה אין איין ציה אין לערנען אין גארנישט זאל איהם שטערן, אבער די אנדערע קינדער זענען יא געוועהן איינער א שטומע איינע א טויבע ל''ע ולא עליכם עכ''ז האבן זיי געלערנט טאג אין נאכט זיי זענען נישט געוועהן סתם מענשטן

איך האב נישט קיין שום אגענדע צו פארקויפן אין שטופן זאכן איך בין ווייט פין דעם אין פון זיי,
נאר ווייל מען האט דא דערמאנט זיי האב איך געפילט אז כ'מיז איבערגעבן אין מיטטיילן מיט דער עולם וואס כ'האב געהערט פין ר' יאשע בעלזער ז''ל וואס כ'בין געוועהן א שכן טוב אין אסאך גענאשט פין איהם אין ער איז געוועהן א קראנטע מקור.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 8, 2016 11:15 pm

· #337326
דולה ומשקה
שמעון וואלף
מעשה'לך אהער מעשה'לך אהין. איך וויל הערן קלאר, איז מר"א געווען גרעסער ווי מרי"ד אדער נישט?


בחייו פון מהרי"ד האבן די בעלזא פראפאגאנדיסטן געפויקט אז זייער רב(י) איז א פירער, א ריכטיגע מנהיג, קען לערנען, ער האלט דער דור זאל בלייבן ביי אידישקייט, וכו' וכו', ביי זיין זוהן מהר"א האט מען בכלל נישט געקענט אויסהילכערן די זעלביגע אויבערדערמאנטער ווערטער, אבער דער באן, דער בעלזא באן מוז דאך ווייטער פארען, זענען שרי החוץ געזעצן ביי א מיטונג ווען ביים הויפט בענקל זיצט דער קאפ מייסטער ר' אהרן יהושע, און זענען אויפגעקומען מיט א נייע סלאגאן, אוועק דער "מנהיג, תורה, וכו'", און מ'איז אוועק פון דעם מיטונג אז "דער רב איז א קדוש מרחם אמו, א מלאך ה' צבאות, אהרן קדוש ה'", מיט נאך אזעלעכע לופט טיטלען, אבער דאס האט געארבעט, עס האט געארבעט טאקע פאר די בעלזא חסידים, אבער דער אינדרויסענדיגער עולם האט עס מאיזה סיבה שהוא נישט אפגעקויפט, ביז ער איז אנגעקומען צו די אונגארישע תמימים און נאכדערצו בימי הזעם, און דאס האט אסאך צוגעהאלפען ביתר שאת וביתר אז אין ארץ ישראל, ודוק כי קצרתי מאד.


איך בין נישט זיכער ווי אהין די צילסט.
אני כשלעצמי בין א קנאפע מבין צו קענען זאגן א דעה איבער מדרגות אין קדושה. אבער דאס איז זיכער, גענוג אין נאך צדיקים וואס זענען אנגענומען ביי רוב כלל ישראל אלץ הייליגע אידן האבן געגעסן, געשלאפן און געדאווענט נארמאל. בעלזער רב ז"ל איז לכו"ע געווען א איד וואס האט זיך אויסגעארבעט זיין חומר. אבער צו זאגן אז דאס מאכט אים גרעסער ווי אנדערע צדיקים איז אבסורד

סמבטיון » מיטוואך יוני 8, 2016 11:28 pm

· #337328
.

בן אדם » מיטוואך יוני 8, 2016 11:37 pm

· #337330
נע, מיט יצחק שטיין און דעם בעלעד'ער

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:38 am

· #337352
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
וואס נאך וואלט ר' אהרן מבעלזא זי"ע געדארפט טוהן לשיטת דולה ומשקה אז ער זאל באקומען דעם טיטול 'מלאך בדמות אדם'?
עסן ווינציגער?
שלאפן ווינציגער?
רעדן ווינציגער?

די וועג דער לייגט אים אראפ קוקט אויס ווי ס'רעדט זיך פון א בעלעדער רבי.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 9, 2016 1:59 am

· #337356
[ציטאט אראפגענומען]

אויב דו וואלסט געווען אפאר יאר עלטער און דו וואלסט עם געזען בתפארתו מיט זיין גאנצע עבודה, מיט אלע זיינע שטיקעס ומשוגעת'ן מכלומרשט, וויאזוי טראכסטו וואלסטו עם דעמאלטס אפגעלערנט?

בן אדם » דאנערשטאג יוני 9, 2016 6:05 am

· #337366
לאמיר זען, יעצט אז דו קענסט דער אמשינאווער רבי פון ארה"ק וויאזוי טייטשט דו אויס זיין דרך ( דא האט ער געדארפט מער ווי איינמאל רעדאגירן פאר דער וואס געדענקט). ועי' עוד פה

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 9, 2016 7:45 am

· #337372
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך האב פריער דערמאנט דער מהרש"א אויף מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה. כעלעמ'ער מגיד האט מיר מעורר געווען אין אישי אז ער זאגט באמת פארקערט. איך האב עס געשריבען פון זכרון און ביים נאכקוקען איז ער באמת גערעכט, ער זאגט אז ס'גייט נישט אויף די תפלה אז יצחק זאל געראטעוועט ווערען נאר אויף דאס טרעפען דער באק. מ"מ שטייט אז ער האט געדאווענט אז יצחק זאל געראטעוועט ווערען.
אין של"ה פרשת וירא איז ער מאריך דערין און ער זאגט אזוי פשט אין מי שענה, עיי"ש ותמצא נחת

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ברוך שאמר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 8:42 am

· #337375
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פריער דערמאנט דער מהרש"א אויף מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה. כעלעמ'ער מגיד האט מיר מעורר געווען אין אישי אז ער זאגט באמת פארקערט. איך האב עס געשריבען פון זכרון און ביים נאכקוקען איז ער באמת גערעכט, ער זאגט אז ס'גייט נישט אויף די תפלה אז יצחק זאל געראטעוועט ווערען נאר אויף דאס טרעפען דער באק. מ"מ שטייט אז ער האט געדאווענט אז יצחק זאל געראטעוועט ווערען.
אין של"ה פרשת וירא איז ער מאריך דערין און ער זאגט אזוי פשט אין מי שענה, עיי"ש ותמצא נחת

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אין וואס איז פשט אויף מי שענה ליצחק בנו וכו' ??

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 9, 2016 10:28 am

· #337385
[ציטאט אראפגענומען]


מ'דארף צו זיין קיין שונא פאר הרה"ק רבי נפתלי צבי מ'באבוב זצ"ל, ווייל ביי יעדע דינאסטיע איז געוועהן אזוי, ובתוכם דער שלשלת לבית באבוב, אויפן ערשטע רב גייט דער מהלך "אויף געוואקסען ביים צאנזער זיידע, אויפגעשטעלט דער ערשטע ישיבה אין גאליציע, פארגעלערנט שיעורים".
אבער אויף זיין זוהן דער קדושת ציון האט האט מען דאס בכלל נישט געקענט זאגען, על כן ביים קדושת ציון נוצט מען אנדערע לשונות און ווערטער ווי למשל "פיקח, שיינע בעל מנגן, טאלאנטפולע מענטש, אויסגעארבעט שוואכע בחורים וכו'" אלץ פיין און וואויל.
ווידער ביי זוהן מהר"ש השני האט מען מאיזה סיבה שהוא נישט געקענט זאגען קיין איינס פון די אויבערדערמאנטער ווערטער וואס מ'האט געזאגט אויף זיין פאטער און זיידע, עד שבא הכתוב השלישי "איש השלום, ווי נישט ווי האט ער אופגעשטעלט א שיינע עדה נאכ'ן מלחמה, א שיינע בעל מספר , וכו'".
ביי זוהן ממלא מקום דער מהרנ"ץ וואס קען דעם פארקויפען איבער זיין שנות הנהגה, נישט קיין פראבלעם, מ'האט געטראפען "ער האט זיך אוועק געגעבען פאר זיין טאטע, ער האט אויפגעשטעלט באבוב, בעל מופת וישועות, גומל חסד ועוזר דלים".
ואחר פטירתו אויף זיינע צוויי ממלא מקומות רבי בן ציון השני א איש השלום קען מען דאך נישט זאגן, לייגט מען ארויף "ער איז א שטארקער מנהיג פאר זיין קהלה, א שיינע צורה, ער מאכט עס גוט, א בקי וידען נפלא אין חסידישער ספרים" - און אויף רבי מרדכי דוד "דער שר התורה אליינס, לערנט פאהר שיעורים, ענדליך א באבוב'ער רבי וואס קען לערנען, ווי נישט ווי האט ער מוותר געוועהן אויף אלעם [א זאך וואס נישט מהר"א ואחיו מהרז"ל וואלט געטוהן] וכו'.

וכהנה וכהנה יעדע דינאסטיע הכל לפי השעה והזמן.

ברוך שאמר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:06 am

· #337394
[ציטאט אראפגענומען]

דולה האט געזאגט די אמת נאר ער האט עס צילייגט צום שמייכלען

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:13 am

· #337396
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
דער פאוינט איז אז די מעלות פון די אלע רבי'ס האבען נישט מיט זייער ירושת הרעביסטיווע. איך גלויב נישט אז בזכות עצמם וואלטען די חברה מושך געווען א ציבור. יעצט זאגסטו אז מיט זייער טאטע'ס האבען זיי אויך גארנישט געהאט. ט'וואס איז עס יא?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:18 am

· #337398
שש, איך קען זיך נישט אריינמישן אין די סארט מושגים, אבער דאס אליינס איז אויך ווערד צו שרייבן. ער האט זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אלע אמשינאווער רבי'ס.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:24 pm

· #337417
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
היינט איז געווארן א מצב וואס יעדע שמויגער וואס האט א גוט קעפל און האלט זיך אויפגעקלערט האט שוין אייגענע מיינונגען אין די האקעלסטע טעמעס, א שטייגער וואס מיר האבן אלע בייגעוואוינט איז געווען לעצטנס איינער מיט ערענסטע חששות אז דער אריה"ק איז געווען א געמיינער פאפער אין ערגערן פאל, אדער א פשוטער בעל דמיון אין בעסערן פאל. ווייל טאמער האט ער גאנץ א גוטן קאפ איז דאך לא ימלט אז ער זאל נישט זיין א מבין אין קדושה.

אנדערע האבן אלעמאל געוואוסט אז די זאכן לאזט מען פאר די וואס האבן א שמעק אין קדושה, צום ביישפיל טשובינער רב איז כולא עלמא מודה אז ער איז געווען פון די גדולי הדור אין פריערדיגן דור, ער איז געווען אן אויסגעארבעטער איד אן איש קדוש, ער איז געווען א מבין אין קדושה (כ'האב דייקא אים געקליבן ווייל ער איז געווען א גאון אדיר בתורה - לכאורה דער גרעסטער נאכן קריג. ודו"ק).

ועל כגון דא אמרו וואס פעהלט דיך אויס צו ליפטערן דיין פקחות (ליין: טיפשות) ווען דו ביסט בכלל נישט קיין דעה זאגער אין די סארט נושאים.

דיסקלעימער: איך בין דירעקט נישט קיין בעלזער, איך האב גראדע פיינט די אלגעמיינע בעלזא שחצנות מענטאליטעט, אבער ההכרח לא יגונה. (כ'בעט איבער אלע בעלזא דא, כ'בין נישט געקומען סטיריאוטייפן חלילה).

תורה ומדע » דאנערשטאג יוני 9, 2016 12:42 pm

· #337425
דער פראבלע ם איז אז די חניכי וויליאמסבורג ומאה שערים האבען נישט די כלים פון התבטלות.

איש חזון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 4:58 pm

· #337465
אויף היברו בוקס איז דא א שיין קונטרס "זכור ימות עולם" פון ר' צבי זאב פרידמן (שליט"א?), א געוועזענער משב"ק ביים בעלזער רב מהר"א.
דער קונטרס באשרייבט שיין די היסטאריע פון די בראשית יארן אין ארץ\מדינת ישראל, זיין משפחה איז שוין ארויף פאר'ן קריג קיין א"י. ער באהאלט נישט קיין סודות און שרייבט זאכן ווי "די ליטווישע פון היינט זענען צדיקים אנטקעגן די ליטאים פון אמאל", "היינט וואלט מען נישט געגלייבט אז הרב לנדא פון בני ברק איז געווען פון די וואס האב'ן גע'שתדל'ט אז מ'זאל לערנען אין עברית אין בני ברק", וכן על זה הדרך. (על אחריות הכותב כמובן, ויעויין בפנים הדברים)
א שיינע חלק פון ספר איז איבער דער בעלזער רב וואס כנ"ל האט ער "געקענט" פון די נאנט.
ער באשרייבט די מחלוקת מיט'ן סאטמארע רבי און די שארפע אויסדרוק פון בעלזער רב, וכו' וכו'.

אן אינטערסאנטע זאך האב איך דארט געזעהן:
כוחות ההגנה והאצ"ל והלח"י ערכו מגביות לצורך רכישת נשק, הם עברו מבית לבית וכמובן שלא פסחו על בית מרן זצ"ל, ומרן
זצ"ל צוה לתת להם תרומה הגונה
. בכלל, ההתיחסות של מרן זצ"ל לפעולותיהם של
הציונים, כל מה שהיה קשור בפקוח נפש, קיבל את התמיכה של מרן זצ"ל. תמיד
היינו מזכירים לפניו את המקומות שבהם הערבים מתקיפים את היהודים.

(נשק מיינט געווער)

איש חזון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:37 pm

· #337471
אין קונטרס הנ"ל שרייבט ער א פלא'דיגע סיפור וואס ער האט בייגעוואוינט ביים בעלזער רב ז"ל.
(איבערגעטייטשט אויף אידיש)
"נאך אן עובדא (וואס מען זעהט דעם מלחמה וואס מהר"א האט געפירט מיט שלעכטע כוחות, כמבואר שם לעיל מיניה - א. ח.) וואס איך בין געווען אן עד צו דעם, און אפילו היינט וואס עס זענען שוין פארביי געגאנגען א סאך יארן, ווען איך דערמאן זיך אין דעם מעמד ציטערן מיינע אברים. דאס איז געווען אין איינע פון די שבתות נאנט צו ראש השנה, דער רב האט זיך געגרייט צו זאגן "תורה". ווען דער רב האט געזאגט "תורה" פלעג איך שטיין צוגעבויגן צום רב, ווייל מיין אויפגאבע איז געווען צו שרייבן די תורות און עס שיקן צו אנשי שלומינו אין ארה"ב ענגלאנד און אנטווערפן. און פלוצלינג האב איך געזעהן אז די בענקל וואס דער רב איז געזעצן אויף דעם הויב זיך אויף אין די לופטן און דרייט זיך איבער, און גלייך בין איך אויפגעשפרינגען און איך האב אנגעכאפט דעם רב אז ער זאל נישט אראפפאלען, און דער רב האט געשריגן "אוי אוי!". אונז האבן צוריקגעשטעלט דאס בענקל אויפ'ן פלאץ, ולאחר שהיה מעטה (? - א. ח.) האט דער רב געזאגט תורה, און ווען ער איז שפעטער אריין אין שטוב האט ער געזאגט זיי האבן געוואלט איבער קערן דעם גאנצן טיש"

די סיבה פארוואס איך האב א שטיקל נטייה צו גלייבן די מעשה איז ווייל ער איז מעיד אז דער מהר"א האט זיך זעלבסט מתייחס געווען צו דעם. (און על פי כמה עידי ראיה איז דאס נישט דער איינציגסטער למעלה מדרך הטבע'דיגע זאך וואס איז פארגעגאנגען ביים מהר"א, ווארום זיין עצם עקזיסטענץ און כוחות איז געווען א נס).

וכמדומה שאם אנחנו מאמינים במעמד הר סיני אנחנו יכולים להרשות לעצמנו לחשוב שאולי הסיפור הנ"ל אמתי הוא.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:59 pm

· #337476
כ'האב שוין לאנג צירוק געהערט די מעשה (און כ'האב געמיינט אז נאר די הויז בחור האט עס באמערקט און ער האט אראפגעהאלטן דעם בענקל, און אז מ'ווייסט די מעשה פון די הויז בחור), אבער יעצט האט עס שוין עפעס א געדריקטע מקור...

איש חזון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 6:00 pm

· #337477
בן אדם
כ'האב שוין לאנג צירוק געהערט די מעשה (און כ'האב געמיינט אז נאר די הויז בחור האט עס באמערקט און ער האט אראפגעהאלטן דעם בענקל, און אז מ'ווייסט די מעשה פון די הויז בחור), אבער יעצט האט עס שוין עפעס א געדריקטע מקור...

דער ר' צבי זאב איז טאקע געווען אן הויז בחור.

איש חזון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 6:10 pm

· #337478
[ציטאט אראפגענומען]

איך יא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 9, 2016 8:21 pm

· #337502
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
דער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע, אבער ער האט שוין אריינגעשטופט פארשידענע זאצען להפליא! איך ווייס נישט וואס זיי האבען קעגען הרב לאנדא אבער.....

-----------------------------

צוגעלייגט נאך א טאג - איך האב ווייטער געליינט און דער עיקר פון די בוך איז אז ער רעדט אזוי פליישיג, פונקט ווי ער האט עס געזען, ער פוצט נישט און טוישט נישט, ער באשרייבט די טעם פון די עסען אין ישיבה, מיט'ן האלטען די נאז מיט איין האנט און אריינשטופען א לעפעל זופ מיט די אנדערע, און ס'איז געווען 'גאנץ דערטרעגליך', מיט נאך אזעלכע זאצען און אויסדרוקען.
יאכלו ענוים וישבעו.

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 9, 2016 11:12 pm

· #337522
ר' הערש וואלף פריעדמאן פון בני ברק איז א באגלייבטער מענטש און יא ער לעבט נאך, און איך האב אסאך געהערט פון אים אליין איבער זיינע צייטן ווען ער איז געווען משמש ביים רב ז"ל.

איש חזון » פרייטאג יוני 10, 2016 11:13 am

· #337563
אז ר' הערש וואלף איז באגלייבט, דאס ווייס איך, די שאלה איז נאר צו ער האט גע'דמיון'ט, אבער כנ"ל נראה לא כן.
---
שש, מה רע ב"אולי"? רק הוכחתי שבעולם השפל הזה יכולים להתרחש דברים שלמעלה מדרך הטבע.

איש חזון » פרייטאג יוני 10, 2016 11:20 am

· #337564
ליטוואק פון בודאפעסט
דער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע, אבער ער האט שוין אריינגעשטופט פארשידענע זאצען להפליא! איך ווייס נישט וואס זיי האבען קעגען הרב לאנדא אבער.....

ליטוואק, קודם כל ער שרייבט נישט בשם בעלזא, סאו ס'איז נישט "זיי" (על כל פנים אזוי פארשטיי איך), און צווייטנס כל, ער שרייבט מיט כבוד איבער הרב לנדא ער פארציילט נאר וועגן די דעות שונות וואס זענען געווען בין החרדים בארץ ישראל, איידער ס'איז אוועקגעשטעלט דעם חרדישע צוגאנג צו אט די ענינים. (ער פארציילט אויך אז ווען די יו. ען. האט באשטעטיגט אז מדינת ישראל געהרט פאר די ישראלים האט זיך געטוהן א טאנצעריי אין ירושלים און ער האט באמערקט אויך ירושלים'ע בעקיטשעס צווישן די טאנצערס. - איך האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט).

איך דערמאן זיך יעצט אז אפאר יאר צוריק איז דער בוך איבערגעדריקט געווארן מיט אן הארטע דעקל וכו', און ער האט משמיט געווען די זאפטיגע שטיקלעך איבער די מחלוקת מיט סאטמארע רבי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 10, 2016 11:22 am

· #337565
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך האב אויך געשריבען 'זיי' נישט בעלזא. ער ברענגט א פאליטיק צווישען חסידי סאנקאוויץ און הרב לאנדא און ער האלט נאך חשבון.....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 10, 2016 11:23 am

· #337566
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: א טייל פון די סיפורי ברית החדשה זענען אמת. נאר דער חילוק איז ער (אותו האיש) האט עס געמאכט מיט כישוף. די אנדערע זענען הוילע פאנטאזיע. דאס מיינט נישט אז להב' ביי אונז אידן זענען נישט דא קיין פאנטאזירער. אז מ'וויל זייער שטארק קענמען זעהן פארשידענע זאכן וועלכע זענען נישט מער פון דמיונות...!.כ'האב גארנישט געזאגט...!

איש חזון » פרייטאג יוני 10, 2016 11:24 am

· #337567
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אויך געשריבען 'זיי' נישט בעלזא. ער ברענגט א פאליטיק צווישען חסידי סאנקאוויץ און הרב לאנדא און ער האלט נאך חשבון.....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אהא. א דאנק פאר'ן אויסקלארן.

סמבטיון » פרייטאג יוני 10, 2016 3:30 pm

· #337602
ער האט עס ארויסגעגעבן פאר זיין משפחה, שפעטער האט עס איינער איבערגעדריקט.

איש חזון » דינסטאג יוני 14, 2016 11:45 am

· #337691
ליטוואק פון בודאפעסט
דער בוך איז עפעס מורא'דיג. איך האלט יעצט ביי די פלאץ ווי ער בארעדט די ליטווישע,

@לפ"ב, פארשטייט זיך אז ער רעדט נאר וועגן די ליטוואקעס פון לעמבערג... 😉

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:05 am

· #344214
בנוגע דעם ספר זכור ימות עולם פון הרב פרידמאן, כהאב געזען אז סאיז ארויסגעקומען אין צוויי מהדורות. די ערשטע איז געווען מער פנימי און דארט דריקט ער זיך אויס אביסל שארף קעגן סאטמאר וכדומה. נאכער האט מען דאס איבערגעארבעט אויף מער א מעסיגער מהלך אז סזאל שטימען מיט די גאס.
פון א פעטער מיינער וואס איז א נאנטער ידיד מיטן מחבר ר' הערש וואלף פר"מ און איז נישט קיין חסיד שוטה, שמעתי אז דער מחבר איז א אדם מהימן עד למאוד, א מדקדק בדבריו און נישט קיין מגזם, און מקען עם גלייבן מיט יעדער ווארט וואס ער שרייבט און דערציילט.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:46 am

· #344236
רבי אהרן מבעלזא, ווען ער וואלט ווען געווארן אינטערגעזוכט דורך א ספעציעליסט וואלט ער בלי ספק דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע פארם פון אוטיזעם, וואוילער איד געווען, נישט געטשעפט פערזענליך קיין פליג אויף די וואנט, אבער וואס איז זיין דעה אזוי וויכטיג, זיין טאטע א גרויסע רבי, דער זון, אויסגעטאן פון די וועלט, די חסידים געווען סטאק מיט אים, אדער גאר האט די מיסטיריע גאר צוגעשפילט אלס א מעלה, פארפעלט בעיסיק סאציאלע און קומיוניקאציע סקילס, ניטאמאל געכאפט אז ער דאווענט נישט, ניטאמאל געכאפט אז ער איז נישט מקיים קיין איין מצוה כהלכה, נאר מקפיד געווען אויף צוואת רי"ח און אויף שדים ורוחות און מנהגי בעלזא.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:58 am

· #344238
איז פארוואס איז פאר'ן רבי'ן זי"ע געגיינגען אזוי בנפשו אז דער קראנקער תם האלט נישט אזוי ווי עם??

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:00 pm

· #344239
מקען אזוי בארעדן יעדער צווייטער אדם גדול. איך בין זיכער אז די חסידים הראשונים שהיו שוהים שעה אחת לפני התפלה וואלסטו אויך אנגעקוקט מיט א טאטש פון אויטיזם...
און פארוואס פאלט דיר ביי אז ער האט נישט מקיים געווען קיין מצוות און נאר מקפיד געווען אויף צוואת רבי יהודה החסיד און מנהגים, אבי גערעדט, ליין נאר אביסל און פרעג זיך נאך וועסטו הערן אז ער האט מדקדק געווען על קלה כבחמורה (נאר דאס דאווענען איז געווען מאדנע, און מהאט געקענט קלאר זען אז סאיז פעס העכערס) מווערט נאך נישט קיין אוטיסט פאר דעם.

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:06 pm

· #344240
ס'לאזט זיך מיר גלויבן אז סאטמארער רב האט טאקע פארשטאנען אז מהר"א איז נישט ביכולת צו פאסן באשלוסן אליין נאר גבאים מאכן דאס. ווי אויך איז סאטמארער רב געווען גענוג סופערסטישעס אז ס'זאל אים באדערען אז פון אזא נצר מטעי קודש קומט ארויס אזא מכשול.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:10 pm

· #344241
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
גראדע איז ער געווען א סאציאלער מענטש כפי ידיעתי.

אינטערסאנטע זאך, טשובינער רב וואס איז געווען די סימבאל פון הלכה נאכן קריג איז געווען פון די שטארקסטע מעריצים פון איינער וואס האט נישט מקיים געווען קיין איין מצוה כהלכה עפ"ל.

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:27 pm

· #344245
קל וחומר
גראדע איז ער געווען א סאציאלער מענטש כפי ידיעתי.


פון מיין פעטער שליט"א וואס איז געווען היבש היימיש ביי הרה"ק מבעלז אין שטוב, הער איך כסדר פון העכסט נארמאלע זאכן וואס זענען דארט פארגעגאנגען, און וויפיל ער האט פארשטאנען צו מענטשן און צו מילי דעלמא. די גאנצע 'אויסגעטון פון די וועלט' און נארישע דמות וואס מהאט אנגעטון דעם בעלזער רב אז מהאט עם געקענט אויסנארן מיט יעדער זאך, איז פרי עמלם פון די יעניגע וואס האבן זיך געפינען סטאק אן א בעסערע תשובה אויף דעם וואס ער איז נישט אין איינקלאנג מיט דעתו הק' פון הרה"ק מסאטמאר. די יודעי דבר זאגן אז סאיז בכלל נישט אמת, והדברים עתיקים.

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:36 pm

· #344246
בעלזא רב האט גאר שטארק געוויסט וואס טיט זיך, נאר אפילו איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך קען מען נאך אלס פארדרייען א קאפ אויב מען וויל

איך האב אמאל געהערט א זיס ווארט פון רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אז רבי נחמן ברעסלאווער האט געזאגט, אז "א צדיק קען אמאל מאכן א טעות, און דאך ווערט ער נישט אויס צדיק"
האט ער געזאגט אז די אגודיסטן גלייבן נישט אין די ערשטע חלק ווארט, און די סאטמארע גלייבן נישט אין די צווייטע חלק ווארט, ודפח"ח.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:59 pm

· #344248
נהורא נפישא
ס'לאזט זיך מיר גלויבן אז סאטמארער רב האט טאקע פארשטאנען אז מהר"א איז נישט ביכולת צו פאסן באשלוסן אליין נאר גבאים מאכן דאס. ווי אויך איז סאטמארער רב געווען גענוג סופערסטישעס אז ס'זאל אים באדערען אז פון אזא נצר מטעי קודש קומט ארויס אזא מכשול.

אזוי אגב'דיג זע איך אז ס'פעלט דיר זייער אסאך ידיעות אין היסטאריע פון יענע צייט.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:13 pm

· #344250
נהורא נפישא
רבי אהרן מבעלזא, ווען ער וואלט ווען געווארן אינטערגעזוכט דורך א ספעציעליסט וואלט ער בלי ספק דיאגנאזירט געווארן מיט א געוויסע פארם פון אוטיזעם, וואוילער איד געווען, נישט געטשעפט פערזענליך קיין פליג אויף די וואנט, אבער וואס איז זיין דעה אזוי וויכטיג, זיין טאטע א גרויסע רבי, דער זון, אויסגעטאן פון די וועלט, די חסידים געווען סטאק מיט אים, אדער גאר האט די מיסטיריע גאר צוגעשפילט אלס א מעלה, פארפעלט בעיסיק סאציאלע און קומיוניקאציע סקילס, ניטאמאל געכאפט אז ער דאווענט נישט, ניטאמאל געכאפט אז ער איז נישט מקיים קיין איין מצוה כהלכה, נאר מקפיד געווען אויף צוואת רי"ח און אויף שדים ורוחות און מנהגי בעלזא.


איך וואלט אריינגעלייגט די תגובה אינעם אשכול פון זאכן וואס רעגן מיר אויף, אזוי פיל שטותים צו שרייבן אין אפאר עטליכע שורות, אויב זאגט מען דער פאפיר איז א סבלן און ער קען אלעס סובל זיין זעה איך יעצט אז דער ווירוטאלער וועלט איז א גרעסערער סבלן.

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:17 pm

· #344251
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ועוד, ס'איז מיר א חידוש אז אזא כשרון ווי נהורא נפישא זאל נישט קענען בעסער באהאלטן זיינע נגיעות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:30 pm

· #344253
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
פרעגט'ס איהם אפ, טאמער איהר קענט. אטאקיר נישט דער מענטש

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 1:31 pm

· #344254
אונזער טייערע @נהורא נפישא איז שוין א היבש צייט נישט דא געווען און פלוצלינג איז ער אריינגעקומען מיט אזא רוח... איך טראכט צו ער האט נישט געכאפט א נערווען בראך ר"ל אזוי ווי בעלזער רב זי"ע האט געהאט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8