הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
עובדות האט איר שוין איבער׳ן קאפ , סבלייבט נאר איבער זיך צו מתבונן זיין בדרכיו הקדושים , און פרובן זיך צו מדבק זיין לקדושתו.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
כ'זעה דא א באנדע לצים, וואס פון איין זייט מויל פראבירט מען זיך און אנדערע איינצורעדען אז זיי האבען דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב 'כאחד משרפי מעלה', אבער קיין איין חשוב'ער זאך האבען זיי נישט נאכצוזאגען. אין אידישקייט ווערט געשעצט בעיקר קענשאפט אין תורה, מדות טובות, זיך אוועקגעבען פאר'ן אייבישטער'ס וועגען, דקדוק המצוות, וכדו'. די אלע א.ג. בעלזער חסידים זענען געליידענט אונז אפירצוברענגען א מעשה וואס צייגט די אלע זאכען. נישט ליגען אין א בעט פאר שעות, צו מנהגים מוזרים, צו סתם באבע מעשה'ס (געהערט פונ'ם וואודרידזש'ער רב בשם ר' יודע'לע דזשיקובער: א באבע מעשה איז נישט טייטש ס'איז נישט אמת, נאר א באבע האט עס געקענט פארציילען!). נישט יאיר שפילט מיט פייער, נאר ענק אלע מיט שנעלקע'ס און טאשטיכלעך וכדו'.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
און ר' בערל - איך מערק ערשט דיין ווייטאג אויף מיר. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט העכער'ס, אבער העכער'ס האט אויך א יסוד, א חשבון און א מקור. מעקען שנעלקע'ס האט נישט קיין מקור אין אידישקייט, וכמו''ש הרב לעיקוואוד. דאס וואס דו רופסט אן 'נישט גלויבען אין העכער'ס' איז גלויבען אין תורה מיט 'איהר' העכערקייט, נישט סתם ציגאניש'ער לופטיגע גייסטישקייט און געפיהל.
גיי לערן א גוי ברטנורא
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
diffגיי לערן א גוי ברטנורא
יא יא, דאס האב איך געמיינט
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ווען כוואלט ווען באמערקט וואס די בהמות שרייבן דא וואלט איך נישט ארויפגעברענגט דעם אשכול וה׳ הטוב יכפר.
שרעק זיך נישט פין זיי
זאלן מיר טאקה זעהן וויפיל בהמות עס דרייען זיך דא
יא יא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מיר קענען נישט משיג זיין זיין קדושה אין גרויסקייט
ווי ער האט מתפלל געוועהן פאר כלל ישראל כסדר
געפעולט ישועות פאר יודישע קינדער
ליב געהאט יעדער יוד נאר געקוקט די גוטס פין יעדער יוד
יא יא אפי' אויף דער ליטוואק פין בודאפעסט האט ער נאר געקענט זעהן גוטס אין איהם
זאל זיין זכות מגין זיין פאר אונז אלע מען זאל געהאלפן ווערן מיט אלדינג גוטס זי''ע ועכי''א
ליטוואק פון בודאפעסטאון ר' בערל - איך מערק ערשט דיין ווייטאג אויף מיר. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט העכער'ס, אבער העכער'ס האט אויך א יסוד, א חשבון און א מקור. מעקען שנעלקע'ס האט נישט קיין מקור אין אידישקייט, וכמו''ש הרב לעיקוואוד. דאס וואס דו רופסט אן 'נישט גלויבען אין העכער'ס' איז גלויבען אין תורה מיט 'איהר' העכערקייט, נישט סתם ציגאניש'ער לופטיגע גייסטישקייט און געפיהל.
די היפאקרעסי דערפון איז געוואלדיג. די מעשה גייט דאך אז די מלאך האט פארגעסן צו געבן דעם שנעלק. לאמיר זעהן איינער זאל זאגן אויף עפעס אז די בעלזער רב האט "פארגעסן". מ'וועט דאך אים פארשרייען בכל לשונות של גנאי
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
התם ומתמם עם תמימיםדער שרעק זיך נישט פין זיי
זאל מיר זעהן וויפיל בהמות עס דרייען זיך דא
יא יא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מיר קענען נישט משיג זיין זיין קדושה אין גרויסקייט
ווי ער האט מתפלל געוועהן פאר כלל ישראל כסדר
געפעולט ישועות פאר יודישע קינדער
ליב געהאט יעדער יוד נאר געקוקט די גוטס פין יעדער יוד
יא יא אפי' אויף דער ליטוואק פין בודאפעסט האט ער נאר געקענט זעהן גוטס אין איהם
זאל זיין זכות מגין זיין פאר אונז אלע מען זאל געהאלפן ווערן מיט אלדינג גוטס זי''ע ועכי''א
איך זעה אויך נאר גוט'ס אין מיר
זייער גוט זייער גלייך
ס'איז באמת אן אלטער באמערקונג וואס איך האב אויף געוויסע מענטשען. איך פלעג קענען א גאנצע חבורה בחורים און יונגעלייט בוגרי ישיבת ארץ הצבי אין א"י. איך האב זיי געפרעגט 'הלמאי מ'זעט אז מ'האט פיל מער דרך ארץ פאר ר' אפרים זצ"ל ווי להבחל"ח רק מענדעל שליט"א?' (דעמאלס האבען זיי ביידע נאך געלעבט, ממילא קען מען נישט זאגען אז דער מלאך המות איז שולדיג). איך האב געטענה'ט אז דער שט איז פשוט. ר' מענדעל איז אסאך מער נארמאל צווישען מענטשען, געשמועסט, געגעסען געשלאפען, נישט קיין פארפרומטע, א מחמיר יא אבער נישט אנגעצויגען. ווידער ר' אפרים איז געווען א טשיקאווע, א מאדנע באציאנוג צו דער מענטשהייט, מ'האט נישט געקענט שמועס'ן מיט איהם, אלס איז געווען פרום און ערנסט. לגבי זאכען וואס דער תורה שעצט איז ר' אפרים נישט חשב'ער ווי ר' מענדעל. ער איז נישט קיין גרעסער ת"ח געווען, נישט קיין טיפערער למדן, נישט בעסער בין אדם לחבירו, ס'איז מער ווייניגער דער זעלבע, אבער אין מאדנקייט איז עס אזוי.
אזוי אויך ווען מ'רעדט פון רבי'ס. ווען ס'רעדט זיך פון איינער וואס שמועסט, דאווענט, לערנט, טוט חסד מיט מענטשען, איז אסאך שווערער פאר מענטשען צו שעצען הויך 'כאחד משרפי מעלה' ווי ווען ער רעדט נישט דאווענט נישט געהעריג, רעדט נישט מיט קיינעם נאר האלבע מאדנע ווערטער, און טוט גארנישט וואס אנדערע טוהן.
און ווי איז זעה פון אנדערע פלעצער און דא אויך, וויל מען מיר באשולדיגען מיט'ן נישט גלייבען אין צדיקים, נישט זיך מכניע זיין צו דערהויבענע מענטשען. דער אמת איז ווייט פון דעם. איך האב געהאט א רבי'ן אן אדם גדול מאד. ער איז געווען א שטילע און אן עילויישע, ממילא האט מען איהם נישט אזוי אנגעקוקט, אבער איך האב איהם זוכה געווען צו קענען און אין יעדער מעלה וואס מ'קען לערנען אין ארחות צדיקים איז ער געווען אויסגעצייכענט. אין לימוד התורה, וואס פון אלס יונגער בחור האט מען געטשאטשקעט מיט איהם אין ש"ס, און פון דעסטוועגען האט מען איהם געזען ביי דער זעכציג נאכאמאל אנהויבען מסכתות און זיך אריינלייגען דערין, נאכאמאל דורכלערנען לאנגע ש"ך'ס בעיון און זיך אריינטוהן אין א תומים, כמאן דלא גמר איניש שמעתתא. אין מדות טובות, זיין שעצונג פאר יעדער מענטש אין דער וועלט, און בעיקר ווי אזוי ער האט זיך באצויגען צו זיין שטוב, זיין ווייב האט דרייצען קינדער געהאט מיט איהם און ביי זיין שבעה האט זי פארציילט אז זי איז קיינמאל נישט אויפגעשטאנען מיט די קינדער ווען זיי וויינען ביי נאכט, ועוד אזעלכע דערהויבענע עבודות (הערס'ט
@berlbalaguleh און דו זאגסט אין דערקען נישט קיין העכער'ס. דאס איז העכער'ס!). און אין נארמאלקייט, דער מעשה וואס אין דעם זעה איך זיין הצטיינות איז געווען ווען ער איז געווארען שוואך און דער דאקטאר האט איהם געהייסען אויפהערען פאסטען (פאר דעם האט ער אסאך געפאסט), און ער האט געפאלגט כלא היה, אז מ'הייסט נישט איז נישט. ער האט נישט געפילט אז זיין עבודה איז וויכטיגער ווי דער באפויל פונ'ם דאקטאר, וואס דאס ווייזט אז דער גאנצע מעשה איז געווען בלתי לה' לבדו.
אבער די אלע זאכען זענען מיט דער תורה'ס קנה מדה, נישט פוסטע ווערטער ווי 'כאחד משרפי מעלה' דערהויבענע קדושה' און נאך לאזונגען וואס האבען נישט קיין שום זין.
איך וואונדער מיר וואס מ'האלט אין בודאפעסט אויף ר' חניניא בן דוסא.
אין ש"ס איז נישט דא קיין איין דבר הלכה משמו. נאר גדלות.
מנהגים מוזרים (כלשונך) ביי השבת אבידה.
ער שאלקט הימלן און דארף גארנישט פאר זיך. קב חרובין מע"ש לע"ש, און מה הועילה תפילתו של כהן גדול לגבי רחב"ד,
מ'זעט אם אלץ מתפלל ונענה, תפילה שגורה בפיו, די בחינה רופט די גמרא אויף עם כעבד לפני המלך, איז דאס א תורה'דיגע קני מדה?
מיט קיין גדלות בתורה שעצט מען אים נישט. און דאך כל העולם ניזון בשבי חנינא בני, און אוי לו לערוד שפגע ברחב"ד.
עי' חזו"א אמונה ובטחון חלק ג' אות טו
שמעתי מהחסיד ר' מענדל מאראזאוו שיחי', ווען ער איז געווען א יונגל האט ער געדאווענט אין איין ביהמ"ד מיט'ן ראגאטשאווער, די חסידים פלעגן זאגן ברכות השחר אינדערהיים און די מתנגדים פלעגן זאגן אין שוהל.
איין טאג האט א מתנגד געזאגט די ברכות הויך און שיין, איז דער ראגאטשאווער - וועלכער איז געווען א קליינטשיגער - ארויסגעלאפן פון זיין באהעלטעניש פארענט פונעם בעל תפלה'ס שטענדער, ער איז געלאפן ביז'ן מערב וואנט וואו ר' מענדל איז געשטאנען, און אויסגעשריגן: יונגעלע! קוק א מתנגד! קוק א מתנגד!...
ירח בן יומואיך וואונדער מיר וואס מ'האלט אין בודאפעסט אויף ר' חניניא בן דוסא.
אין ש"ס איז נישט דא קיין איין דבר הלכה משמו. נאר גדלות.
מנהגים מוזרים (כלשונך) ביי השבת אבידה.
ער שאלקט הימלן און דארף גארנישט פאר זיך. קב חרובין מע"ש לע"ש, און מה הועילה תפילתו של כהן גדול לגבי רחב"ד,
מ'זעט אם אלץ מתפלל ונענה, תפילה שגורה בפיו, די בחינה רופט די גמרא אויף עם כעבד לפני המלך, איז דאס א תורה'דיגע קני מדה?
מיט קיין גדלות בתורה שעצט מען אים נישט. און דאך כל העולם ניזון בשבי חנינא בני, און אוי לו לערוד שפגע ברחב"ד.
וואס ווילסטו דערמיט אויפווייזען? אז מ'דארף נישט האבען קיין שום מעלות צו ווערען אנגערופען א צדיק?!
נאר וואס? רחב''ד האט געהאט מעלות, ער האט דאך געהאט סמיכה וואס דאס קומט נאר פון קענען תורה, אבער זיין חידושים להלכה זענען נישט געבראכט בשמו. וואס זעסטו פון דארט?
און אויך, דקדוק הדין אין הלכות השבת אבידה מיט'ן אויסרופען 'יארטשעוו איז נישט יארטשעווקע און יארטשעווקע איז נישט יארטשעוו' איז דער זעלבע ביי דיר?
ער לעבט שוין נישט פינף יאר, איז וואס איז דער תועלת? מיין לעצטע קינד האב איך א נאמען געגעבען נאך איהם טאקע. ער איז בא'ערדיגט געווארען אין הר הזיתים, קען מען ניטאמאל אנקומען צו זיין קבר פאר אותם הדוגלים בשיה''ק.
שמו יגעראין די זעלבע ספר בקודש פנימה שרייבט ער אז עס איז אמאל געווען א שבת וואס דער רב ז״ל איז געלעגן אין בעט מיט דעם שטריימיל גאנצע 17 שעה פון שבת צופרי ביז זונטאג פארטאג אין זיך נישט גערורט פון ארט די גאנצע צייט
מען זאל פארשטיין פון וואס מען רעדט דא, ער איז נישט סתם געלעגן אין בעט פאר זיבעצן שעה נאר אנגעטוהן מיט די שטריימל און בעקישע, און וויבאלד ער האט אנגעהאט די שטריימל האט ער געהאלטן זיין קאפ אין דער לופטן און נישט אראפ געלייגט פאר די אלע שעה'ן.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך ווייס נישט צו דו מיינסט דער ליצנות צו ערנסטעהייט. היינטיגע צייטען איז שווער צו דערקענען.
גראדע שטום איך צו צו די אידן וואס פרעגן איבער...
מ'עפענט דא אן אשכול פון בעלזא רב, און ממש גארנישט פון זיין גרויסקייט....
אין סאטמאר איז ער גרויס ווייל סאטמאר רב ז"ל (דב"י/ויוא"מ/עהועה"ת) האט זיך אויסגעדריקט בשעתו (יא אין די הייסע צייטן) אז "ער איז א קדוש מרחם אמו" נא מי יבוא אחריו....?
diffגיי לערן א גוי ברטנורא
דיףף" אוואו זעסט דו דא א גוי...?חוץ אז דו קוקסט אין שפיגל... 🙄 😈
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
בערעל מאך זיך נישט קיין צדיק. וואס איז דיין ענטפער צו מיר?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
כבין זיכער אז סדא דא פונ׳ם עולם וואס האבן אינטערסאנטע ענינים מיטצוטיילן מיטן עולם פון בעלזער רב זי״ע אבער היות דער ליטוואק געבט דא ארויס זיין פיקחות און חריפות און יעדע ווארט וואס מוואלט דערמאנט פונ׳ם בעלזער רב וואלט ער דאך עס אפגעחוזק׳ט ממילא האלטן זיי זיך צוריק ,ממילא דא האט איר די אייוועלט אשכול אויפן בעלזער רב איז ווער סהאט עפעס צו פארציילען וועגן בעלזער רב קען דארט שרייבן.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=5336אוי ביסטו א לץ
@ירא שמים! מ'רעדט דארט אזעלכע פוסטע שטותים, וועגען דער טשערנאבעלער צורה ועוד דברים נחוצים, איך האב עכט געפלאצט פון געלעכטער.
דער עיקר איז אז דער עם חכם ונבון קען נישט אפיר ווייזען אויף זייער העלד מער ווי מייסטער קונצ'ן און אן אפענער הארץ. און די זענען די חסידים, שטעל זיך פאר די מתנגדים. וואס רעדט מען אין באבוב-48 היינט?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אפי׳ דאס לאזט ער נישט זאגן !!! הער שוין אויף צו פעגערן, מהאט שוין געהערט וואס דו האסט צו זאגן, יעצט גיי ווייטער און לאז די חסידישע נערנים לעבן .
ליטפאק דו מיינסט אונדז קען מיר זיך נישט נעמען איבער דיינע ליטפאקעס רביס מיט די פראקעס מיט די טעירע... מיט די דיפרעסטע לעיקוואד שוטים
רבי ליטוואק
געב אכט וואס די זאגסט אין אויף ווען די רעסט
הוי זהיר בגחלתן
יא יא אפי' ליטווישע גדולים האבן געהאט שטארקע דרך ארץ פארן בעלזער רב ז''ל אין נישט אזוי ווי די דער ליטוואק.......
📎 IMG-20150807-WA0001.jpg
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ליטוואק פון בודאפעסטכ'זעה דא א באנדע לצים, וואס פון איין זייט מויל פראבירט מען זיך און אנדערע איינצורעדען אז זיי האבען דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב 'כאחד משרפי מעלה', אבער קיין איין חשוב'ער זאך האבען זיי נישט נאכצוזאגען. אין אידישקייט ווערט געשעצט בעיקר קענשאפט אין תורה, מדות טובות, זיך אוועקגעבען פאר'ן אייבישטער'ס וועגען, דקדוק המצוות, וכדו'. די אלע א.ג. בעלזער חסידים זענען געליידענט אונז אפירצוברענגען א מעשה וואס צייגט די אלע זאכען. נישט ליגען אין א בעט פאר שעות, צו מנהגים מוזרים, צו סתם באבע מעשה'ס (געהערט פונ'ם וואודרידזש'ער רב בשם ר' יודע'לע דזשיקובער: א באבע מעשה איז נישט טייטש ס'איז נישט אמת, נאר א באבע האט עס געקענט פארציילען!). נישט יאיר שפילט מיט פייער, נאר ענק אלע מיט שנעלקע'ס און טאשטיכלעך וכדו'.
ליטוואטש טייערער,
א. מדות טובות האט מען געזען ביים בעלזער רב אויף א מוגזם'דיגע אופן. ער האט אכטונג געגעבן אויף דאס כבוד אפי' פון א קליין קינד, אויף ארעם און רייך, פרום און פריי. זיין זהירות אין הכרת הטוב איז געווען מבהיל'דיג..
ב. זיך אוועקגעבן פאר'ן אייבערשטער'ס ווערן..? כ'קען נישט טרעפן א בעסערע הגדרה ווי דעם אויף בעלזער רב ז"ל! דער איד האט אוועקגעגעבן די גאנצע זיך צו טוהן רצון ה', זיין גוף האט ניטאמאל עקזיסטירט אין זיין מיינדסעט. נישט געשלאפן, נישט געגעסן אלע זיינע יארן פון אלץ יונגע בחור. ער איז געזעצן על התורה ועבודה אז די גרעסטע צדיקים האבן געכאפט התפעלות (דברי יחזקאל ועוד), די אינטערעסאנטע הנהגה האט זיך אנגעהויבן ערשט ביים קריג ווי ער'ט זיך אוסגעדרוקט "די רשע (היטלער ק.נ.)האט מיר פארדרייט די זמנים".
ג. דקדוק המצוות. הרה"ק מבעלזא איז געווען א יחיד מומחה אין דקדוק בהלכה. ער האט אכטונג געגעבן צו יוצא זיין אלע שיטות הראשונים און אלע דעות וואס ווערן געברענגט אין שו"ע ונו"כ. כ'ווייס נישט ווי אנצוהויבן..אין או"ח הלכות ברכות, הלכות שבת.. אין יו"ד... ס'איז באקאנט אז ווען דער חפץ חיים האט געזען אז ער איז מקפיד אויף א שיעור כביצה פאר ברכה ראשונה האט ער געזאגט אז ווען ער ווייסט פארדעם אז ס'איז נאך דא א יוד וואס פירט זיך כשיטה הנ"ל וואלט ער עס געדרוקט אין משנה ברורה.
ד. קענשאפט אין תורה קען איך דיר נישט איבערצייגן, ווארום, ס'איז נישט געבליבן קיין לומדי'שע ספרים פון אים. אזויפיל קענסטו זען אז אזעלכע יודן ווי טשעבינער רב ז"ל האבן אנגענומען זיינע פסקים ווי תורה מסיני, ווי מ'האט אים געפרעגט איז ער געווען היימיש, אין גמרא, רמב"ם, טושו"ע וכו'..
איין זאך קענסטו זען @בודאפעסט, ס'איז נישטא
קיין איינער וואס האט אים געזען, און רעדט נישט פון אים מיט התרגשות און התפעלות. פון חסידים ( אדמורי"ם מגור, קלויזנבורג, פאפא, סקווירא ז"ל) ביז מתנגדים, פון קאלטע ירושלים'ע פרושים און גר"א'ניקעס, ת"ח ביז פראסטע יודן האבן אלע מרגיש געווען אז עפעס געפונט זיך אין דעם איינגעקורטשעט יודל וואס לעבט אן עסן און שלאפן. פרעג אביסל מורנו ר' יצחק שליט"א זאל דיר עפענען דעם קאפ... כ'מיין, אוודאי רעדט מען פון ליגן 17 שעה מיט א אויפגעהויבענעם קאפ, ס'איז אסאך אינטערעסאנטער ווי צו רעדן פון זיין מתיקות'דיגע ברכות השחר כבן המתחטא לפני אביו... אבער נישט דאס איז געווען זיין גדלות. שאל בני שאל.. נאכדעם שרייב, זיי אביסל מברר פאר דו פאררעדסט דיך...
קפה נמס דו שרייבסט זייער פיין אבער איך האב נישט ליב ווי מען דארף זיך אזוי פארענטפערן פאר דעם נידריגען ליט פ*ק ס'איז פשוט א בושה!!
ייש"כ
@קפה נמס, דו האסט מיר בארעכטיגט. אנדערע מיט נערווען פראבלעמען האבען פארשטאנען אז איך זוך צו בארעדען בעלזער רב. לא מיניה ולא מקצתיה. איך האב געוואלט ווייזען דער לעכערליכקייט פון דיין חינוך אז מ'האלט פיר דפים און דריי יאר אינ'ם אשכול און ס'האט קיינער נישט געזארגט צו שרייבען עפעס א גוטע זאך אויף איהם ביז איך האב גענוג געזידעלט. דער נוצט ניבול פה, א צווייטע שיקט קיין אייוועלט ווי מ'רעדט פונ'ם רב'ס טשערנאבילער צורה, א דריטער ווארענט 'היט זיך' אן קיין שום טעם וסבה. דאס איז דער ליצנות וואס מ'האט ענק געפרעדיגט. נישט בעזער רב איז דער נושא, נאר אז מ'האט ניטאמאל געדארפט זאגען עפעס וואס זאל שטימען. די פרטים מאכען יעצט נישט אויס. ווען מ'רעדט פון מטבעות באהאלטען אין האנטיכער און 'פארדרייטע זמנים' און כהנה זאכען וואס מ'פארשטייט נישט און שטימען בכלל נישט מיט אונזער אידישקייט, ברענגט עס א קאלטקייט צו עכטע אידישקייט ביי אונז, און דעריבער ווערט מען אזוי לוסטיג ווען איינער וואגט זיך צו בעטען עפעס נארמאל.
קאצקע ציקערקפה נמס דו שרייבסט זייער פיין אבער איך האב נישט ליב ווי מען דארף זיך אזוי פארענטפערן פאר דעם נידריגען ליט פ*ק ס'איז פשוט א בושה!!
קיינער פארענטפערט זיך נישט. ער איז נישט געקומען לקנטר, ער האט געפרעגט וואס איז געווען זיין גדלות ?
ראה עד היכן הגענו. בעטען קראנטע פאקטען און אינפארמאציע וועגען דער גדלות פונ'ם בעלזער רב הייסט גאר געטשעפערט און איך דארף זיך היטען דערפון. ווען איך בעט מ'זאל אויסשמועס'ן די מענטשליכער חסרונות פון אן אדם חשוב, הגם איך האלט אז ס'איז נישט קיין בזיון, אבער אין די אויגען פון די וועלט ווערט עס אנגעקוקט ווי א בזיון. אבער איך האב געבעטען מעלות נישט חסרונות. מ'זעט די חברה וואס זיי זענען און וואס זייער חשיבות פאר זייער רעבע'ס איז ווערט, ווען מעלות ווערט גערעכנ'ט פאר א בזיון.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
שוין יעצט אז מהאט שוין אויפגעוויזען די גדלות פון בעלזער רב און אפי׳ ליטוואק איז שוין מסכים , (אגב דו האסט קיינמאל נישט געוויסט די זאכן ? סאיז א פלא ווי די מעשה פון יארטשוב איז נישט יארטשיווקע האסטו געהערט און די זאכן נישט ) קען מען שוין צוריקגיין צו די סיפורים ווי מהאט געזען אז מקען דינען דעם אייבערשטן נישט נאר דורכ׳ן קצות און ר׳ חיים , ביי אונז חסידים האט מען געוויסט וואס שטייט אין אריז״ל אז עבודת היחודים איז גבוה הרבה מלימוד התורה .
טאקע ווי שטייט עס? און פארוואס זאגסטו אז לערנען א קצות איז נישט עבודת היחודים? דער זהר רעדט אומצאליגע מאל אז חידושי תורה זענען אליינס עבודת היחודים, און דער זהר איז דער וואס רעדט דער מערסטע וועגען דעם אז עסק בתורה איז דער סאמע העכסטער עבודה וואס איז מעגליך פאר א איד.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
סמיר אויך שווער געווען די קשיא וכמדומה אז כהאב געזען רעדן דערוועגן , און כקען דיר נישט ענטפערן , און ביזעדרווייל איז עס מיר נישט נוגע איז מיר עס נישט נוגע איז א תשובה נישט אזוי וויכטיג ,אבער אויף אזוי פיל ווייס איך יא אז אזוי שטייט אין אריז״ל , און אזוי האבן רבוה״ק תלמידי בעש״ט הק ׳ געטון וואס האבן מלביש געווען זייער עבודה אין דברים גשמיים , וואס לכאורה די לעצטע ביי וועם מהאט געזען אזא עבודה איז געווען דער הייליגער בעלזער רב ,הגם סזענען געווען צדיקים ווי די צאנזער רב אדער חידושי הרי״ם אבני נזר וואס עיקר עסקם איז געווען אין פ׳ לימוד התורה.
דו האסט עפעס אן אהנונג וואס דארט שטייט און וואס דארט מיינט? ער קומט לייקענען דער זהר? אלע מאמרי חז"ל פון כל חפציה לא ישוו בה? אלע ספרי מוסר ויראה וואס רעדען וועגען נארמאלער מעלות פון א מענטש?
מלביש געווען בעבודות גשמיות דארף קיין סאך נישט מיינען. א מענטש וואס טוט אלס כדת וכדין, ער עסט לש"ש, מיינענדיג דערמיט אז ער עסט וואס זיין גוף פאדערט צו בלייבען לעבען און טוהן מצוות, הייסט זיין עסען אויך א קרבן בעבודה גשמית. ס'איז נישט דא קיין סבה זיך איינצורעדען אז עבודה מיינט טוהן מאדנע זאכען, און ס'איז נישט דא קיין שום מקור דערצו אין חז"ל וספרי יראה.
הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ער לייקנט נישט דעם זהר ,ער זאגט אז יחודים איז תורה פלוס , און וואו סשטייט אין חז״ל , בעלזער רב פלעגט זאגן ווען מהאט עם געפרעגט וואו סשטייט האט ער גענטפערט אז עטס וועטס לערנען וועט עטס זען אז אלס שטייט , ד.ה. ליטוואק סדא זאכן וואס שטייט און סאיז נגלה נאר פאר די זכי הראות , ווען די וועסט וויסען וואס די אלע מאדנע אגדות חז״ל מיינען וועסטו אפשר פארשטיין וואס בעלזער רב האט געטוען וד״ל.
ליטוואק דו האסט יא געצימבלט דו האסט נישט סתם געפרעגט מיט א תמימות עובדות אויפן בעלזא רב זי"ע נאר דו האסט חוזק געמאכט ווי מען מאכט אזא גאנטצע בראטעל אויף עים נאר ווייל ער איז געווען אין בעט מיטן שטריימל פאר 17 שעה, טוה מיר א טובה יא...
ליטוואק איך פארשטיי אין דיין חינוך האט מען דיר געלערנט טעירע טעירע טעירע אבער וויסן זאלסטו אז תורה אן יראת שמים איז טעירע אויך ניט דא ס'גארנישט ווערד!!
די יודן זענען זיך געגאנגען שמד'ן מיט די גמרא אינטערן ארעם ווייל ס'ביטול טעירע
קאצקע ציקערליטוואק איך פארשטיי אין דיין חינוך האט מען דיר געלערנט טעירע טעירע טעירע אבער וויסן זאלסטו אז תורה אן יראת שמים איז טעירע אויך ניט דא ס'גארנישט ווערד!!
איך האב שוין אויך געהערט די אלע לאזונגען. דאס מיינט אז לערנען תורה און נישט ליגען מיט'ן שטריימען זיבעצען שעה אין א צי איז גארנישט ווערט? אדער לערנען תורה און אויסמישען יארטשעוו מיט יארטשעווקע איז א וועג צו שמד? אז דו רעדסט יר"ש, רעד יר"ש. נישט פוסטקייט.
ליטוואק קענסט מיר זאגן פארוואס שאקעלען זיך אריין ליטוואקעס מיט געבויגענע הוטן ביי סקולענער רבי?
וואס טרעפן זיי ביי דעם תמימות'דיגע יוד?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
קאצקע פליז האק נישט אריין סקולענע רבי ווען מרעדט פון בעלזער רב.
איך האב נישט קיין אהנונג. אפשר שוואכער self-esteem. מיר 'עסטו נישט טרעפען דארט.
ירא שמיםקאצקע פליז האק נישט אריין סקולענע רבי ווען מרעדט פון בעלזער רב.
איך וויל ארויסברענגן א פאוינט חכם
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
נו לאמיר הערן , ישר כח פאר די קאפלימענט[emoji1]
ירא שמיםנו לאמיר הערן , ישר כח פאר די קאפלימענט[emoji1]
אז אפילו די ליטוואקעס זעהן שוין איין היינטצוטאגס אז ביי זיי איז נישט דא גארניקס נאר דעפרעסטע משוגאים
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
כווייס נישט פארוואס דו זאגסט אזוי , עכ״פ דא קומט עס זיכער נישט אריין.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
די גמרא פון עירובין נג ע״ב דערמאנט מיר פון די מעשה פון יארטשוב איז נישט יארטשיווקע ״ אמהתא דבי רבי כי הוה משתעיא בלשון חכמה אמרה הכי עלת נקפת בכד ידאון נישריא לקיניהון וכד הוה בעי דליתבון הוה אמרה להו יעדי בתר חברתה מינה ותתקפי עלת בכד כאילפא דאזלא בימא רבי יוסי בר אסיין כי הוה משתעי בלשון חכמה אמר עשו לי שור במשפט בטור מסכן וכד הוה שאיל באושפיזא אמר הכי גבר פום דין חי מה זו טובה יש רבי אבהו כי הוה משתעי בלשון חכמה הוה אמר הכי אתריגו לפחמין ארקיעו לזהבין ועשו לי שני מגידי בעלטה איכא דאמרי ויעשו לי בהן שני מגידי בעלטה ״.