דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10114
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10114
נישט וויסענדיג די ציל פונ'ם אשכול, האב איך נישט געוויסט וואספארא תנועה צו ניצן ביים אפליינען. למעשה האב איך עס אפגיזינגן אויפ'ן נוסח פון אלי ציון, בשעת טרערן האבן זיך געגאסן על שבר בת עמי.
עס איז א מעסטער פיעס, איך ווייס נישט צו די אשכול אדער די רדיפות.
@אנאנים איז א כרכא דכולא ביה,
אלע כשרונות פארמאגט ער זיי,
ניצט זיי צום גוטן מהנה צו זיין אידן,
להרבות שלום ואחוה און ברענגן פרידן,
אויף אים ווערט געזאגט שיין און קלאר,
דדא ביה כולא ביה איז זייער וואר.
אלע כשרונות פארמאגט ער זיי,
ניצט זיי צום גוטן מהנה צו זיין אידן,
להרבות שלום ואחוה און ברענגן פרידן,
אויף אים ווערט געזאגט שיין און קלאר,
דדא ביה כולא ביה איז זייער וואר.
טאקע טאלאנטפול, שוין כמעט אזוי טאלאנטפול ווי מנשה לוסטיג.
שמעון וואלףנישט וויסענדיג די ציל פונ'ם אשכול, האב איך נישט געוויסט וואספארא תנועה צו ניצן ביים אפליינען. למעשה האב איך עס אפגיזינגן אויפ'ן נוסח פון אלי ציון, בשעת טרערן האבן זיך געגאסן על שבר בת עמי.
מ'דארף געדענקען אז ליידער איז דא אידן נעבעך וואס זינגען עס נישט נאר בין המצרים מיט די אלי ציון תנועה, נאר אויך אלול מיט'ן סליחות נוסח, און חודש תשרי מיט די נענועים/הקפות ניגון, כסליו אינאיינעם מיט די מעוז צור - יונים פיוט, און חודש אדר מיט'ן שושנת יעקב ניגון, אזוי באגלייט עס זיי אויף טריט און שריט ר"ל.
איז דא עפעס א סיבה פארוואס דא לייגט מען א פאקוס אויף איין ספעציפישע סעקטע ווען אין אמת'ן איז דאס געווען די פעטערן אין רוב חסידות'ן ? דא אין אינדערהיים ?
אוי פארוואס?
פארוואס ביסטו מעורר אלטע עקספייערטע איבה ושנאה,
אין די צייט וואס רוב רובו מכל הצדדים זיצן שוין אין גן עדן ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה ויהיו חלקנו עמהם,
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
פארוואס קלערסטו אז איינער גייט זיך נאך היינט נעמען גריבלן אין אלטע טינופת
און זיך נעמען די מיה דיר צו ענטפערן דיין פארוואס?
אין די צייט וואס ב"ה קע"ה מ'האמיר נייע פרישע מחלוקת'ער ביתר שאת ויתר עז

סגעפעלט מיר ווי דו רופסט עס מחלוקת… כאילו סאיז געווען צוויי צדדים…
ווי ווייטאגליך און אמת דער אשכול איז, דארף מען נעמען אין באטראכט נאך עטליכע פאקטן -
קודם כל, נישט אפשטעמפלען און סטעריאטיפן 'גאנץ' סאטמאר. עס פארווארפט זיך אלץ אפאר חיות און ווילדע (אומ)מענטשן וועלכע טוען אפ כל דבר אסור אונטער גאט'ס שלייער;
צווייטענס, צו נעמען אין באטראכט דעם גאנצן בילד, וויפיל אויסטערלישע צדקה וחסד ומעש"ט עס איז ארויס פון סאטמאר, צו וואס כמעט קיין אנדערע קהלה אויפן כדור הארץ קען זיך נישט פארגלייכן;
דריטנס, ווי שוין דערמאנט אויבן, עס איז לאו דוקא סאטמאר. במשך הדורות האבן אסאך חסידות אפגעטון געמיינע רשעות פארן צד שכנגד אונטער אלע סארטן לשם שמים'דיגע אויסריידן (און @ירא שמים, סארי אז איך לייג דאס צו, בעלזא האט גאנץ א ענליכע היסטאריע, זיי זענען נישט אלץ געווען אזוי נייס און דזשענטל ווי היינט, סאו רעד נישט אזוי ברייט...)
בקיצור, דער אשכול לייגט אראפ איין זייט פונעם בילד. אבער לאמיר נישט פארגעסן אז דאס איז טאקע בלויז איין זייט.

סך הכל פונעם גאנצן משא ומתן דא: ס'יז מער ווייניגער די זעלבע חקירה ווי טאמער איסלאם איז א רילידשען אוו פיעס.
שמעקעדיגוויפיל אויסטערלישע צדקה וחסד ומעש"ט עס איז ארויס פון סאטמאר, צו וואס כמעט קיין אדערע קהלה אויפן כדור הארץ קען זיך נישט פארגלייכן;
יו בעט
גאלדפארוואס ביסטו מעורר אלטע עקספייערטע איבה ושנאה,
אין די צייט וואס רוב רובו מכל הצדדים זיצן שוין אין גן עדן ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה ויהיו חלקנו עמהם,
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
פארוואס קלערסטו אז איינער גייט זיך נאך היינט נעמען גריבלן אין אלטע טינופת
און זיך נעמען די מיה דיר צו ענטפערן דיין פארוואס?
אין די צייט וואס ב"ה קע"ה מ'האמיר נייע פרישע מחלוקת'ער ביתר שאת ויתר עז
פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!
ווייל נישט ר' אהרן און נישט ר' זלמן לייב האבן זיך אויפגעשטעלט ברבים איבערבעטן די אלע וועם סאטמאר האט מצער געווען די אלע יארן.
פוקד עון אבות על בנים, ווילאנג די היינטיגע מנהיגי סאטמאר זענען אוחזי מעשי אבותיהם און פארדאמען נישט ברבים די שפיכת דמים וואס איז פארגעגאנגן די לעצטע 60-70 יאר, ברויך עס דא פארדאמט ווערן. זאלן די טייטלבוים ברידער זיך אויפשטעלן ברבים און זאגן אז לא זו הדרך און מ'האט נישט געטארט טון די אלע מעשי רשעות.
שמעקעדיגווי ווייטאגליך און אמת דער אשכול איז, דארף מען נעמען אין באטראכט נאך עטליכע פאקטן -
קודם כל, נישט אפשטעמפלען און סטעריאטיפן 'גאנץ' סאטמאר. עס פארווארפט זיך אלץ אפאר חיות און ווילדע (אומ)מענטשן וועלכע טוען אפ כל דבר אסור אונטער גאט'ס שלייער;
ריכטיג. לשבחם פון סאטמאר דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עפי"ר ניצט יעדער די אייגענע שכל און מאכט אפ פאר זיך וואס יא און וואס נישט. ביי אנדערע חסידות איז גרינגער צו טרעפן זאכן וואס 95% שטימט מיט, אנדערש אבער ביי סאטמאר איז דאס כמעט נישטא. די אשכול באציעט זיך צו די וואס זענען געזעצן / זיצן ביים פירערשאפט
צווייטענס, צו נעמען אין באטראכט דעם גאנצן בילד, וויפיל אויסטערלישע צדקה וחסד ומעש"ט עס איז ארויס פון סאטמאר, צו וואס כמעט קיין אדערע קהלה אויפן כדור הארץ קען זיך נישט פארגלייכן;
שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן דא. ערשטענס האט נישט איינס מיט'ן צווייטן, צדקה וחסד בארעכטיגט נישט קיין רשעות. צווייטענס, איך דריי מיך אסאך צווישן סאטמערע און זעה נישט אז זיי זאלן זיין שנעלער צו טון א טובה פאר א צווייטן, ווי אנדערע. טאמער איז דא א מצב ווי מ'באקומט כבוד און אטענטשאן זענען זיי די ערשטע,אבער סתם א קלייניקייט ווי אוועקלייגן ספרים נאכ'ן לערנען אדער צוגיין צום עמוד מאכט זיך זעלטן.
דריטנס, ווי שוין דערמאנט אויבן, עס איז לאו דוקא סאטמאר. במשך הדורות האבן אסאך חסידות אפגעטון געמיינע רשעות פארן צד שכנגד אונטער אלע סארטן לשם שמים'דיגע אויסריידן (און @ירא שמים, סארי אז איך לייג דאס צו, בעלזא האט גאנץ א ענליכע היסטאריע, זיי זענען נישט אלץ געווען אזוי נייס און דזשענטל ווי היינט, סאו רעד נישט אזוי ברייט...)
גערעכט, די מקור פון סאטמערע רשעות קומט פון בעלז. למעשה האט די היינטיגע יונגווארג א קנאפע ידועה וואס בעלז איז געווען אמאל. (א בעלזער זאגט מיר לעצטענס אז אין סאטמאר באהאלט מען די גמרא פון די מסכת וואס מ'האלט ביי דף היומי - ניטאמאל ווייסט ער אז דאס פלעגט מען זאגן אויף בעלז). אויך האט בעלז א געוואלדיגע פאבליק רילעישאנס וואס מאכן זיכער צו פארדעקן אלע זייער שמוץ. דער עולם דא איז פשוט מער באהאווענט מיט די סאטמערע טעראר און פארדעם האט שש עס אזוי שיין ארויסגעברענגט. אבער עוד חזון למועד וגם על בעלז יעבר כוס התרעלה
בקיצור, דער אשכול לייגט אראפ איין זייט פונעם בילד. אבער לאמיר נישט פארגעסן אז דאס איז טאקע בלויז איין זייט.
שוין צייט אריינצופירן די טאלאנטפולע דרעק אין צימעס
לאל. ''רוב חבירים האבן פארשטאנען און ''אפילו'' הנאה געהאט''...
קענסט שרייבן צוויי ווערטער ''סאטמאר פוחי'', און רוב אירע דא וועלן הנאה האבן. וק''ל

פונקט יעצט געהערט א סיפור: א בחור מתלמידי סאטמאר, עוד בחיים חיותו של אותו זקן, איז אמאל געווען אין מאנהעטן ביי א דאקטער אין א גרויסע בילדינג. אין דעם עלעוועיטער איז געווען נאך א עלטערע איד, מיט א ליטווישן אויסקוק. דער איד פרעגט דעם בחור וויאזוי הייסט איר? און דעם בחור ענטפערט עם זיין נאמען. דערנאך פרעגט דער בחור צוריק 'אין וויאזוי הייסט איר'? ענטפערט עם דער איד ' איך העיס משה פעינשטעין'. דער בחור וואס האט נישט געוואוסט קיין מעשות רופט זיך גלייך אן 'אהה, איר זענט עס די שגץ'!! 'יא, יא' ענטפערט ר' משה בענוות קדשו מיט אן אראפגעקוקטן געזוכט 'איך בין עס'.
דאונט ווארי, דער בחור איז נישט גלייך נתפעל געווארן פון ר' משהנען'ס תמימות. נאר הערשט אפאר יאר שפעטער, נאך זיין חתונה האט ער געכאפט וואס דא איז געווען!!

פונקט מארגן געהערט א סיפור: א בחור מתלמידי קלויזענבורג, עוד בחיים חיותו של אותו זקן, איז אמאל געווען אין מאנהעטן ביי א דאקטער אין א גרויסע בילדינג. אין דעם עלעוועיטער איז געווען נאך א עלטערע איד, מיט א ליטווישן אויסקוק. דער איד פרעגט דעם בחור וויאזוי הייסט איר? און דעם בחור ענטפערט עם זיין נאמען. דערנאך פרעגט דער בחור צוריק 'אין וויאזוי הייסט איר'? ענטפערט עם דער איד ' איך העיס משה פעינשטעין'. דער בחור וואס האט נישט געוואוסט קיין מעשות רופט זיך גלייך אן 'אהה, איר זענט עס די שגץ'!! 'יא, יא' ענטפערט ר' משה בענוות קדשו מיט אן אראפגעקוקטן געזוכט 'איך בין עס'.
דאונט ווארי, דער בחור איז נישט גלייך נתפעל געווארן פון ר' משהנען'ס תמימות. נאר הערשט אפאר יאר שפעטער, נאך זיין חתונה האט ער געכאפט וואס דא איז געווען!!
דאונט ווארי, דער בחור איז נישט גלייך נתפעל געווארן פון ר' משהנען'ס תמימות. נאר הערשט אפאר יאר שפעטער, נאך זיין חתונה האט ער געכאפט וואס דא איז געווען!!
אהא הייסט דו לייקענסט די מעשה וואס איך האב פונקט מארגן געהערט שש'ל?
וועגן ס'שטימט נישט מיט דיין אגענדע אדער ווייל מארגן איז נאך נישט דא געווען?

ליפא, די נעמסט עס זייער פערזענטליך. שמעקעדיג האט שוין קלארגעשטעלט אז רוב סאטמערע זענען פיינע נארמאלע מענטשן. ליידער האבן טעראיסטן פארכאפט די לייצעס פון די שופרות (צייטונגן) און זיי שטעלן דעם טאן.
און לגבי די מעשה מיט ר' משה, לדעתי איז עס א זשאוק אבער אויפ'ן צד אז ס'האט יא פאסירט קלעבט עס בעסער אויף א סאטמערע ווי עניבאדי עלס.

פערזענליך?
Not at all
Just uncovering the BS
Not at all
Just uncovering the BS
וואס איך האב געהערט א שמועס צווישען צוויי בעלזע חסידים קעגען דעם סאטמארן רבין רחמנא ליצלן איך האב קיינמאהל נישט געהערט רעדען פון א סאטמאר חסיד אויפען הייליגען בעלזער רב ר' אהרן זי"ע
Sent from my SM-G928T using Tapatalk
Sent from my SM-G928T using Tapatalk
א שטארקע פאינט. אבער די בעלזע וועלן ענטפערן אויף דעם אז טאקע משם ראי' אז בעלזע רב איז דער מלאך אלקים וואס קיינער טרויעט זיך נישט צו רעדן אויף עם...
שמעקעדיג, נישט יעדער וואס איז אנטי סאטמער איז בעלזא!
וחוץ מזה ווער האט דיר געזאגט אז די בעלזער האבן געמאכט טעראר?

בכל אופן זייער א וויכטיגער אשכול שש, די אינגע דור דארף וויסן וואו אזוי אידישקייט האט זיך געבויעט אין אמעריקא!
ירא שמיםווער האט דיר געזאגט אז די בעלזער האבן געמאכט טעראר?
שאל אביך ויגדך, זקנך ויאמרו לך.
שש עס איז א הערליכע שטיקל!
אזאנס באלאנגט נישט לפי עניות דעתי אין צימעס, ביטע פארגלייכט נישט די תוכן פון אלע צימעס ארטיקלען אינאיינעם ווערסוס דעם שטיקל.

ליפאפערזענליך?
Not at all
Just uncovering the BS
אדרבה, עס וואלט העכסט אינטערעסאנט
Why don't you go ahead and examine the facts one by one.
איך וויל אנהייבן מיט באדאנקען אנאנים פאר זיינע שיינע באלערענדע ארטיקלן ספעציעל אין "היסטאריע", כאטש ווי יעדער חסיד איז ער איינזייטיג און זעט נישט קיין עוולות אין די חסידות ווי ער איז אויפגעצויגן געווארן, עס איז א נארמאלע זאך און מדרך העולם, איך האף ער וועט פארשטיין א צווייטן אויך
ועל של עכשיו באתי צו ענטפערן אויף זיין אשכול "פארוואס, פארוואס אוי פארוואס"
איך וויל מאכן 2 הקדמות:
א) זאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן. (געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, ווי באקאנט פלעגט ער אסאך קומען צו רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, האט ער זיך אפגערעדט צו אים איינמאל אז דער רבי רעדט אויף זיין טאטן זצ"ל און ער קען נישט קומען מער אלץ כיבוד אב, צווישן אנדערע האט אים די רבי געזאגט, איך זאג מיינע טענות אויף אים נאר אין שטוב קיינמאל נישט ברבים, און דאס טוט דיין טאטע אויך)
ב) ווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט
יעצט לאמיר גיין על ראשון ראשון
א) צי ווייסט איר וואס פארא טעראר אפאראט בעלז אין ירושלים האט געפירט אקעגן די עדה החרדית און פערזענליך קעגן גאב"ד ר' יצחק יעקב ווייס זצ"ל ווייל זיי האבן גע'אסר'ט זייער שחיטה, לדוגמא רי"י ווייס האט געהאט א פיקוח נפש ליין וואס ער האט אויפגעהובין שבת, האבן זיי געשיקט מענטשן רופן אין שב"ק וואס האט אים גורם געווען מוראדיג צער און עגמ"נ, געשיקט דעליוועריס פון פיצא וכדומה אינמיטן די נאכט וכדומה, די רעאקציע איז נאר געווען א ענטפער, (זע הקדמה 1)
ב) כאטש איך קען עס פארענטפערן וועל איך עס יעצט נישט טון, נאר דערמאנען אז מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו (געדריקט דאן אין גליון "אז נדברו", "דער איד" האט עס נישט געוואלט אריינלייגן) עס איז אפילו נתפרסם געווארן א תשובה פון הגאוה"צ מקאשוי זצ"ל וואס איך שעם מיך צו זאגן וואס ער האט געשריבן, איך גלייב נישט אז ער האט דאס געענטפערט, דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו, איך מיין אז דא איז גילטיג דער כלל אז מ'דערמאנט נישט קיין עבירות וואס מ'האט שוין תשובה געטון
וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון ווען עס קומט אריין איינער און פרעדיגט אין דיינע קינדער השקפה און לימודים פארקערט ווי דו ביסט אויפגעצויגן געווארן, איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי טאטעס האבן געוויינט און געבלוטיגט ווי מען רייסט אוועק זייערע קינדער וואס זיי האבן אויפגעצויגן, צו א ווילד פרעמדע קולטור און שיטה (לשיטתם) און מען האט געבעטן זאלן אויפהערן עס האט גארנישט געהאלפן, נאר דאס וואס מ'האט געטון פאר ר' פנחס קארף און ר' מענדל וועכטער האט געסטאפט "די קינדער אנטלויפן קיין ליובאוויטש" , זעה אויך הקדמה ב'
קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע פאר רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אסאך סאטמארע חסידים האבן זיך געדרייט ביי אים ביז ווען זייער רבי איז אנגעקומען אהער (און קלויזענבורגער רבי האט אים געאפפערט צו ווערן א מגי"ש ביי אים אין ישיבה) זענען אלע צוריקגעגאנגען (ועוד טעמים וד"ל) דאס האט אים זייער געבאדערט און ער האט צענדליגער מאל פוער פיו געווען ברבים רופענדיג אים פעטער לבן וכדומה, עס איז געווארן א פייט וכל דאלים גבר, (זע הקדמה ב') רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים (און נישט אויף קיין איין מענטש פערזענליך)
דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט) אין פובליק צי אין "דער איד" איז עס קיינמאל געשטאנען און לגבי "צוליב דעם האבן זיי..." האב איך שוין געענטפערט אויבן.
וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך קעגן די אמת'ע גדולי התורה אזעלכע ווערטער, פרייוואט האט מען איבעראל גערעדט איינער אויפן צווייטענס גדולים,
אויב האט מען געזאגט אז זיי זענען אפיקורסים וכדומה (איך ווייס נישט אויב ברבים און אוודאי נישט מיט נעמען) האבן זיי ראיות מן התורה ונביאים וכתובים, מעגסט האלטן אנדערש אבער זיי האבן געהאט גענוג בעקינג.
אלס חסיד פון מהר"א שליט"א "געב איך דער 100% גערעכט"
זיי האבן מברר געווען ע"פ ד"ת אז דאס איז א סכסוך אין די קהלה וואס יעדער איז זיך מתחייב צו פאלגן די תקנת הקהלה און די ווייטאג איז געווען גרויס איז געווען א פליטת פה, נישט אריינגייענדיג אין די היסטארי פון יענעם ב"ד און זייער ראב"ד, קיין איין אנדערע קהלה וואלט נישט אנדער געהאנדעלט.
אמת, עס איז געווען א העצעריי פון יחידים וואס האבן אנגעדרייט גאנץ סאטמאר (אנגעפירט פונעם טוען אין די אויבן דערמאנטע ד"ת) רבינו הב"מ זצ"ל האט אינטערגעשריבן ביים זמן ש"ק די קול קורא, צוויי מינוט דערנאך האט עס שוין געהאנגען איבעראל, סיי ווי וואלט מען נישט אנדערש געהאנדעלט מיט איינעם וואס איז א געפאר פארן חסידות (זע הקדמה ב') און ער איז טאקע צוריקגעקומען בתוך הקהל ווייל מען האט איינגעזען דעם טעות, דרך אגב, יענע צייט איז א בחור פון די ישיבה אין קר"י (ב"פ) א חתן געווארן מיט ר' מעכיל'ס טאכטער, אנקומענדיג אין ישיבה האט מהר"א אים באפוילן צו קאלן אפנעמען די מז"ט פון זיין שווער טראץ די באפעל פון א גאון וצדיק מפורסם נישט צו ריפן, עד היום איז אנגענומען אויף יענעם וואס איז היינט א וועלט באוואוסטער רבי שליט"א אז ער איז נוטה צו מהרז"ל ווייל ער האט א שווער הארץ אויף מהר"א
א) קיינמאל נישט געהערט דערפון, אדרבה געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געקןמען צום רבינ'ס טיש אין אר"י ביותרת הכבוד, נישט אינטערשאצענדיג זיין גדלות בתורה וצדקות איז ער קיינמאל נישט געווען קיין נומבער מיט וועם מ,האט זיך געקריגט (חוץ אויב האסט עס דערמאנט ווייל עס גראמט מיט "אויער")
ב) פארשטיי נישט וועם דו מיינסט דערמיט, אויב דו מיינסט (קנאי'שער) לגבי קנאות קעגן ציוניזם וויל איך דיר זאגן אז מ'האט ארויף געלייגט אויף אים א נאסן ליילעך, ער איז זייער ווייט געווען דערפון
נישט אריינצוגיין אין פרטים משום כבוד ד' הסתר דבר, זייענדיג דבוק צו מו"ר בעל ברך משה זצ"ל אלע יארן, ווייס איך און יעדער וואס וויל וויסן אז די אויבן דערמאנטע און די אפאר אנדערע אויסברוכן איז בכלל נישט געווען זיין מהות, פארקערט "אלע" זיינע קינדער (אפילו די וואס שטעלן אן א פנים) קענען זיך פארשטעקן פאר זיינע נאטירלעכע נאבעלע מידות און אהבת ישראל ואכמ"ל, אפשר גייט עס אריין אין גדר פון המספר אחר מטתו של ת"ח.
ווי דערמאנט אויבן אלס חסיד פון מהר"א שליט"א ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט ואין לנו בה חלק בזה
א) איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים, כפי שמונח בזכרוני איז געווען א פסק דין לטובתו, א צווייטער ב"ד האט געגעבן די סירוב, ווי אויך האט מען פארציילט דעמאלטס אז דער ב"מ ז"ל וועלעכער איז געווען בראשית נשיאותו און נאכנישט געקענט פייטן די קאמפאני אבער ער איז אראפ פון באלעמער בשעת די עליה, איך בין אבער נישט קלאר דערין
ב) מהר"א האט געהאלטן א דרשה אלס רב פון שטאט, די טיר איז געווען פארשפארט פאר בחורים און יונגלעך ווייל ער האט געדארפט מעורר זיין אויף דברים שהשתיקה יפה להם, מ'האט אויסגערופען אז מ'זאל עס נישט אפטעיפן, זיינע שונאים האבן עס פארשפרייט (עס איז שוין געווען נאך די טיילונג) סא איך פארשטיי בכלל נישט די טענה אויף אים
קיינמאל נישט געהערט, אדרבה צענדליגער סאטמארע חסידים זענען געווען אויך סקווערע חסידים, אפשר זאגסטו וואס מ'האט אים געטון
עס האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר פאר סאם ריזען איז און די גאנצע יודישע וועלט אזוי געווען אנגענומען אפילו עס איז נישט אמת, פונקט ווי די שטאט כעלעם האט גארנישט צוטון מיטן מציאות.
בנוגע צי ער האט זיך נאר "אונטערגעווארפן" עיין אין די חיבורים פון תלמידו ומשמשו ר' אברהם שמואל געשטעטנער וואסערע קנאי ער איז געווען
א) קיינמאל געהערט (זע הקדמה א')
ב) איך בין נישט קיין טעראריסט אויב איך דינג מיך מיט דיר אויף דעם
א) ווי "היסטאריקער" פארציילן איז געווען א צוויי פאכיגן קריג פונקט אזויפיל האבן געוואלט ר' שמואל גראס ווי ר' אביש און מען האט זיך געשלאגן איינער מיטן אנדערן, והנהגת הרה"צ מספינקא זצ"ל יוכיח
ב) קיינמאל געזאגט, אדרבה מ'פארציילט אז ווען מ'האט אים געזאגט וואס מ'זאגט נאך פון אים האט ער געזאגט "ח"ו איך זאל אים פארגלייכן צו אהרן הכהן"
ג) קיינער האט קיינמאל גערעדט פון אים
נאך דא אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד

א) "פארוואס צובראכן שטיינער פעלזער,
אויפן היינטיגן בעלזער,"
ב) "ווען קומט גארנישט צו צום נעימה,
פון שרייען 'עפרא לפומא'."
א) צי ווייסט איר וואס פארא טעראר אפאראט בעלז אין ירושלים האט געפירט אקעגן די עדה החרדית און פערזענליך קעגן גאב"ד ר' יצחק יעקב ווייס זצ"ל ווייל זיי האבן גע'אסר'ט זייער שחיטה, לדוגמא רי"י ווייס האט געהאט א פיקוח נפש ליין וואס ער האט אויפגעהובין שבת, האבן זיי געשיקט מענטשן רופן אין שב"ק וואס האט אים גורם געווען מוראדיג צער און עגמ"נ, געשיקט דעליוועריס פון פיצא וכדומה אינמיטן די נאכט וכדומה, די רעאקציע איז נאר געווען א ענטפער, (זע הקדמה 1)
ב) כאטש איך קען עס פארענטפערן וועל איך עס יעצט נישט טון, נאר דערמאנען אז מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו (געדריקט דאן אין גליון "אז נדברו", "דער איד" האט עס נישט געוואלט אריינלייגן) עס איז אפילו נתפרסם געווארן א תשובה פון הגאוה"צ מקאשוי זצ"ל וואס איך שעם מיך צו זאגן וואס ער האט געשריבן, איך גלייב נישט אז ער האט דאס געענטפערט, דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו, איך מיין אז דא איז גילטיג דער כלל אז מ'דערמאנט נישט קיין עבירות וואס מ'האט שוין תשובה געטון
"פארוואס געווען אזויפיל שלעגער און שחט'ער,
צו הרג'ענען ר' מענדל וועכטער,
פון צוליב אט דעם פוסטקייט טעראר און קוויטש,
זענען די קינדער אנטלאפן קיין ליובאוויטש."
וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון ווען עס קומט אריין איינער און פרעדיגט אין דיינע קינדער השקפה און לימודים פארקערט ווי דו ביסט אויפגעצויגן געווארן, איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן ווי טאטעס האבן געוויינט און געבלוטיגט ווי מען רייסט אוועק זייערע קינדער וואס זיי האבן אויפגעצויגן, צו א ווילד פרעמדע קולטור און שיטה (לשיטתם) און מען האט געבעטן זאלן אויפהערן עס האט גארנישט געהאלפן, נאר דאס וואס מ'האט געטון פאר ר' פנחס קארף און ר' מענדל וועכטער האט געסטאפט "די קינדער אנטלויפן קיין ליובאוויטש" , זעה אויך הקדמה ב'
"פארוואס זענען געווען אזויפיל דערווערגער,
צו פייניגן דעם אלטן קלויזנבורגער,
ווען דער מעלה פון א מויל וואס שטעכט,
האט דער פעטער פארמאגט פונקט אזוי מיט רעכט."
קלויזענבורגער רבי זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע פאר רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אסאך סאטמארע חסידים האבן זיך געדרייט ביי אים ביז ווען זייער רבי איז אנגעקומען אהער (און קלויזענבורגער רבי האט אים געאפפערט צו ווערן א מגי"ש ביי אים אין ישיבה) זענען אלע צוריקגעגאנגען (ועוד טעמים וד"ל) דאס האט אים זייער געבאדערט און ער האט צענדליגער מאל פוער פיו געווען ברבים רופענדיג אים פעטער לבן וכדומה, עס איז געווארן א פייט וכל דאלים גבר, (זע הקדמה ב') רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים (און נישט אויף קיין איין מענטש פערזענליך)
"פארוואס געמאכט דעם ליובאוויטשער פאר יאשקע,
און געמאכט א בלבול פון הויזן אויף חי' מושקא,
ווען צוליב דעם האבן זיי זייערע קינדער אנגעוואוירן,
וואס הערנדיג דעם אמת זענען זיי חב"ד'סקע געווארן."
דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט) אין פובליק צי אין "דער איד" איז עס קיינמאל געשטאנען און לגבי "צוליב דעם האבן זיי..." האב איך שוין געענטפערט אויבן.
"און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל,
פארן זיי 'ברכים אשר כרעו לבעל'.
וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך קעגן די אמת'ע גדולי התורה אזעלכע ווערטער, פרייוואט האט מען איבעראל גערעדט איינער אויפן צווייטענס גדולים,
אויב האט מען געזאגט אז זיי זענען אפיקורסים וכדומה (איך ווייס נישט אויב ברבים און אוודאי נישט מיט נעמען) האבן זיי ראיות מן התורה ונביאים וכתובים, מעגסט האלטן אנדערש אבער זיי האבן געהאט גענוג בעקינג.
"פארוואס מעג מען נאכשרייען, שלאגן, און מאכן חרוב,
דער וואס פארלאזט זיך אויף זיינען רבנים שהתירו את העירוב,
און עס געדענקט זיך נאך אמבעסטלעך,
ר' הלל וויינבערגער'ס 'בהמות און 'מילך קעסטלעך'
אלס חסיד פון מהר"א שליט"א "געב איך דער 100% גערעכט"
"פארוואס בלי צדק ובלי חקר,
האט מען פארוואנדלט אלס שלשה רועי בקר,
רבנים וואס האבן זיך דערוואגט א ד"ת אנצונעמען,
וויבאלד ביי די נתבעים איז דער קרית יואל'ער געווען פון די נעמען."
זיי האבן מברר געווען ע"פ ד"ת אז דאס איז א סכסוך אין די קהלה וואס יעדער איז זיך מתחייב צו פאלגן די תקנת הקהלה און די ווייטאג איז געווען גרויס איז געווען א פליטת פה, נישט אריינגייענדיג אין די היסטארי פון יענעם ב"ד און זייער ראב"ד, קיין איין אנדערע קהלה וואלט נישט אנדער געהאנדעלט.
"פארוואס געמעגט רודפ'ן און דערקוטשן
דעם ניקלשבורגן ר' מעכעלע לעבאוויטש'ן,
און א טעראר האט געקרוינט מיט הצלחה,
נאר דורכן חרוב מאכן זיין משפחה."
אמת, עס איז געווען א העצעריי פון יחידים וואס האבן אנגעדרייט גאנץ סאטמאר (אנגעפירט פונעם טוען אין די אויבן דערמאנטע ד"ת) רבינו הב"מ זצ"ל האט אינטערגעשריבן ביים זמן ש"ק די קול קורא, צוויי מינוט דערנאך האט עס שוין געהאנגען איבעראל, סיי ווי וואלט מען נישט אנדערש געהאנדעלט מיט איינעם וואס איז א געפאר פארן חסידות (זע הקדמה ב') און ער איז טאקע צוריקגעקומען בתוך הקהל ווייל מען האט איינגעזען דעם טעות, דרך אגב, יענע צייט איז א בחור פון די ישיבה אין קר"י (ב"פ) א חתן געווארן מיט ר' מעכיל'ס טאכטער, אנקומענדיג אין ישיבה האט מהר"א אים באפוילן צו קאלן אפנעמען די מז"ט פון זיין שווער טראץ די באפעל פון א גאון וצדיק מפורסם נישט צו ריפן, עד היום איז אנגענומען אויף יענעם וואס איז היינט א וועלט באוואוסטער רבי שליט"א אז ער איז נוטה צו מהרז"ל ווייל ער האט א שווער הארץ אויף מהר"א
א) "פארוואס געשריגן 'ציוני אויפן גאון וצדיק דער ערלויער,
נישט הערנדיג זיינע ווערטער מיט א גאנצע אויער,"
ב) "פארוואס אדורך אן קיין עונש נאר פטור בלא כלום,
דער בלוט צאפער פונעם קנאי'שער צדיק ר' רפאל בלום."
א) קיינמאל נישט געהערט דערפון, אדרבה געהערט פון מיין טאטן אז ער איז געקןמען צום רבינ'ס טיש אין אר"י ביותרת הכבוד, נישט אינטערשאצענדיג זיין גדלות בתורה וצדקות איז ער קיינמאל נישט געווען קיין נומבער מיט וועם מ,האט זיך געקריגט (חוץ אויב האסט עס דערמאנט ווייל עס גראמט מיט "אויער")
ב) פארשטיי נישט וועם דו מיינסט דערמיט, אויב דו מיינסט (קנאי'שער) לגבי קנאות קעגן ציוניזם וויל איך דיר זאגן אז מ'האט ארויף געלייגט אויף אים א נאסן ליילעך, ער איז זייער ווייט געווען דערפון
"פארוואס קען א רבי זאגן קוק און זע,
וויאזוי עס האט אויסגעזען דער מוטער פון הרב ממאנטיווידע,
און ער פארבלייבט א רועה לעדתו,
שרייענדיג עמלק אויף א חושב רעתו."
נישט אריינצוגיין אין פרטים משום כבוד ד' הסתר דבר, זייענדיג דבוק צו מו"ר בעל ברך משה זצ"ל אלע יארן, ווייס איך און יעדער וואס וויל וויסן אז די אויבן דערמאנטע און די אפאר אנדערע אויסברוכן איז בכלל נישט געווען זיין מהות, פארקערט "אלע" זיינע קינדער (אפילו די וואס שטעלן אן א פנים) קענען זיך פארשטעקן פאר זיינע נאטירלעכע נאבעלע מידות און אהבת ישראל ואכמ"ל, אפשר גייט עס אריין אין גדר פון המספר אחר מטתו של ת"ח.
"פארוואס מעג מען מבאיש זיין דעם גערוך,
זאגאר פון אן אייגענעם - ר' משה שטערנבוך.
און פארוואס מעג מען אויסארבעטן א גאנצע פלאן,
וויאזוי צו מאכן פאר אן אפיקורס הגראי"ל שטיינמאן."
ווי דערמאנט אויבן אלס חסיד פון מהר"א שליט"א ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט ואין לנו בה חלק בזה
א) "פארוואס געגעבן אן עליה פארן ערשטן מסרב לדין,
און שפעטער האבן אזוי געטון די אייגענע זיהן,
און פארוואס געמעגט זיין מוציא לעז,"
ב) "און פארוואס געמאכט לאנגע שארט קאטס אלס זיין שפייז."
א) איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים, כפי שמונח בזכרוני איז געווען א פסק דין לטובתו, א צווייטער ב"ד האט געגעבן די סירוב, ווי אויך האט מען פארציילט דעמאלטס אז דער ב"מ ז"ל וועלעכער איז געווען בראשית נשיאותו און נאכנישט געקענט פייטן די קאמפאני אבער ער איז אראפ פון באלעמער בשעת די עליה, איך בין אבער נישט קלאר דערין
ב) מהר"א האט געהאלטן א דרשה אלס רב פון שטאט, די טיר איז געווען פארשפארט פאר בחורים און יונגלעך ווייל ער האט געדארפט מעורר זיין אויף דברים שהשתיקה יפה להם, מ'האט אויסגערופען אז מ'זאל עס נישט אפטעיפן, זיינע שונאים האבן עס פארשפרייט (עס איז שוין געווען נאך די טיילונג) סא איך פארשטיי בכלל נישט די טענה אויף אים
"פארוואס זיך אויפגעפירט אזוי שווער,
צום אלטן קאלאראשער צדיק פון סקווער,
וויבאלד ער האט זיך נישט 'אונטערגעווארפן' ווי אלע,
צום שר התורה און בי"ד של מעלה."
קיינמאל נישט געהערט, אדרבה צענדליגער סאטמארע חסידים זענען געווען אויך סקווערע חסידים, אפשר זאגסטו וואס מ'האט אים געטון
"פארוואס פארוואנדלט אלס 'שוטים' א גרופע,
ערליכע אידן וואס האבן זיך געדרייט אין פאפא,
ווען ער האט שוין יא פארשטאנען קלאר,
און זיך יא אונטערגעווארפן צום טעראר."
עס האט גארנישט געהאט מיט סאטמאר פאר סאם ריזען איז און די גאנצע יודישע וועלט אזוי געווען אנגענומען אפילו עס איז נישט אמת, פונקט ווי די שטאט כעלעם האט גארנישט צוטון מיטן מציאות.
בנוגע צי ער האט זיך נאר "אונטערגעווארפן" עיין אין די חיבורים פון תלמידו ומשמשו ר' אברהם שמואל געשטעטנער וואסערע קנאי ער איז געווען
א) "פארוואס געשריגן שייגעץ פון גרויס ביז קליין,
אויפן פוסק הדור רבי משה פיינשטיין,"
ב) ווען מ'זעט זיין גאונות וצדקות אין אגרות משה,
נאך אזויפיל ווי אין ויואל משה.
א) קיינמאל געהערט (זע הקדמה א')
ב) איך בין נישט קיין טעראריסט אויב איך דינג מיך מיט דיר אויף דעם
פארוואס נישט געצאלט קיין טאלער,
פארן שפאלטן דעם קאפ פון ר' אביש'ל קראלער,
און דער רבי האט געקענט זאגן 'אהרן טעה בעגל',
אבער א רשע גאר געמאכט פון ר' שלום פויגל."
א) ווי "היסטאריקער" פארציילן איז געווען א צוויי פאכיגן קריג פונקט אזויפיל האבן געוואלט ר' שמואל גראס ווי ר' אביש און מען האט זיך געשלאגן איינער מיטן אנדערן, והנהגת הרה"צ מספינקא זצ"ל יוכיח
ב) קיינמאל געזאגט, אדרבה מ'פארציילט אז ווען מ'האט אים געזאגט וואס מ'זאגט נאך פון אים האט ער געזאגט "ח"ו איך זאל אים פארגלייכן צו אהרן הכהן"
ג) קיינער האט קיינמאל גערעדט פון אים
נאך דא אסאך צו שרייבן ועוד חזון למועד
אוי פארוואס.. פארוואס?? נעמט מען אזא שיינע קהילה ווי סאטמאר, וואס בליט שוין אזוי שיין פאר די לעצטע זיבעציג יאר, מיט זייער מנהיג וואס האט געראטעוועט כלל ישראל, און מען לייגט ארויף נאסע לייליכער, כאילו זיי טערעראזירן און באשמיצן?? כאילו זיי שלאגן און פארשעמן?? כאילו זיי בארעדן און באשרייען?? כאילו זיי ווארפן און פארשיקן?? כאילו זיי צוטרעטן און צוקלאפן?? וכו׳ וכו׳... די תירוץ איז...
[ציטאט אראפגענומען]
אנטשולדיגט, נישט אזוי ענטפערן קלוגע מענטשן וואס האבן וואס צו ענטפערן
שש, כאטש וואס איך האלט אז דער היסטאריקער רעד פאר פייער און פאר וואסער, און וויפיהל איך וועל אים פרובירן צו מסביר זיין וואספארא הוילע שקרים ער שרייבט דא וועל איך נישט מצליח זיין אים צו געבן צו פארשטיין די אמיתת הדברים, על כן בין איך דער ערשטע וואס טוט אפעלירן צו דער זאלסט אים יא ענפערן שטיקל ביי שטיקל, ואלי מיט דיין געוואלדיגע כח הסברה וועט עס אריינגיין און זיין קאפ.
די בעסטע פארט געפעלט מיר וואס די בעלזע האבן טערארעזירט דעם עדה, אזוי איבער צודרייען היסטאריע?
נאך א גוט שטיקל וואס דו שרייבסט, "וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך קעגן די אמת'ע גדולי התורה אזעלכע ווערטער"
העללא? איך האב געהערט פון כמה וכמה יודן וואס האבן געלערנט אין טשעבינע ישיבה, וואס האבן מיר דערציילט ווי די סאטמערע בחורים האבן געטאנצן אויפן גאס ברוך המקום שהרגו ווען דער שר התורה טשעבינע רב איז נסתלק געווארן.

אויב אזוי ווייניג ווייסט א 'היסטאריקער' אנן מה נענה אבתריה.
[ציטאט אראפגענומען]
@היסטאריקער, זעהט מיר אויס ווי א שוואכע היסטאריקער...
היסטאריקערזאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן.
אזוי?! קינד און קייט רעדן אויך גדולי הדר כאילו ער איז עפעס א שגץ, כופר, וכו', און ס'איז לא מעלה ומוריד?!
היסטאריקערווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט
הער איך. טא ביזטו מסכים סאטמאר האט אפגעטוען כל דבר רשעות, דו זאגסט נאר אז אנדערע אויך. מעגליך. דא פרעגסט פארוואס פונקט סאטמאר? ווייל יעצט רעדט מען פון סאטמאר. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.
היסטאריקער...מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו ... דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו...
די צווייטע דרשה ברבים האסטו אפשר? איך, און טויזענטער אנדערע וואס זענען געווארן עקספאז'ד צו די דברי נבלה, האבן קיינמאל נישט געהערט קיין בקשת מחילה (ס'קען פארט זיין וואר)
היסטאריקערוואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון
נאכאמאל, דאס גייט נאר צו פרעגן פארוואס מ'פרעגט פונקט אויף סאטמאר, והשבתיך כבר.
היסטאריקערקלויזענבורגער רבי זצ"ל ... רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים
דו ענטפערסט אויפן רבי'ן זצ"ל, אבער די קשיא איז אויף די טעראריסטן.
היסטאריקערדאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט)
וואס האסטו נישט געהערט? אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן? איך האב אויך געלערנט אין סאטמאר, און געהערט די אלע שטיות פעם ועוד. וועמעם מיינסטו דו פאדרייסט די קאפ דא? ואפשר אז מיר האבן געלעבט אין אנדערע צייטן.
היסטאריקערוואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך...
(אויף און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל)
למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?
כ'מיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע דעפענסיווע פראפאגאנדע וואס מיר פארקויפן פאר אונזערע קעלבעלעך. ווער ס'וויל, קען זיך ארומשפיעלן מיט די צווייטע העלפט.
אין איין ווארט, די קשיות פון שש זענען נישט געווענדעט דווקא צו די סאטמאר'ע רבי'ס, נאר אויך (אדער דייקא) צו די מענטשן וואס האבן דאס געטון.
ווי אויך מאכט מען נישט קיין נפק"מ צווישן קהילת מהרז"ל און מהר"א (און אפילו בני יואל), יעדער האט זיך די אייגענע קופה של שרצים, קהלת מהר"א האט אויך א אייגענע טעראריסטישע בעקגראונד, ווילסט אריינקריכן אין עטרת מאיר צבי ממזרים סומאטוכע? און לאמיר נישט פארגעסן אז ביז נישט לאנג צוריק זענען ביידע געווען איין גרויסע קהלה און זיי זענען געקנאטן פון דעם זעלבן טייג (נישט אריזאנא ווייץ טייג).
כאטש איך האב אויבן פרובירט פארענטפערן פארשידענע זאכן, און איך האלט אז די מעלות אין סאטמאר שטייגט איבער די חסרונות, איז פארט נישט קיין תכלית זיך צו מאכן נישט-זעענדיג אויף די אלע טעראר שטיק, אדרבה, זאלן די סאטמארע אידן וויסן מיט וועלכע ברילן די וועלט קוקט אויף זיי... און כאטש מהיום והלאה נזהר זיין פון נוצן די מהלכים אקעגן איינער וואס גייט נישט אין שפאן.

שלום על ישראל
למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?
זיי האבען אויך געדריקט טוילעט פאפיר מיט בעלזער רב'ס בילד דערויף (בעיני ראיתי) בין שאר כל הטעראר.
געב איך א בליק אויף היסטאריקער'ס אינטערשריפט..
און געהאנגן א דאמי פארשטעלט ווי דער ליבאוויטשע רבי, און אויפן פיקטשער קען מען זען ווי עולם שטייט און לאאאאכט, בהמות! פערדן! פאלט קיינעם נישט אן אז מען איז אריבער די גבול? שטייען הינדערטע אידן פארזאמלט אויף איין גאס, און עולם גולם שמייכעלט און האט הנאה פון דעם געניאלן איינפאל וואס עפעס א סאטמערע ממזר איז איינגעפאלן. נאר פרייוועט געהאקט אויף אנדערע וואס?
שלום על ישראל[היסטאריקערזאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן.
אזוי?! קינד און קייט רעדן אויך גדולי הדר כאילו ער איז עפעס א שגץ, כופר, וכו', און ס'איז לא מעלה ומוריד?!
קינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?היסטאריקערווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט
הער איך. טא ביזטו מסכים סאטמאר האט אפגעטוען כל דבר רשעות, דו זאגסט נאר אז אנדערע אויך. מעגליך. דא פרעגסט פארוואס פונקט סאטמאר? ווייל [size=150]יעצט רעדט מען פון סאטמאר[/size]. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.
דאס וואס איך פרעג, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמארהיסטאריקער...מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו ... דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו...
די צווייטע דרשה ברבים האסטו אפשר? איך, און טויזענטער אנדערע וואס זענען געווארן עקספאז'ד צו די דברי נבלה, האבן קיינמאל נישט געהערט קיין בקשת מחילה (ס'קען פארט זיין וואר)
ווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירטהיסטאריקערוואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון
נאכאמאל, דאס גייט נאר צו פרעגן פארוואס מ'פרעגט פונקט אויף סאטמאר, והשבתיך כבר.
נאכאמאל, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמארהיסטאריקערקלויזענבורגער רבי זצ"ל ... רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים
דו ענטפערסט אויפן רבי'ן זצ"ל, אבער די קשיא איז אויף די טעראריסטן.
איך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גברהיסטאריקערדאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט)
וואס האסטו נישט געהערט? אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן? איך האב אויך געלערנט אין סאטמאר, און געהערט די אלע שטיות פעם ועוד. וועמעם מיינסטו דו פאדרייסט די קאפ דא? ואפשר אז מיר האבן געלעבט אין אנדערע צייטן.
איך האב געזאגט אז איך האב נישט געהערט אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? אוודאי האט מען אזוי געזאגט, אז זיינע חסידים האבן אים געקרוינט אלס מלך המשיח האט סאטמאר וועלעכע האבן "געהאלטן" אז ער איז מסית ומדיח צו ציונות געמעגט זאגן אז ער איז א משיח שקר צו פארקלענערן זייין השפעה פונקט ווי אסאך יודן האבן גערופן דעם רבי'ן זצ"ל שונא ישראל וכדומה
דאס אז חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך האב אבער יא געלייענט אין די ליבאוויטשער אפציעלע צייטונג אז דער סיגעטער רב האט נורסינג האומס און איז מאכיל חמץ בפסח, פון דעם ווילסטו נישט רעדןהיסטאריקערוואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך...
(אויף און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל)
למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?
בערעלע בעלזער הייסט ביי דיר א תורה ריז? אין א שעת מלחמה ווען יונגלעך פון "ביידע" צדדים האבן געוואפן פאשקעווילן, ווייסטו ווייטער נאר פון איין זייט, די ווייסט ווער עס האט פינענצירט דעם פנים חדשות? ווייסט וואספארא חסיד שאולזאן איז?
כ'מיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע דעפענסיווע פראפאגאנדע וואס מיר פארקויפן פאר אונזערע קעלבעלעך. ווער ס'וויל, קען זיך ארומשפיעלן מיט די צווייטע העלפט.
כּמיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע פראפאגאנדע וואס מ' פארקויפט פאר ענקערע קעלבעלעך
איך אויךשלום על ישראל
למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?
זיי האבען אויך געדריקט טוילעט פאפיר מיט בעלזער רב'ס בילד דערויף (בעיני ראיתי) בין שאר כל הטעראר.
אינטערסאנט איך האב מיטגעהאלטן אלעס, איך אפילו אוועק געלייגט די פאשקווילן און איך האב עס קיינמאל נישט געזען
דאס וואס איז געשמועסט אמאל אין מקוה איז מעגליך נישט אינטרעסאנט. אבער דער גייסט אין ביהמ"ד, מקוה חדר וכו' איז שוין איינמאל וויכטיג.
ט'האט איינער געקענט שטייען אין סאטמארער מקוה און דערציילען א גדלות פון טשעבינער רב?
ט'האבען די לומדים אין כולל ויואל משה אין שנת תש"כ (!) אמאל געהאנדעלט א פסק פון ר' משה פיינשטיין?
דער איד האט דען נישט בארעכטיגט די וועכטער פעטש?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

היסטאריקערקינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?
היסטאריקערדאס וואס איך פרעג, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר
היסטאריקערנאכאמאל, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר
@היסטאריקער, קיינער דא וויל נישט רעדן פון דאס אז מ'האט אויך געהאקט אויף סאטמארע רבי זצ"ל, ווייל מיר האלטן נישט ביים פארדרייען די שמועס. זה הוא. עפן בבקשה א אשכול דערוועגן, און מיר וועלן עס צוזאמן באארבייטן.
דאס איז שוין אויבן דערמאנט געווארן:
שלום על ישראלווייל יעצט רעדט מען פון סאטמאר. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.
היסטאריקערווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירט
איך האב געהערט זיין אריגינאלע דרשה הידוע לשמצה, ווי כמעט יעדער אידיש-רעדענדע יוד אויפן כדיר. די צווייטער דרשה (וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר ווייל ס'גייט מיר נישט אהן), איז נישט ארומגעפארן. ווען די חברה ווילן ווען, וואלט עס געווען צושמירט ווי אלע אנדערע סחורה (למשל מיט זייערע האט ליינס און פאני קאלס...)
היסטאריקעראיך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גבר
עס איז געווארן א פייט?! כל דאלים גבר?!
איי עם אוט אוו העיר!
איך וואלט נישט גענטפערט מער, נאר כדי מ' זאל נישט זאגן מדשתקי וכו' וועל איך נאך דאס איינמאל ענטפערן, מער האב איך נישט קיין געדולד, צייט (פאר פסח) צו ענטפערן
סא עם איי
א כשר'ן פרייליכן פסח
שלום על ישראלהיסטאריקערקינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?היסטאריקער]
@היסטאריקער, קיינער דא וויל נישט רעדן פון דאס אז מ'האט אויך געהאקט אויף סאטמארע רבי זצ"ל, ווייל מיר האלטן נישט ביים פארדרייען די שמועס. זה הוא. עפן בבקשה א אשכול דערוועגן, און מיר וועלן עס צוזאמן באארבייטן.
איך פארשטיי נישט, די אטאקירסט סאטמאר, ווייז איך דיר אויף אז זיי זענן אטאקירט געווארן, זאגסטו אז עס קומט נישט אהער? וויאזוי זאל איך דיר ענטפערן
דאס איז שוין אויבן דערמאנט געווארן:שלום על ישראלווייל יעצט רעדט מען פון סאטמאר. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.
כנ"להיסטאריקערווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירט
איך האב געהערט זיין אריגינאלע דרשה הידוע לשמצה, ווי כמעט יעדער אידיש-רעדענדע יוד אויפן כדיר. די צווייטער דרשה (וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר ווייל ס'גייט מיר נישט אהן), איז נישט ארומגעפארן. ווען די חברה ווילן ווען, וואלט עס געווען צושמירט ווי אלע אנדערע סחורה (למשל מיט זייערע האט ליינס און פאני קאלס...)
פונקט פארקערט, די ערשטע דרשה איז נאך נישט געווען אפילו קיין סעלפאונס, האטליינס, סידיס, קליפס, ווער עס האט געוואלט האט זיך געדארפט פארשאפן א טעיפ(די גמ"ח'ס האבן עס נישט געהאט), משא"כ די צווייטע איז שוין אלעס געווען, אריינגערעכנט אויף קול סאטמאר, אבער אז "ס'גייט מיר נישט אהן" האב איך נישט וואס צורעדן מיט דירהיסטאריקעראיך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גבר
עס איז געווארן א פייט?! כל דאלים גבר?! יא, עס האט א תוקף אין הלכה אויך, איף יא לייק איט אר נאט
איי עם אוט אוו העיר!
סא עם איי
א כשר'ן פרייליכן פסח
פשיאאא! עס האט א תוקף אין הלכה?! ווען צוויי ווילדער קינדער שלאגען זיך צו ווערען די מרבים שלום בעולם, איז די הלכה נישט יחלוקו, נישט הממע"ה, נאר כל דאלים גבר, און דאס מיינט אז מ'קען טוהן וואס מען וויל און מ'מעג שיקען אנדערע צו טוהן וואס מ'וויל.
פארוואס, איי פארוואס?