☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 10:24 pm

· #344343
רפו''ש אזעה''צ.

ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:40 pm

· #344346
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די קלארשטלונג פון מורינו @שש שליט"א

דא האט ער שוין אנגערירט די נושא אויף שפיץ גאפל, אבער די עולם האט עם נישט פארשריגן וויי ס'דארף צו זיין.

ווי האט מען געזאגט אין בעלז? אז א יוד (שש) שרייבט אזוי אין בעלז, שמד'ט זיך א יוד (נהורא) אין ק"ש.

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:08 am

· #344348
איך וויל נאר קלאר שטעלן אז ווען דו זאגסט 'מיר ווארטן' וויל איך זיך עקסקלאדן, ווייל איך וויל דייקא נישט הערן וואס שש האט צו זאגן אין דעם נושא.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:31 am

· #344350
די גאנצע שקלא וטריא דא איז נישט פאר מיר. מיין מוח דערהייבט עס נישט. איך לאז עס איבער פאר די גרויסע קארפן קעפ און פילאזאפן.(
איך וויל נאר דא מאכן א זייטיגע הערה איבער דעם באוואוסטן מופת וואס האטציך געטראפן ביי הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זי"ע מיט דעם יונגל וועלכער האט געקענט כל התורה כולה. און זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט איהם צום בעלזער רב. און דער רב האט איהם אריינגענומען אין א צימער. און ווען די יונגל איז ארויסגעקומען האט ער אלעס פארגעסן. און איז געווען א פשוט'ע יונגל.
דער עולם האט גערעדט פארשידענע זאכן און געטרייט צו געבן א הסבר וויאזוי ס'קומט אז דער יונגל האט געקענט די גאנצע תורה. א טייל האבן געזאגט אז דער מלאך האט איהם פארגעסן צו געבן א שנעלקע אז ער זאלל פארגעסן.(דאס האבן מסתמא א פאר לצים אויפגעמאכט.). אבער קיינער האט נישט געוואוסט די אמת'ע סיבה. און וואס דער בעלזער רב האט געטון...!
האביך לעצטנס געזעהן אז ס'איז דא אזא מין זאך וואס הייסט אויף עברית...אישיות מפוצלת...
אויף ענגליש הייסט עס...Multiple personalities.
אין ארץ ישראל איז דא א מיידל וועלכע האט 20 פערסאנאליטעטן און כאראקטערס. און איינס פון אירע כאראקטערן איז פון א פיאנא שפילערין. און ווען די פערסאנאליטי איז שולט אויף איהר, קען זי זייער שיין שפילן אויף א פיאנא. כאטש זי האט זיך קיינמאל נישט געלערנט אויף דעם. פרעגט זיך די שאלה. פון ווי האטצי זיך אויסגעלערנט...?!
נאר לפענ"ד מיין איך אז דאס האט עפעס צו טון מיט א גילגול/דיבוק. אין פשוט אידיש. א צוטשעפעניש. און ווען דער גילגול פון די נשמה איז שולט אויף דעם מענטש נעמט ער איבער די גאנצע שליטה אויף איהם.
די זעלבע איז געווען דא ביי דעם יונגל.דאס איז געווען א מין דיבוק פון א גרויסן תלמיד חכם. וואס איז מכח איזה סיבה שהוא (איך בין נישט קיין בעל מקובל. ס'דא איינער, לעצטנס דאהי אין ברוקלין. פאר מער פרטים קענמען איהם אנפרעגן...) אריין אין דעם יונגל. און דער בעלזער רב האט עס ארויסגעצויגן פון איהם...כנ"ל

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:43 am

· #344360
איך פארשטיי נישט די גאנצע סטומאכטע דא
אפשר איז מיר איינער דא מסביר וואס גייט דא פאר

דער דאס » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:48 am

· #344361
וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:54 am

· #344363
די גאנצע טענהריי וואס איז דער וויכוח פונטקליך...

דער דאס » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:00 am

· #344364
זאג מיר ביז ווי די פארשטייסט יא, כ'וועל פרובירן מסביר זיין פון דארט און ווייטער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:27 am

· #344386
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
הייסט'ס יעצט ווען איינער וועט זאגען 'מיין זיידע האט הרב דושינסקי געשיקט קיין בעלז', איז דער תשובה אז דיין זיידע האט נישט געהאלטען ביים לערנען א אידיש ווארט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

טייערע ברודער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:21 pm

· #344398
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
א פלא פון א צוגאנג. כדי צו זאגען א מיינונג אויף׳ן מלאך א-להים קען מען נישט זיין א בעלזער ווייל א בעלזער האט נגיעות. כדי צו זאגען א מיינונג אויף רב שך (אז ער האט פיינט געהאט חסידים וכדו׳) טאר מען נישט זיין א חסיד ווייל נאר א ליטוואק קען זאגען א מיינונג אויף א ליטווישער גדול.
בקיצור, דער מיינונג פון חסידים איז גארנישט ווערט.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

טייערע ברודער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:27 pm

· #344399
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אבער איך וועל זאגען מיין (חסידישער) מיינונג נאך א מאהל.
דאס איז זיכער אז דער קלוז"ב רב און דער טשעבינער רב זענען געווען ענקי עולם אין תורה ועבודה לכל הדעות. און אז זיי האבען זיך מבטל געווען מכל וכל פאר דער צדיק, מה נענה אנן אבתרייהו.

עובדא ידענא, אז דער קלוז"ב רב האט אמאל געשמועסט סיפורי צדיקים, און בתוך הדברים האט ר׳ בנימין וויליגער זיך אנגערופען מיט א עובדא פונעם בעלזער רב זצ"ל. זאגט דער קלוז"ב רב, אונז רעדען וועגען צדיקים - ווי קומט אריין רעדען וועגען א מלאך א-להים. (ידוע מה אמר החתם סופר זי"ע על רבו הקדוש.)

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:47 pm

· #344408
איך האב געהערט די מעשה פון מיין פעטער אויף ר' איציקעל, איך מיין אז 'טייערע ברידער' מישט צאם, אבער סיי קלויזענבארגע רבי און סיי ר' איציקעל זענען געווען מבינים אויף דעם גרויסן צדיק.

מור וקציעה » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:50 pm

· #344409
טייערע ברודער

עובדא ידענא, אז דער קלוז"ב רב האט אמאל געשמועסט סיפורי צדיקים, און בתוך הדברים האט ר׳ בנימין וויליגער זיך אנגערופען מיט א עובדא פונעם בעלזער רב זצ"ל. זאגט דער קלוז"ב רב, אונז רעדען וועגען צדיקים - ווי קומט אריין רעדען וועגען א מלאך א-להים.


סמבטיון
אז מען רעד פון סאקמער רב און פון בעלזער רב זי"ע, איז כדי נאכצוזאגן א ממרא וואס איך האב געהערט פון מיין פעטער וואס האט עס געהערט פון ר' איציקעל פשעווארסקער אליין, (ענק מיזן נישט גלייבן) סע געוועהן ביי א מלוה מלכה וואס ר' איציקעל האט געהאלטן אינמיטן צו דערציילן סיפורי צדיקים פונעם הייליגן בעלזער רב ז"ל, האט זיך איינער אנגעריפן מיט עפעס א מעשה פון ר' יואל, האט זיך ר' איציקעל געגעבן א ריף אן, אונז רעד מיר דא יעצט פון מלאכים נישט פון צדיקים!, ודפ"חח.


שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:02 pm

· #344412
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
טייערע ברודער
א פלא פון א צוגאנג. כדי צו זאגען א מיינונג אויף׳ן מלאך א-להים קען מען נישט זיין א בעלזער ווייל א בעלזער האט נגיעות. כדי צו זאגען א מיינונג אויף רב שך (אז ער האט פיינט געהאט חסידים וכדו׳) טאר מען נישט זיין א חסיד ווייל נאר א ליטוואק קען זאגען א מיינונג אויף א ליטווישער גדול.
בקיצור, דער מיינונג פון חסידים איז גארנישט ווערט.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

You said it....
דו מאכסט זיך נעריש. פארטיי מענטשען זענען נישט באגלויבט אויף זייער פארטיי. קוק דו אליינס. זאגסט א לית מאן דפליג אויפ'ן קלז"ב רבי, בשעת אז ס'איז שקר גס. פיהל מענטשען האבען איהם אינדערערד. נאר ווייל דיין פארטיי גלויבט עס, ווערט עס א 'לית מאן דפליג'.
איך ווייס נישט ווי הרב שך קומט דא אריין. אפשר ווייל ער איז אזא שונא חסידים אז ער האט זיך אריינגערוקט צו זאגען א מיינונג אויפ'ן טשעבינער רב (וואס כפי דבריך, איז דער אמת'ער נושא פון די אשכול).

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

טייערע ברודער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:13 pm

· #344415
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
יתכן אז איך בין א נוגע בדבר, אבער צו איינער וואס לייקענט דער גדלות פון תורה ועבודה (לא מדבר על שיטות) זיינער, וואס איז געווען קלאר פאר יעדעם צו זען, רעד איך בכלל נישט. אויב דאס הייסט א נוגע בדבר, בין איך שטאלץ צו זיין א חסיד!

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:37 pm

· #344422
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
הייסט'ס לית מאן מיינט קיינער מיט וועמען איך בין גרייט צו רעדען. זהו כחו של פארטיי, מ'זאגט ליגענט, מ'פארדרייט די טייטש פון ווערטער, אלס לשם קדושת הפארטיי. דאס איז נישט קיין נגיעות, דאס איז פרעכער שקר. און דאס רעדען בעלזער חסידים אויף זייער רבי'ן, וואס דעריבער זענען זיי נישט באגלייבט אויף גארנישט. א מענטש וואס האט דרך ארץ פאר איינעם איז ער א בעל נגיעות, אבער א שקרן לאו דוקא. דעריבער וואלט איך אפשר געגלויבט רמי קאהן אויפ'ן ריבניצער רבי, אבער קיינמאל וואלט איך געגלויבט א חסיד אויף א רבי וואס האט מוסדות
אונז זע'מיר נישט שולדיגט אויף ענקער ווערטשאפט של שקר

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:05 pm

· #344426
מור וקציעה
תורה ומדע
שלשה תשובות בדבר
ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט שטארק געהאלטען פועם בעלזער רב ז"ל כידוע.
איך ווייס נישט, נו לאמיר הערן

לויט די יודעי דבר איז דער בילגרייער רב, א גרויסער חכם און נבון אין זיין אייגענער רעכט, געווען בהתבטלות פאר'ן ברודער. אויב עס איז אמת ווי איהר זאגט וואלט ער געקענט פארמאכען די ברודער'ס געשעפט און עפענען אן אייגענער ביזנעס מיטן נאמען בילגוריי.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ר' אהרן גרינוואלד איז געבליבען אין פאפא ביי זיין עלטערע ברודער ר' חזקי' און האט נישט גע'עפענט אן אייגענע שול אזוי ווי דער בארא פארקער ברודער, וואס האט זיך גראדע נישט ווייניג אנגעליטען צוליב דעם חוצפה פון עפענען א שול

הרב ר' מרדכי הי''ד האט זיך אפילו אזוי צאמגעליטען יסורי איוב פון די טעראריסטען



די מופתים פונעם בעלזער רב ז"ל און די אפענע רוח הקודש זענען פעסטגעשטעלט פון הונדערטער מקורות און זענען אום-פארעלעלד בימינו. דאס פארשטייט זיך טרעפט זיך נישט ביי חולי נפש ל"ע

איך האלט נאך אינמיטען ליינען די טויזענטער מופתים פון צדיקי דורינו אין ''משה היה רועה'' פון מרן קוה''ק בעל ברך משה זצוקללה''ה און אזוי אויך די מיליאנען מופתים פון הרה''ק מהרנ''צ מבאבוב זיעוכי''א אין שלומה של מלכות, ואי''ה עוד חזון

אנדערע דא אין שטיבעל האבען שוין באהאנדעלט פארשידענע אנדערע בעלזא מופתים, ווי למשל דאס קינד וואס האט געקענט ש''ס ופוסקים אויפן לשון,


איין מופת וואס איך האב גראדע יא מברר געווען איז פון מיין באבע ע''ה בעלת העובדא

וגופא דעובדא הכי הוה, מיין עלטער זיידע איז געווען א פארברענטע בעלזע חסיד און אפילו געהאט 2 זון יושבים, בצוק העיתים אין 1942 האט ער פאר גאר גרויס געלט און מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן באוויזען צו פארשאפען סערטיפיקאטען און וויזעס קיין א''י פאר זיך אין זיינע קינדער אויך די חתונה געהאטע ,
ער האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועיג און געשיקט א טעלעגראם פאר א ברכה,
ווען ער איז שוין געווען אין טערקיי האט ער ערהאלטען א טעלעגראם אז א''י איז מסוכן ברוחניות ובגשמיות, און ער זאל נישט פארען, מיין באבע האט געזאגט פאר איר טאטע אז זי פארט ווייטער קיין א''י, זי איז די איינציגסטע וואס איז איבערגעבליבען פון די גאנצע משפחה, אלע אנדערע 27 נפשות זענען נעבעך צוריקגעפארען און פארברענט געווארען

ועיין עוד כאן וכאן ומזה תקיש אל השאר

<a class="postlink" href="http://www.haaretz.com/jewish/this-day-in-jewish-history/.premium-1.632664">http://www.haaretz.com/jewish/this-day- ... m-1.632664</a>

ר' מור, דיין צער און ווייטאג קען איך נישט אוועקנעמען. ביי אונז אין משפחה האבען מיר אויך פארלוירען צענדליגער נפשות בתוך כלל ישראל ל"ע. אבער דאס פרעגט נישט אפ די מופתים פון דער בעלזער רב ז"ל. צדיקים האבען געזאגט אז ביי די שואה האט מען אוועקגענומען די דעה און מדרגות אפילו פון גרויסע צדיקים בבחינת הסתר בתוך הסתר. וואס דארפט איהר מער פון דעם אז אסאך גאר גרויסע אידען ווי צום ביישפיעל ר"א ווסרמן, דער פיאסעצנער רבי, דער באבאווער רבי, ר שמעון פון זעליחאוו, און נאך אסאך זענען אומקעקומען כצאן לטבח רח"ל . (מיין הארץ טרייסעלט אויפען קיבאארד ווען איך שרייב די ווערטער, גלייבטס מיר.)

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:11 pm

· #344428
סמבטיון
אז מען רעד פון סאקמער רב און פון בעלזער רב זי"ע, איז כדי נאכצוזאגן א ממרא וואס איך האב געהערט פון מיין פעטער וואס האט עס געהערט פון ר' איציקעל פשעווארסקער אליין, (ענק מיזן נישט גלייבן) סע געוועהן ביי א מלוה מלכה וואס ר' איציקעל האט געהאלטן אינמיטן צו דערציילן סיפורי צדיקים פונעם הייליגן בעלזער רב ז"ל, האט זיך איינער אנגעריפן מיט עפעס א מעשה פון ר' יואל, האט זיך ר' איציקעל געגעבן א ריף אן, אונז רעד מיר דא יעצט פון מלאכים נישט פון צדיקים!, ודפ"חח.


איך גלייב עס נישט, ווייל אפילו ער האט געהאלטן אזוי וואלט ער עס נישט געזאגט, כנלענ"ד

ד"א לגבי די שיטה האט ער זיך ארויסגעשטעלט בפירוש קעגן דעם "מלאך" און אינטערגעשריבן אקעגין די בחירות כפי פסקו פינעם "צדיק"

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:16 pm

· #344429
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ס'האט קיינער זיך נישט איינגערעדט אז דיין רשימה האבען עפעס געוואוסט וואס טוט זיך אין הימל. ווען בעלזער רב איז אין יענע רשימה, החרשתי. נאר די אלע בעלז/פאפא חסידים דא אין אשכול ווילען אונז איינרעדען עפעס מער, נישט ברענגענדיג קיין שום משל דערצו

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:21 pm

· #344430
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ. אט דאס מיינט די משנה..."סייג לחכמה שתיקה. דו נעמסט מיך אריין אין דיין קלאב...? יישר כח למפרע. (אדער וויאזוי א קלוגער איד האט געזאגט...למפריע... 😂 )

טייערע ברודער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:52 pm

· #344433
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
פארשטייסט מיר נישט. דיין טענה איז אז קיין איין בעלזער האט נאך נישט געברענגט א עובדא, דערפאר קען מען מפקפק זיין אויפ׳ן באהאלטענער צדקות. אבער אויפ׳ן קלוז"ב רב האט מען אסאך געזעהן. איינער וואס זעהט דעס נישט איז בלינד.
דו מיינסט אז א חסיד קען נישט רעדען א דבר אמת אויף זיין רבי? אלעס וואס ער זאגט איז בהכרח מוגזם?

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 3:28 pm

· #344436
הרב היסטאריקע פליז טויש דיין ניק נאמן ווייל דו קענסט היסטאריע אזוי ווי איך קען דעם על הגאולה פונעם דברי יואל, ר' איציקל זצ"ל איז געווען זייער שטארק דבוק אינעם הייליגן בעלזער רב הקוה"ט ר' אהרן זי"ע, ער איז עטליכע מאל געפארן קיין ארץ ישראל צום הייליגן בעלזער רב, און ער האט גענאסן פון אים א געוואלדיגע קירבות, יעדעס מאל וואס רבי איציקל איז געקומען צום טיש האט ער אים מכבד געווען מיטן בענטשן, אמאל איז געקומען צום בעלזער רב'ס טיש איינער פון די חשובע רבנים, און די גבאים האבן אים געוואלט מכבד זיין מיטן בענטשן, האט זיך דער בעלזער רב אנגערופן "ווי קען איך מכבד זיין א צווייטן מיטן בענטשן ווען רבי איציקל זיצט ביים טיש" נאך די הסתלקות פונעם רב ז"ל האט ער אנגעהויבן פארן קיין סאטמער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 4:38 pm

· #344440
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
טייערע ברודער
פארשטייסט מיר נישט. דיין טענה איז אז קיין איין בעלזער האט נאך נישט געברענגט א עובדא, דערפאר קען מען מפקפק זיין אויפ׳ן באהאלטענער צדקות. אבער אויפ׳ן קלוז"ב רב האט מען אסאך געזעהן. איינער וואס זעהט דעס נישט איז בלינד.
דו מיינסט אז א חסיד קען נישט רעדען א דבר אמת אויף זיין רבי? אלעס וואס ער זאגט איז בהכרח מוגזם?

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

אז דער קלז"ב רבי האט פיהל געלערנט האט מען געזען. אז ער האט אסאך געקענט האט מען געזען. אבער אז ער האט געהאט א חוש הביקורת אויף ת"ח, צו ער האט געהאט א קנה מדה צו מעסטען גדולים האט מען נישט געזען. מהיכ"ת? אפשר האט ער געהערט פון אנדערע און זיך געלאזט פיהרען? דאס האט נישט מיט וויפיהל ער האט געלערנט און נישט מיט עבודות.
סתם אזוי, האט ער קיין עמטליכע רבי נישט געהאט, ער האט קיינמאל נישט געלערנט פון איינעם, זייענדיג א וואלגעריגע ווילדע יתום. צו זאגען אז ער האט געהאט א קנה מדה להבחין בין תכלת לקלא אילן, בפרט אז קיינער טענה'ט נישט אז דער בעלזער רב איז געווען סתם א בלאפער, איז נאך דא א גאנג.

ועוד והוא העיקר. וואס איז איינעם א נ"מ ווער בעלזער רב איז געווען? ער האט א ספר מ'זאל קלערען צו מ'זאל עס לערנען? ער האט עפעס געפסקנ'ט וואס ווען נישט איהם וואלט מען עס נישט געטוהן? און אפילו ווען יא, וואס האט פסק מיט קדושה? אז מ'וויל גייען צו א קבר פון א צדיק, האט א"י אן א שיעור, און גלייך לעבען איהם ליגט ר' משה פיינשטיין וואס מ'דארף נישט אנקומען צו קיין מעשה'ס פון דער צו יענער. דער זאך איז נוגע נאר אפצולערנען, און עכ"פ כפי עדת אנשי בעלזא, איז נישט דא וואס אפצולערנען.

נאך א קליינע נקודה, נהורא נפישא טענה'ט פעסט אז נאכ'ן קריג האט זיך עפעס געטוישט. אפשר האבען דער קלז"ב מיט דער טשעבינער מכבד געווען אלס שברי לוחות? און דער משיב חכמים אחור טענה איז א ראיה לסתור. ווען ער האט זיך אזוי פארגרייזט וועגען דער קריג, אפשר וועגען בחירות אויך? ווען ער איז מברר להלכה איז איין זאך, אבער זיך צו פארלאזען אויף זיין קדושה איז דאך מיניה וביה אפגעפרעגט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 4:59 pm

· #344441
תורה ומדע: דו זאגסט בתוה"ד פון דעם שמועס אז ביי די שואה האט מען אוועקגענומען די מדרגות (פון רוה"ק) אפילו פון גרויסע צדיקים. און דו רעכנסט אויס בין השאר רבי אלחנן וואסערמאן און דער פיאסעצנא רבי. וויל איך מעורר זיין אויף דעם אז ר' אלחנן וואסערמאן האט זייער גוט און פונקטליך געוואוסט וואס דער גורל פון די אידן אין ליטא איז געווען. און וואס ס'ווארט זיי. ער איז געווען דאהי אין אמעריקע, און מ'האט איהם געטרייט איבערצורעדן אז ער זאלל בלייבן דאהי. האט ער געענטפערט אז ער קען נישט איבערלאזן זיין קהילה. און ער איז צוריקגעפארן און געטיילט דעם גורל מיט זיינע ברידער. די זעלבע איז געווען מיט'ן פיאסעצנא רבי. נישט אז ער האט געהאט וואו צו אנטלויפן. ער האט א סאך ארומגעוואנדערט אין ווארשא און די אומגעגנט מיט זיינע קינדער (די וועלכע זענען נישט אומגעקומען פון די באמבארדירונג וואס די נאציס ימ"ש האבן באמבארדירט אין ווארשא אום ערב סוכות. און זיין רביצין מיט איינס אדער מער קינדער זענען דאמאלס אומגעקומען.) ער האט זייער גוט געוואוסט דעם גורל וואס ווארט אויף איהם און אלע אנדערע אידן אין ווארשעווער געטא...! די אנדערע צדיקים ווייס איך נישט...!

מודיעין » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 5:23 pm

· #344444
סמבטיון
הרב היסטאריקע פליז טויש דיין ניק נאמן ווייל דו קענסט היסטאריע אזוי ווי איך קען דעם על הגאולה פונעם דברי יואל, ר' איציקל זצ"ל איז געווען זייער שטארק דבוק אינעם הייליגן בעלזער רב הקוה"ט ר' אהרן זי"ע, ער איז עטליכע מאל געפארן קיין ארץ ישראל צום הייליגן בעלזער רב, און ער האט גענאסן פון אים א געוואלדיגע קירבות, יעדעס מאל וואס רבי איציקל איז געקומען צום טיש האט ער אים מכבד געווען מיטן בענטשן, אמאל איז געקומען צום בעלזער רב'ס טיש איינער פון די חשובע רבנים, און די גבאים האבן אים געוואלט מכבד זיין מיטן בענטשן, האט זיך דער בעלזער רב אנגערופן "ווי קען איך מכבד זיין א צווייטן מיטן בענטשן ווען רבי איציקל זיצט ביים טיש" נאך די הסתלקות פונעם רב ז"ל האט ער אנגעהויבן פארן קיין סאטמער.


ר' איציקל איז נאך געפארן צום סאטמאר רב בחייו פונעם בעלזער רב ווען סאטמאר רב איז געווען אין אייראפע, קיין אמעריקא איז ער ערשט געפארן לאחר פטירתו, און דעמאלטס האט ער זיך אינגאנצן מדבק געווען אינעם סאטמאר רב, בערוב ימיו ביי די ניינציג איז ער געקומען צו פארן צום סאטמאר רב, און ווי אויך לאחר פטירתו פונעם בעלזער רב האט ער אינטערגעשריבן קעגן די בחירות, וואס בעלזער חסידים זענען באמת געווען אנגעווייטיגט אויף אים, און ווי אויך דארף מען וויסן אז ר' איציקל איז נישט געווען א בעלזא חסיד וואס האט געהאלטן אז בדורו לא הי' כמוהו, און אז ער איז גרעסער אפי' פון פריערדיגע, נאר ער איז כל ימיו געפארן צו גרויסע רבי'ס פארן קריג איז ער געווען א קאלשיץ'ע חסיד, און נאכן קריג איז ער געפארן קיין בעלז, און לאחר פטירתו, איז ער געפארן קיין סאטמאר

מודיעין » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 6:05 pm

· #344447
[ליטוואק פון בודאפעס האט געשריבן ועוד והוא העיקר. וואס איז איינעם א נ"מ ווער בעלזער רב איז געווען? ער האט א ספר מ'זאל קלערען צו מ'זאל עס לערנען? ער האט עפעס געפסקנ'ט וואס ווען נישט איהם וואלט מען עס נישט געטוהן? און אפילו ווען יא, וואס האט פסק מיט קדושה? אז מ'וויל גייען צו א קבר פון א צדיק, האט א"י אן א שיעור, און גלייך לעבען איהם ליגט ר' משה פיינשטיין וואס מ'דארף נישט אנקומען צו קיין מעשה'ס פון דער צו יענער. דער זאך איז נוגע נאר אפצולערנען, און עכ"פ כפי עדת אנשי בעלזא, איז נישט דא וואס אפצולערנען.

נאך א קליינע נקודה, נהורא נפישא טענה'ט פעסט אז נאכ'ן קריג האט זיך עפעס געטוישט. אפשר האבען דער קלז"ב מיט דער טשעבינער מכבד געווען אלס שברי לוחות? און דער משיב חכמים אחור טענה איז א ראיה לסתור. ווען ער האט זיך אזוי פארגרייזט וועגען דער קריג, אפשר וועגען בחירות אויך? ווען ער איז מברר להלכה איז איין זאך, אבער זיך צו פארלאזען אויף זיין קדושה איז דאך מיניה וביה אפגעפרעגט.

[/quote]
די פשוטע נפק"מ איז צו וויסן וואספארא גרויסע צדיקים האבן נאך געלעבט בדורינו אלה, און צו וויסן וואס רבי'ס זענען באמת געווען ווייל פון דעם סארט איז שוין ליידער גארנישט פארבליבן, און באמת איז דא אן א שיעור זאכן אפצולערנען פון דעם קדוש אבער ווען מ'וויל ארויסברענגען זיין גרויסקייט איז נאריש צו פארציילן א עובדא און א הנהגה וואס מ'קען זען ביי יעדן חשוב'ע איד, מ'וויל דאך ארויסברענגן דעם חידוש פון דעם מענטש, און ווי מ'זעט זיין יתרון מער ווי סתם ערליכע אידן וואס דאס איז אויך די סיבה וואס אלע האבן פון אים געהאלטן גאר גרויס, און נאך א זאך דא רעדט מען אגאנצן צייט דער האט געהאלטן פון אים צו יענער, ווען אין אמת האט די גאנצע חסידישע וועלט געהאלטן פון אים עולם ומלואו, אלע גדולי הרבנים פון אייראפע אמעריקע אר"י וואס האבן געהאט עפעס א שייכות צו חסידות, כל העם ענו אחריו מקודש מקודש, מ'קען אפשרייבן גאנצע בלעטער פון רבנים ואדמורים וואס האבן מעריץ געווען בעלזער רב מיט א זעלטענע הערצה, אפי' די וואס האבן נישט אנגענומען זיינע דעות. ובתוכם זענען געווען רבנים ת"ח מופלגים ועובדי ה' וואס האבן נאך געקענט צדיקים הקודמים, אלע האבן פון אים געהאלטן גאר גרויס, און איינער וואס איז מכחיש בגדלותו איז ער כמעט מכחיש השמש בצהרים.
און בכלליות ווייסטו אז דיין שאלה האט מיט בעלזער רב גארנישט צוטון נאר בכלליות מיט חסידים און רבי'ס, וואס דאס קענסטו דיך שוין היינט סיי ווי נישט איבערצייגן ווייל עס איז שוין היינט נישטא די מציאות בכלל ממילא קענסטו דיך עקשנ'ן וויפיל דו ווילסט, ווען בעלזער רב לעבט ווען און דו וואלסט דארט געווען איינמאל וואלסטו מער קיין קושיות נישט געפרעגט, (עיין שו"ת מראה יחזקאל סי' ק"ד הנדפס ג"כ במנחם ציון להרה"ק רמ"מ מרימנוב בסופו ושם תמצא תשובה להקושיות שלך בכלליות).

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 6:22 pm

· #344448
ס'איז נישט געווען לייכט צו ליינען אזא לאנגע מאנאלוג, אבער איך ווייס נישט וואס ברענגסט דו א ראיה פון ויזתא אויף פרשנדתא. זאגסט מיר אז נישט נאר אויפ'ן בעלזער רב זענען דא חסידים מיט ווייניג שכל וואס שטעלען דער טאן וויאזוי מ'דארף רעדען און זיי זאגען נאר מעשה'ס מיט ווייניג שכל, נאר אויף אלע רבי'ס לדורותיהם. און איך בין גאר דער מתנגד?! איך האב ליעב מעשה'לעך פונקט ווי דער נעקסטע מענטש, אבער ווען דער מעריץ איז דער וואס בויט זיין הערצה אויף מעשה'לעך, איז ער דער שוטה. און ווען א ציבור טוט עס, איז עס א ווייטאג. ניטאמאל נארמאלע שקרים זאגט מען דארט. דערצייל כאטש א שטות פון אכצען דורות, זאג עפעס וועגען אוועק געבען אייגענע געלט פאר יענעם, עפעס א נארמאלען שקר.

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 6:29 pm

· #344451
אנאנים, וואס ווילסטו ארויסברענגן דא? איך בין נישט מדייק וויאזוי איך שרייב, וואס קוועטשט דיר?

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 7:20 pm

· #344459
berlbalaguleh
תורה ומדע: דו זאגסט בתוה"ד פון דעם שמועס אז ביי די שואה האט מען אוועקגענומען די מדרגות (פון רוה"ק) אפילו פון גרויסע צדיקים. און דו רעכנסט אויס בין השאר רבי אלחנן וואסערמאן און דער פיאסעצנא רבי. וויל איך מעורר זיין אויף דעם אז ר' אלחנן וואסערמאן האט זייער גוט און פונקטליך געוואוסט וואס דער גורל פון די אידן אין ליטא איז געווען. און וואס ס'ווארט זיי. ער איז געווען דאהי אין אמעריקע, און מ'האט איהם געטרייט איבערצורעדן אז ער דאלל בלייבן דאהי. האט ער געענטפערט אז ער קען נישט איבערלאזן זיין קהילה. און ער איז צוריקגעפארן און געטיילט דעם גורל מיט זיינע ברידער. די זעלבע איז געווען מיט'ן פיאסעצנא רבי. נישט אז ער האט געהאט וואו צו אנטלויפן. ער האט א סאך ארומגעוואנדערט אין ווארשא און די אומגעגנט מיט זיינע קינדער (די וועלכע זענען נישט אומגעקומען פון די באמבארדירונג וואס די נאציס ימ"ש האבן באמבארדירט אין ווארשא אום ערב סוכות. און זיין רביצין מיט איינס אדער מער קינדער זענען דאמאלס אומגעקומען.) ער האט זייער גוט געוואוסט דעם גורל וואס ווארט אויף איהם און אלע אנדערע אידן אין ווארשעווער געטא...! די אנדערע צדיקים ווייס איך נישט...!


אמת, זיי האבען געוואוסט. מיין נקודה איז אבער ארויס צוברענגען ווי שטארק די נאצישע קליפה האט שולט געווען אויף די וועלט בגשמיות און ממילא אויך ברוחניות. דער זכות התורה און יראה האט נישט מגין געווען בשעת ריתחא אויף די גרויסע ריזן. ממילא איז פארשטאנדיק אז די צדיקים האבען אויך נישט געשפירט וויאזוי מייעץ צו זיין דעם כלל.

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 7:48 pm

· #344460
טייערע ברודער, מצד די קלויזנבורגער רב וואס האט געהאלטן מהר"א מבעלזא פאר א מלאך, איז לכאורה ליטוואק גערעכט אז ס'מוז נישט זיין אז ער איז געווען דער גרויסער מענטשן קענער והא ראיה, ס'איז פארהאן א בריוו פונעם קלויזענבורגער רב צו זיין פעטער דעם סאטמארער רב פון פערענוואלד ווי ער שרייבט צו אם מיט די גרעסטע תוארים וואס איז נאר שייך, גאון, קדוש, מופת הדור, שר התורה וכו', שפעטער אבער האט ער כידוע איינגעזען אז סאטמארער רב איז געווען א פאלנער מחרחרי ריב, א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, אלזא סאטמארער רב האט אים גוט פאר'נער'ט פאר צענדליגע יארן.

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 7:55 pm

· #344461
נהורא, הזהרו בדבריכם.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:07 pm

· #344462
אינטרעסאנט צו זעהן ווי א יעדע אנדערע אשכול זענען די צוויי אויף מעסער שטעך אבער פונקט דא טרעפט זיך צאם די ליטווישע גאוה מיטן חסידישן אראגאנץ.

זעהט אויס בעלזער רב האט יא עפעס געקענט.

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:12 pm

· #344464
סמבטיון
נהורא, הזהרו בדבריכם.

וואס פונקטליך איז דיין פראבלעם ?
מ'טאר נישט רעדן פון אזא בריוו?
מ'טאר נישט רעדן איבער וואס קלויזענבורגער רב האט געהאלטן אויף סאטמאר רב ?
אנשטאט ווארענען און סטראשענען הייב אן רעדן צו דער זאך.

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:27 pm

· #344467
איך ווארן נישט קיינעם און איך סטראשע נישט קיינעם און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיינעם. איך האב דיר נאר געוואלט דערמאנען צו רעדן איידלער ווען דו רעדסט פון סאטמער רב אדער פון אנדערע צדיקים.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:33 pm

· #344470
נעבעך א רחמנות דער עולם איז אויף שטעך מעסער'ס ... דער איז א מלאך דער איז א גלח דער איז אזוי וכו' דער איז א מבין דער איז א גאון עולם וכו' נעבעך...
מען מעסט אין מעסט יעדער ווייסט אין פארשטייט פשששיהההאא!!!

קודם זעצט ענק אלע אראפ אין לערנט אביסלע מער אין ארבעט אויס ענקערע מידות וכו' וכו'
דעמאלס וועלן ענק אלע אנדערש אנקוקן וואס מיינט א רבי א צדיק א מלאך א קדוש וכו' וכו' מיט א נארמאלע בליק

בלייבסט מיר ענק אלע געזונט
בשו''ט ביזט נעקסט מאל

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:36 pm

· #344471
סמבטיון
איך ווארן נישט קיינעם און איך סטראשע נישט קיינעם און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיינעם. איך האב דיר נאר געוואלט דערמאנען צו רעדן איידלער ווען דו רעדסט פון סאטמער רב אדער פון אנדערע צדיקים.

היות אנדערע האבן מיר אויך אנגעפרעגט אין אישי, וויל איך קלארשטעלן אז איך רעד נישט אזוי אויף סאטמאר רב, אדרבה פערזענליך האב איך געשריבן אסאך פאזיטיווע שטריכן איבער אים, איך רעד אויסדרוקלעך פונעם קוק ווינקעל פונעם קלויזענבורגער חסיד.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:40 pm

· #344492
.
📎 images (1).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:41 pm

· #344493
.
📎 download (5).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:42 pm

· #344496
.
📎 images (9).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:43 pm

· #344497
.
📎 download (3).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:43 pm

· #344498
.
📎 images (4).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:44 pm

· #344499
.
📎 images (8).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:45 pm

· #344500
.
📎 images (13).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:46 pm

· #344501
.
📎 images (3).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:46 pm

· #344502
.
📎 download.jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:47 pm

· #344503
.
📎 images (13).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:50 pm

· #344504
.
📎 images (7).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:50 pm

· #344505
.
📎 download (4).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 10:51 pm

· #344506
.
📎 images (2).jpg

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:00 pm

· #344509
מחברתו הטהורה
📎 images (1).jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8