☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

איש חזון » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:26 pm

· #365893
דולה ומשקה
נאך דער פטירה פון בעלזא רב, איז געווארען אויף איהם ארויף געלייגט כאילו ער איז געוועהן "מלאך" א 'מלאך אלקים'...

דער בריסקע רב הגרי"ז זצ"ל וועלעכע האט נישט געקענט דערליידען קיין אויסגעלופטערטע גוזמאות צוליב זיין געוואלדיגע אמת, [בפרט אויף חסידישע רבי'ס...] האט רעאגירט: דו, איך און זיי האבן נישט קיין השגה וואס דאס איז א מלאך, אבער איין זאך איז הכל מודים אז א "אינו מן הברואים" איז ער זיכער געוועהן...

שארף!!

דער בעלזער רב שליט"א האט געזאגט דאס זעלבע ביים יארצייט כ''א אב תשע''ו.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:05 pm

· #365897
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
און ווער זאגט דיר אז דולה ומשקה האט עס נישט דארט געהערט? און ווער זאגט דיר אז דולה ומשקה איז נישט בעלזער רבי אליינס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:18 pm

· #365902
בן אדם
ר' בערל, פריי דיך אז דו האסט נישט געוואוינט אין דעם זעלבן לאנד און דער זעלבער צייט פון חיה מושקא'ן ווייל דו ווייסט נישט צו וואלסט געווען אזוי ווי איר אדער נאך ערגער.

בן אדם: איך דזשאדזש זי נישט. איך האב נאר אראפגעברענגט די פאקטן. אויך האט מיך זייער שטארק געשטערט אז אן אזוי-גערופענע רביצן.ספעציעל די טאכטער פון אזא גרויסן מענטש, זאלל זיין אזוי גלייכגילטיג צו די יסודי הדת. ניין. איך בין יעצט נישט גרייט אריינצוגיין אין א ליגל דעבאטע אויב מ'דאורייתא אדער נאר מדרבנן אדער מכח די אונגערישע רעבעלעך איז א אידישע פרוי מחוייב צו צודעקן איהרע האר. זאלל עס זיין מיט א שייטל. א לאנג און פענסי שייטל. פיין. אבער נישט גיין הוילן קאפ, רח"ל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:35 pm

· #365905
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
מאכט׳ס אן אשכול דערוועגען. דאס פארדרייען אשכולות איז דער אב פון אלע לעצטיגע צרות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 6:27 pm

· #366569
געברענגט פון א אנדערען אשכול. אבער ס׳באלאנגט דא.

מיש-נייעס
דער הייליגער בעלזע רב זי"ע האט געבעטן דעם הייליגער קלויזענבורגע רב זי"ע
ער זאל ארויסקומען מיט א פסק: אז מען דארף נישט מאכן קיין "ברכת הגומל" ווען מ'פליעט מיט א עראפלאן,
היות עס איז געווען א נייע טראנספערטאציע מיטל וואס מען האט דאמאלטס אנגעהויבן צו ניצן,
און ער האט דעמיט געוואלט אז א פוסק וואס זיינע פסקים ווערן אנכגענומען אין הימל
זאל פסק'ענען אז מען דארף נישט גומל בענטשן ווייל עס איז נישט בחזקת סכנה, כך שמעתי


וואס האט די קלויזענבורגער רב געפאסקענט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 6:40 pm

· #366573
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אין אגרות משה האט ער א תשובה אז מ׳דארף יא בענטשען גומל. דער אמת איז, ווען איינער גייט אויף א שיף אין ים, מאכט ער א ברכה. ווען דח שיף איז טויזענטער מילל העכער דער ים, זאל ער עס פלוצלונג נישט זאגען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:12 pm

· #366576
ליטוואק פון בודאפעסט
אין אגרות משה האט ער א תשובה אז מ׳דארף יא בענטשען גומל. דער אמת איז, ווען איינער גייט אויף א שיף אין ים, מאכט ער א ברכה. ווען דח שיף איז טויזענטער מילל העכער דער ים, זאל ער עס פלוצלונג נישט זאגען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א שיף אויפ'ן וואסער איז א ריכטיגע מקום סכנה, א פליגער ווייטער איז ווייניגער שאנס אין סכנה (אין פראצענט) פון א מענטש שפאצירט אריבער די גאס, סאו לכאורה דאס זענען די סברת האוסרים

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:16 pm

· #366577
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
די חשבונות האבען גארנישט מיט טשאנסעס, און די סברות פון תורה האבען געווענדליך נישט מיט טשאנסעס. א מענטש אין די וואסער איז טויט. מיט א שיף צווישען איהם און די וואסער, איז ער באשיצט פון די טויט אין וואס ער געפונט זיך. פאר׳ן ארויסגייען פון די סכנה דארף ער ברענגען א קרבן תודה. דער שיף אין די הייך איז נישט אנדערש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 7:23 pm

· #366580
ליטוואק פון בודאפעסט
די חשבונות האבען גארנישט מיט טשאנסעס, און די סברות פון תורה האבען געווענדליך נישט מיט טשאנסעס. א מענטש אין די וואסער איז טויט. מיט א שיף צווישען איהם און די וואסער, איז ער באשיצט פון די טויט אין וואס ער געפונט זיך. פאר׳ן ארויסגייען פון די סכנה דארף ער ברענגען א קרבן תודה. דער שיף אין די הייך איז נישט אנדערש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


היות דו ביסט דאך א ליטוואק קען איך דיך נישט אפווענדן ווייל די שרייבט מיט א ריכטיגע ליטווישע גאונ'עס (דרך אגב איך האב דיך גע'לייק'ט ווי די האסט אזוי שיין צונומען דעם ענין ממש ווי א ר' חיים)
און לכאורה דאס איז טאקע די סברה פונם אגרות משה ז"ל
אבער מקען אריינגיין אין א דיון אין דעם אז היות די טעם הענין איז ווייל דער מענטש איז ניצול געווארן פון סכנה קען מען נאכאצץ פונאנדערטיילן א פליגער פון א שיף

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 24, 2017 12:21 am

· #366618
ספק ברכות להקל. און וויבאלט עס שטייט נישט בפירוש און שלחן ערוך אז מ׳דארף מאכען א ברכה ווען מ׳פארט אויף א פליגער since ס׳דאך נישט געוועהן קיין פליגער, קומט אויס אז ס׳א ספק וואס מ׳זאל טוהן. ממילא איז להקל. אזוי איז בפשטות. אנדערע הסברים זעמכם געקראכען אויף גראדע ווענט. אזוי האט דער בעלזער רב געפסקענט טאקע אז מ׳זאל מאכען אהן א שם ומלכות. דאכצעך אז די בעלזער טוהען נאך היינט אזוי.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 24, 2017 12:22 am

· #366619
אויב איז דא א בעלזער זאל ער קאנפירמען.

קומזיץ » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:06 am

· #366624
.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:31 am

· #366628
[ציטאט אראפגענומען]

אבער דאך איז די סארט מיטל נישט געווען און די צייטען וואס די הלכה איז געשריבן געווארען. האט די בעלזער רב חושש געווען. אויב האסטו אביסל געליינט וועגען בעלזער רב וועסטו זעהן אז ער פלעגט אסאך חושש זיין אויף ווייטע ווייטע חששות. ער האט נישט געזאגט ח״ו נישט צו מאכען די ברכה בכלל ווי באלט בפשטות און שלחן ערוך דארף מען דאך יא מאכען די ברכה. אזוי ווי די האסט דאך געשריבען. נאר היות ער איז נישט געווען ביליון פראצענט זיכער אז די שלחן ערוך רעדט פון א פליגער אויך, האט ער געהייסען אויס לאזען שם ומלכות.

חיים'ס ישיבה » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:22 pm

· #383037
הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע - אגודות ישראל
הרב מוואדריטש זאגט נאך בשם איינעם אויף זיין האט ליין. אז די בעלזא רב האט געזאגט, אז דאס וואס די ארטעדאקסי האט געטוען אין אונגארן, טוט היינט די אגודת ישראל.
מען קען עס הערן אויף #199 #4 7189066428

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 9:26 pm

· #402782
ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.

מיך האט מען נישט איינגערעדט אזוי, ווי ווייט איך ווייס פלעגט די רב קיינמאל נישט רעדן פון וואס ס'איז געווען פאר'ן און ביים קריג, ווייל ער האט נישט געוואלט 'האבן קיין טענות אויפ'ן אויבערשטן'.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 9:33 pm

· #402783
שמו יגער
אין די זעלבע ספר בקודש פנימה שרייבט ער אז עס איז אמאל געווען א שבת וואס דער רב ז״ל איז געלעגן אין בעט מיט דעם שטריימיל גאנצע 17 שעה פון שבת צופרי ביז זונטאג פארטאג אין זיך נישט גערורט פון ארט די גאנצע צייט

דו ווילסט נישט וויסן וועלכע שבת ס'איז געווען און פארוואס ער איז געלעגן אין בעט, בעליוו מי. ציונות אלערט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 9:34 pm

· #402784
דעת תורה
איין זאך, מען קען זאגן עס איז א כבוד פאר בעלזער רב אז יאיר מאכט ליצנות פון אים. ווייל דאס שטעלט אים אין איין קאטעגאריע מיט פיל פריערדיגע קדושי עליון שרפי מעלה תלמידי בעל שם זי"ע.

בחייו איז ער שוין געווען א ליצנות אין גאס, ס'בכלל נישט קיין נייע זאך.

קפה נמס » דינסטאג מאי 15, 2018 9:38 pm

· #402785
Re: הרה
רביה''ק זי''ע
דעת תורה
איין זאך, מען קען זאגן עס איז א כבוד פאר בעלזער רב אז יאיר מאכט ליצנות פון אים. ווייל דאס שטעלט אים אין איין קאטעגאריע מיט פיל פריערדיגע קדושי עליון שרפי מעלה תלמידי בעל שם זי"ע.

בחייו איז ער שוין געווען א ליצנות אין גאס, ס'בכלל נישט קיין נייע זאך.

אין וועלכע גאס ? אין א"י נאכ'ן קריג האט מען געהאט א שטארקע יראת הכבוד פאר אים.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 9:47 pm

· #402786
זיכער האט מען געהאט דרך ארץ פאר איהם, פאר טאהשע רבי האט מען אויך געהאט דרך ארץ און מיט דעם אלעם איז ער געווען חוזק פון שטאט, פארשטייט זיך אז אויפ'ן עלטער איז ער געווארן קדוש ושרף, אבער אין די יונגע יארן איז עס אזוי געווען.

קפה נמס » דינסטאג מאי 15, 2018 9:59 pm

· #402787
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך ווייס נישט אויף וואס דו באזיסט דיינע ווערטער, אבער פון עלטערע ירושלימ'ע אידן האב איך באקומען אינגאנצן א אנדערע בילד.

מ'האט אים רעספעקטירט אין אלע קרייזן, אינקלודינג ביי די טשאלמער'ס וואס האבן פון יעדעם ליצנות געמאכט, און אינקלודינג ביי די ליטאים וואס א חסידי'שע רבי האט ווייניג געמיינט ביי זיי.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 10:08 pm

· #402789
מ'האט איהם רעספעקטירט, און מ'האט חוזק געמאכט. איך זעה נישט די סתירה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 15, 2018 11:09 pm

· #402796
איך זעה אז דער עולם דא איז אזוי פארנומען מיט די מופתים. איך פערזענליך ווער נישט נתפעל פון קיין מופתים ווילאנג איך זעה זיי נישט מיט די אייגענע אויגן. וואס איך בין נתפעל געווארן פון בעלזע רב איז זיין מענטשליכע זייט, על אף זיין ספאָקי זייט. כאטש ער האט געהאט זייער גרויסע השגות, און ער האט ממש געפירט מלחמות מיט די סטרא אחרא (לדעתו, עכ"פ), דאך האט ער נישט פארזעהן קיין אזויגערופענע 'קלייניקייטן', ווי אנדערע מענטשנ'ס געפילן וכדו', און ער האט זיך מתייחס געווען צו יעדעם איינעם ווי שוה בשוה, און מ'האט געקענט רעדן מיט איהם א גראד ווארט. נישט אזויווי געוויסע מענטשן וואס נעמען זיך פליען אין די הימלען, און אויסער אבי"ע או"א זו"ן עשר ספירות וכו' וכו' עקזיסטירט נישט גארנישט.

קפה נמס » מיטוואך מאי 16, 2018 1:43 am

· #402813
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
רביה''ק זי''ע
מ'האט איהם רעספעקטירט, און מ'האט חוזק געמאכט. איך זעה נישט די סתירה.

ווער ווייסט וואס נאך אלץ איז נישט קיין סתירה....

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 16, 2018 1:51 am

· #402815
בד"ו, דאס אז מ'האט חוזק געמאכט האב איך געהערט פון אן עכטע בעלזע יונגערמאן פון בארא פארק.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 16, 2018 2:03 am

· #402818
ניין, אבער אז א בעלזער אליינס זאגט עס און ס'מאכט סענס, פארוואס זאל איך עס נישט גלייבן? אסאך רביס וואס זענען ביי אונז קודש קדשים זענען געווען ללעג ולקלס בשעתם ביי געוויסע מענטשן.

Gimpel » מיטוואך מאי 16, 2018 3:33 am

· #402825
ירושלימער זענען עלול אויף אלעס

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 11:50 pm

· #405399
אין די אשכול שרייבט שרייבט @חכם-לב:


לויט ווי עס איז דערציילן די היסטאריקער און אפילו די בעלזע ווירזיע (Rescuing the Rebbe of Belz, 2005, Chapter 11) האט זיך דער בעלזער רב געראטעוועט דורך זיך חנפ'נן צו א אידישן מסור אין געטא שמעון שפיץ און דער הויפט פון די אידישע פאליציי שמחה שפירא וואס לויט די ווירזיע זאל דער בילגורייער רב געהאבן געזאגט צו שפיץ וואס איז געווען אנ'ארכי-מערדער (איבער זיין רשעות ליין The Crakow Ghetto Pharmacy), אז צוליב דאס טובות טוהן פאר דעם בעלזער רב וועט ער האבן טובת הנאה, מער מאכט און איינפלוס איבער די חסידי'שן עולם אין געטא.

לויט א ווערזיע פון אנ'איבערלעבער (זעה דעם בוך Prisoner 69145) איז אויף די ווארט פון שפיץ, זאל דער בעלזער רב געהאט געוואונטשן הצלחה פאר א דייטש וואס האט דערנאך געמאכט א פאגראם.


דא האט איר ק/פ פון וויקיפידע:
יציאת האדמו"ר מבעלז מהונגריה
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A6%D7%99%D7%90%D7%AA_%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%22%D7%A8_%D7%9E%D7%91%D7%A2%D7%9C%D7%96_%D7%9E%D7%94%D7%95%D7%A0%D7%92%D7%A8%D7%99%D7%94">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%94</a>

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 11:58 pm

· #405401
בעלז נכבשה על ידי הגרמנים כשבועיים לאחר תחילת המלחמה. ואולם, לפי הסכם ריבנטרופ-מולוטוב הייתה בעלז שייכת לאזור הרוסי, ולפיכך הועברה לידי הרוסים. חסידי הרבי ראו סכנה לחייו דווקא מצד השלטון הקומוניסטי האתאיסטי. בעקבות זאת ברח הרבי, יחד עם אחיו, לעיירות בסביבת בעלז, שהיו בשליטת הגרמנים[3]. הם שהו בעיירה סוקאל, שבה שימש כאדמו"ר דודו וחותנו של רבי אהרן, רבי שמואל רוקח, עד שבועות שנת ת"ש - אמצע יוני 1940, ובעיירה פרמישלני עד שבועות תש"א - תחילת יוני 1941. תמונתו של הרבי פורסמה בעיתון הגרמני "דר שטירמר" והנאצים חיפשו אחריו. לאחר פלישת הגרמנים לפולין המזרחית (מבצע ברברוסה, יוני 1941), שרפו הנאצים ב-8 ביולי את בית הכנסת בפרמישלני, שריפה שבה נספו בנו של הרבי וחלק גדול ממשפחתו[4]. חסידיו של הרבי הצליחו להבריח אותו ואת אחיו לאזור קרקוב. הרבי שהה כשבעה חודשים בזהות בדויה בגטו בעיירה וישניצה עד לתחילת השילוחים ההמוניים למחנות ההשמדה מאזור זה בקיץ 1942. אז הועברו הרבי ואחיו לקרקוב עצמה, שם שהו במסתור כחמישה חודשים בעזרת חסיון ראש המשטרה היהודית שמחה שפירא ווסוכן גסטפו יהודי שמעון שפיץ ששיתפו פעולה עם הנאצים בחיסול הגטו[5]. הרבי אף כיבד לשמחה שפירא, בליל שמחת תורה בגטו כיבדוהו הרבי בעלייה לתורה למרות היותו משתף פעולה עם הנאצים דבר שעוררה ביקורת רב נגד הרבי בגטו ולאחר השואה[6] . למרות המסתור הפך ביתו של הרבי בקרקוב למקום עלייה לרגל של החסידים. עם חיסול גטו קרקוב הועברו הרבי ואחיו לגטו בוכניה בספטמבר 1942. גטו בוכניה שימש כמחנה עבודה, והיה מקום מסתור עבור אדמו"רים נוספים. שם שימשו הרבי ואחיו כחייטים, והרבי הסתתר תחת השם אהרון זינגר[7]. לאור הסכנה הגוברת לחיי הרבי, הועברו הוא ואחיו לבודפשט במבצע מסובך, במכוניתו של קצין פולני שמילא תפקיד גם בשירות הביטחון ההונגרי (מאי 1943)[1].

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 8, 2018 12:07 am

· #405404
ס'איז טאקע געווען א געפערלכע עוולה פון זייער זייט, אבער איך וויל נאר פארשטיין וואס האבן זיי געהאט דערפון וואס זייערע מענטשן ווערן אויסגעהרגעט. אפילו אז מ'גייט אויפ'ן צד אז די רב זי"ע האט נאר אינטערעסירט זיינע אייגענע אינטערעסן, וואלט ער אויך געדארפט וועלן אז זיינע מענטשן זאלן זיך ראטעווען, אזוי וועט ער איבערבלייבן מיט מער חסידים. ס'מוז זיין אז ס'ליגט עפעס א טיפערע חשבון אונטער דעם.

שבת אחים » פרייטאג יוני 8, 2018 12:09 am

· #405405
גוגל טראנסאלעט:

Belz was occupied by the Germans about two weeks after the beginning of the war. However, according to the Ribbentrop-Molotov agreement, Belz belonged to the Russian region and was therefore transferred to the Russians. The Rebbe's followers saw a danger to his life precisely from the atheist communist regime. As a result, the Rebbe fled, together with his brother, to towns in the vicinity of Belz, which were controlled by the Germans. They lived in the town of Sokal, where he served as Admor, uncle and father-in-law of Rabbi Aharon, Rabbi Shmuel Rokach, until the weeks of 1940 - mid June 1940 and in the town of Premishlany until the weeks of 5701-1941. After the German invasion of eastern Poland (Operation Barbarossa, June 1941), the Nazis burned the synagogue in Premishlany on July 8, a fire in which the rabbi's son and a large part of his family were killed. [4] The Rebbe's followers managed to smuggle him And his brother to Krakow, where he spent seven months under a false identity in the ghetto in the town of Vishnitsa until the mass deportations to the extermination camps began in the summer of 1942. At that time, And his brother to Krakow, where they stayed in hiding for about five months with the help of the Jewish police chief Simcha Shapira and the Jewish Gestapo, Simon Spitz, who collaborated with the Nazis in the liquidation of the ghetto.5 The Rebbe also honored Simcha Torah, A Nazi action which aroused great criticism against the Rebbe in the ghetto and after the Holocaust. [6] Despite the hiding place, the Rebbe's home in Krakow became a place of pilgrimage for the Hasidim, and with the liquidation of the Krakow Ghetto, the Rebbe and his brothers were transferred to the Bochnia Ghetto in September 1942. The Bochnia Ghetto served as a labor camp, For other Admorim. Where the Rebbe and his brothers served as tailors, and the Rebbe hid under the name Aharon Singer [7]. In light of the growing danger to the Rebbe's life, he and his brothers were transferred to Budapest in a complicated operation in the car of a Polish officer who also served in the Hungarian Security Service (May 194)

בן אדם » פרייטאג יוני 8, 2018 7:38 am

· #405425
איך האב פארשטאנען פון ר' שאול הוטערער'ס רשימות אז די סיבה פון זיי מכבד זיין ש"ת ביינאכט איז ווייל מ'האט נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט פשוט מורא געהאט זיי נישט צו מכבד זיין...

חכם-לב » פרייטאג יוני 8, 2018 8:41 am

· #405429
בן אדם
איך האב פארשטאנען פון ר' שאול הוטערער'ס רשימות אז די סיבה פון זיי מכבד זיין ש"ת ביינאכט איז ווייל מ'האט נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט פשוט מורא געהאט זיי נישט צו מכבד זיין...



וואס מיינט נישט האבן א ברירה?

איבער ספירא <a class="postlink" href="http://jewishcrimes.info/symche-spira/">http://jewishcrimes.info/symche-spira/</a>

cictim » פרייטאג אוגוסט 3, 2018 9:22 am

· #410447
---

כלבאשבוע » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 9:50 am

· #415626
משב״ק ר׳ יצחק לנדא מקיים רצון צדיק היינט ביי די בחירות
📎 E6D5AAEE-1234-4395-A656-EFA87C428094.jpeg

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:46 am

· #435185
טשיקאווע ענינים פון ספר תפארת משה לר' משה אורטנר ז"ל משב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע.
📎 מלחמת סיני.pdf

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:48 am

· #435186
📎 הלכה.pdf

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:57 am

· #435188
📎 מגוריו בתל אביב.pdf

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 3:58 am

· #435189
📎 סאטמאר.pdf

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:04 am

· #435190
📎 בדרך לארץ ישראל.pdf

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:11 am

· #435191
📎 בילגוריי.pdf

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:14 am

· #435192
📎 חיבת ארץ ישראל.pdf

צפור בודד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:20 am

· #435194
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
cictim
📎 סאטמאר.pdf
ברענג אויך הערש וואלף פרידמאן אויף דער נושא.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 11:12 am

· #435204
cictim
טשיקאווע ענינים פון ספר תפארת משה לר' משה אורטנר ז"ל משב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע.
📎 מלחמת סיני.pdf

ייש"כ. לכבוד יומא דהילולא כ"א אב...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 6:35 pm

· #435217
cictim
📎 בילגוריי.pdf

דאס איז א מאמר פון אפולגטיקה פארוואס בעלזא האט צענזארירט די ווערטער פון דער בילגרוייער רב אז עס גייט גארנישט פאסירען אין אונגארן און די נאציס גיין נישט אנקומען. עס איז זיס, אבער נישט גלויביג. אפילו לויט זייער ווערזיע פון די דרשה קענען זיי נישט זאגען אז דער רוה"ק האט געארבעט ווי די מעשה ביכער ווילען שילדערן. גאנץ א שוואכע קשיא לדעתי, אבער גאר א שוואכע תשובה.

ער זאגט אז דער בילגאריי רב האט קיינמאל געזאגט אז עס גייט גארנישט פאסירען, ער האט געזאגט א 'ברכה בלשון הבטחה' בשם זיין ברודער און זיי ברענגן די ווערטער פון דער פיאסעצנער ולשונו אלס א ראיה. דאס פאלט איהם נישט ביי אז דער פיאסעצנער האט מעגליך אויך נישט געוואוסט וואס קומט. און עפעס א טענה האט ער אז דער עולם האט סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, עס איז נישט געווען ווי צו אנטלויפען. דאס איז אבער נישט אמת. יא, ריכטיג, דער גאנצע עולם האט נישט געהאט קיין ברירה, אבער יעדער וואס האט געהאט אביסל שכל און שטארקקייט האט געקענט עפעס טון, דער קען בויען א בונקער, דער קען אנטלויפן קיין רומעניען, דער קען זיך באהאלטן ביי א גוי פאר געלט, עס איז געווען פתחי הצלה פאר אסאך יחידים. נאר ווען די נאציס זענען געקומען און אין א פאר געציילטע טעג איבערגעפלייצט אלסדינג, איז עס שוין צו שפעט.

און איך האב נאך נייעס פאר ענק. די נאציס האבען נישט געהאט קיין סאך מענטשן אין אונגארן. ווען דער עולם וואלט געוואוסט וואס ווארט זיי, וואלט עס זיי געלוינט זיך קעגען צו שטעלן, א ברירה וואס האט נישט עגזיסטירט אין פולין. ווען זיי וואלטען זיך קעגען געשטעלט וואלטען די נאציס געשאסען אסאך מענטשן, אבער אסאך מער וואלטן איבערגעלעבט דער קריג. די ערשטע דריי יאר אין פולין האט מען אזוי דערנידרגיט דער עולם און מ'האט זיי איינגערעדט אז גוטע צייטען קומען באלד, מ'דארף עס נאר איבערלעבן. דעריבער האבען זיי די לעבן נישט איינגעשטעלט ביז עס איז געווען צו שפעט. אבער אין אונגארן האט מען דאך יא געקענט. נאר די ציונים און עסקנים האבען איינגערעדט דער עולם אז עס איז גארנישט מיט נישט, נאר א שטיקל פראבלעם וואס מ'קען דורכלעבן. און מ'האט נישט געדארפט קיין יארען פון פייניגען, נאר איין צוויי אין גאס קאמערן אריין.

ווען דער בעלזער אפאראט וואלט ליארמירט דער עולם, ווער ווייסט וואס וואלט געווען?

נאר כאמור, מיר שטערט נישט דער קשיא. דער רבוש"ע האט זיין וועגען, און ווען ער וויל, העלפט גארנישט. איך האב לעצטענס איבערגעליינט די בוך (אום תשעה באה) און איך האב געזען די השגחה אלקית פון דער האלאקאוסט באופן מבהיל ווי ער האט אויסגעפיהרט זיין רצון לוויט זיין לא מחשבותיכם מחשבותי, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:16 pm

· #435226
cictim
📎 סאטמאר.pdf

דאס איז ממש פאנני. די סאטמוירים זאגען אז די בעלזער גבאים האבען געפיהרט דער רעדל אין בעלזא. דארט זעט מען, ערשט, אז עס איז אמת. די בעלזער גבאים שרייבען דארט אז עס איז אוממעגליך אז שלום פויגעל האט געפיהרט דער זאך, הגם ער איז מודה אז די וויכוח מיט'ן סאטמאר רב האט געפיהרט שלום פויגעל און נישט דער בעלזער רב. און זיי שרייבען אויך אז די חסידים האבען פארפיהרט און געהייסען דער בעלזער רב אז ער זאל זיך נישט טרעפן מיט'ן סאטמארער רב ביים ביקור גומלין. און זיי האבען אויסגעפיהרט. הייסט'ס זיי האבען מודה געווען.

ועוד, טענה'ן זיי אז יוס'ל אשכנזי איז געווען דער וואס האט פארפיהרט אז די מחילה בריווען זאלען נישט אריבערגיין דער ים, און ער איז דער וואס פיהרט אין סאטמאר.

ממש א זיסע שטיק ספין, און דער אמת איז מיר נישט אינטרעסאנט און אויך נישט נוגע דא. נאר אינטרעסאנט צו ליינען.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:33 pm

· #435227
מיך האט א ירושלימע איד פארציילט, אז שלום פויגל האט איהם פארציילט אז אויפצומארגנס פונעם באזוך האט ער באגעגנט טשעבינע רב. אויף זיין פראגע ווי איז געגאנגען די באזוך - ווייל רביה"ק האט געוואלט ארויפקומען צו איהם אויך - האט ער איהם פארציילט דברים כהווייתן אז ס'האט נישט געטויגט, האט איהם טשעבינע רב געזאגט "אויב אזוי וויל איך מיט איהם נישט טרעפן, כ'על איהם שיקן זאגן אז איך פיל מיך נישט גוט", און די רעשט איז היסטאריע.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:54 am

· #435231
ליטוואק פון בודאפעסט
cictim
📎 בילגוריי.pdf

דאס איז א מאמר פון אפולגטיקה פארוואס בעלזא האט צענזארירט די ווערטער פון דער בילגרוייער רב אז עס גייט גארנישט פאסירען אין אונגארן און די נאציס גיין נישט אנקומען. עס איז זיס, אבער נישט גלויביג. אפילו לויט זייער ווערזיע פון די דרשה קענען זיי נישט זאגען אז דער רוה"ק האט געארבעט ווי די מעשה ביכער ווילען שילדערן. גאנץ א שוואכע קשיא לדעתי, אבער גאר א שוואכע תשובה.

ער זאגט אז דער בילגאריי רב האט קיינמאל געזאגט אז עס גייט גארנישט פאסירען, ער האט געזאגט א 'ברכה בלשון הבטחה' בשם זיין ברודער און זיי ברענגן די ווערטער פון דער פיאסעצנער ולשונו אלס א ראיה. דאס פאלט איהם נישט ביי אז דער פיאסעצנער האט מעגליך אויך נישט געוואוסט וואס קומט. און עפעס א טענה האט ער אז דער עולם האט סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, עס איז נישט געווען ווי צו אנטלויפען. דאס איז אבער נישט אמת. יא, ריכטיג, דער גאנצע עולם האט נישט געהאט קיין ברירה, אבער יעדער וואס האט געהאט אביסל שכל און שטארקקייט האט געקענט עפעס טון, דער קען בויען א בונקער, דער קען אנטלויפן קיין רומעניען, דער קען זיך באהאלטן ביי א גוי פאר געלט, עס איז געווען פתחי הצלה פאר אסאך יחידים. נאר ווען די נאציס זענען געקומען און אין א פאר געציילטע טעג איבערגעפלייצט אלסדינג, איז עס שוין צו שפעט.

און איך האב נאך נייעס פאר ענק. די נאציס האבען נישט געהאט קיין סאך מענטשן אין אונגארן. ווען דער עולם וואלט געוואוסט וואס ווארט זיי, וואלט עס זיי געלוינט זיך קעגען צו שטעלן, א ברירה וואס האט נישט עגזיסטירט אין פולין. ווען זיי וואלטען זיך קעגען געשטעלט וואלטען די נאציס געשאסען אסאך מענטשן, אבער אסאך מער וואלטן איבערגעלעבט דער קריג. די ערשטע דריי יאר אין פולין האט מען אזוי דערנידרגיט דער עולם און מ'האט זיי איינגערעדט אז גוטע צייטען קומען באלד, מ'דארף עס נאר איבערלעבן. דעריבער האבען זיי די לעבן נישט איינגעשטעלט ביז עס איז געווען צו שפעט. אבער אין אונגארן האט מען דאך יא געקענט. נאר די ציונים און עסקנים האבען איינגערעדט דער עולם אז עס איז גארנישט מיט נישט, נאר א שטיקל פראבלעם וואס מ'קען דורכלעבן. און מ'האט נישט געדארפט קיין יארען פון פייניגען, נאר איין צוויי אין גאס קאמערן אריין.

ווען דער בעלזער אפאראט וואלט ליארמירט דער עולם, ווער ווייסט וואס וואלט געווען?

נאר כאמור, מיר שטערט נישט דער קשיא. דער רבוש"ע האט זיין וועגען, און ווען ער וויל, העלפט גארנישט. איך האב לעצטענס איבערגעליינט די בוך (אום תשעה באה) און איך האב געזען די השגחה אלקית פון דער האלאקאוסט באופן מבהיל ווי ער האט אויסגעפיהרט זיין רצון לוויט זיין לא מחשבותיכם מחשבותי, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך.

די מסקנא פון דיין מאמר איז נאך די בעסטע און שטערקסטע ראיה, אז ס'איז בימי הזעם נישט געווען א סאך וואס צו טון. נאר דעם חילוק וואס דו מאכסט צווישן די גוי'אישע באפעלקערונג אין אונגארן אקעגן די גויים אין פוילין איז נישט ריכטיג. ווייל אפילו ס'איז אמת אז די פראצענט פון פארביסענע שונאי ישראל אין אונגארן איז געווען פילפאכיג קלענער ווי אין פוילין. אבער דאך. די אונגארישע נאציס וועלכע האבן זיך גערופן נילאש'עס זענען געווען זייער שטארק. ספעציעל צווישן די יוגנט. זיי האבן געהרג'עט און געראבעוועט די אידישע באפעלקערונג מיט די גרעסטע מאס אכזריות און ברוטאליטעט. אן די גוטהייסונג פון די אקופירנ'דע דייטשע נאציס...!

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:06 am

· #435232
מענין לענין: איך האב אין די לעצטע טעג געענדיגט צו ליינען א בוך איבער הענרי פארד'ס פארביסענעם אנטיסעמיטיזם. דארט רעדט דער מחבר (א רעפארמיסטישער איד) ארום באריכות, און ער פראבירט זיך צו דערגרונטעווען צו דעם מקור פון זיין אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל. אלעס באזירט אויף היסטארישע דאקומענטן. שטעלט זיך ארויס אז די נאציס און אנדערע אנטיסעמיטן, אריינגערעכנט ער אליינס האבן פיינט געהאט די ציונים בתכלית השנאה. ממש פון אנהייב ווען הערצל האט געגרינדעט די איידיע ביים קאנפערענץ אין באזעל, שווייץ. ממילא טוט דאס א ביסל אפשוואכן די שיטה פון סאטמאר אז די ציונים האבן צוזאמענגעארבעט מיט די נאציס, מיט איין ציעל אויפצושטעללן א מדינה אין פאלעסטינע. יא. ס'זענען געווען פעלער ווען די ציוניסטישע פיהרער האבן צוזאמענגעארבעט מיט די נאציס. אזוי ווי רודאלף קאסטנער. אבער נישט אלס ציונים. מיט עפעס א ציעל צו פארדינען פאר די ציוניס'טישע פארטיי...!

צפור בודד » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:49 pm

· #435241
דער קאפיטל איבער דער באגעגעניש צווישן דער בעלזער רב און סאטמארער רב פון "זכור ימות עולם" פון הערש וואלף פרידמאן, א געוועזענער הויז בחור ביים בעלזער רב.
📎 Belz-Satmar, Friedman.pdf
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8