הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
399 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4371
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
או די גמרא פון אנהייב המוכר את הספינה דערמאנט מיר די מעשה פון די יעקעס , ליטוואק קענסט די מעשה ?
ירא שמיםאו די גמרא פון אנהייב המוכר את הספינה דערמאנט מיר די מעשה פון די יעקעס , ליטוואק קענסט די מעשה ?
ירא שמים: נו, מאך מיך נישט אזוי שטארק נייגעריג. זאג שוין...!
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
פין וועלכע ספר איז דאס?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אדמור״י בעלזא
אנטשולדיגט פאר'ן מקפיץ זיין דעם אשכול שלא בעונתו. נאר נזדמנה לידי לפני כמה חדשים אן "עבודת מחקר לשם קבלת תואר מוסמך" פון געוויסע סטודנט\דוקטור\פרופסר "עידו הררי" פון "האוניברסיטה העברית בירושלים" מיט'ן נאמען " 'כפרת כל ישראל' – הנהגתו החסידית של ר' אהרן מבעלז והבניית הכריזמה של הקרבן". וועל איך עס ארויפשטעלן דא לתועלת הציבור.
איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין "אפיציעל" נתפרסם געווארן, ועכ"פ דער מחבר האט מיך געבעטן אז אויב איך האב הערות זאל אים שיקן.
איך האב עס אדערווייל נאכנישט דורכגעליינט, נאר געבליקט דא און דארט. וכנראה איז עס (אויסער זיין "מחקר" וואס איך האב נאכנישט משקיע געווען דערין) גאנץ א שיינע ליקוט פון, פון גאר באקאנטע ביז גאנץ באקאנטע מקורות.
הרי שלכם לפניכםשוין, יעצט זעה איך אז שלהי 2015 איז דאס ארויף
אויפ'ן אינטרנט פאר'ן ציבור הרחב.
למעשה, וויפיל א חוקר וועט פרובירן צו פארשטיין שפת החסידים וועט זיך אלץ מאכן שמייכלדיגע טעויות...
פאלגנד איז איין הערה וואס איך וועל אים אפשר שיקן:
ער שרייבט אין עמוד 40:
באותה שנה אורס ר' אהרן לבת דודו מלכה, בתו של ר' שמואל מסקול בנו בכורו של ר' יהושע, ובשנת תרנ"ו נישאו. לשניים
נולדו תשעה ילדים, וזאת על אף מסורות רבות שלפיהן היה ר' אהרן פרוש מאשתו. נראה שמלכתחילה ביקש
לחיות חיי פרישות, אולם כאשר אביו שמע על כך הוא פנה לבנו והורה לו לקיים את מצוות פרו ורבו. תגובה דומה
הגיב ר' ישכר דוב לאחר שרופא בדק את בנו וקבע שאם ימשיך להינזר מאוכל ושינה, לא יאריך ימים.
האב איך צוגעשריבן:
בודאי שאינו כן. הלא משה רבינו האריז"ל הבעש"ט ויתר הדמיות שראה ר' אהרן כרבותיו וכו' הולידו ילדים... בודאי אין סתירה בין פרישות להולדה כדי לקיים מצות הבורא. אלא יתכן שבעברית המדוברת המונח "פרישות" מתפרשת כפרישות כליל כמו האיסיים (?) וכדומה, אבל לא זה הפירוש של "פרישות" שנאמר ע"י חסידים.
ועיקר הכוונה של פרישות הוא שמעבר למינומום הנצרך להוליד לא נתחבר עם אשתו, וכפי שכפאו שד. וע"פ המסופר היא התלוננה אצל חמיה שנאלץ להוכיח את בנו ע"ז ואח"כ אמר לה שהיה בוש להסתכל בפניו של בנו בשעת התוכחה... ומסופר גם שהיא אמרה שהיא רוצה בנים קדושים כאלו אבל לא בעל כזה...
מספרים שהוא לא הסתכל עליה גם בשעת זיווג וכל שכן שלא בשעת זיווג [בתלמוד ורמב"ם מובא שכך נהגו פרושי אומתינו].
אבער סוף כל סוף זעהט אויס אז ער האט געטרייט זיין בעסט (כוונתי לעובדות ולא נכנסתי עדיין לפרשנות שלו וכמש"ל).
נאך א קלייניגקייט, וואס פון דעם זעט מען די געוואלדיגע ידיעה פון פשוט'ע יודיש-רעדנדע יודן לעומת הויך געשעצטע סטודנטן ( בבדיחותא 😉 ):
אין עמ' 64 שרייבט ער (הערה 434):
ישנו יסוד להניח שלמעשה היתה זו (זיווגו האחרונה - א. ח.) חתונתו השלישית של ר' אהרן, ושעוד לפני כן נישא ב 1947 אלא שנישואין אלה לא -
עלו יפה ונסתיימו בגירושין מהירים. לשמועה זו מצאתי מקור כתוב אחד בלבד, וכמובן לא חסידי: ראה גוטווירט, לידתה מחדש עמ' 90.
האב איך צוגעשריבן:
ידוע ומפורסם. ובפורום האידישאי אייוועלט מוזכר שם אביה ושכחתיו.
דא האט איהר דער אינפארמאציע וועגען דער זיווג שני פון דער בעלזער רב.
ער האט חתונה געהאט אין תש"ו מיט די טאכטער פון ר' יצחק מאיר האגער פון סאווראן סטאנאוויץ, וואס זיין ווייב איז געווען א באב"ד א בעלזער חסידית'טע, דוכט זיך אייניקלאך פון א ברודער פונ'ם שר שלום.
איר שוועסטער האט געהייראט הרה"ג ר' אהרן בערענשטיין זצ"ל ראב"ד " אגודת ישראל", (שווער פונעם מונקאטשער רב שליט"א, שטעל זיך פאר ער וואלט געדארפט רעדען פונ'ם בעלזער פעטער!) זיי זענען געבליבען א יאר צייט, צו א ביסל מער, און די גבאים האבען ערלעדיגט מ'זאל עס ענדיגען. זי איז דעמאלס געווען אן אכצן יעריג מיידעל. זי איז אוועק, אומפארהייראט, אין תשי"ד. דער מסדר הגט איז געווען דער טשעבינער רב, וואס האט ארויסגעשיקט די גבאים ווען ער האט געפרעגט דער בעלזער רב צו ס'איז מרצונו וכו' כנהוג ביי א גט, ווילענדיג הערען אלס כדת וכדין, נישט אז די גבאים זאלען רעדען פאר איהם.
אינטרעסאנט אז דער בעלזער רב האט גענומען א היתר מאה רבנים, נישט ווילענדיג צו פארלאזען אויף דעם אז זיין זיוו"ר איז טאקע געשטארבען. דארט האבען געחתמ'ט פארשידענע באקאנטע נעמען, הרב אברהם חיים נאה, הרב מאטיל סלונימער, הרב שמואל הלוי וואזנער, סאטמאר רב, הרב אהרן ראטה, הרב חנוך דוב פאדווא, מיט נאך נעמען וואס איך ווייס נישט פונקט ווער זיי זענען; חנניא יו"ט ליפא טייטלבוים, ישראל טויסיג, יצחק ווינגארטען, מנחם נחום ליעבערמאן, ישראל יצחק היילפרין, יצחק אייזיק אייזען, יחזקאל הירשמאן, מאיר שווארץ, צבי דוד הירשמאן,הרב מנחם זאב שיק,
הרב מאיר חיים אונגר, הרב דוב סוקולובסקיק (אבין של הרב מאיר שמחה שליט"א?), הרב יהושע מענדעל עהרענבערג, ברוך האגער, און נאך. עי'
כאן. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען פאר'ן זיוו"ש צו נאך דעם.
עכ"פ א פארצרה'טע לעבען, א היתר מאה און א גט און אוועק קינדערלאז.
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך האב געהערט מיין אינפארמאציע פון משפחת בערנשטיין. איך קען נאך אביסל פרעגען. דער רב הראשי אין תל אביב, הרב אטנטערמאן, איז געווען דער מסדר קידושין ביים דריטע חתונה.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זייער אינטערעסאנט, ליטוואק.
דאס וואס די שרייבסט וועגן די מונקאטשער דארפן רעדן פון בעלזער פעטער, פארשטיי איך נישט. די מונקאטשער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן וועגן אים און אין פאקט האט מהר"א ארלעדיגט די שלום צווישן מונקאטש און בעלז. כ'האב געהערט אז אפילו אין די הייסע צייטן פון די מחלוקת האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו ווען ער האט געזעהן אדער געהערט אז די מנח"א גייט פארביי זיין שטוב.
נאך איז באוויסט אז שמחת תורה אין תל אביב האט מהר"א געהייסן מאכן א רינג און געטאנצן מיט די מונקאטשע קינדער
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
וועלכע מונקאטשע קינדער? און כמדומה אז שמחת תורה פלעגט ער וויילן אין ירושלים.
קינדער פון ר' ברוכ'ל.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב געהערט מיין אינפארמאציע פון משפחת בערנשטיין. איך קען נאך אביסל פרעגען. דער רב הראשי אין תל אביב, הרב אטנטערמאן, איז געווען דער מסדר קידושין ביים דריטע חתונה.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: דאן זאג נישט אז דער היתר מאה רבנים איז געווען צוליעב ספיקא אז זיין זיוו"ר לעבט נאך. ס'איז ענדערש געווען צוליעב דעם ספק אז ...(עיין בדבריך ) זיין זיוו"ש איז נישט געווען 100% ראוי לקבל הגט...(אפשר מכח שפיות הדעת, וכו'...)
פיהל מער פרטים מברר געווען.
זי איז נישט געווען אכצען יאר, זי האט שוין געהאט געהייראט פאר'ן קריג און פארלוירען א מאן און איין קינד דארט. זי איז געווען א טויגליכע פרוי און זי האט כאטשיג געוואלט זיין א רעבעצין טאמער זי וועט נישט זיין קיין ווייב. דערווייל האבען די גבאים פארפיהרט און זיך געשלאגען מיט איהר און זיי האבען געשטופט צו א גט.
דער מסדר הגט איז גאר געווען הרב מרדכי יפה-שלזינגר, די פאטער פון די ברידער פון שטראסבורג און גענף. ער איז געווען טאקע רב אין ת"א. ביים פרעגען דער בעלזער רב צו ער וויל געבען א גט, האט גער בעלעזר גע'ענפערט 'ניין'. די גבאים האבען איהם ארויסגעפיהרט און גערעדט א פאר מינוט און דערנאך האט ער געזאגט 'יא'. מ'האט מסתמא געדארפט ווידער אנהויבען די גאנצע מעשה נאכאמאל.
אין בעלז האבען זיי ליעב צו פארציילען אז זי האט נישט מוציא שנתה געווען, וואס איז נישט אמת. זי האט געלעבט נאך זיבען יאר. זיי האבען אויך ליעב צו פארציילען אז איהר שוואגער דער שווער פון די מונקאטשער רבי האט זייט דעמאלס געהינקט אלס אן עונש פאר'ן זיך אננעמען פאר זיין שוועגערען. דאס איז אויך נישט אמת, ער האט געהינקט פון אלס קינד.
דער שדכנ'טע איז געווען רויזא דעם רבינ'ס, וואס איהר שווער בזיוו"ש האט חתונה געהאט מיט איינער פון די הגר'ס משפחה. מ'דערציילט אז זי האט געבעטען שדכנות פונ'ם בעלזער רב א קינד. זי איז געווארען טראגעדיג, אבער פארלוירען דער קינד נאכ'ן גט (!). שטעל זיך פאר ווען אלס וואלט געלונגען, און רויזא האט א קינד ווי אויך דער בעלזער רב. מ'וואלט זיך פארשפארט ריזיגע מחלוקת'ער און טומולעריי.
ליטוואק פון בודאפעסט: לפי הידיעות המעניינות שלך, מוז איך מאכן א גאנצע רעוויזיע איבער די שטארקע מחלוקת צווישן סאטמאר און בעלזא, איבער די חתימות פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף די בחירות אין אר"י. ווייל די סאטמאר'ער טענה'ן אז צוערשט האט הרה"ק מ'בעלזא נישט געוואלט אונטער'חתמ'נען אויף דעם "חוב קדוש" פון גיין צו די בחירות. אבער מ'האט איהם איבערגערעדט... מתחילה האביך געהאלטן אז דאס קען נישט זיין. אויב ער וואלט מלכתחילה געווען איתן בדעתו נישט צו גיין צו בחירות וואלט ער נישט גע'חתמ'ט. אבער לויט ווי דו לייגסט אראפ די אינפארמאציע אז די גבאים האבן געהאט א כח איהם משכנע צו זיין, איז אלעס מעגליך. מייניך אז די סאטמאר'ע נוסח פון די היסטארישע אנטוויקלונגען האט אן אחיזה אין מציאות... סארי. דאס איז די (אביעקטיווע) מסקנא וואס איך נעם ארויס פון דעם מצב...! ייש"כ...!
מ'קען מחלק זיין, אבער בעסער נוצען די קאפ פאר וויכטיגע זאכען, כגון ווער זאל זיין ראה"ק וכדו' מן הדברים העומדים על הפראק
ליטוואק פון בודאפעסטאינטרעסאנט אז דער בעלזער רב האט גענומען א היתר מאה רבנים, נישט ווילענדיג צו פארלאזען אויף דעם אז זיין זיוו"ר איז טאקע געשטארבען. דארט האבען געחתמ'ט פארשידענע באקאנטע נעמען, הרב אברהם חיים נאה, הרב מאטיל סלונימער, הרב שמואל הלוי וואזנער, סאטמאר רב, הרב אהרן ראטה, הרב חנוך דוב פאדווא, מיט נאך נעמען וואס איך ווייס נישט פונקט ווער זיי זענען; חנניא יו"ט ליפא טייטלבוים, ישראל טויסיג, יצחק ווינגארטען, מנחם נחום ליעבערמאן, ישראל יצחק היילפרין, יצחק אייזיק אייזען, יחזקאל הירשמאן, מאיר שווארץ, צבי דוד הירשמאן,הרב מנחם זאב שיק,
הרב מאיר חיים אונגר, הרב דוב סוקולובסקיק (אבין של הרב מאיר שמחה שליט"א?), הרב יהושע מענדעל עהרענבערג, ברוך האגער, און נאך. עי'
כאן. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען פאר'ן זיוו"ש צו נאך דעם.
(דעי היסטאריע איז נישט ממש מיין "ליין" אבער משום כבודו של ליטוואק -)
הרב יהושע מענדעל עהרענבערג איז געווען א רב אין יפו תל אביב, א בעלזער חסיד, (א "ציוניסט").
הרב ברוך האגער איז אפשר דער סערעטער, דער געוועזענער שוואגער פון בעלזער רב.
אגב, אין די לינק וואס ליטוואק האט צוגעברענגט שטייט אז דער נתיבות שלום איז אויך פון די חותמים (נאך מרן הרמ"ח).
ליטוואק פון בודאפעסט
עכ"פ א פארצרה'טע לעבען, א היתר מאה און א גט און אוועק קינדערלאז.
נעמט אייך נישט צום הארצן, איך האף אז ס'שטערט אייך נישט מער ווי ס'האט געשטערט דעם בעלזער רב.
--
הוספה:
הרב ישראל טויסיג היה רב ופוסק בירושלים, רבה של שכונת בתי אונגרין. כונה על שם ספרו ומקום מגוריו בחו"ל: הבית ישראל ממטרסדורף.
מ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.
איים סארי, קיינער האט מיך נישט איינגערעדט... ס'איז מיר נאר אזוי מסתבר (אין צוגאב צו דעם וואס ער'ט אליינן אמאל געזאגט פאר איינער פון די מנחמים נאכ'ן פטירה פונעם זיין ברודער דער בולגערייער רב אז ער'ט נאך קיינמאל נישט קיין צער נישט געהאט (ע"פ המסופר).
זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ווען עס קען באדערן אפאר חסידים איז דער ליטוואק אפילו גרייט מיטצופיהלן מיט בעלזער רב
(איך האף אז עס איז נישט משמע פון מיינע ווערטער אז ס'האט מיר געבאדערט, און בכלל בין איך אויך פון די יודן וואס שפירן נישט קיין צער אויף דעי וועלט... 😉 )
(בד"וו איז דא עפעס אן התיחסות פון הרב שך צום בעלזער רב?)
*דאס וואס כ'האב געשריבן אין מיין פריעדיגע הודעה אז "סאיז מיר מסתבר" איז פון ליינען און הערן אויפ'ן בעלזער רב.
ליטוואק פון בודאפעסטמ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.
דוכטזאך אז ר שלמה לורינץ זל, דער ארגינעלער ליטוואק פון בודא פעסט איז יא געווען א מאמין אינעם בעלזער רב'ס איבער נאטיליבער כוחות.
תורה ומדע: ווייל ס'איז א חילוק פון דעם אריגינאלן (און עכטן) ליטוואק פון בודאפעסט, הרב לורינץ, ז"ל, און דעם חסיד פון ווארשע, וועלכער האט דעם ניק ליטוואק פון בודאפעסט... אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם...!
איש חזון זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?
דער גאנצע ענין איז דאך נאר טע'ארעטיש. קיינער ווייסט נישט וואס דער בעלזער רב האט געטראכט ביי זיך. נאר מענטשען קוקען איהם אן אלס א ריזיגע צדיק, און זיי מיינען אז א ריזיגע צדיק האט נישט קיין געפיהלען צו געברויכען. ביי מיר איז פשוט אז אויב בעלזער רב איז א צדיק, האט ער געהיטען תורה וואס דארט שטייט אוהבו כגופו, און ווען ער האט געמוזט אפלאזען זיין ווייב וואס ער האט ליעב געהאט וועגען זייטיגע סבות, האט עס איהם געמעגט וויי טוהן אן צו רירען זיין צדקות. די תנאים און אמוראים האבען באקלאגט זייער קינדער וואס זענען געשטארבען, דוד המלך האט באקלאגען זיין קינד'ס יארען ביז ער איז אוועק. און זיין ערוואקסענע קינד אפילו נאכ'ן שטארבען.
מענטשליכע געפיהלען זענען נישט קיין סתירה צו שפיץ צדקות.
אוודאי נישט. אבער מיר טרעפען אין חז״ל פארשידענע מדרגות און בחינות פון צדיקים וואס זענען למעלה מן הטבע. שפיץ צדקות האט פארשידענע ווערסיעס.
ווייז אויף. וועלכע צדיק האט, אלס צדקות, נישט באקלאגען זיין געשטארבענע קינדער?
וידום אהרן...
ער האט פארשטילט זיין געוויין, עי' רמב"ן שם. ער האט געהאט שוין איינמאל די געפיהלען, נאר זיי באהערשט. דאס איז טאקע א צדיק, דער וואס באהערשט זיין געפיהלען, נישט אז ער האט זיי בכלל נישט געהאט.
הוא הדין הכא. וכן אצל ר זושא שאמר על עצמו שמימיו לא היה לו עגמ"נ בעין עניות.
וועגען דעם האב איך געזאגט נעבעך. ווייל געליטען האט ער, נאר זיך געשטערקט.
מ'דערציילט, איך ווייס נישט פון וועמען, אז ר' מאיר שמחה און ר' חיים עוזר האבען באגראבען זייער איין און איינציגסטע טעכטער בימי עלומיהן. ס'איז דא א בריוו נאך דעם פון ר' חיים עוזר אז ער איז מצליח זיך צו שטערקען. ר' מאיר שמחה האט אבער געשריבען אז ער קען נישט קומען צו זיך. האט מען (ווער? ווייס איך נישט) געזאגט אז הגם אויבענויף איז רח"ע שטערקער, דאך איז רמ"ש טיפערער מיט שטערקערער געפיהלען.
אין די ליטא און אין בודא פעסט זענען טאקע נישט ערשינען די מאדע צדיקים. וכבודם במקומם עומדת. אבער צווישען די תלמידי בעש"ט האט מען יא געזעהן הנהגות למעלה מן הטבע. ווען מען קוקט אהן דער גאנצע געשטאלט פונעם צדיק קען מען דערקענען אויב די מעשיות זענען איבערגעטריבן אדער נישט. קיינער זאגט נישט אויף ר' מאיר שמחה זצ"ל אדער אויף ר' חיים עוזר זצ"ל אז ער איז געשטאנען בדביקות פאר 17 שעה אין איין פלאץ, אדער נישט טועם געווען פאר 48 שעה וכדו'. ווען א איד דרוקט זיך אויס אןיף זיין אייגענעם קינד וואס איז אומגעקומען עקד"ה במיתת שריפה רח"ל "ב"ה, יעך האב אויך צו שטייער געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטען", רעדט מען דא פון אן אנדער קאליבער איד, בבחינת ויבדל אהרן להקדישו, כידוע מפי זיין ברודער דער בילגרייער רב זצ"ל.
תורה ומדעאין די ליטא און אין בודא פעסט זענען טאקע נישט ערשינען די מאדע צדיקים. וכבודם במקומם עומדת. אבער צווישען די תלמידי בעש"ט האט מען יא געזעהן הנהגות למעלה מן הטבע. ווען מען קוקט אהן דער גאנצע געשטאלט פונעם צדיק קען מען דערקענען אויב די מעשיות זענען איבערגעטריבן אדער נישט. קיינער זאגט נישט אויף ר' מאיר שמחה זצ"ל אדער אויף ר' חיים עוזר זצ"ל אז ער איז געשטאנען בדביקות פאר 17 שעה אין איין פלאץ, אדער נישט טועם געווען פאר 48 שעה וכדו'. ווען א איד דרוקט זיך אויס אןיף זיין אייגענעם קינד וואס איז אומגעקומען עקד"ה במיתת שריפה רח"ל "ב"ה, יעך האב אויך צו שטייער געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטען", רעדט מען דא פון אן אנדער קאליבער איד, בבחינת ויבדל אהרן להקדישו, כידוע מפי זיין ברודער דער בילגרייער רב זצ"ל.
איך ווייס דער ברך משה האט געהאט בלויז איין זוהן, וואס בלויז יענעם האט ער אריינגעשריבן אין זיין צוואה...
מהר"א מבעלזא האט געהאט א ווייב מיט זיבן קינדער(!!!) און איבער פערציג אייניקלעך(!!!) וואס זענען אומגעקומען ביים קריג, הי"ד. דריי פון די זיבן זענען געוועהן זוהן!!!. זעהט אויס דו ביסט אנגעליינט פון דער היינטיגער בעלזער לייען מאנטריאל וועלעכע צוליב סיי וועלעכע סיבה פראפאגאנדירן זיי איבער און איבער דעם ר' משה'לע, ער איז געוועהן א פיינע יונגערמאן, אבער ער איז נישט געוועהן מיט אלעמען... (מילד גערעדט).
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ער איז אוועק דער ערשטער און ער האט עס דעמאלס אפשר געזאגט.
איך האב געמיינט אז אלע קינדער זענען געווען נישט אזוי מיט אלעמען, ניין? טויב צו שטום?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דיין פראבלעם ליטוואק איז אז דו קיקסט אן בעלזער רב ווי א מענטש , א בשר ודם מיט געפילן און תאוות להוי ידוע אז בעלזער רב בגודל קדישתו האט זיך דערהויבן העכער א געווענליגער בשר ודם ער האט נישט געגעסן נישט געטרינקען נישט געשלאפן דו קענסט עים נישט פארשטייען אפילו דו וועסט לעבן טויזענט יאר וועסטו עס אויך נישט פארשטיין דו רעדסט פון א יוד וואס האט געהאט אפענע אויגן ,דו רעדסט פון א יוד וואס אויב ער האט אנגעווינטשן ביים קריג פאר א יוד אז ער וועט איבערלעבן איז יענער געווען מובטח אז אזוי וועט זיין!! וכו וכו וכו איך בין נישט קיין שרייבער און איך קען נישט ארויסברענגען די פאוינט וואס איך וויל אזוי גיט ווי דיר אבער איך האף אז דו דערהערסט די נקודה
דו קענסט גארנישט פארשטיין פון דעם יוד נאטינג אפילו נישט זיינע געפילן
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
דיין פראבלעם איז אז דו ווייסט נישט דער גדלות פון א מענטש מיט תאוות און געפיהלען. אט דאס האט דער באשעפער באשאפען בדמותו כצלמו, צו דעם האבען די מלאכים געוואלט זינגען שירה. צו א מענטש וואס האט ליעב זיין ווייב און קינדער און וויינט ווען זיי שטארבען.
יא! אברהם אבינו האט באוויינט שרה'ן און געבעטען דער אויבישטער ער זאל איהם מוחל זיין נישט פאדערען דאס שחט'ן זיין זון (עי' מהרש"א תענית אז מי שענה לאברהם אבינו גייט אויף דער תפלה). ס'איז נישט קיין פעלער אפילו פאר א גרויסע צדיק אז ער האט ליעב זיין קינדער, דאס איז א חלק פון דער געוואלדיגער באשעפעניש וואס הייסט אדם .
און טאמער איינער וויל טענה'ן אז דאס גילט נאר ביי די אבות און תנאים אמוראים, אבער זייט דער בעש"ט האט זיך דער רעליגיע גע'ענדערט זאל מוחל זיין און זיך אויסרופען אלס מתנגד/משומד. טאמער חסידות טענה'ט אליינס אז מיט אהרן הכהן און דוד המלך האבען זיי נישט, מיט וואס איז עס אידיש?
נאר האמת יורה דרכו, אז ביים 'דבקות' האט ער פשוט (?) געחזר'ט מסכתות, דורכגעקלערט שאלות בנגלה אדער בנסתר און באופן כללי געדינט דער באשעפער ווי עס שטייט אין תורה. ער האט באקלאגט זיין קינד, און צו דעם געהאלטען פאר א זכייה צו קענען געבען א קרבן פאר'ן אויבישטער, צוויי געפיהלען אינאיינעם. וכן הוא בכל העניינים, מ'קען טרעפען דער פשוט'סטער פשט. מ'דארף נישט זוכען איהם ארויסצושלעפען פון נארמאלקייט.
ליטוואק פון בודאפעסט
נאר האמת יורה דרכו, אז ביים 'דבקות' האט ער פשוט (?) געחזר'ט מסכתות, דורכגעקלערט שאלות בנגלה אדער בנסתר
העי. זייט ווען קענען די רבי'ס לערנען?
דולה ומשקהתורה ומדעאין די ליטא און אין בודא פעסט זענען טאקע נישט ערשינען די מאדע צדיקים. וכבודם במקומם עומדת. אבער צווישען די תלמידי בעש"ט האט מען יא געזעהן הנהגות למעלה מן הטבע. ווען מען קוקט אהן דער גאנצע געשטאלט פונעם צדיק קען מען דערקענען אויב די מעשיות זענען איבערגעטריבן אדער נישט. קיינער זאגט נישט אויף ר' מאיר שמחה זצ"ל אדער אויף ר' חיים עוזר זצ"ל אז ער איז געשטאנען בדביקות פאר 17 שעה אין איין פלאץ, אדער נישט טועם געווען פאר 48 שעה וכדו'. ווען א איד דרוקט זיך אויס אןיף זיין אייגענעם קינד וואס איז אומגעקומען עקד"ה במיתת שריפה רח"ל "ב"ה, יעך האב אויך צו שטייער געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטען", רעדט מען דא פון אן אנדער קאליבער איד, בבחינת ויבדל אהרן להקדישו, כידוע מפי זיין ברודער דער בילגרייער רב זצ"ל.
איך ווייס דער ברך משה האט געהאט בלויז איין זוהן, וואס בלויז יענעם האט ער אריינגעשריבן אין זיין צוואה...
מהר"א מבעלזא האט געהאט א ווייב מיט זיבן קינדער(!!!) און איבער פערציג אייניקלעך(!!!) וואס זענען אומגעקומען ביים קריג, הי"ד. דריי פון די זיבן זענען געוועהן זוהן!!!. זעהט אויס דו ביסט אנגעליינט פון דער היינטיגער בעלזער לייען מאנטריאל וועלעכע צוליב סיי וועלעכע סיבה פראפאגאנדירן זיי איבער און איבער דעם ר' משה'לע, ער איז געוועהן א פיינע יונגערמאן, אבער ער איז נישט געוועהן מיט אלעמען... (מילד גערעדט).
וכי מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
ליטוואק פון בודאפעסטדיין פראבלעם איז אז דו ווייסט נישט דער גדלות פון א מענטש מיט תאוות און געפיהלען. אט דאס האט דער באשעפער באשאפען בדמותו כצלמו, צו דעם האבען די מלאכים געוואלט זינגען שירה. צו א מענטש וואס האט ליעב זיין ווייב און קינדער און וויינט ווען זיי שטארבען.
יא! אברהם אבינו האט באוויינט שרה'ן און געבעטען דער אויבישטער ער זאל איהם מוחל זיין נישט פאדערען דאס שחט'ן זיין זון (עי' מהרש"א תענית אז מי שענה לאברהם אבינו גייט אויף דער תפלה). ס'איז נישט קיין פעלער אפילו פאר א גרויסע צדיק אז ער האט ליעב זיין קינדער, דאס איז א חלק פון דער געוואלדיגער באשעפעניש וואס הייסט אדם .
און טאמער איינער וויל טענה'ן אז דאס גילט נאר ביי די אבות און תנאים אמוראים, אבער זייט דער בעש"ט האט זיך דער רעליגיע גע'ענדערט זאל מוחל זיין און זיך אויסרופען אלס מתנגד/משומד. טאמער חסידות טענה'ט אליינס אז מיט אהרן הכהן און דוד המלך האבען זיי נישט, מיט וואס איז עס אידיש?
נאר האמת יורה דרכו, אז ביים 'דבקות' האט ער פשוט (?) געחזר'ט מסכתות, דורכגעקלערט שאלות בנגלה אדער בנסתר און באופן כללי געדינט דער באשעפער ווי עס שטייט אין תורה. ער האט באקלאגט זיין קינד, און צו דעם געהאלטען פאר א זכייה צו קענען געבען א קרבן פאר'ן אויבישטער, צוויי געפיהלען אינאיינעם. וכן הוא בכל העניינים, מ'קען טרעפען דער פשוט'סטער פשט. מ'דארף נישט זוכען איהם ארויסצושלעפען פון נארמאלקייט.
זייטס מיר מוחל ר' ליטוואק אבער אין תורה איז דא פרד"ס, און אין עבודת והשגת הצדיקים איז אויך דא פרד"ס. דער פסוק זאגט וישק יעקב לרחל וגו' דאס האט א פשוטער פשט, א רמז פשט, און א דרוש, אבער עס האט אויך גאר א הויכער פשט פאר בעלי קבלה והשגה אזוי ווי למשל דער ווילנער גאון, דער אריז"ל. רמח"ל, ותלמידי הבעש"ט וכדו'. אויב איהר האלט אנדערשט זענט איהר ניטאמאהל א ליטוואק פון בודאפעסט נאר א רעפארמער פון בודאפעסט אדער פון בערלין גאר.
אצינד, דער צדיק פון תל אביב, אין וועלכער הונדערטער אידען האבען געזען עין בעין טאג טעגליך עבודה למעלה מדרך הטבע ,סיי אין אין מידות און אין רחמנות ולימוד זכות על ישראל כה"ברדיטשובער" בשעתו, סיי אין דקדוקי הלכה ושיטות כידוע, איבער הופיט אין רעבישע ענינים ווי הפעלת ישועות, קוויטלעך, תפיסת מחשבה, רוח הקודש וכדו' האט געוויזען פאר אונזער דור יתום, די שארית הפליטה, וואס א צדיק מיינט און וויאזוי עס האט אויסגעזעהן א רבי פון אמאהל א שטייגער ווי דער רבי ר' מיילעך וכדו'. אין די הויבע ראנגען פון השגות און עבודה נעמען די השגות דעם ארט פון פשוטע מענשליכע געפילען. דאס איז ענדליך צו נבואה אזוי ווי מיר טרעפען ביי
אויב איהר וועט אריינקוקען אין דער הקדמה פון ר' חיים וואלוז'נער זצל אויפן ביאור הגר"א אדער ספרא דצניעתא וועט אייך דאס נישט זיין א חידוש. דער פראבלעם איז נאר אז איהר האט מיט דעם אדערווייל נישט קיין שייכות אדער די כלים דאס משיג צו זיין.
יא, צדיקים האבען מער השגות ווי סתם מענטשען, אבער פשוט'ער עבודות האבען זיי אויך. אויף דער עבודה פון זיכוך המדות האבען זיי זיכוכים וואס פשוט'ער מענטשען האבען נישט. אבער אז זיי האבען נישט וואס פשוט'ער מענטשען האבען איז דיין חידוש. דער הקדמה פון ספרא דצניעותא מאכט נישט דער ווילנער גאון פאר א צווייטע באשעפעניש ווי א פשוט'ער מענטש, נאר עפעס פיהל מער, איינער לערנט אביסל, איינער לערנט אסאך, און דער ווילנער גאון לערנט מער און בעסער ווי סיי וועמען. אבער לערנען לערנט ער, און די זעלבע תורה וואס יעדער איינער לערנט. דער פראפאגאנדא אויף די בעלזער רב וויל איהם מאכען פאר אן אוממענטשליכע פערזענליכקייט, אין קעגענווארט פון אלס וואס תורה שבכתב און תורה שבע"פ זאגט אונז אויף די צדיקי הדורות.
תורה ומדעדולה ומשקהתורה ומדעאין די ליטא און אין בודא פעסט זענען טאקע נישט ערשינען די מאדע צדיקים. וכבודם במקומם עומדת. אבער צווישען די תלמידי בעש"ט האט מען יא געזעהן הנהגות למעלה מן הטבע. ווען מען קוקט אהן דער גאנצע געשטאלט פונעם צדיק קען מען דערקענען אויב די מעשיות זענען איבערגעטריבן אדער נישט. קיינער זאגט נישט אויף ר' מאיר שמחה זצ"ל אדער אויף ר' חיים עוזר זצ"ל אז ער איז געשטאנען בדביקות פאר 17 שעה אין איין פלאץ, אדער נישט טועם געווען פאר 48 שעה וכדו'. ווען א איד דרוקט זיך אויס אןיף זיין אייגענעם קינד וואס איז אומגעקומען עקד"ה במיתת שריפה רח"ל "ב"ה, יעך האב אויך צו שטייער געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטען", רעדט מען דא פון אן אנדער קאליבער איד, בבחינת ויבדל אהרן להקדישו, כידוע מפי זיין ברודער דער בילגרייער רב זצ"ל.
איך ווייס דער ברך משה האט געהאט בלויז איין זוהן, וואס בלויז יענעם האט ער אריינגעשריבן אין זיין צוואה...
מהר"א מבעלזא האט געהאט א ווייב מיט זיבן קינדער(!!!) און איבער פערציג אייניקלעך(!!!) וואס זענען אומגעקומען ביים קריג, הי"ד. דריי פון די זיבן זענען געוועהן זוהן!!!. זעהט אויס דו ביסט אנגעליינט פון דער היינטיגער בעלזער לייען מאנטריאל וועלעכע צוליב סיי וועלעכע סיבה פראפאגאנדירן זיי איבער און איבער דעם ר' משה'לע, ער איז געוועהן א פיינע יונגערמאן, אבער ער איז נישט געוועהן מיט אלעמען... (מילד גערעדט).
וכי מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
להגדיל תורה ולהאדירה, איך פארשטיי פשוט נישט אויף וואס דו פרעגסט?
ווען האט דער אויבערדערמאנטע מימרא געזאגט געווארען? נאך זייענדיג און באכניע, אונגארן? שוין אין ארץ ישראל?
ניין, אין פרמישלאן נאך, כפי הנדפס אין די באשרייבונג וואס איש חזון האט געברענגט.
ליטוואק פון בודאפעסטנאר האמת יורה דרכו, אז ביים 'דבקות' האט ער פשוט (?) געחזר'ט מסכתות, דורכגעקלערט שאלות בנגלה אדער בנסתר.
ליטוואק, איך גיי נישט אריין אין די ויכוח דא (וואס איך בין שולדיג דערין...) און כ'האב נאכנישט דורכגעליינט אלעס דא, אבער דעי סענטענס איז נישט אמת, עכ"פ זיכער נישט "שאלות בנגלה". כנלענ"ד הרמה, וכבר יעצתי לך באישי לקרוא את הספר "בקודש פנימה". (אגב, וואס האבן די חסידים הראשונים געטוהן פאר'ן דאווענען?)
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
זיי האבען תשובה געטוהן אויף סיי וואס פאר אן עבירה שבידם, מתבונן געווען אויף וואס זיי גייען באלד טוהן עומד לפני המלך, מתבונן געווען בשפלות עצמם צו שטייען לפני הבורא בהכנעה, דורכגעחזר'ט הלכות תפלה כדי אז אלס זאל זיין אויסגעהאלטען, איינגעחזר'ט די כוונות און פירוש פון דאווענען און געבעטען פון דער אויבישטער אז ס'זאל גייען כהוגן.
אלס א חלק פון דער זעלבע עוה"ז וואס איך דיר, די ראשונים אחרונים נביאים און אבות הקדושים האבען באוואוינט.
ובמחכ"ת פון דער בקודש פנימה, איך האב געהערט טעיפ'ס פון דער פארשוין. ער קען שרייבען אויף אייוועלט. ער לייגט זיין קינדערישע דמיונות אויפ'ן בעלזער רב לויט ווי ער וויל פארשטייען. גאר א שוואכער מ"מ
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אה.. כ'האב געוואלט הערן אויב דו האלטסט אז זיי האבן געטראכט וועגן א רמב"ם אין יבום וחליצה.
אויף מר"א מבעלז דערציילט מען די אלע אויסטערלישע זאכן איבער זיין פרישות און שלא כדרך הטבע'דיגע געפירעכץ אבער אויף זיין טאטע, מרי"ד, הערט מען דאס נישט. מיינט דאס אז ער איז געווען גרעסער פון זיין טאטע?
איך פרעג דאס כסדר און נאכנישט באקומען קיין קלארע ענטפער
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איש חזוןאה.. כ'האב געוואלט הערן אויב דו האלטסט אז זיי האבן געטראכט וועגן א רמב"ם אין יבום וחליצה.
דער ר"ן דארט אויפ'ן פלאץ זאגט 'מבטלין מלבן תענוגי והבלי עוה"ז'
ס'ליגט אין קאפ אז ר' יעקב עמדין שרייבט אז מ'האט געזאגט תהלים.
די קרייזען וואס מאכען אן עסק פון לערנען פארטאגס האלטען אפשר אז א רמב"ם אין יבום וחליצה וואלט געפאסט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
(פון גמרא עכ"פ קומט אויס אז די חסידים הראשונים האבן נישט געלערנט דאן ווייל די גמרא פרעגט תורתן אימת נעשית)
שמעון וואלףאויף מר"א מבעלז דערציילט מען די אלע אויסטערלישע זאכן איבער זיין פרישות און שלא כדרך הטבע'דיגע געפירעכץ אבער אויף זיין טאטע, מרי"ד, הערט מען דאס נישט. מיינט דאס אז ער איז געווען גרעסער פון זיין טאטע?
איך פרעג דאס כסדר און נאכנישט באקומען קיין קלארע ענטפער
ס'איז שנוי במחלוקת...
די וועלט האט געהאלטן אז ער איז יא געווען גרעסער פון זיין טאטע
(און אפילו נאך בחייו פון זיין טאטע דער מהרי"ד.. שא. רעד נישט הויעך), אבער אבער אין בעלז, און אזוי אויך דער סאטמארער רבי ז"ל האבן געהאלטן אז דער טאטע איז געווען גרעסער נאר מ'האט נישט געזען וכו'.